אשר בנחל מכתב ה

פֿון װיקיביבליאָטעק

אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


בעזרת השם יתברך

יום ששי ערב שבת קודש לסדר ויגש ה' תשל"ו

שלום וברכה וכל טוב סלה יגיעו וירדפו אל אהובי, אחי ורעי, הבחור היקר לי מאד, נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר. דיין בריף מיטן סכום הגון להדפסה האב איך ברוך השם דערהאלטן, אשריך ואשרי חלקיך וואס דו נעמסט אנטייל אין די הייליקע מצוה פון הדפסה, ובפרט אזוינע נייע ספרים וואס זענען צוגעפאסט צום היינטיקן דור, צו די פראבלעמען פון בחורים וכו' וכו' און ברוך השם, השם יתברך האט אונז געהאלפן נאך גרויסע נסים, דאס דער ספר "שמירת הזמן" איז אפגעדרוקט געווארן, עס איז געווען א שריפה אין דרוק ווען מען האט געהאלטן אינמיטן דרוקן דעם ספר און רוב דרוק איז פארברענט געווארן, און בדרך נס נפלא איז דעם ספר גארנישט געשען. טייערער ברודער עס איז פון מיין זייט א גרויסע עולה וואס איך האב די גאנצע צייט נישט געשריבן נאר וואס זאל איך טאן דאס ליידער איז דא אזוי פול, צעבראכענע נפשות, און קיינער וויל זיך נישט מיט זיי פּארן און השם יתברך האט געפירט סיבות לטובה, זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבין און עס איז זייער נויטיג צו רעדן מיט זיי און זיי מחזק זיין.

טייערער ברודער אשרינו ואשרי חלקינו דאס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסן רבין, וואס טוט אונז מחי' און מחזק זיין, און מאכט אונז זייער פריילעך און ברענגט אונז צוריק צו השם יתברך, למען השם זע צו רעדן יעדן טאג מיט השם יתברך מיט תמימות ופשיטות, און דערצייל אים אלעס אויס אזוי ווי מען דערציילט אן אמתן גוטן פריינד, מוצאי שבת קודש וועט, אם ירצה השם זיין די סעודת הילולא פון הייליגן ר' נתן ז"ל, איך וועל בעטן די בחורים זאלן דיר שיקן א טייפ. דערווייל שטארק זיך זייער, אם ירצה השם נאך שבת וועל איך דיר שרייבן.

ידידך...