לדלג לתוכן

באנטשע שווייג

פֿון װיקיביבליאָטעק

1 י.-ל. פּרץ / באָנטשע שװײַג

https://drive.google.com/open?id=1rvFN35rvCHFxU897E9M7EA_WZHD6awb0

https://soundcloud.com/ephraim-berkovitch/ylperets-bontshe-shvayg-reads-sara-blacher-retter

דאָ אױף דער װעלט, האָט באָנטשע שװײַגס טױט נאָך קײן אײַנדרוק נישט געמאַכט! פֿרעגט עמעצן בחרם: װער באָנטשע איז געװען, װי אַזױ ער האָט געלעבט, אױף װאָס ער איז געשטאָרבן! צי האָט אין אים דאָס האַרץ געפּלאַצט, צי די כּוחות זענען אים אױסגעגאַנגען, צי דער מאַרך-בײן האָט זיך איבערגעבראָכן אונטער אַ שװערע לאַסט... װער װײסט? אפֿשר איז ער גאָר פֿאַר הונגער געשטאָרבן! אַ פֿערד אין טראַמװײ זאָל פֿאַלן, װאָלט מען זיך מער אינטערעסירט. עס װאָלטן צײַטונגען געשריבן, הונדערטער מענטשן װאָלטן פֿון אַלע גאַסן געלאָפֿן און די נבֿלה באַקוקט; באַטראַכט אַפֿילו דאָס אָרט, װוּ די מפּלה איז געװען... נאָר דאָס פֿערד אין טראַמװײ װאָלט אױך די זכיה נישט געהאַט, עס זאָל זײַן אַזױ פֿיל פֿערד װי מענטשן – טױזנט מיליאָן! באָנטשע האָט שטיל געלעבט און איז שטיל געשטאָרבן; װי אַ שאָטן איז ער דורך – דורך אונדזער װעלט! אױף באָנטשעס ברית האָט מען קײן װײַן נישט געטרונקען, עס האָבן קײן כּוסות געקלונגען! צו באַר-מיצװה האָט ער קײן קלינגענדיקע דרשה נישט געזאָגט... געלעבט האָט ער װי אַ גרױ קלײן קערנדל זאַמד בײַם ברעג פֿון ים. צװישן מיליאָנען זײַנס- גלײַכן; און, אַז דער װינט האָט'ן אױפֿגעהױבן און אױף דער אַנדערער זײַט ים אַריבערגײאָגט, האָט עס קײנער נישט באַמערקט! בײַם לעבן האָט די נאַסע בלאָטע קײן צײכן פֿון זײַן פֿוס נישט באַהאַלטן? נאָכן טױט – האָט דער װינט דאָס קלײנע ברעטל פֿון זײַן קבֿר אומגעװאָרפֿן; דעם קאַברענס װײַב האָט עס געפֿונען װײַט פֿון קבֿר און דערבײַ אַ טעפּל קאַרטאָפֿל אָפּגעקאָכט... עס 2 איז דרײַ טעג נאָך באָנטשעס טױט, פֿרעגט דעם קברן בחרם, װוּ ער האָט'ן גאַלײגט! װאָלט באָנטשע אַ מצבֿה געהאַט, װאָלט אפֿשר איבער הונדערט יאָר אַן אַלטערטום- פֿאָרשער זי געפֿונען, און דער נאָמען „באָנטשע שװײַג“ װאָלט נאָך אַמאָל איבערגעקלונגען אין אונדזער לופֿט. אַ שאָטן! זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע איז נישט געבליבן בײַ קײנעם אין מוח, בײַ קײנעם אין האַרץ; עס איז פֿון אים קײן זכר געבליבן! „קײן קינד, קײן רינד“; עלנט געלעבט – עלנט געשטאָרבן! װען נישט דער מענטשלעכער גערודער, װאָלט אפֿשר עמעצער אַמאָל דערהערט װי באָנטשעס מאַרך-בײן האָט אונטער דער לאַסט געקנאַקט; װאָלט די װעלט מער צײַט געהאַט, װאָלט עמעצער אפֿשר אַמאָל באַמערקט, אַז באָנטשע (אױך אַ מענטש) האָט לעבעדיקערהײט צװײ אױסגעלאָשענע אױגן און שרעקלעך אײַנגעפֿאַלענע באַקן; אַז אַפֿילו װען ער האָט נאָר שױן קײן לאַסט ניט אױף די פּלײצעס, איז אים אױך דער קאָפּ צו דער ערד געבױגן, גלײַך ער װאָלט לעבעדיקערהײט זײַן קבֿר געזוכט! װאָלטן אַזױ װײניק מענטשן װי פֿערד אין טראַמװײ געװען, װאָלט אפֿשר אַמאָל עמעצער געפֿרעגט: װוּ איז באָנטשע אַהינגעקומען?! װען מען האָט באָנטשען אין שפּיטאָל אַרײַנגעפֿירט, איז זײַן װינקל אין סוטערינע נישט לײדיק געבליבן – עס האָבן דערױף צען זײַנס גלײַכן געװאַרט, און צװישן זיך דעם װינקל „אין פֿלוס“ ליציטירט; װען מען האָט'ן פֿון שפּיטאָל-בעט אין טױטן-שטיבל אַרײַנגעטראָגן, האָבן אױפֿן בעט צװאַנציק אָרעמע קראַנקע געװאַרט... װען ער איז אַרױס פֿון טױטן-שטיבל – האָט מען צװאַנציק הרוגים פֿון אונטער אַן אײַנגעפֿאַלן הױז געבראַכט – װער װײסט װי לאַנג ער װעט רויִק װױנען אין קבֿר? װער װײסט װיפֿל עס װאַרטן שױן אױף דעם שטיקל פּלאַץ.... שטיל געבױרן, שטיל געלעבט, שטיל געשטאָרבן און נאָך שטילער באַגראָבן.

  • * * * * * * * * * * * * * * * * *

3 נאָר נישט אַזױ איז געװען אױף יענער װעלט! דאָרטן האָט באָנטשעס טױט אַ גרױסן אײַנדרוק געמאַכט! דער גרױסער שופֿר פֿון משיחס צײַטן האָט געקלונגען אין אַלע זיבן הימלען: באָנטשע שװײַג איז נפֿטר געװאָרן! די גרעסטע מלאָכים מיט די ברײצטע פֿליגל זענען געפֿלױגן און אײנער האָט דעם אַנדערן איבערגעגעבן: באָנטשע איז „נתבקש געװאָרן בישיבֿה של מעלה!“ אין גן-עדן איז אַ רעש, אַ שׂימחה, אַ גערודער: „באָנטשע שװײַג! אַ שפּאַס באָנטשע שװײַג!“ יונגע מלאָכימלעך מיט בריליאַנטענע אײגעלעך, גאָלדענע דראָטאַרבעטנדיקע פֿליגעלעך און זילבערנע פּאַנטאָפֿעלעך זענען באָנטשען אַנטקעגנגעלאָפֿן מיט שׂימחה! דער גערױש פֿון די פֿליגל, דאָס קלאַפּן פֿון דע פּאַנטאָפֿעלעך און דאָס פֿרײלעכע לאַכן פֿון די יונגע, פֿרישע, רױזיקע מײַלעכלעך האָט פֿאַרפֿולט אַלע הימלען און איז צוגעקומען ביז צום כּסא-האַקאָװעד, און גאָט אַלײן האָט אױך שױן געװוּסט, אַז באָנטשע שװײַג קומט! אבֿרהם אָבֿינו האָט זיך אין טױער פֿון הימל געשטעלט, די רעכטע האַנט אױסגעשטרעקט צום ברײטן „שלום עליכם“ און אַ זיסער שמײכל שײַנט אַזױ העל אױף זײַן אַלטן פּנים! װאָס רעדלט אַזױ אין הימל? דאָס האָבן צװײ מלאָכים אין גן-עדן אַרײַן פֿאַר באָנטשעס װעגן אַ גינגאָלדענע פֿאָטערשטול אױף רעדלעך געפֿירט! װאָס האָט אַזױ העל געבליצט? דאָס האָט מען דורכגעפֿירט אַ גאָלדענע קרױן מיט די טײַערסטע שטײנער געזעצט! אַלץ פֿאַר באָנטשען! נאָך פֿאַרן פּסק פֿון בית-דין של מעלה? פֿרעגן די צדיקים פֿאַרװוּנדערט און נישט גאָר אָן קינאה. 4 – אָ! ענטפֿערן די מלאָכים, דאָס װעט זײַן אַ פּראָסטע פּוסטע פֿאָרמע! קעגן באָנטשע שװײַג װעט אַפֿילו דער קטיגור קײן װאָרט אין מױל נישט געפֿינען! די „דיעלע“ װעט דױערן פֿינף מינוט! – איר שפּילט זיך מיט באָנטשע שװײַג! – – _________________ אַַז די מלאָכימלעך האָבן באָנטשען געכאַפּט אין דער לופֿט און אָפּגעשפּילט אים אַ זמר; אַז אבֿרהם אָבֿינו האָט אים װי אַן אַלטן קאַמעראַד די האַנט געשאָקלט; אַז ער האָט געהערט, אַז זײַן שטול איז גרײט אין גן-עדן; אַז אױף זײַן קאָפּ װאַרט אַ קרױן; אַז אין בית-דין של מעלה װעט מען איבער אים קײן װאָרט נישט רעדן – האָט באָנטשע, גלײַך װי אױף יענער װעלט, געשװיגן פֿאַר שרעק! עז איז אים דאָס האַרץ אַנטגאַנגען! ער איז זיכער, אַז דאָס מוז זײַן אַ חלום, אָדער אַ פּראָסטער טעות! ער איז צו בײדע געװױנט! נישט אײן מאָל האָט אים אױף יענער װעלט געחלומט, אַז ער קלױבט געלט אױף דער פּאָדלאָגע, גאַנצע אוצרות ליגן... און אױפֿגעכאַפּט האָט ער זיך נאָך אַ גרעסערער קבצן װי נעכטן... נישט אײן מאָל האָט אים עמעץ פֿאַר טעות צוגעשמײכלט, אַ גוט װאָרט געזאָגט און איבערגעדרײט זיך און אױסגעשפּיגן... מײַן מזל. – טראַכט ער – איז שױן אַזױ! און ער האָט מורא געהאַט די אױגן אױפֿצוהױבן, דער חלום זאָל נישט פֿאַרשװינדן; ער זאָל זיך נישט אױפֿכאַפּן ערגעץ אין אַ הײל צװישן שלאַנגען און עקדעשן! ער האָט מורא פֿון מױל אַ קלאַנג אַרױסצולאָזן, מיט אַ גליד אַ ריר צו טאָן – מען זאָל אים נישט דערקענען און אַװעקשלײַדערן אױף כּף-הקל... ער ציטערט און הערט נישט די מלאָכימס קאָמפּלימענטן, זעט נישט זײער טאַנצן אַרום אים, ער ענטפֿערט נישט אבֿרהם אָבֿינו אױפֿן הערצלעכן „שלום עליכם“, און – געפֿירט צום בית-דין של מעלה – זאָגט ער אים קײן „גוט מאָרגן“ נישט... אױסער זיך איז ער פֿאַר שרעק! 5 און זײַן שרעק איז נאָך גרעסער געװאָרן, אַז ער האָט, נישט װילנדיק, דערזען די פּאָדלאָגע פֿון בית-דין של מעלה. סאַמע אַלאַבאַסטער מיט בריליאַנטן! „אױף אַזאַ פּאָדלאָגע שטײען מײַנע פֿיס!“ – ער װערט אין גאַנצן פֿאַרשטאַרט! „װער װײסט װעלכן גביר, װעלכן רבֿ, װעלכן צדיק מען מײנט... ער װעט קומען – װעט זײַן מײַן פֿינצטערער סוף!“ פֿאַר שרעק האָט ער אַפֿילו נישט געהערט װי דער פּרעזידענט האָט בפֿירוש אױסגערופֿן: „די דיעלע פֿון באָנטשע שװײַג!“ און, דערלאַנגענדיק דעם מליץ יושר די אַקטן, געזאָגט: „לעז, נאָר בקיצור!“ מיט באָנטשען דרײט זיך דער גאַנצער סאַלאָן. עס רױשט אים אין די אױערן. אינעם גערױש הערט ער דאָך אַלע מאָל שאַרפֿער און שאַרפֿער דעם מלאכס מליצס זיס קול װי אַ פֿידל: – זײַן נאָמען – הערט ער – האָט אים געפּאַסט װי צו אַ שלאַנק לײַב אַ קלײד פֿון אַן אַרטיסט אַ שנײַדערס האַנט. װאָס רעדט ער? – פֿרעגט זיך באָנטשע, און ער הערט װי אַן אומגעדולדיקער קול האַקט איבער און זאָגט: – נאָר אָן משלים! – ער האָט זיך קײן מאָל – הײבט װײַטער אָן דער מליץ יושר – אױף קײנעם נישט געקלאָגט, נישט אױף גאָט, נישט אױף לײַט; אין זײַן אױג האָט קײן מאָל נישט אױפֿגעפֿלאַמט קײן פֿונק פֿון האַס, ער האָט עס קײן מאָל נישט אױפֿגעהױבן מיט אַ פּרעטענזיע צום הימל. באָנטשע פֿאַרשטײט װײַטער נישט אַ װאָרט, און דאָס האַרטע קול שלאָגט װײַטער איבער: – אָן רעטאָריק! – איובֿ האָט נישט אױסגעהאַלטן.ער איז אומגליקלעכער געװען – 6 –פֿאַקטן, טרוקענע פֿאַקטן! רופֿט נאָך אומגעדולדיקער דער פּרעזעס. – צו אַכט טאָג האָט מען אים מל געװען – – נאָר אָן רעאַליזם! – אַ מוהל אַ פֿושער האָט דאָס בלוט נישט פֿאַרהאַלטן – – װײַטער!“ – ער האָט אַלץ געשװיגן (פֿירט װײַטער דער מליץ יושר) אַפֿילו װען די מוטער איז אים געשטאָרבן און ער האָט צו דרײַצן יאָר אַ שטיפֿמאַמע באַקומען... אַ שטיפֿמאַמע אַ שלאַנג, אַ מרשעת.... – מײנט מען דאָך אפֿשר פֿאָרט מיך? טראַכט באָנטשע – – אָן אינסינואַציעס אױף דריטע פּערזאָנען, בײזערט זיך דער פּרעזעס. – זי פֿלעגט אים קאַרגן דעם ביסן...אײערנעכטיק פֿאַרשימלט ברױט... האָר-פֿלאַקס פֿאַר פֿלײש... און זי האָט קאַװע מיט סמעטענע געטרונקען – – צו דער זאַך! שרײַט דער פּרעזעס. – זי האָט אים פֿאַר דאָס קײן נעגל נישט געקאַרגט און זײַן ברױן- און-בלױ לײַב פֿלעגט אױסקוקן דורך אַלע לעכער פֿון זײַנע פֿאַרשימלט-צעריסענע קלײדער... װינטער אין די גרעסטע פֿרעסט האָט ער איר באָרװעס אױפֿן הױף האָלץ געהאַקט, און די הענט זענען צו יונג און צו שװאַך געװען, די קלעצלעך צו דיק, די האַק צו שטומפּיק... נישט אײן מאָל האָט ער זיך די פֿיס אָפּגעפֿרױרן, נאָר געשװיגן האָט ער, אַפֿילו זיך פֿאַרן פֿאָטער – – פֿאַרן שיכּור! לאַכט אַרײַן דער קטיגור, און באָנטשען װערט קאַלט אין אַלע אבֿרים – – נישט געקלאָגט, ענדיקט דער מליץ יושר דעם זאַץ. 7 – און שטענדיק עלנט – פֿירט ער װײַטער – קײן חבֿר, קײן תּלמוד-תּורה, קײן חדר... קײן גאַנץ בגד... קײן פֿרײַע מינוט – – פֿאַקטן – רופֿט װײַטער דער פּרעזעס. – ער האָט געשװיגן אַפֿילו שפּעטער, װען דער פֿאָטער האָט'ן שיכּורערהײט אַ מאָל אָנגעכאַפּט בײַ די האָר און אין מיטן אַ שנײענדיקער װינטער-נאַכט אַרױסגעװאָרפֿן פֿון שטוב! ער האָט זיך שנעל אױפֿגעהױבן פֿון שנײ און איז אַנטלאָפֿן װוּ די אױגן האָבן אים געטראָגן... אױפֿן גאַנצן װעג האָט ער געשװיגן... בײַם גרעסטן הונגער האָט ער נאָר מיט די אױגן געבעטלט! ערשט אין אַ שװינדלענדיקער, נאַסער פֿרילינג-נאַכט, איז ער אין אַ גרױסער שטאָט אַרײַנגעקומען, ער איז אַרײַן װי אַ טראָפּן אין אַ ים און דאָך האָט ער די אײגענע נאַכט אין אַרעסט פֿאַרבראַכט... ער האָט געשװיגן, נישט געפֿרעגט פֿאַרװאָס, פֿאַר װען? ער איז אַרױס און די שװערסטע אַרבעט געזוכט! נאָר ער האָט געשװיגן! שװערער פֿאַר דער אַרבעט איז געװען זי צו געפֿינען – ער האָט געשװיגן! באָדנדיק זיך אין קאַלטן שװײס, צוזאַמענגעדריקט אונטער דער שװערסטער לאַסט, בײַם גרעסטן קראַמפּ אין לײדיקן מאָגן – האָט ער געשװיגן! באַשפּריצט פֿון פֿרעמדער בלאָטע, באַשפּיגן פֿון פֿרעמדע מײַלער, געיאָגט פֿון טראַטואַרן מיט דער שװערסטער לאַסט אַראָפּ אין גאַסן טשװישן דראָשקעס, קאַרעטן און טראַמװײס, קוקנדיק יעדע מינוט דעם טױט אין די אױגן אַרײַן – האָט ער געשװיגן! ער האָט קײנמאָל נישט איבערגערעכנט, װיפֿל פּוד לאַסט עס קומט אױס אױף אַ גראָשן, װיפֿל מאָל ער איז געפֿאַלן בײַ יעדן גאַנג פֿאַר אַ דרײַער, װיפֿל מאָל ער האָט שיר נישט די נשמה אױסגעשפּיגן, מאָנענדיק זײַן פֿאַרדינסט; ער האָט נישט גערעכנט, נישט זײַן, נישט יענעמס מזל, נאָר געשװיגן! 8 זײַן אײגן פֿאַרדינסט האָט ער אױך נישט הױך געמאָנט! װי אַ בעטלער האָט ער זיך בײַ דער טיר געשטעלט, און אין די אױגן האָט זיך אַ הינטישע בקשה געמאָלט! „קום שפּעטער“ און ער איז פֿאַרשװוּנדן שטיל װי אַ שאָטן, כּדי שפּעטער נאָך שטילער אױסצובעטלען זײַן פֿאַרדינסט! האָט אַפֿילו געשװיגן, װען מען פֿלעגט אים אָפּרײַסן פֿון זײַן פֿאַרדינסט, אָדער אַרײַנװאַרפֿן אַ פֿאַלשע מטבע!... ער האָט אַלס געשװיגן... – מײנט מען דאָך טאַקע מיך! טרײסט זיך באָנטשע. ________ – אײן מאָל – פֿירט װײַטער דער מליץ יושר נאָך אַ טרונק װאַסער – איז אין זײַן לעבן אַן ענדערונג געשען... עס איז דורכגעפֿלױגן אַ קאָטש אױף גומענע רעדער מיט צעפּלאָשעטע פֿערד... דער שמײַסער איז שױן לאַנג פֿון װײַטנס געלעגן מיט אַ צעשפּאָלטענעם קאָפּ אױפֿן ברוק... פֿון די דערשראָקענע פֿערדס מײַלער שפּריצט דער שױם, פֿון אונטער די פּאָדקאָװעס יאָגן זיך פֿונקען, די אױגן בלישטשען װי ברענענדיקע שטורקאַצן אין אַ פֿינצטערער נאַכט – און אין קאָטש זיצט נישט טױט נישט לעבעדיק אַ מענטש! און באָנטשע האָט די פֿערד פֿאַרהאַלטן! און דער געראַטעװעטער איז געװען אַ ייִד אַ בעל-צדקה און האָט באָנטשען די טובֿה נישט פֿאַרגעסן! ער האָט אים דעם געהאַרגעטנס בײַטש איבערגעגעבן; באָנטשע איז אַ שמײַסער געװאָרן! נאָך מער – ער האָט אים חתונה געמאַכט, נאָך מער – – ער האָט אים אַפֿילו מיט אַ קינד פֿאַרזאָרגט – און באָנטשע האָט אַ ל ץ געשװיגן! 9 – מיך מײנט מען, מיך! באַפֿעסטיקט זיך באָנטשע אין דער דעה, און האָט דאָך נישט די העזה אַן אױג צו װאַרפֿן אױפֿן „בית-דין של מעלה“... ער הערט זיך װײַטער אײַן צום מלאך מליץ: – ער האָט געשװיגן אַפֿילו װען זײַן בעל-טובֿה האָט אין קורצן באַנקראָטירט און אים זײַן לױן נישט באַצאָלט... ער האָט געשװיגן אַפֿילו װען דאָס װײַב איז פֿון אים אַנטלאָפֿן און איבערגעלאָזט אים אַ קינד פֿון דער ברוסט... ער האָט געשװיגן אַפֿילו מיט פֿופֿצן יאָר שפּעטער, װען דאָס קינד איז אױסגעװאַקסן און גענוג שטאַרק געװען – באָנטשען אַרױסצוּװאַרפֿן פֿון שטוב... – מיך מײנט מען, מיך! פֿרײט זיך באָנטשע. _____________ – ער האָט אַפֿילו געשװיגן – הײבט אָן װײכער און טרױעריקער דער מלאך מליץ – װען דער אײגענער בעל-טובֿה האָט זיך מיט אַלע אױסגעגלײַכט, נאָר אים קײן גראָשן סחירות נישט צוריקגעגעבן – און אַפֿילו דעמאָלט, װען ער איז באָנטשען (װײַטער פֿאָרנדיק אױף אַ קאָטש מיט גומענע רעדער און פֿערד װי לײבן) איבערגעפֿאָרן.... ער האָט אַלץ געשװיגן! ער האָט אַפֿילו דער פּאָליצײ נישט געזאָגט, װער עס האָט אים צורעכטגעמאַכט... ___________ ער האָט געשװיגן אַפֿילו אין שפּיטאָל, װוּ מען מעג שױן שרײַען! ער האָט געשװיגן אַפֿילו װען דער דאָקטאָר האָט אָן פֿופֿצן קאָפּעקעס נישט געװאָלט צוגײן צו זײַן בעט, און דער װעכטער, אָן פֿינף קאָפּעקעס – טױשן אים די װעש! 10 ער האָט געשװיגן בײַם גוססן – ער האָט געשװיגן בײַם שטאַרבן!.... קײן װאָרט קעגן גאָט, קײן װאָרט קעגן לײַט! – דיקסי! __________ באָנטשע הײבט אָן װײַטער צו ציטערן אױפֿן גאַנצן לײַב. ער װײסט אַז נאָכן מליץ יושר גײט דער קטיגור! װער װײסט װאָס דער װעט זאָגן! באָנטשע אַלײן האָט זײַן לעבן נישט געדענקט. נאָך אױף יענער װעלט האָט ער יעדע מינוט די פֿריִערדיקע פֿאַרגעסן... דער מלאך-מליץ האָט אים אַלץ דערמאָנט....װער װײסט װאָס דער קטיגור װעט אים דערמאָנען! – רבותי! הײבט אָן אַ שאַרף-שטעכנדיק-בריִענדיק קול – נאָר ער האַקט אָפּ – – רבותי, הײבט ער נאָך אַ מאָל אָן, נאָר װײכער און האַקט װײַטער אָפּ. ענדלעך הערט זיך, פֿון דעם אײגענעם האַלדז אַרױס, כּמעט אַ װײך קול: – רבותי! ער האָט געשװיגן! װעל איך אױך שװײַגן! עס װערט שטיל – און פֿון פֿאָרנט הערט זיך אַ נײַע װײכע ציטערדיקע שטימע: – באָנטשע, מײַן קינד באָנטשע! רופֿט אים װי אַ האַרפּע... מײַן האַרציק קינד באָנטשע! אין באָנטשען צעװײנט זיך דאָס האַרץ...ער װאָלט שױן אַצינד די אױגן געעפֿנט, נאָר זײ זענען פֿאַרפֿינצטערט פֿון טרערן... עס איז אים אַזױ זיס-װײנענדיק קײן מאָל נישט געװען... „מײַן קינד,“ „מײַן באָנטשע“ – זײַט די מוטער איז געשטאָרבן, האָט ער אַזאַ קול און אַזױנע װערטער נישט געהערט – – מײַן קינד! פֿירט װײַטער דער אַבֿ-בית-דין – דו האָסט אַלץ געליטן און געשװיגן! עס איז נישטאָ קײן גאַנץ גליד, קײן גאַנץ 11 בײנדל אין דײַן לײַב אָן אַ װוּנד, אָן אַ בלוטיק אָרט, עס איז נישטאָ קײן אײן באַהאַלטן אָרט אין דײַן נשמה, װוּ עס זאָל נישט בלוטן... און דו האָסט אַלץ געשװיגן... דאָרט האָט מען זיך נישט פֿאַרשטאַנען דערױף! דו אַלײן האָסט גאָר אפֿשר נישט געװוּסט, אַז דו קענסט שרײַען, און אַז פֿון דײַן געשרײ קענען יריחו ס מױערן ציטערן און אײַנפֿאַלן? דו אַלײן האָסט פֿון דײַן פֿאַרשלאָפֿענעם כּוח נישט געװוּסט... אױף יענער װעלט האָט מען דײַן שװײַגן נישט באַלױנט, נאָר דאָרט איז דער עולם-השקר, דאָ, אױפֿן עולם-האמת װעסטו דײַן לױן באַקומען! דיר װעט דאָס בית-דין של מעלה נישט מישפּטן, דיר װעט עס נישט פּסקענען. דיר װעט עס קײן חלק נישט אױס-און נישט אָפּטײלן: נעם דיר, װאָס דו װילסט! אַלעס איז דײַן! באָנטשע הײבט דאָס ערשטע מאָל די אױגן אױף! ער װערט װי פֿאַרבלענדט פֿון דער ליכט פֿון אַלע זײַטן. אַלעס בלאַנקט, אַלעס בלישטשעט, פֿון אַלעס יאָגן שטראַלן: פֿון די װענט, פֿון די כּלים, פֿון די מלאָכים, פֿון די דינים! סאַמע ענגלען! ער לאָזט די מידע אױגן אַראָפּ! טאַקע! – פֿרעגט ער מסופּק און פֿאַרשעמט. – זיכער! – ענטפֿערט פֿעסט דער אַבֿ-בית-דין! זיכער, זאָג איך דיר, אַז אַלעס איז דײַן. אַלעס אין הימל געהער צו דיר! קלײַב און נעם, װאָס דו װילסט, דו נעמסט נאָר בײַ דיר אַלײן! – טאַקע? פֿרעגט באָנטשע נאָך אַ מאָל, נאָר שױן מיט אַ זיכערן קול. טאַקע! טאַקע! טאַקע! – ענטפֿערט מען אים אױף זיכער פֿון אַלע זײַטן. 12 – נו, אױב אַזױ – שמײכלט באָנטשע – װיל איך טאַקע אַלע טאָג, אין דער פֿרי אַ הײסע בולקע מיט פֿרישער פּוטער! דינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט; דער קטיגור האָט זיך צעלאַכט. Copyright © 2007 Leonard Prager All Rights Reserved