איזהו מקומן
געזונגען דורך יום טוב הערליך
ניגון איזהו מקומן: מר' יחזקאל (חזקל) ראטנבערג הי"ד כותב של הרה"צ ר' בנציון מבובוב זי"ע
1) דערמאנט אייך נאר יודן דעם ארט,
וואס עס האט זיך געטאן דארט,
אין ארץ ישראל אין ירושלים.
מ'האט מקריב געווען זבחים,
שלמים עולות ונסכים,
בזמן שבית המקדש היה קים.
ס'איז געווען עולה לריח,
אויף דעם הייליגן מזבח,
אלע מיני קרבנות.
לכפר עוונות,
הרצון והאונס,
ווי גרויס איז נעבעך, היינט דאס רחמנות.
2) בקולות וברקים,
וויינען מיר אויף דעם מקום,
אז דאס ארט איז געווארן אוועק גענועמן.
אז מ'טוט זיך דערמאנען,
אז דאס איז מער נישט פאראנען,
דאס הייליגע מקום איז אוועק געקומען.
עס וויינען און עס קלאגן,
עס שרייען און עס זאגן,
אלע טאג די בני מלכים.
יעדן טאג אינדעפרי,
פרעגן מיר איזהו,
מקומן של זבחים.
3) באלד אינדערפרי,
נעמט מען זיך די מי,
מ'נעמט זיך דאווענען מיט כוונות.
דערמאנען זיך יידן,
אז תפלה איז במקום תמידין,
אז דאס דאווענען, איז אנשטאט קרבנות.
דער קהל, מיטן ש"צ,
איז נאר איינער זאץ,
אנשטאט קרבנות, א הייסע תפלה.
אז מ'דערזעט זיך, ווי מ'האלט,
מאכט מען באלד, א געוואלד,
בנה ביתך, כבתחילה.
4) מיר פרעגן נאר, דאס איינע ווארט,
ווי זעט מען שוין, צוריק דאס ארט,
מקריב זיין תמידים, ונסכים.
אוי ווי לאנג נאך ווי,
וועט מען פרעגן איזהו,
מקומן של זבחים.
5) מיר פרעגן בשפה רפה,
די שאלה מה יפה,
מה יפו פעמיך בנעלים.
אוי ווי שיין, אוי ווי גוט,
זענען געווען, די טריט,
ווען יודן זענען געגאנגען, עולי רגלים.
צדיקים וחסידים,
ארימעלייט און נגידים,
זענען געגאנגען באהבה ובריעות.
באחדות געווען געגרינדן,
בגוף ונשמה צוזמאמען, געבינדן,
א קשר בלב ונפש, מיט גלייכע דעות.
6) שרייט געוואלד קומי רוני בלילות,
אויף דרכי ציון אבילות,
ס'זאלן אויפגעהויבן ווערן, ציו'נס דרכים.
אוי באשעפער ענטפער דו,
אויף די שאלה איזהו,
מקומן של זבחים.
7) עס האט אינגאנצן א דורך גענומען,
די שיינקייט פון ירושלים קומען,
ווי שיין זענען געווען די טייערע געזאנגען.
געגאנגען מיט ריינע מחשבות,
מיט חדות הלבבות,
ווען יודן זענען קיין ירושלים געגאנגען.
ס'איז געווען אזוי טייער
,
ס'האט געברענט ווי א פייער,
השראת השכינה האט מען כסדר געזען.
פון די שכינה האט מען זיך נישט געקענט שיידן,
מ'האט געפילט א מתיקות און א טעם גן עדן,
אוי וואס איז אונז, היינט נעבעך געשען.
8) לאמיר וועלטן רייסן,
השי"ת זאל שוין מער נישט כעס'ן
,
ער זאל איבער בעטן צו די בני מלכים.
איינציגער קוב"ה,
פארענטפער דו דעם איזהו,
מקומן של זבחים.
9) ווען עס קומט חודש ניסן,
ווערט דאס הארץ צוריסן,
מ'דערמאנט זיך פון דער מצוה, פון שה לבית אבות.
ווי מ'האט דאס געשאכטן,
די הייליגע אורות האבן געלאכטן
,
ס'איז געווען א שמחה, ביי'ם יודע מחשבות.
און אז מ'דערמאנט זיך אזוי,
פון די מצוה ועצם לא תשברו בו,
מ'האט נישט צובראכן קיין עצמות.
10) אבער היינט מאגרא רמות,
צוברעכט מען יודישע עצמות,
אוי פארטריבן יודישע נשמות.
אוי באשעפער געוואלד,
עס זאל שוין זיין באלד,
שואלין ודורשין בהלכות פסחים.
און טאקע באותו היום,
זאל שוין זיין ונאכל שם,
מן הזבחים ומן הפסחים.
אוי באשעפער אייל זיך שוין צו,
מ'זאל שוין וויסן איזהו,
מקומן של זבחים.