לדלג לתוכן

אייביק נישט פארגעסן

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו געשיכטע פון ראזשישטש (רוז'ישץ') שטעטל


אייביק נישט פארגעסן!

פֿון אלע זײַטן און פון טיפן הארצן הער איך דעם רוף : גיי, דו מענטש, און שטעל אויף צוריק דאס חרובע שטעטל. זאל ווידער הילכן דער געלעכטער אין דער לאנגער גאס, זאל זיך ווימלען אויפן מארק מיט גערויש און געפילדער דער יאריד. זאלן אלטע גיין אין די שילן מיט זייערע טליתים זעקעלעך, זאלן קינדער גיין אין תרבות", ישיבה, און אין דער שולע מיט זייערע טעקעלעך, זאלן קרעמער און בעלמלאכה'ס טאן מיט פלייס זייערע טאגטעגלעכע האראוואניע. זאלן די יוגנט זיך קריגן, דיסקוטירן וועגן פארטייען און וועלט אויסבעסערונג; זאלן אלטער שאמעס און פייסי קלימבארד ווידער טעאטער שפילן, זאל דאס שטעטל ווידער לעבן. תחית המתים...

■ פון שטאל און אייזן שמיד אויס, דו מענטש, דיינע כוחות און הער אויס וואס די ווייניקע געראטעוועטע דערציילן וועגן די גרויזאמקייטן פון די דייטשן און די נידערטרעכטיקייט פון די אוקראינישע מערדער, ווי זיי האבן דערנידעריקט דעם יידישן כבוד.
און גיי, דו מענטש, שרייב דאס אלץ אין א בוך א יזכור בוך. ס'זאלן וויסן די קומענדיקע דורות און ס'זאל וויסן די וועלט ווי גרויס און אומפארגעבלעך איז דער פארברעכן פון די רוצחים און פון די וועלכע זענען געשטאנען אין דער זייט און ניט געהאלפן.
און אויב דו לייענסט דאס בוך און פאר דיינע אויגן שטייט דאס לעבעדיקע, ברויזנדע שטעטל זאלסטו וויסן, אז דאס איז נאר א חלום.
לייען ווייטער און וועסט שטוינען ווי די נאצישע חיה האט געבושעוועט קעגן די הילפלאזע יידן און די וועלט האט געשוויגן. זכור ! זאל עס ניט פארגעסן ווערן! ♦

■ ווו נעמט מען כוח צו אזא זאך, ווי קען מען דאס באשרייבן, דעם גרויזאמען חורבן, אז די מענטשלעכע שפראך איז גאר אזוי ארעם, האבן מיר געהאלפן געטרייע, גוטע חברים.
אין אנהייב האבן זיך ווייניקע באטייליקט. מיט דער צייט האבן מער חברים צוגעשטעלט מאטעריאל, פערזענלעכע דערציילונגען פון מענטשן, וואס זענען על-פי-נס ניצול געווארן און זייערע באשרייבונגען זענען אריגינעלע און באגלויבטע, וואס גיבן דעם ספר-רוז'ישץ' דעם ווערט פון א דאקומענטארן בוך.
עטלעכע יאר אנגעשטרענגטע ארבעט. אט האב איך ווידער געלעבט די קינדער-יארן און אט האב איך נעכט ניט געקענט שלאפן, נאכדעם וואס איך האב אויסגעהערט און דאס אלץ פארשריבן.

■ איך וויל באצייכענען די וויכטיקע הילף פון אונדזערע חברים פון רעדאקציע-קאלעגיום פון ישראל און פון אויסלאנד, וואס האבן סיי פערזענלעך, סיי דורך בריוו, געזאמלט מאטעריאל, באטייליקט זיך אין פלאנירן דעם בוך און אין אויספירן זיין פארם און אינהאלט.
באזונדערס וויל איך באצייכעכען די מיטארבעט פון צוויי חברים:
משה געלער, וואס האט א פענאמענאלן זכרון און געדענקט גענוי אלע געשעענישן פונעם געזעלשאפטלעכן לעבן און אפילו קלייניקייטן פונעם טאגטעגלעכן לעבן. ער האט געווידמעט פיל צייט און א דאנק אים זענען געמאכט געווארן א סאך אויסבעסערונגען.
משה גראבארסקי איז געווען פון די ערשטע ענטוזיאסטן פוכעם געדאנק ארויסצוגעבן דעם ספר-רוז'ישץ'. ער האט ניט געשפארט צייט און כוח, כדי דער פלאן זאל אויסגעפירט יוערך. ער געדענקט דאס שטעטל און ספעציעל די פאלקסטיפן.
זיינע באמערקונגען האבן בארייכערט דאס בוך. אן דער מיטהילף פון אונדזערע חברים וואלט דער ספר-רוז'ישץ' ניט געווען אזוי גרויס איך זיין פארנעם, אזוי פינקטלעך אין זיין אינהאלט און אזוי שיין אין זיין אויסזעען.

א באזונדערן יישר כוח קומט דעם רעדאקטאר, ה' גרשון זיק, וואס האט מיט זיין פלייס און גרויסן פאך-וויסן בייגעטראגן זיין ערנסטך אנטייל צום דערשיינען פון בוך, און ספעציעל צו זיין גראפישן געשטאלט, וואס וועקט רעספעקט און דרך-ארץ אפילו ביי פאכלייט אויף דעם געביט.

■ מיר בענקען ניט נאכן שטעטל. מיר געדענקען נאך די ארעמקייט איך די "קליינע" אנטיסעמיטישע סימפטאמען אפילו אין די "גוטע" צייטן, ווען מיר האבן זיך געמאכט ניטוויסנדיק פון דער שנאה און ניט געגלויבט, אז ס'קען אזוינס געשען.
מיר בענקען נאך אונדזערע טייערסטע און באוויינען זייער ביטערן "גורל" וואס זיי האבן ניט זוכה געווען צו איבערלעבן די פינסטערע תקופה און דערלעבן דעם אויפשטאנד פוך מדינת ישראל.

ווער קען אוגדז טרייסטן?
אבנר שרון

מקורות

[רעדאַקטירן]

הספר "רוז'ישץ' עיירתי".

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]