א טעאטער פון קבצנים/מאָדערנער אויסלייג

פֿון װיקיביבליאָטעק

אַ טעאַטער פון קבצנים פון טונקעלן, באַזירט אויף "אין גוטן מוט" (1936), וואַרשע, פאַרלאַג "קולט־בוך", מאָדערנער אויסלייג


איך האָב שוין אַ נייע פּיעסע. זי הייסט: „די רוסישע רעוואָלוציע אין קייזערלעכן הויף”. עס גייען שוין די פּראָבן. מאָרגן איז די פּרעמיערע. איך בין טשיקאַווע צו זען, וואָס עס וועט אַרויסקומען.

איך בין זייער טשיקאַווע; מחמת פון דער מינוט, וואָס איך האָב דאָס ווערק אַרויסגעלאָזט פון דער האַנט און פאַר דער צייט וואָס עס זענען אָנגעגאַנגען די הכנות און פּראָבן, זענען אין מיין שטיק געמאַכט געוואָרן עטלעכע קליינע ענדערונגען לויט די אָנווייזונגען פון דעם טעאַטער־דירעקטאָר, רעזשיסאָר, סופליאָר, פון אַלע אַרטיסטן, זייערע קרובים און סתם זייטיקע מענטשן, מבינים און פיינשמעקער.

יעדער איינער האָט בייגעטראָגן זיינע אויסבעסערונגען.

איין שבח מוז מען אָבער זאָגן, אַז די אַלע ענדערונגען זענען געמאַכט געוואָרן מיט מיין הסכמה.

און איך בין נישט ווי אַנדערע דראַמען־שרייבער, וואָס לאָזן מאַכן פון זייערע ווערק וואָס מען וויל; איך לאָז מיך נישט שפּייען אין דער קאַשע. מיין ערשטער באַדינג איז געווען אַז עס זאָל נישט געמינערט ווערן און נישט געענדערט ווערן אַפילו אַ קוצו של יוד. אַזאַ מענטש בין איך. צוליב אַ בוכשטאַב אָדער אַ קאָמאַ בין איך גרייט צו גיין אויף מסירות־נפש... סיידן ס׳געשעט מיט מיין הסכמה.

און אַ מענטש בין איך אַ האַרטער, אַ פּרינציפּיעלער, בפרט, ווען עס האַנדלט זיך וועגן קונסט...

נישט מער, אַ מאָל מוז מען גיין אויף אַ קאָמפּראָמיס.

אָנגעהויבן האָט עס זיך גאָר מיט אַן אומשולדיקער „פּאָפּראַווקע”. דהיינו? איינע פון די אַקטיאָרן, וואָס האָט באַדאַרפט שפּילן די ראָלע פון ענגלישן אַמבאַסאַדאָר ביים קייזערלעכן הויף, האָט געזאָלט רויכערן אַ ציגאַר. אַזוי איז עס געווען אָנגעוויזן אויף מיין פּיעסע.

איינמאָל אויף אַ פּראָבע רופט מיך אָפּ דער דאָזיקער אַקטיאָר אָן אַ זייט און רוימט מיר איין אין אויער מיט אַ קול פול מיט תחנונים:

– פּאַניע פאַרפאַסער, איך, ווי איר קוקט מיך אָן האָב דעם כבוד צו שפּילן אין אייער שטיק די ראָלע פון ענגלישן לאָרד; ווי עס איז אָנגעוויזן אין דעם שטיק, דאַרף איך רויכערן ציגאַרן. האָבן מיר דען אויף ציגאַרן? איך האָב זיך געווענדט צום טעאַטער־דירעקטאָר. זאָגט ער, אַז אונדזער טרופּע קאָן מיר נישט דערלויבן צו רויכערן ציגאַרן. העכסטנס, אויף וואָס איך קאָן זיך דערלויבן, איז צו רויכערן פּאַפּיראָסן. און דאָס – פון דער פירמע „אַוואַנטי”, דריי גראָשן אַ שטיק.

האָב איך נאָכגעטראַכט, נאָכגעטראַכט און צוגעגעבן, אַז מען קאָן ווירקלעך אויסקומען אָן ציגאַרן. אַן ענגלישער אַמבאַסאַדאָר איז נישט חולה צו רויכערן פּאַפּיראָסן „אַוואַנטי”.

אַ צווייט מאָל ווענדט זיך צו מיר אַ צווייטער אַקטיאָר; דער זעלבער וואָס שפּילט די ראָלע פון פינאַנץ־מיניסטער וויטע, און ער האָט צו מיר אויך אַ בקשה:

– אין איין אַקט – זאָגט ער – ווערט אין אייער שטיק אָנגעוויזן, אַז איך באַדאַרף זיך ווייזן אָן אַ ראָק, בלויז אין הוילע אַרבל... פאַרשטייט איר מיך... ביי מיינע קאַפּיטאַלן און די גאַזשע, וואָס איך קריג, מישטיינס געזאָגט, בין איך נישט אימשטאַנד זיך אַלע אָוונט צו באַווייזן אין אַ ווייס העמד. ווער קאָן זיך עס אָננעמען צו וואַשן אַלע חודש אַ העמד? און ווייזן זיך מיט ברודיקע אַרבל איז עפּעס גאָרנישט פּאַסיק פאַר אַ פינאַנץ־מיניסטער... וויל איך טאַקע, איר זאָלט מיר דערלויבן צו טראָגן דעם ראָק... יאָ, און וואָס נאָך וויל איך אייך בעטן. איר זאָלט מאַכן אַזוי, אַז איך זאָל מיין גאַנצע ראָלע דאַרפן שפּילן נאָר מיטן פאָרנט און נישט חלילה מיטן פּלייצע, ווייל אויף די אַקסלען זענען ביי מיר אויסגעריבן גאַנצע לעכער. איבעריקנס, דאָס געהערט שוין צום רעזשיסאָר.

אויך אויף דעם בין איך איינגעגאַנגען; פּשוט. צוליב הומאַניטאַרע מאָטיוון.

די פּרימאַדאָנע פון דער דאָזיקער טרופּע האָט מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין מיין היים און זיך משתדל געווען ביי מיר וועגן אָט וואָס:

די דאָזיקע פּרימאַדאָנע שפּילט אין מיין שטיק די געליבטע פון ראַספּוטינען, די הויפּטדאַמע ווירובאָוואַ; שילדער איך אין מיין שטיק אַ סצענע אין קייזערלעכן פּאַרק, בשעת אַן אָרגיע, ווי ראַספּוטין הוידעט די ווירובאָוואַ אויף אַ הוידלקע. בשעתן הוידען זיך פאַרוואַרפן זיך אירע פיס אַרויף אין דער הויך און עס זעען זיך די זוילן, און זיי, די זוילן, זענען נעבעך געלאַטעט.

– איר פאַרשטייט דאָך? – זאָגט זי – פּאַניע פאַרפאַסער, אַז עס פּאַסט נישט, דאָס פּובליקום זאָל זען אַז ביי דער גרעסטער הויפדאַמע פון קייזערלעכן הויף זענען די זוילן מיט לאַטעס, און די פּיעסע אייערע איז דאָך אַ קינסטלעריש ווערק און נישט קיין שונד.

– בכן?

– בכן? צי קאָן מען נישט די גאַנצע סצענע אַרויסוואַרפן? איך האָב נאָכגעטראַכט, איבערגעלייגט זיך און איינגעשטימט. מילא, וועט זיין אָן דער אָרגיע.

– אַ דאַנק.

עס גייט נישט דורך קיין וואָך און עס קומט צו מיר אַריין דער סטאַר פון דער פּיעסע, בעניע סאָלאָווייטשיק, דער כאַראַקטער־ראָליסט, וואָס שפּילט אין מיין שטיק די ראָלע פון מיניסטער פּלעווע.

– איך האָב – זאָגט ער הער שרייבער, צו אייך אַ וויכטיקן ענין.

– דהיינו?

– איך האָב – זאָגט ער – אַ וואונדערבאַרן מאָנאָלאָג, וואָס מיט אים ענדיק איך יעדע ראָלע וואָס איך שפּיל, עס איז אַ הונדערט־פּראָצענטיקער זיכערער „אָפּלויז”. נאָך אַזאַ מאָנאָלאָג מוז מען אַפּלאָדירן.

– לאָמיר הערן.

ער שטעלט זיך אַוועק אין אַ דראַמאַטישער פּאָזע און דעקלאַמירט:

– אָ ־ אָ! די יודעלע! דאָס קינד פון פאָלק ישראל! אָה, מיין עוויגעס נאַציאָן! דו האָסט אימער געלעבט און וועסט נימאַנד אונטערגיין און וויפיל דיינע פיינדע זאָלען דיך נישט דריקען און שטיקען, וועסטו בלייבן שטאָלץ, ווי אַ פעלז אין דער וויסטע. זאָלען זיי דיר דערקוטשען, די המנס מיט די גראָס־אינקוויזיטאָרען. דו לאַכסט פון זיי כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ!... ווי געפעלט אייך?

– אויסגעצייכנט – האָב איך געזאָגט – אָבער, פּלעווע איז געווען אַ יודאָפאָב, ווי אַזוי זשע קאָן ער זאָגן אַזעלכע ווערטער...

– אַנטשולדיקט – האָט ער געפרעגט – וואָס איז אַזוינס אַ „יודאָפאָב”?

– אַ שונא ישראל.

דער אַרטיסט האָט זיך אַ וויילע פאַרטראַכט און נאָך דעם זיך אָנגערופן:

– פאָב ־ שמאָב; אָבער איך בין דאָך אַ סטאַר און באַדאַרף האָבן אַפּלאָדיסמענטן און קיין גאַזשע נעם איך נישט. איך שפּיל בלויז צוליב קונסט און האָנאָר. באַדאַרף איך אַפּלאָדיסמענטן, צי ניין?

– אָבער, אום גאָטעס ווילן – בעט איך מיך – פּלעווע איז דאָך אַ באַרימטער אַנטיסעמיט, האָט געמאַכט דעם קעשענעווער פּאָגראָם. ווי אַזוי קען ער האַלטן אַזאַ מאָנאָלאָג?

– וועלן מיר אים מגיר זיין. מיר וועלן אים לאָזן זאָגן דעם מאָנאָלאָג פאַרן טויט. ער האָט חרטה און ווערט אַ ייד. נעבן מיר וועט שטיין ד״ר הערצל און איך וועל האַלטן מיין מאָנאָלאָג מיט ליכט־עפעקטן. צום סוף וועל איך ענדיקן מיט מיין באַרימט לידל, וואָס איז מיין „קאָניאָק”.

יודעלע, מיין קרוין, מיין געשעצטעס נאַציאָן!
דו טראָגסט הויך דיין יודישען פאָן.
דו עקזיסטירסט פון אייביק אָן,
צו זיין אַ י איז גאָר אַן אַנטיק,

אַ גרויסעס, וואַרעם גליק,

טאָמער גיט מען דיר אַ דרוק,
און ווערסט פאַרשוואַרצט, ווי אַ טאָטער,
שיצט דיך דיין הימעל־פאָטער
און הערסט דיינע שונאים ווי דעם קאָטער!

איך האָב מיך איבערגעלייגט און מסכים געווען.

– גוט, גוט. מילא אַ סוף זאָל עס נעמען. זאָל מען שוין שפּילן מיין שטיק.

אַוועק אַ חודש צייט פון פּראָבן, נאָך דעם ווער איך פּלוצלינג איינגעלאָדן צום טעאַטער־דירעקטאָר אויף אַ קאָנפערענץ. ער האָט עפּעס צו מאַכן עטלעכע באַמערקונגען:

– דהיינו, וואָס?

– די אַקציע פון דעם שטיק – זאָגט ער – „די פעווראַלסקע־רעוואָלוציע” שפּילט זיך אָפּ אין „זשימנע דוואָרעץ” אום ווינטער־צייט. און דאָס איז אוממעגלעך, מחמת די אַרטיסטן האָבן נישט קיין ווינטערדיקע בגדים.

– איז וואָס זשע טוט מען דערצו?

– מען מוז זען, אַז „פעווראַלסקע־רעוואָלוציע” זאָל פאָרקומען אין תמוז.

פרעג איך דאָך אים:

– היתכן? עס וועט דאָך נישט שטימען מיטן קינסטלערישן אמת?

זאָגט ער:

– אמת, שמעמעס... מען קאָן אַריבערטראָגן די רעוואָלוציע קיין שפּאַניען. בשעת הדחק קאָן מען די גאַנצע אַקציע אַריבערפירן קיין טערקיי, קיין גריכנלאַנד, קיין מעקסיקע, דאָרט קומען אויך פאָר רעוואָלוציעס, אַבי נאָר אין אַ וואַרעמער געגנט.

האָב איך זיך ווידער באַטראַכט און איבערגעלייגט זיך און איינגעשטימט.

– אַ סוף, זאָל מען מאַכן די קליינע ענדערונג, אַבי מען זאָל שוין שפּילן און לאָמיר שוין זען די פרוכט פון מיין שאַפן אויף די ברעטער פון קונסט־טעמפּל.




ס׳איז געקומען די גרויסער טאָג פון דער פּרעמיערע. איך זיץ אין טעאַטער, מיין האַרץ פלאַטערט... וואָס איז געשען? עפּעס דערקען איך נישט מיין ווערק. איך רוף אָפּ דעם טעאַטער־דירעקטאָר אָן אַ זייט און פרעג, וואָס שפּילט מען עס אַזוינס?

– ענטפערט ער מיר: – איר זעט נישט וואָס מען שפּילט? „כאַסיע די יתומה”.

מאַך איך דאָך זייער אַ פאַרוואונדערט פּנים. דערקלערט ער מיר:

– פאַרשטייט איר מיך – זאָגט ער – „כאַסיע די יתומה” איז שוין אַן אויסגעשפּילטע זאַך און אייער שטיק איז אַ נייעס און מען מוז מאַכן פּראָבן, אָבער דאָס טעאַטער איז נישט געהייצט און ס׳איז קאַלט, כאָטש וועלף פאַרטרייב... אַ מער האָבן מיר גענומען און געשטעלט „כאַסיע די יתומה”.