לדלג לתוכן

מה נאמר ומה נדבר

פֿון װיקיביבליאָטעק

מה נאמר ומה נדבר

מה נאמר ומה נדבר אוי, וויי, טאַטע זיסער, וואָס זאָלן מיר זאָגן און וואָס זאָלן מיר ריידן וואָס איינס באַדייט, וואָס איינס באַדייט? איינס איז דאָך גאָט און גאָט איז איינער און ווייטער קיינער.

מה נאמר ומה נדבר אוי, וויי, טאַטע זיסער, וואָס זאָלן מיר זאָגן און וואָס זאָלן מיר ריידן וואָס צוויי באַדייט, וואָס צוויי באַדייט? צוויי זיינען די לוחות און איינער איז דאָך גאָט און גאָט איז איינער און ווייטער קיינער.

מה נאמר ומה נדבר אוי, וויי, טאַטע זיסער, וואָס זאָלן מיר זאָגן און וואָס זאָלן מיר ריידן וואָס דריי באַדייט, וואָס דריי באַדייט? דריי זיינען די אבות צוויי זיינען די לוחות און איינער איז דאָך גאָט און גאָט איז איינער און ווייטער קיינער.

מה נאמר ומה נדבר אוי, וויי, טאַטע זיסער, וואָס זאָלן מיר זאָגן און וואָס זאָלן מיר ריידן וואָס פיר באַדייט, וואָס פיר באַדייט? פיר זיינען די אמהות דריי זיינען די אבות צוויי זיינען די לוחות און איינער איז דאָך גאָט און גאָט איז איינער און ווייטער קיינער.


מה נאמר ומה נדבר אוי, וויי, טאַטע זיסער, וואָס זאָלן מיר זאָגן און וואָס זאָלן מיר ריידן וואָס פינף באַדייט, וואָס פינף באַדייט? פינף זיינען די חומשים פיר זיינען די אמהות דריי זיינען די אבות צוויי זיינען די לוחות און איינער איז דאָך גאָט און גאָט איז איינער און ווייטער קיינער.