נטרונא בליצן כסלו ה תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק
(אַריבערגעפֿירט פון נטרונא בליצן כסלו ה)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
חרדי'שע אידן זענען ליידער ווידער אינעם צענטער פון התגרות באומות
אָ.יו. פאַרדאַמט אי.יו.'ס רוף צו צוטיילן ירושלים; חברי הכנסת פון אגודה קעגן איינפרירן בוי אין ישובים; צפת רב הראשי פאַרדאַמט שליט געשפּרעכן; פּרעסע דעקט געשלעגן צווישן חרדים און אַראַבער ביים קבר פון שמעון הצדיק;
נטרונא קעמפט און איז ב"ה מצליח צו פאַרשפּרייטן ריכטיגע שטעלונג פון ערליכע אידן קעגן מדינה
אָ.יו. קעגן אי.יו.

בריסל – עס איז אַן ערנסטער פאַרמעסט צווישן די יוניאָנס... די אָרטאָדאָקס יוניאָן, באַוויסט אין קורצן אַלס אָ.יו. OU , האָט זיך אַרויסגעלאָזט אין אַ קאַמף קעגן די אייראָפּאָעער יוניאָן. דעם דינסטאָג האָבן זיי אַרויסגעגעבן אַ סטעיטמענט צו פאַרדאַמען די אי.יו., וועלכע האָט אַדאָפּטירט אַ סטעיטמענט אין נאָמען פון די אייראָפּעער מיניסטאָרן, אָנצוהייבן געשפּרעכן צו צוטיילן ירושלים צווישן אַן איזראַעלישע און פּאַלעסטינער הויפּט-שטאָט.

די פאַרדאַמונג פון די אָ.יו. איז נישט בלויז אַ פּאָליטישע. עס ווערט פאָרגעשטעלט אונטער אַ רעליגיעזן שלייער, און פאַררופט זיך אין נאָמען "פון די מיליאָנען אידן וועלכע דאַווענען ערליך צו ירושלים און פאַר איר פרידן." ווייטער זאָגט עס: "ירושלים איז געווען די אייביגע הויפּט-שטאָט פון אידן פאַר דריי טויזנט יאָר... און די גאַנצע שטאָט איז צוריק פאַראייניגט געוואָרן אַלס אונזער הויפּט-שטאָט אין ".1967

מיט זייערע סטעימענטס זאגען זיי אז די שטאט ירושלים וואס מיר האבן פארלוירען דריי טויזענט יאר צוריק , איז צוריק געוואָרן 'אונזער' שטאָט אין 1967- ירושלים עיר הקודש, וואס די פסוק רופט דאס "העיר אשׁר בחרתי לי לשום שׁמי שׁם" )מלכים א פרק יא(, די הייליגע שטאט ירושלים ווי אידן האבן געגעסן קדשים קלים און מעשר שני....איז די זעלבע ווי נאצאליסטישע שטאט זשרוסעלום וואס איז צוריק געקומען דורך מינים ואפיקורסים מיט א מרידה בהשי"ת, דאס איז חילול הקודש והמקדש וסילוף תורתינו הקדושה אויפן העכסטען גראד.

אין די תפילות זענען מיר מתפלל "ולירושלים עירך ברחמים תשוב, ותשכון בתוכה כאשר דיברת" ירושלים עירך איז מקושר צו ותשכון בתוכה – די השראת השכינה – "ובנה אותה בקרוב בימינו" קומט אינאיינעם מיט "וכסא דוד עבדך מהרה לתוכה תכין" בנין ירושלים קומט אינאיינעם מיט מלכות בית דוד, ירושלים פון 1967 איז מעיק לשכינתא, די היינטיגע בנין ירושלים איז עוקר און מעכב מלכות בית דוד, יגער ה' בך השטן הבוחר בירושלים.

מיר גלייבען כי באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה, תתגדל ותתקדש בתוך ירושלים עירך לדור ודור ולנצח נצחים.

די פרעכע פאַרדאַמונג פון די גרופּע בשם כל ישראל, שאַפט ליידער דעם איינדרוק אַז דאָס איז די אָנגענומענע פּאָזיציע פון ערליכע אידן איבער די וועלט, און אַז זיי זענען די וואָס קעמפן פאַר אַן אומצוטיילבאַרע ירושלים.

פרוש און ליצמאַן קעגן בוי-איינפרירונג אין חרדי'שע ישוב אין שטחים

ירושלים – אין די צייט וואָס ביבי נתניה האָט זיך שוין געמוזט לאָזן ברעכן, און נאָכגעבן פאַר אַמעריקע דורך דערקלערן אַ בוי איינפרירונג אויף די שטחים פאַר צען חדשים, זענען עס ליידער די פרומסטע חברי הכנסת, פון אגודה, וועלכע קעמפן צו קענען פאָראויסגיין מיט בויאונגען. מאיר פרוש האָט זיך געטראָפן מיט נתני-ה און דעם קריגס מיניסטאָר אהוד ברק צו דרוקן זיי זאָלן ערלויבן ווייטער צו בויען אין די ישובים, ספּעציפיש אין חרדי'שע שטעטלעך אין די אָקופּירטע געביטן, און אויך דער גערער חבר הכנסת, יאַנקל ליצמאַן, האָט פאַרלאַנגט אַז מ'זאָל ווייטער ערלויבן צו בויען אין ביתר עילית און אין מודיעין עילית.

פאַר אַ צייט צוריק איז געווען אין ניו יאָרק טיימס אַ לענגערע באַשרייבונג, ווי אַזוי די גרויסע חרדי'שע שטעטלעך, וואָס די מנהיגים און פּאָליטיקאַנטן האָבן אויפגעשטעלט אָן וואָס די איינוואוינער זאָלן אפילו וויסן אַז זיי זענען אויסער די גרינע ליניע – וועלכע טיילט אָפּ צווישן איזראַעל און די געביטן וואָס זי האָט אָקופּירט אין די זעקס טאָגיגע מלחמה – זענען אַ שטאַרקער שטער פאַרן שלום.

איצט שטעלט זיך ליידער טאַקע אַרויס אַז אָט די שטעטלעך זענען פון די ערשטע וועלכע קענען צוגרונד לייגן דאָס ביסל נאָכגעביקייט וועלכע פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט קוים אַרויסגעקוועטשט פון נתניה, צו קענען ברענגן די צוויי זייטן צוריק אָנצוהייבן עפּעס געשפּרעכן.

די 'ידיעות אחרונות' האָט באַריכטעט אַז ליצמאַן האָט זיך געטראָפן מיט נתניה און ברק צו דרוקן אַז מ'זאָל קענען ווייטער בויען אין די צוויי שטעטלעך, דערקלערנדיג אַז דאָס איז קריטיש צו קענען נאָכקומען דעם דירות פאַרלאַנג פונעם חרדי'שן ציבור. ער האָט געזאָגט נאָך די געשפּרעכן: "איך גלייב אַז עס וועט זיין מעגליך צו בויען ביז אַ וואָך."

אויך פרוש האָט זיך געטראָפן מיט נתניה און ברק, און ער האָט שוין באַריכטעט אַז ער האָט אינטערווענירט ביי אים צוריקצוציען די גאַנצע בוי איינפרירונג אין די אָקופּירטע געביטן, מיט די טענה אַז דאָס באַטרעפט זייער שווער נייע פּאָר-פעלקער אין די חרדי'שע ישובים. פרוש האָט דורכאויס די וואָך אויך געברענגט עטליכע מיניסטאָרן אויף באַזוכן אין ביתר עילית, זיי זאָלן העלפן באַאיינפלוסן די רעגירונג צו ערלויבן מ'זאָל דאָרט ווייטער קענען בויען.

אין נאָך אַ נייעס וואו חרדים ווערן אָפּגעמאָלן אַלס די וואָס זוכן צו שטערן די בוי איינפרירונג, האָט אַ גרופּע וואָס רופט זיך קונגרס הרבנים למען השלום אַרויסגעגעבן אַ פסק קעגן די בוי איינפרירונג, נוצנדיג די אַלטע חב"ד'סקער לאָזונג אַז דאָס שטעלט אין געפאַר גאַנץ ארץ ישראל, און אַז מ'דאַרף קעמפן 'על עסקי קש ותבן.' לויט די גרופּע האָבן דריי הונדערט רבנים אונטערגעשריבן אויפן פסק, און די ליסטע וואָס זיי רעכענען אויס איז אַ געמיש פון חב"ד'סקער, מזרח'יסטישע און ספרד'ישע רבנים. די אַמעריקאַנער אַדרעס פון די גרופּע איז אין קראָונהייטס.

אויב זאָלן די חרדי'שע ישובים טאַקע זיין די וואָס וועלן אונטערהאַקן די הונקעדיגע בוי איינפרירונג, איז דאָס אומשטאַנד צו ברענגן אַ געפערליכע נעגאַטיווע דעקונג אין די וועלט פּרעסע אַז די אולטראַ-אָרטאָדאָקסישע זענען די וואָס האָבן אפגע'הרג'עט די דערגרייכונג, און עס וועט חלילה נאָכמער פאַרשוואַרצן דעם אָנזען פון חרדי'שע אידן און אַרויסרופן די צאָרן פון די אומות קעגן ערליכע אידן.

וועלט באַזאָרגט וועגן אויסברוך פון געשלעגן ביים קבר פון שמעון הצדיק

אין די וועלט פּרעסע – אַריינגערעכנט אין לענגערע באַריכטן אין די ניו יאָרק טיימס, וואַשינגטאָן פּאָוסט און נאָך – זענען פאָריגע וואָך ערשינען בילדער פון אידן מיט בערד וועלכע שלאָגן זיך מיט אַראַבער נאָכן געווינען אַ הויז סכסוך ביים קבר פון שמעון הצדיק. דער סכסוך איז באַצייכנט געוואָרן אַלס דער פינק וועלכע קענען אונטערצינדן די פּולווער פאַס, און די יו.ען. און די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע האָבן זיך דערקלערט באַזאָרגט אַז דאָס קען אויפפלאַמען די האַקעלע סיטואַציע.

דער סכסוך איז אַרום עטליכע הייזער נעבן דעם קבר פון שמעון הצדיק, אין די שייק דזשאַראַ דיסטריקט, פון וואו פּאַלעסטינער זענען לעצטנס פאַרטריבן געוואָרן, נאָך וואָס מתנחלים האָבן געווינען געריכטליכע פאַרמעסטן אַז דער שטח דערפון געהערט פאַר זיי. די פּאַלעסטינער גלייבן אַז די אַנעקסירונג פון די הייזער, איז אַ טייל פון אַ ברייטערן פּלאַן צו פאַרטרייבן די פּאַלעסטינער אויך פון מזרח ירושלים. פאָריגן דינסטאָג זענען אויסגעבראָכן געשלעגן, נאָך וואָס מתנחלים האָבן איבערגענומען די הייזער פון וואו אַ פּאַלעסטינער משפחה, מיט אַ 87 יעריגע טאַטע איז פאַרטריבן געוואָרן. די וועלט פּרעסע האָט פאַרשפּרייט בילדער ווי אידן מיט אַ פרומע צורה שלאָגן זיך מיט די אַראַבער.

די יו.ען. האָט רעאַגירט צו די געשעענישן אַז עס שאַפט "אומפאַרמיידבאַרע רייבערייען, עס גראָבט אונטער צוטרוי, עס האָט אָפט טראַגישע מענטשליכע קאָנסקווענצן, און עס מאַכט דאָס צוריק אָנהייבן די פאַרהאַנדלונגען און עררייכן אַ צוויי- שטאַט לעזונג שווערער." אויך די ווייסע הויז, וועלכע איז געווענליך איינגעהאַלטענער מיט איר קריטיק, האָט אין אַ סטעיטמענט געזאָגט אַז זי איז קעגן "דער ווייטערדיגער מהלך פון עוואַקואירונגען און צואוואַרפונג פון פּאַלעסטינער היימען... אין אַ צייט ווען מיר אַרבעטן צוריק אָנצוהייבן פאַרהאַנדלונגען, מאַכן די שריט שווערער פאַר אונזערע באַמיאונגען מצליח צו זיין."

עס דאַרף דאָ אויך באַטאָנט ווערן אַז די רייבערייען האָבן שוין געפירט צו שטיינער וואַרפערייען קעגן באַזוכער ביים קבר פון שמעון הצדיק, און די דערקייקלונגען שטעלן ליידער אין אַ סכנה די פילצאָליגע וואָס קומען פוקד זיין דעם ציון פון שמעון הצדיק. דאָס האַלט אָבער נישט אָפּ די בריונים פון נוצן דעם אָרט פאַר זייערע ווילדע שטיק, און שטעלן אין אַ סכנה אַזויפיל אידן צוליב זייער רייצונגען ה"י.

רב הראשי: שליט געשפּרעכן זענען קעגן הלכה

צפת - דער רב הראשי פון צפת, שמואל אליהו, האָט פאָריגע וואָך געזאָגט פאַר אַ מתנחל'ישע נייעס סטאַנציע אַז די געשפּרעכן צו באַפרייען דעם געפאַנגענעם סאָלדאַט גלעד שליט אין אויסטויש פאַר די באַפרייאונג פון כמעט טויזנט טעראָריסטן, איז קעגן די תורה. אליהו – אַ זון פונעם געוועזענעם ספרדי'שער רב הראשי פאַר די גאַנצע מדינה, מרדכי אליהו – זאָגט אַז די הלכה לויטעט אַז 'אין פודין את השבויין יותר מכדי דמיהן', און די פּרייז פאַר שליט איז זייער טייער. אַנשטאָט, זאָגט ער אַז מ'זאָל אָפּהאַקן די וואַסער און עלעקטריק פון עזה, ביז שליט קומט אַהיים. אליהו האָט געזאָגט אַז ער פאַרשטייט נישט ווי אַזוי חרדי'שע און שומרי שבת חברי הכנסת, מיניסטאָרן און רבנים קענען שטיצן אַזאַ אָפּמאַך, און ער קען נישט שטימען פאַר אַ ראש הממשלה וועלכער איגנאָרירט די תורה.

ווי אויך די א.ג. סנהדרין האבן זיך געלאזט הערן אז אויב די שליט אויסטויש פאלט דורך, זאל מען אויסשחט'ן די טויזענט פאלאסטינער..... די סטעיטמענטס האט בכלל נישט קיין האפט און ציל, נאר צו ברענגען חלילה אויפן שומרי תורה א חרון אף, די געשיכטע צייגט איבער און איבער אַז ערליכע אידן, בשם התורה, זענען די עקסטרעמסטע קעגן פאַרהאַנדלונגען און פאַרלאַנגן און שטופּן אַז איזראַעל זאָל נוצן די שטייפסטע שריט קעגן אוה"ע.

לא עת לחשות

דער חרדי'שער אידענטום קען נישט און טאָר נישט שטיין גלייכגילטיג, ווען עס ווערט אָפּגעטאָן אַזויפיל התגרות באומות'ן אין זייער נאָמען און בשם התורה. 'נטרונא' אַרבעט צו רעאַגירן און מפרסם זיין די ריכטיגע התנגדות פון ערליכע אידן צו מדינה, און אונזער שטרעבונג צו לעבן פרידליך צווישן די אומות העולם ווילאַנג מיר זענען נאָך אין גלות. מ'האָט שוין אַ געוואַלד מצליח געווען אָפּצושלאָגן די שנאה וואָס די מתנחלים, און די רעליגיעזע ציונ'יסטן זייען אָן איבער די וועלט, אָבער דאָס איז נאָך ווייט פון גענוג. די עסקנים אַרבעטן אָן טאָג און נאַכט מטכס עצה צו זיין און אויפצוקומען מיט פרישע סטראַטעגיעס ווי אַזוי מפרסם צו זיין אַז ערליכע אידן האָבן נישט קיין שייכות און זענען קעגן אָט די אַלע ראַדיקאַלע שריט, און אז די ציונים מיט זייערע רעגעליעזע נאכשלעפערס רעפענזיטערן נישט כלל ישראל, און קוקן אַרויס אויף די פינאַנציעלע און אַנדערע שטיצע פונעם ציבור צו קענען דורכפירן די קאָסטבאַרע פּראָיעקטן.

אגב, אין אַ פּאָזיטיווע נייעס, איז פאָריגע וואָך פאָרגעקומען די יערליכע קאָנווענשאָן פון אגודת ישראל אין אַמעריקע, וועלכע ציעט גרויס דעקונג און צייגט געווענליך אויך וועלכע אישוס זענען אין די אינטערעסע פון אַמעריקאַנער אָרטדאָקסישע אידן.

די פריערדיגע מאָל איז שלימות הארץ און ירושלים געווען אַ הויפּט טעמע אויף די אַגענדע. נטרונא האָט דאַן פאַראַרבעט פאַרשידענע פעולות, שטילערהייט און אויך אָפענערהייט, צו דערמאַנען דעם קרייז ווי ווייט זיי זענען פאַרקראָכן פון די ריכטיגע שטעלונג פון זייערע אייגענע גדולים. היי-יאָר האָט מען ב"ה כמעט גאָרנישט געהערט פון די טעמעס, און די גאַנצע קאָנווענשאָן איז מערסטנס קאָנצענטרירט געווען אויף לאָקאַלע אַמעריקאַנער טעמעס.

ויה"ר אַז אין די זכות וואָס אידן וועלן זיך אָנשטרענגן למען כבוד שמו יתברך, זאָלן מיר שוין זוכה זיין צום ריכטיגן יתגדל ויתקדש שמי' רבה בביאת משיח צדקינו בב"א.

מקורות[רעדאַקטירן]

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך[רעדאַקטירן]

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם