לדלג לתוכן

א מעשייה'לה א שיינע

פֿון װיקיביבליאָטעק

א מעשהלה א שיינע א מעשהלה א שיינע


כ'האב א מעשהלה א שיינע פאר די קינדער מיינע קליינע זייט ז'ה קינדער שטיל און שא ז'איז מיין מעשייה'לה אזא זייט ז'ה קינדער שטיל און שא ז'איז מיין מעשייה'לה אזא

ערגעץ וייט, וייט פון דאנען צוצוקומען נישט מיט באנען נישט מיט באנען, נישט מיט פערד ערגעץ אויף א וייטער ערד

און א טאל איז דארט געפונען און אין טאל איז דארט גערונען ווי א שנירל ווייס און גלייך ווייס און גלייך א קליינער טייך ווי א שנירל ווייס און גלייך ווייס און גלייך א קליינער טייך

און ביים טייך ביי ביידע ברעגן זיינען שטיבלעך דארט געלעגן שטיבלעך גאסן און א מארק און ביים זייט פון מארק א בארג

און די גויים און די יידן זיינען דארט געלעבט צופרידן ווער אין מי און ווער אין נויט יעדער האט געזיין זיין ברויט ווער אין מי און ווער אין נויט יעדער האט געהאט זיין ברויט