אױ, חנוכּה, אױ, חנוכּה
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון חנוכה, אוי חנוכה)
פון מ. ריוועסמאַן.
אױ, חנוכּה, אױ, חנוכּה — אַ יום־טובֿ אַ שײנער,
אַ לוסטיקער, אַ פֿרײלעכער, ניטאָ נאָך אַזױנער!
אַלע נאַכט אין דרײדלעך שפּילן מיר,
הייסע, גוטע לאַטקעס עסן אָן אַ שיעור!
געשװינדער, צינדט קינדער
די דינינקע ליכטעלעך אָן!
זאָגט „על הנסים”, לױבט גאָט פֿאַר די נסים,
און קומט גיכער טאַנצן אין קאָן!
יהודה האָט פֿאַרטריבן דעם שׂונא, דעם רוצח,
און האָט אין בית־המקדש געזונגען „למנצח”!
די שטאָט ירושלים האָט װידער אױפגעלעבט,
און צו אַ נייעם לעבן האָט יעדערער געשטרעבט.
דעריבער דעם גיבור
יהודה המכּבי לױבט הױך!
זאָל יעדערער באַזונדער באַזינגען דעם װוּנדער
און ליב האָבן דאָס פֿאָלק זאָלט איר אױך!