איין שיין פורי׳ שפיל

פֿון װיקיביבליאָטעק

אַ פּורים שפּיל פון אַן אָפּשרייבונג אָנגעשריבן אין נירנבערג אין יאָר 1697. רעדאַקציע פון דזשעראָלד פרייקס׳ן ("עלטערע יידישע טעקסטן")

קרובץ
זה השער ליהיה
צדיקים יבאו בו

נכתב בשנת חמשת אלפים וארבע מאות וחמשים ושבעה לבריאת עולם למנין שאנו מונין כאן באלטארף המפוארה ובשנת אלף ושש מאות ותשעים ושבעא ללידת ישוע הבן משיח יהוה

כל השערים ננעלו חוץ משערי דמעה להיות לי לעד ולזיכרון לדורי דורות התמתי את שמי הטרוד במלאכ׳ שמי׳ יהן קריסטיאן יאקוב לעבר משה כהן מקראקא ושינוי השם משנה מזל ואין מזל לישראל

הפותח את השער אל דופקי׳ בתשובה שייך להאלוף התורני מוי מהרר יוחנן נקרא בפי כל אדם דאקטור וואגון זייל מנירן בערג כתבתי לכבודו

איין שין נייא שפיל פאר גשטעלט
וויא עש איז צו גאנגין אין דער וועלט
היפש אין ריימן /
גזעצט צו איין דאמין /
 5 וויא עש איז צו גאנגין אין אחשוורוש צייטן
דאש מאן האט גהערט אויף אלי זייטן /
וויא עש איז דען המן אויש גיגאנגין /
אז ער איזט ווארדן גהאנגין /
ווייל ער האט ווידר דיא יודן וואש ביזש פאר גנומין /
 10 דרום איזט ער זעלבר אן גאלגין גיקומין /
ווייל ער האט זיך גפירט אין גרושר פראכט /
דרום איזט אין גיווארין דער גלגין רעכט
דיזש גלייכן עקסעמפעל זאל איין יעדר אן שואן
אונ׳ זאל אויף קיין מענשין בויאן /
 15 זונדרין זאל האבין אויף גאט דען הערין זיין פר טרויאן /
אונ פון גאט ניכט פר צאגין
דרויף וועלין מיר אמן זאגן

לשחוק אמרתי מהולל ובפרט כי הכא שמצות עשה שזמן גרמא הוא לשמוח בפורים ויבאו וישחקו לפנינו הנערים / זקנים ובחורים ואיידי דאמרי רבנן כל המועדים יהיו בטלים חוץ מחנוכה ופורי׳ ומצוה לבסומי׳ עד דלא ידע בין אסתר ומרדכי ברוכים וזרש והמן ארורים לכן לבלתי יהא אות זה נעדרת כתבתי זאת למשמרת לדורי דורות לספר את הנס הזה בשפֿתי ברורות. ומיין שכורת ונכנס יין יצא הסוד לספר תפארת והוד בזה המועד לעולם ועד אמן

איין שיין פורי׳ שפיל
<<סופר>> גליק צו גליק צו /
עש מאג זיין היר אבר ערגנט אנדרשטוואו /
היר בייא היר בייא /
איר ערליכה הערין ווערט שויאן וואש נייא /
 5 נייא אונט מער /
וויא איין קוניג ווערט קומין איין הער /
קיניג אחשורש איזט ער גננט /
הונדרט אונ זיבן אונ צוואנציג לענדר האט ער אין זיינר הנט /
דיא לענדר אונ דיא שטראסין /
 10 דאש איזט איין ציל אן מאסין /
דז ער דיא לענדר האט טון בצווינגן /
דאש ווייש איין יעדר מאן דער פון צו זאגין אונ׳ צו זינגן /
אויך המן אונ׳ מרדכי דיא צווייא /
ווער האבין מיט ננדר איין רמור אונ׳ גרוש גשרייא /
 15 דרום אויך רוימט אוש רוימט אוש /
אונ׳ ווערפט דיא שטיב צום פענצטר הנויש /
דיא טיש אויף דיא בענק /
דיא ביכר אויף דיא שענק /
דיא הון אונטיר דען האן /
 20 דאש ווייב אונטיר אירן מאן /
דיא מייד אונטיר דען קנעכט /
אלז דען גישיהט איר רעכט /
אויך איזט דאש קיין ער אונ קיין רעפודאציאן /
דז מאן דען קינג לעזט לנג דרוישן שטאן /
 25 אונ׳ נוט ווענדיג שנאל לאזין הריין גאן /
דרום אויך הריין הריין /
אלי דיא דרושין זיין / עד כאן הסופר
המן אוסטראגי אוסטראגי /
אלי יודי בי באגי /
 30 אלי יודע גאס /
אלעסטר המן אמש /
הער בטצר המן בין איך גננט /
אין אלי ביברייא בין איך גאר וואל בקאנט /
שרייבר מיר וועלין זינגן טישכן טענר אוב באס /
 35 דיא שטובין זאל קלינגן גלייך סאם איין הול פֿאס /
סופר עונה ואומר המן טישכן טעניר באס וועלין מיר זינגן /
אז אלי בעקין ווערדן קלינגן / עד כאן סופר
המן איין גליק זעליגן אבנט זאל אייך גאט געבין /
אונ איין גליק זעליג יאר דער נעבין /
 40 איך וויל אייך זאגין מיין בגער /
וואש אורזאך הלבין איך בין קומין איין הער
דען דיא בליץ בשניטנה העברייער /
קען איך גאר ניכט ליידן /
אירן הלבין מוז איך דיא וועלט מיידן /
 45 דער בעשט פון אין איזט ווערט /
צו ריכטן מיט דעם בלושין שווערט /
דאר בייא ווער איך גאר וואל בפינדט /
דרום לאז דער קינג הריין גין גשווינט /
הריין הריין /
 50 אלי דיא דרוישן זיין ע׳כ׳ המן
התוך באנוס דיעש איר הערין אלי צו גלייך /
ער מאג זיין ארם אדר רייך
גרוש אונט קליין /
אויך אלי גמיין /
 55 איך וויל מיינה הערין זאגין מיין בגער /
נאך וואש איך בין קומין איין הער /
התוך בין איך גננט /
בייא דען קינג אחשורש בין איך גאר וואל בקאנט /
דרום אויך אויף זייט /
 60 אויף זייט איר ליבן לייט /
הריין הריין
אלי דיא דרוישן זיין עכ התוך
משוררים מיר טרעטין הריין /
גאר היפש אונט גאר פיין /
 65 מיר וועלין בייא דען אידלן קיניג אונ קינגן דינר זיין /
המלך בא וסופר אומר אידלר הוך גיבארניר קינג מיין /
אין דער גנצין וועלט קאן זיין גלייכן ניכט זיין /
מיר האבין אין איין שטול גשטעלט /
ער זעצי זיך וואו עש אין גיפעלט /
 70 ער טרעט נור ווייטר הריין /
אלהיר שטיט הינר אונט פיש אויך שפאנישה וויין /
וויין אוב פיש /
שטיט ניקש אויף דען טיש
שיר כולם ער זייא וויל קומין הוך גיבארניר קינג מיין /
 75 אין דער גאנצי וועלט איזט זיין ניכט זוא פיין /
היא הער זעצט אייך /
אויף דען שטול דאש קינגרייך /
אין דער גאנצי וועלט פינדט מאן ניט גלייך
מלך גאט גריס אייך איר הערין פרויאן אונט מאנין /
 80 אונד אל דיא היר זינד בייא זאמן /
גרוש אונט קליין /
אונד אלי גמיין
ארם אונט רייך /
אלי צו גלייך /
 85 איך וויל אייך זאגין מיין בגער /
וואו צו איך בין קומין אלהער /
קינג אחשורוש בין איך גיננט /
הונדרט / אונ זיבן אונ׳ צוואנציג לענדר האב איך אין מיינר הנט /
דאש איך דיזה לענדר האב טון בצווינגן /
 90 דאפון ווייש דאך איין יעדר צו זאגין אונ׳ צו זינגן /
איך האב אויך איין מאל צייט גימאכט אויף גרוש אונט קליין /
אונט אלי גמיין /
העברייער זיין אויך דא זעלבשט גזעשין /
פון אונזרין שפייז האבין זיא ניכט וואלין עשין /
 95 אבר דאך האבין זיא גטרונקין דען וויין /
דא דורך האבין זיא זיך גישפט ביטרה פיין /
וויא איך מיך אבר לוסטירטע אין דען וויין /
בפאל איך מען זאלט ברענגין דיא קינגן נקט הריין /
דוא זיא האט אנט באטין שפעטשע ווארט /
 100 זוא בלד בפאל איך / זיא זאלט ווערין דער מארט
דרום אויך דוא גטרייאר דינר ממוכן /
איך שאף דיר דוא זאלשט מיר איין היפשה יונג פֿר זוכין /
דיא פיל היפשר ארג בעשר אלז ושתי וואר /
פון אידלן גשלעכט גאנץ אונ גאר /
 105 ווערט זיא מיר זיין עבין /
דיא קרון פון מיין הייבט וויל איך איר געבין
ווערט זיא מיר וואל גיפאלין /
פר וואר איך וויל זיא ערין אונטיר דענן יונג פרויאן אלין עכ מלך
המן שרייבר דא האשטו דאש פאטשיר פון דאש קינגש זיין הנט /
 110 צו פאטשירן אין אלי לאנט /
דוא זאלשט אויך וואקיר אויש שרייאן אונט אויש רופין /
מען זאל דען קינג איין היפשה יונגפֿאר זוכין
דיא פיל היפשר אונט בעשיר אלז וושתי וואר /
פון אידלן גשלעכט גאנץ אונט גאר /
 115 ווערט זיא אים זיין עבין /
דיא קרון פון זיין הייבט ווערט ער איר געבין /
ווירט זיא אים וואל גיפאלין /
פֿר וואר ער ווירט זיא ערין אונטיר דען יונג פרין אלין / עכ המן
ואחכ סופר מכריז פריד צו אייך איר הערין פערשטן אונ׳ גראבין פרס ומדי /
 120 עש זייא קריסט אבר יהודי /
דא האב איך דאש פאטשיר פון דאש קינגש זיין הנט /
צו פאטשירן אין אלי לנד /
אונט אויש שרייאן אונ אויש רופין
מען זאל דען קינג איין היפשה יונג פר זוכין /
 125 פיל היפשר אונ׳ בעשר אלז וושתי וואר /
פֿון אידלן גשלעכט גנץ אונט גאר /
ווערט זיא אין זיין עבין
דיא קרון פון זיין הייבט ווערט ער איר געבן /
ווירט זיא אים וואל גיפלין /
 130 ערין וויר ער זיא אונטר דען הערן אלין / עד כאן הסופר
המן בא אליר הוך גיבארניר קינג /
לעבין זאלט איר אימר אונ אביג /
איך האב הערין אוש שרייאן אונד אויש רופין /
מען זאל דען קינג איין היפשה יונג פאר זוכין /
 135 ווייל איך האב אבר דיזש פר נומין /
בין איך מיט ער לויבנש צום קינג הריין גיקומין /
אונ׳ וויל אין איין יונג פֿר אויש זוכין /
דיא אין ניט ווירט שעלטן נאך פלוכין /
זונדרין זיא ווירט טאן זיין ווילן בייא טאג אונ בייא נכט /
 140 גלייך וויא עש דער קינג גערין מאכט /
מלך המן דוא זאלשט אין מיין דינשטן פר בלייבן /
ווען דוא ווירשט דיזה זאך טרייבן
ווירשט דיך אבר וואל פֿיר זעהן /
אויף דאש בעשטי דז עש קאן גישעהן /
 145 המן הולך לחוץ וחוזר ובא ואומ׳ המן אליר הוך גיבארניר קינג /
אין דיזן זיין דינשטן בין איך גיוועזין גאר פלייסג אונ׳ בגירג /
איך בין גלאפין טאג אונ׳ נכט /
ביז איך האב איינה צו וועגן גיבראכט /
מיט אירן נאמין הייסט זיא וואל אסתר /
 150 אבר זיא וויל ניכט זאגין ווער דא איזט איר ברודר אדר איר שוועסטר /
דער צו נאמן איזט הדסה דאש איזט אלז וויא איין סאלבין בלאט טוט זיא שמעקן /
פֿר קיין אנדרין מענשין טוט זיא איר גיזיכט אויף דעקין /
הין גיגן פר דען קינג וויר זיא זיך וואל אנט פלעקין /
היר דארט וואו עש אין ווערט וואל שמעקין / עכ המן
 155 עומד מרדכי על הפתח ועונה מרדכי יא יא איך וועלט אויך גערין דראן לעקין /
וחוזר ואומר להתוך בתוך הפתח מרדכי פריעה פריעה צוועלף אונ׳ נייציג
פריעות / איבר דען שניידר איבר דען קעסיל פליקר / איבר דען שטרימפף שטריקר
/ איבר דען העבנר / איבר דען מויארר / האבין מיין פרויא מיין איך דיא טיר דאש
לאך צו ענג גימאכט וויא קום הריין פורת משה אין דער מייד מיין איך אין דיא טיר
 160 / גיא איך זוא ריין ער איזט מיר צו קארץ אב גשניטן גיא איך דאן זוא ריין ער איזט
מיר צו שמאק שמאק זאל איך זאגן שמאל / פומפיר לגפן וויא קום איך דען הריין /
התוך מרדכי אלטר נר דיא נאז נאך /
מרדכי וואו וואונט דען דיא נאז גיא הער לאז דיך איין ווינג אן זייכן
וואו בישטו התך
 165 למה נקרא שמו התך /
דר אור זאך איין גאנצי וואך /
אונ לעק מיך אין ארש לאך
ובא לפתח ואומ׳ גוט פורים ניט קליין פורי׳ נור גרוש פורים לשנה טובה תכתבו
איין שטינקדינר בראטין גנב וואו וואנט דער כלב זאל איך זאגין דער מלך
 170 עונה התוך אויף דען טיש
מ<<רדכי>> דוא זאלשט ניט זיין פריש /
התוך אויף דער בנק /
<<מרדכי>> דוא זאלשט ווערין צום טוט קרנק
התוך אלטר נאר ער האט קיא פֿאל
 175 מ זאג מיר דאך וועלכיש איזט דער מלך
התוך דאש איזט דער מלך
מרדכי נוא איזט דאש דער מלך מוז דאש דער קנעכט זיין / נוא זייא מוחל אב
ציא מיר מיין שטיבל אויש
התוך נר דאש איזט דער מלך
 180 מ מלך דיר דען שליק מיר דען אפפיל
דיר דען ציפל צאפיל /
דוא ווערשט האבין אין בעט מיט דער מלכה איין גרוש גראפל /
מר<<דכי>> מלך לעבין איך האב גיהערט אויש רופין /
מען זאל דיר איין היפשה יונגה פור מיין איך איין יונגה הור אדר זאל איך זאגין יונפר זוכין /
 185 איך אבר האב ניט גרואט טאג אונ׳ נכט /
אונט האבי איין זויברש מיידלה גימאכט /
זאל איך זאגין גיאכט /
קאנשט וואל דענקין ווען עש וואש היפש ווער זוא וואלטי איכש פר מיר בהלטין /
איך וויל זיא אבר ניט פיל לויבן /
 190 זיא איזט פויל פון אונטין ביז אובין
בראש /
האט זיא איין גשטלט גלייך איין פֿראש /
איין נאז /
אלז איין האז
 195 איין מויל
אלז איין גויל /
איין שטערן /
אלז דאש הינטר גשטעל פון איין בערן /
ארין /
 200 אלז איינה איזל הינטן אונט פֿארין
איין פֿאר דיטן
ווער דא וויל קאן זיא ניטצן /
מלך אלזו זאלשטו לעבין /
דוא מושט מיר שדכנות געלט געבין /
 205 דוא ווערשט דאך קליינה פרייד אן מיר דער לעבין
מלך המן אונט מרדכי גיט מיט ננדר שפצירן /
אונ׳ ברענגט מיר דיא היפשה יונגפר צו פירן /
מר גשווינט אי אים דער חשק פר גיט ווארט איך גנבים איך האב דען קינג
איין גרוש גהיימנש צו זאגין
 210 וצועק באוזן המלך זיא ווערט זיך הינטר זיך ביטאן /
דוא ווירשט ניט קענין גרייפן דראן
ומנגנין בביאת המלכה כמו למלך לעיל דף א עב והתוך והמן מעמידין את המלכה לפני מלך והמן אומר אליר אידל הוך גיבארניר קינג דיא יונג פר טוא איך פר אין שטעלין
אוב זיא ווירט אין וואל גיפעלין
מלך דיא יונג פר איזט מיר עבין /
 215 דיא קרון פון מיין הייבט וויל איך איר געבין
זיא טוט מיר גאר וואל גפלין /
פר וואר איך וויל זיא ערין אונטיר דען יונגפרן אלן /
מלכה אליר אידל הוך גיבארניר קינג איך בין ניכט ווערט דער עהרין /
דז מיך דער קינג זאלט צו איין יונג פר ביגערין /
 220 דען דער קינג איזט פון הוכין גשלעכט /
איין ארמה ווייזן צו נעמין איז ניט רעכט /
דרום בלייב דער הוך גיבארני קינג בייא זיינר ערין /
אונ׳ מיך ניכט צו איינר קינגן ביגערין /
מלך פר וואר דיא יונגפר איזט מיר עבין
 225 דיא קרון פון מיין הייבט וויל איך איר געבין /
משוררים איר זאשט אייך / איר זאשט אייך
אלי אידלה הוך גיבארני קינגן רייך /
אין דער גאנצה וועלט אין דער גאנצי וועלט פינדעט מאן אירר ניט גלייך
ולוקחים כולם הכתר ומשימם על ראשה ומנגינים מיר וועלין דיא קינגן בקרינן
 230 מר מיר וועלין דיא ארשל פישרן בקרינן
<<משוררים>> דער ליבה גאט זאל זיא בשינן
מ<<רדכי>> מען זאל איבר איר וויינן
מש<<וררים>> אסתר דיא קינגן איזט זיא גיננט /
הונדרט אונ׳ זיבן אונ׳ צוואנציג לענדר האט זיא אין אירה הנט /
 235 מר<<דכי>> ארשיל פישרן איזט זיא גננט /
הונדרט אונ׳ זיבן אונ׳ צוואנזיג פלעדר ווישן האט זיא אין איר הנט /
אונ קערט אויש דאש גנצה לנד
ומנגנין גלובט זייא גאט /
פריא אונ שפאט
 240 דער אונש דיזה קינגן געבן האט /
ער וואלי איר פר לאנגין דאש לאנגי לעבין /
נאך דעם אז עש איזט עבן /
דאש וואלי ער יוא געבין /
אין אונזרין טאגין /
 245 דרויף וואלין מיר אמן זאגין
מלך מרדכי דאש שענק איך דיר /
דוא זאלשט זיצן הינטר מיין פפורטין אונ׳ טיר /
אונ זאלשט זוא וואל ריכטן ארם אז רייך /
אלי גלייך /
 250 אויך זאלשטו אויש שפרעכין איסור והתר /
אין דער גמרא מסכתת קרטין מיט זעקש אונ׳ דרייסיג בלעטיר /
מר איין גרושין דאנפף אונ איין קורצין רוח /
אונ איין לאנגין פלוך /
אונ׳ איין אלט פאר פעשטלענץ איין גמאכט אין איין שנופף טוך /
 255 דאש שענק איך דיר פר איין ימר מרק
זאל איך זאגין יאר מארק
מלך המן דאש שענק איך דיר /
דז זיו איין יעדר זאל נייגן אונ׳ בוקין פר דיר /
דא האשטו דאש פאטשיר פון מיינר הנט /
 260 צו פאטשירן אין אלי לנד /
אונ׳ זאל וואקיר אונ׳ אויש רופין טאן /
דאש זיך פר המן זאל בוקן איין יעדר מאן /
ווער זיך אבר ניט ווערט נייגן אונ בוקין /
דען זאל מאן איין שלאגין זיין שעלמשין רוקין עד כאן המלך להמן
 265 המן שרייבר דא האשטו דאש פאטשיר פון קינגש זיין הנט /
צו פאטשירן אין גנצין לאנד
אויך אויש שרייאן אונט אויש רופין
דז זיך איין יעדר זאל פר מיר נייגן אונ׳ בוקין /
ווער עש אבר ניט טוהט /
 270 דען זאל מען איין שלאגין זיין שעלמשן רוקין
סופר פריד צו אייך /
איר הערן אונט פירשטן פרס ומדי /
עש זייא קריסט אדר יהודי /
אונט אויך אלי קינג רייך דער בייא /
 275 היר האב איך דאש פאטשיר פון דעש קינגש זיין הנט /
צו פאטשירן אין אלי לאנד /
אונ׳ זאל וואקיר אויש שרייאן אונט אויש רופין טאן /
דאש זיך פר המן זאל בוקין יעדר מאן /
ווער זיך אבר ניט ווערט נייגן אונ׳ בוקין
 280 דען ווירט מאן איין שלאגין זיין שעלמשין רוקין
המן זאגט צו דען דרומיל שלעגיר שלאג מיר דען מארש
אונ גיט דרייא מאל אונ זאגט בוקט אייך בוקט אייך
המן מרדכי דוא אלטיר נר בוק דיך
מר איך שלאף
 285 הם בוקט דיך דוא אלטיר נר
מר איך בין ניט צו הויז
המן בוק דיך אלטיר נר זאג איך דיר
מר דו דרפשט אזו ריין גין ניט בוקין /
דיא הינטר טיר שטיט שפער ווייט אפין
 290 הם מרדכי ווערשטו דיך ניט בוקין
פר וואר איך שלאג דיר איין דיין שעלמשן רוקין
מר אוויא אוויא וויא זאל איך מיך פר דיר נייגן אונט בוקין /
דוא האשט איין קרייץ אויף דיין רוקין /
הינטן מוזטו מיר גיין קוקין
 295 אונ אויך איזט ניט רעכט /
דז זיך דער הער זאל בוקין פיר זיין קנעכט /
דוא דיב גדענקשטו ניט אין דיינר נוט /
דוא דוא האשט דיך צו מיר פר קויפט אום איין שטיק ברוט /
איך וועלט דיר גערין דען קויף בריף ווייזן /
 300 ער שטעקט מיר אין אלטין טענדיל מארק אז איין אייזן /
ווילט דוא דיך אבר במיאן /
קענשטו אין מיט דיא צעהן אויש דען הינטר לייב הרויש ציהן /
המן מרדכי דא שווער איך דיר איין אייד /
דיא בליץ גארשטיגה ריד זאלין דיר ווערין לייד
 305 צו מיין אידלן קינג וויל איך זיין ברייט /
צעהן טויזנט צענטר זילבר וויל איך געבין
פר דיין שעלמן לעבין
מר זיך וויא ער זיך זוא גרוש מאכט האשטו דאש הערץ גיב מיר פר איין פפעניג
קליין געלט
 310 הם ניכט אבר פר דיין אליין
זונדרין פר אלי שעלמן יודן גמיין /
אחר בך כורע ואומ׳ מסירה אליר אידלר הוך גיבארניר הער אונט קינג /
זיין קינג רייך זאל ווערין אימר אונט איבג /
ער וואלי זיך בליבן לאשן צו אויף מערקין מיין זאג /
 315 פר איר דורך לייכט האבין עש ניט גהערט זיין לעב טאג /
איין קליינה זאך וויל איך איר מייאשטעט פאר טראגין /
איבר איין דיב אונ׳ שעלמש פאלק וויל איך אייך קלאגין /
דאש זעלבגי פאלק איזט אין איין לנד שפט איבראל צו שטרייעט /
צו אלי שעלמרייא זיין זיא וואל ברייט
 320 מלך ווער זיין זיא /
המן יודן מושל בעשטיה בשניטנה העברייער זיין זיא גננט /
אין אלי בטריגרייא זיין זיא גאר וואל בקאנט /
ערשטליך אלי זיבן טאגין טוני זיא שבת מאכין /
אונ׳ טונין אונש אויש שפעטן אונ׳ אויש לאכין /
 325 איין הלבין טאג /
בלייבן זיא אין דער סינגאג /
אונט בעטין אונט שרייאן
גאט וואלי דען קינג אלש אום גליק פר לייאן /
אונ׳ ווען זיא דאש האבין פול בראכט
 330 לויפן זיא הרויש מיט גרושר מאכט /
אונ׳ טואין ניקש אנדרש אלש פרעסין אונט זויפן
אבר אום געלט טואין זיא ניקש קויפן
אונ׳ זאגין מורגין וועלין מיר שון איין פויארן דר לויפן
אונ׳ לאזין דיא קריסטן איר פייאר שירן /
 335 אונ׳ זאגין מיר דרפין עש ניט אן רירן /
אויך ווען אינן גלייך דער קינג טוט איין ארבייט אן ביטן /
זאגין זיא מיר מוזין אונזרין שבת היטן /
אבר אן זונטאג פריא טואין זיא אויף שטין /
אונד אויף דען מארק גין
 340 אונ׳ הין אונט ווידר לויפן /
אונ צו פרעסין איין קויפן /
בקומין זיא אבר איין פויארן
דען טואין זיא גאר וואל אויף לויארן
אונ׳ זעהן דאש זיא זיין געלט קריגן /
 345 אונ׳ טואין אין זער בטריגן /
אונ׳ ווען דער פויאר זעלט עטוואש מערקין /
טואין זיא זיך שטערקין /
אונ׳ שווערין איין יודש היידרנייאש אייד
דאש זיא אין ניט האבין בטרוגין מיט איין ראק אדר איין קלייד /
 350 אויך טואין זיא זיך פון אונש מיידן /
מיט עשין אונ׳ טרינקן אדר קליידן
אונ׳ זאגין דאש איזט שעטנז אונ׳ כלאים /
אויף דען קינג זאל קומין חולי מעים /
אונט אויך אלי פיר וואכין /
 355 טואין זיא נייאן מאניט מאכין /
אונ׳ אונש קריסטן אויש שפאטין אונ׳ אויש לאכין /
אונ׳ שטעלין זיך אין אלין עקין /
אונ׳ שפרינגן אלז וויא דיא בעקין /
אונ׳ זאגין ברוך יוצרך היידרנייא /
 360 ברוך קונך שעלמכייא /
מ דיין קאפף אויף דרייא
<<המן>> אם פרייא טאג טונין דיא שעלמן פריא אויף שטין
אונט טואין אויף דען מערק גין /
ערשטליך אבר טוט ער זיך מיט דען צעהן גיבאט אום ווינדן /
 365 דערנאך זעהט ער דז ער מעכט איין קריסטן פינדן /
גאר וואקיר טוט ער אים בשייסן
ווען עש דער קריסט ער פארט / מעכט ער צו רייסן /
דער נאך שווערט ער בייא דען צעהן גיבאט /
דש ער אין ניט בטרוגין האט /
 370 דער נאך טואין זיא רום הער לויפן
אונ׳ טואין פיש אויף דען שבת איין קויפן /
אויך קיין הון קיין גאנז איזט אינן ניכט צו טייאר /
אויף דען אבנט שרייאן זיא גלייך וויא דיא אום גיהייאר /
ויכולו השמים
 375 דער קינג זאל האבין ששה חלאים /
אויף ידים אונ רגליים /
הארץ וכל צבאם /
דער קינג זאל ווערין קרום אונט לאם /
אן מאנטאג אונ דאנרשטאג טואין זיא ווידרום פריא אויף שטין /
 380 אונ׳ אין אירה סינגאגן גין /
אונ׳ נעמין איר צעהן גיבאט
אונ׳ האבן אויש דען קינג איין גרוש גשפאט /
אויך ווען איינר פון אונש טוהט אירן וויין אן רירן /
אלזו בלד ווערדען זיא עש שפירן /
 385 אלזו טואין זיא אים ניט גניסן /
אונ׳ דעם זעלבן אויף דער ערד אויש גיסן /
אונ׳ זאגין דער וויין איזט נסך /
המן זאל ווערין איין בכרה אויף פסח /
אבר ווען עש מעכט איין מוק דריין פלין /
 390 דען טרינקן זיא אלין /
אונ׳ ווערפין דיא מוק הרויש
דען וויין אבר טרינקן זיא אויש /
אונ׳ צו אכטאגין טונין זיא דיא מיידלך זאל איך זאגין דיא בובין דיא שווענץ
אב שניידן
 395 מרדכי אידלר קינג וויא איין ליגנר איזט דאש האבין דיא מיידלך שווענצליך/
המן יא
מר איך וויל עש בלד גיוואר ווערין / איך וויל זוכין והולך אצל הבתולות ומבקש
המן נר דיא בובין טואין זיא בשניידן /
אז זיא טואין גרושי שמערצן ליידן /
 400 אונ׳ זאגין דאש איזט איין צייכן /
דז דאש קינד ניט זאל פון גאט אב ווייכן /
ניכט דאש אליין
אבר זונשטן שעלמן שטיק דיא אן אין זיין /
אלי זיבן טאג טונין זיא שבת מאכין /
 405 אונ בעטין גאט זאל זיין קינגרייך צור ברעכין /
וואש זיא דיא גנצי וואך טונין דיא קריסטן אב לויגנן אונ׳ אב שווערין /
דאש טונין זיא אם שבת פר צערין /
אונ׳ ווען דער קינג זעלט פערנר נאך זוכין /
וויא זיא אין שעלטן אונ פלוכין /
 410 אויך ווען דיא העבריישה יודן ווייבר ליגן אין דיא זעקש וואכין /
דא עשין זיא ניקש וואש איר ווייבר קאכין /
אונ׳ זאגין מיר דרפין איין ננדר ניט אן גרייפן /
אויך אויש קיין גלאז אדר בעכיר מיט עדר זויפן /
נאך אכט וואכין לויפן זיא אין דאש וואשיר עש מאג זיין נאך איין זוא קלט /
 415 אונ׳ זאגין איך ווער מוזין בייא מיין מאן שלופין בלד
אונ׳ זאגין איין הלבי שטונד קאלט איין גנצי נכט ווארים /
היינט ווער איך ליגן בייא מיין מאן אין ארם /
איין הור שטושט דיא אנדרה אינש וושר /
אונ׳ זאגט גיא הין דוא בישט כשר /
 420 על הטבילה /
איך ווינש דיין מאן זאל האבין איין גרוש מילה /
אונ ווען זיא אויש דען וואשיר קומט זאגט זיא יוא מיין ליבר מאן /
גרייף מיר דראן /
וויא עש איזט מיר זוא קלט /
 425 דרום מאך עש בלד /
דוא האשט גנוג לנג גיוורט /
איך ווייש דיין מילה איז שון הרט /
ווען זיא נון אין דאש בעט קומין /
טואין זיא מיט ננדר ברומין /
 430 זאגט זיא יוא מיין ליבר גומפיל
דוא האשט איין גרושין הומפיל /
דוא ווירשט מיר מאכין אין בויך איין גרוש גרומפיל /
אונ רעדט אים אלזו איין /
ער זאל איר מאכין איין היפש קינדליין /
 435 אונד אויך דער מרדכי דער דא זיצט אין טאר /
דער וויל מיך ניכט הערין גאנץ אונ גאר /
איר מייאשטעט זיין גיבאט טואין זיא גנץ אונ גאר ברעכין /
אויך אונזיר פייאר טאג פר שוועכין /
טוט זיא דער קיניג איין ארבייט אן ביטן /
 440 זאגין זיא מיר מוזין אונזיר פייאר טאג היטן /
פיל מין /
דרפין מיר מיט קיין געלט אום גין /
ווען זיא אבר אימנט ברענגט פארדרין זיא נאך מין /
דען שבת שטעל איך וואל צו פאר /
 445 אבר זיא מאכין עש אלזו דאש גנצי יאר /
דז דער קיניג האט קיין נוצין פון אינן אום איין האר /
דען ערשטן מאנייט היישט בייא אינן אפריל /
דא האבין זיא איין פייאר טאג היישט אושטרן דא בקין זיא קוכין /
דא טואין זיא דען קיניג שעלטן אונ פלוכין /
 450 אונ׳ זאגין אכט טאג עשין מיר קיין ברוט /
אויף דען קינג זאל קומין דער טוט /
דען ערשטין אבנט זויפן זיא פיר בעכיר וויין /
אוג זאגין אויף דען קיניג זאל קומין דיא העלשה פיין /
אויך זאגין זיא דצך /
 455 דער קינג זאל ווערין שוואך /
עדש /
דער קינג זאל קריגן דען פרש
באחב /
ער זאל ליגן אין דער טחב /
 460 דען אנדרין מאניט מאייוש אויף העברייש אייר /
פירן זיא איר קנעכט אונ מיידן צו דער טיר
אונ׳ זאגין זיא זאלין זיך נאך איין אנדרין הערין אום זעהן /
וויא זאל דען קינג גישעהן /
דען דריטן מאנייט האבין זיא פפינגשטן /
 465 אונ פלוכין אונש דען עלשטן אונ דען ינגשטן /
אויף העברייאש היישט ער שבועות /
אונ זאגין אויף דען קינג זאלין קומין דיא בועת /
אונ זאגין אין דיזן מאניט איז דער מאזיש גאנגין אויף דען בערג סני /
אונ גאט דער הער איזט קומין מיט איין גרוש גשרייא /
 470 אונ׳ האט דיא צעהן גיבאט גיגעבין /
דער קינג זאל ניט לעבין /
דען פירדן מאניט יואלי האבין זיא איין פאסט טאג /
דא לויפן זיא אויף איר עלטרין גראב /
אונ׳ וויינן אונ׳ שרייאן אונ׳ ברומין /
 475 איר מעשיש זאל קומין /
דען פינפטן מאניט אגוסטין /
האבין זיא גאר קיין לושטין /
ניין טאג אין דיזן מאנייט זיצן זיא אויף דער ערד /
אונ׳ זאגין איר טעמפיל איזט ווארדין פר שטערט /
 480 דער קינג זאל אום קומין דורך דען שווערט /
איטלכר קליינר יודן מושל האט איין שווערט אונ׳ איין ביקס /
צו שעלטין אונ׳ פלוכין זיין זיא גאר פיקס /
דען זעקשטן מאנהייט סעפטעמבר טונין זיא אויף דען הארין בלאזין /
גלייך זיא זעלטין יאגין הירשן אונ׳ האזין /
 485 אונ זאגין וואש זיא האבין דאש גנצי יאר שאלקייט גטריבן /
ווירט זיא דאש מאל צו גוט אן גשריבן /
דען זיבנטן מאנייט האבין זיא איר נייא יאר /
פר פלוכין זיא דיא קריסטן גאנז אונ גאר /
צעהן טאג אין דיזן מאנייט האבין זיא איין פאסט טאג /
 490 דא זיין זיא גאר טרעג אונט צאג /
דען טאג צו פאר טונין זיא אבר פריא אויף שטין /
אונ טואין אויף דען מארק גין /
דיא הינר אונט גענז טואין זיא אוועק פון מארק טראגין /
אונ׳ טונין דיא זעלבגי׳ אום אירה קעפף צו איין כפרה הרום שלאגין /
 495 אויך ווען זיא דען זעלביגן טאג איין קריסטן פינדן / /
פר וואר זיא טואין אים מיט שאלקייט אום ווינדן /
אונ׳ זאגין דוא זאלשט מיין כפרה ווערין /
דא מיט וויל איך דיך פר ערין /
איין גאנזין טאג טואין זיא פרעסין אונט זויפן /
 500 צו אבנט טונין זיא אין דיא סינגאגין לויפן /
איין גאנצי נאכט אונ׳ איין גאנצין טאג האבין זיא דא זעלבשטן איין גשרייא
אונ׳ איז דאך ניקש אלז אייטל בטריגרייא /
אין פופצעהן טאג אין דיזן מאנייט טואין זיא איר לויבר היטן מאכין /
דז מען מוז דריבר לאכין /
 505 אונ טואין אויף אירה בידן דיא דעכיר איין ברעכין /
עש מאג רעגנין אדר אויך שניאן בלייבן זיא דאך דרינן זיצן /
דז זיא מעכטין פר קעלט שוויצן /
אויך נעמין זיא דען זעלבין טאג דען פארדיס אפפיל אונ׳ טייטל בלעטיר /
אונ שיטלן איבר אל אין אלין ערטיר
 510 אונ מאכין דא ריבר איין זעגין /
אונ בעטין דיא קריסטן זאלין ניט לעבין /
דען אכטין מאנייט פאנגין זיא ווידרום אן אויף דאש נייא אין דיא פינף ביכר מאזיש צו לעזין /
אונ האבין איין גרוש וועזין /
דען נייטן מאנייט נוועמבר דא האבין זיא גאנץ אכט טאג פייאר טאג /
 515 דז דיא מעניר נאך ווייב ניקש ארבייטן מאג /
צו אבנט צינדן זיא אן פיל ליכטר /
צו גדענקין אן דיא אלטין גישיכטר /
אונ ווען אימנט קעם פר אירן הויז אונ׳ דיא זכין ווערין אים אום בקאנט /
מיינט ער דאש גאנץ הויז שטיט אין ברנד /
 520 אין דען צעהנטן מאנהייט האבין זיא ווידר איין טאג איין טרויאר אונ פאשטין /
אונ בעטין דער קינג זאל ניט רואין נאך רסטין /
אונ זאגין אן דיזן טאג האבין איר עלטרין דיא פאשט אין אנדרין לענדרין גיהערט /
דז ירוזלם איזט ווארדין פר שטערט /
דען איילפטן מאנהייט וועלכיר גינענט ווירט שבט /
 525 דא מאכין זיא זיך לושטיג אונ׳ עשין זיך גאר זאט /
אונ׳ טאנצין אונט שפרינגן /
אונ׳ בעטין עש זאל דען קינג איבל גלינגן /
אין סומא דאש גאנצי יאר דורך טואין זיא ניקש אנדרש אלז עשין אונ טרינקן אונט ליגן /
אונ׳ טואין אונש קריסטן בטריגן
 530 איר ביזה ווערק קען איך ניט גנוג פאן שטעלין אונ׳ פאר טראגין /
זיא זיין ניקש בעשרש ווערט מען זאלטי זיא דער שלאגין /
דען ווייל איך האב דען קינג פארגשטעלט דאש גנצי יאר /
זינט זיא אים ניכט נוטץ אום איין האר /
גלייך וואל האב איך קיין מאנהייט קענין פֿענדין
 535 דז איך דיא שעלמן קענט איבר ווינדן /
אבר אין דיזן מאנהייט מארציואש איזט איר רבינר מאזיש גשטארבין /
אלז דען האף איך זיא ווערדין קענין ווערדין פר דארבין /
דרום אויך צעהן טויזנט צענטר זילבר וויל איך גערין געבין /
אום דען שעלמן איר לעבין /
 540 ניכט אום דען שעלמן מרדכי אליין /
זונדרין אום אלי יודן גמיין /
מלך המן איך האבי פר נומין דיין זאגי /
פר וואר איך האב עש ניט גיהערט מיין לעבטאגע /
דרום דיא צעהן טויזט צענטנר זילבר זאל דיר גישענקט זיין /
 545 אויך אלי יודן גמיין /
דא האשטו דאש פאטשיר פון מיינר הנט /
לאז אויש שרייאן אונט אויש רופין אין גנצין לנד
מיט שעלמייאן אונ טרומפיטן
דיא שעלמן יודן צו טיטן /
 550 צו ער שלאגין מיט דען שווערט /
דען זיא זיין ניקש בעשרש ווערט /
דרייצעהן טאג אין דיזן מאנהייט זאל עש ברייט ווערין
דז מען זאל קיין שעלמן ניט זעהן נאך הערין
המן לוקח את הטבעת מאת המלך ואומר לסופר דברי המלך וסופר מכריז פריד צו אייך איר הערין אונ׳ פערשטין פרס ומדי /
 555 עש זייא קריסט אדר יהודי /
דא לאזט דער קינג אויש רופין מיט שעלמייאן אונ׳ טרומפיטן /
מען זאל אלי יודן טיטן /
צו ער שלאגין מיט דען שווערט
ווייל עש דער קינג ביגערט /
 560 דרייצעהן טאג אין מארצי זאל דיזש אן פאנגין /
וואו מאן איין יודן פינדעט זאל ער ווערין גהאנגין /
המן למרדכי המן אלטיר נר וויא שמעקט עש דיר
מר אונה להמן אוויא אוויא וויא בין איך גלעגין אונ האב זוא גשמאק גושלופין האט
מיך איין ביזר חומל גיחומלט / מיין איך איין ביזר טרוים גטרוימט איך ווערע
 565 ניט צו הויז גיוועזין בין צו האצי פלאץ אויף דען פעדרן מארק גיוועזין / אונ׳
האבי איין זאק אלטי פעדרין גיהנדלט איז מיין זאק צו ריסן בין איך היים קומין
צו מיין ווייב זיא זאל מיר מיין זאק צו פליקן האט זיא מיר איין גרושין הילצרן
שלום עליכם געבין / אונ׳ האט מיך צו דער שטוב הרויש גשטוסין / זאגט זיא וואו
האשטו דען זאק זאג איך ער איזט מיר צו ריסן / זאגט זיא האב דיר איין
 570 פעשטלענץ צו דען וויל קום וואש בישטו מיר ניטץ מיט איין צו ריסנן זאק /
גיא צו דען ראך פאנג קאריר אדר צום שלט פעגר אונ׳ לאז דיר דאש לאך צו
פליקן / אלזו בלד האב איך עש גימארקט דז עש איזט איין פומפרלה גזירה פר
הנדין / גיא איך הרויש אין מיין שטאל שטיהט מיין רוטה קועה אונ אנטפאנגט
מיך מיט דען שוואנץ מאכט זיא איין רעברענץ מיט דען לינקן פוס שיטלט זיא
 575 לולב מיט דען רעכטן קלאפט זיא אשמנו מיט דען הינטר לייב בלאזט זיא שופר
אלזו בלד האב איך גיזעהן דז עש איזט בעוונינו הרבי׳ ניקש גוטץ פר הנדין
דרום בעט קינדרלך תשובה תפילה צדקה אברהם יצחק יעקב / מיט דען לעדרין
תפילן זאק יהושיע מיט דען ביר ווידל דוא זאלשט דיא קינדר ישראל אין היילגן
לנד פירן / שטיהט אויף טוהט אייערה הילצנה פאנטאפיל אן אונ׳ לויפט אין אל
 580 דיא הורין הייזר בעטעט דען עש איזט איין פומפרלה גזירה פר הנדין משה אהרן
שלופט איר זוא שטארק אונ׳ האט ניכט גיהערט וויא מען האט אייערה קינדר
פר קויפט /
הושיע וואו בישטו דוא האשט אונש גפירט אין היילגן לנד /
איצינד זינד וויר אין המן זיין הנט /
 585 שטיהט אויף במהירה /
אונ זייט מבטל דיא גזירה /
מרדכי הולך ובודק ציצית ואומר ציצה אחת פסולה והולד אצל הבתולות ומבקש בדדיהן והולך ומכריז מצות והולך ואומר כדברים האלה דרייא גראשין אום פיץ פאץ
זאל איך זאגין מצות
ומברך ברוך אתה אלה שעפסנה יוצרת
 590 אלי קעלברנה סליחות
אלי מיידלך האבין דיטן /
דיא זעלבי טוא איך גערין ניצן /
כשם שנכנס לברית
המן זאל גין לשם שדים
 595 מרדכי אומר סליחות מ סלח נא /
קשפר נא /
המן זאל נעמין איין פגירה /
אנשי אמנה אבדו /
המן זאל האבין קיין ראשט נאך קיין רוא /
 600 קיין רוא זאל ער האבין /
זיין קאפף זאל מען אב שלאגין /
עש שלאגי אים גאט /
פריא אונ׳ שפאט /
שפאט אונט פריא /
 605 דארט אונ׳ היא /
פולדר ליושב
המן זיין קאפף זאל ליגן אין מושב /
ויעבור /
אויף המן איין עבור /
 610 ויקרא
אויף המן איין מקרה
איין מקרה אובן איין מקרה אונטין
איין היפש מיידלה אין דער מיטן /
דאש וועלט איך גערין דריען /
 615 אמן
פזמון אתה חלקי צור לבבי
המן זאל צור ברעכין איין הנט אונ׳ איין פוס אונ׳ איין קניא /
מראש עד הברכיים
המן זאל האבן ששה חליים
 620 המן דאש שענק איך דיר /
דוא זאלשט ווערין איין כפרה פר מיר
פולדר ליושב וכו כדלעיל ויעבור ויקרא
פזמון אחר אתה למד דעת /
המן זאל שוויצן דען טודן שוואס /
 625 דען טודין שוואס זאל ער שוויצן /
אויף אים זאל קומין דיא היצן /
דיא היצן זאל אויף אים קומן /
ער זאל פר לאמין אונ׳ פר קרומין /
פולדר ליושב כוי
 630 איך טוא איין מאל אין קעליר גין /
איך זיך איין מאדלי שטין /
איך זאג צו איר /
קום הער ליג דיך צו מיר /
וויל זיא עש ניט טאן
 635 גרייף איך איר דראן /
גרייף זיא אן בויך /
וואר זיא גאר רויך /
ליג איך זיא אויף דען רוקין /
אונ׳ פאנג אן צו דרוקין /
 640 פולדר ליושב וכוי
חטאנו צורינו
סלח לנו יצרינו
אבותי כי בטחו /
וויא איזט מיר גאנגין צו
 645 צו פארכהייט אויף דען מארק /
אנשיל אונ יאקב האבין קיפה גאר שטארק /
זיא זעהן שטיאן איין היפשה קוא /
וויא גשווינד לויפין זי דערצו /
זיא טעטין זיא פילן אונט אויך גרייפן /
 650 איינר שפרעכט ליבר חבר מיר וועלין זיא קויפן /
מיר ווערין קיין קליינן רויח האבין נאר איין שטייפן /
שטייף קומין זיא אין הנדיל אניין /
זיא מעכטין איבר איין פאר טאליר ניט פון איין אנדר זיין /
דער פויאר גידאכט איך וויל מיך ניט לאנג שפארין /
 655 ווייל איך האב פיר צווייא נרין /
נרין זינד זיא אלי צוויין /
דען דיא קוא האט קיין צין /
פר גרושה אלטר קענט זיא ניט מער גין /
ווען זיא דאש העטין גוואושט /
 660 העטין זיא ניט גיזעהן נאך דער ברוסט /
זיא האבין צו איר איין גרושין לוסט /
ווייל זיא האטי איין היפשה שפיץ ברוסט /
זיא איזט אזו ברייט אלז איין טעליר /
דיא קוא איז ניט ווערט איין העליר /
 665 נור דען שינדר אין זיין קוך אונ קעליר /
מיט דען פלאנזין אוב פלימן /
טואין זיא זיך זער רימן /
זיא שעצין זיא אויף פפונפציג פונט חלב /
אבר מען מאג זיא ווערפין פר דען כלב
 670 כלב איז טייטץ איין הונט /
וויא זיא אויף שניידן דיא שלונד /
קאמן זיא צו דען נאביל /
האט דאש קלב וואש זיא האבין גמיינט עש ווער אינצליט איין גרוש גצאפיל/
איז דאש ניט איין טמאה /
 675 אטום ונסרך אין דיא ריאה /
אויך איזט דאש ניט איין מגפה /
דז דיא קועה איזט ווארדן טריפה /
טריפה איזט זיא גיווארין /
קיין חלב הינטן נאך פארין /
 680 זיא איזט ניקש נוטץ פון הויט אונ פון הארין /
דאש פלייש קענין זיא ניט פר קויפן /
יאקב אונ׳ אנשיל מוזין אוועק לויפן /
איזט דאש ניט איין סחורה
שחינדיג אונ׳ מצורע /
 685 מצורע אונ קרעציג /
שחינדיג אונ אויש זעציג /
דיא ביזה קרנקהייט האט זיא גיהט דער בייא /
אלי טאג איין שטונד דרייא /
אויך איזט זיא ראציג אויש דער נאזין /
 690 הינטן אונט פארין טוהט זיא בלאזין /
זיא טונן זיא גשווינד צו הקין אונ צו בראקין
אנשיל אונ יאקב ריישן אויש פר לייד איר לאקין /
יאקב שפראך עש זאל מיר נימר גישעהן /
אונ׳ אנשיל זאגט איך וויל מיך איין אנדר מאל בעשר פאר זעהן /
 695 מיר ווארין צו גשווינד /
מיר האבין דריין גקויפט וויא בלינד /
בלינד ווארין מיר מיט דיא אויגן /
דיא קוא ווערט ניקש טויגן /
דאש קלב פלארט אונ מארט /
 700 אונ קאנט ניט גין פון דען זעלבגין ארט /
יאקוב טוט דאש בעשטי דאש ער קונט /
אונ טרייבט דאש קאלב גלייך איין הונט /
ער טוט עש הינטן בייסן /
דאש קלב טוט אין אין מויל שייסן /
 705 איז דאש נאך ניט הלב
וויא עש וואר צו גאנגין מיט דען קלב
איין פויארן מוזין זיא ביטן /
ער זאל דאש קלב פירן אויף איין שליטן /
זיא מיינטן וואש צו פר דינן זיך זער לושטיג צו מאכין אויף פורים /
 710 אבר עש ווארין גרושי יסורים /
עש גלוסט זיא ניט צו גין צו דער מגילה /
אויך טעטין זי קיין תפילה
זכור /
צו מארגין קריגט דער תליון דיא עור /
 715 ער היישט מיינשטר ווילעם /
יאקב אונט אנשיל ווארין בלינד אז בלעם
אשמנו איז טייטש איין זינד /
דאש העט יוא גיטאן קיין קינד /
צו קויפן איין קועה דיא דא איזט בלינד /
 720 דברנו מיר האבין גירעט /
דיא קוא איזט פעט /
אבר היצונדר איזט אלש וועק /
המן זאל מיך אין ארש לעק
על /
 725 איך גיא גערין מיט דיא מיידלך אין שטאל /
חטא /
פיל ליבר אין בעט /
שחטאנו /
ווען עש גלייך ווער איין אלמנה /
 730 לפניך /
איך מאך עש אין דער געכה
ענינו אברהם /
האט איין גרושה קראם /
מאכט אל דיא מיידלך לאם /
 735 ענינו איצק
זיין זאך איזט זער שפיצג /
מאכט אלי מיידלך וויציג /
ענינו גדלי /
האט איין גרושין אלי /
 740 מאכט אלי מיידלך כלי /
ענינו גומפיל
האט איין גראשין הומפיל /
מאכט דען מיידלך איין גרוש גרומפיל /
ענינו משה
 745 האט עט וואש גרושה /
טוט אלי מיידלך מיט שטוסה /
ענינו מייאר
האט איין גרוש פאר אייר /
אלז איין טאר פון איין שייאר
 750 מי שענה לאברהם פוקס הוא יענינו /
מש שמואל לעמבורגיר הי׳ /
מש שווארץ אייזקל הי׳ /
מי שענה נאטה פוזנר הוא יענינו
מש שמואל העס ה״י
 755 מש הירשיל וועלציר ה״י
מש איצק קראקוויר הי אמן
מ חי ומסי /
וויא בייסן מיך דיא פליא /
ממית ומחיה /
 760 עש זאל המן איבל גדייעה :
מרדכי נוא וועלין מיר איין ביסלה קינות זינגן
אש תוקד בקרבי
המן זאל צו ברעכין איין הנט אונ׳ איין קניא /
בצאתי ממצרים /
 765 המן זאל קריגן חולי מעיים /
סאמט ששה חלאים
על הידים ועל רגלים /
מר קינדרלך מיר וועלין זמירות זינגן
כל מקדש שביעי
 770 איבר המן איין קריעה /
מאדלה היב דיין העמד אויף /
איך וויל מיך ליגן דרויף
עד שבת בישטו איין מלכה /
ליכלה חומל דוא זיא להדליק נר מאך דיא ברכה /
 775 ותכל כל העבודה מאך גוט דיא מלאכה
להתענג בתענוגים ברבורים כ׳ קודש היא לכם
שבת איז דיא כלה איין מלכה /
אל תוך בתיכם
שבת צו נאכט מאכט ער דיא ברכה
 780 בכל מושבותיכם /
זייא גומר דיא מלאכה /
בניכם אויף דיא בנותיכם /
דער עבד אויף דיא שפחה /
השומר שבת /
 785 איז דאש ניט איין שפאס /
דער בן אויף דער בת
צו מנחה אם שבת
העם אשר נא /
קראצט מיר דען תחת אב /
 790 יזכור לפקדו לעק מיר דיא שמועה
לבל יעבור בם /
המן זאל ווערין לאם /
כאשר נשבעת על מי נח /
המן זאל מען שפאלטין זיין מוח
 795 אמן
יונה פון פישלוויץ
ברענגט איין זאק פפלוימן
איך שטעק דען פינגר אין ארש /
המן לעק דען דוימן
 800 מר קינדרלך מיר וועלין תהילם זעגין במהירה /
אונ׳ וועלין מבטל זיין דיא גזירה /
למנצח מזמור לדור
התוך מרדכי דוא זאלשט היים גין
מ ווער איז דער היים :
 805 הת איין אלטי גויה
מ וואש וויל זיא
הת ליינה טוך
מ וויא לאנג
הת אז איין שטאנג /
 810 מר לאז זיא איין וויילה דרין
מר אל בית ה׳ נלך
הת עשין וועלין מיר קנידלך
מ קנידלך וועלין מיר עשן
הת דיא שמועה וועלין מיר מעסין /
 815 מר מעסין וועלין מיר דיא שמועה
הת דאש איזט איין רפואה
מר איין רפואה איזט דאש מיר
הת ווען איך זעה איין היפש מיידלה שלאף איך בייא איר
מ קינדרלך מיר וועלין איין ווינג קדיש זעגין
 820 יתגדל /
המן זאל צו שפרינגן דיא גאל /
ויתקדש
המן זאל ווערין חרש /
שמיה
 825 המן זאל ווערין ווינד אונ׳ וויא /
רבא
דיא קינגן האט קיין חלק לעולם הבא /
על ישראל /
דער קינג זאל האבין אום גליק איבר אל /
 830 ועל רבנן /
דאש תליות אויף המן זיין פנים
ודעסקין באורייתא
המן זאל קריגן דעש שייסן /
באתרא הדין
 835 המן זאל קריגן דען שחין
ונאמר אמן
איין פעשטלענץ אויף המן זיין פנים
מלכה התוך דוא גטרייאר דינר מיין /
גיא צו מיין פעטיר מרדכי הריין /
 840 אונ׳ טוא אין פראגין /
וואש דא בטייט דאש וויינן אונ׳ שרייאן אונ׳ קלאגין /
דאש קלאגין אונ׳ ברומין
דאש איז פר מיין ארין גיקומין
הת מרדכי דא לאזט דיך דיא קינגן ביטן /
 845 דוא וואלעשט זיא בריכטן /
וואש בטייט דאש שרייאן אונט ברומן /
דאש זיא הערט אין ארן זומין
וואש איזט דיר צו גיקומין
מר אוויא אוויא וויא זאל איך ניט וויינן אונ׳ שרייאן אונט ברומן /
 850 אזו פומפרלה גזירה איזט כל ישראל צו גיקומין /
דער המן דער ביז וויכט /
האט בייא דען קינג אויש גריכט /
דאש אלי יודן זאלין ווערין גשלאכט
אויך האט ער בייא אים טון ער לאנגן /
 855 דאש איך זאל ווערין גהאנגן /
התוך אלי הוך גיבארני קינגן אייר פעטיר מרדכי לאזט אייך זאגין /
וויא זאל ער ניט וויינן אונ׳ שרייאן אונט קלאגין /
דז המן דער ביז וויכט
האט בייא דען קינג אויש גריכט /
 860 אונ האט טוהין ער לאנגין
אלי יודין אונ מרדכי זאלין ווערין גהאנגין
אונ האט צעהן טויזנט צענטנר זילבר טואין ועגין
אום דיא יודן איר לעבין
מלכה התוך דוא גטרייאר דינר מיין /
 865 גיא צו מיינם פעטיר מרדכי הריין /
אונ ברענג אים דאש קלייד ער זאל עש אן קליידן /
פיל לייכט מעכט ער בשירמט ווערן פר אלין ליידן
התו מרדכי דיא קינגן לאזט דיר זאגין /
דוא זאלש׳ ניכט ודינן אונ שרייאן אונ׳ קלאגין /
 870 אונ זאלשט דאש קלייד אן קליידן
פיל לייכט מעכשטו אונ׳ אלי יודן בשירמט ווערין פר אלי ליידן /
מר חייא ברייא וויא איין קלייד איז דאש זאל איך עש נעמין פר איין דלית עש איזט
מיר צו שמאק מיין איך צו שמאל צו איין פאר הוזין איזט עש צו קארץ גיא הין
לאז זיא זיך איר אונטיר העמד מיט פליקן אונ׳ לאז זיא גין צום קינג הריין /
 875 אונ׳ לאז בעטין פר דיא גנצי יודן גמיין
דז זיא ווערדן בשירמט פון אירה ביטרה פיין
מלכה להתוך התוך דוא גטרייאר דינר מיין
גיא צו מיין פעטר מרדכי הריין /
אונ טוא אין דער בייא זאגין /
 880 איך בין ניט גרופין ווארדין אין דרייסיג טאגין
מר ווארום ער האט גוויש פיל היפשרה הורין אז זיא איזט
מלכה וויא זאל איך דען הניין גין אום בגערט
פיל לייכט מעכט איך גרעכט ווערין מיט דען שווערט /
דרום לאז ער איינש טאן /
 885 אונ׳ לאז אין דיא שטאט שושון גאן /
אונ זאל פר זמלין קליין אונ גרוש /
אונ׳ זאל נעמין דיא צעהן גיבאט אין דיא שוס /
אונ זאלין פאסטין אונ בעטין /
אלזו וויל איך פר דען קינג טרעטין /
 890 פיל לייכט מעכטן זיא ווערין אב גשיידן פון איר גרושין נעטין
אמן
התוך אומר למרדכי את דברי אסתר דברים כהווייתן ואחר כך הולכת המלכה אצל המלך והמלך מושיט לה השרביט ואומר לה    מלך אסתר מיין ליבש ווייב
דוא בישט דאש הערץ אויש מיין לייב /
מר זיכט אלי הער ער קריגט חשק
 895 מלך אסתר מיין ליבש ווייב זאג מיר דיין בגער /
וואו צו דוא בישט קומין אלהער
מלכה עונה אידלר קינג דאש איזט מיין בגער
דז איך בין קומן אלהער /
דער קינג אונ המן זאל קומין אויף דיא מאל צייט /
 900 דיא איך האב אן ברייט
משוררים בניגון צו דער מאל צייט /
מר צום פרעסין דז זיא זאלין צו שפרינגן /
ושוהים מעט ואחכ אומר מלך על הסעודה אסתר מיין ליבש זאג מיר וואש איז דיין פר לאנגין /
ביז מיין הלב קינגרייך זאלשטו ער לאנגין /
 905 זונדרין דאש האב איך פר שווארין /
צו בויאן דען טעמפיל אונ׳ זיין טארין ...
מלכה אליר אידלר קינג מורגין וויל איך אין זאגין מיין בגער
נאך וואש איך בין קומין אלהער /
המן הולך ובובה עץ ואומר צעהן
 910 מר ווינד אונ וויא זאל דיר גישעהן
הם צוואנציק
מר דוא זאלשט דער שטיק
הם דרייסיג
מר ברעך דאש גניק /
 915 המן פירציג /
מר אויף דיר אלי אום גליק
<<המן>> פופציג אלין הוך איזט דעך גלגין ברייט /
פר דען שעלמן מרדכי אונ זיין לייט עכ
מלך שרייבר איך וויש ניט וואש דאש מאכט /
 920 דז איך היינט ניט שלאפין קענין איין גנצי נכט
מר ער האט גוויש היינט איין גנצי נכט מיט דער מלכה גחומלט
דרום קען ער ניט שלאפין איבל זאלש אים בקומין
מלך שרייבר טוא אין מיין קראנקי בוך זוכין /
פיל לייכט איזט אימנט דער מיך טוט שעלטן אונט פלוכין
 925 דיא ווייל ער האט מיר וואש נוטץ גטאן /
אונ איך האב אים ניט גיגעבין זיין לון /
וסופר מבקש לימצא ואומר מ׳ר וויא דער נרשר שרייבר זוכט
סופר אלטר נר וואו שטיט עש דען ווייז מיר
מר דיב אין דיא הוזין שטיהט עש / דער נר קאן ניקש לעזין
 930 סופר אלטיר נר ווארום בין איך דען איין שרייבר
מר נר וויא דאש איזט איין קינג זו בישטו איין שרייבר
אלז ביז אויף איירה לייבר
סופר למלך איך האב אין דער קראנקי ניקש אנדרש קענין גפינן
אלז פון דען שעלמן מרדכי איזט וואש דרינן /
 935 דז צווייא הערין האבן זיך בגעבין /
צו ברעעין דען קינג אום זיין לעבין
אונ מרדכי האט דיא זאך קונד גמכט
דא איזט אינן גישעהן איר רעכט
מלך האט מאן אים ניקש דא פיר צו רעקומפענש געבין
 940 סופרב איך ווייש ניט בייא מיין לעבין
מר יוא בויך ריישן האב איך בקומין / איך וויל דאש זעלבי דען קינג אונ דיא קינגן
איבר לאשן
המן דופק אצל הפתח    מלך שרייבר ווער גוואר /
ווער אזו פריא קלאפט אן מיין טאר /
 945 סופר הולך אצל הפתח    סופר ווער איז דיזר מאן
דער זוא פריא קלאפט אן
המן פותח את הפתח בעזות ואומ׳    המן המן איזט דיזר מאן /
דער זוא פריא קלאפט אן /
איין נייא צייטונג טוא איך ברענגין /
 950 מען זאל דען שעלמן מרדכי הענגין
סופר המן איז דיזר מאן /
ער האט בייא דען קינג וואש צו טאן
מלך איזט המן דיזר מאן
לאזט אין שנעל הריין גאן /
 955 סופר המן אריין
בא המן ואומר איין גליק זעליגן מארגין
זאל דען קינג ניט זיין פר בארגין
אונ זאל האבין קיין זארגין
מלך המן וואש איזט דיזר מאן ווערט /
 960 דען דער קינג זיין עהר בגערט /
המן מכה על לבו ואומר דיזר מאן איזט ווערט /
צו רייטן אויף דען קינג זיין בעשטש פערד /
אונ׳ פר אים אויף רופין אונט אויש שרייאן /
מיט טרומפיטן אונ׳ שעלמייאן /
 965 דאש איזט דיזר מאן
דען דער קינג האט דיא עהר געבין צום לון /
מר דער נר מיינט זיך זעלבשט
מלך המן דוא האשט מיין בשייד /
דוא זאלשט אלזו בלד זיין ברייט /
 970 גיא אין מיינם שטאל
אונטר מיין פערדן אל /
אונ נעם מיין בעשטש פערד /
וויא זיך איין קינג אן טאג זיינר קרינוג גיהערט /
אויך דיא קינגליכן קליידר אונ׳ אויך דען שווערט /
 975 אונ טוא עש דען מרדכין געבין
ווייל ער האט מיך בהלטין בייא מיינם לעבין /
המן בנחת עש זיינן פיל יודן מרדכי גננט /
אונטר דען שעלמן בין איך גאר ווינג בקאנט /
מלך דען מרדכי דער דא זיצט אונטיר מיין טאר
 980 זאלשטו עהרין גאנץ אונ׳ גאר
המן דער מרדכי איזט מיין פיינד /
וויא זאל איך אין ערין היינט /
מלך המן לאז דיר ניט מער זאגין /
זונשט לאז איך דיר דיין קאפף אב שלאגין /
 985 המן הולך אל מרדכי ומנגן קינה בניגון אך מרדכי שעלמכייא /
דיין קאפף אויף דרייא /
אויך אויף פיר /
ווינד צו מיר אוגד וואל צו דיר /
דז דוא האשט זעלכש דער לעבט אן מיר /
 990 אלז דיין שרייאן אונט וויינן /
האט מער גהאלפין / אלז מיין זילבר אונ׳ אידל גשטינן /
דרום שטיעה אויף פון דער ערד /
אונ׳ זעצה דיך אויף דאש קינגש זיין פפערד /
ווייל עש דער קינג האט בגעהרט /
 995 מר אוויא אוויא וויא זאל דאש דער קינג ביגערין /
מיר אן צו טאן זולכי ערין /
אויך בין איך צוועלף אונ צוואנציג וואכין אין דיא עשין גזעשין /
אונ האב קיין בישן גיפרעשין /
איך קאן ניט אויף שטין /
 1000 אויך ניכט אויף מיין פיסן גין /
זאל איך דען אבר האבין דיזה ערין
זוא מושטו מיך פוצין אונט שערין /
אונ׳ מיין לייב קראצין אונ׳ וואשין /
דז איך ריין ווערדע פון דער אשין
 1005 אמר המן למרדכי בחרי אף גנב וואו זאלשטו זעלכיש פון מיר ביגערין /
איך זאל דיך פוצין אונט שערין /
אזו לנג גיא איך בייא דען קינג אויש אונט איין /
אונ׳ היצונד זאל איך דיין בלבירר זיין
מרדכי שוחק ואומר וויא זיך דער גנב שטעלט /
 1010 אלז ווען איך אין ניט קענט /
דאש ער איזט שון איין באד קראציר גיוועזין
היצונד מאכט ער איין גרוש וועזין /
עש טוט אין פר דריסן
מען זאל אין דער שיסן
 1015 המן אלטר נר רייט זאג איך דיר
מר דר איין ווייל גנב איך וויל דיר איין פסוק זאגין לסוסתי איך האב מיין לעב טאג
פיל שינר פפערט גריטן דאך קיין זעלכש וויא דוא בישט אז דער פסוק גיהט
בהט איין שויבל ודר אונ איין דרין בעזין וסחרת אונ איין אובין גאביל ויש
אומרים וסוחרת אונ איין איזל גשטאנק
 1020 המן אלטר נר רייט איין מאל
מר דר איין ווייל איך וויל דיר נאך איין פסוק זאגין
המן וואש איזט דאש פסוק
מר שיינט וואל דז דוא קיין העברער בישט דאש איזט איין פסוק שחורה בישטו
נאך ניט פר שווארצט ווערשטו פר שווארצט ווערין /
 1025 אז דער פסוק גיט וויא דיר /
דיין קאפף פר דריא דיר /
היתה איז גווארין למס /
המן ליגט בייא דער גאס
אונ זאל שוויצן דען טודן שוואס
 1030 ונאמר אמן
אלז ביז אויף זיין פנים
אמן
המן אלטיר שעלמע רייט איין מאל
מר גנב איזט יוא קיין זאטיל איך ווער מיר איין וואלף רייטן /
 1035 המן אלטיר גר האשטו קיין שפארין /
שטאק דיא נקבה מיט דען שוואנץ הינטן אונ פארין
מרדכי רוכב על המן והמן מנגן בניגון קינה אך וויא וויא האבין זיך
פערשטן אונ׳ גראבין פר מיר מוזין נייגן אונט בוקין /
היצונד מוז איך דען שעלמן ליידן אויף מיין רוקין
אך ווער מיין פראכט אונ׳ פראלין ניט גיוועזין /
 1040 העט איך פר שפארט דאש וועזין /
המן מכריז דיזר מאן איזטש ווערט
ווייל אין דער קינג צו ערין ביגעהרט /
עוד פעם דיזר מאן כוי
סופר המן דוא זאלשט גין אויף דיא מאל צייט
 1045 וואש דיא קינגן האט ברייט
דוא ווערשט קריגן אלי לייד
משוררים צום עשין
מ׳׳ צום פרעשין
עיין לעיל דף ה׳    מלך אסתר זאג מיר אלהער /
 1050 וואש איזט דיין בגער /
מיין הלב קינג רייך
זאל דיר גשענקט ווערדין גלייך
מלכה אן דאש קינג רייך וויל איך ניט גידענקין /
נור איך ביט דער קינג וואלי מיר מיין לעבין שענקין /
 1055 אויך טוא איך מיר ניט צו טרויאן /
צו בגערין דער קינג זאל דען טעמפיל בויאן
נור איך ביטע פיר מיר אונ מיין קינגליכן גשלעכט
דאש אינן מעכטי ווידר פארין דאש רעכט /
דאש זיא ניט ווערין גשלאכט /
 1060 דען איך אונ מיין פאלק זיין ניט אליין פרקויפט ווארדין צו קנעכט /
זונדרין צו ער שלאגין מיט דען שווערט /
דרייצעהן טאג אין מארצי זאל קיינר פון מיין ברידרן ניט ווערין גיזעהן נאך גהערט /
וויא זאלט איך דען שטיל שווייגן
ווען מיין פאלק זאלט קומין אין גרושה ליידן /
 1065 איך ווערדע האפין דער קינג ווערט דאש זעלביגי פר מיידן
מלך ווער איזט דיזר מאן
דער דיזש פאנגעט אן
אונ׳ בגערט זעלכש צו טאן /
מלכה אלהיר קיגן ווירטיג איזט המן דיזר מאן /
 1070 דער זעלכיש האט גיטאן
אונ׳ צעהן טויזנט צענטנר זילבר האט ער געבין
אום אל דיא יודן איר לעבין
אויך האט ער טאן ערלאנגן /
מיין פעטיר מרדכי זאל ווערין גהאנגין /
 1075 דאש איזט זיין לון /
ווייל ער האט דען קינג בהלטין ביין זיין לעבין אונ בייא זיינר קרון
מלך שרייבר איך וויל דיר וואש זאגין
פר גרושן צארין קאן איך מיין עשין ניט פר טראגין /
דרום וויל איך איין ווינג ווארטין /
 1080 אונ׳ גיא מיט מיר שפצירן אין מיין גארטין /
והולכים יחד מלך וסופר והמן הולך אצל המטה לבקש את אסתר ומרדכי דוחף אותו ואומר ווארט גנב דוא ווערשט איין אוויר איין הנדלין
המן אידלה קינגן איך וויל זיא גיבעטין האבין /
זיא וואלי מיר עש דאש מאל פר טראגין /
איך העט מיך אויך דיזה זאך ניט דער וואגין /
 1085 ווען איך העטע גווישט
דאש דיא קינגן פון יודן שטאם איזט
סופר אידלר קינג ער זעה איין ווינג צו ריק
איין אויגן בליק /
המן טוט זיך מיט דער קינגן רינגן
 1090 פר וואר ער וויל זיא בצווינגן
המלך קופץ בחרי אף וחרבו שלופה בידו ואומר המן בייא מיינר קינגן האשטו וועלין שלאפין /
פר וואר מיט דיין לעבין וויל איך דיך שטראפין
מלך שרייבר נעם אים בייא זיינה האר
אונ׳ הענג אים מיט דיא פיס קפור
 1095 המן בורח ואומר ווייל איך זעהע עש ניט אום מיר /
מוז איך לויפן צו דער טיר /
סופר והתוך תופשין אותו ומנגנין מיר האבן אין גיפאנגין
פר וואר ער זאל ווערין גיהאעין /
בייא דער קינגן האט ער וועלין שלופין
 1100 מיט זיין לעבין מוז מען אים שטראפין
סופר המן האשטו דיא ריד פון דען קינג פר נומין /
דוא מוזט אן גאלגין קומין
אונ׳ ווען דוא נאך זוא פיל ווילשט געבין
קאנשטו ניט ווערין ער רעטעט פון דיין לעבין
 1105 המן אך הער שרייבר דוא ליבר ברודר מיין
לאז מיר דאך דיא זאך גווערט זיין /
פר דען אידלן קינג וואלשטו מיך לאזין טרעטין
אונ פר מיין שווער ביטר לעבין בעטן
סופר המן דוא ליבשטר ברודר מיין
 1110 דיא זאך זאל דיר אום גווערט זיין
פר דען אידלן קינג צו טרעטין
אונ׳ פר דיין לעבין צו בעטן
המן כורע לפני המלך ואומר הוך אונט וואל גערטיר קינג מיין /
זיכט דאך מיינה ביטרה פיין
 1115 מיין צעהן קינדר זאלין בייא אייך דינר זיין
שענקט מיר נור מיין לעבין אליין
מלך להמן המן גיא וועק פון מיר
אבר איך שטוס דיך צו דער טיר
שרייבר נעם אין אבאכט
 1120 וואש איך האב דיר גישאפט
נעם אים בייא דיא האר /
אונ הענג אים מיט דיא פיס קפור
המן אך וויא וויא האב איין בשייד פון קינג גהערט /
איך זיך מיין טוד איזט מיר בשערט /
 1125 ווייל איך האב וועלין דען שעלמן מרדכי אום דש לעבן ברענגין
היצונד מוז איך הענגן ...
דרום אויך ליבר ברודר שרייבר מיין
לאז מיר דאך דיא זאך אום פר ווערט זיין
פר דיא אידלה הוך גיבארנה קינגן צו בעטין
 1130 פיל לייכט קענט איך מיין לעבין ער רעטין
סופר המן דיא זאך זאל דיר אום גווערט זיין
פר דיא קינגן צו טרעטין
פר דיין לעבין צו בעטין
המן כורע אלי אידלה גיבארני קינגן מיין
 1135 זיכט דאך מיין ביטרה פיין
לאזט אייך דונקן איך ווער איין וולד פיגליין /
אונ שענקט מיר דאך מיין לעבין אליין /
מיין געלט אונ׳ גוט וויל איך גערין געבין /
אום מיין לעבין צו איבר שטרעבין
 1140 מלכה המן גיא וועק פון מיר /
איך שטוס דיך צו דער טיר /
מ׳ דוא מושט הענגין גנב
המן אך וויא וויא האב איך איין בישייד פון דער קינגן גהערט
מיין טוט איזט מיר בשערט
 1145 דאש איך זאל גריכט ווערדן מיט דען שווערט
אונ׳ זאל קומין אין דער ערד
דרום אויך ליבר ברודר מיין
לאז מיך דאך צו דען שעלמן מרדכי הריין /
איך וויל פר אים טרעטן /
 1150 ער זאל פר מיין לעבן בעטין
סופר המן דיא זאך זאל דיר אום גווערט זיין
פר דען מרדכי צו טרעטין /
אונ פר דיין לעבין צו בעטין
המן כורע אך מרדכי זייא דיך דאך דער בארמן איבר מיין וויינן אונ שרייאן/
 1155 ווייל אין דיא צעהן גבאט שטעהט ווען דיין פיינט פלט זאלשטו זיך ניט פרייאן /
דרום טוא פר דען קינג טרעטין
אונ כו׳
מר הני מילי
גשוועלין זאל דיין מילה
 1160 בייא איין ישראל /
אבר בייא איין גוי /
תדרוך מען זאל זיא טרעטין /
גנב איך וויל פר דיר בעטין
והולך למלך קינג לעבין איין אנדרין גנב הענגט מאן אן איין שטריק אונ׳ אים לאז הענגן
 1165 אן איין קעטין דער מיט אז ער ניט הרונטר פעלט אונט טוט זיך שאדין איין
אנדרין הענגט מאן בייא דען קאפף אים בייא דיא פיס
ואומר <<להמן>> גיא הין איך האב דיר דען גלגין אויש גריכט /
המן אך אונט וויא וואש ווערין פערשטן אונ גראבין זאגין /
ווען מען ווירט המן דען קאפף אב שלאגין
 1170 אונ וויא ווירט דער שעלמע מרדכי לאכין
ווען מאן ווירט מיין קאפף אב ברעכין /
אויה לי
אך אונט וויא וויא האב איך מיך מיט שינן קליידרן טואין בדעקין /
אבר היצונד מוז איך מיין הלז אוש שטרעקין
 1175 וויא בין איך גאנגין בייא דען קיגג אויש אונט איין
היצונד מוז איך איין גלגין צירד זיין
אויה לי
איר הערין טוט מיך זעלבר צום עקסעמפל אן שויאן /
איך האב זעלבר אויף מיר דען גלגין טואין בויאן /
 1180 עש פפלעגט אבר אפט זוא צו זיין
איינר גראבט דיא גרוב אונ פעלט דריין
המן אך אונט וויא וויא מוז איך פון דיא וועלט שיידן /
אונ דער צו גרושה שמערצן לייזן /
דרום אי מאן מיך ווירט אן גאלגין הענגין /
 1185 וויל איך פאר הער מיין זינד בקענין פר מיין ליבן גאט צו ברענגין
המן אך אונט וויא וויא איזט מיר ליידר דער גאנגין
אן מיין אייגנן גאלגין זאל איך ווערדן גהאנגן
אך איזט ניט איין יאמר אונ׳ גרושה נוט
אז איך מוז ליידן דען ביטרן טוט
 1190 אויה לי
דרום זאל איט ווידר זיין קינד שטראפין /
דז עש אויף קיין אנדרין טוט זאל האפין /
ווייל איך האב אויף מרדכי זיין טוט גיווארט /
בין איך זעלבר אין דיא גרובין פר שארט /
 1195 דאש איזט מיר אלש איבר דען שעלמן מרדכי הער קומין /
איך וועלט דז אין דער טייבל העט לענגשטן גנומין
זוא ווער איך ליידר ניט אן גלגין גיקומין /
דרום זאל קיינר מיט דען יודן אן פאנגין
דען עש איזט נאך קיינם וואל אויש גיגאנגין /
 1200 מען זאל זיך פרלאזין אויף גאט /
דער אליש ערשאפין האט
דען גאט אין הימל האט עש ניט וועלין האבין /
דז מרדכי זיין פלייש זאלין עשין דיא ראבין /
נון ווייל מרדכי איזט איין פרומר מאן /
 1205 מוז איך אן גלגין גאן
איך האב גימיינט איך העטי עש גוט גמאכט
ערשט האב איכש ניט גנומין אין אב אכט
איך האב גימיינט דען יודן מרדכי אום זין לעבן צו ברענגין /
ערשט מוז איך זעלבר הענגין /
 1210 דרום נעם זיך עקסעמפעל אידר מאן /
אז מען זיך ניכט אויף זיין האפרט פר לאזין קאן /
דען העטי איך מיך ניט אויף מיין האפרט פר לאשן
זוא ווער מיין בלוט ניט ווארדן פר גאשן
איך האב אימר בייא דען קינג טאן פראנגן
 1215 דרום איזט עש מיר זוא דער גאנגין
דז איך מוז ווערין גהאנגין
איך פלעג אימר צו גין שפאצירן /
אבר היצונד מוז איך דען גלגין צירן /
איך בין בייא דען קינג גיוועזין אין זיין ראט /
 1220 היצונד האב איך פרדינט דען טוט /
איך פלעג צו גין אויש אונט איין /
היצונד זאל איך גלגין צירד זיין /
אויה לי
אך אונט וויא מיט הערין אונ׳ פערשטן אונ׳ גראבין האבין איך טון שפייזן /
 1225 היצונד ווערין דיא ראבין אונ דיא פיגל אויף מיר הין אונט ווידר רייזן /
וויא האב איך טון עשין אונ׳ טרינקן /
היצונד מוז איך צו דער ערד זינקן
אך וויא וויא האב איך מיך גהלטין זוא פיין /
היצונד איז דער גלגין מיין טרוסט אליין
 1230 אך וויא ווער איך מיין ליבן גאט גהורזם גיוועזין /
ווער איך היצונד ווארין גנעזין
פירשטן את גראבין האבין זיך פר מיר טון נייגן אונ׳ בוקין /
היצונד ווערין דיא ראבין עשין דאש פלייש פון מיין רוקין /
אויה לי
 1235 דרום איר הערין טוט גידענקין /
וואש איינר דען יודן טוט גאט ווערטש אים ניט שענקן
איך האבי דען גלגין פופציג אלין הוך גיבויאט /
מיר זעלבר צו מיינר הויט
איך האב גמיינט איך העטי וואל גיטאן
 1240 היצונד מוז איך זעלבר דראן /
דרום זאל זיך איין יעדר מענש פאר זעהן /
דז עש אים ניט זאל גישעהן /
אונ׳ אים בעשר ער געהן
אך וויא איבר דיזה שטונדן
 1245 אז איך בין בייא דער קינגן ווערדין איין גיפונדין
אך וויא איבר דיא צייט /
אז איך בין צום גלגין ברייט /
עש קומט אבר אלש איבר דיא הוררייא איין הער /
דז איך בין גיקומין אום מיין עהר /
 1250 דאש האט מיך דער גבראכט /
ווייל איך האבי דיא זאך ניט בעשר בדאכט
אך שרייבר האשטו פאר הערא ניט הערין מעלדן /
פון שמשון דען שטארקין העלדן
דאש טוט מאן אויך וואל ווישן /
 1255 דז ער האט מיט זיין הענדן איין ליבן צו ריסן /
לעצליך האט ער מיט דיא הורין אן גיפנגין /
פר וואר איבל איזט עש אין דער גאנגין
דען דיא הור האט אים איבר וואונדן אונ איבר רעט /
אין אירן בעט /
 1260 אונ׳ האט אים זיין האר אב גשארין /
דא דורך האט ער זיין שטארק פר לארין /
זיינה פיינדה האבין אין זיין אויגן אויש גשטאכין /
אבר אויף דער לעצט האט ער זיך נאך אן אין גראכין
זיא האבין אין גבונדין מיט שטארקי שטריק
 1265 ער האט זיא אבר צו ריסן אין איין אויגן בליק
ווייל ער האט גאט אן גרופין
אוש זיין ניטן האט ער אין גהאלפן /
איין שטונד פר זיין טוד / האט ער אים דיא שטערקי גגעבין /
דז ער האט פיל טויזנט פון דיא פיינדע גבראכט אום אירן לעבין
 1270 אויך דער קיגג מנשה האט אלש ביז גיטאן ווידר גאט /
האט גימיינט עש ווערט אים גין פארט
אבר בלד האט גאט דען קינג אשור גזנט /
אונ׳ אים גיאגט אויש זיין לנד /
ער האט אל זיין אב געטיר אן גרופין /
 1275 אבר עש האט אימס קיינר קענין העלפין /
אבר וויא ער רופט אן דען לעבנדיגן גאט /
וויא בלד ער אין גהאלפין האט
אויך דער קינג חזקי׳ וויא ער לאג אויף זיין טוט בעט קרנק /
וואר אים זער באנג
 1280 דא זענדעט ער בהענד נאך דען פראפעטין ישעי׳ ער וואלט מאכין זיין טעסטמענט /
ער האט גמיינט עש גיט מיט אים אויף איין ענד /
וויא אים דער פראפעט ער מאנט /
קערט ער זיך צו דער וואנט /
אונ׳ רופט דען ליבן גאט /
 1285 דער אין בלך גהאלפין האט
זיין גבעט האט ער גהערט /
אונ׳ זיין יאר פר מערט
אויך האב איך הערין זאגין /
וויא פרעה האט דיא קינדר ישראל טואין פלאגין /
 1290 זיא האבן מוזין טאן שווערי ארבייט
אבר דער נאך איזטש אים ווארין לייד
לעצליך האט ער זיא נאך הרטיר טואן שטראפין /
אונ׳ האט אירה קינדר אין וושיר גיווארפין /
דער נאך האט עש אין זעלבר בטראפין /
 1295 גאט האט מאזיש אונד אהרן צו אים גישיקט /
האט ער מוזין זיין אונטיר דריקט
דער נאך אויף דען מער האט ער גיבעטין
גאט האט אים גהאלפין אויש זיין נעטין
גאט האט אים לאזין בלייבן
 1300 דז ער קענטי דיא וואונדר בשרייבן
אויך זעה איך וואל גאט האט מיר מיינה זינד פאר בהלטין /
ווייל איך האב דיא צעהן גיבאט ניט גהלטין
ווידר דיא זעלבן האב איך טון וואלטין
אנכי האב איך ניט פר נומין
 1305 דרום בין איך אום מיין לעבין גיקומין /
אויך לא תשא האב איך ניט טואין הערין
נאר אימר פלש שווערין /
דרום וויל מיך גאט אויך ניט הערין
ווייל איך האב דען שבת טון פרשטערן
 1310 כבד את אביך האב איך ניט אין אכט גנומין /
דרום בין איך אום מיין לעבן גיקומין /
אויך לא תרצח גאטש ווארט
ווייל איך האב דער שלאגין אונ דער מארט /
דעשט הלבין איזט דער גלגין מיין ארט
 1315 אויך לא תנאף ווייל איך האב הוררייא גטריבן
דעשט וועגין בין איך ניט לעבין גבליבן
אויך לא תגנוב ווייל איך האב טון רויבן אונ שטעלין
דעשט וועגין קען איך דען גאלגין ניט פעלין
אויך דיא אנדרין גבאט האב איך פראכט
 1320 דעשט וועגין איזט דער גאלגין מיין רעכט
דרום שרייבר ליבשטר ברודר מיין
לאז מיר דאך דיא זאך אום פר ווערט זיין /
איך וויל פר דען קינג טרעטין
אונ פר מיין לעבין בעטין
 1325 סופר דיא זאך זאל דיר ניט גיווערט זיין
צו גין צו דען קינג הניין
והולך המן למלך ולאסתר ולמרדכי לבקש עוד פעם ואומרים הכל כמו למעלה מרדכי גנב איך וויל דיינר גידענקין /
אז מאן דיך ווירט הענגן
ווען מען ווירט דיין גניק צו ברעכין
 1330 ווער איך זער לאכין
המן מרדכי וויא טושטו מיינר שפאטין אונ לאכין /
מען זאגט יוא ווען דאש נאכברן הויז ברענט זאל מען זיך ניט פרייאן דער זאכין
איך וויל דיר איין שווערין
דיא יודן ביז צו טון וויל איך נימר מער ביגערין
 1335 מ איך ווייש אן דעם וואל
<<המן>> אך אונט וויא האב איך מיר עט וואש פאר גנומין /
איך האב גימיינט דיא יודן צו בקומין /
עש האט אבר מער גהאלפין איר שרייאן אונט וויינן
אלז מיין גאלד אונ אידל גשטיינן
 1340 האבין איר הערין ניט הערין פון דען קינג נבוכד נצר לעזין
וויא איין שטארקיר קינג ער איז גיוועזין
זוא בלד ער האט זיך זיין הערליכקייט איבר נומין /
איזט ער אום זיין לעבין גיקומין /
צו גאט דען אלמעכטיגן האט ער זיך וואלין גלייכן /
 1345 אבר גאט האט אן אין גיטאן איין גרושין צייכן /
זיבן יאר איזט ער הרום גלאפין אלז איין ווילד טיר אונ׳ האט געשין גראז
איז גלאפין גלייך אלז איין האז
אויך האט ער ניט הערין זאגין
וויא דער באלטשעטצר האט דאש גפעס אויש דען טעמפיל טואין הער פאר טראגין
 1350 אונ׳ האט דרויש גטרונקין
אין איינר נכט איזט ער ווארין פר זונקין
אלזו איזט עש מיר אויך גיגאנגין
ווייל איך האב דיא יודן וואלין פאנגין /
אונ׳ היצונד ווער איך גהאנגין /
 1355 דרום שרייבר ליבר ברודר מיין
לאז דאך מיין ווייב אונ קינד צו מיר הריין
לאז מיך זיא נאך איין מאל זעהן
איהע מיר מיין רעכט ווערט גישעהן
סופר דיא זאך זאל דיר גיווערט זיין
 1360 צו גין צו דיין ווייב אונ קינדר הניין
צו קלאגין דיינה פיין
המן הערץ ליבשטש ווייב /
וויא מוז איך שיידן פון איין זוא שגיא וויישן לייב /
אך אונט וויא האב איך זעלין גידענקין
 1365 מען ווערט מיר מיין לעבין ניט שענקן /
עש איזט מיר לייד דז דוא זאלשט צו זעהן
ווען מיר ווערט מיין רעכט גישעהן
דרום בלייב אין גאטש נאמין צו הויז
אונ גיא ניט הרויש
 1370 דאש וויל איך דיר נאך בפעלין וואש
איך וויל האבן מיין פלייש צו בגראבן
דז עש ניט עשין דיא ראבין /
דרום שרייבר ליבר ברודר מיין
לאז דיר מיין ווייב אונ׳ קינד בפולין זיין /
 1375 אונ׳ מאכי וואש דוא האשט צו מאכין
דער שעלמע מרדכי זאל מיינר ניט לענגר לאכין
שרייבר ווייל עש ניט אנדרש קאן גזיין /
זינג מיו־ דאך איין היפש לידליין
איך וויל נאך איין מאל לושטיג זיין
 1380 משוררים אך וויא איזט המן גוועזין איין מאן
ער האט זיין לעב טאג קיין גוטץ גיטאן /
וויא איזט ער גיוועזין זוא שין /
אונ האט אויך גיגעשין חזיר מיט קרין
וויא איזט ער גיוועזין זוא קלוג
 1385 ער טרינקט גערין נסך אויש דען קרוג
וויא איזט ער גיוועזין זוא נעט /
ער האט גערין גשלאפין בייא דען הורין אין בעט
מלך שרייבר דוא האשט מיין גיבאט פר נומין /
דוא זאלשט דער זאך נאך קומין
 1390 איך טוא דיר נאך איין מאל זאגין
דוא זאלשט אין זיין קאפף בלד אב שלאגין
סופר המן קום מיט מיר
איך וויל דיך פירן צו דער טיר
המן וואו הין צו איין היפשה הור
 1395 סופר אן גאלגין מוזטו הענגין
ווייל דוא האשט וואלין דיא יודן אום דאש לעבין ברענגין
ומכים את ראשו ואומר מרדכי כשם שנכנס לברית
כן יכנס לשם שדים
אמן
 1400 ובא המן ואומר איך בין גיוועזין אויף יענה וועלט
אונ׳ האב גיזעהן היפשה מיידלך אונ פיל געלט
<<מרדכי>> גנב ווארום האשטו זיא ניט גנומין
<<המן>> מאן האט מיך ניט לאדן דער צו קומין
אויך דיא ווייבר
 1405 האבין מיך ניט וועלין לאזין גרייפן אן איר לייבר
<<כולם>> נון וועלין מיר עש לאזין אויש זיין /
מיר מוזין האבין געלט צו טרינקן וויין
ווען מיר נור דאש טואין זוא קומין מיר אין הייליגן לנד אריין /
אמן
סליק