לדלג לתוכן

דע חכמה לנפשך קבלה משפטים תשס"ז המשך

פֿון װיקיביבליאָטעק

דע חכמה לנפשך קבלה משפטים תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה משפטים תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת משפטים תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

ד' מדרגות בעבודת היחודים

ד] און אינעם עבודת היחודים איז פארהאן עטליכע מדרגות, און ווי מיר זעהן אין זוה"ק אז דער תנא אלו' רבי שמעון בר יוחאי מיט זיינע תלמידים זי"ע, האבן זיך געזעצט און מגלה געווען די אור עתיקא סתימאה, דהיינו די אור היחודים וואס דאס איז דער פנימי' העבודה וכנ"ל, און הגם אין אלע דורות זענען די גרויסע לייט געווען מושלמים אין די עבודה, עכ"ז איז נתפרסם געווארן פון זיי נאר א געוויסע דרך אינעם עבודת היחודים, והיינו אז פונעם תורת התנא האלו' רבי שמעון בר יוחאי זי"ע איז נתפרסם געווארן, דער דרך היחודים דורכן התגלות סודות התורה"ק אבער דאס אלעס איז געווען ברמז רמזים טמיר ונעלם, און דערנאך איז פון די מקובלים הראשונים זי"ע נתפרסם געווארן, דער דרך היחודים דורכן דביקות אין די שמות הק', דהיינו דער התגלות פון יעדע סוד אינעם תורה"ק מיט זיינע שמות הק', און דערנאך איז נתפרסם געווארן פונעם הייליגן אר"י זי"ע דער דרך היחודים דורכן סוד השמות הק' מיט די פרצופים הק', דהיינו א גרעסערע התגלות און אויברייטונג אין די עבודה פון שמות הק', און דערנאך איז נתפרסם געווארן דורכן מאור הגדול דער הייליגע בעש"ט זי"ע, דער דרך היחודים דהיינו די עמקות און דביקות העבודה אין יעדע שם הק', און ווי הרה"ק דער קאז'ניצע מגיד זי"ע האט געזאגט, אז יעדע שם און פרצוף, מיינט נישט נאר פשוט די עצמי' השם אדער פרצוף, נאר יעדע פרט און פרט איז א פתח און לייטער אנצוקומען צו אן העכערן מדרגה אינעם דביקות האמיתי אין השי"ת, און דאס האט מען געזאגט צום הייליגן בעש"ט זי"ע אינעם היכל משיח, כשיפוצו מעיינותך חוצה "ויוכלו לעשות יחודים כמותך", דהיינו אז אין יעדן יחוד און כוונה איז פארהאן א נייע און טיפע כוונה אינעם דביקות האמיתי, און ממילא קומט ער שטענדיג אן צו אן העכערן דביקות אינעם גילוי האלוקות, ביז ער איז מייחד די אור פון ממלא כל עלמין מיטן אור הסובב כל עלמין, דהיינו אז די גאנצע בריאה ווערט איין שטיק התגלות האלוקות, און דער דרך היחוד וואס איז נתפרסם געווארן דורך דער רבי זי"ע, איז אז דער עצמי' מהות פונעם מענטש זאל זיין איין שטיק יחודים, און נישט נאר ווען ער איז עוסק אין ענינים רוחניים דהיינו בשעת תורה תפילה, נאר א גאנצע טאג יעדע מינוט און מינוט וואס א גאנצע צייט איז דאך פארהאנען מצוות תמידיות, ממילא דארף מען א גאנצע צייט זיין איין שטיק יחודים, און דאס איז געווען די מדרגה פון אדה"ר פארן חטא, וואס די חז"ל זאגן אויפן פסוק וינחיהו בגן עדן לעבדה ולשמרה, לעבדה זו מצוות עשה ולשמרה זו מצוות לא תעשה, וכידוע אז אין גן עדן איז נישט געווען קיין דברים גשמיים, וואס דורך זיי האט מען געקענט מקיים זיין די מצוות, נאר אלעס איז געווען נאר דורך יחודים עליונים (עיין זוה"ק ח"ב קס"ה:).

מדרגת היחוד דלעת"ל הוא בסוד כתר בגימ' תרי"ג וז' בחי' משה עבד הוי"ה ותמונת הוי"ה יביט

און ווי עס איז באקאנט די קשיא וואס אסאך פרעגן, אז אין איין פלאץ זאגט די פסוק כי לא ראיתם כל תמונה, און אין א צווייטן פסוק זאגט די פסוק ביי משה רבינו ע"ה ותמונת הוי"ה יביט, און אזוי אויך שטייט אז לעת"ל וועט זיין כי עין בעין יראו בשוב הוי"ה וגו', זאגט דער הייליגע צמח צדק [ביתר ביאור], אז דאס איז מרמז אויף די בחי' הנ"ל, דהיינו אז ווען א מענטש איז דבוק אין השי"ת בבחי' תפילת מעריב, דהיינו בבחי' לאה אן די בחי' פון רחל, וכנ"ל אז ער איז דבוק אינעם אור האמונה אבער אן קיין התגלות בבחי' סודות התורה, ממילא איז ער אין א מצב וואס ער שטייט ווייט פון השי"ת, און אויף דעם זאגט דער פסוק כי לא ראיתם כל תמונה, ווייל כלל ישראל איז נאך נישט געווען אויסגעארבעט אין דעם אור האמונה, אבער נאך וואס דער מענטש גייט ארויף אינעם אור היחוד צוזאמען מיטן אור האמונה וכנ"ל, איז ער זוכה צו זיין בבחי' משה רבינו ע"ה וואס ביי איהם שטייט ותמונת הוי"ה יביט, און ווען דער מענטש קומט צו צום שלימות האמיתי, וואס דאס איז דער דרך היחוד וואס האט אונז מגלה געווען דער רבי זי"ע, דהיינו אז אפי' נאך וואס מען איז משיג אלע הויעכע השגות, איז מען אלעס מקשר מיטן מציאות הבריאה, דהיינו אז דער עצמי' הבריאה איז מען משעבד צום אור היחוד ואמונה, וואס דאס איז בעצם די בחי' פון לעת"ל וואס דער פסוק זאגט ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, און דאס זעהן מיר ביי משה רבינו ע"ה דער גואל ראשון און גואל אחרון, וואס דער פסוק איז מעיד אויף איהם משה עבדי משה עבד הוי"ה, דהיינו אז מיט אלע הויעכע השגות וואס ער האט זוכה געווען צו זיין בסוד ותמונת הוי"ה יביט וכנ"ל, עכ"ז האט ער אריינגעלייגט אלע זיינע השגות אינעם עבדות השי"ת, דהיינו אינעם עצמי' מהות הבריאה, אז דער גאנצע מציאות הבריאה איז איין שטיק יחודים עליונים, וואס דעמאלס ווערט מען בבחי' כתר וואס איז העכער חכמה, וואס כת"ר איז בגימ' תרי"ג מצוות מיט ז' מצוות דרבנן, דהיינו אז נאך די אלע השגות אינעם אור החכמה איז ער געבליבן דער זעלבע עבד השי"ת, און אדרבה ער איז מקשר אלע גילויים און יחודים צו דער פשוט'ע עבדות השי"ת.

יחוד קדרותא דצפרא ועבודת חודש אדר הבעל"ט

און דער דרך היחוד הנ"ל וואס דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט, דאס איז דער יחוד וואס ווערט צווישן יעקב און לאה בקדרותא דצפרא, וואס דעמאלס איז שוין דער אנהייב פונעם צייט פון דער יחוד יעקב ורחל, ממילא דעמאלס ווערט דער יחוד פון יעקב מיט לאה אויפן זעלבן פארנעם ווי דער יחוד פון יעקב ורחל (ד), דהיינו אז נישט גענוג דער מענטש ווערט נתעלה אין זיין עבודה צו לעבן מיט יחודים, נאר אז דער עצמי' מהות פונעם מענטש ווערט איין שטיק יחודים, וואס כנ"ל אז יחודים איז מרמז אויף רחל, והיינו אז לאה ווערט ממש אין די בחי' פון רחל, און דאס איז דער שחוק דלעת"ל ווי דער פסוק זאגט אז ימלא שחוק פינו וגו', דהיינו די סמיכת גאולה לתפילה וואס דער גאולה וועט דער עיקר קומען דורכן עבודה פון יחודים, וכנ"ל כשיפוצו מעיינותך חוצה וכו', און די עבודה דארף מען מצרף זיין מיטן עבודת התפילה, דהיינו אז דער מענטש זאל זיין ווי דוד המלך ע"ה זאגט אין ספר תהילים ואני תפילה, כידוע אז אני איז דער בחי' פון מלכות [אני ישות בחי' מלכות], וואס דאס איז די אור פון רחל וכנ"ל אז רחל איז די עיקר עקרת הבית דהיינו מלכות, און דאס איז בעצם די אור התורה"ק, ווי חז"ל זאגן הלכה כמותו [ווי דוד המלך ע"ה] בכל מקום (סנהדרין צ"ג:), און דאך האט דוד המלך ע"ה געזאגט ואני תפילה דהיינו אז ער איז געווען איין שטיק תפילה, און ווי מיר זעהן אז דער ספר תהילים איז דאך די שורש התפילה ביי כלל ישראל, און דאס איז דער פשט וואס חז"ל דרש'ענען ואלה המשפטים מלמד שתשים סנהדרין אצל המזבח, דהיינו אז דער תכלית העבודה איז דער אמת'ע יחוד צווישן די אור התורה ויחודים דהיינו בסוד רחל, און דער אור העבודה מיט אמונה וואס דאס איז דער סוד פון לאה, און דאס איז דער עבודה אינעם הייליגן חודש אדר הבעל"ט, וואס חודש אדר איז דער זמן פון שמחה ושחוק, ווי דער גמרא זאגט (ברכות ט:) אז ווען רב ברונא האט זוכה געווען צו דאווענען מיטן נץ איז ער געווען מורא'דיג פריילעך יענע טאג, והיינו כנ"ל אז אינעם חודש אדר איז די עבודה מחבר צו זיין די אור פון לאה צוזאמען מיטן אור פון רחל, בסוד קדרותא דצפרא כנ"ל, וואס דאס איז דער אור דלעת"ל און די אור הגאולה.

סוד מאמר' משה עומד וזוקף ראשן של ישראל

און די עבודה איז דער עבודה הפרטית פון משה רעיא מהימנא קדישא, וואס פון איין זייט האט ער זוכה געווען צו די גרעסטע גילויים בסוד ותמונת הוי"ה יביט פנים אל פנים, און פון צווייטן זייט זיין אזוי ווי אן עבד משה עבד הוי"ה, דהיינו אז מיט אלע גרויסע גילויים זאל מען אבער זיין איין שטיק עצמי' פון עבדות השי"ת בפשטות ובתמימות מיט יעדע פרט און פרט, דהיינו מקיים צו זיין די גאנצע תורה"ק מיט אלע פרטים צוזאמען מיטן אור היחוד, און דאס איז דער אור הגאולה בסוד משה גואל ראשון וגואל אחרון, און וויבאלד דער הייליגע חודש אדר איז דאך דער חודש פון שמחה און שחוק בבחי' שחוק דלעת"ל, וואס דאס איז דער גאולה פונעם הייליגן יו"ט פורים ונהפך הוא אשר ישלטו היהודיים המה בשונאיהם, ממילא דארף מען משמיע זיין על השקלים, וואס דאס איז דער מטבע של אש וואס דער פסוק זאגט זה יתנו, דהיינו אז מען דארף זיך משלים זיין מיטן אור בהירות האמונה בסוד זה אלי ואנוהו, און דאס איז דער מטבע הברכה דער עבודת התפילה וואס זאל זיין איין שטיק אש מיט יחודים עליונים, ביז דער גאנצע מהות פונעם מענטש וועט ווערן איין שטיק יחודא עילאה, און דערפאר איז דא א מורא'דיגע הילף וואס משה רבינו רעיא מהימנא קדישא לאזט זיך אראפ צו יעדע איד דעם שבת קודש, און ער איז עומד וזוקף את ראשן של ישראל, וויבאלד עס איז א זמן גרמא וואס מען גייט אריין אינעם חודש אדר בסוד שחוק דלעת"ל, ממילא ווערט אויפגעוועקט די אור דלעת"ל, דהיינו די שלימות האמונה מיטן שלימות התפילה מיט די אור היחודים, וואס דאס איז דער עבודה אויפן דרך ווי אדה"ר קודם החטא וכנ"ל וואס חז"ל זאגן לעבדה ולשמרה, וואס דאס איז אונזער גאנצע תכלית דאס צו מתקן זיין, און ווי דער אר"י הק' זי"ע שרייבט (ספר הדרושים דרוש ד'), אז די גאנצע עבודה פון די ארבעה שנכנסו לפרדס, איז אלס געווען כדי צו מתקן זיין די גאנצע פגם פון אדה"ר, און מעלה זיין די גאנצע בריאה אויף א מצב פון קודם החטא, וואס ממילא וואלט געווען דער תיקון השלם.

נשיאת ראש של משה רבינו ע"ה ע"י אמונת צדיקים וללכת בדרכיהם אפי' כשאין ראויים לזה

און דער נשיאת ראש וואס משה עומד וזוקף ראשן של ישראל, איז דער ביאור הענין אז דער מענטש קען זיך דאך געבן א טראכט, און ער מאכט זיך א חשבון הנפש ווי ער קוקט אויס, זעהט ער דאך אז ער איז נאך פוהל מיט זוהמות היצה"ר וואס ער דארף זיך נאך אויסרייניגן, איז ווי קומט עס צו איהם ער זאל בכלל טראכטן אנהייבן אריינגיין אין די עבודה פונעם אור האמונה ואור היחוד, אבער דער אמת איז אז דער הייליגע בעש"ט דער אור שבעת הימים זי"ע האט דאס אונז מגלה געווען, אז דער מענטש דארף צו וויסן אז וויבאלד אין זיין פנימי' איז ער דאך איין שטיק קדושה וטהרה אן קיין שום פגם, ווייל די אלע פגמים און זוהמות דאס איז נאר די חלק החיצוני' וואס אויף דעם פארלייגט דער שטן אלע זיינע כוחות, אבער בפנימי' און בעצמי' איז א יעדע איד א חלק אלו' ממעל בתכלית הקדושה, און ממילא מעג מען און מען דארף זיך אנטוהן מיטן איצטלא דרבנן, דהיינו זיך פארשטעלן מיט די לבושים פון די צדיקי אמת, און צו גיין אויף זייער גרויסע הייליגע דרך מיטן אור האמונה און אור היחוד, און דאס איז דער סוד פונעם חודש אדר וואס איז מרמז אויפן אות ק', וואס קו"ף איז דער בחי' אז מען מאכט נאך אנדערע כמעשה קוף בעלמא, און דאס איז דער רמז אינעם שחוק דהיינו אז אין הימל איז א געלעכטער אז מען גייט אין די דרכי הצדיקי אמת, אבער דאס טוהט אונז משה רבינו דער רעיא מהימנא קדישא אויסלערנען, אז מען דארף זיך אויפהייבן די קאפ און ארויסגיין פון אלע מוחין דקטנות און צימצומים, און אריינגיין אין די עצמי' הקדושה און אויפוועקן די פנימי' נשמת ישראל, און צו ווערן פון קו"ף דסט"א דער היפך דהיינו ק' דקדושה בסוד הפסוק והיה הנשאר בציון וגו' קדוש יאמר לו, וואס דאס איז דער סוד פונעם יחוד פון פארטאגס וואס לאה ווערט בבחי' רחל, דהיינו אז מען דרייט איבער די נאכט צו טאג, וואס דאס איז גורם די שחוק און שמחה בסוד אז ימלא שחוק פינו, וואס לעת"ל שטייט דאך אז והיה אור הלבנה כאור החמה וכו', דהיינו אז די בהירות האמונה וועט זיין צוזאמען מיטן בהירות אור היחודים, נאר צו דעם דארף מען צו האבן אמונת צדיקים, און צו וויסן אז וואס אונזערע צדיקי אמת האבן אונז געלערנט, דאס איז אמת ויציב חי וקים און דאס איז דער בחי' פון תורת משה בסוד משה עומד וזוקף ראשן של ישראל, און ווי דער הייליגע אר"י זי"ע האט געזאגט און הרה"ק דער בעל התניא איז דאס מבאר, אז טאמער א מענטש פארמאגט אין זיך א חלק הרע אפי' פון די פריעדיגע גילגולים, שטערט דאס איהם אז ער זאל נישט קענען גלייבן אין די צדיקי אמת און גיין אין זייערע וועגן, ממילא דארף מען צו וויסן אז דאס איז אן עבודה שלימה צו גלייבן און גיין אין די וועגן פון די צדיקי אמת

און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך כידוע אז נפש איז דער בחי' פון תפילה (ה) בסוד לאה, און חכמה איז דער אור היחודים בסוד רחל, איז דער עבודה ממשיך צו זיין די אור היחודים אין די אור פון תפילה, וואס דאס איז דער עבודה פון נאך חצות און ווייטער, וואס קודם דארף דער מענטש וויסן צו דאווענען בפשטות און באמת, דע לפני מי אתה עומד לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה, וואס דאס איז איינער פון די עיקרי התפילה ווי די פוסקים זענען מאריך אין דעם, און דערנאך זאל מען שטייגן אין די אור היחודים מעהר און מעהר, ביז ער וועט זוכה זיין צו די בחי' פון כתר והיא כתר לראשך דהיינו די יחוד בבחי' לעת"ל וואס דאס איז דער יחוד פון תפילת ותיקין, וואס מען איז מקשר און מען איז מהפך לילה צו יום, וכנ"ל אז דאס איז דער בחי' פון כתר בגימ' תרי"ג מיט ז' מצוות דרבנן, דהיינו אז מיט אלע יחודים און אורות איז מען בבחי' עבד ה', אבער דאס אלעס איז נאר מיטן כח פון די צדיקי אמת, און ממילא דארף מען האבן די אמונה אין די צדיקי אמת, וואס צדיקים זענען די בחי' פון שבת קודש, וואס דאס איז דער בחי' פון שמור שבת קדשך, וואס דורכן כח הצדיקים קען מען מגלה זיין די פנימי' הנשמה וואס איז איין שטיק קדושה, וואס דאס איז דער סוד יו"ט פורים וואס דורכן אמונת צדיקים אין מרדכי הצדיק און אין אסתר המלכה, האט מען זוכה געווען מגלה צו זיין די פנימי' הנשמה וואס איז אייביג איין שטיק קדושה, וואס דאס איז דער בחי' אז אין מגילת אסתר איז נישט פארהאנען קיין שמות הק' אפען, נאר אלעס איז ברמז מיט ר"ת און ס"ת, צו מרמז זיין אז דער פנימי' פון נשמת כלל ישראל איז מען דבוק אינעם חי החיים בתכלית הקדושה, און ממילא קען מען אנקומען צו אלע הויעכע מדרגות ביז מען וועט זוכה זיין צו עין בעין יראו בשוב הוי"ה ציון בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימינו ממש אמן.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]