Page:נחת פון קינדער און בּערעל-אַײזיק.pdf/7

פֿון װיקיביבליאָטעק
דעם בלאַט האָט מען קאָרעקטור-געלייענט

תנ״ד, מיט דקדוק, טיט די אַלע איבעריגע הײנטיגע שאָלעמױזען שמועסט מען ניט. זײער לײענען און זײער שרײבען אידיש און רוסיש און רײטש און פֿראַנצױזיש, און און און…

אז איך באַדאַרף אַמאָל אַ בריװעל איבערלײענען, אײן אדרעס אָנשרײבען, צו װאָס, – װערד אַ מלחמה: “וײרעניו, אָמ װעל איךּ! זײדעניו, אָמ װעל איךּ!”

אַי װאָס, איהר װעט פֿרענען “פּרנסה”? עט, פארהאַן אַ גרױסער גאָט! ער פיהרט אױס. אַ מאָל אַזױ, אַ סאָל אַזױ,‏ אַ מאָל בעסער, אַ מאָל ערגער מאָהלט אַײך, מעהר ערגער װי בעסער — מע מוטשעט זיךּ און מע קומט דורך מיט׳ן יאָהר, אַבי געזונט, װי זאָנט איהר.

מײן עלמערען זוהן איז געגאַנגען ניט שלעכט. ער איז געזעסען אין א דאָרף, אין זלאָדיעװקע איז ער געזעסען, און נעהאַט גאַנץ פײן פּרנסה; נאָר אַז ס'איז אַרױס דער אוקאַז פונ'ם דריטען מאַי, האָט מען איחם געבעטען מחילה; האָט ער דאָך מסתמא גע'בריה'ט זיך, געװאָלט אױסװײזען, אַן ער איז ניט קײן “פּאָסעליװשײסיאַ“, געבראַכט פּאַפּיערען, אַז ער זיצט דאָרטען נאָך פון ששת ימי בראשית, דערלאַנגט אין סענאַט. בקיצור, ס'האָט ניט געהאָלפען קײן שטע־ישראל, מע הֹאָט איהם אַרױסגעטריבען, און ער קאָן נאָך ער היום צו זיך ניט קומען… זיצט ער בײ מיך מיט װײב און קינדער. אַ ברירה האָט מען?

און דעם אַנדערען זוהן מײנעם געהט נעבאַךּ גלאַט נישט. װאָס ער ואָל ניט טהון – איז שלים־שלים־מזל, װי זאָגט איהר, „מיט דעך פּוטער אַראָפּ“. קױפט ער תבואה, װערד אַ זול. האַנדעלט ער אַײן אָכסען, פּגר'ען זײ. ריהרט ער זיךּ צו צו װאַלד, איז אַ װארעמער װינטער – אַ בר־מזל! ער זאָל אַ קוק מהון אין טײך, װאָלטען גע'פּגר'ט אַלע פיש… האָב איךּ מיךּ מײשב געװען און זאָג איהם: „װײסט דו װאָס? פּעקעל זיך אַריבער מיט װײב און קינדער צן מיך. ממה נפשך!“…