לדלג לתוכן

בייַ מיר ביסטו שיין

פֿון װיקיביבליאָטעק

כ´וויל דיר זאָגן, דיר גלײַך צו הערן

אַז דו זאָלסט מיר ליבע דערקלערן

ווען דו רעדסט מיט די אויגן

וואָלט איך מיט דיר געפֿלויגן וווּ דו ווילסט

ס´אַרט מיך ניט!


און ווען דו האָסט אַ ביסעלע שׂכל,

און ווען דו ווײַזסט דײַן נאַרישן שמייכל

ווען דו ביסט ווילד ווי אַן אינדיאַנער

ביסט אפֿילו אַ גאַליציאַנער

זאָג איך: דאָס אַרט מיך ניט


בײַ מיר ביסטו שיין,

בײַ מיר האָסטו חן,

בײַ מיר ביסטו דער שענסטער אויף דער וועלט.

בײַ מיר ביסטו גוט,

בײַ מיר האָסטו "איט",

בײַ מיר ביסטו טײַערער פֿון געלט.


פֿיל שיינע ייִנגעלעך האָבן שוין געוואָלט נעמען מיך,

און פֿון זיי אַלע אויסגעקליבן האָב איך נאָר דיך.


בײַ מיר ביסטו שיין,

בײַ מיר האָסטו חן,

בײַ מיר ביסטו דער שענסטער אויף דער וועלט

בײַ מיר ביסטו גוט,

בײַ מיר האָסטו "איט",

בײַ מיר ביסטו טײַערער פֿון געלט.


װען דו זאָלסט זײַן שװאַרץ װי אַ טאָטער,

װען דו האָסט אױגן װי בײַ אַ קאָטער,

און װען דו הינקסט צוביסלעך,

האָסט קרומע פֿיסלעך,

זאָג איך: דאָס אַרט מיך ניט.


און װען דו האָסט אַ נאַרישן שמײכל,

און װען דו האָסט וַיְזָתָא'ס שׂכל,

װען דו ביסט װילד װי אַן אינדיאַנער

אַפֿילו אַ גאַליציאַנער

זאָג איך: דאָס אַרט מיך ניט.


בײַ מיר ביסטו שײן,

בײַ מיר האָסטו חן,

בײַ מיר ביסטו אײנער אױף דער װעלט.

בײַ מיר ביסטו גוט

בײַ מיר האָסטו "איט",

בײַ מיר ביסטו טײַערער פֿון געלט.


פֿיל שײנע ייִנגלעך האָבן שױן געװאָלט נעמען מיך

און פֿון זײַן אַלע אױסגעקליבן האָב איך נאָר דיך.

בײַ מיר ביסטו שײן

בײַ מיר האָסטו חן

בײַ מיר ביסטו אײנער אױף דער װעלט