דער חילוף

פֿון װיקיביבליאָטעק

מענדעלע מוכר-ספֿרים / דער חילוף

https://drive.google.com/file/d/1GG7nmooRh5714l1boLy_Soxcgrpi_I7Y/view?usp=sharing

https://soundcloud.com/ephraim-berkovitch/mendele-derkhilef

1 אין חודש אדר, זאָגט די גמרא, מרבין בשׂימחה – פֿרײען זיך ייִדעלעך אױף װאָס די װעלט שטײט. דער שנײ װערט צעגאַנגען, אױף די װעגן – טװאַן, ייִדישע קינדער, פֿאַרשמירטע, פֿאַרדריפּעטע ביז איבערן גאַרטל, הײבן זיך אָן שאַרפֿן אַ מוח װוּ נעמט מען אױף פּסח. הכּלל, ס'איז זמן שׂימחתנו... אָט אין דער חודש באַקום איך אַ בריװל פֿון מײַנעם אַ גלופּסקער אַ באַקאַנטן אַז איך זאָל למען־השם זען קומען װאָס גיכער אין זײַן מקום אַרײַן האַק און פּאַק – מיט דעם בײַדל און מיט די פּעקלעך ספֿרים. אױף צו מאַכן אַ חילוף׃ פֿאַר מײַנע אַלטע מינים סחורה װעל איך בײַ אים באַקומען די הײַנטיקע נײַע סחורה דהיינו אַלערליי מיני זאַמלביכער, מעטאָדעס, פּאָעזיע, בילדער און סקיצן העכסט אינטערעסאַנטע ראָמאַנען, דערצײלונגען פּסיכאָלאָגישע, עקאָנאָמישע, געזעלשאַפֿטלעכע, נאָך פֿײַנע קונציקע זאַכענישן, אַזױנע און אַזױנע, חנוכה־לעמפּלעך און נאָך עפּעס – אױך. דער דאָזיקער באַקאַנטער מײַנער האָט אַ סך פּרנסות און װײניק ברכות׃ ער איז אי אַ מוכר־ספֿרים, אי אַ מעקלער, אי אַ שטיקל מחבר, אי אַ שטיקל פֿאַרלעגער און דערבײַ איז ער אַ קבצן דװקא אַ גרױסער, ניט פֿאַר ייִדישע קינדער געדאַכט. דער אמת זאָגנדיק, האָב איך אים ניט זײער שטאַרק געגלײבט װיסנדיק, אַז בשעת־הדחק איז ער, ניט אױסגערעדט זאָל עס זײַן, אַ ליגנער, װי דער שטײגער איז פֿון פֿיל סוחרים אַזױנע, װאָס כאַפּן איבער די מאָס בײַם קױפֿן און פֿאַרקױפֿן סחורה׃ זײערס איז גינגאָלד און פֿון יענעמס מאַכן זײ אַש. דעריבער, לײענענדיק אין זײַן בריװל װי ער מאַכט אַ תּל פֿון דער אַלטער סחורה און לױבט אין טאָג אַרײַן די נײַע, האָב איך ניט געמאַכט דערפֿון אַזאַ פּירוש. עט!... פֿון דעסטװעגן האָב איך זיך מיישבֿ געװען, אַז אַראָפּפֿאָרן קײן גלופּסק איז גאָר ניט קײן קרומע זאַך. װאָס זאָל איך מיר האַלטן מיט מײַן סחורה? שױן זיך 2 צוגעגעסן. מעגלעך, יענע איז ערגער, נאָר גוט־שלעכט, בעסער־ערגער – האַנדלען באַדאַרף מען! געװאָלט האָב איך פֿאָרן טאַקע באַלד, כּדי איך זאָל נאָך אָנציען קײן גלופּסק אױף פּורים און זען די באַרימטע גלופּסקער פּורים־שפּילער, װאָס אַלע טאָג פֿון אַ גאַנץ יאָר זײַנען זײ, נעבעך, פּראָסטע נאַראָנים, און אַז עס קומט פּורים װערן זײ מיט אַ מאָל דורכגעטריבענע חכמים און עס שיט זיך פֿון זײ גלײַכװערטלעך, װי פֿון אַ לעכערדיקן זאַק. פּונקט װי די גרױסע שיכּורים, להבֿדיל, װאָס גראָד אום פּורים זײַנען זײ ניכטער. איז עס אָבער מיר ניט באַשערט געװען׃ איך האָב, װי אױף צו להכעיס, געמוזט בלײַבן נאָך עטלעכע טעג אין דער הײם. האַלטנדיק בײַ דער נסיעה האָב איך בדעה געהאַט צו קומען פֿונעם װעג אַהײם אױף פּסח, אם־ירצה־השם. דעריבער האָב איך פֿאַרן פֿאָרן געזען זיך פֿאַרזאָרגן מיט אַלע גוטע זאַכן, װאָס אַ ייִד דאַרף האָבן אױף אַזאַ יום־טובֿ. ר' לײב דעם מלמד האָב איך געבעטן מיך אין זינען האָבן מיט מצה־שמורה און דעם װײַב האָב איך געזאָגט׃ למען־השם זאָלסט ניט זשאַלעװען קײן ראָזשינקעס, קײן װאַסער און זאָלסט מאַכן צימוקים־װײַן כּיד־המלך. און אַ זאַק קאַרטאָפֿליעס זאָלסטו קױפֿן און גענדזן־שמאַלץ און אַ געהאָדעװעטע אינדיטשקע לכּבֿוד יום־טובֿ. אײַ װאָס, טאָמער װעט דיר פֿעלן געלט, זאָלסטו זיך דאַרױס גאָר ניט מאַכן און פֿאַרזעצן דײַן צירונג, אַ פּאָר חפֿצים פֿון בעל־הבתּישקײט, זאָלסט נישקשה גאָר קײן יסורים ניט האָבן. השם יתברך װעט מסתּמא מצליח זײַן מײַן װעג, װאָס דען? און צוריקקומענדיק אַהײם בשלום װעלן מיר, אם־ירצה־השם, האָבן אַ פֿרײלעכן פּסח. מיר װעלן עסן קנײדלעך און כרעמזלעך, פֿאַרטרינקען ראָזשינקעס־װײַן און װעלן זיך װױלטאָן. דאַכט זיך באַװאָרנט אַלצדינג. װאָס טוט אָבער גאָט? גאָט האָט געשיקט אױף דער װעלט אַ רעגן מיט אַ שנײ, װאַסער מיט נאַסע שטיקלעך אײַז אין אײנעם און דער װעג איז געװאָרן שלעכט ניט צו רירן זיך פֿונעם אָרט – ניט מיט קײן װאָגן, ניט מיט קײן שליטן, ניט מיט פֿערד און ניט צו פֿוס. ביטער! איך האָב זיך קױם מיט צרות געשלעפּט אַ תּחום־שבת אַ טאָג, יעדער טריט האָט געקאָסט מײַן בידנע פֿערדל אַ סך בלוטיקן שװײס, עס האָט זיך, נעבעך, געשלעפּט אַ פּאָר טריט – און בעך! מיטן קאָפּ אין 3 דער ערד! געפֿאַלן, אױפֿגעשטאַנען, אָפּגעגאַנגען נאָך אַ פּאָר טריט – און װײַטער געפֿאַלן. און איך, שלימזל, גײ בײַ דער זײַט, קנעט די בלאָטע, אױסגעשמירט װי אַ רוח פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, גליטש מיך און פֿאַל איטלעכע מינוט, פֿאַל און קרעכץ׃ אױ! און געקרעכצט האָב איך ניט נאָר אױף מיר אַלײן, נאָר אױף דעם פֿערדעלע. מײַן בידנע פֿערדל נעבעך! פֿאַר װאָס קומט עס אים נעבעך אַזױ פֿאַרשװאַרצט צו װערן? און נאָך צוליב װעמען? צוליב מיר. באשר איך האָב געװאָלט מיט אַ מאָל פּטור װערן פֿון אַלע אַלטע סחורות, האָב איך דערמיט אָנגעלײגט אַ פֿולן װאָגן איבער דעם פֿערדלס כּוחות, אומברחמנות, פֿאַרגעסנדיק זיך, אַז ס'איז אַ צער־בעלי־חיים. כּל־זמן דער בחור מײַנער האָט זיך נאָך מיט צרות געשלעפּט – געגאַנגען און געפֿאַלן, געפֿאַלן און אױפֿגעשטאַנען, געקראָכן אױס דעם הױט און איז דאָך געגאַנגען – האָב איך זיך געמאַכט ניט װיסנדיק, אים נאָך געװיזן אַ בײַטש, געשריגן און געטריבן. אָבער אַז דאָס פֿערדל איז סוף־כּל־סוף גאָר אין גאַנצן פֿאַרקראָכן אין אַ זומפּ ערגעץ אונטער אַ באַרג און האָט זיך אױסגעצױגן אין בלאָטע, װי גרױס ער איז, אױסשטרעקנדיק די פֿיס און דעם װײדל און געבליבן ליגן, ניט צו רירן מיט קײן אבֿר – האָט דאָס ייִדישע האַרץ זיך אָנגערופֿן אין מיר מיט אַ מוסר, אַזױ׃ נאַרישער ייִד אײנער! האָסט גענומען אַ כּשרע בהמה און איר פֿאַראומערט דאָס לעבן מיט שװערער אַרבעט, מיט אַ גוזמא בינטלעך ספֿרים דײַנע, מיט פּעקלעך שמות! יעדע זאַך האָט דאָך אַ שיעור. ציגל און שטײנער, אַ שטײגער, קען מען אָנלײגן אױף אַ פֿערדל נאָר ביז אַ מאָס, אַניט װעט עס ניט אױסהאַלטן, און דו האָסט אַרױפֿגעלײגט אױף דײַן פֿערדל, אױף אַן עלנטע באַשעפֿעניש, די גאַנצע משׂא פֿון דעם ייִדישקײט, דעם גאַנצן עול פֿון ייִדישע פּעקלעך! װאָס זשע האָט זיך אױסגעלאָזט? דאָס גאַנצע באַשעפֿעניש מוטשעט זיך נעבעך, קײַכט, גײט אױס ניט אַלע כּוחות, קען זיך ניט רירן פֿונעם אָרט און פֿאָכט מיט דעם נשמה. גיב אַ קוק, װי עס ליגט פֿאַר דיר אָן אַ סימן פֿון לעבן. ממש װי אַ נבֿלה. מילא, צו װאָס לאַנג ברײַען? פֿריער איז עס געװען „װי אַ נבֿלה", שפּעטער אַ ביסל איז געװאָרן טאַקע אַ נבֿלה – מײַן פֿערדל איז געפּגרט!... 4 איך בין געגליכן געװאָרן אין יענער צײַט צו אַ קאַפּיטאַן, װאָס זײַן שיף איז אים אונטערגעגאַנגען אין מיטן ים. אײנער אַלײן שטײ איך אין מיטן װעג, און אַ ים פֿון בלאָטע שפּרײט זיך מיר אַרום און אַרום. דאָס פֿערדל ליגט טױט, דער װאָגן איז ביז איבער די אַקסן אין בלאָטע, מאָרגן איז ערב־פּסח און מיר איז ביטער און פֿינצטער אױף דער נשמה. איך װײס ניט װאָס מען טוט, װאָס מען הײבט אָן צו טאָן. אַ ייִד האָט דאָך אָבער אַ רבונו־של־עולם; אַז ס'װערט אים שױן גאָר ענג, דערמאָנט מען זיך אָן זײַן ליבן נאָמען. אַזױ האָב איך אױך געטאָן. ס'איז געװען מינחה־צײַט. האָב איך מיך אױסגעקערעװעט מיטן פּנים קײן מיזרח, געזאָגט פּטום הקטורת, געדאַװנט פּאַמעלעכן, בנעימותדיק, מיט כּװנה, געצױגן דאָס דאַװנען ביז ס'האָבן זיך באַװיזן שטערן. הקדוש־ברוך־הוא האָט געהערט מײַן תּפֿילה און האָט מיר געװיזן עפּעס װי אַ פֿײַערל פֿון דער װײַטנס און האָט מיר אַרײַנגעגעבן אַ געדאַנק, איך זאָל גײן אַהין װוּ עס לײַכט זיך. האָב איך טאַקע אַזױ געטאָן און האָב זיך געלאָזט גײן צום פֿײַערל, ביז געקראָכן אױף הענט און אױף פֿיס גוטע צװײ שעה, ביז איך האָב זיך דערשלאָגן צו אַ גױיִש שטיבל, הינטער אַ גרױסן װאַלד. דער גױ האָט אױף מיר תּחילת געקוקט מיט רוגזה, נאָר אַז ער האָט אָבער דערזען אַז איך שטײ פֿאַר אים אַ דערשראָקענער, אַ דערציטערטער, מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ, איז ער װײכער געװאָרן און האָט מקיים געװען אין מיר די מיצװה פֿון הכנסת־אורחים, ער האָט מיך מכבד געװען מיט געבראָטענע קאַרטאָפֿליעס, מיט אַ גלעזל װאַרעמס און האָט מיר געגעבן אַן אָרט איבערצונעכטיקן. אױף מאָרגן האָב איך אים אײַנגעבעטן, ער זאָל אײַנשפּאַנען אין מײַן בײַדל אַ פּאָר אָקסן און זאָל מיך אָפּפֿירן קײן בױבעריק, װאָרעם די נאָענסטע שטאָט איז געװען בױבעריק. דערפֿאַר האָב איך אים, אַחוץ זײַן געצאָלטס, מתּיר געװען אָפּצושינדן די פֿעל פֿון מײַן געפּגרט פֿערדל און צו נעמען במתּנה, פֿאַר אַ זכר פֿון אים, די פּאָדקאָװעס. דאָס האָב איך געטאָן מפּני דרכּי שלום, זאָל אַן ערל ניט זאָגן, אַז אַ ייִדן טאָר מען ניט טאָן קײן טובֿה, ער װײסט ניט װי אָפּצודאַנקען! קײן בױבעריק בין איך אָנגעקומען צװישן טאָג און נאַכט, װען עס איז שױן קײן לעבעדיקער נפֿש ניט געװען אין גאַס. אַלע, גרױס און קלײן, האָבן שױן געדאַװנט אין די שולן. דעם אמת זאָגנדיק האָב איך דערפֿון שטאַרק הנאה געהאַט. אַ ייִד, פֿאַרשטײט איר 5 מיך, האָט ליב אומעטום אַרײַנשטעקן די נאָז, אַלצדינג אַ טאָפּ טאָן מיט דער האַנט, אַ ייִד האָט ליב אַלצדינג צו װיסן. נו־נו, װי מײנט איר, אַ שטײגער, װען מען דערזעט מיך, אַ באַקאַנטן ייִדן, מענדעלע מוכר־ספֿרים, װי איך פֿאָר דאָ אין בײַדל מיט אַ פּאָר אָקסן, װאָלט מען זיך מסתּמא צונױפֿגעלאָפֿן קינד און קײט, מען װאָלט געמאַכט אַ װאַרע. ס'װאָלט זיך גערעשט, געפּילדערט מיט אַ הוראַ פֿון מײַן כּבֿוד װעגן. איך בין מיך אָבער אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַ פּשוטער חי־וקיים, איך בין זײ מוחל און אַנטלױף פֿון אַזאַ כּבֿוד. אין בױבעריק האָב איך אַ באַקאַנטן, אַ גוטן ברודער פֿון אַמאָליקע יאָרן. ער איז אַ מוכר־ספֿרים װי איך און איז באַװוּסט בכל תּפֿוצות ישׂראל מיטן נאָמען הענדל בױבעריקער פֿון בױבעריק. האָב איך געבעטן דעם גױ, ער זאָל מיך צופֿירן צו הענדלס דירה. פֿאָרנדיק האָב איך צײַט געהאַט צו פֿאַרטיפֿן זיך אין געדאַנקען. אָקסן, װי ס'איז באַקאַנט, זײַנען ניט קײן לױפֿערס, גײען זיך טריט בײַ טריט, מיט ייִשובֿ־הדעת, פּאַמעלעכן, ניט געײַלט, און מעלה־גירהן. זיץ איך מיר אין װאָגן און קײַ אױך איבער די אַלע בײזע באַגעגענישן, װאָס האָבן זיך אין װעג מיר געטראָפֿן, טראַכט מיר, קײַ איבער און בענק אַהײם צו די בני־בית. ס'טוט מיר װײ דאָס האַרץ, װאָס ס'איז פֿאַרשטערט געװאָרן מײַן יום־טובֿ, װאָס איך װעל ניט זיצן אױבן אָן װי אַ מלך נעבן דער מלכּה. די אינדיטשקע האָב איך אױך דערמאָנט צו גוטן, מסתּמא אַ װױלע, אַ פֿעטע אינדיטשקע, גאָר אַ מחיה. עס נעמט מיך אָן אַ חשק, עס בענקט זיך און עס ציט עפּעס אינעװײניק... די אָקסן קריכן, שלעפּן זיך דורך געסלעך און הינטער־געסלעך, ביז זײ שטעלן זיך אָפּ לסוף פֿאַר הענדלס שטוב. אַ שטיקל צײַט שטײ איך אין דרױסן פֿאַר דער טיר מיט אַ פֿאַרקלעמט האַרץ. דאָס איז געװען, מישטײנס געזאָגט, אַ שטײן פֿון אַ פּאַרשױן, װעלכער טראַכט איבער, שטײענדיק כּעני בפּתח, אפֿשר טרעפֿט ער אָן צו יענעם אין אַ שלעכטער שעה; אפֿשר װעט דער בעל־הבית אױף אים קוקן קרום. נאָר װאָס טוט ניט אַ ייִד פֿאַר נױט? פֿאַר נױט שטופּט ער זיך אַרײַן אומגעריכט און פֿאַר נױט װערט ער אַן אורח. איך מאַך מיר האַרץ, שטרעק אױס די הענט צו עפֿענען די טיר. איך עפֿן זי שאַ, פּאַמעלעכן און זי מאַכט געװאַלדן, איך שטילערהײט און זי קװיטשעט, ריפּ־סקריפּ, מיט קולי־קולות, אַקוראַט װי זי האָט צו עמעצן טענות. איך בין 6 אַרײַנגעקומען אין אַ פֿינצטער פֿאָרהײַזל, אַן אײַנגעבױגענער, אַ ניונקעלע. באַלד האָבן זיך אַ לאָז געטאָן די שטובמענטשן, מיר געמאַכט אַ שײנעם קבלת־פּנים מיט אַ פֿרײד, אַ געשרײ און פֿאַר גרױס שׂימחה זײַנען זײ געװען צעמישט, צעטומלט, ניט צו װיסן װאָס ס'טוט זיך מיט זײ. אײנער לױפֿט אין שטוב אַרײַן מיט אַ בשׂורה, מיט אַ געװאַלד׃ געקומען!... ער איז דאָ! דאָ! אַ צװײטער שרײַט אין אײן אָטעם׃ אַ ליכט! אַ ליכט! צינדט אָן אַ ליכט! אַ װײַבעריש קול הער איך, צוקער־זיס, פֿול מיט חן, מיט ליבשאַפֿט און מיט לײַטזעליקײט און באַלד פֿליט אַרױס הענדום־פּענדום אַ ייִדענע, זי האָט מיר שיער ניט אַרומגעכאַפּט קושן און האַלדזן. זי מאָלט, מישט אױס פֿרײַנדלעכע רײד מיט טענות אין אײן אטעם, פֿרײט זיך און בײזערט זיך אין אײנעם׃ אַ גאַסט, אַזאַ גאַסט!... סטײַטש, פֿאַר װאָס אַזױ שפּעט? איך בין צעדרײט געשטאַנען װי אַ נעכטיקער. נאָר װאָס איך האָב געװאָלט עפֿענען אַ מױל, זיך פֿאַרענטפֿערן און דערצײלן, װאָס מיט מיר האָט זיך געטראָפֿן, האָט מען אָנגעצונדן אַ ליכט – און מיר זײַנען אַלע געבליבן פֿאַרגאַפֿט שטײן מיט אָפֿענע מײַלער, װי די גולמס! אַ שײנע סצענע, כ'לעבן ...! די מעשׂה דערפֿון איז געװען אַזױ׃ הענדל איז געהאַט אַװעקגעפֿאָרן מיט סחורה אין װעג אַרײַן. ער האָט נאָך אױף שבת־הגדול געזאָלט קומען אַהײם און איז אַלץ ניט געקומען, האָבן זײַנע בני־בית שטאַרק יסורים געהאַט. און אַז איך בין דאָ צװישן טאָג און נאַכט אין דעם טונקעלן הױז אַרײַנגעקומען, האָבן די קינדער געמײנט דאָס איז דער טאַטע און דאָס װײַב האָט געמײנט דאָס איז דער מאַן אױף פּסח געקומען. איז געװאָרן אַ שׂימחה, אַ גדולה. און אַז זײ האָבן דערזען דעם טעות זײַנען זײ געבליבן שטײן מיט אױפֿגעשטעלטע נעז און אױסגעשטעלטע אױגן. הענדלס װײַב, איר איז טאַקע פֿאַרשטערט געװאָרן די שׂימחה, זי האָט טאַקע געהאַט יסורים װאָס דער מאַן איז ניטאָ אין דער הײם אױף פּסח און קען ניט זײַן קײן מלך. דאָך אָבער, פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זי געדאַנקט און געלױבט זײַן ליבן נאָמען, װאָס ער האָט איר באַשערט אַ הײמישן מענטשן אױף אָפּריכטן 7 דעם סדר. זי האָט מיך באַזעצט אױף אַ הסבֿ־בעט אױבן אָן ותּמליכו תּחת הענדל – און זי האָט מיך געטאָן טאָן קעניגן אַנשטאָט הענדלען! און איך האָב אױך געדאַנקט און געלױבט דעם אײבערשטן, װאָס ער האָט געטאָן מיט מיר נסים, װאָס ער האָט פֿון מײַן אַרומװאַלגערן זיך, פֿון מײַן גלות מיך געבראַכט אין אַ הײמישער שטוב צו זיצן די הײַנטיקע נאַכט װי אַ מלך אין בױבעריק און צו עסן מרור און ביצים און פֿיש און קנײדלעך און צו זאָגן פֿאַר אים און פֿאַר הענדלס װײַב די הגדה מיט אַ געזאַנג און מיט אַ לױב, הללויה! אָבער ניט מיר אַלײן האָט זיך געטראָפֿן אַזאַ נס צו װערן אַ מלך אונגעריכט. װעדליק איך בין געװױר געװאָרן שפּעטער מיט עטלעכע טעג, האָט זיך הענדלען אױך געטראָפֿן פּונקט דער אײגענער נס דעם אײגענעם פּסח. די מעשׂה איז געװען אַזױ׃ הענדל בױבעריקער האָט אָנגעלײגט אַ פֿול בײַדל מיט ספֿרים און איז אַװעק פֿון בױבעריק איבער דער סבֿיבֿה, װי זײַן שטײגער איז אַלע פֿאַר־פּסח. האָט זיך געמאַכט דאָס אײגענע מיט הענדלען, װאָס מיט מענדלען׃ אַ שנײ מיט אַ רעגן, אַ טװאַן מיט אַ בלאָטע, קאַלוזשעס מיט גריבער, צרות און שלעק איבערן גאַנצן װעג. זײַן פֿערדל איז אױך געגאַנגען און געפֿאַלן, זיך געװאַלגערט און געזונקען אין בלאָטע. נישמער אױב דאָס פֿערדל איז אַרױס מיט דעם לעבן און ניט געװאָרן קײן נבֿלה איז דאָס, חלילה, ניט פֿאַר זײַן גבֿורה, װאָרעם געװען איז דאָס אַ דאַרס, אַ קװאַרס, מיט קראַנקע פֿיס, מיט אַ בעלמע אױף אַן אױג און מײַן פֿערדל איז לכל־הדעות געװען אַקעגן אים אי געזינטער, אי שענער. נאָר װאָס דען? אין יענע קאַנטן װוּ הענדל איז געפֿאָרן, איז די בלאָטע שיטערער און מאַכט ניט אָן אַזױנע אומגליקן, װי די געדיכטע שטײענדיקע בלאָטע אַרום בױבעריק און גלופּסק. האָט זיך הענדל פּאַװאָלינקע געשלעפּט מיט זײַן פֿערדל, געקראָכן מיט מי און מאַטערניש און אָנגעקומען קײן קאַבצאַנסק פּונקט ערבֿ־פּסח פֿאַר נאַכט. פֿאַרפֿאָרן איז ער גלײַך צו מיר, האָט אָפּגעריכט מיט מײַן װײַב גאַנץ פֿײַן דעם סדר, געזעסן אױף מײַן הסבֿ־בעט און 8 געקעניגט אַנשטאָט מיר, שטאַרק צופֿרידן װאָס גאָט האָט אים צוגעשיקט אַ מקום־מנוחה. דאָס האָט מיר דערצײלט טאַקע הענדל אַלײן װען מיר האָבן זיך באַגעגנט נאָך יום־טובֿ אין מיטן װעג. מיר האָבן זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער װען מיר האָבן זיך דערװוּסט פֿון דעם חילוף. און אַז איך האָב אָנגעהױבן דערצײלן הענדלען פֿון מײַן נסיעה קײן גלופּסק צו אױסבײַטן דאָרט אַלטע ספֿרים אױף נײַע, האָט ער געמאַכט עפּעס אַ זױערע מינע ניט צו רעדן אַ װאָרט. דערנאָך האָט ער אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און געזאָגט׃ - איר מעגט, כ'לעבן, דאַנקען גאָט, װאָס איר זענט אָפּגעקומען מיטן פֿערדל. אַ שײנע, רײנע כּפּרה, כ'לעבן! איך האָב אױף הענדלען אױסגעשטעלט אַ פּאָר אױגן. - װאָס קוקט איר מיך אַזױ אָן, ר' מענדל? איך זאָג אײַך מזל־טובֿ װאָס אײַער פֿערדל איז געפּגרט, װאָרעם צוליב דעם זענט איר באַהיט געװאָרן פֿון אַ נסיעה קײן גלופּסק, און פֿון אַ מיאוסן עסק דאָרט. איר מעגט, כ'לעבן, זײַן צופֿרידן װאָס אײַך איז ניט אױסגעקומען אײַנצוהאַנדלען יענע טײַערע סחורה. אַן אומגליק איז עס, אַ צרה, אַן אָנשיקעניש, ניט קײן סחורה. איך בין אײַך, בנאמנות, שטאַרק מקנא. איצט האָט איר אַ האָפֿענונג פּטור צו װערן אין גאַנצן פֿון דעם שײנעם מיסחר מיט ספֿרים, אַ־אין דר'ערד אַרײַן אי די אַלטע, אי די נײַע! הלװאי װאָלט מײַן פֿערדל אױך געװען אײַנגענומען אַ מיתה־משונה נאָך פֿריער מיט אַ יאָר, װאָלט איך ניט געװוּסט פֿון דעם נײַער סחורה און װאָלט ניט דערלײגט אַ מטמון מיט געלט. ס'איז דען ספֿרים? שטײנער איז דאָס, קלעצער, ניט געדאַכט זאָלן זײ װערן. איך זאָג׃ דערלײגט, נאָר איר מעגט מיר גלײבן, סע אַרט מיך ניט אַזױ דאָס געלט װי דער אײגענער כּבֿוד. איך האָב דאָך צוליב דער גאָלדענער סחורה געמוזט לײַדן חרפּות מיט בזיונות אױפֿן פּוד. מיט װעמען האָב איך דען געהאַט צו טאָן? מיט אָרעמע בעלי־עבֿירות, מיט ישיבֿה־בחורים, װאָס גלוסטן צו השׂכּלה און האָבן ניט קײן גראָשן בײַ דער נשמה, מיט מלמדים פֿון די ל"ו באַהאַלטענע אַפּיקורסים, מיט ייִנגלעך קונדסים, װאָס אַ מױל האָט עס פֿײַערפֿלאַם און אין די קלײנע אותיותלעך – לא מיט אַן אלף; מיט בחורים, װאָס 9 זײַנען שטומפּיק אױף דער עבֿרי. און טאָמער האָב איך יאָ אַ מאָל אין אַ יובֿל געזען אַ ייִדן, אַ דערװאַקסענעם מענטשן און אַ לײַטישן בעל־הבית פֿון די װאָס איך פֿלעג זײ אָנבאָטן מײַן סחורה, װײַל איך האָב געהערט אַז זײ זײַנען, װי זאָגט מען עס, אַ ביסל דאָס... האָב איך אױך געהאַט װײניק נחת. נײן ר' מענדעלע, נאָך אַ מאָל זאָג איך אײַך, ס'איז אַ גליק פֿאַר אײַך, בנאמנות, װאָס דאָס פֿערדל אײַערס איז געפּגרט! הלװאַי װאָלט מײַן פֿערדל אױך פֿאַרכאַפּט געװאָרן מיט דעם סחורה אין אײנעם! און פֿון דעסטװעגן מײנט ניט, רבותי, אַז הענדלס גרימצאָרן האָט געהאַט עפּעס אַ ממשות. חלילה! הענדל האַנדלט נאָך עד־היום מיט ספֿרים װי אַ מאָל, און איך בין אױך אַ מוכר־ספֿרימניק װי פֿריער. נאָך דענסטמאָל אַפֿילו, אין מיטן װעג, װען הענדלען איז אַ ביסל אָפּגעגאַנגען דער כּעס, האָבן מיר שטײענדיק אױף אײן פֿוס געמאַכט אַ שטיקל בײַט. איך אים האָב געגעבן חקירה־ספֿרים, מאמרים און דרשות און ער מיר – אַ סך קינות און סליחות. װאָרעם אױף קינות און סליחות איז דעמאָלט גראָד געװען אַ צײַט׃ ס'איז געגאַנגען װעסנע, אומעטום האָט אָנגעהױבן שפּראָצן, װאַקסן און אחינו בני ישׂראל האָבן זיך געגרײט צו קלאָג, צו געװײן און תּעניתים. Copyright © 2004 Leonard Prager All Rights Reserved