Page:Устав профессионального общества рабочих заготовщиков в г. Риге.pdf/14

פֿון װיקיביבליאָטעק
דעם בלאַט האָט מען נאָך נישט קאָרעקטור-געלייענט
— 3 —

ב) מאַכט קלאָר די גרוֹיס פֿוֹן דעם אַרבּײטס-לוֹין אוֹן איבּ- ריגע אַרבּײטס-בּעדינגוּנגען אין דעם פֿאַך;

ג) גיט אַרוֹיס שטיצע איהרע מיטגלידער;

ד) נרינרעט אוּיף װיפֿיעל מעגליך אַ הילפֿם-קאַסע;

ה) בּעדינט איהרע מיטגלידער מיט יוֹרידישע הילף;

ו) עפֿענט אַ בּיוראָ װעלכע זוּכט אַרבּײט;

ז) גרינדעט אַ בּיבּליאָטעק אוּן אָרגאַניזירט קוּרםען אוּן לעזוּנגען פֿאַרא יהרע מיטגלידער.

§ 3 אַלע געגרינדעטע דוֹרך דער געזעלשאַפֿט אײנריכטוּנגן אוּן אוֹיך פֿערזאַמלוֹנגען װאַרפֿען זיך אוֹנטער די פֿאָדערוֹנגען פֿוֹן די עקזעסטירענדע געזעצן אוּן רעגירוּנגס פֿעראָרדנוּנגען.

§ 4 דער טהעטיגקײטם-ראַיאָן פֿוּן דיזע געזעלשאַפֿט איז די שטאָדט ריגאַ.

II. פֿוּן װעמען בּעשטעהט די געזעלשאַפֿט.

§ 5 מיטגליעדער אין געזעלשאַפֿט קענען זײן פּערזאָנען אָהן אוּנטערשיעד פֿוּן געשלעכט, עלטער, נאַציאָנאַליטעט אוּן רעליגיאָן, װעלכע בּעשעפֿטיגען זיך נוֹר מיטען צוּנאַטענמאַכער־פֿאַך אין װערקהײזער אוּן פֿאַבּריקען.

§ 6 מיטגליעדער אין געזעלשאַפֿט װערען אָנגענוּמען דוּרך דער פֿערװאַלטוֹנג, לויט די רעקאָמענדאַציאָן פֿון צװײ מיטגליעדער; װעגען די נײע אָנגענוּמענע מיטגליעדער גיט דיא פֿערװאַלטוּנג אַ בּעריכט אוֹיף דער נעהענסטער אַלגעםײנער פֿערזאַםלוּנג.

§ 7 בּײ אַרײנטרעטען אין געזעלשאַפֿט צאָהלען אַײן די מיטגליעדער 1 רוּב׳ אַײנטריטם-געלד אוּן דערנאָך 50 קאָפ. יעדק מאנאט.