לדלג לתוכן

פרדס יהודה בלעטל שמות תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


פארוואס שטייט ויוסף היה במצרים

ויהי כל נפש יצאי ירך יעקב שבעים נפש ויוסף היה במצרים: (א' ה') פרעגן אלע מפרשים פארוואס שטייט ויוסף היה במצרים? נאר מען קען מחדש זיין אז דער פסוק לאזט אונז וויסן אז כל זמן יוסף האט געלעבט האבן אלע יורדי מצרים געלעבט [חוץ פון יעקב], און אזוי איז משמע אין צווייטן פסוק וימת יוסף און נאך דעם וכל אחיו, קומט אויס אז יוסף וואס איז געווען המשביר אוכל איז אויך געווען המשביר חיים. קען זיין דאס איז פשט ויהי כל נפש וגו' אז אלע האבן געלעבט כל זמן וואס ויוסף היה במצרים.
(שמח זבולון - המו"ל)

פארוואס האט זיי פרעה געגעבן אנדערע נעמען

ויאמר מלך מצרים למילדות וגו' שם האחת שפרה ושם השנית פועה: (א' ט"ו) זאגט רש"י שפרה זו מרים. פועה זו יוכבד: דארף מען פארשטיין פארוואס האט זיי פרעה געגעבן אנדערע נעמען? נאר פרעה האט געוואוסט אז כל זמן די מילדות וועלן זיך רופן מיט אידישע נעמען: יוכבד און מרים, וועט ער זיי נישט קענען הייסן הארגענען די אידישע קינדער, האט ער געטראכט אז ער וועט זיי הייסן טוישן זייערע נעמען און דורך דעם וועלן זיי טוישן זייער נאטור, דערנאך וועט ער געבן דעם באפעל פון אם בן הוא והמתן אותו.
(בעל בני יששכר)

פארוואס שטייט א צווייט מאל ויאמר

ויאמר מלך מצרים למילדות העבריות וגו' ויאמר בילדכן את העבריות וגו': (א ט"ו, ט"ז) לכאורה איז שווער וועגן וואס שטייט א צווייטע מאל ויאמר? נאר פרעה האט געארבעט מיט חכמה, ווייל אויב ער וועט לאזן אז ווער עס וויל זיין א מיילדת קען דאס טאן, - און ער וויל דאך ארויס געבן זיין גזירה פון אם בן הוא וכו' - איז דא צוויי זאכן וואס וועט אים שטערן פון אויספירן די גזירה, איינס: ווייל ער האט דאך געוואלט אז די גזירה זאל נישט ווערן מפורסם אין לאנד, ווייל מען וועט אים אנקוקן פאר א רוצח, און אז יעדע מיילדת וועט וויסן פון די גזירה וועט שוין די גאנצע לאנד וויסן וועגן דעם, און ער וועט נישט קענען אויספירן די גזירה, די צווייטע טעם: אז אפילו ער וועט יעדן מיילדת באשווערן אז מען זאל דאס האלטן א סוד, וואלט ער אויך נישט געקענט אויספירן די גזירה, ווייל וויבאלד עס איז דא אסאך מילדות וועט יעדע מיילדת זאגן אז זי איז נישט געווען די מיילדת, ממילא וועלן די מילדות נישט מורא האבן פון פרעה, דעריבער האט פרעה אויסגעקליבן נאר צוויי מילדות שפרה און פועה, וועגן דעם שטייט די ערשטער מאל ויאמר מלך מצרים למילדות, אז נאר זיי מעגן זיין מילדות, און די צווייטע ויאמר איז געווען די גזירה, און יעצט האט פרעה געהאלטן אז ער וועט אויספירן זיין גזירה, ווייל עס וועט זיין א סוד, ווייל ער וועט באשווערן שפרה און פועה נישט צו דערציילן, און אויב זיי וועלן עובר זיין אויף די גזירה וועט פרעה וויסן א איינע פון זיי איז שולדיג און וועט זיי באשטראפן, אבער די מילדות האבן זיך געקענט ארויס דרייען פון פרעה מיטן טענה: בטרם תבוא אלהן וכו'.
(שמח זבולון - המו"ל)

וואס איז די טובה פאר די מילדות

וייטב אלהים למילדות וירב העם ויעצמו וגו': (א' כ') לכאורה איז שווער וואס איז די טובה פאר די מילדות אז די פאלק ווערט מער? נאר עס שטייט אין חז"ל אז די מילדות האבן געבעטן פון אויבערשטן, אז אזוי ווי עס איז דא קינדער אדער מאמע'ס וואס שטארבן בשעת הלידה, און די מילדות האבן מורא געהאט אז מען וועט זיי חושד זיין אז זיי האבן דאס געטאהן, האבן זיי געבעטן א תפילה אז די קינדער און מאמע'ס זאלן בלייבן לעבן און דער אויבערשטער האט זיך צוגעהערט צו זייערע תפילה. איז שוין זייער גוט וואס עס שטייט ותחיין: גייט ארויף אויף די מאמעס, און הילדים: מיינט די קינדער. ע"כ. איז שוין זייער גוט די פסוק וייטב אלהים למילדות אז דער אויבערשטער האט מקבל געווען זייערע תפילות און דורך דעם איז געווען וירב העם ויעצמו, ווייל אלע קינדער זענען געבוירן געווארן לעבעדיג.
(בית אהרן – רייזמאן)

וייטב אלהים למילדות וירב העם ויעצמו מאד: (א' כ') ע"ד צחות קען מען זאגן אז די שכר פון די מילדות איז געווען, דאס וואס עס האט זיך פארמערט אסאך קינדער און אזוי איז געווען אסאך ארבעט און האבן פארדינט אסאך געלט.
(כרם הצבי)

עס וואלט געדארפט שטיין - ותרא

ותפתח ותראהו את הילד וגו' (ב' ו') זי האט געעפענט דעם קאסטן און געזעהן דאס קינד, פרעגט די גמרא עס וואלט געדארפט שטיין- ותרא?- זאגט ר' יוסי בר חנינא אז זי האט געזעהן די שכינה איז מיט איהם.- פון וואו נעמט ער דאס? נאר די ווארט ה"ו, געפינען מיר אין די גמ', אז עס איז שמו של הקבה אני והו הושיעא נא (סוכה ג') דאס איז פשט אין די גמרא: ווייל עס שטייט נישט ותרא נאר ותראהו, ליינט זיך עס, ווי צוויי ווערטער: ותרא ה"ו וואס ה"ו איז די שכינה זעט מען אז זי האט געזעהן די שכינה איז מיט אים.
(מפרשים)

בת פרעה אדער בתיה

ותרד בת פרעה: (ב' ה') אין די תורה ווערט זי אנגערופן- בת פרעה, אבער אין דברי הימים (א' ד',י"ח) ווערט זי אנגערופן - בתיה - חז"ל זאגן אז די נאמען בתי' האט איר השית געגעבן אלס א דאנק וואס זי האט געראטעוועט משה,- דו האסט גערופן משה מיין קינד, אפי' ער איז נישט געווען דיין קינד, דערפאר וועל איך דיר רופן מיין טאכטער: בתיה די אותיות בת י-ה. איז כל זמן פרעה האט געלעבט האט מען איר גערופן בת פרעה, ווייל פרעה האט זיך געהאלטן פאר א ג-ט און בתי' וואלט ער געטייטש אויף זיך אז ער איז ג-אט. אבער שפעטער אין דברי הימים האט שוין פרעה נישט געלעבט האט מען איר שוין געקענט רופן בתי'- השית טאכטער.
(אבני אזל)

א גוטע זאך דארף מען טאן

ותשלח את אמתה: (ב' ה') ברענגט רש"י דעם דרש אז איר האנט איז געווארן לענגער. איז דאך משמע אז בדרך הטבע וואלט זי נישט געקענט דערגרייכן, איז פארוואס האט זי ארויסגעצויגן איר האנט? נאר מען ברענגט פון הייליגן פארשיסחא זיע"א אז פון דא דארף מען זיך אפלערנען א דרך אין עבודת ה', אז א מענטש זאל זיך נישט אפהאלטן פון טאן א גוטע זאך אפי' ער זעט אז עס איז אומעגלאך, ווייל אויב מען מיינט עס מיט א אמת וועט דער אויבערשטער טאן אזוי ווי ביי בת פרעה, און טאן וואונדער אז מען זאל קענען דאס דערגרייכן. מיט דעם איז מען מפרש דער מאמר חז"ל הניעור בלילה: א מענטש וואס אין דעם גלות וואס איז לילה און ער דערוועקט זיך צו דינען דעם אויבערשטן, והמהלך בדרך יחידי: און ער גייט זיין וועג אליין און איז נישט מקרב אנדערע צו עבודת ה' נאר ער גייט אליין, ומפנה לבו לבטלה: ער זאגט אז עס איז שווער צו מקרב זיין און עס וועט סיי ווי נישט העלפן. הרי זה מתחייב בנפשו: ווייל פון בת פרעה לערנט מען ארויס אז א גוטע זאך דארף מען טאן און דער אויבערשטער וועט ווייזן וואונדער.
(כרם הצבי)

פארוואס רופט אים משה א רשע

מי שמך לאיש שר ושופט עלינו: (ב' י"ד) דארף מען פארשטיין אז אפילו משה רבינו איז נישט קיין שופט איז דאך דא א מצוה פון תוכחה אזוי ווי עס שטייט הוכח תוכיח וגו'. נאר מען קען זאגן אז משה רבינו האט געזאגט רשע למה תכה את רעיך? וואס דאס מיינט רשע כמותך. איז לכאורה פארוואס רופט ער אן אויך די געשלאגענע א רשע. נאר עס שטייט אז ווען די בעלי דינים שטיין פאר דיר זאלסטו זיי האלטן ווי א רשע ביז דו וועסט פארשטן דעם דין, איז שוין זייער גוט וואס ער האט געפרעגט מי שמך לשופט וואס דו האלסט דעם בעל דין פאר א רשע.
(בית אהרן – רייזמאן)

קראן לו ויאכל לחם וגו' ויתן את צפורה בתו למשה: (ב' כ') דארף מען פארשטיין מיט וועלכע סימן האט יתרו געוואוסט אז משה איז פון די קינדער פון יעקב, ענטפערט רש"י ווייל די וואסער איז ארויף צו אים. אבער לכאורה איז שווער אז יתרו האט דאס נישט געזען איז ווי אזוי האט ער געזאגט צו זיינע טעכטער קראן לו ויאכל לחם, און רש"י זאגט שמא ישא אחד מכם? נאר חז"ל דערציילן )פרקי דרבי אליעזר( אז יתרו האט איינגעפלאנצט אין זיין גארטן א שטעקן, וואס קיינער האט דאס נישט געקענט ארויסנעמען פון דעם גארטן, און יתרו האט געזאגט, אז ווער עס וועט באווייזן ארויסנעמען דעם שטעקן פון גארטן וועט ער געבן זיין טאכטער פאר א ווייב. דער שטעקן האט יעקב געגעבן פאר יוסף און ווען יוסף איז נפטר געווארן, האט פרעה צוגענומען די רכוש פון יוסף און אויך דעם שטעקן. און ווען יתרו איז אנטלאפן פון פרעה האט ער דאס צוגענומען און דאס איינגעפלאנצט ביי זיך אין גארטן. ע"כ דברי חז"ל. און עס שטייט אין די תורה ותאמרן איש מצרי הצילנו מיד הרועים, ווייל ער האט ער ארויסגענומען דעם שטעקן פון גארטן און מיט דעם האט ער אונז געראטעוועט, איז וועגן דעם האט יתרו געזאגט קראן לו ויאכל לחם: ווייל ער האט געזען אז דער איש מצרי האט ארויסגענומען דעם שטעקן פון די ערד, דעריבער ויתן את צפורה בתו למשה און איר געגעבן פאר א ווייב.
(שמח זבולון - המו"ל)

תחילת הגזירות נגד המנהיגים

ויקם מלך חדש על מצרים וגו' ויאמר אל עמו וגו' הבה נתחכמה לו וגו': (א' ח'-י') שרייבט רש"י נתחכמה לו. ורבותינו דרשו, נתחכם למושיעם של ישראל, מען קען מסביר זיין די המשך הפסוקים, ווייל מען זעט אין אלע דורות ווען גוים האבן געמאכט גזירות אויף כלל ישראל זענען די רבנים און מנהיגים געווען דער רוח חיים מחזק זיין די אידן און אזוי דורכמאכן די גזירות. פרעה האט געוואלט דאס צוברעכן און אומברענגען די רבנים און מנהיגים ממילא וועלן די אידן נישט האבן כח און מוט דורכמאכן די אלע גזירות. דאס שטייט אין פסוק ויקם מלך חדש וגו' ויאמר אל עמו הנה עם בני ישראל: ווי האבן די בני ישראל כח צו זיין א עם, נאר ווייל רב ועצום: זיי האבן א שטארקע רב, ממנו: און פון אים האבן זיי חיזוק, איז ממילא: הבה נתחכמה לו, למושיען של ישראל, מען דארף מבטל זיין: מושיען: זייער מנהיג וועלן זיי שוין נישט האבן ווער עס זאל זיי מחזק זיין.
(נועם מגדים)

מדור העובדות

געהאלפן געווארן מיט קינדער דורך עסן פיש

הרה"ח ר' יוסף הארטמאן איז געווען משמש בקודש ביי הרה"צ ר' משה פאנעט אבדק"ק מדעש בן הרה"ק ר' מנחם מענדל בעל מעגלי צדק, ער האט דערציילט אז ר' שלמה איז אויך געווען א משב"ק, איין טאג רופט דער רבי אריין צו זיך ר' שלמה און הייסט אים גיין קויפן א גרויסע פיש ווייל היינט גייט קומען 10 רבנים צו זיין סעודה. דער משב"ק האט זיך געוואונדערט אז דער רבי האט נישט איינגעלאדנט 10 רבנים און וואס עפעס וויל ער מאכן היינט א סעודה ? אבער דער רבי הייסט גיין, גייט מען. בדרך כלל איז נישט געווען מצוי גרויסע פיש אין מיטן וואך נאר לכבוד שבת קודש. און ער גייט אין מארק און טרעפט טאקע נישט קיין גרויסע פיש, קומט ער צוריק צום רבי'ן, און זאגט אים, אז עס איז נישטא גרויסע פיש אין מארק, הייסט אים דער רבי צו גיין אין דרויסן פון שטאט ביי איינע פון די הייזער און זוכן דארטן א גרויסע פיש.

ווייטער וואונדערט זיך דער משב"ק אבער אן שאלות גייט ער דארטן און קלאפט אן אין א הויז, און פרעגט אפשר האט איר א גרויסע פיש, זאגט אים דער בעה"ב אז פונקט היינט האט ער באקומען א גרויסע פיש לכבוד שבת קודש, אבער פארן רבי'ן וועט ער דאס געבן, און ער וועט שוין טרעפן נאך א פיש לכבוד שבת. דער משב"ק קומט צוריק מיט די גרויסע פיש און דער רבי פרייט זיך, און הייסט מען זאל עס שוין אפקאכן פאר די 10 רבנים וואס גייען קומען!

א מופת געשענט אז פונקט ווען מען האט אפגעקאכט די פיש, זענען אנגעקומען די 10 רבנים פון אנדערע שטעט און דער משב"ק פרעגט זיי ווער האט זיי גערופן? האבן זיי געזאגט עפעס האט זיי געצויגן היינט צום רבין און ווייסן נישט פארוואס! און דער רבי פריידט זיך מיט די רבנים און הייסט זיי זיך וואשן צו א סעודה. דער ר' שלמה האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער. און דער רבי האט געהאט אן אייניקל הרה"ק ר' יצחק מיכל וואס האט אויך נישט זוכה געווען צו קיין קינדער. און זייער ווייבער האבן געהייסן מאטיל. רופט זיך אן דער רבי צו די 10 רבנים בזה הלשון: זיין מאטיל דער ווייב פון שלמה און זיין מאטיל די ווייב פון יצחק מיכעלע האבן נישט קיין קינדער וויל איך אז איר זאלט אלע מסכים זיין אז צום יאר זאלן זיי ביידע זוכה זיין צו געהאלפן ווערן מיט א קינד און זיי האבן אלע מסכים געווען. און דער אויבערשטער האט זיי ביידע געהאלפן יענעם יאר, מיט א קינד.
(אמרי דב"ש שווארץ)

מנהג ישראל לגבי ברכי נפשי

2] אין שו"ע סי' רצ"ב ברענגט די רמ"א אבל אומרים פרקי אבות בקיץ ושיר המעלות בחורף. דער רמ"א דערמאנט נאר שיר המעלות. דער מהרי"ל און ספר המנהגים - פוסקים- ברענגען נאר: אז מען זאגט ברכי נפשי און דערמאנען נישט שיר המעלות . און זיי ברענגן א דעה וואס זאגן אז מען זאגט אויך משכיל לאסף (תהלים ע"ד) .דער לבוש סי' תרס"ט איז דער ערשטער וואס זאגט מען זאל זאגן ברכי נפשי און די 15 שיר המעלות . זיין טעם איז ווייל שבת בראשית רעדט וועגן די בריאה און ברכי נפשי רעדט וועגן מעשה בראשית און מיר זאגן אין שמ"ע זכר למעשה בראשית , איז דורך דעם זאגן ברכי נפשי נאנט צו ווען שבת גייט אוועק זאל מען זאגן ברכי נפשי זכר למעשה בראשית. איז לכאורה דא א חידוש אין דער לבוש. אז מען דארף זאגן ברכי נפשי וואס נענטער צום ענדע פון שבת. וועגן דעם אויב מען פירט זיך צו זאגן ברכי נפשי פאר מנחה און אויך איינע וואס דאווענט מנחה גדולה אדער אסאך פאר די ענדע פון שבת זאל מען זאגן ברכי נפשי נאך מנחה נענטער צו מוצאי שבת. דער לבוש איז ממשיך דעם טעם פון די 15 שיר המעלות, אויך א זכר צו די בריאה , ווייל די גמ' (סוכה דף נ"ג) ברענגט אז ווען דוד המלך ע"ה האט געגראבן די שיתין פארן בית המקדש, איז די וואסער פון תהום ארויפגעקומען און האט געוואלט פארפלייצן די וועלט, און חלילה וואלט געווארן תהו ובהו. האט דוד המלך געזאגט די 15 שיר המעלות און די וואסערן זענען צוריק אראפ. ממילא איז די שיר המעלות אויך א ענין פון מעשה בראשית וואס מיר זאגן זכר למעשה בראשית.
המשך יבא.

רבי ר' אברהם אלימלך אדמו"ר מקארלין זיע"א

7] נאכן הסתלקות פון הייליגן פרנקפורטר האבן די חסידים ארויף געלייגט די נשיאות אויף הרה"צ ר' אברהם אלימלך זצוק" . [מען דערציילט אז ווען דער הייליגע פרנקפורטר איז געפארן קיין נוהיים אין דייטשלאנד זיך צו היילן ענדע תרפ"א האבן די חסידים זיך געזעגנט מיטן רבי'ן מיט ברכות אז ער זאל צוריקומען בקרוב געזונטערהייט. האט דער פרנקפורטר זיך אנגערופען בזה הלשון קיין סטאלין שוין נישט. נאר אויב יא איז קיין קארלין.] דער רבי ז"ל האט בכלל נישט געוואלט אנעמען די אדמורות. ער האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי צו דעם, ביז דער הייליגער טשורטקובער רבי ר' ישראל זצוק"ל האט אים געשיקט א בריוו וואס דורך דעם האט ער אנגענומען די אדמורו"ת: אין ספר דברי אהרן און אין ס' בית קרלין סטאלין איז דא די בריוו וואס דער רבי שרייבט צו הרה"ח ר' אברהם יצחק הורודוקער וואס ער פארשטייט נישט וואס מען וויל פון אים, און אז דער עולם איז זיך טועה אין אים און אז ער וויל נישט פארלירן ביידע וועלטן, און איז תולה אז דאס וואס זיין זון איז געווארן קראנק איז נאר ווייל מען וויל ער זאל זיין דער ממלא מקום פון זיין טאטן. אויך שרייבט ער צו הרהח ר' חיים מענדל, שמתרחק אני מגדלות עד קצה האחרון וכו' על כן החוב לראות לסתור הבנין של נשיאות וכו'. און עס איז ממש סכנת נפשת. דער הייליגער טשורטקובער רבי שרייבט אים ע"כ הנני לבקשו ולפקוד עליו למען גודל המצוה וכו' וע'"כ יקבל הנשיאות לעבודת הק' ותחת אביו יהיו בנים וכו' ויהי' שלום על ישראל. ישראל במוה"ר דוד משה זצ"ל -.דער בריוו האט משפיע געווען אויפן רבין און האט אנגענומען די נשיאות וואס האט זיך געפירט במשך 20 יאר ביז חודש חשון תש"ג .
המשך יבא,