אַרבעטלאָזע מארש
אַרבעטלאָזע מארש פון מרדכי געבירטיג

איינס צוויי דרײַ פֿיר
אַרבעטלאָזע זענען מיר
נישט געהערט חדשים לאַנג
אין פֿאַבריק דעם האַמער קלאַנג
ס׳ליגן כּלים האַלב פֿאַרגעסן
עס נעמט דער זשאַווער זיי שוין פֿרעסן
גייען מיר אַרום אין גאַס
ווי די גבֿירים פּוסט און פּאַס
איינס צוויי דרײַ פֿיר
אַרבעטלאָזע זענען מיר
אָן אַ בגד, אָן אַ היים
אונדזער בעט איז ערד און ליים
האָט נאָך ווער וואָס צו געניסן
טיילט מען זיך מיט יעדן ביסן
וואַסער ווי די גבֿירים - ווײַן
גיסן מיר אין זיך אַרײַן
איינס צוויי דרײַ פֿיר
אַרבעטלאָזע זענען מיר
יאָרן לאַנג געאַרבעט שווער
און געשאַפֿט אַלס מער און מער
הײַזער שלעסער שטעט און לענדער
פֿאַר אַ הײַפֿעלע פֿאַרשווענדער
אונדזער לוין דערפֿאַר איז וואָס
הונגער נויט און אַרבעטלאָז
איינס צוויי דרײַ פֿיר
אָט אַזוי מאַרשירן מיר
אַרבעטלאָזע שריט נאָך שריט
און מיר זינגען זיך אַ ליד
פֿון אַ לאַנד אַ וועלט אַ נײַע
וווּ עס וווינען מענטשן פֿרײַע
אַרבעטלאָז איז קיין שום שאַנד
אין דעם נײַעם פֿרײַען לאַנד