Page:נחת פון קינדער און בּערעל-אַײזיק.pdf/12

פֿון װיקיביבליאָטעק
דעם בלאַט האָט מען קאָרעקטור-געלייענט

און מע געהט נאָךּ אַ טענצעל אױך, — דעמאָלט װער איז צו מיר גלײך? װאָס מיר בראָצקי? װער מיר רױטשילד? אַ מלךּ, װי איהר זעהט מיךּ אַ אידען, אַ מלך!

קײן נגיד, הערט איהר, בין איךּ ניט, נאָר נחת פון קינדער האָב איך, ברוך-השם, מעהר פונ'ם גרעסטען גביר אין כתרילעװקע!