די צוויי גלחים קאפיטל צוויי
די צוויי גלחים קאפיטל איינס - - - - די צוויי גלחים קאפיטל צוויי - - - - די צוויי גלחים קאפיטל דריי - - - - די צוויי גלחים קאפיטל פיר
חודש אייר תשס"ט
ראמאעלד אנטדעקט זיין אפשטאם, תשל"ט (1979).
געווען איז דאס אין יאר תשל"ט (1979). זיין טאטע איז מיט אייניגע יאר בעפאר, נאכן פאלן פון א סעריע שטיגן, פלוצלינג געשטארבן זייענדיק בלויז 52 יאר אלט. זיין מאמע די אלמנה, האט זיך דאן, נישט וועלענדיג וואוינען עלנד אליין, אריבערגעצויגן צו איהם קיין לובלין. מיט די אפגעשפארטע פאר טאלער וואס זיין טאטע האט איבערגעלאזט, אינאיינעם מיט דאס ביסל געלט וואס ער האט שוין באוויזען צו פארדינען אין די לעצטע פאר יאר, האט ראמאעלד זיך איינגעקויפט א קליין דירה’לע. איין צימער דער פון האט ער אוועקגעגעבן פאר זיין מאמע זי זאל קענען האבן איר פריוואטע ווינקל.
האבענדיג זיין מוטער נעבן זיך, האט ראמאמ עלד געזעהן א פאסיגע געלעגנהייט ארויסצובאמ קומען פון איהר זיין פונקטליכע פארגאנגענהייט. ראמאעלד איז שוין אצינד היבש זיכער געווען ביי זיך אז עפעס א שייכות האט ער מיט דאס אידימ שן פאלק, עס האט איהם בלויז אויסגעפעלט זיין מוטער’ס באשטעטיגונג דערצו. ראמאעלד האט אנגעהויבן צו ליינען ביכער איבער אידן כדי זיך צו באקענען מיט דעם מהות פון דעם פאלק און וואס זייער היסטאריע איז. נאכן ארויסהאבן די אידישע יסודות איז ראמאעלד איז זייער אנטציקט געמ ווארן דערפון און האט זיי אנגעהויבן שטארק צו שעצן. ער פלעגט אהיים קומען ביינאכט און איבער דערציילן פאר זיין מוטער וואס ער האט אלס אויסגעפונען. ער האט געווארט צו זעהן איר רעאקציע דערצו. אפשר וועט געלונגען און זי וועט זיך אביסל עפענן און איהם באלייכטן מיט א ווארט דא אדער א ווארט דארט. צום ערשט האט זיך גארנישט גערירט. ער פלעגט פארציילן און פארציילן אבער די מאמע האט בלויז אויסג עהערט און גארנישט קאמענטירט. אויסער אויב ער פלעגט רעדן איבער די פיין און ליידן וואס אידן האבן מיטגעמאכט ביים צווייטן וועלט קריג, בלויז דאן פלעגט ער זעהן שנירעלעך טרערן זיך אראפקוילערן פון איר באקן. ווען ראמאעלד האט אבער געשטעלט עפעס פראגעס איבער דעם, האט זי גלייך פארדרייעט די שמועס ווייזענדיג אז זי איז נישט אינטערסירט צו רעדן דערפון. אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר פיר יאר.
אין תשל"ט איז זיין מאמע אמאל ערנסט קראנק געווארן און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צו זיין אונטער די אויפזיכט פון די דאקטורים. ווען ראמאעלד האט איר דארט נאכמ אמאל געפרעגט איבער דעם און איר צוגעדריקט צו דערציילן זיין היסטאריע, האט זיך ענדלעך די זאך גערירט און זיין מוטער האט אנגעהויבן צו קאפערירן מיט אים.
“מאמע, איך האלט עס שוין מער נישט אויס, איך מוז איינמאל פאר אלעמאל דערגיין וואס מיין היסטאריע איז, און פון ווי איך שטאם. זאג מיר מאמע ביטע, ביסטו מיין ריכטיגע מוטער? איז דער טאטע מיין ריכטיגע פאטער? פארוואס באהאלט עטץ דאס פון מיר?"
די מאמע, הערנדיג די ווערטער וואס זענען ארויס געזאגט געווארן פון טיעפעניש פון הארץ, האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און האט באלד אויסגעשאסן אין א געוויין.
“זאג מאמע, זאג." האט ראמאעלד זיך געבעמ טן. “האלט דיר נישט צוריק, לאז עס גיין". די פרוי איז אבער נאך געווען שטיל. בלויז אירע געוויינערייען און כליפערייען הערן זיך אינ עם צימער. מען האט געקענט זעהן ווי זי שלאגט זיך נאך אינערליך מיט אירע געדאנקן. זי האט נאכנישט געהאט די קוראזש אנצוהייבן רעדן.
ראמאעלד האט אבער באשלאסן נישט נאכמ צולאזן. מען דארף שמירן די רעדער ווילאנג עס איז נאך הייס. ווען די וויינעריי האבן אנגעהויבן נאכלאזן, האט ער זיך ווידער געוואנדן צו איר און געבעטן.
“מאמע, עס איז דיין פליכט מיר צו אויסזאגן דעם גאנצן אמת איידער עס איז צו שפעט. ביי דיר איז דאס אפשר בלויז א טייל פון דיין לעבן אבער ביי מיר מיינט דאס מיין גאנצע היסטאריע. איך מוז דאס וויסן."
די דאזיגע ווערטער האבן אויפגעטון דאס פארלאנגטע, און די מאמע האט זיך שוין אינגאנ צן געבראכן. מיט א שווערע אטעם האט זי זיך אנגערופן און געזאגט. “זעץ דיר אראפ שעפ עלע מיינס, קום איך וועל דיר אויסזאגן ווער דו ביסט."
אויף די מאמענט האט ראמאעלד געווארט. די דאזיגע ווערטער ווארט ער שוין יארן צו הערן. ענדליך איז אנגעקומען די מינוט וואס זיין מאמע איז גרייט איהם אויסצוזאגן זיין אפשטאם.
ווי צופרידן ראמאעלד איז אבער נאר יעצט געווען, איז ער אבער דאך געווען היבש אנגעצויגן און נערוועז. ווער ווייסט וואס ער גייט יעצט הערן. אפשר וועט ער אפילו חרטה האבן פארוואס ער האט אזויפיל געמוטשעט דערויף. ראמאעלד האט אבער תיכף אפגעמאכט, “זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז וויסן פון ווי איך שטאם און וואס איז געשען מיט מיר אלס קינד." מיט ברייטע אפענע אויגן און אויערן האט ער זיך צוגעבויגן נענטער צום בעט צו קענען אויפכאפן יעדעס ווארט וואס זיין מאמע האט צו פארציילן.
“הער מיך צו ראמאעלד, וויסן זאלסטו אז נישט איך און נישט דיין פארשטארבענע פאטער זענען דיינע ריכטיגע עלטערן! מיר האבן דיר בלויז דערצויגן כדי צו ראטעווען דיין לעבן. די ביסט א ריכטיגע איד! דיינע עלטערן זענען געווען גאר פיינע און חשובע לייט און זיי האבן אונז דיר איבערגעגעבן צו דערציען הארט איידער די נאציס האבן זיי אוועקג־ עפירט. איך האב זיי צוגעזאגט דיר צו האלטן ביז די קריג וועט זיך ענדיגן, אבער זיי זענען קיינמאל נישט צוריק געקומען דיר נעמען. היטלער האט זיי ביידע אויסגעהארגעט צוזאמען מיט די אנדערע מיליאנען אידן.
ראמאעלד, מיר האבן דיר דערצויגן אויפן בעסטן אופן וואס עס אונז מעגלעך געווען. מיר האבן דיר געהאלטן ווי אן אייגן קינד. דער טאטע האט געהאלטן אז אפשר איז בעסער אז די זאלסט נישט וויסן פון די גאנצע געשיכטע, אבער אז די האסט אזוי שטארק געדרוקט האב איך דיר געמוזט פארציילן. איך פארשטיי אז עס וועט דיר זיין שווער דאס צו פארדייען, אבער דאס איז די ריינע אמת."
שאקירט און צומישט איז ראמאעלד אצינד געווען. ער איז געווען באגאסן מיט שווייס פון קאפ ביז פיס. זיין הארץ האט געפאמפעט שנעלער און שטערקער ווי געווענטלעך, די קאפ האט געהאמ קט, זיין קערפער האט געציטערט, זיין פנים איז געווארן בלאס ווי די וואנט, און האט מאמענטאל אנגעהויבן צו פארלירן זיין גלייכגעוויכט. נאר אדא נק דאס קאלט וואסער וואס זיין מאמע האט אים שנעל אנגעשפריצט איז ער נישט אומגעפאלן אינגאנצן פון בענקל.
ראמאעלד האט נישט געוואוסט וואס אצינד ערשט צו טראכטן. עס האט אים געדויערט א היבש שטיקל צייט ביז ער האט בכלל געקענט ארויסברענגן עפעס א ווארט פון מויל. ענדלעך נאך עטליכע שווערע מינוט האט ראמאעלד צו זאמגענומען די מחשבות און זיך אביסל ארענ טיערט. ער האט דאן געבעטן זיין מוטער צו דע רציילן עפעס מער פרטים וועגן זיינע ארגינעלע עלטערן.
“הער אויס ראמאעלד, צופיל פרטים געדענק איך נישט אבער וואס איך געדענק וועל איך דיר פארציילן.
דיין טאטע האט געהייסן יעקב וועקסלער. ער איז געווען א געלונגענע שניידער אין די שטעטעלע שוויציעני. ווען די דייטשן האבן איינגענומען די שטאט איז דיין טאטע געצווינגען געווארן צו ארבעטן פאר זיי און צושטעלן זייער געברויכן. דיין מאמע האט געהייסן בתי’ וועקסלער, און די האסט אויך געהאט א ברודער מיטן נאמען שמואל, אדער ווי זיי פלעגן איהם רופן שמוליק. דיין ארגינעלע נאמען האט מיר דיין מאמע גראדע געזאגט אבער איך האב דאס שוין זינט דאן פארגעסן. לאמיר האפן אז די וועסט דאס נאך איין טאג אויסגעפינען.
מיר פלעגן זיין גוטע קונדען ביי דיין טאטע, און אלס האט ער אונז באדינט מיט די גרעסטע מאס איבערגעגעבנקייט. דאס זעלבע איז מיט דיין מאמע. אלס האט זי געהאט א גוט ווארט אויפן מויל און עס איז געווען א געשמאק מיט איר צו פארברענגן. ווען די דייטשן זענען אריינגעקומען אין שוויציעני, האבן זיי צוזאם גענומען אלע אידן און זיי איינגעשפארט אין א געטא. ווען דיינע עלטערן האבן געזען אז אט אט גייט מען זיי אוועקפירן, זענען זיי שטילערהייט אריבערגעקומען צו אונז און געבעטן מיר זאלן דיר אריינעמען. דאס איז אבער נישט געווען אזוי לייכט. ווען מיינע שכנים זאלן אנטדעקן אז די ביסט א איד וואלטן זיי אונז געוויס פאר’מסר’ט און מיר וואלטן געטיילט די זעלבע גורל ווי דיינע עלטערן. דעריבער האבן מיר אויסגעארבעט א שטיקל פלאן וואס זאל באהאלטן דיין אינדענטיטעט. איין נאכט, צום אפגעשמועסטן צייט, האט דיין מאמע דיר ארויסגעשווערצט פון געטא און אראפגעלייגט פארנט פון מיין הויז. איך בין דאן געשטאנען ביים פענסטער און געווארט פופצן מינוט אז זי זאל האבן די מעגליכקייט צוריק צו זיין אין געטא. דערנאך בין איך ארויס און מיט יאמערליכע קולות זיך גענומען שרייען אז עפעס א קינד ליגט דא פארנט פון מיין הויז. די שכנים זענען זיך צוזאמגעלאפן און מען האט אנגעהויבן זוכן אין אלע זייטן צו אפשר האט איינער פארלוירן א קינד. נאך א שטיק צייט, ווען קיינער האט זיך נישט אפגערופן האב איך געשפיעלט כאילו איך וועל דיר בלויז אריינעמען ווילאנג מען טרעפט די עלטערן. פאר איין שכן איז טאקע נישט געפאלן די גאנצע מעשה. יענער איז געווען זיכער אז די ביסט א איד און מען דארף דיר פארשיקן. אבער נאכן נישט טרעפן קיין שום קראנטע באווייזן צו זיין חשד, האט ער זיך איינגעשטילט. זינט יענעם טאג ביסטו ביי מיר.
דריי מאל האט דיין מאמע באוויזן זיך שטילערהייט אריינצוכאפן צו אונז אהיים און אנקוקן איר שעפעלע. אבער דאס איז עס געווען. א קורצע צייט דערנאך האט מען טאקע זיי אלע אוועקגעפירט צו די גאז קאמערן, ווארשיינליך קיין מיידאנעק, די ארט ווי אלע אידן פון יענע געגנט זענען געטראגן געווארן. זינט דאן האבן מיר דיר ערצויגן און אויפגעהאדעוועט גארנישט ווייניגער ווי אן אייגן קינד. גלייב מיר, פילע טרערן האבן מיר שוין פארגאסן איבער די ביטערע שיקזאל פון דיינע ליבע עלטערן. די ביזט זייער לעצטע ביימעלע. עס איז א שטארקע שאד אז זיי האבן נישט דערלעבט דיר אויף צוציעהן און שעפן אביסל נחת. ווען די וועסט אהיימגיין צו דיין הויז זאלסטו א בליק טוהן אונטער מיין בעט. דארט וועסטו טרעפן באהאלטן א סאמאוואר מיט א האנט-וואג. דאס זענען געווען די צוויי לעצטע חפצים וואס דיינע עלטערן האבן נאך געהאט אין שטוב און אונז זיי אוועקגעשענקט וועלענדיג באצאלן פארן דיר אריין נעמען. אוי זענען זיי געווען פיינע מענטשן.
אבער ראמאעלד, וואס איז געווען איז געווען. אצינד דארפסטו זיך שטארקן און אנגיין ווייטער מיט דיין לעבן. די האסט נאך פילע יארן אויף די וועלט. אפשר וועט דיר מיט די צייט געלונגען צו טרעפן עפעס קרובים פון דיינע עלטערנ’ס פאמיליע."
יענע נאכט האט שוין ראמאעלד נישט געקענט צומאכן קיין אויג. די אויסערגעווענטליכע אויפדמ עקונג האט איהם אזוי אויפגעשוידערט אז ער האט שוין נישט געוויסט וויאזוי צו שטעלן דעם נעקסטן טריט. א גאנצע נאכט האט ער זיך גע וואלגערט אין בעט ווען זיין מח וואלגערט זיך מיט צוזאמען מיט איהם. הערשט אין די פריע פארט אגס שעה’ן האט זיך פאר ראמאעלד אביסל אויסגעקלארט דאס בילד און האט דאן מחליט געווען אז די ערשטע ציל זיינע דארף זיין, זיך צו פארלייגן צו דערגיין וואס מיט זיינע עלטערן איז געווארן און אויב עס איז איבערגעבליבן מי טגלידער פון זיין משפחה וואס זאלן איהם קענען פארציילן עפעס איבער זיי. מיט דעם באשלוס איז ער ענדלעך אנטשלאפן געווארן.
ראמאעלד קען נישט טרעפן קיין אינפארמאציע
אין די נעקסטע 13 יאר איז פאר ראמאעלד אבער נישט געלונגען צו טרעפן קיין ברעקל אינפארמאציע איבער זיין פאמיליע. וויפיל ער האט נאר גענישטערט און געפרעגט האט עס איהם צו גארנישט געברענגט. די קאמיניסטן האבן דאן געהערשט אין זיין ראיאן און די פארמ שונגס מיטלען זענען לכבוד דעם געווען שטארק באגרעניצט. ראמאעלד האט דעריבער זיך צוריק געקערט צו זיין נארמאלן סדר און אלס גלח האט ער ווייטער אנגעפירט זיינע קריסטלעכע צערעמאניעס.
תשמ"ב (1982)
אין יאר תשמ"ב (1982) איז א געוויסע פרוי, גערופן מיטן נאמען ‘קלארא’, זיך געקומען מת וודה זיין ביי איהם אויף פארשידענע ‘עבירות’ וואס זי האט אפגעטון. איינע פון אירע גרעסטע הארץ צאפעלנישן איז געווען איבער דאס וואס זי האט צוגעהאלפן אסאך אידן זיך ראטעווען ביים צווייטן וועלט קריג. זי האט הפנים מורא געהאט אז אפשר איז זי, לויט די קריסטלעכע אנשויאיג ען, באגאנגען דערמיט אן אומרעכט. ראמאעלד האט איר בארואיגט און דערביי איר אויסגעזאגט דעם סוד אז ער איז אויך א איד. די פרוי האט נאך געהאט געוויסע קשרים מיט די אידן וועמען זי האט געראטעוועט. ראמאעלד האט איר דערי בער געבעטן אז זי זאל זיך נאכפרעגן ביי זיי צו זיי האבן עפעס אן אנונג איבער זיין פאמיליע אדער איבער אנדערע מענטשן וואס שטאמען פון זיינע עלטערן’ס געגענט.
מיטן בעסטן ווילן האט אבער קלארא נישט געקענט צופיל העלפן. די פאסט קיין ארץ ישראל איז געווען שטארק באגרעניצט און ארויס צוגיין פון לאנד האבן די קאמיניסטן כמעט נישט צו געלאזט. ראמאעלד האט זיך שוין אנגעהויבן צו מייאש זיין פון טרעפן אינפארמאציע איבער זיין אפשטאם און אוודאי פון טרעפן לעבעדיגע מש פחה מיטגלידער פון זיינע עלטערן’ס פאמיליע. אזוי האט דאס אנגעהאלטן ביזן יאר תשנ"ב (1992). יענעם יאר האט זיך די אייזערנע פא רהאנג ברייט צועפענט. די קאמיניסטישע רעז שים איז צופאלן און מען האט ענדלעך געמעגט ארויספארן און אריינקומען אין לאנד אן קיין בא גרעניצן. דאן האט ראמאעלד פריש באנייעט זיין זוך אקציע און האט פארלאנגט פון קלארא אז זי זאל זען אויב איצט איז שוין יא מעגלעך צו דערשנאפן בעסערע אינפארמאציע איבער זיין היסטאריע.
ענדע אינעם קומענדיגן ארטיקל אי"ה
מקורות
[רעדאַקטירן]גלגל אינפא
זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com