שושנת העמקים כג
דער הייליגער ריזשינער׳ס פאטער ר' שלום שכנא זצ"ל, האט געהאט הונדערטע חסידים, עס וועט נעמן צו לאנג זיי אויסצורעכנען, מיר האבן א זכי' בלויז צו וויסן אז זיי זענן בכלל געווען, אבער צוויי פון זיי האבן געהאט א שווער לעבן, איינער וואס האט געליטן פון זיין פרוי און איינער האט געהאט אסאך חובות נאר אויב ער וואלט אלעס פארקויפט וואלט ער געקענט אפּצאלן, און ביידע פלעגן אלץ זיך מזכיר זיין פאר'ן רבי'ן אז זיי האלטן שוין נישט אויס, דער ערשטער האט געוואלט זיך גט'ן, און דער צווייטער האט שוין געוואלט אלעס פארקויפן פון זיין פארמעגן כדי אפּצוצאלן די בעלי חוב וואס האבן עם דערקוטשעט די יארן, און פאר ביידע האט דער רבי געזאגט, ווארט נאך צו, די האסט נאך אביסל צייט.
דער איד דער בעל חוב, האט איין טאג שוין נישט געקענט אויסהאלטן, ער אלעס פארקויפט און יענע נאכט איז געווארן שטארק קראנק, האט געבעטן זיין חבר דער איד וואס האט געהאט א שווער לעבן אין שטוב צו שנעל לויפן צום רבי'ן זאגן אז ער איז שווער קראנק, ער שפירט אז ער גייט פון דער וועלט.
האט ר' שלום שכנא געזאגט, עס איז נישט מיין דרך צו זאגן די זאכן, (ווייל די אמת'ע אידן זאגן נישט אלעס וואס זיי ווייסן, און די מענטשן וואס רעדן אזוי פיל זיי זאגן אלעס וואס זיי ווייסן, זיי ווייסן טאקע זייער ווייניג), אבער איך וועל דיר זאגן, איר ביידע זענען שוין געווען דא אויף דעם וועלט פיר מאל (ע"פ רוב ווערט די נשמה מגולגול נאר דריי אדער פיר מאל), אבער איר האט נישט אלעס מתקן געווען, דער בית דין של מעלה האט רחמנות געהאט אויף אייך, און איר נאכאמאל אראפגעשיקט אז איר זאל קענען אלעס פארעכטן, נאר עס האט געדארפט זיין אויף א וועג וואס עס איז נאר האלב געלעבט, איר ביידע האט געהאט שווערקייטן וואס איר האבן זיך געשפירט ענג, וועגן דעם האב איך אייך אלץ געהייסן צו ווארטן, עס איז געווען גוט פאר אייך ווייל אזוי וואלט איר נאך געקענט אלעס פארעכטן, אבער יעצט אז דיין חבר האט מיר נישט געפאלגט וואס קען איך טון?.
איך פארצייל אייך די מעשה ווייל יעצט קומט דאך פסח שני, דאס איז דאך די יום טוב פון א צווייטן געלעגנהייט, די ווערטער אליין איז אומגלויבליך, דאס מיינט עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, מען קען אייביג פארעכטן.
און פאר מיר גייען אריין אין די פרטים, וויל איך מיטיילן מיט אייך עפעס זייער וויכטיג, היינט איז די יארצייט פון דער תנא ר' מאיר. דער הייליגער ר' מאיר, יעדער איינע ווייסט אז זענען געווען צוויי גרויסע תנאים ריזן אין תלמוד בבלי, ר' מאיר און ר׳ עקיבא, און די גמרא איז דאך תורה שבעל פה, ווייל די תורה שבכתב איז מיט א געוויסע סכום ווערטער, און אותיות, דאס איז עס.
אבער תורה שבעל פה האט השי"ת איבערגעגעבן פאר משה רבינו נישט אראפצושרייבן, כדי יעדער זאל קענען צו לייגן זיינע חידושים.
און למשל פרשת אחרי קדושים, ליינען מיר עס שוין 3700 יאר זייט בארג סיני, און יעדעס יאר קומט ארויס הונדערטער געוואלטיגע ספרים פירושים און חידושים אויף די תורה, און די אלע וואס ווערן נישט געדריקט מיר האבן נישט קיין השגה, דאס איז ר' מאיר און ר' עקיבא די רבי'ס פון תורה שבעל פה.
נאך עפעס איז געשען פסח שני, עמלק איז געקומן מלחמה האלטן מיט אונז, ווייל די מערסטע וואס איז אעקגן פסח שני איז עמלק, די גרעסטער שונא פון די אידן, פון השי"ת איז עמלק.
ווייל ער זאגט עס איז צו שפעט, קענסט עס מער נישט פארעכטן, פאגעס דערפון, שטעלטס אייך פאר א איד וויל טאן עפעס א גוטע זאך, זאגט עמלק איך ווייס די ביזט נאר הייליג פאר אפאר טאג, עס וועט זיך נישט לאנג האלטן, די וועסט גלייך צוריק פאלן, אלעס איז צו שפעט
איר ווייסט פארוואס עס איז נישטא קיין שלום אויף דער וועלט, ווייל עמלק זיצט דארט און זאגט מען הארגעט זיך שוין פאר אזוי לאנג, די מיינסט אז פלוצלינג וועלן זיי זיך טוישן, פארגעס דערפון, איך זאג אייביג פארוואס נעבאך איז דא אזוי פיל צובראכענע הייזער, ווייל עמלק שטייט אונטער דער חופה און זאגט איך וואלט אזוי געוואלט זען ווי לאנג זיי וועלן זיך צוזאם האלטן, מען זעט עס ממש ווען איינער וויל נאר טאן עפעס א גוטע זאך, זאגט עמלק אה עס וועט זיך נישט לאנג אנהאלטן.
קומט עמלק אויף פסח שני, און די שטערקסטע זאך אקעגן עמלק איז פסח שני, אפי' איך וועל פאלן, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, קען איך עס נאך אייביג פארעכטן, איר ווייסט עס איז הפלא ופלא, פארוואס איז ר' מאיר'ס יארצייט אויף פסח שני? ווייל ער קומט דאך פון נירון קיסר וואס האט געזען רוים ברענט און ער איז אנטלאפן קיין ירושלים און זיך מגייר געווען, דאס מיינט אפי' נירון קייסער דער נידעריגסטע מענטש אין די וועלט, האט נאך א געלעגנהייט תשובה צו טאן.
ר' נחמן זאגט אויב די גלייבסט אז די קענסט צעברעכן, פארוואס גלייבסטו נישט אז די קענסט פארעכטן, עס איז נאך טיפער, השי"ת לאזט נישט די מענטש קאליע מאכן מער ווי פיל ער קען נאכדעם דאס פארעכטן, פלוצלינג הערט זיך אויף דאס קאליע מאכן, ווייל אויב די גייסט ווייטער וועסט דו עס נישט קענן פארעכטן ח"ו.
דאס איז פסח שני, די וואס האבן געטראגן די ארון פון יוסף הצדיק האבן נישט געקענט מקריב זיין די ערשטע קרבן פסח, האבן געזאגט פאר משה רבינו למה נגרע פארוואס האבן מיר נישט די זכי' עס צו טאן?, האט משה זיי געזאגט עמדו דאס מיינט דאווענטס שטארק פאר השי"ת, און איך וועל פרעגן השי"ת וואס מען דארף טאן, האט השי"ת געזאגט איך געב זיי נאך א געלעגנהייט די פערצענטר פון אייר פסח שני מקריב צו זיין דעם קרבן פסח.
און דאס צווייטע מאל דארף מען שוין בעטן דערפאר, ווייל די ערשטער פסח דארפן מיר נישט בעטן רשות צו ברענגען א קרבן, פסח שני דארף מען ממש בעטן.
איר ווייסט, מיט א גוטע פריינט, אויב מען טוט עם וויי, דארף שוין בעטן ער זאל מוחל, געב מיר נאך א געלעגנהייט, עס איז דא זאכן וואס איך באקום נאר מיט בעטן, דאס איז פסח שני, און תורה שבעל פה וואס עס קומט נישט אראפ פון הימל נאר אויב מען בעט ממש דערפאר, און דאס איז ר' מאיר אויך, און לפי די גמרא זענען זיי אויך געווען די וואס האבן געטראגן די ארון פון נדב ואבוהו, זיי זענען אריין אין קדשי קדשים ווען מען האט זיי נישט געהייסן, און זיי האבן איבערגאלזט דארט זייער נשמות.
וועגן זיי האבן מיר בעצם יום כיפור, משה רבינו האט געבעטן השי"ת זאל מוחל זיין די אידן אויף די מעשה העגל, און יום כיפור האט ער באקומען נאכאמאל די לוחות, און אהרן הכהן האט געדארפט אריין גיין אין קדשי קדשים יו"כ, און האט נישט געבעטן פאר מחילה דארט, וואס געווען דער ענין פאר דעם?. וויל איך אייך זאגן, עס איז דא צוויי וועגן איבערצובעטן איינעם, איך קען זאגן פאר מיין נאנטע פריינד, הער מיר צו, איך האב נעכטן געלערנט אז מען טאר נישט וויי טאן א מענטש, וויל איך די זאלט מיר מוחל זיין, ווי אזוי זעט דאס אויס? עס האט נישט קיין שום ווערט.
וועגן דעם שטייט נישט אין די תורה אז מען דארף ליב האבן די אייגענע קינדער, שטעלטס אייך פאר איך זאג פאר מיין קינד איך האב דיר ליב ווייל די תורה הייסט מיר, וואס א פנים האט דאס? אויב איך טו עפעס ווייל איך מוז עס טאן, איז עס נאר פון אינדרויסן איך טו עס נישט פון די טיפעניש פון מיין הארץ. און עס מיינט נישט אז עס ווייניגער ווי ווען איך מוז, עס איז אסאך מער, אסאך טיפער.
אמאל האט מיר איינע געפרעגט ״וואו שטייט אין די תורה אז מען טאר נישט שלאגן קינדער, די ווילסט מיר זאגן אז די קענסט אויפהייבן דיין האנט אין שלאגן א פיצל קינד, די ביזט נישט קיין מענטש בכלל, די ביזט נישט בכלל מיט דעם צלם אלקים. ווי אזוי הערטס זיך דאס, איינער וועט זאגן, ווען נישט וואס די תורה לאזט נישט הארגענען וואלט איך ארום געגאנגען און געהארגעט מענטשן חלילה, נאר יעצט אז עס שטייט לא תרצח טו איך עס נישט, ער איז נישט קיין מענטש בכלל.
הערטס צו עפעס נפלא'דיג, דער איזשביצער זאגט, ווען השי"ת האט געזאגט לא תרצח איז געווארן ארייגעקריצט אין אונזער הארץ, אז מען זאל נישט הארגענען, עס אריין ביי אונז טיף אין הארצן ווי טייער א מענטשנס לעבן איז. עס איז נישט איך זאל נישט הארגענען, איך קען נישט הארגענען. אויך לא תגנוב, עס איז געווארן קלאר פאר מיר אז איך קען נישט גנב'נען, (דאס מיינט אפשר רואין את הנשמע, זיי האבן עס ממש געזען קלאר פאר זיך אז מען טאר עס נישט טאן).
שטעלטס אייך פאר מיין קינד בעט מיר א טרונק, געב איך עס עם ווייל איך מוז, ניין עס איז די טיפסטע איך וויל געבן, איר ווייסט דינען השי"ת מיינט איך וויל באמת, און להבדיל ווען איינער דינט עבו"ז איז עס איך מוז מיר צווינגען עס צו טאן, דינען עבו"ז ביי אסאך מיינט עס אז השי"ת איז געווארן ח"ו אן עבו"ז פאר זיי, ווייל זיי מוזען זיך צווינגען, יעדער וואס טוט עפעס ווייל ער מוז נישט ווייל ער וויל, איז דאס דינען עבו"ז. אוודאי דינען השי"ת מוז איך, אבער דאס איז די טיפסטע ווילן, איך וויל אזוי שטארק דינען השי"ת.
אזוי האט אברהם אבינו געדינט השי"ת מיט די כל התורה כולו, ווייל טיף אינעווייניג האט ער אלעס געוואוסט ער האט געהאט ביי זיך די גאנצע תורה, ממילא ווען מיר האבן געמאכט דעם עגל דעם עבו"ז, האבן מיר פארלוירן בעוה"ר די טיפע אינעווייניגסטער תורה וואס מיר אלע האבן געהאט אזוי ווי אברהם אבינו, ווייל ווען מען דינט עבו"ז, ווערט ח"ו אפי' דינען השי"ת ווי עבו"ז פאר עם. ווייל פאר עם איז השי"ת נישט קיין לעבעדיגע גאט ח"ו.
אמאל איז געווען א דאקטאר פון דייטשלאנד זייער פרום נעבאך, ער איז געווען אזוי ווי אן עובד עבו"ז, ווען ער האט געדאווענט, האט ער זיך נישט געריהט, אפי' ווען עס איז געווען א לעבנספראגע אין שפיטאל, ער האט געזאגט יעצט דאווען איך, וואס מיינסטו אז דו דאווענטס? א מענטש גייט דאך אויס? לאז אלעס איבער און גיי ראטעווען א צווייטענס לעבן, וואס איז זיין פראבלעם, ווייל ער דינט א טויטע גאט, ער קען זיך נישט ריקן? רגלים ולא יהלכו.. ער ווייסט נישט ווען יא און ווען נישט.
איר ווייסט וואס איז אזוי מיוחד מיט אונזער הייליגע תורה? עס איז נישטא נאך אזא לעבעדיגע זאך ווי אונזער תורה, עץ חיים למחזיקים בה, אפי' ווען די תורה זאגט ניין, קען עס מארגן זיין יא, וואס מיינט א לעבעדיגע מענטש? איינע וואס ווייסט יעדע רגע וואס השי"ת וויל ער זאל יעצט טאן.
דער הייליגע סטרעליסקער האט געפרעגט דעם הייליגן ריזשינער, וואס איז געווען די וויכסטיגסטע זאך ביי דיין טאטע, ר' שלום שכנא? האט ער גענטפערט, פאר עם איז געווען די וויכסטיגסטע זאך וואס וויל השי"ת פון יעצט אין די רגע?
די אלע מענטשן וואס האבן שוין אלעס גערעכנט וואס זיי גייען טוהן ביז צען יאר ארום, אלעס ביז דעם זבולא בתרייתא, דאס איז עבו"ז, ווי אזוי ווייס איך? איך קען בלויז האפען מיטן אייבערשטענס הילף אז איך וועל זיין.
דער הייליגע רוזשינער זאגט פאר זיינע חסידים, ברענגטס מיר אריין א מענטש פון גאס איך וועל אייך ווייזן ווער איז באמת א מענטש. ברענגען זיי איינעם, און דער ריזשינער פרעגט עם, וואס וואלסטו געטאן ווען די גייסט אונטער מיר און די זעסט עס פאלט ארויס טויזענט רובל? זאגט ער די אמת איז, איך וועל עס האלטן פאר מיר, זאגט דער ריזשינער א שיינעם דאנק קענסט גיין, און ער זאגט ער איז דאך א גנב, נאכדעם רופן זיי נאכאיינעם פרעגט די זעלבע זאך זאגט ער, איך וואלט עס צוריק אפגעגעבן, זאגט דער רבי, אוי, ער איז סתם א בטלן, רופן א דריטן מענטש, און פרעגט ווי פריער, זאגט ער, רבי, איך ווייס נישט וואס איך גיי טאן, עס ווענט זיך ווי אזוי איך וועל מיר שפירן דאן, זאגט דער רבי, דאס איז א אמת׳ער מענטש.
איר ווייסט וואס מיינט דער לעבעדיגע גאט, נישט השי"ת לעבט, נאר איך לעב אויך, איך ווייס נישט וואס איך וועל קלערן מארגן, איך האף נאר אז איך וועל נישט גנב׳נען, איך האף איך וועל האלטן שבת, בעזרת השם.
קומט אויס, אז נדב ואבוהו האבן געזען מען בויט א משכן ווייל מען מוז בויען, זיי האבען געוואלט טאן איין זאך וואס השי"ת האט נישט באפוילן, אשר לא צוה ד', איך וויל עפעס טוהן אזוי שטארק ווייל איך האב אזוי ליב השי"ת, איך וויל זיין אוזי נאנט צו עם, איך וויל אריין לויפן אין קדשי קדשים, דאס איז אזוי טיף.
ווייל אויב מיין גאנצע אידישקייט איז ווייל השי״ת האט געזאגט איך מוז איז א שוואכע קשר צו השי״ת, ווען האב איך די זכי׳ צו טאן עפעס מיט מיין גאנצע הארץ, וואס מיינט הייליג? יא איך טוה עפעס, אפי׳ איין חלק פון הארץ איז נישט מיט מיר, אבער וואס מיינט קדשי קדשי געוואלט! וכל אדם לא יהי' באהל מועד, עס איז נישטא קיין שום משהו אין הארץ וואס וויל עס נישט טוהן, עס איז נישטא קיין ביליאנסטעל חלק אין מיין הארץ וואס דינט נישט השי״ת.
איר ווייסט מען קען אלעס טאן, אבער האסט נאך קיינמאל נישט זיך אוועקגענומען פון זיך צו וויסן וואס ווילסטו באמת טוהן, וואס האט אהרן הכהן צוריק געברענגט פאר אונז ווען ער איז ארויסגעקומען פון קדשי קדשים? ער האט אונז געברענגט די טיפסטע אינעוויינוג פון אונז, נאר די אינעווייניג פון אונז, געדענקסט וואס מיר האבן געלערנט, נישט יעדער מענטש איז הייליג, אבער יעדער מענטש איז קדשי קדשים מיר אלע האבן עפעס אזוי הייליג טיף ביי אונז, נאר מיר זענן פשוט אפגעהאקט דערפון, וועגן דעם גייט דער כהן גדול אריין אין קדשי קדשים אין די אינעווייניג פון אינעווייניג, און פארעכט דאס פאר יעדן איד.
ווייל גוטע פריינד אויב זיי צוקריגן זיך, יא, איך האב עם איבער געבעטן, אבער עס בלייבט א קליינע צייכן, א פלעק פון דעם, אזוי ווי ווען איינער טוט זיך וויי ח"ו בלייבט א צייכן פון אינדרויסן, דאס קען מען נאר אויסהיילן פון אינעווייניג. אזוי אויך השי״ת האט אונז טאקע מוחל אויף די מעשה עגל, אבער א צייכן א פלעק איז געבליבן, ווי אזוי נעמט אוועק די פלעק? דארף אהרן הכהן גיין פון אונטער די פארהאנג, די פרכות וואס שיידט אפ דעם קדשי קדשים נאר דארט פון טיף אינעווייניג קען מען אראפנעמן די פלעק וואס איז נאך געבליבן, אזוי ביי גוטע פריינט אפי' איינע איז מוחל דארף מען נאך אלץ די פלעק אוועקנעמן, ווייל זיי זענן נאך אלץ מיליאנען מיילן אוועק, (און אהרן הכהן וואס געווען דער אוהב שלום וואס האט אוועק גענומען אפי' די פלעקן פון גוטע פריינט און אלץ שלום געמאכט בין אדם לחבירו ואיש לאשתו, ער איז געווען די פאסיגע שליח אריין צו גיין אין קדשי קדשים אראפצונעמן די פלעק פון מעשה העגל).
ווייל השי"ת איז דאך איבעראל, אבער ווי ווייט זענן מיר פון עם, די קדשי קדשים איז אזוי טיף, אז פלוצלינג ווערן די אלע פלעקן אויסגעוואשן, און מיר ווערן צוריק נאנט צו השי"ת אונזער פאטער, עס איז די גרעסטער התגלות, מען זעהט אז מיר זענן אייביג געווען איינס מיט השי"ת, און אויב האב איך עפעס נישט גוט געטון, איז עס בלויז געווען נאר פון אינדרויסן, אבער מיין טיפסטע אינעווייניג האט עס קיינמאל נישט באריהרט, איך בין אייביג געווען מקושר צו השי״ת טיף אינעווייניג.
ביי פסח שני פרעגן די מפרשים, עס איז דאך נישט זייער שילד, און אויב איינער איז א אונז איז עס דאך מעלה הכתוב כאילו עשאה, פארוואס וויינען זיי אויף דעם קרבן פסח?, נאר יעצט איז די תשובה קלאר, אויב די ביזט נאר אינטערסירט צו טוהן זאכן נאר ווייל דו מוזט עס טאן, שוין האסטו יוצא געווען מיט דעם מעלה עליו הכתוב, אזוי ווי מיין קינד בעט מיר א טרינק, און איך זאג ״איך קען נישט יעצט איך רעד יעצט צו איינעם״ שוין איך קען באמת נישט געבן א טרינק, נאר די שאלה אויב עס טוהט דיר באמת וויי אז די ענסט עס נישט טון, ווייל די ווילסט אזוי שטארק עס טאן, נישט די מוזט עס טאן.
אזוי אויך די וועג ווי אזוי די צדיקים דינען השי"ת, פון אינדרויסן קוקט עס אויס אלעס די זעלבע, אלע מאכן די זעלבע קידוש, אבער טיף אינעווייניג האט יעדער ממש זייער דרך אין עבודת השם, און מען דארף האבן אלע ממש. ממילא ביי קרבן פסח האבן זיי געטענה׳עט אמת טאקע עס איז מעלה עליו הכתוב כאילו מיר טוען עס מיט גאנץ כלל ישראל, אבער געוואלד עס נישט מיין קרבן פסח, מיין דרך ווי אזוי איך זינג, ווי איך טאנץ ווען איך ברענג מיין קרבן פסח.
ווייל וואס זאגט עמלק, וואס איז די גרעסטע שלעכטס אויף די וועלט? צו זאגן דיין הוספה צו טאן מצוות רעכנט מען נישט, עס איז גארנישט ספעציעל מיט דיין וועג ווי אזוי דו דאווענסט אדער לערנסט טו עס נאר סתם פון אינדרויסן, קומט פסח שני צו זאגן, יעדער איד איז וויכטיג, יעדער דרך אין עבודת השם איז וויכטיג, אזוי אויך דער וועג ווי אזוי מען געבט צדקה, האב איך געזען ביי די חברה, יעדער איינער געבט זיין דאלער מיט זיין וועג, מיט אם עקסטערער שמייכל מיט א גוט ווארט, יעדער מיט זיין אויסגעווענליכע דרך.
און דא וויל איך איר זאלט וויסן, עס האט מיר ממש מבהיל געווען ווען איך האב עס געלערנט, די אידן האבן דאך געטראגן די ארון פון יוסף, ווי אזוי האבן זיי דאס געוויסט אז עס איז דא נאך א געלעגנהייט? זיי האבן דאס געלערנט פון די מאמע רחל, וואס האט אלעס אוועק געגבן אז לאה זאל נישט פארשעמט ווערן, באמת וואלט לאה געקענט חתונה מיט עשיו, און שפעטער חתונה האבן נאכאמאל, עס איז נישט עק וועלט, פארוואס האט זי אויס געזאגט די סימנים?, נאר זי האט נישט געוואלט עס זאל בלייבן א פלעק פון עשיו אויף איהר שוועסטער האט זי אלעס אויפגעגעבן פאר דעם.
האבן די נושאי הארון געזאגט פאר משה רבינו, אויב מיר ווען נישט האבן א צווייטע געלעגנהייט צו ברענגן דעם קרבן פסח, וועט אייביג בלייבן א פלעק אויף אונזע הארץ מיר וועלן עס נישט קענן פארנעמן, פארוואס האבן מיר נישט געהאט די זכי'.
איר ווייסט איינע קען מיר זאגן, יא די וועסט אויך באקומען גן עדן פאר די מצוה וואס די טוסט געצווינגענהייט, יא עס איז זייער שיין, אבער ווער רעדט פון גן עדן אדער גיהנום, דו ווילסט עפעס טאן פאר השי"ת, און די קענסט עס נישט טאן דאס לאזט דאך איבער א פלעק דאס איז טיפער פון אלעס.
און אויב עס איז געווען די נושא ארון פון נדב ואבוהו, איז עס נאך שיינער, זיי זענן דאך קדשי קדשים, דאס ווען איך וויל עפעס טאן מיט מיין גאנצע הארץ, מיט מיין גאנצע נשמה. ממילא געדענקטס פריינט, יעצט פסח שני איז די יום טוב, ווען עס איז קלאר פאר מיר, אז עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, אפי' צו פארעכטן די פלעקן ווייל מיט השי"ת הילף קען מען אייביג אלעס פארעכטן.