לדלג לתוכן

קינדער-יאָרן

פֿון װיקיביבליאָטעק

קינדער-יאָרן פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

\relative g' {
 \key c \minor
 \time 2/4
 g8 bes as g f c d es d c4.( c2)
 c'8 g c d es f es d c g4.( g2)
 c8 g c d es d c4
 bes8 c bes as g f es4
 g8 bes as g f c d es d c4.( c2)
 \bar "|." 
 }
\addlyrics {
קינ -- דער יאָ -- רן, זי -- סע קינ -- דער יאָ -- רן,
אײ -- ביק בלײַבט איר װאַך אין מײַן זי -- כּ -- רון;
װען איך טראַכט פֿון אײַ -- ער צײט,
װערט מיר אַ -- זױ באַנג און לײד
אױ, װי שנעל בין איך שױן אַלט גע -- װאָ -- רן. }

קינדער-יאָרן, זיסע קינדער-יאָרן,
אײביק בלײַבט איר װאַך אין מײַן זיכּרון;
װען איך טראַכט פֿון אײַער צײט,
װערט מיר אַזױ באַנג און לײד ―
אױ, װי שנעל בין איך שױן אַלט געװאָרן.

נאָך שטײט מיר דאָס שטיבל פֿאַר די אױגן,
װוּ איך בין געבױרן, אױפֿגעצױגן,
אױך מײַן װיגל זע איך דאָרט,
שטײט נאָך אױף דעם זעלבן אָרט ―
װי אַ חלום איז דאָס אַלץ פֿאַרפֿלױגן.

און מײַן מאַמע, אַך, װי כ׳פֿלעג זי ליבן,
כאָטש זי האָט אין חדר מיך געטריבן;
יעדער קניפּ איז פֿון איר האַנט
מיר נאָך אַזױ גוט באַקאַנט ―
כאָטש קײן צײכן איז מיר נישט פֿאַרבליבן.

נאָך זע איך דיך, פֿײגעלע, דו שײנע,
נאָך קוש איך די רױטע בעקלעך דײַנע,
דײַנע אױגן, פֿול מיט חֵן
דרינגען אין מײַן האַרץ אַרײן,
כ׳האָב געמײנט, דו װעסט אַמאָל זײַן מײַנע.

קינדער-יאָרן, יונגע, שײנע בלומען!
צ׳ריק צו מיר װעט איר שױן מער נישט קומען;
יאָרן אַלטע, טרױעריקע,
קאַלטע, מרה-שחורהדיקע
האָבן אײַער שײנעם פּלאַץ פֿאַרנומען.

קינדער-יאָרן, כ׳האָב אײַך אָנגעװוֹירן,
מײַן געטרײַע מאַמען אױך פֿאַרלױרן,
פֿון דער שטוב נישטאָ קײן פֿלעק,
פֿײגעלע איז אױך אַװעק,
אױ, װי שנעל בין איך שױן אַלט געװאָרן.