משה'לע

פֿון װיקיביבליאָטעק

משה'לע פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

וואָס מאַכסטו עפעס, משהלע?
כ'דערקען דיך נאָך אָן בליק,
דו ביסט געווען מיין חברל מיט יאָרן פיל צוריק.
און אויך אין חדר האָבן מיר געלערנט לאַנג באַנאַנד,
אָט שטייט פאַר מיר דער רבי נאָך
דער קאַנטשיק אין זיין האַנט.

אוי, וואו נעמט מען צוריק די יאָרן, יענע שיינע צייט,
אוי, דאָס יונגע שיינע לעבן איז פון אונדז שוין ווייט.
אוי, וואו נעמט מען צוריק די יאָרן,
משהלע, מיין פריינט?
אוי, נאָך יענעם בייזן רבין
בענקט דאָס האַרץ נאָך היינט.

וואָס מאַכסטו, זאָג, מיין חברל?
דיין שמייכעלע אַצינד,
דערמאָנט מיך דיין עקשנותקייט נאָך זייענדיק אַ קינד.
דער רבי שמייסט אין דיר אַריין,
ביסט אויפגערעגט און בלאַס,
נאָר אים להכעיס שמייכלסטו
דער רבי שפרינגט פון כעס.

אוי, וואו נעמט מען צוריק די יאָרן, יענע שיינע צייט,
אוי, דאָס יונגע שיינע לעבן איז פון אונדז שוין ווייט.
אוי, וואו נעמט מען צוריק די יאָרן,
משהלע, מיין פריינט?
אוי, נאָך יענע שמיץ פון רבין
בענקט דאָס האַרץ נאָך היינט.

וואָס מאַכט דיין שוועסטער רחלע?
ווי כ'וואָלט זי איצט געזען,
זי איז אַמאָל, געדענקסטו נאָך,
מיר נאָענט צום האַרץ געווען.
נאָר זי געליבט האָט בערעלען,
געהאַסט מיך אָן שום גרונט,
געבליבן איז אין האַרצן לאַנג
אַ נישט פאַרהיילטע וואונד.

אוי, וואו נעמט מען צוריק די יאָרן, יענע שיינע צייט,
אוי, דאָס יונגע שיינע לעבן איז פון אונדז שוין ווייט.
אוי, וואו נעמט מען צוריק די יאָרן,
משהלע, מיין פריינט?
אוי, נאָך יענער שיינער רחלע
בענקט דאָס האַרץ נאָך היינט.

ווי גייט עס עפעס בערעלען, אברהמעלע וואָס מאַכט?
און זאַלמעלע און יאָסעלע?
זייער אָפט פון אייך געטראַכט.
געחלומט פון אייך, קינדערלעך,
געזען זיך אין דער מיט,
געוואָרן אַלטע יידעלעך
ווי שנעל דאָס לעבן פליט.

אוי, וואו נעמט מען צוריק די יאָרן, יענע שיינע צייט,
אוי, דאָס יונגע שיינע לעבן איז פון אונדז שוין ווייט.
אוי, וואו נעמט מען צוריק די יאָרן,
משהלע, מיין פריינט?
אוי, נאָך יענע שיינע צייטן
בענקט דאָס האַרץ נאָך היינט.