לדלג לתוכן

אשר בנחל ו

פֿון װיקיביבליאָטעק

אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


טייערער ברודער! זע זיך צו שטארקן מיט אלע וועגן אויף די וועלט, ווייל עס איז נישט קיין עצה צו זיין אזוי צעבראכן פון אלעס וואס גייט אויף דיר אדורך, ווייל דו הייליגע חכמים זאגן (מדרש אגדה): ווער עס ציט זיך מער צו צער, ציט זיך די צער מער נאך אים, ווייל ווי מער די וועסט טראכטן פון דיין צער, אזוי וועלן גרעסער און שווערער זיין אויף דיר דיינע צרות און ביטערניש נאך סאך מער, און דערפאר, פארוואס פעלט דיר אויס שטענדיג צו טראכטן פון דיין שווערן מצב, ס'איז דאך סאך בעסער פאר דיר זיך צוגעוויינען צו פארגעסן אלעס וואס איז דורכגעגאנגען אויף דיר. אזוי ווי דער רבי זכרונו לברכה האט געזאגט (שיחות הר"ן סימן כ"ו): אז ביי די וועלט איז די מדה פון פארגעסן נישט קיין גוטע זאך, אבער באמת איז שכחה זייער א גוטע זאך, ווייל אן שכחה וואלט א מענטש גארנישט געקענט טון, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווייל אלעס וואס איז אים אדורכגעגאנגען פון פריער וואלט אים שטענדיג פארמישט זיינע געדאנקען, סיי זיינע ירידות און נפילות ברוחניות, און סיי זיינע איבערגייענישן בגשמיות, סיי אין שטוב און סיי ביי פרנסה, בפרט דאס וואס דער מענטש טראכט כסדר "איך וואלט בעסער געדארפט טון אנדערש...", אבער דורך שכחה קען ער פארגעסן זיין גאנצע פארגאנגענהייט אזוי ווי עס וואלט אינגאנצן נישט געווען, און אנהייבן פון דאסניי, דערפאר זע אויך אזוי זיך צו צוגעוואוינען צו גיין אין דעם וועג, מסיח דעת צו זיין יעדע מאל פון אלעס וואס גייט איבער אויף דיר, און נעם ארויס פון קאפ דיין גאנצע פארגאנגענהייט ווי ס'וואלט גארנישט געשען, און הייב יעדעס מאל אן א נייע התחלה, נאר זיך צו ציען צו השי"ת און דאס וועט אין דיר אריינברענגען א גוטע האפענונג און דו וועסט ווערן געהאלפן מיט אלעס וואס ס'פעלט דיר.