לדלג לתוכן

אַכציק ער און זיבעציק זי

פֿון װיקיביבליאָטעק

פון מארק וואַרשאַווסקי 1848 – 1907


אַכציק ער און זיבעציק זי

ס'איז היינט אַקוראַט געוואָרן פופציק יאָר,
ווי זיי לעבן זיך אין איינעם, דאָס אַלטע פאָר,
זיי האָבן זיך געעלטערט, קוקט אייך צו
אַכציק ער און זיבעציק זי.

גָאט האָט זיי מיט עושר און כבוד באַגליקט,
אין לעבן האָבן זיי זיך קיינמאָל ניט געקריגט,
נאָר, נאָטעלע, נאָר, באָבעלע, רופן זיי זיך צו
אַכציק ער און זיבעציק זי.

אַזוי האָט מען גענומען צו ביסלעך וויין,
דעם זיידן מיט דער באָבען אין ראָד אַריין,
די מומע איז געגאַנגען אַקעגן אויף אַ קני
אַכציק ער און זיבעציק זי.

אַזוי האָט מען געהוליעט ביז האַלבע נאַכט,
באָבעלע, זאָגט דער זיידע, אַ גוטע נאַכט,
שלאָף מיר געזונט און דעק זיך צו
אַכציק ער און זיבעציק זי.

די באָבע האָט אָנגעהויבן דרעמלען מיט אַ מאָל,
איר חלום וועל איך אייך דערציילן אַן אַנדערש מאָל,
לאָמיר זיי ביידע לאָזן צו רו
אַכציק ער און זיבעציק זי.

כאָטש דער זײדע מיט דער באָבן זײַנען קורץ און קלײן,
נאָר דער זײדע מיט דער באָבן זײַנען מלא חן.
ער מיטן שפּיציכדיקן בערדעלע, מיט אַ גױדערל זי,
אַכציק ער און זיבעציק זי.

זײ זײַנען הײַנט געגאַנגען בײדע אין שול,
און האָבן דאָרט געדאַװנט טאַקע פֿול
גאָט האָט זײ געהאָלפֿן, ברוך הוא,
אײכציק ער און זיבעציק זי

דער עולם האָט זיך קײן אײַנהאָרע געזעצט צום טיש
און אַז מען האָט אַרױפֿגעגעבן די פֿײַערדיקע פֿיש
האָט אַ דרשה געזאָגט רב חערשעלע צבֿי:
אַכציק ער און זיבעציק זי.