Page:נחת פון קינדער און בּערעל-אַײזיק.pdf/8

פֿון װיקיביבליאָטעק
דעם בלאַט האָט מען קאָרעקטור-געלייענט

דעם דריטען זוהן מײנעם איז יאָ געװען נישקשה, איז ער אין דער גרױסער שׂרפֿה, ניט הײנט געדאַכט, אָפּנעברענט געװאָרען, אַרױס װי די מאמע האָט איהם געהאַט, און האָט נאָך געהאַט אױף זיךִ אַ גוס פּעקעל מיט אַ מסירה׳לע, מים אַ סלעדאָװאַטעל, מיט צרות, מיט אַ פּריזיװ — פֿרעגט ניט — ס׳איז גוט!… הײנט זיצט ער בײ מיר מיט דער גאַנצער חאַליאַסטרע. װאָס דענן?..

נאָר אײן קלענערען זוהן מײנעם איז, קײן עין־הרע, נאַנץ נישקשה׳דיג. שײךִ זאָגען נישקשה'דיג? קײן געלט האָט ער ניט, נאָר ער האָט אַ רײכען שװעהר. דאָס הײטט, ער איז ניט אזױ רײך, װי אַ בעל-פּרנסה, האָט געשעפֿטען אַ סך, אַ גרױסער דדעהער, אַ “קרוטין”, זאָל דער אױבערשטער שומר ומציל זײן! ער דרעהט אַזױ לאַנג. ביז ער פאַרדרעהט אי זיך, אי יענעם. נאָר װאָס דענן? ער דרעחט זיךִ אַלע מאָל אױס, דער הונט. ער האָט שױן ניט אײן מאָל גע׳פּטר׳ט אי זײן געלט, אי די קינדער׳ס געלט. זאָג איך צו איהם: ”װאָס האָט איהר נעהאַט צו מײן זוהן׳ס געלט?” זאָגט ער: ”איהר האָט עפּיס אַרײנגעלעגט אַ סךִ פּוטער?”… זאָג איך: ”מײן זוהן איז מיר דערװײל אַ קינד”. זאָגט ער: ”און מײן טאַכטער איז בײ מיר ניט קײן קינד?” זאָג איךִ: ”עט!” זאָגט ער: ”בע!” זאָג איךִ: ”מילא!” זאַגט ער: ”בקיצור!” א װאָרט פֿאַר אַ װאָרט — האָב איך אַװעקגערופֿען מײן שמױגער און זאָג צו איהם: ”טהו אַ שפּײ, זאָג איךִ, אױף דײן שװעהר דעם נגיד, דעם דרעהער, און זעץ דיךִ אַװעק בײ מיר — װאָס גאָט װעמ געבען, אַבי אינאײנעמ”…

זעהט איהר, צו אײדעמס האָב איך גאָר קײן גגיק נישט. אָבער טאַקי להלוטין ניט! דאָס הײסט, איך חאָב צו זײ קײן טענות ניט, און שעם זיך חלילה נישט מיט זײ, װאָרום איך האָב, מעגט איהר מיך גלױבען, אַזעלכע אײדעמס, װאָס דער נרעסטער גביר פֿאַרמאָגט זײ ניט. פײנע קינדער, מיוחסימ, פּאַרשױנען, קעפּמענטשען!