לדלג לתוכן

אויפן וועג שטייט אַ בוים

פֿון װיקיביבליאָטעק

ווערטער פון איציק מאַנגער איציק מאנגער 1901–1969.


אויפן וועג שטייט אַ בוים ווערטער

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אײַנגעבויגן,
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.

דרײַ קיין מערב, דרײַ קיין מזרח,
און דער רעשט – קיין דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַליין
הפקר פֿאַרן שטורעם.

זאָג איך צו דער מאַמע: הער,
זאָלסט מיר נאָר ניט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי
באַלד אַ פֿויגל ווערן.

איך וועל זיצן אויף דעם בוים,
און וועל אים פֿאַרוויגן,
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט
מיט אַ שיינעם ניגון.

זאָגט די מאַמע: ניטע, קינד!
און זי וויינט מיט טרערן,
וועסט, חלילה, אויפֿן בוים
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן.

זאָג איך: מאַמע, ס'איז אַ שאָד,
דײַנע שיינע אויגן,
און איידער וואָס און איידער ווען
בין איך מיר אַ פֿויגל.

וויינט די מאַמע: איציק קרוין,
זע, אום גאָטעס ווילן,
נעם זיך מיט אַ שאַליקל
קאָנסט זיך נאָך פֿאַרקילן.

די קאַלאָשן נעם דיר מיט,
ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער -
און די קוטשמע טו דיר אָן,
וויי איז מיר, און ווינד מיר.

און דאָס ווינטער-לײבל נעם,
טו עס אָן, דו שׁוטה,
אויב דו ווילסט נישט זײַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע".

כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער,
צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן,
האָט די מאַמע אָנגעטאָן,
דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן.

קוק איך טרויעריק מיר אַרײַן
אין דער מאַמעס אויגן -
ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פֿויגל..

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אײַנגעבויגן,
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.