לדלג לתוכן

אשר בנחל מכתב ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


בעזרת השם יתברך

יום שלישי לסדר שלח ה' תשל"ה

שלום וברכה לידיד נפשי, נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר ויזרח לנצח נצחים.

מכתבך לנכון קבלתי.

מיין טייערער... שיחיה, בזה העולם דארף מען האבן א יעדן טאג נייע חיזוק, ווייל יעדער טאג גייט איבער אויף יעדן איינעם נייע בלבולים, און נייע ירידות, און ווען נישט דאס וואס השם יתברך האט אונז אנגעגרייט דעם רבין ז"ל, וואלטן מיר אינגאנצן פארלוירן געווארן חס ושלום, איבער דעם דארפן מיר געבן יעדן טאג פאר השם יתברך א תודה והודאה אויף די גרויסע חסדים און נסים וואס ער האט מיט אונז געטאן, בפרטי פרטיות וואס מיר ווייסן פון אזא גרויסן צדיק וואס טוט אונז מחיה זיין און מחזק זיין און איז אונז מגלה דאס "אין שום יאוש בעולם כלל", און אפילו אין אונזער נידעריקע מקומות קען מען זיך אויך מקרב זיין צו השם יתברך, ובפרט דורך די גרינגע עצה וואס דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען וואס דאס איז "התבודדות", זיך אויסרעדן דאס הארץ פאר השם יתברך, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס פאר אן אמת'ן גוטן פריינד.

און מיין טייערער ... נרו יאיר זאלסטו וויסן, דאס אויף די וועלט איז נישט דא קיין אנדערע עצה ניצול צו ווערן פון וואס מען דארף ניצול ווערן ווי נאר די הייליגע עצה זיך אויסרעדן דאס הארץ פאר השם יתברך, ווי פאר אן אמתן גוטן פריינד כי (משלי כ"א): "אין חכמה ואין תבונה ואין עצה לנגד ה'", א זאך וואס איז נגד ה' דאס הייסט נישט מקושר צו השי"ת, איז נישטא דא אין דעם קיין חכמה קיין תבונה קיין עצה, סוף כל סוף וועט דיר השם יתברך אויך העלפן און דו וועסט געפונען דיין זווג און דו וועסט אויפבויען א בית נאמן בישראל, דערווייל זיי נאר פריילעך און לאז נישט צו צו דיר דאס עצבות אפילו איין רגע, ווייל עצבות איז די סטרא אחרא, און זעה צו טאנצן אלע טאג חק ולא יעבור אן קיין חכמות, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן י'): על ידי המחאת כף וריקודים ממתיקים את הדינים, דורך דעם טוט מען ממתיק זיין די דינים. הדורש שלומך באהבה רבה...