וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען

פֿון װיקיביבליאָטעק

וואָס וועט זיין אַז משיח וועט קומען?

זאָג זשע רביניו,
וואָס וועט זיין אַז משיח וועט קומען?
אַז משיח וועט קומען,
וועלן מיר מאַכן אַ סעודהניו.

וואָס וועלן מיר עסן אויף דער סעודהניו?
שור-הבר מיטן לויתן (2)
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

וואָס וועלן מיר טרינקען אויף דער סעודהניו?
יין המשומר (2)
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט אונדז בענטשן אויף דער סעודהניו?
אהרן הכהן (2)
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט אונדז תורה לערנען אויף דער סעודהניו?
משה רבינו (2)
משה רבינו וועט אונדז תורה לערנען
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט אונדז שפילן אויף דער סעודנהיו?
דוד המלך (2)
דוד המלך וועט אונדז שפילן
משה רבינו וועט אונדז תורה לערנען
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט אונדז חכמה זאָגן אויף דער סעודהניו?
שלמה המלך (2)
שלמה המלך וועט חכמה זאָגן
דוד המלך וועט אונדז שפילן
משה רבינו וועט אונדז תורה לערנען
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

ווער וועט טאַנצן אויף דער סעודהניו?
מרים הנביאה (2)
מרים הנביאה וועט אונדז טאַנצן
שלמה המלך וועט חכמה זאָגן
דוד המלך וועט אונדז שפילן
משה רבינו וועט אונדז תורה לערנען
אהרן הכהן וועט אונדז בענטשן
יין המשומר וועלן מיר טרינקען
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.

צו הערן דאס ליד אין יוטיוב