לדלג לתוכן

רייזעלע

פֿון װיקיביבליאָטעק

רייזעלע פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

שטייט זיך דאָרט אין געסעלע
שטיל פֿאַרטראַכט א הייזעלע,
דרינען אויפֿן בוידעם-שטיבל
וווינט מײַן טיַיער רייזעלע.
יעדן אָוונט פֿאַרן הײַזל
דריי איך זיך אַרום,
כ´גיב אַ פֿיַיף, און רוף אויס : רייזל,
קום, קום, קום!

עפֿנט זיך א פֿענצטערל,
וואַכט אויף ס´אַלטע היַיזעלע,
און באַלד קלינגט אין שטילן געסל
אַ זיס קול, ס´רעדט רייזעלע :
- נאָך אַ ווײַלע וואַרט, מיַין ליבער,
באַלד וועל איך זיַין פֿריַי,
גיי זיך נאָך אַ פּאָר מאָל איבער -
איינס, צוויי, דריַי !

גיי איך מיר אַ פֿריילעכער,
זינג און קנאַק מיר ניסעלעך,
הער איך אויף די טרעפּלעך שפּרינגען
אירע דראָבנע פֿיסעלעך,
שוין אַראָפּ פֿון לעצטן טרעפּל,
כ´נעם זי ליב אַרום,
כ´גיב איר שטיל אַ קוש אין קעפּל -
קום, קום, קום !

- כ´וויל דיך בעטן, דודל,
זאָלסט אַרויף נישט פֿיַיפֿן מער.
- הערסט, ער פֿיַיפֿט שוין - זאָגט די מאַמע,
זי איז פֿרום, ס´פֿאַדריסט זי זייער,
פֿיַיפֿן, זאָגט זי, איז נישט ײִדיש,
ס´פּאַסט נאָר בלויז פֿאַר זיי…
גיב אַ צייכן פּראָסט אויף ײִדיש -
איינס, צוויי, דרייַ !

- כ´וועל פֿון היַינט נישט פֿײַפֿן מער,
דרויף גיב איך אַ שבֿועהלע -
דיר צוליב וועל איך אפֿילו
ווערן פֿרום, מײַן צנועהלה,
כ´וועל זײַן ווען דו ווילסט נאָר, רייזל,
ווי דײַן מאַמע פֿרום,
יעדן שבת גיין אין קלייזל -
קום, קום, קום !

- כ´גלייב עס דיר, מײַן ליבינקער,
און דערפֿאַר דיר, דודל,
שטריק איך אַ שיין תּפילין-זעקל
מיט אַ מגן-דודל,
ווען געפֿעלן ס´וועט אין קלייזל,
זאָגן זאָלסטו זיי:
- ס´האָט געשטריקט מיַין ליבע רייזל -
איינס, צוויי, דרייַ !

- כ´דאַנק פֿאַר דײַן מתּנה´לה,
כ´ליב אַזוי דיך, רייזעלע !
כ´ליב דײַן מאַמען, כ´ליב דאָס געסל,
כ´ליב דאָס אַלטע הײַזעלע,
כ´ליב די שטיינדלעך לעבן הייַזל -
טרעטסט אויף זיי אַרום,
הער, דײַן מאַמע רופֿט שוין: רייזל,
קום, קום, קום !

גיי איך מיר א פֿריילעכער,
זינג און קנאַק מיר ניסעלעך,
הער איך אויף די טרעפּלעך לויפֿן
אירע דראָבנע פֿיסעלעך -
ווידער שטייט פֿאַרטראַכט דאָס הײַזל,
ס´געסל - ווידער שטום.
קום צו מיר אין חלום, רייזל,
קום, קום, קום !