לדלג לתוכן

אַהרון איזאַקס

פֿון װיקיביבליאָטעק

אַהרון איזאַקס / אַווטאָבּיאָגראַפיע


כּלל-פאַרלאָג בּערלין 1922 - תרפ"ב KLAL-VERLAG BERLIN, SW 68 / VERLÄNGERTE CHARLOTTEN-STRASSE 1 B


.Copyright by Klal-Verlag, Berlin, 1922 .Gedruckt in der Klal-Druckerei, Berlin


זה הספר כתבתי לדור אחרון לבני בני עמי כדי שלא אבד זכרי לנצח שאני אהרן בן כהרר יצחק איצק ז״״ל מיסד מדינת שוועדין כי לפני לא היה יהודה אחד בעל קיומים בכל מדינת שווידן מעולם עד שאני באתי לכאן ומצא חן בעני אדונינו המלך החסיד הגדול גוסטאף השלישי ירום הודה ויתנשי עד למעלה וגם בכל שריו ועברו מצאי חן כאשר עניכם תחזנה משרים ובא לצין גואל אמן פאַקסימילע פון דעם שער-בּלאַט. געדרוקט אין העבּרעאישער קוואַדראַטשריפט (מיט פעלערן אין דער שפּראַך). אויף אידיש — דעם דאָזיגן בּוך האָבּ איך געשריבּן פאַר דעם שפּעטערדיגן דור פאַר מיין פאָלק, כּדי מיין געדעכעניש זאָל ניט פאַרלוירן גיין, אַז איך אהרון זון פון ר' יצחק איצק ז״ל, האָבּ זיך בּאַגרינדעט אין דער מדינה שוועדן. וואָרום בּיז מיר איז קיינמאל ניט געווען קיין איין איד מיט וואוינרעכט אין דער גאָרער מדינה שוועדן, בּיז איך בּין געקומען אַהער און האָבּ געפונען חן אין די אויגן בּאַ אונזער האַר, דעם גרויסן און פרומען מלך גוסטאַף דער דריטער, גאָט זאָל דערהויבּן זיין פּראַכט; אויך בּאַ אַלע זיינע האַרן און דינער האָבּ איך געפונען חן, אַזויווי אייערע אויגן וועלן דאס רעכט צו זעהן, און ס'זאָל קומען אַן אויסלייזער צו ציון, אמן.


די זכרונות זאָלן דאָם זיין אַ שטיקל טרייסט פאַר אים אין דער עלנט און אַ זכר פון אים אין דער משפּחה. דאָס גיט צו דער אַווטאָבּיאָגראַפיע אַ בּאַזונדער חן פון אַ משיה לפי תּומו, פון אויפריכטיגקייט און שטילן ערנסט בּאַ אַ מענשן, וואָס שטייט פאַר זיין אייגן געוויסן און דערציילט איבּער זיין לעבּן, אַזויווי דאָס איז געווען. אַהרון איזאַק איז געבּוירן (דאָס יאָר 1730) און געוואַקסן אין אַ שטעטל טרויענבּריצען אַכט מייל פון בּערלין בּאַ אַ פאָטער אַ פאַראָרימטן קרעמער, אַ מטופּל מיט אַ גרויס געזינד. דאָם איז געווען אַ שווערע צייט פאַר אידן אין דייטשלאַנד, אַ צייט פון אידישער רעכטלויזיגקייט און „שוציודן“, אַ צייט, ווען אידן זיינען נאָך געווען פאַקטיש אויסגעשלאָסן פון דער אַרומי⸗ גער געזעלשאַפט און האָבּן געלעבּט אָפּגעשלאָסן פאַר זיך מיט אידישע פּרנסות, מייסטנס קליינהאַנדל, און מיט דער אַלטפרענקישער אידישער דערציהונג. עטוואָס שפּעטער, צו מענדעלסאָנס צייטן, האָט זיך שוין אין דייטשן אידנטום בּאַוויזן אַ גרויסע אויפקלערונגטאַרבּעט און אַ קאַמף פאַר בּירגערליכער עמאַנסיפּאַציע. אָבּער צו יענער צייט איז שוין אַהרון איזאַק געווען אין שוועדן (פונם יאָר 1774 אָן), וואו קיין אידן זיינען בּיז אים בּכלל ניט געווען, און קיין דייטשלאַנד פלענט ער קומען בּלויז אויף לייפּציגער מעסעס. אפשר דערפון נעמט זיך דאָס, וואָס פון יענער שטורמישער תּקופה אינם לעבּן פונם דייטשן אידנטום דערמאָנט ער קיין וואָרט ניט, כאָטש געזעלשאַפטליכע אינטערעסן זיינען אים ניט פרעמד געווען. מ'מוז אָבּער זאָגן, אַז בּכלל שרייבּט ער נאָר פון זיך, און וועגן געזעלשאַפטליכע אינ- טערעסן דערמאָנט ער בּלויז, ווי ווייט דאָס האָט אים פּערזענליך אָנגעקערט. אַהרון איזאַק האָט בּאַקומען אַ טראַריציאָנעלע אידישע דערציהונג, און דער אידישער טראַדיציע איז ער טריי געבּליבּן אויך אין דער צייט, ווען ער איז שוין געווען „הויפליפעראַנט“ און איז געשטאַנען „לפני מלכים ושרים“. קיין גרויסער למדן איז ער ניט געווען, ער גופאָ זאָגט אויף זיך: „לא איש דברים אַנוכי כלשון הקודש“, אָבּער פון די העבּרעאישע ווערר- טער און זאַצן, וואָס ער פלעכט אַריין אין זיין דערציילונג, איז צו זעהן, אַז קיין עם⸗האַרץ איז ער אויך ניט געווען. בּכן האָבּן מיר פאַר זיך אַ לעבּן פון אַ דורכשניטליכן אַידישן סוחר, אָבּער פון אַ מאַן מיט כ אַ ר אַ ק ט ע ר, ערליכקייט און שטאַרקער ע נ ע ר ג י ע.


דער סוחר לאָזט זיך הערן שוין אין דעם וויכטינסטן פּרט פון זיין לעבּן. אהרון איזאַק האָט געווים פאַרמאָגט אַ קינסטלערישן חוש, אַפשר טאַלענט אויך. אין דער יונגט האָט ער מיט חשק געלערנט מאָלן, ער איז געווען גראַוויאָר; די דאָזיגע פּראָפעסיע, וואָס אידן זיינען דאָרט אנב געווען שטאַרק פאַרטרעטן און בּאַוויזן גרויס געשמאַק (אידן הויפגראַוויאָרן), האָט ער זיך אַליין גענומען, און נישט אַזוי לייכט איז דאָם אים אָנגעקומען. אָבּער אים האָט דאָך געצוינן צו מסחר, און בּאַ דער ערשטער געלעגנהייט האָט ער פאַרבּויגן זיין קונסט צוליבּ האַנדל און האָט אויסגעדינט אַלע אידישליכע עבודה-זרהס: געהאַנדעלט מיט צירוננ, מיט גאַלאַנטעריי, אַפילו מיט ציגן, געווען אויך אַ צושטעלער בּאַ דער אַרמיי (אין שוועדיש-רוסישן קריג). דאָם איינציגע, וואָס בּאַשיינט דעם דאָזיגן דורכשניטליכן סוחר, איז זיין זעלטענע ערליכקייט און נישטגייציגקייט, וואָס איר מוזט דאָם אים גלויבּן, ווייל דאָם, וואָס ער דערציילט פון זיך, איז איבּערצייגנד. זיין געוואַלדיגע ענערגיע איז ניט בּלויז אים פּערזענליך בּייגעשטאַנען אין אַלע נויטן, ווען ער האָט זיך פון אָרימקייט און דערשלאָגנקייט אַרויפגע- אַרבּעט צו פאַרמעגליכקייט און אָנזעהן (ער איז געוואָרן הויפיווועליר). די דאָזיגע ענערגיע האָט אים געבּראַכט אויך צו עפענען פאַר אידן אַ „ניי לאַנד“ — שוועדן, וואו בּיז אים האָבּן אידן ניט געטאָרט קיין פום שטעלן. אַהרון איזאַק האָט אין זיך עפּעס פון אַ גייסט פון אַ וועג-דרורכרייסער, און ער האָט אָנגעהויבּן צו „קאָלאָניזירן“ אידן אין שוועדן, בּאַוויזן דערבּיי פּאָליטישן פאַרשטאַנד און געבּוירענעם טאַקט. מיט אים הויבּט זיך אָן דער נייער אידישער ישוב אין שוועדן, אַ געוויסער נעזעלשאַפטליכער פאַרדינסט פאַר אַ בּאַשיידענעם מענשן, וואָס האָט זיך קיין געזעלשאַפטליכע צוועקן ניט גע-שטעלט. שטעלט. אין דעם נייעם ישוב איז דאָם צוגעגאַנגען אַזויווי אין די אַלטע, אַזויווי אין אונזערע בּאַקאַנטע אידישע שטעטלאַך: אידן הענדלער און קרעמער, מעקלער און דרייער, צדדים מיט צוויי מגינים (בּאַ דריי-פיר צענדליג אידישע געזינדן אין שטאָקהאָלם!), און אַפילו מיט צוויי בּית-עולמס, מחלוקתן איבּער אַ רב, איבּער גבּאות און שישי, — דער בּאַקאַנטער וויסטיגער אידישליכער שטייגער! 7


אינם דאָזיגן שטייגער געווינט אַהרון אַיזאַקס פּערזענליכקייט נאָך מער מיט איר ערליכקייט, מיט אַ געפיל פאַר אָררענונג. און אָרגאַניזירטקייט און מיט אַן אינעווייניגסטער אינטעליגענץ. אַהרון איזאַק האָט געשריבּן זיין אַווטאָבּיאָגראַפיע „אויף דער אומגאָנג⸗ שפּראַך“, ווי ער זאָגט, ד. ה. אויף אַ מאָדנע דייטש, וואָס האָט אין זיך זעהר אַ סך אידיש-פאָלקסטימליכעס. איך האָבּ דאָם איבּערגעגעבּן אין אַ פאָלקסטימליך אידיש, וואָס שטימט, לויט מיין מיינונג, אַמבּעסטן מיט דער געמיטליכקייט פון דער איינפאַכער אויפריכטיגער דערציילונג, און אפשר מיט דער אייגנטליכער אומגאַנגשפּראַך אויך פון אַהרון איזאַק און זיין סביבה, בּייגעהאַלטן איזאַקס איינגעפלאָכטענע העבּרעאישע ווערטער און אויסדריקן. נ. שטיף


איך אַהרון בּן יצחק ז“ל, בּין געבּוירן אין טרויענבּריצען ח' פרסיות [אַכט מייל] בּאַ בּערלין אין דער פּראָווינץ בּראַנדענבּורג. לאַ איש דברי אַנוכי בלשון הקודש [איך קאָן זיך ניט פריי אויסדריקן אויף העבּרעאיש], דעריבּער שרייבּ איך אויף דער אומגאַנגשפּראַך. אַזוי ווי איך בּין צום אומגליק כלילה, האָבּ מער קיין קינדער ניט, איז זאָל דאָס לאַחר מותי [נאָך מיין טויט] בּלייבּן צום אָנדיינק אין מיין משפּחה. נו, האָבּ איך רערלעבּט צו 71 יאָר דאָס איז מיר געוואָרן ה“ תשרי ה'תקס“ב [12 סעפּטעמבּער 1801]. מיין פאָטער ז“ל איז געווען אַ פאַרמעגליכער מאַן. אָבּער צו 60 יאָר איז ער אַזוי קראַנק געוואָרן, אַז ער האָט, ליידער, געמוזט ליגן צו בּעט און האָט שוין מער אויף קיין ירידים ניט געקאָנט פאָרן. ער האָט געהאַט אַ שיינעם לאַגער סחורה פון אַלע סאָרטן, וואָס מ'האָט נויטיג אין אַ קראָם, ער איז געווען דאָ דער איינציגער בעל-קיומים [„שוץ-איד“ מיט וואוינונגסרעכט]. היות ווי ער האָט אָבּער ניט געקאָנט פאָרן נאָך קיין סחורה, אין די קראָם געוואָרן אַלע מאָל קלענער. אַזוי איז דאָס צוגעגאַנגען יאָר אויף יאָר. בערך 2 יאָר פאַרן טויט זאָגט ער צו מיין עלטערן בּרורער אַברהם; „דו בּיסט אַ דערוואַקסענער קערל און זעהסט אַלע טאָג, אַז די קראָם ווערט ליידיגער; צום ווייניגסטן וואָלט מען דאָך בּאַדאַרפט עפּעס צוקויפן פון סחורה, וואָס מ'פרעגט דאַרויף אַלע טאָג, אַנדערש וועלן מיר שטאַרבּן פאַר הונגער. איך בּין קיין מענשן אין דער וועלט נישט שולדיג גארנישט, וועסטו אָבּער פרעגן: מיר האָבּן קיין געלט ניט, ווי אַזוי קאָנען מיר קויפן? איז גיי צו אונזער אייננעמער הער ניכעלמאַן, לאָז אים גריסן פון מיר. דער דאָזיגער אַייננעמער, ווען איך פלענ פאָרן אויף ירידים קיין לייפּציג אָדער קיין פראַנקפורט און פלעג נויטיג האָבּן געלט, פלעגט ער מיר אויסלייען 1500 רייכסטאָלער און מער אויך, קיינמאָל ניט פאַרלאַנגט פון מיר קיין וועקסל. דערצייל אים אָפן אונזער צושטאַנד, זאָג, דו ווילסט קיין לייפּציג פאָרן נאָך סחורה“. ער האָט דאָס געטאָן, איז געגאַנגען צום אייננעמער און אים פירגעשטעלט די גאַנצע לאַגע. יענער האָט בּאָוויזן מיטלייד, האָט אים אויסגעליען 500 רייכסטאָלער און אַזוי געזאָגט: „דו בּיסט אַ יונגער בּורש, בּיסט קיינמאָל 9


ניט געווען אויף אַ יריד. וועסטו זיך אָבּער וואויל אויפפירן און ערליך בּאַצאָלן אַזוי ווי דיין פאָטער, וועסטו נאָך מער קרעדיט האָבּן“. אַזוי איז ער געקומען אַהיים מיט דעם געלט און מיט דער נאַכריכט. דער קאַפּיטאַל איז געווען צו קליין צו פאָרן דערמיט אויפן יריד, וואָרום ס'פאַלן דאָ גרויסע אומקאָסטן. זאָגט צו אים מיין פאָטער; „מיר האָבּן דאָך זילבּער און אַבּיסל נאָלר, נעם און פאַרזעץ דאָם, וועסטו דארויף קריגן צו לייען עטליכע הונדערט טאָלער. נעם מיט קיין לייפּציג מיינע ירירד-בּיכער, וועסטו זעהן אַלע סוחרים, וואָס איך האָבּ מיט זיי געהאַנדלט, איך האָבּ בּאַ זיי קיינמאָל ניט גענומען אויף קרעריט, שטענריג געצאָלט בּאַר, וואָרום אַזוי קויפסטו מיט עטליכע פּראָצענט וואָלוועלער. קאן מען דאָס אָבּער ניט אויספירן, איז שוין בּעסער צו פאַרקוקן אייניגע פּראָצענט. די דאָזיגע סוחרים קענען מיך, זיי וועלן דיר ניט אָפּזאָגן קיין קליינעם קרעדיט“. אַלזוי איז מיין בּרודער געפאָרן אויפן יריד קיין לייפּציג, וואָס איז סך⸗הכל דרייצען מייל פון טרויענבּריצען און איז בשלום אַהיימגעקומען מיט דער סחורה. איך בּין דעמאָלט אַלט געווען 14 יאָר. איך האָבּ וואויל איינגעזעהן, אַז אַזאַ קליינער האַנדל קאָן ניט איינבּריינגען קיין רייכטום, אַז מיין בּרודער האָט אויף זיך גענומען אַ גרויסע לאַסט. מיר זיינען געבּליבּן צען קינדער נאָך מיין פאָטערט ע“ה טויט. דער יונגסטער בּרודער איז אַלט געווען דריי יאָר, ס'איז געוואָרן פּונקט ניין יאָר, זינט ער איז געשטאָרבּן. איך האָבּ גענומען גיין אויפן לאַנד. בּאַ מיין בּרודער האָבּ איך גענומען סחורה פאַר אייניגע רייכסטאָלער און בּין געגאַנגען דערמיט הויזירן בּאַ די פויערים. איך האָבּ מיך אַליין געשפּייזט, ס'איז מיר געווען זעהר בּיטער, אָבּער איך האָבּ ניט געזעהן, מיט וואָס קאָן איך זיך העלפן. פון קינדהייט אָן האָבּ איך געהאַט גרויס חשק צו צייכענען און צו מאָלן, אָבּער אין טרויענבּריצען איז ניט געווען בּאַ וועמען זיך צו לערנען. ס'האָט אַפילו יאָ געוואוינט דא אַ מאָלער, אָבּער איך האָבּ ניט געהאַט אַזוי פיל געלט, וואָס ער האָט פאַרלאַנגט בּאַ מיר. איך פלעג מאָלן אַלערליי זאַכן, וואָס ס'איז מיר געקומען צו האַנט. איך בּין געווען זעהר גוט בּאַקאַנט בּאַ דעם קאַנענגיטער מיט זיינע זין און פלעג צוזעהן, ווי זיי קריצן נעמען אויף צין און בּאַקומען אַ שילינג פאַר אויסקריצן דריי אותיות. מיר פלעגט אויסווייזן, אַז דאָם הייסט גיך פאַרדינען אַ שילינג. איך האָבּ זיך געלאָזט מאַכן אַ קריצשטיקל און האָבּ זיך געלערנט קריצן אותיות אויף צין. דאָם לערנען איז בּאַ מיר צוגעגאַנגען זעהר געשווינד. אַזויווי איך האָבּ נאָך פּראַקטיקירט אין צייכענען, איז האָבּ איך זיך געלערנט קריצן פיגורן אויף צין אויך. איך האָבּ בּאַקומען פון אונזער שכן צו קריצן אַ טוץ קרוגרעקלאַך, זיין נאמען און אַ נומער דערויף. ער איז געווען אַ בּירשיינקער. 10


ס'איז געקומען צו פאָרן איינער פון אונזערע לייט פון דעסוי, אַ יונגער קערל, בערך צוואַנציג יאָר אַלט. ער האָט געהייסן שלמה פלאַדיר, ער איז געווען אַ שטעמפּל-קריצער, און האָט געזעהן, ווי איך בּין אַזוי פלייסיג. ער האָט מיך געפרעגט, וואו האָבּ איך דאָם געלערנט, האָבּ איך אים געזאָגט, אַז פון זיך זעלבּסט, האָט ער זיך זעהר געוואונדערט דאַרויף. מאָכט ער צו מיר: „איר זייט דאָך בּאַקאַנט אין דער שטאָט, אויבּ איר ווילט אַרומגיין און מיר שאַפן אַרבּעט, גיבּ איך אייך פון יעדן טאָלער צוועלף שילינג — אַזוי פיל, וויפיל איר בּריינגט מיר אַרבּעט“. איך בּין זעהר צופרידן געווען דערמיט. ער האָט מיר געגעבּן אַ דרוקטאַבּעליע, אייניגע זילבּערנע און מעשענע שטעמפּלען. משך דריי וואָכן האָבּ איך אים צוגעשאַרט פאַר פיר און צוואַנציג רייכסטאָלער פאַרדינסט. אַבּער קיין גרויס כבוד פון זיין אַרבּעט האָבּ איך ניט געהאַט. ס'זיינען געווען אייניגע אָפיצירן, וואָס האָבּן געוואָלט לאָזן קריצן זייער וואָפן, האָבּן זיי מיר געזאָגט: „טוסטו דאָס ניט, איז נעמען מיר די שטעמפּלען נישט“. איך האָבּ מיר געקלערט: אין דריי וואָכן פאַרדינען 6 רייכסטאָלער איז גאַנץ גענוג, און האָבּ געמיינט, עפּעס וועל איך בּאַ אים פאַרדינען. ווייל דאָ אָבּער איז שוין נישט געווען מער וואָס צו טון, האָט ער געוואָלט פון דאַנען אָפּפאָרן. קומט ער צו אונז אין הויז און פרענט מיך, צי וויל איך מיט אים מיטפאָרן אויף דערזעלבּער אַרט, אַז פאַר דער אַרבּעט, וואָס איך שאַף אים, בּאַקום איך פון יעדן טאָלער צוועלף שילינג. ער איז געווען אַ וואוילער יונג. ווער איז נאָך דעמאָלט געווען אַזוי צופרידן ווי איך? נישט אַזוי פיל צוליבּ דעם פאַרדינסט: מיין געדאַנק איז געווען עפּעס צו זעהן און לערנען. אַווי בּין איך מיט אים אומגעפאָרן אין די נאהענטסטע שטעט. קיין גרויסער פאַר⸗ דינסט איז ראָס ניט געווען. איך בּין אָבּער געווען זעהר פלייסיג און קאַרג און האָבּ אָפּגעשפּאָרט צייט דריי מאָנאַט צען רייכסטאָלער. ווען דער דאָ⸗ זיגער שלמה איז אַוועקגעגאַנגען, האָבּ איך מיר געמאַכט בּאַ זיין וואַר⸗ שטאַט אַ מעשענעם געגאָסענעם קנאָפּ און האָבּ אים אויסגעקריצט. ער האָט דאָס געמוזט בּאַמערקן, ווארום ער איז געווען צו מיר פאַלש. אַפילו בּעת ער פלעגט אַרבּעטן, פלעגט ער זוכן אַ געלעגנהייט מיך אַוועק- שיקן. ער האָט געוואוסט, אַז איך האָבּ אָפּגעשפּאָרט עטליכע טאָלער, ער האָט זיין גאַנץ געלט אויסגעבּראַכט. האָט ער חשק געהאַט אויסצולייען בּאַ מיר מיין געלט, מסתמא וואָלט איך זיך שוין לעבּנלאַנג צוריק דערמיט ניט געזעהן. האָבּ איך מיר בּאַקלערט: איצט איז שוין צייט צו געזעגענען זיך מיט אים. אַזוי בּין איך אָפּגעפאָרן צוריק אַהיים קיין טרויענבריצען און האָבּ געלאָזט מיין גוטן שלמהן זיצן. 11


אין טרויענבּריצען איז קיין שטעמפּל-קריצער ניט געווען. ס'איז אָבּער געווען אַמאָל אַ סקולפּטאָר מיט דעם נאָמען קאַפער, פלעגט ער זיך אָפּגעבּן מיט שטעמפּלקריצן אויך. איך האָבּ אים אָבּער ניט געקענט און ניט געהערט פון אים. אָבּער מיין בּרורער חיים ז“ל האָט געוואוינט בּאַ זיין אַלמנה אין הויז. ער האָט געהערט, אַז איך האָבּ אַזאַ חשק צו שטעמפּל⸗ קריצן, און ווי איך האָבּ דערציילט פון שלמה פלאַדיר, אַז ער איז געווען קעגן מיר אַזוי אומפריינדליך, זאָגט ער צו מיר, מיין בּרודער חיים; „מיין ווירטן האָט דאָס גאַנצע געצייג פון שטעמפּלקריצן, דער מאַן האָט דאָם איר געלאָזט, ער איז שוין טויט אַזוי לאַנג, ווי דו בּיסט אַלט; קאַנסטו דאָס בּאַ איר בּאַקומען פאַר אַ שבוש“. בּין איך מיט מיין בּרודער געגאַנגען צו איר. זאָגט צו איר מיין בּרורער: „בּאַ אייך שטייט דאָך נאָך אייער מאַנס גאַנץ געציינ פון שטעמפּלקריצעריי, מיין בּרודער וויל זיך לערנען שטעמפּל⸗ קריצעריי, וועט ער דאָס בּאַ אייך אָפּקויפן.“ זאָגט זי: „זעהר גערן“. און בּריינגט צוטראָנן אַ טוץ פאַרזשאַווערטע קריצשטיקלאַך, אַ פאָר אַלף- ביתן, אויך פאַרזשאַווערט, אַ שאַכטל פאַרזשאַווערטע שטעמפּלען. נו, זעהט זי אַליין, אַז דאָם איז רעכט פאַרדאָרבּן. פאַרלאַנגט זי בּאַ מיר 5 רייכס- טאָלער, איך בּאָט איר 2 רייכסטאָלער, וואָרום פאַר איר האָט דאָס גאָר קיין ווערט ניט. האָט זי דאָס מיר אָפּגעלאָזט. איך האָבּ זיך אַוועקגעזעצט דערמיט, געשייערט און געריבּן דעם זשאַווער, ווי ווייט איך האָבּ געקאָנט. איך האָבּ זיך געקויפט אייניגע פונט מעש פאַר שטעמפּלען, געלערנט זיך דאַרויף קריצן אותיות. ס'איז מיר אָנגעקומען זעהר שווער צו קריצן די אותיות לינקס, אַז זיי זאָלן זיך אָפּדרוקן אויף רעכטס. איך פלעג זיי אָפּפיילן און ווידער פון דאָס ניי. דאָם פלעג איך טון אַזוי פלייסיג טאָג און נאַכט, בּיז ענדליך איז עפּעס אַרויסגעקומען. אין מיינע געדאַנקען בּין איך געווען אַ פולקומער שטעמפּלקריצער. איך פלעג שטענדיג קלערן פון יענעם שלמהן: ווען ער זאָל דאָס נאָר זעהן, וואָס איך האָבּ זיך אויס- געלערנט! אָבּער איך האָבּ זיך נאָך אַלץ ניט איינגעשטעלט גיין צו לייטישע מענשן זיי אָנבּאָטן מיין אַרבּעט. סיידן אַזוינע בּירגער-קינדער, וואָס איך בּין מיט זיי אויפגעוואַקסן, די האָבּ איך געמאַכט שטעמפּלען פאַר אַכט אָדער צוועלף שילינג. אַ סך פּויערים-קינדער פון זאַקסן פלעגן גיין אַהער. אין דער פּויערים-שול, וואָרום טרויענבּריצען ליגט בּאַ דער זאַקסישער גרעניץ, אַ שאָס מיט אַ בּיקס פונם טויער איז גלייך זאַקסן, און דאָרט גיט דאָס רייכע און רירעוודיגע פּויערים, זיי קאָנען אַלע שרייבּן און רעכענען. איך האָבּ איינגעפּאַקט מיין געצייג און בּין אַרומגעפאָרן אין די דערבּייאיגע דערפער צווישן די פּויערים און האָבּ געקריגן אַרבּעט, בּיסליכווייז געקרינן צו דריי פיר שטיק שטעמפּלען, האָבּ פאַרדינט אַן אַנדער וואָך דריי רייכס- 21


טאָלער און פיר אויך. העלפט פון מיין פאַרדינסט פלענ איך אָפּגעבּן מיין מוטער ז“ל. מיין בּרודער אברהם איז געווען זעהר קאַרג און איז געווען זעהר ערליך, ער האָט געוואָלט אַוועק פון דאַנען: ער האָט געהאַט אויף זיך אַ גרויס הויזהאַלטונג. מיין מוטער איז געווען זעהר פלייסיג, האָט אָפּגעהיט די קראָם, ווען ער פלעגט פאָרן אויף אַ יריד, און איז געווען זעהר שפּאָרעוודיג אין דער ווירטשאַפט. איך האָבּ ניט געוואָלט געניסן קיין כזית בּרויט אומזיסט, בפרט, אַז איך האָבּ מיר געקאָנט פאַרדינען בּרויט. פאַרקערט, ווי איך האָבּ שוין פריהער דערציילט, ס'איז מיר געווען דאָם גרעסטע פאַרגעניגן, ווען איך פלעג קאָנען צו הילף קומען מיין מוטער. מיין בּרודער אברהם איז געווען זעהר אָנגעזעהן אין דער שטאָט, זיין האַנדל האָט געהאַלטן אין וואַקסן, די הויזהאַלטונג איז קלענער געוואָרן: צוויי פון די יונגסטע בּרידער זיינען געשטאָרבּן, צוויי עלטערע שוועסטער זיינען געגאַנ- גען דינען, דער בּרורער, וואָס איז געווען צוויי יאָר יונגער פאַר מיר, האָט זיך אויך געזוכט זעלבּשטענדיג צו שפּייזן מיט אַ קליינעם האַנדל. אַלזוי איז דאָס מיין בּרודער זעהר גוט געגאַנגען אין זיין האַנדל. צוויי יאָר האָט ער שוין געפירט אַ היפּשן לאַגער סחורה און מ'איז שוין ניט געווען אַזוי געאיינגט. מיין מוטער האָט געטריבּן דעם מסחר אין קראָם אַזוי גוט, ווי דער בּעסטער מאַנסבּל. איך האָבּ זיך געפילט עטוואָס שטאַרקער אין שטעמפּל-קריצעריי און האָבּ זיך געקויפט מוסטער-בּיכער. אויך אייניגע זילבּערנע שטעמפּלען האָבּ איך מיר פאַרשאַפט און שטאָלענע, האָבּ אָנ— געהויבּן אַרומצופאָרן איבּער שטעט און ירידים. איך האָבּ אָנגענומען, וואָס ס'איז מיר נאָר פאָרגעקומען: אייניגע וואָפנשטיק און שטעמפּלען. איך פלעג זיך אויך ניט נעמען צום האַרצן, טאָמער געראָט עפּעס ניט אַמאָל און מ'דאַרף טון די אַרבּעט נאָך אַמאָל. איך פלעג זיך פאַרדינען אַזוי— פיל, אַז איך האָבּ זיך געקאָנט לייטיש פירן. איך האָבּ אָפּגעריסן אויך אַ זילבּערנעם זייגער און אַ זילבּערנע שמעק-טאַבּאַק-פּושקע. איך מוז דאָ דערציילן אַ נאַרישקייט. ס'איז געווען אַ מאַרקטאָג. אין טרויענבּריצען, האָבּ איך מיר אַרויסגעשטעלט מיין טיש מיט מיין געצייג און שטעמפּלען אויפן מאַרק, ווי דער שטייגער איז. קומט צו גיין אַ יונגער מילנער-געזעלן, וואָס אַפשר איז ער ערשט געוואָרן געזעלן, און זיין תּורה האָט ער געקרינן אין אַ ווינטמיל, בּאַשטעלט ער אַ מעשענעם שטעמפּל, און מיר האָבּן זיך פאָרגלייכט אויף זעכצען שילינג. וויל ער, אַז איך זאָל דאַרויף אויסקריצן אַ ווינטמיל, אויף דער טרעפּ גייט אַרויף אַ יונג מיט אַ זאַק קאָרן אויפן רוקן, אונטן זאָל שטיין זיין נאָמען מיט איינצעלנע אותיות. אויסקריצן אַ ווינטמיל מיט אַ טרעפּ מיט אַן אָפענער טיר — דאָס 18


איז קיין גרויסע קונץ ניט. אַלזוי האָבּ איך אויסגעקריעט אַ ווינטמיל, אַ טרעפּ און אַ טיר; פאַרטיג! אָבּער אַז דער יונג. זאָל אַרויפגיין אויף דער טרעפּ מיט אַ זאַק קאָרן אויפן רוקן — דאָס איז מיר אויסגעקומען עפּעס צו. בּפרט נאָך אויפן מאַרק, ווען אין צוויי שעה דאַרף מען פאַרטיג מאַכן אַ שטעמפּל. איך בּין פאַרטיג געוואָרן דערמיט, זיין נאָמען איז שוין אויך געווען, און איך האָבּ עס אָפּגעקוועטשט. לסוף קומט דער יונג נאָך זיין שטעמפּל, איך ווייז אים דעם אָפּדרוק, געפעלט דאָם אים זעהר, גיט ער מיר צוועלף שילינג, פיר האָט ער מיר פריהער האַנטנעלט געגעבּן. בּאַטראַכט ער דאָם און לסוף דערמאָנט ער זיך, אַז ער האָט נאָך געוואָלט האָבּן אַ יונג, וואָס זאָל אַרויפשטייגן אויף דער טרעפּ מיט אַ זאַק קאָרן אויף דעם רוקן, און פרעגט: „וואו זשע איז דער יונג מיטן זאַק קאָרן אויפן רוקן?“ איך האָבּ ניט געוואוסט, וואָס ענטפערט מען אים. פון שפּאָס וועגן זאָג איך צו אים; „דאָ ערשט איז ער אַריין דורך דער טיר“. זאָגט ער: „אַ, אַ שׁאָד, וואָס איך בּין ניט געקומען פריהער“, און גייט זיך אַוועק. איך האָבּ געטראַכט בּאַ זיך: אַ קלוגער איינפאַל; איך האָבּ זיך נאָר ניט בּאַרעכנט, אַז דאָס איז פּשוט געווען אַ תם אַ יונג. איך בּין געווען זעהר פלייסיג, אָפּגעשפּאָרט פופציג רייכסטאָלער. און אַזוי ווי מיין בּרודער אברהם איז געשטאַנען גאַנץ גוט, האָט גוט פאַררינט, איך האָבּ ניט געמיינט קיין ירושה צו קרינן און דאָס אַלץ איז געווען זיינס, האָבּ איך מער ניט געגעבּן מיין מוטער: זי האָט גאָר ניט בּאַדאַרפט, וואָרום זי האָט זיך פאַרדינט אירס מיט דער אַרבּעט און פליים, וואָס זי האָט געפירט די ווירטשאַפט. אָבּער איך האָבּ קיין כזית בּרויט ניט געגעסן אומזיסט. מיין בּרודער איז דאָס ניט געפעלן געווען, איך האָבּ ניט געקאָנט מיט אים רעכט הויזן, און איך האָבּ געקלערט בּאַ זיך, איך קאָן מיר מיין בּרויט פאַרדינען, וואו אַהין איך זאָל ניט קומען, דערצו איז טרויענבּריצען אַ פאַרוואָרפענער העק, דאָ קאָן איך גאָרניט לערנען: בּכן האָבּ איך מיר פירגענומען צו לאָזן זיך אויף דער וועלט און גראָד קיין לאָנדאָן. דאָס אַלץ האָבּ איך געהאַלטן בּסוד. אָבּער איידער איך בּין אַוועקגעפאָרן און געזעגנט זיך מיט דער מוטער, האָבּ איך איר אויסגעזאָנט, אַז איך פאָר קיין ענגלאַנד. זי איז געווען זעהר בּאַטריבט און האָט מיך געבּעטן אום גאָטעס ווילן, איך זאָל ניט פאָרן. אָבּער איך האָבּ איר געזאָגט מיט וויינענדיגע אויגן: מיין בּרודער פאַרגינט מיר ניט די עטליכע טאָלער, ער וויל שטענדיג, איך זאָל זיי אַריינלייגן אין געשעפט; איך אָבּער בּין אים ניט מקנא, וואָס ער האָט זיך אַלץ צוגענומען, מיר קאָנען זיך ניט פאַרטראָגן, איז בּעסער מיר זאָלן זיך שיידן. „הער צו, ליבּע מוטער: דער אַלמעכטיגער זאַל דיר העלפן“. בּיידע האָבּן מיר רערבּיי געוויינט. 14


מיין מאַנטל-זאַק איז געווען געפּאַקט, און אַזוי בּין איך אַוועק, זיך ניט געזעגנט מיטן בּרורער, וואָס איז געווען אָפּגעפאָרן. ווען ער איז אַהיימ- געקומען, האָט אים די מוטער דערציילט מיט וויינענדיגע אויגן, ווי אַזוי איך האָבּ זיך געקלאָגט אויף אים. איז ער געוואָרן ווייכהאַרציג, איז דערגאַנגען, וואוהין איך האָבּ זיך אַוועקגעלאָזט און זיך געלאָזט מיר נאָכלויפן צופוס. ער האָט מיך געטראָפן אין בּעליץ, צוויי מייל פון טרויענבּריצען. ער אין צו מיר געווען זעהר פריינדליך: „ליבּער בּרורער, קום צוריק, אונזער מוטער קריינקט דאָם אַזוי שטאַרק, איך פאַרלאַנג פון דיר גאָרנישט, וואָרום דער ליבּער גאָט האָט מיך געבּענשט, אַז איך קאָן בּאַשטיין די גארע הויזהאַלטונג, דאַרפסט מער אַפילו פאַר קעסט ניט צאָלן“. איך האָבּ דערויף געענטפערט: „מיין ליבּער בּרודער ס'איז שוין צו שפּעט, אַ שאַד דיינע רייד, צוריק נישט, אַפילו פאַר טויזנט רייכסטאָלער. גאָט זאָל דיר העלפן מיט דער מוטער מיט דעם גאַנצן הויזגעזינד“. ער האָט צו מיר אונטערגעשיקט מענשן, זיי זאָלן מיך צוריידן. איך האָבּ אָבּער זיך ניט געלאָזט איינריידן, איך בּין געבּליבּן בּאַ מיינס און געצויגן ווייטער. נו, האָבּ איך געוואָלט צום ערשטן בּאַזוכן האַמבּורג, איך האָבּ פון דער שטאָט אַ סך געהערט, דאָרט זיינען פאַראַן שטעמפּלקריצערס, וואָס זיינען זעהר געשיקט אין זייער אַרבּעט. איך בּין אָבּער ניט פאַרבּיי— געגאַנגען קיין שטאָט, איך זאָל דאָרט ניט פלייסיג הויזירן, כרי איך זאָל מיר טאָפּלט פאַרדינען מיינע רייזעקאָסטן. איך בּין געפאָרן קיין מעקלענבּורג, בּין געקומען אין אַ שטאָט בּענצלין און האָבּ דאָ געטראָפן אַ פרוי, וואָס האָט קורץ פאַר דעם אַהער חתונה געהאַט. זי האָט געשטאַמט פון לוקענ- וואַלד, צוויי מייל פון טרויענבּריצען. זי איז געווען בּערך אין מיין עלטער, און מיר זיינען געווען ווי בּרירער און שוועסטער, מיר זיינען צוזאַמען געוואַקסן. זי האָט זיך דערפרייט, און איך האָבּ זיך גענומען אויף דעם וועג, נאָר כדי צו זעהן זיך און געזעגענען זיך מיט איר. זי האָט מיך געפרעגט, פון וואַנען איך קום און וואַוהין פאָר איך. האָבּ איך דערציילט. זאָגט זי און איר מאַן: „אַזוי גיך לאָזן מיר דיך ניט אָפּ, ליבּער בּרודער, דו מוזט ווייניגסטנס פיר וואָכן בּלייבּן בּאַ אונז“. דער מאַן האָט מיר צוגעזאָנט פאַרשאַפן פיל אַרבּעט, וואָרום בּאַ דער דאָזינער שטאָט צוויי מייל אַרום ליגן פערציג פּריצישע הויפן. עטליכע טאָג בּין איך אַרומ- געגאַנגען מיט אים (ער האָט געטראָגן זיין סחורה מיט זיך) און האָבּ בּאַקומען אַ סך אַרבּעט און בּעסער בּאַצאָלט, איידער אין בּראַנדענבּורג, דאָס לעבּן איז דאָ געווען זעהר וואָלוול, ס'איז מיר דאָ זעהר געפעלן, און בּאַ דער דאָזיגער פרוי בּין איך געווען אַזוי גוט אָנגענומען, אַזויווי איך וואָלט געווען איר בּרודער. אַלזוי האָבּ איך מיר דאָ אויפגעהאַלטן 51


אַ צייט, מעקלענבּורג איז מיר זעהר געפעלן. אין גאַנצן לאַנד איז קיין שטעמפּלקריצער ניט געווען, חוץ אין שווערין, דער הויף-שטעמפּלקריצער רבּי ליפּמאַן, וואָס האָט געקרינן פּענסיע פינף הונדערט רייכסטאָלער. ער אָדער זיינע לייט פלעגן אַהער פון שווערין ניט קומען, און דאָ זיינען געווען עטליכע שיינע שטעט, ווי ראָסטאָק, גיסטראָוו, פאַרכים, בּיוצאָוו, גראַבּאָוו, שווערין. איך בּין געווען כמעט אין אַלע בּעסטע שטעט; דאָרט וואוינען זעהר אַ סך פּריצים. אַלזוי האָבּ איך פאַרגעסן אָן ענגלאַנד, איך בּין געקומען קיין בּיוצאָוו און האָבּ זיך דאָרט אויפגעהאַלטן עטליכע וואָכן. דאָרט האָבּ איך געזעהן אַ שיין מיידל, רב לייבּס טאָכטער. איך האָבּ זיך געטראַכט: ווען איך בּאַקום דאָם דאָזיגע מיידל, איז דאָם אַ בּעסערע רייזע, איידער קיין ענגלאַנד. איך האָבּ זיך בּאַקאַנט מיט רעם דאָזיגן מאַן און האָבּ אים אָנגעמידט, אַפשר קאָן איך בּאַ אים עסן. ער איז געווען זעהר בּאַשיידן און פון אַ גרויסער פאַמיליע. רבּי פייוול סטרעליצער איז געווען זיין אַ לייבּליכער בּרודער, דאָס איז געווען אַ מאַן פון הונרערט טויזנט טאָלער. נאָך אַ בּרודער האָט ער געהאַט: ר' יואַל פרידבּערג, אויך אַ רייכער מאַן געווען. דער דאָזיגער ר' לייבּ איז געווען אַ למרן און איז געווען אין בּיוצאָוו חזן און רב. נו, בּין איך געוואָרן בּאַקאַנטער מיט ר' לייבּן, מיט זיין זון, אויך מיט זיין פרוי. איך בּין אָבּער געווען צו קליין, אום צו האָבּן פּרעטענזיעס. איך בּין קוים צוואַנציג יאָר אַלט געווען, איך בּין געווען ווייט פון פרויען. דאָס מיידל איז אויך אַלט געווען ניט מער פאַר זיבּעצען יאָר. ענדליך האָבּ איך זיך איינגעשטעלט און גערעדט מיט איר בּרודער, ער איז געווען בערך אין מיין עלטער, איך האָבּ אים געפרעגט, צי וויל ער ניט זיין מיין שוואָגער. זאָגט ער: „איך קאָן נאָך ניט חתונה האָבּן, איך בּין נאָך צו יונג“. זאָנ איך: „איר פאַרשטייט מיך ניט, איך מוז אייך זאָגן אָפן, איר זאָלט מיר געבּן אייער שוועסטער פאַר אַ כלה“. זאָגט ער: „ליבּער פריינט, דאָם איז ניט אין מיר געווענדט, איר מוזט זיך ווענדן צו מיינע עלטערן“. איך האָבּ זיך געשעמט, ער אָבּער האָט מיר געמאַכט האַרץ און האָט מיר צוגערעדט ריידן מיט זיין פאָטער. איך האָבּ אים געבּעטן, ער זאָל מיט אים (מיטן פאָטער) ריידן דערפון. אָבּער ער האָט געזאָגט: „איר ווילט נעמן אַ פרוי און איר האָט קיין קוראַזש ניט זיך נעמען דערפאַר, דאָם קומט מיר אויס וואונדערליך“. בּכן האָבּ איך מיר געמאַכט האַרץ און האָבּ גערעדט מיט רבי לייבּן, אים געבּעטן טויזנט מאָל מיר מוחל זיין, ער זאָל אויף מיר קיין פאַראיבּל ניט האָבּן, וואָס איך בּין אַזוי איינשטעלעריש און גראָבּ. זאָגט ער: „וואָס ווילט איר דען?“, וואָרום ווייטער האָבּ איך ניט געקאָנט אַרויס מיט רער שפּראַך. לסוף בּין איך אַרויסגעקראָכן: איך וואָלט זעהר געוואָלט זיין זיין איידעם. 16


ער האָט אויף מיר געקוקט, מסתמאַ בּין איך געווען פאַרטראַכט. לסוף זאָגט ער: „האָט איר דען גערעדט מיט מיין טאָכטער?“ — אָ, יאָ, אָבּער ניט פון אַזוינע זאַכן. איך האָבּ געקאָנט בּאַמערקן, אַז דאָם מיידל איז ניט שלעכט צו מיר, וואַרום זי איז אַלע מאָל געווען צו מיר אַזוי העפליך און פריינדליך. זאָגט מיין גוטער ר' לייבּ: „איך מוז ריידן מיט מיין פרוי און טאָכטער“. די זאַך איז זיך געגאַנגען איר וועג. מיין פרוי האָט געהאַט נדן דריי הונדערט רייכסטאָלער, ירושה פון אַיר בּאָבּע, דאָם איז געווען גאָר, וואָרום מיינע שווער און שוויגער האָבּן קיין קאַפּיטאַל ניט געהאַט, חוץ אַבּיסל אויסשטייער אין דער ווירטשאַפט. מיין פאַרמעגן האָט געקלעקט אויף כלה-מתנות און זיך אָרנטליך אויסקליידן, ווארום איך האָבּ געהאַט ניט קיין סך. נו, האָבּ איך געשריבּן דעם ערשטן בּריוו אַהיים צו מיין מוטער, בּרידער און שוועסטער, — איך בּין שוין געווען כמעט דריי יאָר פון טרויענבּריצען, — און האָבּ זיי פאַרבּעטן אויף מיין חתונה. ס'איז מיר אַפילו ניט איינגעפאַלן, אַז עמיצער זאָל קומען אויף דער חתונה. אָבּער עטליכע טאָג פאַר דער חתונה איז געקומען צו פאָרן מיין בּרודער אברהם, שוין אַ גרויסער מאַן, מיט אַ היפּשן קאַפּיטאַל געמאַכט. געבּראַכט האָט ער מיט זיך אַ בּרודער, יענער איז געווען יונגער פאַר מיר מיט אַכט יאָר. דער האָט געזאָלט בּאַ מיר לערנען די מלאַכה, אָבּער מיין בּרודער משה האָט קיין חשק ניט געהאַט צו שטעמפּלקריצעריי. איך האָבּ געטאָן מיט אים מיט דעם גרעסטן פלייס, אָבּער ס'איז ניט מעגליך געווען, ווארום ער האָט געהאַט חשק צום האַנדל. איך האָבּ געלעבּט מיט מיין פרוי אין גרויס נחת און האָבּ זיך געשעצט זעהר גליקליך. כאָטש בּרויט האָבּ איך אָפט פאַרדינט קנאַפּ און ס'איז מיר אָנגעקומען זעהר בּיטער, זיינען מיר דאָך געווען אַזוי גליקליך פּונקט, ווי מיר וואָלטן געווען מיליאָנענרייך. דערווייל איז דאָס געקומען צום זיבּריעריגן קריג. איך האָבּ שוין געהאַט פיר קינדער, מיין הויזהאַלטונג איז געוואָרן נרעסער. איך האָבּ געזאָרגט זיך אַרויפאַרבּעטן אין דער וועלט אַלס אַן ערליכער מענש. אַזויווי די פּרייסן זיינען געקומען אַהער קיין מעקלענבּורג, אַלס פיינט, האָבּ איך מיר אַנגאַזשירט בּאַ זיי און האָבּ געקריגן אַרבּעט. אייניגע האָבּן בּאַשטעלט בּאַ מיר אַבּיסל גאַלאַנטעריי, אַיך האָבּ דאָם זיי צוגעשטעלט און האָבּ געהאַט אַ גוט פאַרדינסט. דאָס אַנדערע יאָר נאָכדעם זיינען געקומען שוועדן קיין מעקלענבּורג, אָבּער ניט אַלם פיינט. דאָ האָבּ איך געקרינן אַ סך אַרבּעט און האָבּ פאַרקויפט אַ סך גאַלאַנטעריי. אין אַ קורצער צייט האָבּ איך פאַרדינט פינף הונדערט רייכסטאָלער, האָבּ געשיקט דאָם געלט קיין פראַנקפורט בּאַם אָדער צום יריד און האָבּ זיך געלאָזט איינקויפן 17


גאַלאַנטעריי-סחורה. אין אַ קורצער צייט בּין איך געוואָרן אַ גאַלאַנטעריי- הענדלער. דאָם האָט מיר מער איינגעבּראַכט, איידער שטעמפּלקריצעריי איך האָבּ גענומען מיין געצייג, האָבּ דאָס פאַרפּאַקט אין אַ קיפערט און אַוועקגעשטעלט אין אַ זייט. געהאַט האָבּ איך אַ שיינעם האַנדל, איך האָבּ מיר געקויפט אַ הויז און אַ גאָרטן. צייט פינף יאָר בּין איך געוואָרן אַ מאַן פון עטליכע טויזנט טאָלער, זעהר אַ שיינער ווירטשאַפט, אויך שיין זילבּער און מעבּל. דער קריג איז געווען פאַרבּיי, די גאַלאַנטעריי-סחורות איז שוין ניט געווען אַזוי אָפּצוזעצן, ווי בּאַ די אָפיצירן. איך האָבּ געקלערט זיך נעמען פאַר עפּעס אַנדערש. איך האָבּ גענומען אייניגע טויזנט רייכסטאָלער, האָבּ איינגעקויפט שניט-סחורות, וואָס בּירגערלייט אויפן לאַנד פאַרנוצן דאָם אויך. איך האָבּ געהאַט פיר יונגען, וואָס פלעגן אַרומפאָרן בּאַ דער אַרמיי, זיי זיינען געווען בּאַ מיר בּעתן קריג, און איך פלעג זיי אַרומשיקן מיט סחורה. נו, האָבּ איך געגעבּן צוויי פון זיי, וואָס פלעגן אַרומפאָרן צוזאַמען, אַזאַ שניט-סחורה, זיי זאַלן אַרומפאָרן אויפן לאַנד אָדער אין די פּריצישע הויפן, און אַלע דריי— פיר וואָכן זאָלן זיי קומען אַהיים. ס'איז אָבּער ניט געווען קיין גרויסער אָפּזאַץ און אַ קנאַפּער פאַרדינסט דערבּיי, אַזוי ווייניג פאַר מיר, ווי פאַר מיינע לייט. דעם האַנדל האָבּ איך געטריבּן בּערך צוויי יאָר. צוויי פון די לייט, וואָס זיינען פון מיר אַרומגעפאָרן אויפן לאַנד, האָבּן זיך אָפּגעטראָגן מיט דער סחורה, וואָס האָט אָנגעטראָפן כמעט טויזנט רייכסטאָלער מיט די חובות, וואָס זיי האָבּן געמאַכט פאַר סחורה, וואָס זיי האָבּן איינגעמאָנט כדי מיטצונעמען בּאַרעס געלט אויך. אויך איינער אין בּיוצאָוו, וואָס האָט שטענדיג געהאַט פון מיר קרעריט פינף הונדערט רייכסטאָלער, האָט זיך געשטעלט, האָט געמאַכט אַ קאָנקורס; איך האָבּ ניט בּאַקומען דערפון קיין שילינג, אַנדערע האָבּן מיך אויך בּאַשווינדלט. מיין שוועסטער האָט חתונה געהאַט קיין מאַלכין. דער בּרודער האָט צוגעזאָנט דעם חתן טויזנט רייכסטאָלער נדן און האָט דאָס מיר צוגעשיקט אויך. ניט ער אַליין האָט דאָס געגעבּן. מיין בּרודער משה איז שוין אויך געווען בּאַווייבּט און האָט געטאָן אַ גוטן שדוך. ער האָט געגעבּן צוויי הונדערט טאָלער, מיין בּרודער מרדכי האָט געגעבּן הונדערט, איך האָבּ געמאַכט די חתונה און אַבּיסל מעבּל, בּין געפאָרן אויף דער חתונה מיט מיין פרוי; דאָם האָט מיר אָפּגעקאָסט איבּער פינף הונדערט טאָלער. דאָס איז געווען גראַד די צייט, ווען בּיידע פּוילישע יוננען האָבּן מיר דעזערטירט. אַ יאָר פריהער איז געקומען קיין בּיוצאָוו אַ געשיקטער פיינער בּחור, דעם פּרעסבּורגער רבס זון ז“ל. איך בּין געווען גבּאי אין דער קהלה. ער 18


האָט אויסגעזעהן קריינקליך און ער האָט מיר דערציילט, ווי ער איז געלעגן קראַנק אַ מייל פון בּיוצאָוו אין אַ דאָרף אין אַ שייער. ער האָט זיך זעהר געוואָלט אויסרוהען אייניגע טעג, האָט געהאַט בּאַ זיך שיינע שבחים פון זיינע מעלות און לומדות. איך האָבּ אים גלייך אָנגעוויזן אַ קאַמער בּאַ מיר אין הויז און האָבּ אים צוגעזאָגט אַכט טאָג בּאַ מיר אויסהאַלטן ער זאָל ווידער קומען צו זיך. ער האָט מיר בּאַדאַנקט טויזנט מאָל און האָט מיר געקושט די האַנט קעגן מיין ווילן. בּערך דריי וואָכן פאַר דעם איז געקומען אַ בּאַפעל אין אַלע שטעט אין מעקלענבּורג, וואו יהודים וואוינען, צו די בּירגערמייסטערס, אַז יעדער בּירגערמייסטער זאָל פאַררופן צו זיך פיר- שטייער פון אידן און זאָל זיי פירלייענען: „ווען אַ פרעמדער איד קומט, זאָל מען בּאַ אים דעם פּאַס פאָדערן און קומען דערמיט צום בּירגערמייסטער, אויבּ ער איז ניט קיין שנאָרער, זאָל ער בּאַצאָלן פאַר יעדער נאַכט, וואָס ער פאַרבּריינגט אין שטאָט, 16 שילינג.“ דעם דאָזיגן בּאַפעל האָבּן שווע— רינער אידן אַליין אויסגעפּועלט, ווייל אַ סך פרעמדע אידן האָבּן זיך אויפ- געהאַלטן און געהאַנדלט אין שטעט, וואו יהודים וואוינען, און זיי (די היימישע) האָבּן געמוזט טראָגן די קאָסטן דערפאַר. אַלזוי האָבּ איך אים געפרעגט אויף אַ פאַס, אַזויווי די פירשטליכע פאַראָרדענונג האָט דאַם געפאָדערט, וואָרום איך בּין געווען גבּאי און האָבּ געמוזט דאָס בריינגען דעם פּאָליציי-בּירגערמייסטער. קיין גוטער פרייינט איז מיר דער דאָזיגער בּירגערמייסטער ניט געווען, ווארום מיר האָבּן געהאַט שטרייטיגקייטן צווישן זיך. מיין הויז איז געשטאַנען אין דער פריי, ניט געהערט צו דעם רשות פונם מאַגיסטראַט, ער אָבּער האָט מיך געוואָלט אַלס אַ אידן מיט געוואַלד איינ- שפּאַנען אין מאַגיסטראַט. דערפון איז גאָר ניט געוואָרן, און ס'האָט אים געקאָסט שטראָפגעלט. נו, בּין איך געקומען צו'ן אים מיטן בּחורס פּאַס. דאָ איז געשטאַנען, אַז ער איז אַ אידישער סטורענט, וואָס פאָרט אין אוני- ווערסיטעט. איך האָבּ געזאָגט, דער מענש איז קריינקליך און איך האָבּ אים צוגעזאָגט אויסהאַלטן אַכט טאג, ער זאָל צו זיך קומען. ענטפערט ער מיר; „אָ, יאָ, ער קאָן דאָ גערן בּלייבּן, אָבּער יעדע נאַכט זעכצען שילינג“. זאָג איך: „דאָס איז אַן אָרעמער מענש, מיר אידן מוזן אים אויסהאַלטן“. זאָנט ער, אַז דאָס קימערט אים ניט, ער האַלט זיך בּאַם הערצאָגס בּאַפעל. זאָג איך, דאָ שטייט ניט, אַז אָרעמע מוזן עפּעס צאָלן. איז ער געוואָרן גראָבּ און זאָגט מיר, איך זאָל ניט חקירהן, אַנדערש וואַרפט ער מיך אַרויס דורך דער טיר. וואָס האָבּ איך געזאָלט טון? געוואַלדזאַכן מוז מען ווייכן, בּין איך אַוועקגעגאַנגען. גראָר אַקענן אים האָט געוואַוינט דער פּראָרעקטאָר פון דעם אוניווערסיטעט. איך האָבּ זיך ניט געקאָנט בּאַרוהיגן, בּין איך אַריין צו דעם דאָזיגן פּראָפעסאָר און האָבּ אים דערציילט פון דעם גראָבּן 19


קערל, ווי ער האָט מיך גראָבּ בּאַהאַנדלט. דערצו האָט ער געוואָלט רייסן פון אַן אָרעמען סטורענט, וואָס איז נאָך קראַנק אויך, און וואָס איך האָבּ אים צוגעזאָגט, ער זאָל זיך אויסרוהען בּאַ מיר אין הויז אַכט טאָג, בּיז ער וועט געזונט ווערן. נו, זאָל איך נאָך דערצו צאָלן זעכצען שילינג פאַר יעדער נאַכט. ענטפערט מיר דער פּראָפעסאָר: „דאָס וואָלט געווען זעהר אומגערעכט, וואָס ווילט איר אָבּער פירן אַ פּראָצעס בּאַם הערצאָג דעם פּראָצעס וועט איר ניט פאַרלירן, אָבּער די אומקאָסטן וועלן אייך קאָסטן טייערער פאַר צוויי רייכסטאָלער און זעכצען שילינג“. זאָג איך: „זאָל דאָס מיך קאָסטן אַפילו צען רייכסטאָלער, נאָר דער גראָבּער קערל זאָל ניט אויספירן“. זאָגט דער פּראָפעסאָר: אויבּ אַזוי, קאָן איך בּאַלד געהאָלפן ווערן, ס'זאָל מיר נאָר קאָסטן פינף רייכסטאָלער. ווען איך זאָל נאָר קאָנען ריידן מיט דעם מענשן! זאָג איך, ער איז ניט אַזוי געפערליך קראַנק, ער איז שוין היינט געווען אין וועג, איז קאָן ער נאָך מאַכן דאָס שטיקל וועג אַהער. איך בּין גענאַנגען אַהיים אים רופן און האָבּ אים געזאָגט, ער זאָל מיט— נעמען מיט זיך זיינע אַטעסטאַטן. און אַזוי זיינען מיר אַהין געגאַנגען. דער בּחור האָט געקאַנט עטליכע שפּראַכן: פראַנצויזיש, לאַטיין, אונגאַריש, לשון קודש און רעכט דייטש. ער האָט אויך געהאַט אַן אַטעסטאַט פון דעם קריסטליכן אוניווערסיטעט אין פראַנקפורט בּאַם אָדער, אַז ער איז אַ טיכטיגער מאַן. ער איז געווען דעם פּרעסבּורגער רבס זון, וואָס האָט אים געלאָזט לערנען וואָס מיגליך. נאָר אַזויווי זיין מוטער איז געשטאָרבּן, און דער פאָטער האָט ווידער חתונה געהאַט, האָט ער ניט געקאָנט הויזן מיט דער שטיפמוטער. אַזוי האָט זי אים פאַרטריבּן פון דער היים, און ער וואַנדערט אַרום אויף דער וועלט שוין דריי יאָר און קאָן ניט קומען צו קיין פּאַסיגער שטעלע, ווי ער וואָלט געוואָלט. דער פּראָפעסאָר האָט מיט אים גערעדט לאַטייניש און פראַנצויזיש. נאָך דעם זאָגט ער: „אַ שאָד, איר זאָלט אַזוי וואַנדערן אויף דער וועלט, איר דאַרפט שטודירן מעדיצין“. „יאָ, זעהר גערן, ווען איך זאָל דאָס פאַרמאָגן. פון מיין פאָטער קאָן איך נישט בּאַקומען גאָרנישט, ער איז שוין אַן אַלטער מאַן, זיין יונגע פרוי האַלט אַלץ אין די הענט, אַזוי ווי מיין מוטער האָט דאָס געהאַלטן“. דאָ זאָגט ער אונז: „גייט אַהיים, איך וועל אייך צושיקן אַ מאַטריקל פון אַ סטו- דענט, וועט דער בּירגערמייסטער ניט האָבּן איבּער אייך צו שאַפן. דעמאָלט שטייט איר אונטער דער יוסטיץ פון דער אַקאַדעמיע“. מיר זיינען געגאַנגען אַהיים; לסוף איז געקומען דער פּערעל און האָט געבּראַכט אַ מאַטריקל מיט די סטודענטן-כּללים, און וואָס דערצו געהערט נאָך. איך האָבּ אים געגעבּן פינף רייכסטאָלער. דעם אַנדערן טאָג זאָג איך צום סטודענט, צי האָט ער ניט קיין חשק צו גיין אין אוניווערסיטעט. אָ, יאָ! אַבּער ער 20


האָט קיין געלט ניט דאַרויף. זאָג איך, זאָל זיין ווייניגסטנס די עטליכע טאָג, וואָס ער האַלט זיר אויף בּאַ מיר, בלויז דעם בירגערמייסטער אויף צו להכעיס, וואָרום איך גופא וויל מיט אים אַ פּאָר מאָל אין טאָג פאָרבייגיין דעם בירגערמייסטערס טיר. איך בין געגאַנגען צום פּראָפעסאָר הויפראַט דעטערדינג, אַ מעדיצינער, האָב אים דערציילט די גאַנצע היסטאָריע און האָב אים געבּעטן, צי דער מענש קאָן ניט בּאַ אים פריי הערן זיינע לעקציעס עטליכע טאָג. זאָגט ער: "ניט עטליכע טאָג, נאָר ווען ער וויל אָפילו דאָ בלייבן אַ יאָר לאַנג, פאַרלאַנג איך פון אים ניט קיין געצאָלץ‟. בּין איך געגאַנגען צום פּראָפעסאָר טעטינס פון דעם פילאָזאָפישן פאַקולטעט, האָבּ אים אויך דערציילט די גאַנצע מעשה, אויך צום פּראָפעסאָר קאַרפּאַהאָף פון די אָריענטאַלישע שפּראַכן, האָב אויסגעפּועלט פאַר אים אומעטום פריי די לעקציעס. איך בין געקומען אַהיים און זאָג צו אים: "ליבער פריינט, היינט קאָנט איר זיך נאָך אויסרוהען, אויף מאָרגן האָבּ איר פאַר אייך בּאַשטעלט דריי פרייע לעקציעס‟. ער האָט זעהר געדאַנקט, אָבער אין פנים האָבּ איך דערקענט, אַז אים איז עפּעס ניט ליב. איך האָב אים געפרעגט, צי געפעלט דאָס אים ניט. „אָ, געוויס! אָבּער אַלס סטודענט זיינען מיינע קליידער ניט אַזוי אויסגעריכט, ווי מ'דאַרף". זאָג איך אים, מאָרגן וועלן מיר זעהען, וואָס ס'לאָזט זיך מאַכן. אויף מאָרגן האָבּ איך גענומען מיין אַ קלייד פון די בעסטע, און אַ הוט, וואָס איך האָבּ געקויפט מיט אַ גאָלדענעם גאַלון, אַ שפּאַגע מיט זילבער בּאַשלאָגן, און האָבּ אים געלאָזט זיך אַרומשערן און זיך אָנטון, אָפּגערעדט, אַז דאָס ליי איך אים אויס, און האָבּ אים צוגעזאָגט, ער זאָל בּאַ מיר בלייבּן פיר וואָכן, אַלע טאָג הערן לעקציעס, דערנאָך זאָל ער פאָרן קיין בערלין אַלס סטודענט, איך וועל אים געבּן רעקאָמענדאַציעס צו מיינע פריינט. דאָרט וואוינען אַ סך רייכע אידן, זיי וועלן אים באַהילפיג זיין אין זיין שטודירן. און אַזוי בין איך מיט אים געגאַנגען צום הויפראַט דעטערדינג. נאָך מיטאָג בין איך מיט אים געגאַנגען צו פּראָפעסאָר טעטינס, דערנאָך צו פּראָפעסאָר קאַרפּאַהאָף. אויף מאָרגן בין איך מיט אים געגאַנגען צו פּראָפעסאָר שאַר- שמיד, אויך אַ מעדיצינער. יעדער אָוונט האָט ער מיר אַריינגעבּראכט מיין קלייד, הוט און שפאַגע און האָט זיך איבּערגעטאָן אין זיינס. עטליכע טאָג, איידער די פיר וואָכן זיינען אויסגעגאַנגען, שיקט דער הויפראַט דעטערדינג צו מיר, איך זאָל צו אים קומען. אַז איך בין געקומען, זאָגט ער צו מיר: „איך האָבּ געהערט פונם סטודענט מאַרקוס, אַז ער מוז פון דאַנען אַוועקפאָרן. אַ שאָד דער מענש, אַזאַ טיכטיגן סטודענט האָבן מיר דאָ אין דעם גאַנצן אוניווערסיטעט ניט. דער מענש איז אַ גרויסער כבור פאַר אייך. נעכטן האָב איך פון אים גערעדט מיט פּראָפעסאָר שאַרשמיד. ער 21


האָט מיך געבּעטן, איך זאָל מיט אייך ריידן, אַז איר זאָלט אים דאָ אויפהאַלטן אַ יאָר; ער וועט געוויס בּאַווייזן אין אַ יאָר, וואָס אַ סך סטודענטן בּאַווייזן ניט אין פיר. ס'וואוינען דאָ פערצען פאַמיליעס, וואָס אַלע צוזאַמען וואָלטן זיי אים געקאָנט געבּן קעסט און דירה. ס'וואָלט געווען אַ חרפּה פאַר אידן“. פּראָפעסאָר שאַרשמיד און פּראָפעסאָר טעטינס האָבּן מיר אויך אַזוינס פירגעהאַלטן פאַרן סטורענט מאַרקוס. איך האָבּ געמיינט, אַז ער האָט דערצו אָנגערעדט די פּראָפעסאָרן. בּכן האָבּ איך געלאָזט צונויפרופן אַלע אידן און האָבּ זיי פירגעשטעלט די זאַך. בּיז אַהער. האָבּ איך אים געגעבּן יעדע וואָך אַ רייכסטאָלער אויף קליינגעלט, אומזיסט קעסט און דירה. מיר זיינען דורכגעקומען, אַז איך גיבּ אים פריי דירה, בּעט, האָלץ און ליכט און אַ טאָג. עסן אין וואָך, די איבּעריגע זעקס טעג זאָלן אים אַנדערע געבּן, ווער מיטאָג, ווער אָוונטבּרויט. אויך איז צעטיילט געוואָרן אַ רייכסטאָלער און זעכצען שילינג אויף קליינגעלט יעדע וואָך. אונזערע ווייבּער זיינען זיך אויך צונויפגעקומען און האָבּן אים געמאַכט אַ ניי אנטון. אַזוי האָט מען אים אַרויסגעהאָלפן, ער איז אויך געווען אָנגעזעהן בּאַ די פּראָפעסאָרן אין די אויגן. הויפראַט דעטערדינג פלעגט אים שטענדיג מיטנעמען, ווען בּאַ אַ פּאַציענט איז עפּעס געווען אַ אינטערעסאַנטער פאַל. אין דער שטאָט האָט מען פון אים געהאַלטן, ווי פון אַ טיכטיגן מעדיצינער. ער איז געווען בערך אַנדערהאַלבּן יאָר אין בּיוצאָוו, האָט ער געהאַט אַ נאָמען בּאַ שטאָט, אַז בּירגער האָבּן אים גערן גערופן, אַפילו די פּויערים פּונם לאַנד פלעגן קומען צו אים און נוצן זיינע רעצעפּטן. ס'איז אים זעהר גוט געגאַנגען מיטן קורירן, האָט מער ניט בּאַדאַרפט אָנקומען צו קיין קליינגעלט, האָט זיך איינגעאָרדנעט און האָט זיך געקאָנט פירן פיין. אַלע סטודענטן האָבּן אים זעהר געאַכט. איך האָבּ אים פאַרשאַפט אַ רייכע כלה. ס'איז לסוף געקומען צו דער חתונה, האָבּ איך אים געליען צוויי הונדערט רייכסטאָלער, ער זאָל מיר נאָך דער חתונה אָפּגעבּן. ער האָט געקריגן נדן צוויי טויזנט רייכסטאָלער, ער האָט געוואוינט אין סטרעליץ. ער האָט אָבּער אָנגעהויבּן גרויס צו לעבן. איך האָבּ אים געשריבּן וועגן מיין געלט, וואָס איך האָבּ אים געליען אָהן פּראָצענט; ער האָט מיר געענטפערט מיט פאַר- שיידענע אויסריידן, אָפּגעלעגט אויף פיר, אויף זעקס וואָכן. אַ סך מענשן האָבּ איך אויף מיין לעבּן גוטס געטאָן, אָבּער שלעכטס האָבּ איך מיט וויסן און מיט ווילן קיינמאָל ניט געטאָן, איך מוז מיר דערמיט אַליין בּאַרימען. לסוף איז ער אַנטרונען געוואָרן פון סטרעליץ אַזויווי אַ שווינדלער. ער האָט נאַכגעמאַכט אַ בּריף, פּונקט ווי ער וואָלט אים קריגן פונם שטעטינער קאָ- מענדאַנט. אַזויווי ער האָט געהערט, אַז דער הער דאָקטאָר מאַרקוס איז אַ געניטער דאָקטאָר, בכן זאָל ער קומען צו אים, ער וועט אים זיינע הוצאות 22


און רייזע נוט בּאַצאָלן. דער שווער האָט אים געגעבּען צו דער נסיעה אַ קאָטש מיט צוויי פערד אַזוי, אַז העכסטנס אין פערצען טאג האָט ער בּאַ- דאַרפט זיין הין און צוריק. אַבּער ער האָט פּאַסירט זיין פרוי און אַ קליין קינד באַ אירע עלטערן אין סטרעליץ און איז אַוועק קיין פּוילן. אַקעגן אַ האַלבּ יאָר נאָך דעם האָט ער געשריבּן צו שווער און שוויגער, צי וועלן זיי אים שיקן די פרוי און דאָס קינד קיין ליסאָ אין פוילן. דאָ זיינען פאַראַן אַ סך רייכע אידן, און זיי האָבּן מיט אים געמאַכט אַ קאָנטראַקט, וועט ער קריגן פונם אידישן בקור חולים פינף הונדערט רייכסטאָלער. וואָס האָבּן די עלטערן געקאָנט טון? האָבּן זיי אים אָפּגעשיקט די פרוי און דאָס קינד. איך האָבּ פון אים קיין פעניג צוריק ניט געקריגן. אַזוינע שווינדלער האָבּן מיך אָפט אָפּגענאַרט. איך האָבּ אין מיין גאָנץ לעבּן ניט געזוכט זיך נוקם זיין און בּין שטענדיג געווען צופרידן מיט מיין מול; איך האָבּ שטענדיג געקלערט נאָר אַן ערליכער מאַן צו בּלייבּן. דאָס איז געווען מיין כּלל. נו, איז דאָס מיר געגאַנגען ניט צום בּעסטן. אמת, איך בּין קיינעם ניט שולדיג געווען, איך בּין געווען אַ פרייער מענש. איך האָבּ זיך דערמאָנט, אַז ווען איך בּין געווען בּאַ דער שוועדישער אַרמיי, האָבּ איך געהאַט זעהר אַ סך אַרבּעט בּאַ די שוועדישע אָפיצירן. זיי האָבּן מיר געראָטן קומען קיון שוועדן, קיין שטיינקריצער איז ניט פאַראַן אין דער גאַנצער שוועדישער מרינה. אין גאַנץ מעקלענבּורג זיינען די געשעפטן געגאַנגען שלעכט, ס'איז געווען אַ מגפה אויף פיה, און אַ סך איז אויסגעפּגרט. ס'איז ניט געווען צו קריגן קיין מילך; אין בּיוצאָוו איז געווען פינף הונדערט קיה, זיינען זיי אויסגעפּגרט, קוים געבּליבּן דרייסיג. מיין גאַנץ הויז, מיין פרוי מיט פינף קינדער. מיינע קנעכט און דינסט זיינען געלעגן דריי חרשים קראַנק. נו, קאָן מען זיך גרינג פירשטעלן, אַז קיין האַנדל גייט נישט און אומעטום האָט מען שאָדן, מוז מען זיך אַרומקוקן און זיך נעמען פאַר עפּעס אַנדערש, איידער מ'גייט גאָר צו גרונט. ס'איז צו מיר געקומען מיין אַ גוטער פריינט, ר' דוד, און האָט זיך מיר געקלאָגט אויף זיין נויט. דער מענש איז פריהער געווען פאַרמעגליך, אָבּער ער האָט געזאָגט, אַז ס'גייט אים אַזויווי מיר, ס'איז ניטאָ קיין האַנדל. ער האָט מיך געפרעגט, צי וועל איך איינגיין צו מאַכן אַ געשעפט מיט אים, וואָלטן מיר בּיידע אַ סך פאַרדינט. זאָג איך: „יאָ, געוויס!“ זאָנט ער: „ליבּער בּרודער, צי קאָנסטו אַריינלייגן פינף הונדערט רייכסטאָלער? דאָם איז אויף דיין חלק, איך וועל אויך אַריינלייגן פינף הונדערט רייכסטאָלער, וועלן מיר צוזאַמען האָבּן טויזנט רייכסטאָלער“. זאָנ איך: „ליבּער בּרודער, לאָז מיך נאָר הערן דיין ספּעקולאַציע“. זאָגט ער: „יאָ, איך וועל דיר דאָס 23


געוויס זאָגן, דו מוזט מיר אָבּער הייליג פאַרשפּרעכן, אויבּ דו וועסט ניט קאָנען אָדער ניט וועלן איינגיין אויף מיין פּלאַן, אַז דו וועסט דאָם קיינעם ניט אויסזאָגן“. איך האָבּ אים דאַרויף געגעבּן מיין האַנט. ער האָט געזאָגט: איך קאָן קריגן גענוג אַנדערע שותפים, אָבּער מיר האָבּן תּמיד געלעבּט אַזויווי געטרייע בּרידער, און איך וויים, אַז דיינע אומשטאַנדן זיינען אויך ניט צום בּעסטן. דו האָסט תּמיד געליטן איבּער דיין גוטהאַרציג- קייט, נו, וועל איך דיר זאָגן: צוריק עטליכע טאָג איז בּאַ מיר געווען הער פאָן בּיולאָוו. דו ווייסט, ער קויפט שטענדיד בּאַ מיר. ער האָט מיך געפרעגט, צי וועל איך ניט קומען קיין טערעך. הער פאָן בּליוכער האָט עטליכע ציגן און פאַרקויפט זיי, ער נעמט צו אַכט רייכסטאָלער פאַר אַ ציג, זאָל איך אים קויפן אַ ציג. איך בּין נשתומם געוואָרן איבּער אַזאַ פּרייז. איך בּין געווען נייגיריג, האָבּ איך גענומען מיין פערד און בּין גלייך אַרויס- געריטן. קום איך און זאָג אים; ,איך האָבּ געהערט, איר האָט ציגן צו פאַרקויפן, איך וואָלט גערן געקויפט איינע'. ענטפערט ער: „איך האָבּ געהאַט צו פאַרקויפן עטליכע ציגן, אָבּער זיי זיינען שוין אַלע אויספאַר- קויפט; וואָלט איך געהאַט הונדערט, וואָלטן זיי שוין אַלע געווען פאַרקויפט. אָבּער איך האָבּ געהאַט ניט מער ווי צען, דערפון האָבּ איך שוין אַכט פאַרקויפט, צוויי דאַרף איך האָבּן פאַר זיך“. פרעג איך אים, וויפיל האָט ער גענומען פאַר אַ שטיק, זאָגט ער: „אַכט רייכסטאָלער, און נעכטן האָט מיר איינער געבּאָטן צען רייכסטאָלער פאַר אַ ציג'. בּכן האָבּ איך קיין ציג ניט געקריגן, אומזיסט נאָר בּין איך אָפּגעריטן אַ מייל. נו, וויל איך דיר זָגן, דו ווייסט, איך בּין געווען בּערך פאַר דריַיַ יאָרן מיט מיין שוואָגער אין פאָלצין, איך האָבּ בּאַזוכט מיין פאַמיליע, וואָרום דאָם איז געווען ניט ווייט דערפון; נאָכדעם האָבּן מיר פאַרבּראַכט בּאַ מיין בּרודער. האָבּ איך געזעהן, ווי ער האָט געקויפט דריי שטיק ציגן אויפן מאַרק, ער האָט געגעבּן איין רייכסטאָלער און אַכט שילינג פאַר אַ שטיק און האָט זיי געקוילעט; אַנדערע האָבּן אויך איינגעקויפט וועלכע שטיק צו איין רייכסטאָלער, האָבּ איך געפרעגט, פון וואַנען קומען די אַלע ציגן. האָט ער מיר געזאָגט ,דאָ דערבּיי בּאַ דער פּוילישער גרעניץ. דאָרט זיינען פאַראַן פּויערים, וואָס האָבּן צו דרייסיג און צו פערציג שטיק, פאַרקויפן זיי אַ סך, וואָרום זיי מערן זיך שטאַרק. די מייסטע ציגן האָבּן צו צוויי ציגעלאַך. נו, מיין איך פאָרן אַהין און בריינגען אַהער. ציגן. איז דאָס ניט אַ גרויס פאַרדינסט?“ איך האָבּ זיך אַ קלער געטאָן; ווינטער פאָרן קיין שוועדן גייט עפּעס ניט, און ס'איז בּאַ מיר געבּליבּן איינגיין אויפן דאָזיגן געשעפט. איך האָבּ אויך געהאַט אַ רייטפערד. מיר האָבּן אָפּגערעדט מאַכן די נסיעה אין 24


אַכט טאָג אַרום, אויך האָבּן מיר אָפּגעמאַכט, אַז יעדער לייגט אַריין צו פינף הונדערט רייכסטאָלער. קיינער האָט דערפון ניט געוואוסט. אַזוי זיינען מיר אַרויסגעפאָרן; און צייט צען טאָג זיינען מיר געווען אויפן אָרט. דאָרט האָבּן מיר גענומען אייניגע מענשן, וואָס זיינען דאָ בּאַקאַנט. איך האָבּ זיך גענומען אין איין זייט מיט אַ פּאָר יונגען, און ר' דוד אין אַן אַנדער זייט מיט אַ פּאָר יונגען. אין איינע אַכט טאָג האָבּן מיר איינגעקויפט זיבּן הונדערט ציגן. דעם גרעסטן טייל האָבּן מיר איינגעקויפט ניט מער ווי צו איין רייכסטאָלער. נו, האָבּן מיר גענומען אַכט טרייבּערס, וואָס זאָלן אונז טרייבּן די ציגן און ניט אויף איין וועג. איך האָבּ גענומען די העלפט מיט מיינע טרייבּערס, און ר' דוד מיט די אַנדערע טרייבּערס — די אַנדערע העלפט. מיר האָבּן דעם טאָג ניט געקאָנט מאַכן מער פאַר צוויי מייל, מיר האָבּן געמוזט דריי מאָל אַ טאָג פיטערן מיט היי און מיט אַרבּעס- שטרוי. ווי נאָר מיר האָבּן געטריבּן פיר טאָג, איז אויסגעפאַלן אַ גרויסער שניי. מיר האָבּן זיך אָבּער ניט געקאָנט אָפּשטעלן, וואָרום היי און שטרוי האָט אויסגעפעלט דאָ, וואו מיר זיינען געווען צוויי טאָג. ס'איז געוואָרן שטילער אין דרויסן, האָבּן מיר ווייטער געטריבּן אַזוי ווייט, ווי מיר האָבּן געקאָנט אָניאָגן. ס'איז נאָך געלעגן אַ גרויסער שניי. ווי מיר האָבּן ווייטער אָפּגעטריבּן עטליכע טאָג, האָבּן די ציגן געהאַט פאַר דער צייט, ס'האָט קיין סך ניט געפעלט, אַז אַלע זאָלן פּגרן. אַלע מאָרגן האָט מען געפונען אין שטאַל פופצען — צוואַנציג שטיק ציגן טויט, אויך אַ סך פון די ציגעלאַך, וואָס זיי האָבּן אָפּגעוואָרפן. וואָס האָבּן מיר געקאָנט טון? מיר האָבּן געמוזט ווייטער מאַכן דעם וועג. אונזער רייזעגעלט איז אונז קנאַפּ געוואָרן; מיר זיינען געקומען קיין פרידלאַנד און האָבּן ניט געוואוסט, ווי אַזוי קומט מען אַהיים. האָבּן מיר פאַרקויפט דרייסיג שטיק און גענומען צו צוויי מיט אַ האַלבּן רייכסטאָלער, פאַר עטליכע צו דריי רייכסטאָלער. ס'איז אונז געבּליבּן נאָך איבּער צוויי הונדערט פופציג שטיק. מיר האָבּן אָפּגעשאַפט זעקס יונגען און געבּליבּן נאָר בּאַ צוויי טרייבּערס. די לייט, וואָס האָבּן בּאַ אונז היינט געקויפט ציגן, האָבּן שוין מאָרגן אייניגע געהאַט געפּגרטע, אַזוי אַז מיר האָבּן געהאַט סקאַנדאַלן און מ'האָט זיך געמוזט גלייכן. מיר האָבּן זיך אויסגעריסן פון פרידלאַנד, עטליכע טאָג האָבּן מיר זיך נאָך אַרומגעשלעפּט בּיז צוויי מייל פאַר סטרעליץ; אויפן וועג האָבּן מיר פאַרקויפט נאָך עטליכע. פון אַלע ציגן איז אונז געבּליבּן לעבּעדיגע נאָך זעכציג שטיק. מיר זיינען געקומען צו'ן אַ מילנער, האָט ער בּאַ אונז אָפּגעקויפט צוויי שטיק. ער האָט אונז געזאָגט: „די ציגן זיינען אַזוי אויס- געמאַטערט פון דעם שלעכטן דרויסן, איר וועט זיי קיין פיר מייל ווייטער ניט בּריינגען, זיי קראַפּירן אַלע“. דער מאַן איז געוויס ניט געווען אומגע- 25


רעכט, ער האָט אויסגעוויזן צו זיין אַן ערליכער מאַן, ער האָט געזאָגט: „איך האָבּ גענוג פוטער: היי און אַרבּעס-שטרוי. איך וועל זיי צופּאַשן פאַר אַ קלייניגקייט. און איך וועל אייך געבּן אַ געשריפטס, אַז איר האָט בּאַ מיר געלאָזט אַזוי פיל און אַזוי פיל. אָבּער וואָס דערפון וועט פּגרן, דאָס גייט מיר ניט אָן. פאַר מיין פוטער פאַרלאַנג איך די פיר וואָכן צו אַכט שילינג פון אַ ציג“. מיר האָבּן דאָס געמאַכט שריפטליך און זיינען געפאָרן אַהיים, ס'איז אונז ניט געבּליבּן קיין פערציג רייכסטאָלער פון אונזערע טויזנט. אין פיר וואָכן אַרום האָבּן מיר געשריבּן צו דעם מילנער, האָבּן אים געגעבּן פולמאַכט, ער מעג פאַרקויפן די ציגן פאַר אונזער רעכענונג, זיך אָפּרעכענען, וואָס אים קומט פאַר פוטער, און דאָם איבּעריגע אונז אָפּשיקן. דרויף האָבּן מיר געקריגן אַן ענטפער: מיר זאָלן אים אָפּ— שיקן צוריק זיין געשריפטס. נאָכדעם האָט ער אונז געמאַכט אַ חשבּון: אַזוי פיל האָבּן קראַפּירט, די איבּעריגע האָט ער אונז אויסגערעכנט יעדע ציג בּאַזונדער, וועמען ער האָט פאַרקויפט, די דאָטע און דעם נאָמען דערבּיי. אַזוי האָבּן מיר בּאַקומען זעקס און צוואַנציג רייכסטאָלער און עטליכע שילינג דאָם איז געווען דאָם גאָלדענע געשעפט! ס'איז מיר געגאַנגען בּאַרג אַראָפּ. נו, האָבּ איך נאָך געהאַט מיין אייגן הויז און גאָרטן, און בּין קיינעם ניט געווען שולדיג. איך האָבּ נאָך געהאַט אַבּיסל זילבּער פאַרן אייגענעם געבּרויך. איך האָבּ זיך אַזוי געפירט, אַז קיינער האָט ניט געוואוסט מיינע שלעכטע אומשטאַנדן. ס'איז בּאַ מיר געבּליבּן פריהער פאָרן קיין שווערין, איידער איך וועל פירנעמען די נסיעה קיין שוועדן, וואָרום אין שווערין האָט געוואַוינט דער הויפמעדאַליער ר' אברהם, איינער פון די גרעסטע קינסטלער אין דייטש- לאַנד אין שטיינקריצעריי. איך האָבּ מיט אים צוזאַמען געאַרבּעט אין וואַרשטאַט בּאַ זיין בּרודער ר' ליפּמאַן. ער האָט אויסגעשלאָגן אַ סך געלט, נאָר אַזויווי דער הערצאָג איז געשטאָרבּן, מינץ האָט מען אויפגעהערט צו מאַכן, האָט ר' ליפּמאַן געקריגן זיין אָפּשייד. דער דאָזיגער ר' אַברהם איז געווען ר' ליפּמאַנס אַ בּרודער, ער האָט זיך געלאָזט איינלאַדן אַלס הויפמעדאַליער אהן געהאַלט, נאָר בּלויז פאַר דעם קליינעם פאַרדינסט, וואָס בּאַ דעם מינץ איז פאַראַן אָפּפאַל, וואָס ס'האָט אים איינגעבּראַכט קוים הונדערט רייכסטאָלער אַ יאָר. איידער ער האָט חתונה געהאַט, האָט ער געהאַט אַ קאַפּיטאַל פון טויזנט רייכסטאָלער, נדן האָט ער אויך געקריגן טויזנט פינף הונדערט רייכסטאָלער. איך האָבּ געוואוסט, אַז ער האָט שוין זיין געלט אויפגעגעסן. איך בּין מיט אים אַבּיסל אַרויסגעגאַנגען. מיר זיינען זיך געווען אַזוי געטריי אַזויווי בּרידער. איך פרעג אים, ווי גייט דאָם אים. ער האָט זיך געקלאָגט אַ סך מער פאַר מיר. זאָג איך: „דו 26


בּיסט דאָם ווערט, ס'איז אויף דיר קיין רחמנות ניט. אַזאַ קינסטלער זאָל בּלייבּן שטעקן אין מעקלענבּורג און ניט פאַרדינען קיין בּרויט! קום מיט מיר קיין שוועדן. אין גאַנץ שוועדישער מדינה איז קיין שטיינקריצער ניט פאַראַן, דאָרט קריגן מיר אַזוי פיל אַרבּעט, אַז מיר וועלן דאָס בּיידע ניט בּאַווייזן צו מאַכן. דו זאָגסט, אַז אין צען וואָכן האָסטו ניט געהאַט פאַר קיין צען רייכסטאָלער אַרבּעט, און איך פאַרשטיי נאָך אין גאַלאַנטעריי- האַנדל און בּין אַ שטיקל מבין אויף צירונג“. זאָגט ער מיר: „אויף מיין לעבּן בּין איך ניט אַרומגעפאָרן, זאָל איך דען לאָזן מיין פרוי און קינדער בּלייבּן דאָ? און מ'וועט אונז ניט לאָזן וואוינען דאָרט אויך, איך האָבּ געהערט, אַז אידן טאָרן אין שוועדן ניט וואוינען. אָבּער דו מיינסט, אַז אַזויווי אין גאַנץ שוועדן איז קיין שטיינקריצער ניט פאַראַן, קאָן מען בּאַקומען אַ פּריווילעגיע צו וואוינען אין שטאָקהאָלם, איז בכן פאָר דו פריהער, איך וועל דיר פאַרגיטיגן האַלבּ הוצאות, און ווי דו וועסט נאָר קריגן די פּריווילעגיע, פאָר איך דיר נאָך“. זאָג איך: „בּרודער, זאָל דאָס בּאַ דיר בּלייבּן בּסוד, האַלט דאָס ניט פיר פאַר קיין מענשן, אַפילו פאַר דיין פרוי אויך ניט“. ער בּעט מיך אויך, איך זאָל דאָס האַלטן בּסוד, אַפילו מיין בּרודער ניט אויסזאָגן. ער האָט געהאַט אַ רייכן שוואָגער, אָבּער מיין בּרודער אין שווערין איז געווען איינער פון די רייכסטע אידן. מ'האָט אים געהאַלטן פאַר אַ מאַן פון הונדערט טויזנט טאָלער. זאָג איך: „בּרודער, מאָרגן הערסטו פון מיר תּשובה“. און בּין געגאַנגען אַהיים צו מיין בּרודער אברהם. איך האָבּ געהאַט בּאַ זיך זילבּער פאַר אַ פאָר הונדערט טאָלער. דאָס איז געווען מיין אייגן זילבּער. ער, מיין בּרודער האָט אויך ניט געוואוסט פון מיינע שלעכטע געשעפטן. אויף מאָרגן האָבּ איך אים פאַרקויפט דאָס זילבּער, דאָס איז נאָך געווען גוט צום נוצן. מיר האָבּן געגעסן מיטאָג, נאָכדעם בּין איך ווידער געגאַנגען צו ר' אברהמען און זאָג אים: „ליבּער בּרודער, איך גיי איין אויף דיין פאָרשלאָג, אָבּער מיר מוזן דאָס מאַכן שריפטליך בּאַ אַ נאָטאַריוס“. ער איז דערמיט געווען צופרידן. אַזויווי מיר האָבּן אָבּער ניט געוואָלט, אַז עמיצער זאָל דערפון וויסן, האָבּן מיר ניט געוואוסט, וואוהין גייט מען זיך צעשרייבּן. לסוף זאָגט ר' אברהם: „איך האָבּ דאָרט הינטער דער שטאָט אַ גוטן בּאַקאַנטן, דאָס איז אויף דער שלייפמיל, ס'איז קיין פערטל מייל ניט, אַהין קומט מען ניט אַזוי גרינג, איך האָבּ אויך אַ גוטן בּאַקאַנטן נאָטאַריוס, ער וועט מיט אונז אויך גיין אַהין“. בין איך מיט אים ווידער געגאַנגען צו אים אין הויז, און מיר האָבּן געטרונקען קאַווע. ווי מיר האָבּן אָפּגעטרונקען, זאָגט ער צו מיר: „ליבער 27


בּרודער, איך מוז אַ וויילע אַוועקגיין, בּלייבּ דו דאָ מיט מיין פרוי, איך וועל בּאַלד צוריקקומען, וועלן מיר אַבּיסל שפּאַצירן גיין פאַרן טויער“. ער איז אַוועק נאָכן נאָטאַריוס, אָפּגערעדט מיט אים, און אים געהייסן אַרויסגיין פריהער אין אַן איינפאָרהויז בּאַם טויער, דאָרט זאָל ער זיך הייסן געבּן אַ בּוטל וויין; מיר וועלן שוין נאָך אים אונטערקומען. ער איז געקומען אַהיים, מיר זיינען בּיידע אַרויס, געקומען צום נאָטאַריוס, בּאַצאָלט פאַרן וויין און ווייטער געגאַנגען. מיר האָבּן געקרינן אַ שטובּ, וואו מיר זיינען געווען איינע אַליין, און האָבּן זיך צעשריבּן אַזויווי ס'איז בּאַ אונז געווען אָפּגע- רעדט. מיר האָבּן זיך מתחייב געווען מיט אַ שבועה, אַז מיר זאָלן דאָס האַלטן הייליג. מיר טיילן אונזער פאַרדינסט גלייך אויף גלייך. קיינער קומט ניט מער, וואָס דאָם פאַרדינסט זאָל ניט זיין: דורך אַרבּעט אָדער דורך האַנדל. מיר האָבּן זיך דאָ פאַרהאַלטן עטליכע שעה, ס'איז געוואָרן נאַכט, ר' אברהם האָט בּאַשטעלט בּאַ זיין פרוי אַ גוט אָוונט-עסן, איך האָבּ דערפון גאָרניט געוואוסט. איך האָבּ געוואָלט גיין צו מיין בּרודער אַהיים, אָבּער ר' אברהם האָט מיך ניט געוואָלט אָפּלאָזן: נאָר איך מוז גיין צו אים אַהיים. ער האָט פאַרבּעטן נאָך עטליכע פריינט צום טיש, מיר האָבּן געהאַט אַ שיין אָוונט-עסן מיט עטליכע גוטע בּוטל וויין און האָבּן פאַרבּראַכט גאַנץ פרייליך. ס'האָט געשלאָגן עלף אַזייגער, איך האָבּ זיך געמוזט אויסרייסן מיט געוואַלט צו גיין אַהיים צום בּרודער. געקומען אַהיים, דער טיש איז געגרייט, מיין שוועגערין מורמלט זעהר: „מיר האָבּן אַזוי לאַנג געוואַרט אויף אייך מיטן אָוונטעסן, און די קינדער אויך, אַז זיי זיינען איינגעשלאָפן, זיי האָבּן זיך ניט געוואָלט צורירן צום עסן, בּיז דער פעטער אַהרון וועט קומען“. זאָגט מיין בּרודער ער האָט זיך געוויס בּאַ אברהם פּ“ה [פּתוח-חותם — גראַוויאָר), זיין בּרודער, ניט געקאַנט שיידן מיט די טאַראָק-קאָרטן. איך בּין געווען אַבּיסל אויפגערוימט פונם וויין, זאָג איך: „וואו איז דאָס מיידל, איך וויל גיין צו בּעט. איך קום אַהער אַזוי זעלטן, איז קריגט איר זיך מיט מיר, ווייל איר ווילט מיינער פּטור ווערן, מאָרגן פאָר איך אַהיים“. מיין שוועגערין בּעט מיך, איך זאָל גיין עסן, ס'איז ניט געווען אַזוי שלעכט געמיינט. זאָג איך דערויף, אַז איך וויל ניט עסן. קיין מיידל איז ניט געווען. אויפן טיש זיינען געשטאַנען דריי לייכטער, איך האָבּ גענומען איינעם און בּין געגאַנגען צו בּעט, געזאָגט אַ גוטע נאַכט און האָבּ זיך געלאָזט צו דער טיר. מיין שוועגערין, הער איך, ווי זי זאָגט הינטער מיר, „איך וואָלט דאָס אויף מיין לעבּן ניט געגלויבּט, אַז איר קאָנט זיין אַזוי אויפגעבּראַכט“. איך האָבּ אַבּער איר געוואָלט נאָך מער ערגערן, פאַרוואָס זי האָט געמורמלט, זאָג איך: „איך וועל געוויס שוין מער ניט קומען צו אייך, ליבּע שוועגערין, 28


אַ גוטע נאַכט!“ — „נו ווייס איך ניט, וואָס איז מיט אייך?“ — איך קלער בּאַ זיך: איך וויים דאָס וואויל, איך האָבּ צו פיל געטרונקען. אויף מאָרגן, ווי נאָר איך בּין אויפגעשטאַנען און האָבּ זיך געמאַכט די ליולקע טאַבּאַק, בּין איך אַראָפּגענאַנגען אין שטובּ. די שוועגערין איז שוין דאָ געווען. פרעגט זי מיר, צי בּין איך נאָך אַזוי געשטימט אַזויווי נעכטן. „ליבּע שוועגערין, — זאָג איך, — וואָס מיינט איר דערמיט? זייט איר דען בּרוגז אויף מיר אַזויווי נעכטן?“ „גאָט בּאַוואָר! איך בּין צו אייך מיין גאַנץ לעבּן גוט געווען, און נעכטן בּין איך אויך ניט בּייז געווען“. איך האָבּ איר אַ קוש געטאָן אין האַנט און האָבּ זי איבּערגעבּעטן. זי האָט מיר אויך אַ קוש געטאָן אין האַנט: „איר זייט מיר אַ ליבּער שוואָגער“. נו, פרעג איך זי, צי וועל איך מיין קאַווע ווידער בּאַקומען פון אויבּן, אַזויווי שטענדיג, ווייל איך פלעג שטענדיג אויפשטיין פריהער פאַר מיין בּרודער און שוועגערין. איך זאָג: „ליבּע שוועגערין, איר זיינט שוין אַלע אויף, איך וויל האָבּן די ערע צו טרינקען מיט אייך“. לסוף איז דער בּרודער אויך אויפגעשטאַנען, מ'האָט געבּראַכט קאַווע, מיר האָבּן זיך געזעצט צום טיש. זאָגט צו מיר מיין בּרודער: „פאַרוואָס האָסטו נעכטן ניט געגעסן? דו בּיסט נאָך אַלץ דער זעלבּער, ווי אין דערהיים אין טרויענבּריצען, אָדער דיר מוז עפּעס פעלן, מיר האָבּן זיך מיט קיין שלעכט וואָרט ניט פאַרבּיטן, מיינסט טאַקע היינט פאָרן?“ „אָ, יאָ“! — זאָג איך. „איז וועל איך דיר בּאַצאָלן פאַר דיין זילבּער“. איך האָבּ גענומען דאָם געלט, אָפּגעשיקט פּער פּאָסט קיין בּיוצאָוו, האָבּ זיך געזעגנט מיט אַלע מיינע גוטע פריינט און בּין געפאָרן אַהיים. געקומען אַהיים, זאָג איך צו מיין פרוי: „דו ווייסט, אַקעגן אַ טאָג פערצן צוריק האָבּ איך געהאַט בּריוו פון גראַף יאַנקע פון שטראַלזונד, ער האָט מיר געשריבּן, איך זאָל צו אים אַריבּערקומען, ער און זיין בּרודער, דער אויבּערלייטענאַנט האָבּן בּאַקומען אָרדענס, זיי וואָלטן געוואָלט, מ'זאָל זיי אויסקריצן עטליכע שטיינער מיט שילד און אָרדען, מ'האָט זיי אָנגעוויזן אויף מיר. דו ווייסט, איך האָבּ זיי געענטפערט, אַז אין דריי וואָכן אַרום קום איך צו זיי. די אַנדערע וואָך איז דאָרט אַ מאַרק, איז וועל איך זונטאָג פון דאַנען אָפּפאָרן. אַהיים וועל איך ניט אַזוי גיך קומען, וואָרום דאָרט איז קיין שטיינקריצער ניט פאַראַן; ס'קאָן זיין, איך זאָל דאָרט האָבּן אַ סך אַרבּעט“. זי איז דערמיט געווען צופרידן, וואָרום זי האָט פון מער ניט געוואוסט. איך האָבּ איר געלאָזט הונדערט צוואַנציג רייכסטאָלער. אַזוי בּין איך אַוועקגעפאָרן, האָבּ געלאָזט צו הויז מיין פרוי און פינף קינדער און בּין בּשלום געקומען קיין שטראַלזונד מיט מיין געצייג. איך בּין גלייך געגאַנגען צו גראַף יאַנקע און האָבּ בּאַקומען פון אים אַ שטיין צו קריצן, דאָס אייגענע פון זיין בּרודער אויך. איך האָבּ זיך געמעלדעט בּאַם 29


גובּערנאַטאָר גראַף סינקלער, אויך בּאַם גראַף העפּקען, דאָס איז געווען דער קאָמענדאַנט, אויך בּאַם פּרעזירענט גראַף פּוטבּוס. איך האָבּ געקרינן זעהר אַ סך אַרבּעט. די פיינסטע אַרבּעט האָבּ איך געשיקט קיין שווערין צו ר' אברהמען און האָבּ אים געשריבּן, ער זאָל דאָס מאַכן גוט, וואָרום דורך די דאָזיגע לייט האָף איך צו קריגן רעקאָמענדאַציעס צום שוועדישן קיניג. איך האָבּ געהאַט זעהר אַ סך אַרבּעט פון אַלע העכסטע לייט. איך האָבּ געהאַט אַרבּעט אויף אַריבּער צוויי הונדערט רייכסטאָלער, איך בּין געווען זעהר אָנגעזעהן בּאַם קאָמענדאַנט גראַף העפּקען. ער האָט מיר געגעבּן רעקאָמענדאַציעס צו זיין בּרודער דעם רייכסראַט גראַף העפּקען, אויך צום אויבּערשטאַטהאַלטער קאַרל שפּאַרע. ער האָט מיך רעקאָמענ- דירט אין שטראַלזונד, וואו ער האָט געקאָנט. איך האָבּ געקריגן פון דער גאַנצער רעגירונג רעקאָמענדאַציעס צום קיניג. פון ר' אברהם פון שווערין האָבּ איך געקריגן צוריק צוגעשיקט די אַרבּעט, און אַלע האָבּן זיך געוואונ- דערט אויף דער שיינער אַרבּעט. וואָס איך האָבּ נאָר פאַרלאַנגט, האָבּ איך אויסגעפירט מיט גרויס כבוד. דערווייל האָט איינער פון שטראַלזונד מסתא געשריבּן קיין שווערין, אַז איך בּין זעהר אָנגעזעהן אין שטראַלזונד בּאַ אַלע גרויסע שררות און אַז איך האָבּ בּאַקומען אַ פאַס צו פאָרן קיין שוועדן. דערפון האָט זיך דערוואוסט מיין בּרודער אברהם. קיינער האָט אָבּער ניט געוואוסט, אַז איך האָבּ זיך פאַרבּונדן מיט ר' אברהם פּאַך (פּ“ה). ער [דער בּרורער האָט בּאַלד געשריבּן צו מיין פרוי קיין בּיוצאָוו, זי זאָל ניט דערלאָזן, איך זאָל פאָרן קיין שוועדן. מיר האָט ער אויך צוגעשיקט קיין שטראַלזונד אַ גראָבּן בּריוו: „דו בּיסט שוין געקומען דערצו, אַז דו פּאַסירסט ווייבּ און קינד. איך וואָלט קיינמאָל ניט געגלויבּט, אַז דו בּיסט אין אַזאַ שלעכטער לאַגע. דו האָסט אויף דיין לעבּן אַזוי פיל נאַרישקייטן געטאָן, אָבּער דאָס איז די גרעסטע נאַרישקייט צו פאָרן אַהין, וואו קיין איד איז קיינמאָל ניט געווען און טאָר ניט קומען, וואו מ'קען די שפּראַך ניט. נישט אַנדערש, דו בּיסט אַ דעספּאַראַד, דו האַנדלסט ווי אַ ווילדער מענש, בּאַטראַכט זיך, וואָס דו ווילסט איצט טון פאַר אַ זאַך. האָסט זיך שטענדיג פאַרטרויט צו שלעכטע מענשן, האָסט מיך קיינמאָל ניט געוואָלט פאָלגן. איז פאָלג מיך, אין דער מדינה זיינען פאַראַן אַזוי פיל יהודים, קיינער איז ניט אַוועק און ניט געלאָזט קיין ווייבּ און קינדער, איך וועל דיר צו הילף קומען“. ער האָט אָנגעוויזן, וואָס פאַר אַ הילף. אָבּער איך האָבּ זיך געהאַלטן בּאַ מיין געדאַנק און ניט געוואָלט ענדערן. איך האָבּ אים דערויף גאָר ניט געענטפערט. עטליכע טאָג פאַר מיין אָפּפאָרן איז געקומען צו מיר קיין שטראַלזונד מיין עלטסטע טאָכטער, האָט 30


מיר געבּראַכט אַ יאָמערליכן בּריוו פון מיין פרוי, איך זאָל ניט פאָרן. מיין טאָכטער, וואָס איך האָבּ זי ליבּ געהאַט אהן אַ שיער, האָט געוויינט. זי האָט געזאָגט: „ליבּער פאָטער, טאָמער פאָרסטו אַוועק, וועסטו מיך שוין לעבּעדיג מער ניט זעהן“. אַזויווי ס'איז צום אומגליק געשעהן. איך האָבּ איר דערציילט מיין שלעכטע לאַגע און מיין האָפענונג ווידער צו מאַכן מיין גליק. וואָס האָט זי געקאָנט טון און מיט וואָס האָט זי זיך געקאָנט העלפן? איך האָבּ איר געשיינקט מתנות, זי איז פרייליכער געוואָרן און אויף מאָרגן איז זי מיט פּאָסט צוריק אַהיים געפאָרן. איך בּין שוין געווען פאַרשריבּן אויף דער פּאָסט-שיף און האָבּ שוין געהאַט בּאַצאָלט געלט בּיז אושטאַט. אַלע שטראַלזונדער אידן זיינען געקומען צו מיר און האָבּן מיר שטאַרק איינגערעדט, איך זאָל ניט פאָרן קיין שוועדן און האָבּן מיר פירגעהאַלטן פאַרשיידענע זאַכן. איך בּין אין מיין לעבּן ניט געווען קיין צולהכעיסניק, איצט בּין איך בּאַשטאַנען אויף מיינס. ווען איך בּין אַראָפּגעגאַנגען צום בּריק איינשטייגן אין דער פּאָסט-שיף, האָבּן מיך אַלע אידן בּאַגלייט, אייניגע זייערע ווייבּער אויך. זיי האָבּן נאָך אַלץ געפּרובט מיר איינריידן, איך זאָל ניט פאָרן, אָבּער ס'האָט גאָר ניט געהאָלפן, איך האָבּ געמוזט אויספירן מיינס. זיי זיינען אַלע אַרויף מיט מיר אויף דער שיף. די ווייבּער האָבּן מיך בּאַקלאָגט, פּונקט ווי איך וואָלט געפאָרן קיין אַמעריקע. ווי נאָר זיי האָבּן געזעהן, אַז מ'הויבּט אויף דעם אַנקער, זיינען זיי אַראָפּ פון דער שיף און האָבּן זיך געזעגנט מיט מיר אַזוי לאַנג, ווי די שיף האָט זיך נאָך געזעהן. מיר האָבּן אָפּגעזעגלט פון שטראַלזונד דריי אַזייגער נאָכמיטאָג. אויף מאָרגן עלף אַזייגער אין דער פריה זיינען מיר געווען אין אושטאַט. דער שיפסקאַפּיטאַן האָט מיר פאַרשאַפט קוואַרטיר בּאַ אַ מאַן, וואָס האָט גערעדט זעהר גוט דייטש, ווי אַ געבּוירענער דייטש. ער און זיין פרוי זיינען געווען זעהר שטילע מענשן. מיין פּלאַן איז געווען צו פאַרבּריינגען פיר וואָכן אין אַושטאַט, כדי אַביסל צו לערנען די שפּראַך און זיך אַרומקוקן, וואָס קאָן מען דאָ פאַר אַ געשעפטן מאַכן מיט לייט. מיין געצייג האָבּ איך געהאַט בּאַ זיך. מיין בּעל-הבּית האָט מיר געראָטן גיין צום בּירגערמייסטער, אים ווייזן מיין פּאַס און אים זאָגן, אַז איך וויל זיך דאָ אויפהאַלטן פיר וואָכן. אַזוי האָבּ איך געטאָן. דער בּירגערמייסטער, האָט געקענט אַבּיסל דייטש. איך האָבּ אים געוויזן מיין פּאַס און פערצען שטיק רעקאָמענדאַציעס צום קיניג. איך האָבּ אויך בּאַקומען בּאַ אים צו מאַכן אַ שטעמפּל. קיין גרויס פאַרדינסט איז בּאַ דער אַרבּעט ניט געווען, אָבּער פון פּערל און צירונג האָבּ איך שיין פאַרדינט. אין דער פרייער צייט האָט מיך דער בּעל-הבּית געלערנט אַבּיסל שוועדיש ריידן. די שפּראַך איז מיר אָנגעקומען זעהר שווער. 31


ווי ס'זיינען אויסגעגאַנגען מיינע פיר וואָכן, און איך האָבּ שוין געוואָלט פאָרן, זאָגט צו מיר מיין בּעל-הבּית: ס'איז ניט גוט צו פאָרן קיין שוועדן, ווען מ'קאָן ניט ריידן. ער האָט מיך צוגערעדט פאָרן קיין מאַלמע און זיך פאַרהאַלטן דאָרט פיר וואָכן. ס'איז אַ שיינע שטאָט, דאָרט וועל איך געוויס קריגן אַרבּעט און וועל לערנען אַבּיסל די שפּראַך אויך. ער האָט מיר געגעבּן אַ בּריוו צו זיינעם אַ גוטן בּאַקאַנטן, אַן אָרגל-מאַכער, וואָס איז אַ סך אַרומגעפאָרן אין דייטשלאַנד און קען אַזוי גוט דייטש ריידן, ווי אַ געבּוירענער דייטש. ער האָט מיר אויך מיטגעגעבּן זיין לערניונג, ער זאָל מיט מיר פאָרן קיין מאַלמע, ווייל איך קען ניט די שפּראַך,זיך צונויפ- ריידן מיטן בּעל-עגלה, קריגן פערד און בכלל צו וואָס איך דאַרף. איך האָבּ אים געפאָלנט און ס'איז צוגעגאַנגען זעהר גוט. איך בּין געקומען בשלום קיין מאַלמע. מיין בעל-הבית איז געווען זעהר אַ בּראַווער מאַן און רייך; ער האָט מיר געגעבּן אַ שיינע דירה. איך בּין געקומען צום בּירגערמייסטער און אים געוויזן מיין פּאַס. ער האָט אים גענומען און געקוקט. איך זאָג אים; „איך וואָלט דאָ געוואָלט בּלייבּן פיר וואָכן“. ער קען ניט קיין דייטש און איך קען ניט קיין שוועדיש. איך האָבּ אים געוויזן מיינע רעקאָמענדאַציעס, האָט ער אונטערגעשריבּן מיין פּאַס, מיר אים צוריק אָפּגעגעבּן און האָט געזאָגט: גוט! איך האָבּ זיך פאַרבּויגט, בּאַדאַנקט און געזאָגט אַדיע. אויף צוריקוועגס אַהיים דערזעהט מיך אַ געשמדטער איד. ער גיט מיר די האַנט און זאָגט: „שלום-עליכם, ר' אַהרון“! איך וויים ניט, ווער דאָס איז און זאָג: „פון וואַנען קענט איר מיך?“ זאָגט ער: „איך בּין אַמאָל אַרומ- געפאָרן אַלס בּחור [ישיבה-בּחור] מיט נאָך איינעם און בּין געווען בּאַ אייך אין בּיוצאָוו איבּער שבּת בערך פאַר פיר יאָרן. יענע צייט האָבּ איך געהייסן אברהם בראָדו, דאָ האָבּ איך זיך געטויפט און הייס בּ. איך בין דעמאָלט געקומען קיין בּיוצאָוו דאָנערשטאָג און בּין געווען איבּער שבּת בּאַ ר“ דודן, וואָס האָט געוואוינט ניט ווייט פונם שלאָס. זונטאָג בּין איך אַרומגעגאַנגען, ווי ס'טוען דאָס געוויינטליך בּחורים, צו מאַכן זיך עפּעס אויף הוצאות. אַזוי בּין איך געקומען צו אייער הויז, האָבּ אָנגעקלאַפּט אין דער טיר און בּין אַריין אין שטובּ. דאָרט איז קיינער ניט געווען. אויף אַ שטול איז געהאַנגען אַ פאָר שוואַרצע זיידענע זאָקן. איך האָבּ זיי אַריינגעשטופּט צו מיר, איך האָבּ זיי זעהר נויטיג געהאַט, און בּין ווידער אַרויס. ווי נאָר איך בּין אַרויס, איז מיר אַקעגנגעקומען אייער פרוי. איך האָבּ זיך געגריסט מיט איר און געבּעטן מיר בּאַהילפיג זיין צו דער רייזע. זי האָט מיר געגעבּן פיר שילינג און געפרעגט, צי וויל איך ניט נעמען אַ פּוטערבּרויט. איך האָבּ בּאַדאַנקט און גענומען אַ פּוטערבּרויט 32


אויך. אינגיכן בּין איך אַוועק פון דאָרטן מיט מיין חבר. מיר האָבּן בּיידע ניט געקאָנט קריגן קיין קנעלונג. לסוף בּין איך געקומען אַהער, האָבּ דאָ געטראָפן מיין גליק און האָבּ חתונה געהאַט. נו, ליבּער ר' אַהרון, אַיצט וויל איך אייך פאַרגיטיגן פאַר די זיידענע זאָקן, קומט מיט צו מיר אַהיים, איך האָבּ אַ גרויס הויז און בּין אַ תּבואה-הענדלער, בּאַ מיר האָט איר אומזיסט דירה, און אַלץ, וואָס איר קאָנט געניסן, זאָלט איר דאָס האָבּן אומזיסט. מיינט ניט, אַז ווייל איך האָבּ זיך איבּערגעקערט, בּין אין פאַלש. פאַרקערט, ווען איך דערזעה אַ אידן, פרייט זיך אין מיר מיין האַרץ‟. איך אָבּער דאַנק אים פאַר זיין אַקעגנקומען און זאָג: „דא פאַרבּלייבּ איך נישט, איך מוז פאָרן קיין שטאָקהאָלם איבּער אַ פּראָצעס, דערצו נאָך האָבּ איך שוין מיין קיפערט אין אַ קוואַרטיר“. ער האָט זיך אָבּער אַזוי שטאַרק אָנגעקלאַמערט אין מיר, נאָר איך זאָל גיין מיט אים אַהיים, ווארום זיין פרוי האָט נאָך קיין אַנדער אידן חוץ אים ניט געזעהן. איך האָבּ ניט געקאָנט זיינער פּטור ווערן און האָבּ געמוזט גיין צו אים אַהיים. ער האָט געהאַט אַ שיין, גרויס הויז און אַ היפּשע פרוי, אויך אַ קינד, בערך פון פיר וואָכן. ס'איז אַ מאָדנע זאַך, ווי ער איז געקומען צו זיין פרוי. אין מאַלמע איז פאַראַן אַ דייטשע קירך און אַ דייטשע קאָלאָניע. דער דאָזיגער בּ. האָט זיך געמעלדעט בּאַם דייטשן פּאַסטאָר, אַז ער וויל זיך שמדן. דער פּאַסטאָר האָט אים גענומען לערנען די קריסטליכע רעליגיע, האָט אים אויך געגעבּן אומזיסט דירה בּאַ זיך אין הויז. דאָם איז געווען אַן ערליכער בּראַווער מאַן, ניט קיין פרוי, ניט קיין קינד, נאָר געהאַלטן בּאַ זיך אַ שוועסטערס אַ טאָכטער אַלס הויזווירטין. בּ. האָט זיך מיט איר בּאַקאַנט, און זי האָט אָנגעהויבּן טראָגן. דאָם מיידל האָט געהאַט אין מאַלמע אַ שוועסטער, איר מאַן איז געווען איינער פון די גרעסטע סוחרים. זיי האָבּן געזאָגט דעם מיידל, זי זאָל פּאַסירן דעם בּ., זי וועט קרינן אַ פיינעם מאַן; אויבּ אָבּער זי וועט זיך האַלטן מיט בּ., ווילן זיי איר ניט קענען פאַר קיין שוועסטער. זי אָבּער האָט געזאָגט, אַז דער, וואָס האָט זי אומערליך געמאַכט, מוז זי ווידער ערליך מאַכן. דער גוטער אַלטער פּאַסטאָר איז דערווייל געשטאָרבּן, ניט געוואוסט פון דער גאַנצער זאַך. בּעת דער פּאַסטאָר איז געווען קראַנק, איז בּ. די גאַנצע צייט געווען נעבּן אים און האָט אים צוגעזעהן אין זיין שלאַפקייט. דעם פּאַסטאָר האָט מען געהאַלטן פאַר אַ רייכן מאַן, אָבּער נאָכן טויט האָט מען בּאַ אים קיין שום געלט ניט געפונען. בּאַלד האָט בּ. חתונה געהאַט מיט דעם מיידל. ער לעבּט אַ גוטן טאָג, זיצט שטענדיג אין וויינקעלער, ווער ס'קומט, איז אים בּ. מכבּר, מאַכט פון זיך אַ גרויס וועזן, האָט זיך געקויפט אַ גרויס הויז, זיך איינגע- קויפט אַלס אַנגראָ-סוחר אין האַנדלסקאָמפּאַניע, — קויפן קויפט ער 33


גאָרניט, — אַלע טאָג זיינען בּאַ אים פרעמדע מענשן צום טיש. אַזוי האָט מיר דערציילט מיין כעל-הבית מיט די ווערטער. דאָם געלט איז אים זעהר גרינג אָנגעקומען, און אַזאַ קיום וועט דאָס אויך האָבּן. איך בּין שוין געווען פיר וואָכן אין מאַלמע און האָבּ געקלערט פאָרן ווייטער. איך האָבּ אין מאַלמע שיין פאַרדינט, איך האָבּ אויך געקריגן צו קויפן אַ סך פּערל און צירונג. בּ. איז געקומען צו מיר, ווי נאָר ער האָט דערהערט, אַז איך קלייבּ זיך פאָרן, און זאָגט: „ליבּער פריינט, קאָנט איר דאָ ניט בלייבּן נאָך אַכט טאָג, איך וואָלט אויך געפאָרן קיין שטאָקהאָלם, איך האָבּ דאָרט צו שטעקן זעקס טויזנט טאָלער אין בּאַנק. דאָס געלט פאַרליי איך אייך אויף פינף פּראָצענט. אין שטאָקהאָלם האָבּ איך בּאַקאַנטשאַפט, וועל איך אייך רעקאָמענדירן, וועט איר קאָנען האַנדלען מיט פּערל און בּרילאַנטן, איך בּין אויך גוט בּאַקאַנט בּאַם הערצאָג קאַרל, וועל איך אייך רעקאָמענ- דירן וועגן אייער פּראָצעס. איר נעמט דאָך צוויי פערד, וועלן מיר איינשפּאָרן, מיר וועלן בּיידע פאָרן מיט די פערד“. איך האָבּ זיך געלאָזט איבּערריידן, וואָרום איך האָבּ ניט געקענט די שפּראַך. אַזוי זיינען מיר געפאָרן קיין קריסטיאַנשטאַט. זיין פרוי האָט מיך געבּעטן, איך זאָל אים זעהן איינ- האַלטן, ער איז אַזאַ היציגער; זי האָט געמיינט, אַלע אידן זיינען אַזוינע, זי זעהט אָבּער, אַז איך בּין אַזאַ געלאַסענער. אויפן וועג האָט ער זיך געפירט גאַנץ אָרנטליך, אָבּער אין קריסטיאַנשטאַט האָבּ איך זיך אויך פאַרהאַלטן פיר וואָכן, פלעגט ער קומען כמעט אַלע אָוונט שכּור אַהיים און בּריינגען אַזאַ קאָמפּאַניע. איך האָבּ אים געבּעטן, ער זאָל אַזוינס אויפהערן, אָדער זאָל ער זיך נעמען אַן אַנדער קוואַרטיר. לסוף האָבּ איך געפּועלט, ער האָט אויפגעהערט צו בּריינגען קאָמפּאַניע. איך האָבּ זיך געטראַכט: לאָמיך נאָר קומען קיין שטאָקהאָלם, איז ווער איך פון אים פּטור. אַזוי זיינען מיר אָפּגעפאָרן פון קריסטיאַנשטאַט. ער האָט געוואָלט, איך זאָל פאָרן קיין גאָטענבּורג; דאָס איז אַ גרויסע שטאָט, וועל איך דאָ אַ סך האַנדלען, ער וועט גיין הויזירן פאַר מיר און איך זאָל אים געבּן אַ דריטל פון אונזער פאַרדינסט. ער איז אָבּער געווען אַ פאַרדאָרבּענער מענש; פלעגט ער זיך אָנשיכּורן, איז פלעגט ער זיך מיט אַלעמען רייסן און שלאָגן, און האָט ניט געקוקט אויף קיין געלט. דאָס איז מיר געווען זעהר ניט צום האַרצן; אין מיין קוואַרטיר האָבּ איך זיך געשעמט, וואָס איך האַלט בּאַ זיך אַזאַ שלעכטן מענשן. לסוף זיינען מיר אָפּגעפאָרן פון קריסטיאַנשטאַט, און איך האָבּ זיך מער ניט געוואָלט פאַרהאַלטן אין קיין שטאָט. איך האָבּ אים אויך ניט דערציילט פון מיינע געשעפטן, וואָס איך וויל טון אין שטאָקהאָלם. 34


געקומען קיין שטאָקהאָלם, האָט ער מיך געלאָזט שטיין אויף דער גאַם מיט דער פור. מיר זיינען געקומען אַהער ראש חודש תּמוז ה'תקל“ד [יולי 1774]. ס'איז געווען ניין אַזייגער אין דער פריה, ס'איז שוין געווען רעכט הייס. בּין איך אַזוי אָפּגעשטאַנען צוויי שעה, אַלע פאַרבּייגייער האָבּן מיר אָנגעקוקט. לסוף איז ער געקומען. איך פרעג אים, וואו איז ער אַזוי לאַנג געווען. זאָגט ער, דאָ איז דאָס ניט אַזויווי אין אַנדערע שטעט, אַז בּאַלד קריגסטו אַ דירה. ס'זיינען פאַראַן ערטער, וואוהין מ'קאָן פאַרפאָרן, אָבּער אַ פרעמדער מענש מוז זיין געהיט, ס'איז זעהר געפערליך. איך דאַרף בּאַקומען תּשובה אין אַ האַלבּע שעה אַרום. און אַזוי איז ער ווידער אַוועק. ניט ווייט פון דאָרט, וואו איך בּין געשטאַנען, האָט גע- וואוינט אַ בּרויער. דער מאַן האָט געקאָנט ריידן דייטש. פאַרבּייגייענדיג, האָט ער געהערט, ווי דער בּעל-עגלה זאָגט, אַז ער וויל דאָ לענגער ניט בּלייבּן שטיין, ער וועט אַראָפּוואַרפן די קיפערטס. פרענט מיך דער בּרויער פאַרוואָס שטיי איך דאָ שוין אַזוי לאַנג, ער זעהט מיך דאָ שוין אַ שטיק צייט. דערצייל איך אים פון מיין קאַמעראַד, ער זאָגט מיר, אַז ער זוכט אַ קוואַרטיר, ער האָט שוין אַזוינס אין אויג, אין אַ הלבּע שעה אַרום זאָל ער קריגן תּשובה, דערווייל ציהט זיך דאָס שוין אַנדערטהאַלבּן שעה. לאַכט דער מאַן: „דאָ קאָן מען קריגן גענוג דירות. דער שמייסער האָט דאָ ניט וואָס צו שטיין מיט זיינע פערד, איר וועט אים מוזן דערפאַר בּאַצאָלן“. איך האָבּ צוגעזאָנט דעם שמייסער אַזוי פיל, וויפיל דער בּרויער האָט געזאָגט, אַז ער זאָל נאָך אַוויילע צווואַרטן בּיז מיין קאַמעראַר וועט צוריק- קומען. אַזוי בּין איך אָפּגעשטאַנען בּיז דער זייגער האָט געשלאָגן צוויי. ער בּרויער גייט ווידער צו צו מיר, און פרעגט מיך, צי מיין קאַמעראַד האָט נאָך ניט געקריגן קיין דירה. איך בּין געווען אַזוי אין כּעס אויף אים. דער בּרויער זאָגט צו מיר: „איך וועל אייך אָנווייזן אַ פיינע דירה, ניט ווייט פון דאַנען, בּאַ איינעם, וואָס רעדט גוט דייטש, אַ סך בּעסער פאַר מיר“. דאַנק איך אים. איז ער מיט מיר געגאַנגען און האָט מיך פאַרפירט אין אַ הויז צו'ן אַ בּראַוון מאַן, איך האָבּ בּאַ אים געדונגען צוויי צימער. לסוף, אין עטליכע שעה אַרום, איז בּ. אויך געקומען צו גיין מיט אַ מויל מיט פּעך און שוועבּל: ער האָט מיך אַרומגעזוכט איבּער דער גאָרער שטאָט, ער האָט געמיינט, מ'האָט מיך שוין געהרגעט, — ער איז שוין געווען רעכט שכּור. ער האָט דאַך מיר שוין אויפן וועג אַזויפיל אָנגעזאָגט, ווי פאַר אַ פרעמדן מענשן איז געפערליך אין שטאָקהאָלם; ווען ער קומט אַריין טרינקען אַ גלעזל בּראָנפן, אָדער אַ בּוטל בּיר, ריזיקירט ער מיטן לעבּן; אַזוינע מעשיות טרעפן דאָ אַלע טאָג. ער האָט מיך געוואָלט שטאַרק אָנשרעקן, כדי איך זאָל אים פאַרבּעטן צו זיך. 35


איך האָבּ שטענדיג געהאַט מיין געוויינשאַפט אויפשטיין פאַרפריה. איך בּין אויפגעשטאַנען, געמאַכט מיר אַ פייף טאַבּאַק, איז שוין מיין בעל-הבית אויך געווען אויף. איך פרעג וועגן אויבּערשטאַטהאַלטער, וואָס איך האָבּ געהאַט צו אים בּריוו. זאָגט ער מיר, אַז צען אַזייגער וועט ער מיר ווייזן, וואַו דאָס איז. איך בּעט אים, ער זאָל זיך ניט ווייזן פאַר בּ., וואָס שלאָפט בּיז ניין אַזייגער און דאַן גייט ער אַוועק און קומט ניט אַהיים פריהער פאַר צוועלף. דער מאַן איז געווען זעהר בּראַוו. זיין פרוי איז אויך געווען זעהר אַ פיינע. צען אַזייגער איז ער מיט מיר געגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטערס הויז און האָט מיר געוויזן, וואו אַרום איך זאָל צו אים אַריינגיין. ער האָט געטראָפן אַ בּאַדינער און זאָגט צו אים אויף שוועדיש: „דער דאָזיגער מאַן וויל ריידן מיט עקסעלענץ, האָט צו אים בּריוו“. איך האָבּ געהאַט מיטגענומען אַלע רעקאָמענדאַציעס און דעם פּאַס. ס'האָט געדויערט אַ שטאַרקע שעה, איידער מ'האָט מיך צו אים אַריינגערופן. דער זאַל איז געווען פול מיט מענשן. איך קום אַריין, האַלט די בריוו אין די הענט, שטאַמל אויף שוועדיש: „פאַרצייאונג, עקסעלענץ, איך קאָן קיין שוועדיש ניט ריידן“. זאָגט ער בּאַלד: „איר זייט אַ איד, רעדט נאָר דייטש; איך האָבּ געדינט דעם פּרייסישן קיניג פינף יאָר, אַ וואָלאָנטער געווען“. איך זאָג אים גלייך מיין בּאַגער און ווייז אים מיינע רעקאָמענדאַציעס צום קיניג פון דער שטראַלזונדער רעגירונג און בּאַזונדער פון די העכסטע פּערזענלעכקייטן. זאָגט ער: "ליבּער פריינט, דאָס איז אַ שווערע זאַך. קיינמאָל האָט קיין איד אין שוועדן ניט געוואוינט. איר זייט מיר זעהר הויך רעקאָמענדירט פון מיינע גוטע פריינט, דאָס איז אָבּער ניט בּאַ מיר אין די הענט. וואָס איך וועל אייך קאָנען העלפן, וועל איך גערן טון. קומט אין עטליכע טאָג אַרום ווידער אַהער, וועל איך אייך געבּן ענטפער. אָבּער איינס מוז איך אייך זאָגן: האַלט זיך אָפּ פון האַנדלען זילבּער אָדער גאָלד, וואָרום טאָמער קלאָגט מען אייך אָן פאַר מיר, איז קאָן איך אייך ניט העלפן, אָבּער קריצן שטעמפּלען קאָנט איר, וויפיל איר קריגט אַרבּעט“. ער האָט בּאַ מיר בּאַשטעלט זיין הערבּ אין קאַרניאָלשטיין. מיינע רעקאָמענדאַציעס האָבּ איך אים אַלע געמוזט לאָזן. ער האָט מיט מיר גערעדט אָנדערהאַלבּן שעה. איך האָבּ אים אויך געזאָגט, אַז איך האָבּ אַ שותף, דעם הויפ- מעדאַליער פון שווערין, איך האָבּ אים אויך אָנגערופן מיין בּרודער מאַרקוס איזאַק. נו, בּין איך געגאַנגען אַהיים אויף מיין קוואַרטיר, גע- טראָפן בּ., ער איז געווען זעהר אויפגעבּראַכט, און זאָגט אַזוי צו מיר: „איר וועט געווים קיין לעבּעדיגער ניט אַרויס פון שטאָקהאָלם. איר זייט אַזוי איינשטעלעריש און לויפט אַרום איבּער דער שטאָט“. איך האָבּ זיך ניט געוואָלט מיט אים אָפּגעבּן, ער פלעגט מיר שטענדיג עפּעס 36


בּריינגען צו האַנדלען, און דער האַנדל איז מיר געווען פאַרבּאָטן. איך האָבּ נאָר געזאָגט, אַז איך וועל מיך ניט פאַרשליסן, קיינער וועט מיך אין גאַס ניט הרגענען. איך האָבּ בּאַלד געשיקט דעם אויבּערשטאַטהאַלטערס הערבּ קיין שווערין צו ר' אַברהם פּ“ח; איך האָבּ אויך געשריבּן מיין בּרודער מרדכי, ער זאָל בּאַלד, ווי ס'איז נאָר מיגליך, אַהער קומען, ער קאָן פאָרן דורך וויסמאַר, פון דאָרט גייען זעהר אָפט שיפן אַהער, דריי טאָג געדויערט פון וויסמאָר קיון שטאָקהאָלם. אין עטליכע טאָג אַרום בּין איך ווידער געגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטער; איך האָבּ געהאַט בּאַ זיך מיינע מעקלענבּורגישע פּריווילעגיעס. איך האָבּ אים געוויזן, אַז איך האָבּ געהאַט געוואוינט אין בּיוצאָוו ניינצען יאָר, איך האָבּ אים אויך געוויזן אַן אַטעסטאַט פונם דאָרטיגן אוניווערסיטעט וועגן מיין ערליכער אויפפירונג. ער האָט מיר געראָטן גיין צו אַן אַדוואָקאַט, וואָס ער האָט מיר רעקאָמענדירט, און האָט מיר געזאָגט בערך דעם אינהאַלט ווי צו שרייבּן די בּיט-בּריוו. דער אַדוואָקאַט, האָט ער מיר געזאָגט, רעדט אַזוי גוט דייטש אַזויווי איך, ער האָט מיר אויך געגעבּן רעקאָמענדאַציעס און געזאָגט: „ווען איר וועט האָבּן די בּיט-בּריוו פאַרטיג, איז בּריינגט זי מיר אַהער, איך וועל זי אַליין אָפּגעבּן דעם קיניג“. האָבּ איך אַזוי געטאָן. געקומען צום אַדוואָקאַט און זאָג: „דער אויבּער- שטאַטהאַלטער האָט מיר אייך רעקאָמענדירט, ער האָט מיר געהייסן קומען אין צוויי טאָג אַרום און דאָ מוז איך שוין האָבּן די בּיט-בּריוו“. איך האָבּ געהאַט רעקאָמענדאַציעס צו אייניגע רייכסראַטן, האָבּ איך זיי אָפּגעטראָגן. זיי האָבּן מיר אַלע צוגעזאָגט צו העלפן. ווען איך האָבּ שוין די בּיט-בּריוו געהאַט פאַרטיג, בּין איך מיט איר ווידער געגאַנגען צום אויבּערשטאַט- האַלטער, האָבּ זיך פאַרענטפערט, וואָס איך בּין אים אַזויפיל מטריח. זאָגט ער: „איר קאָנט קומען אַזוי אָפט, ווי איר ווילט, און ווען איר האָט צייט, וועל איך מיט אייך גערן ריידן, איך רייד גערן דייטש. אין עטליכע טאָג אַרום קאָנט איר צו מיר ווידער קומען.“ בּכן בּין איך געקומען אין עטליכע טאָג אַרום. ער איז געווען זעהר גנעדיג און האָט מיר געזאָגט, אַז די שריפט האָט ער אָפּגעגעבּן דעם קיניג, און דער קיניג האָט ניט דאַגעגן אייך צו העלפן, אַז איר זאָלט דאָ קאָנען בּלייבּן. אין אַכט טאָג אַרום קומט ווידער אַהער, וועט איר האָבּן ענטפער. אין צוויי טאָג אַרום האָט הערצאָג קאַרל געשיקט צו מיר אויף קוואַרטיר, איך זאָל גלייך צו אים אַרויפקומען מיט זיין בּאַדינער. ער האָט שוין געוואוסט, אַז איך קאָן קיין שוועדיש ניט ריידן, ס'איז דאָ דעריבּער געווען איינער, וואָס האָט צו מיר גערעדט אויף דייטש: צי בּין איך דער, וואָס האָט דערלאַנגט דעם קיניג, אַז ער איז אַ שטעמפּל- קריצער און שטיינקריצער. הערצאָג קאַרל איז דערבּיי געשטאַנען, זאָגט ער: 37


די קיניגליכע הויכקייטן ווילן דעם דאָזיגן הערבּ, — וואָס אַן אָפּדרוק דערפון האָט ער געהאַט אין האַנט, און דעם הערצאָגס הערבּ זעהן געקריצט אין שטיין. מיר זיינען דורכגעקומען אויף פערציג שטיק דוקאַטן. איך האָבּ פאַר- שטאַנען, אַז דער קיניג האָט דאָס בּאַפוילן, ווייל ער האָט געוואָלט זעהן אונזער אַרבּעט. איך האָבּ דאָס בּאַלד אָפּגעשיקט קיין שווערין צו ר' אַברהם פּ“ח און האָבּ אים געשריבּן מיין מיינונג און געבּעטן דאָס גוט מאַכן, אונזער גליק איז געווענדט אָן דעם. דאָס מוז געוויס זיין אַ פּראָבּע, וואָס המלכות וויל זעהן אונזער אַרבּעט. מיין בּעל-הבית רופט מיך אַריין און זאָגט מיר; „מיין ליבּער הער אַהרון, איך האָבּ דעם שלעכטן מאוסן קערל אַרויסגעיאָגט פון מיין הויז, ווען איר זייט געווען אַרויסגעגאַנגען, ער האָט שוין זיין קיפערט אָפּגענומען. ער איז צוגעשטאַנען צו מיין פרוי מיט אַזוינע געמיינהייטן, אַז מיין פרוי האָט געוויינט, איך קאָן דאָס ניט גאָכזאָגן. ווילט איר בּאַ מיר בלייבּן, איז קאָנט איר בּלייבּן, וויפיל איר ווילט, אָבּער דעם געמיינעם יונג קאָן איך דאָ מער ניט זעהן, ער איז ווערט געווען, איך זאָל אים אַריינלייגן אין האַלז און אַקן, איך האָבּ אים געשוינט פון אייערטוועגן, איר זאָלט דערפון קיין פאַרדראָס ניט האָבּן.“ זאָג איך מיין ווירט, איך האָבּ נאָך מיט אים חשבונות און קאָן נאָך פון אים ניט אַרויס, אַזויווי דער אמת איז געווען. איבּערנאַכט בּין איך געבּליבּן דאָ. אויף מאָרגן, ווי איך האָבּ נאָר געוואָלט אַרויסגיין, איז ער שוין געשטאַנען דאָ און אויף מיר אַרויסגעקוקט. ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט געקרינן אַן אַנדער דירה, ניט ווייט פון דאַנען, אַ סך ליכטיגער פאַר דער אַרבּעט און שענערע צימער. איך בּין מיט אים געגאַנגען אַהין; דאָם איז געווען אַן אַלמנה, זעהר אַ שטילע פרוי. איך האָבּ זיך אַהין אַריבּער געצויגן און אויפגעשטעלט מיין וואַרשטאַט. קוים בּין איך דאָ אָפּגעווען אַכט טאָג, קומט צו מיר די בעל-הביתטע און קלאָגט זיך אויף אים, דאָס איז אַ מאוסער יונג, זי האָט פון אים קיין רוה ניט. אויבּ איך וויל בּאַ איר בּלייבּן, איז קאָן איך זעהר שיין בּלייבּן, אָבּער ער מוז זיך אַרויסציהען. איך האָבּ ניט געקאָנט מער אויסהאַלטן פון אים, האָבּ איך זיך מיט אים צערעכנט און זאָג צו אים: "אויבּ איר וועט האָבּן צו מיר אַ געשעפט, קאָנט איר קומען צו מיר. וואוינען צוזאַמען אין איין אָרט קאָנען מיר מער ניט“. ער האָט אָפּגענומען זיין געלט, וואָס ער האָט בּאַ מיר געהאַט, אַקעגן הונדערט רייכסטאָלער, און מער איז ער צו מיר ניט געקומען. דאָ אין שטאָט האָט ער זיך אַרומגעדרייט, בּיז ער האָט מער קיין געלט ניט געהאַט, און איז אַוועק- געפאָרן אַהיים. דעמזעלבּן טאָג, וואָס איך בּין זיך צעגאַנגען מיט בּ., איז אַהער אָנגעקומען מיין בּרודער מרדכי מיט אַ וויסמאַרער שיף, דעם 2-טן סעפּטעמבּער 38


1774 (תקל“ד). דאָ בּאַ דער קיניגין איז געווען אַ היידוק, ער איז געווען מיין אַ לאַנדסמאַן פון מעקלענבּורג און האָט אָנגעבּאָטן זיין קוואַרטיר, איך האָבּ זיך מיט מיין בּרודער אַריינגעצוינן צו אים, בּין געגאַנגען צום אויבּערשטאַט- האַלטער און האָבּ אים געמעלדעט, אַז מיין בּרודער איז אויך געקומען. זאָגט ער: „דאָס איז גוט; איך מוז אייך זאָגן, אַז דער קיניג האָט איבּערגעשיקט מיין בּיט-בּריוו און אַלע רעקאָמענדאַציעס דער עמבּעט-קאָלעגיע, וואָס אין ראַטהויז. זאָגט דאָס נאָר אייער אַדוואָקאַט, ער ווייסט שוין, וואָס דאָם הייסט, דאָרט וועט איר בּאַקומען ענטפער.“ איך בּין געגאַנגען צו מיין אַדוואָ- קאַט, ער איז מיט מיר געגאַנגען אין ראַטהויז, און מיר האָבּן זיך געמעלדעט. מ'האָט אונז צוגעלאָזט, דער אַדוואָקאַט האָט פירגעבּראכט וועגן מיין בּיט— בּריוו, וואָס איך האָבּ דערלאַנגט דעם קיניג, צי האָבּן זיי דאָס שוין בּאַ- טראַכט? זאָגן זיי, זיי האָבּן דאָס נאָך ניט געקאָנט בּאַטראַכטן; איך זאָל קומען אין פיר וואָכן אַרום, וועל איך האָבּן אַ רעזאָלוציע. ס'איז צו מיר געקומען דער מינצדירעקטאָר פאָן הענגעשטרעם און האָט בּאַ מיר בּאַשטעלט אַ שטעמפּל מיט זיין הערבּ, זעהר אַ בּראַווער מאַן, וואָס האָט געקענט אַ סך שפּראַכן: פראַנצויזיש, ענגליש, דייטש. ער זאָגט מיר: „איך בּין אַ סך אַרומגעפאָרן, האָבּ אַ סך פאַרקערט מיט אידן. איך האָבּ אויך געזעהן, אַז אידן האַנדלען מיט זילבער און ליפערן זילבּער אויף מינץ. צי קאָנט איר זיך ניט אָפּגעבּן מיט אַזאַ געשעפט?“ זאָג איך אים, איך אַליין האָבּ בּעת דעם זיבּניאריגן קריג געליפערט זילבּער פאַר מעקלענבּורגער מינץ, און דערצייל אים פון אַ סך סאָרטן געלט, וויפיל זיי האַלטן, שוועדישע ווי דייטשע געלטן. דערצו האָבּ איך אַ בּרודער הויפליפעראַנט אין שווערין בּאַ דער מינץ. איך וועל גערן אָננעמען צו ליפערן זילבּער מיט אַ קליין פאַר- דינסט. זאָגט ער, ער וועט איבּערריידן מיט בּאַראָן ליליענקראַנץ. ער איז מיט מיר געגאַנגען צו בּאַראָן ליליענקראַנץ, איך בּין מיט אים בּאַקאַנט געוואָרן, ער האָט דערפון גערעדט מיטן קיניג, און מיר האָבּן געמאַכט אַ קאָנטראַקט, אַז איך זאָל ליפערן עלף מיליאָן ספּעציעס, דאָס הייסט, אַזויפיל פיין זילבּער דערצו, און איך זאָל קריגן מיט פיר פּראָצענט מער, איידער דאָס גילט אין האַמבּורג, וואָרום יעדע צייט שטייט אין דייטשע צייטונגען די פרייז פון זילבּערקורס. די דאָזיגע עלף מיליאָן ספּעציעס זאָל איך צושטעלן צייט דריי יאָר. איך קריג אומזיסט די פּאָסטשיף, זי זאָל מיך און דאָס זילבּער אומזיסט מיטנעמען קיין אושטאַט און פון אושטאַט אַהער, און הוסאַרן צו טראַנספּאָרטירן אויף קרוינס חשבון. איך האָבּ וועגן דעם קאָרעספּאָנ- דירט מיט מיין בּרודער אַברהם אין שווערין, האָבּ אים גענומען פאַר אַ שותף. אויך האָבּ איך געשלאָסן אַ געשעפט וועגן הונדערט טויזנט שיפס- פּונט קופּער, וואָרום דאָס קופּער האָט מיר געזאָלט קאָסטן מיט אַ רייכס- 39


טאָלער אונטער דער פּרייז, וואָס ס'שטייט אין האַמבּורג, און איך האָבּ דאָס געקאָנט ליפערן אומזיסט אין דער שיף אָהן אַ פעניג הוצאות בּיז קיין האַמ- בּורג. ס'האָט זיך געצויגן בּיז צום ערשטן אַדר תקל“ד [1774] בּיז איך האָבּ געקריגן דעם קאָנטראַקט. ס'איז אויך געווען אויסגערעדט, אַז צושטעלן האָבּן מיר געקאַנט אַלע פערצען טאָג. קיין אַוואַנסן האָבּן מיר ניט געקאָנט קריגן, אָבּער בּאַלד בּאַצאָלט, אַכט טאָג נאָך דעם צושטעלן. דאָס גאַנצע געשעפט וואָלטן מיר געקאָנט פירן מיט דרייסיג טויזנט טאָלער. בּכן האָבּ איך אַרויסגעשיקט פון דאַנען מיין בּרודער מרדכי מיטן קאָנ- טראַקט און מיט אַ פּאַס צו מיין בּרודער אַברהם, ער זאָל קאָנען פריי קומען קיון שטאָקהאָלם, וואָרום צו יענער צייט האָט קיין איד ניט געטאָרט קומען אין לאַנד אַריין. מיין בּרודער מרדכי האָבּ איך אַזוי אָנגעזאָגט: „דו קענסט אונזער בּרודער אַברהם, ער אין צו אָפּגעהיט. אויבּ ער וועט ניט צושטיין, איז פאָר מיט דעם קאָנטראַקט קיין בערלין בּאַ איינעם פון ר' פייטלס לייט; יענע וועלן גערן ווערן שותפים, וואָרום דער קאָנטראַקט איז געווען אויף מיין נאָמען.“ מיין בּרודער מרדכי איז געקומען קיין שווערין, אָבּער מיין בּרודער אַברהם האָט געזאָגט, ער דאַרף פריהער פאָרן קיין לייפּציג אויף דעם פיַיַסטן- יריד. מיין בּרודער מרדכי זאָל דאָ בּלייבּן בּיז ער וועט צוריקקומען, וועט ער אַהער פאָרן. איך האָבּ בּאַקומען אַזאַ בּריוו און האָבּ זיך זעהר געערגערט. ליליענקראַנץ פלעגט שיקן צו מיר אַלע וואָך, ווען ס'איז געווען פּאָסטטאָג, איך זאָל קומען צו אים, פלעגט מיר פרעגן, צי איז שוין געקומען מיין בּרודער, און איך פלעג אַלע מאָל זאָגן, ער קומט. אָבּער מיין בּרודער איז געקומען אַהיים פון לייפּציג און איז ערשט געפאָרן קיין ראָסטאָק, וואָרום ער פלעגט שטענדיג שיקן זיין סחורה פון לייפּציג קיין ראָסטאָק, דאָ האָט ער געוואָלט פריהער איינמאנען זיינע חובות. דערווייל איז בּאַראָן ליליענקראַנץ אין כּעס געוואָרן אויף מיר און האָט אָפּגעגעבּן די ליפערונג היגע סוחרים. מיין בּרודער איז געקומען אַהער מיטן אַנדערן בּרודער מרדכי, אָבּער ס'איז שוין געווען נאָך אַלעמען, און מיר האָבּן ניט געקריגן גאָר ניט צו ליפערן. לאָמיר זיך אומקערן צו מיינע פריהערדיגע געשעפטן. ס'זיינען שוין אַריבּער די פיר וואָכן, וואָס די עמבּעט-קאָלעגיע האָט מיר בּאַשטימט. איך בּין ווידער געקומען מיט מיין אַדוואָקאַט צו הערן זייער רעזאָלוציע, אָבּער זיי האָבּן מיר ווייטער אָפּגעלעגט: זיי האָבּן נאָך ניט בּאַהאַנדלט. אין פערצען טאָג אַרום זאָל איך ווידער קומען. מיין אַדוואָקאַט זאָגט צו מיר; „מער גיי איך מיט אייך ניט, איר ווייסט שוין, וואוהין מ'דאַרף גיין, קאָנט איר דאָס שוין אַליין טון. ווען איר וועט קריגן אַן ענטפער, זאָלט איר מיר אים בּריינגען.“ איך בּין אַרומגעלאָפן אַודאי פיר וואָכן, איידער איך האָבּ געקריגן תשובה. די תשובה איז געווען זעהר קורץ: „מיר דערלויבּן דיר 40


ניט צו האַלטן דיין רעליגיע דאָ אין לאַנד, נאָך ווייניגער צו פירן אַ געשעפט“. אונטערגעשריבּן איז געווען קאַרל שפּאַרע. איך בּין געוואָרן אַזוי איבּער- געשראָקן, איך בּין גלייך דערמיט געלאָפן צום אויבּערשטאַטהאַלטער און האָבּ זיך געקלאָגט: „איר האָט מיר צוגעזאָגט העלפן, און דאָ געבּן זיי מיר אַזאַ תשובה“. זאָגט דער אויבּערשטאַטהאַלטער: „איך מוז דיר אַלץ דער- קלערן. איך בּין פּרעזעס אין די דאָזיגע געריכטן, און מוז אונטערשרייבּן אַלע זייערע רעזאָלוציעס, אָבּער דערבּיי בלייבּט נאָך דאָם ניט, דו מוזט גיין ווייטער, קאָנסט זאָגן דיין אַדוואָקאַט, ער זאָל אַפּעלירן צו די האַלראָטן“. איך בּין בּאַלד געלאָפן צו אים. ער האָט דערלאַנגט אַ שריפט. ס'האָט געדויערט פיר וואָכן, און איך האָבּ געקריגן די אייגענע תשובה וואָס פריהער. גיי איך ווידער צום אויבּערשטאַטהאַלטער, בּאַקלאָג זיך ווייטער אויף זיין אונטערשריפט און זאָג: „ווען אייער עקסעלענץ קאָן טון ניט מער, ווי אונטערשרייבּן, וואָס זיי בּאַשליסן, איז זעה איך קלאָר, אַז איך קאָן גאָרניט דערלאַנגען; וויל איך בּעסער פאַרשפּאָרן מיין געלט און צוריק פאָרן אַהיים“. שמייכלט ער און זאָגט: „דו בּיסט זעהר היציג, ס'איז נאָך ניט אַלץ, דו מוזט געדולד האָבּן, דו מוזט קומען אין מאַגיסטראַט אַריין, וועלן מיר הערן, וואָס זיי וועלן דערויף זאָגן“. גיי איך צום אַדוואָקאַט און דערצייל אים, וואָס דער אויבּערשטאַטהאַלטער האָט מיר געזאָגט. שאָקלט ער מיטן קאָפּ: יאָ, דער מאַגיסטראַט, זיי וועלן אויך ניט קיין סך בּעסער מאַכן. איך בּין געלאָפן צו די אַלע רייכסראַטן, וואָס האָבּן מיר צוגעזאָנט, זיי וועלן מיר העלפן. זיי האָבּן מיר געענטפערט: „דער אויבּערשטאַטהאַלטער קאָן אַ סך טון, מיר אָבּער קאָנען גאָרניט טון בּאַ די דאָזיגע געריכטן, וואָרום דער אויבּערשטאַט- האַלטער איז דאָרט פּרעזעס; זאָל דאָס אָבּער קומען פאַר אונזער ראַט, וועלן מיר טון אַלץ, וואָס מיגליך“. זיי האָבּן מיך אַלע געטרייסט, איך האָבּ אָפּגעוואַרט אַכט טאָג און בּין געגאַנגען אין מאַגיסטראַט, — מיין אַדוואָקאַט האָבּ איך מער ניט מיטגענומען, — איך האָבּ זיך געלאָזט מעלדן און האָבּ געקריגן תשובה, איך זאָל אַבּיסל צווואַרטן. לסוף, אַז איך האָבּ אַזוי אָפּ— געוואַרט אַ פאָר שעה, איז איינער אַרויסגעגאַנגען צו מיר און געפרעגט, וואו איך וואוין, פאַרשריבּן מיין קוואַרטיר און געזאָגט, אַז איך דאַרף שוין אַליין ניט קומען, זיי וועלן שיקן נאָך מיר. דערמיט בּין איך געגאַנגען אַהיים. איך בּין געווען אַ חשוב בּאַ אַלע גרויסע הערשאַפטן. מ'האָט גערימט מיין אַרבּעט, אַלס דער גרעסטער קינסטלער אויף דער וועלט. איך האָבּ אַ סך פאַרקערט מיט די יוּוועלירן דערהויפּט מיט דעם גוטן בּראַוון מאַן הער זוטער און ווילקאָם, אויך מיט הער ווילהעלמסאָן. דאָס זיינען געווען מיינע גוטע פריינט, און זיי האָבּן געוואוסט, אַז איך וואָלט זעהר געוואָלט דאָ בּלייבּן. איך האָבּ געהאַט זעהר אַ סך גוטע פריינט; אַלע, 41


וואָס האָבּן מיך געקענט, זיינען געווען גוט צו מיר. לסוף האָט מען געשיקט נאָך מיר פונם ראַטהויז אין מאַגיסטראַט. ס'האָט זיך אָנגערופן אַ ראטמאַן, וואָס איז נאָכדעם אינגיכן געוואָרן בּירגערמייסטער. ער האָט געהייסן פלאָדין, אַ געלערנטער מאַן, געקענט אַ סך שפּראַכן, געווען זעהר בּאַשיידן. ער איז צוגעגאַנגען האַרט צו מיר, האָט אָנגעהויבּן צו ריידן מיט מיר דייטש און זאָגט אַזוי: „ליבּער הער אַהרון, איר האָט דערלאַנגט דעם קיניג, אַז איר ווילט דאָ וואוינען. מיר האָבּן געזעהן אַלע אייערע רעקאָמענדאַציעס אויך. איר זייט זעהר גערימט פאַר אַן ערליכן מאַן אַ קינסטלער אין שטיינקריצן; מיר גלויבּן, אַז אַזוי איז דאָס, אַזויווי ס'שטייט אין אייערע אטעסטאַטן. דער קיניג אַליין וויל, איר זאָלט דאָ קאָנען בּלייבּן: דאָ האָבּן מיר ניט קיין שטיינקריצער אין גארן שוועדישן לאַנד. דאָ איז אָבּער פאַראַן אַ זאַך, וואָס ס'איז אוממיגליך; איר זייט פון דער אידישער אמונה. איך וועל אייך ווייזן, וואָס אונזערע געזעצן הייסן אונז“. ער האָט געהאַלטן אין האַנט אַ גרויס בּוך און פון דאָרט האָט ער מיר פירגעלייענט אויף דייטש, ער האָט אויפן אָרט איבּערגעזעצט פון שוועדיש אויף דייטש: „ווען אַ איד קומט צו אונז אין לאַנד אויף אַ שיף, און די שיף האָט זיך געטרונקען, זאַז מ'דאַרף זי פאַר- ריכטן, זאָל די דאָזיגע שיף האָבּן די בּכורה, מ'זאָל זי פאַרריכטן די ערשטע, כרי דער איד זאָל וואָס גיכער אַוועק פונם לאַנד. ווען אַ איד קומט אַהער מיטן וואַסער און ווערט דאָ קראַנק, זאָל מען אים שיקן אַ גוטן דאָקטאָר צו העלפן אים פון זיין קריינק, ער זאָל בּאַלד פאַרלאָזן דאָם לאַנד. קיין איד טאָר דאָ גאָרניט קויפן אָדער פאַרקויפן". "נו, זאָגט ער צו מיר,דאָס זיינען אונזערע רעכט“. זאָג איך: „דאָס איז רעכט, אָ, וואָס פאַר אַ שלעכטע רעכט קעגן דעם מענשנס לעבּן“! ער איז אָבּער געווען זעהר בּאַשיידן און זאָגט: „אַזוי איז דאָס, און ווי לאַנג די וועלט שטייט, האָט קיין איד ניט געוואוינט אין שוועדישן לאַנד. מיר האָבּן זיך בּאַראָטן, מיר זאָלן אייך העלפן, ווייל אונזער קיניג וויל דאָס זעהר האָבּן, איר זאָלט דאָ בלייבּן. אַלס איד איז דאָס ניט מיגליך, דאָס איז קעגן אַלע אונזערע געזעצן; אָבּער אויבּ איר ווילט זיך טויפן, קריגט איר בּאַלד בּירגערשאַפט אומזיסט און געניסט אַלע פריַיַהיַיַטן, אויך וועט איר צען יאָר פריי זיין פון אַלע שטיַיַערן. בּאַטראַכט זיך, דאָס האָט נאָך קיינער ניט געקריגן, און זאָגט אונז ענטפער צייט אַכט טאָג“. זאָג איך: „ליבּער הער, איך דאַרף ניט האָבּן קיין צייט אויף קיין ישוב, קיינמאָל וועל איך ניט אומבּייטן מיין גלויבּן פאַר קיין געלט; נישט דערויף בּין איך אַהער געקומען צו פאַרקויפן אָדער אויסבּייטן מיין רעליגיע. איך וועל זיך געוויס ניט אָפּזאָגן פון מיין אמונה, וואָס דורך איר האָף איך מיין נשמה אויסלייזן“. ער הערט מיך אויס געלאַסן און זאָגט צו מיר: „מיר ווייסן אייגנטליך ניט, וואָס איז אַזוינס די אידישע 42


רעליגיע, וואָס דורך איר זאָלט איר די נשמה אויסלייזן“. זאָג איך: „איך בּין ניט קיין געלערנטער מאַן, און ווייזן מיין גאַנצע רעליגיע איז דאָ קיין אָרט ניט, אָבּער דער יסוד פון אונזער רעליגיע איז דער כלל: מורא האָבּן פאַר גאָט און ליבּ האָבּן דעם צווייטן, און דאָס האָף איך הייליג האַלטן, ווי ווייט מיינע קרעפטן וועלן טראָגן“. ענטפערט ער מיר: „אין דעם גלויבּן מיר אויך, אָבּער אָהן דעם דערלייזער, וואָס בּאַ אייך אידן הייסט ער משיח, קאָן מען זיך ניט רעטן“. איך זאָג נאָך אַמאָל: ס'איז דאָ קיין אָרט ניט צו דיספּוטירן, וואָרום ס'וועט דערפון גאָרניט ניט אַרויס. דער בּאַשלוס איז געווען, אַז איך וועל בּאַקומען תשובה. איך האָבּ זיך פאַרנויגט און געגאַנגען מיין וועג. אייניגע טעג נאָך דעם טרעפט מיר דער דאָזיגער ראַטמאַן פלאָדין אין גאָס און בּעט מיך, איך זאָל מיט אים גיין צו אים אַהיים, ער האָט אַ שיינעם קאַרניאָל-שטיין, ער וואָלט גערן געלאָזט קריצן פון אים אַ שטעמפּל, ער וואוינט דאָ דערבּיי. איך בּין מיט אים געגאַנגען צו אים אין הויז און האָבּ גענומען דעם קאַרניאָל צו קריצן. איך פרעג אים, צי איז ניט מיגליך, ער זאָל מיר העלפן וועגן מיין בּלייבּן דאָ. זאָגט ער: „איך מיט דעם גאַנצן מאַגיסטראַט קאָנען אייך די פרייהייט ניט געבן, נאָר דער קיניג, ווען ער וויל דאָס טון מיט גוואַלד. אָבּער איך גלויבּ ניט; דאָס איז אַ זאַך, וואָס איז קיינמאָל ניט געווען. ענדע היינטיגע וואָך וועט איר קריגן ענטפער“. אין עטליכע טעג אַרום קום איך ווידער אַרויף צום מאַגיסטראַט און האָבּ געקריגן די תּשובה. אָבּער דאָרט איז געשטאַנען ניט קיין אַנדער זאַך, ווי אין די פריהערדיגע, און ווידער מיט דער אונטערשריפט: קאַרל שפּאַרע. נו, האָבּ איך פאַרלאָרן יעדע האָפענונג: איך לויף צום אויבּערשטאַט- האַלטער. ווי איך קום אַריין און גריס אים, פרעגט ער: „וואָס איז עפּעס גוטע נייס?“ „שלעכטע נייס! איר ווייסט דאָך וואויל, וואָס איר האָט אונטער- געשריבּן, דאָ האָט איר דאָס. צי איז דאָס דאָס לעצטע וואָרט?“ „יאָ, פּונם ראַטהויז!“ זאָג איך: „אייער עקסעלענץ, וואָלט מיר שוין לאַנג געקאָנט זאָגן, אַז איך זאָל אַוועקפאָרן, וואָלט איך איינגעשפּאָרט אַ סך געלט. ס'האָט מיר אַ סך געקאָסט, איך פאַרשפּאָר דאָס צו זאָגן“. זאָגט ער: „דו האָסט אין דיין לעבּן קיין גרויסע פּראָצעסן ניט געפירט. נו, ווילסטו זיך מיט מיר שפּאַרן, קלאָג מיך אָן“. פאַרנויג איך זיך און בּעט, ער זאָל מיר מוחל זיין: „אייער עקסעלענץ, ווען בּאַפעלט איר מיר פאָרן?“ „ניין, ניין! אָהן שפּאַס, דו מוסט גיין צום קיניג און מיך אָנקלאָגן. גיי צו דיין אַדוואָקאַט, ווייז אים דיין ענטפער און זאָג אים, ער זאָל מיך פאַרקלאָגן פאַרן קיניג פאַר מיין ענטפער. ווען דו וועסט די ביט-בּריוו האָבּן פאַרטיג, 43


איז גיי דערמיט צום שטאַטס-סעקרעטאַר פאָן העלאַנד, ער זאָל זי אָפּגעבּן דעם קיניג. איך וועל שוין פון מיין זייט טון דאָס בּעסטע, וואָס מיגליך איז“. איך האָבּ אַזוי געטאָן, אַזוי ווי דער אויבּערשטאַטהאַלטער האָט מיר געזאָגט. איך האָבּ זיך געלאָזט מאַכן די ביט-בּריוו און אַ קאָפּיע פון מיין ענטפער, בּין געגאַנגען צום סעקרעטאַר פאָן העלאַנד. דער דאָזיגער הער האָט גערעדט גוט דייטש. איך זאָג: „גנעדיגער הער, איך האָבּ דאָ אַ בּיט— בּריוו, וואָס איך וואָלט זי געוואָלט דערלאַנגען דעם קיניג“. און גיבּ אים די בּיט-בּריוו. ער נעמט זי און לייענט זי דורך אינגאַנצן. ווי נאָר ער איז דערמיט פאַרטיג געוואָרן, בּאַפאַלט ער מיר מיט אַ היציגן טאָן: „וואָס זייט איר פאַר אַ קערל, וואָס איר דערלאַנגט אַזאַ אָנקלאָג קעגן אויבּער- שטאַטהאַלטער? ווילט איר כאַפּן ריטער אין שטאָקהאָלם? וואַרפט זיך אַרויס וואָס גיכער פונם לאַנד, ווען ניט וועל איך דאָם אייך מיטהעלפן. אַרויס, אַרויס מיט אייער נאַרישקייט“. ס'האָבּן מיר בּאַשלאָגן אַנגסטן, ס'איז געווען געזאָגט אויף עכט דייטש. אין אַזאַ אַנגסט זאָג איך: „גנעדיגער הער, דער אויבּערשטאַטהאַלטער האָט דאָס מיר אַליין געהייסן“. אַ וויילע איז ער געשטאַנען שטיל און מיך שאַרף אָנגעקוקט: „הערט, זייט איר אַ ליגגער אויך?“ איך שווער זיך אין אַנגסטן, אַז דער אויבּערשטאַטהאַלטער האָט דאָס מיר געהייסן. לסוף זאָגט ער: „איך קאָן דאָס אייך ניט גלויבּן אויפן וואָרט. נאָכמיטאָג וועל איך בּאַ אים זיין. מאָרגן קאָנט איר ווידער קומען צו מיר, איך וועל האַלטן די שריפטן דאָ“. איך בּין אַוועקגעגאַנגען. ווי איך בּין נאָר אַרויסגעגאַנגען, בּאַטראַכט איך זיך, וואָס פאַר אַ פעלער איך בּין בּאַגאַנגען: דער אויבּערשטאַטהאַלטער האָט מיר בּאַ לייבּ און לעבּן פאַרבּאָטן, איך זאָל ניט אויסזאָגן. איך כאַפּ און לויף גלייך צום אויבּער- שטאַטהאַלטער. ווי איך קום אַריין —, איך בּין געלאָפן אָהן אָטעם, קוים האָבּ איך געקאָנט אַרויסבּריינגען אַ וואָרט —, אייער עקסעלענץ, איר האָט מיך געשיקט צו אַ בּייזן מאַן. „נו, וואָס? זאָג דאָך, וואָס האָט ער דיר געטאָן?“ „איך האָבּ אים געגעבּן די בּיט-בּריוו; ווי נאָר ער האָט זי איבּערגעלייענט, זאָגט ער, איך זאָל כאַפּן ריטער, פאַרוואָס איך קלאָג זיך אויף אייער עקסעלענץ, און איך זאָל זיך גלייך אָפּטראָגן פונם לאַנד, וואָרום ווען ניט, וועט ער דאָס מיר העלפן. איך האָבּ געמיינט, ער וועט זיך וואַרפן אויף מיר שלאָגן, אַזוי בּייז איז ער געווען אויף מיר. דאָ האָבּ איך אים געזאָגט, אַז איר האָט מיך געשיקט. פאַר שרעק האָבּ איך ניט געוואוסט וואָס צו זאָגן“. „אַי, אַי, אַזאַ בּייזער מענש! דו האָסט געטאָן גוט!“ „ער האָט געזאָגט, אַז נאָכמיטאָג וועט ער אַליין קומען צו אייך, ער 44


האָט די שריפטן בּאַ זיך בּאַהאַלטן“. איך בּין געגאַנגען מיט גרויס פרייד אַהיים, וואָס דער אויבּערשטאַטהאַלטער איז ניט אין כּעס אויף מיר. אויף מאָרגן בּין איך ווידער געגאַנגען צום שטאַטס-סעקרעטאַר. ער איז געווען צו מיר זעהר פריינדליך, בּכלל זעהר אַ גוטער מענש. ער זאָגט: „איך בּין געווען בּאַם אויבּערשטאַטהאַלטער און גערעדט מיט אים, אָבּער די בּיט-בּריוו וועל איך איבּערשרייבּן, קומט מאָרגן אַהער, וועט איר אונטערשרייבּן אייער נאָמען“. אויף מאָרגן בּין איך געקומען צו אים, אונטערגעשריבּן מיין נאָמען אונטער דער בּיט-בּריוו. זאָגט ער צו מיר: „זייט איר שוין געווען בּאַ די רייכסראַטן?“ „אָ, יאָ, בּאַ עטליכע!“ זאָנט ער ווייטער, מאָרנן איז אַ ראַט אין אולריכסדאַל בּאַם קיניג, ס'וועלן זיין פיר רייכסראַטן, ער האָט זיי מיר אָנגערופן. „גייט צו זיי און רעדט מיט זיי, אויבּ איר זייט בּאַקאַנט בּאַ זיי, זיי קאָנען אייך העלפן“. פון זיי זיינען געווען צוויי, וואָס איך האָבּ געהאַט צו זיי רעקאָמענדאַציעס, און איך פלעג צו זיי שטענדיג גיין, ווען איך פלעג בּאַקומען ענטפער, און זיי פלעגן מיך טרייסטן. ער האָט מיר געהייסן צו אים ווידער קומען אין פיר-פינף טאָג אַרום, וואָרום עטליכע טאָג וועט ער ניט זיין דאָ. איך בין געגאַנגען צו אַלע פיר רייכסראַטן, האָבּ זיי דערציילט מיין זאַך, מאָרגן וועלן זיי זיין אין אולריכסדאַל בּאַם קיניג. זיי האָבּן צוגעזאָגט צו טון וואָס מיגליך, איך זאָל גאָר ניט צווייפלען, איך וועל עס קריגן. עטליכע טאָג שפּעטער קום איך צום שטאַטססעקרעטאַר העלאַנד. ווי נאָר איך קום אַריין, גיט ער מיר אָפּ מזל טוב מיט מיינע פּריווילעניעס. ער זאָגט, איך זאָל גיין צום אויבּערשטאַטהאַלטער, דאָרט וועל איך זיי בּאַקומען. איך דאַנק אים אַ סך טויזנט מאָל, איך וועל נאָך צו אים קומען אים אָפּדאַנקען. איך בּין בּאַלד אַוועק צום אויבּערשטאַטהאַלטער און זאָג אים; „דער שטאַטס- סעקרעטאַר האָט מיר געזאָגט, אַז איר האָט פאַר מיר אַן ענטפער פונם קיניג“. זאָגט ער: „דו מוזט אַרויפגיין אין דער שלאָסקאַנצעלאַריע און פרעגן אויפן קיניגליכן סעקרעטאַר פאָן סיווערטס‟. איך בּין אַרויפגע- גאַנגען און האָבּ געפרעגט אויף אים. ער האָט מיר געגעבּן די פּריווילעגיע, און איך האָבּ בּאַצאָלט, וואָס ער האָט געפאָדערט. איך בּין צוריקגעגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטער און האָבּ אים געוואָלט דערפאַר דאַנקען, אָבּער ער האָט אַ זאָג געטאָן מיט אַ האַסטיגן טאָן: „פאַר דעם טייוול האָבּ איך די פּריווילעגיע געגעבּן, איך וויל דערפון ניט וויסן, דאַנק דעם קיניג, אָבּער מאָרגן קום אין ראַטהויז מיט דיין אַדוואָקאַט און ווייז דיין פּריווילעגיע, זיי זאָלן זי נעמען צו פּראָטאָקאָל“. דער מאַגיסטראַט האָט געהייסן די פּריווי— לעגיע דאָ לאָזן און אין אַכט טאָג זאָל איך ווידער קומען. איך האָבּ זיך געשלאָגן מיט דער דעה, צי זאָל איך זי ניט צוריקנעמען, אָבּער מיין 45


אַדוואָקאַט זאָגט צו מיר אויף דייטש: „האָט ניט קיין מורא און קומט“. די פּריווילעגיע איז געווען אויסגעשטעלט אין אולריכסדאַל דעם 2ָ סעפּ- טעמבּער 1775. ס'זאָל הייסן, אַז איך און מיין בּרודער מרדכי און ר' אברהם פּ“ח מעגן דאָ וואוינען מיט אונזערע ווייבּער און קינדער קעגן דעם געוויינטליכן אָפּצאָל. אין אַכט טאָג אַרום בּין איך ווידער געקומען אין מאַגיסטראַט און אָפּגענומען מיין פּריווילעגיע. איך האָבּ בּאַלד געשריבּן מיין פרוי, זי זאָל פאַרקויפן אונזער הויז און גאָרטן און זאָל קומען אַהער מיט די קינדער. איך האָבּ אויך געשריבּן ר' אברהם פּ“ח, ער זאָל אַהער קומען. אָבּער וואָס פאַר אַ רשעות מ'האָט געשריבּן קעגן מיר אין וואָכנבּלאַט? וואָס פאַר אַ שלעכטיגקייטן האָבּן זיי ניט אויסגעקלערט אויף אידן! דער המון פלעגט מיר נאָכשרייען אין גאַס. פערצען טאָג האָבּ איך זיך ניט געוויזן אין גאַס. זיי האָבּן אַפילו געשריבּן קעגן קיניג, וואָס פאַר אַ רעכט האָט ער צו פאַראומרייניגן דאָס הייליגע לאַנד מיט אידן. אמת, זיי האָבּן געקריגן עטליכע מאָל שטאַרק אָפּגעענטפערט פון גרויסע הערן, אָבּער ס'האָט געוויס געדויערט זעקס וואָכן, איידער עם איז רעכט שטיל געוואָרן. נו, בּין איך ווידער געגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטער און זאָג: „איך האָבּ שוין בּאַקומען רעכט און אַ פּריווילעניע צו וואוינען דאָ אַלס איד. איר ווייסט, אייער עקסעלענץ, מיר האָבּן ניט דעם קריסטוסמאָל, מיר האָבּן אָבּער אַ יום-כּפּור, וואָס מיר האָפן דורך תּשובה צו קרינן אַ כּפּרה אויף אונזערע זינד. דאָX גייט אָבּער ניט, אויבּ מיר האָבּן ניט צוזאַמען עלף- צוועלף מאַנספּערזאָנען, אויך אַ שול און אַ בּית-עולם“. זאָגט ער: „קום אַהער אין עטליכע טאָג אַרום, וועסטו האָבּן ענטפער“. ווען איך בּין ווידער געקומען, זאָגט ער: „אויבּ דו ווילסט זיך בּויען אַ שול, מעגסטו דאָס טון, און דו קאָנסט זיך צען מענשן האַלטן און דו קאָנסט זיך מעלדן בּאַם מאַגיסטראַט, וועלן זיי דיר אָנווייזן אַ פּלאַץ פאַר אַ בּית-עולם“. גיי איך אין מאַגיסטראַט און זאָג: „דער אויבּערשטאַטהאַלטער האָט מיך אַהער געשיקט, איר זאָלט מיר אָנווייזן אַ פּלאַץ פאַר אַ בּית-עולם“. זיי האָבּן מיך געשיקט צו אַ בּאַגרעבּער, וואָס וואוינט בּאַ דער קלאַראַ-קירך. איך קום צו דעם דאָזיגן מענשן, זאָגט ער מיר: „איך ווייס וואָס איר ווילט, אַ בּית-עולם“. ער בּעט מיך, מיר זאָלן אים צונעמען פאַר אַ בּאַגרעבּער אין אונזער קהלה מיט אַ קליין יערליך געהאַלט. זאָג איך, איצט בּין איך דאָ איינער אַליין, ווען אונזערע וועלן קומען, וועלן מיר דערפון ריידן. ער בּעט נאָכאַמאָל, מיר זאָלן אין אים ניט פאַרגעסן. זאָג איך: לאָמיר גיין. זאָגט ער: ס'איז ניט ווייט. גייט ער מיט מיר דורך דעם בית-עולם פאַר- בּיי דער קירך. ווי מיר קומען אויף דער אַנדערער זייט קירך, ווייזט ער 46


מיר — צו רעכטער האַנט איז דער קאַטוילישער בּית-עולם, און דער מאַגיסט- ראַט האָט אים בּאַפוילן, אַז צו לינקער זייט זאָל ער אָנווייזן פאַר אידן. איך שטיי אַזוי, וואָס זאָל איך אים ענטפערן? זאָג איך, ס'וועט שוין זיין גוט. ער האָט מיר נאָכאַמאָל דערמאָנט וועגן זיין יערליך געהאַלט. איך בּין ווידער געגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטער און זאָג: „אייער עקסעלענץ, איר ווייסט וואויל, אַז מיר אידן מוזן האָבּן אונזער בּית-עולם גאַנץ בּאַזונדער, און דער מאַגיסטראַט האָט מיר אָנגעוויזן אויף קלאַראַ-קירכהויף". זאָגט ער: „די לייט פאַרשטייען דאָס ניט, מ'מוז דאָס זיי אַלץ דייטליך זאָגן. מאָרגן קום איך אין ראַטהויז, וועל איך דאָס זיי צו פאַרשטיין געבּן. דו קאָנסט זיך אין עטליכע טאָג אַרום אָנפרעגן אין ראַטהויז בּאַם שטאָט— אינזשענער; ער וועט דיר שוין געבּן ענטפער“. איך בּין געגאַנגען צום אינזשענער, זאָגט ער, איך זאָל בּערך אין פערצען טאָג אַרום ווידער קומען, ער וויל פריהער צוזוכן אַ פּלאַץ אין שטאַטסהאַגן, — דאָס געהערט צו דער שטאָט, — וואָס זאָל פּאַסן פאַר אַ בּית-עולם. איך מוז נאָך דאָ דערציילן, אַז דעמזעלבּן טאָג, וואָס איך האָבּ געקרינן מיין פּריווילעניע, האָבּ איך געשריבּן קיין האַמבּורג צו אַ גוטן פריינט, אַז איך האָבּ בּאַקומען אַ פּריווילעגיע פונם שוועדישן קיניג, געשיקט אויך אַ קאָפּיע פון מיין פּריווילעגיע. ס'זיינען נאָך ניט פאַרבּיי קיין דריי חדשים, ווי דאָס איז געווען געדרוקט אין די דייטשע צייטונגען, זיינען געקומען אַהער צו פאָרן עטליכע אידן פון מעקלענבּורג; דאָס זיינען געווען בּחורים און האָבּן זיך פאַרשריבּן אויף מיין פּריווילעגיע. ס'איז דאָ אויך געווען אַן אַלטער מאַן מיט זיין אַלטער פרוי, אַלס קרעצוואַשער, אַן אָרעמער מענש, וואָס האָט זיך אויפגעהאַלטן שטילערהייט בּאַ די גאָלדשמידס, ער האָט זיי געוואַשן די קרעץ. מיר זיינען געווען צוזאַמען מיט מיין בּרודער אַקעגן אַכט מאַנספּערזאָנען. איך האָבּ געקרינן אַ ידיעה פונם שטאָט-אינזשענער, איך זאָל צו אים קומען, מיר זאָלן צוזאַמען גיין. ער האָט צוויי פּלעצער, און ער וויל זיי מיר ווייזן, זיי זיינען אָהן שטיינער און זיי פּאַסן פאַר אַ בּית- עולם. איך האָבּ מיט זיך מיטגענומען עטליכע אידן, מיר זיינען נאָכגעגאַנ- גען דעם שטאָט-אינזשענער, וואָס האָט געהאַט מיט זיך נאָך מענשן; זיי האָבּן געטראָגן זיינע אינסטרומענטן און קייטן אָפּצומעסטן דערמיט דעם פּלאַץ. מיר זיינען געקומען צו אַן אָרט, דער אינזשענער האָט גענומען אַן עקבּער, האָט אים טיף איינגעבּויערט אין דער ערד און ווייזט אונז דעם שיינעם גרונט. דאָס איז געווען זעהר גוט, נישט קיין זאַך, חוץ בּלויע ליים. ער זאָגט, ער ווייסט נאָך אַ פּלאַץ, אָבּער יענער איז נאָך אַ שטיק ווייטער. מיר האָבּן זיך מישב געווען: דער אַנדערער פּלאַץ איז נאָך ווייטער, קיין בּעסערע ערד איז געוויס נישט צו קריגן, דער איצטיגער פּלאַץ איז שוין 47


אויך גענוג ווייט. מיר זיינען געווען צופרידן מיט דעם. דער אינזשענער האָט דאָס אויסגעמאָסטן מיט זיינע לייט און האָט מיר געהייסן קומען צו אים אין אַכט טאָג אַרום, וועל איך דאָס האָבּן פונם מאַגיסטראַט שריפטליך, ווי ווייט און גרויס דאָס איז פאַרמאָסטן. איך האָבּ געלאָזט אויסגראָבּן אַ גרובּן אַרום, איך האָבּ געמאַכט שטאַכעטן אויך, אָבּער דעם ערשטן ווינטער האָט מען צעגנבעט אַלע שטאַכעטן. מיין פרוי מיט דריי קינדער, צוויי זין און אַ טאָכטער, איז געקומען אַהער פון דאַלאַרע, זיי זיינען אָנגעקומען אויף אַ שיף פון וויסמאַר. מיין עלטסטע טאָכטער און די יונגסטע זיינען אונטער דער צייט געשטאָרבּן, ווען איך בּין אין דערהיים ניט געווען. עטליכע וואָכן נאָך דעם איז אַהער געקומען ר' אברהם פּ“ח אויך מיט זיין געצייג. ס'איז געקומען מיין אַ שוועסטער- קינד, נתנאַל. איך האָבּ אויך פאַרשריבּן מיין גוטן פריינט פון בּיוצאָוו, ר' דוד און אַ יונגענמאַן פייבוש. אויך האָבּ איך מיר פאַרשריבּן אַ בּחור צו מיינע קינדער, ער איז געווען שוחט אויך; נאָך מיין אַ שוועסטערקינד מיטן נאָמען אברהם ווערדען. ס'זיינען אָבּער אָנגעקומען אַהער נאָך מער פרעמדע, אַלערליי לאַנדגייער. זיי האָבּן דאָ געוואָלט טרייבּן שווינדל. תּחלת האָבּ איך געמיינט, אַז דאָס זיינען אָרנטליכע לייט, אָבּער איך האָבּ זיך אַרומגעקוקט, אַז דאָס זיינען מאוסע מענשן, שכּורים. איך בין געגאַנ- גען צום שטאַטהאַלטער און זאָג צו אים, ס'זיינען דאָ פאַראַן פרעמדע אידן, וואָס לויפן אַרום איבּער שטאָט. איך קען זיי ניט און האָבּ מורא, זיי זאָלן ניט שווינדלען, וואָרום זיי האָבּן ניט קיין פאַרמעגן, און מיר זיינען דאָ נייע מענשן, ס'וועט אונז מאַכן אַ שלעכטן נאָמען. זאָגט דער שטאַטהאַלטער: „דאָס איז ערליך גערעדט, איך וועל זיי אַלע שיקן רופן, און ווער ס'איז ניט פאַרשריבּן אין דיין פּריווילעגיע, די טאָרסטו דאָ ניט לאָזן“. ס'זיינען געווען אַקעגן אַ צען יונגען. מ'האָט זיי געשיקט רופן צו פּאָליציי, און זיי האָבּן בּאַקומען פּעסער אַרויסצופאָרן פון דער מרינה. ער האָט מיר געגעבּן אַ שריפט; אין דער דאָזיגער שריפט הייס איך פאָרשטייער. קומט אַהער אַ פרעמדער איד, איז מוז ער מיר שיקן זיין פּאַס. געפין איך אים פאַר גוט, זאָל איך איינמעלדן בּאַ פּאָליציי, וואָס פאַר אַ בּאַשעפטיגונג ער האָט. געפין איך אים אָבּער ניט פאַר גוט, איז זאָל ער קריגן אַ פּאַס פון פּאָליציי, ער זאָל גלייך פּאַסירן דאָס לאַנד. אויך ווען איינער פון היגע אידן וויל פאָרן דאָ אין לאַנד אָדער פון דעם לאַנד, איז זאָל ער קריגן פון מיר אַ צעטל; דערמיט זאָל ער גיין צו פּאָליציי, און פּאָליציי ניט אים אַן אָנ— ווייז צו דער שלאָסקאַנצעלאַריע, ער זאָל בּאַקומען אַ פאַס. דער אויבּער- שטאַטהאַלטער איז געווען צו מיר אַזוי גנעדיג, אַז ווען איך פלעג שיקן מיינע לייט איבּער דעם לאַנד אָדער אויף אַ יריד מיט גאַלאַנטעריי-סחורות, 48


פלעגט ער אַרויסגעבּן פּעסער פון דער שלאָסקאַנצעלאַריע, אַז זיי מעגן פריי האַנדלען מיט גאַלאַנטעריי אויף ירידים, אין שטעט און אויפן לאַנד. די יוּוועלירער און הוטנפּיצערס זיינען זיך צונויפגעקומען און אָפּגע- רעדט, וואָס זאָלן זיי טון קענן אידן, זיי זיינען דערגאַנגען גענוי וועגן אונ- זערע פּריווילעגיעס. אַז זיי האָבּן זיך דערוואוסט, אַז אונזער פּריווילעגיע איז בּלויז אויף שטעמפּלקריצעריי און שטיינקריצעריי, זיינען זיי געגאַנגען מיט אַן אָנקלאָג קעגן אונז צו דער קאָמערצקאָלעגיע. אויך קעגן דעם אויבּערשטאַטהאַלטער: ער האָט דעם קיניג גוט צוגעשטעלט דריי אידן, — מיטן נאָמען אויסגערעכנט -, אַז זיי זאָלן דאָ וואוינען מיט די ווייבּער און קינדער און זאָלן אין שטאָקהאָלם טרייבּן זייער פאַרווערבּטע קונסט אין שטעמפּלקריצעריי און שטיינקריצעריי. איז אָבּער פון דריי געוואָרן גאַנצע הונדערט, זיי בּאַזעצן דאָס גאַנצע לאַנד, פאָרן אַרום מיט גאַלאַנטעריי- סחורות. מיר ווייסן ניט, פון וואַנען האָט עקסעלענץ, דער אויבּערשטאַט- האַלטער, רעכט אויסצושטעלן אידן אַזוינע פּעסער. אַזוינע פּריווילעגיעס האָבן מיר שוועדישע בּירגער אויך ניט. בכן זאָלט איר, אייער עקסעלענץ, אונז אויפקלערן פון אַזוינע רעכט. דער אויבּערשטאַטהאַלטער שיקט נאָך מיר. ווי איך קום צו אים, לייענט ער מיר פיר, וואָס די יוּוועלירער און הוטנפּיצערס האָבּן איינגעגעבּן קעגן אידן און קעגן אים. ער זאָגט: „זעה, איך האָבּ דיר געטאָן, וואָס מיגליך דיר אַרויסצוהעלפן, אָבּער דו האָסט דאָס צו גראָבּ געמאַכט. איך האָבּ דיר דערלויבּט צען פּערזאָן, אָבּער הונדערט האָבּ איך דיר ניט דערלויבּט. קיינמאָל האָבּן זיך בּירגער אויף מיר ניט געקלאָגט“. איך פאַרענטפער זיך, אַז ניט קיין צען האָבּ איך, וואָס פאָרן אַרום, נאָר אַכט, דאָס קאָן איך בּאַווייזן דורך דער קאַנצע- לאַריע. ער אָבּער זאָגט: „דאָס אַלץ העלפט ניט. איך האָבּ שוין געמעל- דעט דער קאָמערצקאָלעניע, אַז די שלאָסקאַנצעלאַריע זאָל קיין פּעסער ניט געבּן. קיין איד זאָל מער ניט אַרומפאָרן מיט סחורה. האָסטו לייט, וואָס זיינען ניט אין דערהיים, איז שרייבּ זיי גלייך, זיי זאָלן אַהיים קומען“. עס איז גראָד געווען צווישן יום-טובים, מיינע לייט זיינען אַלע געווען אין דערהיים. „נו - זאָגט ער צו מיר — דו מוזט אָנשרייבּן אַ בּיט-בּריוו, גיי אַליין דערמיט צום קיניג און קלאָג זיך אויף מיר: איך האָבּ דיר געלאָזט פריי בּריינגען צען מענשן, כּדי דו זאָלסט קאָנען אָפּריכטן דיין גאָטדינסט, אָבּער די דאָזיגע לייט קאָנען ניט זיין אַלע קיין שטיינקריצער. איך האָבּ אַ האַנדל מיט גאַלאַנטעריי-סחורה. נו, האָט ער מיר פאַרבּאָטן דעם האַנדל, און מיינע לייט טאָרן ניט פאָרן אויף ירידים. איך בּין ניט אימ- שטאַנד מיט מיינע לייט מיין בּרויט צו פאַרדינען מיט שטיינקריצעריי - דריי הויזגעזינדן“. 49


איך האָבּ אַזוי געטאָן, און בּין אַליין געגאַנגען מיט מיין שריפט צום קיניג. ווי דער קיניג האָט מיך דערזעהן, איז ער געשטאַנען שטיל. איך האָבּ זיך טיף פאַרבּויגט און אונטערטעניג געבּעטן גנאָר. ער האָט געזעהן, אַז איך האַלט אַ שריפט אין האַנט, האָט ער געעפנט זיין האַנט, איך זאָל אים די שריפט דערלאַנגען. איך האָבּ גענומען די שריפט, אַנידער- געלעגט זי אויף מיין הוט, ער האָט זי גענומען און איז אַוועקגעגאַנגען זיין וועג. ער האָט זי אַליין אויפגעעפגט און געלייענט, און איך בּין געשטאַנען שטיל אויף דעם שלאָספּלאַץ. הערצאָג קאַרל האָט געשיקט נאָך מיר, איך זאָל צו אים אַרויפקומען; ער האָט מיך געפרעגט, וואָס האָבּ איך געטאָן בּאַם קיניג. איך האָבּ אים דערציילט די גאַנצע היסטאָריע און האָבּ אים אויך געבּעטן, צי וויל ער ניט אַזוי גוט זיין און זאָגן פאַר מיר אַ גוט וואָרט בּאַם קיניג. זאָגט ער: „איר קאָנט זיכער זיין, אַז איך וועל דאָס נאָך היינט טון. איר וועט דאָס געוויס אין קורצן פּועלן“, איך וואַרט פערצען טאָג, ניטאָ גאָרניט. איך גיי אַרויף צו הערצאָג קאַרל און בּעט, איך וואָלט זעהר געוואָלט האָבּן די ערע צו ריידן מיט אים. גייט ער אַרויס אין גאַרדעראָבּצימער, וואו איך שטיי, און פרעגט מיך, וואָס איך וויל, זאָג איך: „אייער קיניגליכע הויכקייט, איר האָט מיר גנעדיג צוגעזאָנט, איר וועט ריידן מיט זיין מאַיעסטעט וועגן מיר, איך זאָל בּאַקומען די פרייהייט צו האַנדלען“. זאָגט ער: „דאָס איז שוין לאַנג פאַרטיג, גייט אַרויף אין דער קאַנצעלאַריע און פרעגט אויף בּאַראָן רעבּינדער, וועט איר דאָס בּאַקומען“. איך בּין אַרויף און געפרעגט אויף בּאַראָן רעבּינדער. אַזוי האָבּ איך בּאַקומען די פרייהייט, ווי איך האָבּ זי בּאַגערט. זי איז געווען אויסגעשטעלט דעם 2 מאי 1777. ווער איז געווען פרייליכער פאַר מיר און פאַר מיין בּרודער און פאַר ר' אברהמען? מיט דעם פּאַפּיר בּין איך אַוועק צום אויבּערשטאַטהאַלטער און אים דאָס איבּערגעגעבּן. זאָגט ער: „איצט מעגט איר שיקן, וויפיל לייט איר ווילט איבּער גאַנץ שוועדן. איר האָט דאָס אין דרייען, יעדער קאָן שיקן אויף זיין נאָמען“. ווי ר' אברהם איז דאָ אָפּגעווען אַ יאָר, האָט ער אַרויסגערופן אַהער זיין פרוי און זיינע קינדער. מיט איר איז געקומען איינער, וואָס איז געפאָרן מיט איר איין וועג פון שווערין, ר' מאַנעלע לעווי, זיי זיינען געקומען צו- פאָרן צו לאַנד איבּער אושטאַט. זי האָט געהאַט אַן אייגענעם גרויסן וואָגן פאַר די זעקס קינדער. דער דאָזיגער ר' מאַנעלע האָט מיטגע- בּראַכט מיט זיך גאַלאַנטעריי-סחורה פאַר עטליכע הונדערט טאָלער, וואָס ער האָט דאַ אָפּגעזעצט. אויך זיינען געקומען אַהער צוויי בּחורים, זיי האָבּן געהאַט רעקאָמענדאַציעס צו מיר. איינער האָט געהייסן ר' משה ליידערסדאָרף, דער אַנדערער ר' הירש בּר' יואל. זיי האָבּן געשטאַמט 50


ממשפּחה הגונה [אָנשטענדיגע פאַמיליע], זיי האָבּן אויך געהאַט עטליכע טויזנט רייכסטאָלער. ר' מאַנעלע איז געווען דער ערשטער, וואָס האָט זיי אָפּגעשטאַט אַ וויזיט, געפרעגט בּאַ זיי, צי האָבּן זיי ניט געבּראַכט מיט זיך קיין סחורה צו האַנדלען. זיי האָבּן געהאַט אַבּיסל סחורה, אָבּער זיי זיינען ניט געווען קיין בעלי-משאַ-ומתן, זיי האָבּן שטענדיג געלערנט, זיינען נאָך געווען יונג. זיי האָבּן אים בּאַלד געוויזן, וואָס זיי האָבּן. ר' מאַנעלע האָט זיך בּעסער פאַרשטאַנען דאַרויף, ער האָט געהאַט אַבּיסל גאַלאַנטעריי שטיינדלאַך און האָט דאָם אויסגעבּיטן בּאַ זיי. ער האָט זיי גאַנץ פיין אָפּגענאַרט, אויף פערציג רייכסטאָלער, וואָרום זיי האָבּן ניט פאַרשטאַנען אויף קיין גאַלאַנטעריי. זיי זיינען געווען זעהר אויפגעבּראַכט אויף אים, דערהויפּט ר' משה ליידערסדאָרף, ער איז געווען זעהר פרום. ר' מאַנעלע האָט זיין סחורה גוט פאַרקויפט און איז צוריקגעפאָרן אַהיים קיין שווערין. איך האָבּ אַ סך געטראַכט פון ר' משהן און ר' הירשן, איך האָבּ זעהר געוואָלט, זיי זאָלן דאָ בּלייבּן וואוינען. איך בּין אַרומגעלאָפן מיט ר' משהן צו אַלע שררות, וואו איך בּין געווען בּאַקאַנט, און האָבּ זיי פירגעשטעלט, אַז דאָס זיינען אָרנטליכע לייט. זיי האָבּן געוואָלט האָבּן די פּריווילעגיע צו האַנדלען. דער אויבּערשטאַטהאַלטער זאָגט צו מיר: „אהרון, דאָס גייט ניט!“ זאָג איך: „איר זייט געווען אַזוי גנעדיג צו מיר, און די דאָזיגע זיינען אַזוינע ערליכע לייט און האָבּן קאַפּיטאַל“. זאָגט ער: „מיט דיר איז געווען עפּעס אַנדערש. דו, אַלס קינסטלער, וואָס אין גאַנצן לאַנד איז אַזוינעם ניט צו געפינען, בּריינגסטו קיינעם קיין שאָדן נישט, אָבּער סוחרים וועלן אַלעמען דערווידער זיין. דאָך קאָנסטו פּראָבּירן, איך בּין ניט אַנט— קעגן“. איך בּין אַרומגעלאָפן מיט ר' משהן צו אַלע רייכסראַטן: אייניגע זיינען ניט געווען אַנטקעגן, אַנדערע האָבּן אָבּער גאָרניט געוואָלט הערן דערפון. פונדעסטוועגן האָבּן מיר דערלאַנגט צום קיניג, אָבּער זיי האָבּן געקרינן אַן אָפּזאָג. דאָס האָט געדויערט אַ האַלבּ יאָר, אַז זיי זיינען דאָ געווען. נו, איז בּאַ זיי געבּליבּן אַוועקצופאָרן. אָבּער איך און מיין בּרודער האָבּן גערן געוואָלט זיי האָבּן דאָ, דערהויפּט ווייל ר' אברהם פּ“ח האָט בּאַקומען אַ צוריקבּריוו פונם מעקלענבּורגער הערצאָג מיט אַ פּענסיע דריי הונדערט רייכסטאָלער אַלס הויפמעדאַליער, מיט אומזיסט האָלץ און דירה; בּכן איז בּאַ אונז ניט געבּליבּן מער אַזוינע פיינע לייט. איך בּין ווידער געלאָפן צום אויבּערשטאַטהאַלטער און דערציילט, אַז די לייט ווילן אָפּפאָרן, ווייל זיי האָבּן בּאַקומען אַן אָפּזאָג. זאָגט דער אויבּערשטאַטהאַלטער: „אויבּ דו ווילסט זיי אַזוי שטאַרק האָבּן, איז קאָנען זיי זיין אויף דיין פּריווילעגיע, אפשר וועט זיך שפּעטער מאַכן אַן אַנדער געלעגנהייט אין הויף". מיר האָבּן זיי אַזויפיל צוגערעדט און צוגעזאָגט בּייצושטיין מיט אַלעם מיגליכן, 51


בּיז זיי האָבּן זיך געלאָזט איינריידן. ר' אברהם מיט זיין פרוי און קינדער זיינען פון דאַנען אַוועקגעפאָרן צוריק קיין שווערין, נאָכדעם ווי זיי האָבּן דאָ פאַרבּראַכט צוויי יאָר. אַזוי ווי מיר האָבּן זיך אָפּגעטיילט, איך און מיין בּרודער און ר' אברהם, זיינען מיר געבּליבּן יעדער פאַר זיך. ס'איז געקומען אַהער ר' גומפּרעכט פון בּיוצאָוו מיין פרויס אַ קוזין. ווען איך האָבּ געוואוינט אין בּיוצאָוו, בּין איך שטענדיג געווען חבר [שותּפות] מיט ר' גומפּרעכטן אין סחורה, נעמליך: פעדערן, וואקס, פעדער- פּאָזן. דער דאָזיגער גומפּרעכט זאָגט מיר: „איר ווערט פאַרשוואַרצט, איר אַרבּעט, איר לויפט, נעמט מיך פאַר אַ חבר. איך פאַרלאַנג ניט קיין חלק פון אייער מלאַכה, גיט מיר אייער סחורה אין חברותה, איך וועל פאַר אייך האַנדלען און אַלץ אַזוי גוט בּאַשטעלן, אַזוי ווי איר אַליין, און איר קאָנט רוהיג זיצן אויף דעם שטול און אָפּוואַרטן אייער אַרבּעט“. מיין פרוי האָט מיר צוגערעדט, איך זאָל דערויף איינגיין: „ר' אברהם איז שוין נישטאָ, איז ווי קאָנסטו אַלץ אַליין טון?“ ר' גומפּרעכט האָט נאָך ניט געהאַט קיין פּריווילעגיע צו בּלייבּן דאָ. איך בּין אַזויפיל אַרומגעלאָפן; דער אויבּערשטאַטהאַלטער האָט דאָס ניט געוואָלט צוליבּ טון. איך האָבּ געמאַכט אַזאַ קונץ מיט בּאַראָן וועגעזאַק, כּלומרשט האָט אים בּאַראָן וועגעזאַק אויסגעשריבּן פאַר אַ דעסטיליאַטאָר בּאַ דער בּראָנפנדירעקציע. אויך בּאַראָן ליליענקראַנץ האָט זיך אָנגענומען פאַר אים, ווייל דער בּאַראָן וועגעזאַק האָט אים פאַרשריבּן. בּכן האָט ער געקריגן דאָס רעכט דאָ צו בּלייבּן. איך האָבּ אים צוגערעכנט מיין סחורה, וואָס איך האָבּ געהאַט, און ער איז אַוועקגעגאַנגען. ס'איז געקומען אַהער צופאָרן אַ פּוילישער רב מיט רעקאָמענדאַציעס צו מיר. איך האָבּ אים דאָ צוגענומען אויף אַ יאָר. ר' מאַנעלע איז ווידער געקומען צופאָרן פון שווערין און האָט געבּראַכט סחורה אַקענן אַכט הונדערט רייכסטאָלער. די סחורה האָט מען אָפּגעלעגט אין פּאַקהויז. ער האָט מיר אויך מיטגעבּראַכט אַ בּריוו פון שווערין פון מיין בּרודער אַברהם. ער האָט מיר געשריבּן, אַז ער האָט געגעבּן ר' מאַנעלען סחורה אויף קרעריט פאַר דריי הונדערט טאָלער; ער האָט געוואוסט, אַז ר' מאַנעלע האָט דאַ ניט דאָס רעכט צו האַנדלען. איך זאָל אים ניט שטערן. ר' מאַנעלע אָבּער איז געווען אַ קלוגעטשקער, האָט ער מיר דעם בריוו בּאַלד ניט אָפּגעגעבּן. ער איז געגאַנגען אין פּאַקהויז צו פאַרצאָלן זיין סחורה, ער האָט געמיינט, אַז ער דאַרף מיך ניט האָבּן. אָבּער דאָרט האָט מען אים געזאָגט, אַז זאָל זיין ווער עס וויל און קומט אַהער מיט סחורה, איז קריגט ער די סחורה ניט אַרויס, ס'איז פאַרפאַלן. ער האָט זיך פאַררופן אויף מיר, אָבּער דאָס האָט אים ניט געהאָלפן. דערפון איז דערגאַנגען ר' משה ליידערסדאָרף, 52


איז ער בּאַלד געקומען צולויפן צו מיר, דערציילט מיר די געשיכטע און זאָגט, מ'דאַרף אַזאַ שווינדלער רעכט אָנלערנען, ער מוז פאַרלירן זיין סחורה. ווי מיר שטייען אַזוי און ריידן, קומט ר' מאַנעלע, האַלט אַ בּריוו אין האַנט און זאָגט: „איך האָבּ אַזויפיל געזוכט דעם בריוו, איך האָבּ געמיינט, איך האָבּ אים שוין פאַרלאָרן, נו, האָבּ איך אים געפונען אין מיין קיפערט“. ר' משה ליידערסדאָרף איז אַוועקגעגאַנגען. דערציילט ער מיר, וואָס אים האָט פּאַ- סירט. איך בּין געווען בּייז אויף אים, וואָס ער איז אַליין געגאַנגען. איצט, זאָג איך, איז דאָס אַ שווערע זאַך. וויינט ער פאַר מיר: ס'איז ניט זיין געלט, ער איז דאָס שולדיג אַנדערע. איך האָבּ אים צוגעזאָגט צו טון דאָס בּעסטע, און ער איז אַוועקגעגאַנגען. איך האָבּ געוואָלט גיין צום אויבּער- שטאַטהאַלטער פרעגן בּאַ אים, וואָס טוט מען אין אַזאַ פאַל. ר' משה האָט געלאָקערט אויף מיר, ער האָט מיך געטראָפן אין גאָס און זאָגט צו מיר: „איר וועט דעם שווינדלער ניט העלפן, ער זאָל אַרויסבּאַקומען זיינע זאַכן, אַזאַ פּאַרשוין דאַרף מען אַרויסטרייבּן פון דאַנען“. זאָג איך, ס'איז רעכט, ער זאָל דאָ ניט בּלייבּן אויך, אָבּער די סחורה מוז איך זעהן צו ראַטעווען, ער האָט גענומען בּאַ מיין בּרודער אויף קרעריט, דאָ האָבּ איך מיין בּרודערס בּריוו. ער אָבּער זאָגט: „מיר זיינען אַזוינע גוטע פריינט, אָבּער איך שווער אייך, ווי מיר שטייען אונטערן הימל, אַז אויבּ איר וועט אים צוריקשאַפן די סחורה, וועלן מיר בּלייבּן אייבּיגע שונאים“. זאָג איך אים, אַז איך וואָלט זיך אייבּיג ניט געריכט אויף אים אַזאַ שלעכטסקייט. ער אָבּער האַלט זיך בּאַ זיינס און זאָגט, אַז ער וועט קיינמאָל צו מיר ניט קומען. זאָג איך: „דערציילט דאָס פאַר אַ פרומען מענשן“. ער איז אַוועקגעגאַנגען און האָט געהאַלטן וואָרט, ער איז געוואָרן מיין גרעסטער פיינט. וואָס ער האָט מיר נאָר געקאָנט שאַדן, האָט ער געטאָן. גוט, וואָס קיין סך האָט ער ניט געקאָנט טון. איך בּין געגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטער און זאָג, אַז די דאָזיגע סחורה איז מיינע. דער מאַן, וואָס האָט זי מיר געבּראַכט, איז פון מיין בּרודער פון שווערין, ער איז געקומען מיט דערזעלבּער שיף. האָבּ איך אים געזאָגט, ער זאָל גיין אין פּאַקהויז און אָפּפאַרטיגן דעם צאָל, אָבּער דאָרט האָט מען אים געזאָגט, ער טאָר אַהער קיין סחורה ניט בּריינגען, די סחורה איז פאַרפאַלן. ער האָט געזאָגט, דאָס איז אַהרון איזאַקס סחורה, אָבּער זיי האָבּן געזאָגט: ס'העלפט ניט, די סחורה איז פאַרפאַלן. „האָסטו דען געמאַכט אַ מעלדונג?“ — „ניין! איך ווייס גאָרנישט דערפון, איך האָבּ קיינ- מאָל דורך דעם פּאַקהויז גאָרניט געקריגן“. ער האָט מיר געלערנט, ווי אַזוי דאָס דאַרף געטאָן ווערן: „שרייבּ זיך אונטער און גיי אַליין אַהין; אויבּ קיין קאָנטראַבּאַנד איז דאָרט ניטאָ, קאָנסטו גאָרניט פאַרלירן. אויבּ זיי 53


וועלן דיר מאַכן קונצן, איז קום ווידער צו מיר“. איך האָבּ געהאַט אַ בּאַקאַנטן בּוכהאַלטער, האָט ער מיר אָנגעשריבּן די מעלדונג. איך בּין געגאַנגען אין פּאַקהויז און געזאָגט, אַז איך האָבּ דאָ צו בּאַקומען סחורה, וואָס איז אָנגעקומען מיט אַ וויסמאַרשן שיפער, און האָבּ זיי געוויזן די מעלדוג. זאָגן זיי: דאָ איז געקומען אַ פרעמדער איד מיט דערזעלבּער שיף און האָט געזאָגט, ער וויל פאַרצאָלן די סחורה, קיין פרעמדער איד טאָר דאָ ניט האַנדלען. זאָג איך, דאָס איז דערפאַר, ווייל מיין בּרודער האָט אים אַהער געשיקט, ער זאָל בּאַ מיר דינען. איר קענט די פּאַקעטן, קאָנט איר זיי פאַרצאָלן. איך האָבּ ניט געוואוסט, אַז דאָ מוז מען דערלאַנגען אַ מעל- דונג, אין דייטשלאַנד פירט זיך ניט אַזוי. זיי האָבּן געעפגט די פּאַקעטן, אַלץ נאַכגעזעהן, ס'האָט זיך אַרויסגעשטעלט אָרנטליך לויט מיין מעלדונג, און איך האָבּ בּאַקומען די סחורה אָהן פאַרדרייעניש. אָבּער דער דער- מאָנטער ר' משה האָט אויפגעהערט גיין צו מיר, בעת פריהער פלעגט ניט זיין דער טאָג, ער זאָל ניט זיין בּאַ מיר. ער האָט, אַפילו דעם רב אַזוי פיל גערודפט מיט זיינע אָנהיינגער אייזיק פ“ח, ר' מורי משה כהן פון האַמבּורג, אַז ער האָט געמוזט אָפּפאָרן פון דאַנען, און מיר זיינען געבּליבּן אָהן אַ רב. מיר זיינע געווען געוויס שוין איבּער פערציג מאַנספּאַרשוינען. אויך ר' משה ליידערסדאָרפס בּרודער זיסקינד איז געקומען אַהער, און ר' לייבּ דעמיץ מיט זיין בּרודער, אויך ר' קאָפּל יעקוב קלוגע האָט דאָ חתונה געהאַט. מיין בּרודער מרדכי איז געפאָרן אויף לייפּציגער יריד און האָט חתונה געהאַט אין שווערין מיט ר' שמואַל פּלויס טאָכטער און האָט געבּראַכט אַהער זיין שווער. מיין בּרודער משה איז אויך אַהער געקומען. לסוף האָט מען אָנגעהויבּן ריידן, אַז דאָ וועט זיין אַ רייכסטאָג. איך האָבּ שטענדיג געקלערט, מיר דאַרפן זעהן צו קריגן רעכט פון די רייכס- שטאַנדן. גוטע פריינט פלעגן מיר זאָגן: „אייערע פּריווילעגיעס וועלן דאָ גילטן אַזוי לאַנג, ווי דער קיניג לעבּט. זאָל אָבּער דער קיניג שטאַרבּן, איז מעגט איר זיך אַרויסוואַרפן פונם לאַנד“. איך האָבּ מיר מישב געווען מיט מיין בּרודער מרדכי, מיר זאָלן דערלאַנגען די רייכסשטאַנדן. זאָגט מיין בּרורער: „דו נעמסט אַלץ אויף זיך, קיין מענש דאַנקט דיר דערפאַר ניט. דאָ איז פאַראַן ר' משה ליידערסדאָרף און זיין חבר ר' הירש, זיי ווילן גערן האָבּן קיומים [וואוינרעכט]; לאָמיר זיי רופן און זיך מישב זיין מיט זיי: אַזוי ווי דאָ וועט פירקומען אַ רייכסטאָג, איז זאָלן מיר פּרובן, צי לאָזט זיך ניט דערלאַנגען קיין רעכט אַזויווי אין אַנדערע מדינות, און דוקאַ פון די רייכסשטאַנדן“. מיר האָבּן ניט געקאָנט נעמען מער פאַר די דאָזיגע פיר פּערזאָן, די אַלע אַנדערע האָבּן דאָ געלעבּט אויף אונזער פּריווילעגיע. איך זאָג: בּאַ אַזאַ זאַך דאַרף מען עפּעס איינשטעלן אויך, אַנדערש וועלן 54


מיר דאָס ניט דערלאַנגען. זאָגט ר' משה ליידערסדאָרף: „דריי הונדערט דוקאַטן מעגן מיר איינשטעלן, אויבּ ס'לאָזט זיך דערלאַנגען; איך און מיין חבר געבּן די העלפט“. זאָנ איך, איך נעם דאָס אויף זיך אויסריכטן מיט הונדערט דוקאַטן. מיין בּרודער און די אַנדערע צוויי זיינען דערמיט געווען צופרידן. דער רייכסטאָג איז געווען חודש יאַנואַר 1779. איך האָבּ געהאַט אַ סך גוטע פריינט, איך האָבּ איינגעגעבּן, און קיינער פון די פיר שטאַנדן זיינען ניט געווען דערווידער, חוץ דעם גלחים-שטאַנד. מיר האָבּן געפּועלט, אַז אידן זאָלן מעגן וואוינען אין דער שוועדישער מדינה, אָבּער ס'זאָל אַרויסגעגעבּן ווערן אַ רעגלאַמענט, וואָס נאָך אים נאָך זאָלן זיי זיך פירן. דאָס האָט מיר געקאָסט מער פאַר הונדערט דוקאַטן. ווען דאָס איז שוין געווען אָפּגעטאָן, האָבּ איך געמאָנט פון יעדן איינעם צו פינף און צוואַנציג דוקאַטן, אַזויווי דאָס איז געווען אָפּגערעדט בּאַ אונז. אָבּער ר' משה און ר' הירש האָבּן געטענעט: „מיר האָבּן געזאָגט, מיר וועלן געבּן אונזער חלק, אָבּער מ'דאַרף דאָס באַרעכענען אויף אַלע אידן, וואָס געפינען זיך דאָ, וואָרום דאָם רעכט גילט פאַר אַלע אידן“. ווי אַזוי האָבּ איך געקאָנט מאָנען בּאַ מיינע מענשן, וואָס האָבּן געדינט בּאַ מיר? דער סוף איז געווען, אַז איך האָבּ בּאַ קיינעם גאָרניט געקריגן. מיין בּרודער מרדכי האָט מיר יאָ געוואָלט געבּן פינף און צוואַנציג דוקאַטן, אָבּער איך האָבּ ניט געוואָלט נעמען. איך האָבּ געוואָלט פופציג, וואָרום מיר בּיידע האָבּן דאָס אָנגעהויבּן. דערווייל איז מיין בּרודער געשטאָרבּן, און איך האָבּ פון קיינעם קיין פעניג ניט געקריגן. ס'איז אַרויס אַ פאַראָרדענונג, אַז ווען אידן ווילן קריגן קיומים, זאָלן זיי זיך מעלדן בּאַ דער קאָמערצקאָלעניע בּיז ס'וועט אַרויס דער רעגלאַמענט. האָט יעדער אָנגעהויבּן לויפן צו דער קאָמערצקאָלעגיע זיך לאָזן איינשרייבּן, כדי צו מעגן פריי האַנדלען. איך האָבּ געהאַט אַ סך צרות פון מיינע אייגענע לייט, וואָס איך האָבּ אַהער אַריינגעבּראַכט פון רחמנות וועגן. ר' משה ליידערסדאָרף האָט זיי גענומען אָנרייצן אויף מיר: איצט זיינען אַלע גלייך, אַהרון איזאַק איז נישט מער יחסן. דאָס איז געווען דערפאַר, ווייל איך בּין דער פאָרשטייער בּאַם אויבּערשטאַטהאַלטער. איך האָבּ זיך אָבּער קיינמאָל ניט גענומען קיין אויבּערהערשאַפט, איך האָבּ בּלויז איינ- געפירט אַן אָרדענונג אין דער שול, מיט קיינעם ניט געשאַפט. אַהער איז ווידער געקומען בּ. פון מאַלמע. ר' משה ליידערסדאָרף האָט געשלאָסן מיט אים בּאַקאַנטשאַפט. וואָס ער האָט זיי געטאָן אָדער געגעבּן, דאָס ווייס איך ניט. אָבּער בּ. האָט גענומען מיך רודפן. שיקט נאָך מיר דער אויבּערשטאַטהאַלטער, איך זאָל צו אים קומען. קום איך, זאָגט ער: „אַהרון, דו האָסט געזאָגט, דו האָסט מיר געגעבּן הונדערט דוקאַטן, 55


אַז איך זאָל אייך אויספּועלן רעכט בּאַ די רייכסשטאַנדן; איצט ווילסטו די הונדערט דוקאַטן אויפמאָנען בּאַ היגע אידן. אויך האָסטו געזאָגט, דו האָסט דעם פּאָליצמייסטער אַ זיידענעם שלאָפראָק געשיינקט; איז דאָס אמת?“ זאָג איך: „ס'איז ניט אמת, און ווען איך זאָל אַזוינס זאָגן, וואָלט איך דאָס ניט געזאָגט פאַר אַזוינע מענשן, וואָס זיינען מיר קיין גוטע פריינט ניט, וואָס זאָלן דאָס גיין אָפּטראָגן צו אייער עקסעלענץ. איך קאָן געבּן אַ שבועה, אַז אייער עקסעלענץ איז ניט דערמאָנט געוואָרן. איך האָבּ פאַרלאַנגט פון מיין בּרודער און פון משה נאַטאַן און האַרטוויג יואל זייער חלק, אָבּער, איך שווער אייך בּאַ גאָט, קיינער האָט מיר קיין פעניג ניט געגעבּן. זיי בּאַריידן נאָר, וויסן ווייסן זיי גאָרנישט“. זאָגט ער: „דוּ בּיסט דאָס ווערט, דאָס האָסטו פאַר דיין לויפן און בּעטלען פאַר זיי, נעם דיר אַראָפּ דערפון אַ מוסר. דו בּיסט אַן ערליכער מענש, אָבּער דו בּיסט צו גוט. מאָרגן אַרום עלף אַזייגער קום אין פּאָליציי. איך גלויבּ, אַז משה נאַטאַן האָט דאָס געזאָגט, זאָל ער דאָס מיר מאָרגן זאָגן אין די אויגן“. איך בּין געווען בּאַ זיך זיכער, אַז איך האָבּ דאָס אים ניט געזאָגט. ווען איך בּין אויף מאָרגן געקומען אין פּאָליציי און מ'האָט מיך אַריינגערופן, איז שוין בּ. דאָרט געווען. פון דרויסן האָבּ איך שוין געהערט דעם פּאָליצ- מייסטער און דעם אויבּערשטאַטהאַלטער אויפגערעגט ריידן. ווי איך בּין אַריינגעקומען, פרעגט דער פּאָליצמייסטער: „האָט דיר אַהרון אַיזאַק אַזוינס געזאָגט“. זאָגט ער: „אמת, ניט ער גופא, אָבּער אַנדערע אידן“. זאָגט דער אויבּערשטאַטהאַלטער: „קערל, דו בּיסט אָפּגעפאַלן פון אידן, וואָס האָסטו דען צו טון צווישן אידן? ווי בּאַלד איך וועל ווייטער הערן, אַז דו דרייסט זיך צווישן אידן, וועסטו האָבּן צו געדיינקען“. דאָם איז געווען אַ עזות אַ יונג און האָט געוואָלט עפענען דאָס מויל, אָבּער דער אויבּערשטאַטהאַלטער האָט די זאַך בּעסער פאַרשטאַנען: ער האָט אים געגעבּן אַ פאָר רעכטע פּעטש און האָט אים געהייסן אַרויסוואַרפן און אַראָפּשליידערן פון די טרעפּ. דערמיט אין די זאַך געוואָרן אויס. ר' גומפּרעכט האָט אַראָפּגעבּראַכט אַהער זיין פרוי און קינדער, זיי האָבּן געהאַט אַ בּאַדינער יוסף פון שוואַן. ס'זיינען געקומען אַהער צוריק אַ סך אַזוינע, וואָס פלעגן זיך דאָ אויפהאַלטן אַ שטיקל צייט און צוריק אַוועק- פאָרן. איך פלענ פאָרן אַלע יאָר אויפן לייפּציגער יריד. מיינע קינדער זיינען אונטערגעוואַקסן. מיין זון נתנאַל איז אַלט געוואָרן 16 יאָר, ער פלעגט אַריינגיין צום הערצאָג פרידריך, אַלס הויפליפעראַנט, ער איז געווען זעהר חשוב בּאַ די גרעסטע הערן, האָט אויך געהאַנדלט מיט די פאָרנעמסטע דאַמען. מיין טאָכטער איז שוין אַלט געווען 14 יאָר. אויף דער רייזע 56


קיין לייפּציג בּין איך געווען אין שווערין. דאָ איז געווען אַ פיינער בּחור, ר' אייזיק פון דערנבּורג ממשפּחה הגונה, ער איז געווען זעקס יאָר בּוכ- האַלטער בּאַ דעם הויפאַגענט. איך האָבּ זיך בּאַקענט מיט אים, זעהר אַ פיינער מאַן און געקאָנט אומגיין מיט מענשן. ער האָט מיר געפרעגט, ווי גייט דאָס צו אין שוועדן, ער האָט קיין חשק ניט צו בּלייבּן מער אין שווערין. איך האָבּ אים פאָרגעלעגט, אויבּ ער האָט חשק, זאָל ער פאָרן מיט מיר, ווען איך וועל זיך אומקערן; איך נעם אים מיט אָהן הוצאות קיין שטאָקהאָלם און אים באַהילפיג זיין מיט וואָס מיגליך. איך בּין געווען איבּער פּסח אין שווערין, וואָרום נאָך פּסח פלעג איך שטענדיג פאָרן מיט מיין בּרודער צוזאַמען קיין לייפּציג. איך האָבּ זיך געטראָפן מיט ר' אַליהו שווערין; ער האָט געוואוסט, אַז איך האָבּ אַ דערוואַקסן מיידל. פרעגט ער מיך, צי איך וואָלט מיטגענומען זיין זון ראובן קיין שטאָקהאָלם. דער דאָזיגער זון האָט זיך שוין מיט אייגענעם האַנדל פאַרדינט פיר טויזנט טאָלער, און ווען ער זאָל זיך דאָרט איינאָרדענען, גיט ער אים נאָך צוויי טויזנט טאָלער, אַזוי גיט ער אַלע זיינע קינדער. זאָג איך, ווען איך וועל צוריקקומען, האָט ער תשובה. איך בּין אַוועקגעפאָרן מיט מיין בּרודער קיין לייפּציג. אונטערוועגס דערצייל איך אים, אַז איך האָבּ צוויי שדוכים פאַר מיין אַסתר: איינער איז דער בּחור ר' אייזיק, בּוכהאַלטער בּאַ ר' יוספן, דער אַנדערער איז ר' אַליהוס זון ראובן. זאָגט מיין בּרודער: „ווען דו ווילסט מיך פאָלגן, נאָך מיין געשמאַק, געפעלט מיר ר' אייזיק, כאָטש יענער האָט מער געלט, וואָרום דאָס געלט האָט ער נאָר פון קאַרג- שאַפט. ער האָט בּאַ די עלטערן אומזיסט דירה, קעסט, קליידער; איז קיין קונץ ניט צו זאַמלען געלט. שטאַרק געשיקט איז ער ניט“. דאָס איז געווען פּונקט צו געטראָפן צו מיין מיינונג. דער זעלבּער ר' אייזיק האָט מיר אויך מיטגעגעבּן קיין לייפּציג פינף הונדערט רייכסטאָלער, איך זאָל אים דערפאַר קויפן גאַלאַנטעריי, עטליכע גילדענע טאַבּאַקפּושקעס, גיל- דענע זייגערלאַך און קייטלאַך. איך האָבּ אָפּגעטאָן זיין קאָמיסיע אַזוי גוט אַזויווי פאַר זיך. זיין בּעל-הבּית האָט ער געזאָגט, אַז ווען מיר וועלן קומען קיין שווערין, פאָרט ער מיט מיר קיין שטאָקהאָלם. אויפן וועג האָט ער זעהר ערנסט געהאַלטן מיטן שדוך, וואָרום בּיידע צדדים האָבּן שוין עטוואָס אָנגעמערקט. פאַראיאָרן שוין, ווען איך בּין נעווען אין שווערין, האָבּן מיר געהאַט אָפּגערעדט, אַז ווען ער קומט קיין שטאָקהאָלם, און מיין טאָכטער געפעלט אים, און ער איר אויך, זאָל די זאַך געשען. זאָל אָבּער איינעם פון זיי ניט געפעלן, מעג ער זיין זיכער, אַז ער וועט געניסן מיין גאָר אַנטקעגנקומען; אַלץ, מיט וואָס איך וועל אים קאָנען בּאַהילפיג זיין, וועט זיין געטאָן. 57


מיר זיינען געקומען אַהיים. ס'איז נאָך קיין אַכט טאָג ניט אַריבּער, קומט צו מיר ר' אייזיק און פרעגט, צי וועלן מיר זיך ניט פאַרבינדן. זאָג איך: „איך האָבּ נאָך ניט גערעדט מיט מיין טאָכטער; איך זעה, אַז דאָס מיידל געפעלט אייך, וועל איך איר אויך פרעגן“. איך האָבּ אַריינגערופן מיין מיידל אַליין אין מיין אַרבּעטצימער און פרעג זי: „ווי האַלטסטו פון דעם פרעמדן מענשן, וואָס איך האָבּ מיטגעבּראַכט?“ זאָגט זי: „ווי עס שיינט, איז ער אַן אָרנטליכער מענש“. זאָג איך צו איר: „געפעלט ער דיר, ווילסטו אים פאַר אַ חתן?“ האָט דאָס מיידל אָנגעהויבּן שטאַרק צו וויינען: „ליבּער פאָטער, רעדט מיט מיר ניט פון אַזוינע זאַכן, איך בּין נאָך אַ קינד און גיי נאָך אין דער שול“. זאָג איך: „דאָס איז ניט דיין זאָרג, איך פרעג דיר נאָר, צי געפעלט ער דיר“. „ליבּער פאָטער, איך בּין נאָך צו יונג צו ענטפערן דאַרויף". און איז אַוועק. איך האָבּ געהאַלטן, אַז זי האָט גענוג געזאָגט. אין אַכט טאָג אַרום האָבּן מיר זיך אָנגעהויבּן גרייטן צום קנס-מאָל. איך האָבּ געהייסן מיין טאָכטער, זי זאָל אָנטון דאָס בּעסטע קלייד, מיר וועלן מאַכן אַ קנס-מאָל. זי האָט זיך נאָך מער צעוויינט, אָבּער מיין פרוי האָט איר צוגערעדט, אַז זי וועט זיין אַ גליקליכע מיט אַזאַ געלערנטן, שיינעם, פיינעם חתן. מיר האָבּן אָפּגעלעגט די חתונה אויף צוויי יאָר, וואָרום זי איז באמת געווען צו יונג, איך האָבּ געלערנט ר' אייזיקן מיין האַנדל און האָבּ אים געגעבּן קעסט, ווי אַ חתן. מיין זון נתנאַל פלעגט אָפט גיין מיט אים צו מיינע קונדן, און ער האָט געהאַנדלט אין מיין נאָמען. אונטער דער צייט, וואָס ער איז געווען חתן, האָט ער זיך געמאַכט אַ היפּשן קאַפּיטאַל. איך מוז דאָ דערמאָנען, אַז ווען איך בּין געווען אין שווערין אויף מיין צוריקרייזע פונם לייפּציגער יריד, האָבּ איך דאָרטן געטראָפן מיין אַ שוועסטער- קינד ר' לייב בר' פנחס פון סטרעליץ. ער איז אַמאָל געווען אַ רייכער מאַן, אַ גרויסער למדן, ער האָט זיך צופיל אַריינגעלאָזט אין לומדות און איז געוואָרן רב אין פּוילן. פּוילן איז אים אָבּער ניט געפעלן, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט פון רבנות, צוריקגעקומען קיין סטרעליץ און האָט אויפגעגעסן זיין פאַרמעגן. ווען ער האָט מיר געטראָפן אין שווערין, זאָגט ער צו מיר: „מיר זיינען גוטע בּאַקאַנטע און קרובים, איר מוזט מיר העלפן און מאַכן פאַר רב אין שטאָקהאָלם“. זאָג איך אים: מיר זיינען צו שוואַך פאַר אים, ער דאַרף אַ סך האָבּן, און מיר זיינען סך-הכל פיר אָדער פינף בעלי-בּתים, וואָס זיינען נושאי בּעול [שטייערצאָלער]: איך, מיין בּרודער, ר' דוד, ר' נומפּרעכט, ר' שמואַל. זאָגט ער: „איך בּין שוין ניט דאָס, וואָס אַמאָל, איך מוז לעבּן בּצמצום“. זאָג איך: „איך וועל ריידן מיט מיינע לייט און וועל אייך פון שטאָקהאָלם תשובה געבּן“. אַלע שוועריגער בעלי-בתים 58


זיינען צו מיר צוגעשטאַנען, איך זאָל אים צונעמען. איך האָבּ אים געגעבּן מיין וואָרט. צוריקגעקומען אַהיים, האָבּ איך פאַרבּעטן צו זיך אייניגע בּעלי- בּתים און האָבּ זיי דערציילט וועגן רב, אויבּ זיי זיינען דערמיט צופרידן, מוזן מיר אים אַ כּתב-רבנות שיקן. אָבּער דאָ זיינען געווען אייניגע לייט פאַר- שריבּן אויף אונזערע „פּריווילעגיעס‟, אַ רעכט לומפּנגעזיגדל; האָבּן זיי זיך צונויפגענומען אַ מאַן פופצען און האָבּן אָנגעשריבּן צו ר' לייבּ בר' פנחס: זיי האָבּן געהערט, אַז איך האָבּ אים אויפגענומען פאַר אַ רב און זיי האָבּ איך ניט געפרעגט, בּכן זיינען זיי ניט מסכּים. קיינער פון זיי האָט ניט געהאַט ניט קיין פאַרמעגן, ניט קיין קיומים, ניט קיין פרוי, ניט קיין קינד. דער רב האָט מיר איבּערגעשיקט דעם בריוו, וואָס זיי האָבּן אים געשריבּן. ער האָט מיר צוגעשריבּן, אַז ער קען קיינעם ניט פון די לייט. איך האָבּ אים געענטפערט, פון דעם בריוו קאָן ער שוין פאַרשטיין, וואָס דאָם איז פאַר אַ לייט, אַ נידעריג געזינדל. ער איז געקומען אַהער און געוואָרן רב. איך האָבּ אים פירגעלעגט אומזיסט אַ יאָר דירה און קעסט, מיין בּרודער אויך אַ יאָר קעסט, ר' גומפּרעכט אויך אַ יאָר קעסט. ר' משה ליידערסדאָרף, ר' משה כהן פון האַמבּורג האָבּן געזעהן, אַז זיי קאָנען מיט מיר גאָרניט מאַכן, האָבּן זיי אָנגעהויבּן חנפענען דעם רב: ס'שיקט זיך ניט, אַז אַ רב זאָל זיין בּאַ פרעמדע מענשן. זאָל ער בּריינגען אַהער זיינע קינדער און פירן אַליין אַ ווירטשאַפט, זיי וועלן ווערן מיט אים חברותה און בּאַ אים עסן. ער איז שוין אָפּגעווען בּאַ מיר אַ יאָר, ווען זיינע צוויי טעכטער און אַ זון זיינען אַהער געקומען, בּכן האָט ער שוין ניט געקאָנט עסן ניט בּאַ מיין בּרודער, ניט בּאַ ר' גומפּרעכטן. ער האָט דאָס ניט געוואָלט, אָבּער די אַרבּע בּנים האָבּן אים פאַרפירט, אַז ער זאָל אין אַלצדינג זיין קעגן מיר. לסוף איז אַרויס אַ רעגלאַמענט פונם מאַגיסטראַט. דער אויבּערשטאַט- האַלטער האָט נאָך מיר געשיקט, איך זאָל צו אים קומען, און האָט מיר איבּערגעלייענט, וואָס דער מאַגיסטראַט האָט אים צוגעשיקט אונטערצו- שרייבּן. דאָס איז געווען גרויס רשעות; האַנדלען מעגן מיר ניט אַנדערש, נאָר מיט אַלטע קליידער, קיין קראָם טאָרן מיר ניט האַלטן, וואוינען זאָלן מיר אַלע אויף קונגסהאָלם, אָבּער ניט בּאַ קיין קריסט אין הויז, מיר טאָרן ניט האָבּן קיין מלאַכה, מיר טאָרן קיין קריסטליכע דינערשאַפט ניט האַלטן. יעדער איד זאָל טראָגן אויפן הוט אַ וואָלענעם געלן בּאַנד, הכּלל: פאַר- בּאָטן אַלע בּאַשעפטיגונגען און זעהר נידעריג בּאַהאַנדלט. דער אויבּער- שטאַטהאַלטער האָט זיי געלאָזט זאָגן, זאָל דאָס דער קיניג אונטערשרייבּן. דאָס איז אַזוי ווילד, אַז בּעסער וואָלטן זיי [אונז] אַלעמען אַרויסגעטריבּן. איך וועל דאָס אַליין דעם קיניג איבּערגעבּן, זיי זאָלן מער פאַר אידן קיין רעגלאַמענט ניט מאַכן. דער קיניג האָט דאָס אָפּגעשיקט צו דער קאָמערצ- 59


קאָלעניע, זיי האָבּן געמאַכט אַ רעגלאַמענט און האָבּן דאָס געשיקט דעם קיניג אונטערשרייבּן. אָבּער דער קיניג האָט דאָס ניט אונטערגעשריבּן, ער האָט דאָס מיר צוגעשיקט, איך זאָל דאָס בּאַטראַכטן, צי מ'דאַרף דאָס ניט קאָרעגירן. דאָ איז געווען מער ווי צופיל צו קאָרעגירן. איך האָבּ דערלאַנגט אַ שריפט, וואָס איך האָבּ קעגן דעם. האָט מען ווידער געמאַכט אַ נייעם רעגלאַמעגט און דערלאַנגט דעם קיניג. דער קיניג האָט דאָס מיר ווידער צוגעשיקט, איך זאָל דאָס קאָרעגירן. ס'איז שוין געווען אַ סך געענדערט, אָבּער נאָך ניט אַלץ. איך האָבּ נאָך אַמאָל געמאַכט בּאַמער- קונגען, אָבּער זיי האָבּן דאָס ניט אויסגעבּעסערט, דער קיניג איז ניט געווען אין דערהיים, ער איז געווען אָפּגעפאָרן. די גאַנצע קאָמערצקאָלעגיע האָט דאָס אונטערנעשריבּן און האָט נאָך מיר געשיקט. ווי איך בּין געקומען, האָבּן זיי מיר פירגעלייענט דעם רעגלאַמענט; ער איז געווען ערגער פאַר דעם פריהערדיגן און איז געווען אונטערנעשריבּן דעם 27 מאַי 1782. ווי זיי האָבּן דאָס איבּערגעלייענט, זאָגן זיי, איך זאָל דאָס אויסלייזן פאַר צוויי הונדערט פּלאַטן. ענטפער איך, איך וויל דאָס ניט האָבּן אַפילו געשיינקט, בּפרט נאָך צאָלן דערפאַר געלט. זאָגן זיי: אָבּער שטעמפּל- שטייער קאָסט אַזוי פיל, און ווען איך לייז דאָס היינט ניט אויס, וועל איך מאָרגן האָבּן אַן עקזעקוציע. איך בּין געגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטער און דערציילט דאָס אַלץ. זאָגט ער: „דו זאָלסט קיין פעניג דערפאַר ניט בּאַצאָלן. האָבּן זיי דאָס אַזוי פיל שטעמפּל-געלט געשטעלט, איז זאָלן זיי בּאַצאָלן אויך“. ער האָט געשיקט דעם פּאָליצמייסטער צו דער קאָמערצ- קאָלעגיע, זיי זאַלן אים צושיקן דעם רעגלאַמענט, און זיי האָבּן געפאָלגט. בּכן האָבּ איך דערפאַר קיין פעניג ניט בּאַצאָלט. אָבּער איך זאָג דעם אויבּערשטאַטהאַלטער, ס'איז ניט מיגליך צו לעבּן נאָך אַזאַ רעגלאַמענט. זאָגט ער: „איך וועל אייך, אידן, שיקן אַלע רופן און אייך דעם רעגלאַמענט צוּוויסן געבּן, וואָרום אָפּשאַפן קאָן איך אים ניט, אָבּער וואָס איך וועל אייך קאָנען פאַרקוקן, וועל איך גערן טון. איר דאַרפט אויך געדיינקען, אַז איר זייט דאָ פרעמדע און קוים זיך אַריינגעשפּאַרט. ווען איר וועט דאָ אָפּזיין אַ געוויסע צייט, און מענשן וועלן זיך צו אייך צוגעוויינען, ווערט דאָס אַנדערש, און מיט דער צייט קאָן מען אַ סך דערפון ענדערן, אָבּער איצט איז נאָך צו פריה“. מ'האָט אונז טאַקע געשיקט רופן אין פּאָליציי און אונז פירגעלייענט דעם רעגלאַמענט. נאָכדעם זיינען מיר זיך צונויפ- געקומען; דער רב האָט אונז געמאַכט תּקנות, און מיר האָבּן זיי אונטער- געשריבּן. איך האָבּ געזאָגט, אַז מ'מוז די תּקנות מעלדן דעם אויבּער- שטאַטהאַלטער, ער זאָל זיי בּאַשטעטיגן, און אַזוי איז דאָס געשען אויך. איך בּין געווען אַזוי חשוב, אַז ווען אַ אידן האָט מען אָנגעקלאָגט, ער האָט 60


עפּעס אַ לאָדעניש מיט אַ שוועד, פלעגט מען מיך שיקן רופן, און איך האָבּ געדאַרפט מאַכן די פּשרה. ס'זיינען געקומען אַהער צוויי יונגען פון שטראַלזונד און האָבּן זיך געמעל- דעט בּאַ פּאָליציי: זיי ווילן זיך דאָ נעמען פּריווילעגיעס. לויט דעם רעגלאַ- מעגט האָבּן זיי געהאַט רעכט צו בּלייבּן דאָ צוויי חדשים און זיך בּאַטראַכטן, פאַר וואָס וועלן זיי זיך נעמען. זיינען זיי אַרומגעגאַנגען איבּער שטאָט, גענומען בּאַ לייט זאַכן אויף קאָמיסיע, וואו נאָר זיי האָבּן געקאָנט עפּעס קריגן. בּאַ אַ שפּיגלפאַבּריקאַנט פאַר הונדערט רייכסטאָלער, בּאַ סוחרים, בּאַ אַלע קלאַסן מענשן, אַפילו בּאַם אויבּערשטאַטהאַלטערס יעגער, זיין זייגער אויף קאָמיסיע און אַ סך אַנדערע זייגערס. זיי האָבּן זיך פיין געקליידט, פאַרנומען אַ שיינע דירה, אָבּער זי פלעגן פאַרבּריינגען אין שלעכטע הייזער. זיי זיינען דאָ געווען אַקעגן דריי חדשים און זיי האָבּן געמאַכט חובות אויף טויזנט רייכסטאָלער, ד. ה. אַלץ, וואָס זיי האָבּן גענומען אויף קאָמיסיע. מ'האָט זיי צוגעקלאָגט צו פּאָליציי, מיך האָט מען אויך געשיקט רופן, דאָ זיינען געווען געוויס צען מענשן, וואָס האָבּן בּאַ זיי געמאָנט דאָס, וואָס מ'האָט גענומען בּאַ זיי אויף קאָמיסיע. אַקעגן פיר הונדערט רייכסטאָלער תּביעות זיינען פאַרשריבּן געוואָרן אין פּראָטאָקאָל. מ'פרעגט זיי, וואו האָבּן זיי אַהינגעטאָן די זאַכן, זאָגן זיי, זיי האָבּן זיי פאַר- בּאָרגט און געדיינקען ניט וועמען. מ'האָט געשיקט אויף זייער קוואַרטיר, מ'האָט אָבּער גאָרניט געפונען, חוץ אייניגע קליידונגשטיק, אַ שלאָפראָק, שיך, שטיוול. דער שפּיגלפאַבּריקאַנט איז בּאַשטאַנען דאַרויף, מ'זאָל זיי אַרעסטירן בּיז מ'וועט דערגיין, וואו זיי האָבּן די זאַכן און וואו האָבּן זיי זיי פאַרבּאָרגט אָדער פאַרזעצט. מ'האָט זיי אַרעסטירט און מ'האָט געהייסן די קרעדיטאָרן אין דריי טאָג אַרום ווידער קומען. זיי זיינען געקומען, מיך האָט מען ווידער געשיקט רופן. איך האָבּ זיך דערשראָקן, צוזעהענדיג, וואָס פאַר אַ מענגע מענשן האָבּן געמאָנט בּאַ זיי. מ'האָט דאָס אַלץ פאַר- שריבּן אין פּראָטאָקאָל, ס'האָט אָנגעטראָפן אַקעגן טויזנט רייכסטאָלער. זיי האָבּן מודה געווען יעדן, וואָס איינער האָט געמאָנט בּאַ זיי, וואָס פאַר אַ זאַכן זיי האָבּן פאַרזעצט, ווען זיי האָבּן ניט פאַרקויפט. ס'זיינען דאָ געשטאַנען אָרעמע לייט, ווייבּער האָבּן געוויינט. דער פּאָליצמייסטער זאָגט: „איך קאָן אייך ניט העלפן, פאַרוואָס געטרויט איר אַזעלכע מענשן? מאָרגן וועט איר בּאַקומען ענטפער“. דער ענטפער איז געווען, אַז בּיידע בּרידער זאָלן קריגן צו צוועלף פאָר ריטער יעדערער. איך האָבּ זיך פאַר זיי ניט געקאָנט אָננעמען, און זיי האָבּן דאָס ניט פאַרדינט אויך, דאָס איז געווען ניט קיין אידן, ניט קיין קריסטן. מ'האָט זיי צוריק אַוועקגעפירט אין אַרעסט- הויז. איך בּין געגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטער, איך האָבּ זעהר ניט 61


געוואָלט האָבּן דעם ספּעקטאַקל, אַז אידן זאָלן קריגן ריטער. איך זאָג דעם אויבּערשטאַטהאַלטער: די צוויי שווינדלער האָבּן אָרנטליך פאַררינט זייער פּסק, אָבּער אונז וועט זיין אַ חרפּה פאַרן גאָרן לאַנד, וואָרום אויסער שטאָקהאָלם וועט מען זאָגן: שטאָקהאָלמער אידן האָבּן געקריגן ריטער. צי קאָן מען ניט ענדערן די שטראָף, אַז ס'זאָל צוגיין אין דער שטיל? זאָגט ער: „ניין, וואָרום די קרעדיטאָרן בּאַשטייען דערויף, אַז זיי זאָלן עפנטליך בּאַשטראָפט ווערן. איך וועל דיר אַן עצה געבּן: בּאַצאָל פאַר די שווינד— לער וועלן די קרעדיטאָרן צופרידן זיין. אויבּ דו ווילסט בּאַמת איינשטעלן הונדערט רייכסטאָלער, וועט מען לאָזן זאָגן די קרעדיטאָרן, אַז אין אַזאַ מאָס קאָנען זיי בּאַפרידיגט ווערן; דעמאָלט לאָזט זיך די שטראָף פאַרענדערן אויף בּרויט מיט וואַסער“. זאָנ איך: צוואַנציג רייכסטאָלער וואָלט איך גערן איינגעשטעלט. ער האָט געשיקט רופן דעם פּאָליצמייסטער און האָט אים דערציילט מיין פאַרלאַנג. ער איז ניט געווען דערווידער. מ'האָט געשיקט רופן אַלע קרעדיטאָרן, דער פּאָליצמייסטער האָט זיי פירגעשטעלט, אַז איך וויל ניט האָבּן, מ'זאָל זאָגן, אַז שטאָקהאָלמער אידן האָבּן געקריגן ריטער. די שטראָף זאָל זיי געענדערט ווערן אויף בּרויט מיט וואָסער, וואָס איז בּאַמת ערגער פאַר די ריטער, און דערפאַר וויל איזאַק געבּן עלום צוואַנציג רייכסטאָלער. זיי אָבּער האָבּן געזאָגט: דאָס איז צו ווייניג, איך זאָל געבּן כאָטש הונדערט רייכסטאָלער, דאָם איז שוין עפּעס, אָבּער צוואַנציג רייכס- טאָלער, וואָס פאַר אַ בּאַטרעף איז דאָס פאַר אַלעמען? דאָ האָט דער פּאָליצמייסטער גענומען דאָס וואָרט און פרעגט, אויבּ זיי אַלע און איך וועלן צופרידן זיין מיט זיין פּסק. זאָגן זיי אַלע, אַז זיי וועלן זיך צופרידנשטעלן מיט זיין פּסק. פרעגט ער מיך, צי איך וועל זיין צופרידן. זאָג איך, אויבּ זיי זיינען צופרידן, בּין איך אויך. זאָגט ער, איך זאָל געבּן עלום הונדערט פּלאַטן. איך בּין געווען זעהר צופרידן און האָבּ בּאַלד בּאַצאָלט דאָס געלט. זיי האָבּן נאָך מיר שטאַרק אָנגעדאַנקט. זיי האָבּן בּאַקומען זייער פּסק: בּרויט מיט וואַסער קוים דורכצוהאַלטן, און אויבּ זיי וועלן דאָם אויסהאַלטן, זאָלן זיי פאַרטריבּן ווערן פונם לאַנד. מ'האָט אַריינגע- רופן דעם וואַכטמייסטער און מ'האָט שטריינג פאַרזאָגט, ער וועט קרינן לייבּשטראָף, אויבּ מ'וועט דערגיין, אַז מ'וועט זיי עפּעס דערלאַנגען. אַלע טאָג זאָלן קומען מענשן דריי מאָל וויזיטירן און אַכטונג געבּן, מ'זאָל זיי גאָרניט בּריינגען. ווי זיי זיינען אָפּגעזעסן אַכט טאָג, האָבּן זיי געשיקט נאָך אַ שוועדישן פּאַסטאָר. ער איז געקומען צו זיי; זאָגן זיי אים, אַז זיי ווילן זיך שמדן; זיי האָבּן געמיינט אַזוי—אַרום פריי ווערן. דער פּאַסטאָר האָט זיי צוגעזאָנט טון, וואָס ער וועט קאָנען. דער וואַכטמייסטער איז געשטאַנען דערבּיי, ער האָט אים ניט געוואָלט לאָזן מיט זיי אויג אויף אויג. 62


ער איז געקומען צו מיר און דערציילט מיר די מעשה. איך בּין געגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטער און דאָס אים איבּערדערציילט. ער האָט בּאַלד געשיקט נאָכן וואַכטמייסטער און זאָגט צו אים, אויבּ דער פּאָסטאָר וועט ווידערקומען און וועט וועלן מיט זיי ריידן, זאָל ער אים ניט אַריינלאָזן, איך הייס אַזוי. פריהער זאָלן זיי אָפּקומען זייער שטראָף, נאָכדעם מעגן זיי זיך טויפן. דעם פּאַסטאָר האָט מען מער צו זיי ניט צוגעלאָזט. ס'איז אַריבּער דרייסיג טאָג, איז שוין אויף מאָרגן געשטאַנען אַ וואָגן, מ'האָט די ביידע אַרויפגעזעצט אין האַנטקייטן און אַרויסגעשטעלט פונם לאַנד קיין אושטאַט. פון אושטאַט האָט מען זיי אויף אַ פאָסט-שיף צוגעשטעלט קיין שטראַלזונד. דאָ זיינען זיי ווידער געווען בּאַ זייערע עלטערן. ס'האָט ניט לאַנג גערויערט, האָבּן זיי ווידער געמאַכט שווינדלערייען, און זיינען ווידער פאַרטריבּן געוואָרן. זיי זיינען געקומען קיין שווערין און האָבּן זיך דאָ געלאָזט טויפן. דאָ זיינען זיי קיין יאָר ניט אויסגעזעסן, האָבּן ווייטער געשווינדלט, בּיז מ'האָט זיי אַריינגעזעצט אין דער פעסטונג דעמיץ. דאָ איז געווען אַ איד, האָט ער אָפּגעקויפט בּאַ אַ בּעל-מלאַכה-אינגל, וואָס איז געווען בּאַ זיין מייסטער אַ סך יאָר און האָט אים לסוף בּאַגנבעט, אַכצען שטיק זילבּערנע עסלעפל, צוועלף טיילעפעלאַך, אַ צוקערפּושקע און אַנדער זילבּער אויף אַריבּער הונדערט זיבּעציג רייכסטאָלער די ווערט. פאַר דאָס גאַנצע זילבּער האָט דער יונג געקריגן בּאַם אידן אַכצען רייכסטאָלער און אַן אַלט זילבּערן זייגערל. דעם גנב האָט מען געכאַפּט, און ער האָט בּאַלד מודה געווען. מ'האָט אים געבּראַכט אין פּאָליציי. ער האָט אויסגעזאָנט, אַז ער האָט דערפאַר געקריגן דאָס זייגערל און אַכצען רייכסטאָלער. מ'האָט דעם אידן געשיקט רופן אין פּאָליציי, מיך אויך. פרענט מען דעם תּמעוואַטן גנב: „צי איז דאָס דער מאַן, וואָס דו האָסט געזאָגט, דו האָסט אים פאַר- קויפט דאָם זילבּער?“ זאָגט ער: „יאָ‟. אָבּער יענער לייקנט אַלץ, ער האָט אים קיינמאָל ניט געזעהן. דער מייסטער איז דאָ אויך געווען. דער גנב זאָגט: „האָט איר מיר ניט געגעבּן דערפאַר אַכצען רייכסטאָלער און דאָס דאָזיגע זילבּערנע זיינערל? איך האָבּ אים אויך געזאָגט, אַז מיין מייסטערס נאָמען שטייט דאַרויף, ער זאָל דאָס אין זינען האָבּן. האָט איר מיר ניט געענטפערט, אַז איר וועט דאָס צעשמעלצן?“ אָבּער דער איד האָט אַלץ געלייקנט. מ'האָט מיר געגעבּן דאָס זייגערל, איך זאָל דערגיין צווישן אונזערע אידן, צי דערקענט דאָס ניט עמיצער. איך האָבּ צונויפגערופן די אידן אין שול אַריין, אָבּער קיינער האָט דאָס ניט דערקענט. דער סוף איז געווען, דער ננב האָט געקריגן זיין פּסק, ער איז געבּליבּן בּאַ זיינס, אַז דער איד האָט בּאַ אים געקויפט דאָס זילבּער. זיי האָבּן געוואָלט, אַז מ'זאָל דעם אידן אַרעסטירן. איך האָבּ געבּעטן דעם אויבּערשטאַטהאַלטער, ער 63


זאָל אונז ניט מאַכן קיין סקאַנדאַל. קיין בּאַווייז איז אויך ניטאָ, און ווער ס'גנבעט, דער קאָן זאָגן אַ ליגן אויך. מ'האָט דעם אידן געלאָזט פריי. אַ סך אַזוינע קלייניגקייטן האָבּ איך פאָרגלעט, ניט אַלע קאָן איך דאָ דער- מאָנען, וואָרום דער אויבּערשטאַטהאַלטער איז געווען זעהר אַ גוטער מענש און גוט צו יעדן איינעם. דערהויפּט האָט ער געהאַלטן פון מיר, ווייל יעדע צייט האָט ער געזעהן, אַז איך בּין אויפריכטיג. אָבּער איך בּין אויסגע- שטאַנען גענוג קנאַה פון אונזערע לייט; בּאַ דער גאַנצער מיה און אַרבּעט, וואָס איך האָבּ שטענדיג געהאַט, אַלס פאָרשטייער, זיינען זיי מייסטנס געווען פאַלש צו מיר בּאַ קהל אַלס פּרנס; זיי האָבּן מיר געטאָן דערווידער אין אַלע זאַכן, וואָס ס'פלעגט פירקומען. איך האָבּ זיך געטראַכט, ס'קאָסט מיר אַזויפיל מיה און צייט פאַרלירן און הוצאות, און איך האָבּ דערפון גאָרנישט, חוץ פאַרדראָס. בּין איך געגאַנגען צום אויבּערשטאַטהאַלטער און געזאָגט, איך קאָן דאָס שוין מער ניט אויסהאַלטן אַלס פאָרשטייער. איך האָבּ גענוג אייגענע געשעפטן און אַרבּעט, דערצו נאָך האָבּ איך אַ סך פאַרדראָx פון שלעכטע מענשן. זאָגט ער צו מיר: „מיינסטו דען, אַז דער פאָרשטייער איז נאָר פאַר אייך, איך דאַרף אים אויך האָבּן אַלס עקספּערט, ווען איך האָבּ דאָx נויטיג. איך קאָן ניט נעמען דערצו אַבּי וועמען“. בּכן זאָל איך בּלייבּן פאָרשטייער, און ווער ס'וועט זיין קעגן מיר, זאָל איך אים זאָגן. אָבּער איך האָבּ געטענעט, איך קאָן דאָס מער ניט אויס- האַלטן, איך וועל קראַנק ווערן פון פאַרדראָס. זאָגט ער: „איך וועל אייך אַלע שיקן רופן אין פּאָליציי“. מ'האָט אונז צונויפגערופן. דער אויבּער- שטאַטהאַלטער איז אויך געקומען. זאָג איך, אַז איך קאָן מער ניט בלייבּן קיין פאָרשטייער. פרעגט ער די קהלה, וועמען ווילן זיי אויסקלייבּן דערצו. אָבּער קיינער ענטפערט ניט. זאָגט ער צו מיר: „ווער האָט נאָך דיר די פּריווילעגיע געקרינן?“ זאָג איך: „גומפּרעכט הירש, אָט איז ער“. זאָגט דער אויבּערשטאַטהאַלטער, זאָל ער זיין פאָרשטייער אַ יאָר, נאָכדעם זאָל מען אויסקלייבּן אַן אַנדערן. זיי זיינען געוואָרן שטאַרק בּייז אויף מיר, זיי האָבּן געמיינט, אַז איך האָבּ דאָס אָנגעשטעלט. בּקיצור, איך האָבּ געוואָלט פּטור ווערן פונם גאַנצן פאַרדראָס, האָבּ איך מיר געמאַכט בּאַ זיך אין הויז אַ מנין, און האָבּ חוץ דעם געצאָלט דער קהלה אַלץ, וואָס ס'האָט אָנגעטראָפן אויף מיין חלק, אַבּי ניט האָבּן קיין ערגערניש. מיין זון איז געווען חשוב בּאַם קיניג, ער האָט געקריגן די שטעל פון הויפיוּוועליר. דער קיניג, ווען ער האָט געוואָלט קויפן עפּעס פון אונזער סחורה, פלעגט ער אַליין קומען צו מיר און קויפן. ווען איך פלענ אים זעהן גיין דורכן פענסטער, פלעג איך אים אַקעגנגיין. ער פלעגט בּאַלד פרעגן: איז דער יונגער אַהרון ניט צו הויז? פלעגט ער בּאַלד אַוועקגיין, ער האָט 64


געוואָלט האַנדלען נאָר מיט אים. ער איז געווען זעהר חשוב בּאַם גנעדיגן קיניג. דערווייל האָבּ איך געלעבּט רוהיג, ניט געהאַט קיין פאַרדראָס פון אונזער קהלה. אונזער קיניג איז אַוועקגעפאָרן. סוחרים יוּוועלירער און הוטשטאַפירער האָבּן זיך צונויפגערעדט און האָבּן אויסגעריכט קעגן מיר אַ גרויסן אָנקלאָג, אַז נאָר איך אַליין האָבּ דאָס רעכט צו שיקן מענשן איבּערן לאַנד מיט גאַלאַנטעריי-סחורה. זיי האָבּן מיך אָנגעקלאָנט, אַז דאָס איז קעגן שוועדישע רעכט שיקן מענשן איבּער לאַנד, דערצו זאָל איך האָבּן שלעכט גאָלד אין מיין סחורה, און אידן האָבּן אַ רעגלאַמענט, וואָס נאָך אים נאָך זאָל איך זיך פירן אַזויווי אַנדערע אידן, בּכן האָבּ איך אויך ניט מער רעכט. צו אַלע לאַנד-בּאַאַמטע אין דער גאָרער מרינה איז געשיקט געוואָרן אַן אָרדער: וואו מ'וועט נאָר טרעפן וועמען פון מיינע לייט, זאָל מען אים פאַרחתמענען די סחורה, אָפּנעמען בּאַ אים דעם פּאַס, אַרויסגעגעבּן פון דער קאַנצעלאַריע, מיט אַלע פרייהייטן, און אים געבּן אַ נייעם פּאַס אויף צו פאָרן צוריק קיין שטאָקהאָלם. אַזוי איז דאָס געשען אויך: מיינע לייט האָבּן זיך אומגעקערט אַהיים. לסוף איז דער קיניג צוריקגעקומען. מיין זון נתנאַל האָט זיך געלאָזט מאַכן אַ שריפט און איז אַליין געגאַנגען צום קיניג. איך און מיינע דריי קינדער, יעדער אויסגערעכנט בּאַ זיין נאָמען, האָבּן געקריגן פּריווילעגיעס מיט אַלע רעכט, וואָס מ'האָט נאָר געקאָנט בּאַגערן. די פּריווילעגיע איז געווען אויסגעשטעלט דעם 8 מערץ 1785. איך האָבּ איינמאָל געשיקט מיין זון אויף לייפּציגער יריד איינקויפן סחורה, ווייל איך בּין געווען ניט מיט אַלעמען. אָבּער ער איז נאָך געווען צו יונג, איך האָבּ זיך ניט געקאָנט אויף אים זיכער פאַרלאָזן; האָבּ איך געבּעטן מיין בּרודער אברהם אין שווערין, וואָס איז אויך געפאָרן קיין לייפּציג, ער זאָל אויף אים אַכטונג געבּן, מ'זאָל אים ניט אָפּנאַרן. אָבּער איך בּין געווען זעהר צופרידן מיט זיין איינקויף, ער האָט געהאַט אַ גוטן געשמאַק און האָט גוט געקויפט, אָבּער די הוצאות זיינען געווען טאָפּלט אַזויפיל, ווי בּאַ מיר. ער איז געווען זעהר אַ געראָטענער. מיין בּרודער איז געווען זעהר פאַרליבּט אין אים, ער האָט אים זעהר געוואָלט האָבּן פאַר אַן איידעם, כאָטש זיין טאָכטער איז ערשט 13 יאָר אַלט געווען. ער האָט מוראַ געהאַט, ער זאָל ניט חתונה האָבּן מיט אַן אַנדערער, האָט ער וועגן דעם געשריבּן צו מיר. איך האָבּ דאָס פירגעשטעלט מיין זון, אָבּער ער האָט ניט גע- טראַכט דערפון: „איך בּין נאָך צו יונג“, האָט ער געזאָגט. מיין יונגסטער זון גבריאַל איז אויך געווען זעהר אַ געשיקטער יונג און זעהר אַ געזעצטער פאַר זיינע יאָרן, אָבּער אַ גרויסער ליבּהאָבּער פון טאַנצן. אין טאַנצן איז ער געווען אַזוי געשיקט, אַזויווי אַ גרויסער טאַנצמייסטער. איינמאָל האָט ער זיך אַזוי האַסטיג צעטאַנצט, אַז ער האָט זיך פאַרקילט און האָט אָנגע- 65


הויבּן הוסטן. פינף יאָר האָט ער געקריינקט, צום סוף האָט ער געקריגן שווינדזוכט און איז געשטאָרבּן, קוים 19 יאָר אַלט. אַלע האָבּן אים בּאַקלאָגט, ער איז געווען אַזוי גוט, האָט רחמנות געהאַט אויף מענשן, האָט אַ סך גוטס געטאָן אָרעמע, ווי ווייט ער האָט נאָר געקאָנט. דאָס אַנדערע יאָר נאָך דעם בין איך געפאָרן מיט מיין זון נתנאַל אויף לייפּציגער יריד מיט מיין בּרודער פון שווערין צוזאַמען. ער האָט מיך ניט אָפּגעלאָזט, איך זאָל אים נאָר צוזאָגן, אַז איך וועל אַרויסרופן מיכאַעלי און מאַכן חתונה. איך בּין אַרויסגעפאָרן מיט מיין טאָכטער און מיין זון. מיין זון האָט נאָך ניט געהאַט ניט פאַר דער כּלה, ניט פאַר זיך גופאָ, וואָס ער האָט נויטיג געהאַט און האָט דאָס דאָ ניט געקאָנט קריגן. דאָס איז געווען קורץ פאַר דער חתונה. ער האָט זיך פירגענומען צופאָרן קיין האַמבּורג מיט דער פּאָסט, אין פיר טאָג אַרום זאָל ער צוריקקומען. ער איז געפאָרן אַהין און צוריק, אָבּער צוריקווענס האָט ער געהאַט אַזאַ שטאַרקן רעגן, דערצו נאָך איז דאָס געווען אויף אָפענער פּאָסט און גרינג געקליידט איז ער אויך געווען, אַז ער האָט געקריגן דאָס קאַלטע פיבּער און איז געקומען אַהיים קראַנקערהייט. די דאָזיגע דרייצען מייל הין און צוריק האָבּן אים דאָס לעבּן פאַרקירצט. מיר האָבּן געמאַכט חתונה, אָבּער פון דעמאָלט אָן האָט ער בּאַשטענדיג געהאַט פיבּער און האָט געלעבּט סך-הכּל אַ יאָר נאָך דעם. דערווייל זיינען מיר געפאָרן אַהיים מיט דער יונגער פרוי, מיט מיין זון און טאָכטער. איך מוז נאָך דאָ דערמאָנען, אַז אַ יאָר פריהער, איידער איך בּין געפאָרן מיט מיין זון קיין לייפּציג, האָט גראַף מונק בּאַשטעלט בּאַ מיר אייניגע בּריליאַנטן פון שווערער וואָג בּערך אויף צען טויזנט רייכסטאָלער. איך האָבּ זיי געקויפט אין לייפּציג, און ווי מיר זיינען געקומען אַהיים, איז מיין זון אַרויפגעגאַנגען מיט די שטיינער צו גראַף מונק און האָט זיי אים געוויזן. ער איז געווען צופרידן מיט די דאָזיגע בּריליאַנטן, ער האָט געזאָגט, די שטיינער זיינען אַזוי גוט, ווי ער האָט זיי פאַרלאַנגט. וואָס זאָלן זיי קאָסטן? מיר האָבּן געשטעלט די פּרייז פאַר יעדן שטיין בּאַזונדער. זאָגט ער צו מיין זון: „איך מוז זיי ווייזן דער קיניגן, מאָרגן וועט איר האָבּן ענטפער“. אויף מאָרגן איז ער ווידערגעקומען צו אים. זאָגט ער: „די קיניגן איז צופרידן מיט די שטיינער, אָבּער איר מוזט עפּעס אָפּלאָזן“. זאָגט ער [מיין זון]: „מיר האָבּן ניט צופיל געשטעלט, דאָך וועלן מיר אָפּלאָזן פופציג רייכסטאָלער“. מיר האָבּן געקריגן אַן אָנווייזונג אויף אונזער געלט. עטליכע חדשים נאָך דעם, שיקט גראַף מונק ווידער נאָך אונז, איך און מיין זון זאָלן צו אים קומען. מיר זיינען געקומען צו אים. זאָגט ער אונז, די קיניגן וויל זעהר האָבּן בּריליאַנטן פאַר אַכציג טויזנט רייכס- 66


טאָלער און אַזוינע שטיינער, ווי זיי שטייען דאָ אויפן פּאַפּיר, נעמליך, אַזויפיל שטיק פון פיר קאַראַט, אַזויפיל פון פינף קאַראַט און פון זיבּן, און פון אַכט און צוועלף בּיז זעכצען, אויך בּיז צוואַנציג קאַראַט. זאָג איך: „מיין גאַנץ פאַרמעגן בּאַטרעפט ניט אַזויפיל צו קויפן אַזאַ צירונג. פונ- דעסטוועגן, אויבּ איר וועט מיר געבּן צוואַנציג טויזנט רייכסטאָלער אויף דער האַנט, וועל איך זיי שאַפן“. זאָגט ער, קיין שילינג גיט ער ניט פאָר- אויס. גענוג, אַז ווען מיר בּריינגען די בּריליאַנטן און זיי וועלן זיין גוט און צו אַן אָרנטליכער פּרייז, קריגן מיר בּאַלד אונזער געלט. זאָג איך, איך קאָן דאַרויף ניט איינגיין, איך פאַרמאָג דאָס ניט. דערצו נאָך זיינען מיר ערשט פאַר עטליכע חדשים געקומען אַהיים און האָבּן נאָך ווייניג סחורה פאַרקויפט. דערמיט זיינען מיר געגאַנגען אַהיים. אין עטליכע טעג אַרום שיקט ער ווידער, מיין זון זאָל צו אים קומען. איז ער צו אים געגאַנגען. זאָגט ער: „ווילט איר בּריינגען פאַר פערציג טויזנט טאָלער, אַ העלפט פון דער בּאַשטעלונג?“ מיין זון איז געווען זעהר אַ היציגער סוחר, פונדעסטוועגן זאָגט ער: „איך מוז איבּערריידן וועגן דעם מיט מיין פאָטער“. ער קומט אַהיים און שטעלט מיר פאָר דעם מסחר. איך וויל ניט איינגיין, איך זאָג: ווען נאָכדעם נעמט ער ניט די דאָזיגע בּריליאַנטן, און דאָס איז אַלץ גרויסע שטיינער, וואָס איך וועל דאָ ניט אָפּזעצן אין קיין צען יאָר און מער אויך, וואָס פאַר אַ היזק וועלן מיר האָבּן דערפון? זאָגט ער אָבּער, אַז וויבּאַלד זיי בּאַשטייען דאַרויף, איז אַ סימן, אַז די קיניגן דאַרף זיי נויטיג האָבּן. איך האָבּ זיך געלאָזט איבּערריידן. איך האָבּ געקרינן אַ פאַס, אַז איך פאָר וועגן דער קיניגנס געשעפטן, און בּין געפאָרן קיין לייפּציג. אין לייפּציג האָבּ איך געקריגן בּריוו פון גראַף מונק, ער האָט מיר אויפגעגעבּן פאַרשיידענע זאַכן, וואָס איך האָבּ אַלע אָפּגעטאָן, און בּאַזונדער האָט ער מיר געשריבּן, אַז איך זאָל בּריינגען בּריליאַנטן ניט ווייניגער ווי פאַר פערציג טויזנט רייכס- טאָלער. איך האָבּ געקויפט די בריליאַנטן און בּין געפאָרן אַהיים. איך בּין געפאָרן פון לייפּציג קיין האַמבּורג, און האָבּ זיי געוואָלט דאָרט אָפּשיקן אויף פּאָסט קיין שטאָקהאָלם, אָבּער די שוועדישע פּאָסט האָט ניט געוואָלט אָננעמען אַזאַ גרויסן בּאַטרעף. מיר האָט דאָס אויסגעוויזן צו געפערליך האַלטן בּאַ זיך אַזאַ פאַרמעג, מ'קאָן ניט זיין גענוג אָפּגעהיט, אָבּער וואָס האָבּ איך זיך געקאָנט העלפן? איך האָבּ זיי מיטגענומען מיט זיך. איך בּין געקומען מיט מיין זון בשלום אַהיים. ער איז געגאַנגען צום גראַף מונק מיט די שטיינער די קאַראַטנוואָג האָט ער געהאַט מיט זיך, האָט ער אים געוויזן דאָס געוויכט לויט דעם געשריבּענעם. ער איז געווען זעהר צופרידן, די שטיינער זיינען אים זעהר גוט געפעלן. זאָגט ער: „איך :מוז זיי ווייזן דער קיניגן, מאָרגן נאָך מיטאָג קאָנט איר ווידער קומען“. ער איז געקומען 67


אַהיים שטאַרק אויפגעלעגט און זאָגט, מאָרגן קריגן מיר אונזער געלט. ער האָט מיר נאָך פירגעהאַלטן, מיר וואָלטן געקאָנט קויפן פאַר אַכציג טויזנט רייכסטאָלער, דער האָלענדער האָט אונז געוואָלט קרעריט געבּן, ווען ער האָט געזעהן דעם בריוו, וואָס דער גראַף האָט אונז געשריבּן. זאָג איך, מ'טאָר ניט זיין צו היציג בּאַם האַנדל. אויף מאָרגן, ווי ער איז געקומען צום גראַף, נעמט דער גראַף דעם פּאַקעט, גיט אים אַ וואָרף אויפן טיש און זאָגט: „איר ווילט נאַרן די קיניגן, די דאָזיגע בּריליאַנטן זיינען ווערט העכסטנס פינף און צוואַנציג טויזנט רייכסטאָלער. אויבּ איר ווילט זיי לאָזן פאַר דער סומע, נעם איך זיי“. זאָגט מיין זון: „מיר האָבּן קיין שילינג ניט איבּער- געזאָגט, מיר פאַרדינען ניט אַפילו קיין פינף פּראָצענט, ווען מיר קריגן די פערציג טויזנט רייכסטאָלער, און מיר האָבּן גרויסע הוצאות“. זאָגט ער: „קאָנט איר זיי האַלטן פאַר זיך, איך גיבּ ניט מער, ווי זיי האָבּן די ווערט“. מיין זון איז אַוועקגעגאַנגען. ער האָט געטראָפן דעם קאַמערדינער און פרעגט אים, ווער האָט געשאַצט דאָס צירונג. זאָגט ער: יוּוועליר צאַנדער. צאַנדער האָט אויך געפרעגט, ווער האָט דאָס פריהערדיגע צירונג פאַרקויפט, האָט מען אים געזאָגט: אַהרון איזאַק. דאַרויף האָט צאַנדער געזאָגט: „דער איד זאָל פאַרקויפן דאָס צירונג, און איך זאָל דאָס בּיישטיין, דאָס טויג נישט“. מיין זון איז געקומען אַהיים מיט דער דאָזיגער שלעכטער בשורה. איך בּין געגאַנגען צום יוּוועליר סוטיר; דאָס איז געווען אַן ערליכער, בּראַווער און רייכער מאַן. איך דערצייל אים די מעשה מיט דער קיניגן און מיט מונק און מיט צאַנדערס שאַצן. איך האָבּ געהאַט די בּריליאַנטן בּאַ זיך. זאָגט ער: „ווארט צו אַבּיסל, איך וויל אייך עפּעס ווייזן“. ער איז אַריינ- געגאַנגען און ווידער אַרויס צו מיר און געבּראַכט אַ ליאַלקע פון האָלץ, שיין געקליידט מיט אַ שאַרף אַרום לייבּ, דער שאַרף איז געווען בּרייט און בּאַפּוצט מיט טייערע שטיינער, די ליאַלקע איז געווען אַקענן אַן אייל די הויך. ער דערציילט מיר: „די ליאַלקע האָבּ איך געלאָזט מאַכן אין פּאַריז פאַר דער קיניגן שוין פאַר אַכט יאָרן. זי האָט געוואָלט אַ שאַרף מיט טייערע שטיינער. ווען איך האָבּ איר דערלאַנגט די רעכענונג, האָט זי געזאָגט, אַז דאָס איז איר צו טייער. האָבּ איך אַלע הוצאות געמאַכט אומזיסט“. איך ווייז אים די בריליאַנטן און בּעט אים, ער זאָל אַזוי גוט זיין זיי שאַצן און דאָס בּאַשטעטיגן מיט זיין חתימה. פרעגט ער מיך, ווי טייער? זאָג איך אים די האָלענדישע פּרייז, זאָגט ער דערצו מוז מען צוזעצן נאָך צען פראָצענט, אַזוי פירט זיך. דאָם האָט אָנגעטראָפן מיט פינף הונדערט רייכסטאָלער מער, ווי איך האָבּ געשטעלט; ער האָט זיך צעשריבּן. מיין זון האָט דערמיט ניט געוואָלט גיין צום גראַף, בּין איך אַליין געגאַנגען צו אים, האָבּ אים געוויזן, וויפיל סוטיר האָט וויי געשטעלט, 68


און האָבּ אים דערציילט, אַז צאַנדער איז מיין שונא. זאָגט ער אָבּער: „סוטיר איז נאָך מער שווינדלער פאַר אייך, וואָרום פון שווינדל איז ער אַזוי רייך געוואָרן“. זאָג איך, ער זאָל זיי שיקן קיין האַמבּורג אָדער קיין האָלאַנד, איך וועל זיך צופרידנשטעלן ווי זיי וועלן דאָרט געשאַצט ווערן. אָבּער ער איז געווען אַ היציגער מאַן, זאָגט ער: „ווילט איר פינף און צוואַנציג טויזנט טאָלער, נעם איך זיי; אויבּ ניט, קאָנט איר גיין“. וואָס האָבּ איך געזאָלט טון? קיינע רייד האָבּן דאָ ניט געהאָלפן, און איך האָבּ געמוזט גיין. איך בּין געווען זעהר בּאַטריבט, איך בּין געווען שולדיג און האָבּ די בּריליאַנטן ניט געקאָנט פאַרקויפן. קיין קרעדיט האָבּ איך דאָ ניט געהאַט און וועקסלען האָבּ איך אויסגעשטעלט אויף אַ קורצער צייט. איך האָבּ געמוזט פאַרזעצן די בּריליאַנטן און לייען פערצען טויזנט רייכסטאָלער. דאָס איז געווען דאָס יאָר 1788, ווען ס'האָט זיך אָנגעהויבּן דער קריג מיט די רוסן. הערצאָג פרידריך איז געקומען צו מיר און געפרעגט אויף מיין זון, זאָג איך, ער איז קראַנק. פרעגט ער, צי איז ער געפערליך קראַנק. זאָג איך, ער האָט זיך פאַרקילט אויף דער רייזע, ס'גייט צו בּעסער. זאָגט ער, ער מוז מיט אים ריידן. איך 'האָבּ אים געמוזט אַריינלאָזן. מיין זון איז געלעגן אויפן בּעט אין שלאָפראָק, ער איז אויפגעשטאַנען און זיך פאַרבּוינט. ער האָט אים אָפּגעגעבּן מזל טוב מיט דער חתונה און פרעגט אים, וואָס ער מאַכט. נאָכדעם זאָגט ער צו אים: „מיין ליבּער אַהרון, איר זייט שוין זיבּן יאָר אָנגעשטעלט בּאַ מיר אַלס הויפיוּוועליר, איצט האָבּ איך אייך נויטיג. איך האָבּ אייך קיינמאָל ניט שווער געמאַכט מיר צו דינען, אָבּער אַיצט, ווען מיר האָבּן קריג מיט די רוסן, מוזט איר מיט מיר פאָרן“. זאָגט ער: „יאָ, וואָלט איך געווען געזונט, איז וואָלט דאָס געווען בּאַ מיר דאָס גרעסטע פאַרגעניגן, אָבּער אַיצט בּין איך ניט אימשטאַנד אַפילו אַ מיַיַל וועגס צו פאָרן“. ער האָט אים געוואונשן געזונט ווערן און איז אַוועקגע-. גאַנגען. איך שרייבּ דאָס ניט נאָכן סדר נאָך, איך האָבּ שוין פריהער געמעלדעט, אַז איך בּין ניט קיין געשיכטע-שרייבּער, נישט קיין געלערנטער, איך טו דאָס בּלויז פאַר אַן אָנדיינק מיַיַן פאַמיליע. דערפאַר אָבּער שרייבּ איך דאָ ניט קיין איין אומוואָר וואָרט. איך מוז דאָ דערמאָנען וועגן בּית-הקברות. איך האָבּ געלאָזט אַרומ- גראָבּן אַ זעהר טיפן גרובּן מיט אַ טיף וואַסער און געלאָזט מאַכן אַ היינג- בּריק. אָבּער איבּער ווינטער האָט מען אַוועקגעגנבעט דעם בריק. איך האָבּ צונויפגערופן אַלע אונזערע אידן און האָבּ זיי פירגעשטעלט די זאַך: מיר מוזן בּויען אַ הויז אויפן בּית-הקברות און עמיצער מוז דאָרט וואוינען. בּכן מוזן מיר מאַכן אַ חברה, יעדער וועט עפּעס מנדר וזיין לויט זיין גוטן ווילן, און ווייטער זאָל יעדער חברה-מאַן אַריינוואַרפן אַלע וואָך אַ שילינג 69


אין פּושקע. ר' קאָפּעל האָט זיך אונטערגענומען, ער קען אַ פּויער, וואָס מאַכט אַזוינע הייזער און האָט האָלץ דאַרויף. פון מיין הויז האָט מען מנדר געווען דאַרויף אַריבּער דרייסיג רייכסטאָלער. מ'האָט פאַרשריבּן אַלעמען, ווער וואָס האָט מנדר געווען. די פּושקע איז אויך אַרומגעגאַנגען אַלע וואָך, יעדער זאָל אַריינוואַרפן זיין שילינג. דערווייל שיקט נאָך מיר הערצאָג פרידריך, איך זאָל צו אים קומען. ווי איך בּין געקומען, זאָגט ער: „אייער זון איז קראַנק און קאָן מיט מיר ניט פאָרן, צי ווילט איר ניט מיטפאָרן? איר קאָנט האָבּן אַ גוט פאַר- דינסט, איר קאָנט מיטנעמען פאַרשיידענע סחורות: וויין אַלע סאָרטן, קאַווע, טיי, שאָקאָלאַד, בּראָנפן, צוקער, טאַבּאַק, עסיג און אַלץ, וואָס איר ווילט, אייער גאַלאַנטעריי-סחורה אויך. איר קריגט אויך אַ שיף פון אייערטוועגן, איר זאָלט ניט צאָלן קיינעם ביז מיר קומען קיין העלסינג- פאָרס“. זאָג איך, איך וועל זיך בּאַטראַכטן, אויבּ דאָס איז מיגליך, איז פאָר איך מיט, אָבּער אויף געוויס קאָן איך נאָך ניט זאָגן. איך בּין געגאַנגען אַהיים און גערעדט מיט מיין איידעם, אַז איך וויל פאָרן. אָבּער ר' אייזיק איז געוואָרן אויסער זיך: „ליבּער שווער, ווילט איר זיך שטעלן אין לעבּנס- געפאַר? איך קאָן דאָס ניט דערלאָזן, וואָרום מיר זיינען אַזוי אויך שטאַרק געאיינגט. אַלע אָפיצירן, וואָס זיינען אונז שולדיג, די גרויסע ווי די קליינע, צאָלן ניט. זיי ווייסן, אַז איצט האָבּן מיר אויף זיי קיין רעכט ניט. מיר זיינען שולדיג פערצען טויזנט טאָלער אויף בּריליאַנטן, און פיר טויזנט רייכסטאָלער אויף אַנדערע משכנות. ווי אַזוי וועלן מיר דאָ געלט קריגן? איך וואָלט משוגע געוואָרן, ווען איך זאָל דאָ בלייבּן אַליין, בּפרט אַז נתנאַל איז קראַנק“. איך האָבּ אים אַלץ געגעבּן צו פאַרשטיין כסדר. דאָ איז געוויס ניטאָ וואָס צו טון. דער גאַנצער הויף פאָרט אָפּ, ווער זשע וועט דאָ גאַלאַנטעריי קויפן? אָבּער אַז איך זאָל קויפן פאַר עטליכע טויזנט רייכסטאָלער שפּייזזאַכן און מיטנעמען פאַר פיר טויזנט רייכסטאָלער גאַלאַנטעריי (מיר האָבּן אַזוי פיל אין אונזער מאַגאַזין, וואָרום מיר האָבּן אָפּגעקויפט בּאַם בּאַראָן ליליענקראַנץ פאַר צוואַנציג טויזנט רייכסטאָלער זיין גאַנצן מאַגאַזין, און מיר האָבּן נאָך געהאַט די העלפט געוויס), און קיין פּאָרטאָ קאָסט אויך ניט, און אין פינלאַנד וועל איך דאָס געוויס אָפּזעצן, וואָרום די פינען קומען שטענדיג צו אונז אין קראָם, און מיר האָבּן דאָס גרעסטע לייזעכטס פון די פינען. נאָר טאָמער גליקט מיר ניט, זאָג איך אייך צו, אַז קיין צוויי חדשים וועל איך דאָרט ניט פאַרבּלייבּן, דערבּיי זיינען געווען: מיין פרוי, מיין טאָכטער. מיין זון און מיין שנור. אַלע זיינען געווען קעגן מיר, די פרויען האָבּן געוויינט אויך. דער זון איז געווען דער איינציגער, וואָס האָט געהאַלטן מיין צד. ער האָט 70


געזאָגט: „ליבּער פאָטער, לאָז זיך ניט פאַרפירן, דו בּיסט גערעכט. ווי נאָר איך וועל זיך פילן אַבּיסל בּעסער, קום איך דיר נאָך, וואָרום וואָס וועסטו דאָ טון, ווען די הערשאַפטן בּלייבּן דאָ ניט. די אָפיצירן קריגן איצט געלט אויסצוקליידן זיך און טאָפּלט געהאַלט, וועסטו געוויס אָפּזעצן, און אין פעלד בּאָרגט מען ניט, דו וועסט בּאַקומען בּאַרעס געלט“. ס'איז געבּליבּן איך זאָל פאָרן, אָבּער ניט אַליין, איך זאָל מיר קריגן אַ שותף, וואָס וועט נעמען די זאַך מיט מיר בשותפות. איך האָבּ געטאָן אַלץ, וואָס מיגליך איז, צו שאַפן זיך אַ שותף פון אונזערע היגע אידן, אָבּער קיינער האָט קיין קוראַזש ניט געהאַט. בּכן בּין איך געבּליבּן אַליין. איך האָבּ געהאַט אַ קראָם-בּאַדינער און צוויי אַנדערע בּאַדינער און האָבּ בּאַשלאָסן זיי מיטנעמען. איך האָבּ געקויפט פאַר עטליכע טויזנט טאָלער לעבּנס- מיטל, גענומען גאַלאַנטעריי-סחורה און פּאָרצעליי, האָבּ געקריגן פונם קאָמיסאַריאַט [אינטענדאַנטור] אַ שיף אומזיסט קיין העלסינגפאָרס. ווי איך בּין געקומען, זיינען די אַלע לעבּנסמיטל שטאַרק געשטיגן, דערהויפּט קאַווע און צוקער, און איך האָבּ געהאַט פיר טויזנט פונט קאַווע. מיר האָט דאָס געקאָסט צו עלף שילינג, און די סוחרים האָבּן געלייזט אין העלסינגפאָרס צו זעכצען שילינג. איך האָבּ פארקויפט די קאַווע צו פופצען שילינג. איך האָבּ געהאַט פאַרקויפט אַקענן אַ זאַק, און דאָ האָבּ איך געקרינן אַ בּאַפעל פונם מאַגיסטראַט, איך זאָל זיך ניט דערוועגן צו פאַרקויפן עפּעס פון מיין סחורה, אַנדערש וועלן זיי בּאַ מיר די גאַנצע סחורה צונעמען. איך האָבּ זיך געמוזט אָפּהאַלטן. אויף מאָרגן בּין איך געגאַנגען צום מיניסטער אָקסענשטערנאַ, וואָרום דער הערצאָג איז געווען אין סווע— אַבּאָרג. איך האָבּ דאָס אים אַלץ דערציילט. זאָגט ער: „איך וועל בּאַלד פאָרן צום קיניג אין פלאָט, וועט איר האָבּן תשובה“. דער שיפער, וואָס איז מיט מיר אַהערגעפאָרן, האָט געקריגן אַ בּאַפעל בּאַלד צוריק צו זעגלען קיון שטאָקהאָלם. נאָך מיטאָג אַרום 4 אַזייגער בּין איך פאַרבּייגעגאַנגען דעם סטאַט-סעקרעטאַר שרעדערהיימס וואוינונג. איך האָבּ ניט געוואוסט, אַז ער איז אויך דאָ. ער האָט מיך דערזעהן, האָט ער אָנגעקלאַפּט אין פענסטער, איך זאָל אַריינגיין. אַז איך בין אַריינגעקומען, זאָגט ער: „דאָ האָבּ איך געזאָלט אויספאַרטיגן אַ בּאַפעל פאַר אייך, אַז איר זאָלט פאָרן מיט אייער סחורה קיין לאָוויזאַ, וואָרום דאָרט בּלייבּט די הויפּטקוואַרטיר, און איר האָט דאָס רעכט צו האַנדלען אין גאַנץ פינלאַנד מיט וואָס פאַר אַ סחורות איר האָט“ איצט האָבּ איך ניט געוואוסט, ווי אַזוי קום איך מיט מיינע סחורות קיין לאָוויזאַ. איך בּין ווידער געגאַנגען צום מיניסטער אָקסענשטערנאַ און האָבּ אים געדאַנקט פאַר דער טובה. איך האָבּ זיך געקלאָגט פאַר אים, איך 71


וויים ניט, ווי אַזוי זאָל איך בּריינגען מיין סחורה קיין לאָוויזאַ, קיין פּאָסטפערד איז דאָ ניט צו קריגן, און פופציג פערד זיינען פאַר מיר ווייניג, וואָרום איך האָבּ געהאַט צוועלף גרויסע קאַסטנס פּאָרצעליי וואָס קוים זיך מיט זיי צו קערן, סיידן זיי איבּערפּאַקן אין קלענערע קאַסטנס. דאָם וואָלט מיר זעהר פיל אַרבּעט געקאָסט און דאָס פירן אויף וואָגנס וואָלט העלפט צעבּראָכן געוואָרן. ער האָט מיר אָבּער בּאַלד געגעבּן אַן אָרדער צו אַדמיראַל דע פריעס, ער זאָל מיר געבּן אַ שיף אומגעצאָלט קיין לאָוויזאַ. מיין סחורה איז דאָ געווען זעהר אָנגעלעגט, איך האָבּ דאָ אויך געקריגן בּעסער בּאַצאָלט. הערצאָג פרידריך האָט בּאַקומען אַ בּאַפעל צו מאַרשירן קיין לאָוויזאַ. ער איז אַהער געקומען און האָט געקויפט בּאַ מיר אַ פּערלזייגער מיט אַ פּערלקייט מיט בּרעלאָקן פאַר צוויי הונדערט רייכסטאָלער, אַ עמאַ- לירטע גאָלדענע שמעק-טאַבּאַק-פּושקע פאַר הונדערט פופציג רייכסטאָלער. צייט פערצען טאָג האָבּ איך שוין געשיקט אַהיים בּאַ פיר טויזנט רייכס- טאָלער און האָבּ געשריבּן, מיין איידעם זאָל מיר שיקן פאַר אייניגע טויזנט טאָלער לעבּנסמיטל. ער האָט דאָס מיר בּאַלד צוגעשיקט, און איך האָבּ דאָס גוט אָפּגעזעצט. איידער די דאָזיגע סחורה איז אָנגעקומען, האָבּ איך שוין ווידער געשיקט אַהיים דריי טויזנט רייכסטאָלער, אַזוי אַז מיין זון און מיין איידעם זיינען געווען צופרידן. איך האָבּ ווידער אויסגעשריבּן סחורה און מ'האָט זי מיר געשיקט אויך. אָבּער די רוסן זיינען אַריין מיט זייערע שיפן אין אַ שמאָלן דורכגאַנג, וואָס אונזערע שיפן פון שטאָקהאָלם קיין פינלאַנד אין די שכערן האָבּן דאָ געמוזט דורכגיין. בּכן זיינען די שיפן ניט דורכגעגאַנגען, זיי האָבּן זיך געמוזט צוריקקערן, האָבּן געזוכט אַן אַרומ- וועג און זיינען געקומען קיין אַבּאָ. ס'האָט גערויערט 2 חדשים, איידער איך האָבּ געקריגן צו וויסן, וואו איז מיין סחורה. ס'איז געווען אַ שווערער ווינטער, און איך האָבּ געמוזט לאָזן בּריינגען מיין גאַנצע סחורה פּער אַקס פון אַבּאָ קיין לאָוויזאַ. דערווייל איז אין דער אַרמיי געוואָרן אַ טומל. הערצאָג פרידריך האָט געקריגן אַ בּאַפעל צו פאָרן אַהיים קיין שטאָקהאָלם. דער קיניג איז אויך אָפּגעפאָרן פון דער אַרמיי קיין גאָטענבּורג. אין סעפּ- טעמבּער איז הערצאָג קאַרל געקומען קיין לאָוויזאַ. איך בּין אַרויפגעגאַנגען צו אים, וואָרום איך האָבּ אַליין ניט געוואוסט, וואָס זאָל איך טון. מ'האָט גערעדט פון אַזוינע געפערליכע זאַכן, און איינער פון די העכסטע אָפיצירן האָט מיר געראָטן אַהיים פאָרן. איך האָבּ זיך געלאָזט מעלדן בּאַ הערצאָג קאַרל. ער איז אַרויס צו מיר און פרענט מיך, וואָס איך וויל. זאָג איך, איך האָבּ אַ בּאַפעל פון קיניג צו בּלייבּן בּאַ דער הויפּטקוואַרטיר דאָ אין לאָוויזאַ. דער קיניג און הערצאָג פרידריך זיינען אַהיים געפאָרן, צי זאָל איך אויך פאָרן אַהיים? זאָגט ער: „זייט איר ניט געווען בּאַ געגעראַל קלינג- 72


שפּאָרן?“ זאָג איך: ניין. „איז גייט אַהין צו אים, דער קיניג האָט געלאָזט אַ בּאַפעל, ער זאָל אייך געבּן צו ליפערן, וואָס איר וועט בּאַגערן“. ער האָט מיך אויך געפרעגט, צי האָבּ איך בּאַ זיך גאַלאַנטעריי. אָ, יאָ, זאָג איך. איך האָבּ געמוזט גיין צו מיר אויף קוואַרטיר און בּריינגען די גאַלאַנטעריי. ער האָט בּאַ מיר געקויפט פאַר צוויי הונדערט רייכסטאָלער. איך בּין געגאַנגען צום געגעראַל קלינגשפּאָרן און זאָג: „הערצאָג קאַרל האָט מיר געזאָגט, איר האָט אַן אָרדער צו געבּן מיר ליפערונגען“. זאָגט ער: „אָ, יאָ, וואָס ווילט איר ליפערן?“ „זאָג איך, איך ווייס אַליין ניט, וואָס איר וואָלט געוואָלט האָבּן". זאָגט דער גענעראַל: "איך וועל זיך בּאַטראַכטן, איר וועט קריגן ענטפער". נאָכמיטאָג איז דער גענעראַל געקומען מיט נאָך אייניגע גענעראַלן צו מיר אויף קוואַרטיר. דער געגעראַל האָט מיך שוין לאַנג געקענט. זאָגט ער: „ליבּער אַהרון, איר קאָנט אונז טון אַ גרויסע טובה און איר זאָלט אויך דערפון האָבּן. אונזער אַרמיי האָט ניט קיין פריש פלייש, און דאָ אין פינלאַנד איז פיה זעהר וואָלוול. דאָ וואוינען צוויי קצבים, זיי האָבּן געליפערט פריש פלייש דעם לאַזאַרעט פאַר פאַרוואונדעטע און קראַנקע, אַקעגן צוואַנציג ליספונט אַ טאָג. איך האָבּ זיי געגעבּן אַן אַוואַנס. זיי גייען ניט אַרויס פון דער שטאָט, זיי קויפן נאָר דאָ אויפן מאַרק. ווען איך גיבּ זיי איין טאָג קיין אַוואַנס ניט, ליפערן זיי שוין ניט דעם אַנדערן טאָג. איך האָבּ מיט זיי אַן אָפּמאַך, איך צאָל זיי פיר און צוואַנציג שילינג דאָס ליספונט. אָבּער ווען איר נעמט זיך ליפערן פאַר דער גאַנצער אַרמיי, געמליך אַלע זעקס טאָג טויזנט ליספונט פריש פלייש, קריגט איר צו זעקס און צוואַנציג שילינג דאָס פונט“. איך האָבּ געהאַט אויסגעשריבּן פיר מענשן פון שטאָקהאָלם, וואָס האָבּן געזאָלט צו מיר קומען, וואָרום דאָ זיינען געווען אייניגע אידן אַלס מאַרקיטאַנטן, און יעדער געגעראַל האָט בּאַ זיין פּאָלק געוואָלט האָבּן אַן אייגענעם מאַרקיטאַנט. זאָג איך: „איך פאַרשטיי ניט דאָס פלייש-געשעפט, איך וואַרט אַלע שעה זאָלן צו מיר קומען אייניגע פון אונזערע לייט. צווישן זיי איז פאַראַן איינער, וואָס קען די זאַך. ווי נאָר ער וועט קומען, וועט איר האָבּן ענטפער“. מיינע לייט זיינען געקומען אויף מאָרגן. איך האָבּ זיי פירגעשטעלט די זאַך. איך האָבּ אָבּער שוין געקויפט אַן אָקם אויפן מאַרק צו מאַכן אַ פּראָבּע, איידער זיי זיינען געקומען. איך האָבּ זיי געוויזן דעם אָקם און געזאָגט, וואָס איך האָבּ פאַר אים בּאַצאָלט. דער קצב, וואָס איז דערבּיי געווען, האָט אים געשאַצט און געזאָגט, אַז דאָס ליספונט וועט קאָסטן ניט קיין סך טייערער פאַר אַכצען שילינג. ער האָט דעם אָקס געשאָכטן און ס'האָט זיך טאַקע אַזוי אַרויסגעשטעלט. איך האָבּ אַרויסגעשיקט אַ פאָר פון מיינע לייט אויף דעם לאַנד, איינער פון זיי איז שוין לאַנג בּאַ מיר געווען. ער האָט גוט גערעדט שוועדיש און איז געווען 73


אַ געבּוירענער פון לאָוויזאַ. איך פרעג אים, צי ווייסט ער, וואָס ס'טוט זיך אויף דעם לאַנד, איך וויל קויפן אַבּיסל פיה. זאָגט ער, אַז ער שאַפט מיר אין איין טאָג גוטע הונדערט שטיק. איך האָבּ מיט זיי מיטגעשיקט דעם דאָזיגן יונג. זיי האָבּן זיך אָנגעפרעגט אויף דעם לאַנד, אויף מאָרגן זיינען זיי צוריקגעקומען און האָבּן געזאָגט: ס'איז פאַראַן צו קריגן גענוג פיה און פאַר אַ גוטער פּרייז. האָבּ איך געמאַכט אַ קאָנטראַקט מיטן גענעראַל קלינגשפּאָרן; איך ליפער אים אַ חודש צייט פריש פלייש, אַלע זעקס טאָג צו טויזנט ליספונט. די ליפערונג זאָל זיך אָנהויבּן אין אַכט טאָג אַרום, וואָרום איך האָבּ ערשט בּאַדאַרפט בּויען אַ שעכטהויז. איך קריג אַן אַוואַנס טויזנט רייכסטאָלער, נאָך יעדער ליפערונג זאָל איך בּאַלד קריגן געלט, בּאַ דער לעצטער ליפערונג זאָל מיר אָפּגערעכנט ווערן דער אַוואַנס. איך האָבּ געמאָנט די טויזנט רייכסטאָלער. זאָגט ער: „איר וועט קרינן דאָס געלט, איך וואַרט אַלע מינוט געלט צו קריגן פון שטאָקהאָלם“. איך האָבּ אַרויסגעשיקט מיינע לייט, און זיי האָבּן איינגעקויפט הונדערט שטיק פיה. מ'האָט מיר געגעבּן זעקס סאָלדאַטן, וואָס זאָלן שעכטן און צעהאַקן דאָס פלייש פאַר יעדן פּאָלק בּאַזונדער, לויט די צעטלען פון די פּאָלק- קוואַרטירמייסטערס. מיט די דאָזיגע צעטלען בּין איך נאָכדעם געגאַנגען אין קאָמיסאַריאַט, דאָס איז געווען דאָרט, וואו געגעראַל קלינגשפּאָרן האָט געוואוינט. איך האָבּ געמאָנט געלט, אָבּער ער האָט געזאָגט, אַז ס'איז נאָך ניט אָנגעקומען. איך פלעג קריגן פון דערהיים צוגעשיקט אַלץ פרישע גאַלאַנטעריי-סחורה, כּמעט יעדע וואָך, נאָר מיין זון נתנאַל איז געשטאָרבּן, און ער האָט געהאַט זיין סחורה בּאַזונדער פאַר זיך, זיין פאַרמעגן און זיין פרויס נדן, בּכן האָבּ איך ניט געקאָנט קריגן אַזויפיל סחורה, וויפיל איך האָבּ אָפּגעזעצט, דאָך האָבּ איך קיין נויט אין געלט ניט געפילט. איך האָבּ געמאַכט נאָך אַ קאָנטראַקט מיט דעם געגעראַל אויף הונדערט טויזנט ליספונט היי און אויף הונדערט טויזנט ליספונט שטרוי, דאָס ליספונט היי צו פיר שילינג און שטרוי צו צוויי שילינג, און האָבּ געקרינן אַן אָרדער, אַז צו וואָס פאַר אַ מאַגאַזין איך קום, מוז דאָס דער קריגס-קאָמיסאַריאַט בּאַ מיר אָפּנעמען, כּדי איך זאָל קאָנען שיקן מיינע לייט אין אַזוינע ערטער, וואו ס'איז צו קרינן אַ סך היי. איך האָבּ צוגעשטעלט מיין היי און שטרוי דעם מאַגאַזין אין טאַוואַסטהוּס, אויך אין ה., וואָרום דאָ איז דאָס אַממייסטן געווען צו קרינן פאַר אַ גוטער פּרייז. איך האָבּ צוגעשטעלט פלייש אַ גאַנצן חודש און האָבּ קיין געלט ניט געקריגן. בּאַ דער לעצטער ליפערונג האָבּ איך זיך שטאַרק געשטעלט פאַר געלט. איך האָבּ געזאָגט דעם געגעראַל: „איר האָט מיר צוגעזאָגט אַן אַוואַנס טויזנט טאָלער און איר האָט מיר נאָך ניט בּאַצאָלט“. 74


די לעצטע ליפערונג האָבּ איך נאָך ניט אָפּגעגעבּן. „הער גענעראַל, — זאָג איך, — מער ליפער איך ניט, אויבּ איר בּאַצאָלט מיר ניט היינט“. איך בּין דערגאַנגען, אַז ער האָט געקרינן אַבּיסל געלט און מ'האָט דאָס געהאַלטן בּסוד, וואָרום די אָפיצירן האָבּן שוין זעקס וואָכן קיין געהאַלט ניט געקריגן, זיי זאָלן איצט עפּעס קריגן. דאָס בּין איך דערגאַנגען דורך אַ גוטן פריינט פּונם קאָמיסאַריאַט, האָט דאָס מיך שטאַרק פאַרדראָסן. ער זאָגט: „איך קאָן אייך קיין געלט ניט געבּן, ווען איך האָבּ נישט. איך קוק אַרויס אַלע טאָג אויף געלט פון שטאָקהאָלם“. איך זאָג: „האָט איר ניט געזאָלט קיין קאָנטראַקט מאַכן, וואָרום איך האָבּ זיך פאַרלאָזט אויפן קאָנטראַקט“. ער ווערט אויפגערעגט: „וואָס פאַר אַ ליפעראַנט זייט איר, האָט צו טון מיט אייער נישטיגער פאָדערונג, ליפערט אָפּ, אָדער ניט“. ער האָט געטופּעט מיט די פיס, איז געוואָרן שטאַרק בּייז און מיר געהייסן אַרויסגיין. זאָג איך: „געוויס וועל איך דאָ ניט בּלייבּן, אָבּער דאָס איז דאָך שיין: ווען איינער מאָנט זיינס, הייסט מען אים אַרויסגיין, שיין בּאַצאָלט!“ דערמיט בּין איך אַוועקגעגאַנגען. איך בּין נאָך קיין האַלבּע שעה אין דערהיים ניט געווען, אַז ס'קומט דעם געגעראַלס קאַמערדינער און בּריינגט אַ גרוס פונם געגעראַל: איך זאָל בּאַלד קומען צו אים. איך האָבּ געטראַכט, אַז דאָ קריג איך געלט. ווי איך בּין אַריין אין שטובּ, טראָגט ער מיר די האַנט אַנטקעגן און זאָגט: „ליבּער אַהרון, לאָמיר זיך אויסגלייכן. ווי נאָר איך קריג געלט, האָט איר דאָס. איר מוזט ליפערן נאָך אַ חודש“. וואָס האָבּ איך געזאָלט טון? איך האָבּ ווידער געמאַכט אַ קאָנטראַקט אויף אַ חודש. דעם גאַנצן חודש האָבּ איך ווייטער קיין געלט ניט געקריגן. ער האָט מיט מיר אַזוי גוט גערעדט, האָבּ איך זיך געלאָזט איבּערריידן און האָבּ געליפערט נאָך אַ דריטן חודש אויך. נו, זאָג איך, מער קאָן איך ניט ליפערן, איך האָבּ אָנגעקויפט אַ סך היי און שטרוי און פאַרטון אין דעם אַ סך געלט. זאָגט ער: „איך פאָר אין דריי טאָג אַרום קיין אַבּאָ און איך וועל לייען בּאַ דער שטאָטקאַסע הונדערט טויזנט טאָלער; איר קאָנט מיטפאָרן, וועט איר קריגן צען טויזנט טאָלער‟. איך בּין געווען צופרידן דערמיט. פון טאַוואַסטהוס און פון ה. האָבּ איך געקריגן בּריוו, אַז מיינע לייט האָבּן זיך צעריסן צווישן זיך און ווילן דאָרט צוזאַמען ניט בּלייבּן. איך האָבּ געהאַט דרייצען מענשן. איך האָבּ אַליין געמוזט פאָרן אַהין און מיטנעמען נאָך אַ מענשן, אַזוי אַז איך האָבּ ניט געקאָנט פאָרן מיטן גענעראַל. ס'איז געווען ניט ווייט פונם וועג, האָבּ איך אָפּגערעדט, אַז איך וועל זיין בּאַם גענעראַל אין אַבּאָ. צו דער אָפּגערעדטער צייט בּין איך געקומען צו אים, אָבּער די נסיעה איז געווען אומזיסט: דער גענעראַל האָט ניט געקריגן גאָרניט געליען. ער האָט געזאָגט, אַז ער פאָרט קיין טאַוואַסטהוס, וועט ער דאָרט קריגן געלט פון דער קאַנצעלאַריע- 75


קאַסע. איך בּין אַרויסגעפאָרן קיין טאַוואַסטהוס אַ טאָג פריהער, בּאַשטעלט פאַרן גענעראַל אַ קוואַרטיר בּאַם לאַנדמאַרשאַל ווילעבּראַנד. ער איז גע- קומען אַהער און בּאַטראַכט מיין היי-מאַגאַזין. ער איז געגאַנגען צום רענטמייסטער נאָך געלט, ער האָט געמיינט, אַז דאָ וועט ער טרעפן אַ שטאַרקע קאַסע, אָבּער אין דער קאַסע איז געווען ניט מער ווי פינף טויזנט רייכסטאָלער. דאָ האָבּ איך געקריגן טויזנט פינף הונדערט רייכסטאָלער. איך בּין צוריקגעפאָרן קיין לאָוויזאַ. דער גענעראַל האָט געזאָגט, מיר וועלן זיכער קריגן געלט פון שטאָקהאָלם, אָבּער קיין געלט האָבּן מיר ניט געטראָפן. בּאַ אַ סוחר האָט ער געליען צען טויזנט רייכסטאָלער, דערפון האָבּ איך געקריגן טויזנט טאָלער. דער גענעראַל האָט זיך ניט געוואוסט וואו אַהין צו טון פון די אַלע מענשן, וואָס ער איז שולדיג געווען. זאָגט ער: „איך מוז פאָרן צו אייניגע מאַגאַזינעס, איך קום אין דריי טאָג אַרום צוריק אַהיים“. אויף זיין שטעל האָט ער אַוועקגעזעצט דעם אויבּערלייטענאַנט בּאַראָן מונק און האָט געטרייסט אַלע בּעלי-חובות: בּאַראָן מונק וועט קריגן געלט, וועט ער בּאַצאָלן. אָבּער קיין געלט איז ניט אָנגעקומען. דער גענעראַל איז אויסן געווען פיר וואָכן, בּיז לסוף איז אָנגעקומען געלט פון שטאָקהאָלם. דאָס דאָזיגע געלט איז געווען רייכסגעלט [אַסיגנאַציעס]. מיר איז געקומען אַריבּער צוואַנציג טויזנט רייכסטאָלער, איך האָבּ געקרינן זעקס טויזנט רייכסטאָלער. איצט האָבּ איך ניט געוואָלט מער ליפערן קיין פריש פלייש, וואָרום פיה איז טייער געוואָרן, און אַריבּער צוואַנציג מייל אין דער געגנט איז דאָס שוין ניט געווען צו קריגן. ס'וואָלט מיר געקאָסט טייערער, איידער אין קאָנטראַקט בּאַ מיר איז געשטאַנען. חוץ דעם האָבּ איך געליפערט קאָרן, גערשטן, אַרבּעס, פוטער, חזירפעטס, פלייש — אַלץ, וואָס איך האָבּ געקאָנט אויפקויפן אויף דעם לאַנד. איך האָבּ אויך געהאַט אַ בּאַפעל פונם קאָמיסאַריאַט, אַז וואו איך אָדער מיינע לייט קומען צו'ן אַ מאַגאַזין און ווילן עפּעס אָפּליפערן, זאָל מען דאָס באַ אונז צונעמען און געבּן אַ קוויט דאַרויף. דער גענעראַל האָט מיך ניט געוואָלט אָפּלאָזן, איך האָבּ ווידער געמוזט מאַכן אַ קאָנטראַקט אויף 2 חדשים צו ליפערן פריש פלייש, צו צוויי און דרייסיג שילינג אַ ליספונט. איך האָבּ אויך ניט געקאָנט קריגן דאָס גאַנצע געלט בּאַם קאָמיסאַריאַט. איך האָבּ אָבּער שוין געהאַט אָפּגעזעצט אַזויפיל סחורה און בּריליאַנטן, אַז מיין איידעם איז געווען זעהר צופרידן, וואָרום מיר זיינען געווען בּיידע שותּפות. איך האָבּ געקרינן אַ בּריוו פון אונזער קהלה, צי וויל איך ניט בּויען אַ הויז אויפן בּית-הקברות אויף מיין אייגענעם חשבּון; אויבּ ניט, קאָנען זיי קריגן אַ פּלאַץ מיט אַ הויז פאַר ניינציג רייכסטאָלער, וועלן זיי דאָס קויפן. איך האָבּ זיי ניט געענטפערט, וואָרום איך האָבּ זיך אַ סך אויסגעבּראַכט און 76


האָבּ קיינמאָל גאָרניט געמאָנט בּאַ דער קהלה. איך האָבּ אויך געהאַט שריפטליך אַ תביעה צו דער קהלה, דאָס וואָס איך האָבּ אויסגעלעגט שכירות פאַרן רב וכדומה פאַר אַ סך יאָרן. דעריבּער האָבּ איך ניט געגלויבּט, זיי זאָלן בּאַגיין אַזאַ נבלה, בּפרט אַז מיר האָבּן שוין געהאַלטן דאָס בּית-הקברות אַריבּער צוואַנציג יאָר און געהאַט דאָרט אַ סך מתים. ווען זיי האָבּן געזעהן, אַז זיי קריגן פון מיר קיין תּשובה נישט, זיינען זיי גע- גאַנגען צו מיין איידעם מיט אַ גענאַר, זיי ווילן בּאַקומען דאָס געלט, די דרייסיג רייכסטאָלער, וואָס אונזער הויז האָט מנדר געווען צו בּויען אַ הויז אויפן בּית-עולם; אָפּגערעדט, אַז אויבּ איך קום אַהיים און בּין דערמיט ניט צופרידן, זאָל ער דאָס געלט צוריקקריגן. ער האָט זיך געלאָזט נאַרן און האָט זיי געגעבּן דאָס געלט. בּאַ דער אַרמיי האָבּן מיר שוין ניט געהאַט אַזאַ נויט אין געלט, וואָרום מיר האָבּן געקריגן רייכסגעלט. די קלענסטע אַסיגנאַציעס זיינען געווען צוויי רייכסטאָלער, אויך צוויי רייכסטאָלער און פיר און צוואַנציג שילינג, אויך דריי רייכסטאָלער, נאָכדעם איז שוין געגאַנגען גרויסע אַסיגנאַציעס. ס'איז אָבּער געווען אַ גרויסער דוחק אין קליינגעלט. איך האָבּ געקויפט אין בּאָרגאַ בּאַ אַ סוחר פון מיינעטוועגן פאַר צוויי רייכסטאָלער און זעכצען שילינג און האָבּ אים געגעבּן אַן אַסיגנאַציע פון צוויי רייכסטאָלער פיר און צוואַנציג שילינג. ער האָט מיר געזאָלט געבּן רעשט אַכט שילינג. זאָגט ער: „איך האָבּ ניט קיין קליין מינץ, איך האָבּ נאָר אַ צעטל פון אַכט שילינג“. דאָס איז געווען אַ געדרוקט צעטל און דאַרויף איז געשטאַנען: קעגן דעם דאָזיגן צעטל מיינעם צאָל איך, דער אונטערגעשריבּענער, אַכט שילינג, נאָמען און דאַטע, סוועאַבּאָרג; דער נאָמען אַן אומבּאַקאַנטער. זאָג איך, וואָס איז דאָס פאַר אַ מאַן, וואָס מאַכט אַזוינע צעטלען? זאָגט ער,דאָס איז אייגנטליך אַ בּעקער, זעהר אַ רייכער מאַן, איצט האָט ער אַ קאַפע מיט אַלערליי סחורות און לעבּנסמיטל. דער מאַן איז קאַראַנט. איך האָבּ גענומען דאָס צעטל, בּין געגאַנגען צום גענעראַל און זאָג אים: „דאָס דאָזיגע צעטל האָט געלאָזט דרוקן אַ בּעקער אין סוועאַבּאָרג, און לייט נעמען דאָס גערן. איר ווייסט, אַז ס'פעלט אויס קליינגעלט, און אַ סך סקאַנדאַלן זיינען שוין פירגעקומען מיט סאָלדאַטן, וואָס האָבּן ניט געקאָנט אויסבּייטן זייער געלט, זיי האָבּן געגעבּן זעכצען שילינג לאַזש אויף אַן אַסיגנאַציע פון דריי רייכסטאָלער. דרוקט אַזוינע צעטלען און חתמעט זיי, אָדער לאָזט דרוקן אייער נאָמען אין אַ דרוק“. זאָגט ער: „גייט צו קאַמערהער פאַנע- יעלם און זאָגט אים, ער זאָל הייסן דרוקן אַזוינע צעטלען מיט זיין חתימה“. איך בּין געגאַנגען צו אים, האָבּ אים בּאַוויזן דאָס צעטל און זאָג, דער גענע- ראַל האָט בּאַפוילן, ער זאָל הייסן דרוקן אַזוינע צעטלען מיט זיין חתימה.


זאָגט ער: „דאָס טו איך ניט, גערצן האָט דאָס דעם קאָפּ געקאָסט, קומט מיט מיר, מיר וועלן גיין צום געגעראַל, איך וועל אַליין מיט אים ריידן“. מיר זיינען געקומען צום געגעראַל, זאָגט ער צום געגעראַל: „פון מיין נאָמען טו איך דאָס געוויס נישט; אויבּ דאָס קאָן גיין אין נאָמען פונם קריגס- קאָמיסאַריאַט, איז קאָן מען מאַכן, אַז די דריי קרוינען זאָלן געדרוקט זיין צוזאַמען מיט דער קיניגליכער קרוין; דעמאָלט שטעל איך דאַרויף מיין נאָמען“. זאָגט דער גענעראַל: אַזוינס קאָן מען ניט טון אָהן דעם קיגינס הסכּם. ס'איז געבּליבּן, מ'זאָל שיקן אַ קוריער צום קיניג, צי בּאַוויליגט ער אַזוינס. אין עטליכע טאָג אַרום איז ער צוריקגעקומען: דער קיניג האָט בּאַוויליגט. דער גענעראַל האָט מיך געשיקט רופן און דערציילט מיר, אַז ס'איז בּאַוויליגט פונם קיניג, אָבּער וואו זאָלן מיר דרוקן די צעטלען; וואו נעמען מיר דעם שטעמפּל מיט דעם שוועדישן הערבּ, וואָס מ'מוז אויפדרוקן? דאַרפן מיר דערצו האָבּן אַ פּרעס. זאָג איך: אין אַבּאָ איז פאַראַן אַ דרוק, דאָרט איז פאַראַן אַ אוניווערסיטעט, דעם שטעמפּל וועל איך אַליין מאַכן און אַ פּרעס וועל איך בּאַשטעלן, איך האָבּ געאַרבּעט בּאַ מינץ-שלאָגן, קאָן איך דאָס. פרעגט ער מיך, צי וויל איך דאָס טון. זאָג איך: „בּאַשטעלט נאָר די צעטלען, און ווען זיי וועלן זיין אָפּגעדרוקט, וועל איך שוין בּאַזאָרגן דאָס איבּעריגע“. צייט דריי וואָכן איז אַלץ געווען אין אָרדענונג, ס'זיינען געווען אָפּגעדרוקט אַכט-שילינג-צעטלען. ווען ס'איז פאַרטיג געוואָרן הונדערט שטיק, האָט מען זיי מיר צוגעשיקט אַהיים. איך בין געגאַנגען צו די סוחרים און געזאָגט זיי: „איר קאָנט בּאַ מיר קריגן אַזוינע צעטלען, און ווען איר וועט אָנקלייבּן פאַר צוויי טאָלער, ד. ה. צוועלף שטיק, נעם איך זיי צוריק און גיבּ אייך אַן אַסיגנאַציע פון צוויי רייכסטאָלער“, וואָרום זיי האָבּן ניט געוואָלט גלויבּן, אַז מ'וועט זיי ווידער איינלייזן. איך האָבּ אָבּער דערפאַר ניט גענומען קיין אַנדער געלט, נאָר בּאַנקאָ- צעטלען. ס'איז געווען אַ חלוק אין אַכט פּראָצענט. זיי האָבּן ניט געקאָנט אַזויפיל דרוקן, און פאַנעיעלם האָט זיי געמוזט אונטערשרייבּן, ווען אַלע פלעגן זיי בּאַ מיר פאָדערן. ווען דער גענעראַל האָט געזעהן, אַז עס גייט דערמיט אַזוי גוט, האָט ער געהייסן דרוקן צוועלף-שילינג-צעטלען. איך פלעג אַלע טאָג זיין אין דער שטעמפּל-קאָנטאָר. ווען איך האָבּ געזעהן, אַז זיי מאַכן שוין צוועלף-שילינג-צעטלען, האָבּ איך זיך מער דערמיט ניט געוואָלט אָפּגעבּן. אַז מ'פלעג צו מיר קומען, פלענ איך אָפּשיקן אין דער שטעמפּל- קאָנטאָר. ס'האָט לאַנג ניט געווערט, האָבּן זיי שוין געדרוקט צען (זעכצען?) שילינג-צעטלען און צוואַנציג-שילינג-צעטלען און דערנאָך פיר און צוואַנציג-שילינג-צעטלען און אַזוי ווייטער, וואָס אַמאָל מיט פיר שילינג 78


העכער בּיז צוויי-רייכסטאָלער-צעטלען, אַזוי אַז דער גאַנצער אַרמיי האָט מען געצאָלט מיט אַזאַ געלט. ווער ס'האָט געהאַט אַ תּביעה צום קאָמיסאַ- ריאַט, האָט געקריגן בּאַצאָלט מיט „פאַנעיעלמער“, אַזאַ האָט דאָס געלט געהייסן. אין פינלאַנד פלעגן דאָס אַלע נעמען, אָבּער אין שטאָקהאָלם און אין גאַנץ שוועדן איז ניט געווען אויסצובּריינגען קיין איין צעטל; מ'האָט זיי ניט גענומען. מיט אַן אָנווער ווייניגסטנס פופצען פּראָצענט זיינען געווען אייניגע סוחרים, וואָס זיי האָבּן זיי גענומען, די, וואָס האָבּן געפירט געשעפטן אין פינלאַנד, וואָרום דאָ זיינען זיי געווען גילטיג אומעטום. דער קיניג איז געקומען ווידער אין דער הויפּטקוואַרטיר אין לאָוויזאַ. אונטער דער צייט, וואָס דער קיניג איז דאָ ניט געווען, זיינען אַ סך פּאָלקאָווניקעס און גענעראַלן אַרעסטירט געוואָרן און אָפּגעשיקט קיין שטאָק- האָלם. דער קיניג איז געפאָרן קיין העגפאָרס בּאַ סווענסקזונד, צוויי מייל פון פרידריכסהאַם — אַ רוסישע פעסטונג. איך האָבּ געקרינן אַ בּאַפעל צו קומען אין דער הויפּטקוואַרטיר. איך האָבּ געמוזט פאָרן קיין העגפאָרס מיט מיין רעזערוו-סחורה, אויך מיט דעם רינדפיה, וואָרום זיי האָבּן דאָרט גאָרניט געקאָנט קריגן, ס'איז געווען בּלויז אַ דאָרף. איך האָבּ אויך מיטגענומען לעבּנסמיטל. מיר האָבּן דאָ געלאַגערט פיר וואָכן. דער רוסישער שכערנפלאָט איז געשטאַנען אויף דער אַנדערער זייט סווענסקזונד, אונזער שכערנפלאָט איז געשטאַנען אין סווענסקזונד. די רוסן האָבּן אונז ניט געקאָנט אַטאַקירן, כאָטש זיי זיינען געווען שטאַרקער פאַר אונזער פלאָט. דער קיניג האָט געהייסן אַטאַקירן דעם רוסישן פלאָט, וואָרום ער האָט געזעהן בּעסערע אויסזיכטן. אָבּער דורך פאַרראָט האָבּן זיך די רוסן אַלצדינג דערוואוסט; מיט אַן אָוונט פריהער האָבּן זיי שוין געוואוסט, אַז מאָרגן וועט מען זיי אַטאַקירן און זיי האָבּן געוואוסט אַלע אונזערע אויס- רעכענונגען. מיר האָבּן פאַרלאָרן די שלאַכט, און דאָס לאַנד-חיל האָט אויך געמוזט אָפּטרעטן. איך האָבּ אויך געמוזט אָפּטרעטן און האָבּ דערבּיי אַ סך פאַרלאָרן. בּאַ דעם צוריקמאַרש האָבּ איך געטראָפן דעם קיניג אויפן לאַנדוועג מיט אייניגע פּאָלקן. ס'איז צוגעקומען גענעראַל טויבּע, וואָס איז געווען בּאַם קיניג. ווי ער האָט דערזעהן, אַז איך קריך אַראָפּ פון מיין וואָגן, זאָגט ער: „אייער פיה איז שוין דאָ פאַרבּייגעגאַנגען אַ שעה פריהער. דער קיניג האָט בּאַפוילן, די פּאָלקן זאָלן זיך פונאַנדעררוקן דורכצולאָזן אייער פיה“. אויף די דאָזיגע צוויי מייל בּין איך אויסגעשטאַנען אַ סך געפאַר. דאָ איז שוין די געפאַר ניט געווען אַזוי גרויס. מיר האָבּן נאָך געהאַט אַ מייל בּיז צו דער שוועדישער גרעניץ. לסוף צו אָוונט צו זיינען מיר ווידער געקומען צו אונזער גרעניץ. איך בּין געווען קראַנק פון די אַלע שרעקן און ערגערנישן, וואָרום דער צוריקמאַרש איז געווען זעהר געפערליך 79


און אַ סך זיינען געפאַלן פון בּיידע זייטן. איך האָבּ געמיינט, אַז איך וועל אומקומען אָדער געפאַנגען ווערן. אויף מאָרגן זיינען מיר געקומען קיין לאָוויזאַ. איך בּין געווען דריי טאָג קראַנק און האָבּ אַ סך פאַרלאָרן בּאַ דעם צוריקמאַרש. דער קיניג האָט דאָס געוואוסט. אין עטליכע טאָג אַרום האָט מען מיך געשיקט רופן צו אַ קיניגליכן סעקרעטאַר, דאָס איז געווען דעם קיניגס האַנטסעקרעטאַר. איך בּין געקומען, ער האָט מיך ניט געקענט, און איך אים אויך ניט. פרעגט ער מיר, צי איך הייס אַהרון איזאַק. זאָג איך: יאָ. זאָגט ער: „איך גראַטוליר אייך, דער קיניג האָט אייך בּאַגנעדיגט מיט אַן אַסעסאָר-טיטל, איך שיק דאָס קיין שטאָקהאָלם אין דער קאַנצע- לאַריע, מ'זאָל דאָס דאָרט פאַרטיג מאַכן. איר מוזט דערפאַר בּאַצאָלן זיבּעציג רייכסטאָלער, דאָס איז דערזעלבּער ראַנג, וואָס קאַפּיטאַן, און יענץ קאָסט אויך אַזויפיל“. פרעג איך, וויפיל געהאַלט וועל איך קריגן? זאָגט ער: „איר וועט ניט קריגן קיין געהאַלט. פאַרקערט, איר מוזט נאָך צוצאָלן אַזויפיל ווי אַ קאַפּיטאַן, דאָס קאָסט יערליך זעכציג רייכסטאָלער“. זאָנ איך: „אַ שיינעם דאַנק, אָבּער ווי פּאַסט דאָס, אַז איך שטיי אין מיין יאַטקע און איר קומט נאָך פלייש: „הער אַסעסאָר, אָט דאָ איז אַן אָנווייזונג אויף פלייש, גיט מיר צען ליספונט פלייש“. חוץ דעם, האָבּ איך שוין אַ טיטל „הויפ- ליפעראַנט' פונם גענעראַל און קאָמיסאַריאַט“. זאָנט דער קיניגליכער סעקרעטאַר: „איך מוז דאָס איבּערגעבּן“. איך בּין אַוועקגעגאַנגען. אַ סך אָפיצירן האָבּן מיר בּאַגעגנט און האָבּן מיר אָפּגעגעבּן מזל טוב, זיי האָבּן שוין געוואוסט פונם קיניגס חסד, אַז ער האָט מיר געגעבּן דעם טיטל אַסעסאָר. דער קיניג איז געפאָרן קיין בּאָרגאַ, איך בּין אויך אַהין געקומען. דאָס איז געווען אין פיר אָדער פינף וואָכן נאָך דעם, שיקט נאָך מיר דער סעקרעטאַר, איך זאָל צו אים קומען. איך בּין געקומען צו אים, זאָגט ער מיר: „אין לאָוויזאַ, ווען איר זייט געווען בּאַ מיר, האָבּ איך אַלץ איבּער- דערציילט דעם קיניג, וואָס איר האָט מיר געזאָגט, ער האָט דאַרויף האַרציג געלאַכט. איך האָבּ אים אויך געזאָגט, אַז דער גענעראַל און דער קאָמיסאַריאַט האָבּן אייך שוין בּאַטיטלט מיט ,הויפליפעראַנט“. ער האָט געזאָגט: „אַזאַ טיטל איז דאָ בּאַם הויף קיינמאָל ניט געווען, נאָר אַזויווי זיי האָבּן אים שוין אַזוי בּאַטיטלט, איז זאָל ער האָבּן אַזאַ טיטל מיט כּבוד און ווערדיגקייט'. דעם אייגענעם טאָג האָבּ איך געשיקט קיין שטאָקהאָלם, איצט איז דאָס שוין פאַרטיג“. ער האָט דאָס מיר פירגעלייענט. איך פרעג אים, וואָס קאָסט דאָס אָנשרייבּן? זאָגט ער: „דער קיניג האָט מיר געהייסן, אויבּ איר וועט ניט וועלן בּאַצאָלן דאָס שרייבּגעלט, זאָל איך דאָס בּאַצאָלן. איצט ווי איר ווילט, ס'קאָסט עלף רייכסטאָלער“. איך האָבּ בּאַצאָלט די עלף רייכסטאָלער, דאָם איז שוין געווען אָנהויבּ ווינטער.


פרילינג איז דער קיניג געפאָרן צום גרויסן פלאָט, און ער איז געווען אויסן דריי חדשים, ער האָט געמוזט אָפּציהען בּאַ אַ ים-שלאַכט. זיי זיינען ווידער געקומען קיין סווענסקזונד מיט זייער גאַנצן פלאָט. נאָך זיי איז אָבּער אָנגעקומען דער פּרינץ נאַסוי אויך. מ'האָט מיר גערופן צום גענעראַל קלינגשפּאָרן. זאָגט ער: דער גאַנצער פלאָט האָט דעם זומער קיין פריש פלייש ניט געקריגן. זיי מוזן קריגן פריש פלייש, אַנדערש קריגן זיי סקאָרבּוט, בּכן זאָל איך ליפערן אַ חודש. מיין קאָנטראַקט איז פריהער געווען אויף פערציג שילינג דאָס ליספונט, איצט האָט ער מיר געבּאָטן אַ רייכסטאָלער, און איך האָבּ שוין פריהער געדאַרפט טרייבּן מיין פיה פון עסטערבּאָטן זיבּעציג מייל וועג. ער האָט פאַרלאַנגט אַלע זעקס טאָג אַכצען הונדערט ליספונט. זאָג איך: קיין קאָנטראַקט קאָן איך ניט מאַכן, וואָרום איך וויים ניט, צי איך וועל אים קאָנען האַלטן, דערצו קאָן איך אָנהויבּן ערשט אין דריי וואָכן אַרום, איך וועל פון מיין זייט טון, וואָס איך קאָן. דאָס פלייש זאָל געליפערט ווערן אַ מייל פון סווענסקזונד. איך האָבּ בּאַלד געשיקט מענשן, זיי זאָלן מאַכן אַ שעכטהויז. איך האָבּ געקרינן אַ קוריערפּאַס, צוויי קוריערן און בּין געפאָרן מיט איינעם פון מיינע לייט, אַזוי אַז אין דריי טעג און נעכט זיינען מיר געווען אין וואַזאַ. איך האָבּ דאָ געטראָפן מיינע לייט, וואָס האָבּן שוין איינגעקויפט עטליכע הונדערט שטיק און האָבּן שוין בּאַשטעלט טרייבּערס. איך האָבּ געהאַט בּריוו צום לאַנדמאַרשאַל טאַנדע- פעלדט, ער זאָל מיר בּאַהילפיג זיין און מיר געבּן לענסמענער, זיי זאָלן צוריידן די פּויערים, זיי זאָלן מיר פאַרקויפן, ווייל עס איז נויטיג פאַר דער אַרמיי. איך האָבּ געהאַט בּאַ זיך פופצען טויזנט טאָלער, איך האָבּ דאָס געגעבּן מיינע לייט, און אין אייניגע טעג האָבּן מיר אויפגעקויפט נאָך הונדערט שטיק און געמאַכט נאָך אַ טראַנספּאָרט. די פריהערדיגע צוויי הונדערט האָט מען שוין אַוועקגעטריבּן. איך בּין אַוועקגעפאָרן. אונטערוועגס האָבּ איך געטראָפן מיין פיה און מיינע טרייבּערס שוין אויף העלפט וועג. איך בּין אַליין געבּליבּן מיט זיי, כּדי זיי זאָלן זיך ניט רוקן צו לאַנגזאַם. איך בּין געקומען אייניגע טעג פריהער אויפן אָרט, איידער איך האָבּ צוגעזאָגט. איך בּין געגאַנגען צום געגעראַל און זאָג: איך האָבּ שוין דאָ דריי הונדערט שטיק פיה. זאָגט ער: „מיר קריגן שלום“. איר קאָנט גלייך שעכטן אויף אַכצען הונדערט ליספונט פלייש, און דאַן וועט איר ווייטער קריגן אַ בּאַפעל. זיי האָבּן געהאַט אַ שלאַכט מיט פּרינץ נאַסוי, דער גאַנצער רוסישער פלאָט איז צעשלאָגן געוואָרן, און זיי האָבּן געמאַכט זעקס טויזנט מאַן געפאַנגענע און זעקס הונדערט אָפיצירן. איך האָבּ צוגעשטעלט די אַכצען הונדערט ליספונט פלייש, איך האָבּ געקרינן אַ בּאַפעל, איך זאָל קומען קיין סווענסקזונד צום גענעראַל קלינגשפּאָרן. ער איז געווען אויפן קיניגס שיף אַמפיאָן. 81


דאָ איז געווען דער גאַנצער גענעראַליטעט. דער גענעראַל האָט מיר געזאָגט: „איך קאָן אייך נאָך ניט זאָגן, ווי דאָס וועט זיין, מיר האָבּן געמאַכט שלום מיט די רוסן, דער שלום איז שוין אונטערגעשריבּן, מאָרגן וועט איר האָבּן ענטפער“. דעם אייגענעם טאָג איז ער אָפּגעפאָרן קיין בּאָרגאַ. אויף מאָרגן האָבּ איך געקרינן אַ בּאַפעל, אַז אין דריי טאָג זאָל איך אָפּרוימען די רוסישע גרעניץ; אַלץ, וואָס וועט ניט זיין אָפּגערוימט, וועלן די רוסן צו- נעמען. בּכן האָבּ איך געמוזט פאַרזאָרגן, אַז אַלץ זאָל זיין אָפּגערוימט קיין לאָוויזאַ, מיין פיה און אַלץ, וואָס איך האָבּ געהאַט. איך בּין געקומען קיין לאָוויזאַ. דער גענעראַל איז דאָ ניט געווען, ער איז געווען אין בּאָרגאַ. איך בּין אַריבּערגעפאָרן צו אים און זאָג: וואוהין זאָל איך איצט צושטעלן? זאָגט ער: דער פלאָט גייט זיך פונאַנדער אויף אַ סך ערטער. זאָג איך: „איר האָט דאָך אָבּער בּאַשטעלט אויף אַ גאַנצן חודש“. זאָגט ער: „איר האָט אָבּער ניט געוואָלט מאַכן קיין קאָנטראַקט מיטן קאָמיסאַריאַט, קאָן איך אייך ניט העלפן. איר קאָגט אַריבּערגיין מיט אַבּיסל פיה קיין העלסינגפאָרס, דאָרט שטייען נאָך עטליכע שיפן, אויך אין לאָוויזאַ אין לאַזאַרעט און דאָ אין לאַזאַרעט. די פּאָלקן קריגן מער קיין פלייש ניט“. דאָ העלפט ניט קיין ריידן און קיין בּעטן, איך האָבּ געהאַט אַ סך פיה און איך האָבּ דאָס געמוזט פאַרקויפן די בירגערס און די פּויערים, איך האָבּ ניט געקריגן דערפאַר די העלפט, וואָס מיר האָט געקאָסט, דאָס פיה איז געווען זעהר אָפּגעפאַלן פּונם גרויסן מאַרש און פון ווייניג עסן. ווען איך האָבּ געפיטערט אויף אַ לאָנקע, וואָס איך האָבּ געגעבּן פאַר איר פופציג רייכסטאָלער, איז זי אין צוויי טאָג שוין געווען אַזוי וויסט, אַזויווי ס'וואָלט דאַרויף גאָרניט געוואַקסן. איך האָבּ געהאַט אַ תּביעה צום קאָמי- סאַריאַט פערציג טויזנט רייכסטאָלער. דער קאָמיסאַריאַט איז געווען אין בּאָרגאַ, איך בּין אַהין אַריבּערגעפאָרן און האָבּ דערלאַנגט מיין רעכענונג. דאָ איז שוין געווען אויך בּאַ ניין טויזנט רייכסטאָלער, וואָס מיר איז געקומען פון יאָר 1788, וואָס דעמאָלט איז נאָך אָנגעגאַנגען בּאַנקאָ. דער קריגס- קאָמיסאַריאַט האָט מיר געוואָלט צאָלן מיט אָבּליגאַציעס, וואָרום זיי האָבּן געהאַט אַ קיניגליכן בּאַפעל, אַז אַלע, וואָס האָבּן תּביעות, אַלציינס אָפיצירן אָדער אַנדערע, זאָלן בּאַקומען אָנווייזונגען אויף שטאָקהאָלם, און דאָרטן זאָלן זיי קריגן אָבּליגאַציעס. אַזעלכע אָבּליגאַציעס האָבּן געהאַט אַ קורס פינף און צוואַנציג פּראָצענט ווייניגער פאַר רייכסגעלט. רייכסגעלט איז געשטאַנען צען פּראָצענט נידעריגער קעגן בּאַנקאָ. איך האָבּ דעריבּער ניט געוואָלט נעמען אַזאַ אָנווייזונג און בּין געלעגן אין בּאָרגאַ צען וואָכן און האָבּ אַרויס- געשטעלט שריפטליך קעגנטענות. לסוף האָבּ איך ניט געקאַנט גאָרניט פּועלן, מ'האָט מיך אָפּגעשיקט צום קיניג, ער קאָן מיר פאַרניטיגן, זיי אָבּער 82


קאָנען ניט אַנדערש, זיי מוזן זיך פירן לויט דעם קיניגליכן בּאַפעל. בּכן האָבּ איך געמוזט נעמען די אָנווייזונג פאַר מיין חוב, איך האָבּ דערבּיי פאַרלאָרן עלף טויזנט טאָלער אין דעם געלט. איך האָבּ זיך געטראַכט, דער קיניג וועט געוויס זיין מיט מיר גנעדיג און דאָס מיר פאַרגיטיגן. אַזוי בּין איך אָפּגעפאָרן אַהיים קיין שטאָקהאָלם. איך בּין אָפּגעווען דריי יאָר אין פינלאַנד. אונטער די גאַנצע דריי יאָר בּין איך איין מאָל געווען אין דערהיים. אָבּער וואָס פאַר אַן אומגליק האָבּ איך געטראָפן בּאַ מיין אַהיים קומען! מיין איינציגע געליבּטע טאָכטער, וואָס איך האָבּ זי האַרציג ליבּ געהאַט, וואָס זי איז מיר געווען איינגעבּאַקן אין האַרצן, וואָס איך האָבּ זיך אַזוי געפרייט, איך וועל זי זעהן, איז געווען געשטאָרבּן אייניגע טאָג פאַר דעם. איך האָבּ זיך ניט געקאָנט טרייסטן. אין שטובּ בּאַ זיך האָבּ איך געהאַט מיין שנור די אַלמנה, אַ יונג מענש פון 18 יאָר, מיין איידעם מיט זיין איינציג מיידעלע פינף יאָר אַלט. מיין טאָכטער האָט געלעבּט מיטן מאַן אַכט יאָר, זי איז אַלט געווען 23 יאָר, ווען זי איז גע- שטאָרבּן. מיין שנור האָט ניט געוואָלט פאָרן אַהיים צו איר פאָטער, ד. ה. מיין ברודער. איך האָב איר געזאָגט, — זי איז שוין געווען דריי יאָר אַן אַלמנה און האָט אַרויסגענומען עטליכע הונדערט טאָלער פון איר קאַפּיטאַל צו קליידן זיך, — איך האָבּ איר געזאָגט, אַז זי האָט בּאַ מיר געהאַט אומזיסט קעסט און דירה, אָבּער זי האָט שוין פאַרנוצט אונטער דער צייט בּאַ דריי הונדערט רייכסטאָלער, בּאַ איר פאָטער וואָלט זי דאָס ניט בּאַדאַרפט אויס- געבּן. אָבּער זי האָט געהאַט אַ שטיפמוטער, און יענע איז געווען צו שלעכט צו אירע שטיפקינדער. זאָגט זי: „ליבּער פעטער, איידער איך זאָל פאָרן אַהיים, איז ליבּער וועל איך זיך אַריינוואַרפן אין וואַסער אַריין“. איך האָבּ ליבּ געהאַט מיין בּרודערס קינדער אַזויווי מיינע אייגענע, און אַזויווי איך האָבּ מער קיין אייגענע קינדער שוין ניט געהאַט, בּלויז דאָס איינציגע אייניקל, האָבּ איך איר געזאָגט: „אויבּ דיר געפעלט אַזוי, מיין טאָכטער, איז בלייבּ בּאַ מיר. איך זעה אָבּער ניט, אַז דו זאָלסט דאָ קאָנען חתונה האָבּן, דאָ געפינט זיך פאַר דיר ניט קיין פּאַסיגער מאַן“. זי האָט געוויינט: „ליבער פעטער, פאַרשטויס מיך ניט, איך וויל אין מיין לעבן מער ניט חתונה האָבּן“. איך האָבּ דאָס אַלץ געשריבּן מיין בּרודער. אַקעגן אַ יאָר נאָך מיין טאָכטערס טויט זאָגט צו מיר מיין איידעם, צי קלערט ניט מיין שנור ווידער חתונה האָבּן, זי וועט דאָך ניט פאַרזיצן. ס'איז ניט געווען שווער זיך אָנצושטויסן, וואָס ער מיינט דערמיט. זאָג איך, איך האָבּ ניט געוואוסט, אַז ער וויל דאָס; זי איז געווען גאַנץ היפּש. ער האָט דאָס ניט געלייקנט. איך האָבּ איר געזאָגט, צי וויל זי ניט חתונה האָבּן פאַר מיין איידעם, אָבּער זי האָט מיר געגעבּן אַ העסליכן אָפּשלאָג. דאָם האָט 83


מיר זעהר פאַרדראָסן, וואָרום ער איז געווען אַ פיינער, בּאַשיידענער מאַן. זאָג איך צו מיין איידעם, ס'וועט דערפון גאָרניט ניט זיין. איך האָבּ ערנסט געשריבּן מיין בּרודער, ער זאָל אַהער קומען און אָפּנעמען זיין טאָכטער. איך האָבּ אים אויך געשריבּן, אַז זי האָט מיר אָפּגעזאָגט חתונה צו האָבּן פאַר מיין איידעם, בכן וואָלט געווען דאָס בּעסטע, ער זאָל אַהער קומען און זי אָפּנעמען. לסוף האָבּ איך געקריגן תשובה פון מיין בּרודער, אַז ער וועט קומען, ער האָט אָפּגעשטעלט אַ צייט, ווען ער פאָרט אַרויס פון דערהיים. ער איז אַהער. געקומען. ער האָט שטאַרק געהאַלטן פון מיין איידעם פון לאַנג שוין, ווען ער איז נאָך געווען אין שווערין. ער האָט גערעדט מיט זיין טאָכטער און האָט איר קלאָר געשטעלט די זאַך, קיין גרעסער גליק קאָן זי ניט האָבּן, ווי קריגן אַזאַ מאַן, וואָרום וואָס פאַר אַן אומגליק דאָס וואָלט געווען פאַר איר, ווען זי זאָל צוריקפאָרן קיין שווערין. זי האָט דאָס ניט געקאָנט אַקעגנטון איר פאָטער, און ס'איז געוואָרן אַ וואָרט. איר פאָטער איז דאָ פאָרבליבּן אַ שטיקל צייט, מ'האָט געמאַכט חתונה, און ער איז אָפּגעפאָרן אַהיים. אונזער קיניג איז געווען אין דראָטנינגהאָלם, און איך האָבּ ניט געהאַט קיין געלעגנהייט צו ריידן מיט אים. לסוף, איך האָבּ שוין געהאַט לאַנג פאַרטיג אַ שריפט צום קיניג, און אַזויווי איך האָבּ די גאַנצע צייט ניט געהאַט קיין געלעגנהייט מיט אים איינער אַליין צו ריידן, בּין איך אַרויסגעפאָרן קיין דראָטנינגהאָלם און האָבּ שטענדיג געלויערט אין גאָרטן בּיז איך האָבּ אים געטראָפן איינער אַליין. איך האָבּ אָנגעהויבּן צו אים ריידן און געבּעטן גנאָר. זאָגט ער: „וואָס איז אייער בּאַגער?“ זאָג איך: „אייער מאַיעסטעט, איר ווייסט וואויל, ווי געטריַיַ איך האָבּ געדינט די צייט פון קריג און ווי איך בּין בּאַצאָלט געוואָרן מיט גרויס שאָדן. מיין געלט איז געלעגן אין קאָמיסאַריאַט נאָך פונם יאָר 1788, ווען מיר האָבּן נאָך געהאַט בּאַנקאָ; איצט האָבּן זיי מיר בּאַצאָלט מיט אָבּליגאַציעס, איך פאַרליר דערבּיי העלפט. זיי האָבּן בּאַ מיר בּאַשטעלט פריש פלייש פאַרן פלאָט, און אַז איך האָבּ דאָס אויפגע- שאַפט, האָבּן זיי דאָס בּאַ מיר ניט גענומען און האָבּן געזאָגט: „מיר האָבּן שלום“. זאָגט ער: „יאָ, דאָס ווייס איך אַלץ, האָט איר ניט קיין שריפט?“ אָ, יאָ! און איך האָבּ אים געגעבּן די שריפט. איך זאָג: איך האָבּ בּאַ די צוריקמאַרשן צוויי מאָל שאָדן געהאַט, און האָבּ מיר קיין איין מאָל ניט געמעלדעט, מ'זאָל מיר פאַרגיטיגן. זאָגט ער: „אין עטליכע טאָג אַרום זאָלט איר זיך מעלדן צום שטאַטס-סעקרעטאַר אַקעזאָן, וועט איר קריגן ענטפער“. איך האָבּ אונטערטעניג געדאַנקט און בּין מיר אַוועקגעגאַנגען. אין אַכט טאָג אַרום קום איך צו אַקעזאָנען און זאָג: „דער קיניג האָט מיר אָנגעוויזן צו אייך. איך האָבּ איינגעגעבּן אַ שריפט און פון אייך זאָל איך קריגן ענטפער“. זאָגט ער: „איך וויים ניט פון קיין שריפט, דער 84


קיניג האָט מיר אויך גאָרניט ניט געזאָגט, איר קאָנט קומען אַהער אין פערצען טאָג אַרום, איך וועל ריידן מיטן קיניג“. דער דאָזיdער שטאַטס- סעקרעטאַר איז קיין פריינט מיר ניט געווען. אין פערצען טאָג אַרום בּין איך ווידער געקומען צו אים. זאָגט ער: „איך האָבּ געקרינן אייער שריפט, איך קאָן אייך קיין ענטפער ניט געבּן, ס'גייט ניט צו אַזוי גיך, דאָס מוז קומען פאַרן ראַט“. איך פרעג, ווען זאָל איך קומען נאָך אַמאָל. זאָגט ער: „דאָס קאָן איך ניט וויסן, ווען ס'וועט קומען פאַרן ראַט“. אין פערצען טאָג בּין איך ווידער געקומען צו אַקעזאָן און ווידער געקרינן דיזעלבּע תשובה. איך האָבּ געהערט פון אַנדערע גוטע פריינט, אַז מיין שריפט איז געווען פאַרן ראַט, און דער רוב האָט געזאָגט, אַז מ'דאַרף מיר פאַרגיטיגן, אָבּער אייניגע (ווער, האָט מען מיר ניט געוואָלט זאָגן) האָבּן געזאָגט, אַז אין דעם פלייש-צושטעלן בּין איך אַליין שולדיג. זיי זיינען דערגאַנגען אין קאָמיסאַריאַט, אַז איך האָבּ ניט געוואָלט מאַכן קיין קאָנט- ראַקט. מ'קאָן אים פאַרגיטיגן צוויי טויזנט טאָלער מיט אָבּליגאַציעס. איינער האָט געזאָגט, איך קאָן נאָך אויסשטיין דעם שאָדן, איך האָבּ גענוג פאַרדינט. אָבּער קיין שריפטליכן ענטפער האָבּ איך ניט געקריגן. איך בּין געגאַנגען צו מיין אַדוואָקאַט און האָבּ זיך ווייטער געמאַכט אַ שריפט, אָבּער אַלץ ניט געקריגן קיין ענטפער. איך האָבּ זיך געטרייסט, אַז איך וועל נאָך האָבּן די געלעגנהייט אַליין צו ריידן מיטן קיניג. דערווייל האָט גראַף מונק געשיקט נאָך מיר, איך זאָל צו אים קומען. איך האָבּ געזאָגט, אַז איך קאָן צו אים היינט ניט קומען. איך האָבּ מער מיט אים ניט געוואָלט האָבּן צו טון, ווייל ער האָט מיר דעמאָלט מיט דעם בריליאַנטנ- איינקויף אָנגעמאַכט אַ שאָדן ווייניגסטנס צען טויזנט טאָלער. דערצו איז ער ניט געווען מער קיין חשוב בּאַם קיניג, ער איז געווען אין אומגנאָד. עטליכע טאָג נאָך דעם האָט ער ווידער געשיקט נאָך מיר, איך זאָל צו אים קומען. איך בּין גראָד ניט געווען אין דערהיים, האָט מיין איידעם געזאָגט, אַז ווען איך וועל קומען אַהיים, וועל איך גיין צו אים. אַז איך בין געקומען אַהיים, זאָגט מיין איידעם, איך זאָל דאָך גיין צו אים. איך האָבּ ניט געוואָלט און זאָג צו אים, ער זאָל גיין. ער אין צו אים געגאַנגען, אָבּער יענער האָט געזאָגט, אַז איך מוז צו אים קומען. איך האָבּ זיך געלאָזט איבּערריידן און בּין אַוועקגעגאַנגען צו אים. זאָגט ער צו מיר: „איך האָבּ מיט אייך מיטלייד, איר האָט געליטן אַ סך שאָדן און ניט געקריגן קיין שום פאַרגי- טיגונג. ווער ס'דינט ערליך און געטריי, דעם באַצאָלט מען ניט, אַזוי גייט דאָס מיר אויך. איך וויל אייך צושאַרן אַ פאַרדינסט. איר ווייסט דאָך, אַז איך האָבּ מיינע גיטער אין פינלאַנד, און דאָס געלט, וואָס איך קריג פון דאָרטן, דאָס איז פאַנעיעלמס צעטלען, דאָ קאָן איך פון זיי ניט פטור ווערן 85


אָהן היזק. איך האָבּ דרייסיג טויזנט טאָלער פאַנעיעלמער, וואָס זאָל איך פאַרלירן אַקעגן רייכסגעלט, וויפיל פּראָצענט?“ זאָג איך, זומער זיינען זיי געווען געפאַלן אויף פופצען פּראָצענט, אָבּער איצט איז ווינטער, קומען קיין פינען ניט, וואָס האָבּן דאָ עפּעס צו פאַרקויפן, קריגן רייכסגעלט און בּייטן דערפאַר פאַנעיעלמער. אויבּ דאָס געלט זאָל אויסליגן בּיז זומער, ווייסט מען ניט, צי וועט דאָס ניט נאָך מער פאַלן, דאָס איז אַ שפּיל. דערצו האָבּ איך ניט אַזויפיל רייכסגעלט. אָבּער איך האָבּ צוואַנציג טויזנט טאָלער רייכסגעלט, דאָס איבּעריגע אין אָבּליגאַציעס, דאָס קאָן איך געבּן מיט היזק צוואַנציג פּראָצענט קעגן רייכסגעלט. זאָגט ער: אַז דערמיט וואָלט ער געווען צופרידן, אָבּער ער קאָן ניט פאַרלירן אויף די פאַנעיעלמער מער פאַר פופצען פּראָצענט. זאָג איך: אַז דאַרויף קאָן איך ניט איינגיין, זאָל ער זיך אָנפרעגן אויף דער בּערזע, ווי זיי שטייען. זאָגט ער: „איך וויל ניט, עמיצער זאָל וויסן, אַז איך בּייט זיי אויס, איך וויל ניט האָבּן קיין נאָמען פון קיין סוחר, דעריבּער וויל איך מיט אייך האַנדלען און איר מוזט שווייגן. איך הרגע אייך אַוועק, אויבּ איר וועט זאָגן, אַז איר האָט מיר אויס- געבּיטן פאַנעיעלמער“. מיר זיינען זיך ניט צונויפגעגאַנגען, פונם האַנדל איז גאָרניט געוואָרן, איך בּין געגאַנגען אַהיים. מיר האָבּן זיך מישב געווען אין דער זאַך, אַז מיר וואָלטן געקאָנט עפּעס פאַרדינען, ווען מיר זאָלן זיי קריגן מיט אַכצען פּראָצענט דאַרונטער און זאָלן פאָרן דערמיט קיין פינלאַנד און אויסבּייטן זיי אויף אָבּליגאַציעס. די אָבּליגאַציעס שטייען מיט פינף און צוואַנציג פּראָצענט נידעריגער פאַר רייכסגעלט און די פאַנעיעלמער מיט פופצען פּראָצענט נידעריגער. מיר האָבּן שוין געהאַט פריהער געקלערט פאָרן קיין לייפּציג, ס'איז בּאַ אונז געבּליבּן, אַז אונטער אַכצען פּראָצענט קאָנען מיר זיי ניט נעמען, אויבּ מיר ווילן עפּעס פאַרדינען, דערצו נאָך די מאַטערניש פאָרן אום ווינטער קיין פינלאַנד. אין עטליכע טאָג אַרום שיקט ער ווייטער נאָך מיר און בּאָט מיר זעכצען פּראָצענט, איך וויל נישט, לסוף בּאָט ער מיר זיבּעצען פּראָצענט. זאָג איך: „איך קאָן דאָס אַליין ניט טון, איר ווייסט, אַז מיין איידעם איז מיט מיר שותפות. איך וועל זיך מיט אים מישב זיין און אייך געבּן ענטפער“. איך בּין געגאַנגען אַהיים און איבּער- גערעדט מיט מיין איידעם. מיר האָבּן אים געקענט, ער איז געווען זעהר קאַרג, מיר האָבּן זיך געזאָגט: געוויס קאָן ער זיי ניט בּעסער אויסבּריינגען אין דער גאַנצער שטאָט, ווייניגער זאָלן מיר ניט נעמען, איינס פּראָצענט אויף דער סומע מאַכט אויס דריי הונדערט רייכסטאָלער. בּכן האָבּן מיר געשיקט דורך אונזער דינער אַ פאַרחתמעטן בּריוו: מיר קאָנען ניט נעמען ווייניגער ווי מיט אַכצען פּראָצענט דאַרונטער. דאָס דינגען זיך האָט גע- דויערט אודאי פערצען טאָג. לסוף זיינען מיר דורכגעקומען, ער האָט אונז 86


בּאַשטעלט אַן אָוונט. מיר זיינען געקומען צו אים, איך האָבּ בּאַ זיך געהאַט די סומע געלט. זאָגט ער: „איך האָבּ מיט אייך נעכטן אָפּגערעדט אויף דרייסיג טויזנט רייכסטאָלער, אָבּער איך האָבּ שוין אויף דריי טויזנט רייכסטאָלער אויסגעבּיטן בּאַם סוחר עקהאָלם צו זיבּעצען פּראָצענט דאַרונ- טער“. ער האָט מיר געוויזן אַ וועקסל אויף אַ חודש קרעדיט. זאָג איך, מיר וואָלט ניט אויסגעמאַכט, ער זאָל האָבּן אויסגעבּיטן נאָך מער. ס'זיינען געווען לויטער צוויי-טאָלער-צעטלען. מיר האָבּן אָנגעשטאָפּט פולע קעשענעס און נאָך אַ נאָזטיכל הינטער דעם פּעלץ, ער האָט אונז נאָך אַמאָל פאַרבּאָטן, מיר זאָלן ניט זאָגן, אַז מיר האָבּן אים אויסגעבּיטן. איך האָבּ זיך געגרייט צו פאָרן קיין אַבּאָ. איך האָבּ מיטגענומען איינעם פון מיינע דינסטמענשן, איך האָבּ אויך מיטגענומען פינף הונדערט שטיק דוקאַטן, וואָרום אין פינלאַנד קריגט מען פאַר זיי מיט עטליכע שילינג מער איידער דאָ. מיין בּאַדינער האָט אויך מיטגענומען פאַר עטליכע טויזנט רייכסטאָלער גאַלאַנטעריי-סחורה. מיר זיינען געפאָרן קיין אַבּאָ. איך האָבּ דאָרטן געהאַט עטליכע בּאַקאַנטע, אַ גאָלדשמיד, וואָס האָט בּאַ מיר שטענדיג גענומען דוקאַטן, אויך אַ גאַרבּער, וואָס האָט געקויפט בּאַ מיר רינדלעדער בּעֵתן קריג. איך האָבּ דאָרט אויך געהאַט אַ בּאַקאַנטן בּאַאַמטן פון קריגסקאָמיסאַריאַט. איך בּין געגאַנגען צו דעם גאָלדשמיד און האָבּ אים געפרעגט, צי דאַרף ער ניט קיין דוקאַטן. ער האָט מיר אויסגעבּיטן הונדערט שטיק. איך פרעג אים, צי וויל ער מיר ניט אויסבּייטן פאַנעיעלמער אונטער דער פּרייז. מיר זיינען דורכגעקומען פאַר עטליכע הונדערט רייכסטאָלער, און איך האָבּ בּאַ אים געקריגן רייכסגעלט. איך בּין געגאַנגען צום גאַרבּער, און יענער האָט מיר אויסגעבּיטן פאַנעיעלמער פאַר טויזנט פינף הונדערט רייכסטאָלער, האָבּ געקריגן בּאַ אים אַבּיסל בּאַנקאָ, אָבּליגאַציעס און רייכסגעלט. איך האָבּ געשיקט מיין בּאַדינער אין צוויי קליינע שטעטלאַך אַ פאָר מייל פון אַבּאָ; דאָרט האָבּן געוואוינט אַ סך מענשן, וואָס פלעגן שטענדיג קומען מיט האָלץ קיון שטאָקהאָלם. ער האָט היפּש אויסגעבּיטן און איז צוריקגעקומען. אין זיין אויסנזיין איז געקומען צו מיר דער גאָלדשמיד און זאָגט, ער האָט נאָך עטליכע הונדערט רייכסטאָלער, וואָס ער וויל אויסבּייטן. איך בּין געגאַנגען צו אים, מיר האָבּן זיך אויסגעגלייכט און איך האָבּ אים צוגעציילט די פאַנע- יעלמער. ער זאָגט: „האָט איר ניט קיין קליינע צעטלען, איצט זיינען זיי דאָ קנאַפּ פאַראַן. די צוויי-רייכסטאָלער-צעטלען זיינען שוין געווען אַזוי זעלטן, און איצט זעהט מען ניט קיין אַנדערע, נאָר די צוויי-רייכסטאָלער-צעטלען. דאָ קומען פאָר אַזוינע פאַלשקייטן, מ'האָט שוין דאָ אַריינגעזעצט לייט, וואָס האָבּן געמאַכט פאַלשע צוועלף-שילינג-צעטלען און צוויי-רייכסטאָלער-צעטלען. מ'קאָן ניט זיין גענוג אָפּגעהיט, דערצו קומט דאָס אויס זעהר חדושדיג, 87


וואָס מ'זעהט נאָר די צוויי-רייכסטאָלער-צעטלען“. זאָג איך: דאָ קאָן קיין פאַלשקייט ניט זיין, זיי זיינען אַלע דאָ געדרוקט בּאַ דעם היגן בּוכדרוקער, מ'קאָן בּאַ אים אָנפרעגן. איך האָבּ שוין דאָ געהאַט אויסגעבּיטן זיבּעצען טויזנט רייכסטאָלער, איך האָבּ שוין אויך געהאַט געשיקט פאַר זעקס טויזנט רייכסטאָלער אָבּליגאַציעס אַהיים צו מיין איידעם. ס'איז מיר געבּליבּן נאָך אַבּיסל אויסצובּריינגען און איך האָבּ שוין געקלערט פאָרן קיין לייפּציג. עטליכע טאָג נאָך דעם, ווי איך בּין געווען בּאַ בּאָרגסטרעם, — אַזוי האָט געהייסן דער גאָלדשמיד —, זיינען געקומען צו מיר דריי מאַן פון דער שטאַט- וואַך, אַן אונטעראָפיציר און אַ גרויסער המון. זיי זיינען האַסטיג אַריין, האָבּן פאַרחתמעט מיין קיפערט, האָבּן מיך אַרויסגעשלעפּט פון מיין צימער און האָבּן דאָס פאַרחתמעט, און איך האָבּ געמוזט מיט זיי מיטגיין אַלס אַרעסטירטער אין דער קאַנצעלאַריע. די גאַנצע שטאָט איז געווען אויף. איך האָבּ ניט געוואוסט וואָס, איך האָבּ זיך פירגעשטעלט: מיין בּאַדינער האָט פאַרקויפט עטליכע זאַכן אין שטאָט און האָט זיך ניט געמעלדעט אין קאַנצעלאַריע מיט זיין פּאַס, דעריבּער רופט מען מיך. איך בּין אַריין אין שלאָסקאַנצעלאַריע: זי איז פול געפּאַקט מיט מענשן. דער גאָלדשמיד איז דאָ געשטאַנען, דער לאַנדסעקרעטאַר און אַ נאָטאַריוס איז געזעסן. דער גאָלדשמיד פרעגט מיך, צי האָבּ איך מיט אים ניט געבּיטן, און וואָס האָבּן מיר אויסגעבּיטן. זאָג איך, איך האָבּ דאָ מיין טאַשנבּיכל, און האָבּ איבּערגעלייענט פון דאָרט, וואָס ער האָט געקריגן בּאַ מיר פון דוקאַטן און פאַנעיעלמער. ער האָט אויך געהאַט זיין רעכענונג, זאָגט ער, ס'איז ריכטיג. „האָט איר ניט געזאָגט, אַז איך מעג זיך אָנפרעגן בּאַם היגן בּוכדרוקער, צי די דאָזיגע צעטלען זיינען ריכטיג, ווייל קיין אַנדערע צעטלען, חוץ הי, זיינען ניט געדרוקט געווען?“ זאָג איך: יאָ! זאָגט ער: „דאָ שטייט דער הער מאַגיסטער — אַזאַ טיטל האָט געהאַט דער בּוכדרוקער, יענער זאָגט: אייערע צעטלען זיינען פאַלשע; גער האָט זיי ניט געדרוקט“. דערבּיי איז געשטאַנען נאָך אַ סעקרעטאַר, ער האָט געהייסן לונד. ער איז געווען אין דער שטעמפּלקאָנטאָר אין בּאָרגאַ, וואו מ'האָט געשטעמפּלט די אַכט-שילינג- צעטלען, וואָס איך האָבּ דאָס אויסגעריכט. דער דאָזיגער סעקרעטאַר האָט זיי אונטערגעשריבּן. מ'פרעגט אים, צי איז דאָס זיין אונטערשריפט. זאָגט ער, ס'זעהט אויס גוט נאָכגעמאַכט, אָבּער ס'איז פאַלש. אַהרון האָט געמאַכט די ערשטע, מסתמא האָט ער געמאַכט די לעצטע אויך. ס'איז מיך בּאַפאַלן אַזאַ שרעק, אַז איך בּין געפאַלן חלשות. לסוף האָט מען מיך אויפגעמונטערט, אויפגעהויבּן און אַוועקגעזעצט אויף אַ שטול. דער לאַנד— סעקרעטאַר איז געווען זעהר אַ לייטישער מענש, זאָגט ער צו מיר: „וואָס זייט איר אַזוי איבּערגעשראָקן, איר מוזט דאָס וויסן, בּאַ וועמען האָט איר זיי 88


גענומען“. איך בּין געקומען צו זיך און זאָג, איך וועל דאָס געוויס זאָגן, אָבּער דאָ זיינען צו פיל מענשן, וואָרום איך האָבּ זי געקריגן בּאַ אַ גרויסן מאַן. אין קאַנצעלאַריע זיינען געווען די אַלע, וואָס האָבּן בּאַ מיר געבּיטן. דער לאַנדסעקרעטאַר האָט זיי געבּעטן, זיי זאָלן אָפּטרעטן. זיי זיינען אַלע אָפּגעטרעטן, אָבּער דער פיסקאַל האָט ניט געוואָלט. ער זאָגט: „איך בּין דער אָנקלאָגער, איך דאַרף דאָס אויך וויסן“. אָבּער מ'האָט אים געהייסן זיך דערווייטערן. ס'איז געבּליבּן ניט מער ווי דער לאַנדסעקרעטאַר, דער נאָטאַריוס און איך. דער לאַנדסעקרעטאַר פרענט מיך, בּאַ וועמען האָבּ איך זיי גענומען, זאָג איך: בּאַם גראַף מונק. ער איז געבּליבּן שטיל און האָט געקוקט אויפן נאָטאַריוס אַ היפּשע וויילע. איך האָבּ זיך דאָס באַמערקט און קלער זיך, דאָ איז עפּעס. לסוף זאָגט ער: „ליבּער פריינט, איך האָבּ אייך קיינמאָל ניט געקענט, אָבּער איך האָבּ אַ סך פון אייך געהערט, אַז איר זייט דאָ געווען בּאַ דער אַרמיי און אַן ערליכער מאַן. האָט איר עדות, אַז איר האָט זיי בּאַ אים געקרינן?“ ניין, קיינער איז דערבּיי ניט געווען חוץ מיר און מיין איידעם. איך האָבּ מיט אים אָפּגעמאַכט אויף דרייסיג טויזנט טאָלער, און ווי איך בּין צו אים אויף מאָרגן געקומען אָפּנעמען דאָס געלט, האָט ער נאָר געהאַט זיבּן און צוואַנציג טויזנט טאָלער. ער האָט מיר געוויזן אַ וועקסל פונם סוחר עקהאָלם אויף אַ חודש. בּאַ אים האָט ער אויסגעבּיטן מיט אַ פּראָצענט וועלוועלער דריי טויזנט רייכסטאָלער, מער ווייס איך ניט צו זאָגן. דער נאָטאַריוס האָט דאָס אַלץ פאַרשריבּן אין פּראָטאָ- קאָל, נאָכדעם זאָגט ער: „מיין פריינט, אייער קיפערט, וואָס איר האָט, וועל איך הייסן אַהער אַרויפטראָגן, איר קאָנט דאַרויף אַרויפלייגן אייער שטעמפּל. איר וועט האָבּן הויז-אַרעסט מיט סאָלדאַטן“. מ'האָט אַריינגערופן דעם פיסקאַל. דער לאַנדסעקרעטאַר זאָגט צו אים, ער זאָל אַרויפבּריינגען מיינע זאַכן און מיר געבּן הויז-אַרעסט מיט סאָלדאַטן. זאָגט דער פיסקאַל: „איך וועל ניט געבּן קיין הויז-אַרעסט, ס'שטייט אין געזעץ, ווען מ'כאַפּט אייענם מיט פאַלש געלט, זאָל מען אים שמידן אין קייטן און שטאַרק היטן“. בּכן זאָל מען מיך אַריינזעצן אין קעלער אונטער דער קאַנצעלאַריע. זאָגט דער לאַנדסעקרעטאַר, ער זאָל אַזוי ניט האַנדלען, דער דאָזיגער מאַן איז ניט קיין גנב. ער אָבּער זאָגט, אַז ער פירט זיך לויט אונזער געזעץ. זאָנט דער לאַנדסעקרעטאַר: „גייט אַריין אַהין און גלייכט זיך אויס“. ס'איז געווען אַ בּאַזונדער קאַמער אין דער קאַנצעלאַריע. ווי מיר זיינען אַריינ- געגאַנגען, — איך האָבּ געהאַט דוקאַטן אין קעשענע, — האָבּ איך גענומען אַ האַנט פול און האָבּ דאָס אים אַריינגעשטעקט אין האַנט. ער האָט זיי ניט געציילט, איך האָבּ זיי אויך ניט געציילט. ער האָט מיר געדאַנקט, געדריקט די האַנט און זאָגט: „איך בּין אייער פריינט“. מיר זיינען צוריק 89


אַריינגעגאַנגען. דער לאַנדסעקרעטאַר פרענט, צי מיר האָבּן זיך שוין אויסגעגלייכט. זאָגט דער פיסקאַל: „איך גיי מיט אים אויף זיין קוואַרטיר, וויפיל סאָלדאַטן וואַך זאָל איך נעמען?“ זאָגט דער לאַנדסעקרעטאַר, גאַנץ גענוג צוויי מאַן. זאָגט דער פיסקאַל, מ'קאָן ניט וויסן, ס'איז מיגליך, אַז דער המון זאָל אים בּאַפאַלן, זיי ריידן אַזוי שלעכט, דער המון; בּעסער וועט מען נעמען פיר: צוויי פאַרן טויער און צוויי פאַר דער טיר. דער גאַנצער המון איז אונז נאָכגעגאַנגען, מיר זיינען געקומען צו דער קוואַרטיר, האָבּן זיי זיך אַלע געוואָלט אַריינרייסן. דער פיסקאַל האָט געמוזט בּריינגען נאָך צוויי מאַן וואַך. פון שרעק בּין איך קראַנק געוואָרן און געלעגט זיך צו בּעט. ס'איז געקומען צו מיר צו גיין מיין אַ גוטער פריינט, אַ קאַפּיטאַן, האָט מיטגעפילט מיין צער, ער זאָגט צו מיר: „ליבּער אַהרון, איר קאָנט זיך אויף מיר פאַרטרויען, איך שווער אייך. ס'קאָן מיגליך זיין, אַז איך זאָל אייך העלפן, זאָגט מיר נאָר דעם אמת, וואו האָט איר דאָס גענומען“. איך בּין געווען זיכער אין דעם מענשנס ערליכקייט און האָבּ אים דערציילט די גאַנצע געשיכטע. זאָגט ער: „דאָס איז גוט, מונק איז מיינער זעהר אַ גוטער פריינט, איך שיק צו אים בּאַלד אַ קוריער, ער זאָל אַהער שרייבּן, אַז מ'זאָל אייך אַרויסלאָזן, ער וועט ניט לייקענען. איר קאָנט שרייבּן אַ בּריוו צו אייער איידעם און ערגערט זיך ניט, ס'וועט אַלץ גוט זיין“. איך האָבּ בּאַלד אָנגעשריבּן אַ בּריוו צו מיין איידעם, דער קאַפּיטאַן האָט אַוועקגעשיקט אַ קוריער קיין שטאָקהאָלם. ס'איז געווען אַזאַ אויפלויף, אַז די סאָלדאַטן האָבּן געהאַט גענוג צו טון אָפּצוהאַלטן דאָס פאָלק. מ'האָט וועגן דעם געמעלדעט דעם בירגערמייסטער. דאָס איז געווען אַ בּראַווער מאַן. ער האָט געהייסן, מ'זאָל מיר געבּן אַ גוט אָרט אין ראַטהויז. מיין בּעל-הבּית, וואו איך האָבּ געוואוינט, האָט מיר אַרויפגעשיקט אַ גוט בּעט. איך בּין אָבּער געווען זעהר קראַנק, דריי טאָג האָבּ איך גאָרניט געגעסן, און דער פיסקאַל, אויך מיין בּאַדינער האָבּן געוואָלט נישט אַנדערש, איך זאָל שיקן נאָך אַ דאָקטאָר. איך האָבּ ניט געוואָלט קיין דאָקטאָר, איך האָבּ מוראַ געהאַט, זיי זאָלן ניט אָפּמאַכן מיטן דאָקטאָר, ער זאָל מיר עפּעס איינגעבּן צום שטאַרבּן. דער בּירגערמייסטער און די ראַטמענער זיינען אַלע אַריינגע- גאַנגען צו מיר און האָבּן מיך צוגערעדט, אָבּער איך האָבּ ניט געוואָלט הערן פון קיין דאָקטאָר, ס'איז צו מיר אַריינגעקומען איינער, גערעדט צו מיר אויף דייטש, ער האָט מיך געקענט, מיך אָנגערופן בּאַם נאָמען. „איר קענט מיך ניט? איר זייט געקומען קיין שטאָקהאָלם פּונקט, ווען איך בין געקומען. איך בּין געווען בּאַם כירורג לעמאַן און בּין זעהר אָפט געווען בּאַ אייך“. איך האָב אים דערקענט. ער זאָגט: „איך בּין דאָ פעלדשער אין פּאָלק, איך וועל אייך עפּעס פאַרשרייבּן; אויבּ איר וועט דאָס ניט אייננעמען, קאָנט איר 90


געפערליך קראַנק ווערן און שטאַרבּן“. זאָג איך: ס'איז דאָך אַלצאיינס, שטאַרבּן פון אַ קריינק אָדער פון אַ רעצעפּט. זאָגט ער: „מיינט איר בּאמת, אַז מ'וויל אייך פאַרסמן; איך וואָלט זיך קיינמאָל ניט געריכט, אַז איר זאָלט מיך האַלטן פאַר אַזאַ פאַרדאָרבּענעם מענשן, איך וועל אַליין פריהער אייננעמען אַבּיסל“. ער האָט מיר פאַרשריבּן אַ רעצעפּט, האָט דאָס מיר געבּראַכט און האָט דערפון אַליין איינגענומען. דער מענש האָט מיר אַ סך גוטס געטאָן, האָט מיר געהאָלפן צו מיין געזונט. איך האָבּ געהאַט אַ סך גוטע פריינט, וואָס פלעגן קומען צו מיר און טרייסטן. צו גראַף מונק איז געקומען דער קוריער מיט דעם בריוו צו מיין איידעם. ער האָט געשיקט רופן מיין איידעם, האָט אים אָפּגעגעבּן דעם בריוו און זאָגט, וואָס פאַר אַן אומגליק דאָס איז, וואָס איך בּין געפאָרן קיין אַבּאָ, „אָבּער איר וועט זעהן, אַז איך בּין ערליך, איך וועל זעהן אַרויסצונעמען אייער שווער“. ער איז געגאַנגען צו גענעראַל קלינגשפּאָרן —, דאָס איז געווען דער גובּער- נאַטאָר איבּער פינלאַנד —, און האָט אים מודה געווען, אַז ער האָט בּאַ מיר אויסגעבּיטן די פאַנעיעלמער; ער זאָל אַזוי גוט זיין און שרייבּן דעם מאַגיסטראַט אין אַבּאָ, זיי זאָלן מיך ניט בּאַליידיגן, איך בּין אַן ערליכער מאַן. דער בּירגערמייסטער האָט געקריגן דעם בריוו. ער אַליין איז צו מיר געקומען, דער בּירגערמייסטער, און פרעגט מיך, צי האָט ער מיך בּאַליי— דיגט. זאָג איך: „איר האָט מיר אַ סך גוטס געטאָן“. ער האָט מיר איבּערגעלייענט גענעראַל קלינגשפּאָרנס אַ בּריוו, זיי זאָלן מיך ניט האַלטן שטריינג, זיי זאָלן מיר מאַכן בּאַקוועמליכקייטן. איך בּין אַן ערליכער מאַן, ס'וועט זיך אַלץ בּאַווייזן צום סוף. "נו, — זאָגט דער בּירגערמייסטער, איך האָבּ אייך שוין נעכטן געזאָגט, אויבּ איר ווילט גיין ערגעץ, איז נעמט מיט אייך מיט אַ סאָלדאַט. מיר ווייסן שוין אַ סך“. וואָרום דער גראַף אויך אַזוינע פאַנעיעלמער, מ'זאָל דאָס אים אויסבּייטן אויף רייכסגעלט. אָבּער דער בּירגערמייסטער האָט דאָס מיר ניט דערציילט. ס'איז געקומען אַ סוחר פון לאָוויזאַ צו אַ סוחר קיין אַבּאָ, איינער פון די גרעסטע סוחרים. ער איז געווען אַ ראַטמאַן, ער האָט געהייסן טראַפּ. ער האָט געוואָלט בּאַ טראַפּן קויפן סחורה און איז איבּער נאַכט געווען בּאַ טראַפּן. דער האָט אים דערציילט, אַז מ'האָט מיך דאָ אַרעסטירט, איך האָבּ דאָ געבּיטן אַ סך פאַנעיעלמער, און אַלע פאַלשע. איך מוז נאָך דער- מאָנען, אַז דער לאַנדסעקרעטאַר, ווי דער פיסקאַל האָט אים געבּראַכט מיין קיפערט, האָט געזאָגט: „איך קאָן דעם דאָזיגן פּראָצעס ניט אָננעמען, איך מוז מאָרגן אָפּפאָרן וועגן קרוינגעשעפטן און קום צוריק אַהיים ניט פריהער 91


ווי אין פערצען טאָג אַרום. טראָגט אָפּ דעם קיפערט די קעמנערסראַטן, מאָרגן וועל איך אַהין אָפּשיקן דעם פּראָטאָקאָל אויך“. בּכן איז ווי נאָר איך בּין געזונט געוואָרן, האָבּ איך געמוזט אַלע טאָג גיין אַהין, האָבּן שוין אַלע געוואוסט, וואָס איך האָבּ געזאָגט אין דער שלאָסקאַנצעלאַריע. דער לאָוויזער סוחר זאָגט: „איך האָבּ אייערנעכטן געבּיטן בּאַם סוחר ענאָניוס דריי הונדערט רייכסטאָלער פאַנעיעלמער, ער האָט געקריגן פון דער פּאָסט אַ גרויסן פּאַקעט מיט פאַנעיעלמער, ס'קאָן זיין, אַז די זיינען אויך פאַלשע“. זאָגט טראַפּ: „לאָזט מיך אַ קוק טון“. האָט זיך אויסגעלאָזט, אַז דאָס זיינען טאַקע די אייגענע. טראַפּ איז געקומען צו מיר און דאָס אַלץ מיר דערציילט. דאָס איז געווען פאַר מיר אַ גרויסע טרייסט. ס'איז געווען אַן אַפּטייקער פון סענטמיכעל, ער איז געקומען קיין אַבּאָ בּאַלד ווי איך בּין אַרעסטירט געוואָרן. ווען איך בּין שוין געווען פיר וואָכן אַרעסטירט, איז דער אַפּטייקער ווידער געקומען קיין אַבּאָ און דערציילט, ס'איז געקומען צו אים אַן אָפיציר און האָט אים געפרעגט, צי וויל ער ניט בּייטן פאַנעיעלמער פאַר רייכסגעלט. זאָגט ער: „יאָ, דאָס קאָן איך טון, וויפיל האָט איר פאַנעיעלמער?“ זאָגט ער: „איך האָבּ פאַר דרייסיג טויזנט רייכסטאָלער“, זאָגט ער: „בּריינגט אַריין אייער קיפערט, מיר וועלן זעהן דורכקומען“. דער אַפּטייקער האָט אים געבּעטן, ער זאָל עפענען דעם קיפערט, ער האָט בּאַ אים געוואָלט בּייטן עטליכע טויזנט רייכסטאָלער, און אַז ער האָט זיך צו זיי צוגעקוקט, זיינען זיי אַלע געווען פאַלשע. ס'איז געווען נאָר אַ קליינער סימן, מ'זאָל דאָס דער- קענען. דער אַפּטייקער זאָגט צו אים; „מיין פריינט, די דאָזיגע צעטלען זיינען אַלע פאַלשע, איך קאָן זיי אייך ניט לאָזן, איך מוז זיי האָבּן בּאַ זיך, אַ איד זיצט אַרעסטירט אין אַבּאָ, ער האָט אויך געבּיטן אַזוינע פאַלשע צעטלען. אָבּער אַז איר וועט מיר אויסזאָגן דעם אמת, בּאַ וועמען איר האָט זיי געקריגן, וועל איך אייך ניט אומגליקליך מאַכן“. יענער זאָגט, ער האָט זיי בּאַקומען אויף קאָמיסיע פון גראַף מונק, ער זאָל זיי אויסבּייטן. זאָגט דער אַפּטייקער: „איך וועל אייך ניט אומגליקליך מאַכן, אָבּער מאַכט זיך אַליין ניט אומגליקליך און בּייט ניט אַזוינע פאַלשע געלטן“. זאָגט ער: „איך וועל קיין איין שטיק ניט בּייטן, איך פאָר בּאַלד צוריק קיין שטאָקהאָלם און גיבּ זיי צוריק אָפּ מונקען“. אַזוי האָט דער אַפּטייקער דערציילט, און איך האָבּ דאָס בּאַלד געקריגן צו וויסן; דאָס איז מיר געווען אַ גרויסע הילף צו מיין אומשולד. אָבּער מיין איידעם אין שטאָקהאָלם האָט דערפון גאָרניט געוואוסט, ער האָט נאָך אַלץ געמיינט, אַז מונק וועט דאָס לייקענען. דערצו נאָך בּין איך אין פינלאַנד, וואו גראַף מונק איז אַ געבּוירענער און האָט דאָ אַלע זיינע פריינט, דער אַמטהויפּטמאַן געהער אויך צו זיין פאַמיליע. אָבּער ער איז ניט געווען אין דערהיים, וואָרום ס'איז געווען רייכסטאָג אין געפלע. 92


מיין איידעם איז דעריבּער געפאָרן קיין געפלע צו ריידן וועגן מיר מיטן קיניג. ער האָט גערעדט מיטן קיניג, האָט אים פירגעשטעלט מיין אומגליק: אין אַבּאָ קען איך קיינעם ניט, און אַזאַ שווערער אַרעסט. דער קיניג האָט אים געטרייסט און געזאָגט: „איך וועל שיקן קיין אַבּאָ, פאָרט אַהיים“. ס'איז געווען זעהר אַ שווערער ווינטער, מיטן גלייכן וועג האָט מען קיין אַבּאָ ניט געקאָנט פאָרן איבּער די אָזערעס, נאָר מ'האָט געמוזט פאָרן פון צפון- זייט אַרום און אַרום; דאָס איז געווען בּאַ דריי הונדערט מייל. דער קיניג האָט געשיקט פון געפלע אַ פּאָלקאָווניק יעגערהאָרן און אַ בּאַפולמעכטיגן קיין אַבּאָ; זיי און דער יוסטיצקאַנצלער יעאָריוס אין אַבּאָ זאָלן דאָס זיין די קאָמיסיע, זיי זאַלן מיך פאַרהערן. זיי זיינען געווען דריי וואָכן אין וועג פון געפלע קיין אַבּאָ. כּמעט אַלע טאָג פלעגט מען מיך רופן צו די קעמנערס- ראַטן און אויספרעגן, אָבּער אַלץ קלייניגקייטן: וועמען איך האָבּ אויסגעבּיטן און וואָס האָבּ איך דערפאַר געקריגן. אָבּער דער עיקר איז געווען דאָס, וואָס איך האָבּ געזאָגט אין דער שלאָסקאַנצעלאַריע, האָבּ איך דאָ אויך אַנדערש ניט געקאָנט זאָגן. פון די צוויי שטעט, וואוהין איך האָבּ געשיקט מיין בּאַדינער, און ער האָט דאָרט אויסגעבּיטן עטליכע טויזנט רייכסטאָלער, איז מען אויך געקומען אַהער און מ'האָט זיך בּאַקלאָגט, זיי ווילן צוריק האָבּן זייער געלט. איך האָבּ געזאָגט: איך פאַרלאָז זיך אויפן געריכט, ווי זיי וועלן זאָגן, וואָרום געלט האָבּ איך געהאַט אין מיין קיפערט. איין אָוונט, איך בּין געזעסן אין מיין וואַכשטובּ, קומט צו מיר אַריין דער בּאַפולמעכטיגטער דיקמאַן פון שטאָקהאָלם און זאָגט מיר, מאָרגן צען אַזייגער זאָל איך קומען צום פּאָלקאָווניק יעגערהאָרן, דער קיניג האָט אים געשיקט פון געפלע אַהער. ער האָט מיר דערציילט פון מיין איידעם, אַז ער איז געווען בּאַם קיניג, און דער קיניג איז געווען זעהר גנעדיג און גערעדט מיט אים. צו מאָרגן איז דיקמאַן געקומען און האָט מיך גערופן. איך בּין אַריינגעקומען, איז געזעסן יעגערהאָרן און יוסטיצקאַנצלער יעאָריוס, וואָס איך האָבּ אים ניט געקענט. יעגערהאָרן זאָגט צו מיר: „הייסט איר אַהרון איזאַק?“ יאָ, זאָג איך. זאָגט ער: „איך האָבּ אַ גרוס צו אייך פון גוסטאַוו דעם דריטן. ער ווייסט, אַז איר זייט אַן ערליכער מאַן. דאָ האָט איר צוועלף פאַנעיעלמער צעטלען, זיי זיינען בּאַהעפט מיט אַ פאָדים, און דער קיניג האָט דאַרויף זיין שטעמפּל געלעגט. איז דאָס פון די צעטלען, וואָס איר האָט אויסגעבּיטן בּאַ מונקן?“ זאָג איך: יאָ! ער האָט מיך אָנגעהויבּן פאַרהערן. „איר האָט דאָך געמאַכט די שטעמפּלען צו די ערשטע פאַנעיעלמער דאַרפט איר דאָך דערקענען אייער אַרבּעט“. זאָג איך: ס'זיינען פאַראַן נאָך שטעמפּלקריצער, וואָס מאַכן דאָס אַזוי גוט, ווי איך. ער האָט גענומען אַ צעטל ניט קיין פאַלש און ווייזט מיר די שטעמפּלען איינס קעגן אַנדערן און זאָגט: „זיי זיינען בּיידע 93


גלייך, איר האָט זיי בּיידע געמאַכט, דאָס איז זיכער“. ער האָט מיר געשטעלט אַ סך פראַגן. דאָס האָט געדויערט איבּער צוויי שעה. לסוף זאָגט ער צום יוסטיצקאַנצלער: „וואָס זאָגט איר דאַרויף, ער וויל ניט מודה זיין, כּלומרשט האָט ער ניט געוואוסט, אַז דאָס זיינען געווען פאַלשע צעטלען?“ זאָגט דער יוסטיצקאַנצלער: „איך האָבּ שוין נעכטן געזעהן די אַקטן און מוז אָפן זאָגן, אַז איך קאָן אַהרון איזאַק ניט בּאַשולדיגן, אַז ער האָט געוואוסט, אַז דאָס איז פאַלשע צעטלען, וואָרום ווען ער זאָל דאָס האָבּן געוואוסט, וואָלט ער אַהער ניט געקומען, וואו אַלע אַנדערע צעטלען זיינען געווען געדרוקט און וואָלט ניט צוגערעדט, מ'זאָל זיך אָנפרעגן בּאַם היגן בּוכדרוקער“. יעגערהאָרן נעמט דאַן אַרויס אַ בּאַפעל פונם קיניג און לייענט: „דער איד אהרון איזאַק זאָל פאָרן קיין שטאָקהאָלם מיט דעם באַפולמעכטיגטן דיקמאַן, אָבּער דיקמאַן זאָל אים ניט הייסן, ווי אַזוי צו פאָרן, אַהרון איזאַק פאָרט לויט זיין בּאַדערפניש“. ער פרעגט מיך, ווען איך וויל פאָרן. זאָג איך, איך האָבּ דאָ נאָך אַ סך צו טון, איך וויל צוריק איינלייזן די צעטלען, וואָס איך האָבּ דאָ אין שטאָט אויסגעבּיטן אַזויפיל, וויפיל איך האָבּ בּאַ זיך רייכסגעלט. זאָגט יעגערהאָרן, דאָס קאָן איך טון, ווי איך וויל, קיינער קאָן מיר דאָ ניט שטערן, דער אָרדער איז פונם קיניג. „ווען איר וועט וועלן אַרויסגיין, קענט איר מיטגיין מיט דיקמאַנען“. דאָס איז געווען דאָנערש- טאָג. איך בּין אַרומגעגאַנגען און האָבּ צוריק געבּיטן די פאַנעיעלמער אַזויפיל, וויפיל איך האָבּ געהאַט רייכסגעלט. פרייטאָג אָוונט זיינען געקומען דריי קאָמיסאַריאַט-בּאַאַמטע קיין אַבּאָ און פרעגן מיך, צי איך בּין שוין פריי. זיי האָבּן געהערט, אַז איך בּין שוין אַרויס ריין, זיי ווילן מאָרגן פאָרן קיין שטאָקהאָלם, צי וויל איך ניט פאָרן מיט זיי? זאָג איך: ניין, מאָרגן איז שבּת, און צווייטנס פעלן מיר פינף טויזנט רייכסטאָלער, וואָס איך מוז אומקערן פאַר פאַנעיעלמער. דאָס האָבּן געהערט די לייט פון די צוויי קליינע שטעטלאַך, זאָגן זיי, ווען איך זאָג זיי צו, אַז זונטאָג פאָר איך מיט זיי, איז וואַרטן זיי אויף מיר. זאָג איך, איך קאָן פון דאַנען ניט אָפּפאָרן, איך מוז נאָך איינלייזן פאַנעיעלמער פאַר פינף טויזנט רייכסטאָלער און איך האָבּ ניט קיין רייכסגעלט. זאָגן זיי, אַז זיי וועלן דאָס שאַפן, איך זאָל זיי נאָר זאָגן, אַז זונטאָג פאָר איך מיט זיי. איך האָבּ זיי געמוזט געבּן אַ האַנט, אַז זונטאָג פאָר איך מיט זיי. זיי זיינען געגאַנגען אין ראַטהויז און האָבּן זיך געבּעטן געבּן די רעכענונג, וויפיל דאַרף איך נאָך איינלייזן פאַנעיעלמער, זיי ווילן האָבּן די רעכענונג און בּאַצאָלן דאָס געלט. זאָגט דער בּירגער- מייסטער, זיי קאָנען קריגן די רעכענונג און בּאַצאָלן, אָבּער די פאַנעיעלמער קריגן זיי ניט, זיי ווערן אַלע פאַרפּאַקט אין קיפערט און מ'שיקט זיי אָפּ מיט אהרון איזאַקן קיין שטאָקהאָלם, זיי וועלן פאַרחתמעט ווערן מיטן מלוכה- 94


שטעמפּל. זאָגן זיי, די פאַנעיעלמער דאַרף מען ניט. אָבּער איך האָבּ ניט געוואוסט, ווער האָט בּאַצאָלט דאָס געלט. זונטאָג אין דער פריה בּין איך זיך געגאַנגען געזעגענען מיט די אַלע מענשן, וואָס זיינען מיר בּאַקאַנט געוואָרן בּעת איך בּין געווען אַרעסטירט. קיין בּאַפולמעכטיגטער איז מיט מיר ניט געגאַנגען, נאָר איך און מיין בּאַדינער. מיר זיינען געקומען צו מיר קוואַרטיר. דער האַפן האָט זיך געשטעלט, אַזוי אַז מיר האָבּן געקאָנט פאָרן אין שליטנס. יעדער האָט געמוזט האָבּן צוויי שליטנס. ס'זיינען מיטגעפאָרן נאָך אייניגע פּאַרשוינען. מיר זיינען אָפּגעפאָרן. ווי מיר זיינען געקומען עטליכע מייל פון אַבּאָ אין אַ גאַסט-הויז, זיינען דאָ געשטאַנען אַ סך שליטנס. דאָ איז געווען אַ ראָטהער דער שטאַאַטסאויפזעהער, אַ פיסקאַל, אייניגע סוחרים. דער טיש איז געווען פול מיט קאַווע, שאָקאָלאַד, קוכן. ס'איז געווען אַקעגן עלף אַזייגער. דאָ האָבּן מיר געמוזט טרינקען קאַווע, שאָקאָלאַד, נאָכדעם האָט מען זיך גענומען צו בּראָנפן, וויין, פּונש. דאָס האָט געדויערט בּיז אַזייגער דריי. אַלע זיינען געווען מלא, נאָר איך בּין געווען בּאַם פאַרשטאַנד. איך פרעג דעם בעל-הבּית, צי דאַרף איך בּאַצאָלן מיט דער געזעלשאַפט. ניין, ניין, ס'איז שוין אַלץ בּאַצאָלט. די הערן פון אַבּאָ האָבּן שוין נעכטן אַהער אַלץ געשיקט צו מכבּד זיין דערמיט די הערן. נו, האָבּן מיר זיך צעזעגנט; ווער ס'האָט געוויינט, ווער ס'האָט געלאַכט, אָבּער אַלע זיינען געווען מלא, מיר זיינען אַוועקגעפאָרן. איך פרעג די קאָמי- סאַריאַטלייט, ווער האָט געצאָלט. זיי האָבּן מיר ניט געוואָלט זאָגן. זיי זאָגן: אין שטאָקהאָלם וועל איך זיך דאָס דערוויסן. אין שטאָקהאָלם בּין איך דאָס אויך ניט דערגאַנגען. דאָ זיינען זיי געווען גוטע דריי וואָכן, און איידער זיי זיינען אָפּגעפאָרן, זיינען זיי זיך געקומען געזעגענען און האָבּן געהאַלטן די רעכענונג, האָבּ איך בּאַצאָלט. אָבּער ווי מיר זיינען געקומען קיין שטאָקהאָלם מיט די דריי קאָמיסאַריאַט- לייט מיט זייערע בּאַדינער, האָבּן אונז אַלע נאָכגעקוקט. דיקמאַן האָט געזאָגט, איך מוז מיט אים גיין אין פּאָליציי, וואָרום ער האָט ניט געהאַט קיין אָרדער, אַז איך מעג בּלייבּן אין דערהיים, ער דאַרף ערשט האָבּן אַן אָרדער פון פּאָליציי וועגן די פאַנעיעלמער, וואו זאָלן זיי בּלייבּן. מיר זיינען געפאָרן אין פּאָליציי. מיר זיינען דורכגעפאָרן גראַף מונקס הויז. ווען איך בּין געקומען אין פּאָליציי, זאָגט דער פּאָליצמייסטער: „איך קאָן אייך ניט אָפּלאָזן אַהיים, איך האָבּ קיין בּאַפעל ניט, איך ווייס אויך ניט, וואוהין זאָל איך אַהינטון דאָס געלט און די אַקטן. איך וועל הייסן, אַז איר זאָלט בּלייבּן אין פיסקאַלקאַמער בּיז איך וועל קריגן אַ בּאַפעל. שיקט אַהיים און זאָלן צו אייך קומען אייער פרוי און אייער איידעם“. אַזוי ווי מיר זיינען


אַזוי געשטאַנען, קומט אַריין גראַף מונקס בּאַדינער מיט אַ פאַרחתמעט פּאַפּיר, אינעווייניג זיינען געלעגן זעקס פאַנעיעלמער. ער האָט געשריבּן דעם פּאָליצמייסטער: „אַזוי ווי איך האָבּ געהערט, אַז אַהרון איזאַק איז אָנגעקומען אַהער אַלס אַרעסטאַנט, שיק איך אייך דאָ זעקס צעטלען, אויבּ זיינע צעטלען זיינען אויך אַזוינע, בּעט איך אַרויסלאָזן אַהרון איזאַקן, ער האָט זיי מיר אויסגעבּיטן פאַר זיבּן און צוואַנציג טויזנט רייכסטאָלער“. נו, זאָג איך, איצט קאָן איך שוין אַהיים גיין. זאָגט ער: „איך מוז וועגן אייך פריהער מעלדן בּאַ דעם ריקסדראָט, איך וועל זעהן ווי ווייט מיגליך, אַז איר זאָלט נאָך היינט קאָנען גיין אַהיים“. ער איז צוריקגעקומען און זאָגט, ער קאָן מיר נאָך קיין ענטפער ניט געבּן, ער מוז פריהער ריידן וועגן דעם מיטן קיניג און אים ווייזן גראַף מונקס פּאַפּיר. מאָרגן צען אַזייגער קריגט ער ענטפער. איבּער נאַכט זאָל איך בּלייבּן אין פּאָליציי. מיינע לייט האָבּן מיר געבּראַכט אַ בּעט. צומאָרגנס צען אַזייגער איז דער פּאָליצמייסטער ווידער אַוועק. אַרום צוועלף אַזייגער איז ער צוריקגעקומען, האָט געבּראַכט אַן אָרדער, אַז איך קאָן גיין אַהיים, אָבּער אַ פּאָליצייבּאַדינער זאָל בּאַ מיר בּלייבּן, בּיז מונק וועט קומען מיט מיר פאַרן געריכט. ער דאַרף דאָס זאָגן פאַרן געריכט און מאָרגן טוט ער דאָס. אויף מאָרגן בין איך מיט אַן אויפזעהער געגאַנגען אין געריכט, אָבּער גראַף מונק איז אַליין ניט געקומען. ער האָט געשיקט אַ פאָרשטייער, ער האָט געהייסן אָלאָף האָלם. ער האָט געהאַט זעקס אַזוינע צעטלען און האָט געשריבּן דאָסזעלבּע, וואָס ער האָט געשריבּן דעם פּאָליצמייסטער. אָבּער אין געריכט האָט מען געזאָגט: גראַף מונק מוז אַליין קומען און אויסגעפרעגט ווערן, וואו האָט ער געקריגן די צעטלען. מ'האָט אונז געהייסן קומען מאָרגן. איך בּין געגאַנגען אַהיים און האָבּ געקרינן אַ פאָליצייבּאַדינער פאַר אַ שומר. דער שומר האָט זיך געקלאָגט, ער קאָן איינער אַליין די וואַך בּאַ מיר ניט האַלטן, בּאַ מיר אין וואוינונג זיינען פאַראַן צו פיל טירן און צוויי טרעפּ. האָבּ איך געקרינן צוויי סאָלדאַטן, צו איינעם אויף יעדער טיר, וואָס גייט אַרויס אויף טרעפּ. אויף מאָרגן זיינען מיר ווידער געגאַנגען אין געריכט, אָבּער גראַף מונק איז ווידער ניט געקומען. ער האָט ווידער געשיקט זיין פאַרטרעטער אָלאָף האָלם און יענער האָט געזאָגט, אַז צו אים איז געקומען אַ פינישער סוחר און האָט אים פירגעלעגט אויסבּייטן דרייסיג טויזנט פאַנעיעלמער, האָט ער זיי אים אויסגעבּיטן. אָבּער זיי האָבּן געזאָגט, מיר קאָנען אַנדערש ניט, דער גראַף אַליין מוז קומען מאָנטאָג. דעמזעלבּן אָוונט האָט מען, ליידער, דערשאָסן דעם קיניג אין מאַסקאַראַד. מאָנטאָג זיינען מיר ווידער געקומען אין געריכט, אָבּער דער גראַף איז אַלץ ניט געקומען, נאָר זיין פאַרטרעטער. ס'איז אויך געקומען אַן אַדוואָקאַט פיסקאַל, וואָס האָט אויך געזאָלט מיטפאָרשן 96


די זאַך. ער האָט מיך געפרעגט אייניגע פראַגעס, ער האָט געהאַט פאַר זיך די פּראָטאָקאָלן און האָט מיך געפרעגט, ווי אַזוי בּין איך געקומען צו אים בּייטן. אָלאָף האָלם האָט אויך ניט געלייקנט. אָבּער דערפון איז גאָר- ניט געוואָרן. מאָרגן זאָלן מיר ווידער קומען און דער גראַף זאָל אויך קומען. מיר זיינען געקומען, דער גראַף איז ווידער ניטאָ. זאָג איך צום קאַמער- פּרעזעס: „איר האַלט מיך פאַר אַ פאַרבּרעכער און איר האָט אַוועקגע-. שטעלט צוויי סאָלדאַטן אין מיין וואוינונג. איך וויל מער די וואַך ניט האָבּן בּאַ זיך, איר קאָנט מיך דאָ האַלטן אַרעסטירט אין ראַטהויז. איך גיי מער ניט אַהיים, איך וויל דאָ האָבּן מיין אַרעסט“. זאָגט דער אַדוואָקאַט פיסקאַל: „מיר האָבּן ניט קיין בּאַפעל אייך האַלטן אַרעסטירט דאָ“. זאָג איך: „איר מעגט טון וואָס איר ווילט, מיט גוטן גיי איך ניט אַהיים, סיידן איר וועט מיר נויטן מיט גוואַלד“. זיי האָבּן מיר געהייסן אַרויסגיין אויף עטליכע מינוט, האָבּן מיך צוריק אַריינגערופן און זאָגן, זיי וועלן גיין אין הויפ- געריכט און אָנפרעגן, ווי זאָלן זיי זיך האַלטן. דער קאַמערפּרעזעס און דער אַדוואָקאַט פיסקאַל זיינען געגאַנגען אין הויפגעריכט, אין עטליכע שעה אַרום זיינען זיי צוריק געקומען און פרעגן מיך, צי וועל איך צופרידן זיין, אויבּ איך וועל האָבּן בּאַ זיך אַן אויפזעהער, קיין חרפה איז דאָס ניט, און לאַנג וועט דאָס ניט געדויערן אויך. זאָג איך: דערמיט בּין איך צופרידן. ס'איז ווידער דערפון גאָרניט געוואָרן, אין צוויי טאָג אַרום האָט מען אונז ווידער געשיקט רופן. לסוף האָט דער געריכט געפּסקעט, אַז דער גראַף זאָל מיר בּאַצאָלן פאַר מיינע פאַנעיעלמער, דאָס איז געווען אַקענן אַכצען טויזנט טאָלער, וואָס זיינען געווען אין געריכט, אָבּער וואָס איך האָבּ אויסגעבּיטן דאָ אין שטאָקהאָלם. דאַרויף זאָגט אָלאָף האָלם, אַז די דאָזיגע האָט ער שוין איינגעלייזט, מיט די דאָזיגע צעטלען האָבּ איך ניט געהאַט צו טון; ווי נאָר די לייט, וואָס איך האָבּ בּאַ זיי אויסגעבּיטן, האָבּן דערהערט, אַז איך בּין אַרעסטירט אין אַבּאָ, האָבּן זיי אָנגעקלאָגט מיין איידעם, האָט זיי אָלאָף האָלם איינגעלייזט. מיר אָבּער מוזן בּאַצאָלן די אומקאָסטן. איך האָבּ מיר אָבּער אַלץ געלאָזט געפעלן, אַבּי נאָר פּטור צו ווערן פונם פּראָצעס. דער קיניג איז געשטאָרבּן פון דער וואונד נאָך דעם, ווי ער איז געלעגן דרייצען טאָג קראַנק. איך בּין נאָך אַלץ געווען אין הויזאַרעסט. בּאַלד ווי דער קיניג איז געשטאָרבּן האָט מען מיך בּאַפרייט פון דעם הויזאַרעסט. דער פאָרשטייער אָלאָף האָלם האָט געזאָגט, איך זאָל קריגן מיין געלט, מ'זאָל איבּערציילן אין געריכט די פאַנעיעלמער, וואָס ליגן אין מיין קיפערט. מ'האָט אונז געהייסן קומען אין עטליכע טאָג אַרום, וועט אַלצדינג רעכט ווערן. מיין רעכענונג איז שוין געלעגן לאַנג אין קיפערט נאָך פון אַבּאָ אָן. מיר זיינען געקומען אין געריכט, זאָגט מען מיר, איך זאָל גיין צום גראַף, וועל 97


איך קריגן מיין געלט. זאָג איך: ניין, איך גיי ניט אַהין, וואָרום איך האָבּ געוואוסט, אַז ער איז אַ היציגער מענש און איך קאָן אים מער ניט פאַרשווייגן. אָלאָף האָלם זאָגט, אַז מיין געלט איז שוין אָנגעגרייט. זאָג איך: „קאָנט איר דאָך מיר דאָ בּאַצאָלן“. אָבּער אין געריכט זאָגט מען מיר, איך זאָל אַקעגנקומען און גיין אָפּנעמען מיין געלט, כדי זיי זאָלן ניט האָבּן קיין איבּע- ריגע טרחה. איך האָבּ זיך געלאָזט איינריידן און בּין אַוועקגעגאַנגען צו אים. זאָגט ער, איך זאָל אים געבּן די רעכענונג. ער האָט זי דורכגעקוקט און זאָגט: „דאָ איז אייך שוין צוגעגרייט געלט, אַזוי ווי איך האָבּ דאָס געקרינן בּאַ אייך, אָפּגערעכנט אַכצען פּראָצענט“. זאָג איך: „מיין פאָדערונג איז זיבּעצען טויזנט טאָלער, וואָס איך האָבּ איבּערגעגעבּן אין געריכט און דערפאַר דאַרף איך קריגן רייכסגעלט. גענוג אַז איר האָט בּאַקומען צען טויזנט רייכסטאָלער פאַר דערזעלבּער פּרייז, וואָס איך האָבּ אייך אויס- געבּיטן. דערצו האָבּ איך נאָך געהאַט אויסצושטיין אַ פּראָצעס און האָבּ דערבּיי געוויס פאַרלאָרן טויזנט רייכסטאָלער“. זאָגט ער: „אויבּ איר ווילט ניט נעמען דאָס געלט, איז גייט צו אַלדי שוואַרצע יאָר“. איך האָבּ געקענט זיין היציגן טעמפּעראַמענט, דעריבּער האָבּ איך אים ניט אָפּגעענטפערט און בּין אַרויסגעגאַנגען. איך זעה: אויפן הויף שטייט אַ גרויסער נייער רייזעוואָגן און זיינע לייט פּאַקן אים. ער איז שוין פריהער געווען אין אומ- גנאָר בּאַם קיניג, פאַר דעם סקאַנדאַל [מיטן געלט] זאָל ער אַרויסגעשיקט ווערן פונם לאַנד אויף זעקס חדשים. איך האָבּ מוראַ געהאַט, אַז ער וועט אַוועקפאָרן, וועל איך פאַרלירן מיין געלט, בּין איך בּאַלד געגאַנגען צום הערצאָג קאַרל און האָבּ אים דערציילט די גאַנצע געשיכטע. קיין שריפט האָבּ איך ניט געהאַט, איך האָבּ מוראַ געהאַט, אַז איך וועל דאָס ניט בּאַווייזן בּיז ער וועט אַוועקפאָרן. זאָגט דער הערצאָג: „גייט גלייך צום יוסטיצ- קאַנצלער און זאָגט אים, ער זאָל אים בּאַלד געבּן הויזאַרעסט“. איך בּין געגאַנגען צום יוסטיצקאַנצלער און זאָג אים, אַז דער הערצאָג האָט מיך געשיקט, ער זאָל דעם גראַף געבּן הויזאַרעסט. זאָגט ער, דאָס איז ניט זיין זאַך, ער טאָר דאָס ניט. זאָג איך, אויבּ אַזוי מוז איך צוריקגיין צום הערצאָג און בּריינגען אַן אָרדער, אָבּער די צייט איז קליין. זאָגט ער, איך זאָל קומען אין אַ שעה אַרום. אין אַ שעה אַרום בּין איך ווידער געקומען, אָבּער ער איז נאָך ניט געווען אין דערהיים. איך האָבּ געוואַרט אַ האַלבּע שעה, איז ער געקומען און זאָגט, איך זאָל גיין צום רייכספּראָקוראָר. איך בּין געגאַנגען צום פּראָקוראָר. זאָגט דער פּראָקוראָר: „איך זאָג אייך אין הערצאָגס נאָמען, איר זאָלט זיך ניט ערגערן וועגן אייער געלט, דער גראַף האָט שוין הויזאַרעסט“. איצט בּין איך געווען צופרידן. אַלע מיינע גוטע פריינט, די גרעסטע פּערזאָנען, האָבּן מיר געזאָגט, איך וואָלט געווען דער 98


גרעסטער נאַר, ווען איך זאָל ניט מאָנען קיין פאַרגיטיגונג פאַר מיין שאָדן און שאַנד. לויט דעם שוועדישן רעכט, ווען איינער בּאַשווינדלט דעם אַנדערן מיט פאַלש געלט, מוז דער שווינדלער שטראַף צאָלן דעם באַשווינדלטן העלפט פון דעם קאַפּיטאַל, וואָס ער האָט אים אָפּגענאַרט, ד. ה. אַז ער וואָלט מיר בּאַדאַרפט בּאַצאָלן די העלפט פון זיבּן און צוואַנציג טויזנט רייכסטאָלער. איך האָבּ אָבּער ניט געוואָלט אַזויפיל מאָנען, איך האָבּ גענומען אַן אַדוואָקאַט, האָבּ פאַרפירט אַ פּראָצעס און האָבּ געמאָנט זעקס טויזנט רייכסטאָלער פאַר מיין שאָדן און שאַנד, פאַר צייט פאַרלירן און פּראָצענט פאַר געלט. דערווייל איז איין טאָג קלאָר געוואָרן, אַז דער גראַף האָט אַרויס- געלאָזט אַזוינע פאַלשע פאַנעיעלמער פאַר ניין און ניינציג טויזנט און ניין הונדערט רייכסטאָלער. בּכן האָט ער געמוזט געבּן זיכערקייט מיט געלט פאַר דער דאָזיגער סומע, וואָס ער האָט ניט איינגעלייזט. דעם גראַף האָט מען געהייסן אַרויספאָרן פון לאַנד, און ער האָט דאָ געלאָזט אָלאָף האָלם פאַר זיין פאָרשטייער, אַ צייט לאַנג האָבּ איך געפירט דעם פּראָצעס מיט אָלאָף האָלם און לסוף האָבּן מיר זיך אויסגעגלייכט, איך זאָל קריגן פיר טויזנט רייכסטאָלער פאַר מיין שאָדן און שאַנד, פאַר מיינע הוצאות און פּראָצענט. בּאַ אַלעם דעם האָבּ איך ניט געוואוסט, וואו איך זאָל מיין געלט קריגן. איך בּין געלאָפן אין אַלע עקן און האָבּ ניט געקאָנט דערגיין, וואו ער האָט דעפּאָנירט זיין געלט. לסוף האָט מען מיר אָנגעוויזן, איך זאָל קריגן בּאַצאָלט פון דער מלוכה-קאָנטאָר, איך האָבּ געקרינן אין אַ יאָר אַרום זיבּן הונדערט רייכסטאָלער, אין אַ פערטל יאָר אַרום נאָך טויזנט און אַז. וו. אין פיר— פינף יאָר. פון די פיר טויזנט רייכסטאָלער האָבּ איך געהאַט זעהר ווייניג. מיינע הוצאות אין אַבּאָ זיינען גאָרניט געווען קליין, עלף וואָכן בּין איך געווען דאָרט אין אַרעסט, דאָ דריי וואָכן, אַ האַלבּ יאָר האָט געדוי— ערט דער פּראָצעס. דאָ קאָן שוין יעדער פאַרשטיין, וואָס דאָס קאָסט. מיין געלט איז געשטאַנען אַזאַ לאַנגע צייט ניט פאַרווענדט. בּעת איך בּין אויסנגעווען פון דאַנען דריי יאָר אין פינלאַנד די קריגסצייט האָט היגער קהל אָפּגעטאָן פאַרשיידענע שפלות [מאוסע זאַכן]. איך בּין געקומען אַהיים און געטראָפן די קהלה צעריסן. איך האָבּ געהאַט מיין בּית-הכנסת [שולכן] בּאַ מיר אין שטובּ, דאָך האָבּ איך געצאָלט מיין חלק אויפן רב, שוחט און שמש. אָבּער איך האָבּ זיך ניט געוואָלט כּלל מיט זיי, אָנקערן, וואָרום זיי האָבּן זיך גענומען אַ בּית-הקברות און האָבּן ניט געהאַט ניט קיין בּית-הכנסת, ניט קיין מקוה, און בּלויז מיר צו להכעיס. איצט זיינען זיי געקומען און זאָגן, מיר זאָלן צוזאַמען מאַכן אַ קהלה. דער רב האָט זיך אַריינגעלעגט אין דער זאַך און זאָגט, מ'זאָל בּויען אַ הויז אויפן בּית-עולם; דאָרט ליגן שוין זעקס און צוואַנציג מתים, און דער נייער בּית-עולם איז ניט

  • 7

99


ווייט, קאָן מען די עטליכע מתים איבּערטראָגן אויפן אַלטן בּית-עולם. מיר זיינען זיך צונויפגעקומען, האָבּ איך פירגעלעגט, אַז איך וועל אויסלייגן אויפן בּנין דריי הונדערט רייכסטאָלער און פינף שטיק קאַכל-אויוונס און וועל אויספּועלן בּאַם מאַגיסטראַט אויף מיינע הוצאות אַ גאָרטן בּאַם הויז, ס'זאָל לכל הפּחות איינטראָנן אַ פאָר הונדערט פּלאַטן אַ יאָר, אויך וועל איך זעהן, ס'זאָל זיך קאָנען פיטערן אַ פאָר קיה אַלץ אויף מיינע הוצאות. יוסף שוואַן איז דעמאָלט געווען פּרנס, ער גופאָ איז מיט מיר געפאָרן, וואו איך האָבּ געקויפט געהילץ צום בּויען. איך האָבּ אָנגעהויבּן בּויען, גענומען מאָנען געלט. זאָגן זיי, פריהער זאָל איך פאַרטון מיינע דריי הונדערט טאָלער. איך האָבּ זיך ניט געשפּאַרט. ווען איך האָבּ שוין געהאַט פאַרבּויט פיר הונדערט טאָלער, האָבּ איך ווייטער גענומען מאָנען געלט, זאָגט מיר דער שיינער קהל: „מיר האָבּן חרטה, איר קאָנט אייך צונעמען דעם בית-הקברות, מיר דאַרפן אים ניט“. זאָג איך: „דאָס איז מיר אַלצאיינס, אָבּער קהל אויפן וואָרט געטרוי איך מער ניט, איר זאָלט דאָס מיר זאָגן פאַרן געריכט“. וואָס האָבּ איך געהאַט פאַר אַ בּרירה? איך האָבּ שוין אָנגעהויבּן צו בּויען, האָבּ איך געמוזט קריכן ווייטער און האָבּ פאַרבּויט טויזנט זיבּן הונדערט רייכסטאָלער. זיי האָבּן אָנגעהויבּן צו בּויען אויף דעם נייעם בית-הקברות, אַ קליינער פּלאַץ, געלעגן אונטערן בּאַרג. אויפן בּאַרג וואַלגערט זיך שטענדיג מיסט פון בּהמות; ווען ס'רעגנט, לויפט די אומריינקייט פון דעם מיסט אויף דעם בית-הקברות. אַודאי האָבּן זיי שוין דאָרט מער פאַרבּויט, איידער איך. בּכן בּין איך געגאַנגען צום אונטערשטאַטהאַלטער און האָבּ געבּעטן צונויפרופן קהל, און ווי זיי זיינען געקומען, זאָג איך, די דאָזיגע האָבּן זיך מיט מיר אויס- געגלייכט, אַז איך זאָל אויסלייגן דריי הונדערט רייכסטאָלער, און דערצייל די גאַנצע מעשה, ווי זי איז געווען. ער פרעגט זיי, צי איז דאָס אמת. זיי האָבּן ניט געלייקנט, נאָר דער אויסרייד איז, זיי האָבּן געמיינט, ס'וועט קאָסטן פיר - פינף הונדערט רייכסטאָלער. זאָג איך, הייסט דאָס, אַז איך האָבּ געזאָלט אויסלייגן דריי הונדערט טאָלער און פינף קאַכל-אויוונס, וואָס קאָסטן ווייניגסטנס זעכציג רייכסטאָלער, צי שטימט דאָס מיט אַזאַ חשבּון? דער שטאַטהאַלטער האָט פאַרשטאַנען, וואָס פאַר אַ שווינדלער דאָס זיינען, זאָגט ער, זיי זאָלן זיך מיט מיר פאַרגלייכן. זאָגן זיי, זיי וועלן מיר געבּן צוויי הונדערט רייכסטאָלער צו שטייער. זאָג איך, איך וויל מיט זיי קיין פּראָצעסן ניט פירן. ווען איך האָבּ שוין געהאַט פאַרבּויט פיר הונדערט רייכסטאָלער און האָבּ געמאָנט בּאַ זיי געלט, האָבּן זיי מיר געזאָגט, זיי האָבּן חרטה, זיי ווילן דערפון ניט וויסן, איך קאָן אים צונעמען זיך, זיי דאַרפן אים ניט. איך האָבּ זיי דאַרויף געענטפערט, אַזוינע לייט געטרויט מען ניט אויפן וואָרט, איך בּין דערמיט צופרידן, אָבּער איר זאָלט דאָס זאָגן פאַרן געריכט. ער 100


פרעגט זיי, צי איז דאָס ריכטיג. זאָגן זיי: יאָ. איז געבּליבּן, אַז דער בּית- עולם בּלייבּט פאַר מיר, זיי האָבּן דאַרויף קיין שום פּרעטענזיעס ניט. איך האָבּ געבּעטן, מ'זאָל מיר געבּן אַ פּראָטאָקאָל דערפון. זאָגט דער שטאַט— האַלטער, איך זאָל קומען אין אייניגע טאָג אַרום, וועל איך האָבּן דעם פּראָטאָקאָל. אין עטליכע טאָג אַרום בּין איך ווידער געקומען צום שטאַט— האַלטער, זאָגט ער: „אייערע לייט זיינען דאָ נאָך אַמאָל געווען. זיי זאָגן, דער קיניג האָט אייך דעם פּלאַץ אומזיסט געגעבּן פאַר אַ בּית-עולם, פאַר אַלע אידן, דעריבּער קאָנען זיי אייך דאָס ניט אָפּגעבּן“. זיי אַליין ווילן דאָ קיין חלק ניט האָבּן כּל זמן זיי לעבּן, אָבּער זייערע קינדער און קינדס- קינדער האָבּן דאָ אַ חלק גלייך מיט מיר, וואָרום דער קיניג האָט דאָס געגעבּן פאַר אידן. דער שטאַטהאַלטער זאָגט: „איך קאָן אייך דעם פּראָטאָקאָל ניט געבּן, וואָרום דאָס איז געוויס, אַז אַלע היגע אידן האָבּן אַ חלק אין דעם בּית-עולם, אָבּער וועגן דעם הויז קאָנט איר מאָנען אייער רעכט“. דערויף האָבּ איך געענטפערט, אַז איך וויל זיך ניט לאָדן און בּין מיר אַוועקגעגאַנגען. אַ שטיקל צייט נאָך דעם זיינען מיר זיך ווידער צונויפגעקומען, האָבּן זיי ווייטער אָנגעהויבּן: לאָמיר זיך פאָרגלייכן, זיי האָבּן מיר געבּאָטן, זיי וועלן מיר געבּן פון דער קהלה צוויי הונדערט רייכסטאָלער פאַר מיינע הוצאות אויפן בּית-עולם, אָבּער אויפן הויז האָבּן זיי קיין פּרעטענזיעס ניט. נאָר אויבּ איך וויל דאָס פאַרקויפן אין די קהלה בר-מיצרא, אָבּער מער פאַר טויזנט טאָלער קריג איך נישט. דאָס האָבּן זיי געמאַכט בּכתב דורך אונזער מורה צדק ר' שמעון קאַלקאַר, אָבּער די צוויי הונדערט טאָלער זאָל איך ערשט שפּעטער קריגן. איך שרייבּ דאָס נאָר, כּדי צו ווייזן, וואָס פאַר אַ מענשן דאָס זיינען געווען, וויפיל איך האָבּ אידן טובות געטאָן און ווי זיי האָבּן מיר בּאַצאָלט מיט שלעכטס. איך האָבּ ניט פאַרלאַנגט קיין געצאָלץ אָדער כבוד, נאָר ס'זאָל בּלייבּן אַ זכר פאַר מיין פאַמיליע. אונזער רב, ר' לייבּ פּנחס, איז קראַנק געוואָרן והלך לעולמו, ווי דאָ איז אָנגעוויזן. מיר האָבּן אויפגענומען ר' שמעון קאַלקאַר אַלס מורה-צדק און האָבּן געדונגען אַ הויז בּאַם היגן ראַט- הויז אויף 25 יאָר פאַר אַ מנין און האָבּן געבּויט אַ בּית-הכנסת. איך וחתני ר' יצחק האָבּן דאָ אויך אויסגעלעגט געלט און נדבות געגעבּן. איך האָבּ זיך פירגענומען קיינמאָל מיט זיי זיך ניט צונויפקומען, בּסודם אַל תבוא נפשי ובקהלם אַל תחד כבודי [אין זייער ראַט זאָל ניט קומען מיין זעעל און אין זייער פאַרזאַמלונג זאָל מיין כבוד ניט איינשטיין]. איך וואָלט געקאָנט בּאַשרייבּן, וואָס דאָס זיינען געווען פאַר אַ מענשן, אָבּער איך וויל זיי ניט בּאַליידיגן פאַר זייערע קינדער. איך בּין געפאָרן קיין לייפּציג. אָחי אברהם האָט געהאַט נאָך אַ טאָכטער פון זיין ערשטער פרוי ושמה פייגלכע. די דאָזיגע פייגלכע איז אַ סך 101


אויסגעשטאַנען פון איר שטיפמוטער. אָחי אברהם האָט זיך ווייניג וואָס געקימערט וועגן אַ שדוך פאַר איר. חתני אייזיק האָט געהאַט אַ שוועסטער אין בּלייכראָדען, איר מאַן האָט געהייסן ר' בּענדעט. ער האָט געהאַט אַ זון ושמו מיכל. מיר האָבּן אַ סך געהערט פון דעם מיכלען, אַז ער איז אַ פיינער מענש און האָט זיך פאַרדינט אַ היפּשן קאַפּיטאַל. איך האָבּ אים געשריבּן שוין פון דאַנען, אַז איך וועל קומען קיין שווערין, דאָרט האָבּ איך אַ בּרודער ושמו אברהם בּריצען, ער האָט אַ טאָכטער הבּתולה פייגלכע, איר שוועסטער איז זיין מוטערס בּרודערס אַ ווייבּ, אויבּ דאָס מיידל וועט אים געפעלן, און ער איר אויך און ס'וועט ווערן אַ שדוך, איז נעם איך אים מיט קיין שטאָקהאָלם און ווער מיט אים שותּפות, וואָרום מיינע בּרודערס קינדער זיינען בּאַ מיר געווען אַזוי גוט, ווי מיינע אייגענע. און טאַקע דערפאַר האָבּן זיי געהאַלטן פון מיר מער, איידער פון זייער אייגענעם פאָטער. ער האָט מיר געשריבּן, אַז ס'וועט אים זעהר ליבּ זיין אַריין אין מיין משפּחה און ער וועט צו דער בּאַשטימטער צייט זיין אין שווערין. איך בּין געקומען קיין שווערין און זאָג אים (מיין בּרודער) פונם שדוך און דערצייל אים, אַז איך בּין געווען אין קאָפּנהאַגן, און אין דער אייגענער קוואַרטיר האָט זיך אויפגע- האַלטן יעקוב גומפּערץ פון געטיג. איך האָבּ געוואוסט, אַז מיכל בּענדעט איז בּאַ זיי נאָך פאַר צוויי יאָרן געווען בּוכהאַלטער אין קאָנטאָר, ווי איך בּין נאָר אַבּיסל בּאַקאַנט געוואָרן מיט ר' יעקובן, האָבּ איך אים געפרעגט אויף מיכל בּענדעט, ער האָט אים גוואַלטיג גערימט פאַר זיין בּריהשקייט און ערליכקייט און האָט מיר געזאָגט, אַז ער איז אַוועק אין פּרייסישן לאַגער און איז געוואָרן אינטענדאַנט מיט זיין בּריהשקייט און האָט פאַרדינט לכל הפּחות צען טויזנט רייכסטאָלער. ר' יעקוב האָט ניט געוואוסט, אַז מיר קערן זיך אָן מיט אים, נאָך ווייניגער האָט ער געוואוסט פונם שדוך. צופרידן און זאָגט: „דו מוזט ריידן מיט פייגלכע, מ'האָט איר שוין אָנגעשלאָגן אַ סך שדוכים, אָבּער זי האָט אָפּגעשלאָגן, אפשר וועסטו בּאַ איר בּעסער פּועלן“. איך בּין שוין פינף יאָר ניט געהאַט געווען אין שווערין. בּכן בּין איך געגאַנגען צו איר און האָבּ איר פירגעשטעלט דעם שדוך. אָבּער ווי איך האָבּ נאָר אָנגעהויבּן צו ריידן פונם דאָזיגן מענשן, זאָגט זי צו מיר: „ליבּער פעטער, איך וויים, אַז איר האָט מיך ליבּ און איך האָבּ אייך ליבּ אַזויווי מיין פאָטער; ווילט איר מיר ווייטער אויך געטריי זיין, איז רעדט מיט מיר ניט פון קיין שדוך“. איך בּין איבּערראַשט געוואָרן פון אירע רייד. זאָג איך צו איר: „וואָס קלערסטו זיך, ס'גייט דיר שוין דאָס צוואַנציגסטע יאָר, דיין פאָטער איז אַ מענש אין די יאָרן און איז קריינקליך, חלילה טאָמער קומט עפּעס פיר, ווי וועסטו אויסזעהן? קיין מוטער האָסטו ניט, 102


וואָס זאָל זאָרגן פאַר דיר, דו בּיסט אַ בּר-דעת, בּאַטראַכט זיך“. זי איז אָבּער געבּליבּן בּאַ אירס, זי וויל ניט חתונה האָבּן. זאָג איך צו איר: „מיין טאָכטער זאָג מיר אויס, האָסטו אַפשר עמיצן צוגעזאָגט? מעג ער זיין דער אָרעמסטער יונג, איז האָסטו אים, און ס'זאָל אַלץ געטאָן ווערן אין דער בּעסטער אָרדענונג, איידער איך פאָר אָפּ פון דאַנען“. זי האָט זיך געשוואָרן בּאַ גאָט, אַז זי האָט ניט קיינעם, וואָס זי זאָל פון אים קלערן. בּכן האָבּ איך באַ איר גאָרניט געקאָנט פּועלן. איך האָבּ דאָס געזאָגט מיין בּרודער. ער איז געוואָרן שטאַרק בּייז און זאָגט: „פון מיינעטוועגן מעג זי פאַרזיצן, איידער איך זאָל איר נאָך זאָגן אַ וואָרט דערפון“. איך בּין געגאַנגען צו איר שוועסטער שרהקע און איר מאַן ר' הערץ און דערצייל זיי די גאַנצע זאַך און זאָג: „דו, שרהקע, און דיין מאַן, איר מוזט ריידן מיט איר, וואָרום דער מענש וועט דאָ זיין אין עטליכע טאָג אַרום“. — „ליבער פעטער, אויבּ איר האָט ניט געקאָנט פּועלן, איז קאָנען מיר געוויס ניט, דאָך וועלן מיר בּיידע צו איר גיין און זיך אויסטענהן מיט איר“. זיי האָבּן דאָס געטאָן, אָבּער זיי האָבּן אַזויפיל געפּועלט, וויפיל איך האָבּ געפּועלט. אין עטליכע טאָג אַרום איז געקומען בּענדעט אין אָוונט קיין שווערין און האָט זיך גענומען אַ קוואַרטיר. אויף מאָרגן איז איינער געקומען צו מיין בּרודער אין הויז, האָט זיך אויף מיר נאָכגעפרעגט, איך בּין גראָד ניט געווען. איך בּין געגאַנגען אַהין: מיין גוטער בּענדעט איז דאָ. איך האָבּ אים האַרציג בּאַגריסט, אָבּער אינמיטן האָבּ איך זיך דערשראָקן, איך האָבּ אַ קלער געטאָן, אַז די הוצאות זיינען אַרויסגעוואָרפן. איך האָבּ אים מיטגענומען צום בּרודער אין הויז. מיין בּרודער האָט געהאַט נאָך צוויי קליינע טעכטער מיט זיין פרוי, די עלטסטע איז אַלט געווען אַקענן אַ יאָר דרייצען. זי איז אַרויפגעלאָפן צו איר שוועסטער פייגלכע און געזאָגט איר: „דיין חתן איז געקומען“. מיין פייגלכע איז אָבּער ניט אַראָפּגעגאַנגען, זי איז אויך ניט געקומען צו מיטאָג צום טיש. בּענדעט פרענט מיך, וואו איז זי; זאָג איך, זי פילט זיך ניט מיט אַלעמען. אַזוי זיינען אַריבּער דריי טעג, זי האָט זיך ניט געוויזן. דעם דריטן טאָג אין אָוונט בּין איך געזעסן מיט בּענדעטן פאַר דער טיר, ס'איז געווען אַ שיינער לינדער דרויסן. פייגלכע האָט געעפגט איר פענסטער, מיר האָבּן דאָס דערהערט, איז בּענדעט אויפ- געשטאַנען און ווי זי האָט געוואָלט אַרויסקוקן, האָט איר בּענדעט געמאַכט אַ קאָמפּלימענט. זי האָט אים געמוזט ענטפערן. זי האָט צוריק פאַרמאַכט איר פענסטער, און ער איז צוריקגעגאַנגען צו זיך. בּין איך שוין בּייז געוואָרן, בּין אַרויף צו איר און זאָג: „מאָרגן אין דערפריה זאָלסטו אַראָפּ— גיין, בּיז אַהער האָבּ איך געזאָגט, אַז דו בּיסט קראַנק, אָבּער אַיצט, אַז ער האָט דיך געזעהן בּאַם פענסטער, אַז דו בּיסט ניט קראַנק, מוזטו מיר 103


מאָרגן אין דערפריה אַראָפּגיין, איך הייס, מיט גוואַלד וועט אים דיר קיינער ניט אָנוואַרפן“. איך האָבּ איר געזאָגט מוסר. „יאָ, ליבּער פעטער, אָבּער זייט ניט בּייז, איך וועל קומען“. צו מאָרגנס איז בּענדעט געקומען אויף קאַווע און איך האָבּ אַראָפּגעבּראַכט פייגלכען אויך. פייגלכע איז געווען אַ שיין מיידל און זעהר קלוג. בּענדעט איז געווען אַ פיינער יונג, ער האָט איר געמאַכט אַ היפּשן קאָמפּלימענט. איר שוועסטער לאַה האָט די גאַנצע צייט פאַרבּראַכט מיט אים. אַ מיידל פון דרייצען יאָר איז געווען אַזוי קלוג און בּריהש. זי האָט פאַרשטאַנען צו שפּילן איר ראָליע און פלעגט זאָגן איר שוועסטער פייגלכע: „ס'אַ גליקליכע דו בּיסט, וואָס דו נעמסט אַזאַ חתן, זיין גלייכן געפינסטו דאָ ניט“. און האָט געחנפט בּענדעטן אויך. זי פלעגט מיט אים שטענדיג גיין שפּאַצירן. לסוף, אין אָוונט, נאָך דעם אָוונטעסן, זיינען מיר אַרויסגעגאַנגען פאַר דער טיר זיצן אויף דער בּאַנק. לאה האָט זיך געזעצט נעבּן בּענדעטן, האָט אים גענומען פאַר דער האַנט: „ליבּער בּענדעט, אין אַזאַ שיין וועטער זיצן אַזוי שטיל גייט ניט. קומט, מיר וועלן גיין אַבּיסל שפּאַצירן“. איז ער אויפגעשטאַנען, האָט גענומען לאהן אין איין זייט און פייגלכען אין דער אַנדערער זייט. זי האָט שוין געמוזט מיטגיין, און זיי זיינען אַוועק צו דער שוועסטער שרהקע. דער שוואָגער הערץ האָט געטריבּן מיט זיי אַ סך שפּאַס, אַזוי אַז זיי זיינען נעהענטער בּאַקאַנט געוואָרן; זיי האָבּן געגעסן אָוונט-בּרויט, און שרהקע מיט איר מאַן האָבּן אונז בּאַגלייט אַהיים. אויף מאָרגן האָבּ איך שוין מיט פייגלכען געקאָנט ריידן רוהיגער וועגן דער זאַך. מיין בּרודער האָט זיך געקליבּן פאָרן קיין פּירמאָנט צום קוואַל צוליבּ זיין געזונט. ער האָט מיך געבּעטן, איך זאָל מיט אים מיט— פאָרן קיין פּירמאָנט, און אַזויווי דאָס איז סך-הכּל דרייצען מייל פון בּלייכ- ראָדע, וועלן מיר פאַרבּעטן אַהין זיין פאָטער און אין פּירמאָנט שרייבּן תּנאים. בּענדעט איז געווען זעהר צופרידן; מיר זיינען צוזאַמען געפאָרן און האָבּן דאָרט געשריבּן תּנאים און נאָכדעם צוריק אַהיים געפאָרן קיין שווערין. די חתונה האָט מען אָפּגעלעגט אויף אַ יאָר. אין די תּנאים איז אויך געווען אויסגערעדט, אַז איך נעם מיכל בּענדעט פאַר אַ שותף. פון שווערין בּין איך געפאָרן אַהיים און האָבּ בּענדטן מיטגענומען קיין שטאָקהאָלם. אויף צירונג איז ער כּלל קיין מבין ניט געווען. ער איז געווען אַ קענער פון אַלערליי זיידענע סחורות און ווייסע סחורות, אָבּער אין צירונג האָט ער ניט געוואוסט דעם חלוק פון בּריליאַנטן בּיז ראָזענשטיין, נאָך ווייניגער האָט ער פאַרשטאַנען פּרייזן. ער איז אָפּגעווען בּאַ אונז אַ גאַנץ יאָר בּיז דער חתונה. פאַר דער צייט האָט ער זיך זעהר אַ סך אויסגעלערנט, ממש צו בּאַוואונדערן. ער האָט דאַ אַ סך געהאַנדלט מיט הערצאָג קאַרל און מיט דער פּרינצעסן, האָט פאַרדינט זיינע חתונה-הוצאות. סוף יאָר 104


איז ער געפאָרן קיין שווערין. מיין איידעם יצחק מיט זיין פרוי זיינען מיט אים געפאָרן אויף דער חתונה און זיינען בּשלום געקומען מיט זיין יונגער פרוי אַהיים לכּאַן. ער איז געווען זעהר חשוב אין הויף, געוואָרן הויפיוּוועליר בּאַם מלך, אין אַ קורצער צייט איז ער געוואָרן גוט בּאַקאַנט בּאַ אַלע שררות, אַזוי אַז אונזער האַנדל האָט זיך פאַרטאָפּלט. איך האָבּ צוגענומען אַ יונגענמאַן פון פּרענצלוי מיטן נאָמען שלום צו לערנען אים שטיינקריצן. ער האָט שוין פריהער געלערנט חותם-קריצן און האָט געטויגט צו דער אַרבּעט. איך האָבּ אים צוגענומען אויף פיר וואָכן אויף פּראָבּע, איידער איך האָבּ געמאַכט מיט אים אַ קאָנטראַקט, כּדי צו בּאַקענען זיך מיט אים. היות ווי איך האָבּ געזעהן, אַז ער איז אויפריכטיג, שטיל, אָרנטליך, פון אַ פיינער פאַמיליע, און ניט אומוויסנד, אויך זעהר פלייסיג, ער האָט אַלצדינג זעהר גיך איבּערגענומען, האָבּ איך מיט אים געמאַכט אַ קאָנטראַקט, אַז ער זאָל בּאַ מיר לערנען דריי יאָר, די לעצטע צוויי יאָר זאָל ער שוין האָבּן אַ קליינעם חלק פון דער מלאַכה. נאָך די דריי יאָר זאָל ער האָבּן די העלפט פון דער מלאַכה, ער האָט בּאַדאַרפט שטענדיג אַרבּעטן, וואָרום מיינע געשעפטן האָבּן מיך ניט געלאָזט שטענדיג אַרבּעטן. אונטער זיינע לערניאָרן האָט ער זיך אָנגעקליבּן עטליכע הונדערט רייכס- טאָלער, דערבּיי האָט ער זיך פיין געקליידעט. איך האָבּ פון אים געהאַט פאַרגעניגן, האָבּ פון אים געהאַלטן ווי פון אַן אייגן קינד. איך האָבּ אים קיינמאָל קיין קרום וואָרט ניט געזאָגט, וואָרום ס'איז אים ניט געקומען אויך. איך האָבּ געהאַט בּאַ זיך מיין בּרודער משהס טאָכטער, זי האָט זיך בּאַ מיר אויפגעהאַלטן פון קינדווייז אָן, זינט זי איז אַלט געוואָרן פינף יאָר. זי איז געווען זעהר אַ געראָטענע פון קינדווייז אָן. איצט איז זי אַלט געווען פופצען יאָר, אַ שיין מיידל און זעהר אַ ווירטן. איך בּין געווען זיכער, אַז מיין שלומען איז זי ניט דערווידער. איך האָבּ געהאַלטן בּאַ פאָרן קיין לייפּציג. אייניגע טעג פאַר דעם זאָג איך צו שלומען, ער זאָל מיר געשטאַטן, אויבּ ס'וועט זיך דאָרט מאַכן אַ גוטער שדוך, וועל איך געוויס טון פאַר אים דאָס בּעסטע. אָבּער ער זאָגט, ניין, ער וויל נאָך ניט חתונה האָבּן. זאָג איך: „און ווי וואָלט געווען, איך זאָל אייך געבּן מיין לאַהן?“ „אָ, יאָ, — זאָגט ער, — אויבּ איר מיינט דאָס ערנסט, וואָלט איך דערמיט זעהר צופרידן געווען“. איך האָבּ געשיקט רופן מיין בּרודער משה און זאָג: „שלום וויל נעמען דיין לאַהן, ווילסטו זי אים געבּן?“ זאָגט ער: „וואָס דו וועסט טון, וועל איך זיין צופרידן“. איך האָבּ געהייסן צוגרייטן און אויף מאָרגן האָבּן מיר געשריבּן תּנאים. די חתונה האָט מען אָפּגעלעגט אויף אַ יאָר, וואָרום לאַה איז אַלט געווען קוים פופצען יאָר 105


אין אַ יאָר אַרום איז געווען חתונה. מיין בּרודער משה האָט געהאַט נאָך אַ טאָכטער וואָס עטליכע יאָר נאָך דעם איז זי אויך געוואָרן אַ מיידל פון אַ יאָר פופצען. איך האָבּ געהאַט בּאַ זיך אַ מענשן, מיין בּרודער משהס שטיפ-זון, וואָרום מיין בּרודער האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַלמנה, און יענע האָט געהאַט אַ זון, אַ קינד פון צוויי יאָר. מיט דער דאָזיגער פרוי האָט ער געלעבּט סך-הכּל עטליכע יאָר, זי איז געשטאָרבּן, און ער האָט נאָך אַמאָל חתונה געהאַט און געהאַט מיט דעם נייעם ווייבּ זיבּן קינדער. דער דאָזיגער זלמן איז געווען זיין שטיף-זון. היות ווי ער האָט אים אויפגעצויגן, האָט זלמן געשעצט מיין בּרודער און זיין פרוי אַזויווי אייגענע פאָטער-מוטער. מיין בּרודערס פרוי האָט שטאַרק געהאַלטן פון אים, זי האָט אים אָנגעקערט אַ קוזינע אויך. האָט זי אים געזאָגט, ער זאָל נעמען איר טאָכטער אַסתר. ער איז געקומען צו מיר און דערציילט דאָס מיר. זאָג איך: „דו קאָנסט טון, ווי דו פאַרשטייסט, אויבּ דו ווילסט זי נעמען, וועל איך דיר געבּן אויס- שטייער, וואָרום מיין בּרודער משה איז ניט קיין מענש פון קאַפּיטאַל און האָט אַ שטובּ פול מיט קליינע קינדער“. דער שדוך האָט זיך אויסגעפירט, זיי האָבּן חתונה געהאַט און זיינען געווען גליקליך. איך בּין געפאָרן קיין לייפּציג און האָבּ געקויפט סחורה פאַר אונזער קראָם, שטיינער און פּערל; איך האָבּ זעהר גוט געקויפט, וואָס קיינמאָל האָבּ איך בּעסער ניט געמאַכט. אויך מיין איידעם אייזיק האָט אין דערהיים בּעת מיין אויסנזיין געמאַכט גוטע געשעפטן. כאָטש אַלע היגע אידן האָבּן געטראָגן אויף מיר גרויס קנאַה, בּין איך דאָך בּרוך השם געווען זעהר חשוב בּאַ אַלע שררות אויך בּחצר-המלכות [אין קיניגליכן הויף] און בּין געווען בכל יום הולך ומתנבר [וואָס אַ טאָג אַלץ גרעסער]. וואָס דער הויף האָט געדאַרפט פון צירונג איז גענומען געוואָרן נאָר בּאַ אונז דורך מחותּן בּענדעט און ניט פאַר קיין פּרוטה אַחת מן אינו נמוֹלים [פון קריסטן]. והשם יטיב לנו [גאָט זאָל אונז העלפן] ווייטער. איך מוז דאָ אויך דערמאָנען מיינע שונאים, וואָס האָבּן שטענדיג געקלערט מיך אונטערדריקן, צונעמען בּאַ מיר דאָס בּרויט פאַר דעם גוטס, וואָס איך האָבּ זיי געטאָן. ס'זיינען געווען צוויי בּרידער, פון האַנאָווער געבּירטיג, זיי האָבּן אייגנטליך געשטאַמט פון די הילדעסהיימער רבּנים, ושמם משה ל. ואחיו זיסקינד. דער דאָזיגער זיסקינד האָט דאָ חתונה געהאַט מיט אַליהו מאַרשטראַנדס אַ טאָכטער און האָט געהאַט מיט איר זיבּן קינדער. ער האָט געמאַכט פּלטה [אָנגעזעצט], נאָכדעם האָט ער זיך בּאַזעצט אויפן לאַנד און האָט אַרענדירט אַ הויף. דאָס האָט אים ניט געגליקט, האָט ער גענומען אַ טוכפאַבּריק, אָבּער דאָס האָט אים אויך ניט געגליקט. זיין פרוי איז געקומען אַהער געוואויר ווערן צו אירע עלטערן, ווייל דאָס איז געווען סך-הכּל פיר מייל פון דאַנען. אונטער 106


דער צייט, ווען זי איז ניט געווען אין דערהיים, האָט ער גערופן אַ שוועדישן פּאַסטאָר און האָט זיך אָפּגעשמדט מיט די קינדער. די פרוי האָט גאָר- ניט געוואוסט דערפון בּיז זי איז געקומען אַהיים. לסוף זיינען זיי זיך צעגאַנ- גען, ער האָט איר געגעבּן גט און האָט די קינדער געלאָזט בּאַ זיך. ער האָט דאָ חתונה געהאַט מיט אַ בּירגערטאָכטער. דער סוף איז געווען, אַז ער איז פון דַנען אַנטלאָפן פון חובות און האָט מיטגענומען מיט זיך זיין פרוי. זיין עלטערער בּרודער איז שוין פריהער געווען אַ בּעל-פּלטה [אַן אָנזעצער]. נאָכדעם בּעת דער מלחמה האָט ער געהאַט קליינע ליפערונגען, ער האָט געהאַט אייניגע גוטע פריינט, וואָס האָבּן אים געוואָלט אויסהעלפן. ער האָט זיך בּאַמת צוריק אַרויפגעאַרבּעט, ער האָט געהאַט אַבּיסל גאַלאַנטעריי- סחורה אויף קרעדיט און האָט דערבּיי ניט שלעכט פאַרדינט. אָבּער ער האָט תּמיד געוואָלט שפּילן די גרויסע ראָליע, ער האָט זיך געדונגען אַ שיינע דירה, האָט געקויפט פיין מעבּל, ער האָט געהאַלטן אַ שוועדישע דינסט, פּונם נידעריגסטן שטאַנד, אַ געמיינע זאַך. הערצאָג קאַרל איז יענע צייט געווען רעגענט, וואָרום דער קיניג איז נאָך ניט געווען בּגרות. האָט ער דערלאַנגט אַ שריפט צום הערצאָג, אַז ער וויל נעמען אַ שוועדיש מיידל, און די קינדער, וואָס ער וועט מיט איר האָבּן, וועט ער שמדן. דער הערצאָג האָט דאָס בּאַוויליגט און האָט געגעבּן אַ בּאַפעל, זיי, ד. ה. משה ל. מיט זיין כּלה זאָלן קומען אין דער שלאָסקאַנצעלאַריע, דערבּיי זאָל אויך זיין אַ שוועדישער פּאַסטאָר און צוויי אידישע פּרנסים, ס'זאָל געמאַכט ווערן דער חתונה- קאָנטראַקט. אַזוי איז דאָס טאַקע פירגעקומען. ער האָט מיט איר געהאַט קינדער און האָט זיי געשמדט. און בּאַ אַלעם דעם, ווי ס'איז נאָר געקומען אַ יום-טוב, פלעגט ער קומען אין שול אַריין, אויך ווען ער האָט געהאַט יאָר-צייט. ער פלעגט הייסן בּאַקן חלה אויף שבּת, פלעגט נעמען כּשר פלייש, אָבּער בּלויז פאַרשטעלט, מ'האָט געוואוסט, אַז ער קאָן ניט לעבּן ווי אַ איד. דערווייל האָט ער אָנגעהויבּן צו לעבּן גרויס, האָט זיך געשאַפן אַן עקיפּאַזש מיט פערד; זיין פרוי האָט געהאַלטן שטאַט, האָט זיך געדונגען אַ לאַנדגוט, וואו זיי פלעגן פאַרבּריינגען דעם זומער. ס'האָט לאַנג ניט געווערט, האָט ער זיך געשטעלט. לסוף האָט ער זיך אויסגעגלייכט, ער האָט אַ סך אידן בּאַשווינדלט אויף אַלפים. איך האָבּ גראָד פאַרלאָרן ניט מער ווי הונדערט אַכצען רייכסטאָלער. אָבּער קיינער האָט קיין פעניג ניט געקריגן: אַזוי איך, אַזוי אַנדערע אידן, וואָס האָבּן געמאָנט בּאַ אים אַ סך טויזנטער, און זיינען רואינירט געוואָרן. מ'האָט אָפּגעשריבּן זיין מעבּל, אָבּער ער האָט ניט געוואָלט געבּן קיין איינס פּראָצענט. ער איז אַנטלאָפן פון דאַנען, די פרוי און קינדער איבּערגעלאָזט דאָ. נאָכדעם זיינען מיר דערגאַנגען, אַז ער איז אין ענגלאַנד, מיר האָבּן זיך אויך דערוואוסט, אַז 107


ס'גייט אים זעהר שלעכט, קיין קלייד אויפן לייבּ און קיין בּרויט. ער האָט געשריבּן זיין פרוי, זי זאָל גיין צו זיינע פריינט, זיי זאָלן עפּעס מאַכן פאַר אים און אים שיקן קיין לאָנדאָן. זיין פרוי האָט אַזוי געטאָן און איז געגאַנגען צו זיינע שוועדישע פריינט. זיי האָבּן געמאַכט פאַר אים אייניגע און צוואַנציג רייכסטאָלער, און זי האָט דאָס אים אָפּגעשיקט קיין לאָנדאָן. זיין פרוי האָט דאָ אויך געליטן נויט. ווי לאַנג זי האָט געהאַט מעבּל און קליידונג צו פאַרקויפן האָט זי ווי עס איז דורכגעלעבּט מיט די קינדער, זי האָט געהאַלטן אַ שיינק אויך, אָבּער ס'איז איר ניט געגאַנגען. ס'איז בּאַ איר דאַריבּער געבּליבּן אים נאָכפאָרן קיין לאָנדאָן און זי איז טאַקע אַוועק- געפאָרן פון דאַנען מיט די קינדער, איך וויל ניט אָנרופן דאָ בּאַ די נעמען אַנדערע שונאים מיינע, וואָס האָבּן מיר ניט פאַרגינט. זיי האָבּן אַלע געהאַט אַ שלעכטן סוף. ווער פון זיי ס'איז איבּער דלות אַנטלאָפן פון דאַנען, ווער ס'האָט קראַפּירט אין דלות. איך האָבּ זיך קיינמאָל אין קיינעם ניט נוקם געווען. אויבּ זיי זיינען אָנגעקומען צו מיר, פלעג איך זיי נאָך אַ סך טובות טון, איך פלעג זיי געלט אויסלייען, אַפילו פון דער תּפיסה אויסגעלייזט, וואָס דאָס האָט מיר נאָך געקאָסט צוויי הונדער רייכסטאָלער. ווען איך זאָל בּאַשרייבּן די דאָזיגע אַלע היסטאָריעס, ווי אַזוי זיי האָבּן גערודפט מיך און מיין פאַמיליע, וואָלט דאָס דאָזיגע בּוך צו קליין געווען, אָבּער איך זעה בּאַשיינפּאַרליך, אַז גאָט איז שטענדיג געווען מיר צו הילף און האָט געבּראָכן מיינע פיינט און איך האָבּ פאַרשפּאָרט אַפילו אַ האַנט צולייגן. איך האָבּ געלעבּט אַזויווי אַ איד דאַרף לעבּן, און ס'האָבּן מיך ניט געאַרט אַנדערע, זאָלן זיי טון, וואָס זיי ווילן. איך מוז אויך דערמאָנען, אַז המלכות גוסטאַף דער דריטער איז געווען זעהר בּחסד מיט אידן. איך בּין דאָ געהאַט אָפּגעווען דריי יאָר, האָבּ איך געקרינן אַ בּריוו פון אַמסטערדאַמער קהל. דער טיטל איז געווען: צו אידישע פּרנסים. דאָרט איז געשטאַנען, אַז דאָ בּחצר המלכות איז פאַראַן איינער מיטן נאָמען יעקוב בּלאָנדעל. ער איז אַ געבּוירענער אַ קריסט, ער איז אָבּער געוואָרן אַ איד, האָט זיך מל געווען אין אַמסטערדאַם, האָט חתונה געהאַט מיט אַ אידיש מיידל און האָט אויך אַ טאָכטער מיט איר. פאַר עטליכע יאָרן איז ער פון דאַנען אָפּגעפאָרן, האָט דאָ איבּערגעלאָזט זיין פרוי און קינד, און מ'האָט דאָ זיכערע ידיעות, אַז ער איז דאָ בּאַם הויף. ס'איז דאַריבּער לפי דת תּורתנו [לויט אונזער תורה] מ'זאָל זיך אָננעמען פאַר דער דאָזיגער פרוי, ער זאָל איר געבּן גט. די פרוי איז נאָך אַ יונג מענש. איך האָבּ ניט געקאָנט דערגיין, ווער דאָס איז. אַ יאָר פאַר דעם האָט הערצאָג קאַרלס קאַמערדינער פאַרבּעטן מיך און מיין פרוי צו זיך שבּת נאָכמיטאָג אויף קאַווע. ווען מיר זיינען געקומען אַהין, איז דאָרט געווען 108


נאָך איינער, אַ פרעמדער מיט זיין פרוי. איך האָבּ זיך געגריסט, דער פרעמדער מיט זיין פרוי האָבּן מיך זעהר העפליך געדאַנקט, און ער האָט מיר געזאָגט: „גוט שבּת, בּרוך הבּאַ“. זאָג איך: „ווי קומט איר צו ריידן אידיש?“ זאָגט ער: „איך קען די גאָרע אידישע רעליגיע“ און ער האָט מיר אָנגערופן אַלע אידישע ימים-טובים. אָבּער גערעדט האָט ער ניט ווי אַ איד. ער האָט מיר דערציילט, אַז אין זיינע קינדערשע יאָרן האָבּן זיינע עלטערן געוואוינט אין אַ אידיש הויז, יענע האָבּן געהאַט זין אין זיינע יאָרן; בּאַ זיי האָט ער דאָס געלערנט און מיט זיי פלעגט ער שטענדיג אידיש ריידן. פון דעם הערצאָגס קאַמערדינערס פרוי האָבּ איך געהערט, אַז זי רופט אים הער קאַמערדינער. איך האָבּ זיך אָבּער מער מיט אים ניט געטראָפן; ס'איז מיר אויך גאָר ניט איינגעפאַלן אויף דעם מענשן, ווען איך האָבּ בּאַקומען דעם בריוו פון אַמסטערדאַם. איך האָבּ געשריבּן קיין אַמסטערדאַם, אַז אַזוינער איז דאָ ניט פאַראַן. עטליכע וואָכן שפּעטער האָט מיך דער דאָזיגער קאַמערדינער געטראָפן אין גאַס, האָט גערעדט צו מיר אויף אידיש און האָט מיך געבּעטן, איך זאָל שבּת קומען צו אים מיט דער פרוי אויף קאַווע. איך האָבּ אים געדאַנקט און האָבּ געזאָגט, אויבּ איך וועל פריי זיין. נאָכדעם זאָג איך: „זייט מוחל, ווי אַזוי איז אייער געשעצטער פאָרנאָמען“. זאָגט ער: בּלאָנדעל. האָבּ איך מיך אָנגעהויבּן אָנצושטויסן. זאָג איך: „אייער נאָמען איז יעקוב?“ — „אַ, פון וואַנען ווייסט איר דאָס?“ זאָג איך: „איך ווייס נאָך מער איר זייט אַ איד“. ער איז געוואָרן אויפגעבּראַכט. „הער, וואָס זאָגט איר, ווילט איר, איך זאָל דערלאַנגען אויף אייך אין געריכט?“ „אויבּ איר וועט מיך אָנקלאָגן אין געריכט, וועל איך אין געריכט בּאַווייזן, אַז איר זייט אַ געמלעטער און איר האָט אַ אידיש ווייבּ און אַ טאָכטער. איך האָבּ געהאַט אַ בּריוו פון אַמסטערדאַמער קהל, איר זאָלט שיקן אייער פרוי אַ גט, אויבּ איר וועט דאָס ניט טון, וועט אַמסטערדאַמער קהל שרייבּן צום קיניג“. ווי ער האָט דאָס דערהערט, איז ער געוואָרן שטילער. אונטן איז ער געווען געקליידט אין שוואַרץ, זיין פרוי איז געשטאָרבּן. ער האָט אָנגעהויבּן צו מיר ריידן ווייך און האָט זיך מודה געווען. ער האָט זיך געקלאָנט, זיין פרוי האָט זיך זעהר שלעכט אויפגעפירט קעגן אים און האָט אים רואינירט. ער וויל איר אָבּער געבּן אַ גט, זאָל מען צוגרייטן דעם גט, וועט ער זיך חתמענען, צום בּית-דין וועט ער ניט גיין, ליבּער וועט ער אַוועקפאָרן, און זי זאָל קיינמאָל ניט דערגיין, וואו ער איז. זאָג איך: „איר ווייסט דאָך, ווי אַזוי ס'גייט צו בּאַ אַ גט, אַזוי גייט דאָס נישט“. ער האָט געשוואָרן, אַז אַנדערש ניט, ליבּער וועט ער מאָרגן אָפּפאָרן פון דאַנען. זאָג איך, איך וועל ריידן מיט אונזער רב, אויבּ ס'איז מיגליך, וועט דאָס זיין אַזוי. (מיר האָבּן געהאַט פאַר אַ רב — ר' בּערישן). מאָרגן זאָל ער קומען אַהין און 109


אַהין, וועט ער האָבּן ענטפער. איך האָבּ מוראַ געהאַט, טאָמער פאָרט ער אַוועק. אויף מאָרגן האָבּ איך זיך מיט אים געטראָפן. איך זאָג צו אים, אונזער רב האָט געזאָגט, אַז אַליין אויף זיך שטעלט ער ניט, ער מוז נאָך האָבּן דריי רבּנים, וואָס זיי זאָלן אויך דערצו איינשטימען, אָבּער דאָס מוז געווערן צום ווייניגסטן אַכט וואָכן צייט, איידער ער וועט קריגן תּשובה. זאָגט ער: „פון מיינעטוועגן קאָן איך וואַרטן יאָר און טעג“. בּכן האָבּ איך געהאַט גענוג צייט צו שרייבּן קיין אַמסטערדאַם. איך האָבּ געשריבּן קיין אַמסטערדאַם די גאַנצע געשיכטע און האָבּ געשריבּן, איך קאָן מיט גוטן ניט פּועלן, ער וועט געוויס גיכער אַוועק פון דאַנען, וואָרום ער שעמט זיך, פריהער געבּוירן אַלס קריסט, דערנאָך געוואָרן אַ איד און איצט ווידער געוואָרן אַ קריסט, ער האָט מוראַ פאַר אַ גרויסער שטראָף. איך קאָן זיך דעריבּער דערמיט ניט אָפּגעבּן. ווען איר זאָלט שרייבּן דעם מלכות, וואָס ער איז בּאַ אים זעהר בּחסד, איז קאָן ער אים צווינגען. ער איז האָרפריזירער בּאַ דער מלכּה מיטן טיטל קאַמערדינער. איך האָבּ אָבּער מער קיין תּשובה ניט געקריגן. אַ יאָר נאָך דעם איז דער קיניג געפאָרן פון דאַנען קיין ווין און איז געווען אין אַמסטערדאַם אויך. דאָ איז ער אַריינגעגאַנגען צו ר' טוביה האַאַג צו בּאַטראַכטן דאָרט בּריליאַנטן. בּלאָנדעלס פרוי איז אויך דאָרט געווען. די פרוי איז צוגעגאַנגען צום קיניג און אים פירגעשטעלט איר אומגליק: זי וויל האָבּן פון אים אַ גט, און ער וויל ניט גיין צום רב. דער קיניג איז געווען זעהר גנעדיג און האָט איר געזאָגט, זי זאָל זיך ניט זאָרגן, ער וועט איר געבּן אַ גט בּאַם רב. מיר האָבּן דאָ דערפון גאָרניט געוואוסט. דער יוסטיצקאַנצלער גראַף וואַכטמייסטער שיקט איינמאָל נאָך מיר, איך זאָל צו אים קומען. ער זאָגט מיר, ס'זיינען געקומען בּריוו פונם קיניג: דער קיניגינס קאַמערדינער האָט אַ אידישע פרוי, און ער זאָל איר געבּן גט בּאַם רב. איך זאָל זיך דאָ אַריינלייגן, ס'זאָל געטאָן ווערן. זאָג איך: דאָס קאָן אַזוי געשווינד ניט צוגיין, מ'מוז פריהער שיקן אַ מענשן קיין אַמסטערדאַם, וואָס ער זאָל דאָרטן בּאַם בּית-דין ווערן דער שליח פון דער פרוי, אָדער די פרוי מוז אַהער קומען, דאָס קאָן אַ סך קאָסטן. זאָגט ער, וויפיל בּערך? זאָג איך, געוויס הונדערט שטיק דוקאַטן. זאָגט ער: „קומט מאָרגן ווידער, וועט איר האָבּן ענטפער“. דער קאַמערדינער איז אָרעם, אָבּער די קיניגן האָט געהאַט בּריוו פונם קיניג, אַז ער זאָל געבּן גט, קאָן זי דאָס אים אָפּציהען פון זיין געהאַלט. דאָס איז גראָד געווען דעמאָלט, ווען מיר האָבּן געקריגן ר' לייבּ פּנחס פאַר רב, ער איז דאָ געווען סך-הכּל עטליכע חדשים. איך האָבּ דאָס אים דערציילט, איך האָבּ אים געוואָלט צושאַרן הונדערט דוקאַטן פאַרן גט. ער איז געווען זעהר צופרידן. אויף מאָרגן קום איך נאָך אַמאָל צום יוסטיצקאַנצלער, זאָגט ער: „יאָ, איך האָבּ אַ בּאַפעל צו בּאַצאָלן די הונדערט 110


דוקאַטן“. זאָג איך, דער רב האָט ניט וואָס אויסצולייגן, ער מוז האָבּן פאָראויס אַ העלפט. זאָגט ער: „ווילט איר מיר געבּן שריפטליך, אַז ס'וועט זיין אַ גט, בּאַצאָל איך בּאַלד די העלפט“. זאָג איך: „איך דאַרף וועגן דעם איבּערריידן מיטן רב“. זאָגט ער: „איך קער זיך מיטן רב ניט אָן“. זאָג איך: „אָבּער דער רב דאַרף געבּן דעם גט“. ס'איז געבּליבּן, אַז מיר בּיידע זאָלן חתמענען. איך בּין געקומען מיטן רב צו גראַף וואַכטמייסטער, ער האָט צונויפגעשטעלט אַ שריפט, מיר האָבּן דאָס בּיידע געחתמעט, און דער רב האָט געקריגן פופציג דוקאַטן. יעקוב בּלאָנדעל האָט זיך געמוזט שטעלן פאַרן בּית-דין און געבּן גט לפי דין ודת תּורתנו [לויט דעם געזעץ פון אונזער תּורה], און דער רב האָט געקריגן זיין געלט. דער דאָזיגער בּלאָנדעל איז דאָך געבּליבּן קאַמערדינער בּאַ דער קיניגן און האָט נאָך אַמאָל חתונה געהאַט מיט אַ בּירגער-טאָכטער. פאַר עטליכע יאָרן איז ער געשטאָרבּן. אַהער איז געקומען איינער פון סטרעליץ וּשמו דוד ש. ער האָט געגאָסן אַזוינע ציגערנע שנאָלן און פלעגט דערמיט גיין אויפן לאַנד. ער האָט זיך אָבּער דערמיט ניט געקאָנט שפּייזן. ער איז געקומען אַהער און איז געגאַנ- גען צו ר' אַליהו סטרעליץ, דער האָט געהאַט אַ טאַבּאַקפאַבּריק. ער האָט אים געבּעטן, ער זאָל אים געבּן אַבּיסל רויכערטאַבּאַק און שמעקטאַבּאַק אויף קרעדיט, ער וועט דערמיט גיין אויפן לאַנד. ר' אַליהו האָט אים געגעבּן אויף קרעדיט. ער איז אַרומגעפאָרן אין די נאָהענטסטע קליינע שטעטלאַך און האָט דאָס אָפּגעזעצט. ווען ר' אליהו האָט געזעהן, אַז ער זעצט גוט אָפּ, האָט ער אים וואָס אַמאָל פאַרגרעסערט דעם קרעדיט. דער דאָזיגער ר' דוד איז געקומען צו מיר און האָט מיך געבּעטן, ער וויל זיך דאָ נעמען קיום [וואוינרעכט] אַלס אַ קאָרקנמאַכער. אַזוינע קיומים האָבּן דאָ ניט טייער געקאָסט. איך זאָל אים געבּן אַן אַטעסטאַט, אַז ער איז אַן ערליכער מאַן, אַנדערש קאָן ער דאָ קיין קיומים ניט קריגן, אָהן אַן אַטעסטאַט פונם פּרנס. זאָג איך צו אים: „ליבּער פריינט, איך קען אייך ניט, ווי אַזוי זאָל איך אייך אַטעסטירן, אַז איר זיינט אַן ערליכער מאַן?“ זאָגט ער: „ר' אליהו סטרעליץ דער קען מיך פון סטרעליץ נאָך, אַז איך בּין אַן ערליכער מאַן און ער גיט מיר טאַבּאַק אויף קרעדיט פאַר אַ סך הונדערטער טאָלער‟ זאָג איך צו אים: „בריינגט מיר שריפטליך פון ר' אליהון, אַז איר זייט אַן ערליכער מאַן, אַז ער נעמט דאָס אויף זיך, אויבּ איך זאָל אַמאָל האָבּן דערפון צרות“. ער האָט דאָס מיר געבּראַכט שריפטליך, און איך האָבּ אים געגעבּן אַן אַטעסטאַט. ס'האָט ניט לאַנג געדויערט, איז בּאַ אים אַרויס אַ סקאַנדאַל מיט ר' אליהון. ר' אליהו פלעגט פאַרשרייבּן די חשבּונות מיט אים אין אַ בּוך, וואָס ער פלעגט אים 111


מיטגעבּן אויף דער רייזע, און בּאַ זיך האָט ער אויך געהאַט אַ בּוך, וואו ער פלעגט פאַרשרייבּן דאָסזעלבּע. ווען זיי האָבּן זיך צערעכנט, האָט געפעלט אַריבּער דריי הונדערט רייכסטאָלער. די בּיכער זיינען ניט געווען נומערירט. אליהו האָט אָנגעקלאָגט דודן, און ס'האָט דערלאַנגט אַזוי ווייט, אַז דער געריכט האָט געזאָגט, זיי קאָנען דאָ ניט קלוג זיין, זיי פאַרשטייען ניט קיין העבּרעאיש, זאָלן זיי פּרובן דורכקומען צווישן אידן, וואָס פאַרשטייען דאָס יאָ. זיי האָבּן זיך פאַרלאָזט אויף מענשן. דער דאָזיגער דוד האָט דאָ געהאַט מיט זיך אַ זון ושמו מיכל. ער פלעגט שטענדיג אַרומפאָרן מיטן פאָטער אויפן לאַנד. די דריי בּוררים האָבּן זיי ניט געקאָנט אויסגלייכן. איינער זאָגט: „מיין בּוך איז גערעכט, וואָרום ר' אליהו האָט דאָ אַליין פאַרשריבּן, אין זיין בּוך מעג ער שרייבּן, וואָס ער וויל, ס'גייט מיר ניט אָן“. בּכן האָבּן זיי ניט געוואוסט, וואָס צו טון. זיי האָבּן ניט געוואָלט געבּן דודן קיין שבועה, וואָרום ער האָט געזאָגט, ער וועט שווערן, אַז ער האָט מער ניט געקריגן, ווי אין בּוך שטייט. האָבּן זיי געוואוסט, אַז דער זון מיכל איז זעהר אַן ערליכער יונג און אַ פרומער. האָבּן זיי אים געשיקט רופן און זאָגן אים: „איר ווייסט, אַז דער געריכט האָט אונז די זאַך איבּערגעגעבּן מיר זאָלן די זאַך אויספאָרשן, און אייער פאָטער און ר' אליהו האָבּן זיך צעשריבּן, אַז זיי וועלן פאָלגן אונזער פּסק. בּכן איז דאָס געווענדט אָן אייך, איר פלעגט אַרומפאָרן מיטן פאָטער. איר זאָלט בּאַלד גיין אין שול אַריין און געבּן אַ שבועה, אַז אייער פאָטערס בּוך איז ריכטיג, אַז דאָ איז ניט געשען קיין נבלה-שטיק“. אָבּער ער האָט דאָס ניט געוואָלט טון און האָט מודה געווען, ווי זיין פאָטער האָט דאָס געטאָן. בּכן האָבּן זיי געמאַכט אַ פּשרה, און ר' אליהו האָט דערבּיי פאַרלאָרן צוויי הונדערט רייכסטאָלער. ווי נאָר ער האָט זיך פאַרווערבּט עטליכע הונדערט טאָלער, האָט ער זיך גענומען קיומים און האָט אַראָפּגעבּראַכט אַהער זיין פרוי מיט די איבּעריגע זעקס קינדער. דאָס איז געווען נאָך דער רוסישער מלחמה. דאָ האָט מען געהאַט צו טון מיט בּייטן אָבּליגאַציעס און רייכסגעלט [אַסיגנאַציעס]. קיינער האָט ניט געוואָלט פאַרטרויען דודן קיין געלט, ער זאָל דאָס גיין אויסבּייטן. איז ער געגאַנגען צו ר' לייבּ נאַק, און דער האָט אים געטרויט עטליכע הונדערט רייכסטאָלער. ווען ער האָט געזעהן, אַז ער צאָלט אים פּינקטליך און פאַרדינט בּאַ אים עפּעס, האָט ער אים געגעבּן אַ גרויסן קרעדיט, אַ סך טויזנטער רייכסטאָלער. לסוף איז צווישן זיי אַרויסגע- שפּרונגען אַ סקאַנדאַל. קיינער האָט ניט געוואוסט, וואָס דאָ איז געווען, אָבּער זיי זיינען געוואָרן שונאים. ר' לייבּ האָט געזאָגט, יענער האָט אים אַזוי בּאַשווינדלט, אַז ער שעמט זיך דאָס אויסצוזאָגן. ער האָט געמאַכט 112


גרויסע נבלות צווישן אינו נימולים [קריסטן] אויף עטליכע אַלפים רייכס- טאָלער, דאָס, וואָס מ'ווייסט דערפון. קיין איד האָט מיט אים קיין געשעפטן ניט געהאַט. פלעגט ער שטענדיג זאָגן, ער מוז אויספירן, אַז אַלע אידן זאָלן מוזן אַוועק פון דער מרינה. ווען ער האָט געקרינן אַ פאַרמעגן, האָט ער געהאַלטן, אַז ער איז דער גרעסטער מענש אין דער וועלט. אַזוי איז דאָס בּאַ אַזוינע לייט, וואָס האָבּן אויף זייער לעבּן גאָרניט פאַרמאָנט, און אַז זיי קומען צו עפּעס, פאַרלירן זיי דעם קאָפּ. ער האָט אויפגעטאָן אַזוינע שטיק, וואָס מ'קאָן זיי אַלע ניט בּאַשרייבּן. ער האָט זיך בּאַשטעלט אַ זילבּערנע בּלעך אויפצוהיינגען אויף אַ ספר תּורה, אַ פּרוכת אויך, אָבּער קיין ספר תּורה האָט ער ניט געהאַט. האָט ער דאָס געבּראַכט אין בּית-הכנסת, דער שמש זאָל דאָס אויפהיינגען. אויף אַ געוויינטליכן פּרוכת איבּערגעמאַכט פון אַן אַלט קלייד איז געשטאַנען אויס- גענייט: זאת נדב הקצין ר' דוד ואשתו ובניו. דאָס אייגענע איז געשטאַנען אויסגעקריצט אויף דער זילבּערנער בּלעך. מ'האָט דאָס אַראָפּגענומען און מ'האָט געשיקט צו אים דעם שמש, ער זאָל זאָגן, צי האָט ער דאָס מנדר געווען אין בּית-הכנסת, דאַן נעמט מען דאָס, און ער קריגט דאָס שוין ניט צוריק. אויבּ אָבּער ער מיינט ניט אַזוי, קאָן ער דאָס האַלטן בּאַ זיך, ס'וועט ניט אָנגענומען ווערן, מ'דאַרף דאָס ניט, ס'איז פאַראַן גענוג חפצים אָהן דעם. איז ער אַוועקגעלאָפן צום שטאַטהאַלטער מיט דער זילבּערנער בּלעך און מיטן פּרוכת, געמאַכט גרויסע מסירות און האָט געבּעטן, מ'זאָל שיקן רופן אַלע אידן אין דער שלאָסקאַנצעלאַריע. דער שטאַטהאַלטער האָט דאָ ניט געוואוסט וואָס צו טון. מיר האָבּן אים דערקלערט: „זאת נדב“, הייסט אַ געשיינק געמאַכט, מיט פרוי און קינדער, אַזוינס מוז בלייבּן אין דער שול, מיר האָבּן אַ סך אַזוינע אין דער שול, מיט נעמען אויך דאַרויף, אָבּער אָהן „זאת נדב“, וואָרום דאָס איז אַ געשיינק. ער אָבּער, אַן אומוויסנדיגער מענש, האָט זיך געשפּאַרט, דאָס איז ניט קיין געשיינק. זאָגט דער שטאַטהאַלטער: „מאָרגן וועל איך אייך געבּן ענטפער“. מיר זיינען געגאַנגען אַהיים. דער שטאַטהאַלטער האָט געשיקט אָנפרעגן דעם רב, ער זאָל אים צוּוויסן געבּן, וואָס בּאַטייטן די ווערטער „זאת נרב“. האָט דער רב געענטפערט, אַזויווי מיר האָבּן געזאָגט. האָט ער געשיקט רופן דעם דאָזיגן ש. און זאָגט אים, ער זאָל אַראָפּנעמען דעם „זאת נרב“, וועט ווערן אויס פּראָצעס. און דערבּיי איז דאָס געבּליבּן, ער האָט אַראָפּגענומען דעם „זאת נרב“. אין עטליכע חדשים אַרום איז פירגעקומען אַן אַספה פון דער גאַנצער קהלה, מ'האָט גערופן אַלע בּעלי-בּתים. ער איז געקומען מיט זיין זון, יענער איז נאָך געווען אַ בּחור. ער האָט זיך פאַרשריבּן בּאַ הערצאָג קאַרל אַלס 113


אַ מענש בּאַ אים אויף דער קיך, וואָרום ער איז נאָך ניט געווען קיין בעל- קיומים. קהל זאָגט: „מ'האָט אייך אַהער ניט גערופן, איר קאָנט דאָ ניט בּלייבּן, איר זיינט קיין בּעל-הבּית ניט און קיין בּעל-קיומים“. האָט אונזער שנאָלן-מאַכער אָנגעהויבּן צו שרייען, האָט גענומען אַ שטעקן און האָט אויסגעשלאָגן צוויי פענסטער, און האָט אָנגעהויבּן צו שרייען גוואַלד, און איז אַרויסגעשפּרונגען און האָט נאָך אַלץ געשריגן גוואַלד אויף דער גאַס. קיינער פון אונז האָט אים קיין קרום וואָרט ניט געזאָגט, מיר זיינען אַלע געזעסן אַרום טיש. דער שמש זאָגט: „ווי איך האָבּ אים נעכטן געזאָגט, ער זאָל קומען אויף דער אַספה, ענטפערט ער, איך וועל קומען און וועל זיי אויסבּרעכן די פענסטער אויך“. מיר האָבּן אים אָנגעקלאָגט צו פּאָליציי. ער האָט בּאַקומען אַ פּסק: ער זאָל מחילה בּעטן אין שול און זאָל בּאַצאָלן פופציג טאָלער קנס. האָט ער געזאָגט, ער וועט דערלאַנגען אַן אַפּעלאַציע. אָבּער קיינער פון קהל האָט ניט געוואָלט ווייטער האָבּן צו טון מיט אים און דערבּיי איז דאָס געבּליבּן, וואָרום ער האָט געקריגן אַזויפיל זלזולים אין פּאָליציי, אַז מיר האָבּן זיך אַליין געשעמט. אָבּער ער האָט ניט געהאַט ניט קיין בּושה, ניט קיין שאַנד. נאָכדעם האָט ער זיך געלאָזט מאַכן אַ שילד איבּער זיינע פענסטער אין זיין דירה, און דאַרויף איז געווען אויסגעמאָלט אַלע סאָרטן געלט. מיט אייניגע סוחרים האָט ער אָפּגערעדט, אַז ווען זיי פאַרקויפן וועקסלען, זאָלן זיי ניט נעמען קיין רייכסגעלט, נאָר זיי זאָלן זיך הייסן געבּן בּאַנקאָגעלט. ער האָט געמיינט בּאַ זיי נעמען דאָס באַנקאָ מיט רוחים. זיי האָבּן אַזוי געטאָן. דאָס בּאַנקאָ האָט גענומען שטייגן טאָג אויף טאָג, ווער ס'האָט נאָר געוואָלט האָבּן וועקסלען און האָט ניט געקאָנט קריגן, האָט געמוזט גיין צום דאָזיגן שנאָלן- מאַכער און אים בּאַצאָלן, וויפיל ער האָט זיך געהייסן. דער קיניג האָט דאָס דערהערט, אַז דער קורס שטייגט טאָג אויף טאָג נישט צו בּאַשרייבּן. דעם קיניג האָט מען געזאָגט, אַז אידן זיינען דאָ שולדיג, זיי האָבּן אָנגערייצט די סוחרים, יענע זאָלן אויפטרייבּן דאָס בּאַנקאָ, זיי האָבּן אַפילו שילדן איבּער די טירן, אויסגעמאָלט אַלע סאָרטן געלט. ס'איז אַרויס אַ בּאַפעל פונם קיניג: אידן האָט מען געטאָן אַ חסד, וואָס מ'האָט זיי אַריינגעלאָזט אַהער אין דער מדינה צו וואוינען. היות אָבּער ווי זיי טוען קעגן לאַנדרעכט און האָבּן געמאַכט אַ וועקסל-בּאַנק, זאָלן זיי פאַרטריבּן ווערן פון דער מרינה, ווי נאָר מ'וועט הערן, אַז ווער ס'איז פון זיי האָט אויסגעבּיטן אַפילו איין שטיבּער. אויך זאָלן זיי בּאַלד אַראָפּנעמען די שילדן. דער דאָזיגער קיניגליכער בּאַפעל איז געווען זעהר שאַרף, איז געוואָרן אָפּגעדרוקט און איז געקומען אין וואָכנבּלאַט. צווישן דעם עולם איז געוואָרן גרויס רשעות [יידנהאַס], מ'האָט גערעדט, אַז אַלע אידן זיינען שולדיג און מ'דאַרף זיי אַלע פאַריאָגן פון דער 114


מדינה. קהל איז זיך בּאַלד צונויפגעקומען, מ'האָט געמאַכט אַ שריפט צום קיניג און מ'האָט דאָס אָפּגעדרוקט אין וואָכנבּלאַט, מ'האָט זיך פאַרענטפערט, אַז קיינער פון היגע אידן פאַרנעמט זיך ניט מיט געלט בּיַיַטן, חוץ דעם דאָזיגן דודן, קיינער האָט אויך קיין שילד ניט וועגן געלט בּייטן, חוץ דעם דאָזיגן דודן. מ'האָט אים אָפט געוואָרנט, ער זאָל אַראָפּנעמען די שילד, די וועלט רעדט אַזוי פיל פון אים, אָבּער ער האָט זיך ניט געמאַכט דערפון. דער שטאַטהאַלטער האָט געשיקט רופן דודן אין קיניגס נאָמען. מ'האָט געהאַט געזאָגט, אַז דער שטאַטהאַלטער האָט אַ בּאַפעל אים אַרויסצושיקן פון דער מדינה, אָבּער דער שטאַטהאַלטער איז געווען זעהר אַ לייטישער מענש און האָט אים געהאָלפן. קיין איד האָט אים ניט אָנגערירט. ווען אידן זאָלן געווען וועלן אָנגעבּן אויף אים מסירות, וואָס פאַר אַ שלעכטס ער האָט זיי שוין אָנגעטאָן, וואָלט ער געוויס געמוזט אָפּטרעטן פון דער מדינה. אָבּער ס'איז ניט געווען גם אחד [אַפילו איינער), וואָס זאָל אים שלעכטס טון, כאָטש ער האָט דאָס צען מאָל אַזויפיל פאַרדינט און האָט פריהער געמסרט אידן. ער פלעגט שטענדיג זאָגן, ער וועט זיך ניט קילן, בּיז מ'וועט ניט פאַרטרייבּן אַלע אידן פון דער מדינה. ער איז געווען כמעט אַ משוגענער און אַלץ פון בּאַרימעריי וועגן, מ'זאָל פאַר אים מורא האָבּן. אָבּער נאָך דער דאָזיגער מעשה איז ער געוואָרן שטיל און האָט מער ניט געשראָקן, אָבּער וועמען ער פלעגט בּאַגעגנען פון קהל אין גאַס, פלעגט ער אים שעלטן מיט קללות נמרצות. קהלס לייט האָבּן זיך בּאַקלאָגט אויף אים בּאַ דעם אויבּערשטאַט- האַלטער; האָט מען אים אָנגעזאָגט פון דער שלאָסקאַנצעלאַריע, אַז וויבּאַלד עמיצער פון די קהלה-פירער וועט זיך נאָך אַמאָל קלאָגן אויף אים, וועט מען אים אָהן געריכט און אָהן אַ פּסק תפוס נעמען [אַרעסטירן]. איז ער לסוף שטיל געוואָרן. ס'איז געווען נאָך איינער, משה פייהעם, האָט ער זיך אויך רעקלאַמירט אַלע וואָך אין טאָגבּלאַט, אַז ער בּייט אַלע סאָרטן געלט. אים האָט מען דאָס אויך פאַרבּאָטן מיט אַן אָנזאָג, אַז מ'וועט אים פאַרטרייבּן פונם לאַנד. ער איז געווען אַ דלפון, האָט שוין איינמאָל פּלטה געמאַכט היגע אידן; ער האָט אויך אָנגעמאַכט אַ סך סקאַנדאַלן. ער איז ניט קיין איד, ניט קיין קריסט. ער איז אָבּער בּאַלד שטיל געוואָרן. אין קורצן נאָך דעם איז ער גענומען געוואָרן תּפוס איבּער חובות. אַזוינע שלעכטע מענשן, וואָס פלעגן אַרומלויפן אויף דער וועלט, האָבּן אַ סך געשווינדלט. אָבּער ווי זיי פלעגן זיך מיט שווינדל מאַכן אַבּיסל געלט, וואָס זיי זיינען ניט געוויינט געווען צו האָבּן, איז פלעגן זיי טרייבּן תּקיפות און וועלן שפּילן די גרויסע ראָליע, אָבּער דאָס האָט זיי ניט געגאָלטן, און זיי זיינען געוואָרן שטיל, ווייל זיי קאָנען גאָרניט אויספירן.

  • 8

115


דאָס זיינען די בעלי-בּתים, וואָס וואוינען דאָ, און בעלי-קיומים [מיט וואוינרעכט] און בּייזיצער, אויך הרב און משובּדים [כּלי-קודש] והמלמדים, וואָס געהערן צו דער אויפגעריכטער שול, וואו מ'צאָלט פאַר יעדעס קינד:


1. אֳני. אַהרון בּריצען בּעל-קיומים און נושאַ בּעול [שטייער-צאָלער] 2. חַתְני אייזיק 3. מחותָּני בּענדעט 4. בְּנו זיסקינד 5. וְחַתְנו רי יצחק 6. ר' גומפּרעכט כּץ 7. " חֲתנו שמואל כַּץ 8. " לייבּ נאָרקעפּינג 9. " יוסף סגל 10. " הירש ר' יואלס זוי 11. " יעקוב וואַרשוי 12. „ אברהם כּהן 13. " לייבּ לאַם 14. "אַהרון לאַם, ר' לייבּס בּרודער 15. „ דוד לאַם 16. " דוד סטרעליץ 17. . אַהרון ווייסל 18. " יואל ציינדאָקטאָר 19. " משה פּאַקעס 20. " זלמן שווערין 21. " יצהק דרוקער 22. " יעקוב דאַנציגער 23. " הירש קאַרלסקראָן 24. " לייבּ, דוד לאַמס איידעם 25. " אַהרון, לייבּ לאַמס זון 26. " וחתנו ר' שלום פּאַך 27. " " " זלמן פּערלבּערג 116


28. ר' לייבּ דעמיץ 29. " מאַנעס קריוויטס 30. " בּענאָ פייטל קריוויסס 31. " בענאָ בּנימין קריוויטס 32. " שמואל בּיוצאָוו 33. " שלום, קויפמאַנס איידעם 34. " הירש, מאַנעס קריוויטס איידעם 35. " יעקוב נאָרקעפּינג 36. " שמואל בּן ר' קאָפּעל 37. " בּרוך בּן מאַנעלע 38. " אברהם, ברכיהם זוי 39. " קויפמאָן 40. " יצחק פּאַך 41. " יעקוב סגל 24. " הירש סגל 43. " יוסף מאַרשטראַנד 44. " שלמה כּץ 45. " הירשל 46. " טעוועלע 47. " רפאל 48. " לייבּ קאַרלסרו 49. " אברהם קאַרלבּערג 50. " יעקוב קאַרלסרו 51. " אליהו מאַלכין 52. " שלמה פּאָפּלע שוּוואַקסמאַכער 53. " גדליה 54. „ לייבּ שוחט 55. " רעוועל


56. ר' מאיר שמש 57 . " שלמה נאָרקעפּינג 58. " אליעזר 59. " מיכל העלסינגער 60. " דוד מאַלכין 61. " זוסמאַן 62. " היים צייגדאָקטאָר


63. ר' מיכל סטרעליץ 64. " מאיר סמרעליץ 65. " הירש סטרעליץ 66. " יצהק סטרעליץ 67. " חיים שיק 68. " נתנאל ציינדאָקטאָר 69. " אברהם קאַרלסרו


איך בּין איצט געוואָרן 73 יאָר. חתני יצחק און מיין בּרודערס איידעם בּענדעט זיינען מיינע חברים [שותּפים], זיי האָבּ איך איבּערגעגעבּן דעם גאַנצן משאַ ומתּן, אויך האָבּ איך אַ צואה געמאַכט, אַז קיינער לאַחר מוֹתי זאָל זיך ניט קימערן וועגן משאַ-ומתּן, אָדער זעהן די בּיכער, וואָרום די קנאָה ושנאָה איז צו גרויס בּאַ זיי. עס געפינט זיך איצט אַ שפל ומשופל [אַ געמיינער, נידעריגער מאַן] ושמו משה פייהעם אָדער משה פּאַקעס, אַ מוסר, וואָס האָט געמאַכט מסירות אויף אָרעמע מענשן, וואָס וואוינען שוין דאָ כּמה שנים, אַז זיי צאָלן ניט קיין שטייער, טרייבּן האַנדל מיט פרעמדע פאַרבּאָטענע סחורה, כדי מ'זאָל זיי פון דאַנען פאַרטרייבּן. דערווייל האָט ער נאָך גאָרניט אויסגעפירט, די לייט האָבּן זיך פאַרענטפערט סיי בּאַ פּאָליציי, סיי בּאַ דער עצה [שטאָטראַט], אָבּער קהל האָט וועגן דעם גאָרניט געטאָן, און איך מיש זיך ניט אין קיין זאַך. איך האָבּ זיך פירגענומען פאַר כּמה שנים: בסודם אַל תבוא נפשי ובקהלם אַל תחד כבודי [אין זייער ראַט זאָל מיין זעעל ניט זיין און אין זייער פאַרזאַמלונג זאָל מיין כּבוד ניט איינשטיין]. מיינע חברים זיינען בּרוך השם אָנגעזעהן אַצל חצר המלכות; חברי מיכל בּענדעט איז אצל המלכות הויפיוּ- וועליר. המלכות קויפט ניט פאַר קיין פּרוטה אַחת מן נמולים אינו נמולים [בּאַ אידן און ניט-אידן] חוץ בּאַ אונז, והמלכּה וכל שרים [און די קיניגן און אַלע הויכע הערן] והשם יוסף אַלינו [גאָט זאָל אונז נאָך פאַרמערן], וואָרום מיר זיינען בּרוך השם אָרנטליכע לייט און האָבּן קיינמאָל קיינעם דאָס מינדסטע ניט גערירט. יהללך זר ולא פיךָ [זאָל דיך אַ פרעמדער לויבּן ניט דיין אייגן מויל]. בּיז אַיצט, נאָך דאָס פאַרגאַנגענע יאָר ה'תקס“א [1801], פלעג איך פאָרן מיט חברי בּענדעט אויף דעם לייפּציגער יריד, אָבּער היינטיגס יאָר ה'תקס“ב [1802] איז בּענדעט אַליין געפאָרן צום פייסטניריד, ער פאַרשטייט איצט דעם שטיינערהאַנדל אַזוי גוט, ווי דער בּעסטער און עלטסטער יוּוועליר. והשם מצליח דרכו לביתו בּשלום [און גאָט בּאַגליקט זיין וועג אַהיים בּשלום]. ער האָט געשיקט לביתו [אַהיים] 117


זיינע בּריליאַנטן און פּערל, און מיר זיינען דערמיט זעהר צופרידן געווען. איך האָבּ זעהר פיל צו שרייבּן, וואָס איך האָבּ געטאָן לפני כל היהודים [פאַר אַלע אידן], וואָס נישט אַזוי גרינג איז עס מיר אָנגעקומען, און האָבּ יעדן כל הטובות געטאָן כל מה שביכלתי [וואָס איך האָבּ נאָר געקאָנט]. זיי האָבּן מיר משלם רעה תּחת טובה געווען [בּאַצאָלט שלעכטס פאַר גוטס]. אָבּער הקדוש בּרוך הואַ בּרוב רחמיו ובּרוב חסדו [גאָט מיט זיין גרויס מיטלייד און מיט זיין גרויס גנאָר] האָט מיך מצליה געווען בּכל דרכי [אין אַלע מיינע וועגן].


כּלל-פאַרלאָג