אמת קומט פון דער ערד
אמת קומט פון דער ערד
ווען דער אייבערשטער האט געוואלט באשאפן דעם מענשן, האבן זיך די מלאכים צוטיילט אין גרופן, און אין פארטייען.
די האבן געזאגט: "ער זאל יא באשאפן ווערן". די אנדערע: "ניין. ער זאל ניט באשאפן ווערן".
די פארטייען זיינען געווען חסד, אמת, צדק, און שלום.
חסד האט געזאגט: "ער זאל באשאפן ווערן, ווייל ער וועט טאן חסדים און גוטעס".[1]
אמת האט געזאגט: "ער זאל ניט באשאפן ווערן, ווייל ער וועט זיין פול מיט שקרים, פאלש, און באטרינעריש".[2]
צדק האט געזאגט: "ער זאל באשאפן ווערן, ווייל ער וועט איינפירן גערעכטיגקייט אויף דער וועלט".[3]
שלום האט געזאגט: "ער זאל ניט באשאפן ווערן, ווייל ער וועט פירן קריג און מלחמות"[4].
וואס האט דער אייבערשטער געטאן? ער האט גענומען דעם אמת און האט אים ארונטערגעווארפן צו דער ערד. האבן די מלאכים גענומען טענה'ן: "רבונו של עולם! דעם זיגל דיינעם פערשעמסטו אזוי[5], און ווארפסט צו דער ערד?"
האט דער אייבערשטער געענטפערט: "אמת מארץ תצמח!"
דער אמת וועט שפראצן פון דער ערד, ער וועט פארהיטן דעם מענשן פון צו טאן שלעכטס.
די מלאכים האבן נאך לאנג געטומלט צווישן זיך וועגן דעם, אויב עס איז כדאי דעם מענשן צו באשאפן אדער ניט, ביז דער אייבערשטער האט צו זיי געזאגט "וואס קריגט איר זיך? דער מענש איז שוין באשאפן געווארן"[6].
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ מיינט ער, ער חלק פון זיי וועלן טאן חסדים און גוטס, און דערפאר איז אום צו באשפן די וועלט.
- ↑ אפילו די וואס טוען חסדים און גוטס, זיי מאכן נישט דאס לשם שמים, נאר וועגן כבוד, אדער אנדערע אורזאכן.
- ↑ דהיינו: חלק פון זיי וועלן איינפירן גערעכטיגקייט אויף דער וועלט.
- ↑ דהיינו: אלעמען פירן זיך קריג און מלחמות, אדער מיט אנדערע אדער מיט זיך, מיט זיין נאטור, מיט זיינע איינגנשאפטן.
- ↑ גמ' שבת נה א. "חותמו של הקב"ה אמת".
- ↑ דער מדרש לאזט אונז הערן, אז אפילו דער מענטש ארבעט דעם אייבערשטן, און מאכט אלע זיינע זאכן מיט פניות, און נישט לשם שמים, פון דעסטוועגן איז כדי זיין באשאפונג, ווייל צומאל, פלוצלינג, מיטן אלע מעשים זיינע, מאכט ער יא לשם שמים.
און דאס איז דער אויספיר פון דעם מדרש, אז "די מלאכים האבן נאך לאנג געטומלט צווישן זיך וועגן דעם, אויב עס איז כדאי דעם מענשן צו באשאפן אדער ניט, ביז דער אייבערשטער האט צו זיי געזאגט "וואס קריגט איר זיך? דער מענש איז שוין באשאפן געווארן", דהיינו: דו טומלסט זיך אויף דיינע מעשים, צי זיי זיינעם ווי געהעריק, איז פלוצלינג קומט ארויס א גוטע מעשה, א מעשה לשם שמים, וואס דאס ווערט אלעס.