ביאור אויף ברכת החמה א
ביאור אויף ברכת החמה א - - ביאור אויף ברכת החמה ב
ניסן תשס"ט
איידער מיר וועלן זיך אריינלאזן באריכות צו מסביר זיין די הילוך החמה מיט די ארומיגע ענינים, וועלן מיר אייך אראפלייגן דעם ענין אויפן קורצ'סטן אופן וואס איז נאר פארהאנען. דערנאך, אויב ווילט איר זיך מער פארטיעפן אינעם ענין, קענט ווייטער לייענען די נאכפאלגענדע קאפיטלעך.
וואס געשעט ביים אכט און צוואנציג'סטן יאר וואס ברענגט אונז צו מאכן א ברכה אויף דער זון?
די ענטפער אין קורצן איז אזוי:
ערשטע פונקט: ווי מיר אלע ווייסן שוין פון קינדווייז אן, האט דער אויבערשטער באשאפן דער זון, לבנה, און די שטערנ'ס אינעם פערטן טאג פון ששת ימי בראשית. ווי אויך ווייסן מיר אז די בריאת העולם איז פארגעקומען אין חודש ניסן. אין יענע טעג זענען די טאג און נאכט ביידע אייניג אין צייט, 12 שעה איז טונקל און 12 שעה איז ליכטיג. דעריבער קומט אויס אז דינסטאג 6 אזייגער אויפדערנאכט, וואס דאס איז געווען די מאמענט ווען די טאג האט זיך געטוישט אויף מיטוואך,די פערטע טאג פון די בריאה, האט דער באשעפער אויפגעהאנגען די מאורות אז זיי זאלן לייכטן אויפן וועלט. (באשאפן געווארן זענען זיי שוין אין דעם ערשטן טאג, אבער דער באשעפער האט זיי הערשט אויפגעהאנגען אינעם פערטן טאג).
צווייטער פונקט: דער זון, חוץ וואס זי גייט ארום די וועלט יעדן טאג צוזאמען מיט די גאנצע מערכת השמים, האט זי אויך אן אייגענעם רינג אויף וואס זי שפאצירט דערויף אינעם פארקערטן ריכטונג. מיט יעדן טאג וואס עס גייט פארביי, רוקט ער זיין פאזיציע צוריקוועגס מיט אייניגע מינוטן. צו פארענדיגן זיין פריוואטע רינג, און צוריק אנקומען צום ערשטן פלאץ פון ווי ער האט אנגעהויבן דעם רינג - דאס הייסט די פונקטליכע פלאץ ווי דער באשעפער האט איהם צום ערשטן מאל אנגעהאנגען - נעמט איהם א גאנצע קיילעכדיגע יאר. מער פונקטליכער, 365 טאג און 6 שעה. די מינוט וואס דער זון קומט צוריק צום ערשטן פלאץ הייבט זיך אן תקופת ניסן.
דריטער פונקט: אויב וועלן מיר נעמען 365 טאג און צוטיילן לויט די וואכן (365 צוטיילט אין 7), וועלן מיר באקומען 52 וואכן מיט 1 טאג. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז דער זון איז ביים ערשטן יאר אנגעקומען צוריק צו זיין ארגינעלן פלאץ מיט 1 טאג פון די וואכן טעג און נאך 6 שעה שפעטער ווי דאס ערשטע יאר. ד.מ. מיטוואך אויפדערנאכט 12 אזייגער. נאכער איז געווארן די תקופת ניסן אין עס האט זיך אנגעהויבן זיין צווייטע יאר. און אזוי ריקט זיך דאס אפ יעדעס יאר מיט 1 וואכן טאג און 6 שעה שפעטער פונעם פארגאנגענעם יאר.
פערטער און לעצטער פונקט: די ברכה אויף דער זון ווערט געמאכט בלויז ווען דער זון קומט אן צו זיין ארגינעלן ארט אין 'די זעלבע טאג' וואס זי איז געווען בששת ימי בראשית, נישט נאר דאס, נאר עס פעלט זיך אויך אויס אז עס זאל זיין אין 'די זעלבע צייט', ד.מ. דינסטאג נאכט 6 אזייגער. אצינד, אויב ווילן מיר אויסרעכענען ווען דאס וועט זיין, דארפן מיר צו רעכענען אזוי: דער טאג איז דאך לאנג 24 שעה. 6 שעה מאכט אויס א פערטל טאג. דעריבער נעמען מיר די 1 איבעריגע טאג מיט די 6 שעה פונעם 'זון יאר' און מיר דאפלען דאס אויף 4, באקומען מיר דערפון 5 גאנצע טאג. דאס מיינט אז יעדעס פערטע יאר וועט דער זון צוריק אנקומען צום ערשטן פלאץ מיט גאנצע וואכן טעג שפעטער, אבער פונקטליך 6 אזייגער אויפדערנאכט. נאך 4 יאר וועט דאס געפאלן אויף א זונטאג אויפדערנאכט. די 8'טע יאר וועט דאס זיין פרייטאג פארנאכטס. די 12 'טע וועט דאס זיין מיטוואך אויפד �ע רנאכט. די 16 'טע, מאנטאג אויפדערנאכט. די 20 'סטע, מוצאי שבת. די 24 'סטע, ליל שישי. און די 28 'סטע, דינסטאג אויפדערנאכט. די זעלבע טאג און די זעלבע צייט ווי עס איז געווען ביים טאג וואס עס איז אויפגעהאנגען געווארן בשעת בריאת העולם. יענעם טאג אינדערפרי, ווען מען קען שוין זעהן די ליכטיגקייט פונעם זון, מאכן מיר די ברכה 'ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם עושה מעשה בראשית'.
דאס איז דאס ענין פון ברכת החמה אין קורצן.
הקדמה
מיר האבן טאקע שיין מסביר געווען בקיצור פארוואס די ברכה ווערט געמאכט פונקט ביי די אכט און צוואנציג'סטע יאר, אבער פון ווי נעמט זיך צו זאגן די אלע דערמאנטע יסודות? ווער זאגט אז די יאהר איז 365 מיט א פערטל טאג? וואס איז די פשט פון די תקופות? וואס מיינט דאס אן אייגענע רינג? וויאזוי ווערט טאג און נאכט? ווי אזוי טוישט זיך פון זומער אויף ווינטער? די אלע זאכן מיט נאך פילע ענינים וואס זענען אנגעהאנגען אינעם הילוך החמה האפן מיר בעז"ה צו באשרייבן אין די דאזיגע קאפיטל.
צום אלעם ערשטן א שטיקל גמרא אין מסכת שבת (עה.): זאגט די הייליגע גמרא, 'א"ר שמעון בן פזי אריב"ל משום בר קפרא, כל היודע לחשב בתקופות ומזלות ואינו חושב, עליו הכתוב אומר 'ואת פועל ה' לא יביטו ומעשה ידיו לא ראו' ע"כ. די גמרא ווערט אויך אראפגעברענגט אלס פסק הלכה אין שולחן ערוך (יו"ד של"ד). אין א געוויינטלעכע זמן וועט פאר רובא דרובא מענטשן נישט ציען צו לערנען די חכמת ה'אסטראנאמיע, ובעיקר נעמט זיך דאס וויבאלד מען האט אביסל מורא זיך אריינצולאזן דערינען. מען מיינט אז דאס איז צו א שווערע סוגיא, און מען טראכט אז עס איז נישט פאר מיר געמאכט געווארן. אין אמת'ן אריין איז דאס טאקע א גאר טיפע און שווערע חכמה, אבער די יסודות דערפון קען יעדער איינער זייער גרינג פארשטיין. לויטן אויבן דערמאנטן גמרא ליגט א חיוב אויף יעדן יחיד דאס צו לערנען עד שידו מגעת. אויב לערנט מען עס נישט, דאן קענען מיר חלילה נכלל ווערן אינעם שארפן פסוק וואס די גמרא ברענגט צו.
לאמיר א בליק טאן אויף נאך א מימרא פון א תנא, וואס די גמרא ברענגט אראפ נעבן דעם פריערדיגן שטיקל:
א"ר שמואל בר נחמינו א"ר יוחנן, מנין שמצוה על האדם לחשב תקופות ומזלות, שנאמר 'ושמרתם ועשיתם כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים'. איזהו חכמה ובינה שהיא לעיני העמים? הוי אומר זה חישוב תקופות ומזלות. ע"כ. כאטש אז די פוסקים נעמען נישט אן ר' יוחנן'ס מימרא ווי א מצוה מדאורייתא, און אפילו נישט מדרבנן, דאך זעען מיר דערפון א שטארקע סמך אז מען דארף זיך אויסקענען און מתבונן זיין בחישוב תקופות ומזלות.
נאכמער, מיר ב"ה לעבן אויף דער וועלט, און מיר זעען יעדן טאג די וואונדערלעכע סדר ווי אזוי דער הייליגע באשעפער האט איינגעשטעלט די סיסטעם. ביינאכט איז טונקל און בייטאג איז ליכטיג. א חלק יאר איז הייס און א חלק איז קאלט. און דאס אלעס שפילט זיך אפ יאר איין יאר אויס, אנע דעם וואס מיר זאלן דארפן עפעס טאן דערצו. אויב כאפן מיר א בליק אויפן הימל ביינאכט, וועלן מיר זען די לבנה מיט די טויזענטער שטערן ארום איר. ווידער בייטאג זעען מיר דעם מעכטיגן זון שיינט העכער אונזער קעפ. אלעס איז דאך באשאפן געווארן בלויז פאר אונז קליינע מענטשעלעך. לעולם יאמר האדם בשבילי נברא העולם. נו, אינטערסירט אייך דען נישט צו וויסן ווי אזוי זייער סיסטעם ארבעט? ווען איר באקומט א מתנה פון איינעם וואלט איר דאס דען נישט ארומבאטאפט פון אלע זייטן? און ווען דאס איז א טעכנישע מאשינקע, צו וואלט אייך דען נישט אינטערסירט פונקטלעך ווי אזוי דאס ארבעט? אוודאי יא! דאס זעלבע איז מיט די מערכת השמים. עס איז א מתנה פונעם הייליגן באשעפער פאר אונז מענטשן, א טעכנישע מתנה. יעדער איינער פראדוצירט פארשידענע זאכן. צום ביישפיל דער זון: עס ווארעמט, עס טוישט די נאכט און טאג, און עס אנטהאלט נאך פילע באהאלטענע כוחות אין איר. און אזוי איז אויך מיט די פילע אנדערע פלאנעטן. מיר דארפן אפשאצן די געוואלדיגע מתנות. דעריבער ליגט אויף אונז א מענטשלעכע חיוב אז עס זאל אונז אינטערסירן צו וויסן ווי מער ידיעות איבער זיי, און אנערקענען דורך דעם די חסדים פונעם גרויסן באשעפער.
אצינד, אז מיר שטייען הארט איידערן היסטארישן ערב פסח פון שנת ה' תשס"ט לפ"ג, געציילטע טעג איידער עס וועט אויספאלן די צוויי הונדערט און זעקסטע מאל די זמן פון קידוש החמה, איז די פאסיגסטע צייט זיך אריינצולאזן אין די סוגיא, און זיך אביסל פארטיפן אין די מהלך הכוכבים ומזלות. אין איין וועגס (= אין דער צייט) וועלן מיר מקיים זיין דעם מצוה פון חישוב תקופות ומזלות, און זיך ארויסדרייען פון צו זיין א 'פועל ה' לא יביטו וגו'.
איידער מיר גייען ווייטער, ווילן מיר אייך אויפמערקזאם מאכן איבער צוויי נקודות וואס איז וויכטיג צו געדענקן בשעת'ן ליינען די קומענדיגע קאפיטלעך. ערשטנס: במשך לייענען דעם ארטיקל וועט אייך זיכער נתעורר ווערן פארשידענע קושיות איבער די פאקטן וואס מיר שטעלן פאר, און עס וועט אייך דאכטן אז עס שטימט נישט מיטן מציאות, אבער דאס איז בלויז דערפאר ווייל מען קען נישט מסביר זיין אלע נקודות אין איין מינוט. מען דארף האבן אסאך געדולד. די אלע קושיות וועלן על פי רוב אייך זיין פארענטפערט ווען איר וועט ענדיקן ליינען דעם ארטיקל ביזן סוף. אלעס וועט אייך האפענטלעך בעז"ה דאן קלאר ווערן. אויב אין ענדע בלייבט נאך עפעס שווער, דאן שיקט אונז אריין די קושיות און עס וועט אריינגעלייגט ווערן אינעם 'ארטיקל די באטעס' אפטיילונג.
צווייטנס: די גרינגסטע וועג ווי אזוי צו פארשטיין די הילוך פון די מערכת השמים, איז דורך עס מסביר זיין כאילו מען קוקט דערויף פון אינדרויסן פונעם אטמאספערע, נישט ווי איינער וואס שטייט אויף אונזער וועלטל און קוקט ארויף אויבן צום הימל און זעט די לבנה און די שטערנ'ס. אויף דעם אופן וועלן מיר אויך בעז"ה גיין. בינד אייך איין און לאמיר פארן..!
מיר וועלן אנהייבן מיט די גמרא אין מסכת ברכות (נט:), וואס דאס איז די מקור צו מאכן די ברכה אויפן זון איינמאל אין אכט און צוואנציג יאר.
אויף לבנה בגבורתה, וכוכבים במסילותם, ומזלות כסדרן, זאגן אונז שוין די פוסקים אז היינטיגע צייטן פירט מען זיך נישט צו מאכן די ברכה דערויף. געבליבן איז בלויז די ברכה אויף חמה בתקופתה, און דאס וועלן מיר מקיים זיין דעם קומענדיגן ערב פסח הבעל"ט.
כדי צו פארשטיין פונקטלעך די הייליגע ווערטער פון אביי, וועלן מיר פּראבירן ווי ווייט מעגלעך מסביר צו זיין די סדר הילוך החמה והמזלות. מיר וועלן איבערגיין וואס עס שפילט זיך אלס אפ יעדן טאג אין די הויכע ספערעס, און ווי אזוי עס אפעקטירט אונזער טאג טעגלעכן לעבן. מיר וועלן אנהייבן מיטן גלגל היומי, דערנאך מיטן גלגל החמה ושאר מזלות, די כוכבי לכת ושבת, דערנאך וועלן מיר אריבערגיין צו די תקופות, די מזלות החודש, און ביים ענדע דאס משלב זיין מיטן צענטראלן נקודה פון חמה בתקופתה. אין איין וועגס (= אין דער צייט) וועלן מיר שוין אריינכאפן פארשידענע אנדערע ידיעות בחכמות התכונה, מרחיב צו זיין די ידיעות אין אזא נישט געוויינעטלעכע נושא.
די כדור העולם
ארום אונזער וועלט, ווי מען וועט נאר קוקן, וועלן מיר זען בלויז די וואלקענעס, דער זון, די לבנה און שטערנ'ס, און א ליידיקן חלל. די דאזיגע חלל - וואס ווערט אנגערופן און די היינטיגע שפראך 'ספעיס' (= קאָסמאָס) - ציט זיך פון אונזער וועלט ביז צו די כיפת השמים, וואס געפינט זיך טריליאנען מייל אוועק פון אונז. די כיפת השמים איז א ריזן באל און דאס גאנצע מערכת השמים ליגט אין איר חלל. אונזער וועלט האט איר פלאץ פונקט אינמיטן פון דעם כיפת השמים און איז אויך אויסגעפארעמט מיטן זעלבן פארעם - א רינדעכיגע באל. די וועלט איז אבער גאר קליין און נישטיג אנטקעגן דעם ריזיגן כיפת השמים. די וועלט האלט זיך אויף גארנישט, תולה ארץ על בלימה. עס שטייט אזוי בלויז בגזירת חי וקים נורא ומרום וקדוש, דורכן צווי ה' בשעת בריאת העולם. (זע בילד).
כאטש אז די וועלט איז אינגאנצן רונדעכיק, און ביי א רינג איז נישט שייך אנצוווייזן אויף א שפיץ אדער אן עק, דאך איז אנגענומען איבעראל, סיי ביי די אידן און סיי ביי די גוים, אז די צפון זייט פון די וועלט - דארט ווי עס געפינט זיך די ארקטיק אושען (= ארקטישער אָקעאַן) - דארט ווערט געזען ווי די אויבערשטעשפיץ, און דרום זייט - ווי עס געפינט זיך דער שנייענדיקער אנטארקטיקע ראיאן (דער דרומדיקער אקעאן) - ווערט געזעהן צו זיין די נידעריגסטע שפיץ.
די צענטער פון דער וועלט, דארט ווי עס טיילט זיך די אויבערשטער חלק
מיט די אונטערשטע חלק פון די וועלט ווערט אנגערופן דער קו המשוה. (עקוואַטאָר) ביי דעם רינג געפונען זיך פארשידענע לענדער, ווי בראזיל, אוגאנדא, קאנגא, קאלאמביע, סאמאליע און נאך.
ארץ ישראל, ענגלאנד, בעלגיע, פראנקרייך, צפון אמעריקע, און רוב פלעצער ווי אידן וואוינען,
געפונען זיך אלע ביי דעם אויבערשטען טייל, דאס הייסט, נענטער צו צפון זייט פון די וועלט.
אוסטראליע, יוהאנעסבורג, ארגענטינע, אורוגוויי, סאן פאולא, און נאך געציילטע פלעצער ווי מען קען טרעפן קבוצות אידן, געפינען זיך אונטערן קו המשוה, דאס הייסט, נענטער צו דרום זייט פון דער וועלט.
ווער זאגט אז די אויבערשטע חלק פון דער וועלט איז די צפון זייטן, אפשר איז עס גאר מזרח און די איצטיגע מערב זייט איז באמת צפון?
די נקודה זעען מיר פון דער זון. די פלאץ פון ווי דער זון שיינט אויף אינדערפרי דאס איז מזרח. דאס איז די פנים פון דער וועלט. דעריבער, די זייט פונעם וועלט וואס באקומט צום ערשט די טאג ליכטיגקייט פונעם זון, ווערט אנגערופן די מזרח זייט. ווי פונקטלעך דאס הייבט זיך אן, איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים. אבער דאס איז בערך אינצווישן אמעריקע און רוסלאנד. ביי רוסלאנד הייבט די זון אן דעם טאג און ביי אמעריקע ענדיגט ער. לויט דעם רופן מיר די אן די אנדערע דריי זייטן, צפון, מערב, און דרום.
מקורות
[רעדאַקטירן]זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com