א פורים ליד
מראה
פֿון אַ לאַנד אַ ווייַטן,
ברענג איך אייַך אַ גרוס:
אויפֿן פֿערד זיצט מרדכי,
המן גייט צופֿוס.
אסתר איז די מלכה
פֿונעם רייַכן לאַנד.
זי טראָגט די שענסטע קליידער
פֿון טיַיערסטן געוואַנט.
פֿון לייַנען דין און פּורפּל,
און פֿון קלאָרן וואָל.
(ניט געוואוסט פֿון רעיאָן האָבן זיי אַמאָל).
אין שושן, ביַי די יידן,
איז אַ גרויסע פֿרייד.
פֿייַערן דעם פּורים
זיַינען אַלע גרייט.
זיי לאַכן פֿונעם רשע
ווען ער גייט פֿאַרבייַ.
און עסן זיסע קיכלעך,
וואָס האָבן שפּיצן דרייַ.
געלייענט אין מגילה
האָב איך דאָס אַלץ אַליין.
(אויב עס איז ניט אמת, איז עס אָבער שיין).