אַ מיטל קעגן וואַנצן
מראה
מאָטקע חבד האָט אַמאָל געמאַכט פּראָשקעס (אבקת אספרין) פון אייער-שאָלעכץ און זיי פאַרקויפט די ווײַבער ווי אַ מיטל צו וואַנצן. ווען ער איז אין אַ וואָך אַרום געקומען צו די זעלבע ווײַבער, האָבן זיי אים דערציילט, אַז עס העלפט גאָרניט. ער האָט זיי געזאָגט, אַז מיטן פּראָשעק דאַרף מען אַזוי טאָן: אָננעמען דעם וואַנץ פאַר אַ פֿיסל, אַ קיצל טאָן, וועט ער דאָך עפענען דאָס מויל - זאָל מען אים דעמאָלט אַרײַנשיטן אַ ביסל אין מויל - וועט דאָס ווירקן. האָבן זיי אים געזאָגט: "אַז מען האַלט דעם וואַנץ אין האַנט, קען מען אים שוין אַראָפּוואַרפֿן און צעטרעטן?" זאָגט ער: "מ׳קען אַזוי, און מ׳קען אַזוי".