לדלג לתוכן

א מעשה פון סלאנימער חסיד

פֿון װיקיביבליאָטעק



געזונגען דורך יום טוב עהרליך


ואהבת לרעך כמוך א מעשה'לע פון א סלאנימער חסיד

1

ר' יום טוב ערליך תרע"ה - תשמ"ט

איז א סלאנימ'ער חסיד געקומען צו גיין
און זיין רבי'ן גיט פארשטיין
א געשעפט מיט סחורה איז ביי איהם
שטענדיג אפן איז מיין טיר
אלע אידן קויפן ביי מיר
פרנסה האב איך פיין ברוך השם

אין געשעפט קום איך נעכטן מיר
און דערזע פונקט ביי מיין טיר
נאך א געשעפט מיט סחורה אן א שיעור
אן עהרלעכער איד אן עהרלעכע פרוי
און די סחורה פונקט גענוי
און עס האט פארדראסן מיר אזוי

איך ווייס גוט אז מיין גאנצע סחורה
באלאנגט אינגאנצן צו דעם בורא
און איך בין דאך אנגעשטעלט ביי איהם
און מיין געלט און מיין עשירות
דאס איז מער ניט ווי מיין שכירות
פאר מיין ארבעט צאלט מען אפ מיט דעם

בעט איך רבי גיט א ברכה
פאר מיר און פאר מיין משפחה
עס זאל אונז נישט פארדריסן, ניט זיין שווער
ווען אונזערע נייע שכנים
וועלן צונעמען אונזערע קונים
און אפילו לייזן פון מיר מער

דער רבי וואונשט איהם גליק
דער חסיד פארט צוריק

2

דער חסיד קומט אהיים צוריק
און זיין פנים שיינט פון גליק
דעם רבי'נס ברכה געהאלפן האט אסאך
קונים פעלן אלע טעג
די פרנסה גייט אוועק
און דער איד עס הארט איהם ניט קיין זאך

אבער טיף אין זיין געדאנק
עפעס טוט אביסל באנג
און ער האט געדאנקען אן א עק
דאס עס הארט אים נישט די זאך
מיינט איהם גארניט, זייער שוואך
און צום רבי'ן פארט ער גלייך אוועק

רבי איך האב אייער ברכה
און עס איז מיט גרויס הצלחה
איך בין דער גרעסטער גוטער פריינט מיט אים
איך מיין אבער איך בין ניט יוצא
און איך בעט אצינד אן עצה
דער רבי זאל מיר בענטשן נאך מיט דעם

אז ווען דער איד וועט עפעס לייזן
זאל ביי מיר אינגאנצן הייסן
פונקט ווי מען וואלט קומען צו מיין טיר
און איך זאל זיך מיט דעם פרייען
וואס צו איהם פיל קונים גייען
פונקט ווי מען וואלט קומען נאר צו מיר

דער רבי וואונשט איהם גליק
און דער חסיד פארט צוריק

3

עס האט נישט געדויערט לאנג
דער חסיד טוט נאך אלץ באנג
און צום רבי'ן לויפט ער הין און הער
פרייען זיך איז נישט קיין זאך
ער דארף זיך פרייען מער אסאך
וואס זיין שכן לייזט פון איהם פיל מער

דער רבי בענשט איהם שטילערהייט
דעם חסיד'ס הארץ איז פוהל מיט פרייד
עס פלעגט א קונה קומען צו זיין טיר
פלעגט ער זאגן גוטער פריינט
איך האב שוין געלייזט פאר היינט
גייט אריין צום שכן נעבן מיר

און אדורך א צוויי דריי יאהרן
זיין שכן איז דאך רייך געווארן
ארויסגעפארן אין א גרויסע שטאט
זיין געשעפט איבערגעגעבן
צו דעם חסיד וואס דערנעבן
פאר א קלייניגקייט פארקויפט איהם האט

עס איז געווען א שעת הכושר
און דער חסיד ווערט א עושר
און קיין צער שוין קיינמאל נישט געזען
צדקה אן א שיעור געגעבן
די רעכטע האנט געווען ביים רבי'ן
און אין הימל חשוב שטארק געווען