קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קכד

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קכ אונן - סימן קכא קריעה שניידן - סימן קכב שבעה זיצן - סימן קכג שבעת ימי אבילות - סימן קכד שלושים און י"ב חודש - סימן קכה יארצייט


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)


סימן קכד דינים פון שלשלים און פון דאס ערשטע יאר אבילות פון פאטער און מוטער. אנטהאלט צויי סעיפים.

ב. דרייסיג טאג פון דעם טאג וואס ער האט זיך געזעצט שבעה, דאס הייסט גאנץ שלשים, טאר ער זיך ניט אפשערן, און ניט ארומוואשן זיך מיט ווארעם וואסער, אויך ניט דעם גאנצן גוף באדן אפילו אין קאלט וואסער אלס פארגעניגען, און ניט די נעגל אפשניידן מיט א כלי, נאר א אשה נאך שבעה צוליב די טבילה מעג זי. מען טאר אויך ניט גיין אויף קיין שום שמחה, ער טאר אויך ניט אנטאן קיין גאנץ ניי מלבוש, סיידן עס איז איינער דערונען שוין עטלעכע טאג געגאנגען. נאר א סארווער (= קעלנער) מעג נאך שבעה באדינען אויף א שמחה, נאר זיין חלק עסן קען ער אהיימנעמען, אבער אויף שמחה טאר ער ניט עסן.

ב. אן אבל נאך פאטער און מוטער טאר זיך ניט אפשערן גאנצע צוועלף חדשים, סיידן דאס ער ווערט שטארק באוואקסן, דאס ער זעט זייער מיאוס אויס, דאס מענטשן שרייען אויף אים ער גייט אזוי, דען מעג ער זיך אפשערן. ער טאר אויך ניט זיין אויף קיין שום שמחה.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]