בילדער פון קשירת ציצית

פֿון װיקיביבליאָטעק

בילדער פון קשירת ציצית - - - - בילדער פון עטיפת טלית


ווי אזוי ציצית אנמאכן


די לעכלעך וואו מען ציט אריין די ציצה, זאלן זיין צווישן 2 ביז 3 פינגער פון די עקן פונעם טלית. ד. ה. נישט ווייניקער פון 4 סאנטימעטער, און נישט מער פון 6 סאנטימעטער.
יעדעם בינטל ציצית האט 12 פעדעם, און פיר לאנגע פעדעם, וואס זיינען די שמשים. צו יעדעס ציצה 3 פעדעם און 1 שמש.


צי אריין די 4 פעדעם אין טלית, און קניפ צוזאמען די 4 גלייכע פעדעם וואס הענגען פון איין זייט, מיט די 3 פעדעם מיטן שמש וואס הענגען פון צווייטער זייט.
עס איז גוט צו מאכן א שלייף ביי די פיר גלייכע פעדעם, כדי עס זאל בלייבן די 4 גלייכע פעדעם געטיילט ביז די ציצה איז געמאכט, 4 פעדעם פון דער זייט, און 4 פעדעם פון דער צווייטער זייט, אזוי ווי אין דעם בילד.
נעם דעם שמש און דריי ארום די ציצה 7 מאל און מאך 2 קניפן, און ווידער 8 מאל און מאך 2 קניפן, און ווידער 11 מאל און מאך 2 קניפן, און ווידער 13 מאל און מאך 2 קניפן. אזוי ווי אין דעם בילד.