דע חכמה לנפשך קבלה וישלח תשס"ז
דע חכמה לנפשך קבלה וישלח תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה וישלח תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
דא"ח רעוא דרעוין פרשת וישלח תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן
וברש"י הק': ויותר יעקב. שכח פחים קטנים וחזר עליהם (חולין צ"א.): ויאבק איש. מנחם פי' ויתעפר איש מלשון אבק שהיו מעלים עפר ברגליהם ע"י נענועם. ולי נראה שהוא לשון ויתקשר ולשון ארמי הוא בתר דאביקו בה (סנהדרין ס"ג:) ואביק ליה מיבק (מנחות מ"ב.) לשון עניבה שכן דרך שנים שמתעצמים להפיל איש את רעהו שחובקו ואובקו בזרועותיו ופירשו רבותינו ז"ל שהוא שרו של עשו (ב"ר ע"ז. ג.).
פגם גיד הנשה היה ביעקב וברחל ועיקר הפגם היא ברחל
א] עס ווערט געברענגט (חולין צ:) א מחלוקת התנאים, וועלעכע גיד הנשה עס איז אסור צו עסן, רבי יהודה האלט אז די גיד הנשה פונעם רעכטן פיס איז אסור, און רבנן האלטן אז סיי פונעם רעכטן פיס און סיי פונעם לינקן פיס זענען אסור, און די הלכה איז טאקע ווי שיטת חכמים, איז מבאר דער הייליגע אר"י זי"ע (שער מאמרי הרשב"י בראשית), אז בעצם האט דער שר פון עשו פוגם געווען סיי אינעם קומה פון יעקב אע"ה און סיי אינעם קומה פון רחל אמנו ע"ה, וכידוע אז דער קומה פון יעקב און די קומה פון רחל שטייען שטענדיג אחור באחור[1], און ממילא קומט דאך אז דער רעכטע פיס פון יעקב אע"ה שטייט אקעגן די לינקע פיס פון רחל אמנו ע"ה, ממילא איז נפגם געווארן דער צד הימין פון יעקב אע"ה, און די צד השמאל פון רחל אמנו ע"ה, דהיינו אז ביי יעקב אע"ה איז געשעהן די פגם אינעם מידת נצח [צד הימין], און אין רחל אמנו ע"ה איז געשעהן די פגם אין מידת הוד [צד השמאל], אבער די עיקר פגם איז אינעם מידת הוד דהיינו אינעם שכינה הק' וואס איז בבחי' רחל, ווי דער פסוק זאגט נתנני שוממה כל היום דו"ה אותיות הו"ד, נהפך עלי הוד"י למשחית דהיינו אינעם בחי' פון מידת הוד.
כבד וטחול מכוונים נגד קלי' נחשים ועקרבים פגמי מידת יסוד דקדושה ופגמי אפיקורסות רח"ל
והנה כידוע וואס עס ווערט געברענגט (תיקוני זוה"ק מ"ט.) אז מידת נצח איז אקעגן די כבד פונעם קומה פון מענטש, און מידת הוד איז אקעגן די טחול פונעם קומה פון מענטש, און ווי עס איז באקאנט אז אינעם "כבד" איז פארהאן די אלע כוחות הרע, וואס טוהען צורעדן דעם מענטש אויף אפיקורסות רח"ל, וואס די פגם אין אמונה איז דער עיקר פגם אינעם מלא כל הארץ "כבודו", און אינעם טחול איז פארהאן די אלע כוחות הרע, וואס טוהען צורעדן דעם מענטש פוגם צו זיין אין מידת יסוד מיט תאוות גשמי' און הנאות שפילות[2], וואס די צוויי קלי' זענען בבחי' נחשים ועקרבים, דהיינו אז דער נחש וואס איז בבחי' חוט השדרה [ווי חז"ל זאגן מי שלא כורע במודים שדרו נעשה נחש], וואס דער חוט השדרה הייבט זיך אן ביים דעת און איז ממשיך ביזן יסוד סיומא דגופא[3], און דער עקרב איז מרמז אויף די פגם באמונה טהורה וואס איז משפיע די אלע פגמים אינעם מלכות שמים[4], און דער עיקר פגם הכללי נעמט זיך פון די אלע טומאות וזוהמות וואס דער מענטש איז פוגם אין מידת יסוד, ווי חז"ל זאגן (סנהדרין ס"ג:) אז כלל ישראל האט אראפגעווארפן פון זיך די עול התורה והאמונה, און זענען געגאנגען דינען ע"ז רח"ל, איז אלעס געווען כדי דערנאך זאלן זיי קענען פוגם זיין אין עניני קדושה בפרהסיא רח"ל, און ווי מיר זעהן טאקע אז די אלע שווערע ביטערע נסיונות אין עניני קדושה וטהרה, זענען גאהר שטארק און גרויס, וויבאלד זייער שורש איז אינעם טחול וואס איז מקושר מיט מידת הוד, וואס כנ"ל אז מידת הוד איז נפגם געווארן ביי רחל אמנו ע"ה דורך דער שטן, און רחל אמנו ע"ה וואס איז מרמז אויפן מידת מלכות, איז די אינטערשטע ספי' וואס איז די נענסטע מידה צו אונזער עולם[5], ממילא האט זיך גאהר שטארק אריינגעכאפט די נסיונות אין אונזער עולם.
ב' מיני צדיקים המוזכרים במעשה דז' בעטלערס
ב] און דאס אלעס צו מתקן זיין, דארף מען זיך שטארקן מיט די עבודה בבחי' משיח בן יוסף און מיטן עבודה בבחי' משיח בן דוד, כידוע וואס דער הייליגע רבי זי"ע ברענגט אין סיפורי מעשיות (מעשה דשבעה בעטלערס), אז עס איז פארהאן א צדיק וואס עס פעהלט איהם די הענט, און דער צדיק דארף צו אויסהיילן די בת המלך פון אלע פיילן און שפיזן וואס מען האט אין איהר אריינגעשאסן, און עס איז פארהאן א צדיק וואס עס פעהלט איהם די פיס, וואס ער דארף ראטעווען דעם בן מלך וואס האט אינגאנצן פארגעסן פון זיין גרויסע פאטער און טוהט אפלייקענען אין איהם.
בחי' משיח בן יוסף ומשיח בן דוד
והיינו אז דער צדיק וואס עס פעהלט איהם די הענט איז בבחי' משיח בן יוסף, וואס זיין עבודה איז בבחינת יסוד דקדושה [וואס איז בבחי' ידים דהיינו די הענט ווייל יסוד געהערט צום פרצוף ז"א וואס איז אינעם אויבערשטן חלק הקומה], וואס טוהט אויסרייניגן די בת מלך פון אלע שפיזן און פיילן וואס האבן זיך אנגעטשעפעט אין איהר, דהיינו צו אויסרייניגן און מטהר זיין און מקדש זיין די וועלט פון אלע טומאות וזוהמות, וואס די וועלט האט זיך אנגעקלעפט אין די שטותים והבלים רח"ל, און זייער תיקון איז דורכן עבודה פונעם תיקון הכללי, וואס איז דער סוד פונעם שיר דלעתיד לבא שיר פשוט כפול ומשולש (תיקוני זוה"ק כ"א: ועיין ליקו"מ ח"ב תורה כ"ד-צ"ב), און דער צדיק וואס פעהלט איהם די פיס, האט דער רבי זי"ע נישט צופוהל מבאר געווען, האט אבער דער זוהן פון רבי'ן זי"ע הצדיק רבי אברהם זצוק"ל געזאגט, אז דער צדיק איז בבחי' משיח בן דוד, וואס טוהט צוריק ברענגן דעם קינד וואס האט אפגעלייקנט אינעם מלך, צוריק צו זיין גרויסן טאטן דער מלך, וואס טוהט אויסרייניגן די וועלט פון אלע מחשבות פון אפיקורסות, און אלע בילבולים אינעם אמונה פשוטה, וואס דער פגם פון אמונה איז אינעם מידת מלכות דהיינו אינעם מלכות שמים, וואס איז די אינטערשטע ספירה בבחי' רגלים[6].
אור של חנוכה ופורים הם בבחי' משיח בן יוסף ומשיח בן דוד
ג] און די עבודה פון יעדן איד איז זיך מקשר זיין מיט די הייליגע בחי' פון משיח בן יוסף און משיח בן דוד, והנה השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו האט אונז אראפגעברענגט די גרויסע הייליגע ימים טובים חנוכה ופורים הבעל"ט, וואס אין די ימים טובים שיינען די גרויסע תיקונים בבחי' נצח און הוד (פע"ח שער ר"ח וחנוכה דרוש ד')[7], וואס זענען אקעגן משיח בן יוסף און משיח בן דוד, וואס דורך די עבודות קען מען ניצול ווערן פון אלע בחי' פונעם נחש וואס איז פוגם אינעם הוד דהיינו אינעם קדושת היסוד פון נשמות בני ישראל, און אויך פונעם עקרב וואס איז פוגם אינעם נצח דהיינו אינעם אמונה הטהורה פון כלל ישראל.
סוד עולם המלבוש וסדר האותיות הק'
והנה דער עיקר ותחילת העבודה דארף צו זיין מיט די צוויי בחי' א' כוונות השמות הק', ב' יחודים עילאין, וואס דאס זענען די בחי' פון אריך און עתיק וואס איז בחי' כתר וואס כתר איז דער שורש פון יחידה [חיה הכוללת ביחידה (ברית מנוחה)], וואס דאס איז דער בחי' פון משיח[8], דהנה כידוע וואס חז"ל הק' זאגן איסתכל באורייתא וברא עלמא, דהיינו אז דער עצם בריאת העולם איז באשאפן געווארן מיטן עצמי' התורה"ק, און די אותיות התורה"ק איז דער לבוש פון די גאנצע בריאה, וואס דאס איז דער בחי' פונעם עולם המלבוש, וואס ערשט אינטערן עולם המלבוש געפונען זיך אלע עולמות א"ק אבי"ע, און דער סדר פון די אותי' התורה"ק איז געווען, אז קודם האט השי"ת באשאפן די כ"ב אותיות התורה"ק כסדרן פון א' ביז ת', דהיינו א' ב' ג' ד' ה' ו' ז' וכו', און דערנאך האט השי"ת צוזאמענגעלייגט די אלע אותיות הק' אזוי ווי א טלית און א "מלבוש" וואס מען לייגט צוזאמען [עולם "המלבוש"], וכנ"ל אז די אלע אותיות הק' זענען בעצם א מלבוש אויפן גאנצן בריאה, והיינו אז מען נעמט די אלע אותיות הק' און מען צוטיילט עס אין צוויי, קומט אויס אז ביז אות ל' איז איין חלק און פון אות ל' און ווייטער איז דער צווייטער חלק, און דערנאך האט השי"ת גענומען די צווייטער חלק און ארויפגעלייגט אויפן ערשטן חלק, פונקט איינס אויפן צווייטן, און אויב אזוי איז אויסגעקומען אז די אות ל' איז געווארן צוזאמען מיטן אות א', מ' מיטן אות ב', נ' מיטן אות ג', ס' מיטן אות ד', ע' מיטן אות ה', פ' מיטן אות ו', צ' מיטן אות ז', ק' מיטן אות ח', ר' מיטן אות ט', ש' מיטן אות י', ת' מיטן אות כ', און די לעצטע צוויי פאהר אותי' דהיינו י-ש און כ-ת, זענען מרמז אויף די צוויי עבודות, דהיינו אז י-ש איז בבחי' העבודה בדרך עתיק, וואס עתיק איז די בחי' פון ישות דקדושה [עיין לקמן], און כ-ת איז די בחי' פון כתית למאור וואס דאס איז בבחי' העבודה פון אריך אנפין דהיינו מסירות נפש וביטול הגמור.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ בקיצור נמרץ. דער קומה פון יעקב ווערט אנגערופן דער קומה און דער פרצוף פון זעיר אנפין [ו' מידות הק'], ווייל יעקב אע"ה איז דאך דער מרכבה צו מידת תפארה, און תפארה איז דער עיקר מידה פון די זעקס מידות, ווי עס ווערט אנגערופן אין פתח אליהו תפארת גופא), און רחל וואס רחל אמנו ע"ה איז דאך געווען די דער עקרת הבית, איז מרמז אויפן שכינה הק' [רחל מבכה על בניה], זי ווערט אנגערופן די קומה און די פרצוף פון מלכות דהיינו נוקבא.
וכידוע אז יעדע השפעה אויף דער וועלט קומט אראפּ דורך די יחוד און זיווג הפרצופים יחוד קודשא ב"ה [ז"א] ושכינתיה [נוקבא], דהיינו אז בדרך כליל שטייען די ביידע פרצופים מיט די רוקן איינער אקעגן צווייטן, וטעם הדבר ווייל השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו האט געוואלט אז די סט"א און די חיצונים, זאלן נישט קענען האבן קיין יניקה פון די הייליקע פרצופי המידות הק', ממילא האט ער זיי אוועקגעשטעלט אחור באחור, וואס דורכדעם קענען די חיצוני' נישט האבן קיין יניקה פון זיי, ווייל דער עיקר יניקת החיצוני' איז נאר דורכן אחוריים, אבער ווען די פרצופי הספירות שטייען אחור באחור, קומט דאך אויס אז עס איז נישט דא קיין שום מקום צווישן ביידע אחוריים, ממילא האבן זיי נישט פון וואו יונק צו זיין, און ווען עס פעהלט אויס ממשיך צו זיין השפעות טובות, דעמאלס איז מען מייחד די צוויי פרצופים דורך המשכת המוחין, און דורכדעם ווערן זיי פנים בפנים און עס ווערט נשפע השפעות טובות. - ↑ כידוע אז מידת נצח און מידת הוד ווערן אגגערופן תרי פלגי דגופא, ווייל דאס איז מרמז אויף די פיס פונעם מענטש, וואס די פיס פונעם מענטש צעטיילט דער גאנצער קומה פונעם מענטש אויף העלפט, און אזוי ווי עס איז פאראן די בחי' פון צד ימין וצד שמאל, אזוי אויך איז פאראן די בחי' פון למעלה און למטה, והיינו אז צד הימין ווערט גערעכנט למעלה כלפי דעם צד השמאל וואס ווערט גערעכנט למטה.
וכידוע אז די אונטערשטע מידות חוץ וואס זיי זענען אויסגעשטעלט אויפן סדר פון איינס העכערן צווייטן, אוי אןיך ווערן זיי ארסגעשטעלט אין א סדר אז די אונטערשטע מדות זענען מלביש די העכערע מידות פון אינדרויסן, ממילא הגם מדת תפארת איז דער עיקר גוף פונעם מענטש ביז די פיס, איז אבער דער אונטערשטער חלק פונעם תפארת דהיינו אונטערן הארץ שייך צו מדות נצח הוד, ממילא דער כבד וואס איז העכרן טחול איז אקעגן מידת נצח, און די טחול וואס איז אונטערן כבד איז שייך צו מידת הוד, און וויבאלד די טחול דהיינו מידת הוד איז ממש נאנט צו דעם אונטערשטען חלק פונעם גוף, ממילא איז אין איר פאראן ד׳ אלע כוחות פון הנאות ותאוות גשמי', משא"כ דער כבד וואס איז נענטער צום הארץ וואס איז אן העכערן מקום, איז פאראן אין אידך די כוחות פון פגמי האמונה. ודו"ק והבן. - ↑ וואס דערפאר ווייסן מיר אז דער עיקר תיקון אויף פגמי מידת יסוד איז דורכן אמונה פשוטה בפשטות ובתמימות למעלה מטעם ודעת, ווייל אזוי איז מען מתקן דער שכל און די דעת, וואס פון דארטן הייבט זיך אן די שורש פונעם פגם במידת יסוד, את ווי צדיקי אמת זי"ע זענען מאריך אין דעם, אז דאס איז דער עיקר קדושת ימי החנוכה הק', צעברעכן ד׳ חכמת היונית וואס איז פוגם אין דער אמונה הק', און זיך מחזק זיין מיט אמונה טהורה למעלה מטעם ודעת אפי' "למטה מעשרה טפחים".
- ↑ און ווי מיר זעען אין חז"ל אז דער חורבן ביהמ"ק איז געווען דורך די קלי' פון עקרב, וואס טוט חרוב מאכן די כח האמונה והתגלות כבוד שמים אויפן וועלט.
- ↑ כידוע אז דער עיקר מקום הספי' והמידות איז אינעם עולם האצילות וואס איז כל כולו קדושה ועצמי' האלוקות, אבער פונעם עולם האצילות און ווייטער דהיינו די עולמות בריאה יצירה עשיה, ווערן אנגערופן עלמא דפרודא ווייל זיי זענען שוין אפּגעטיילט פונעם עצמי' האלוקות, און בשעת אונזער שווערע גלות, וואס דער עיקר גלות מיינט מען דאך די גלות השכינה הק', טוט יעדע נאכט די הייליקע שכינה אראפּנידערן אין די עולמות הנפרדים בסוד הפסוק נפלה ולא תוסיף וגו', און טוט וויינען און שרייען מיט אלע אידישע צעבראכענע נשמות, וואס זענען פארזינקען אין די עמקי הקלי' [וואס כידוע אז ביינאכט איז פאראן א גרעסערע כח הרע והקלי' רח"ל], און דאס איז די כוונה פונעם תיקון רחל, און דערנאך הייבט זיך די שכינה הק' צוריק אויף מיט אלע נשמות דורך די זמירות ותשבחות בסוד תיקון לאה, און דערנאך ווערט די בחי' פון חדשים לבקרים מיט אן התחדשות.
- ↑ דהיינו די בת מלך איז בעצם נאנט צו איר פאטער דער מלך, נאר זי האט זיך באהאפטן מיט אסאך שטותים והבלי עוה"ז, דהיינו די אלע תאוות גשמי' און פגמי יסוד דקדושה, דארף מען איר אויסרייניקן פון די אלע טומאות, אבער דער בן מלך וואס האט אפּגעלייקנט אין זיין פאטער, איז בכלל נישט נעבן זיין טאטע דער מלך, און די עבודה איז אים צוריקצוברענגן צום טאטן, דהיינו דער וואס איז פוגם איז אמונה טהורה, איז אינגאנצן נתרחק געווארן פון מקום הקדושה.
- ↑ כידוע אז איז יעדן יו"ט טוט שיינען אן אור פון א געוויס מידה, כדוג' ר"ה שיינט דעם אור פון גבורה, פסח שיינט דעם אור פון חסד וכו' וכו', אין חנוכה און פורים שיינען די אורות פון נצח דוד, [עס איז א גרויסע ברייטע נושא וואס פּונקטלעך שיינט חנוכה און וואס פורים, אבער דאס איז קלאר אז די צוןיי ימים טובים האבן א שייכות מיט ביידע פון זיי], און דאס איז דער ביאור הענין אז די הייליקע ימים טובים זענען וואכעדיקע ימים טובים, צו מרמז זיין אז דאס איז ספּעציעל פאר אונז גלות אידן, וואס מיר זענען אין א חשכות, ווייל נצח און הוד זענען די אונטערשטע מידות פון ז"א, וואס איז מרמז אויף די רגלים, וואס די פיס ווערן אנגערופן לבר מגופא, ווייל די פיס זענען די חלקי האדם וואס קומען ארויס נאך ודאס דער עיקר גוף איז געענדיקט, און ווי דער רבי זי"ע אין ליקו"מ איז מרמז אז דאס מיינט מען עד שתכלה "רגל" מן השוק. ודו"ק.
- ↑ כידוע אז עס איז פאראנען ה' חלקים אין דער נשמה, נפש רוח נשמה חיה יחידה, און אזוי אויך איז פאראן ה' פרצופי הספירות, מלכות-נוקבא אקעגן נפש, ו' מידות-ז"א אקעגן רוח, בינה-אימא אקעגן נשמה, חכמה-אבא אקעגן חיה, כתר-אריך עתיק אקעגן יחידה, וואס כתר איז די הענסטע מדרגה בחי' נשמת משיח. ודו"ק.