לדלג לתוכן

א מעשהלע פון סאסאווער

פֿון װיקיביבליאָטעק


געזונגען דורך יום טוב עהרליך


  • דער צדיק וואו איז?
  • א מעשה'לע פון סאסאווער

1

ר' יום טוב ערליך תרע"ה - תשמ"ט

איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
זיצט זיך דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו

איך האב געטאהן דא פארביי גיין
און דערהערט ס'האט א געוויין
איך קום אריין, איך קוק זיך איין, ליגט א קינד אליין

עס האט די אויגעלאך פארמאכט
און די מאמע האט געטראכט
איינס און צוויי, טאן א גיי, הערן כל נדרי

אין שוהל, איז פוהל, און שפעט איז שוין די שעה
און דארט, אויף זיין ארט, דער צדיק איז ניטא
דער טאג איז אוועק
א אומעט א פחד א שרעק
די אויגן ביי אלע מיט טרערעלאך פול
די ערטער זענען שוין אלע פארנומען אין שול
עס פעלט ניט קיין איד אין דער שפעטיגער שעה
נאר דער צדיק דער צדיק נישטא

2

איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
שטייט זיך דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו

ווישט דער צדיק אפ א טרער
וויגט די וויג אהין אהער
שא מיין קינד, שלאף געשווינד, האב קיין מורא ניט

אין שול דיין מאמע אויסגעצירט
שטייט און בעט ביי דעם וואס היט
זאל היטן דיר, זאל היטן מיר, זאל היטן יעדן איד

אין שוהל איז פול, אין פענסטער איז שוין שווארץ
ווער ווייסט, ווער ווייסט, עס קלאפט אזוי די הארץ
וואס איז געשען
נאך קיינמאל אזוינס נישט געזען
קוקן די אויגן צום הימל מיט שרעק
דער צדיק דער צדיק וואו איז ער אוועק
שווימט אויפן הימל א ווייסינקער רויך
אפשר איז ער אין דער הויך

3

איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
שטייט דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו

קוק מיין קינד א ווייסער רויך
ברענגט מלאכים פון דער הויך
און מען זינגט, און מען ווינקט, און מען קוועלט אזוי

זע ווי שפעט איז שוין די נאכט
און דער גאנצער הימל ווארט
דו זאלסט זיין שיין, און איך זאל גיין, זאגן כל נדרי

דער צדיק וויל גיין, מאכט דאס קינד א געוויין
נישט וויין נישט וויין, איך וועל דיר ניט לאזן אליין
גיט זיך דער צדיק א דריי
און צום הימל ער גיט א געשריי
ווי קאן מען א קינד לאזן וויינען אליין
באשעפער הער אויס דיינע קינדערס געוויין
געלאזן אויף הפקר צו שאנד און צו שפאט
מען טאר נישט פארלאזן זיי ג-ט.