לדלג לתוכן

שושנת העמקים ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


די סוד פון די אויגען - צו זעהן נאר גוטס

דברי תורה לפרשת שלח

עטס ווייסט וואס איז געוועהן די פראבלעם פון די מרגלים זיי האבען נישט געוויסט ווי אזוי מען דארף קוקען, עס איז א גרויסער קונץ צו וויסען וואס מען זעהט, וויפיל מענטשען ווייסען באמת וואס זיי זעהן אדער ווייסען ווי אזוי צו קוקען, מענטעשן ווייסען נישט, און נישט נאר דאס, נאר מען לערנט אויס די מענטשען נישט צו וויסען מען זעהט, און דיע וואך שבת (פר' שלח) לערנט אונז אויס ווי אזוי צו קוקען, וועגען דעם האט השי"ת אונז געגעבן די מצוה פון ציצית, ציצית איז פון דער לשון מציץ מן החרקים צו זעהן אדוירך די שפאלטען פון קליינער לעכער, אלעס וואס איז באהאלטען, וועלען מיר לערנן אביסעל מיט ענק וועגן די הייליגקייט פון די אויגען.

הערטס צו די דאס, די טיפסטער טיפקייט, די ערשטער זאך זאגט ר' נחמן אז ווען מען זאגט א ליגענט איז דאס נישט גוט פאר מיין אויגען, איך קען טראכטען אז איך זאג נאר א ליגענט אבער אין הארצען ווייס איך דער אמת, עס איז נישט אזוי, ווייל יעדער מאל מען זאגט א ליגענט קען די אויגען מער נישט זעהן דעם אמת, עטס דארפט וויסען אזאך זייער טיף מענטשען מיינען אז מען געבט אזאך מיט די הענט אדער ווען מען רעדט געבט מען עפעס, אבער עטס און מיר ווייסען די אמת אז די אויגען איז אסאך טיפער ווי דאס, מ׳קען געבן מיט די אויגען אדער ח"ו נעמען מיט די אויגען, מ׳קען קוקען אויף איינעם און ארויס נעמן זייער נשמה מיט די אויגען, און מ'קען קוקען אויף איינעם און נישט נאר זיי צוריק געבן זייער אייגענע נשמה נאר זיי אויך געבן לעבן פאר אייביג מיט איין בליק

די רוחניות'דיגע אויג און די גשמיות'דיגע אויג איז איינס, וואס מיינט אז מען פארגעסט עפעס, אז מען זעהט עס נישט מער, צו געדענקן עפעס מיינט מיינער אויגען זעהן עס, וועגען דעם זאגט ער אזוי, אפאר מענטשען ווען זיי זעהן עפעס גוטס ביי א צווייטען קענען זיי עס נישט דערליידען ווייל זיי קענען דאס נישט צוזעהן, אמאהל טרעפט מען איינער און מען זעהט פון זיין קוקען אז ער וויל נישט די זאלסט האבען וואס די האסט, דאס איז ערגער ווי הארגענען ווייל ווען מען הארגעט איז מען פשוט נישט דא, אבער דא ביזט די נאך אלץ דא נאר די וועג ווי אזוי ער קוקט אויף דיר איז אזוי שלעכט, אז עס איז ממש גיהנום, עטס ווייסט וואס גיהנום מיינט אז איך בין דארט און נישט דארט, גן עדן מיינט די ביזט דארט און די ביזט טאקע דארט, גיהנום איז די ביזט דארט אבער די ביזט אזוי דארט אז די אנערקענסט אז די ביזט נישט דארט.

ממילא א גוט אויג איז אז עס איז דארט, אבער א שלעכט אויג איז איך קען עס נישט ליידען אז עס איז ביי דיר איך נעם עס אוועק פון דיר, און ווי אזוי קען מען ארויס גיין דערפון, זאגט ר' נחמן עס איז נישט דא קיין עצה נאר צו דאווענען און דאווענען רבונו של עולם געב מיר גוטע אויגען, נאכדעם זאגט ער זייער שטארק, געדענקען און זעהן איז די זעלבער, ווייל ווי קען איך פארגעסען אזאך ווייל אויב איך האב עס געזעהן אזוי שטארק קען איך עס נישט פארגעסען אבער אויב איך האב עס נישט געזעהן אזוי שטארק, געדענק איך עס נישט, אזוי אויך ווען איך לערן עפעס און איך זעה עס גוט, מיין הארץ זעהט עס, קען איך עס נישט פארגעסן, אויב איך זעה עס נישט געדענק איך עס נישט.

קומט עס איך וואלט געדארפט אלעס געדענקן פאר אייביג, ווי קען זיין איך פארגעס אמאהל? זאגט ר׳ נחמן ווייל עס איז דא אסאך זאכען אין די וועלט וואס איך וויל נישט זעהן, נישט שלעכטער זאכען נאר גוטע זאכען, איך זעה איינער איז פריילעך קען איך עס נישט ליידען, מאך איך מיין אויגען קראנק ח״ו, ווייל איך וויל נישט זעהן דיע גוטע זאכען קומט אויס אז איך פארגעס אלעס ווייל עס האט א השפעה אויף די אויגען.

יעצט זאגט ער עפעס אזוי טיף, וואס איז א דמיון? אז מיינער אויגען זעהט נישט נאר זאכען וואס איז דארט נאר עס זעהט זאכען אפי' וואס איז נישט דארט, עס איז זייער שטארק ווייל עס איז נאך נישט דא, למשל א איד ממש האפט אז משיח קומט זעהט ער מיט זיין אויגען אז משיח קומט, ער איז טאקע ליידער נאך נישט דא אבער ער זעהט עהם שוין, עטס ווייסט איך קען גיין אין גאס אין זעהן ווי א מענטש קומט אקעגן פון דערווייטענס איך קען מיך פארשטעלן אז ער האט א שיסער און וויל הארגענן, אדער קען איך קלערן אז מיין ברידער קומט צו מיר ברענגן א קיכען לכבוד שבת, קומט אויס וואס מען זעהט פון דערווייטענס ווענט זיך אויף וועלכער מדריגה דיין מחשבה איז, אויב דיינער אויגען זענען גוט דאן וואס די זעהסט פון דערווייטענס איז אויך גוט, אבער אויב אלעס וואס די זעהסט איז נישט גוט אדער די ביזט נישט זיכער וואס די זעהסט מיינט עס אז די מיינסט אז אלעס איז נישט גוט.

זאגט ער דא עפעס אומגלויבליך, געוואלד! ער זאגט מענטשען וואס רעדען שלעכטס אויף אנדערע מענטשען, עטס ווייסט וואס זיי טוהען זיי מיינען אז אלעס וואס זיי זעהן פון דערווייטענס איז שלעכט, למשל אויב איינער זאגט די ווייסט דער איד איז זייער א נידעריגער מענטש, פרעגט מיר אייענר ווי אזוי ווייסטו? זאג איך ווייל איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געגבנ'עט לעצטער וואך, איך ווייס נישט נאר מענטשען האבען מיר געזאגט, דאס מיינט איך איך זעה עס פון דערווייטענס, קומט אויס אויב איך זעה פון דערווייטענס שלעכטער זאכען איז אלעס וואס איך זעה האט א השפעה אויף מיין אויגען, בעצם לשון הרע מיינט רעדען שלעכטס אויף אנדערע מענטשען איז מיינער אויגען שלעכט.

אבער ער זאגט ווייטער שטעלט׳ס ענק פאר אויב איך הער מעטנשען רעדען שלעכטס אויף איינעם, און איך זאג איך גלייב עס נישט, און אפשר האט ער עס נישט געמיינט אזוי שלעכט, איך פרוביר צו מלמד זכות זיין אויף עהם, איך פרוביר צו זאגען גוטס אויף יענער מענטש, עטס ווייסט וואס געשעהט צו מיר? איך הייל מיינער אויגען! דאס איז די שטערקסטער מעדעצין פאר מיינער אויגען.

און נאכדעם זאגט ער שטעלטס ענק פאר אז עס איז באמת דא שלעכטער מענטשען אויף דער וועלט, און איך האב אזעלעכע גוטע אויגען אז איך זעה אפילו גוטס אויף דיע שלעכטער מענטשען, דאס איז דער העכסטער מדריגה וואס עס איז דא, דאן ווערט דיין אויגען די שטערקסטער אין די וועלט, דאס איז זייער שטארק ווי למשל שטעלטס ענק פאר אז דער בעל שם טוב זי"ע קומט אריין אין צימער וואס וואלט געשעהן צו אונזער אויגען, אונז וואלטען ממש געזעהן א הייליגער מענטש, עטס ווייסט וואס געשעהט פלוצלינג זעהט מען די אמת אויף א נייעם מדריגה, ווייל וואס מאכט א צדיק אזוי הייליג, ווייל ער איז באמת א צדיק מען דארף עס זיך נישט פארשטעלן ווייל עס איז טאקע אמת, דאס איז זייער טיף ווייל באמת אין א וועג, ווען עס קומט צו אנדערע מענטשען דארף איך זעהן נאר גוטס, אבער ווען עס קומט צו קוקען אויף מיר אליין איז דא צייטען וואס איך דארף קוקען אהן קיין דמיונות נאר ממש זעהן וואס טויג נישט מיר דיר, ווייל שטעלט ענק פאר איך בין א דאקטאר און עס קומט אריין א קראנקער וואס איז זייער קראנק און איך זאג אז איך גיי ניצען מיין דמיון און נאר זאגען גוטס אויף עהם אז ער איז יא געזונט עס גייט נישט אזוי.

ר' נחמן זאגט אז א מענטש דארף וויסען אז מיינער אויגען דאס וואס איך זעה איז זייער א הויכער זאך, עס איז זייער א ספעציעלע זאך דאס קומט פון גאר אן אנדערע וועלט, און אויב איך האב די זכי' צו זעהן עפעס מוז עס זיין אויך די הויכער הויכע מדריגה, נאכדעם זאגט ער אז די נקודה פון אידישקייט איז צו האבען גוטע אויגען אז אלעס וואס מען זעהט איז הייליג וואס מען זעהט איז גוט, ווייל דאס איז די גאנצע זאך וואס מיר דארפען טוהן אונזער גאנצער לעבען, ווייל מיר האבען א בחירה די וועג ווי אזוי איך קוק אויף דער וועלט, איך קען קוקען אויף דער וועלט און זעהן אז אלעס איז נישט ריכטיג, אדער איך קען קוקען אויף דער וועלט און זעהן אז אלעס איז גוט.

וועגען דעם זאגט ער אז די וויכטיגסטער זאך איז ארויסצונעמען די שלעכטסקייט פון מיין אויגען, ווייל אויב איך האב נישט קיין שלעכטס אין מיינער אויגען וועט מיין הארץ און קאפ זיין ריין אלעס וועט זיין לויטער, נאכדעם זאגט ער אז די אלע מענטשען וואס גלייבען נישט אין אייבערשטען ח"ו, וואס איז טויג נישט מיט זיי? ווייל די וועג ווי זיי זעהן די וועלט איז חלילה נישטא קיין באשעפער, עפעס טויג נישט מיט זייער אויגען, נאכדען איז עס זייער טיף וואס איז די העכסטער זאך אין דער וועלט? אויב איך האב א תכלית אין מיין לעבען איך ווייס פארוואס איך לעב וואס איך דארף טוהן, וואס מיינט איך האב א תכלית אז מיינער אויגען זעהט טיפער ווי איך בין יעצט, אויב איך ווייס מיין תכלית איז צו זיין א הייליגער איד׳אלע איז מיינער אויגען געציהלט אויף דעם געדאנק אגאנץ לעבן.

עטס זעהטס איהר דארפט וויסען עפעס זייער טיף, עס איז דא א זאך ווי זעהן און עס איז דא א זאך פון ציהלען מיינער אויגען איז געציהלט צו דעם זאך, איך קוק אויף אלעס אבער דאך מיינער אויגען איז געציהלט אויף עפעס אסאך העכער, וואס איז מיינער קשר צו ליכטיגקייט? מיינער אויגען, די וויכסטיגסטער זאך אין די וועלט איז מיינער אויגען, אין די וועג ווי אזוי איך קוק אויף די וועלט מיט א ליכטיגקייט אז אלעס איז לעכטיג, ווייל דער ערשטער זאך האט דער אייבערשטער האט געזאגט ויהי אור, זאל זיין לעכטיגקייט, איז מיין קשר צו דער וועלט איז ויהי אור זאל זיין לעכטיג דאס איז די וועג וואס איך קוק אויף דער וועלט.

נאכדעם זאגט ער אזאך זייער טיף, וואס מיינט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט? דאס מיינט אז השי"ת קוקט אויף די וועלט, און מיין מהות לגבי דער וועג ווי השי״ת קוקט אויף די וועלט ווענט זיך ווי אזוי איך קוק אויף דער וועלט, אויב קוק איך אויך דער וועלט מיט שלעכטער אויגען דאן האק איך מיך אפ פון די וועג ווי אזוי השי״ת קוקט אויף דער וועלט, אבער אויב איך האב די הייליגקייט פון די אויגען צו זעהן נאר גוטס דאן בין איך באהאפטען צו די וועג וויאזוי השי"ת קוקט אויף די וועלט דאס איז השגחה פרטית, דאס איז זייער טיף.

נאכדעם זאגט ער, וואס איז די טיפסטער קשר ציווישען די וועלט און פאר בריאת העולם, דאס איז זייער טיף, ווייל פאר די ווועלט איז באשאפען געווארען איז נאר געוועהן דער באשעפער, און נאך בריאת העולם איז דא א וועלט נאר השי"ת פירט דער וועלט השי״ת קוקט אויף די וועלט, ער זעהט און ווייסט אלעס, איז דער טיפסטער טיפקייט איז אז מיינער אויגען איז די טיפסטער קשר צו פאר בריאת העולם און נאך דעם, אויך איז דא נאך א בעפאר אין נאכדעם דאס אז איך לעב יעצט אויף דיע וועלט און נאכדעם וואס איך פארלאז דער וועלט דאס איז מיין קשר צו פאר און נאך, דאס איז וואס איך זעה, אויב איך בין קלאר ביי מיר אז איין טאג וועסטו פארלאזען די וועלט וועסט די דאך טוהן עפעס דערפאר, אויב ביזטו קלאר אז עס איז געוועהן עפעס בעפאר דיר אויך, איך וויל עס קלאר מאכען אז עס איז דא מענטשען וואס מיינען אז די וועלט פאנגט זיך אהן מיט זיי און עס ענדיגט זיך מיט זיי, צו ווייסטו אז דער וועלט איז געוועהן בעפאר דיר און עס וועט זיין א וועלט נאך דיר?

און נישט נאר דאס נאר עס איז געוועהן עפעס פאר בריאת העולם אויך, עס איז נאר געוועהן דער באשעפער, דער וועלט איז נישט די אנפאנג און סוף און די ביזט נישט דער אנפאנג און דער סוף, און דאס איז אלעס אין די אויגען, עטס זעהטס פאר דיע מענטשען וואס די וועלט פאנגט זיך אהן און ענדיגט זיך מיט זיי דאן רעכענן זיי זיך נישט מיט אנדערע, אויב איינער זאגט ער וויל א מיליאן דאלער וועט ער זאגען ווער איז ער צו וועלן, פארוואס נישט מיר, אלעס איז אין די אויגען, וויפיל די זעהסט די ליכטיגקייט וויפיל די ווייסט די אמת, וועגען דעם זאגט ער אז די לעצטער ווערטער אין די תורה איז ״לעיני כל ישראל״ פשוט מיינט עס נאר פאר די געגענהייט פון כלל ישראל, אבער יעצט איז טיפער די פשט, צו די אויגען פון כלל ישראל עטס ווייסט וואס משה רבינו האט געטוהן? ער האט אונז געגעבן גוטע אויגען דאס איז די וויכסטיגסטער זאך, און חסידות זאגט אונז אז עטס ווייסט וואסער מיני אויגען האט משה רבינו אונז געבען? ווייל די ענדע פון די תורה איז מקושר צו די אנפאנג בראשית ברא, מיר זעהן ממש די וועלט מיט גוטע אויגען, שעשה משה לעיני כל ישראל אז מיר זאלען זעהן מיט גוטע אויגען אז דער באשעפער האט באשאפען די וועלט, זעהן ממש, און נישט וויסען נאר אסאך מער.

געדענקטס נאר, די זכרון ווענט זיך ווי אזוי מען זעהט א זאך, בעצם איז אזוי אויב איינער פארציילט מיר וועגען פַּארִיס וועל איך עס נישט געדענקען, אבער אויב איך בין דארט געוועהן איך האב געזעהן פַּארִיס איז עס שטערקער וועל איך עס געדענקען, ווייל וואס מען זעהט פארגעסט מען ווייניגער, און אין זעהן אליין איז דא מילאנענר מדריגות פון ממש זעהן די זאך, קומט אויס אז די תורה איז אז משה רבינו האט אונז איבערגעבען די מדריגה פון זעהן׳ ממש זעהן.

איך האב געהערט אין ליובאוויטש ביי די פריעדיגער רבי׳ס פלעגען די אלטע חסידים פרעגן איינער דעם צווייטען, וואס האסט די געזעהן? וואס געדענקסטו? וואס האסטו באמת געזעהן, דער פריעדיגער רבי פלעגט זאגען אז זיין טאטע פלעגט עהם פרעגען זייט ער איז געוועהן פונף יאהר אלט וואס זעהסטו? וואס געדענקסטו? מען דארף זאגען פאר די קינדער זיי זאלען וויסען וואס צו זעהן וואס צו געדענקן, ווי אזוי צו זעהן ווי אזוי צו געדענקן.

עטס געדענקסט די גמרא סוף מסכת מכות ווי די תנאים האבען געזעהן ווי פיקסען זענען אויף די הייליגער מקום המקדש און ר' עקיבא האט געלאכט, און געוויינט, האבען זיי עהם געפרעגט פארוואס ער לאכט האט ער זיי געפרעגט פארוואס וויינען ענק? האבען זיי געזאגט ווייל די בית המקדש איז חרוב געווארען, האט זיי ר' עקיבא געזאגט וועגען דעם לאך איך ווייל איך זעה די ווערטער פון דער נביא איז מקיום געווארען אז דער בית המקדש וועט חרוב ווערן און שועלים הלכו בה, אויב דאס איז אמת וועט די אנדערע חלק אויך מקיום ווערן און מען וועט נאכאמהל בויען דער בית המקדש.

זעהט מען אז דער חילוק איז געוועהן אין די אויגען, ווייל ר' עקיבא האט געזעהן נאך ווייטער די נעקסטער קאפיטעל אויך, די חכמים האבען געוויסט פון דיע נביאה אבער אין יענער מאמענט איז ר' עקיבא'ס אויגען געוועהן שטארקער ער האט ממש געזעהן.

עטס ווייסט א מענטש דארף ממש איינזעהן אז עס איז דא א שטארקער פארבינדונג פון די מויל מיט די אויגען, ווייל די גאנצער זאך פון די נביאה איז צוויי זאכען צו זעהן און צו זאגען, און א נביא איז איינער וואס האט די הייליגקייט פון די מויל און אויך זיין הייליגקייט פון די אויגען, און דיע שבת זאגט ר׳ לייב'עלע אז דער שבת פרשת שלח קומט אראפ פון הימעל א גרויסער השפע פאר אונז צו פארעכטן די אויגען.