אָ, איר קלײנע ליכטעטלעך
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון איר קליינע ליכטעטלעך)
פון מאריס ראזענפעלד 1862 – 1923
אָ איר קלײנע ליכטעלעך,
איר דערצײלט געשיכטעלעך,
מעשׂהלעך אָן אַ צאָל.
איר דערצײלט פֿון בלוטיקײט,
בריהשאַפֿט און מוטיקײט
װוּנדער פֿון אַמאָל!
װען איך זע אײַך שמינקלענדיק,
קומט אַ חלום פֿינקלענדיק,
רעדט אַן אַלטער טרױם —
ייִד, דו האָסט געקריגט אַ מאָל,
ייִד, דו האָסט געזיגט אַ מאָל,
גאָט, דאָס גלײבט זיך קוים!
ס׳איז בײַ דיר אַ טאָלק געװען,
ביסט אַ מאָל אַ פֿאָלק געװען,
האָסט אַ מאָל רעגירט;
האָסט אַ מאָל אַ לאַנד געהאַט
האָסט אַ מאָל אַ האַנט געהאַט —
אַך! װי טיף דאָס רירט!
אָ, איר קלײנע ליכטעלעך!
אײַערע געשיכטעלעך
װעקן אױף מײַן פּײַן;
טיף אין האַרץ באַװעגט עס זיך
און מיט טרערן פֿרעגט עס זיך:
װאָס װעט איצטער זײַן?