לדלג לתוכן

א מעשהלע פון ר' אהרן הגדול

פֿון װיקיביבליאָטעק


געזונגען דורך יום טוב עהרליך


  • נאך גארניט געלערנט
  • א מעשה'לע פון ר' אהרן הגדול

1

ר' יום טוב ערליך תרע"ה - תשמ"ט

ר' אהרן הגדול האט זיך אויפגעכאפט
פון ליכטיגן דביקות ארויס
עמעצער האט פלוצלינג שטיל אנגעקלאפט
אין פענסטער ביי איהם אין זיין הויז

ער הויבט אויף זיין קאפ פון דעם ספר און רעדט
שטילערהייט פונקט ווי צו זיך
ווער קלאפט עס אין פענסטער ביינאכט אזוי שפעט?
ענטפערט איהם עמעצער איך

ר' אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ
ווארפט אויפן ספר די אויגן אראפ
און שווימט זיך אוועק אין דעם ליכטיגן הייליגן ווייטן אין סוף
א לעבן וואס עס איז נישט וואך, און עס איז ניט אין שלאף

2

ווידער האט עמעצער שטיל אנגעקלאפט
אין פענסטער ביי איהם אין זיין הויז
ווידער האט ער זיך געשווינד אויפגעכאפט
ווידער פון דביקות ארויס

ווידער ער הויבט אויף זיין קאפ און ער רעדט
שטילערהייט פונקט ווי צו זיך
ווער קלאפט עס אין פענסטער ביינאכט אזוי שפעט
ענטפערט איהם עמעצער איך

ר' אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ
ווידער ער לאזט זיינע אויגן אראפ
און ווידער ער שווימט זיך אוועק אין דעם ליכטיגן הייליגן ווייטן אין סוף
א לעבן וואס עס איז נישט וואך, און עס איז ניט אין שלאף

3

ליגט אינדרויסן א פינסטערע נאכט
פון איין פענסטער זעט מען א שיין
עמעצער שטייט ביי דעם פענסטער און ווארט
ר' אהרן לאזט איהם ניט אריין

ער קלאפט און ער קלאפט און ר' אהרן פרעגט ווער
און מען ענטפערט שטענדיג איהם, איך
ר' אהרן גיט זיך נישט אפילו קיין קער
און ווערט גלייך פארנומען מיט זיך

שווער איז פארשטיין וואס דער צדיק עס טראכט
וואס ארבעט אויף חסד בייטאג און ביינאכט
און האט דאך פיל צענדליגער טויזנטער גרויסע בעלי תשובות געמאכט
זאל לאזן א איד שטיין אליין אין דער פינסטערער נאכט

4

פלוצלינג עס גיט זיך ר' אהרן א וועק
און צום פענסטער גייט ער צו גיך
ווער קלאפט עס דארטן גיט ער א פרעג
ענטפערט איהם עמעצער, איך

ווער איז דער איך, פרעגט ר' אהרן ביי איהם
זאגט עס איהם אויס יענער זיין שם
מיר זיינען ביים מגיד געזעצן ניט לאנג
חברים געווען אויף איין באנק

איך פאר שוין אהיים פון דעם מגיד צוריק
און וויל נאר אריינגיין צו דיר אויף א בליק
איך וויל אז דו זאלסט מיר היינט ווינטשן הצלחה אין לעבן און גליק
איידער איך קער זיך באלד אום אין מיין שטעטל צוריק

5

זאגט איהם ר' אהרן אזוי שטילערהייט
עס איז מיר באמת א פרייד
דו פארסט שוין אהיים הער איך פון דיינע רייד
איך מיין אבער, דו ביזט ניט גרייט

איך פרעג דיר ווער קלאפט, און דו ענטפערסט מיר איך
זאג צו דו ביזט געווען גערעכט
ווי קאן עס א מענטש זאגן אזוי אויף זיך
צו האסט עס ביים מגיד געהערט

מיר האבן געלערנט קיין איך איז ניטא
נאר איין אנכי אין הימל איז דא
און דער וואס עס האלט זיך אז ער איז א איד און איז ווערט עפעס פאָרט
קאן דער באשעפער נישט וואוינען מיט איהם אויף איין ארט

א קרעכץ האט זיך אונטערן פענסטער דערהערט
יע, זאגט דער איד דארטן, אהרן ביזט גערעכט
איך האב זיך נאך גארניט געלערנט ביים מגיד און גארניט געהערט
און ער האט זיך תיכף צום מגיד צוריק אומגעקערט