לדלג לתוכן

עונג שבת פרשת בראשית תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת בראשית שבת תשובה תש"ע

גוט שבת אלע אידן.

משה כהן (נישט זיין עכטע נאמען) איז א היימישע איד וואס וואוינט היינט אין גיבראלטאר, א זייער קליינע לאנד וואס ליגט צווישן שפאניע און מוראקו, אויף דעם עפענונג פונעם ים הגדול. עס איז נישט דארט קיין גרויסע קהילה, וועגן דעם האט משה גרינגערהייט באמערקט א פרעמדען איד וואס איז איין טאג געקומען דאווענען אין דעם שול וואו משה האט געדאווענט. נאכן דאווענען, איז משה צוגעגאנגען צו דעם איד און ער האט אים זייער ווארעם אויפגענומען און זיך פארגעשטעלט פאר אים. יענער איד איז געווען א מוהל. ער איז געקומען פון ארץ ישראל צו מאכן א ברית איבערן גרעניץ אין שפאניע. וויבאלד אז עס איז נישט געווען קיין מנין אין יענע שטאט אין שפאניע וואו ער האט געדארפט מאכן די ברית, האט ער געוואלט דאווענען מיט דעם נאענסטן מנין וואס איז געווען אין גיבראלטאר.

עס איז דא אן ארגאניזאציע וואס ערלעדיגט (= ארגאניזירט) מוהלים פאר בריתן איבעראל אין די וועלט וואו עס איז נישט דא קיין מוהלים. דער מוסד האט גערופן יענעם איד, וואס הייסט יצחק לעווי (נישט זיין עכטע נאמען) צו קומען פון ארץ ישראל צו מאכן די ברית אין דעם דרום זייט פון שפאניע נעבן גיבראלטאר. משה איז נתפעל געווארן אז דער מוהל יצחק האט זיך אזוי שטארק מטריח געווען צו קומען צו מאכן די ברית. וועגן דעם האט משה פארגעשטעלט צו יצחק אז ער איז גרייט אים צו נעמען צו די ברית מיט זיין קאר, ווייל משה האט אויך געוואלט האבן א חלק אין די מצוה. יצחק האט אים זייער שטארק באדאנקט און ער האט מסכים געווען אז משה זאל אים נעמען צו דער ברית. באלד דערנאך זענען די צוויי טאקע ארויסגעפארן קיין שפאניע וואס איז געווען נישט אזוי ווייט אוועק.

ווען זיי זענען אנגעקומען צו דעם הויז וואו מען וועט מאכן די ברית, האט יצחק מסביר געווען אז ער קען נישט דעם בעל שמחה, אבער די עסקנים פון דעם מוסד האבן געזאגט אז ער איז נישט פרום.

ווען זיי זענען אריינגעגאנגען צום הויז, און דער מוהל יצחק האט געזען דעם פנים פון דעם אבי הבן, האט דער מוהל אנגעהויבן צו וויינען און לאכן אין דעם זעלבן צייט. די גאנצע זאך איז געווען א פלא אין משה'ס אויגן, אבער ער האט גארנישט געזאגט. שפעטער נאך די ברית, האט יצחק אנגעהויבן צו דערציילן א מוראדיגע השגחה פרטית מעשה וואס דורך הערן דעם מעשה האט משה פארשטיין פארוואס יצחק האט אזוי מאדענע אויפגעפירט ווען ער האט געטראפן דעם אבי הבן.

דער מוהל יצחק אליינס איז נישט אייביג געווען פרום. ער איז אויפגעוואקסן אין ארץ ישראל אבער ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין ריכטיקן אידישן חינוך. אזוי ווי רוב פון די פרייע אידן אין ארץ ישראל, ווען יצחק איז געווארן אכטצן יאר אלט, האט מען אים אריינגערופן אין דעם ארמיי. יצחק האט געדינט אין א ספעציעלע חלק פונעם מיליטער. ער איז געווען א "צלף" ד"ה א "ציל שיסער," ער פלעג שיסן פון ווייטענס. איין טאג, איז דער סאלדאט יצחק געווען אין אן אראבישער געגענט וואו ער האט געזוכט טערוריסטן. פלוצלינג, האט ער געזען אפאר אראבער. ער איז געליגן אויף הויכן פלאץ בערך 300 פיס אוועק. ער האט אריינגעקוקט אין דעם קוקער אויף זיין געווער צו זען אויב יענע אראבער זענען געווען די טערוריסטן וואס זיי האבן געזוכט. ער האט געקוקט אויף איינעם פון די אראבער אבער יענער האט נישט אויסגעקוקט ווי די אראבער וואס זיי האבן געזוכט. (ווייל מען האט זיי געוויזן בילדער פון די טערוריסטן ימ"ש פאר דעם). דאן האט ער געקוקט אויפן צווייטן אראבער. יענער אראבער האט יא אויסגעקוקט ווי איינער פון די טעראריסטן וואס זיי האבן געזוכט.

יענער אראבער האט יצחק געשאסן. שפעטער איז יצחק ליידער געוואר געווארן אז יענער "אראבער" וואס ער האט געהרגט, איז באמת געווען א איד! ווי אזוי? אסאך מאל, טוט דער ארמיי אריינשיקן ארץ ישראלדיגע סאלדאטן פארשטעלט אלס אראבער אין די אראבישער געגענט כדי צו זיין שפיאנען וכו'. יצחק האט געמיינט אז יענער איד איז טאקע געווען אן אראבער. יצחק מיט זיין חברים האבן נישט געוואוסט אז דער מיליטער האט אריינגעשיקט די פארשטעלטע סאלדאטן אין דעם געגענט יענע טאג. יצחק האט נעבאך געהארגט נעבאך א איד בשוגג.

ער איז מוראדיג צעבראכן געווארן און ער איז אנטלאפן פונעם מיליטער. ער האט אנגעהויבן צו זוכן א קשר מיטן באשעפער. ער איז איין טאג געגאנגען צום כותל וואו ער האט שטארק געוויינט שטיין קעגן דעם הייליגן מקום המקדש. א איד האט געזען ווי יצחק איז געווען שטארק צעבראכן. יצחק האט געוואלט וויסן ווי אזוי ער קען תשובה טון פאר די הארבע עבירה וואס ער האט געטאן. יענער איד האט גענומען רעדן מיט יצחק, און יצחק האט דערציילט וואס איז געשען אין דעם מיליטער וכו'. יענער איד האט אים צוגערעדט אז ער זאל גיין לערנען אין א ישיבה. ער האט ווייטער געזאגט צו יצחק אז ער זאל טראכטן וועגן ווערן א מוהל. ווייל א מוהל האט א זכות אז ער ברענגט אריין א איד אין די וועלט. אפשר דורך דעם וועט ער קענען באקומען א כפרה אויף דעם וואס ער האט ארויסגענומען א איד פון די וועלט, השם ירחם.

יצחק איז טאקע געגאנגען צו א ישיבה אין ארץ ישראל. ער האט פלייסיג געלערנט און ער איז טאקע געווארן אן עכטער בעל תשובה און א מוהל. ער האט חתונה געהאט און ער האט אנגעהויבן צו מאכן בריתן. המשך יבוא...

עס שטייט אין די תורה די וואך אז דער אייבערשטער האט אריינגעבלאזן אין אדם הראשונ'ס נאז די נשמה פון לעבן. די זוהר הקדוש ברענגט אז "ווען איינער בלאזט, ער בלאזט ארויס פון זיך אליינס" ד"ה ווען דער אייבערשטער האט באשאפן אדם הראשון, האט דער באשעפער אריינגעבלאזן די הייליגע שכינה אין א מענטש. יעדער איד האט אין זיך א הייליגע נשמה וואס איז א "חלק אלוק ממעל" (איוב לא, ב) זאגט דער הייליגער של"ה זי"ע אויף דעם, "ומה שיש בכל תמצא מדוגמתו בהחלק" אלעס וואס עס איז דא אין א זאך איז דא אין א חלק דערפון. דאס מיינט צו זאגן אז די אידישע נשמה איז א דוגמה פון דער הייליגער שכינה אליינס!

די ספרים הקדושים ברענגען אז יעדע שבת ווען מען ליינט די פרשה זענען נתעורר די השפעות פון די דאזיקע זאכן וואס זענען געשען דעמאלט. יעצט אז מיר ליינען ווי דער רבונו של עולם האט באשאפן דעם מענטש דורך אריינבלאזן די שכינה הקדושה אין אים, קומט אויס אז יעדער איד באקומט די שבת א פרישע נשמה. מיט די פרישע נשמה קענען מיר אנהייבן די יאר מיט פרישע כוחות צו קענען דינען דעם אייבערשטן מתוך שמחה.

גוט שבת אלע אידן.