לדלג לתוכן

באַניצער:Zofthej/זכרונות מרת גליקל האמיל

פֿון װיקיביבליאָטעק

דאס בוך איז פאראן אויפן פאלגענדן לינק: https://archive.org/details/zikhronotmaratgl00glueuoft/page/n83/mode/2up

ספר ראשון

[רעדאַקטירן]
שנת תנ"א אתחיל לכתוב זה מרוב דאגות וצרות ומכאובי לב וויא ווייטר פולגין ווערט, וה' ישמחנו כימות ענותינו וישלח משיחינו וגואלינו במהרה אמן.

כל מה שברא הקב"ה לא ברא אלא לכבודו, והעולם בחסד יבנה מיר ווישין דאז המקום ב"ה וב"ש אליש בישאפין אונ' גיטאן מיט אייטיל חסד ורחמים כי המקום ב"ה האט ניט ניטיג אייניש פון זיין בישעפניס, אביר דאש הש"י זוא פיל ארלייא האט בישאפין איזט אליש צו זייניר גרושי ער אונ' האט אליש מיט חסד ורחמים בישאפין דאז עש אונש זינדיגע מענשין אליש צו גוטץ קומט, דאן אליש וואז בישאפין איזט קומט אונש מענשין אליש צו גוטצין, דאז מיר מענשין שונט ניט ביגרייפין אודיר ביטראכטין קענין, אליש וויא דוד המלך ע"ה גיפראגט האט וואור צו איין נאר אונ' איין וועשפא אונ' איין שפין איזט בישאפין ווארדין, דען איהם האט גידאכט וואז קומין דיא דרייארלייא צו גוטץ אין דער וועלט, אביר ער איזט ענטליך גיוואר ווארדין דאז איהם זעלבירט אלי דרייארלי זענין צו גוטץ קומין אונ' איהם זיין חיות גאט צו פאר ערהאלטין אלש וויא אין ספר מלכים בישריבן איזט, ווער ווישין וויל קאן אין עשרים וארבע לייאין, נון איזט אויך ווישיקליך וויא פיל טריפזאל אילינד ווידרווילין דאז מיר זינדיגי מענשין אין דיזיר פרגענקליכי וועלט האבין צו דעם פינדין מיר וויא פיל פרוימי לייט זיינין אין דער וועלט דיא עש גאר איבל גיט אונ' בעולם הזה גאר אילינדליך לעבן, קיגן דעסין פינדיט מאן ווידרום כמה רשעים דיא אין גרויש וואול טעגין אונ' עשירות לעבן אונ' עש גיט אינין איר קינדר גאר וואול, דאר עש נעביך דען גירעטין גאטישפערכטיג גאר איביל אים אונ' זייני קינדיר גיאט נון וואלטין מיר אונז גידאנקין מאכין וויא קאן דאז זיין גאט דער אלמעטיגי איזט יוא איין גירעכטער ריכטיר, איך האב מיר אביר גידאכט גם זה הבל דען דיא מעשים פון הש"י ב"ה זענין און מיגליך אויז צו טראכטין אודיר אויז צו גרינדין, משה רבינו ע"ה האט עש גערין וואלין אונ' גיזאגט "הודיעני נא את דרכיך", אביר דאך ניט דאר צוקומין, דארום זאלין מיר דאז ניט טראכטין דיזיש איזט עכ"פ גוויש דאז דיזיר עולם איזט פון ניקש אנדרשט וועגין ווארין בישאפין אליש פון עולם הבא וועגין, אונ' דארום האט אונש המקום ב"ה אך ברוב חסדיו אין דיזין עולם בישאפין דער ניקש און פאר גענקליך איזט, זוא מיר נון וואול טון אונ' אונזרין גרוישן הערין ואול דינין ברענגט ער אונש און ערגענקליך איניז איביגי אויז דער בשוועהרליכי מיא זעליגי וועלט אין אייטיל רויאינג אונ' זעניפטקייט אונ' בישטיט אל אונזירא איבל אונ' וואוללעבן אין דיזיר וועלט נור אויף איין קלייני צייט דאז מענשין לעבין איזט גיזעצט שבעים שנה וויא בלד זיין דיא הין, וויא פיל הונדירט טויזינר מענשין זענין דיא לנג דאר צו ניט גרייכין, אביר עולם הבא דאז איביג אונ' אימיר גיווערט, "ומה רב טובך אשר צפנת ליראך", וואול דעם דער המקום ב"ה שכר גיבט בעה"ב דער איביג אונ' ניט פאר גענקליך איזט, דען אלי צער זורג אונ' פורענות דיא דער מענש אויף דיזיר וועלט האט איזט נאר איין צייט לנג, ווען דער מענש נאך אל זיין צרות אונ' אלי לייט אונ' אליש ווידר ווערטיגי אויז גישטאנדין האט אונ' זיין שעה איזט אויז גילאפין דאז ער שטערבין זאל, אלזו שטערבט ער מיט דענין אלי צו גלייך וועלכי כל ימיהם אין גרוישן וואול לושט גילעבט האבין, אדרבה יענער אביון דער נעביך זיין טאג אין צרות אונ' לייט האט צו גיבראכט בוודאי שטערבט ער גירושט, דען על אותו יום קויתי ער איזט נעביך אלי יום גישטארבין, אלזו האט ער אלי צייט זיין הבטחה להמקום ב"ה גיהאבט דאז ער איהם ווערט בעה"ב בעשיר גין, אונ' האט אין זיין הוה אמינא דאז ער אצל המקום ב"ה איין גרוישן חוב האט, דאן אל זיין תענוגים אונ אל זיין תנחומה בעה"ז איזט אליש אויף עולם הבא - "מתי אבוא ואראה פני אלהים". אלזו האלט איך לפי קט שכלי דאז עש אים ניט זוא שוואר אונ' אין אונ גידולט אן קומט משא"כ אביר דער רייכי רשע דער אל זיין וואול לושט מיט גוט אונ' געלט גינומין האט אונ' זיכט ניקש אנדרשט פאר זיך אלז אליש גוטץ, עש גיט איהם אונ' זיין קינדיר גנץ וואול עש הינדרט איהם ניקש, אביר ווען דען זיין צייט אך קומין טוט דאז ער זאלי פון דיזיר וועלט הין וועק גיהן, דאס ער ווייס וואז פאר לושט אונ' פרייד אונ' גוטיש ער אין דיזיר וועלט גיהאבט ובפרט וואן ער זיך ווערט בפינדין אונ' אין זיין לעטשטין ביטראכטין וואז פאר גוטיש אליש איהם הש"י אין דיזיר וועלט האט גיגעבין, אונ' ער דען העכשטין ניט רעכט מיט גדינט אונ' זיין גבאות ניט רעכט פאר זעהן בוודאי ווען ער גידענקט פון אל זיין רייכטום הין וועק צו גיהן אונ' צו שיידין פון דיזר וועלט אונ' צו גין אין דער אנדרי איביגע וועלט דאז ער מוז זיין גבאות נידר ליגין אונ' חשבון געבין וויא ער זיך בעה"ז פאר האלטין האט, אלזו איהם דיא רייז פיל שוואריר אונ' זויאריר אן קומט אליש דען אביונים נעביך, מה לי להאריך מיין ליבי קינדיר.

איך האבי דיזוש אן גיפאנגין בס"ד צו שרייבין נאך דען טוט אייער פרומין פאטיר דאז עש מיר איזט גיוועזין לקצת לנחת רוח, ווען מיר דיא מאלקולישי גידאנקין זיינען גיקומין אונ' פון שווארי דאגות שהיינו כצאן בלא רועה אונ' מיר אונזרין גיטרייאין הירטן האבין פר לאהרין, אלזו איך מעניכי לילה שלאף לאז צו גיבראכט אונ' איך ביזורגט דאז איך ח"ו אין מאליקולי גידנקין זולטי קומין, אלזו איך אופט בלילה אויף גישטאנדין אונ' דיא שלאף לוזין שעות דאר מיט צו גיבראכט, מיין ליבי קינדר איך בין אך ניט אויזן אייך איין ספר מוסר צו מאכין אונ' צו שרייבין, איך בין ניט קפאביל דאר צו דעם זענין אונזרי חז"ל דיא כמה וכמה ספרים פון גימאכט האבן, אונ' מיר האבין תורתינו הקדושה דאר מיר אליש אויז זעהן אונ' ביגרייפין קענין וואז אונז ניצליך איזט, אונ' פון עה"ז לחיי עה"ב ברענגיט אונ' אן אונזיר ליבי תורה קענין מיר זיך פאשט האלטין למשל עש איזט איין שיף מיט לייט אים ים גיפאהרין האט אייניר אויף דען בארטין פון שיף גאנגין אונ' זיך זער אין ים אניין גיבוקט איזט ער אין ים היניין גיפאלין אונ' ווער פאר זאפין, דער שיפיר האט דאז גיזעהין אונ' כמה שטריק צו גיווארפין אונ' מזהיר גיוועזין זאל זיך פאשט אן דיא שטריק אן האלטין זוא ווערט ער ניט פאר זויפין, אלזו מיר זינדיגי מענשין זענין אין דיזר וועלט גלייך אליש ווען מיר אין ין שווימיטין, מיר ווישין אונש יוא קיין רגע עין זיכיר דאז מיר ארזויפין, אביר גאט דער אלמעטיגי דער אונז מיט חסד ורחמים בישאפין גנץ אהן זינד מיר זולטין זיין, אביר מפני חטא של אדם הראשון האט דער יצר הרע בעו"ה אן אונש שולט גיוועזין, נון האט המקום ב"ה בישאפין כמה חיילות מלאכים אלי טון רצונו של המקום ב"ה אונ' האבין קיין יצר הרע במילא טונין זיא אליש גוטיש הייסט זיא ניקש, נאך האט המקום ב"ה בישאפין בהמות וחיות ועופות ושארי בישעפניש, דיא האבין אייטיל יצר הרע אונ' ווישין פון קיין גוטיש צו טוהן, נון האט המקום ב"ה אונש מענשין בצלמו בישאפין אונ' האבין שכל אליש דיא מלאכים, אביר אונז מענשין דיא ברירה גיגעבין דאז מיר מיגין טון וואז מיר וואלין ביז ח"ו אודיר גוטיש, אביר דער גרוישי גינעדיגי גיטיגיר גאט מיט זייני גרושי בארימהערציגקייט האט אונז שטריק אויז גיווארפין וואוראן מיר זיך פאשט האלטין זאלין דאז איזט תורתינו הקדושה דיא אונש אויף אלין מזהיר איזט דאז מיר ניט פאר זויפין אונ' גיזאגט וויא וואול מיר מאכט האבין וואז מיר וואלין אביר אין אונזיר ליבי תורה אליש גישטעלט דאז מיר זולין פרום זיין אונ' טון אליש גוטיש אליש דיא מלאכים אונ' אין דער תורה אן גישריבן דען שכר אונ' עונש פון מצות אונ' עבירות "ובחרת בחיים", ח"ו דאז מיר אונזיר בישעפיר ניט זולטין דינין אונ' זולטין נאך אונזיר ביזין הערטצין לושטין לעבין אליש וויא דאז און פארניפטיגי פיך, דאז קיין שכר אודר עונש ניט בעה"ז אודיר בעה"ב האט, ווען מיר ח"ו זוא טעטין זוא ווערין מיר פיל ערגיר אליש דיא בהמות, דען דיא בהמה פאלט נידיר אונ' שטערבט הויף קיין חשבון צו געבין אביר דער ארמי מענש זוא בלדי ער שטירבט מוז ער חשבון געבין פאר זיין בישעפיר, וואול נון צו אונז מענשין דא מיר אונזיר חשבון היפש פערטיג מאכין דארווייל מיר נאך לעבין, דהיינו מיר ווישין וואול דאז מיר זינדיג זיינין אונ' דער יצר הרע אן אונש שולט איזט "כי אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא" אלזו זאל זיך דער מענש נוהג זיין, זוא בלדי ער איין קלייני אודיר גרושי עבירה גיטאן דאר קיגין מתחרט צו זיין אונ' תשובה צו טוהן וויא אונזרי חכמי מוסר גישריבן האבין כדי דאז דיא עבירה אויז זיין פנקס גימעקט ווערט אונ' אליש דען אפי' מצות דארפיר אן גישריבן ווערין אביר ווען דער זינדיגי מענש זוא הין לעביט אליש דיא בהמה אונ' קיין גוטיש אונ' אפילו אליש ביז טוט אונ' אין זייני זינדין אלזו הין שטערביט אוי וויא ווערט ער אויף יעניר וועלט זיין בוך מיט אייטיל חובות וועלכיש דיא עבירות זיין גפינדין אונ' קיגן איבר אויף דען בלאט דאר דער פרעון ביליך זולט שטין דאז איזט תשובה ומעשים טובים איזט עש לידיג אלזו בלייבשטו זינדיגר מענש אליש חייב אונ' וואור מיט ווילשטו דיינין בישעפיר ביצאלין דער דיך זוא טרייאליך האט לאזין ווארנין, נון וואז זאל איך אלי צרות אונ' ענוים שרייבן דיא דער זינדיגי מענש מוז אויז שטיהן, אונ' מיט וואש אנגשט אונ' ביטרי נויט אונ' קוואל אונ' וויא לנג ער איבר זיין חובות בעה"ב צו ביצאהלין האט, דאר דאך הש"י ב"ה זוא דארבארמיג איזט אונ' נעמיט פון אים זייני חובות אפ אויף דיזיר וועלט ווען דער מענש אים איינציג ביצאהלט דהיינו דאז ער תשובה תפילה צדקה אונ' מעשים טובי' היפש איינציג ווייז טוט זוא קאן ער זיין חובות בעה"ז ביצאהלן דען גאט ביגערט ניט מאן זאל זיך מיט דער תשובה אומש חייות ברענגין, ניין אליש היפש וויא אונזרי חכמי' גישריבן אונ' אין אונזיר תורה שטיט אונ' וואן דער מענש דען זולכיש טוט זוא מאכט ער זיין פנקס קלאר אויף זידין עולם זוא האט ער בעה"ב קיין פאר ווארנין חשבון אונ' קאן אליש דען מיט פריידין צו זיין בישעפיר קומין, דען דער גרושי גאט איזט בארימהערטציגף וואז איזט הש"י זונשטין אן גילעגין אויב דער מענש גוט אודיר ח"ו ביז איזט אך ורק מרב צדקותיו ומדותיו הרחמים האט ער אונש דאס גיטאן כרחם אב על בנים, מיר זענין זייני קינדר, המקום ב"ה האט רחמנות איבר אונש, ווען מיר נור זעלבירט וואלין מיר ביטין כרחם אב על בנים, ח"ו ווען זיך המקום ב"ה ניט זולט יותר מרחם איבר אונש זיין אלש עלטירן איבר קינדר, דען איין מענש ווער איין ביז קינד האט טוט בייא איהם אונ' העלפט איהם ב' ג' פעמים ענטליך ווערט איין מענש אליש מיד אונ' פאר שטוסט זיין ביז קינד פון זיך אונ' לאט עש גיהן ווען ער אך

בלאט 7