אסטראכאנער נעכט
פֿון רייזל זשיכלינסקי (1910 – 2001)
אַסטראַכאַנער נעכט
דאָ זענען שטערן גרויסע, קלאָרע,
זיכער פֿינקלען זײ אין ווײַסע נעכט באַזונדער:
מיר וועלן זיגן, בײַ אונדז וועט זײַן דער זיג,
שלאָפֿן רויִק אײַן אין אַסטראַכאַן די קינדער.
בײַטאָג רײַסן דאָ ווינטן אַרום איבער די זאַמדן,
פֿאַרשיטן דיר די אויגן, פֿאַרמעקן דײַנע טריט.
אין די אָוונטן לײגן די ווינטן זיך שטיל צו דײַנע פֿיס
און בעטן, גײען אויס נאָך אַ גלעט פֿון דײַנע הענט.
און די וואָלגע, די טאָכטער, וויל מע זאָל זי גלעטן,
קושן, צערטלען אין די ווײַסע נעכט.
בײַטאָג האָבן פֿרויען זיך געבאָדן אין אירע וואַסערן
פֿאַרבענקטע נאָך די מענער, וואָס זענען אויפֿן פֿראָנט אַוועק.
גרינאויגיקע פֿישער שווימען אַרום אין קלײנע שיפֿלעך,
זײ זינגען לידער און כאַפּן פֿיש פֿאַר דער רויטער אַרמײ,
שווימען זילבערנע קאַרפּן אַלײן אַרײַן אין די נעצן
און די שווײַגנדיקע העכט זענען אויך דאָ מיט זײ.
דאָס פּנים פֿון אַלטן טאָטער איז ברוין און צעקנײטשט.
און די קנײטשן זענען פֿול מיט גלויבן און מיט זיג.
טראָגט ער זײַן פּנים אין די ווײַסע נעכט
צו יענער זײַט טײַך דורך דער שמאָלער בריק.
דאָ זענען די שטערן גרויסע, קלאָרע,
זיכער פֿינקלען זײ אין ווײַסע נעכט באַזונדער:
מיר וועלן זיגן, בײַ אונדז וועט זײַן דער זיג,
שלאָפֿן רויִק אײַן אין אַסטראַכאַן די קינדער.
מקורות
[רעדאַקטירן]זשיכלינסקי, ר. „צו לויטערע ברעגן‟. לאָדזש: ייִדיש־בוך, 1948. ז. 32.