לדלג לתוכן

בנות מלכים בלעטל גליון מט תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בנות מלכים מט - - בנות מלכים מט המשך - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


הלכות צניעות אויפן שפיץ גאפל

קיצור הלכות צניעות איבערגעזעצט אויף אידיש פונ'ם קונטרס הל' והנהגות צניעות, לפי פסקי כל גדולי דורינו למקהלת החסידים והספרדים וראשי הישיבות.

דווקא צוליב די געוואלדיגע חשיבות, און די אומשאצבארע ווערד פון די מצוה פון צניעות, זיכט דער יצר הרע אונז אריינצושטעלן אין אומצאליגע נסיונות. טאקע דערפאר, ליגט א חוב אויף יעדע בת ישראל צו לערנען און חזר'ן די יסודות'דיגע הלכות כדי זיך אנצוגארטלען מיט די ריכטיגע קעמפונגס מיטלען קעגן די טאג טעגליכע נסיונות.

יציאה מהבית

א) א אידישע טאכטער איז א בת מלך. איר מהות, אירע מעשים און אירע רייד דארפן זיין צוגעפאסט צו איר בכבוד'יגע שטעלע. זי געדענקט שטענדיג ווער זי איז, און וואו איר פלאץ איז, און זי היט אויף איר כבוד און חשיבות מיט שמחה.

ב) זי זיכט קיינמאל נישט סתם זיך צו דרייען אין די גאסן און זי איז ספעציעל געווארענט זיך נישט צו געפינען אינדרויסן אין די שפעטע נאכט שעות, ווייל דאס איז איינס פון די שטארקע יסודות אין צניעות.

ג) זי איז מקפיד זיך נישט אפצושטעלן קעגן די אריינגאנג פון א בית מדרש אדער ישיבה אין די צייט ווען מענער אדער בחורים גייען און קומען.

ד) א בת ישראל רעדט נישט קיין שום איבריגע רייד מיט א פרעמדע מאן 4. אין א פאל ווען ס'איז נויטיג צו רעדן צו א פרעמדן, רעדט זי נאר דאס וואס איז נוגע צום ענין, און זי האלט זיך צוריק פון יעדע פריינטליכע געשפרעך.

ה) "קול באשה ערוה" ס'איז אסור פאר א אידישע טאכטער צו זינגען אין א פלאץ וואו איר קול קען געהערט ווערן דורך פרעמדע מענער.

ו) א בת מלך רעדט שטענדיג מיט אן איידעלע קול, און אוודאי ווען זי געפינט זיך אויפן גאס איז זי ספעציעל מקפיד נישט צו רעדן אדער לאכן הויך.

ז) אויף די פסוק אין ויקרא “ולא יראה בך ערות דבר" זאגן חז"ל “ערות דיבור" זה נבול פה - עס זאל זיך חלילה נישט געפינען קיין נבול פה צווישן די אידישע קינדער. א בת ישראל ברענגט קיינמאל נישט ארויף אויף אירע ליפן קיין שום טעמע אדער אויסדריק וועלכע איז נישט אינגאנצן ריין און איידל.

צניעות בלבוש

א בת ישראל איז שטענדיג מקפיד אז דאס וואס דארף זיין באדעקט, איז צוגעדעקט אין יעדן פאל. דער האלדז דער האלדז אליין מעג געזען ווערן. די קראגן ביינער אין פארנט מיזן אלעמאל זיין צוגעדעקט, ביי די זייטן דארף זיין צוגעדעקט פון וואו עס הויבט אן צו גיין שיף צום אקסל, און קיין שום טייל פונ'ם ריקן מעג נישט זיין אויפגעדעקט.

די ארעמל

לויט טייל פוסקים דארף די האנט זיין באדעקט ביז די Wrist ביין, אין די פלעצער וואס די מנהג המקום איז אזוי האלטן אלע פוסקים אז אזוי דארך מען גיין. אין די מקומות וואס פירן זיך לויט די פוסקים וואס האלטן אז די האנט דארף זיין באדעקט ביז נאך די עלענבויגן, דארף מען ספעציעל אכטונג געבן אז אין קיין שום פאל זאל די עלענבויגן נישט אויפגעדעקט ווערן.

לענג פון קלייד

א קלייד דארף זיין גענוג לאנג אז עס זאל צודעקן די גאנצע קני אין יעדן פאל, בשעת'ן גיין, זיצן, ארויפגיין טרעפ א.ד.ג.

עס איז אסור צו טראגן א מלבוש וואס האט א Slit סיי פון אינטן, פון פארנט אדער ביי די זייטן, (אפילו אין א פאל וואס די Slit הויבט זיך אן אינטער די קני, איז עס אויך אסור).

ברייטקייט פון קליידער

קליידער דארפן זיין גענוג ברייט אז עס זאל ח"ו נישט דערקענט ווערן דער פארעם פונ'ם גוף אין קיין שום פאל.

א Blouse אדער Top דארף זיין כאטש 4 אינטשעס ברייטער פונ'ם גוף. עס טאר נישט זיין פון די סארט סחורה וועלכע קלעבט צום גוף, ווי למשל Slinky , דינע Knits א.ד.ג. אפילו אויב מען טוט אן א מלבוש איבער דעם, טאר מען נישט גיין מיט שמאלע טאפס נאר אויב דער אויבער - מלבוש איז שטענדיג צוגעמאכט.

א סקורט דארף זיין געניג ברייט אז עס זאל באהאלטן די פארעם פונ'ם גוף אין יעדע פאל, סיי ביים גיין, זיצן, ארויף גיין טרעפ, אריינגיין אין א קאר א.ד.ג. די מינימום שיעור איז כאטש 4 אינטשעס ברייטער פונ'ם גוף.

טרעפ, אריינגיין אין א קאר א.ד.ג. די מינימום שיעור איז כאטש 4 אינטשעס ברייטער פונ'ם גוף.

קאלירן פון קליידער

די קליידער פון א בת ישראל דארפן זיין מיט א צורה פון צניעות און פשטות, שטילע פארבן און איידעלע סחורה. א קלייד וואס איז גלאנציג, פון אויפאלנדע פארבן אדער קאנטראסטישע פארבן 15 און אוודאי א מלבוש וואס איז רויט 16 ציעט די אויג און איז אסור מדאורייתא. ס'ווערט געברענגט אין ירושלמי (שבת פ"ד ה"ד מפרשים שם) אז צוליב דעם איז די בית המקדש חרוב געווארן.

די זעלבע הלכה איז אויך שייך ביי שיך, מאנטלען, טיכלעך א.ד.ג. קליידער, Shells אדער זאקן וועלכע זענען “הויט – קאליר" זענען אסור צו טראגן, וויבאלד עס קען אויסזעהן ווי א חלק פונ'ם גוף וועלכע דארף זיין באדעקט איז אויפגעדעקט.

עס איז אן איסור מדאורייתא צו טראגן א דורכזיכטיגע מלבוש. א מלבוש ווערט פארעכנט אלס דורכזיכטיג אפילו ווען עס זעט זיך נאר אדורך די שיין פון די הויט.

שטוב קליידער

אלע אויבנדערמאנטע הלכות גייען אויך אן ביי שטוב קליידער. מען דארף זיין נאך מער פארזיכטיג, ווייל ביי שטוב קליידער מאכן זיך פיל צניעות פראבלעמען, ווי למשל: געפאסט, רעש'יג, קאנטראסטישע פארבן, דורכזיכטיג, אפען ביים האלדז, די ערמל א.ד.ג.

זאקן

זאקן דארפן זיין געניג דיק אז די פיס זאל זיך בכלל נישט אדורכזען, אזוי ווי ביי אלע אנדערע פלעצער וועלכע דארפן זיין באדעקט. מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די נומער פון דנייער, נאר מען זאל יעדע מאל באזינדער איבערקוקן אויב עס איז נישט דורכזיכטיג.

האר

האר דארף זיין געקעמט אויף א גאר צניעות'גידן אופן. לאנגע (נישט צוזאמגענומענע) האר וואס דערגרייכט די אקסלען, אדער האר וואס פארשטעלט די אויגן און פארשפרייט זיך איבערן פנים - איז קעגן צניעות.

דער קרוין פון א בת ישראל

דער ציל פארוואס א אידישע טאכטער דעקט צו אירע האר נאך די חתונה, איז כדי צו דערווייטערן פון זיך פרעמדע אויגן דורכדעם וואס זי באהאלט איר שיינקייט. א קאפ צודעק וואס ערפילט נישט דעם צ יל איז אסור לויט אלע פוסקים.

דער ענטפער צו מיין בריוו

עס איז נישט אריבער קיין טאג אין וועלכע איך האב נישט נאס געמאכט מיין תהלים'ל פאר מיין באליבטע חבר'טע פנינה. איך האב פיל געטראכט פון איר, איך האב געטראכט פון די באהאלטענע ווייטאג וועלכע איז שטענדיג געווען אויסגעשפרייט אויף איר פנים, און פון דער טיפע צער וואס האט זיך אפגעשפיגלט אין אירע אויגן, און מיין הארץ איז צוברעקלט געווארן פאר איר. אכט לאנגע, שווערע יארן זענען שוין אריבער זייט פנינה'ס חתונה, אבער זי האט נאכנישט זוכה געווען צום טיטל "מאמע".

איך האב געפילט אז איך קען מער נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט און צוקוקן איר צער, איך מוז עפעס טוהן דערצו. אין א טאג בין איך געזעצן ביי א הערליכע שיעור אויף צניעות וועלכע איז איבערגעגעבן געווארן דורך די גאר חשוב'ע מחנכת מרת מ. זילבערמאן, און א געדאנק האט אויפגעבליצט אין מיין מח. "דאס איז דאך פונקטלעך וואס איך זיך", האב איך געקלערט "עס איז זיכער נישטא קיין בעסערע שליסל צו פנינה'ס ישועה, ווי דער געוואלדיגער כח פון צניעות!"

איך האב נישט געווארט אז דער התעוררות זאל זיך אפקילן, נאר איך האב תיכף געטוהן צו דער זאך. איך האב געשריבן א הארציגע בריוו צו מיינע חבר'טעס אין וועלכע איך האב זיי דערמאנט, אז כאטש די יארן לויפן, און יעדער איז שוין ב"ה פארנומען מיט זייער אייגענע נעסט, איז דא איינער צווישן אונז וועמענ'ס נעסט איז נאך ליידיג. איך האב פארגעשלאגן אז מיר זאלן זיך פארנעמען צוויי זאכן:

1) אז ווען מ'גייט אויפ'ן גאס און א מאן קומט אנטקעגן זאל מען זיך אינגאנצן רוקן אויף דער זייט, כדי ח"ו נישט מכשיל צו זיין אנדערע.

2) ווען מען באגעגנט זיך מיט א פריצות'דיגע בילד א.ד.ג. זאל מען תיכף אוועק-קוקן, און דורך דעם היטן אויף די ריינקייט פונ'ם נשמה. איך האב געבעטן מיינע חבר'טעס אז יעדע מאל עס קומט זיי אויס א נסיון און זיי שטארקן זיך, זאלן זיי אינזין האבן אז עס זאל זיין א זכות פאר פנינה. איך האב צוגעלייגט א טעיפ פון די שיעור פון מרת מ. זילבערמאן, דורך וועלכע איך בין נתעורר געווארן, ארויסגעשיקט די בריוון, און געווארט צו זעהן וואס ס'וועט געשעהן. עס איז נישט אריבער קיין גאנצע יאר פון ווען דער פאסט-טרעגער האט ארומגעטראגן מיינע בריוון צו מיינע חבר'טעס, ביז ווען דער אומגלויבליכע איז געשעהן, פנינה האט זוכה געווען צו טראגן א ליכטיגע אינגעלע אויף אירע ארעמ'ס!!