אין בית המקדש

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

אין בית המקדש

געזונגען דורך יום טוב עהרליך


אין בית המקדש, אין בית המקדש, דער "כהן גדול" שטייט, און פון גאלד די קלייד, די כלי זמרים קלינגען, די לויים זינגען, מזמור לתודה...

אין בית המקדש, אין בית המקדש, דער "ארון" שטייט, א וואלקן אויסגעשפרייט, די כלי זמרים קלינגען, די לויים זינגען, מזמור לתודה...

אין בית המקדש, אין בית המקדש, דער "שלחן" שטייט, און אויף אים די ברויט, די כלי זמרים קלינגען, די לויים זינגען, מזמור לתודה...

אין בית המקדש, אין בית המקדש, די "מנורה" שטייט, ליכטיגקייט פארשפרייט, די כלי זמרים קלינגען, די לויים זינגען, מזמור לתודה...

אין בית המקדש, אין בית המקדש, דער "מזבח" שטייט, און א רויך עס גייט, די כלי זמרים קלינגען, די לויים זינגען, מזמור לתודה...

אין בית המקדש, אין בית המקדש, א "בעל תשובה" שטייט, און זיין הארץ צוגייט, די כלי זמרים קלינגען, די לויים זינגען, מזמור לתודה...

אין בית המקדש, אין בית המקדש, אויפן הימל שטייט, א "בית המקדש" גרייט, כלי זמרים וועלן קלינגען, לויים וועלן זינגען, מזמור לתודה...

אין בית המקדש !

יידיש נחת