אין פעלד
מראה
פֿון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)
אין פֿעלד
פּורפּור־רויט די זון געפֿלאַקערט,
גאָלד־באַשאָטן יעדע בײט
עמיץ האָט ביז שפּעט געאַקערט.
מיט אַ שטילער, טיפֿער פֿרײד.
פּאַסטעכער פֿון פֿעלד געגאַנגען
מיד געטריבן זאֲטע שאָף —
אומעטיקע סטעפּגעזאַנגען
מנחה־צײַט אין חודש אָבֿ.
מקורות
[רעדאַקטירן]שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 12.