לדלג לתוכן

די יידישע אגדות/באַנד 2

פֿון װיקיביבליאָטעק
די יידישע אגדות
מחברים:
אויסגאַבע:בערלין, 1921
פאַרלאַג:מוריה
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive:diyudisheagodefo01bialuoft
אינהאַלט:זע אונטן
אַלע בענד:
זע אויך אין מאָדערנעם אויסלייג
דִי יוּדִישֶע אַגָדוֹת
פָאלקסטִימלִיכעֶ עֶרצֵעהלוּנגֶען זַאגֶען, לֶעגֶענדֶען, מְשָלִים. אַפָארִיזמֶען
אוּן שפּרִיכוֶוערטֶער
גֶעקלִיבֶּען פוּן תַּלְמוּד אוּן מֶדְרָשִים
נאָכ׳ן העֶבּרעֵאיִשעֶן
„סֵפֶר הָאַגָדָה”
בּעֶאַרבּײַט אוּן גרוּפּיִרט נאָכ׳ן איִנהאַלט
דוּרך י. ח. ראבניצקי אוּן ח. נ. ביאליק.




צװײֵטעֶר בּאַנד.
צװײטעֶ אויפלאַגעֶ.



בּעֶרלין, תרפ״ב.




פאַרלאַג „מוריה” , ירושלים , בּערלין , אָדעֶס



↤ 3

דִי צַײט פוּן צװֵײטֶען בֵּית־הַמִקְדָש.
דעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ איִן זײַן פּראַכט.

װעֶר ס׳האָט ניִשט געֶזעֶהן יְרוּשָלַיִם איִן איִהר גלאַנץ — האָט אוׂיף זײַן לעֶבּעֶן קײַן פּראַכטפאָלעֶ שטאָדט ניִט געזעֶהן. װעֶר ס׳האָט ניִשט געֶזעֶהן דעֶם בֵּית־הַמִקְדָש אוׂיף זײַן פּלאַטץ — האָט אוׂיף זײַן לעֶבּעֶן קײַן װאוּנדעֶרשעֶהנעֶ געֶבּײַדעֶ ניִט געֶזעֶהן.

פוּן היִנטעֶן שמאָל אוּן פוּן פאָרעֶנט בּרײֵט — האָט דעֶר טעֶמפּעֶל אוׂיף דעֶם בּאַרג „מוׂרִיָה” פוּן װײַטעֶנס אוׂיסגעֶזעֶהן, װיִ אַ לײֵבּ װאָס האָט זיִך מאַיעֶסטעֶטיִש צוּלעֶגט אוׂיף זײַן לאַגעֶר־פּלאַטץ. איִנ׳ם גאָלד פוּן דיִ טיִהר אוּן טוׂיעֶרעֶן האָבּעֶן זיִך אָפּגעֶשפּיִגעֶלט דיִ זוּנעֶנשטראַהלעֶן, אוּן זײֵעֶר הײֵליִגעֶר גלאַנץ האָט געֶװאָרפעֶן אַ אָפּשײַן איִבּעֶר דעֶר גאַנצעֶר שטאָדט.

אַלעֶ טוׂיעֵרעֶן פוּן בּית־המקדש, װאָס זעֶנעֶן לְכַתְּחִלָה געֶמאַכט געֶװעֶן פוּן קוּפּעֶר, זעֶנעֶן שפּעֶטעֶר איִבּעֶרגעֶמאַכט געֶװאָרעֶן אוׂיף גאָלדעֶנעֶ, חוּץ נִקַנוֹר׳ס טוׂיעֶרעֶן, װײַל מיִט זײֵ איִז אַ נֵס געֶשעֶהן:

נקנוֹר האָט בּעֶשטעֶלט דיִ טוׂיעֶרעֶן איִן אַלֶכְּסאַנדריִעֶ איִן מִצְרַיִם, אוּן אַז עֶר האָט זײֵ פוּן דאָרט געֶפיִהרט איִז אוׂיפגעֶשטאַנעֶן אַ שרעֶקליִכעֶר שטוּרם־װיִנד אוׂיף צוּ דעֶרטריִנקעֶן װעֶרעֶן. האָט מעֶן אײֵן טוׂיעֶר אַרײַנגעֶװאָרפעֶן איִן יַם — אוּן דעֶר שטוּרם איִז ניִט געֶשטיִלט געֶװאָרעֶן, האָט מעֶן געֶװאָלט דעֶם אַנדעֶרעֶן אַרײַנװאַרפעֶן — האָט נקנוֹר זיִך אָנגעֶהאַנגעֶן אָן טוׂיעֶר אוּן געֶזאָגט: װאַרפט מיִך אַרײַן מיִט איִהם איִנאײֵנעֶם — איִז בּאַלד דעֶר שטוּרם געֶשטיִלט געֶװאָרעֶן. האָט איִהם שטאַרק בּאַנג־געֶטהוּן אוׂיף יעֶנעֶם טוׂיעֶר װאָס איִז פעֶרלוׂירעֶן געֶגאַנגעֶן. װיִ מ׳איִז געֶקוּמעֶן צוּם האַפעֶן ¹) פוּן עַכּוֹ, האָט מעֶן דעֶרזעֶהן, װיִ דעֶר אַרוׂיסגעֶװאָרפעֶנעֶר טוׂיעֶר שװיִמט־אַרוׂיס פוּן אוּנטעֶר׳ן שיִף.

¹) פּאָרט, האַװעֶן.

↤ 4

דיִ דאָזיִגעֶ פּאָר טוׂיעֶרעֶן זעֶנעֶן געֶװעֶן אוׂיסגעֶגאָסעֶן פוּן אײֵן שטיִק קוּפּעֶר אוּן בּלאַנק געֶשליִפעֶן. אוּן אַז דיִ זוּן האָט אַנטקעֶגעֶן זײֵ געֶשײַנט, האָבּעֶן זײֵ געֶגלאַנצט װיִ גאָלד.

בּײַם טיִהר פוּן הֵיכָל ¹) איִז געֶשטאַנעֶן אַ גאָלדעֶנעֶר װײַנשטאָק, אוּן װעֶר ס׳האָט געֶװאָלט פלעֶגט שעֵנקעֶן אַ גאָלדעֶנעֶם בּלאַט, אַ טרוׂיבּ אָדעֶר אַ העֵנגעֶל אוּן אָנהעֵנגעֶן אוׂיפ׳ן װײַנשטאָק.

אײֵנמאָל האָט מעֶן געֶדאַרפט אָפּרוׂימעֶן דעֶם פּלאַץ, האָט מעֶן צעֶנוׂיפגעֶרוּפעֶן דרײַ הוּנדעֶרט כּהֲנִים, זײֵ זאָלעֶן צוּזאַמעֶן דעֶם שװעֶרעֶן װײַנשטאָק ריִהרעֶן פוּן אָרט.

דעֶר פָּרוֹכֶת האָט געֶהאַלטעֶן פעֶרציִג אײֵלעֶן דיִ לעֶנג, צװאַנציִג אײֵלעֶן דיִ בּרײֵט אוּן אַ טֶפה ²) דיִ דיִק. געֶװעֶבּט האָט מעֶן איִהם אוׂיף אַ װעֶבּ־שטוּל פוּן צװײֵ אוּן זיִבּעֶציִג פאַכעֶן ³), יעֶדעֶר פאָדעֶם געֶדרעֵהט פוּן פיִעֶר אוּן צװאַנציִג שטיִק דיִנעֶ גאָרעֶן. אַזעֶלכעֶ פּרוֹכת׳ן פלעֶגט מעֶן מאַכעֶן ציִ צװײֵ אַ יאָהר, אוּן מַחְמַת שװעֶרקײַט פלעֶגעֶן זײֵ דרײַ הוּנדעֶרט כּהֲנִים געֶהן טוֹבֵל זײַן איִן װאַסעֶר.

אַ פלײֵט איִז געֶװעֶן איִן בּית־המקדש נאָך פוּן משֶׁה רַבּינוּ׳ס צײַטעֶן, גלאַט אוּן דיִן, אוׂיסגעֶשניִצט פוּן רעֶהר־האָלץ.

אײֵנמאָל האָט דעֶר מֶלֶך געֶהײֵסעֶן, מעֶן זאָל זיִ בּעֶדעֶקעֶן מיִט גאָלד, האָט זיִ פעֶרלאָרעֶן איִהר זיִסעֶן קוׂל. האָט מעֶן דאָס גאָלד אַראָפּגעֶנוּמעֶן — איִז דאָס קוׂל געֶװאָרעֶן װיִדעֶר זיִס װיִ פריִהעֶר.

אַן אָרגעֶל איִז געֶװעֶן איִן בּית־המקדש מיִט צעֶהן לעֶכליִך, יעֶדעֶר לאָך האָט אַרוׂיסגעֵלאָזעֶן צעֵהן נִגוּנִים, צוּזאַמעֶן — הוּנדעֶרט ליִעדעֶר.

אַ קװאַל איִז אַרוׂיסגעֶגאַנגעֶן פוּן אוּנטעֶר׳ן טעֶמפּעֶל, פוּנ׳ם קָדָשֵי־קָדָשִים, בּײַ׳ם אָנהוׂיבּ האָט עֶר אוׂיסגעֶזעֶהן װיִ דיִ דיִנעֶ העֶרנעֶרליִך פוּן אַ הײֵשעֶריִק, בּײַ דעֶר טיִהר פוּנ׳ם איִנװעֵניִגסטעֶן טעֶמפּעֶל־ציִמעֶר האָט עֶר שוׂין אוׂיסגעֶזעֶהן װיִ דעֶר אוׂיפצוּג־פאָדעֶם איִן געֶװעֶבּ, װײַטעֶר, בּײַ דעֶר טיִהר פוּן פאָרציִמעֶר, עֶטװאָס דיִקעֶר, װיִ דעֶר אײַנשוּס־פאָדעֶם, נאָך װײַטעֵר, בּײַ דעֶר טהיִר פוּנ׳ם הײֵליִגעֶן הוׂיף, האָט דעֶר שטראָם זיִך שוׂין געֶשניִרעֶלט װיִ פוּן אַ פלאַש־פּיִסקעֶל אַרוׂיס. װאָס װײַטעֶר האָט עֶר אַלץ שטאַרקעֶר אוּן בּרײֵטעֶר געֶשטראָמט, בּיִז עֶר איִז דעֶרגאַנגעֶן צוּ דעֶר טהיִר פוּן בֵּית־דָוִד אוּן דאָרט זיִך שוׂין פעֶרװאַנדעֶלט איִן אַ פליִסעֶנדעֶן טײַך, איִן װעֶלכעֶן דיִ אוּמרײֵנעֶ פלעֶגעֶן זיִך טוֹבְל׳עֶן רײֵן צוּ װעֶרעֶן.

¹) הוׂיפּטזאַל פוּן בּית המקדש. ²) פיִער פיִנגעֶר. ³) ריִנגעֶן דוּרך װעֶלכעֶ מעֶן ציִהט דוּרך דיִ גרוּנד־פעֶדיִם איִן דעֶר לעֶנג, אײַנעֵם איִבּעֶר דעֶם צװײֵטעֶן.

↤ 5

שִמְעוֹן הַצַדִיק.

אַז אַלֶכְּסַנְדֶר מוּקדוֹן האָט אײַנגעֶנוּמעֶן אֶרֶץ־יִשְרָאֵל, זעֶנעֶן דיִ כּוּתִים ¹) געֶגאַנגעֶן בּעֵטעֶן איִהם, עֶר זאָל חָרוּב מאַכעֶן דעֶם בֵּית־הַמִקְדָש.

האָט זיִך דעֶרפוּן בּאַלד דעֶרװאוּסט שִמְעוׂן הַצַדִיק. האָט עֶר אָנגעֶטהוּן דיִ בִּגְדֵי כְּהוּנָה אוּן מיִטגעֶנוּמעֶן דיִ אָנגעֶזעֶהעֶנעֶ לײַט פוּן יְרוּשָלַיִם אוּן אַרוׂיס אַנטקעֶגעֶן אַלכסנדר׳עֶן מיִט פאַקעֶלעֶן איִן דיִ העֶנד.

זעֶנעֶן זײֵ געֶגאַנגעֶן דיִ גאַנצעֶ נאַכט, זײֵ פוּן אײֵן זײַט, יעֶנעֶ — פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר זײַט. אַז דעֶר פריִה־מאָרגעֶן האָט אוׂיפגעֶשײַנט פרעֶגט אַלכסנדר דיִ כּוּתים: װעֶר געֶהט עֶס דאָרט?

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ: דאָס זעֶנעֶן דיִ יוּדעֶן, װאָס האָבּעֶן געֶגעֶן דיִר װיִעדעֶרגעֶשפּעֶניִגט.

אַז זײֵ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן בּיִז אַנטיִפּאַטרעֶס, איִז דיִ זוּן אוׂיפגעֶגאַנגעֶן אוּן זײֵ האָבּעֶן זיִך בּעֶגעֶגעֶנט.

װיִ אַלכסנדר האָט דעֶרזעֶהן דעֶם כּהֵן־גָדוׂל, איִז עֶר אַראָפּ פוּן פעֶרד אוּן זיִך צוּ איִהם געֶבּוּקט.

פרעֶגט מעֶן איִהם: װיִ קוּמט עֶס, אַז אַזאַ גרוׂיסעֶר מֶלֶך װיִ דוּ, זאָל זיִך בּוּקעֶן צוּ אָט דעֶם יוּדעֶן?

עֶנטפעֶרט עֶר: זײַן געֶשטאַלט געֶהט שטעֵנדיִג פאָראוׂיס איִן אַלעֶ מײַנעֶ מִלְחָמוׂת — שעֶנקט מיִר גליִק אוּן זיִעג.

דעֶרנאָך פרעֶגט עֶר דיִ יוּדעֶן: װאָס פעֶרלאַנגט איִהר?

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם:

— דאָס הוׂיז װאוּ מיִר זעֶנעֶן מִתְפַּלֵל צוּ גאָט פאַר דיִר, רעֵדעֶן דיִר אָן דיִ שׂוׂנְאִים דוּ זאָלסט עֶס חָרוּב מאַכעֶן.

— װעֶר זעֶנעֶן זײֵ, דיִ שוׂנאים?

— אָט דיִ כּוּתים, װאָס שטעֶהעֶן דאָ פאַר דיִר.

— איִך גיִבּ זײֵ איִבּעֶר איִן אײַעֶרעֶ העֶנד.

האָבּעֶן זײֵ בּאַלד געֶנעֶמעֶן דיִ כּוּתיִם אוּן צוּגעֶבּוּנדעֶן זײֵ צוּ דיִ װײֵדלעֶן פוּן דיִ פעֶרד אוּן זײֵ אַװעֶקגעֶשלעֵפּט צוּ׳ם בּאַרג גְרִיזִים, װאוּ זײֵעֶר בֵּית־הַמִקְדָש איִז געֶשטאַנעֶן. אוּן דעֵם בּאַרג גְרִיזִים האָבּעֶן זײֵ צוּאַקעֶרט אוּן פעֶרזעֶהט מיִט װיִקעֶ ²).

¹) שוֹמרונים, פעֶריִוּדעֶשטעֶ גוֹיים. צװיִשעֶן זײֵ אוּן צװיִשעֶן יוּדעֶן האָט געֶהעֶרשט אַ שטעֶנדיִגעֶר האַס. ²) אַזאַ קעֶרעֶנדיִל צוּ פיִטעֶרעֶן בּהמות.

אַלֶכְּסַנְדֶר מוּקְדוֹן.
I.

אַז אַלכסנדר מוּקדוֹן איִז געֶקוּמעֶן איִן יְרוּשָלַיִם האָבּעֶן איִהם אײֵניִגעֶ ↰ 6 פוּן דיִ כּוּתיִם געֶװאָרעֶנט: אָט װעֵסטוּ זעֶהן אַז דיִ יוּדעֶן װעֶלעֶן דיִך ניִשט װעֶלעֶן אַרײַנלאָזעֶן איִנ׳ם הײֵליִגסטעֶן אָרט פוּן זײֵעֶר טעֶמפּעֶל. איִז דעֶרפוּן געֶװאָהר געֶװאָרעֶן אײֵנעֶר גְבִיהָה בֶּן פְּסִיסָא, אַ יוּד אַ הוׂיקעֶר, אַ פּראָסטעֶר מעֶנש אָבּעֶר זעֶהר אַ קלוּגעֶר. נעֶהמט עֶר אַ פּאָר זאָקעֶן, אוּן פאַסט איִן זײֵ אײַן צװײֵ טײַעֶרעֶ בּריִליִאַנטעֶן װאָס בּעֶטרעֶפעֶן ציִ צעֶהן טוׂיזעֶנד זיִלבּעֶרשטיִק. װיִ אַלכסנדר מוּקדוֹן איִז געֶקוּמעֶן צוּ׳ם הַר־הַבַּיִת, זאָגט איִהם גביהה בּן פּסיסא: װאַרף־אַראָפּ דיִ שיִך אוּן טהוּ־אָן דיִ זאָקעֶן, זאָלסט זיִך ניִשט אוׂיסגליִטשעֶן אוׂיף דעֶם גלאַט־אוׂיסגעֶפלאַסטעֶרטעֶן בּאָדעֵן. דעֶרגרײֵכט דעֶם קדשׁי־קדשׁים, זאָגט איִהם גביהה שוׂין מיִט מעֶהר מוּטה: „אֲדוֹנִי מֶלֶך, בּיִז אַהעֶר איִז אוּנז עֶרלוׂיבּט צוּ טרעֶטעֶן, װײַטעֶר ניִשט”. אלכסנדר האָט פעֶרשטאַנעֶן גביהה׳ס אוֹיפטהוּ אוּן איִהם אַ זאָג געֶטהוּן מיִט אַ שמײֵכעֶל:

— אוׂי דוּ הוׂיקעֶר, אַז איִך װעֶל אַרוׂיס פוּן דאַנעֶן װעֶל איִך דיִר אוׂיסגלײַכעֶן דעֶם קריִמעֶן ריִקעֶן דײַנעֶם.

— דײַן מאַיעֶסטעֶט — עֶנטפעֶרט אוׂיף דעֶם גלײַך דעֵר הוׂיקעֶרעֶר — װעֶט זיִך דעֶמאָלט מאַכעֶן אַ שֵם פאַר אַ גרוׂיסעֶן מוּמְחֶה איִן דאָקטעֶרײַ אוּן בּעֶקוּמעֶן דעֶרפאַר אַ גרוׂיסעֶן לוׂין.

II.

װעֶגעֶן דעֶם זעֶלבּעֶן גְבִיהָה בֶּן פְּסִיסָא װעֶרט דעֶרצעֶהלט אוׂיך אַזאַ מַעֲשֶׂה:

אײֵנמאָל זעֶנעֶן דיִ אַפריִקאַנעֶר געֶקוּמעֶן לאָדעֶן זיִך מיִט יוּדעֶן פאַר אַלֶכְּסַנְדר מוּקדוֹן. „דאָס לאַנד כְּנַעַן — האָבּעֶן זײֵ געֶ׳טַעֲנֶה׳ט — איִז אוּנזעֶרס. עֶס קוּמט אוּנז אַלס יְרוּשָׁה פוּן אוּנזעֶר פאָטעֶר כְּנַעַן, אוּן דיִ יוּדיִשעֶ תּוֹרָה אַלײֵן רוּפט דאָס לאַנד מיִט׳ן נאָמעֶן „אֶרֶץ כְּנַעַן”.

רוּפט זיִך אָן גְבִיהָה בֶּן פְּסִיסָא צוּ דיִ חֲכָמִים: לאָזט מיִך, װעֶל איִך זיִך מיִט זײֵ אוׂיס׳טַעֲנֶע׳ן. מִמָה־נַפְשָך: װעֶלעֶן זײֵ מיִך בּײַקוּמעֶן, װעֶט איִהר זאָגעֶן: אַ קוּנץ בּײַצוּקוּמעֶן אַ פּראָסטעֶן נֶפֶש; װעֶל איִך אָבּעֶר זײֵ בּײַקוּמעֶן, װעֶט איִהר זאָגעֶן: משֶׁה רַבֵּינוּ׳ס תּוׂרָה האָט געֶזיִעגט.

עֶרלוׂיבּט מעֶן איִהם אוּן עֶר געֶהט זיִך מיִט זײֵ אוׂיס׳טַעֲנֶה׳ן. גיִט עֶר אַ פרעֶג דיִ אַפריִקאַנעֶר:

— װאוּ זעֶנעֶן אײַעֶרעֶ בּעֶװײַזעֶן?

— איִן דעֶר יוּדיִשעֶר תּוׂרָה.

— אוׂיבּ אַזוׂי װעֶט מײַן בּעֶװײַז אוׂיך זײַן פוּן דעֶר תּוׂרָה. שטעֶהט דעֶן ניִשט דאָרט, אַז כְּנַעַן איִז פאַרשאָלטעֶן, אַ קנעֶכט צוּ זײַן בּײַ זײַנעֶ בּריִדעֶר? װעֶמעֶן־זשעֶ געֶהעֶרט דעֶר קנעֶכט אַלײֵן אוּן מיִט איִהם אַלעֶ זײַנעֶ גיִטעֶר, װאָס עֶר האָט עֶרװאָרבּעֶן, אוׂיבּ ניִשט דעֶם האַר זײַנעֶם? נאָך מעֶהר, פוּן אײַך קוּמט נאָך אוּנז אַרוׂיס: אַזוׂי פיִעל יאָהר שוׂין, װאָס איִהר האָט אוּנז אוׂיפגעֶהעֶרט צוּ דיִענעֶן.

↤ 7

אוׂיסגעֶהעֶרט דיִ טַעֲנוׂת, זאָגט זײֵ אַלֶכְּסַנְדר:

— האָט איִהר עֶפּעֶס אוׂיף דעֶם צוּ עֶנטפעֶרעֶן?

— גיִבּ אוּנז צײַט דרײַ טעֶג.

גיִט עֶר זײֵ, האָבּעֶן זײֵ געֶזוּכט אוּן געֶקלעֶרט — אוּן גאָרניִשט אוׂיסגעֶקלעֶרט. האָמעֶן זײֵ זיִך אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אוּן אַנטלאָפעֶן פוּן זײֵעֶרעֶ פּלעֶצעֶר, איִבּעֶרגעֶלאָזט אוׂיף הֶפְקֵר זײֵעֶרעֶ פעֶרזײֵהטעֶ פעֶלדעֶר אוּן פעֶרפלאַנצטעֶ װײַנגעֶרטנעֶר.

III.

אַ אַנדעֶרס מאָל זעֶנעֶן דיִ מִצְרִים געֶקוּמעֶן פעֶרקלאָגעֶן דיִ יוּדעֶן פאַר אַלֶכְּסַנְדר מוּקְדוֹן: „לאָזעֶן זײֵ אוּנז אָפּגעֶבּעֶן דאָס געֶלד מיִט׳ן זיִלבּעֶר, װאָס זײֵ האָבּעֶן בּײַ אוּנז אָנגעֶליִהעֶן בּײַם אַרוׂיסגעֶהן פוּן מִצְרַיִם”. האָט זיִך װיִדעֶר אַרוׂיסגעֶרוּפעֶן גְבִיהָה בֶּן פְּסִיסָא. קוּמט עֶר אוּן גיִט זײֵ אַ פרעֶג: יוּדעֶן האָבּעֶן שװעֶר געֶאַרבּעֶט בּײַ אײַך אַ מֶשֶׁך פוּן 430 יאָהר, װאוּ איִז דיִ אַרבּעֶטס־לוׂין, װאָס קוּמט 600 טוׂיזעֶנד מאַן פאַר אַזאַ לאַנגעֶר צײַט? — ניִשט װיִסעֶנדיִג װאָס צוּ עֶנטפעֶרעֶן, האָבּעֶן דיִ מִצְרִים געֶמוּזט אַנטלוׂיפעֶן אוּן איִבּעֶרגעֶלאָזט אוׂיף הֶפְקֵר זײֵעֶרעֶ פעֶרזײֵהטעֶ פעֵלדעֶר אוּן פעֶרפלאַנצטעֶ װײַנגעֶרטנעֶר.

IV.

אײֵנמאָל רוּפט אַלֶכְּסַנְדר מוּקְדוֹן צוּנוׂיף אַלעֶ זײַנעֶ שָׂרִים אוּן חֲכָמִים:

— איִך װיִל זיִך לאָזעֶן — זאָגט עֶר — איִן דיִ װײַטעֶ מְדִינוׂת פוּן אַפריִקעֶ.

זאָגעֶן זײֵ איִהם:

— שװעֶר אַהיִן צוּ צוּקוּמעֶן, דיִ הָרֵי־חֹשֶך ¹) פעֶרשטעֶלעֶן.

זאָגט עֶר זײֵ:

— קוּמעֶן אַהיִן האָבּ איִך מיִר פעֶסט בּעֶשלאָסעֶן, מעֶן דאַרף נוּר בּעֶטראַכטעֶן, אוׂיף װאָס פאַר אַ אוֹפָן דעֶרשלאָגט מעֶן זיִך אַהיִן.

זאָגעֶן זײֵ:

— נעֶהם לוּבּיִאַנעֶר עֵזלעֶן, װאָס זעֶנעֶן געֶװאָהנט צוּ געֶהן איִן פיִנסטעֶרניִש, אוּן נעֶהם אוׂיך מיִט קנוֹילעֶן פוּן שטריִק, װעֶלכעֶ דוּ זאָלסט בּײַם אַרײַנגאַנג צװיִשעֶן דיִ הָרֵי־חֹשֶך צוּבּיִנדעֶן אוּן אוׂיפװיִקלעֶן, כְּדֵי זאָלסט קעֶנעֶן מיִט דעֶר היִלף פוּן זײֵ טרעֶפעֶן דעֶם װעֵג צוּריִק.

האָט עֵר אַזוׂי געֶטהוּן אוּן זיִך געֶלאָזט איִן װעֶג. געֶקוּמעֶן קײַן קאַרטיִגעֶן, אַזאַ מְדִינָה װאוּ דיִ פרוׂיעֶן העֶרשעֶן, האָט עֶר געֶװאָלט מיִט זײֵ פעֶרפיִהרעֶן מִלְחָמָה. זאָגעֶן זײֵ איִהם: װעֶסטוּ אוּנז בּײַקוּמעֶן, װעֶט מעֶן זאָגעֶן: פרוׂיעֶן האָט עֶר אוּמגעֶבּראַכט. װעֶלעֶן מיִר אָבּעֶר דיִר בּײַקוּמעֶן, װעֶט מעֶן זאָגעֶן: אָט אַ קעֶניִג, װאָס איִז דוּרך פרוׂיעֶן בּעֶזיִעגט געֶװאָרעֶן!

¹) דיִ פיִנסטעֶרעֶ בּעֶרג.

↤ 8

הײֵסט עֶר זיִך אַרוׂיסטראָגעֶן בּרוׂיט. טראָגט מעֶן איִהם אוּנטעֶר גאָלדעֶנעֶ בּרוׂיטעֶן מיִט גאָלדעֶנעֶ עֶפּעֶל אוּן מיִלגרוׂימעֶן. װאוּנדעֶרט עֶר זיִך: װאָס, גאָלד עֶסט מעֶן איִן אײַעֶר מְדִינָה?

— מײֵנסטוּ, הײֵסט דאָס, געֶװעֵהנליִכעֶן בּרוׂיט? צוּ װאָס־זשעֶ האָסטוּ זיִך בּעֶמיִהט קוּמעֶן אַהעֶר. פעִהלט דיִר דעֶן געֶװעֵהנליִכעֶר בּרוׂיט בּײַ זיִך איִן דעֶר הײֵם?

פעֶרלאָזט יעֶנעֶ מְדִינָה, האָט דעֶר קעֶניִג געֶמאַכט אוׂיף איִהרעֶ טוׂיעֶרעֶן אַזאַ אוׂיפשריִפט:

„איִך אַלֶכְּסַנדר מוּקְדוֹן בּיִן אַ נאַריִשעֶר קעֶניִג געֶװעֶן, בּיִז איִך בּיִן קײַן אַפריִקע געֶקוּמעֶן אוּן דיִ פרוׂיעֶן האָבּעֶן מיִך שֵׂכֶל געֶלעֶרנט”.

V.

פוּן יעֶנעֶר מְדִינָה האָט זיִך אַלֶכְּסַנְדר געֶלאָזט צוּם קעֶניִג פוּן קאַציעֶ. בּעֶװײַזט יעֶנעֶר איִהם זײַנעֶ אוׂצְרוׂת. זאָגט איִהם אלֶכְּסַנְדר: ניִשט אָנצוּקוּקעֶן אײעֶר גאָלד אוּן זיִלבּעֶר בּיִן איִך אַהעֶר געֶקוּמעֶן, מיִר װיִלט זיִך בּעֶקאַנעֶן מיִט אײַעֶרעֶ אוׂיפפיִהרוּנג אוּן אײַעֶרעֶ דִינִים. איִן דעֶם קוּמעֶן־אָן צװײֵ מעֶנשעֶן לאָדעֶן זיִך פאַר׳ן קעֵניִג.

— אֲדוֹנִי מֶלֶך — האָט אײֵנעֶר געֶ׳טַעֲנֶה׳ט — איִך האָבּ פוּן דעֶם מאַן געֶקוׂיפט אַ חוּרְבָה. װיִ איִך נעֶהם זיִך אָפּרוֹימעֶן דאָס פּלאַטץ געֶפיִן איִך דאָרט בּעֶהאַלטעֶן איִן דעֶר עֶרד אַן אוׂצָר. װיִל איִך, עֶר זאָל זיִך צוּנעֶהמעֶן דעֶם אוׂצָר, עֶר געֶהעֶר איִהם, איִך האָבּ דאָך נוּר דיִ חוּרְבָה אַלײֵן, אָהן אַן אוׂצָר, געֶקוׂיפט.

דעֶר צװײֵטעֶר טַעֲנֶה׳ט פעֶרקעֶהרט: איִך װיִל אוׂיך ניִשט, גלײַך װיִ דוּ, נִכְשַׁל װעֶרעֶן איִן גְזֵלָה. פעֶרקוׂיפט האָבּ איִך דיִר דיִ חוּרְבָה מיִט אַלעֶמעֶן װאָס איִן איִהר געֶפיִנט זיִך, „פוּנ׳ם אָבּגרוּנד פוּן דעֶר עֶרד בּיִז דעֶר הוׂיך פוּן היִמעֶל”.

אוׂיסגעֶהעֶרט דיִ טַעֲנוׂת, װעֶנדעֶט זיִך דעֶר קעֶניִג צוּ אײֵנעֶם פוּן דיִ בַּעֲלֵי־דִינִים:

— האָסטוּ אַ זוּהן?

— יאָ.

דעֶרנאָך צוּם צװײֵטעֶן:

— אוּן דוּ האָפט אַ טאָכטעֶר?

— יאָ.

— אוׂיבּ אַזוׂי לאָזעֶן זײֵ אײֵנעֶר פאַר׳ן אַנדעֶרעֶן חֲתוּנָה האָבּעֶן אוּן דעֶר אוׂצָר װעֶט זײַן זײֵעֶר נַדַן.

אַלֶכּסַנְדֶר העֶרט עֶס אוׂיס אוּן איִז עֶרשטוׂינט געֶבּליִבּעֶן.

— װאָס, אֶפְשַׁר ניִשט גוּט געֶ׳פַּסְקֶנ׳ט ? — פרעֶגט איִהם יעֶנעֶר קעֶניִג.

— געֶװיִס — עֶנטפעֶרט אַלֶכּסַנְדֶר.

↤ 9

— אוּן דוּ איִן דײַן מְדִינָה װיִ װאָלסטוּ געֶ׳פַּסְקֶנ׳ט בּײַ אַזאַ פאַל?

— איִך װאָלט אַרוׂיסגעֶטראָגעֶן אַזאַ פְּסַק: מעֶן זאָל קעֶפּעֶן איִ דעֶם, אײַעֶנעֶם, אוּן דעֶר אוׂצָר זאָל געֵהעֶרעֶן דעֶר קרוׂין.

— אַזוׂי גאָר! — זאָגט יעֶנעֶר קעֶניִג — זאָג־זשעֶ מיִר: דיִ זוּן שײַנט אוׂיף אײַך?

— געֶװיִס — עֶנטפעֶרט אַלֶכְּסַנְדר.

— אוּן רעֶגעֶנס געֵהעֶן בּײַ אײַך?

— געֶװיִס.

— אֶפְשַׁר איִז קלײֵן־פיִה בּײַ אײַך איִן דעֶר מְדִינָה פאַרהאַן?

— געֶװיִס — זאָגט אַלֶכְּסַנְדר אוּן קוּקט איִהם אָן פעֶרװאוּנדעֶרט.

— אוׂיבּ אַזוׂי — פיִהרט־אוׂיס דעֶר קעֶניִג — איִז טאַקיִ נוּר-צוּליִעבּ דעֶם זְכוּת פוּן דיִ קלײֵן־פיִה שײַנט אוׂיף אײַך דיִ זוּן אוּן עֶס געֶהעֶן איִן אײַעֶר מְדִינָה רעֶגעֶנס...

VI.

צוּריִקװעֶגס האָט זיִך אַלֶכְּסַנְדר אָפּגעֶשטעֶלט רוּהעֶן בּײַ אַ קװאַל אוּן זיִך געֶזעֶצט עֶסעֶן. האָט עֶר מיִט זיִך געֶהאַט געֶזאַלצעֶנעֶ פיִשליִך, שװעֶנקט מעֶן זײֵ אָפּ איִן קװאַל, בּעֶקוּמעֶן זײֵ אַ גוּטעֶן רֵיחַ.

— עֶס װײַזט אוׂיס — זאָגט אַלֶכְּסַנְדר — דעֶר קװאַל ציִהט זיִך גלײַך פוּנ׳ם גַן־עֵדֶן אַרוׂיס. — פריִשט עֶר אָפּ דאָס פָּנִים זײַנס מיִט׳ן װאַסעֶר אוּן לאָזט זיִך געֶהן מיִט׳ן קװאַל בּיִז עֶר קוּמט צוּם טוׂיעֶר פוּן גַן־עֵדֶן. קלאַפּט עֶר אָן אוּן רוּפט אוׂיף אַ קוׂל:

— עֶפעֶנט מיִר אוׂיף דעֶם טוׂיעֶר!

עֶנטפעֶרט מעֶן איִהם פוּן דאָרט אַרוׂיס:

— „דאָס איִז דעֶר טוׂיעֶר צוּ גאָט, צַדִיקים קומעֶן איִן איִהם אַרײַן”.

— אָבּעֶר אַ קעֶניִג בּיִן איִך דאָך, דעֶר גרוׂיסעֶר קעֶניִג אַלכסנדר מוּקדוֹן שעֶנקט מיִר פוּן דאָרט װאָס־עֶם־איִז.

דעֶרלאַנגט מעֶן איִהם פוּן דאָרט אַ שטיִק בּײֵן פוּן אַ שאַרבּעֶן. געֶקוּמעֶן אַהײֵם, װאַרפט עֶר דאָס שטיִק שאַרבּעֶן אויף אַ װאָגשאָל, אוּן לעֶגט אַקעֶגעֶן דיִן גאַנץ גאָלד אוּן זיִלבּעֶר, װאָס עֶר האָט מיִטגעֶבּראַכט — האָט דעֶר שאַרבּעֶן דאָס אַלעֶס איִבּעֶרגעֶװאוׂיגעֶן. פרעֶגט עֶר זײַנעֶ חֲכָמִים, װאָס דאָס בּעֶטײַט. זאָגעֶן זײֵ: דאָס איִז דעֵר בּײֵן פוּנ׳ם מעֶנשעֶן־אוׂיג, װאָס קעֶן זיִך קײֵנמאָל ניִשט אָנזעֶטעֶן.

— פוּן װאַנעֶן איִז דאָס געדריִנגעֶן? — פרעֶגט עֶר זײֵ.

— אָט פּרוּב נעֶהם פעֶרשיִט עֶס מיִט אַ הײַפעֶל עֶרד.

טהוּט עֶר דאָס — אוּן בּאַלד האָט זיִך דיִ שאָל מיִט׳ן שטיִק שאַרבּעֶן אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן איִן דעֶר הוׂיך ¹).

¹) אַ רמז, אַז דאָס הײֵפעֶל עֶרד אוׂיפ׳ן מעֶנשעֶנ׳ס אוׂיג (דעֶר קבר) מאַכט אַ סוׂף צוּ זײַנעֶ אַלעֶ תּאוות.

↤ 10

חוֹנְיוֹ׳ס בֵּית־הַמִקְדָש.

פעֶרציִג יאָהר האָט שִמְעוׂן הַצַדִיק געֶדיִענט פאַר אַ כּהֵן גָדוׂל, נאָכ׳ן פעֶרציִגסטעֶן יוׂם־כִּפּוּר זאָגט עֶר:

— איִך װעֶל דאָס יאָהר ניִט אוׂיסלעֶבּעֶן.

פרעֶגט מעֶן איִהם:

— פוּן װאַנעֶן װײֵסטוּ?

עֶנטפעֶרט עֵר:

— יעֶדעֶר יוׂם־כִּפּוּר, װעֶן איִך געֵה אַרײַן איִן קָדְשיִ־קָדָשִים, זעֶה איִך אַן אַלטעֶן מאַן, אײַנגעֶהיִלט איִן װײַסעֶן, מיִט מיִר פלעֶגט עֶר אַרײַנגעֶהן איִן קָדְשיִ־קָדָשִים אוּן מיִט מיִר אַרוׂיסגעֶהן. דאָס יאָהר איִז דעֶר זָקֵן געֶװעֶן אײַנגעֶהיִלט איִן שװאַרצעֶן, אַרײַן איִז עֶר מיִט מיִר אוּן צוּריִק שוׂין ניִט אַרוׂיס.

נאָך סוּכּוֹת איִז שִמְעוׂן הַצַדִיק קראַנק געֶװאָרעֶן אוּן אוֹיפ׳ן אַכטעֶן טאָג געֶשטאָרבּעֶן.

פאַר זײַן טוֹיט האָט עֶר אָנגעֶזאָגט: חוֹנְיוֹ, מײַן ייִנגעֶרעֶר זוּהן, זאָל זײַן כּהֵן גָדוׂל אוׂיף מײַן אָרט.

האָט עֶס דעֶם עֶלטעֶרעֶן בּרוּדעֶר, שִמְעִי, דעֶם רעֶכטליִכעֶן יוׂרֵש פוּן דעֶר כְּהוּנָה גְדוֹלָה, פעֵרדראָסעֶן.

צוּ׳ם סוׂף האָט מעֶן זיִך אוׂיסגעֶגלײַכט, אַז חוֹנְיוֹ איִז מוֹחֵל אוׂיף זײַן זְכוּת, אוּן שִמְעִי װעֶרט כּהֵן גָדוׂל.

איִן האַרצעֶן אָבּעֶר האָט חוֹנְיוֹ זיִך מִתְקַנֵא געֶװעֶן איִן זײַן עֶלטעֶרעֶן בּרוּדעֶר.

װאָס זשעֶ טהוּט עֶר?

עֶר קוּמט צוּ שִמְעִי׳ן אוּן זאָגט איִהם : „קוּם, איִך װעֶל דיִר אוֹיסלעֶרנעֶן דיִ „עֲבודָה”. האָט עֶר איִהם אָנגעֶטהוּן אַ פרוֹיעֶן קלײֵד אוּן אָנגעֶגוּרט אַ פרוׂיעֶן־גאַרטעֶל אוּן געֶשטעֶלט איִהם בּײַ׳ם מִזְבֵּחַ, אוּן צוּ דיִ איִבּעֶריִגעֶ כּהֲנִים זאָגט עֶר: געֶהט זעֶהט נוּר װאָס עֶר טהוּט. דאָס האָט עֶר אַזוׂי צוּגעֶזאָגט זײַן געֶליִבּטעֶר: װעֶן איִך װעֶר כּהֵן גָדוֹל — טהוּ איִך אָן דײַן קלײֵד מיִט דײַן גאַרטעֵל אוּן געֵה צוּ׳ם מִזְבֵּחַ”. איִצט איִז עֶר דעֶם נֵדֶר מְקַײֵם.

האָבּעֶן דיִ כּהֲנִים געֶװאָלט הַרְגנ׳עֶן שִמְעִי׳ן — דעֶרצעֶהלט עֶר זײֵ אַז חוֹנְיוֹ האָט איִהם אוׂיף דעֶם אַרוׂיפגעֶפיִהרט; האָבּעֶן זײֵ חוֹנְיוֹ׳ן געֶװאָלט הרגנ׳עֶן — איִז עֶר אַנטלאָפעֶן איִן אַלכסנדריִא שֶל מִצְרַיִם אוּן דאָרט אוֹסגעֶבּוׂיט אַ בֵּית־הַמִקְדָש.

דִי אַלֶכּסַנְדְרִיעֶר שוּהְל.

װעֶר עֶס האָט ניִט געֶזעֶהן דיִ אַלכסנדריִעֶר גרוֹיסעֶ שוּהל, האָט ↰ 11 ניִט געֶזעֶהן דיִ יוּדיִשעֶ פּראַכט, — אַ גרוׂיסעֶ זאַל מיִט צװײֵ צײַלעֶן זײַלעֶן ¹) מיִט שוּרוׂת בּעֵנק אַרוּם אוּן אַרוּם, אײֵנעֶ העֶכעֶר פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר, װיִ גאַלעֶרעֵעֶן. איִן שוּהל האָבּעֶן געֶקעֶנט אַרײַנגעֶהן צװײֵ מאָל אַזוׂי פיִעל מעֶנשעֶן װיִ דיִ צאָהל יוֹצְאֵי־מִצְרַיִם ²).

אײֵן אוּן זיִבּעֶציִג גאָלדעֶנעֶ קאַטהעֶדרעֶן זעֶנעֶן דאָרט געֶשטאַנעֶן פאַר דיִ אײֵן אוּן זיִבּעֶציִג סַנְהֶדְרִין. יעֶדעֶר קאַטהעֶדר האָט געֶװאוׂיגעֶן ניִט װעֵניִגעֶר פוּן אײֵן אוּן צװאַנציִג מאָל צעֶהן טוׂיזעֶנד צעֶנטנעֶר גאָלד.

אַ גרוׂיסעֶ בּיִמה איִז געֶשטאַנעֶן איִן מיִטעֶן פאַר׳ן חַזָן, אוּן דיִ שַׁמָשִׁים זעֶנעֶן געֶשטאַנעֶן אַרוּם איִהם מיִט טיִכעֶר איִן דיִ העֶנד, אוּן אַז מעֶן האָט געֶדאַרפט עֶנטפעֶרעֶן אָמֵן — האָבּעֶן זײֵ געֶפאָכט מיִט דיִ טיִכעֶר, כְּדֵי דיִ װאָס זיִצעֶן פוּן װײַטעֶן אוּן ה עֶרעֶן ניִט, זאָלעֶן זעֶהן אוּן עֶנטפעֶרעֶן אָמֵן.

אוּן געֶזעֶסעֶן איִז מעֶן דאָרט ניִט צוּנוֹיפגעֶמיִשט, נאָר צעֶכעֶנ־װײַז: גאָלדשמיִדעֶן, שלאָסעֶר, קעֶסלעֶר, װעֶבּעֶר — יעֶדעֶרעֶר בּעֶזוּנדעֶר לוׂיט זײַן פאַך, אוּן אַז אַן אוֹרַח איִז געֶקוּמעֶן — האָט עֶר זיִך גלײַך געֵזעֵצט צװיִשעֶן זײַן צעֶך אוּן דוּרך זײֵ געֶפוּנעֶן זײַן פַּרְנָסָה.

נֵס חֲנוּכָּה.
I.

איִן דעֶר צײַט װעֶן מַלְכוּת יָוָן האָט געֶװעֶלטיִגט איִן אֶרֶץ־יִִשְרָאֵל, איִז אַרוׂיס אוׂיף יוּדעֶן אַ גְזֵירָה, אַז יעֶדעֶר בַּעַל־הַבַּיִת װאָס האָט אַ ריִעגעֶל צוּ זײַן טהיִר, זאָל עֶר אוׂיף איִהם אוׂיסקריִצעֶן: „איִך קעֶהר זיִך מיִט׳ן יוּדיִשעֶן גאָט גאָר ניִשט אָן”. האָבּעֶן בּאַלד יוּדעֶן געֶנוּמעֶן אוּן אוׂיסגעֶריִסעֶן אַלעֶ ריִגלעֶן פוּן זײֵעֶרעֶ הײַזעֶר.

איִז אַרוׂיס װיִדעֶר אַ גְזֵירָה: יעֶדעֶר יוּד װאָס האָט אַ אָקס זאָל עֶר אָנשרײַבּעֶן אוׂיף זײַן האָרן: „איִך קעֶהר זיִך מיִט׳ן יוּדיִשעֶן גאָט גאָר ניִשט אָן”. האָבּעֶן בּאַלד דיִ יוּדעֶן אוֹיספעֶרקוֹיפט אַלעֶ זײֵעֶרעֶ אָקסעֶן.

II.
דיִ פְרוׂי מיִט איִהרעֶ זיִבּעֶן זיִהן.

„צוּליִעבּ דיִר זעֶנעֶן מיִר געֶטוֹיט געֶװאָרעֶן, פעֶררעֶכעֶנט װיִ שאָף צוּם שעֶכטעֶן” — װיִ ס׳איִז געֶשעֶהן איִן דיִ צײַטעֶן פוּן גריִכיִשעֶן קעֶניִג אַנטיוּכוּס מיִט דעֶר פרוׂי אוּן איִהרעֶ זיִבּעֶן קיִנדעֶר:

מִרְיָם בַּת נַחְתּוֹם איִז געֶפאַנגעֶן געֶװאָרעֶן, זיִ מיִט איִהרעֶ זיִבּעֶן זיִהן, האָט מעֶן זײֵ אַרײַנגעֶזעֶצט יעֶדעֶרעֶן איִן אַ בּעֶזוּנדעֶר קאַמעֶר.

¹) שוּרוֹת סלופּעֶס. ²) דיִ יוּדעֶן װאָס זעֶנעֶן אַרוׂיס פוּן מצרים, ס׳הײֵסט צװײֵ מאָל זעֶקס הוּנדעֶרט טוׂיזעֶנד.

↤ 12

בּרעֶנגט מעֶן דעֶם עֶלטסטעֶן צוּ׳ם קֵיסָר,הײֵסט עֶר איִהם:

— בּוּק זיִך צוּ׳ם בּיִלד!

עֶנטפעֶרט עֶר:

— איִן דעֵר תּוׂרָה שטעֶהט: „איִך בּיִן גאָט דײַן גאָט!”

האָט מעֶן איִהם געֶ׳הַרג׳עֶט.

בּרעֶנגט מעֶן דעֶם צװײֵטעֶן:

— בּוּק זיִך צוּ׳ם בּיִלד!

— איִן דעֶר תּוׂרָה שטעֶהט: „זאָלסט ניִט האָבּעֶן קײַן אַנדעֶרעֶ געֶטעֶר!”

דעֶם דריִטעֶן:

— בּוּק זיִך צוּ׳ם בּיִלד!

— „בּוּק זיִך ניִט צוּ קײֵן אַנדעֶר גאָט”.

דעֶם פיִערטעֶן:

— בּוּק זיִך צוּ׳ם בּיִלד!

— „װעֶר ס׳שעֶכט צוּ׳ם אָבּגאָט זאָל פעֶרװיִסט װעֶרעֶן”.

דעֶם פיִנפטעֶן:

— בּוּק זיִך צוּ׳ם בּיִלד!

— „העֶר, יִשְׂרָאֵל, גאָט אוּנזעֶר האָר איִז גאָט אײֵנעֶר”:

דעֶם זעֶקסטעֶן:

— בּוּק זיִך צוּ׳ם בּיִלד!

— ,גאָט איִז דעֶר האַר איִן היִמעֶל פוּן אוׂיבּעֶן אוּן אוׂיף דעֶר עֶרד פוּן אוּנטעֶן, מעֶהר — ניִטאָ”.

האָט מעֶן זײֵ אַלעֶ אײֵנציִגװײַז געֶ׳הרג׳עֶט.

בּרעֶנגט מעֶן דעֶם זיִבּעֶטעֶן, דעֶם קלעֶנסטעֶן.

זאָגט צוּ איִהם דעֶר קֵיסָר מיִט גוּטעֶן:

— קיִנד מײַנס, פאָלג מיִר, אוּן בּוּק זיִך צוּ׳ם בּיִלד.

— חַס וְשָלוׂם!

— פאַר װאָס?

— אַזוׂי שטעֶהט איִן דעֶר הײֵליִגעֶר תּוׂרָה: „דוּ האָסט גאָט געֶגרוׂיסט אוּן גאָט האָט דיִך געֶגרוׂיסט”. מיִר האָבּעֶן איִהם געֶשװאוׂירעֶן ניִט צוּ פעֶרבּײַטעֶן איִהם אוׂיף אַן אַנדעֶר גאָט, אוּן עֶר האָט אוּנז געֶשװאוׂירעֶן ניִט צוּ פעֶרבּײַטעֵן אוּנז אוׂיף אַן אַנדעֶר פאָלק.

זאָגט דעֶר קֵיסָר:

— דײַנעֶ בּריִדעֶר האָבּעֶן װעֶניִגסטעֶנס שוׂין געֶלעֶבּט אוּן גוּטס געֶהאַט אוׂיף זײֵעֶר װעֶלט, דוּ אָבּעֶר בּיִזט נאָך יוּנג, קײֵן נַחַת נאָך ניִט געֶהאַט, — בּוּק זיִך צוּם בּיִלד — װעֶסטוּ לעֶבּעֶן בּלײַבּעֶן.

— „גאָט איִז אַ מֶלֶך אוׂיף אײֵבּיִג, פעֶלקעֶר װעֶלעֶן פעֶרלאָרעֶן װעֶרעֶן ↰ 13 פוּן זײַן לאַנד. פוּן אײַך װעֶט קײַן זֵכֶר ניִשט בּלײַבּעֶן — אוּן גאָטס מאַכט איִז אוׂיף אײֵבּיִג!”

בּעֵט זיִך בּײַ איִהם דעֶר קֵיסָר:

— איִך װעֶל אַראָפּװאַרפעֶן מײַן ריִנג, אוּן דוּ בּוֹיג זיִך נוּר אײַן אוּן הוׂיבּ אוׂיף, מעֶן זאָל מײֵנעֶן, אַז דוּ בּוּקסט זיִך צוּ׳ם בּיִלד.

עֶנטפעֶרט דאָס קיִנד:

— אָך אוּן װעֶה איִז דיִר,קֵיסָר, דײַן כָּבוׂד אַרט דיִר. װיִלסט לײַטעֶן נאַרעֶן, אַבּיִ דײַן װיִלדעֶן װיִלעֶן כְּלוׂמֶר׳שט אוׂיספיִהרעֶן; װיִ־זשעֶ טײַעֶר דאַרף זײַן דעֶר כָּבוׂד פוּן מֶלֶך מַלְכֵי הַמְלָכִים הַקָדוׂש בָּרוּך הוּא?

געֶזעֶהן אַז עֶר קעֶן בּײַ׳ם קיִנד גאָר ניִשט אוׂיספיִהרעֶן, רוּפט דעֶר קיסר דיִ מוּטעֶר אוּן זאָגט איִהר: רעֶטעֶ־אָפּ דײַן לעֶצט קיִנד, רעֶד איִהם אײַן עֶר זאָל מיִר פאָלגעֶן. פיִהרט זיִ איִהם אַװעֶק אוׂיף אַ זײַט, הוׂיבּט איִם אָן קוּשעֶן אוּן האַלזעֶן אוּן זאָגט איִהם: זוּהן מײַנעֶר, איִצט איִז געֶקוּמעֶן דיִ צײַט זאָלסט דעֶר מאַמעֶן דײַנעֶר בּעֶצאָהלעֶן פאַר דעֶם אַלעֶמעֶן װאָס זיִ איִז אוׂיסגעֶשטאַנעֶן אוּן זיִך אָנגעֶליִטעֶן בּיִז זיִ האָט דעֶרלעֶבּט דיִך מְגַדֵל צוּ זײַן. האַלט זיִך פעֶסט איִן אוּנזעֶר גאָט, פאָלג ניִשט דעֶם רָשָע, דעֶם רוֹצֵחַ, אוּן גיִבּ זיִך איִבּעֶר מוּטהיִג צוּ׳ם טוׂיט, װיִ דיִ זעֶקס כָּשֵׁר׳עֶ בּריִדעֶר דײַנעֶ. אָהן שרעֶק, מײַן זוּהן! גיִך װעֶלעֶן מיִר זיִך אַלעֶ זעֶהן איִן אײֵנעֶם אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט.

אוּן אַז מ׳האָט דאָס קיִנד אַרוׂיסגעֶפיִהרט צוּם טוׂיט, בּעֶט זיִך דיִ מוּטעֶר פאַר׳ן קֵיסָר: האָבּ רַחְמָנוּת אוּן טוׂיט מיִך פריִהעֶר אוּן דעֶרנאָך איִהם. קײֵנעֶר האָט איִהר אָבּעֶר ניִשט געֶהעֶרט. פאַלט־צוּ דיִ מוּטעֶר איִן דעֶר לעֶצטעֶר מיִנוּט צוּ׳ם קיִנד, האַלזט איִהם אוּן קיִשט איִהם אוּן װיִל זיִך פוּן איִהם ניִשט אָפּרײַסעֶן.

— געֶה — זאָגט זיִ — זוּהן מײַנעֶר, צוּ אוּנזעֶר אַלטעֶן פאָטעֶר אַבְרָהָם אוּן זאָג איִהם: אַזוׂי האָט מײַן מאַמעֶ געֶזאָגט: „נעֶהם זיִך ניִשט איִבּעֶר, דוּ האָסט אײֵן עֲקֵדָה געֶמאַכט אוּן איִך זיִבּעֶן; בּײַ דיִר איִז געֶװעֶן נוּר געֶפּרוּבט, בּײַ מיִר — געֶטהוּן”.

אוּן אוּנטעֶר דעֶר מוּטעֶר׳ס העֶנד האָט מעֶן דאָס לעֶצטעֶ קיִנד געֶטוׂיט. איִז זיִ אַרוׂיף בּאַלד אוּף אַ דאַך, זיִך אַראָפּגעֶװאָרפעֶן אוּן צוּשלאָגעֶן זיִך אוׂיף טוׂיט.

III.

אַז דיִ גריִעכעֶן זעֶנעֶן אַרײַן איִן בֵּית־הַמִקְדָש, האָבּעֶן זײֵ פעֶראוּמרײנעֶגט אַלעֶ בּוֹימלעֶן.

שפּעֶטעֶר, אַז דיִ חַשְמוֹנָאִים האָבּעֶן זײֵ בּײַגעֶקוּמעֶן, האָט מעֶן געֶזוּכט רײֵנעֶם בּוׂימעֶל אוׂיף אָנציִנדעֶן דיִ מְנוֹרָה אוּן געֶפוּנעֶן אײֵן קריִגעֶל, פעֶר׳חַתמ׳עֶט מיִט׳ן כּהֵן־גָדוׂל׳ס זיִגעֶל, אוּן דאָרט איִז געֶװעֶן בּוׂימעֶל נוּר אוׂיף אײֵן טאָג, איִז געֶשעֶהן אַ נֵס אוּן דאָס בּיִסעֶל בּוׂימעֶל האָט געֶבּרעֶנט גאַנצעֶ אַכט טאָג.

↤ 14

דעֶריִבּעֶר האָט מעֶן אײַנגעֶפיִהרט דעֶם יוׂם־טוׂב מיִט חֲנוּכָּה־ליִכטליך אַכט טאָג.

יַנְאַי הַמֶלֶךְ ¹).

יַנְאַי הַמֶלֶך איִז אַװעֶק איִן כּוֹחֲלִית, װאָס ליִגט איִן מִדְבָּר, אוּן אײַנגעֶנוּמעֶן דאָרט זעֶכציִג שטעֶדט.

צוּריִקקוּמעֶנדיִג, האָט עֶר צוּנוׂיפגעֶרוּפעֶן אַלעֶ חַכְמֵי־יִשְׂרָאֵל אוּן זײֵ געֶזאָגט:

— װעֶן אוּנזעֶרעֶ עֶלטעֶרעֶן האָבּעֶן געֶבּוׂיט דעֶם בֵּית־הַמִקְדָש, האָבּעֶן זײֵ איִן אײַלעֶניִש אוּן אָרעֶמקײַט געֶגעֶסעֶן געֶזאַלצעֶנס; איִצט, אַז גאָט האָט אוּנז אַזוׂי געֶהאָלפעֶן, לאָמיִר מאַכעֶן אוּנזעֶרעֶ עֶלטעֶרעֶן אַן אַנדעֵנקוּנג אוּן אוׂיך עֶסעֶן געֶזאַלצעֶנס. האָט מעֶן דעֶרלאַנגט געֶזאַלצעֶנס אוׂיף גאָלדעֶנעֶ טיִשעֶן.

איִז דאָרט געֶװעֶן אײֵנעֶר אֶלְעָזָר בֶּן פּוֹעִירָא, אַ פּעֶרדאָרבּעֶנעֶר מעֶנש אוּן אַ שלעֶכטעֶר. זאָגט עֶר צוּ יַנְאַי הַמֶלֶך,.

— דיִ פְּרוּשִים ²) טראָגעֶן אוׂיף דיִר אַ האַרץ.

— װאָס זשעֶ טהוּט מעֶן מיִט זײֵ?

— טהוּ אָן דיִ גאָלדעֶנעֶ בּלעֶך אוׂיפ׳ן שטעֶרעֶן, װעֶלעֶן זײֵ אוׂיפשטעֶהן פאַר דיִר, װיִ פאַר אַ כּהֵן־גָדוׂל, אוּן שוׂין מעֶהר ניִט קעֶנעֶן זאָגעֶן, אַז דוּ בּיִסט פָּסוּל צוּ דעֶר כּהוּנה.

האָט יַנְאַי אָנגעֶטהוּן דיִ בּלעֶך אוּן אַלעֶ זעֶנעֶן פאַר איִהם אוׂיפגעֶשטאַנעֶן.

נאָר אײֵן אַלטעֶר מאַן, יְהוּדָה בֶּן גְדִידְיָה, האָט זיִך געֶװאַגט אוּן געֶזאָגט צוּ יַנְאַי הַמֶלֶך:

— יַנְאַי הַמֶלֶך! געֶנוּג פאַר דיִר דיִ קעֶניִגס־קרוׂין, דיִ קרוׂין פוּן כְּהוּנָה אָבּעֶר לאָז־איִבּעֶר פאַר אַן אַנדעֶר כּהֵן, װײַל מעֶן רעֵדט, אַז דײַן מוּטעֶר איִז אַ מאָל געֶפאַנגעֶן געֶװאָרעֶן איִן מוֹדָעִים ³).

האָט מעֶן נאָכגעֶזוּכט אוּן ניִט געֶפוּנעֶן קײַן בּעֶװײַז, אַז דיִ מַעֲשֵׂה איִז אֱמֶת.

זעֶנעֶן דיִ חַכְמֵי יִשְׂרָאֵל אַװעֶק מיִט צאָרן.

זאָגט אֶלְעָזָר בֶּן פּוֹעִירָא צוּ יַנְאַי׳ן: גלאַט אַזוׂי אַ מעֶנשעֶן אַז מ׳איִז ↰ 15 מְבַיֵש, קוּמט דעֶרפאַר אַ האַרטעֶ שטראָף, אוּן דוּ בּיִסט דאָך מֶלֶך אוּן כּהֵן־גָדוׂל, הײַנט װיִ דאַרף מעֶן זײֵ בּעֶשטראָפעֶן!

¹) פוּן דעֶר כהניִשעֶר משפּחה חשמוֹנאים, אַ מלך בּײַ יוּדעֶן אוּן אַ כּהן. דיִ יוּדיִשעֶ געֶלעֶהרטעֶ האָבּעֶן, צוּליִעבּ פעֶרשיִעדעֶנעֶ טעמים, רעֶליִגעֶזעֶ אוּן פּאָליִטיִשעֶ, איִהם געֶװאָלט פּסל׳נעֶן פוּן דעֶר כהוּנה. ²) דיִ פאָלקס־פּאַרטײֵ, צוּ װעֶלכעֶר אַלעֶ חכמים האָבּעֶן געֶהעֶרט, זײֵ האָבּעֶן שטעֶנדיִג געֶפיִהרט מחלוֹקת מיִט דיִ אַריִסטאָקראַטעֶן, דיִ צדוּקים. ³) אַ זוּהן פוּן אַ געֶפאַנגעֶנעֶר איִז פּסוּל לכהוּנה, אַזוׂי װיִ אַ זוּהן פוּן אַ שקלאַפּיִן.

— װאָס־זשעֶ זאָל איִך טהוּן?

— װיִלסטוּ פאָלגעֶן מײַן עֵצָה — בּרעֵנג זײֵ אוּם.

— אוּן װאָס װעֶט זײַן מיִט דעֶר תּוׂרָה?

— זיִ ליִגט זיִך צוּנוׂיפגעֶװיִקעֶלט איִן װיִנקעֶל — װעֶר עֶס װיִל קעֶן קוּמעֶן לעֶרנעֶן.

איִז בּאַלד אוׂיפגעֶפלאַקעֶרט דאָס אוּנגליִק דוּרך אֶלְעָזָר בֶּן פּוֹעִירָא, אוּן דיִ חַכְמֵי־יִשְׂרָאֵל זעֶנעֶן אוׂיסגעֶ׳הרג׳עֶט געֶװאָרעֶן, אוּן דיִ װעֶלט איִז געֶװעֶן צוּטוּמעֶלט, בּיִז שִמְעוׂן בֶּן שֶטַח, דעֶר בּרוּדעֶר פוּן דעֶר קעֶניִגיִן שְלוֹמִית יַנְאַי׳ס פרוׂי, איִז געֶקוּמעֶן אוּן דוּרך איִהם האָט דיִ תּוׂרה װיִדעֶר פעֶרנוּמעֶן איִהר אַלטען פּלאַץ.




װעֶן יַנְאַי הַמֶלֶך האָט זיִך געֶלעֶגט אוׂיפ׳ן טוׂיטעֶן בּעֶט, האָט עֶר געֶהײֵסעֶן פעֶרנעֶהמעֶן זיִבּעֶציִג זְקֵנִים פוּן דיִ חַכְמֵי־יִשְׂרָאֵל אוּן אײַנזעֶצעֶן זײֵ איִן געֶפעֶנגניִש, אוּן דעֶם אוׂיפזעֶהעֶר פוּן דעֶר תְּפִיסָה האָט עֶר אָנגעֶזאָגט אַזוׂי:

— בּאַלד װיִ איִך װעֶל שטאַרבּעֶן זאָלסטוּ זײֵ אַלעֶ טוׂיטעֶן, װעֶלעֶן די יוּדעֶן בּעֶװײֵנעֶן זײֵעֶרעֶ חֲכָמִים אוּן פעֶרגעֶסעֶן צוּ פרעֶהעֶן זיִך אוׂיף מײַן טוׂיט.

דיִ פרוׂי זײַנעֶ, דיִ קעֵניִגיִן שְלוֹמִית, איִז אָבּעֶר געֶװעֶן אַ צַדֵיקֶת, האָט זיִ נאָך זײַן טוׂיט אַראָפּגעֶנוּמעֶן בּײַ איִהם פוּן האַנד דאָס ריִנג אוּן אָפּגעֶשיִקט איִן תְּפִיסָה פאַר אַ צײֵכעֶן פוּן קעֶניִגס בּעֶפעֶהל, מעֶ זאָל דיִ זְקֵנִים לאָזעֶן פרײַ, אוּן עֶרשט שפּעֶטעֶר האָט זיִ געֶמעֶלדעֶט, אַז דעֶר קעֶניִג יַנְאַי איִז געֶשטאָרבּעֶן.

הוֹרְקְנוֹס אוּן אַרִיסְטוֹבְלוֹס.

אײֵנמאָל, בְּעֵת דיִ בּריִדעֶר־חַשְמוֹנָאִים הוֹרְקְנוֹס אוּן אַרִיסְטוֹבְלוֹס האָבּעֶן געֶפיִהרט צװיִשעֶן זיִך אַ מִלְחָמָה פאַר דעֶר קרוׂין, האָט הוֹרקְנוֹס, מיִט דעֶר היִלף פוּן דיִ רוׂימעֶר, בּעֶלעֶגעֶרט דיִ שטאָדט יְרוּשָלַיִם פוּן אוׂיסעֶנװעֵניִג אוּן אַרִיסְטוֹבְלוֹס איִז געֶװעֶן פעֶרשלאָסעֶן איִנװעֵניִג.

יעֶדעֶן טאָג האָט מעֶן אַראָפּגעֶלאָזט פוּן טוׂיעֶר אַ קאָרבּ מיִט רעֵנדליִך, אוּן דיִ בּעֵלעֶגעֶרעֶר האָבּעֶן דערפאַר איִן קאָרבּ אַרײַנגעֶזעֶצט צװײֵ שאָף צוּם קָרְבַּן תָּמִיד.

איִז צװיִשעֶן זײֵ געֶװעֶן אַן אַלטעֶר מאַן, װאָס האָט פעֶרשטאַנעֶן דיִ חָכְמַת יָוָן ¹). האָט עֶר זײֵ געֶזאָגט: כָּל־זְמַן זײֵ טהוּעֶן דאָרט דיִ עֲבוׂדָה ²) איִן בֵּית־הַמִקְדָש, װעֶט איִהר ניִט קעֶנעֶן אײַננעֶהמעֶן דיִ שטאָדט.

¹) גריִכיִשעֶ װיִסעֶנשאַפט, געֶצעֶן־דיִענעֶריִשעֶ פיִלאָזאָפיִעֶ. ²) גאָטעֶס־דיִענסט.

↤ 16

אוׂיף מאָרגעֶן האָבּעֶן זײֵ צוּגעֶנוּמעֶן דיִ רעֵנדליִך אוּן אַרײַנגעֵזעֶצט אַ חֲזיִר איִן קאָרבּ. װיִ מעֶן האָט איִהם אַרוׂיפגעֶצוׂיגעֶן, האָט עֶר זיִך אײַנגעֶגריִבּעֶלט מיִט דיִ שפּיִצעֶן קלוׂיעֶן איִן מוׂיעֶר, אוּן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל איִז דעֶרציִטעֶרט געֶװאָרעֶן פיִער הוּנדעֶרט פַּרְסָא ¹) אוׂיף פיִער הוּנדעֶרט פַּרְסָא.

איִן יעֶנעֶם טאָג האָט מעֶן אוׂיסגעֶרוּפעֶן: פעֶרפלוּכט איִז דעֶר מעֶנש, װאָס האָדעֶװעֶט חֲזֵיריִם, אוּן פעֶרפלוּכט איִז דעֶר, װאָס לעֶרעֶנט זײַן זוּהן חָכְמַת יָוָן!

הוֹרְדוֹס.

הוֹרְדוֹס איִז געֶװעֶן אַ קנעֶכט איִן דיִ חַשְמוֹנָאיִם׳ס פאַמיִליִעֶ, האָט עֶר געֶװאָרפעֶן אַן אוׂיג אוׂיף אַ יוּנגעֶ פּריִנצעֶסיִן פוּן הוׂיז.

אײֵנמאָל העֶרט עֶר װיִ אַ בַּת־קוׂל רוּפט־אוׂיס: דעֶר קנעֶכט, װאָס װעֶט איִצט מוֹרֵד דיִן, װעֶט מַצְלִיחַ ²) זײַן. האָט עֶר אוׂיסגעֶ׳הרג׳עֶט דיִ גאַנצעֶ פאַמיִליִעֶ חַשְמוֹנָאִים אוּן געֶלאָזט לעֵבּעֶן נוּר יעֵנעֶ יוּנגעֶ פרוׂי, אוּן אַלײֵן האָט עֶר זיִך אוׂיסגעֶרוּפעֶן פאַר אַ מלך.

אַז זיִ האָט געֶזעֶהן, דאָס עֶר װיִל זיִ נעֶהמעֶן, איִז זיִ אַרוׂיף אוׂיפ׳ן דאַך אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן:

— װעֶר עֶס װעֶט זיִך בּעֶריִהמעֶן, אַז עֶר שטאַמט פוּן דיִ חַשְמוֹנָאִים — דעֶר איִז אַ קנעֶכט; איִך בּיִן דיִ לעֶצטעֶ פוּן דעֶר פאַמיִליעֶ!

בּײַ דיִ רעֵד איִז זיִ אַראָפּגעֶשפּריִנגעֶן פוּן דאַך אוּן געֶ׳הרג׳עֵט געֶװאָרעֶן .

האָט הוֹרדוֹס געֶנוּמעֶן אוּן בּעֶהאַלטעֶן זיִ איִן האָניִג זיִבּעֶן יאָהר, כְּדֵי מעֶ זאָל זאָגעֶן, אַז עֶר האָט זיִ געֶנוּמעֶן פאַר אַ פרוׂי.

אוּן דיִ חֲכָמִים האָבּעֶן איִהם ניִט אָנעֶרקעֶנט פאַר אַ מֶלֶך, װײַל עֶר איִז אַן אֲדוֹמִי, ניִט קײֵן יוּד, אוּן איִן דעֶר תּוׂרָה שטעֶהט געֶשריִבּעֶן: „פוּן צװיִשעֶן דײַנעֶ בּריִדעֶר זאָלסטוּ זיִך מאַכעֶן אַ מֶלֶך, טאָרסט ניִט מאַכעֶן קײַן פרעֶמדעֶן פאַר אַ קעֵניִג”.

האָט עֵר זײֵ אַלעֵ אוֹסגעֶ׳הרג׳עֶט, נאָר אײֵן בָּבָא בֶּן בּוּטָא געֶלאָזט לעֶבּעֶן, — כְּדֵי צוּ האָבּעֶן מיִט װעֶמעֶן זיִך אַמאָל אַן עֵצָה האַלטעֶן, עֶר האָט איִהם אָבּעֵר בּעֶקרײֵנט מיִט אַן איִגעֶל־קראַנץ ³) אוּן אוׂיסגעֶשטאָכעֶן דיִ אוׂיגעֶן.

אײֵנמאָל קוּמט הוֹרדוֹס צוּ איִהם פעֶרשטעֶלטעֶרהײֵד אוּן זאָגט איִהם מיִט אַ פעֶרעֵנדערט קוׂל:

— האָסטוּ געֶזעֵהן, װאָס דעֶר בּעֵזעֶר שקלאַף צוּאַרבּײט?

— װאָס־זשעֵ קעֶן איִך טהוּן?

— פעֶרשעלט איִהם!

¹) פיִער װיאָרסט, בּערך. ²) אָפּגיִלטעֶן, אָפּגליִקעֶן. ³) אַ קראַנץ פוּן פּיאַװקעֶס.

↤ 17

— „אַפיִלוּ איִן געֶדאַנק זאָלסטוּ קײֵן קעֶניִג ניִט שעֶלטעֶן” ¹).

— דעֶר איִז דאָך אָבּעֶר קײֵן מֶלֶך ניִט.

— „אוּן אַ עֶלסטעֶן פוּן דײַן פאָלק זאָלסטוּ ניִט פלוּכעֶן” ¹).

— דעֶר איִז דאָך אָבּעֶר פוּן פאָלק אֱדוׂם, אוּן זײַן אוׂיפפיִהרוּנג איִז ניִט יוּדיִש.

— איִך האָבּ מוׂרָא, מעֶ װעֶט איִהם אָפּדעֶרצעֶהלעֶן.

— קײֵנעֶר איִז דאָך דאָ ניִטאָ, חוּץ אוּנז בּײֵדעֶן.

— „אַ פוׂיגעֶל קעֶן אָפּטראָגעֶן דאָס קוׂל ¹)!”

זאָגט הוֹרדוֹס: דאָס בּיִן איִך! װעֶן איִך װײֵס, אַז דיִ חֲכָמִים זעֶנעֶן אַזעֶלכעֶ פאָרזיִכטיִגעֶ — װאָלט איִך זײֵ ניִט אוׂיסגעֶ׳הַרג׳עֶט, איִצט מיִט װאָס זאָל איִך פעֶרריִכטעֶן מײַן פעֶהלעֶר?

— דוּ האָסט אוׂיסגעֶלאָשעֶן דיִ ליִכטיִגעֶ שײַן — דיִ חֲכָמִים, געֵה בּוֹי אוׂיס אַ נײַעֶם בֵּית־הַמִקְדָש, װאָס לײַכט פאַר אַלעֶ פעֶלקעֶר.

— איִך האָבּ מוׂרָא פאַר דעֶר מְלוּכָה פוּן רוׂים, זיִ װעֶט ניִט עֶרלוׂיבּעֶן.

— שיִק אַהיִן אַ שָׁלִיחַ, װעֶט עֶר געֶהן אַהיִן אַ יאָהר, דאָרט זיִך אָפּזוֹימעֶן אַ יאָהר, צוּריִקגעֶהן אַ יאָהר, דעֶרװײַל װעֶסטוּ צעֶװאַרפעֶן אוּן אוׂיפבּוׂיעֶן.

אוּן הוֹרדוֹס האָט אַזוׂי געֶטהוּן.

שפּעֶטעֶר איִז אָנגעֶקוּמעֶן אַן עֶנטפעֶר פוּן רוׂים:

— האָסטוּ ניִט צעֶװאָרפעֶן — װאַרף ניִט! האָסטוּ צעֶװאָרפעֶן, — בּוֹי ניִט! האָסטוּ צעֶװאָרפעֶן אוּן אוׂיפגעֶבּוׂיט — שלעֶכטעֶר קנעֶכט! פריִהעֶר אָפּגעֶטהוּן — נאָך דעֶם זיִך בּעֶראָטעֶן! בּיִזט אַ העֶלד אוּן טראָגסט געֶװעֶהר, נאָר דײַן יִחוּס־בּריִעף איִז דאָ: ניִט קײַן מֶלֶך, ניִט קײַן בֶּן־מֶלֶך — הוֹרדוֹס קנעֶכט איִז געֶװאָרעֶן האַר.

װעֶן מעֶן האָט איִבּעֶרגעֶבּוׂיט דעֶם בֵּית־הַמִקְדָש איִן הוֹרדוֹס׳עֶס צײַטעֶן, פלעֶגט געֶהן רעֶגעֶן נוּר בּײַנאַכט. איִן דעֶר פריִה טהוּט דעֶר װיִנד אַ בּלאָז — אוּן צוּטרײַבּט דיִ װאָלקעֶן אוּן דיִ זוּן שײַנט־אוׂיף, איִז מעֶן געֶגאַנגעֶן צוּ דעֶר אַרבּײַט אוּן געֶװאוּסט, אַז זײֵ טהוּעֶן גאָט׳ס װעֶרק.

װעֶר עֶס האָט ניִט געֶזעֶהן הוֹרדוֹס׳עֶס בִּנְיָן, האָט אוׂיף זײַן לעֶבּעֶן קײַן שעֵהן געֶבּײַ ניִט געֶזעֶהן. עֶר האָט איִהם געֶבּוׂיט פוּן װײַסעֶן אוּן קאָליִרטעֶן מאַרמאָר אוּן בּלוׂיעֶן מאַלאַכיִט, אײֵן שטײֵן אַרײַן — דעֶר אַנדעֶרעֶר אַרוׂיס. עֶר האָט עֶס נאָך געֶװאָלט בּעֶדעֶקעֶן מיִט גאָלד, האָבּעֶן איִהם דיִ חֲכָמִים געֵזאָגט ; „לאָז, אַזוׂי איִז שעֶהנעֶר: עֶס װײַזט אוׂיס װיִ דיִ איִנדעֶן ²) פוּן יַם”.

¹) דאָס זעֶנעֶן װעֶרטעֶר פוּן פּסוּק. ²) פאַליעֶס, טוּנקעֶלעֶר גרוּנד מיִט װײַסעֶן שוׂים.

↤ 18

כֹּהֲנִים אוּן קָרְבָּנוׂת.
I.

אַגריִפַס הַמֶלֶך האָט אַמאָל געֶװאָלט מַקְרִיב זײַן טוׂיזעֶנד קָרְבַּן עוֹלוׂת מיִט אַמאָל אוּן האָט בּעֶפוׂילעֶן דעֶם כּהֵן־גָדוׂל, מעֶן זאָל דעֶם טאָג בּײַ קײֵנעֶם קײַן קָרְבָּנוׂת ניִט אָננעֶהמעֶן.

קוּמט אַן אָרעֶמאַן אוּן בּרעֵנגט צװײֵ טוׂיבּעֶן, אוּן דעֶר כּהֵן גָדוׂל װיִל זײֵ ניִט צוּנעֶהמעֶן. זאָגט דעֶר אָרעֶמאַן:

— אֲדוֹנִי כּהֵן גָדוׂל! פיִער פאַנג איִך יעֶדעֶן טאָג, צװײֵ בּיִן איִך מַקְרִיב, מיִט צװײֵ דעֶרנעֶהר איִך זיִך, װעֶן דוּ נעֶהמסט איִצט ניִט בּײַ מיִר דאָס פּאָר טוׂיבּעֶן — גראָבּסטוּ אוּנטעֶר מײַן פַּרְנָסָה.

האָט דעֶר כּהֵן־גָדוׂל צוּגעֶנוּמעֶן דיִ טוׂיבּעֶן. װײַזט מעֶן אַגריפס׳ן איִן חָלוׂם: דעֶם אָרעֶמאַנ׳ם קָרְבָּן איִז פריִהעֶר אָנגעֶנוּמעֶן געֶװאָרעֶן.

שיִקט עֶר רוּפעֶן דעֶם כּהֵן־גָדוׂל אוּן רעֶדט איִהם אוׂיס. דעֶרצעֶהלט איִהם דעֶר כּהֵן גָדוׂל װיִ דיִ זאַך איִז פאָרגעֶקוּמעֶן, זאָגט אַגריִפס:

— רעֶכט האָסטוּ געֶטהוּן.

פיִער אוּן צװאַנציִג װאַכעֶן האָבּעֶן זיִך געֶבּיִטעֶן איִן בֵּית־הַמִקְדָש, יעֶדעֶ װאַך איִז אָפּגעֶשטאַנעֶן אַ װאָך.

בּײַנאַכט פלעֶגט דעֶר אוׂיפזעֶהעֶר אַרוּמגעֶהן מיִט פאַקעֶלעֶן אוּן זעֶהן ציִ דיִ כּהֲנִים שטעֶהעֶן אוׂיף דעֶר װאַך. װעֶר עֶס האָט איִהם ניִט בּעֶגריִסט, איִז אַ סיִמָן אַז עֶר שלאָפט, אוּן דעֶר אוׂיפזעֶהעֶר האָט געֶהאַט דאָס רעֶכט צוּנעֶהמעֶן זײַן מאַנטעֶל אוּן פעֶרבּרעֶנעֶן.

פריִהעֶר איִז געֶװעֶן אײַנגעֶפיִהרט, אַז װעֶר עֶס װיִל קעֶן געֶהן אָפּרוׂימעֶן דאָס אַש פוּנ׳ם מִזְבֵּחַ, שפּעֶטעֶר האָבּעֶן זיִך אוׂיף דעֶם געֶפוּנעֶן צװיִשעֶן דיִ כּהֲנִים פיִעל בַּעְלָנִים, — האָט מעֶן געֶמאַכט, אַז איִן דעֶר מִצְוָה איִז זוֹכֶה דעֶר, װעֶר עֶס פעֶרחאַפּט פריִהעֶר.

אײֵנמאָל זעֶנעֶן צװײֵ גלײַך געֶלאָפעֶן אוׂיפ׳ן טרעֶפּ צוּם מִזְבֵּחַ־אַש אוּן אײֵנעֶר האָט דעֶם צװײֵטעֶן אַ שטוׂיס געֶטהוּן, איִז עֶר אַראָפּגעֶפאַלעֶן אוּן אוׂיסגעֶבּראָכעֶן זיִך אַ פוּס; פוּן דעֶמאָלט אָן האָט מעֶן אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ װאַרפעֶן גוֹרָל.

נאָך אַ מַעֲשֶה האָט געֶטראָפעֶן, אַז לוֹיפנדיִק, האָט אײֵן כּהֵן דעֶם אַנדעֶרעֶן דעֶרשטאָכעֶן מיִט אַ מעֶסעֶר, האָט זיִך רַבִּי צָדוֹק געֶשטעֶלט אוֹיף דיִ ↰ 19 טרעֶפּ פוּן פאָרזאַל ¹) אוּן געֶזאָגט: בּריִדעֶר, בֵּית יִשְׂרָאֵל, העֶרט! עֶס שטעִהט איִן דעֶר הײֵליִגעֶר תּוׂרָה, אַז מעֶן געֶפיִנט אַ געֶ׳הַרגט׳עֶן איִן מיִטעֶן פעֶלד, דאַרפען זיִך צוּנוׂיפקלוׂיבּעֶן דיִ עֶלטסטעֶ פוּן דיִ אַרוּמיִגעֶ שטעֶדט אוּן קעֶפּעֶן אַ קאַלבּ אוּן אוׂיסרוּפעֶן: „אוּנזעֶרעֶ העֶנד זעֶנעֶן רײֵן פוּן אוּנשוּלדיִג בּלוּט”. איִצט װעֶר דאַרף בּרעֶנגעֶן דיִ עֶגְלָה עֲרוּפָה ²), דיִ שטאָדט יְרוּשָלַיִם, ציִ דיִ כּהֲנִים פוּן בֵּית־הַמִקְדָש? װעֶר איִז שוּלדיִג איִן דעֶם בּלוּט?

האָט דעֶר גאַנצעֶר עוֹלָם אוׂיסגעֶבּראָכעֶן איִן אַ געֶװײֵן.

דעֶרװײַל קוּמט צוּלוׂיפעֶן דעֶם יוּנגעֶן־מאַן׳ס פאָטעֶר אוּן זאָגט: מײַן קיִנד צאַפּעֶלט זיִך נאָך — איִז דעֶר מעֶסעֶר נאָך ניִט טָמֵא ³).

אַזוׂי װיִכטיִג איִז בּײַ זײֵ געֶװעֶן דעֶר עִנְיָן פוּן טַהֲרָה ⁴)!

סוׂף װאָך, אַז דיִ װאַכעֶן פלעֶגעֶן זיִך בּײַטעֶן, האָבּעֶן זײֵ אײֵנס דאָס אַנדעֶרעֶ געֶבּעֶנשט:

— דעֶר װאָס האָט געֶמאַכט רוּהעֶן זײַן נאָמעֶן איִן דעֶם הוׂיז, זאָל צװיִשעֶן אײַך מאַכעֶן רוּהעֶן ליִעבּשאַפט אוּן בּריִדעֶרשאַפט, פריִעד אוּן פרײַנדשאַפט.

II.

דעֶר כּהֵן־גָדוׂל האָט געֶדאַרפט זײַן גרעֶסעֶר פוּן אַלעֶ איִבּריִגעֶ כּהֲנִים איִן פיִנף זאַכעֶן: איִן שעֵהנקײַט, כּוֹח, רײַכקײַט, חָכְמָה אוּן אוׂיסזעֶהן.

אַמאָל האָט מעֶן פִּנְחָס דעֶם שטײֵן־קריִצעֶר אוׂיפגעֶנוּמעֶן פאַר אַ כּהֵן גָדוׂל, קוּמעֶן דיִ כּהֲנִים אוּן טרעֶפעֶן איִהם, װיִ עֶר שטעֵהט אוּן האַקט שטײֵנעֶר פוּן בּאַרג, האָבּעֶן זײֵ אָנגעֶשאָטעֶן אַ פוּלעֶן שטײֵן־בּרוּך מיִט גאָלד אוּן איִהם אַװעֶקגעֶשעֶנקט, אוּן מעֶהר איִהם ניִ טגעֶלאָזעֶן אַרבּײַטעֶן.

מעֶ דעֶרצעֵהלט אוׂיף רַבִּי יִשְמָעֵאל בֶּן פאַבּי, אַז זײַן מוּטעֶר האָט איִהם געֶמאַכט אַ לײַנעֶן־העֶמדיִל פאַר הוּנדעֶרט מָנֶה⁵), האָט עֶר עֶס אײֵנמאָל אָנגעֶטהוּן צוּ דעֶר עֲבוֹדָה אוּן בּאַלד אַװעֶקגעֶשעֶנקט איִן בֵּית־הַמִקְדָש, אַנדעֶרעֶ כּהֲנִים זאָלעֵן עֶס טראָגעֶן.

רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן חַרְסוּם׳ס מוּטעֶר האָט איִהם געֶמאַכט אַ העֶמדיִל, װאָס האָט אָפּגעֶקאָסט צװאַנציִג טוֹיזעֶנר גיִלדעֶן. ס׳איִז געֶװעֶן אַזוֹי אײֵדעֶל פײַן, אַז דיִ כּהֲנִים האָבּעֶן איִהם עֶס ניִט געֶלאָזט אָנטהוּן צוּ דעֶר עֲבוׂדָה, װײַל פוּן װײַטעֶן האָט אוׂיסגעֶזעֶהן, װיִ עֶר שטעֶהט נאַקעֶט.

¹) אוּלם. ²) דיִ געֶקעֶפּטעֶ קאַלבּ. ³) אַ מת איִז מטמא דיּ כלים װאָס בּעֶריִהרעֶן איִהם. ⁴) רײֵנקײַט. ⁵) מנה — הוּנדעֶרט גיִלדעֶן.

↤ 20

דעֶר עֶרשטעֶר בֵּית־הַמִקְדָש איִז געֶשטאַנעֶן פיִער הוּנדעֶרט צעֶהן יאָהר, אוּן דיִ גאַנצעֶ צײַט האָבּעֶן דאָרט געֶדיִענט ניִט מעֶהר װיִ אַכצעֶהן כּהֲנִים גְדוׂלִים.

דעֶר צװײֵטעֶר בֵּית־הַמִקְדָש איִז געֶשטאַנעֶן פיִער הוּנדעֶרט צװאַנציִג יאָהר, אוּן פאַר דעֶר צײַט זעֶנעֶן איִבּעֶרגעֶװעֶן העֶכעֶר דרײַ הוּנדעֶרט כּהֲנִים גְדוׂלִים. װעֶן מעֶן זאָל אַראָפּרעֶכעֶנעֶן דיִ פעֶרציִג יאָהר, װאָס שִמְעוׂן הַצַדִיק האָט געֶדיִענט, אַכציִג יאָהר פוּן יוֹחָנָן כּהֵן גָדוׂל, צעֶהן — פוּן ר׳ יִשְמָעֵאל בֶּן פַאבִּי אוּן עֶלף — פוּן ר׳ אֱלִיעֶזֶר בֶּן חַרְסוּם, קוּמט־אוׂיס אַז פוּן דיִ איִבּעֶריִגעֶ האָט קײֵנעֶר קײַן יאָהר ניִט דעֶרצוׂיגעֶן.

אַלץ דעֶרפאַר, װאָס זײֵ האָבּעֶן געֶקוׂיפט דיִ כְּהוּנָה פאַר געֶלד. מָרְתָא בַּת בַּיְתוּס האָט בּעֶצאָהלט דרײַ טעֶפּ רעֶנדלעֶך דעֶרפאַר, װאָס מעֶן האָט יְהוֹשֻעַ בֶּן גַמְלָא געֶקרוׂינט פאַר אַ כּהֵן־גָדוׂל.

III.

רַבִּי יִשְמָעֵאל בֶּן קִמְחִית איִז אַמאָל יוׂם־כִּפּוּר אַרוׂיסגעֶגאַנגעֶן פוּן בֵּית־הַמִקְדָש אַנטקעֶגעֶן דעֶם אַראַבּיִשעֶן מֶלֶך אוּן געֶרעֶדט מיִט איִהם. איִז געֶפאַלעֶן אוׂיף איִהם אַ שפּרעֵנקיִל ¹) פוּן מֶלֶך׳ס מוׂיל — איִז עֶר אוׂיף דעֶם טאָג טָמֵא ²) געֶװאָרעֶן, אוּן יְשֵבָב זײַן בּרוּדעֶר האָט זיִך געֶשטעֶלט אוׂיף זײַן אָרט אוּן געֶעֶנדיִגט דיִ עֲבוֹדָה, — האָט דיִ מוּטעֶר זוֹכֶה געֶװעֶן צוּ זעֶהן צװײֵ זיִהן כּהֲנִים גְדוׂלִים איִן אײֵן טאָג.

זיִבּעֶן זיִהן האָט זיִ געֶהאַט אוּן אַלעֶ כְּסֵדֶר זעֶנעֶן געֶװעֶן כּהֲנִים גְדוׂלִים. פרעֶגט מעֶן זיִ: מיִט װאָס האָסטוּ עֶס זוֹכָה געֶװעֶן?

עֶנטפעֶרט זיִ: — צײַט איִך לעֶבּ, האָבּעֶן דיִ בּאַלקעֶן פוּן מײַן הוׂיז ניִט געֶזעֶהן מײַנעֶ צעֶפּ האָר.

אײֵנמאָל, אוּם מוֹצָאֵי־יוׂם־כִּפּוּר, איִז דעֶר כּהֵן־גָדוׂל אַרוׂיס פוּן בֵּית הַמִקְדָש, אוּן דאָס פאָלק האָט איִהם בּעֶגלײֵט. װיִ זײֵ האָבּעֶן דעֶרזעֶהן שְמַעְיָה וְאַבְטַלְיוֹן ³), האָבּעֶן זײֵ איִהם פעֶרלאָזעֶן אוּן נאָכגעֶגאַנגעֶן נאָך שְמַעְיָה וְאַבְטַלְיוֹן. אַז דיִ בּײֵדעֶ תַּנָאִים האָבּעֶן זיִך געֶזעֶגעֶנט מיִט׳ן כּהֵן גָדוׂל, זאָגט עֶר זײֵ:

— זאָלעֶן דיִ פעֶלקעֶר־קיִנדעֶר ⁴) געֶהן לשָלוׂם.

¹) שפּריִץ שפּײַעֶכץ. ²) דאָס ליחוֹת פוּן אַ אוּמרײֵנעֶם מעֶנשעֶן איִז מטמא בּיִז אוׂיף מאָרגעֶן. ³) צװײֵ גרוׂיסעֶ חכמי ישראל. ⁴) שמעיה ואַבטליוֹן שטאַמעֶן פוּן גרים.

↤ 21

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם: דיִ פעֶלקעֶר־קיִנדעֶר, װאָס געֶהעֶן איִן אַהֲרן הַכּהֵן׳ס װעֶגעֶן, געֶהעֶן מיִט שָׁלוׂם, אוּן אַהֲרנ׳ס קיִנדעֶר, װאָס געֶהעֶן ניט איִן זײַנעֶ װעֶגעֶן, זעֶנעֶן װײַט פוּן שָׁלוׂם.

קָרְבַּן פֶּסַח.

דעֶם קָרְבַּן פֶּסַח פלעֶגט מעֶן שעֶכטעֶן איִן דרײַ כִּתּוֹת ¹), װײַל אַלעֶ מיִט אַמאָל האָבּעֶן ניִט געֶקעֶנט אַרײַן איִן בֵּית־הַמִקְדָש. װיִ דיִ עֲזָרָה ²) איִז פוּל געֶװאָרעֶן מיִט מעֶנשעֶן, האָט מעֶן פעֶרמאַכט דיִ טוׂיעֶרעֶן אוּן געֶבּלאָזעֶן שוׂפָר דרײַ מאָל, כְּדֵי צוּ געֶבּעֶן װיִסעֶן דעֶם עוׂלָם, אַז דיִ עֲזָרָה איִז שוׂין פעֶרפוּלט. אוּן צװײֵ שוּרוׂת כּהֲנִים זעֶנעֶן געֵשטאַנעֶן פוּן עֲזָרָה בּיִז׳ן מִזְבֵּחַ, אײֵנעֶ מיִט זילבּעֶרנעֶ לעֶפעֶל, אײֵנעֶ — מיִט גאָלדעֶנעֶ. אוּן װיִ מעֶן האָט דעֶם קָרְבָּן געֶשאָכטעֶן, האָט מעֶן פוּן האַנד צוּ האַנד איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן דאָס בּלוּט אוׂיף צוּ שפּרעֶנגעֶן ³) אוׂיפ׳ן מזְבֵּחַ, דיִ פוּלעֶ לעֶפעֶל — מיִט דעֶר רעֶכטעֶר האַנד — צוּם מִזְבֵּחַ, אוּן מיִט דעֶר ליִנקעֶר — דיִ לײֵדיִגעֶ לעֶפעֶל צוּריִק.

אָפּגעֶפאַרטיִגט זיִך מיִט דעֶר עֶרשטעֶר כּתּה — איִז אַרײַן דיִ צװײֵטעֶ, דעֶרנאָך — דיִ דריִטעֶ. בײַ יעֶדעֶר כּתּה האָט מעֶן געֶזאָגט הַלֵל, בּיִז מעֶן האָט אַלעֶ קָרְבָּנוֹת צוּרעֶכט געֶמאַכט, אוּן דיִ אַרבּײַט איִז געֶגאַנגעֶן אַזוׂי פליִנק, אַז מעֶהר װיִ צװײֵ מאָל האָט מעֶן ניִט געֶדאַרפט איִבּעֶר׳חַזר׳ן דעֶם הַלֵל. צוּ דעֶר דריִטעֶר כּתּה האָט מעֶן שוׂין דעֶם הַלֵל ניִט דעֶרזאָגט בּיִז׳ן סוׂף, װײַל ס׳איִז געֶבּליִבּעֶן װעֵניִג מעֶנשעֶן.

בּײַ אַזאַ עֵנגשאַפט האָט דאָך קײֵן מאָל ניִט געֶטראָפעֶן קײֵן אוּנגליִק מיִט מעֶנשעֶן, חוּץ אײֵן פֶּסַח איִן הִלֵל הַזָקֵן׳ס צײַטעֶן, װאָס אַ מעֶנש איִז דעֶרשטיִקט געֶװאָרעֶן, האָט מעֶן יעֶנעֶם פֶּסַח געֶרוּפעֶן „צוּריִבּעֶנעֶר פֶּסַח”.

אײֵנמאָל האָט אַגריִפס הַמֶלֶך געֶװאָלט װיִסעֶן דיִ צאָהל יוּדעֶן, װאָס קוּמעֶן קײַן יְרוּשָלַיִם אוׂיף פֶּסַח, האָט עֶר געֶהײֵסעֶן דעֶם כּהֵן־גָדוׂל עֶר זאָל פוּן יעֶדעֶן קָרְבָּן אַראָפּנעֶהמעֶן אַ ניִער. שפּעֶטעֶר האָט מעֶן אוׂיסגעֶצעֵהלט זעֵכציִג טוׂיזעֶנד פּאָר ניִערעֶן — דאָפּעֶלט װיִ דיִ יוֹצְאֵי מִצְרַיִם. פיִעל יוּדעֶן זעֶנעֶן דאָך אָבּעֶר פעֶרבּליִבּעֶן איִן װײטעֶן װעֶג, אַ טײֵל זעֶנעֶן געֶװעֶן טָמֵא אוּן ניִט געֶטאָרט בּרעֵנגעֶן דעֶם קָרְבַּן פֶּסַח, אוּן דיִ איִבּעֶריִגעֶ פלעֶגעֶן זיִך דאָך פעֵראײֵניִגעֶן ניִט װעֵניִגעֶר װיִ צעֶהן מאַן אוׂיף אײֵן קָרְבַּן פֶּסַח, װײַל מעֶן האָט איִהם געֶמוּזט אָפּבּראָטעֶן אוּן איִן גאַנצעֶן אוׂיפעֶסעֶן דיִ זעֶלבּעֶ נאַכט; דעֶרפוּן איִז געֶדרוּנגעֶן, אַז דאָס יוּדיִשעֶ פאָלק האָט דעֶמאָלט געֶצעֵהלט העֶכעֶר זעֶקס מײַאָן מאַן.

¹) גרוּפּעֶס, פּאַרטיעֶס. ²) האַלעֶ. ³) שפּריִצעֶן.

↤ 22

אײֵנעֶר אַ גוׂי פלעֶגט אַלעֶ פֶּסַח קוּמעֶן קײַן ירוּשלים פעֶרשטעֶלט פאַר אַ יוּדעֶן אוּן מיִט־עֶסעֶן דעֶם קרבּן פּסח גלײַך מיִט אַלעֶמעֶן.

אײֵנמאָל קוּמט עֶר צוּ ר׳ יְהוּדָה בֶּן בְּתֵירָא אוּן בּעֶריִהמט זיִך:

— איִן אײַעֶר תּוׂרה שטעֶהט: „קײַן פרעֶמדעֶר זאָל איִהם ניִט עֶסעֶן” — אוּן איִך בּעֶקוּם אַלעֶ יאָהר דאָס שעֶהנסטעֶ אוּן דאָס בּעֶסטעֶ.

פרעֶגט איִהם ר׳ יהוּדה בּן בּתירא:

— אוּן קאָדעֶ ¹) האָט מעֶן דיִר געֶגעֶבּעֶן?

— נײֵן.

— דאָס צװײֵטעֶ מאָל בּעֵט, װעֶסטוּ פעֶרזוּכעֶן.

אוׂיף איִבּעֶר אַ יאָהר קוּמט יעֶנעֶר װיִדעֶר אוּן בּעֶט:

— גיִט מיִר קאָדעֶ!

— סטײַטש, דאָס איִז מעֶן דאָך גאָר מַקְרִיב אוׂיפ׳ן מִזְבֵּחַ!?...

— אוּן ר׳ יהוּדה בּן בּתירא האָט מיִר געֶהײֵסעֶן בּעֵטעֶן.

האָט מעֶן איִהם אוּנטעֶרזוּכט אוּן מ׳איִז דעֶרגאַנגעֶן, אַז עֶר איִז אַ גוֹי.

האָבּעֶן זײֵ געֶשיִקט אַ בּריִעף צוּ ר׳ יהוּדה:

— פריִעד צוּ דיִר, ר׳ יְהוּדָה בֶּן בְּתֵירָא, װאָס דוּ זיִצט איִן נְצִיבִין (בָּבֶל) אוּן דײַן נעֶץ איִז פעֶרשפּרײֵט אוׂיף ירוּשלים!

בִּכּוּרִים ²).

װיִ דיִ עֶרשטעֶ פרוּכט װעֶרט צײַטיִג, זאַמלעֶן זיִך אוׂיף אַלעֶ אַרוּמיִגעֶ שטעֶהט איִן מַעֲמָד־שטאָדט ³) אוּן נעֶכטיִגעֶן אוׂיפ׳ן גאַס איִנמיִטעֶן שטאָדט.

פאַרטאָג געֵהט־אַרוׂיס דעֶר אוׂיפזעֶהעֶר פוּן דעֶם מַעֲמָד אוּן רוּפט אוׂיס.

— קוּמט געֵהן קײַן צִיוֹן איִן גאָטס־הוׂיז.

דיִ נאָהעֶנטעֶ בּרעֵנגעֶן פריִשעֶ פײַגעֶן אוּן װײַנטרוׂיבּעֶן, אוּן דיִ װײַטעֶ — געֶטריִקעֶנטעֶ פײַגעֶן מיִט ראָזיִנקעֶם. דעֶר אָקס געֵהט פאָראוׂיס, דיִ העֶרנעֶר בּעֶדעֶקט מיִט גאָלד אוּן אַ אײֵלבּיִרט־קראַנץ אוׂיפ׳ן קאָפּ. דיִ פלײֵט שפּיִלט דעֶם גאַנצעֶן װעֶג, בּיִז זײֵ קוּמעֶן צוּ נאָהעֶנט צוּ יְרוּשָלַיִם. דיִ האַרעֶן אוּן עֶלטסטעֶ, כּהֲנִים אוּן לְוִיִם געֵהעֶן־אַרוׂיס אַנטקעֶגעֶן אוּן אַלעֶרלײֵ האַנדװעֶרקעֶר שטעֵהעֶן צעֶכעֶן־װײַז אוּן בּעֶגריִסעֶן:

— בּריִדעֶר פוּן יעֶנעֶם אוּן יעֶנעֶם אָרט, קוּמט אַרײַן מיִט פריִעדעֶן!

¹) אַליה, װײֵדעֶל־פעֶט פוּן שאָף. ²) דיִ עֶרשטעֶ פרוּכט. ³) אַ בּעֶציִרק, ראַיאָן. ארץ ישראל אוּן צוּטײֵלט געֶװעֶן אוׂיף

אוּן דיִ פלײֵט געֵהט אַלץ פאָראוׂיס אוּן שפּיִלט, בּיִז זײֵ קוּמעֶן צוּם הַר־הַבַּיִת. װיִ זײֵ קוּמעֶן אַהיִן, מעֶג זײַן אַפיִלוּ אַגריִפס הַמֶלֶך — נעֶהמט עֶר ↰ 23 זײַן קאָרבּ אוׂיף דיִ אַקסעֶל אוּן טראָגט זיִ צוּ דעֶר עֲזָרָה. דעֶרבּײַ שטעֵהעֶן שוׂין דיִ לְוִיִם אוּן זיִנגעֶן:

— איִך לוׂיבּ דיִך גאָט, װאָס דוּ האָסט מיִך דעֶרהוׂיבּעֶן!

דיִ רײַכעֶ פלעֶגעֶן בּרעֵנגעֶן זײֵעֶרעֶ בִּכּוּרִים איִן גאָלדעֶנעֶ אוּן זילבּעֶרנעֶ כֵּלִים, אוּן דיִ אָרעֶמעֶ איִן קעֶרבּ, געֶפלאָכטעֶן פוּן געֶשײֵלטעֶ װײֵדעֵ־ריִטעֶר ¹), דיִ קעֶרבּ פלעֶגט מעֶן איִבּעֶרלאָזעֶן צוּזאַמעֶן מיִט דיִ בִּכּוּרִים.

שִׂמְחַת בֵּית הַשׁוֹאֵבָה²).

װעֶר עֶס האָט ניִט געֶזעֶהן דעֶם פּאַראַד פוּן שִׂמְחַת בֵּית הַשׁוֹאֵבָה איִן בֵּית־הַמִקְדָש, האָט קײַן פרעֵהליִכס אוׂיף זײַן לעֶבּעֶן ניִט געֶזעֶהן.

דיִ עֶרשטעֶ נאַכט חוֹל־הַמוׂעֵד סוּכּוׂת, געֵהעֶן דיִ כּהֲנִים אַרײַן איִן עֶזְרַת נָשִׁים³) אוּן אָרדנעֶנעֶן אײַן אַלעֶס צוּ דעֶר גרוׂיסעֶר בּעֶלײַכטוּנג. פיִער גאָלדעֶנעֶ מְנוֹרוׂת זעֶנעֶן דאָרט געֶשטאַנעֶן מיִט פיִער גאָלדעֶנעֶ בּעֶקעֶן פוּן אוׂיבּעֶן, צוּ יעֶדעֶן יעֶקעֶן איִז געֶװעֶן צוּגעֶשטעֶלט פיִער לײֵטעֶר אוּן פיִער יוּנגעֶ כּהֲנִים האָבּעֶן אַרוׂיפגעֶטראָגעֶן קריִג בּוׂימעֶל, ציִ הוּנדעֶרט צװאַנציִג קװאָרט איִן יעֶדעֶן בּעֶקעֶן.

פוּן דיִ אַלטעֶ כּהֲנִים־גאַרטלעֶן האָט מעֶן געֶצוׂיגעֶן קנוׂיטעֶן אוּן אָנגעֶצוּנדעֶן דיִ מְנוֹרוׂת — איִז ניִט געֶװעֶן קײַן הוׂיף איִן יְרוּשָׁלַיִם, װאָס זאָל ניִשט אָפּלײַכטעֶן פוּן דעֶר שײַן פוּן בֵּית־הַשׁוֹאֵבָה.

פרוּמעֶ לײַט האָבּעֶן געֶטאַנצט מיִט פאַקלעֶן איִן דיִ העֶנד, אוּן דיִ לְוִיִם, אוֹסגעֶשטעֶלט אוׂיף פוּפצעֶהן טרעֶפּ מיִט כְּלֵי־זֶמֶר, שפּיִלעֶן אוּן זיִנגעֶן בּיִז האַלבּעֶ נאַכט.

בּײַ׳ם עֶרשטעֶן האָהן־קרעֵהעֶן איִז מעֶן אַרוׂיס צוּם מִזְרָח־טוׂיעֶר שעֶפּעֶן װאַסעֶר אוּן דעֶרבּײַ געֶזוּנגעֶן:

שעֶפּט װאַסעֶר מיִט פרײֵד
פוּן דיִ קװאַלעֶן פוּן היִלף...

אוּן בּײַ׳ם זעֶגעֶנעֶן זיִך האָט מעֶן זיִך געֶװאוּנשעֶן:

בּעֶנש דיִך גאָט פוּן ציוֹן,
אוּן זעֶה דאָס גליִק פוּן ירוּשלים.
קיִנדס־קיִנדעֶר זאָלסטוּ דעֶרלעֶבּעֶן —
פריִדעֶן אוׂיף יִשראל.

¹) װעֶרבּעֶ, ²) פּאַראַד פוּן װאַסעֶר־שעֶפּעֶן איִן בּית המקדש אוׂיף צוּ גיִסעֶן אוׂיפ׳ן מזבּח. ³) װײַבּער־האַלעֶ.

↤ 24

עוֹלֵי־רֶגֶל¹).

אַמאָליִגעֶ יאָהרעֶן, אַז יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶװעֶן גוּט אוּן פרוּם — פלעֶגעֶן זײֵ פעֶרלאָזעֶן דיִ הײַזעֶר אוּן געֵהן מיִט דעֶר גאַנצעֶר פאַמיִליעֶ עוֹלֶה־רגל זײן אוּן האָבּעֶן קײֵנמאָל קײַן שאָדעֶן ניִט געֶליִטעֶן.

אַמאָל האָט אײֵנעֶר, אַװעֶקגעֵהעֶנדיִג קײַן יְרוּשָלַיִם, פעֶרגעֶסעֶן פעֶרשליִסעֶן דאָס הוׂיז. װיִ עֶר קוּמט צוּריִק נאָך יוׂם־טוׂב, זעֶהט עֶר, װיִ אַ שלאַנג העֵנגט אוׂיף דיִ ריִנגעֶן פוּן טיִהר, אוּן היִט דיִ שטוּבּ.

נאָך אַ מַעֲשֶׂה האָט געֶטראָפעֶן מיִט אײֵנעֶם, װאָס האָט פעֶרגעֶסעֶן אַרײַננעֶהמעֶן דיִ היִהנעֶר איִן שטוּבּ; קוּמט עֶר צוּריִק אוּן זעֶהט, װיִ דיִ היִהנעֶר געֵהעֶן־אַרוּם אוׂיפ׳ן גראָז אוּן װיִלדעֶ קעֶץ ליִגעֶן צוּריִסעֶן נעֶבּעֶן זײֵ.

צװײֵ בּריִדעֶר עֲשִירִים זעֶנעֶן געֶװעֶן איִן אַשקלוֹן אוּן נעֶבּעֶן זײֵ האָבּעֶן געֶװאוׂינט שלעֶכטעֶ שְכֵנִים גוֹייִם, װעֶלכעֶ האָבּעֶן געֶװאַרט אוׂיף דעֶר צײַט, װעֶן דיִ בּריִדעֶר װעֶלעֶן געֵהן עוֹלה־רגל זײַן, — װעֶלעֶן זײֵ אַרײַן איִן הוׂיז אוּן צוּנעֶהמעֶן דאָס גאַנצעֶ האָבּ אוּן גוּטס.

זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן מַלְאָכִים איִן געֶשטאַלט פוּן דיִ בּריִדעֶר אוּן דיִ גאַנצעֶ צײַט זיִך אַרוּמגעֶדרעֵהט איִן הוׂיז.

צוּריִקקוּמעֶנדיִג, האָבּעֶן דיִ בּריִדעֶר געֶבּראַכט דיִ שְׁכֵנִים מַתָּנוׂת פוּן יְרוּשָׁלַיִם.

פרעֶגעֶן יעֶנעֶ:

— װאוּ זעֶנט איִהר דעֶן געֶװעֶן?

— איִן יְרוּשָׁלַיִם אוׂיף יוׂם־טוׂב.

— װעֶן אַװעֶק אוּן װעֶן צוּריִקגעֶקוּמעֶן?

— דעֶם אוּן דעֶם טאָג.

— װעֶמעֶן האָט איִהר איִן הוׂיז געֶלאָזט?

— קײֵנעֶם ניִט.

האָבּעֶן דיִ גוֹייִם פעֶרשטאַנעֶן, אַז אַ נֵס איִז דאָ געֶשעֶהן אוּן געֶזאָגט:

— געֶלוׂיבּט איִז דעֶר יוּדיִשעֵר גאָט, װאָס פעֶרלאָזט זיִ קײֵנמאָל ניִט.

גְזֵרוׂת.

אײֵנמאָל האָט דיִ מְלוּכָה אַרוׂיסגעֶגעֶבּעֶן אַ גְזֵרָה, מעֶן זאָל ניִט טראָגעֶן קײַן בִּכּוּרִים קײַן יְרוּשָׁלַיִם, אוּן געֶזעֶצט חֲיָלוׂת אוׂיפ׳ן גאַנצעֶן װעֶג, זײֵ זאָלעֶן קײֵנעֶם ניִט דוּרכלאָזעֶן מיִט קעֶרבּ בִּכּוּרִים.

װאָס האָבּעֶן פרוּמעֶ לײט געֶטהוּן?

¹) געֶהן דרײַ מאָל אַ יאָהר קײֵן ירוּשליִם אוׂיף יוּם־טוֹב: פּסח, שבוּעות, סוּכּוׂת.

↤ 25

זײֵ האָבּעֶן בּעֶדעֶקט דיִ קעֶרבּ בִּכּוּרִים מיִט געֶפּרעֶסטעֶ פײַגעֶן אוּן מיִטגעֶנוּמעֶן שטײסלעֶן מיִט מעֶרזלעֶן ¹).

אוּן דיִ היִטעֶר בּעֶגעֶגעֶנעֶן זײֵ אוּן פרעֶגעֶן: װאוּהיִן געֵהט איִהר?

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ: איִהר זעֶהט דאָך, אַז מיִר פּרעֶסעֶן פײַגעֶן — אָט זעֶנעֶן אַפיִלוּ דיִ שטײֵסלעֶן מיִט דיִ מעֶרזלעֶן.

פוּן זײֵ שטאַמט דיִ פאַמיִליעֶן מעֶרזעֶלשטײֵסלעֶר אוּן פײַגעֶנפּרעֶסעֶר.

אַן אַנדעֶרס מאָל האָט דיִ מְלוּכָה פעֶרװעֶהרט בּרעֵנגעֶן האָלץ צוּ׳ם מִזְבֵּחַ. האָבּעֶן פרוּמעֶ לײַט געֶמאַכט לײֵטעֶרס אוּן געֶטראָגעֶן קײַן יְרוּשָׁלַיִם אוּן אָבּגעֶנאַרט דיִ היִטעֶר, אַז זײֵ דאַרפעֶן דיִ לײֵטעֶרס כְּדֵי אוׂיפהוׂיבּעֶן זיִך איִן דעֶר הוׂיך צוּ דיִ טוׂיבּעֶן־קלאַפּעֶן ²).

געֶמיִדעֶן דיִ װאָך, האָבּעֶן זײֵ דיִ לײֵטעֶרס פוּנאַנדעֶרגעֶנוּמעֶן אוּן דאָס האָלץ געֶבּראַכט קײַן יְרוּשָׁלַיִם.

פוּן זײֵ שטאַמט דיִ פאַמיִליעֶ לײֵטעֶרבּרעֶכעֶר.

כֹּהֲנִי׳שעֶ מִשְׁפָּחוׂת ³).

דיִ פאַמיִליעֶ בֵּית־גַרְמוּ האָט געֶװאוּסט דעֶם סוׂד, װיִ צוּ בּאַקעֶן דאָס הײֵליִגעֶ בּרוׂיט צוּם בֵּית־הַמִקְדָשׁ אוּן קײֵנעֶם ניִט געֶװאָלט אוׂיסלעֶרנעֶן. האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים אַמאָל אַראָפּגעֶבּראַכט קיִנסטלעֶר בּעֶקעֶר פוּן דיִ כּהֲנִים, װאָס האָבּעֶן געֶדיִענט איִן חוֹנְיוֹ׳ס בֵּית־הַמִקְדָשׁ איִן מִצְרַיִם, — איִז דאָס בּרוׂיט ניִט אַזוׂי גוּט אַרוׂיסגעֶקוּמעֶן. האָט מעֶן געֶשיִקט צוּריִק בּעֶטעֶן דיִ בֵּית־גַרְמוּ, אוּן זײֵ האָבּעֶן ניִט געֶװאָלט געֵהן, בּיִז מ׳האָט זײֵ געֶדאָפּעֶלט דעֶם לוׂין, — פוּן צװעֶלף הוּנדעֶרט גיִלדעֶן אַ טאָג אוׂיף פיִער אוּן צװאַנציִג הוּנדעֶרט.

פרעֶגט מעֶן זײֵ: פאַרװאָס װיִלט איִהר קײֵנעֶם ניִט אוׂיסלעֶרנעֶן?

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ: אוּנזעֶר פאַמיִליעֶ װײֵסט װאוׂיל, אַז דעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ װעֶט אַמאָל חָרוּב װעֶרעֶן, איִז אוׂיבּ אײֵנעֶר ניִט קײַן רעֶכטעֶר מעֶנש װעֶט זיִך עֶס אוׂיסלעֶרנעֶן, קעֶן טרעֶפעֶן עֶר זאָל אַזאַ הײֵליִג בּרוׂיט צוּ דעֶר עֲבוֹדָה־זָרָה בּאַקעֶן.

פאַר אַײֵן זאַך האָבּעֶן זײֵ דיִ חֲכָמִים געֶלוׂיבּט: איִן זײֵעֶר הוׂיז האָט זיִך ניִט געֶטאָרט געֶפיִנעֶן קײַן װײַס־בּרוׂיט, כְּדֵי מעֶן זאָל זײֵ ניִט חוֹשֵׁד זײַן, אַז זײֵ נעֶהמעֶן אַראָפּ זעֶמעֶל־מעֶהל פוּן בֵּית־הַמִקְדָשׁ.

דיִ בֵּית־אַבטִינַס האָבּעֶן געֶװאוּסט דעֶם סוֹד װיִ צוּ מאַכעֶן קְטוֹרֶת ⁴), אוּן קײֵנעֶם ניִט געֶװאָלט אוׂיסלעֶרנעֶן, אוּן טאַקיִ אוׂיך מַחֲמַת דעֶם זעֶלבּעֶן טַעַם: טאָמעֶר װעֶט מעֶן אַמאָל מיִט אַזאַ קְטוׂרֶת דעֶמפּעֶן פאַר דעֶר עֲבוֹדָה־זָרָה. אײֵנמאָל ↰ 26 האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים אַראָפּגעֶבּראַכט קיִנסטלער פוּן אַלֶכְּסַנְדרִיָא של מִצְרַיִם, איִז דיִ קְטוֹרֶת אַרוׂיסגעֶקוּמעֶן ניִט אַזוׂי גוּט װיִ פריִהעֶר: דאָ איִז געֶגאַנגעֶן דעֶר רוֹיך איִן דעֶר הוׂיך גלײַך װיִ אַ זײַל, אוּן דאָ האָט עֶר זיִך געֶקוׂיקעֶלט איִן אַלעֶ זײַטעֶן.

¹) דאָס אוׂיבּעֶרשטעֶ פוּן שטײֵסעֶל, טאָלקאַטש. ²) שטײַגעֶן. ³) כהנים־פאַמיִליעֶן. ⁴) צעֶנוׂיפשטעֶלעֶן פעֶרשיִדעֶנעֶ געֶװיִרצעֶן צוּם רוֹיכעֶרעֶן איִן בּית־המקדש.

האָט מעֶן זײֵ געֶמוּזט בּעֵטעֶן צוּריִק אוּן בּעֶצאָהלעֶן אַכט אוּן פעֶרציִג הוּנדעֶרט גיִלדעֶן אָנשטאָט פריִהעֶריִגעֶ פיִער אוּן צװאַנציִג הוּנדעֶרט.

דעֶרפאַר האָבּעֶן זײֵ דיִ חֲכָמִים געֶלוׂיבּט, װאָס פוּן זײֵעֶר הוׂיז איִז קײֵנמאָל ניִט אַרוׂיס קײַן געֶװיִרצטעֶ כַּלָּה, אוּן װעֶן עֶמיִצעֶר פוּן זײֵ האָט געֶנוּמעֶן אַ פרוׂי פוּן דעֶר פרעֶמד, פלעֶגט עֶר איִהר שטעֶלעֶן אַ תּנאַי — זיִ זאָל קײֵנמאָל ניִט בּעֶנוּצעֶן קײַן בְּשָׂמִים, מעֶן זאָל ניִט זאָגעֶן, אַז זײֵ געֶניִסעֶן פוּן קְטוׂרֶת.

רבִּי עֲקִיבָא דעֶרצעֵהלט איִן ר׳ יִשְׁמָעֵאל בֶּן לוֹנָה׳ם נאָמעֶן: אײֵנמאָל בּיִן איִך מיִט אַן אוּראײֵניִקעֶל פוּן דיִ בֵּית־אַבטִינַס געֶגאַנגעֶן איִן פעֶלד קלוׂיבּעֶן קרײַטעֶכצעֶר, — זעֶה איִך װיִ עֶר װײֵנט אוּן שמײֵכעֶלט. פרעֶג איִך איִהם:

— װאָס האָסטוּ געֶװײֵנט?

— איִך האָבּ זיִך דעֶרמאָהנט דעֶם כָּבוׂד פוּן מײַנעֶ אוּרעֶלטעֶרעֶן.

— אוּן װאָס האָסטוּ געֶשמײֵכעֶלט ?

— גאָט װעֶט אוּנז נאָך צוּריִק אוּמקעֶהרעֶן דעֶם פעֶרלאָרעֶנעֶם כָּבוׂד!

— װאָס האָסטוּ דעֶן דעֶרזעֶהן?

— דעֶם מַעֲלֶה־עָשָׁן ¹).

— װײַז מיִר איִהם.

— מיִר זעֶנעֶן בּעֵשװאוׂירעֶן, קײֵנעֶם עֶס ניִט צוּ װײַזעֶן.

ר׳ יוֹחָנָן בֶּן נוּרֵי דעֶרצעֶהלט:

— אײֵנמאָל האָבּ איִך געֶטראָפעֶן אַן אַלטעֶן מאַן מיִט אַ רײֵסטעֶר פוּן אַלעֶרלײֵ קרײַטעֶכצעֶר איִן האַנד. רעֵד איִך זיִך מיִט איִהם צוּנוׂיף, איִז עֶר פוּן בֵּית־אַבְטִינַס. בּעֵט איִך איִהם דעֶם רײֵסטעֶר — גיִט עֶר מיִר אוּן זאָגט: כּל זְמַן אוּנזעֶר פאַמיִליעֶ האָט עֶקסעֶסטיִרט, האָבּעֶן מיִר עֶס קײֵנעֶם ניִט איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן, איִצט בּיִן איִך געֶבּליִבּעֶן נוּר אײֵנעֶר, אַלט אוּן שװאַך — נעֶהם עֶס צוּ אוּן היִט עֶס אָפּ.

אוּן אַז איִך בּיִן געֶקוּמעֶן אוּן דעֶרצעֵהלט ר׳ עֲקִיבָא׳ן, האָט עֶר געֶזאָגט:

— פוּן איִצט אָן טאָר מעֶן קײַן שלעֶכט װאָרט ניִט אוׂיסרעֶדעֶן אוׂיף דיִ בֵּית־אַבְטִינַס: זײֵ האָבּעֶן אַלץ געֶטהוּן פוּן גאָטס כָּבוׂד װעֶגעֶן.

¹) אַזאַ גראָז װאָס טרײַבּט דעֶם רוֹיך פוּן קטרת גלײַך אַרוׂיף.

בַּר־קַמְצַר האָט געֶקעֶנט אַ קוּנץ: נעֶהמעֶן פיִער שרײַבּ־פעֶדעֶר צװיִשעֶן ↰ 27 אַלעֶ פיִנף פיִנגעֶר אוּן מיִט אײֵנמאָל אוׂיפשרײַבּעֶן אַ װאָרט פוּן פיִער אוׂתיוׂת. דאָס קיִנצלעֶרשעֶ שרײַבּעֶן זײַנט האָט עֶר קײֵנעֶם ניִט געֶװאָלט אוׂיסלעֶרנעֶן. יעֶנעֶ אַלעֶ האָבּעֶן געֶהאַט תּירוּציִם, עֶר — גאָרניִט. אוׂיף יעֶנעֶ איִז געֶזאָגט געֶװאָרעֶן דעֶר פָּסוּק:

— „זֵכֶר צַדִיק לִבְרָכָה”, — דעֶם צַדִיק׳ס אַנדעֶנקעֶן צוּ בּעֶנשעֶן.

אוּן אוׂיף איִהם:

— „שֵׁם רְשָׁעִים יִרְקָב”, — דעֶם רָשָׁע׳ס נאָמעֶן װעֶרט פעֶרפוׂילט.

יִשָׂשְׂכָר דעֶר כְּפַר־בַּרְקָאי׳עֶר האָט זיִך געֶהאַלטעֶן צוּ גרוׂיס אוּן דיִ הײֵליִגקײַט פוּן בֵּית־הַמִקְדָשׁ — צוּ ניִדעֶריִג. צוּ דעֶר עֲבוׂדָה פלעֶגט עֶר פעֶרװיִקלעֶן דיִ העֶנד איִן זײַדעֶנעֶ טיִכעֶר, עֶר זאָל זײֵ ניִט אײַנריִכטעֶן איִן בּלוּט.

דעֶרפאַר האָט עֶר געֶהאַט זײַן שטראָף.

אײֵנמאָל זיִצט דעֶר מֶלֶך מיִט דעֶר מַלְכָּה אוּן שפּאַרעֶן זיִך: װאָס איִז געֶשמאַקעֶר, עֶר זאָגט — ציגעֶן־פלײֵש, אוּן זיִ זאָגט — שאָפעֶן־פלײֵש, איִז געֶבּליִבּעֶן, מעֶן זאָל פרעֶגעֶן דעֶם כּהֵן־גָדוׂל: עֶר שעֶכט דאָך אוּן בּראָט קָרְבָּנוׂת אַלעֶ טאָג — דאַרף עֶר װיִסעֶן.

פרעֶגט מעֶן יִשָׂשְׂכָר דעֶם כְּפַר־בַּרְקָאי׳עֶר, — װײַזט עֶר מיִט׳ן פיִנגעֶר געֶגעֶן מֶלֶך אוּן זאָגט: װעֶן דיִ ציִג װאָלט געֶװעֶן חָשוּב׳עֶר — װאָלט מעֶן דאָך זיִ געֶבּראַכט פאַר אַ קָרְבַּן תָּמִיד. איִז דעֶר מֶלֶך איִן כַּעַס געֶװאָרעֶן אוּן געֶהײֵסעֶן, מעֶן זאָל איִהם אָפּהאַקעֶן דיִ רעֶכטעֶ האַנד .האָט עֶר געֶגעֶבּעֶן שוׂחַד אוּן מ׳האָט איִהם אָפּגעֶהאַקט דיִ ליִנקעֶ. דעֶרװיִסט זיִך דעֶרפוּן דעֶר מֶלֶך אוּן הײֵסט, מעֶן זאָל איִהם דיִ רעֶכטעֶ אוׂיך אָפּהאַקעֶן.

אײֵנעֶ פוּן דיִ פיִער אוּן צװאַנציִג װאַכעֶן איִן בֵּית־הַמִקְדָשׁ האָט געֶהיִטעֶן בֵּית־בִּילְגָה. אײֵנעֶ פוּן זײֵעֶר פאַמיִליעֶ, מִרְיָם בַּת בִּילְגָה, האָט זיִך געֶשְׁמַד׳ט אוּן חֲתוּנָה געֶהאַט פאַר אַ גרײַשעֶן געֶנעֶראָל.

אוּן אַז דיִ גריִכעֶן זעֶנעֶן אַרײַן איִן בֵּית־הַמִקְדָשׁ, האָט זיִ מיִט׳ן שוּך געֶטרעֶטעֶן אוׂיפ׳ן מִזְבֵּחַ אוּן געֶשריִעֶן:

לוּקוּס, לוּקוּס ¹) „ בּײֵזעֶר װאָלף!
בּיִז װאַנעֶן װעֶסטוּ מאַכעֶן,
יוּדיִש געֶלד צוּ אַש?!

האָט מעֶן דעֶרפאַר געֶקְנַס׳עֶט ²) דיִ בֵּית בִּילְגָה: מ׳האָט פעֶרשטעֶלט זײֵעֶר פעֶנסטעֶר אוּן פעֶרשלאָסעֶן זײֵעֶר ריִנג ³), אוּן זײֵ האָבּעֶן יזיִך בּעֶדאַרפט בּעֶנוּצעֶן מיִט פרעֶמדעֶ פּלעֶצעֶר.

¹) װאָלף אוׂיף גריִכיִש. ²) בּעֶשטראָפט. ³) יעֶדעֶ װאַך האָט געֶהאַט איִהר אײֵגעֶן אָרט, אוׂיף צוּ רעֶכטמאַכעֶן דיִ קרבּנוֹת.

↤ 28

דִי חָכְמָה פוּן יוּדִישֶע קִינדֶער איִן יְרוּשָׁלַיִם.
דִי רוּהם פוּן יְרוּשָׁלַיִם.

אַ גרוׂיסעֶן נאָמעֶן האָט יְרוּשָׁלַיִם געֶהאַט איִן דעֶר װעֶלט, געֶהוׂיכט אוּן געֶקרוׂינט איִז זיִ געֶװעֶן צװיִשעֶן אַלעֶ פעֶלקעֶר, בּעֶריִהמט מיִט איִהר שעֵהנקײַט, אוּן נאָך מעֶהר מיִט דעֶר חָכְמָה פוּן איִהרעֶ לײַט. איִז אײֵנעֶר פוּן דײְַרוּשָׁלַיִם׳עֶר אַראָפּגעֶקוּמעֶן עֶרגעֶץ־װאוּ איִן דעֶר פּראָװיִנץ, האָט מעֶן איִהם בּאַלד אָפּגעֶגעֶבּעֶן דאָרט דעֶם אוֹיבּעֶן־אָן, איִהם געֶזעֶצט אוׂיף אַ הוׂיכעֶר קאַטעֶדראַ אוּן דעֶר עוׂלָם האָט פוּן אַלעֶ זײַטעֶן זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן זײַן חָכְמָה.

ס׳איִז כְּדַאי דאָ איִבּעֶרצוּגעֶבּעֶן אײֵניִגעֶ בּײַשפּיִעלעֶן פוּן זײֵעֶרעֶ אײַנפאַלעֶן, פוּן װעֶלכעֶ מעֶ קעֶן אַרוׂיסזעֶהן װיִ קלוּג אוּן געֶשפּיִצט זעֶנעֶן געֶװעֶן דײְַרוּשָׁלַיִם׳עֶר לײט פוּן גרוׂיס בּיִז קלײֵן.

דרײַ אײַנפאַלעֶן.

אײֵנעֶר אַ יְרוּשָׁלַיִם׳עֶר, אַ לײַטיִשעֶר אוּן אַ פעֶרמעֶגליִכעֶר מאַן, האָט אַ צײַט פעֶרבּראַכט איִן דעֶר פרעֶמד אוׂיף דעֶר פּראָװיִנץ. פּלוּציִם איִז עֶר דאָרט פעֶרשלאַפט געֶװאָרעֶן אוּן געֶהאַלטעֶן בּײַ׳ם שטאַרבּעֶן. פאַר׳ן טוׂיט רוּפט עֶר צוּ זיִך דעֶם בַּעַל־אַכְסַנְיָא ¹), גיִט איִהם איִבּעֶר דאָס גאַנצעֶ געֶלד זײַנס אוּן זאָגט איִהם אַזוׂי: אוׂיבּ מײַן זוּהן, דעֶר יוׂרֵשׁ, װעֶט אַראָפּקוּמעֶן פוּן יְרוּשָׁלַיִם אַהעֶר נאָכ׳ן געֶלד, זאָלסטוּ עֶס איִהם אַנדעֶרש ניִשט אָפּגעֶבּעֶן סײַדעֶן עֶר װעֶט פריִהעֶר בּעֶװײַזעֶן פאַר דיִר דרײ קליִגעֶ אײַנפאַלעֶן. געֶשטאָרבּעֶן — בּעֶגראָבּעֶן. איִן אַ צײַט אַרוּם קוּמט אַראָפּ דעֶר זוּהן. אוּן איִן דעֶם שטעֶדטיִל איִז געֶװעֶן אָפּגעֶמאַכט, אַז קײֵנעֶר טאָר ניִשט אָנװײַזעֶן דעֶם ↰ 29 גאַסט װאָס פרעֶגט זיִך נאָך עֶמיִצעֶן, װאוּ יעֶנעֶר װאָהנט. געֶקוּמעֶן צוּ׳ם טוׂיעֶר פוּן דעֶר שטאָדט, דעֶרזעֶהט דעֶר יוׂרֵש אײֵנעֶר טראָגט זיִך אַרוּם איִן מאַרק מיִט אַ בּיִנדעֶל האָלץ.

¹) דעֶר בּעל־הבּית פונ׳ם אײַנפאָהר־הוֹיז.

— צוּ׳ם פעֶרקוׂיפעֶן? — פרעֶגט דעֶר אָנגעֶקוּמעֶנעֶר.

— יאָ — עֶנטפעֶרט דעֶר טרעֶגעֶר.

— נאַ־זשעֶ דיִר לוׂיט דעֶר פּרײַז פאַר׳ן האָלץ אוּן טראָג עֶס אַװעֶק צוּ יעֶנעֶם אוּן יעֶנעֶם. — אוּן דעֶרבּײַ האָט דעֶר גאַסט אָנגעֶרוּפעֶן דעֶם נאָמעֶן פוּן יעֶנעֶם בַּעַל־אַכְסַנְיָא.

געֶהט דעֶר האָלצטרעֶגעֶר פאָראוׂיס אוּן עֶר נאָך איִהם, בּיִז זײֵ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן איִן הוׂיף פוּנ׳ם הוׂיז װאָס עֶר האָט בּעֶדאַרפט.

— הײֵ, דעֶר אוּן דעֶר, קוּם נעֶהם־צוּ דײַן בּיִנדעֶל האָלץ — רוּפט דעֶר האָלצטרעֶגעֶר צוּ יעֶנעֶם בַּעַל־הַבַּיִת.

— װאָס פאַר אַ האָלץ? — פרעֶגט יעֶנעֶר פעֶרװאוּנדעֶרט — װעֶן האָבּ איִך דיִר געֶהײֵסעֶן בּרײֵנגעֶן האָלץ?

— געֶהײֵסעֶן האָט אָט דעֶר מאַן, װאָס געֶהט נאָך מיִר — זאָגט דעֶר האָלצטרעֶגעֶר.

גיִט־אָפּ דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת דעֶם גאַסט שָׁלוׂם אוּן פיִהרט איִהם אַרײַן צוּ זיִך איִן שטוּבּ.

— װעֶר איִז אַ יוּנגעֶרמאַן? — פרעֶגט דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת.

— איִך בּיִן — עֶנטפעֶרט עֶר — דעֶר זוּהן פוּן יעֶנעֶם מאַן װאָס איִז בּײַ דיִר איִן שטוּבּ געֶשטאָרבּעֶן.

נעֶהמט איִהם דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת זעֶהר שעֵהן אוׂיף אוּן מאַכט פאַר איִהם אַ מאָהלצײַט. זעֶצט זיִך אַרוּם טיִש דאָס גאַנצעֶ הוׂיזגעֶזוּנד: דעֶר בַּעַל־הַבַּית, זײַן פרוׂי, צװײֵ זוּהן אוּן צװײֵ טעֶכטעֶר. דעֶרלאַנגט מעֶן צוּ׳ם טיִש פיִנף געֶבּראָטעֶנעֶ היִנדליִך, איִז דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת מְכַבֵּד דעֶם גאַסט מיִט טהײֵלעֶן. קװײֵנקעֶלט זיִך דעֶר. שטעֶהט אָבּעֶר דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת צוּ איִהם צוּ. טהוּט איִהם דעֶר גאַסט צוּליִעבּ אוּן נעֶהמט טהײֵלעֶן. לעֶגט עֶר אַװעֶק אײֵן היִנדעֶל צװיִשעֶן מאַן אוּן װײַבּ, אַ צװײֵטס צװיִשעֶן דיִ צװײֵ זיִהן, אַ דריִטס צװיִשעֶן דיִ צװײֵ טעֶכטעֶר, אוּן דיִ לעֶצטעֶ צװײֵ היִנדליִך לעֶגט עֶר פאַר זיִך. עֶסט מעֶן אוּן מעֶ מאַכט זיִך ניִשט װיִסעֶנדיִג.

פאַר נאַכט בּרײֵנגט מעֶן צוּ׳ם טיִש אַ געֶשטאָפּטעֶ היִהן. שטעֶהט דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת װיִדעֶר צוּ צוּ׳ם גאַסט עֶר זאָל זײַן דעֶר אוׂיסטהײֵלעֶר. טהוּט יעֶנעֶר איִהם װיִדעֶר צוּליִעבּ, אוּן טהײֵלט דאָס מאָל אײֵן אוׂיף אַזאַ אוֹפָן: דעֶם קאָפּ לעֶגט עֶר אַװעֶק פאַר׳ן בַּעַל־הַבַּיִת, דיִ איִנװעֵניִגסטעֶ — פאַר דעֶר פרוׂי, דיִ צװײֵ פּוּלקעֶס — פאַר דיִ צװײֵ זיִהן, דיִ צװײֵ פליִגעֶליִך — פאַר דיִ צװײֵ טעֶכטעֶר, אוּן זיִך נעֶהמט עֶר דעֶם גאַנצעֶן געֶעֶפעֶנטעֶן גוּף.

↤ 30

דאָ האָט שוֹין דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת זיִך ניִשט געֶקעֶנט אײַנהאַלטעֶן און איִהם אַ פרעֶג געֶטהוּן: יוּנגעֶרמאַן, האָט מיִר קײַן פאַראיִבּעֶל ניִשט, עֶפּיִס אַ מְשׁוּנֶה מיִן אוׂיסטהײֵלעֶן. אַזוׂי איִז טאַקיִ איִן אײַעֶרעֶ מְקוׂמוׂת דעֶר מִנְהָג?

— ליִעבּעֶר בַּעַל־הַבַּיִת — האָט דעֶר גאַסט געֶעֶנטפעֶרט -איִהר װײֵסט דאָך, אַז איִך האָבּ זיִך בּײֵדעֶ מאָל אָפּגעֶזאָגט פוּן אוׂיסטהײֵלעֶן, װײַל איִן אֶמֶת׳עֶן געֶרעֶדט איִז עֶס ניִשט מײַן זאַך, נאָר פוּן דעֶסטװעֶגעֶן געֶפיִן איִך, אַז איִך האָבּ בּײֵדעֶ מאָל אײַנגעֶטהײֵלט װיִ געֶהעֶריִג. דאָס עֶרשטעֶ מאָל האָט מעֶן געֶבּראַכט פיִנף היִנדליִך. אַ היִנדעֶלעֶ פאַר דיִר מיִט דײַן פרוׂי — האָבּעֶן מיִר איִנאײֵנעֶם אַ דרײַעֶר. דײַנעֶ צװײֵ זיִהן מיִט אַ היִנדעֶל — װיִדעֶר אַ דרײַעֶר. דײַנעֶ צװײֵ טעֶכטעֶר מיִט אַ היִנדעֶל — אָבּעֶר אַמאָל אַ דרײַעֶר. נוּ, אוּן איִך מיִט צװײֵ היִנדליִך — אוׂיך ניִשט מעֶהר װיִ אַ דרײַעֶר. װאָס, האָבּ איִך אֶפְשַר פעֶרנוּמעֶן אַ פרעֶמדעֶן חֵלֶק? הײַנט מיִט דעֶר געֶשטאָפּטעֶר היִהן. דעֶר קאָפּ קוּמט דיִר: דוּ בּיִסט דאָך דעֶר קאָפּ פוּן דעֶר שטוּבּ. דיִ איִנװעֵניִגסטעֶ — דײַן פרוׂי: פוּן איִהר בּוׂיך קוּמעֶן דאָך דיִ קיִנדעֶר אַרוׂיס. דיִ צװײֵ פּוּלקעֶס — דײַנעֶ זיִהן: זײֵ זעֶנעֶן דיִ זאַלעֶן פוּנ׳ם הויז. דיִ צװײֵ פליִגעֶליִך — דײַנעֶ טעֶכטעֶר: מאָרגעֶן האָבּעֶן זײֵ חֲתוּנָה לְמַזָל, הוׂיבּעֶן זײֵ זיִך אוׂיף אוּן פליִהעֶן פוּן דאַנעֶן אַװעֶק מיִט זײֵעֶרעֶ מאַנעֶן. איִך פאַר זיִך האָבּ געֶנוּמען דאָס שיִפעֶל ¹): מיִט אַ שיִפעֶל בּיִן איִך אַהעֶר געֶקוּמעֶן אוּן מיִט אַ שיִפעֶל פאָהר איִך אַװעֶק. גיִבּ־זשעֶ מיִר, זײַ מוׂחֵל, אָפּ דאָס געֶלד װאָס מײַן פאָטעֶר האָט בּײַ דיִר אײַנגעֶלעֶגט אוּן לאָז מיִך אָפּ.

נאָך דיִ דרײַ אײַנפאַלעֶן פוּנ׳ם יוׂרֵש האָט דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת ניִשט געֶרעֶדט קײַן װאָרט, איִהם בּאַלד אָפּגעֶגעֶבּעֶן זײַנס אוּן אָפּגעֶלאָזט בּשָלוׂם אַהײֵם .

אַ שאַרף אוׂיג.

צװײֵ יוּדעֶן, געֶפאַנגעֶנעֶ אויפ׳ן הַר הַכַּרְמֶל, זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן צוּזאַמעֶן מיִט זײֵעֶר פעֶנגעֶר איִן װעֶג. העֶרט דעֶר פעֶנגעֶר װיִ זײֵ שמוּעֶסעֶן צװיִשעֶן זיִך: אָט יעֶנעֶר קעֶמעֶל, װאָס געֶהט דאָרט װײַט־װײַט פאָראוׂיס, איִז אַ בּליִנדעֶר אוׂיף אײֵן אוֹיג אוּן איִז אָנגעֶלאָדעֶן מיִט צװײֵ לאָגלעֶן, אײֵנעֶר מיִט װײַן אוּן אײֵנעֶר מיִט בּוׂימעֶל, אוּן יעֶנעֶ צװײֵ װאָס פיִהרעֶן איִהם איִז אײֵנעֶר פוּן זײֵ אַ יוּד אוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר אַ גוׂי.

װעֶרט דעֶר פעֶנגעֶר אוׂיפגעֶבּראַכט איִן שרײַעט־אוׂיס: אַ האַרט נאַקעֶנדיִג פאָלק דאָס איִז! פוּן װאַנעֶן װײֵסט איִהר דאָס אַזוׂי?

¹) דעֶר אָפעֶנעֶר גוּף איִז עֶהנליִך צוּ אַ שיִפעֶל.

— גאָר פָּשוּט — עֶנטפעֶרעֶן דיִ יוּדעֶן — זעֶהסט דאָס גראָז פוּן בּײֵדעֶ זײַטעֶן װעֶג, פוּן אײֵן זײַט איִז עֶס אָפּגעֶריִזעֶט, דיִ אַנדעֶרעֶ זײַט אָבּעֶר, װאָס ↰ 31 דעֶר קעֶמעֶל מיִט זײַן בּליִנד אוׂיג האָט ניִשט געֶזעֶהן, איִז געֶבּליִבּעֶן ניִשט געֶריִהרט. איִצט איִז צוּ בּעֶמעֶרקעֶן דאָ אוׂיפ׳ן זאַמד שפּוּרעֶן פוּן טראָפּעֶנס, אַ טהײֵל אײַנגעֶזאַפּט איִן דעֶר עֶרד — דאָס איִז פוּן װײַן, אַ טהײֵל האַלטעֶן זיִך פוּן אוׂיבּעֶן — דאָס איִז פוּן בּוֹימאײֵל. אוּן אַז פוּן דיִ צװײֵ פיִהרעֶר איִז אײֵנעֶר אַ יוּד אוּן אײֵנעֶר אַ גוׂי — זעֶהט מעֶן פוּן דעֶם, װאָס דעֶר עֶרשטעֶר האָט זיִך אָפּגעֶקעֶהרט צוּ זײַן בּעֶדעֶרפעֶניִש איִן אַ זײַט, אוּן דעֶר צװײֵטעֶר האָט עֶס געֶטהוּן איִן מיִטעֶן װעֶג.

איִז דעֶר פעֶנגעֶר אַ בַּעֲלָן געֶװעֶן נאָכצוּלוׂיפעֶן דעֶם אָנגעֶלאָדעֶנעֶם קעֶמעֶל מיִט זײַנעֶ פיִהרעֶר — האָט זיִך אַרוׂיסגעֶװיִזעֶן, אַז זײַנעֶ צװײֵ געֶפאַנגעֶנעֶ יוּדעֶן האָבּעֶן געֶטראָפעֶן מיִט אַלעֶ פְּרָטִים ¹). אַ פעֶרגאַפטעֶר קוּמט דעֶר פעֶנגעֶר צוּריִק צוּ זײַנעֶ געֶפעֶנגעֶנעֵ, קוּשט זײ אוׂיפ׳ן קאָפּ, בּרײֵנגט דיִ צוּ זיִך אַהײֵם מיִט כָּבוׂד. דאָרט מאַכט עֶר פאַר זײֵ אַ מאָהלצײַט, טאַנצט מיִט זײֵ אוּן רוּפט־אוׂיס אַ עֶנטציִקטעֶר:

געֶלוׂיבּט־געֶדאַנקט זײַן ליִעבּעֶר נאָמעֶן,
װאָס האָט דעֶרװעֶהלט אברהם׳ש זאָמעֶן,
אוּן מיִט זײַן בּרײֵטעֶר פוּלעֶר האַנד
האָט עֶר געֶשאָנקעֶן זײֵ פעֶרשטאַנד,
אוּן װאוּ זײֵ װעֶנדעֶן זיִך אוּן קעֶרעֶן
װעֶרעֶן זײֵ דיִ אוׂיבּעֶרהעֶרעֶן —

אוּן בּאַלד האָט עֶר זײֵ בּעֶפרײַט אוּן אָפּגעֶלאָזט אַהײֵם בְּשָׁלוׂם.

אַ טײַעֶרעֶר געֶפאַנג.

אַ רוׂימעֶר האָט געֶפאַנגעֶן צװײֵ יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר פוּן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל, פיִהרט עֶר זײֵ מיִט זיִך אַהײֵם, עֶר רײַט אוׂיף אַ פעֶרד אוּן זײֵ לוׂיפעֶן פאָראוׂיס. בּײַם טוׂיעֶר פוּן רוׂים העֶרט עֶר װיִ אײֵנעֶר זאָגט צוּם אַנדעֶרעֶן: איִך װאָלט געֶמעֶגט שװעֶרעֶן, אַז עֶס פיִהלט זיִך דאָ אַ רֵיחַ פוּן יִהוּדָה׳שעֶן לוׂיך ²),װיִ מעֶ קאָכט איִהם איִן טאָפּ איִן אוּנזעֶר כְּפַר־חַנַנְיָה. דעֶרהעֶרט דאָס װעֶרט דעֶר רוׂימעֶר אוׂיפגעֶבּראַכט:

— אַ מיִן אוּמָה דאָס איִז — שרײַעט עֶר אוׂיס מיִט כַּעַס — ניִשט איִבּעֶרצוּטראָגעֶן! אַפיִלוּ גאָט זײֵעֶרעֶר קעֶן זײֵ אוׂיך ניִשט לײַדעֶן.

װיִ עֶר בּײֵזעֶרט זיִך דאָ אַזוׂי לוׂיפט־אָן אַהיִן אַ בּעֶקאַנטעֶר רוׂימיִשעֶר פאַרלאַמאַנטעֶר ³).

— פוּן װאַנעֶן? — גיִט עֶר יעֶנעֶם אַ פרעֶג.

— פוּן יהוּדה, הײַנט בּיִן איִך פוּן דאָרט אַרוׂיס — עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר.

¹) אײֵנצעֶלהײַטעֶן. ²) אַ מיִן קרוׂיט. ³) קעניִגליִכעֶר קוּריעֶר (שליח).

↤ 32

— איִז דאָס מעֶגליִך? אַזאַ מַהֲלַך פוּן פיִער הוּנדעֶרט פַּרְסָא ¹) געֶמאַכט איִן אײֵן טאָג!

— יאָ — זאָגט יעֶנעֶר — אַ גוּטעֶר װיִנט האָט געֶטריִבּעֶן מײַן שיִף אוּן מיִך געֶבּראַכט איִן אײֵן טאָג. װאָס, גלוׂיבּסט ניִשט? אָט זעֶה דעֶם פריִש געֶקאָכטעֶן יהוּדה׳שעֶן לוׂיך בּײַ מיִר איִן קעֶסעֶל, איִך האָבּ נאָך אַפיִלוּ פוּן איִהם ניִשט פעֶרזוּכט.

קוּמט דעֶר רוׂימעֶר מיִט דיִ צװײֵ יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר צוּ זיִך אַהײֵם. פרעֶהט זיִך זעֶהר דיִ מוּטעֶר מיִט׳ן זוּהן איִהרעֶן דעֶם זיִעגעֶר, שעֶכט לְכָבוׂד דעֶם גאַסט אַ יוּנג שעֶפעֶלעֶ, גרײֵט פאַר איִהם אַ מאָהלצײַט אוּן עֶפעֶנט־אוׂיף פוּן זײַנעֶט־װעֶגעֶן אַ פעֶסעֶל װײַן. זיִצט עֶר אוּן טהוּט זיִך װאוׂיל בּײַ דעֶר סְעוּדָה, אוּן דיִ יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר שטעֶהעֶן דעֶרבּײַ. העֶרט עֶר, װיִ אײֵנעֶר פוּן דיִ קיִנדעֶר רוׂימט־אײַן דעֶם אַנדעֶרעֶן: דוּ שפּוּרסט? פוּן פלײֵש שמעֶקט מיִט כֶּלֶב אוּן פוּנ׳ם װײַן מיִט פֵּגֶר. נעהמט עֶר דיִ מוּטעֶר אוׂיף אַ זײַט אוּן זיִט זיִ אַ פרעֶג: זאָג נוּר מיִר, װאָס איִז דאָס עֶפּיִס פאַר אַ מיִן פלײֵש?

— דאָס איִז — עֶנטפעֶרט זיִ — פלײֵש פוּן אַ שעֶפעֶלעֶ, װאָס דיִ מוּטעֶר זײַנעֶ איִז געֶפאַלעֶן טוׂיט בּײַ זײַן געֶבּוׂירעֶן, האָט עֶס געֶזוׂיגעֶן בּײַ אוּנזעֶר הוּנט, איִצט האָבּ איִך עֶס לְכָבוׂד דיִר געֶשאָכטעֶן. עֶס, מײַן זוּהן, אוּן זאָל דיִר װאוׂיל בּעֶקוּמעֶן.

— נוּ אוּן דעֶר װײַן ? — פרעֶגט עֶר.

— דעֶר װײַן — זאָגט זיִ — איִז פוּן דעֶם װײַנגאָרטעֶן װאָס ציִהט זיִך איִבּעֶר מײַן פאָטעֶרס קֵבֶר; פוּן אַלעֶ װײַנגעֶרטנעֶר, װאָס איִז געֶבּליִבּעֶן נאָך דײַן פאָטעֶר, גיִט עֶר אַרוׂיס דעֶם בּעֶסטעֶן װײַן. אָט פוּן דעֶם װײַן האָבּ איִך פעֶרשפּיִנטעֶװעֶט אַ גאַנץ פעֶסיִל אוּן האָבּ עֶס אוׂיסגעֶהאַלטעֶן בּיִז דוּ, מײַן זוּהן, דעֶר רוׂימיִשעֶר העֶלד, װעֶסט קוּמעֶן בְּשָלוׂם פוּנ׳ם װעֶג. הײַנט, אַז איִך האָבּ דעֶרלעֶבּט דיִך צוּ זעֶהן, איִז מײַן האַרץ פוּל מיִט פרײד אוּן האָבּ געֶעֶפעֶנט דאָס פעֶסיִל לְכָבוׂד דיִר.

דעֶרזעֶהן װאָס פאַר אַ טײַעֶרעֶר געֶפאַנג זעֶנעֶן דיִ צװײֵ יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר, װאָס עֶר האָט מיִט זיִך געֶבּראַכט, איִז עֶר געֶװאָרעֶן מָלֵא שִׂמְחָה אוּן האָט געֶכּוׂס׳עֶט אַ גאַנצעֶ נאַכט.

¹) פרסא — בּערך

דרײֵַ שפּריִנג.

אײֵנעֶר אַ ירוּשׁליִם׳עֶר איִז געֶקוּמעֶן צוּליִעבּ געֶשעֶפּט צוּ דיִ גריִכעֶן איִן אַטהעֶן. קוּמט עֶר אַרײַן איִן אַ װײַנהוׂיז, װאוּ עֶר האָט געֶמײֵנט דאָרט זיִך אָפּשטעֶלעֶן. געֶפיִנט עֶר דאָס הוׂיז פוּל געֶפּאַקט מיִט געֶסט, װאָס זיִצעֶן ↰ 33 דאָרט איִן אײֵנגשאַפט אוּן טריִנקעֶן. זעֶצט עֶר זיִך אוׂיך אַרײַן. אָפּגעֶגעֶסעֶן אוּן אָפּגעֶטריִנקעֶן, װיִל עֶר דאָרט בּלײַבּעֶן איִבּעֶרנעֶכטיִגעֶן. דיִ געֶסט אָבּעֶר האָט דאָס, װײַזט־אוׂיס, ניִשט געֶשמעֶקט, רוּפט־זיִך־אָפּ אײֵנעֶר צוּ איִהם: ליִעבּעֶר גאַסט, בּײַ אוּנז איִז שוׂין אַזוׂי אָפּגעֶמאַכט, אַז מעֶ נעֶהמט ניִט צוּ קײַן גאַסט אוׂיף נאַכטלעֶגעֶר בּיִז עֶר טוּהט ניִט קײַן דרײַ שפּריִנג פוּנ׳ם טיִש צוּ דעֶר טיִהר.

— רעֶכט! — זאָגט דעֶר ירושׁליִם׳עֶר — איִך װײֵס אָבּעֶר ניִט װיִ מעֶ מאַכט דאָס. זאָל אײֵנעֶר פוּן אײַך דאָס מיִר פריִהעֶר בּעֶװײַזעֶן, װעֶל איִך איִהם נאָכטוּהן.

הוֹיבּט זיִך אײֵנעֶר אוׂיף, גיִט אײַן שפּרוּנג — אוּן עֶר איִז שוׂין איִן מיִטעֶן ציִמעֶר, אַ צװײֵטעֶן — אוּן עֶר איִז בּײַ דעֶר טהיִר, אַ דריִטעֶן — אוּן עֶר איִז פוּן יעֶנעֶר זײַט טהיִר. חאַפּט דעֶר יְרוּשָׁלַיִם׳עֶר אוּן פעֶרשליִסט דיִ טהיִר. דעֶרבּײַ זאָגט עֶר מיִט אַ שמײֵכעֶל:

— װאָס ס׳האָט געֶזאָלט זײַן מיִר איִז געֶשעֶהן אײַך...

אַ סַך אוּן בּיִליִג.

אײֵנעֶר אַן אַטהעֶנעֶר איִז געֶקוּמעֶן קײַן יְרוּשָלַיִם. בּעֶגעֶגעֶנט עֶר אַ יוּדיִש קיִנד, גיִט עֶר איִהם עֶטליִכעֶ פְּרוּטוׂת אוּן זאָגט איִהם: געֶה בּרײֵנג מיִר אַזוׂינס װאָס איִך זאָל דעֶרמיִט זיִך אָנעֶסעֶן אוּן זאַט װעֶרעֶן אוּן איִבּעֶרלאָזעֶן אוּן נאָך האָבּעֶן מיִטצוּנעֶהמעֶן אוׂיפ׳ן װעֶג. געֶהט דאָס קיִנד אוּן בּרײֵנגט איִהם זאַלץ. קוּקט איִהם דעֶר אַטהעֶנעֶר אָן פעֶרװאוּנדעֶרט: װאָס איִז דאָס פאַר אַ מַאֲכָל?

— איִך האָבּ געֶבּראַכט דאָס װאָס דוּ האָסט פעֶרלאַנגט — עֶנטפעֶרט דאָס קיִנד — ס׳װעֶט דיִר קלעֶקעֶן, איִ צוּ׳ם עֶסעֶן, איִ צוּ׳ם זאַט זײַן, איִ צוּ׳ם איִבּעֶרלאָזעֶן, איִ נאָך מיִטצוּנעֶהמעֶן אוׂיפ׳ן װעֶג.

פעֶרנעֵהן אַ שטעֵסעֶל.

אַן אַטהעֶנעֶר האָט געֶפוּנעֶן אַ צוּבּראָכעֶן שטעֵסעֶל, בּרײֵנגט עֶר עֶס צוּ אַ יוּדיִשעֶן שנײַדעֶר אוּן זאָגט: „פעֶרנעִה מיִר, זײֵ מוׂחֵל, אָט דאָם צוּבּראָכעֶנעֶ שטעֵסעֶל”. דעֶר שנײַדעֶר בּײֵגט זיִך אָן, הוׂיבּט־אוׂיף אַ הײַפעֶל זאַמד אוּן דעֶרלאַנגט עֶס דעֶם אַטהעֶנעֶר: „אָך מיִט׳ן גרעֶסטעֶן פעֶרגניִגעֶן — זאָגט עֶר איִהם — נאָר פריִהעֶר זײַ דוּ זיִך מַטְרִיחַ אוּן דרעֵה־אוׂיס פוּן דעֶר זאַמד אַ פאָדיִם”.

לוׂיט דעֶם פרעֶג דעֶר עֶנטפעֶר.

אַן אַטהעֶנעֶר איִז געֶקוּמעֶן קײַן יְרוּשָלַיִם. בּעֶגעֶגעֶנט עֶר אַ יוּדיִש קיִנד, גיִט עֶר איִהם עֶטליִכעֶ פְּרוּטוׂת אוּן זאָגט איִהם: געֶה בּרײֵנג מיִר אײַעֶר אוּן קעֶז. געֶהט דאָס קיִנד אוּן בּרײֵנגט. רוּפט זיִך אָן צוּ איִהם דעֶר אַטהעֶנעֶר: „זאָג נוּר מיִר, יוּנגעֶלעֶ, װעֶלכעֶר קעֶז איִז דאָ פוּן אַ װײַסעֶר ציִעג אוּן װעֶלכעֶר פוּן אַ שװאַרצעֶר?”

דאָס קיִנד עֶנטפעֶרט איִהם אָפּ אוׂיפ׳ן אָרט: „פעֶטעֶר, איִהר זעֶנט ↰ 34 אַ זָקֵן, אַדְרַבָּה, זאָגט איִהר, װעֶלכס אײֵ איִז פוּן אַ װײַסעֶר הוּהן אוּן װעֶלכס פוּן אַ שװאַרצעֶר.

דוּרכנעֶפאַלעֶן.

אַן אַטהעֶנעֶר איִז געֵקוּמעֶן קײַן יְרוּשָלַיִם, געֶהט עֶר אַרײַן איִן אַ שוּלעֶ, טרעֶפט עֶר דאָרט קיִנדעֶר זיִצעֶן אַלײֵן אָהן דעֶם רֶבִּי׳ן. פעֶרפיִהרט עֶר מיִט זײֵ אַ שמוּעֶס, עֶר פרעֶגט אוּן זײֵ עֶנטפעֶרעֶן. זאָגעֶן זײֵ איִהם: װײֵסטוּ װאָס, לאָמיִר אָפּמאַכעֶן, װעֶר פוּן אוּנז װעֶט בּײַ אײֵנעֶר פוּן דיִ שַאֲלוׂת דוּרכפאַלעֶן, מוּז עֶר דעֶם צװײֵטעֶן צַד געֶבּעֶן קְנַס זײַנעֶ אַלעֶ קלײֵדעֶר.

— געֶמאַכט.

זאָגעֶן זײֵ: הוׂיבּ דוּ אָן פריִהעֶר, דוּ בּיִסט עֶלטעֶר.

— נײֵן — זאָגט עֶר — אײַך קוּמט דעֶר פאָראוׂיס: איִהר זעֶנט היִגעֶ.

פרעֶגעֶן זײֵ איִהם אַ רעֶטעֶניִש:

„אַרוׂיס — נײַן,
אַכט — אַרײַן,
צװײֵ געֶגאָסעֶן,
אײֵנעֶר געֶנאָסעֶן —
זאָג װאָס איִז דאָס?”

װעֶסט עֶר ניִשט װאָס צוּ עֶנטפעֶרעֶן. נעֶהמט מעֶן צוּ בּײַ איִהם דיִ קלײֵדעֶר. לוׂיפט עֶר אַװעֶק צוּ זײֵעֶר רֶבּי׳ן אוּן פּיִלדעֶרט: סטײַטש, רֶבּי, װאָס איִז עֶס פאַר אַ שטאָדט? װאָס איִז בּײַ אײַך פאַר מִנְהָגִים ? פאַלט צוּ אײַך אַרײַן אַן אוֹרַח בּעֶנעֶהמט מעֶן איִהם פוּן קאָפּ בּיִז פיִס!

— האַ — מאַכט דעֶר רֶבּי מיִט אַ שמײֵכעֶל — איִך פעֶרשטעֵה שוׂין. מֶסְתָּמָא האָט מעֶן דיִך עֶפּיִס געֶפרעֶגט אוּן דוּ בּיִסט געֶבּליִבּעֶן אָהן עֶנטפעֶר.

— װיִ געֶװעֶן דעֶרבּײַ — זאָגט יעֵנעֶר.

— װאָס־זשעֶ, קיִנד מײַנס, האָבּעֶן זײֵ דיִך אַזוׂינס געֶפרעֶגט?

דעֶרצעֶהלט עֶר איִהם: דאָס אוּן דאָס.

— געֶה־זשעֶ, קיִנד מײַנסט, צוּריִק צוּ דעֶר חֶבְרָה יוּנגעֶ לײַט — זאָגט דעֶר רַבּי — אוּן גיִבּ זײֵ עֶנטפעֶר: אַרוׂיס נײַן — דאָס איִז דיִ נעֶן חֳדָשִים פוּן שװאַנגעֶרן. אַכט אַרײַן — דאָס איִז דיִ אַכט טעֶג בּיִז׳ן בְּרִית. צװײֵ געֶגאָסעֶן — דאָס איִז דיִ צװײֵ מוּטעֶרליִכעֶ בּריִסט. אײֵנעֶר געֶנאָסעֶן — דאָס איִז דאָס זוׂיג־קיִנד.

דעֶר אַטהעֶנעֶר איִז בּאַלד אַװעֶק מיִט דעֶר תְּשוּבָה אוּן צוּריִק אָפּגעֶנוּמעֶן דיִ קלײֵדעֶר. בּײַ׳ם אַװעֶקגעֶהן האָבּעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים בּעֶלײֵט מיִט אַ זֶמֶר:

„געֶנאַשט פוּן אַ פרעֶמדעֶן טאָפּ —
זיִך אָנגעֶשטוׂיסעֶן מיִט יעֶנעֶמס קאָפּ”.

↤ 35

אוׂיסגעֶשפּעֶט דעֶם שפּעֶטעֶר.

אײֵנעֶר אַן אַטהעֶנעֶר סוֹחֵר איִז געֶװעֶן איִן יְרוּשָלַיִם, האָט עֶר דעֶרנאָך אוׂיסגעֶלאַכט איִהרעֶ אײַנװאוׂינעֶר. האָט דאָס פעֶרדראָסעֶן דײְַרוּשָׁלַיִם׳עֶר. שמוּעֶסט מעֶן צװיִשעֶן זיִך: װיִ אַזוׂי אַרוּם בּרײֵנגט מעֶן איִהם אַהעֶר װיִדעֶר אַראָפּ? רוּפט זיִך אָן אײֵנעֶר: פעֶרלאָזט זיִך אוׂיף מיִר, איִך װעֶל איִהם אײַך שוֹין אַראָפּבּרײֵנגעֶן מיִט אַ אָפּגעֶגאָלטעֶן קאָפּ. לאָזט עֶר זיִך אַװעֶק צוּ׳ם גרעֶק אוּן שטעֶלט זיִך בּײַ איִהם אָפּ. אוׂיף מאָרגעֶן געֶהעֶן זײֵ בּײֵדעֶ אַרוׂיס שפּאַציִרעֶן איִן מאַרק. רײַסט זיִך בּײַ׳ם יְרוּשָׁלַיִם׳עֶר איִבּעֶר אַ ריִמעֶנדעֶל פוּן זײַן שוּך. װעֶנדעֶט עֶר זיִך דאָרטעֶן צוּ אַ שוּסטעֶר, אוּן בּעֶצאָהלט איִהם פאַר׳ן פעֶררעֶכטעֶן דאָס קלײֵניִגקײַט אַ גרוׂיסעֶ מַטְבֵּעַ. אוׂיפ׳ן אַנדעֶרעֶן טאָג — װיִדעֶר דיִ אײֵגעֶנעֶ מַעֲשֶׂה. חִידוּש׳ט זיִך דעֶר אַטהעֶנעֶר: װאָס הײֵסט עֶס, פאַר אַ פּאָר שטעֶך — אַזאַ איִבּשעֶ מַטְבֵּעַ! אַפָּנִים, שיִך איִז איִן אײַעֶר קאַנט אַ טײַעֶר אַרטיִקעֶל.

— געֶװיִס — זאָגט דעֶר ירוּשׁליִם׳עֶר.

— װיִפיִעל רעֶנדליִך — פרעֶגט דעֶר אַטהעֶנעֶר — קאָסט, לְמָשָל, בּײַ אײַך אַ פּאָר שיִך?

— אַזעֶלכעֶ נײן, צעֶהן רעֶנדליִך אַ פּאָר — עֶנטפעֶרט דעֶר יְרוּשָׁלַיִם׳עֶריִ — אוּן אַז גאָר בּיִליִג — זיִבּעֶן, אַכט.

— װיִ מײֵנסטוּ, אַ שטײֵגעֶר, װעֶן איִך בּרײֵנג אַהיִן דעֶם מיִן סְחוׂרָה װעֶט זיִ זיִך אוׂיספעֶרקוׂיפעֶן?

— געֶװיִס, נאָר פאַר׳ן אַרײַנפאָהרעֶן איִן שטאָדט זאָלסטוּ מיִר גיִבּעֶן צוּ װיִסעֶן, װעֶט שוׂין זײַן רעֶכט.

קוׂיפט עֶר אײַן אַ גרוׂיסעֶ פּאַרטיִעֶ שיִך אוּן לאָזט זיִך אַװעֶק קײַן ירוּשׁליִם. געֶקוּמעֶן צוּם טוׂיעֶר, שיִקט עֶר בּאַלד נאָך זײַן בּעֶקאַנטעֶן יוּדעֶן. קוּמט יעֶנעֶר צוּ לוׂיפעֶן.

— אָ, אַ גאַסט! — בּעֶגעֶגעֶנט עֶר איִהם מיִט שִׂמְחָה — מעֶ קוּקט שוׂין דאָ אַרוׂיס אוׂיף דײַן סְחוֹרָה. דוּ מוּזט אָבּעֶר װיִסעֶן, אַז בּײַ אוּנז איִן יְרוּשָׁלַיִם איִז שוׂין אַזאַ מִנְהָג, אַז אַ שיִכהעֶנדלעֶר טאָר זיִך ניִשט װײַזעֶן איִן מאַרק מיִט זײַן סְחוׂרָה סײַדעֶן מיִט אַ אָפּגעֶגאָלטעֶן קאָפּ אוּן מיִט אַ פָּנִים אוׂיסגעשמיִרט איִן שװאַרצעֶן.

— מֵילָא — מאַכט דעֶר גרעֶק — װאָס מאַכט עֶס אוׂיס? אַבּיִ אוׂיספּעֶרקוׂיפעֶן דיִ סְחוׂרָה.

פיִהרט איִהם אַװעֶק דעֶר יוּד אוּן מעֶ גאָלט איִהם רעֶכט אָפּ אוּן מעֶ פאַרשמיִרט איִהם דאָס פָּנִים, אוּן נאָכדעֶם זעֶצט עֶר איִהם אַניִדעֶר מיִט דעֶר סְחוׂרָה איִן מיִטעֶן מאַרק. לאָזעֶן זיִך צוּ איִהם קוׂנִים.

— װיִ טײַעֶר אַ פּאָר שיִך? — פרעֶגט מעֶן איִהם.

↤ 36

— צעֶהן רעֶנדליִך, צוּליִעבּ דיִר — נײַן, אוּן ניִשט װעֵניִגעֶר פוּן אַכט אַפיִלוּ אײֵן פְּרוּטָה.

דעֶרהעֶרט אַזאַ פּרײַז, קוּקט איִהם דעֶר קוֹנֶה אַן װיִ אַ משוּגעֶ׳נעֶם, גיִט איִהם אַ פּעֶטשיִל מיִט דיִ שיִך איִבּעֶר׳ן גלאַטעֶן קאָפּ, שפּײַט־אוׂיס אוּן אַנטלוׂיפט.

אַזוׂי איִז איִבּעֶרגעֶגאַנגעֶן דעֶר טאָג אוּן דעֶר סוֹחֵר איִז געֶבּליִבּעֶן בּײַ זײַן גאַנצעֶר סְחוֹרָה. דאָ האָט עֶר עֶרשט פעֶרשטאַנעֶן װאָס פאַר אַ שפּיִצעֵל מ׳האָט איִהם אָפּגעֶטהוּן.

שיִקט עֶר װיִדעֶר נאָכ׳ן בּעֶקאַנטעֶן יוּדעֶן אוּן זאָגט איִהם מיִט אַ בּיִטעֶרעֶן פאָרװאוּרף: פוּן דיִר האָבּ איִך זיִך אוׂיף אַזוׂינס ניִט געֶרעֶכט; פאַר װאָס קוּמט עֶס מיִר, האָבּ איִך דיִר עֶפּעֶס שלעֶכטס געֶטהוּן?

— אַ מִצְוָה אוׂיף דיִר — עֶנטפעֶרט דעֶר יוּד — װעֶסט װײַטעֶר שוׂין װיִסעֵן װיִ אָפּצוּלאַכעֶן פוּן יְרוּשָלַיִם׳עֶר יוּדעֶן!

דעֶר גוֹי מיִט דעֶר פָּרָה אֲדוּמָה ¹).

יוּדעֶן האָבּעֶן אַמאָל בּעֶדאַרפט האָבּעֶן אַ פָּרָה אֲדוּמָה. נאָך לאַנג זוּכעֶן האָט מעֶן זיִ געֶפוּנעֶן בּײַ אײֵנעֶם אַ גוׂי. װיִל עֶר פאַר איִהר פיִעֶר רעֵנדליִך. דיִנגט מעֶן זיִך ניִשט אוּן מ׳געֶהט בּרײֵנגעֶן דאָס געֶלד. שטוֹיסט זיִך דעֶר גוׂי אָן אוׂיף װאָס דיִ יוּדעֶן דאַרפעֶן זײַן קוּה, אוּן װיִ מ׳האָט געֶבּראַכט דאָס געֶלד, זאָגט עֶר: נײֵן, איִך װיִל אײַך ניִשט פעֶרקוׂיפעֶן. זאָגעֶן זײֵ איִהם: אֶפְשַר בּיִסטוּ ניִשט צוּפריִעדעִן מיִט דעֶר פּרײז, זאָג־זשעֶ װיִפיִעל פעֶרלאַנגסמוּ. פעֶרשטעֶהט דעֶר עָרֵל, אַז דיִ יוּדעֶן װעֶלעֶן דאָ ניִשט שטעֶהן איִן געֶלד, האַלט עֶר זיִך פעֶסט. גיִבּעֶן זײֵ איִהם שוׂין פיִנף רעֶנדליִך, צעֶהן, צװאַנציִג — װיִל עֶר ניִשט; פיִנפציִג, הוּנדעֶרט — אוּן עֶר װיִל אַלץ ניִט. צוּם סוׂף איִז עֶר קוׂים אײַנגעֶגאַנגעֶן אוׂיף טוׂיזעֶנד. בּלײַבּט עֶס אַזוׂי אוּן מ׳געֶהט בּרײֵנגעֶן דאָס געֶלד.

¹) אַ גאָר רוׂיטעֶ קוּה, װאָס מעֶ פעֶרבּרעֶנט זיִ אוּן מיִט איִהר אַש רײֵניִגעֶן כהנים דיִ אוּמרײֵנעֶ.

װיִ מ׳איִז אַװעֶקגעֶגאַנגעֶן איִז זיִך מְיַשֵב דעֶר גוׂי אוּן זאָגט צוּ זײַנעֶם אַ חַבֶר אַזוׂי: אָט בּאַלד װעֶסטוּ זעֶהן װאָס פאַר אַ שעֵהן שפּיִצעֶל איִך װעֶל דאָ אָפּטהוּן דיִ דאָזיִגעֶ יוּדעֶן. פאַר װאָס, אַ שטײֵגעֶר, מײֵנסטוּ גיִבּעֶן זײֵ מיִר אַזאַ פּרײַז? דעֶרפאַר װאָס מײַן קוּה איִז נאָך ניִשט געֶגאַנגעֶן איִן יאָך. װאָס זשעֶ טהוּ איִך? בּיִז יעֶנעֶ װעֶלעֶן קוּמעֶן צוּריִק — טהוּ איִך אָפּ אײֵן קלײֵניִגקײַט: איִך שפּאַן זיִ בּאַלד אײַן אוּן האַלט זיִ אַ גאַנצעֶ נאַכט איִן דעֶר יאָך, דעֶרנאָך אַבּיִ זײֵ װעֶלעֶן בּעֶצאָהלעֶן דעֶם טוׂיזעֶנדעֶר, מעֶגעֶן זײֵ געֶהן אַהײֵם זיִך קװיִקעֶן מיִט זײֵעֶר מְצִיאָה. געֶזאָגט אוּן געֶטהוּן. איִז אָבּעֶר דאָ געֶװיִסעֶ סִימָנִים, װאָס בּעֶװײַזעֶן ציִ דיִ קוּה איִז געֶװעֶן איִן יאָך ציִ נײֵן: אוׂיף איִהר האַלז, ↰ 37 פּוּנקט אוׂיף דעֶם אָרט װיִ מעֶ טהוּט־אָן דײַאָך, איִז פאַרהאַן אַזעֶלכעֶ צװײֵ האָר. פאַר׳ן עֶרשטעֶן יאָך זעֶנעֶן דיִ האָר אוׂיפגעֶשטעֶלט, נאָך דעֶם — בּלײַבּעֶן זײֵ אײַנגעֶבּוׂיגעֶן. אוׂיסעֶר דעֶם איִז צוּ דעֶרקעֶנעֶן דיִ קוּה איִן דיִ אוׂיגעֶן: פאַר׳ן עֶרשטעֶן יאָך קוּקעֶן בּײֵדעֶ אוׂיגעֶן גלײַך; נאָך דעֶם — פּיִנטעֶלט זיִ מיִט דיִ אוׂיגעֶן אוּן קוּקט קרוּם צוּ דעֶר יאָך צוּ.

װיִ דעֶר גוׂי האָט דעֶרזעֶהן דיִ יוּדעֶן קוּמעֶן צוּריִק מיִט׳ן גאָלד, חאַפּט עֶר אוּן בּעֶפרײַעֶט געֶשװיִנד דיִ קוּה פוּן דעֶר יאָך, אוּן פיִהרט זיִ אַרוׂיס צוּ זײֵ אַנטקעֶגעֶן. נעֶהמעֶן זיִך דיִ קוׂנִים זיִ גוּט בּעֶטראַכטעֶן, בּעֶמעֶרקט מעֶן, װיִ דיִ געֶװיִסעֶ צװײֵ האָר אוׂיפ׳ן האַלז ליִגעֶן שוׂין אײַנגעֶבּוׂיגעֶן אוּן דיִ אוׂיגעֶן פּיִנטלעֶן אוּן קוּקעֶן קרוּם איִן דעֶר זײַט. דעֶרזעֶהן דאָס, זאָגעֶן זײֵ דעֶם גוׂי: „מעֶגסט זיִך צוּנעֶהמעֶן דײַן קוּה צוּריִק, מוׂחֵל דיִ מְצִיאָה, אַפיִלוּ אוּמזיִסט נעֶהמעֶן מיִר זיִ אוׂיך ניִשט”.

דעֶרהעֶרט אַזעֶלכעֶ װעֶרטעֶר, איִז דעֶר גוׂי געֶבּליִבּעֶן שטעֶהן װיִ אַ געֶלעֶהמטעֶר. אוׂיף אַזאַ מַפָּלָה האָט עֶר זיִך גאָר ניִשט געֶרעֶכט. אוּן פאַר גרוׂיס פעֶרדראָס, װאָס עֶר האָט אָנגעֶװאוׂירעֶן אַ מַטְמוֹן מיִט געֶלד — האָט עֶר זיִך איִן דעֶר אײֵגעֶנעֶר נאַכט בּײַ זיִך איִן שטוּבּ אוׂיפגעֶהאַנגעֶן.

אוׂיפ׳ן אָרט אָפּגעֶעֶנטפעֶרט.

דעֶר תַּנָא רַבִּי יְהוֹשֻעַ איִז געֶגאַנגעֶן איִן װעֶג, בּעֶגעֶגעֶנט עֶר אַ קיִנד טראָגט אַ פעֶרדעֶקטעֶ כֵּלִי. פרעֶגט עֶר איִהם: װאָס טראָגסטוּ דאָ איִן דעֶר פעֶרדעֶקטעֶר כֵּלִי?

— װאָלט דיִ מאַמעֶ װעֶלעֶן — עֶנטפעֶרט דאָס קיִנד אוׂיפ׳ן אָרט — מעֶ זאָל װיִסעֶן װאָס איִך טראָג — װאָלט זיִ מיִר ניִשט הײֵסעֶן פעֶרדעֶקעֶן.

אַרײַנגעֶקוּמעֶן איִן שטאָדט, זעֶהט ר׳ יְהוֹשֻעַ אַ מײֵדעֶלעֶ שטעֵהט אוּן שעֶפּט װאַסעֶר פוּנ׳ם קװאַל. פרעֶגט עֶר זיִ: װעֶסט מיִר גיִבּעֶן אַ טרוּנק?

— אָך, איִ דיִר איִ דײַן עֵזעֶל.

בּײ׳ם אַװעֶקגעֶהן זאָגט עֶר איִהר: טאָכטעֶר מײַנעֶ, דוּ האָסט נאָכגעֶטהוּן דיִ מוּטעֶר רִבְקָה.

— יאָ — האַקט זיִ איִהם אָפּ — איִך האָבּ נאָכגעֶטהוּן דעֶר מוּטעֶר רִבְקָה, דוּ אָבּעֶר אֱלִיעֶזֶר׳ן האָסט ניִשט נאָכגעֶטהוּן ¹).

¹) װעֶן אליִעֶזר, אברהם־אבינוּ׳ס קנעֶכט, האָט רבקה׳ן בּײַ׳ם בּרוּנעֶן געֶבּעֶטעֶן אַ טריִנק, האָט זיִ איִהם געֶעֶנטפעֶרט: „טריִנק דוּ מיִט דײַנעֶ קעֶמלעֶן”. דעֶרנאָך, בּײַ׳ם אַװעֶקגעֶהן, האָט עֶר איִהר דעֶרפאַר געֶגעֶבּעֶן אַ געֶשאַנק.

דֶער צװֵײטֶער חֻרְבָּן.
שרעֶקעֶנדיִגעֶ סִימָנִים.

פיִערציִג יאָהר פאַר׳ן חֻרְבָּן פוּנ׳ם צװײֵטעֶן בֵּית־הַמִקְדָש, האָבּעֶן זיִך שוׂין בּעֶװיִזעֶן שרעֶקעֶנדיִגעֶ סִימָנִים. דעֶר נֵר־תָּמִיד איִן בֵּית־הַמִקְדָש פלעֶג זיִך פּלוּציִם אוׂיסלעֵשעֶן. דיִ בּרײֵטעֶ טהיִרעֶן פוּנ׳ם טעֶמפּעֶל פלעֶגעֶן זיִך פּלוּצוּם פוּן זיִך אײֵן עֶפעֶנעֵן, בּיִז ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכְּאַי האָט אײֵנמאָל אָנגעֶשריִגעֶן: „טעֶמפּעֶל, טעֶמפּעֶל! — װאָס װאַרפסטוּ־אָן אַ שרעֶק? מעֶ װײֵסט, מעֶ װײֵסט, מ׳געֶהט צוּ׳ם חֻרְבָּן, ס׳קליִנגט נאָך איִן אוּנזעֶרעֶ אוׂיעֶרעֶן דיִ שרעֶקליִכעֶ נְבוּאָה פוּן זְכַרְיָה בֶּן עִדוֹ:

„עֶפעֶן־אוׂיף, לְבָנוֹן ¹), דײַנעֶ טהיִרעֶן,
זאָל פרעֶסעֶן דאָס פײַעֶר דײַנעֶ צעֶדעֶרעֶן”.

ר׳ לֵוִי זאָגט: זעֶקס יאָהר דוּרכאַנאַנד האָבּעֶן דיִ קוׂילעֶן געֶטליִהט איִן דעֶר האַנד פוּן מַלְאָך גַבְרִיאֵל. עֶר האָט אַלץ געֶװאַרט, אֶפְשַׁר װעֶלעֶן דיִ יוּדעֶן תְּשוּבָה טהוּן. געֶזעֶהן, אַז זײֵ האַלטעֶן ניִשט דעֶרבּײַ, האָט עֶר אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן דיִ האַנד מיִט צאָרן אוּן געֶװאָלט שוֹין אַ שׁלײַלדעֶר טהוּן אוׂיף זײֵעֶרעֶ קעֶפּ.

— גַבְרִיאֵל, האַלט! — האָט אוׂיף איִהם גאָט אָנגעֵשריִגעֶן — ניִשט געֶאײַלט, ס׳איִז נאָך דאָ צװיִשעֶן זײֵ בַּעֲלֵי־צְדָקוֹת.

↤ 38

איִבּעֶר װאָס איִז דאָס לאַנד חָרוּב געֶװאָרעֶן?

„װאוׂיל איִז דעֶם מאַן — זאָגט שלׂמה איִן זײַנעֶ שפּריִכװעֶרטעֶר — װאָס זעֶהט פאָראוׂיס שטעֶנדיִג דאָס געֶפאַר, אוּן דעֶר צוּ־אײַנגעֶשפּאַרטעֶר פאַלט־אַרײַן איִן אַ אוּמגליִק”. ר׳ יוחנן האָט עֶס אײַנגעֶװעֶנדעֶט אוׂיף דעֶר צײַט פוּנ׳ם חוּרבּן: איִבּעֶר אַ קמצא מיִט אַ בר־קמצא איִן חרוב געװאָרעֶן ירוּשליִם איִבּעֶר אַ הוּהן מיִט אַ היִהן — טוּר־מלכא; איִבּעֶר אַן אַקס פוּן אַ װאָגעֶן — בּיתר.

¹) דעֶר בּית־המקדש איִז געֶבּוֹיט פוּן צעֶדעֶרבּוֹימעֶר געֶנוּמעֶנעֶ פון װאַלד לבנוֹן.

↤ 39

I. איִבּעֶר קַמְצָא אוּן בַּר־קַמְצָא איִז חָרוּב געֶװאָרעֶן יְרוּשָׁלַיִם.

אײֵנעֶר פוּן דיִ געֶהוׂיבּעֶנעֶ יְרוּשָׁלַיִם׳עֶר לײַט האָט געֶהאַט אַ גוּטעֶן פרײַנר מיִט׳ן נאָמעֶן קַמְצָא, אוּן אַ שׂוׂנֵא — בַּר־קַמְצָא. מאַכט עֶר אײֵנמאָל אַ מאָהלצײַט, אוּן הײֵסט זײַן בּעֶדיִענעֶר אײַנלאַדעֶן קַמְצָא׳ן. געֶהט יעֶנעֶר אוּן רוּפט עַל פּי טָעוׂת בַּר־קַמְצָא׳ן. בּײַ דעֶר סְעוּדָה דעֶרזעֶהט דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת צװיִשעֶן דיִ געֶסט זײַן שׂוׂנֵא בַּר־קַמְצָא. פרעֶגט עֶר איִהם: „דוּ בּיִסט דאָך מײַן שוׂנא, װיִ קוּמסטוּ אַהעֶר? אַרוׂיס פוּן דאַנעֶן!”

— אַז איִך בּיִן שוׂין דאָ, — זאָגט יעֶנעֶר — לאָז מיִך, איִך בּעֵט דיִך, אוּן איִך װעֶל דיִר בּעֶצאָהלעֵן פאַר מײַן חֵלֶק װיִפיִעל איִך װעֶל בּײַ דיִר געֶניִסעֶ”.

— נײֵן — זאָגט דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת.

— װעֶל איִך דיִר בּעֶצאָהלעֶן פאַר אַ האַלבּעֶר סְעוּדָה.

— נײֵן!

— פאַר דעֶר גאַנצעֶר.

— נײֵן אוּן נײֵן!

אוּן אָנגעֶנוּמעֶן דעֶם אוּמגעֶבּעֶטעֶנעֶם גאַסט פאַר דעֶר האַנד, פיִהרט איִהם דעֶר אײַנגעֶשפּאַרטעֶר בַּעַל־הַבַּיִת פוּנ׳ם טיִש אַרוׂיס.

אַ טיִעף־בּעֶלײֵדיִגטעֶר בּלײַבּט שטעֶהן בַּר־קַמְצָא אוּן טראַכט זיִך מיִט פעֶרדרוּס: „סטײַטש, אַזאַ בִּזָיוֹן מיִר אָנגעֶטהוּן פאַר אַן עֵדָה יוּדעֶן, אוּן עֵמיִצעֶר פוּן דיִ תַּלְמִידֵי־חֲכָמִים, װאָס זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן דעֶרבּײַ, זאָלעֶן עֶס איִהם זאָגעֶן אַ װאָרט. װאוּ איִז כָּבוׂד הַבְּרִיוׂת¹)? איִך מוּז נעֶהמעֶן נְקָמָה”.

געֶהט עֶר גלײַך אַװעֶק צוּם רוׂימיִשעֶן קֵיסָר אוּן מַסֶר׳ט:

— יוּדעֶן בּוּנטעֶװעֶן...

— אַ בּעֶװײַז? — פרעֶגט דעֶר קֵיסָר.

— פּרוּב שיִק אַ קָרְבָּן איִן בֵּית־הַמִקְדָשׁ, װעֶסטוּ זעֵהן ציִ זײֵ װעֶלעֶן איִהם אָננעֶהמעֶן.

שיִקט דעֶר קֵיסָר, טאַקיִ דוּרך בַּר־קַמְצָא אַלײֵן, אַ דרײַ־יעֶהריִג פײַן קאַלבּ. אוׂיפ׳ן װעֶג נעֶהמט בַּר־קַמְצָא אוּן מאַכט איִנ׳ם קאַלבּ אַזאַ קלײֵנעֶם מוּם ²), װאָס נוּר בּײַ יוּדעֶן רעֶכעֶנט מעֶן זיִך מיִט איִהם, אָבּעֶר ניִט בּײַ גוֹיִם. קוּמט עֶר קײַן יְרוּשָׁלַיִם מיִט׳ן קָרְבָּן איִן נאָמעֶן פוּנ׳ם קֵיסָר. װיִלעֶן דיִ חֲכָמִים איִהם אָננעֶהמעֶן, צוּליִעבּ שְׁלוׂם־מַלְכוּת ³), דעֶרלאָזט ניִשט ר׳ זְכַרְיָה בֶּן אַבְקִילוּס. „װיִ הײֵסט? — טַעֲנֶה׳ט עֶר — איִהר װיִלט מעֶ זאָל זאָגעֶן, אַז ↰ 40 מעֶ מעֶג בּרײֵנגעֶן אַ קָרְבָּן אַ בַּעַל־מוּם!” װיִל מעֶן טוׂיטעֶן בַּר־קַמְצָא׳ן, עֶר זאָל װײַטעֶר ניִשט געֶהן פעֶר׳מַסֶר׳עֶן יוּדעֶן פאַר׳ן קֵיסָר — לאָזט װיִדעֶר ניִשצ ר׳ זְכַרְיָה: „װיִ הײֵסט, מעֶ זאָל זאָגעֶן, אַז פאַר אַ מוּם מאַכעֶן קוּמט טוׂיט־שטראָף?”

¹) מעֶנשליִכעֶ עֶהרעֶ. ²) אַ פעֶהלעֶר װאָס פּסל׳ט דיִ בּהמה פאַר אַ קרבּן צוּמ מזבּח. ³) כדי זיִך ניִשט צוּ פעֶרקריִגעֶן מיִט׳ן מלך.

בַּר־קַמְצָא האָט מעֶהר ניִשט בּעֶדאַרפט. עֶר איִז גלײַך אַװעֶקגעֶגאַנגעֶן אוּן געֶבּראַכט צוּם קֵיסָר דעֶם בּעֶװײַז.

(אָ! — האָט ר׳ יוֹחָנָן װעֶגעֶן דעֶם אוׂיסגעֶשריִגעֶן — ר׳ זְכַרְיָה׳ס איִבּעֶרפרוּמקײַט האָט חָרוּב געֶמאַכט אוּנזעֶר הוׂיז, פעֶרבּרעֶנט אוּנזעֶר טעֶמפּעֶל אוּן אוּנז פעֶרטריִבּעֶן פוּן אוּנזעֶר לאַנד!).

האָט זיִך ניִרוֹן־קֵיסָר געֶלאָזט געֶהן אוׂיף דעֶם יוּדיִשעֶן לאַנד. צוּגעֶקוּמעֶן נעֶבּעֶן יְרוּשָׁלַיִם, האָט עֶר געֶפּרוּבט אַרוׂיסלאָזעֶן אַ פײַל איִן מִזְרָח־זײַט, האָט זיִ זיִך אוׂיסגעֶדרעֶהט אוּן געֶפאַלעֶן איִן יְרוּשָׁלַיִם, נאָך אַ פײַל קײַן מַעֲרָב — אוּן דיִ איִז אוׂיך געֶפאַלעֶן איִן יְרוּשָׁלַיִם, אוּן דאָס זעֶלבּעֶ מיִט אַלעֶ פיִער זײַטעֶן װעֶלט.

בּרײֵנגט מעֶן פאַר ניִרוֹן־קֵיסָר אַ יוּדיִש קיִנד. פרעֶגט עֶר איִהם: יוּנגעֶלעֶ, זאָג װאָס פאַר אַ פָּסוּק האָסטוּ הײַנט געֶלעֶרעֶנט? עֶנטפעֶרט דאָס קיִנד: „איִך װעֶל אוׂיסלאָזעֶן מײַן נְקָמָה צוּ אֱדוֹם׳ן דוּרך מײַן פאָלק יִשְׂרָאֵל” ¹).

„אַזוׂי גאָר — טראַכט זיִך ניִרוֹן־קֵיסָר — גאָט װיִל חָרוּב מאַכעֶן זײַן הוׂיז אוּן מיִך שׂטעֶלט עֶר אַרוׂיס”... הוׂיבּט עֶר זיִך אוׂיף אוּן אַנטלוׂיפט, אוּן, װיִ מ׳האָט דעֶרצעֶהלט, האָט עֶר זיִך מְגַײֵר געֶװעֶן אוּן פוּן איִהם איִז איִן אַ שפּעֶטעֶרדיִגעֶן דוׂר אַרוׂיסגעֶקוּמעֶן דעֶר תַּנָא ר׳ מֵאִיר.

נאָך דעֶם איִז בּעֶפאַלעֶן אוׂיפ׳ן יוּדיִשעֶן לאַנד אֶסְפַּסְיָנוּס. דרײַ יאָהר דוּרכאַנאַנד איִז געֶװעֶן יְרוּשָׁלַיִם בּעֶלאַגעֶרט, ניִשט אַרײַן אוּן ניִשט אַרוׂיס. האָבּעֶן זיִך געֶפוּנעֶן דעֶמאָלט איִן שטאָדט דרײַ רײַכעֶ, גוּטעֶ אוּן פרוּמעֶ לײַט: נַקְדִימוּן בֶּן גוּרְיוֹן, בֶּן־כַּלְבָּא־שָבוּע אוּן בֶּן־צִיצִית־הַכְּסַת. נעֶהמעֶן זײֵ זיִך אוּנטעֶר אוׂיסצוּהאַלטעֶן דיִ בּעֶלאַגעֶרטעֶ שטאָדט מיִט דיִ נוׂיטיִגסטעֶ בּעֶדעֶרפעֶניִשעֶן: אײֵנעֶר מיִט װײֵץ אוּן געֶרשטעֶן, אײֵנעֶר מיִט װײַן, זאַלץ אוּן בּוׂימאײֵל, אוּן אײֵנעֶר מיִט האָלץ. אַז זײֵ האָבּעֶן געֶעֶפעֶנט זײֵעֶרעֶ אָנגעֶפוּלטעֶ אַמבּאַרעֶן, האָט זיִך אַרוׂיסגעֶװיִזעֶן אַז זײֵ האָבּעֶן בְּכוׂחַ אוׂיסצוּהאַלטעֶן דיִ גאַנצעֶ שטאָדט אײֵן אוּן צװאַנציִג יאָהר דוּרכאַנאַנד.

¹) דאָס איִז אַ פסוּק איִן נביא יחזקאל. דעֶר נאָמעֶן אדוׂם װעֶרט איִן דעֶר אגדה אַנמײֵסטעֶן אָנגעֶצוׂיגעֶן אוׂיף רוׂים.

איִן יעֶנעֶר צײַט האָבּעֶן געֶהאַט דיִ אוׂיבּעֶרהאַנד איִן יְרוּשָׁלַיִם דיִ געֶװיִסעֶ חֶבְרָה זעֶלאָטעֶן, פעֶרבּרעֶנטעֶ געֶגנעֶר פוּן דיִ רוׂימעֶר. האָבּעֶן זײֵ זיִך געֶריִסעֶן פוּן שטאָדט אַרוׂיסצוּטרעֶטעֶן געֶגעֶן דעֶם שׂוׂנֵא. בּעֵטעֶן זיִך בּײַ זײֵ ↰ 41 דיִ עֶלטעֶרעֶ אוּן געֶלאַסעֶנעֶ לײַט: „לאָמיִר בּעֶסעֶר אַרוׂיסגעֶהן מאַכעֶן שָלוׂם מיִט דיִ רוׂימעֶר”. װיִלעֶן זײֵ דעֶרפוּן ניִשט העֶרעֶן. „נײֵן — זאָגעֶן זײֵ — נוּר מִלְחָמָה”. — „מיִט מִלְחָמָה אָבּעֶר — האַלטעֶן זיִך יעֶנעֶ בּײַ זײֵעֶרס — װעֶלעֶן מיִר גאָר ניִשט אוׂיספיִהרעֶן, מיִר זעֶנעֶן שװאַך אוּן דעֶר שונֵא שטאַרק”. נעֶהמעֶן דיִ זעֶלאָטעֶן אוּן פעֶרבּרעֶנעֶן אַלעֶ אַמבּאַרעֶן — שטאַרקט זיִך איִן שטאָדט דעֶר הוּנגעֶר.

איִן יעֶנעֶר צײַט פוּנ׳ם גרוׂיסעֶן הוּנגעֶר האָט אײֵן פרוׂי, מָרְתָא בַּת בַּיְתוּס, דיִ גרעֶסטעֶ גביִר׳טעֶ איִן יְרוּשָׁלַיִם, אַרוׂיסגעֶשיִקט איִהר מְשָרֵת איִן מאַרק קוֹיפעֶן פאַר איִהר זעֶמעֶל־מעֶהל. אײֵדעֶר עֶר האָט זיִך געֶריִהרט געֶהן איִז דיִ גאַנצעֶ זעֶמעֶל־מעֶהל פוּן מאַרק אוׂיספעֶרקוׂיפט געֶװאָרעֶן, קוּמט עֶר צוּריִק אוּן זאָגט איִהר: קײַן זעֶמעֶל־מעֶהל איִז שוׂין ניִשטאָ, ס׳איִז צוּ בּעֶקוּמעֶן נוּר װײַס־בּרוׂיט. שיִקט זיִ איִהם נאָך װײַס בּרוׂיט. קוּמט עֶר צוּריִק אוּן זאָגט: שוׂין צוּחאַפּט דאָס װײַס־בּרוׂיט אוׂיך, געֶבּליִבּעֶן איִז נוּר גראָבּ־בּרוׂיט. „לוׂיף־זשעֶ — זאָגט זיִ — גיִכעֶר אוּן בּרײֵנג חאָטש גראָבּ בּרוׂיט”. לוׂיפט עֶר אוּן קוּמט װיִדעֶר מיִט גאָר ניִשט. „ס׳איִז שוׂין ניִשט מעֶהר געֶבּליִבּעֶן — זאָגט עֶר — װיִ געֶרשטעֶן־בּרוׂיט”. — לאָז שוׂין זײַן געֶרשטעֶן־בּרוׂיט, אַבּיִ בּרײֵנג — שרײַט זיִ אוׂיס. לוׂיפט עֶר אוּן קוּמט װיִדעֶר מיִט לעֶדיִגעֶ העֶנד. ניִשטאָ גאָרניִשט, אַלעֶס אוׂיספעֶרקוׂיפט. חאַפּט זיִ אוּן טהוּט־אוׂיס איִהרעֶ מיִט גאָלד געֶשטריִקטעֶ שיִכליִך, אוּן לאָזט זיִך געֶהן אַלײֵן איִן מאַרק. „אֶפְשַר — זאָגט זיִ — װעֶט מיִר געֶראָטעֶן װאָס ס׳איִז בּעֶקוּמעֶן דאָרט צוּ שטיִלעֶן דעֶם הוּנגעֶר”. איִן מאַרק האָבּעֶן זיִך איִהרעֶ בּאָרװיִסעֶ פיִס אײַנגעֶשמיִרט איִן קוׂיט, האָט זיִ עֶס ניִשט געֶקעֶנט איִבּעֶרטראָגעֶן אוּן איִז געֶשטאָרבּעֶן.

— אַזעֶלכעֶ װיִ זיִ — האָט ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכְּאַי אוׂיסגעֶשריִגעֶן — מעֶגט עֶס דעֶר פָּסוּק פוּן דעֶר תּוֹכָחָה: „דיִ צאַרטליִכסטעֶ אוּן דיִ עֵדעֶלסטעֶ, װאָס האָט ניִשט געֶפּרוּבט שטעֶלעֶן איִהר פוּס־טריִט אוׂיף דעֶר עֶרד פאַר עֵדיִלקעֶט אוּן צאַרטליִכקײַט”.

װיִ אַנדעֶרעֶ דעֶרצעֶהלעֶן איִז געֶקוּמעֶן איִהר טוׂיט דוּרך דעֶם װאָס זיִ האָט זיִך אָנגעֶשלאָגעֶן אוׂיף ר׳ צָדוֹק׳ס אַן אוׂיסגעֶזוׂיגעֶנעֶ געֶפּרעֶסטעֶ פײַג, האָט זיִ עֶס געֶחאַפּט אוּן אוׂיפגעֶגעֶסעֶן, דעֶרפוּן איִז זיִ חַלָשׁוּת געֶפאַלעֶן אוּן געֶשטאָרבּעֶן.

פאַר׳ן טוׂיט האָט זיִ אוׂיסגעֶשריִגעֶן: װאָס טוׂיג מיִר מײַן גאָלד? װאָס דאַרף איִך מײַן זיִלבּעֶר? נעֶהמט אוּן װאַרפט עֶס אַרוׂיס אוׂיף דעֶר גאַס!

מיִט ר׳ צָדוֹק׳ס פײַג איִז אַזאַ מַעֲשֶׂה: דעֶר תַּנָא ר׳ צָדוֹק האָט פעֶרבּראַכט פעֶרציִג יאָהר דוּרכאַנאַנד איִן טרוׂיעֶר אוּן איִן תַּעְנֵיתִים, אַלץ געֶבּעֵטעֶן גאָט עֶר זאָל זיִך דעֶרבּאַרעֶמעֶן אוּן ניִשט חָרוּב מאַכעֶן יְרוּשָׁלַיִם. פוּן דיִ תַּעְנֵיתִים איִז ר׳ צָדוֹק געֶװאָרעֶן אַזוׂי אוׂיסגעֶדאַרט אוּן אײַנגעֶטריִקעֶנט, אַז ↰ 42 דיִ הוׂיט פוּן זײַן לײַבּ האָט אוׂיסגעֶזעֶהן װיִ דוּרכזיִכטיִג, אוּן װעֶן עֶר האָט עֶפּיִס געֶשליִנגעֶן האָט מעֶן עֶס אַרוׂיסגעֶזעֶהן דוּרכ׳ן האַלז. נאָך יעֶדעֶן תַּעֲנִית פלעֶג עֶר איִן אָבעֶנד אָפּפאַסטעֶן מיִט געֶפּרעֶסטעֶ פײַגעֶן, אוׂיסזוׂיגעֶן דיִ זאַפט אוּן אַװעֶקװאַרפעֶן. אײֵנעֶ פוּן דיִ אוׂיסגעֶזוׂיגעֶנעֶ פײַגעֶן האָט מרתא בּת בּיתוּס געֶפוּנעֶן.

געֶהט אַרוׂיס ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכְּאַי איִן גאַס, דעֶרזעֶהט עֶר װיִ מעֶ קאָכט שטרוׂי אוּן מעֶ זוּפּט דאָס װאַסעֶר, טראַכט עֶר זיִך: איִז מעֶגליִך אַז מעֶנשעֶן װאָס נעֶהרעֶן זיִך מיִט װאַסעֶר פוּן אוׂיסגעֶקאָכטעֶ שטרוׂי, זאָלעֶן קעֶנעֶן אַקעֶגעֶנשטעֶהן דיִ מַחֲנוֹת פוּן אֶסְפַּסְיָנוּס? נײֵן, דאָס אײֵנציִגעֶ מיִטעֶל איִז איִך זאָל אַרוׂיס פוּן שׁטאָדט, אפשר װעֶל איִך עֶפּיִס קעֶנעֶן אוׂיספיִהרעֶן בּײַ אֶסְפַּסְיָנוּס׳ן.

שיִקט ר׳ יוֹחָנָן רוּפעֶן צוּ זיִך בְּסוֹד זײַן קָרוּב אַבָּא־סִיקְרָא, דעֶם עֶלטבטעֶן איִבּעֶר דיִ זעֶלאָטעֶן. אַז עֶר איִז געֶקוּמעֶן פרעֵגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן: בּיִז װאַנעֶן װעֶלעֶן דײַנעֶ לײַט זיִך אַזוׂי אוׂיפפיִהרעֶן אוּן אוּמבּרײֵנגעֶן דיִ שטאָדט דוּרך הוּנגעֶר? זאָגט עֶר: „װאָס קעֶן איִך מאַכעֶן? לאָמיִך פּרוּבעֶן זײֵ אײֵן װאָרט זאָגעֶן בּיִן איִך ניִשט זיִכעֶר מיִט׳ן לעֶבּעֶן”. זאָגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן: „זעֶה געֶפוּן עֶפּיִס אַ מיִטעֶל איִך זאָל פוּן דאַנעֶן אַרוׂיס, אֶפְשַר װעֶט זיִך מיִר אײַנגעֶבּעֶן צוּ בּרײֵנגעֶן אַ שטיִקעֶל היִלף”. זאָגט איִהם אַבּא־סיקרא: „בּײַ אוּנז איִז אָבּעֶר אָפּגעֶמאַכט, אַז אַרוׂיסלאָזעֶן אוׂיסעֶר דעֶר שטאָדט זאָל מעֶן נוּר אַ מֵת”. אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט ר׳ יוֹחָנָן — קעֶן מעֶן דאָך מיִך אַרוׂיסטראָגעֶן אַלס א מֵת. — „דאָס קעֶן מעֶן אֶפְשַר — זאָגט אַבּא־סיקרא- נאָר דוּ מוּזט זיִך פריִהעֶר מאַכעֶן קראַנק אוּן אַלעֶ זאָלעֶן קוּמעֶן דיִך בּעֶזוּכעֶן. דעֶרנאָך זאָל מעֶן לעֶגעֶן אוׂיף דײַן בּעֶט אַזוׂינס װאָס האָט אַ שלעֶכטעֶן רֵיחַ, אוּן מ׳זאָל אַרוׂיסלאָזעֶן אַ קוׂל: געֶשטאָרבּעֶן ר׳ יוֹחנן; זאָלעֶן קוּמעֶן דײַנעֶ נאָהעֶנטעֶ תַּלְמִידִים אוּן זײֵ זאָלעֶן טראָגעֶן דײַן אָרוׂן, אַ פרעֶמדעֶן אָבּעֶר זאָל מעֶן ניִשט צוּ־לאָזעֶן: אַ לעֶבּעֶדיִגעֶר איִז, װיִ בּעֶקאַנט, פיִעל גריִנגעֶר פוּן אַ טוׂיטעֶן קעֶרפּעֶר — קעֶן מעֶן זיִך נאָך לײַכט אָנשטוׂיסעֶן”.

פאָלגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן. קוּמעֶן זײַנעֶ תַּלְמִידִים אוּן טראָגעֶן דעֶם אָרוׂן, ר׳ אֱלִיעֶזֶר צוּקאָפּעֶנס אוּן ר׳ יְהוֹשֻעַ צוּפוּסעֶנס. פאַר־נאַכט, בּײ׳ם זוּן־אוּנטעֶרגאַנג איִז מעֶן צוּגעֶקוּמעֶן מיִט׳ן אָרוׂן צוּ דיִ טוׂיעֶרעֶן פוּן יְרוּשָלַיִם. שטעֶהעֶן דאָרט בּעֶװאָפעֶנטעֶ טוׂיעֶר־היִטעֶרס פוּן דיִ זעֶלאָטעֶן, פרעֶגעֶן זײֵ: װעֶמעֶן טראָגט איִהר דאָ?

— אַ מֵת — עֶנטפעֶרעֶן דיִ טרעֶגעֶר — אוּנזעֶר רַבִּי איִז נִפְטַר געֶװאָרעֶן. װײֵסט איִהר דעֶן ניִשט אַז מעֶ טאָר ניִשט לאָזעֶן אַ מֵת איִבּעֶרנעֶכטיִגעֶן איִן יְרוּשָלַיִם?

הוׂיבּט־אוׂיף אײֵנעֶר פוּן דיִ היִטעֶר זײַן שפּיִז מיִט דעֶר דֵעָה דעֶם מֵת אַ שטאָך צוּ טהוּן. דעֶרלאָזט ניִשט אַבּא־סיקרא. „װאָס װעֶט מעֶן זאָגעֶן — ↰ 43 שרײַעט עֶר אָן — דעֵם רבּי׳ן געֶשטאָכעֶן”. װיִל אַ צװײֵטעֶר אַ שטוׂיס טהוּן דעֶם מֵת מיִט׳ן פוֹיסט. שרײַעט װיִדעֶר אָן אַבּא־סיקרא: „מעֶ װעֶט זאָגעֶן, דעֶם רבּי׳ן געֶשטוׂיסעֶן!”

עֶפעֶנט מעֶן דיִ טוׂיעֶרעֶן אוּן מעֶ לאָזט אַרוּסטראָגעֶן דעֶם אָרוׂן.

געֶקוּמעֶן איִן דעֶר רוֹמיִשעֶר מַחֲנֶה לאָזט מעֶן אַרוׂיס ר׳ יוֹחָנָן פוּנ׳ם אָרוׂן איִן עֶר שטעֶלט זיִך פאַר אֶספּסינוֹס׳ן.

— פריִעד צוּ דיִר, קעֶניִג! פריִעד צוּ דיִרוׂי קעֶניִג! — בּעֶגריִסט איִהם ר׳ יוֹחָנָן.

— דוּ פעֶרדיִעֶנסט — עֶנטפעֶרט איִהם אוׂיף דעֶם אֶספסינוֹס — אַ צװײֵפאַכעֶן טוׂיט. אײֵנמאָל, פאַר דעֶם װאָס דוּ רוּפסט מיִך מיִט׳ן נאָמעֶן קעֶניִג, אוּן דוּ װײֵסט דאָך אַז איִך בּיִן ניִשט קײֵן קעֶניִג; צװײֵטעֵנס, בּיִן איִך יאָ אַ קעֶניִג, פאַר װאָס בּיִסטוּ צוּ מיִר בּיִז איִצט ניִשט געֶקוּמעֶן?

— עֶרלוׂיבּ מיִר דיִר צוּ עֶנטפעֶרעֶן אוׂיף בּײֵדעֶ זאַכעֶן — זאָגט ר׳ יוֹחָנָן — מֶלֶך האָבּ איִך דיִר געֶרוּפעֶן, װײַל אוּנזעֶר קעֶניִגליִכעֶ שטאָדט יְרוּשָׁלַיִם, לוׂיט דעֶם פאָראוׂיסזעֶהן פוּן אוּנזעֶרעֶ נְבִיאִים, מוּז פאַלעֶן נוּר דוּרך דעֶר האַנד פוּן אַ מעֶכטיִגעֶן קעֶניִג. אוּן פאַר װאָס בּיִן איִך ניִשט געֶקוּמעֶן בּיִז איִצט? אוּנזעֶרעֶ זעֶלאָטעֶן האָבּעֶן ניִשט דעֶרלאָזט.

— איִז קײַן מיִטעֶל ניִשטאָ? — זאָגט עֶספסינוֹס פעֶרבּיִסעֶן — װעֶן אַ גיִפטיִגעֶ שלאַנג װיִקעֶלט זיִך אַרוּם אַ פאַס מיִט האָניִג, װאָס בּלײַבּט צוּ־טהוּן? צוּבּרעֶכט מעֶן איִנגאַנצעֶן דיִ פאַס אַבּיִ פוּנ׳ם שלאַנג פָּטוּר צוּ װעֶרעֶן.

ר׳ יוֹחָנָן איִז געֶבּליִבּעֶן אַנשװיִגעֶן.

(אוׂיף דעֶם האָט אײֵנעֶר פוּן דיִ שפּעֶטעֶרדיִגעֶ תַּנָאִים אוׂיסגעֶשריִגעֶן מיִט דיִ װעֶרטעֶר פוּנ׳ם נָבִיא: „עֶר (גאָט) נעֶהמט־אָפּ דעֶם שֵׂכֶל בּײַ קליִגעֶ אוּן מאַכט זײֵ צוּ׳ם נאַר”. װאָלט ניִשט גלײַכעֶר זײַן עֶר זאָל בּעֶסעֶר געֶװעֶן עֶנטפעֶרעֶן: דעֶם שלאַנג נעֶהמט מעֶן אַראָפּ מיִט אַ צװאַנג אוּן מעֶ טוׂיט איִהם — אוּן דיִ פאַס לאָזט מעֶן גאַנץ).

איִן דעֶם קוּמט־אָן אַ שָׁלִיחַ פוּן רוׂים אוּן בּרעֵנגט אֶספסינוֹס׳ן דיִ בְּשׂוּרָה: „זײַ װיִסעֶן, אַז דעֶר קֵיסָר איִז געֶשטאָרבּעֶן, אוּן דיִ גרוׂיסעֶ לײַט איִן רוׂים האָבּעֶן דיִך אוׂיסגעֶװעֶהלט פאַר אַ קעֶניִג. גראָד איִן דעֶר מיִנוּט האָט אֶספסינוֹס געֶהאַלטעֶן איִן מיִטעֶן אָנטהוּן דיִ שיִך. נעֶהמט עֶר אָנטהוּן דעֶם צװײֵטעֶן שוּך — געֶהט דיִ פוּס ניִשט אַרײַן, װיִל עֶר אוׂיסטהוּן דעֶם עֶרשטעֶן — געֶהט דיִ פוּס ניִשט אַרוׂיס. „װאָס קעֶן דאָס זײַן?” — פרעֶגט אֶספסינוּס בּעֶאוּנרוּהיִגט.

— עֶרגעֶר זיִך ניִשט דעֶריִבּעֶר — בּעֶרוּהיִגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן — דאָס קוּמט פוּן דעֶר גוּטעֶר בְּשׂוּרָה, װיִ זאָגט דאָס שפּריִכװאָרט: „אַ גוּטעֶ בְּשׂוּרָה מאַכט פעֶטעֶר דעֶם בּײֵן”. ס׳איִז אָבּעֶר דעֶרצוּ אוׂיך פאַרהאַן אַ מיִטעֶל: זאָל ז{זייט מעֶן דוּרכפיִהרעֶן פאַר דײַנעֶ אוׂיגעֶן אײֵנעֶם װאָס איִז דיִר ניִשט ליִעבּ, װיִ עֶס זאָגט דאָס זעֶלבּעֶ שפּריִכװאָרט: „אַ שװעֶר געֶמיִטה מאַכט אײַנגעֶטריִקעֶנט דעֶם בּײֵן”. האָט מעֶן אַזוׂי געֶטהוּן אוּן דיִ פוּס איִז גלײַך אַרײַן איִן שוּך.

זאָגט אֶספסינוֹס: זעֶנט איִהר יאָ אַזוׂי געֶשײַט, פאַר װאָס־זשעֶ האָט איִהר זיִך בּיִז איִצט פאַר מיִר ניִשט געֶװיִזעֶן?

— איִך האָבּ דאָך שוׂין מײַנס געֶזאָגט.

— אוּן איִך האָבּ דאָך מײַנס אוׂיך געֶזאָגט — האַקט איִהם אָפּ אֶספסינוֹס — איִצט אָבּעֶר — זאָגט עֶר װײַטעֶר — געֵה איִך פוּן דאַנעֶן אַװעֶק אוּן שיִק אוׂיף מײַן אָרט אַן אַנדעֶרעֶן. בּעֵט בּײַ מיִר עֶפּיִס װעֶסטוּ פּוֹעֵל׳עֶן.

— דרײַ זאַכעֶן בּעֵט איִך בּײַ דיִר — זאָגט ר׳ יוֹחָנָן — לאָז פאַר אוּנז איִבּעֶר יַבְנֶה מיִט איִהר געֶלעֶהרטעֶ, אוּנזעֶר נָשִׂיא רַבָּן גַמְלִיאֵל׳ס מִשְׁפָּחָה, אוּן רוֹפאַיִם צוּ הײֵלעֶן ר׳ צָדוֹק׳ן.

(אוּן אוׂיך דעֶרוׂיף האָט יעֶנעֶר תַּנָא אוׂיסגײֵשריִגעֶן מיִט דיִ זעֶלבּעֶ װעֶרטעֶר פוּנ׳ם נָבִיא: „עֶר נעֶהמט־אָפּ דעֶם שֵכֶל בּײַ קליִגעֶ אוּן מאַכט זײֵ צוּם נאַר”. װאָלט ניִשט גלײַכעֶר זײַן עֶר זאָל בּעֶסעֶר געֶװעֶן בּײַ איִהם אוׂיסבּעֶטעֶן דאָס מאָל גאַנץ .יְרוּשָׁלַיִם?

ר׳ יוֹחָנָן אָבּעֶר האָט מוׂרא געֶהאַט, טאָמעֶר װעֶט עֶר אַזעֵלכס בּײַ אֶספסינוֹס׳ן ניִשט אוׂיספיִהרעֶן — אוּן בּעֶסעֶר עֶפּיִס אײֵדעֶר גאָר ניִשט).

פאָהרט־אָפּ אֶספסינוֹס אוּן שיִקט אוׂיף זײַן אָרט טיִטוּס הָרָשָׁע. קוּמט טיִטוּס, שטעֶלט זיִך אַװעֶק אוּן רוּפט־אוֹס מיִט גרוׂיס חוּצְפָּא אוּן לעֶסטעֶרוּנג: „אײֵ, װאוּ איִז זײֵעֶר גאָט, דעֶר פעֶלז, דעֶר שיִצעֶר זײֵעֶרעֶר?” נאָכדעֶם װיִ דיִ מוׂיעֶרעֶן פוּן יְרוּשָלַיִם זעֶנעֶן פאַר איִהם געֶפאַלעֶן, האָט עֶר זיִך אַרײַנגעֶריִסעֶן איִן דעֶם הײֵליִגסטעֶן אָרט פוּן בֵּית־הַמִקְדָשׁ, איִן קָדשֵׁי־קָדָשִים, אַרוׂיסגעֶשלעֶפּט דיִ סֵפֶר־תּוׂרָה אוּן זיִ פעֶראוּמרײֵניִגט. אַ פעֶרשִכּוֹר׳טעֶר פוּן נְקָמָה אוּן רְצִיחָה חאַפּט עֶר אַרוׂיס דיִ שװעֶרד אוּן שטעֶכט־דוּרך האַסטיִג דעֶם פָּרוֹכֶת. טרעֶפט אַ װאוּנדעֶר אוּן אַ שטראָם פוּן בּלוּט גיִט אוׂיף איִהם אַ שפּריִץ — מײֵנט עֶר, דעֶר נאַריִשעֶר רָשע, אַז דאָ האָט עֶר אוּמגעֶבּראַכט כִּבְיָכוֹל דעֶם יוּדיִשעֶן גאָט.

(אַך, װעֶר איִז גלײַך ציִ דיִר, שטאַרקעֶר גאָט! — האָט דעֶרוׂיף אוׂיסגעֶשריִגעֶן אײֵנעֶר פוּן דיִ שפּעֶטעֶרדיִגעֶ תַּנָאִים — װעֶר נאָך װיִ דוּ קעֶן אוׂיסהעֶרעֶן דאָס לעֶסטעֶרעֶן פוּן אַזאַ רָשָע אוּן בּלײַבּעֶן דעֶרבּײַ גלײַכגיִלטיִג? װעֶר נאָך איִז אַזאַ גרוׂיסעֶר שװײַגעֶר װיִ דוּ?)

אוּן בּאַלד נאָך־דעֶם רײַסט אַראָפּ טיִטוּס דעֶם פָּרוֹכֶת, מאַכט פוּן איִהם װיִ אַ מיִן קאָרבּ, אוּן לעֵגט אַהיִן אַרײַן אַלעֶ גאָלדעֶנעֶ הײֵליִגעֶ כֵּלִים פוּנ׳ם בֵּית־הַמִקְדָש. לאָזט עֶר זיִך אַװעֶק מיִט דיִ טראָפײֵעֶן איִן אַ שיִף צוּ זיִך אַ הײֵם קײַן רוֹים, בּעֶריִהמעֶן זיִך דאָרט מיִט זײַן גרוׂיסעֶן נִצָחוׂן איִבּעֶר דיִ ↰ 45 יוּדעֶן. בּעֶפאַלט אוׂיף איִהם איִן מיִט׳ן יַם אַ שטוּרם אוּן זײַן שיִף האַלט בּײַ אוּנטעֶרגעֵהן. דעֶרשרעֶקט זיִך טיִטוּס, נאָר עֶר מאַכט זיִך האַרץ אוּן זאָגט: „דעֶר גאַנצעֶר כּחַ פוּן זײֵעֶר גאָט שטעֶקט, אַפָּנִים, נוּר איִן װאַסעֶר! פַּרְעה׳ן האָט עֶר אוּמגעֶבּראַכט דוּרך װאַסעֶר; סִיסְרָא׳ן — אוׂיך דוּרך װאַסעֶר. איִז עֶר יאָ אַ גִבּוׂר, זאָל עֶר פּרוּבעֶן מיִט מיִר מִלְחָמָה פיִהרעֶן אוׂיף דעֶר יַבָּשָׁה!”

— רָשָׁׁע מְרוּשָע, עֵשָׂו הָרָשָע׳ס אײֵניִקעֶל — עֶנטפעֶרט איִהם דעֶרוׂיף אַ בַּת־קוׂל — אַ קלײֵן בּעֶשעֶפעֶניִשל, אַ פליִגעֶלעֶ, געֶפוּנט זיִך איִן מײַן װעֶלט, מיִק הײֵסט דאָס, געֶה־זשעֶ אַראָפּ אוׂיף דעֶר יַבָּשָׁה אוּן פּרוּב פיִהרעֶן אַ שטרײַט אָט מיִט דעֶם פליִגעֶלעֶ.

אוּן בּאַלד װיִ טיִטוּס איִז אַראָפּ אוׂיף דעֶר יַבָּשָׁה, איִז אָנגעֶפלוׂיגעֶן אַ מיִק, אַרײַן צוּ איִהם דוּרך דיִ נאָזלעֶכעֶר איִן מוֹח אַרײַן, אוּן אָהן אוֹיפהעֶר האָט עֶס דאָרט געֶפּיִקט אוּן געֶפּיִקט גאַנצעֶ זיִבּעֶן יאָהר.

אײֵנמאָל מאַכט זיִך, געֶהט טיִטוּס פעֶרבּײַ דאָס הוׂיז פוּן אַ שמיִעד, דעֶרהעֶרט עֶר האַמעֶר־קלעֶפּ — פיִהלט עֶר, װיִ דיִ מיִק װעֶרט אײַנגעֶשטיִלט. „איִז פאַרהאַן, הײֵסט עֶס, אַ מיִטעֶל!” — דעֶרפרעֶהט זיִך טיִטוּס. בּעֶשטעֶלט עֶר אַלעֶ טאָג זאָל קוּמעֶן אַ שמיִעד אוּן קלאַפּעֶן פאַר איִהם מיִט׳ן האַמעֶר. אַ גוֹיעֶשעֶן שמיִעד פלעֶג עֶר צאָהלעֶן פיִער גיִלדעֶן אַ טאָג, אַ יוּדיִשעֶן — גאָר ניִשט. „געֶנוּג פאַר דיִר — זאָגט עֶר איִהם — װאָס דוּ זעֶהסט נְקָמָה איִן דײַן שׂוׂנֵא”. דיִ עֶרשטעֶ דרײַסיִג טעֶג האָט דאָס מיִטעֶל נאָך געֶהאָלפעֶן, דעֶרנאָך איִז דיִ מיִק צוּ דיִ האַמעֶר־קלעֶפּ צוּגעֶװאוׂינט געֶװאָרעֶן.

(בּײַ טיִטוּס׳ס טוׂיט — דעֶרצעֶהלט פִּנְחָס בֶּן עֲרוּבָא — איִז מיִר אוׂיסגעֶקוּמעֶן צוּ זײַן צװיִשעֶן דיִ גרוׂיסעֶ מעֶנעֶר פוּן רוׂים, האָבּ איִך געֶזעֶהן װיִ מ׳האָט איִהם געֶעֶפעֶנט דעֶם מוֹח אוּן מ׳האָט דאָרט געֶפוּנעֶן װיִ אַ מיִן שװאַלבּ דיִ גרוׂיס, גאַנצעֶ צװײֵ טאָלעֶר דיִ װאָג.

אוּן װיִ אַנדעֶרעֶ גיִבּעֶן־איִבּעֶר — האָט יעֶנעֶר פוׂיגעֶל געֶהאַט אַ קיִפּעֶרנעֶם פּיִסק מיִט אײַזעֶרנעֶ נעֶגעֶל).

פאַר׳ן טוׂיט האָט טיִטוּס בּעֶפוׂילעֶן אַזוׂי: נעֶהמט פעֶרבּרעֶנט מיִך אוּן פעֶרשפּרײֵט מײַן אַש אוׂיף זיִבּעֶן יַמִים, כְּדֵי דעֶר יוּדיִשעֶר גאָט זאָל מיִך ניִשט קעֶנעֶן אוׂיפזוּכעֶן צוּ בּעֶשטראָפעֶן.

נאָך טיִטוּס׳עֶס טוׂיט האָט זײַנעֶ אַ שװעֶסטעֶרס זוּהן, אוּנקלוּס בַּר קלוֹניִקוּס, געֶװאָלט זיִך מְגַײֵר זײַן. רוּפט עֶר אַרוׂיס דוּרך כִּשוּף דיִן פעֶטעֶר טיִטוּס אוּן פרעֶגט בּײַ איִהם: „װעֶר איִז דאָרט אוׂיף יעֶנעֶם עוׂלָם פוּן דיִ געֶהוׂיבּעֶנעֶ?” עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: יוּדעֶן.

— װיִ מײֵנסטוּ — פרעֶגט עֶר װײַטעֶר — ס׳איִז כּדאי צוּשטעֶהן צוּ זײֵ?

— צוּפיִעל מִצְוׂת האָבּעֶן זײֵ — זאָגט טיִטוּס — אוּנמעֶגליִך אוׂיסצוּהאַלטעֶן. טרעֶט בּעֶסעֶר אַרוׂיס געֶגעֶן זײֵ, װעֶסטוּ איִבּעֶר זײֵ אײֵבּעֶרהאַר װעֶרעֶן, װײַל ↰ 46 אַזוׂי איִז שוׂין פוּן אײֵבּיִג־אָן: װעֶר עֶס דריִקט יוּדעֶן װעֶרט זײֵעֶר אוׂיבּעֶרהאַר.

— זאָג נוּר — פרעֶגט עֶר איִהם װײַטעֶר — װיִ בּעֶשטראָפט מעֶן דיִך דאָרט?

— װיִ איִך אַלײֵן האָבּ אוׂיף זיִך געֶ׳פַּסְק׳עֶנט — עֶנטפעֶרט טיִטוּס — אַלעֶ טאָג זאַמעֶלט מעֶן צוּנוׂיף מײַן אַש, אוּן מעֶ בּעֶשטראָפט מיִך צוּם פעֶרבּרעֶנעֶן אוּן מעֶן צוּשפּרײֵט דעֶרנאָך מײַן אַש אוׂיף זיִבּעֶן יַמ׳עֶן.




איִן יעֶנעֶר צײַט, פאַר דעֶם חֻרְבָּן, האָט זיִך איִן יְרוּשָׁלַיִם געֶטראָפעֶן אַזאַ מַעֲשֶׂה: אײֵנעֶר אַ יוּנג, אַ אַרבּײַטעֶר בּײַ אַ טיִשלעֶר, האָט זיִך אײַנגעֶליִעבּט איִן זײַן װיִרטה׳ס פרוׂי. מאַכט זיִך אַז דעֶר װיִרטה האָט זיִך געֶנוֹיטיִגט איִן אַ הַלְוָאָה. זאָגט איִהם זײַן יוּנג: שיִק צוּ מיִר אַהײֵם דײַן פרוׂי װעֶל איִך דיִר אַנטלײַעֵן װיִפיִעל דוּ דאַרפסט. טהוּט עֶר אַזוׂי. געֵהט דיִ פרוׂי צוּ׳ם יוּנג אַהײֵם אוּן פעֶרבּרעֶנגט בּײַ איִהם דרײַ טעֶג דוּרכאַנאַנד. געֶהט דעֶר מאַן זיִ זוּכעֶן אוּן בּעֶגעֶגעֶנט זײַן אַרבּײַטעֶר אוׂיפ׳ן װעֵג.

— זאָג מיִר נוּר — פרעֶגט עֶר איִהם — װאוּ קעֶן זײַן מײַן פרוׂי, װאָס איִך האָבּ צוּ דיִר מיִט דרײַ טעֶג צוּריִק געֶשיִקט?

— איִך האָבּ זיִ גלײַך אָפּגעֶלאָזט — עֶנטפעֶרט דעֶר יוּנג — אוּן געֶהעֶרט האָבּ איִך, אַז אַ חֶבְרָה יוּנגעֶן זעֶנעֶן זיִ בּעֶפאַלעֶן אוׂיפ׳ן װעֶג אוּן זיִ געֶשעֶנדט.

— װאָס טהוּט מעֶן איִצט? — פרעֶגט עֶר איִהם.

— פאָלג מיִר, גֵט זיִ.

— זיִ האָט דאָך אָבּעֶר אַ גרוׂיסעֶ כְּתוּבָּה — זאָגט דעֶר װיִרטה װײַטעֶר.

— קעֶן איִך דיִר אַנטלײַעֶן אוׂיף אַ צײַט אוּן דוּ װעֶסט איִהר אָפּצאָהלעֶן.

פאָלגט דעֶר װיִרטה אוּן גֵט־אָפּ זײַן פרוׂי. געֶהט דעֶר יוּנג אוּן נעֶהמט זיִ זיִך פאַר אַ פרוׂי.

װעֶן ס׳איִז אָנגעֶקוּמעֶן דיִ צײַט צוּ בּעֶצאָהלעֶן דעֶם חוֹב, האָט דעֶר טיִשלעֶר ניִשט געֶהאַט מיִט װאָס, זאָגט איִהם דעֶר יוּנג: „שטעֶל זיִך בּײַ מיִר פאַר אַ בּעֶדעיִנעֶר אוּן צאָהל מיִר אָפּ דעֶם חוֹב מיִט אַרבּײַט”. פלעֶג דעֶר יוּנג מיִט זײַן נײַעֶר פרוׂי זיִצעֶן בּײַם טיִש, עֶסעֶן אוּן טריִנקעֶן אוּן זיִך װאוׂילטהוּן, אוּן עֶר, דעֶר געֶװעֶזעֶנעֶר װיִרטה, איִז געֶשטאַנעֶן פאַר זײֵ אַלס בּעֶדיִענעֶר אוּן דעֶרלאַנגט זײֵ דיִ געֶטראַנקעֶן, אוּן טראָפּעֶנס טרעֶהרעֶן פלעֶגעֶן פוּן זײַנעֶ אוׂיגעֶן פאַלעֶן צוּ זײֵ איִן דיִ בּעֶכעֶר אַרײַן.

אוּן איִבּעֶר דעֶר שָעָה איִז דיִ גְזֵירָה פוּן חוּרְבָּן געֶ׳חַתמ׳עֶט געֶװאָרעֶן.

II. איִבּעֶר אַ האָהן מיִט אַ הוּהן איִז חָרוּב געֶװאָרעֶן טוּר־מַלְכָּא.

איִן יעֶנעֶ מְקוֹמוֹת איִז געֶװעֶן אַ מִנְהָג, אַז װעֶן חָתָן־כַּלָּה זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן ↰ 47 פוּן דעֶר חוּפָּה, האָט מעֶן זײֵ אַקעֶגעֶנגעֶטראָגעֶן אַ האָהן מיִט אַ הוּהן, דאָס הײֵסט: פרוּכפּעֶרט זיִך אוּן מעֶהרט זיִך װיִ דיִ היִהנעֶר. אײֵנמאָל איִז אַ רוׂימיִשעֶר לעֶגיִאָן געֶגאַנגעֶן פעֶרבּײַ אַ חוּפָּה, האָט עֵר אַװעֶקגעֶנוּמעֶן דעֶם האָהן מיִט דעֶר הוּהן. בּעֶפאַלעֶן זײֵ דיִ יוּדעֶן אוּן שלאָגעֶן זײֵ אָן. קוּמט מעֶן צוּם קֵיסָר אוּן מעֶ שרײַעֶט: יוּדעֶן בּוּנטעֶװעֶן. טרעֶט־אַרוׂיס אַקעֶגעֶן זײֵ דעֶר קֵיסָר מיִט זײַן חַיִל. געֶפוּנט זיִך צװיִשעֶן יוּדעֶן אײֵנעֶר אַ גִבּוׂר, בַּר־דְרוֹמִי, װאָס פלעֶגט גיִבּעֶן אַ שפּריִנג אַ מײַל אוּן אוׂיסגעֶהַרג׳עֶט איִן אײֵן־װעֶגס דיִ רוׂימעֶר. נעֶהמט־אַראָפּ דעֶר קעֶניִג דיִ קרוׂין פוּן זײַן קאָפּ, לעֵגט זיִ אוׂיף דעֶר עֶרד אוּן זאָגט דעֶרבּײַ: „אַלמעֶכטיִגעֶר גאָט! איִך בּעֵט דיִך, גיִבּ ניִשט איִבּעֶר מיִך אוּן מײַן קעֶניִגרײַך איִן דעֶר האַנד פוּן אײֵן מעֶנשעֶן”. טרעֶפט זיִך גראָד אַז בּר־דרוֹמי חאַפּט זיִך אַרוׂיס מיִט זוּנדיִגעֶ װעֶרטעֶר פאַר גאָט: „דוּ גאָט — האָט עֶר אוׂיסגעֶרוּפעֶן — האָסט דאָך־אוּנז פעֶרלאָזט, טרעֶט ניִשט אַרוׂיס איִן אוּנזעֶרעֶ מַחְנוֹת ¹). קוּמט אַ גיִפטיִגעֶ שלאַנג, גיִט איִהם אַ בּיִס אוּן עֶר פאַלט טוׂיט.

דעֶרװאוּסט זיִך פוּן דעֶם דעֶר קיסר, דאַנקט עֶר גאָט אוּן זאָגט: פאַר דעֶם נֵס װאָס מיִר איִז געֶשעֶהן, לאָז איִך דיִ איִצטיִגס מאָל אָפּ. אוּן װיִ דעֶר קעֶניִג מיִט זײַנעֶ חַיָלוׂת זעֶנעֶן נוּר אָפּגעֶטראָטעֶן פוּן טוּר־מַלְכָּא, װעֶרט בּאַלד בּײַ יוּדעֶן אַ גרוׂיסעֶ שִמְחָה, מעֶ עֶסט אוּן מעֶ טריִנקט אוּן מעֶ הוּליעֶט אוּן מעֶ ציִנדט־אָן ליִכט איִן אַלעֶ גאַסעֶן, אַז מ׳האָט געֶקעֶנט בּײַנאַכט אַרוׂיסזעֶהן אוׂיף אַ מײַל װײַט פוּן דעֶר שטאָדט דעֶם זיִגעֶל פוּן אַ ריִנג. װעֶרט דעֶר קעֶניִג אוׂיפגעֶבּראַכט: „יוּדעֶן, װײַזט אוׂיס, זעֶנעֶן שטאַרק אוׂיפגעֶלעֶגט, זײֵ לאַכעֶן אוׂיס מיִר” — קעֶהרט עֶר זיִך אוּם אוּן בּעֶפאַלט זײֵ װיִדעֶר. אוּן װיִ מעֶ דעֶרצעֶהלט, איִז עֶר אַרײַן איִן טוּר־מַלְכָּא מיִט אַ מַחְנֶה פוּן דרײַ הוּנדעֶרט טוׂיזעֶנד מאַן מיִט בּלוׂיזעֶ שװעֶרדעֶן אוּן דרײַ טעֶג מיִט דרײַ נעֶכט האָבּעֶן זײֵ געֶהַרג׳עֶט דיִ שטאָדט־לײַט אָהן אוׂיפהעֶר, אוּן װעֶן פוּן אײֵן זײַט שטאָדט איִז געֶװעֶן הֲרִיגוׂת אוּן יְלָלוׂת, האָט זיִך נאָך פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר זײַט דאָס הוּליעֶן אוּן טאַנצעֶן ניִט אוׂיפגעֶהעֶרט — אוּן אײֵנעֶ האָבּעֶן ניִשט געֶװאוּסט פוּן דיִ אַנדעֶרעֶ.




דעֶם רוׂימיִשעֶן קעֶניִג טריִאַנוּס פרוׂי האָט געֶבּוׂירעֶן אַ קיִנד אוּם תִשְעָה־בְּאָב, װעֶן יוּדעֶן טרוׂיעֶרעֶן, אוּן געֶשטאָרבּעֶן איִז דאָס קיִנד איִן חֲנוּכּה. קלעֶרט מעֶן: װאָס זאָל מעֶן טהוּן, אָנציִנדעֶן חֲנוּכּה־ליִכט ציִ נײֵן? בּלײַבּט: אָנציִנדעֶן — אוּן זאָל זײַן װיִ גאָט װעֶט פיִהרעֶן. קוּמעֶן שוׂנְאִים צוּ דעֶר קעֶניִגיִן .מיִט אַ מְסִירָה אוׂיף יוּדעֶן: אַזוׂינעֶ אוּן אַזוׂינעֶ, איִז בּײַ דיִר אַ זוּהן געֶבּוׂירעֶן געֶװאָרעֶן זעֶנעֶן זײֵ געֶזעֶסעֶן איִן טרויעֶר, אוּן בּאַלד װיִ עֶר איִז געֶשטאָרבּעֶן באָבּעֶן אַלעֶ אָנגעֶצוּנדעֶן ליִכט. שיִקט זיִ אַ בּריעֶף צוּ איִהר מאַן דעֶם קעֶניִג:

¹) ד.ה. מיר קענען זיך בּעגעהן אהן דיר.

↤ 48

„אײֵדעֶר דוּ נעֶהמסט־אײַן דיִ בּאַרבּאַרעֶן דאָרט, אַ מעֶהר קוּם אײַננעֶהמעֶן דיִ יוּדעֶן װאָס בּוּנטעֶװעֶן דאָ, זעֶצט עֶר זיִך אַװעֶק איִן אַ שיִף אוּן לאָזט זיִך איִן יוּדיִשעֶן לאַנד, אוׂיסגעֶרעֶכעֶנט אָנצוּקוּמעֶן אַהיִן איִן צעֶהן טעֶג — טרײַבּט אַ גיִנסטיִגעֶר װיִנד דיִ שיִף אוּן עֶר קוּמט איִן פיִנף טעֶג. געֶהט עֶר פעֶרבּײַ אַ בֵּית־הַמֶדְרָשׁ, קוּמט עֶר אַהיִן אַרײַן אוּן טרעֶפט, װיִ יוּדעֶן זיִצעֶן אוּן לעֶרנעֶן יעֶנעֶם פָּסוּק פוּן דעֶר תּוֹכָחָה: „גאָט װעֶט אוׂיפהוׂיבּעֶן אוּן בּרײֵנגעֶן אוׂיף דיִר אַ פאָלק פוּן דעֶרװײַטעֶן... געֶשװיִנר װיִ אַן אָדלעֶר שװעֶבּט”.

— דאָס בּיִן איִך — רוּפט־אוׂיס דעֶר קעֶניִג — אוׂיסגעֶרעֶכעֶנט האָבּ איִך קוּמעֶן אוׂיף אײַך איִן צעֶהן טעֶג אוּן דעֶר װיִנד האָט מיִך געֶבּראַכט איִן פיִנף טעֶג.

אוּן בּאַלד האָבּעֶן דיִ רוׂימיִשעֶ לעֶגיִאָנעֶן אַרוּמגעֶריִנגעֶלט דיִ יוּדעֶן אוּן זײֵ אַלעֶ אוׂיסגעֶהרג׳עֶט. קוּמט טריִאַנוּס צוּ זײֵעֶרעֶ פרוׂיעֶן אוּן זאָגט זײֵ: גיִט זיִך אוּנטעֶר מײַנעֶ לעֶגיִאָנעֶן, אוׂיבּ ניִשט װעֶט איִהר האָבּעֵן דעֶם אײֵגעֶנעֶם סוׂף װאָס אײַעֶרעֶ מעֶנעֶר.

— טהוּ מיִט דיִ פרוׂיעֶן דאָס זעֶלבּעֶ װאָס מיִט דיִ מאַנסבּלעֶן — עֶנטפעֶרעֶן איִהם דיִ פרוׂיעֶן.

ריִנגלעֶן זײֵ אַרוּם דיִ לעֶגיִאָנעֶן אוּן הרגעֶנ׳עֶן אַלעֶ אוׂיס. האָט זיִך אוׂיסגעֶמיִשט דאָס בּלוּט פוּן דיִ פרוׂיעֶן מיִט׳ן בּלוּט פוּן זײֵעֶרעֶ מעֶנעֶר, אוּן צוּזאַמעֶן געֶשטראָמט בּיִז׳ן טײַך.

איִבּעֶר אַן אָקס פוּן אַ װאָגעֶן איִז חָרוּב געֶװאָרעֶן בֵּיתָּר.

איִן יעֶנעֶ מְקוׂמוׂת איִז געֶװעֶן אַ מִנְהָג, אַז ס׳איִז געֶבּוׂירעֶן געֶװאָרעֶן בּײַ עֶלטעֶרעֶן אַ בֶּן־זָכָר ¹) האָבּעֶן זײֵ געֶפלאַנצט אַ צעֶדעֶרבּוׂים, אוׂיבּ אַ מײֵדעֶלעֶ — אַן אַקאַציִעֶ. צוּ דעֶר חֲתוּנָה פלעֶגט מעֶן אוׂיסהאַקעֶן דיִ בּײֵמעֶר אוּן מאַכעֶן פוּן זײֵ אַ חוּפָּה. מאַכט זיִך אײֵנמאָל, אַז דעֶם קֵיסָר׳ס טאָכטעֶר איִז דוּרכגעֶפאָהרעֶן אוּן ס׳האָט זיִך צוּבּראָכעֶן דיִ אָקס איִן איִהר רײַטװאָגעֶן. האַקעֶן־אוׂיס איִהרעֶ בּעֶדיִענעֶר אײֵנעֶם פוּן אַזעֶלכעֶ צעֶדעֶרבּוׂימעֶר אוּן פעֶררעֶכטעֶן מיִט איִהם דעֶם רײַטװאָגעֶן. פאַלעֶן אוׂיף זײֵ אָן דיִ יוּדעֶן אוּן שלאָגעֶן זײֵ. קוּמעֶן דיִ רוׂימעֶר צוּם קֵיסָר אוּן מַסֶר׳עֶן: יוּדעֶן בּוּנטעֶװעֶן. לאָזט עֶר זיִך אוׂיף זײֵ מיִט זײַנעֶ לעֶגיִאָנעֶן, קוּמט קײַן בֵּיתָּר אוּן בּעֶלאַגעֶרט זײֵ.

װיִ ר׳ יוֹחָנָן גיִט־איִבּעֶר, האָבּעֶן זיִך געֶפוּנעֶן איִנ׳ם לאַגעֶר אַרוּם בֵּיתָּר אַכציִג טוׂיזעֶנד טראָמפּעֶטעֶן־בּלאָזעֶר. אוּן אַקעֶגעֶן דיִ רוׂימעֶר האָט דעֶר יוּדיִשעֶר גִבּוׂר בֶּן־כּוֹזִיבָא ²) אַרוׂיסגעֶשטעֶלט צװײֵ הוּנדעֶרט טוׂיזעֶנד מאַן ↰ 49 יעֶדעֶר מיִט אַן אָפּגעֶאַקטעֶן גראָבּעֶן פיִנגעֶר ¹). שיִקעֶן צוּ איִהם דיִ חַכְמֵי־יִשׂראל ²): בּיִז װאַנעֶן װעֶסטוּ מאַכעֶן יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר פאַר בַּעֲלֵי־מוּמִים ³)? עֶנטפעֶרט עֶר: דוּרך װאָס דעֶן זאָל איִך אוׂיספּרוּבעֶן זײֵעֶר מוּטה? ראַטהעֶן זײֵ: װעֶר עֶס װעֶט ניִשט קעֶנעֶן אוׂיסרײַסעֶן אַ צעֶדעֶרבּוׂים פוּנ׳ם לְבָנוֹן בִּשְׁעַת דוּרכפליִהעֶן רײַטעֶנדיִג אוׂיף אַ פעֶרד — דעֶר זאָל ניִשט אָנגעֶנוּמעֶן װעֶרעֶן איִן דײַן מַחֲנֶה. פאָלגט עֶר זײֵ „ קוּמעֶן איִהם צוּ נאָך נײַ־אוׂיסגעֶפּרוּבטעֶ צװײֵ הוּנדעֶרט טוׂיזעֶנד מאַן. אוּן װעֶן עֶר איִז אַרוׂיסגעֶטראָטעֶן מיִט זײַנעֶ העֶלדעֶן אוׂיף דעֶר מִלְחָמָה, האָבּעֶן זײֵ, פעֶרזיִכעֶרטעֶ איִן זײֵעֶרעֶ אײֵגעֶנעֶ גְבוּרָה, געֶזאָגט: זאָל עֶר (גאָט) ניִשט שטוּצעֶן אוּן ניִשט שטעֶרעֶן — „האָסטוּ אוּנז גאָט פעֶרלאָזט, טרעֶט ניִשט אַרוׂיס איִן אוּנזעֶרעֶ מַחֲנוׂת”. בֶּן־כּוֹזִיבָא אַלײֵן פלעֶג בּעֶװײַזעֶן אַזאַ גְבוּרָה: דיִ איִן איִהם געֶציִעֶלטעֶ װאַרפשטײֵנעֶר פלעֶג עֶר מיִט אײֵן קניִה אוׂיפחאַפּעֶן, אוּן אָפּגעֶװאָרפעֶנעֶ מיִט גרוׂיס קראַפט צוּריִק איִנ׳ם שׂוׂנֵא׳ס מַחְנֶה, האָבּעֶן זײֵ דאָרט אָנגעֶמאַכט אַ חוּרְבָּן.

¹) אַ יוּנגעֶל. ²) אַ העֶלד פוּן דעֶר שטאָדט כּוֹזיִבאָ, װעֶלכעֶן ר׳ עקיבא האָט געֶקרוׂינט מיִט׳ן נאָמעֶן בַּר כּוֹכבא, דאָס הײֵסט: דעֶר שטעֶרעֶן פוּן יוּדעֶן. נאָכדעֶם װיִ עֶר איִז געֶפאַלעֶן איִן מלחמה, האָט מעֶן איִהם געֶרוּפעֶן מיִט דעֶם צװײֵדײַטיִגעֶן נאָמעֶן בּן־כּוֹזיִבאָ, ד.ה. דעֶר מאַן פוּן כּוֹזיִבאָ, אוּן אוׂיך דעֶר מאַן פוּן ליִגעֶן (כזב — ליִגעֶן).

דעֶרזעֶהן איִן איִהם אַזאַ מאַכט, האָט ר׳ עֲקִיבָא אוׂיף איִהם געֶזאָגט: אָט דעֶר איִז דעֶר מֶלֶך הַמָשִיחַ.

דעֶרוׂיף האָט איִהם געֶעֶנטפעֶרט ר׳ יוֹחָנָן בֶּן תּוֹרְתָא:

— עֲקִיבָא, גראָז װעֶט פוּן דײַנעֶ בּאַקעֶן אַרוׂיסװאַקסעֶן אוּן מָשִׁיחַ װעֶט נאָך ניִשט קוּמעֶן.

דרײַ יאָהר מיִט אַ האַלבּס דוּרכאַנאַנד האָט אַדריִאָנוּס־קֵיסָר בּעֶלאַגעֶרט בֵּיתָּר. אוּן דעֶר אַלטעֶר תַּנָא ר׳ אֶלְעָזָר הַמוֹדָעִי, בֶּן־כּוֹזִיבָא׳ס פעֶטעֶר, װאָס האָט זיִך געֶפוּנעֶן איִן שטאָדט, האָט ניִשט אוׂיפגעֶהעֶרט דיִ גאַנצעֶ צײַט צוּ פאַסטעֶן אוּן צוּ טרוׂיעֶרעֶן. אַלעֶ טאָג האָט עֶר מִתְפַּלֵל געֶװעֶן פאַר גאָט: „רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! ניִשט הײַנט זאָלסטוּ אוׂיספיִהרעֶן דײַן גְזֵירָה אוׂיף יוּדעֶן”. געֶזעֶהן אַז עֶס נעֶהמט קײַן עֶנדעֶ ניִשט, האָט אַדריאָנוּס בּעֶשלאָסעֶן אָפּטרעֶטעֶן פוּן שטאָדט. קוּמט צוּ איִהם פוּן עֶרגיִץ אַ כּוּתִי ⁴) אוּן זאָגט איִהם: װיִ לאַנג יעֶנעֶ אַלטעֶ הוּהן װעֶט קװאָקעֶן אוּן קוׂילעֶרעֶן זיִך איִן אַש, אַזוׂי לאַנג װעֶסטוּ דיִ שטאָדט ניִשט אײַננעֶהמעֶן. איִך אָבּעֶר קעֶן מאַכעֶן אַז דוּ זאָלסט זיִ אײַננעֶהמעֶן נאָך הײַנטיִגעֶן טאָג, װאַרט װעֶסטוּ זעֶהן. געֶהט עֶר צוּריִק איִן שטאָדט, טרעֶפט עֶר ר׳ אֶלְעָזָר׳ן װיִ עֶר שטעֶהט אוּן האַלט איִן מיִטעֶן תְּפִלָה טהוּן. בּײֵגט זיִך דעֶר כּוּתִי צוּ איִהם צוּ אוּן מאַכט װיִ עֶר רוׂימט איִהם עֶפּיִס אײַן איִן אוֹיעֶר. דעֶרצעֶהלט מעֶן אָפּ בֶּן־כּוֹזִיבָא׳ן: דײַן פעֶטעֶר ר׳ אֶלְעָזָר האָט פעֶרטראַכט איִבּעֶרצוּגעֶבּעֶן דעֶם געֶגעֶנד איִן שׂוׂנֵא׳ס האַנד. הײֵסט בֶּן־כּוֹזִיבָא אוּן מעֶ בּרײֵנגט פאַר איִהם יעֶנעֶם כּוּתִי.

¹) דוּרך דעם האָט עֶר אוֹיסגעֶפּרוּבט זײֵעֶר מוּטה װאָס זײֵ אַלײֵן האָבּעֶן זיִך אָפּגעהאַקט דעֶם גראָבּעֶן פיִנגעֶר פוּן דעֶר האַנד. ²) יוּדיִשעֶ געֶלעֶהרטעֶ. ³) קאַליִקעֶס. ⁴) אַ סאַמאָריִטיאַנעֶר.

↤ 50

— זאָג — װעֶנדעֶט עֶר זיִך צוּ איִהם, — װאָס האָסטוּ אַזוׂינס אײַנגעֶרוׂימט ר׳ אֶלְעָזָר׳ן?

— אוׂיסזאָגעֶן — עֶנטפעֶרט דעֶר כּוּתִי, װיִ אײֵנעֶר רעֶדט צוּ זיִך — װעֶט מיִך דעֶר קֵיסָר טוׂיטעֶן, ניִשט אוׂיסזאָגעֶן — װעֶסט דוּ מיִך טוֹיטעֶן. בּעֶסעֶר זיִך אַלײֵן דאָס לעֶבּעֶן נעֶהמעֶן אוּן ניִשט אַרוׂיסגעֶבּעֶן דעֶם קֵיסָר׳ס סוֹדוׂת.

שיִקט בּן־כּוֹזיבא אוּן מעֶ בּרײֵנגט פאַר איִהם ר׳ אֶלְעָזָר׳ן.

— װאָס האָט אַזוׂינס דעֶר כּוּתִי דיִר געֶזאָגט ? — פרעֶגט עֶר איִהם שטרעֶנג.

— עֶפּיִס האָט עֶר מיִך אײַנגעֶרוׂימט — עֶנטפעֶרט ר׳ אֶלְעָזָר — איִך װײֵס אָבּעֶר ניִשט װאָס. איִך האָבּ געֶהאַלטעֶן איִן מיִטעֶן דעֶר תְּפִלָה האָבּ איִך ניִשט געֶהעֶרט.

— אוּן דוּ װאָס האָסט איִהם געֶזאָגט? — פרעֶגט װײַטעֶר בֶּן־כּוֹזִיבָא.

— גאָר ניִשט.

װעֶרט בֶּן־כּוֹזִיבָא שטאַרק אוׂיפגעֶבּראַכט, גיִט דעֶם אַלטעֶן אַ שטוׂיס מיִט דעֶר פוּס אוּן ר׳ אֶלְעָזָר פאַלט טוׂיט.

לאָזט זיִך העֵרעֶן אַ בַּת־קוׂל: „אוׂי, ניִשטיִגעֶר היִרט, װאָס פעֶרלאָזט דיִ שאָף — אַ שװעֶרד אוׂיף זײַן אַרעֶם אוּן אוׂיף זײַן רעֶכטעֶן אוׂיג” — צוּבּראָכעֶן האָסטוּ דיִ אָרעֶם פוּן יוּדעֶן — װעֶט דײַן אָרעֶם דעֶרפאַר דיִר אוׂיסגעֶטריִקעֶנט װעֶרעֶן, בּליִנד האָסטוּ געֶמאַכט דאָס רעֶכטעֶ אוֹיג פוּן יוּדעֶן — װעֶט דײַן רעֶכט אוׂיג דיִר פיִנסטעֶר װעֶרעֶן.

אוּן בּאַלד נאָכדעֶם איִז דיִ שטאָדט בֵּיתָּר חָרוּב געֶװאָרעֶן אוּן בֶּן־כּוֹזִיבָא איִז געֶפאַלעֶן טוׂיט.

האָט מעֶן געֶבּראַכט בֶּן־כּוֹזִיבָא׳ס קאָפּ פאַר אַדריִאָנוּס׳ן.

— װעֶר האָט איִהם געֶטוׂידט? — פרעֶגט דעֶר קֵיסָר.

— איִך — עֶנטפעֶרט אײֵנעֶר אַ כּוּתִי.

— בּרײֵנג מיִר זײַן טוׂיטעֶן קעֶרפּעֶר — בּעֶפעֵלט דעֶר קֵיסָר.

געֶהט דעֶר כּוּתִי אוּן בּרײֵנגט. לאָזט זיִך אוׂיס — אַ שלאַנג איִז אַרוּמגעֶװיִקעֶלט אַרוּם זײַן האַלז. „װעֶר װאָלט דעֶם העֶלד געֶקעֶנט טוׂיטעֶן — רוּפט־אוׂיס אַדריִאָנוּס — װעֶן ניִשט זײַן גאָט אַלײֵן”?

אוּן דיִ רוׂימיִשעֶ לעֶגיִאָנעֶן זעֶנעֶן בּעֶפאַלעֶן מיִט גרוׂיס רְצִיחָה אוׂיף דיִ אײַנװאוׂינעֶר פוּן בֵּיתָּר. דאָס בּלוּט פוּן דיִ הֲרוּגִים האָט זיִך געֶגאָסעֶן דוּרך דיִ טהיִרעֶן, דוּרך גראַטעֶס פוּן פעֶנסטעֶר אוּן דוּרך ריִנעֶס. פעֶרד האָבּעֶן געֶזיִנקעֶן איִן טײַכעֶן בּלוּט. הוׂיפעֶנװײַס זעֶנעֶן געֶליִגעֶן אַ לאַנגעֶ צײַט דיִ טוׂיטעֶ קעֶרפּעֶר אוּן געֶדיִענט אַלס צוֹימעֶן אַרוּם אַדריִאָנוּס׳עֶס װײַנגעֶרטנעֶר. אוּן זיִבּעֶן יאָהר דוּרכאַנאַנד האָבּעֶן דיִ רוׂימעֶר ניִשט געֶמיִסטיִגט זײֵעֵרעֶ װײַנגעֶרטנעֶר, אַזוׂי פעֶט זעֶנעֶן זײֵ געֶװעֶן פוּן יוּדיִש בּלוּט.

↤ 51

מעֶ דעֶרצעֶהלט: בּיִז פיִער הוּנדעֶרט שוּהלעֶן זעֶנעֶן געֶװעֶן איִן דעֶר גרוׂיסעֶר שטאָדט בֵּיתָּר אוּן איִן יעֶדעֶר שוּהל האָבּעֶן זיִך געֶפוּנעֶן בּיִז פיִער הוּנדעֶרט לעֶהרעֶר, פאַר יעֶדעֶן פוּן זײֵ זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן בּיִז פיִער הוּנדעֶרט תַּלְמִידִים, איִז װעֶן אַ שׂוׂנֵא אַהיִן אַרײַנגעֶקוּמעֶן, האָבּעֶן זײֵ איִהם דעֶרשטאָכעֶן מיִט דיִ טײַטלעֶן. אוּן אַז דעֶר שׂוׂנֵא האָט זיִך אַרײַנגעֶריִסעֶן איִן שטאָדט אוּן זיִ חָרוּב געֶמאַכט, האָט עֶר זײֵ אַלעֶ, דיִ לעֶהרעֶר מיִט דיִ תַּלְמִידִים, אײַנגעֶװיִקעֶלט איִן זײֵעֶרעֶ סְפָרִים אוּן זײֵ צוּזאַמעֶן פעֶרבּרעֶנט.

װיִ דעֶר שׂוׂנֵא איִז זיִך נוֹקֵם איִן יוּדעֶן.

אײֵנמאָל איִז אַ יוּד געֶגאַנגעֶן פעֶרבּײַ דעֶם רוׂימיִשעֶן קעֶניִג אַדריִאָנוּס אוּן האָט איִהם בּעֶגריִסט.

— װעֶר בּיִסטוּ? — פרעֶגט איִהם דעֶר קעֶניִג.

— אַ יוּד.

— אַ יוּד — זאָגט אַדריִאָנוּס אוׂיפגעֶבּראַכט — אוּן דעֶרװעֶגט־זיִך פעֶרבּײַגעֶהן דעֶם קעֶניִג אוּן בּעֶגריִסעֶן איִהם? קעֶפּעֶן זאָל מעֶן איִהם!

געֶהט פעֶרבּײַ אַ צװײֵטעֶר יוּד, געֶזעֶהן דעֶם סוׂף פוּנ׳ם עֶרשטעֶן, האָט עֶר דעֶם קעֶניִג ניִט בּעֶגריִסט.

— װעֶר בּיִסטוּ? — שטעֶלט־אָפּ אַדריִאָנוּס אוׂיך דעֶם יוּדעֶן.

— אַ יוּד.

— אַ יוּד אוּן דעֶרװעֶגט זיִך געֶהן פעֶרבּײַ אַדריִאָנוּס׳עֶן אוּן איִהם ניִשט בּעֶגריִסעֶן? קעֶפּעֶן זאָל מעֶן איִהם!

בּלײַבּעֶן דיִ שָׂרִים שטעֶהן פעֶרװאוּנדעֶרט: װאָס זאָל דאָס בּעֶדײַטעֶן — פרעֶגעֶן זײֵ דעֶם קעֶניִג — פאַר יאָ בּעֶגריִסעֶן — קעֶפּעֶן, פאַר ניִשט בּעֶגריִסעֶן — אוׂיך קעֶפּעֶן.

דעֶר קעֶניִג צוּלאַכט זיִך אוּן זאָגט:

— װאָס, מיִך װיִלט איִהר לעֶרנעֶן װיִ אַזוׂי אוּמצוּבּרײֵנגעֶן מײַנעֶ שׂוׂנְאִים?

אוּן אוׂיף דעֶם שרײַעֶט אוּן קלאָגט בּיִטעֶר דעֶר מְקוֹנֵן: „זעֶה, אוׂי גאָט, װאָס איִז מײן פעֶרבּרעֶכעֶן... װיִ װײַט דעֶר שׂוׂנֵא טראַכט נוּר איִן מיִר זיִך נוֹקֵם צוּ זײַן!”

פוּנ׳ם פאָטעֶרס פלײֵש.

אַדריִאָנוּס דעֶר רָשָע האָט אַװעֶקגשטעֶלט פאַסטעֶן איִן דרײַ פּוּנקטעֶן: אײֵנעֶ איִן חֲמָר, אײַנעֶ איִן דאָרף לְקַטְיָא אוּן אײֵנעֶ איִן בֵּית־לֶחֶם, מיִט דעֶר רעֶכנוּנג, אַז אוׂיבּ עֶמיִצעֶן פוּן יוּדעֶן װעֶט געֶראָטעֶן צוּ אַנטלוׂיפעֶן פוּן אײֵן פּוּנקט זאָל מעֶן מעֶן איִהם איִבּעֶרחאַפּעֶן אוׂיף דיִ איִבּריִגעֶ. אוּן איִן דעֶר זעֶלבּעֶר צײַט האָט אַדריאָנוּס געֶלאָזט אוׂיסרוּפעֶן: „יוּדעֶן מעֶגעֶן פרײַ אַרוׂיס ↰ 52 פוּן זײֵעֶרעֶ בּעֶהעֶלטעֶניִשעֶן „ קײַן בּעֵז װעֶט זײֵ ניִשט געֶשעֶהן”. דיִ יוּדעֶן װאָס האָבּעֶן פעֶרשטאַנעֶן דעֶם מײֵן דעֶרפוּן — האָבּעֶן זיִך ניִשט אַרוׂיסגעֶװיִזעֶן, אוּן דיִ װאָס האָבּעֶן זיִך געֶלאָזט אָפּנאַרעֶן, זעֶנעֶן אַרוׂיס אוּן דעֶר שוׂנֵא האָט זײֵ גלײַך אוׂיפגעֶחאַפּט. טרײַבּט מעֶן צוּנוׂיף אַלעֶ געֶפאַנגעֶנעֶ איִן אײֵן טהאָל בֵּית־רִמוֹן. מעֶלדעֶט מעֶן פוּן דעֶם אַדריאָנוּס׳עֶן װעֶן עֶר האָט זיִך געֶזעֶצט צוּם טיִש, גיִט עֶר אַרוׂיס אַזאַ בּעֶפעֵהל: בּיִז איִך װעֶל אָפּעֶסעֶן דעֶם שפּיִץ קוּכעֶן מיִט דעֶר פּוּלקעֶ הוּהן זאָל ניִשט בּלײַבּעֶן אײֵנעֶר פוּן דיִ יוּדעֶן שטעֶהן אַ לעֶבּעֶדיִגעֶר אוׂיף דיִ פיִס. בּעֶפאַלעֶן גלײַך דיִ רוׂימיִשעֶ לעֶגיִאָנעֶן אוׂיף דיִ דיִ יוּדעֶן, טוׂידטעֵן זײֵ אוׂיס בּיִז אײֵנעֵם אוּן יוּדיִש בּלוּט האָט זיִך געֶגאָסעֶן טײַכעֶנװײַז.

דיִ בּעֶהאַלטעֶן געֶבּליִבּעֶנעֶ איִן דיִ הײֵהלעֶן — פלעֶגעֶן אַרוׂיסגעֶהן בּײַנאַכט, יעֶדעֶ נאַכט אײֵנעֶר פוּן זײֵ, נאָכשפּוּרעֶן דעֶם רֵיחַ פוּן אַ טוׂיטעֶן קעֶרפּעֶר, בּרײֵנגעֶן איִהם איִן הײֵהל אוּן שטיִלעֶן מיִט זײַן פלײֵש דעֶם הוּנגעֶר. אײֵנמאָל איִז אַרוׂיסגעֶגאַנגעֶן אַ יוּנגעֶרמאַן אוּן געֶפוּנעֶן דעֶם טוׂיטעֶן קעֶרפּעֶר פוּן זײַן אײֵגעֶנעֶם פאָטעֶר. בּעֶהאַלט עֶר איִהם עֶרגיִץ איִן אַ װיִנקעֶל, לעֵגט אוׂיף איִהם אַ סיִמן, אוּן קעֶהרט זיִך איִהם צוּריִק מיִט גאָרניִשט. שיִקט מעֶן אַן אַנדעֶרעֶן, געֶהט יעֶנעֶר אוּן בּרײֵנגט. נאָכ׳ן עֶסעֶן פרעֶגט מעֶן איִהם: פוּן װאַנעֶן האָסטוּ בּעֶקוּמעֶן דעֶם הָרוּג? עֶנטפעֶרט עֶר: פוּן יעֶנעֶם אוּן פוּן יעֶנעֶם װיִנקעֶל.

— אוּן װאָס פאַר אַ סִימָן איִז געֶװעֶן אוׂיף איִהם? — פרעֶגט דעֶר יוּנגעֶרמאַן אַ דעֶרשראָקעֶנעֶר.

— אַזעֶלכעֶר אוּן אַזעֶלכעֶר.

— אוׂי אוּן װעֶה איִז מיִר! — שרײַעט־אוׂיס דעֶר יוּנגעֶרמאַן אוּן בּרעֶכט דיִ העֶנד — פוּנ׳ם פאָטעֶר׳ס פלײֵש האָבּ איִך געֶגעֶסעֶן...

דאָס ציִטעֶריִגעֶ קיִנד.

דוֹאֵג בֶּן יוׂסֵף איִז איִבּעֶרגעֶבּליִבּעֶן נאָך זײַן פאָטעֶרס טוׂיט אַ ציִטעֶריִג קיִנד בּײַ זײַן רײַכעֶר מוּטעֶר. אַלעֶ טאָג פלעֶג זיִ איִהם אוׂיסמעֶסטעֶן אוּן איִבּעֶרװעֶגעֶן, אוּן זײַן װאָג גאָלד אַװעֶקשעֵנקעֶן איִן בֵּית־הַמִקְדָשׁ. אוּן אַז דעֶר שׂוׂנֵא איִז בּעֶפאַלעֶן דיִ שטאָדט אוּן דעֶר הוּנגעֶר איִז דאָרט געֶװאָרעֶן גרוׂיס, האָט זיִ איִהר קיִנד מיִט אײֵגעֶנעֶ העֶנד געֶקוׂילעֶט אוּן אוׂיפגעֶגעֶסעֶן זײַן פלײֵש.

אוּן אוׂיף דעֶם יאָמעֶרט אוּן קלאָגט דעֶר מְקוֹנֵן: „ציִ איִז געֶהעֶרט געֶװאָרעֶן אַז פרוׂיעֶן זאָלעֶן עֶסעֶן זײֵעֶרעֶ מוּטעֶרליִכעֶ פרוּכט, אײֵגעֶנעֶ קיִנדעֶרליִך געֶמאָסטעֶנעֶ אוּן געֶװאוׂיגעֶנעֶ!”

איִנ׳ם שוׂיס פוּנ׳ם יַם.

פיִער הוּנדעֶרט יוּדיִשעֶ יוּנגליִך מיִט מײֵלדליִך האָט דעֶר שׂוׂנֵא געֶפאַנגעֶן ↰ 53 אוּן צוּזאַמעֶן דיִ געֶפיִהרט איִן אַ שיִף פעֶרקוׂיפעֶן זײֵ צוּ שאַנד. דעֶרשפּיִרט דעֶם שעֵנדליִכעֶן מײֵן פוּן זײֵעֶרעֶ פאַנגעֶר, פעֵרפיִהרעֶן זײֵ אוׂיפ׳ן װעֶג צװיִשעֶן זיִך אַזאַ שמוּעֶס: װעֶן, אַ שטײֵגעֶר, מיִר װאַרפעֶן זיִך אַרײַן איִן ים, קעֶנעֶן מיִר נאָך חאַפּעֶן אוׂיף עוׂלָם־הַבָּא? דעֶר עֵלטסטעֶר צװיִשעֶן זײֵ האָט געֶעֶנטפעֶרט אוׂיף דעֶם מיִט אַ פָּסוּק פוּן תְּהִלִים אוׂיסגעֵטײַטשט אַזוׂי: „גאָט האָט געֶזאָגט — פוּן דעֶם לײֵבּ׳ס צײֵהן װעֶל איִך אײַך צוּריִקרײַסעֶן, אַרוׂיסהוׂיבּעֶן װעֶל איִך פוּן יַם־טיִעפעֶניִשעֶן”. דעֶרהעֶרט דאָס, טראַכטעֶן ניִשט דיִ מײֵדליִך אוּן װאַרפעֶן זיִך אַלעֶ אַרײַן איִן יַם. אוּן קוּקעֶנדיִג אוׂיף זײֵ האָבּעֶן דאָס זעֶלבּעֶ בּאַלד נאָכגעֶטהוּן דיִ יוּנגליִך.

אַ בּרוּדעֶר מיִט אַ שװעֶסטעֶר.

דעֶם כּהֵן־גָדוׂל יִשְׁמָעֵאל בֶּן אֱלִישָע׳ס צװײֵ יוּנגעֶ קוּנדעֶר, אַ זוּהן מיִט אַ טאָכטעֶר, זעֶנעֶן אַרײַנגעֶפאַלעֶן איִן געֶפעֶנגעֶניִש צוּ צװײֵ רוׂימעֶר. טרעֶפט זיִך אַז דיִ װיִרטהעֶן פוּן דיִ צװײֵ קיִנדעֶר זעֶנעֶן זיִך בּײֵדעֶ צוּזאַמעֶנגעֶקוּמעֶן. דעֶרצעֶהלט אײֵנעֶר: „איִך האָבּ אַ קנעֶכט אַזאַ שעֶהנעֶם, װאָס זײַן גלײַכעֶן איִז ניִשטאָ אוׂיף דעֶר גאַנצעֶר װעֶלט”. — „אוּן איִך האָבּ אַ דיִענסט — בּעֶריִהמט זיִך דעֶר צװײֵטעֶר — װאָס דיִ גאַנצעֶ װעֶלט האָט נאָך אַזאַ שעֶהנהײַט ניִשט געֶזעֶהן”. בּלײַבּט בּײַ זײֵ: חֲתוּנָה מאַכעֵן דיִ צװײֵ יוּדיִשעֶ געֶפאַנגעֶנעֶ אײֵנעֶם פאַר׳ן אַנדעֶרעֶן אוּן מיִט דיִ שעֶהנעֶ קיִנדעֶר פוּן דעֶם פּאָר־פאָלק װעֶט מעֶן זיִך טהײֵלעֶן. פיִהרט מעֶן דאָס פּאָרל צוּנוׂיף איִן אַ פיִנסטעֶרעֶן ציִמעֶר. זיִצעֶן זײֵ פעֶראוּמעֶרטעֶ אוּן פעֶרטרוׂיעֶרטעֶ, יעֶדעֶר איִן זײַן װיִנקעֶלעֶ. דעֶר קלאָגט: איִך אַ כּהֵן, אַ זוּהן פוּן כּהֲנִים גְדוׂלִים, זאָל חֲתוּנָה האָבּעֶן פאַר אַ דיִענסט! אוּן זיִ קלאָגט: איִך אַ כּהֲנִת, אַ טאָכטעֶר פוּן כּהֲנִים גְדולִים, זאָל חֲתוּנָה האָבּעֶן פאַר אַ קנעֶכט! װײֵנעֶן זײֵ אַזוׂי אָפּ אַ גאַנצעֶ נאַכט. װיִ ס׳האָט נוּר אָנגעֶהוׂיבּעֶן טאָגעֶן האָבּעֶן זײֵ זיִך דעֶרקעֶנט, פאַלעֶן זײֵ אײֵנעֶר דעֶם אַנדעֶרעֶן אוׂיפ׳ן האַלז אוּן פעֶרגעֶהעֶן זיִך איִן אַ געֵװײֵן בּיִז דיִ נְשָמָה איִז דיִ אוׂיסגעֶגאַנגעֶן.

צָפְנַת בַּת פְּנִיאֵל.

אײֵנעֶ אַ פרוׂי, אַ זעֶלטעֶנעֶ שעֶהנהײַט אוּן אַ גרוׂיסעֶ מְיוּחֶסֶת, דיִ טאָכטעֶר פוּנ׳ם כּהֵן גָדוׂל, צָפְנַת בַּת פְּנִיאֵל, איִז אַרײַנגעֶפאַלעֶן איִן געֶפעֶנגעֶניִש צוּ אַ רוׂימעֶר, האָט עֶר זיִך איִבּעֶר איִהר לוּסטיִג געֶמאַכט אַ גאַנצעֶ נאַכט. אוֹיף מאָרגעֶן האָט עֶר איִהר אָנגעֶטהוּן זיִבּעֶן רעֶק אוּן זיִ אַרוׂיסגעֶפיִהרט איִן מאַרק, צוּ פעֶרקוׂיפעֶן. קוּמט־צוּ אײֵנעֶר, זעֶהר אַ מיִאוּסעֶר, אוּן זאָגט: אַנוּ בּעֶװײַז נוּר מיִר איִהר שעֶהנקײַט!

— דוּ קעֵרל — זאָגט דעֶר פעֶרקוׂיפעֶר — בּיִסטוּ אוׂיף איִהר אַ בַּעֲלָן, רעֶד ניִשט אוּן קוׂיף, אַזאַ שעֶהנהײַט האָט נאָך דיִ װעֶלט ניִשט געֶזעֶהן.

↤ 54

— פאָרט!

הײֵסט מעֶן אוּן זיִ ציִהט פוּן זיִך אַראָפּ מיִט ציִטעֶרעֶנדעֶ העֶנד אַ קלײֵד נאָך אַ קלײֵד. געֶקוּמעֶן צוּם לעֶצטעֶן, רײַסט זיִ דאָס פוּן זיִך אַראָפּ אוּן גיִט זיִך אַ װאַרף אוׂיף דעֶר עֶרד: „רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם! — שרײַט זיִ אוׂיס איִן גרוׂיסעֶ אַנגסטעֶן — האָסטוּ אוׂיף אוּנז קײַן רַחמָנוּת ניִשט, אָבּעֶר אוׂיף דײַן הײֵליִגעֶן גרוׂיסעֶן נאָמעֶן װיִ דעֶרבּאַרעֶמסטוּ זיִך ניִשט?”

דיִ ציִטעֶריִגעֶ.

אַ יוּנג יוּדיִש מײֵדעֶל פוּן אַ זעֶהר רײַכעֶר פאַמיִליִעֶ איִז אַרײַנגעֶפאַלעֶן איִן געֶפעֶנגעֶניִש, זיִ מיִט איִהרעֶ צעֶהן דיִענסטעֶן. זעֶנעֶן זײֵ אַלעֶ אָנגעֶקוּמעֶן צוּ אַ גוׂי איִן הוׂיז. אײֵנמאָל דעֶרלאַנגט עֶר דעֶם מײֵדעֶל אַ קרוּג אוּן הײֵסט איִהר בּרײֵנגעֶן װאַסעֶר; לוׂיפט־צוּ אײֵנעֶ פוּן דיִ דיִענסטעֶן אוּן נעֶהמט־אַװעֶק בּײַ איִהר דיִ קרוּג.

— װאָס איִז דאָס? — פרעֶגט דעֶר גוׂי פעֶרװאוּנדעֶרט.

— אָך, האַר מײַנעֶר — עֶנטפעֶרט דיִ דיִענסט — זאָלסט װיִסעֶן פוּן װאָס פאַר אַ הוׂיז זיִ קוּמט, װיִ ציִטיִריִג זיִ איִז געֶװעֶן בּײַ איִהר מוּטעֶר! איִך בּיִן דאָך אײֵנעֶ פוּן איִהר מוּטעֶר׳ס פוּנף הוּנדעֶרט דיִענסטעֶן.

דעֶרהעֶרט דאָס האָט דעֶר גוׂי אָפּגעֶלאָזט פרײַ זיִ מיִט איִהרעֶ צעֶהן דיִענסטעֶן.

גאָט׳ס צאָרן.

אַ אַנדעֶר יוּדיִש מײֵדעֶל איִז אוׂיך אָנגעֶקוּמעֶן פוּן געֶפעֶנגעֶניִש צוּ אַ גוׂי; האַלט זיִ זיִך אוׂיף בּײַ איִהם איִן הוׂיז, אוּן איִז שטעֶנדיִג שטיִל אוּן טרוׂיעֶריִג. װעֶקט זיִך אוׂיף בּײַ׳ם גוׂי דאָס האַרץ. בּײַנאַכט חָלוׂמ׳ט זיִך איִהם װיִ עֶמיִצעֶר הײֵסט איִהם: לאָז זיִ אָפּ פרײַ אַהײֵם. דעֶרצעֶהלט עֶר דעֶם חָלוׂם זײַן פרוׂי, זאָגט זיִ: מאַך זיִך ניִשט דעֶרפוּן. דיִ צװײֵטעֶ נאַכט חָלוׂמ׳ט זיִך איִהם װיִדעֶר: „לאָזטוּ זיִ ניִשט אָפּ פרײַ װעֶסטוּ שטאַרבּעֶן!” העֶרט עֶר ניִשט זײַן פרוׂי אוּן לאָזט־אָפּ דאָס יוּדיִש מײֵדעֶל פרײַ. אוּן אַלײֵן געֶהט עֶר שטליִלעֶרהײֵד איִהר נאָך אוּן טראַכט זיִך: איִך װיִל זעֶהן װאָס מיִט איִהר װעֶט געֶשעֶהן.

אוׂיפ׳ן װעֶג זעֶהט עֶר װיִ זיִ טרעֶט־אָפּ איִן אַ זײַט איִן פעֶלד צוּ אַ בּרוּנעֶן אוּן לאָזט זיִך אַהיִן אַראָפּ צוּ שטיִלעֶן איִהר דאָרשט. װיִ זיִ האָט זיִך נוּר אָנגעֶשפּאַרט אוׂיפ׳ן װעֶנטיִל פוּנ׳ם בּרוּנעֶן איִז אַרוׂיס אַ גיִפטיִגעֶר שלאַנג, זיִ אַ בּיִס געֶטהוּן אוּן דאָס מײֵדעֶל איִז אַרײַנגעֶפאַלעֶן איִן בּרוּנעֶן. געֶהט עֶר צוּ, דעֶרזעֶהט עֶר זיִ אַ טוׂיטעֶ שװיִמעֶן אוׂיפ׳ן װאַסעֶר. נעֶהמט עֶר זיִ פוּן דאָרט אַרוׂיס, גראָבּט־אוׂיס איִן פעֶלד אַ קֵבֶר אוּן בּעֶהאַלט זיִ.

↤ 55

געֶקוּמעֶן צוּריִק אַהײֵם זאָגט עֶר צוּ זײַן פרוׂי: זעֶהסטוּ אָט דאָס פאָלק, נוּר זײֵעֶר גאָט אַלײֵן גיִסט־אוׂיס אוׂיף זײֵ זײַן צאָרן!

נַקְדִימוֹן בֶּן־גוּרְיוֹן׳ס טאָכטעֶר.

נַקְדִימוֹן בֶּן גוּריוֹן איִז געֶװעֶן אײֵנעֶר פוּן דיִ רײַכסטעֶ אוּן פאַרנעֶהמסטעֶ לײַט איִן יְרוּשָלַיִם. אַלעֶ טאָג װעֶן עֶר פלעֶג געֶהן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ, פלעֶגעֶן זײַנעֶ בּעֶדיִענעֶר אוׂיסשפּרײֵטעֶן אוּנטעֶר איִהם דעֶם װעֶג מיִט זײַדעֶנעֶ טעֶפּיִכעֶר אוּן אָרוּמעֶ־לײַט זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן נאָך איִהם, צוּנוׂיפגעֶװיִקעֶלט דאָס זײַדעֶנס אוּן פאַר זיִך געֶנוּמעֶן. נאָך זײַן טוׂיט, האָבּעֶן דַײָנִים בּעֶשטיִמט פאַר זײַן טאָכטעֶר פיִעֶר הוּנדעֶרט גיִלדעֶן אַ טאָג נוּר אוׂיף בְּשָׂמִים אַלײֵן; איִז זיִ נאָך ניִשט געֶבּליִבּעֶן דעֶרמיִט צוּפריִדעֶן אוּן זײֵ געֶזאָגט: „ניִשט מעֶהר זאָלט איִהר איִהר פאַר אײַעֶרעֶ טעֶכטעֶר בּעֶשטיִמעֶן”. האָבּעֶן יעֶנעֶ אוׂיף דעֶם געֶעֶנטפעֶרט : אָמֵן, הַלְוַאי!

אוּן נאָכ׳ן חוּרְבָּן איִז אַלעֶמאָל ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכְּאַי געֶריִטעֶן אוׂיפ׳ן עֵזעֶל פוּן יְרוּשָׁלַיִם אַרוׂיס, אוּן זײַנעֶ תַּלְמִידִים זעֶנעֶן איִהם נאָכגעֶגאַנגעֶן. זעֶהט עֶר אַ אָרוּם אָפּגעֶריִסעֶן מײֵדעֶל קלוׂיבּט־אוׂיף געֶרשטעֶן־קעֶרנעֶר פוּנ׳ם קוׂיט אַרוׂיס אוּנטעֶר דיִ פיִס פוּן דיִ אַראַבּיִשעֶ פיִה. װיִ זיִ האָט איִהם דעֶרזעֶהן האָט זיִ זיִך אײַנגעֶהיִלט איִן איִהרעֶ צוּלאָזעֶנעֶ האָר אוּן צוּ איִהם צוּגעֶגאַנגעֶן.

— רֶבִּי — זאָגט זיִ איִהם — איִך האָבּ ניִשט װאָס צוּ עֶסעֶן.

פרעֶגט עֶר זיִ: װעֶר בּיִסטוּ, טאָכטעֶר? שװײַגט זיִ.

פרעֶגט עֶר זיִ איִבּעֶר: טאָכטעֶר, זאָג װעֶר בּיִסטוּ? עֶנטפעֶרט זיִ: איִך בּיִן דיִ טאָכטעֶר פוּן נַקְדִימוֹן בֶּן גוּריוֹן.

— װאוּ איִז היִנגעֶקוּמעֶן דײַן פאָטעֶר׳ס פעֶרמעֵגעֶן?

— געֶלד זאַלצט מעֶן ניִשט אײַן — עֶנטפעֶרט זיִ.

— אוּן דײַן שװעֵר׳ס פעֶרמעֵגעֶן ?

— נאָכגעֶגאַנגעֶן דעֶם פאָטעֶר׳ס. אָך רֶבִּי, געֶדעֵנקסטוּ, אַז דוּ האָסט זיִך געֶחַתְמ׳עֶט אוׂיף מײַן כְּתוּבָּה?

ר׳ יוֹחָנָן האָט זיִך געֶװעֶנדעֶט צוּ זײַנעֶ תַּלְמִידִים אוּן געֶזאָגט: יאָ, איִך געֶדעֵנק, אַ מיִליִאָן גאָלדעֶנעֶ רעֶנדליִך איִז איִהר געֶװעֶן אָפּגעֶשריִבּעֶן איִן דעֶר כְּתוּבָּה פוּנ׳ם פאָטעֶר׳ס צַד, אוׂיסעֶר דעֶם שװעֶר׳ס .

אוּן ר׳ יוֹחָנָן האָט זיִך צוּם סוׂף צעֶװײֵנט אוּן אוׂיסגעֶלאָזט:

— אוׂי יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר, אַז־װאוׂיל איִז זײֵ װעֶן זײֵ טהוּן גאָטס רָצוׂן; קײֵן אוּמָה וְלָשׁוֹן האָט אוׂיף זײֵ דעֶמאָלט קײַן שְׁלִיטָה ניִשט. װעֶן אָבּעֶר זײֵ טרעֶטעֶן־איִבּעֶר זײַן רָצוֹן — גיִט עֶר זײֵ איִבּעֶר צוּ אַ ניִדעֶריִגעֶר אוּמָה איִן דיִ העֶנד, אוּן נאָך עֶרגעֶר: צוּ דעֶר בְּהֵמָה פוּן אַ ניִדעֶריִגעֶר אוּמָה!

↤ 56

גאָט׳ס טרוׂיעֶר.

ר׳ יְהוֹשֻׁעַ בֶּן לֵוִי זאָגט: נאָכ׳ן חוּרבּן האָט גאָט צוּזאַמעֶנגעֶרוּפעֶן דיִ מַלְאָכִים אוּן זײֵ געֵפרעֵגט: אַ קעֶניִג, אַ בָּשָׂר־וָדָם, װעֶן עֶר טרוׂיעֶרט אוׂיף אַ מֵת װאָס איִז איִהם שטאַרק ליִעבּ געֶװעֶן, װיִ איִז עֶר זיִך נוֹהֵג? עֶנטפעֶרעֶן זײֵ: עֶר לאָזט אַרוׂיסהײֵנגעֶן אַ שװאַרצעֶן געֶװאַנד פאַר דעֶר טהיִר .

— טהוּ איִך דאָס אוׂיך — זאָגט גאָט:

„איִך ציִה־אָן דיִ היִמלעֶן דוּנקעֶל־שװאַרץ
אוּן אַ זאַק מאַך איִך זײֵעֶר דעֶק”.

— אוּן װאָס נאָך טהוּט עֶר? — פרעֶגט עֶר װײַטעֶר בּײַ דיִ מַלְאָכִים.

— עֶר לאָזט אוׂיסלעֶשעֶן דיִ לײַכטעֶר.

— טהוּ איִך דאָס:

„זוּהן אוּן לבנה װעֶרעֶן פיִנסטעֶר,
דעֶר גלאַנץ פוּן שטעֶרעֶן אוׂיסגעֶלאָשעֶן”.

— אוּן װאָס נאָך טהוּט עֶר? — פרעֶגט עֶר װײַטעֶר.

— עֶר געֶהט בּאָרװעֶם.

— טהוּ איִך דאָס:

„איִן װיִרבּעֶל אוּן שטוּרם איִז גאָטס װעֶג,
שטוֹיבּט־אוׂיף װאָלקעֶנס מיִט זײַנעֶ פיִס־טרעֶט”.

— אוּן נאָך װאָס טהוּט עֶר?

— עֵר צעֶרײַסט זײַן קעֶניִגליִך פּוּרפּוּר־קלײֵד.

— טהוּ איִך דאָס:

„אוׂיסגעֶפיִהרט דעֶר גזר־דין פוּן גאָט —
אוּן צוּריִסעֶן האָט עֶר זײַן פּוּרפּוּר־קלײֵד”.

— אוּן נאָך װאָס טהוּט עֶר?

— עֶר זיִצט איִן אַ װיִנקעֶל אוּן שװײַגט.

— טהוּ איִך דאָס:

„אײֵנזאַם זיִצט עֶר אוּן שװײַגט
אוּנטעֶר דעֶם שװעֶרעֶן לאַסט פוּן זײַן טרוׂיעֶר”.

רַב אַחָא זאָגט: חָרוּב איִז געֶװאָרעֶן דעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ, װיִסט איִז דעֶר הַר־הַבַּיִת, דיִ שְכִינָה קעֶן זיִך אָבּעֶר פוּן דאָרט ניִשט אָפּרײַסעֶן, אוּן קײֵנמאָל טרעֶט זיִ ניִשט אָפּ פוּנ׳ם כּוׂתֶּל מַעֲרָבִי:

„אָט שטעֶהט זיִ אוּנטעֶר אוּנזעֶר װאַנד,
קוּקט דוּרך דיִ שפּאַלטעֶן אַרוׂיס”.




ר׳ יוׂסִי דעֶרצעֶהלט: אײֵנמאָל געֶהעֶנדיִג איִן װעֶג בּיִן איִך אַרײַן איִן אַ חוּרְבָה איִן יְרוּשָׁלַיִם מִתְפַּלֵל צוּ זײַן פאַר גאָט. העֶר איִך װיִ אַ בַּת־קוׂל בּרוּמט פוּן דאָרט אַרוׂיס װיִ אַ טוׂיבּ אוּן זאָגט איִן דעֶר שטיִל:

↤ 57

װעֶה איִז מיִר,
פעֶרװיִסט האָבּ איִך מײַן הוֹיז,
פעֶרבּרעֶנט האָבּ איִך מײַן פּאַלאַץ,
אוּן פעֶרטריִבּעֶן מײַנעֶ קיִנדעֶר
צװיִשעֶן װיִלד־פרעֶמדעֶ.
„מְנַחֵם”.

איִנ׳ם טאָג פוּנ׳ם חוּרבּן איִז געֶבּוׂירעֶן געֶװאָרעֶן דעֶר גוֹאֵל ¹).

עֶרגיִץ װײַט פוּן יְרוּשָׁלַיִם איִז געֶשטאַנעֶן אײֵנעֶר אַ דאָרפסמאַן איִן פעֶלד אוּן געֶאַקעֶרט. גיִט זײַן קוּה אַ בּרוּם. דעֶרהעֶרט עֶס אַ פעֶרבּײַגעֶהעֶנדעֶר אַראַבּעֶר, שטעֶלט עֶר זיִך אָפּ אוּן פרעֶגט דעֶם דאָרפסמאַן: װעֶר בּיִסטוּ?

— אַ יוּד בּיִן איִך — עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר.

— הײֵ, דוּ יוּד, שפּאַן־אוׂיס דײַן קוּה, בּיִנד־אָפּ דײַן אַקעֶר־אײַזעֶן.

— װאָס איִז דעֶן?

— דעֶר יוּדיִשעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ איִז עֶרשט חָרוּב געֶװאָרעֶן.

— פוּן װאַנעֶן װײֵסטוּ דאָס? — פרעֶגט דעֶר יוּד אַ דעֶרשראָקעֶנעֶר?

— פוּן דײַן קוּה׳ס בּרוּם װײֵס איִך עֶס.

דעֶרװײַל גיִט דיִ קוּה נאָכאַמאָל אַ בּרוּם. רוּפט זיִך אָן דעֶר אַראַבּעֶר:

— הײֵ, דוּ יוּד, שפּאַן־אײַן צוּריִק דײַן קוּה, בּיִנד־צוּ װיִדעֶר דײַן אַקעֶר־אײַזעֶן, עֶרשט איִז דאָך געֶבּוׂירעֶן געֶװאָרעֶן מָשִיחַ, דעֶר יוּדיִשעֶר עֶרלעֶזעֶר.

— װיִ איִז זײַן נאָמעֶן — פרעֶגט דעֶר יוּד.

— מְנַחֵם הײֵסט עֶר.

— אוּן זײַן פאָטעֶר׳ס נאָמעֶן?

— חִזְקִיָהוּ.

— אוּן װאוּ געֶפיִנט עֶר זיִך?

— איִן דאָרף בִּירַת־עַרְבָא, נעֶבּעֶן בֵּית־לֶחֶם יְהוּדָה.

געֶהט־אַװעֶק דעֶר יוּד, פעֶרקוֹיפט זײַן קוּה, פעֶרקוׂיפט זײַן אַקעֶר־אײַזעֶן אוּן װעֶרט אַ העֶנדלעֶר פוּן געֶװאַנד פאַר קיִנדעֶר. לאָזט עֶר זיִך איִן װעֶג, לאַנד־אײַן לאַנד־אוׂיס, שטאָדט־אײַן שטאָדט־אוׂיס, בּיִז עֶר קוּמט אַהיִן איִן יעֶנעֶם אָרט. קוּמעֶן װײַבּעֶר פוּן אַלעֶ אַרוּמיִגעֶ דעֶרפליִך, אײַנקוׂיפעֶן בּײַ איִהם געֶװאַנד פאַר זײֵעֶרעֶ קיִנדעֶר. נוּר אײֵן פרוׂי, מְנַחֵם׳ס מוּטעֶר, האָט גאָר ניִשט געֶקוׂיפט. העֶרט דעֶר העֶנדלעֶר װיִ װײַבּעֶר שרײַעֶן אוׂיף אַ קוׂל: מְנַחֵם׳ס מוּטעֶר, מְנַחֵם׳ס מוּטעֶר! געֶה קוׂיף־אײַן געֶװאַנד פאַר דײַן זוּהנדיִל.

— הַלְוַאי װאָלט עֶר, שׂוׂנֵא צִיוֹן, דעֶרװאָרגעֶן געֶװאָרעֶן — עֶנטפעֶרט יעֶנעֶ.

¹) עֶרלעֶזעֶר, משיח.

↤ 58

— װאָס האָסטוּ צוּ איִהם? — פרעֶגעֶן דיִ װײַבּעֶר.

— איִנ׳ם טאָג פוּן זײַן געֶבּוׂירעֶן איִז דאָך דעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ חָרוּב געֶװאָרעֶן.

רוּפט זיִך אָן דעֶר יוּד:

— גלוׂיבּ מיִר, טאָכטעֶר, מיִט איִהם איִז עֶר חָרוּב געֶװאָרעֶן אוּן דוּרך איִהם װעֶט עֶר, אִם יִרְצֶה הַשֵם, צוּריִק אוׂיפגעֶבּוׂיט װעֶרעֶן. נעֶהם קוׂיף פאַר איִהם.

— איִך האָבּ אָבּעֶר קײַן געֶלד ניִשט — זאָגט דיִ מוּטעֶר.

— עֶס מאַכט ניִשט אוׂיס, נעֶהם אוׂיף בּאָרג; אַן אַנדעֵרסמאָל, װעֶן איִך װעֶל װיִדעֶר קוּמעֶן, װעֶסטוּ מיִר בּעֶצאָהלעֶן.

איִן אַ צײַט אַרוּם קוּמט דעֶר העֶנדלעֶר װיִדעֶר איִן יעֶנעֶם אָרט.

קלעֶרט עֶר זיִך: מעֶ דאַרף געֶהן זעֶהן װאָס מאַכט יעֶנס קיִנד. קיִמט עֶר צוּ דעֶר מוּטעֶר אוּן פרעֶגט זיִ: װאָס מאַכט עֶפּיִס דײַן קיִנד?

— ניִטאָ איִהם! — עֶנטפעֶרט דיִ מוּטעֶר — בּאַלד נאָך דײַן אַװעֶקגעֶהן זעֶנעֶן אָנגעֶקוּמעֶן אַזעֶלכעֶ װיִנטעֶן איִן שטוּרעֶמס, בּײַ מיִר פוּן דיִ העֶנד איִהם אוׂיפגעֶחאַפּט, אוּן מיִט איִהם איִנאײֵנעֶם פעֶרשװאוּנדעֶן געֶװאָרעֶן — אוּן ניִטאָ איִהם!

דאָס געֶװײֵן בּײַנאַכט.

„צִיוֹן װײֵנט אוּן װײֵנט בּײַנאַכט” — זיִ װײֵנט, אוּן אוׂיף איִהר קוּקעֶנדיִג װײֵנט אוׂיך גאָט בָּרוּך־הוּא; דיִ הײֵליִגעֶ מַלְאָכִים װײֵנעֶן מיִט איִהר; היִמעֶל אוּן עֶרד, בּעֶרג אוּן טהאָלעֶן װײֵנעֶן מיִט איִהר.

„בּײַנאַכט װײֵנט זיִ” — װײֵנט װעֶר בּײַנאַכט לאָזט זיִך זײַן געֶװײֵן שטאַרקעֶר העֶרעֶן אוּן עֶס חאַפּט־אָן בּײַ׳ם האַרצעֶן אוּן מעֶ װײֵנט מיִט איִהם צוּזאַמעֶן; װײֵנט װעֶר בּײַנאַכט — װײֵנעֶן מיִט איִהם שטעֶרעֶן אוּן מַזָלוׂת.

רַבִּי האָט געֶלײֵעֶנט דיִ קִינוׂת. געֶקוּמעֶן צוּם פָּסוּק: „אַראָפּגעֶשײַלדעֶרט פוּן היִמעֶל אוׂיף דעֶר עֶרד יוּדיִשעֶר פּראַכט” — האָט זיִך איִהם דיִ האַנד אָפּגעֶלאָזט אוּן דעֶר סֵפֶר האָט זיִך אַרוׂיסגעֶגליִטשט, אוּן טיִעף פוּנ׳ם האַרצעֶן האָט עֶר דעֶרבּײַ אַ קרעֶכץ געֶטהוּן; אוׂי, פוּנ׳ם העֶכסטעֶן דאַך איִן דעֶר טיִעפסטעֶר גרוּבּ!...

זיִנט דעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ איִז חָרוּב געֶװאָרעֶן.

זיִנט דעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ איִז חָרוּב געֶװאָרעֶן בּעֶװײַזט זיִך ניִשט בּײַ גאָט בָּרוּך־הוּא קײַן פרעֶהליִכעֶ מיִנעֶ אוּן מעֶ זעֶהט ניִשט דעֶם היִמעֶל אַ לוׂיטעֶרעֶן.

ר׳ אֶלְעָזָר זאָגט: זיִנט דעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ איִז חָרוּב געֶװאָרעֶן האָט זיִך אַװעֶקגעֶשטעֶלט אַ אײַזעֶרנעֶ װאַנד צװיִשעֶן יוּדעֶן אוּן צװיִשעֶן זײֵעֶר פאָטעֵר איִן היִמעֶל.

↤ 59

ר׳ יְהוֹשֻׁעַ זאָגט: זיִנט דעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ איִז חָרוּב געֶװאָרעֶן געֶהט ניִשט פאָראיִבּעֶר קײַן טאָג אָהן אַ צָרָה.

ר׳ פִּנְחָס בֶּן יָאִיר זאָגט: זיִנט דעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ איִז חָרוּב געֵװאָרעֶן געֶהעֶן־אַרוּם דיִ געֶלעֶרעֶנטעֶ װיִ פעֶרשעֶמטעֶ אוּן דיִ אדעֶל־לײַט מיִט אַראָפּגעֶלאָזעֶנעֶ קעֶפּ, װאָהלטעֶהטיִגעֶ װעֶרעֶן אַלץ דעֶרניִדעֶריִגטעֶר אוּן דיִ געֶװאַלטהוּעֶר אוּן דיִ בּרײֵטעֶ מײַלעֶר זעֶנעֵן פוּן אוׂיבּעֶן; ניִטאָ װאוּהיִן זיִך צוּ קעֶהרעֶן, צוּ װעֶמעֶן זיִך װעֶנדעֶן, קײֵנעֶם אַרט ניִשט, קײֵנעֶר קוּקט זיִך ניִשט אוּם, אוׂיף װעֶמעֶן־זשעֶ איִז אוּנז געֶבּליִבּעֶן זיִך אָנצוּלעֵהנעֶן? — אוׂיף דעֵם אײֵנציִגעֶן פאָטעֶר איִן היִמעֶל אַלײֵן.

טרעֵסט.

פיִעֶר גרוׂיסעֶ תַּנָאִים זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן איִן װעֶג קײַן רוׂים: רַבָּן גַמְלִיאֵל, ר׳ אֱלִיעֶזֶר בֶּן עֲזַרְיָה, ר׳ יְהוֹשֻעַ אוּן ר׳ עֲקִיבָא. נאָך געֶװעֶן װײַט פוּן דעֶר שטאָדט אוׂיף אַ שטרעֶקעֶ פוּן הוּנדעֶרט צװאַנציִג מִיל דעֶרהעֶרעֶן זײֵ שוׂין דעֶם פרעֶהליִכעֶן זיִדיִגעֶן גאַסעֶן־רוׂיש פוּן רוֹים. הוׂיבּעֶן־אָן דיִ עֶרשטעֶ דרײַ צוּ װײֵנעֶן, נוּר אײֵן ר׳ עֲקִיבָא לאַכט.

— װאָס לאַבּסטוּ? — פרעֶגעֶן זײֵ איִהם.

— אוּן איִהר, װאָס װײֵנט איִהר? — פרעֶגט עֶר זײֵ.

— װיִ זאָלעֶן מיִר ניִשט װײֵנעֶן — זאָגעֶן זײֵ — אַז מיִר זעֶהעֶן װיִ דיִ הײֵדעֶן, װאָס בּיִקעֶן זיִך צוּ אָבּגעֶטעֶר אוּן דעֶמפּפעֶן פאַר געֶצעֶן, זײֵ זיִצעֶן זיִך אַזוׂי רוּהיִג אוּן געֶזיִכעֶרט, אוּן מיִר — אוּנזעֶר בֵּית־הַמִקְדָשׁ, דאָס פיִס־בּײֵנקעֶלעֶ פוּן אוּנזעֶר גרוׂיסעֶן גאָט, ליִגט פעֶרבּרעֶנט איִן אַש.

— דעֶרפאַר טאַקיִ — זאָגט ר׳ עֲקִיבָא — לאַך איִך. אוׂיבּ זײֵ, דיִ פעֶרזיִנדיִגטעֶ פאַר גאָט, לעֶבּט זיִך אַזוׂי, װיִ װעֵט שוׂין זײַן מיִט דיִ װאָס טהוּעֶן זײַן װיִלעֶן?

דיִ זעֶלבּעֶ תַּנָאִים האָבּעֶן אײֵנמאָל נאָכ׳ן חוּרבן, זיִך געֶלאָזט געֶהן קײַן יְרוּשָלַיִם. געֶקוּמעֶן צוּ׳ם הַר־הַצוֹפִים ¹), האָבּעֶן זײֵ אוׂיף זיִך קְרִיעָה געֶריִסעֶן. געֶקוּמעֶן נאָהעֶנטעֶר צוּ׳ם הַר־הַבַּיִת, דעֶרזעֶהעֶן זײֵ אַ שאַקאַל שפּריִנגט־אַרוׂיס פוּן דעֶם אָרט װאוּ ס׳איִז געֶװעֶן דעֶר קדֶשׁ־קָדָשִׁים ²), הוׂיבּעֶן־אָן יעֶנעֶ דרײַ צוּ װײֵנעֶן, אוּן ר׳ עֲקִיבָא לאַכט. פרעֶגעֶן זײֵ איִהם: װאָס לאַכסטוּ?

— אוּן איִהר, פאַר װאָס װײֵנט איִהר?

— װיִ זאָלעֶן מיִר ניִשט װײֵנעֶן, אַז דאָס הײֵליִגסטעֶ אָרט אוּנזעֶרס, װאוּ קײַן בֶּן־אָדָם, אוׂיסעֶר דעֶם כּהֵן גָדוׂל, האָט קײֵנמאָל ניִשט געֶטאָרט אַהיִן אײַנטרעֶטעֶן, — דאָרטעֶן שפּאַציִרעֶן איִצט פריִ אַרוּם שאַקאַלעֶן.

¹) אַ בּאַרג אוּנטעֶר ירוּשליִם, װאָס פוּן דאָרט זעֶהט מעֶן אַרוׂיס דיִ שטאָדט. ²) דאָס הײֵליִגסטעֶ אָרט איִן בּית־המקדש.

↤ 60

— דעֶרפאַר טאַקיִ לאַך איִך — זאָגט ר׳ עֲקִיבָא — צװײֵ נְבוּאוׂת פעֶרבּיִנדעֶנעֶ צוּזאַמעֶן זעֶנעֶן געֶזאָגט געֶװאָרעֶן, אײֵנעֶ פוּן שטראָף: „צִיוֹן װעֶט אוׂיף פעֶלד צוּאַקעֶרט װעֶרעֶן, פוּן יְרוּשָׁלַיִם — װעֶלעֶן װיִסטעֶ בּעֶרגליִך װעֶרעֶן, אוּן דעֶר הַר־הַבַּיִת מיִט װיִלדעֶן װאַלד בּעֶװאַקסעֶן”; דיִ צװײֵטעֶ פוּן טרעֵסט: „עֶס װעֶלעֶן נאָך זיִצעֶן זְקֵנִים אוּן זְקֵנוׂת איִן דיִ גאַסעֶן פוּן יְרוּשָׁלַיִם, יעֶדעֶר מיִט זײַן שטעֶקעֶן איִן האַנד, אָנגעֶלאָדעֶנעֶ מיִט יאָהרעֶן; אוּן יוּנגעֶ קיִנדעֶרליִך, יוּנגעֶליִך מיִט מײֵדעֶליִך, װעֶלעֶן אַקעֶגעֶן זײֵ פרעֶהליִך זיִך שפּיִעלעֶן אוּן אָנפוּלעֶן מיִט זײֵעֶר פרעֶהליִכעֶן געֶלעֶכטעֶר דיִ גאַסעֶן”. אײֵדעֶר דיִ עֶרשטעֶ נְבוּאָה איִז מְקוּיָם געֶװאָרעֶן, האָבּ איִך אַלץ מוׂרָא געֶהאַט טאָמעֶר װעֶט דיִ צװײֵטעֶ אוׂיך ניִשט מְקוּיָם װעֶרעֶן, איִצט אַז דיִ עֶרשטעֶ איִז שוׂין עֶרפוּלט, מעֶג מעֶן זיִכעֶר זײַן אַז דיִ צװײֵטעֶ װעֶט אוׂיך עֶרפוּלט װעֶרעֶן.

אוׂיסגעֶהעֶרט ר׳ עֲקִיבָא׳ן, האָבּעֶן זײַנעֶ חֲבֵרִים איִהם געֶזאָגט מיִט דיִ װעֶרטעֶר:

— עֲקִיבָא, דוּ האָסט אוּנז געֶטרעֵסט! עֲקִיבָא, דוּ האָסט אוּנז געֶטרעֵסט!

↤ 61

רַבִּי שִׁמְעוׂן בֶּן שָׁטַח.
דיִ בּעֶנײַעטעֶ סַנְהֶדְרִין.

נאָכדעֶם װיִ יַנַאי דעֶר עֶרשטעֶר ¹) האָט אוּמגעֶבּראַכט דיִ גרעֶסטעֶ יוּדיִשעֶ געֶלעֶהרטעֶ ²), איִז דיִ גאַנצעֶ יוּדיִשעֶ װעֶלט געֶװעֶן װיִ צעֶטוּמעֶלט; דיִ צְדוּקִים, דיִ בּיִטעֶרעֶ שׂוׂנְאִים פוּן דיִ פּרוּשִים, האָבּעֶן אוּמעֵדוּם בּעֶקוּמעֶן דיִ אוׂיבּעֶרהאַנד — בּיִז שִׁמְעוׂן בֶּן שָטַח איִז געֶקוּמעֶן אוּן האָט צוּריִק אַװעֶקגעֶשטעֶלט דיִ תּוׂרָה אוׂיף איִהר אַלטעֶן שטײֵגעֶר.

צוּם עֶרשטעֶן האָט ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח זיִך געֶנוּמעֶן אוׂיסרוׂימעֶן דיִ צדוּקים פוּן דיִ סַנְהֶדְרִין, אוּן אוׂיסגעֶפיִהרט האָט עֶר עֶס אוׂיף אַזאַ אוֹפָן: איִן דעֶר סַנְהֶדְרִין, װאָס איִז צוּ יעֶנעֶר צײַט בּעֶשטאַנעֶן אוׂיס לוׂיטעֶר צדוּקים „ פלעֶג זיִצעֶן דעֶר מֶלֶך אַלֶכְּסַנְדר־יַנְאַי אוּן נעֶבּעֶן איִהם דיִ מַלְכָּה שְלוּמִית, אוּן אוׂיך דעֶר אײֵן־אוּן־אײֵנציִגעֶר פוּן דיִ פְּרוּשִים — ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָׁטַח, דעֶר מַלְכָּה׳ס בּרוּדעֶר. געֶװעֶהנליִך, פלעֶגעֶן אָפט פאָרקוּמעֶן איִן סַנְהֶדְרִין פעֶרשיִדעֶנעֶ פראַגעֶן פוּן אַלעֶרלײֵ דִינִים, האָבּעֶן דיִ סַנְהֶדְרִין לײַט איִן אַזעֶלכעֶ פאַלעֶן ניִשט געֶװאוּסט װיִ אוׂיסצוּדריִנגעֶן דעֶם אֱמֶת׳ן דיִן מיִט בּעֶװײַזעֶן פוּן דעֶר תּוֹרָה ³). רוּפט זיִך אָן ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח: עֶס דאַרף אַװעֶקגעֶשטעֶלט װעֶרעֶן, אַז פאַר דעֶר סַנְהֶדְרִין זאָל רָאוּי ⁴) זײַן נוּר דעֶר, װאָס קעֶן אוׂיסװײַזעֶן יעֶדעֶן דיִן פוּן דעֶר תּוׂרָה; דעֶר אָבּעֶר װאָס קעֶן דאָס ניִשט בּעֶװײַזעֶן איִז פאַר איִהם איִן סַנְהֶדְרִין קײֵן פּלאַץ ניִשט. טרעֶפט זיִך דעֶרנאָך װיִדעֶר אַ פאַל װאוּ סַנְהֶדריִן־לײַט, ניִשט װיִסעֶן װיִ אוׂיסצוּדריִנגעֶן דעֶם דיִן פוּן דעֶר תּוׂרָה, האָבּעֶן געֶשװיִגעֶן. נאָר אײֵנעֶר פוּן זײֵ האָט זיִך אַרוׂיסגעֶשטעֶלט געֶגעֶן שִמְעוׂן בֶּן שָטַח אוּן עֶפּעֶס געֶפּלאַפּעֶלט: „גיִבּ מיִר — זאָגט עֶר — אַ טאָג צײַט, מאָרגעֶן װעֶל איִך שוׂין דיִר בּרעֶנגעֶן אַ קלאָרעֶ תְּשוּבָה”. אוׂיף מאָרגעֶן האָט עֶר שוׂין אָבּעֶר זיִך געֶשעֶמט װײַזעֶן איִן סַנְהֶדְרִין, װײַל עֶר האָט ↰ 62 איִן דעֶר תּוׂרָה ניִשט געֶקעֶנט אוֹיסזוּכעֶן דיִ נײֵטיִגעֶ בּעֶװײַזעֶן. האָט ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח בּאַלד אוׂיף זײַן אָרט איִן סַנְהֶדְרִין אַװעֶקגעֶזעֶצט אײֵנעֶם פוּן דיִ פְּרוּשִים. „דיִ סַנְהֶדְרִין — האָט עֶר געֶזאָגט — מוּז דוּרכאוׂיס בּעֶשטעֶהן פוּן אײֵן אוּן זיִבּעֶציִג מאַן, ניִשט װעֶניִגעֶר”. דאָס נעֶמליִכעֶ איִז פאָרגעֶקוּמעֶן אוׂיך מיִט דיִ איִבּריִגעֶ — בּיִז דיִ צדוּקים זעֶנעֶן אײֵנעֶר נאָכ׳ן אַנדעֶרעֶן אַלעֶ אוׂיסגעֶבּיִטעֶן געֶװאָרעֶן אוׂיף פְּרוּשִים, אוּן אַזוׂי אַרוּם האָט ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח אוׂיסגעֶפיִהרט צוּ האָבּעֶן אַזאַ סַנְהֶדְרִין װיִ עֶר האָט פעֶרלאַנגט.

¹) יוֹחנן־הוֹרקנוֹס. ²) זעֶה אוׂיבּעֶן ז׳ 15 ³) דיִ צדוּקיִם װאָס האָבּעֶן ניִשט געהאַלטעֶן װיִ דיִ פּרוּשים פוּן תּוׂרה שבעל־פה (מיִנדליִכעֶ טראַדיִציִאָן) פלעֶגעֶן זיִך האַלטעֶן נוּר בּײַם בּוּכשטעֶבּליִכעֶן זיִנן פוּן דעֶר תּוׂרה. ⁴) האָט דיִ װעֶרטה.

אוּן יעֶנעֶם טאָג, װעֶן דיִ גאַנצעֶ סַנְהֶדְרִין איִז בּעֶשטאַנעֶן פוּן הוׂילעֶ פּרוּשִים, האָבּעֶן יוּדעֶן געֶמאַכט פאַר יוׂם־טוׂב.

אַנטלאָפעֶן אוּן צוּריִקגעֶקוּמעֶן.

קײַן יְרוּשָלַיִם זעֶנעֶן אײֵנמאָל אָנגעֶקוּמעֶן דרײַ הוּנדעֶרט נְזִירִים ¹) מיִט דעֶר דֵעָה דאָרט צוּ בּרײֵנגעֶן נײַן הוּנדעֶרט קָרְבָּנוׂת. פאַר האַלבּ פוּן זײֵ, פאַר הוּנדעֶרט פוּפציִג מאַן, האָט ר׳ שִמְעוׂן געֶפוּנעֶן אַ געֶזעֶצליִכעֶן אוׂיסגאַנג ²) אוּן זײֵ בּעֶפרײַעֶט פוּן קָרְבָּנוׂת. פאַר דיִ איִבּעֶריִגעֶ האָט עֶר ניִשט געֶפוּנעֶן. קוּמט עֶר צוּם קעֶניִג יַנְאַי אוּן זאָגט איִהם: עֶס זעֶנעֶן אָנגעֶקוּמעֶן דרײַ הוּנדעֶרט נְזִירִים, דאַרפעֶן זײֵ בּרײֵנגעֶן נײַן הוּנדעֶרט קָרְבָּנוׂת, פעֶרמאָגעֶן זײֵ ניִשט. שעֶנק־זשעֶ זײֵ דוּ אײֵן העֶלפט אוּן איִך דיִ צװײֵטעֶ — אוּן לאָזעֶן זײֵ אוׂיספוּלעֶן זײֵעֶר חוֹב. פאָלגט איִהם יַנְאַי אוּן שעֶנקט העֶלפט קָרְבָּנוׂת. קוּמט מעֶן דעֶרנאָך פאַר יַנְאַי׳ן אוּן מעֶ רעֶדט־אָן אוׂיף שִמְעוׂן בֶּן שָטַח: זײַ װיִסעֶן, אַז שִמְעוׂן בֶּן שָטַח האָט דיִך אָבּגעֶנאַרט. אַלעֶ קָרְבָּנוׂת זעֶנעֶן נוּר דעֶם קעֶניִג׳ס; עֶר אַלײֵן אָבּעֶר האָט גאָר ניִשט געֶגעֶבּעֶן. איִז יַנְאַי געֶװאָרעֶן שטאַרק אוׂיפגעֶבּראַכט. דעֶרװאוּס זיִך דעֶרפוּן ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח, דעֶרשרעֶקט עֶר זיִך אוּן אַנטלוׂיפט.

¹) נזיר — אַן אָבּגעֶשײֵדטעֶר, אַן אײַנגעֶהאַלטעֶנעֶר — דעֶר װאָס נעֶמהט אוׂיף זיִך אַ געֶװיִסעֶ צײַט זיִך אָפּצוּהאַלטעֶן פוּן װײַן, פוּן גאָלעֶן זיִך אוּן פוּן טומאה. לוׂיט׳ן דין מוּז יעֶדעֶר נזיר בּרײֵנגעֶן דרײַ קרבּנוׂת. ²) אַ מיִטעֶל װיִ אוׂיפצוּבּיִנדעֶן זײֵ פוּנ׳ם נדר, דוּרך װאָס זיִך װעֶרעֶן בּעֶפרײַט פוּן קרבּנוֹת.

איִן אַ צײַט שפּעֶטעֶר, אוׂיף אַ מאָהלצײַט בּײַם קעֶניִגליִכעֶן טיִש, האָבּעֶן זיִך געֶפוּנעֶן צװיִשעֶן דיִ געֶסט, אוׂיך פאָרנעֶהמעֶ לײַט פוּן פּעֶרסיִשעֶר מְלוּכָה. רוּפעֶן זײֵ זיִך אָפּ צוּ יַנְאַי׳ן: העֶר קעֶניִג, עֶס געֶדעֶנקט זיִך אוּנז, אַז דאָ בּײַ׳ם קעֶניִגליִכעֶן טיִש איִז תָּמִיד געֶװעֶן אײֵנעֶר אַ זָקֵן, פלעֶגט עֶר אוּנז זאָגעֶן קלוּגעֶ װעֶרטעֶר פוּן דעֶר תּוֹרָה. האָט יַנְאַי געֶהײֵסעֶן זײַן פרוׂי שְלוֹמִית, רַבִּי שִמְעוׂן׳ס שװעֶסטעֶר, װעֶלכעֶ האָט געֶװאוּסט װאוּ איִהר בּרוּדעֶר בּעֶהאַלט זיִך, זיִ זאָל שיִקעֶן נאָך איִהם, עֶר זאָל קוּמעֶן צוּריִק. זאָגט זיִ צוּ איִהם: שװעֶר ↰ 63 מיִר, אַז דוּ װעֶסט איִהם ניִט אָנריִהרעֶן אוּן שיִק איִהם דײַן קעֶניִגליִכעֶן ריִנג — װעֶט עֶר קוּמעֶן. האָט ינאַי אַזוׂי געֶטוּהן אוּן ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח איִז צוּריִקגעֶקוּמעֶן.

פרעֶגט איִהם דעֶר קעֶניִג:

— צוּ װאָס בּיִסטוּ אַנטלאָפעֶן?

— כ׳האָבּ געֶהעֶרט — עֶנטפעֶרט עֶר — אַז דעֶר קעֶניִג איִז אוׂיף מיִר אוׂיפגעֶבּראַכט, האָבּ איִך מוׂרָא געֶהאַט, זאָלסט מיִך ניִשט טוׂיטעֶן, אוּן געֶטהוּן װיִ איִן פָּסוּק שטעֶהט: „בּעֶהאַלט זיִך אַ קלײֵנעֶ װײַלעֶ, בּיִז דעֶר צאָרן װעֶט פאָראיִבּעֶר”.

— אוּן פאַר װאָס האָסטוּ מיִך אוׂיסגעֶלאַכט?

— חָלִילָה! — עֶנטפעֶרט ר׳ שִמְעוׂן — איִך בּיִן דאָס גאָר ניִט אוׂיסעֶן געֶװעֶן. דוּ האָסט געֶשטיִצט דיִ נזירים מיִט דײַן געֶלט, אוּן איִך — מיִט מײַן תּוׂרָה. איִז אוׂיסגעֶקוּמעֶן גלײַך אוׂיף גלײַך, װיִ עֶס װעֶרט געֶזאָגט: „װעֶר איִן שאָטעֶן פוּן חָכְמָה — װעֶר איִן שאָטעֶן פוּן געֶלט”.

— פאַר װאָס־זשעֶ האָסטוּ דאָס מיִר ניִשט דעֶרצעֶהלט בּאַלד?

— װעֶן איִך דעֶרצעֶהל דיִר בּאַלד, װעֵר װײֵסט ציִ דוּ װאָלסט געֶגעֶבּעֶן.

זעֶצט איִהם ינאַי בּײַ׳ם טיִש צװיִשעֶן זיִך אוּן צװיִשעֶן דעֶר קעֶניִגעֶן. „זעֶה — זאָגט עֶר איִהם — װאָס פאַר אַ כָּבוׂד איִך טהוּ דיִר אָן”.

— ניִשט דוּ — עֶנטפעֶרט עֶר — דיִ תּוׂרָה טוּהט מיִר אָן דעֶם כָּבוׂד, װיִ בֶּן־סִירָא זאָגט: „װעֶסטוּ זיִ אַכטעֶן אוּן עֶהרעֶן — בּאַזעֶצט זיִ דיִך צװיִשעֶן העֶרעֶן”.

— העֶרשט! — רוּפט זיִך אָן יַנְאַי צוּ דעֶר קעֶניִגעֶן — עֶר האָט גאָר פאַר קײֵנעֶם קײַן אָבּשײ ניִט!

יַנַאי פאַר שִמְעוׂן בֶּן שָטַח׳ס געֶריִכט.

אײֵנמאָל האָט דעֶם קעֶניִג יַנְאַי׳ם אַ קנעֶכט געֶהרג׳עֶט אַ מעֶנשעֶן. האָט ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח דעֶר נָשִיא פוּן דיִ סַנְהֶדְרִין איִהם געֶהײֵסעֶן אַרוׂיסרוּפעֶן פאַר׳ן געֶריִכט. שיִקט מעֶן צוּ׳ם קעֶניִג יַנְאַי: „דײַן קנעֶכט האָט געֶטוֹיט אַ מעֶנשעֶן”. שיִקט עֶר אַװעֶק דעֶם קנעֶכט פאַר׳ן געֶריִכט. בּאַפוׂילט מעֶן איִהם װײַטעֶר: „לוׂיט׳ן דִין פוּן דעֶר תּוׂרָה מוּזטוּ אַלײֵן, דעֶר אײֵגעֶנטיִמעֶר פוּנ׳ם פעֶרבּרעֶכעֶר, אוׂיך זיִך שטעֶלעֶן צוּזאַמעֶן מיִט איִהם פאַר׳ן געֶריִכט”. פאָלגט יַנְאַי אוּן קוּמט. שטעֶלט מעֶן איִהם אַ שטוּהל נעֶבּעֶן שִמְעוׂן בֶּן שָטַח איִן עֶר האָט זיִך געֶזעֶצט. רוּפט זיִך אָן צוּ איִהם שִמְעוׂן בֶּן שָטַח: קעֶניִג יַנְאַי, שטעֶל זיִך אוׂיף צוּם דִין אוּן זאָל מעֶן דיִ עֵדוּת געֶגעֶן דיִר אוׂיסהעֶרעֶן — אַזוֹי הײֵסט אוּנזעֶר תּוׂרָה. זאָגט יַנְאַי: אַזוׂי זאָגסט דוּ, װאָס זאָגעֶן אָבּעֶר דײַנעֶ חֲבֵרִים. װעֶנדעֶט עֶר זיִך רעֶכטס, לאָזעֶן דיִ ריִכטעֶר אַראָפּ דיִ אוׂיגעֶן צוּ דעֶר עֶרד, ליִנקס — אוׂיך דאָסזעֶלבּעֶ. אוׂיפגעֶבּראַכט פוּן אַזאַ מַשָׂא־פָּנִים, ↰ 64 שרײַעט שִמְעוׂן בֶּן שָׁטַח אוׂיף זײֵ אָן: „איִהר זעֶנט ניִשט אָפּעֵנהעֶרציִג, זאָל גאָט דעֶר יוֹדֵעַ־מַחְשָבוׂת מיִט אײַך זיִך רעֶכנעֶן!” — געֵשעֶהט אַ װאוּנדעֶר אוּן אַלעֶ ריִכטעֶר װעֶרעֶן פּלוּצליִנג ניִדעֶרגעֶװאָרפעֶן צוּ דעֶר עֶרד אוּן בּלײַבּעֶן איִן אָהנמאַכט. װעֶרט דעֶר קעֶניִג דעֶרציִטעֶרט. שרײַעט װיִדעֶר אוׂיס ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח: „שטעֶל זיִך אוׂיף, זאָל מעֶן געֶגעֶן דיִר עֵדוּת זאָגעֶן. ניִשט פאַר אוּנז שטעֶלסטוּ זיִך אוׂיף, נאָר פאַר דעֶם שעֶפעֶר פוּן דעֶר װעֶלט”. אוּן יַנְאַי האָט זיִך בּאַלד אוׂיפגעֶשטעֶלט אוׂיף דיִ פיִס.

קִדוּשׁ־הַשֵׁם.

שִמְעוׂן בֶּן שָׁטַח איִז געֶװעֶן אַ נוׂיטבּעֶדעֶרפטיִגעֶר אוּן האָט זיִך בּעֶשעֶפטיִגט מיִט פלאַקס. אײֵנמאָל האָבּעֶן דיִ תַּלְמִידִים פאַר איִהם געֶקוׂיפט אַן עֵזעֶל בּײַ אַן אַראַבּעֶר. געֶפוּנעֶן זײֵ אוׂיפ׳ן עֵזעֶל׳ס האַלז פעֶרשטעֶקט אַ טײַעֶרעֶן עֵדעֶלשטײֵן. רוּפעֶן זײֵ אוׂיס מיִט אַ שִׂמְחָה: רֶבִּי, גאָט האָט דיִר צוּגעֶשיִקט אַ כָּשֶׁרֶ׳ע מְצִיאָה, בּיִזט נִתְעַשֵׁר געֶװאָרעֶן! זאָגט זײֵ ר׳ שׁ־ִמְעוׂן בֶּן שָׁטַח: „נײֵן, קיִנדעֶר, איִך האָבּ געֶקוׂיפט אַן עֵזעֶל, ניִשט קײַן עֵדעֶלשטײן”. אוּן האָט בּאַלד אָפּגעֶשיִקט דעֶם עֵדעֵלשטײֵן צוּריִק צוּ׳ם אַראַבּעֶר.

פעֶרװאוּנדעֶרט האָט אוׂיסגעֶרוּפעֶן דעֶר אַראַבּעֶר: „געֶלוׂיבּט זאָל זײַן דעֶר יוּדיִשעֶר גאָט, דעֶר גאָט פוּן שִמְעוׂן בֶּן שָטַח”.

אַכציִג מְכַשֵׁפוֹת איִן אײֵן טאָג אוׂיפנעֶהאַנגעֶן.

װעֶן ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָׁטַח איִז געֶװאָרעֶן נָשִיא קוּמט מעֶן אוּן מעֶ דעֶרצעֶהלט איִהם, אַז עֶרגיִץ איִן אַ הײֵל איִן אַ װאַלד בּײַ אַשקלוֹן האַלטעֶן זיִך אוׂיף אַכציִג פרוׂיעֶן, זעֶהר שעֶדליִכעֶ מְכַשֵפוֹת. פעֶרזאַמעֶלט ר׳ שִמְעוׂן איִן אַ נאַסעֶן רעֶגעֶנדיִגעֶן טאָג אַכציִג יוּנגעֶ לײַט, אַלעֶ שעֵהנעֶ פּאַרשוׂינעֶן פוּן הוׂיכעֶר װאוּקס, טהײֵלט דיִ אײַן יעֶדעֶן אַ נײַעֶם קרוּג מיִט אַ רײֵנעֶם צוּנוׂיפגעֶלעֶגטעֶן מאַנטעֶל איִנװעֵניִג, הײֵסט זײֵ אָנטהוּן דיִ קרוּגעֶן איִבּעֶרגעֶקעֶהרטעֶ אוׂיף דיִ קעֶפּ, אוּן לאָזט זיִך מיִט זײֵ איִן װעֶג צוּ דעֶר הײֵל. אוּן אָנגעֶזאָגט האָט עֶר זײֵ: בּאַלד װיִ איִהר װעֶט דעֶרהעֶרעֶן פוּן מיִר פוּן דעֶר װיִ אַרוׂיס דעֶם עֶרשטעֶן פײַף, זאָלט איִהר חאַפּעֶן אָנטהוּן דיִ רײֵנעֶ מאַנטלעֶן, דעֶם צװײֵטעֶן — זאָלט איִהר זיִך אַלעֶ אַ לאָז טהוּן איִן הײֵל אוּן יעֶדעֶר פוּן אײַך זאָל בּאַלד אוׂיפחאַפּעֶן אײֵן מְכַשֵפָה אוּן זיִ גיִבּעֶן אַ הוׂיבּ־אוׂיף פוּן דעֶר עֶרד, װײַל אַזוׂי איִז שוׂין מיִט אַ מְכַשֵף: הוׂיבּסטוּ איִהם אוׂיף פוּן דעֶר עֶרד פעֶרליִרט עֶר אוׂיפ׳ן שטעֶל זײַן מאַכט.

קוּמט מעֶן צוּ דעֶר הײֵל. היִלט זיִך ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח אײַן איִנ׳ם טריִקעֶנעֶם מאַנטעֶל, קלאַפּט־אָן בּײַ׳ם אַרײַנגאַנג אוּן שרײַעט־אוׂיס:

↤ 65

— אוׂיִים, אוׂיִים ¹)! עֶפעֶנט, איִך בּיִן פוּן אײַעֶרעֶ.

אַרײַנגעֶלאָזט איִהם איִן הײֵל, גיִבּעֶן איִהם דיִ מְכַשֵפוֹת גלײַך אַ פרעֶג:

— װיִ קוּמט עֶס דוּ זאָלסט פוּן אַזאַ רעֶגעֶן אַרוׂיס אַ טרוּקעֶנעֶר?

— איִך האָבּ זיִך דוּרכגעֶשלאָגעֶן צװיִשעֶן דיִ טראָפּעֶנס — עֶנטפעֶרט זײֵ ר׳ שִמְעוׂן.

— אוּן ציִ װאָס בּיִסטוּ אַהעֶר געֶקוּמעֶן?

— אײֵנעֶר בּײַ׳ם אַנדעֶרעֶן זיִך לעֶרנעֶן! זאָל יעֶדעֶרעֶ פוּן אײַך בּעֶװײַזעֶן װאָס זי קעֶן.

זאָגט אײֵנעֶ אַ שפּרוּך — אוּן ס׳װעֶרט בּאַלד בּעֶשאַפעֶן זיִלבּעֶרנעֶ בּרוׂיט. דיִ צװײֵטעֶ — אוּן עֶס בּעֶקוּמט זיִך אײַזעֶרנעֶ פלײֵש, דיִ דריִטעֶ — אוּן עֶס װאַקסט אוׂיס גאָלדעֶנעֶר װײַן, דיִ פיִערטעֶ — אוּן עֶס בּעֶװײַזט זיִך קוּפּעֶרנעֶ זוּפּ.

— זעֶה — זאָגעֶן זײֵ — װאָס פאַר אַ סְעוּדָה מיִר האָבּעֶן פאַר דיִר בּעֶשאַפעֶן. איִצט האַלט עֶס בּײ דיִר, בּעֶװײַז דוּ װאָס דוּ קעֶנסט.

— איִך — זאָגט ר׳ שִמְעוׂן- װעֶל גיִבּעֶן אַ פײַף אײֵנס אוּן צװײֵ, װעֶלעֶן צוּ אײַך אַרײַן אַכציִג שעֶהנעֶ, שטאַלטנעֶ יוּנגעֶ־לײַט, אַלעֶ אײַנגעֶהיִלט איִן טרוּקעֶנעֶ מאַנטלעֶן, אוּן ס׳װעֶט שוׂין זײַן מיִט אײַך פרעֶהליִך אוּן לעֶבּעֶדיִג.

אוּן בּאַלד אוׂיף דעֶם גיִט ר׳ שִמְעוׂן אײֵן פײַף, אוּן דיִ װנגעֶן האָבּעֶן געֶחאַפּט אוּן אײַנגעֶהיִלט זיִך איִן דיִ מאַנטלעֶן, אַ צװײֵטעֶן — אוּן זעֶנעֶן אַלעֶ מיִט אַמאָל אַרײַן איִן הײֵל.

— זאָל יעֶדעֶר פוּן אײַך — בּעֵפעֶהלט ר׳ שִמְעוׂן — געֶשװיִנד אוׂיסקלוֹיבּעֶן אײֵנעֶ, אַ פּאָר צוּ זיִך.

אוּן דיִ אַכציִג מְכַשֵפוֹת, יעֶדעֶ פוּן זײֵ אוׂיפגעֶחאַפּט פוּן אַ פּאָר פעֶסטעֶ העֶנד, זעֶנעֶן אַלעֶ געֶבּליִבּעֶן הײֵנגעֶן איִן דעֶר לוּפטעֶן.

— איִצט — זאָגט ר׳ שִמְעוׂן צוּ דעֶר װאָס האָט בּרוׂיט בּעֶשאַפעֶן פּרוּב מאַך נאָכאַמאָל דיִ זעֶלבּעֶ קוּנץ.

קעֶן זיִ ניִשט.

נעֶהם־זשעֶ, הײֵנג זיִ אוֹיף אוׂיף אַ בּוׂים — זאָגט ר׳ שִמְעוׂן צוּם בָּחוּר. אוּן דוּ װעֶנדט עֶר זיִך צוּ דעֵר צװײֵטעֶר — פּרוּב נוּר שאַף װיִדעֶר װײַן.

קעֶן זיִ ניִשט.

הײֵנג זיִ אוׂיף!

אוּן אַזוׂי אַרוּם האָט מעֶן אוׂיפגעֶהאַנגעֶן אַלעֶ אַכציִג מְכַשֵׁפוֹת.

¹) אַ אויסרוּף־װאָרט צװיִשעֶן מכשפים .

↤ 66

חוֹנִי־הַמַעְגָל אוּן זײַנֶע אײֵניִקליִך.
חוֹנִי־הַמַעְגָל בּעֵט־אוׂיס רעֶגעֶן.

אײֵנמאָל איִז איִבּעֶרגעֶגאַנגעֶן דאָס רוֹב ¹) פוּן חוֹדֶש אֲדָר אוּן קײַן רעֶגעֶן איִז ניִשט געֶװעֶן ²). קוּמט מעֶן צוּ חוֹנִי־הַמַעְגָל אוּן מעֶ בּעֵט איִהם: טהוּ תְּפִלָה װעֶט געֶהן רעֶגעֶן. זאָגט עֶר: געֶהט טראָגט־אַרײַן איִן שטוּבּ דיִ פֶּסַח׳דיִגעֶ הוׂיװעֶנס ³) זײֵ זאָלעֶן פוּנ׳ם רעֶגעֶן ניִשט צעֶװײֵקט װעֶרעֶן.

שטעֶלט זיִך חוֹנִי־הַמַעְגָל אוּן טהוּט תְּפִלָה, אוּן קײַן רעֶגעֶן געֶהט אַלץ ניִשט. װאָס טהוּט מעֶן? צליִכעֶנט עֶר אַרוּם זיִך אַן עִיגוּל ⁴), שטעֶלט זיִך אַװעֶק איִנרעֶרמיִט אוּן זאָגט אַזוׂי:

— רִבּוֹנוֹ־שֶׁל־עוׂלָם! דײַנעֶ קיִנדעֶר האָבּעֶן זיִך געֶװעֶנדעֶט צוּ מיִר, װײַל איִך בּיִן בּײַ דיִר װיִ אַ בֶּן־בַּיִת ⁵), שװעֶר איִך בּײַ דײַן גרוׂיסעֶן נאָמעֶן, איִך ריִהר זיִך ניִשט פוּן דעֶם אָרט, בּיִז דוּ װעֶסט זיִך אוׂיף זײֵ ניִשט דעֶרבּאַרמעֶן.

הוׂיבּט־אָן אַ רעֶגעֶן טריִפעֶן. זאָגעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים: רַבִּי, דײַן געֶזיִכט דעֶרהאַלט אוּנז בּײַ׳ם לעֶבּעֶן; עֶס זעֶהט אוׂיס װיִ עֶס רעֶגעֶנט נוּר כְּדֵי בּעֶפרײַעֶן דיִך פוּן דײַן שְבוּעָה.

הוׂיבּט חוֹנִי אוׂיף דיִ אוׂיגעֶן צוּ׳ם היִמעֶל אוּן זאָגט: ניִשט אוׂיף דעֶם האָבּ איִך געֶבּעֵטעֶן, נאָר אוׂיף אַ רעֶגעֶן װאָס זאָל אָנפוּלעֶן אַלעֶ גריִבּעֶר, גראָבּעֶנס אוּן הײֵלעֶן.

נעֶהמט דעֶר רעֶגעֶן שמײַסעֶן מיִט שטוּרם, גיִסעֶן װיִ פוּן עֶמעֶרס, יעֶדעֶר טראָפּעֶן אַ קװאָרט דיִ גרוׂיס. זאָגעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים װיִדעֶר: רַבִּי, דײַן געֶזיִכט דעֶרהאַלט אוּנז בּײַ׳ם לעֶבּעֶן; עֶס זעֶהט אוׂיס אַז ס׳איִז ניִשט קײַן רעֶגעֶן, נוּר אַ מַבּוּל אוׂיף חָרוּב צוּ מאַכעֶן דיִ װעֶלט.

הוׂיבּט חוֹנִי װיִדעֶר אוׂיף דיִ אוׂיגעֶן צוּם היִמעֶל אוּן זאָגט: ניִשט אוׂיף ↰ 67 דעֶם האָבּ איִך געֶבּעֶטעֶן, נאָר אוׂיף אַ רעֶגעֶן פוּן גוּטװיִלעֶן, בְּרָכָה אוּן גליִק.

¹) דעֶר גרעֶסטעֶר טהײֵל. ²) חוֹדש אדר איִז דיִ צײַט פוּן פריִהיאָהר־רעֶגעֶן איִן ארץ־ישראל. ³) הוׂיװעֶנס לײֵמעֶנעֶ אוׂיפגעֶשטעֶלטעֵ איִן הוׂיף צוּ בּראָטעֶן שעֶפּסעֶן־פלײֵש פוּן קרבּן־פסח. ⁴) קרײַז, רעֵדיִל . ⁵) אַ שטוּבּ־מעֶנש, הײֵמיִשעֶר.

האָט אָנגעֶהוׂיבּעֶן דעֶר רעֶגעֶן געֶהן װיִ געֶהעֶריִג, אַזוׂי לאַנג בּיִז דאָס װאַסעֶר האָט געֶשטיִגעֶן הוׂיך אוּן דעֶר עוׂלָם איִן יְרוּשָלַיִם האָט געֶמוּזט זיִך אוׂיפהוׂיבּעֶן אוׂיפ׳ן הַר־הַבַּיִת ¹). קוּמט מעֶן װיִדעֶר צוּ חוֹנִי׳ן: רַבִּי, װיִ דוּ האָסט מִתְפַּלֵל געֶװעֶן אוׂיפ׳ן רעֵגעֶן, עֶר זאָל געֶהן, אַזוׂי בּעֵט איִצט, עֶר זאָל שוׂין אוֹפהעֶרעֶן.

עֶנטפעֶרט עֶר: „איִך האָבּ אַפיִלוּ אַ קַבָּלָה, אַז אוׂיף צוּ פיִעל גוּטס איִז מעֶן ניִשט מִתְפַּלֵל, דאָך בּרײֵנגט אַהעֶר אַן אָקס אַ דאַנק־אָפּפעֶר”. בּרײֵנגט מעֶן. לעֶהנט עֶר זיִך אָן מיִט בּײֵדעֶ העֶנד אוׂיפ׳ן אָקס, הוׂיבּט אוׂיף דיִ אוׂיגעֶן צוּ׳ם היִמעֶל אוּן זאָגט:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! דײַן פאָלק יִשְרָאֵל, װאָס דוּ האָסט אַרוׂיסגעֶפיִהרט פוּן מִצְרַיִם, קעֶן ניִשט אוׂיסשטעֶהן ניִשט צוּפיִעל גוּטס, אוּן ניִשט צוּפיִעל שלעֶכטס. בּיִסטוּ אוׂיף זײֵ איִן צאָרן — טראָגעֶן זײֵ עֶס ניִשט איִבּעֶר; בּיִסטוּ צוּ זײֵ צוּפיִעל מיִלד — האַלטעֶן זײֵ עֶס אוׂיך ניִשט אוׂיס. זאָל זײַן דײַן גוּטעֶר װיִלעֶן, דעֶר רעֶגעֶן זאָל אוׂיפהעֶרעֶן אוּן זאָל דיִ װעֶלט פרײַ אָפּאָטהעֶמעֶן.

איִן בּאַלד האָט אַ בּלאָז געֶטהוּן אַ װיִנט — זעֶנעֶן דיִ װאָלקעֶנס צוּגאַנגעֶן אוּן ס׳האָט אוׂיסגעֶשײַנט דיִ זוּן. האָט דעֶר עוׂלם זיִך אַװעֶקגעֶלאָזט איִן פעֶלד אוּן געֶבּראַכט פוּן דאָרט פריִשעֶ שװאָמעֶן אוּן פּיִלצעֶן.

שיִקט דעֶר נָשִׂיא פוּן סַנְהֶדְרִין איִן יעֶנעֶר צײַט, ר׳ שִמְעוׂן בֶּן שָטַח, זאָגעֶן חוֹנִי׳ן אַזוׂי: „װעֶן דוּ בּיִסט ניִשט חוֹני װאָלט דיִר געֶקוּמעֶן דעֶרפאַר אַ שטרעֶנגעֶר פְּסַק ²). װאָס מאַכט מעֶן אָבּעֶר מיִט דיִר, אַז דוּ שמײֵכעֶלסט זיִך פאַר גאָט, װיִ אַ קיִנד פאַר זײַן טאַטעֶן, אוּן פיִהרט בּײַ איִהם אוׂיס װאָס עֶר װיִל: „טאַטעֶ, פיִהר מיִך אָפּװאַשעֶן מיִט װאַרעֶמעֶ װאַסעֶר” — פיִהרט עֶר איִהם. „שװעֶנק מיִך אָפּ מיִט קאַלטעֶ” — שװעֶנקט עֶר איִהם. „גיִבּ מיִר ניִס, מאַנדלעֶן, פעֶרשקעֶס, מיִלגרוׂימעֶך — גיִט עֶר איִהם. אוׂיף דיִר זאָגט דעֶר פּסוּק: „דײַן פאָטעֶר פרעֶהט זיִך... אוּן דײַן מוּטעֶר קװעֶלט־אָן”.

אוּן דיִ סַנְהֶדְרִין האָבּעֶן אַרײַנגעֶשיִקט צוּ חוֹנִי־הַמַעְגָל: „דוּ בּעֶפעֶהלסט אוּן עֶר עֶרפוּלט” — דוּ בּעֶפעֶהלסט פוּן אוּנטעֶן אוּן גאָט בָּרוּך־הוּא עֶרפוּלט פוּן אוׂיבּעֶן.

¹) דעֶר בּאַרג „מוׂריה”, אוׂיף װעֶלכעֶן דעֶר בֵּית־המקדש איִז געֶשטאַנעֶן. ²) פאַר דעֶם װאָס עֶר האָט זיִך אוׂיפגעֶפיִהרט געֶגעֶן גאָט צוּ הײֵמיש.

אַ זיִבּציִגיעֶהריִגעֶר שלאָף.

ר׳ יוֹחָנָן דעֶרצעֶהלט אַזוׂי איִבּעֶר חוֹנִי־הַמַעְגָל:

אַלעֶ זײַנעֶ יאָהרעֶן האָט דעֶר צַדִיק, חוֹנִי־הַמַעְגָל, זיִך פעֶרקלעֶרט איִבּעֶר יעֶנעֶ װעֶרטעֶר איִן תְּהִלִים: „װעֶן גאָט װעֶט אוּמקעֶרעֶן (יוּדעֶן) צוּריִק קײַן ↰ 68 צִיוֹן — זעֶנעֶן מיִר געֶװעֶן װיִ איִן חָלוֹם” ¹). איִז מעֶגלעֶך — איִז איִהם געֶװעֶן קָשֶה — אַז אײֵנעֶר זאָל אָפּשלאָפעֶן איִן חָלוׂם גאַנצעֶ זיִבּציִג יאָהר?

אײֵנמאָל געֶהט עֶר איִן װעֶג, דעֶרזעֶהט עֶר, אײֵנעֶר פלאַנצט אַ בּאָקסעֶר־בּוׂים. פרעֶגט עֶר יעֶנעֶם: „נאָך װיִפיִעל יאָהר הוֹיבּט־אָן דעֶר בּוׂים ציִ געֶבּעֶן פרוּכט?”

— נאָך זיִבּציִג יאָהר — עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר.

— בּיִסטוּ זיִכעֶר, אַז דוּ װעֶסט נאָך לעֶבּעֶן זיִבּציִג יאָהר אוּן אַלײֵן פוּן איִהם געֶניִסעֶן? פרעֶגט חוֹנִי װיִדעֶר.

— װאָס מאַכט עֶס אוׂיס — עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר — אַז איִך בּיִן געֶקוּמעֶן אוֹיף דעֶר װעֶלט האָבּ איִך שוֹין געֶפוּנעֶן בּאָקסעֶרעֶן־בּוֹימעֶר. מײַנעֶ עֶלטעֶרן האָבּעֶן געֶפלאַנצט פאַר מיִר, אוּן איִך פלאַנץ פאַר מײַנעֶ קיִנדעֶר.

זעֶצט זיִך חוֹני צוּ איִבּעֶרבּײַסעֶן, אוּן זײַן עֵזעֶל לאָזט עֶר אָפּ פּאַסעֶן זיִך איִן פעֶלד. פאַלט אוֹיף איִהם אָן אַ דריִמעֶל אוּן עֶר שלאָפט־אײַן. װאַקסט־אוׂיס אַרוּם איִהם אַ פעֶלז, פעֶרשטעֶלט איִהם פוּן דעֶר גאַנצעֶר װעֶלט אוּן עֶר שלאָפט דאָרט אַזוׂי אָפּ גאַנצעֶ זיִבּציִג יאָהר. װעֶן עֶר האָט אוׂיפגעֶװאַכט — איִז דעֶר פעֶלז צעֶרוּנעֶן איִן דעֶר לוּפט אוּן חוֹנִי האָט דעֶרזעֶהן װיִ אײֵנעֶר קלוׂיבּט בּאָקסעֶרעֶן פוּן יעֶנעֶם בּוׂים. פרעֶגט עֶר בּײַ איִהם: „בּיִסטוּ דעֶר, װאָס האָט דעֶם בּוׂים געֶפלאַנצט?”

— נײֵן — עֶנטפעֶרט עֶר — געֶפלאַנצט האָט מײַן זײֵדעֶ.

„אַפָּנִים, איִך בּיִן אָפּגעֶשלאָפעֶן זיִבּציִג יאָהר” — טראַכט זיִך חוֹנִי. דעֶרזעֶהט עֶר נעֶבּעֶן זיִך אוׂיפ׳ן פעֶלד אַ סַך עֵזלעֶן אוּן עֵזעֶליִך, װאָס דיִן עֵזעֶל האָט איִן דעֶר צײַט געֶבּוׂירעֶן. לאָזט עֶר זיִך צוּריִק אַהײֵם . געֶקוּמעֶן איִן שטאָדט, דרעֶהט עֶר זיִך אַרוּם אוּן דעֶרקעֶנט זיִ ניִשט: נײַעֶ גאַסעֶן, נײַעֶ מעֶנשעֶן. הוׂיבּט עֶר אָן זיִך נאָכפרעֶגעֶן: „זאָגט מיִר, װאוּ װאָוֹינט דאָ חוֹנִי־הַמַעְגָל׳ס זוּהן?” עֶנטפעֶרט מעֶן איִהם: „זײַן זוּהן איִז שוֹין לאַנג אוׂיף דעֶר װעֶלט ניִשטאָ, אֶפְשַׁר אַן אײֵניִקעֶל”.

זאָגט עֶר: „איִך בּיִן דאָס חוֹנִי־הַמַעְגָל”. גלוׂיבּט מעֶן איִהם ניִשט. געֶהט עֶר אַװעֶק איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ. העֶרט עֶר װיִ חֲכָמִים שמוּעֶסעֶן צװיִשעֶן זיִך איִן לעֶרנעֶן אוּן זאָגעֶן דעֶרבּײַ: „דעֶר עִנְיָן איִז אוּנז אַזוׂי קלאָר װיִ איִן יעֶנעֶ צײַטעֶן פוּן דעֶם גרוׂיסעֶן חוֹנִי־הַמַעְגָל”. זאָגט עֶר: „דאָס בּיִן איִך חוֹנִי”. גלוֹיבּט מעֶן איִהם אַלץ ניִשט אוּן קײֵנעֶר קוּקט זיִך אוׂיף איִהם ניִשט אוּם.

האָט עֶר עֶס ניִשט געֶקעֶנט אוׂיסהאַלטעֶן אוּן אוׂיסגעֶבּעֵטעֶן אוׂיף זיִך דעֶם טוׂיט.

¹) געֶזאָגט געֶװאָרעֶן אוׂיף דיִ יוּדעֶן, װאָס האָבּעֶן זיִך צוּריִקגעֶקעהרט :אָך זיִבּציִג יאָהר פוּן גלות בּבל קײֵן צִיוֹן.

↤ 69

אַבָּא־חִלְקִיָה בּעֵט־אוׂיס רעֶגעֶן.

אַבָּא־חִלְקִיָה איִז געֶװעֶן חוֹנִי־הַמַעְגָל׳ס אַן אײֵניִקעֶל. איִן דעֶר צײַט פוּן מאַנגעֶל איִן רעֶגעֶן פלעֶגעֶן דיִ חֲכָמִים זיִך װעֶנדעֶן צוּ איִהם עֶר זאָל תְּפִלָה טהוּן, אוּן ס׳האָט תָּמִיד געֶהאָלפעֶן.

אײֵנמאָל בִּשְעַת אַזאַ מאַנגעֶל, שיִקט מעֶן צװײֵ תַּלְמִידֵי־חֲכָמִים בּעֶטעֶן איִהם עֶר זאָל, װיִ דעֶר שטײֵגעֶר, מִתְפַּלֵל זײַן אוׂיף רעֶגעֶן. קוּמעֶן זײֵ צוּ איִהם אַהײֵם, טרעֶפעֶן זײֵ איִהם ניִשט. געֶהעֶן זײֵ צוּ איִהם איִן פעֶלד, געֵפוּנעֶן זײֵ איִהם װיִ עֶר שטעֶהט אוּן צוּגראָבּט דיִ עֶרד. גריִסעֶן זײֵ איִהם — עֶנטפעֶרט עֶר ניִשט. פאַר נאַכט קלוׂיבּט עֶר אָן שפּעֶנעֶר, אוּן אַרוׂיפגעֶלעֶגט דאָס האָלץ מיִט׳ן גראָבּ־אײַזעֶן אוׂיף אײֵן אַקסעֶל איִן דעֶם מאַנטעֶל אוׂיפ׳ן צװײֵטעֶן — לאָזט עֶר זיִך געֶהן אַ בּאָרװיִסעֶר אַהײֵם. בּליִ אַ װאַסעֶר טהוּט עֶר אָן דיִ שיִך. צװיִשעֶן דעֶרנעֶר אוּן שטעֶכלעֶן פעֶרהוׂיבּט עֶר דיִ קלײֵדעֶר. געֶקוּמעֶן נאָהעֶנט צוּ׳ם שטאָדט געֶהט איִהם אַרוׂיס דאָס װײַבּ אַנטקעֶגעֶן אַ אוׂיסגעֶפּוּצטעֶ. געֶקוּמעֶן צוּ זײַן הוֹיז, לאָזט עֶר אַרײַנגעֶהן פריִהעֶר דיִ פרוׂי, עֶר נאָך איִהר אוּן דיִ צװײֵ געֶסט צוּ׳ם לעֶצטעֶן. זעֶצט עֶר זיִך עֶסעֶן אוּן בּעֵט ניִשט דיִ געֶסט צוּם טיִש מיִטעֶסעֶן. בּײַ׳ם טיִש בּרעֶכט עֶר אָפּ בּרוׂיט פאַר דיִ קיִנדעֶר, אוּן גיִט דעֶם גרעֶסטעֶן אײֵן שטיִק, אוּן דעֶם קלעֶנעֶרעֶן צװײֵ.

נאָכ׳ן עֶסעֶן רוּפט אַװעֶק אַבָּא־חִלְקִיָה זײַן װײַבּ איִן אַ זײַט אוּן זאָגט איִהר:

— איִך פעֶרשטעֶה, אַז דיִ צװײֵ חֲכָמִים זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ מיִר צוּליִעבּ רעֶגעֶן. קוּם־זשעֶ לאָמיִר אַרוׂיפגעֶהן בּײֵדעֶ אוׂיפ׳ן בּוֹידעֶם אוּן בּעֵטעֶן רַחֲמִים בּײַ גאָט, אֶפְשַר װעֶט עֶר זיִך דעֶרבּאַרמעֶן איִן געֶבּעֶן רעֶגעֶן, אוּן זאָל מעֶן ניִשט זאָגעֶן אַז ס׳איִז צוּליִעבּ איִנז. געֶהעֶן דיִ אַרוֹיף אוֹיפ׳ן בּוֹידעֶם. שטעֶלט עֶר זיִך איִן אײֵן װיִנקעֶל, זײַן װײַבּ איִן אַ צװײֵטס אוּן טהוּעֶן תְּפִלָה. האָט זיִך בּעֶװיִזעֶן פריִהעֶר אַ װאָלקעֶן פוּן דעֶר זײַט װיִנקעֶל, װאוּ זיִ איִז געֶשטאַנעֶן.

אַראָפּ פוּנ׳ם בּוׂידעֶם, פרעֶגט עֶר זײֵ: רַבּוׂתַי, צוּ װאָס זעֶנט איִהר געֶקוּמעֶן?

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ: „אוּנז האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים געֶשיִקט צוּ דיִר מיִט אַ בַּקָשָה, זאָלסט בּעֵטעֶן אוׂיף רעֶגעֶן”.

זאָגט עֶר: „געֶלוׂיבּט איִז גאָט, װאָס האָט געֶמאַכט, איִהר זאָלט שוׂין ניִשט דאַרפעֶן אָנקוּמעֶן צוּ אַבָּא־חִלְקִיָה׳ן”.

— װעֶסט אוּנז ניִשט אײַנרעֶדעֶן — זאָגעֶן זײֵ — דעֶר רעֶגעֶן, װײֵסעֶן מיִר, קוּמט־אָן איִן דײַן זכוּת. איִצט בּעֵטעֶן מיִר דיִך נוּר, דוּ זאָלסט אוּנז עֶרקלעֶרעֶן אײֵניִגעֶ זאַכעֶן פוּן דײַן אוֹיפפיִהרוּנג, װאָס זעֶהעֶן אוּנז אוׂיס אַבּיִסעֶל קָשֶה ¹):

¹) פּריִקרעֶ.

↤ 70

פאַר װאָס, אַז מיִר זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן אוּן האָבּעֶן דיִך געֶגריִסט, האָסטוּ אוּנז ניִשט בּעֶגעֶגעֶנט פרײַנדליִך?

— איִך בּיִן געֶװעֶן — עֶנטפעֶרט עֶר — אַ שְׂכִיר־יוֹם, געֶאַרבּײַט בּײַ יעֶנעֶם אוׂיפ׳ן טאָג, איִז ניִשט רעֶכט צוּ פעֶרליִרעֶן יעֶנעֶמ׳ס צײַט.

— פאַר װאָס — פרעֶגעֶן זײֵ װײַטעֶר — האָסטוּ אוׂיפגעֶלעֶגט בּעֶזוּנדעֶר דאָס האָלץ אוׂיף אײֵן אַקסעֶל אוּן דעֶם מאַנטעֶל אוׂיפ׳ן צװײֵטעֶן ¹)?

— דעֶר מאַנטעֶל איִז ניִשט מײַנעֶר, אַנטליִהעֶן איִהם האָט מעֶן מיִר נוּר אוׂיף צוּ קלײֵדעֶן, אוׂיף קײַן אַנדעֶר זאַך ניִשט.

— פאַר װאָס בּיִסטוּ דעֶם גאַנצעֶן װעֶג געֶגאַנגעֵן בּאָרװעֶס, נוּר בּײַ אַ װאַסעֶר האָסטוּ אָנגעֶטהוּן דיִ שיִך?

— אַזוׂי איִן װעֶג זעֶהט מעֶן אוׂיף װאָס מעֶ שטעֶלט דיִ פיִס, איִן װאַסעֶר אָבּעֶר זעֶהט מעֶן ניִשט, קעֶן מעֶן זײֵ צוּבּײַלעֶן.

— פאַר װאָס, אַז דוּ בּיִסט געֶקוּמעֶן צוּ דעֶרנעֶר אוּן שטיִכלעֶן האָסטוּ דעֶמאָלט דײַנעֶ קלײֵדעֶר, װאָס בּעֶשיִצעֶן דאָס לײַבּ, אוּנטעֶרגעֶהוׂיבּעֶן?

— לײַבּ פעֶרהײֵלט זיִך, קלײֵדעֶר פעֶרהײֵלעֶן זיִך ניִשט.

— פאַר װאָס איִז בּײַ דעֶר שטאָדט דיִר אַנטקעֶגעֶנגעֶקוּמעֶן דײַן פרוׂי אַ אוׂיסגעֶפּוּצטעֶ?

— איִך זאָל זיִך ניִשט פעֶרקוּקעֶן אוׂיף אַ פרעֶמדעֶר.

— פאַר װאָס האָסטוּ צוּ דיִר איִן שטוּבּ געֶלאָזט אַרײַנגעֶהן פריִהעֶר דײַן פרוׂי, דעֶרנאָך דוּ, אוּן מיִר דיִ לעֶצטעֶ?

— װײַל איִך האָבּ ניִשט געֶװאוּסט אוׂיף װיִפיִעל איִהר זעֶנט אָרעֶנטליִך.

— פאַר װאָס האָסטוּ זיִך געֶזעֶצט צוּם טיִש אוּן אוּנז ניִשט געֶזאָגט: „קוּמט מיִטעֶסעֶן”?

— װײַל דאָס בּרוׂיט װאָלט ניִשט געֶקלעֶקט, אוּן גלאַט רוּפעֶן װעֶגעֶן יוֹצֵא זײַן האָבּ איִך ניִשט געֶװאָלט.

— פאַר װאָס האָסטוּ דײַן גרעֶסעֶר קיִנד געֶגעֶבּעֶן אײֵן שטיִק בּרוׂיט, אוּן דעֶם קלעֶנעֶרעֶן — צװײֵ?

— דעֶר זיִצט איִן דעֶר הײֵם, אוּן יעֶנעֶר לעֶרעֶנט איִן שוּלעֶ.

— פאַר װאָס האָט זיִך אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אַ װאָלקעֶן פריִהעֶר פוּן דעֶר זײַט װיִנקעֶל, װאוּ דײַן פרוׂי איִז געֶשטאַנעֶן, אוּן דעֶרנאָך עֶרשט פוּן דײַן זײַט װיִנקעֶל?

¹) דעֶר זעֶהר אײֵנפאַך געֶמאַכטעֶר אוׂיבּעֶרשטעֶר מאַנטעֶל (שמלה, טלית) פוּן דיִ ארץ־ישראל־אײַנװאוׂינעֶר האָט אוׂיסעֶר קלײֵדעֶן געֶדיִענט אוׂיך פאַר אַ דעֶק אוּן אוׂיף אײַנצוּבּוּנדעֶן חפצים.

— װײַל דיִ פרוׂי איִז תָּמִיד איִן דעֶר הײֵם, קוּמט אַן אָרוּמאַן, גיִט זיִ ↰ 71 איִהם פאַרטיִג בּרוׂיט, אוּן דיִ הֲנָאָה זײַנעֶ איִז אוׂיפ׳ן אָרט; איִך אָבּעֶר גיִבּ אַ נְדָבָה געֶלד, אוּן דעֶם אַרוּמאָנ׳ס הֲנָאָה קעֶן ניִשט זײַן בּאַלד.

חָנָן דעֶר בּעֶהאַלטעֶנעֶר.

חָנָן דעֶר בּעֶהאַלטעֶנעֶר איִז אוׂיך געֶװעֶן חוֹנִי־הַמַעְגָל׳ס אײֵניִקעֶל, דעֶר טאָכטעֶר׳ס אַ זוּהן. איִן דעֶר צײַט פוּן מאַנגעֶל איִן רעֶגעֶן פלעֶגעֶן דיִ חֲכָמִים אָנשיִקעֶן אוׂיף איִהם קלײֵנעֶ קיִנדעֶר, שוּלעֶ־יוּנגליִך, אוּן זײֵ פלעֶגעֶן איִהם אָנחאַפּעֶן בּײַ דיִ פּאָלעֶס, נאָכלוׂיפעֶן אוּן שרײַעֶן: „טאַטעֶ, טאַטעֶ, גיִבּ אַ רעֶגעֶן!”

געֶריִהרט פוּן דיִ קיִנדעֶרשעֶ קוׂלוׂת, פלעֶגט עֶר זיִך װעֶנדעֶן צוּ גאָט: „רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם ?י טהוּ עֶס איִנ׳ם זכוּת פוּן דיִ קיִנדעֶרליִך, װאָס װײֵסעֶן נאָך ניִשט אוּנטעֶרשײֵדעֶן צװיִשעֶן דעֶם טאַטעֶן װאָס גיִט רעֶגעֶן אוּן אַ טאַטעֶן װאָס גיִט ניִשט קײַן רעֶגעֶן”.

אוּן פאַר װאָס האָט מעֶן איִהם געֶרוּפעֶן חָנָן דעֶר בּעֶהאַלטעֶנעֶר? — װײַל עֶר פלעֶג, מַחְמֶת דיִן גרוׂיס עֲנִיווּת, זיִך בּעֶהאַלטעֶן פאַר לײַטעֶן.

↤ 72

הִלֵל הַזָקֵן.
הִלֵל אוּן זײַן ליִעבּעֶ צוּ תּוׂרָה.
I.

הִלֵל אוּן שׁבְנָא זעֶנעֶן געֶװעֶן בּריִדעֶר. פלעֶגט הִלֵל זיִצעֶן איִן אָרוּמקײַט איִן לעֶרנעֶן תּוֹרָה, אוּן שׁבְנָא האָט זיִך פעֶרנוּמעֶן מיִט מִסְחָר אוּן פעֶרדיִענט . אײֵנמאָל, אַז שֶבְנָא האָט שוׂין מעֶהר ניִשט געֶקעֶנט צוּזעֵהן זײַן בּרוּדעֶר׳ס אָרוּמקײַט, קוּמט עֶר צוּ הלל׳ן אוּן לעֶגט איִהם פאָר: „בּרוּדעֶר, פאָלג מיִך, שטעֶה־צוּ צוּ מיִר פאַר אַ שׁוּתָּף איִן געֶשעֶפט, מיִר װעֶלעֶן בּײֵדעֶ אַרבּײַטעֶן אוּן װאָס גאָט װעֶט געֶבּעֶן װעֶלעֶן מיִר זיִך טהײֵלעֶן”. הִלל אָבּעֶר האָט דעֶרפוּן אַפיִלוּ ניִשט געֶװאָלט העֶרעֶן.

— אָט װאָס ליִעבּעֶ צוּ תּוֹרָה הײֵסט! — איִז אַרוׂיס אַ בַּת־קוׂל איִן פאָלק —

„מעֵג אײֵנעֶר גיִבּעֶן
זײַן גאַנץ פעֶרמעֶגעֶן
פאַר דעֶר ליִעבּע —
לאַכט מעֶן איִהם אוׂיס”.
II.

איִבּעֶר הִלֵל׳ס ליִעבּעֶ צוּ תּוׂרָה װעֶרט דעֶרצעֶהלט נאָך אַזאַ מַעֲשֶׂה:

אַלעֶ טעֶג פלעֶג הִלֵל זיִך פעֶרדיִנגעֶן אוׂיף אַרבּײַט אוּן בּעֶקוּמעֶן לוׂין אַ טראָפּײֵעִיק ¹), דעֶרפוּן פלעֶגט עֶר האַלבּ אַװעֶקגעֶבּעֶן דעֶם טהיִר־היִטעֶר פוּן בֵּית־הַמֶדְרָש, עֶר זאָל איִהם אַרײַנלאָזעֶן העֶרעֶן תּוׂרָה, אוּן האַלבּ איִז איִהם געֶבּליִבּעֶן אוׂיף לעֶבּעֶן פאַר זיִך אוּן פאַר זײַן הוׂיז־געֶזיִנד. מאַכט זיִך אײֵנמאָל אַז עֶר האָט געֶזוּכט אַ גאַנצעֶן טאָג אוּן ניִשט בּעֶקוּמעֶן װאוּ צוּ פעֵרדיִענעֶן. קוּמט עֶר צוּ פאַר נאַכט צוּ׳ם בֵּית־הַמֶדְרָשׁ, לאָזט איִהם אַהיִן דעֶר היִטעֶר אָהן געֶלד ניִשט אַרײַן. קלעֶטעֶרט עֶר אַרוׂיף אוׂיפ׳ן דאַך אוּן שפּאַרט זיִך אָן דאָרט נעֶבּעֶן דעֶם שײַן־פעֶנסטעֶריִל ²), דאָ אַרוּם אוׂיפצוּחאַפּעֶן אַ לעֶבּעֶדיִג גאָט׳ס װאָרט פוּן דיִ צװײֵ גרוׂיסעֶ לעֶהרעֶר׳ס מוׂיל, פוּן שְׁמַעְיָה אוּן אַבְטַלְיוֹן.

72 ¹) ²) דיִ דעֶכעֶר איִן אֶרץ־יִשראֵל זעֶנעֶן געֶמאַכט פלאַך מיט אַ פעֶנסטעֶריִל איִן דעֶר מיִט, דוּרכלאָזעֶן דיִ שײַן.

↤ 73

אוׂיסגעֶקוּמעֶן איִז עֶס איִן אַ װיִנטעֶרדיִגעֶן פרײַטאָג, טֵבֵת־צײַט. אוּן װיִ הִלֵל ליִגט דאָ אַזוׂי פעֶרטיִעפט איִן העֶרעֶן פאַלט דעֶרװײַל אוׂיס אַ שנײֵ, געהט אַזוׂי לאַנג, בּיִז עֶר האָט איִהם פעֶרשאָטעֶן. שַבָּת פאַרטאָג זאָגט שְׁמַעְיָה צוּ אַבְטַלְיוֹנ׳ן: אַבְטַלְיוֹן בּרוּדעֶר, אַלעֶ טאָג איִן דעֶר צײַט איִז שוׂין איִן הוֹיז ליִכטיִג, הײַנט איִז נאָך פיִנסטעֶר, װאָס בּעֶטײַט עֶס? זאָל דאָס זײַן אַזאַ װאָלקעֶן־טאָג? גיִבּעֶן זײֵ אַ קוּק אַרוׂיף, דעֶרזעֶהעֶן זײֵ עֶפּיִס אַ מעֵנשעֶנגעֶשטאַלט אוׂיבּעֶן איִן פעֶנסטעֶריִל. איִז מעֶן אַרוׂיף אוׂיפ׳ן דאַך, געֶפוּנט מעֶן הִלֵל׳ן ליִגעֶן דאָרט אוּנטעֶר אַ בּאַרג שנײֵ פוּן דרײַ אײֵלעֶן דעֶר הוֹיך. נעֶהמט מעֶן איִהם אַראָפּ, מעֶ װאַשט איִהם אַרוּם אוּן מעֶ שמיִרט־אוׂיס זײַן לײַבּ מיִט בּוֹימאײֵל אוּן מעֶ מאַכט אַ פײַעֶר איִהם צוּ רעֶרװאַרמעֶן, עֶר זאָל קוּמעֶן צוּ זיִך. „צוּליִעבּ אָפּראַטעֶװעֶן דאָס לעֶבּעֶן פוּן אַזעֶלכעֶן — זאָגעֶן דיִ לעֶהרעֶר — מעֶג מעֶן מְחַלֵל־שַׁבָּת זײַן”.

הִלֵל׳ס עֲנִיווּת.

צװײֵ מעֶנשעֶן זעֶנעֶן אַמאָל געֶגאַנגעֶן איִן אַ געֶװעֶט, אַז דעֶר װאָס איִהם װעֶט זיִך אײַנגעֶבּעֶן הִלֵל׳ן דעֶרבּײֵזעֶרעֶן, יעֶנעֶר בּעֶקוּמט דעֶרפאַר פיִער הוּנדעֶרט גוּלדעֶן. זאָגט אײֵנעֶר פוּן זײֵ: איִך נעֶהם זיִך אוּנטעֶר. לאָזט עֶר זיִך בּאַלד געֶהן צוּ הִלֵל׳ס הוׂיז, שטעֶלט זיִך אָפּ בּײַ דעֶר טהיִר איִן רוּפט־אוׂיס : „הײֵ, װאוּ איִז הִלֵל? הִלֵל װאוּ איִז?”

הִלֵל האָט זיִך גראָד דעֶמאָלט געֶצװאָגעֶן לְכָבוׂד שַׁבָּת — ס׳איִז געֶװעֶן פרײַטאָג — היִלט עֶר זיִך אײַן אוּן געֶהט יעֶנעֶם אַרוׂיס אַקעֶגעֶן.

— זוּהן מײַנעֶר — פרעֶגט איִהם הִלֵל — װאָס פעֶרלאַנגסטוּ?

— איִך װיִל בּײַ דיִר עֶפּיִס פרעֶגעֶן — עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר.

— פרעֶג, מײַן זוּהן, פרעֶג.

— זאָג מיִר: פאַר װאָס זעֶנעֶן דיִ קעֶפּ בּײַ דיִ בַּבְליִאַנעֶר קײַלעֶכדיִג?

— זוּהן מײַנעֶר עֶנטפעֶרט איִהם הִלֵל — אַ װיִכטיִגעֶ פראַגעֶ האָסטוּ געֶפרעֶגט. ס׳איִז דעֶרפאַר װאָס זײֵ האָבּעֶן ניִשט קײַן געֶניִטעֶ הוׂיבּאַמעֶן.

געֶהט דעֶר מעֶנש אַװעֶק אוּן קוּמט איִן אַ װײַלעֶ אַרוּם צוּריִק.

— הײֵ, װאוּ איִז הִלֵל? הִלֵל װאוּ איִז?

היִלט זיִך הִלֵל אײַן אוּן געֶהט צוּ איִהם װיִדעֶר אַרוׂיס.

— זוּהן מײַנעֶר, װאָס פעֶרלאַנגסטוּ?

— איִך װיִל נאָך עֶפּיִס פרעֶגעֶן.

— פרעֶג מײַן זוּהן, פרעֶג.

— פאַר װאָס אַ שטײֵגעֶר זעֶנעֶן דיִ אוׂיגעֶן בּײַ דיִ תַרְמוּדיִאַנעֶר לוׂיזעֶ?

— זוּהן מײַנעֶר — עֶנטפעֶרט הלל — אַ זעֶהר װיִכטיִגעֶ פראַגעֶ האָסטוּ געֶפרעֶגט — ס׳איִז דעֶרפאַר װײַל זײֵ װאוׂינעֶן צװיִשעֶן דיִ זאַמדעֶן.

↤ 74

געֶהט דעֶר מעֶנש אַװעֶק אוּן קוּמט איִן אַ װײַלעֶ אַרוּם װיִדעֶר צוּריִק.

— הײֵ, װאוּ איִז הִלֵל? הִלֵל װאוּ איִז ?

היִלט זיִך הִלֵל אײַן אוּן געֶהט צוּ איִהם װיִדעֶר אַרוׂיס.

— זוּהן מײַנעֶר, װאָס פעֶרלאַנגסטוּ?

— איִך האָבּ װיִדעֶר עֶפּיִס צוּ פרעֶגעֶן..

— פרעֶג מײַן זוּהן, פרעֶג.

— פאַר װאָס, לְמָשָל, זעֶנעֶן דיִ פיִס בּײַ דיִ אַפריִקאַנעֶר בּרײֵטעֶ?

— זוּהן מײַנעֶר, אַ זעֶהר װיִכטיִגעֶ פראַגעֶ האָסטוּ געֶפרעֶגט — ס׳איִז דעֶרפאַר װײַל זײֵ װאוׂינעֶן צװיִשעֶן דיִ זוּמפּעֶן.

געֶזעֶהן װיִ הִלֵל עֶנטפעֶרט אַזוׂי געֶלאַסעֶן, רוּפט זיִך אָן דעֶר מעֶנש:

— אײֵגעֶנטליִך האָבּ איִך דיִר נאָך אוּן נאָך צוּ פרעֶגעֶן, איִך האָבּ אָבּעֶר מוׂרָא, זאָלסט ניִט בּײֵז װעֶרעֶן.

היִלט זיִך הִלֵל אײַן אוּן זעֶצט זיִך פאַר איִהם אַניִדעֶר.

— װאָס דוּ האָסט פאַר אַ שַאֲלוׂת — זאָגט עֶר איִהם — מעֶגסטוּ פרעֶגעֶן.

— דוּ בּיִסט עֶס — זאָגט יעֶנעֶר — דעֵר דאָזיִגעֶר הִלֵל, װאָס מ׳רוּפט איִהם דעֶר יוּדיִשעֶר נָשִׂיא?

— יאָ.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט יעֶנעֶר — זאָלעֶן אַזעֶלכעֶ װיִ דיִ שיִטעֶר אוׂיפגעֵהן בּײַ יוּדעֶן.

— זוּהן מײַנעֶר, פאַר װאָס?

— װײַל איִך האָבּ דוּרך דיִר אָנגעֶװאוׂירעֶן גאַנצעֶ פיִער הוּנדעֶרט גיִלדעֶן.

— זעֶה־זשעֶ, פוּן הײַנט אָן זײַ שוׂין פאָרזיִכטיִגעֶר. ס׳איִז כּדאַי דוּ זאָלסט פעֶרליִרעֶן אײֵנמאָל אוּן נאָכאַמאָל פיִער הוּנדעֶרט גיִלדעֶן — אוּן הִלֵל זאָל ניִשט בּײֵז װעֶרעֶן.

דיִ געֶשריִבּעֶנעֶ תּוֹרָה אוּן דיִ מיִנדליִכעֶ.

אײֵנעֶר אַ גוׂי איִז אַמאָל געֶקוּמעֶן פאַר שַׁמַאי׳ן ¹) אוּן איִהם געֶפרעֶגט: „װיִפיִעל תּוֹרוׂת איִז פאַרהאַן בּײַ אײַך?”

— צװײֵ — עֶנטפעֶרט שַׁמַאי — אַ געֶשריִבּעֶנעֶ אוּן אַ מיִנדליִכעֶ.

— אוׂיף דעֶר געֶשריִבּעֶנעֶר תּוׂרה — זאָגט דעֶר גוׂי — גלײֵבּ איִך דיִר; אוׂיף דעֶר מיִנדליִכעֶר אָבּעֶר — ניִשט. איִך בּיִן גרײֵט אָננעֶהמעֶן יוּדיִשקײַט, נאָר מיִט דעֶם תְּנַאי: זאָלסט מיִך אוׂיסלעֶרנעֶן נוּר דיִ געֶשריִבּעֶנעֶ תּוׂרָה אַלײֵן.

¹) אַ גרוׂיסעֶר תנא, הלל׳ס אַ שטעֶנדיִגעֶר געֶגנעֶר איִן הלכה׳זאַכעֶן, װיִ הלל איִז געֶװעֶן אַ מקיל אוּן אַ גוּטמוּטהיִגעֶר, אַזוׂי איִז שמאי געֶװעֶן, פעֶרקעֶהרט, אַ שטרעֶנגעֶר אַיִן לעֶבּעֶן אוּן איִן הלכה. אוׂיף דיִ נעֶמעֶן פוּן דיִ בּײֵדעֶ גרויסעֶ תנאים האָבּעֶן זיִך זײֵערעֶ שוּלעֶן געֶרוּפעֶן: בּית־שמאי אוּן בּית־הלל.

↤ 75

בּײֵזעֶרט זיִך שמאי אוׂיף איִהם אָן אוּן טרײַבּט איִהם דוּרך. קוּמט דעֶר זעֶלבּעֶר גוׂי פאַר הִלֵל׳ן — אוּן עֶר איִז איִהם בּאַלד מְגַײֵר אוּן נעֶהמט מיִט איִהם לעֶרנעֶן דיִ תּוׂרָה. דעֶם עֶרשטעֶן טאָג װײַזט עֶר איִהם א׳ בּ׳ ג׳ ד׳. אוׂיף מאָרגעֶן פעֶרבּײַט עֶר דיִ נעֶמעֶן פוּן דיִ אוׂתִיוׂת. שטעֶלט איִהם דעֶר גֵר אָפּ: „רַבִּי, דוּ אַלײֵן האָסט דאָך מיִר נעֶכטעֶן אַנדעֶרש געֶלעֶרעֶנט”.

— אַזוׂי — זאָגט איִהם הִלֵל — פעֶרלאָזטוּ זיִך, הײֵסט עֶס, איִנגאַנצעֶן אוׂיף מיִר. אוׂיבּ אַזוׂי איִז איִן אַלעֶ מיִנדליִכעֶ עֶרקלעֶרוּנגעֶן פוּן דעֶר געֶשריִבּעֶנעֶר תּוׂרָה מוּזטוּ זיִך אוׂיך אוׂיף מיִר פעֶרלאָזעֶן.

כָּל־הַתּוֹרָה אוׂיף אײֵן פוּס.

אַן אַנדעֶרס מאָל איִז געֶקוּמעֶן נאָך אײֵן גוׂי פאַר שמאי׳ן אוּן איִהם געֶזאָגט: איִך בּיִן גרײֵט אָנצוּנעֶהמעֶן יוּדיִשקײַט אוׂיבּ דוּ װעֶסט מיִך אוׂיסלעֶרנעֶן דיִ תּוׂרָה װיִ איִך שטעֶה אוׂיף אײֵן פוּס. װעֶרט שמאי בּײֵז אוּן שטוׂיסט איִהם אָפּ פוּן זיִך מיִט׳ן מאַסשטאַבּ, װאָס עֶר האָט גראָד דעֶמאָלט איִן האַנד געֶהאַלטעֶן.

געֶהט עֶר אַװעֶק צוּ הִלֵל׳ן אוּן עֶר נעֶהמט איִהם אָן. װיִ עֶר האָט איִהם מגײֵר געֶװעֶן זאָגט עֶר איִהם:

— װאָס דיִר איִז ניִשט ליִעבּ זאָלסטוּ ניִשט טהוּן דעֶם צװײֵטעֶן — דאָ האָסטוּ דיִ גאַנצעֶ תּוׂרה. דאָס איִבּריִגעֶ איִז ניִשט מעֶהר װיִ צוּ דעֶם אַן עֶרקלעֶרוּנג — געֶה לעֶרן.

אַ גֵר צוּליִעבּ דעֶר כְּהוּנָה.

נאָך אַן אַנדעֶר גוׂי איִז אַ מאָל געֶגאַנגעֶן פעֶרבּײַ אַ יוּדיִשעֶ שוּהל. העֶרט עֶר װיִ אײֵנעֶר לײֵעֶנט דאָרט פאַר קיִנדעֶר: „אוּן דאָס זעֶנעֶן דיִ קלײֵדעֶר װאָס מעֶ זאָל פעֶרפעֶרטיִגעֶן: אַ חוֹשֶן אוּן אַ אֵפוֹד” א. ז. װ. גיִט עֶר אַ פרעֶג: „פאַר װעֶמעֶן איִז עֶס?” זאָגט מעֶן איִהם: „פאַר׳ן כּהֵן־גָדוׂל”.

טראַכט זיִך דעֶר גוׂי: „אָט װעֶל איִך געֶהן אוּן אָננעֶהמעֶן יוּדיִשקײַט, אַבּיִ מעֶ זאָל מיִך מאַכעֶן פאַר אַ כּהֵן גָדוׂל”. קוּמט עֶר פאַר שַמַאי׳ן אוּן זאָגט איִהם: „איִך בּיִן גרײֵט אָנצוּנעֶהמעֶן יוּדיִשקײַט, נוּר דוּ זאָלסט מיִך מאַכעֶן פאַר אַ כּהֵן גָדוׂל”. װעֶרט שַמַאי בּײֵז אוּן שטוׂיסט איִהם פוּן זיִך אָפּ מיִט דעֶם מאַסשטאַבּ, װאָס עֶר האָט גראָד געֶהאַלטעֶן איִן האַנד. געֶהט דעֶר גוׂי אַװעֶק צוּ הִלֵל׳ן אוּן זאָגט איִהם דאָס זעֶלבּעֶ. נעֶהמט עֶר איִהם אָן. װיִ עֶר האָט איִהם מְגַײֵר געֶװעֶן זאָגט עֶר איִהם: „זאָג אַלײֵן, קרוׂינט מעֶן דעֶן אײֵנעֶם פאַר אַ קעֶניִג אײדעֶר עֶר װײֵסט אַלעֶ קעֶניִגליִכעֶ צעֶרעֶמאָניִעֶן? געֶה־זשעֶ דוּ אוׂיך, לעֶרעֶן זיִך פריִהעֶר אוׂיס אַלעֶ נײֵטיִגעֶ צעֶרעֶמאָניִעֶן”.

זעֶצט זיִך דעֶר גֵר לעֶרנעֶן דיִ פַּרְשׁוֹת פוּן כְּהוּנָה גְדוּלָה. װיִ עֶר איִז ↰ 76 געֶקוּמעֶן צוּ׳ם פָּסוּק: „דעֶר פרעֶמדעֶר װאָס דעֶרנעֶהנט זיִך (צוּ דעֶר כְּהוּנָה) זאָל געֶטויט װעֶרעֶן”, גיִט עֶר הִלֵל׳ן אַ פרעֶג: אוׂיף װעֶמעֶן געֶהט עֶס דעֶר פָּסוּק ? עֶנטפעֶרט איִהם הִלֵל: אַפיִלוּ אוׂיף דָוִד׳ן דעֶם יוּדיִשעֶן קעֶניִג!

דעֶרהעֶרט דעֶם עֶנטפעֶר הוׂיבּט זיִך אָן דעֶר גֵר צוּ בּעֶטראַכטעֶן אַזוׂי: „אוׂיבּ יוּדעֶן, גאָט׳ס געֶליִעבּטעֶ קיִנדעֶר, געֶרוּפעֶנעֶ פוּן איִהם מיִט׳ן נאָמעֶן „מײַן זוּהן, מײַן עֶלטסטעֶר יִשְרָאֵל”, — אוֹיבּ אוׂיף זײֵ איִז אַזוׂי געֶזאָגט, הײַנט װיִ זאָל שוׂין זײַן מיִט מיִר ניִשטיִגעֶן גֵר, אַ עֶרשט אָנגעֶקוּמעֶנעֶר מיִט׳ן שטעֶקיִל אוּן זעֶקיִל.

קוּמט עֶר צוּריִק צוּ שַמַאי׳ן אוּן זאָגט איִהם: „מעֶג איִך דעֶן װעֶרעֶן אַ כּהֵן־גָדוׂל? דיִ תּוׂרָה זאָגט דאָך בְּפֵירוּש: „דעֶר פרעֶמדעֶר װאָס דעֶרנעֶהנט זיִך זאָל געֶטוֹיט װעֶרעֶן”. דעֶרנאָך קוּמט עֶר װיִדעֶר צוּ הִלֵל׳ן אוּן זאָגט איִהם : „גוּטמוּטהיִגעֶר הִלֵל! זאָלעֶן אַלעֶ בְּרָכוׂת רוּהעֶן אוׂיף דײַן קאָפּ, דעֶרפאַר װאָס דוּ האָסט מיִך אַרוּנטעֶרגעֶנוּמעֶן אוּנטעֶר דיִ פליִגעֶל פוּן דעֶר שְכִינָה”.

איִן אַ צײַט אַרוּם האָבּעֶן אַלעֶ יעֶנעֶ דרײַ גֵרִים זיִך צוּזאַמעֶנגעֶטראָפעֶן איִן אײֵן אָרט. דעֶרצעֶהלט יעֶדעֶר פוּן זײֵ זײַן מַעֲשֶׂה. רוּפעֶן זײֵ זיִך אָן: „שַמַאי׳ס שטרעֶנגקײַט האָט אוּנז שיִער אוּמגעֶבּראַכט פוּן דעֶר אֱמֶת׳עֶר װעֶלט; הִלֵל׳ס גוּטמוּטהיִגקײַט האָט אוּנז אַרוּנטעֶרגעֶנוּמעֶן אוּנטעֶר דיִ פליִגעֶל פוּן דעֶר שְכִינָה”.

חֶסֶד מיִט׳ן גוּף אוּן מיִט דעֶר נְשָׁמָה.

הִלֵל נאָך זײַן דְרָשָה פלעֶג געֶהן שפּאַציִרעֶן צוּזאַמעֶן מיִט זײַנעֶ תַּלְמִידִים. בּײַ׳ם אָפּשײֵד האָבּעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים אַ פרעֶג געֶטהוּן: „רַבִּי, װאוּהיִן אײַלסטוּ זיִך?”

עֶנטפעֶרט עֶר: אַ מִצְוָה טהוּן.

— װאָס פאַר אַ מִצְוָה?

— אַרוּמװאַשעֶן זיִך איִן בּאָד.

— אָט דאָס רוּפסטוּ מִצְוָה?

— געֶװיִס — עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ — האָט איִהר געֶזעֶהן דיִ קעֶניִגליִכעֶ בּיִלדעֶר, אוׂיסגעֶשטעֶלטעֶ איִן דיִ טעֶאַטעֶרעֶן אוּן ציִרקעֶן; אוׂיף זײֵ איִז בּעֶשטיִמט אַ בּעֶזוּנדעֶר אוׂיפזעֶהעֶר, װאָס װאַשט זײֵ אוּן פּוּצט זײֵ אוּן דעֶרפאַר בּעֶקוּמט עֶר אַ שעֶהן געֶהאַלט, נאָך מיִט הוׂיכעֶ טיִטלעֶן דעֶרצוּ. הײַנט װיִפיִעל מעֶהר מוּז מעֶן רײֵן האַלטעֶן דעֶם אָפּבּיִלד פוּן גאָט אַלײֵן, דעֶם מעֶנשעֶן!

אוׂיף דעֶר זעֶלבּעֶר פראַגעֶ פוּן זײַנעֶ תַּלְמִידִים „װאוּהיִן עֶר געֶהט?”, האָט הִלֵל אײֵניִגעֶ מאָל געֶעֶנטפעֶרט, אַז עֶר אײַלט זיִך אוׂיפצוּנעֶהמעֶן אַ גאַסט בּײַ ↰ 77 זיִך איִן הוֹיז. איִז דיִ זאַך בּײַ זײֵ געֶװעֶן אַ חִידוּש, אוּן האָבּעֶן איִהם געֶפרעֶגט: „רַבִי, אַלעֶ טאָג האָסטוּ אַ גאַסט?”

עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: „געֶװיִס, ציִ איִז דעֶן דיִ אָרוּמעֶ נְשָמָה איִן גוּף ניִשט קײַן גאַסט ¹)? הײַנט איִז זיִ דאָ, אוּן מאָרגעֶן — װעֶר װײֵסט, װאוּ זיִ װעֶט זײַן!”

הִלֵל׳ס נוּט־האַרציִגקײַט.
I.

מעֶ דעֶרצעֶהלט אוׂיף הִלֵל־הַזָקֵן, אַז פאַר אײֵנעֶם אַ לײַטיִשעֶן אָרוּמאַן אַ יוֹרֵד האָט עֶר געֶקוׂיפט אַ פעֶרד אוׂיף צוּ רײַטעֶן אוּן געֶדוּנגעֶן אַ קנעֶכט צוּ לוׂיפעֶן פאָראוׂיס. אײֵנמאָל, װעֶן הִלֵל האָט ניִשט געֶפוּנעֶן פאַר׳ן אָרוּמאַן קײַן לוׂיפעֶר, איִז עֶר אַלעֶן פאַר איִהם פאָראוׂיס געֶלאָפעֶן גאַנצעֶ דרײַ מײַל.

II.

הִלֵל־הַזָקֵן האָט אײֵנמאָל פעֶרבּעֵטעֶן אַ גאַסט צוּ׳ם מאָהלצײַט. װיִ זײֵ זיִצעֶן בּײַ׳ם טיִש קוּמט אַן אָרוּמאַן, שטעֶלט זיִך אַװעֶק בּײַ דעֶר טהיִר אוּן זאָגט: „הײַנט איִז בּײַ מיִר דעֶר טאָג פוּן דעֶר חוּפָּה אוּן איִך האָבּ נאָך גאָר ניִשט אוׂיף דעֶר עֶרשטעֶר סְעוּדָה”. נעֶהמט הִלֵל׳ס פרוׂי אוּן גיִט איִהם אַװעֶק אַיִנגאַנצעֶן דיִ סְעוּדָה איִהרעֶ. דעֶרנאָך פעֶרקנעֵט זיִ אַן אַנדעֶר טײֵג אוּן שטעֶלט־צוּ איִבּעֶרנײַס אַ טאָפּ אוּן פאַרטיִג געֶמאַכט אַ פריִשעֶ סְעוּדָה. אַז זיִ האָט דעֶרלאַנגט צוּ׳ם טיִש, פרעֶגט זיִ הִלֵל:

— טאָכטעֶר, װאָס האָט עֶפּיִס הײַנטיִגס מאָל דאָס דעֶרלאַנגעֶן געֶדוׂיעֶרט מעֶהר װיִ תָּמִיד? דעֶרצעֶהלט זיִ איִהם איִנגאַנצעֶן דיִ מַעֲשֶׂה. אוׂיסגעֶהעֶרט זיִ, זאָגט איִהר הִלֵל:

— יאָ, מײַן טאָכטעֶר, איִך האָבּ זיִך שוׂין אַלײֵן געֶשטוׂיסעֶן, אַז דאָ איִז עֶפּיִס בּײַ דיִר געֶװעֶן אַ מִצְוָה־זאַך. װאָס דוּ טהוּסט, װײֵס איִך גאַנץ גוּט, איִז אַלץ לְשֵם־שָׁמַיִם ²).

¹) „אוׂיפנעֶהמעֶן דעֶם גאַסט” האָט בּײַ איִהם געֶהײֵסעֶן: דעֶרהאַלטעֶן דיִ נשמה מיִט עֶסעֶן. ²) פוּן גאָט׳ס װעֶגעֶן.

↤ 78

רַבִּי יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי.
בֶּן־זַכַּאי׳ס תּוׂרָה אוּן חָכְמָה.

ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי האָט געֶלעֶבּט הוּנדעֶרט אוּן צװאַנציִג יאָהר. פעֶרציִג יאָהר האָט עֶר זיִך פּעֶרנוּמעֶן מיִט מִסְחָר, פעֵרציִג יאָהר אַלײֵן געֶלעֶרעֶנט, פעֶרציִג יאָהר יעֶנעֶם געֶלעֶרעֶנט.

װיִ מעֶ דעֶרצעֶהלט, האָט ר׳ יוֹחָנָן ניִשט איִבּעֶרגעֶלאָזט קײַן זאַך פוּן תּוׂרָה אוּן חָכְמָה, עֶר זאָל עֶס ניִשט דעֶרגעֶהן בּיִז׳ן גרוּנד. עֶר איִז אַפיִלוּ דעֶרגאַנגעֶן דיִ מַלְאָכִים־שפּראַך, שֵדִים־שפּראַך אוּן בּוׂימעֶר־שפּראַך, אַלעֶרלײֵ פאָלקס־מְשָלִים אוּן פוּקס־פאַבּעֶלעֶן, דאָס גרעֶסטעֶ אוּן דאָס מיִנדסטעֶ. — אוׂיף איִהם איִז געֶזאָגט געֶװאָרעֶן דעֶר פָּסוּק:

„איִך בּעֶטהײֵל מײַנעֶ געֶליִעבּטעֶ מיִט אַלעֶס גוּטס
אוּן זײֵערעֶ אוׂצרוׂת מאַך איִך אַיִבּעֶר־פוּלעֶ”.

אײֵנמאָל איִז ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי געֶפאָהרעֶן איִן װעֶג רײַטעֶנדיִג אוׂיף אַן עֵזעֶל אוּן זײַן תַּלְמִיד ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן עֲרָך איִז געֶגאַנגעֶן נאָך איִהם אוּן דעֶם עֵזעֶל אָנגעֶטריִבּעֶן. זאָגט ר׳ אֶלְעָזָר צוּ ר׳ יוֹחָנָן: רַבִּי, לעֶרן מיִך אוׂיס אַ שטיִק פוּן מַעֲשֵׂה־מֶרְכָּבָה ¹). עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: זוּהן מײַנעֶר, האָבּ איִך דעֶן אײַך ניִשט געֶלעֶרעֶנט, אַז איִן מַעֲשֵׂה־מֶרְכָּבָה טאָר מעֶן זיִך ניִשט פעֶרטיִעפעֶן אַפיִלוּ מיִט אײֵנעֶם, סײַדעֶן גאָר מיִט אַ געֶלעֶרעֶנטעֶן אוּן אַ דעֶנקעֶנדעֶן.

זאָגט ר׳ אֶלְעָזָר: רַבִּי, עֶרלוׂיבּ מיִר פאַר דיִר עֶפּיִס אַרוׂיסזאָגעֶן אײֵנעֶ פוּן דיִ זאַכעֶן װאָס איִך האָבּ פוּן דיִר איִן דעֶם עִנְיָן שוׂין פריִהעֶר געֶלעֶרעֶנט.

— זאָג — עֶרלוׂיבּט איִהם ר׳ יוֹחָנָן, געֶהט־אַראָפּ פוּנ׳ם עֵזעֶל, היִלט זיִך אײַן אוּן זעֶצט זיִך אַװעֶק אוׂיף אַ שטײֵן אוּנטעֶר אַ אײֵלבּיִרט.

— רַבִּי — פרעֶגט ר׳ אֶלְעָזָר — צוּ װאָס בּיִסטוּ אַראָפּ פוּנ׳ם עֵזעֶל?

— װיִ דעֶן אַנדעֶרש — עֶנטפעֶרט ר׳ יוֹחָנָן — דוּ װעֶסט דַרְשֶנ׳עֶן איִן מַעֲשֵה־מֶרְכָּבָה, אוּן דיִ שְכִינָה װעֶט זײַן מיִט אוּנז, אוּן מַלְאֲכֵי־הַשָׁרֵת װעֶלעֶן אוּנז בּעֶלײֵטעֶן — אוּן איִך װעֶל זיִך בּלײַבּעֶן זיִצעֶן רײַטעֶנדיִג אוׂיפ׳ן עֵזעֶל!

¹) א געֶהײֵמעֶ לעֶהרעֶ איִבּעֶר דעֶר גאָטהײַט.

↤ 79

אוּן ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן עֲרָך האָט געֶנוּמעֶן דַרְשֶנ׳עֶן איִן מַעֲשֵה־מֶרְכָּבָה. איִז אַ פײַעֶר פוּנ׳ם היִמעֶל אַראָפּ אוּן אָנגעֶחאַפּט אַלעֶ בּוׂימעֶר איִן פעֶלד, אוּן בּאַלד האָבּעֶן געֶנוּמעֶן דיִ בּוׂימעֶר שִׁירָה זיִנגעֶן. אוּן אַ קוׂל פוּן אַ מַלְאָך האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן פוּן פײַעֶר אַרוׂיס: „געֶװיִס, געֶװיִס, אָט דאָס הײֵסט מַעֲשֵה־מֶרְכָּבָה!”

אַז בֶּן־עֲרָך האָט געֶעֶנדיִגט האָט זיִך בּן־זַכַּאי אוׂיפגעֶשטעֶלט, איִהם אַ קוּש געֶטהוּן אוׂיפ׳ן קאָפּ אוּן געֶזאָגט: „געֶלוׂיבּט איִז דעֶר יוּדיִשעֶר גאָט, װאָס האָט געֶגיִבּעֶן אַבְרָהָם אָבִינוּ אַזאַ זוּהן, װאָס פעֶרשטעֶהט אוּן קעֶן אַזוׂי װײַט זיִך פעֶרטיִעפעֶן אוּן אַרײַנקלעֶרעֶן איִן מַעֲשֵׂה־מֶרְכָּבָה. אײֵנעֶר דַרְשֶ׳נט שעֶהן, אָבּעֶר ניִשט שעֶהן מְקַײֵם; אײֵנעֶר, פעֶרקעֶהרט, איִז שעֶהן מְקַײֵם, אָבּעֶר דַרְשֶ׳נט ניִשט שעֶהן. דוּ — איִ שעֶהן געֶדַרְשֶ׳נט, איִ שעֶהן מְקַײֵם. אַז װאוׂיל איִז דיִר, אַבְרָהָם־אָבִינוּ, װאָס פוּן דיִר איִז אַזאַ זוּהן אוׂיף דעֶר װעֶלט אַרוׂיסגעֶקוּמעֶן”.

דיִ מַעֲשֶׂה איִז איִבּעֶרדעֶרצעֶהלט געֶװאָרעֶן פאַר ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן, װעֶן עֶר צוּזאַמעֶן מיִט ר׳ יוֹסִי־הכּהֵן זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן איִן װעֶג. זאָגעֶן זײֵ: „לאָמיִר זיִך אוׂיך פעֶרנעֶהמעֶן מיִט מַעֲשֵׂה־מֶרְכָּבָה”. האָט געֶנוּמעֶן ר׳ יְהוֹשֻׁעַ דַרְשֶ׳נעֶן. געֶװעֶן איִז עֶס איִן אַ הײֵסעֶן תַּמוּז־טאָג. האָבּעֶן דיִ היִמלעֶן זיִך בּעֶדעֶקט מיִט װאָלקעֶנס אוּן ס׳האָט זיִך בּעֶװיִזעֶן װיִ אַ רעֶגעֶנבּוׂיגעֶן, אוּן מַלְאָכִים האָבּעֶן זיִך פעֶרזאַמעֶלט אוּן געֶקוּמעֶן זיִך אײַנהעֶרעֶן, גלײַך װיִ מעֶנשעֶן לוׂיפעֶן זיִך צוּנוׂיף צוּ קוּקעֶן אוׂיף חֲתוּנָה־שפּיִעלעֶרײַעֶן.

דעֶרנאָך האָט עֶס ר׳ יוׂסִי דעֶרצעֶהלט פאַר ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי.

— אַז װאוׂיל איִז אײַך אוּן װאוׂיל איִז אײַעֶר מוּטעֶר! — האָט בֶּן־זַכַּאי אוׂיסגעֶרוּפעֶן — אַז װאוׂיל איִז מיִר, װאָס איִך האָבּ דעֶרלעֶבּט צוּ זעֶהן דאָס מיִט מײַנעֶ אוֹיגעֶן! איִך אוׂיך האָבּ געֶזעֶהן איִן חָלוׂם, װיִ איִך מיִט אײַך זיִצעֶן צוּזאַמעֶן איִן געֶזעֶלשאַפט אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי, אוּן איִבּעֶר אוּנז האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן פוּנ׳ם היִמעֶל אַ בַּת־קוׂל: „אַהעֶר אַרוׂיף, אַהעֶר אַרוׂיף! גרוׂיסעֶ זאַלעֶן זעֶנעֶן פאַר אײַך צוּגעֶגרײֵט אוּן שעֶהנעֶ טאַפּעֶטעֶן זעֶנעֶן פאַר אײַך אוׂיסגעֶשפּרײֵט. איִהר אוּן אײַעֶרעֶ תַּלְמִידִים אוּן אײַעֶרעֶ תַּלְמִידִים׳ס תַּלְמִידִים, פאַר אײַך אַלעֶ איִז צוּגעֶגרײֵט איִן גַן־עֵדֶן דעֶר אוׂיבּעֶן־אָן”.

צװײֵ װעֶגעֶן.

װעֶן ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי איִז קראַנק געֶװאָרעֶן זעֶנעֶן דיִ תַּלְמִידִים געֶקוּמעֶן איִהם מְבַקֵר־חוׂלֶה זײַן. װיִ עֶר האָט זײֵ דעֶרזעֶהן האָט עֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן װײֵנעֶן. פרעֶגעֶן זײֵ איִהם: רֶבִּי, ליִכט פוּן יוּדעֶן, רעֶכטעֶ זײַל, שטאַרקעֶר האַמעֶר, פאַר װאָס װײֵנסטוּ?

עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: „װעֶן מעֶן װאָלט מיִך איִצט אַװעֶקפיִהרעֶן פאַר אַ ↰ 80 קעֶניִג אַ בָּשָׂר־וָדָם, װאָס הײַנט איִז עֶר דאָ, מאָרגעֶן — איִן קֵבֶר, אוּן אוֹיבּ עֶר װעֶרט אוׂיף מיִר איִן כַּעַס — איִז זײַן צאָרן ניִשט קײַן אײֵבּיִגעֶר, אוּן אוׂיבּ עֶר פעֶרשליִסט מיִך איִן תְּפִיסָה — איִז דאָס געֶפעֶנגעֶניִש ניִשט קײַן אײֵבּיִגס. אוּן אוׂיבּ עֶר טוֹיט מיִך — איִז דעֶר טוׂיט ניִשט קײַן אײֵבּיִגעֶר, אוּן דעֶרצוּ קעֶן איִך איִהם אײַנבּעֶטעֶן מיִט װעֶרטעֶר אוּן איִבּעֶרקוׂיפעֶן מיִט געֶלד, — פוּן דעֶסטװעֶגעֶן װאָלט איִך געֶװײֵנט; בִּפְרַט איִצט אַז מעֶ פיִהרט מיִך פאַ דעֶם קעֶניִג איִבּעֶר אַלעֶ קעֶניִגעֶן, פאַר גאָט בָּרוּך־הוּא, װאָס לעֶבּט אײֵבּיִג איִבּעֶר אַלעֶ צײַטעֶן, װאָס אוֹיבּ עֶר װעֶרט אוׂיף מיִר איִן כַּעַס — איִז זײַן צאָרן אַ אײֵבּיִגעֶר, אוּן אוׂיבּ עֶר פעֶרשליִסט מיִך איִן תְּפִיסָה — איִז דאָס געֶפעֶנגעֶניִש אַ אײֵבּיִגס, אוּן אוׂיבּ עֶר טוׂיט מיִך — איִז דעֶר טוׂיט אַ אײֵבּיִגעֶר, אוּן איִהם אײַנבּעֵטעֶן מיִט װעֶרטעֶר אוּן איִבּעֶרקוׂיפעֶן מיִט געֶלד קעֶן מעֶן ניִשט. אוּן אוׂיסעֶר דעֶם שטעֶהעֶן פאַר מיִר איִצט פאָר צװײֵ װעֶגעֶן, אײֵנעֶר צוּ׳ם גַן־עֵדֶן אוּן אײֵנעֶר צוּ׳ם גֵיהִנָם, אוּן איִך װײֵס ניִשט מיִט װאָס׳ר װעֶג מעֶ װעֶט מיִך פיִהרעֶן, — װיִ־זשעֶ זאָל איִך ניִשט װײֵנעֶן?

זאָגעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים: רַבִּי, בּעֶנש אוּנז.

זאָגט עֶר זײֵ: איִך װיִנש אײַך, אַז דיִ מוׂרָא פאַר גאָט זאָל זײַן אוׂיף אײַך װיִ דיִ מוׂרָא פאַר מעֶנשעֶן.

זאָגעֶן זײֵ: רַבִּי, ניִשט מעֶהר?

— הַלְוַאי אַזוׂי — עֶנטפעֶרט עֶר אַ סִימָן האָט איִהר, װעֶן אַ מעֶנש טהוּט עֶפּיִס אַן עֲבֵירָה, טראַכט עֶר זיִך: קײַן מעֶנש זאָל עֶס ניִשט בּעֶמעֶרקעֶן.

בִּשְעַת דעֶר פְּטִירָה האָט עֶר געֶזאָגט דיִ תַּלְמִידִים: „רוׂימט־אוׂיס דיִ כֵּלִים פוּן שטוּבּ ¹) אוּן גרײֵט־צוּ אַ שטוּהל פאַר חִזְקִיָהוּ מֶלֶך יְהוּדָה װאָס קוּמט אַהעֶר”.

אַז ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי איִז נִפְטַר געֶװאָרעֶן, איִז פעֶרגאַנגעֶן דיִ שײַן פוּן חָכְמָה.

¹) כּלים איִן שטוּבּ, װאוּ אַ מת ליִגט, װעֶרעֶן אוּמרײֵן.

↤ 81

רַבִּי חֲנִינָא בֶּן דוֹסָא.
אַ טאָפּ בּאָקסעֶרן.

אַלעֶ טאָג האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל:

— דיִ גאַנצעֶ װעֶלט װעֶרט געֶשפּײַזט צוּליִעבּ חֲנִינָא מײַן זוּהן, אוּן חֲנִינָא מײַן זוּהן בּעֶגניִגט זיִך מיִט אַ טאָפּ בּאָקסעֶרן פוּן אײֵן עֶרֶב־שַׁבָּת בּיִז׳ן אַנדעֶרן.

דעֶר נֵס איִן אוׂיבעֶן אוּן איִן מוּלטעֶר.

אַלעֶ עֶרֶב־שַבָּת פלעֶגט ר׳ חֲנִינָא בֶּן דוֹסָא׳ס װײַבּ, גלײַך מיִט אַלעֶ שְכֵנוֹת, אײַנהײֵצעֶן איִן אוׂיבעֶן אוּן אַרײַנװאַרפעֶן אַהיִן אַן אָפּגעֶבּרעֶנט רוֹיכעֶריִגס שײַטעֶל האָלץ. איִז דאָרט געֶװעֶן אײֵנעֶ אַ שלעֶכטעֶ שְכֵנָה, טראַכט זיִ זיִך: „װאָס הײֵסט עֶס, איִך װײֵס דאָך אַז זײֵ האָבּעֶן גאָר ניִשט אוׂיף שַבָּת, מעֶ דאַרף אַרײַנגעֶהן חאַפּעֶן אַ קוּק, צוּ װאָס הײֵצט זיִך דאָרטעֶן”. געֶהט זיִ אוּן קלאַפּט־אָן איִן טהיִר. װעֶרט ר׳ חֲנִינָא׳ס פרוׂי שטאַרק פעֶרשעֶמט אוּן בּעֶהאַלט זיִך איִן צװײֵטעֶן חֵדֶר. געֶשעֶהט אַ נֵס, אוּן װיִ דיִ שְכֵנָה איִז אַרײַן געֶפוּנט זיִ דעֶם אוׂיבעֶן פוּל מיִט חַלוׂת אוּן דיִ מוּלטעֶר פוּל מיִט טײֵג. הוׂיבּט זיִ אָן רוּפעֶן: „דוּ, דוּ! חאַפּ גיִכעֶר דעֶם בּאַקשוׂיפעֶל ¹), דיִ חַלה װעֶרט צוּגעֶבּרעֶנט”. עֶנטפעֶרט יעֶנעֶ פוּנ׳ם חֵדֶר : „דאָס בּיִן איִך טאַקיִ געֶגאַנגעֶן נעֶהמעֶן”.

אַ פיִסעֶל פוּן אַ גאָלדעֶנעֶם טיִש.

אײֵנמאָל זאָגט דאָס װײַבּ ר׳ חֲנִינָא׳ן: „בּיִז װיִ לאַנג װעֶלעֶן מיִר נאָך אַזוׂי אָפּקוּמעֶן?”

— װאָס קעֶן מעֶן מאַכעֶן ? — פרעֶגט עֶר בּײַ איִהר.

— בּעֵט־אוׂיס בּײַ גאָט, עֶר זאָל דיִר שעֶנקעֶן װאָם־עֶס־איִז פוּן יעֶנעֶם גוּטס, װאָס איִז בּעֶהאַלטעֶן פאַר דיִ צַדִיקִים אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט.

¹) לאָפּאָטעֶ.

האָט עֶר מִתְפַּלֵל געֶװעֶן, האָט זיִך בּעֶװיִזעֶן װיִ אַ מיִן האַנד אוּן האָט ↰ 82 איִהם אַ װאָרף געֶטהוּן אַ פיִסעֶל פוּן אַ גאָלדעֶנעֶם טיִש. בּײַ נאַכט האָט עֶר געֶזעֶהן איִן חָלוׂם, װיִ אַלעֶ צַדִיקִים איִן גַן־עֵדֶן זיִצעֶן יעֶדעֶר בּײַ אַ גאָלדעֶנעֶם טיִש אַ דרײַ־פיִסיִגעֶן, נוּר עֶר מיִט זײַן פרוׂי — בּײַ אַ צװײֵ־פיִסיִגעֶן .װיִ עֶר האָט עֶרװאַכט, דעֶרצעֶהלט עֶר דעֶר פרוׂי דעֶם חָלוׂם אוּן זאָגט איִהר: „װיִ מײֵנסטוּ, ס׳װעֶט דיִר זײַן אײַנגעֶגעֶהם אַז אַלעֶ צַדִיקִים װעֶלעֶן זיִצעֶן אַרוּם דרײַ־פיִסיִגעֶ טיִשעֶן, נוּר איִך מיִט דיִר — בּײַ אַ טיִש מיִט אײֵן פיִסעֶל װעֵניִגעֶר?”

— בּיִזט טאַקיִ זעֶהר געֶרעֶכט, מײַן מאַן — עֶנטפעֶרט זיִ — זײַ־זשעֶ װיִדעֶר מִתְפַּלֵל, מעֶ זאָל דאָס פיִסעֶל צוּריִק נעֶהמעֶן.

האָט עֶר מִתְפַּלֵל געֶװעֶן אוּן מ׳האָט עֶס צוּגעֶנוּמעֶן צוּריִק.

„דעֶר לעֶצטעֶר נֵס — האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים אוׂיף דעֶם געֶזאָגט — איִז נאָך אַ גרעֶסעֶרעֶר פאַר׳ן עֶרשטעֶן, װײַל אַזאַ קַבָּלָה האָבּעֶן מיִר פוּן אײֵבּיִג אָן, אַז פוּן היִמעֶל גיִט מעֶן אַמאָל, אָבּעֶר צוּריִק נעֶהמעֶן — קײֵנמאָל ניִשט”.

עֶסיִג װאָס בּרעֶנט.

אײֵנמאָל עֶרֶב־שַׁבָּת פאַר נאַכט זעֶהט ר׳ חֲנִינָא בֶּן דוֹסָא, װיִ זײַן טאָכטעֶר זיִצט אַ פעֶרזאָרגטעֶ. פרעֶגט עֶר זיִ: „טאָכטעֶר מײַנעֶ, װאָס בּיִסטוּ אַזוׂי פעֶרזאָרגט?”

זאָגט זיִ: „מ׳האָט מיִר פעֶרבּיִטעֶן דיִ כֵּלִים, אוּן אָנשטאָט בּוׂימאײֵל האָבּ איִך אָנגעֶצוּנדעֶן עֶסיִג אוּן געֶבּעֶנשט ליִכט”.

— װאָס־זשעֶ עֶרגעֶרסטוּ זיִך אַזוׂי, טאָכטעֶר? — זאָגט עֶר איִהר — דעֶר װאָס הײֵסט דעֶם בּוׂימאײֵל זאָל בּרעֶנעֶן, דעֶר װעֶט אוׂיך הײֵסעֶן בּרעֶנעֶן דעֶם עֶסיִג.

אוּן אַזוׂי איִז געֶװעֶן. דעֶר עֶסיִג האָט געֶבּרעֶנט אוּן געֶבּרעֶנט אַ גאַנץ מֵעֵת־לְעֵת אוּן פוּן איִהם האָט מעֶן נאָך געֶנוּמעֶן פײַעֶר צוּ דעֶר הַבְדָלָה.

בֶּן דוֹסָא׳ס ציִגעֶן.

בֶּן־דוֹסָא האָט געֶהאַט ציִגעֶן. קוּמט מעֶן צוּ איִהם מיִט אַ טַעֲנָה: „דײַנעֶ ציִגעֶן טוּהעֶן־אָן שאָדעֶן איִן פעֶלד”. זאָגט עֶר: „אוׂיבּ זײֵ טהוּעֶן־אָן שאָדעֶן — זאָלעֶן בּעֶרעֶן זײֵ אוׂיפעֶסעֶן, אוּן אוׂיבּ ניִט — זאָל יעֶדעֶ פוּן זײֵ איִן אָבעֶנד בּרײֵנגעֶן אַ בּעֶר אוׂיף דיִ העֶרנעֶר”. איִן אָבעֶנד זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן דיִ ציִגעֶן פוּן פעֶלד, אוּן יעֶדעֶ פוּן זײֵ האָט געֶבּראַכט אַ בּעֶר אוׂיף דיִ העֶרנעֶר.

אוּן װיִ קוּמט דעֶר אָרוּמעֶר ר׳ חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא צוּ ציִגעֶן? — דעֶרצעֶהלט ר׳ פִּנְחָס װעֶגעֶן דעֶם אַזאַ מַעֲשֶׂה:

אײֵנמאָל האָט אײֵנעֶר, דוּרכגעֶהעֶנדיִג פעֶרבּײַ בֶּן־דוֹסָא׳ס שטוּבּ, פעֶרגעֶסעֶן דאָרט עֶטליִכעֶ היִהנעֶר. האָט זײֵ בֶּן דוֹסָא׳ס װײַבּ געֶפוּנעֶן אוּן ↰ 83 אַרײַנגעֶגוּמעֶן. זאָגט עֶר איִהר: „זעֶה, פעֶרנוּץ ניִשט זײֵעֶרעֶ אײֵעֶר „ ס׳איִז פרעֶמדס. אַז דיִ היִהנעֶר האָבּעֶן אָנגעֶלעֶגט אַ סַך אײֵעֶר אוּן אוׂיסגעֶפיִהרט פוּן זײֵ אַ סַך היִהנדליִך, איִז איִן שטוּבּ פוּן זײֵ ניִשט געֶװעֶן אוׂיסצוּשטעֶהן, נעֶהמט בֶּן־דוֹסָא אוּן פעֶרקוׂיפט זײֵ אוּן פאַר׳ן געֶלד קוׂיפט עֶר ציִגעֶן. איִן אַ צײַט אַרוּם איִז װיִדעֶר פעֶרבּײַגעֶגאַנגעֶן דעֶר אײֵגעֶנטהיִמעֶר פוּן דיִ היִהנעֶר מיִט זײַנעֶם אַ חַבֶר. העֶרט בֶּן־דוֹסָא װיִ עֶר זאָגט צוּ יעֶנעֶם: „זעֶהסטוּ, אָט דאָ האָבּ איִך פעֶרגעֶסעֶן מײַנעֶ היִהנעֶר”. פרעֶגט איִהם בֶּן־דוֹסָא, ציִ קעֶן עֶר געֶבּעֶן עֵפּיִס אַ סִימָן. האָט יעֶנעֶר איִהם געֶזאָגט אַ סִימָן.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט איִהם בֶּן־דוֹסָא — געֶהעֶרעֶן אָט דיִ אַלעֶ ציִגעֶן צוּ דיִר, נעֶהם זײֵ זיִך.

אוּן אָט יעֶנעֶ ציִגעֶן האָבּעֶן עֶס געֶבּראַכט דיִ בּעֶרעֶן אוׂיף זײֵעֶרעֶ העֶרנעֶר.

אוׂיסגעֶצוׂיגעֶנן באַלקעֶנס.

בֶּן־דוֹסָא׳ס אַ אָרוּמעֶ שְכֵנָה האָט געֶבּוׂיעֶט פאַר זיִך אַ הוׂיז, קוּמט צוּ דיִ בּאַלקעֶנס — דעֶרגרעֶכעֶן זײֵ ניִשט פוּן װאַנד צוּ װאַנד. געֶהט זיִ אַרײַן צוּ בֶּן־דוֹסָא׳ן אוּן קלאָגט זיִך נעֶבּיִך פאַר איִהם: „איִך בּוׂיעֶ מײַן הוׂיז, קלעֶקט ניִשט געֶנוּג דיִ לעֶנג פוּן דיִ בּאַלקעֶנס”. פרעֶגט עֶר זיִ: „װיִ איִז דײַן נאָמעֶן?” עֶנטפעֶרט זיִ: אײֵכוֹ. זאָגט עֶר:

— זאָלעֶן בּײַ אײֵכוּ׳ן
דיִ בּאַלקעֶנס דעֶרגרײֵכעֶן.

איִז אַזוׂי געֶשעֶהן.

— איִך אַלײֵן — דעֶרצעֶהלט פְּלֵימוּ — האָבּ מיִט מײַנעֶ אוֹיגעֶן יעֶנס הוׂיז געֶזעֶהן, האָבּעֶן דאָרט דיִ בּאַלקעֶנס אַרוׂיסגעֶשטעֶקט אוׂיף אַ אײֵל דיִ לעֶנג פוּן בּײֵדעֶ זײַטעֶן. האָט מעֶן מיִר געֶזאָגט: „אָט דאָס איִז דאָס הוׂיז װאָס בֶּן־דוֹסָא האָט דוּרך זײַן תְּפִלָה אוׂיסגעֶװעֶלבּט”.

מַלְאָכִים — טרעֶגעֶר.

אײֵנמאָל האָט ר׳ חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא צוּגעֶזעֶהן װיִ זײַנעֶ שטאָדט־לײַט לאָזעֶן זיִך קײַן יְרוּשָׁלַיִם מיִט נְדָרִים אוּן נְדָבוׂת. טראַכט עֶר בּײַ זיִך אַ פעֶרזאָרגטעֶר: „אַלעֶ פיִהרעֶן קײַן יְרוּשָׁלַיִם מַתָּנוׂת, נאָר איִך אײֵנעֶר פיִהר אַהיִן גאָר ניִשט”. איִז עֶר זיִך מְיַשֵׁב אוּן געֶהט־אַרוׂיס איִן פעֵלד אוּנטעֶר זײַן שטאָדט, זוּכט דאָרטעֶן אוׂיס אַ גרוׂיסעֶן שטײֵן, האַקט איִהם אַרוּם גלאַט אוּן פּוּצט איִהם אוׂיס אוּן זאָגט דעֶרבּײַ: „איִך נעֶהם אוׂיף זיִך אַװעֶקצוּפיִהרעֶן דעֶם שטײֵן אַ געֶשאַנק קײַן יְרוּשָׁלַיִם”. װיִל עֶר דוּנגעֶן טרעֶגעֶר, טרעֶפעֶן זיִך איִהם פיִנף מעֶנשעֶן. פרעֶגט עֶר זײֵ: „איִהר װעֶט מיִר אַװעֶקטראָגעֶן דעֶם שטײן קײַן יְרוּשָלַיִם?” זאָגעֶן זײֵ: „אוׂיבּ דוּ װעֶסט אוּנז בּעֶצאָהלעֶן פוּפציִג טאָלעֶר ↰ 84 װעֶלעֶן מיִר אַװעֶקטראָגעֶך. װאָלט עֶר זײֵ געֶגעֶבּעֶן, האָט עֶר אָבּעֶר ניִשט בּײַ זיִך אַזוׂי פיִעל. לאָזעֶן זײֵ איִהם איִבּעֶר אוּן געֶהעֶן זיִך אַװעֶק. שיִקט איִהם גאָט צוּ פיִנף מַלְאָכִים איִנ׳ם געֶשטאַלט פוּן מעֶנשעֶן, פרעֶגט עֶר זײֵ: „איִהר װעֶט מיִר אַװעֶקטראָגעֶן דעֶם שטײֵן קײַן יְרוּשָׁלַיִם?” זאָגעֶן זײֵ: „פאַר פיִנף טאָלעֶר זעֶנעֶן מיִר גרײֵט אַװעֶקצוּטראָגעֶן, נאָר מיִט אַ תְּנאַי — זאָלסט אוׂיך צוּלעֶגעֶן מיִט אוּנז אַ האַנד, ציִ אַ פיִנגעֶר”. האָט עֶר צוּגעֶלעֶגט אַ האַנד איִנאײֵנעֶם מיִט זײֵ, אוּן קוּקט זיִך אוּם — מעֶ שטעֶהט שוׂין איִן יְרוּשָׁלַיִם. װיִל עֶר זײֵ בּעֶצאָהלעֶן זײֵעֶר לוׂין, בּלײַבּעֶן זײֵ ניִשט. געֶהט עֶר אַרײַן אַיִן לִשְׁכַּת־הַגָזִית אוּן דעֶרפרעֶגט זיִך װעֶגעֶן זײֵ. עֶנטפעֶרט מעֶן איִהם: „עֶס װײַזט אוׂיס, ניִשט אַנדעֶרש, נוּר מַלְאָכִים האָבּעֶן געֶבּראַכט אַהעֶר דײַן שטײֵן”.

בֶּן־דוֹסָא איִן רעֶגעֶן.

אײֵנמאָל איִז ר׳ חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא געֶגאַנגעֶן איִן װעֶג אוּן געֶטראָגעֶן אַ קאָרבּ זאַלץ אוׂיפ׳ן קאָפּ. האָט אָנגעֶהוּבּעֶן גיִסעֶן אַ רעֶגעֶן. זאָגט בֶּן־דוֹסָא: „רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם, דיִ גאַנצעֶ װעֶלט האָט נַחַת, נוּר חֲנִינָא זאָל האָבּעֶן צַעַר!” — האָט דעֶר רעֶגעֶן אוׂיפגעֶהעֶרט.

געֶקוּמעֶן אַהײֵם רוּפט עֶר זיִך אָן: „רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם, דיִ גאַנצעֶ װעֶלט זאָל האָבּעֶן צַעַר, נוּר אַלײֵן חֲנִינָא נַחַת” — האָט װיִדעֶר אָנגעֶהוֹבּעֶן צוּ רעֶגנעֶן.

„װעֶה איִז דעֶר שלאַנג”.

עֶרגיִץ איִן אַן אָרט האָט זיִך אוׂיפגעֶהאַלטעֶן אַ שלאַנג, פלעֶג זיִ מַזִיק זײַן מעֶנשעֶן. קוּמט מעֶן אוּן מעֶ דעֶרצעֶהלט דעֶרפוּן חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא׳ן. הײֵסט עֶר זיִך װײַזעֶן דיִ לאָך פוּן דעֶר שלאַנג. פיִהרט מעֶן איִהם אַהיִן אַװעֶק. טרעֶט עֶר אָן אוׂיף דעֶר לאָך. בּעֶװײַזט זיִך דיִ שלאַנג, גיִט איִהם אַ בּיִס — אוּן אַבלײַבּט טוׂיט אוׂיפ׳ן אָרט. פעֶרװאַרפט עֶר זיִ אוׂיפ׳ן אַקסעֶל אוּן טראָגט זיִ אַװעֶק צוּ׳ם בֵּית־הַמֶדְרָש אוּן זאָגט זײַנעֶ תַּלְמִידִים:

— זעֶהט איִהר, קיִנדעֶר, ניִשט דיִ שלאַנג טוֹידט, נאָר דיִ זיִנד.

פוּן דעֶמאָלט אָן איִז אַרוׂיס דאָס שפּריִכװאָרט: „װעֶה איִז דעֶם װאָס שלאָגט זיך אָן איִן אַ שלאַנג; אוּן װעֶה איִז דעֶר שלאַנג װאָס שלאָגט זיִך אָן איִן ר׳ חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא”.

בֶּן־דוֹסָא אוּן דעֶר לײֵבּ.

ר׳ חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא האָט אײֵנמאָל דעֶרזעֶהן אַ לײֵבּ. בּײֵזעֶרט עֶר זיִך אוׂיף איִהם אָן: „איִ, דוּ שװאַכעֶר קעֶניִג! האָבּ איִך דעֶן שוֹין אײנמאָל דיִך ניִשט בּעֶשװאוׂירעֶן, זאָלסט ניִשט דעֵרװעֶגעֶן בּעֶװײַזעֶן זיִך איִן אֶרֶץ־יִשְרָאֵל. חאַפּט ↰ 85 עֶר בּאַלד אוּן אַנטלוׂיפט. לוׂיפט איִהם ר׳ חֲנִינָא נאָך אוּן זאָגט: „פעֶרצײַעֶ מיִר, לײֵבּ, װאָס איִך האָבּ דיִך אָנגעֶרוּפעֶן שװאַכעֶר קעֶניִג, װעֶן דײַן בּעֶשעֶפעֶר אַלײֵן רוּפט דיִך אָן „גִבּוׂר”.

בֶּן־דוֹסָא׳ס תְּפִלָה איִבּעֶר קראַנקעֶ.

מעֶ דעֶרצעֶהלט אוׂיף ר׳ חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא, אַז עֶר פלעֶג תְּפִלָה טהוּן אוׂיף קראַנקעֶ אוּן טרעֶפעֶן: דעֶר װעֶט לעֶבּעֶן בּלײַבּעֶן אוּן דעֶר װעֶט שטאַרבּעֶן. אַז מ׳האָט איִהם געֶפרעֶגט: „פוּן װאַנעֶן װײֵסטוּ דאָס?” האָט עֶר געֶעֶנטפעֶרט : „איִך האָבּ אַ סִימָן, געֶהט־אַרוׂיס בּײַ מיִר דיִ תְּפִלָה געֶלוׂיפיִג פוּנ׳ם מוׂיל, װײֵס איִך אַז זיִ איִז אָנגעֶנוּמעֶן, אוׂיבּ ניִשט — װײַזט עֶס אַז זיִ איִז אָפּגעֶװאָרפעֶן”.

אײֵנמאָל איִז בּײַ רַבָּן גַמְלִיאֵל׳ן קראַנק געֶװאָרעֶן אַ זוּהן, שיִקט עֶר צװײֵ פוּן זײַנעֶ תַּלְמִידִים צוּ ר׳ חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא׳ן, עֶר זאָל אוׂיף דעֶם חוׂלֶה תְּפִלָה טהוּן. װיִ בֶּן־דוֹסָא האָט זײֵ דעֶרזעֶהן, איִז עֶר בּאַלד אַרוׂיף איִן אוׂיבּעֶר־שטוּבּעֶל אוּן זיִך געֶשטעֶלט גאָט בּעֵטעֶן. אַראָפּ פוּנ׳ם שטיִבּעֶל, זאָגט עֶר דיִ שְלִיחִים: „געֶהט אײַך אַהײֵם, דיִ היִץ האָט שוׂין דעֶם חוֹלֶה אָפּגעֶלאָזט”. פרעֶגעֶן זײֵ איִהם: „װאָס, אַ נָבִיא בּיִסטוּ?” עֶנטפעֶרט עֶר: „ניִשט קײַן נָבִיא בּיִן איִך אוּן ניִשט קײַן בֶּן נָבִיא; איִך האָבּ נוּר אַ סִימָן: געֶהט־אַרוׂיס בּײַ מיִר דיִ תְּפִלָה געֶלוׂיפיִג פוּנ׳ם מוׂיל, װײֵס איִך אַז זיִ איִז אָנגעֶנוּמעֶן, אוׂיבּ ניִשט — װײַזט עֶס אַז זיִ איִז אָפּגעֶװאָרפעֶן”.

נעֶהמעֶן זײֵ אוּן פעֶרצײֵכעֶנעֶן פּוּנקטליִך דיִ מיִנוּט. געֶקוּמעֶן צוּריִק צוּ רַבָּן גַמְלִיאֵל דעֶרצעֶהלעֶן זײֵ עֶס איִהם; זאָגט עֶר זײֵ: „איִך שװעֶר אײַך, ניִשט מעֶהר אוּן ניִשט װעֶניִגעֶר, פּוּנקט איִן דעֶר זעֶלבּעֶר מיִנוּט האָט אָפּגעֶלאָזט דעֶם חוׂלֶה דיִ היִץ אוּן עֶר האָט בּײַ אוּנז געֶבּעֵטעֶן אַ טרוּנק װאַסעֶר”.

דאָס פרוּמעֶ עֵזעֶל.

אײֵנמאָל האָבּעֶן גַנָבִים אַרוׂיסגעֶגַנב׳עֶט בּײַ ר׳ חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא׳ן זײַן עֵזעֶל אוּן עֶס אַװעֶקגעֶפיִהרט צוּ זיִך. בּוּנדעֶן זײֵ עֶס צוּ איִן הוׂיף, שטעֶלעֶן פאַר דעֶם הײֵ אוּן געֶרשטעֶן מיִט װאַסעֶר. נעֶהמט עֶס ניִשט איִן מוׂיל, ניִשט עֶס עֶסט אוּן ניִשט עֶס טריִנקט. טראַכטעֶן זײֵ זיִך: „װאָס טוׂיג אוּנז לאָזעֶן דאָ דיִ בְּהֵמָה שטעֶהן בּיִז זיִ װעֶט פֵּגֶר׳עֶן אוּן פעֶרעִיפּוּש׳עֵן דעֶם הוׂיף?” נעֶהמעֶן זײֵ אוּן עֶפעֶנעֶן פאַר דעֶם דיִ טהיִר אוּן לאָזעֶן עֶס אַרוׂיס. געֶהט עֶס זיִך אַזוׂי פּאַמעֶליִך איִן װעֶג בּיִז ס׳האָט זיִך דעֶרשלעֶפּט צוּריִק אַהײֵם צוּ ר׳ חֲנִינָא בֶּן־דוֹסָא׳ס הוׂיז אוּן הוׂיבּט דאָרט אָן צוּ היִרזשעֶן. דעֶרהעֶרט דאָס בֶּן־דוֹסָא׳ס זוּהן, זאָגט עֶר: „טאַטעֶ, טאַטעֶ, דוּכט זיִך, דאָס קוׂל פוּן ↰ 86 אוּנזעֶר בְּהֵמָה”. רוּפט זיִך אָן בֶּן־דוֹסָא: „יאָ, זוּהן מײַנעֶר, עֶפעֶן גיִכעֶר, לאָז עֶס אַרײַן, עֶס װעֶט בּאַלד אוׂיסגעֶהן פאַר הוּנגעֶר. געֶהט עֶר אוּן עֶפעֶנט פאַר׳ן עֵזעֶל דיִ טהיִר, שטעֶלט פאַר דעֶם שטרוׂי אוּן געֶרשטעֶן מיִט װאַסעֶר, האָט עֶס געֶגעֶסעֶן אוּן געֶטרוּנקעֶן.

דעֶרפאַר זאָגט מעֶן: „דיִ אַמאָליִגעֶ צַדִיקִים, װיִ זײֵ זעֶנעֶן געֶװעֶן פרוּם — אַזוׂי אוׂיך זײֵעֶרעֶ בְּהֵמוׂת” ¹).

¹) װיִ ר׳ חנינא בן־דוסא׳ס עֵזעֶל, װאָס האָט גאָר ניִשט געֶװאָלט געֶניִסעֶן פוּן דיִ גנבים׳ס פוּטעֶר (עֶסעֶן).

↤ 87

רַבָּן גַמְלִיאֵל דֶער צװֵײטעֶר.
אַ קנעֶכט בּײַ׳ם פאָלק.

דעֶר נָשִיא רַבָּן גַמְלִיאֵל איִז אײֵנמאָל געֶפאָהרעֶן צוּזאַמעֶן מיִט ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן אוׂיף אַ שיִף. רַבָּן גַמְלִיאֵל האָט געֶפיִהרט מיִט זיִך נוּר געֶבּאַקטעֶן בּרוׂיט, ר׳ יְהוֹשֻעַ אָבּעֶר האָט אוׂיסעֶר בּרוׂיט געֶהאַט מיִט זיִך אוׂיך זעֶמעֶלמעֶהל. אַז ס׳האָט זיִך אוׂיסגעֶלאָזט דאָס בּרוׂיט בּײַ ר׳ גַמְלִיאֵל׳ן, נעֶהמט עֶר זיִך צוּ ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ם זעֶמעֶלמעֶהל, אוּן פרעֶגט איִהם דעֶרבּײַ: „זאָג נוּר מיִר, האָסטוּ דעֶן געֶװאוּסט אַז ס׳װעֶט אוּנז אוׂיסקוּמעֶן אַזוׂי לאַנג פעֶרבּלײַבּעֶן איִן װעֶג, װאָס דוּ האָסט זיִך בּעֶװאָרעֶנט מיִט זעֶמעֶלמעֶהל?” „יאָ — האָט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ געֶעֶנטפעֶרט — ס׳איִז דאָ אַ געֶװיִסעֶר שטעֶרן, װאָס בּעֶװײַזט זיִך אײֵנמאָל איִן זיִבּציִג יאָהר אוּן פיִהרט־אַראָפּ פוּן װעֶג אַלעֶ שיִפס־פיִהרעֶר, האָבּ איִך זיִך בּעֶװאָרעֶנט פאַר אַזאַ פאַל”.

— אַ מאַן פוּן אַזוׂי פיִעל קעֶנטניִס װיִ דוּ — זאָגט איִהם ר׳ גַמְלִיאֵל — זאָל דאַרפעֶן װאַנדעֶרעֶן אוׂיף שיִפעֶן ¹) אוּן אַזוׂי אָפּקוּמעֶן!

— אוׂיף מיִר איִז דיִר אַ חִידוּש? — עֶנטפעֶרט־אָפּ ר׳ יְהוֹשֻעַ — מעֶהר דאַרפסטוּ זיִך חִדוּש׳עֶן אוׂיף דײַנעֶ צװײֵ געֶלעֶהרטעֶ תַּלְמִידִים, װאָס דוּ האָסט אוׂיף דעֶר יַבָּשָה, אוׂיף ר׳ יוֹחָנָן בֶּן גוּדגוֹדָא אוּן ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן חַסְמָא, װעֶלכעֶ זעֶנעֶן איִן שטאַנד אוׂיסצוּרעֶכעֶנעֶן װיִפיִעל טראָפּעֶן איִז איִן יָם — אוּן האָבּעֶן ניִשט קײַן שטיִקעֶל בּרוׂיט צוּ עֶסעֶן אוּן קײַן מַלְבּוּש אָנצוּטהוּן.

האָט עֶס ר׳ גַמְלִיאֵל געֶנוּמעֶן איִן אַכט אוּן עֶר האָט בּעֶשלאָסעֶן זײֵ צוּ געֶבּעֶן אַ בְּכָבוׂד׳עֶ הִתְמַנוּת ²). װיִ עֶר איִז נוּר אַרוׂיף אוׂיף דעֶר יַבָּשָה, שיִקט עֶר זײֵ בּאַלד צוּליִעבּ דעֶם רוּפעֶן. זאָגעֶן זײֵ זיִך אָפּ פוּנ׳ם כָּבוׂד אוּן װיִלעֶן אַפיִלוּ ניִשט קוּמעֶן. שיִקט עֶר זײֵ װיִדעֶר רוּפעֶן, ניִשט אַנדעֶרש זײֵ זאָלעֶן קוּמעֶן — קוּמעֶן זײֵ. זאָגט עֶר זײֵ: װאָס מײֵנט איִהר, אוׂיבּעֶרמאַכט גיִבּ ↰ 88 איִך אײַך — איִך גיִבּ אײַך קנעֶכטשאַפט, װיִ האָבּעֶן עֶס געֶזאָגט רחבעם׳ן זײַנעֶ אַלטעֶ געֶניִטעֶ שָׂרִים בִּשְׁעַת זײַן איִבּעֶרנעֶהמעֶן דיִ מְלוּכָה: „הײַנט זאָלסטוּ װעֶרעֶן אַ קנעֶכט בּײַ דעֶם פאָלק”.

¹) ר׳ יהושע איִז געֶװעֶן אַ גרוֹיסעֶר אָרוּמאַן אוּן איִז געֶפאָהרעֶן איִן שיִף צוּליִעבּ פּרנסה. ²) אַ קהל׳שעֶ אַמט.

רַבָּן גַמְלִיאֵל אוּן ר׳ יְהוֹשֻעַ.
I.

אײֵנמאָל האָט זיִך צװיִשעֶן רַבָּן גַמְלִיאֵל אוּן ר׳ יְהוֹשֻעַ געֶמאַכט אַ מַחְלוֹקֶת מִכּוׂחַ יוׂם־כִּפּוּר, װעֶן עֶר זאָל אוׂיספאַלעֶן: נאָך אײֵנעֶמס מײֵנוּנג זאָל עֶר אוׂיסקוּמעֶן מיִט אַ טאָג פריִהעֶר, נאָכ׳ן אַנדעֶרעֶנס — מיִט אַ טאָג שפּעֶטעֶר ¹). בּעֶפוׂילט דעֶר נָשִׂיא רַבָּן גַמְלִיאֵל ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן דוּרך אַ שָלִיחַ מיִט דיִ װעֶרטעֶר: „איִך בּיִן אוׂיף דיִר גוֹזֵר, זאָלסט צוּ מיִר קוּמעֶן מיִט׳ן שטעֶקעֶן אוּן מיִט׳ן בּײַטעֶל געֶלד איִן דעֶם יוׂם־כִּפּוּר װאָס פאַלט־אוׂיס לוׂיט דײַן רעֶכנוּנג”. קוּמט אַרײַן ר׳ עֲקִיבָא צוּ ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן, טרעֵפט עֶר איִהם אַ פעֶרזאָרגטעֶן. פרעֶגט עֶר איִהם: „רַבִּי, װאָס בּיִסטוּ אַזוׂי פעֶרזאָרגט?” עֶנטפעֶרט עֶר: „עֲקִיבָא, ס׳װאָלט מיִר ליִבּעֶר געֶװעֶן ליִגעֶן קראַנק צוּ בּעֶט אַ יאָהר דוּרכאַנאַנד, אַביִ ניִשט האָבּעֶן אוׂיף זיִך אַזאַ גְזֵירָה”. זאָגט איִהם ר׳ עֲקִיבָא: „איִך האָבּ אַ בְּפֵירוּש׳עֶן בּעֶװײַז, אַז װיִ אַזוׂי אוּנזעֶר נָשִׂיא רַבָּן גַמְלִיאֵל טהוּט איִז געֶטהוּן. דיִ תּוֹרָה זאָגט: „דאָס זעֶנעֶן דיִ צײַטעֶן פוּן גאָט, דיִ הײֵליִגעֶ בּעֶשטיִמטעֶ טעֶג, װאָס איִהר זאָלט זײֵ בּעֶשטיִמעֶן” — איִהר בּעֶשטיִמט זײֵ, ציִ איִן דעֶר צײַט ציִ ניִשט איִן דעֶר צײַט — מוּזט איִהר אָננעֶהמעֶן נוּר דיִ דאָזיִגעֶ יָמִים־טוׂבִים”.

געֶהט עֶר אַװעֶק צוּ ר׳ דוֹסָא בֶּן הָרְכּינַס אוּן דעֶרצעֶהלט איִהם דיִ מַעֲשֶׂה. זאָגט איִהם ר׳ דוֹסָא: „אוׂיבּ מיִר װעֶלעֶן זיִך נעֶהמעֶן נאָכקלעֶרעֶן נאָכ׳ן בֵּית־דִין פוּן ר׳ גַמְלִיאֵל׳ן, דאַרפעֶן מיִר אוׂיך נאָכקלעֶרעֶן נאָך דיִ אַלעֶ בֵּית־דִינ׳ם, װאָס זעֶנעֶן איִבּעֶר געֶװעֶן בּײַ יוּדעֶן פוּן משֶׁה־רַבֵּינוּ׳ס צײַטעֶן בּיִז הײַנט. איִן אֱמֶת׳עֶן אָבּעֶר, יעֶדעֶר בֵּית־דִין פוּן דרײַ ריִכטעֶר, װאָס איִז געֶשטעֶלט געֶװאָרעֶן איִבּעֶר יוּדעֶן, האָט דעֶם זעֶלבּעֶן כּחַ װיִ משֶׁה׳ס בֵּית־דִין.

¹) איִן יעֶנעֶ צײַטעֶן פלעֶג מעֶן בּעֶשטיִמעֶן דיִ ראש־חוֹדש׳עֶן אוּן ימים־טובים אוׂיפ׳ן גרוּנד פוּן עדוּת, װאָס פלעֶגעֶן נאָכשפּיִרעֶן, װעֶן דיִ נײַעֶ לבנה בּעֶװײַזט זיִך, אוּן צוּגעֶשטעֶלט זײֵעֶרעֶ ידיִעוֹת װעֶגעֶן דעֶם פאַר׳ן בּית־דין איִן ירוּשלים.

נעֶהמט ר׳ יְהוֹשֻׁעַ דעֶם שטעֶקעֶן מיִט׳ן בּײַטעֶל געֶלד אוּן לאָזט זיִך געֶהן קײַן יַבְנֶה אוּן קוּמט צוּ רַבָּן גַמְלִיאֵל פּוּנקט איִן יעֶנעֶם טאָג, װאָס לוׂיט זײַן רעֶכנוּנג דאַרף זײַן יוׂם־כִּפּוּר. װיִ רַבָּן גַמְלִיאֵל האָט איִהם דעֶרזעֶהן איִז עֶר בּאַלד אוׂיפגעֶשטאַנעֶן פוּן דעֶר שטוּהל אוּן איִהם אַ קוּש געֶטהוּן איִן ↰ 89 קאָפּ. „קוּם אַרײַן מיִט פריִעד — בּעֶגריִסט עֶר ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן, שטאַרק געֶריִהרט פוּן זײַן עֲנִיווּת — קוּם אַרײַן, רַבִּי מײַנעֶר אוּן תַּלְמִיד מײַנעֶר; רַבִּי מײַנעֶר — איִן װיִסעֶנשאַפט, אוּן תַּלְמִיד מײַנעֶר — מיִט דײַן פאָלגעֶן מיִך. .אַז װאוׂיל איִז דעֶם דוׂר װאָס דיִ גרעֶסעֶרעֶ פאָלגעֶן דיִ קלעֶנעֶרעֶ”.

II.

אײֵנמאָל איִז געֶקוּמעֶן אַ תַּלְמִיד פאַר ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן מיִט אַזאַ שַאֲלָה: „רַבִּי, דיִ תְּפִלָה פוּן מַעְרִיב איִז אַ רְשׁוּת־זאַך ציִ אַ מוּז?” עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: אַ רְשוּת־זאַך. קוּמט עֶר מיִט דעֶר זעֶלבּעֶר שַאֲלָה צוּ רַבָּן גַמְלִיאֵל, זאָגט עֶר איִהם: אַ מוּז. פרעֶגט דעֶר תַּלְמִיד: „ר׳ יְהוֹשֻעַ האָט דאָך מיִר אָבּעֶר געֶזאָגט אַ רְשוּת־זאַך?” זאָגט רַבָּן גַמְלִיאֵל: װאַרט בּיִז ס׳װעֶלעֶן אַרײַנקוּמעֶן מײַנעֶ „פעֶכט־לײַט” איִן בֵּית־הַמֶדְרָש. אַז יעֶנעֶ זעֶנעֶן זיִך צוּנוֹיפגעֶקוּמעֶן, האָט זיִך אוׂיפגעֶשטעֶלט דעֶר פרעֶגעֶר אוּן געֶפרעֶגט: דיִ תְּפִלָה פוּן מַעְרִיב איִז אַ רְשוּת־זאַך ציִ אַ מוּז? עֶנטפעֶרט רַבָּן גַמְלִיאֵל: אַ מוּז. אוּן בּאַלד װעֶנדעֶט עֶר זיִך צוּ דיִ חֲכָמִים:

— ציִ איִז דאָ — פרעֶגט עֶר זײֵ — עֶמיִצעֶר פוּן אײַך װאָס איִז מיִט מיִר איִן דעֶם ניִשט אײַנשטיִמיִג?

רוּפט זיִך אָן ר׳ יְהוֹשֻעַ: נײֵן, ניִשטאָ.

— מ׳האָט דאָך געֶזאָגט איִן דײַן נאָמעֶן, אַז ס׳איִז אַ רְשוּת־זאַך? — זאָגט איִהם רַבָּן־גַמְלִיאֵל, אוּן בּאַלד שרײַעֶט עֶר אוׂיס שטרעֶנג: — יְהוֹשֻעַ, שטעֶל זיִך אוׂיף, זאָל מעֶן געֶגעֶן דיִר עֵדוּת זאָגעֶן.

שטעֶלט זיִך ר׳ יְהוֹשֻעַ אוׂיף אוּן זאָגט: „װאָלט איִך געֶװעֶן אַ לעֶבּעֶדיִגעֶר אוּן עֶר, דעֶר עֵדוּת, אַ טוׂיטעֶר — קעֶן נאָך אַ לעֶבּעֶדיִגעֶר אָפּלײֵקעֶנעֶן אַ טוׂיטעֶן, איִצט אָבּעֶר, אַז מיִר בּײֵדעֶ זעֶנעֶן לעֶבּעֶדיִגעֶ, װיִ קעֶן אַ לעֶבּעֶדיִגעֶר אַ לעֶבּעֶדיִגעֶן אָפּלײֵקעֶנעֶן?”

האָט רַבָּן גַמְלִיאֵל װײַטעֶר געֶהאַלטעֶן זײַן דְרָשָה זיִצעֶנדיִג אוּן ר׳ יְהוֹשֻעַ איִז אַלץ געֶשטאַנעֶן אוׂיף דיִ פיִס, בּיִז צװיִשעֶן עוׂלָם האָט זיִך אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ רוּדעֶרעֶן אוּן מ׳האָט געֶנוּמעֶן שרײַעֶן צוּ חוּצְפּות דעֶם מְתוּרְגְמָן ¹): „שטעֶל זיִך אָפּ!” — אוּן עֶר האָט זיִך אָפּגעֶשטעֶלט.

איִז געֶװאָרעֶן אַ געֶפּיִלדעֶר: „װאָס הײֵסט עֶס? בּיִז װאַנעֶן װעֶט איִהם אָט דעֶר אָנטהוּן אַזוׂי פיִעל צַעַר?”

— שײֵן צײט איִהם אַראָפּצוּזעֶצעֶן.

¹) אוׂיסטײַטשעֶר, עֶרקלעֶרעֶר. בּײַ יעֶדעֶן ראש ישיבה, בעת דעֶם דרשנ׳עֶן, האָט זיִך געֶפוּנעֶן אַ מתורגמן, װעֶלכעֶר האָט איִן אַ לײַכטעֶר פאַר׳ן פאָלק פעֵרשטעֶנדיִלכעֶר שפּראַך בּאַלד אוֹיפ׳ן אָרט עֶרקלעֶרט דעֶם ראש־ישיבה׳ס דרשה.

↤ 90

— װעֶמעֶן װעֶלעֶן מיִר אַרוׂיפזעֶצעֶן אוׂיף זײַן אָרט?

— פאַר װאָס טאַקיִ ניִשט ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן?

— עֶס געֶהט ניִשט, צוּליִעבּ איִהם האָט זיִך דיִ גאַנצעֶ מַעֲשֶׂה אָנגעֶהוׂיבּעֶן.

— אֶפְשַׁר ר׳ עֲקִיבָא׳ן?

— געֶפעֶהרליִך, עֶר האָט ניִשט קײַן זְכוּת־אָבוׂת, קעֶן עֶר נאָך דוּרך יעֶנעֶם לײַדעֶן.

איִז געֶבּליִבּעֶן מ׳זאָל פאַר אַ נָשִׂיא מאַכעֶן ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה, װעֶלכעֶר איִז איִ געֶלעֶרעֶנט, איִ רײַך, איִ אַ גרוׂיסעֶר מְיוּחָס, דעֶר צעֶהנטעֶר דוׂר פוּן עֶזְרָא. געֶהט מעֶן צוּ ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה אוּן מעֶ שלאָגט איִהם פאָר: „װאָלט דעֶר רַבִּי מְרוּצֶה זײַן װעֶרעֶן אַ ראשׁ־יְשִיבָה?” זאָגט עֶר: „איִך װעֶל מיִך פריִהעֶר אַן עֵצָה האַלטעֶן מיִט מײַנעֶ אײֵגעֶנעֶ”.

געֶהט עֶר אוּן בּעֶראָטה זיִך מיִט זײַן פרוׂי. זאָגט זיִ: „װאָס װעֶסטוּ טהוּן אַז מ׳װעֶט דעֶרנאָך דיִך אוׂיך אַראָפּזעֶצעֶן?” עֶנטפעֶרט עֶר: „אוׂיף דעֶם זאָגט דיִ װעֶלט: „אײֵן טאָג זיִך בּעֶנוּצעֶן מיִט׳ן טײַעֶרעֶן כּוׂס — מאָרגעֶן מעֶג עֶר װעֶרעֶן צוּבּראָכעֶן”.

— דוּ בּיִסט דאָך אָבּעֶר נאָך גאָר אַ יוּנגעֶרמאַן — זאָגט װײַטעֶר דאָס װײַבּ — ניִשט אײֵן גרוׂיעֶ האָר, װיִ פאַר אַ ראש־ישיבה װאָלט געֶפּאַסט?

טרעֶפט זיִך אַ נֵס — אוּן איִבּעֶר נאַכט איִז דאָס געֶזיִכט פוּנ׳ם אַכטצעֶהניעֶהריִגעֶן ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה אַרוּמגעֶבּרעֶמט געֶװאָרעֶן מיִט אַכטצעֶהן רײַהעֶן גרוֹיעֶ האָר.

איִן יעֶנעֶם טאָג האָט מעֶן אָפּגעֶשאַפט דעֶם טהיִר־היִטעֶר פוּן בֵּית־הַמֶדְרָש אוּן דעֶר אַרײַנגאַנג איִז געֶװאָרעֶן פרײַ פאַר אַלעֶ תַּלְמִידִים, װײַל פאַר ר׳ גַמְלִיאֵל׳ן איִז געֶװעֶן שטרעֶנג פעֶרזאָגט: „יעֶדעֶר תַּלְמִיד װאָס איִז איִן תּוֹך ניִשט אַזוׂי עֶהרליִך װיִ עֶר זעֶהט־אוׂיס, זאָל זיִך ניִשט דעֶרװעֶגעֶן אַרײַן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ”. דעֶמאָלט איִז צוּגעֶקוּמעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָש פיִעל נײַעֶ בּעֵנק מיִט תַּלְמִידִים.

איִז רַבָּן גַמְלִיאֵל געֶװאָרעֶן בּײַ זיִך שטאַרק אַראָפּגעֶפאַלעֶן. „װעֶר װײֵסט — האָט עֶר זיִך געֶטראַכט — אֶפְשַר האָבּ איִך חָלִילָה אָפּגעֶהאַלטעֶן תּוׂרָה פוּן יוּדעֶן?” האָט מעֶן, כְּדֵי איִהם צוּ בּעֶרוּהיִגעֶן, געֶװיִזעֶן איִהם בּײַנאַכט איִן חָלוׂם: װײַסעֶ קריִג אָנגעֶפוּלטעֶ מיִט אַש ¹).

בּלײַבּט בּײַ רַבָּן גַמְלִיאֵל׳ן געֶהן איִבּעֶרבּעֵטעֶן ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן. געֶקוּמעֶן צוּ איִהם איִן שטוּבּ בּעֶמעֶרקט עֶר, װיִ דיִ װעֶנט זעֶנעֶן פעֶררוׂיכעֶרט, זאָגט ↰ 91 עֶר איִהם: „פוּן דיִ װעֶנט דײַנעֶ לאָזט זיִך דעֶרקעֶנעֶן אַז דוּ בּיִסט אַ שְמִיד”. עֶנטפעֶרט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ:

¹) ד.ה. דיִ נײֵַעֶ תלמידים זעֶנעֶן איִן תּוֹך אַרײַן ניִשט עֶהרליִך אוּן ניִשט ראוּי י צוּ לעֶרנעֶן.

— אַז װעֶה איִז דעֶם דוׂר װאָס דוּ בּיִסט זײַן פיִהרעֶר, אוּן אַז װעֶה דעֶר שיִף װאָס דוּ בּיִסט איִהר רוּדעֶרעֶר! ציִ װײֵסטוּ דעֶן דעֶם צַעַר פוּן תַּלְמִידֵי־חֲכָמִים, פוּן װאַנעֶן זײֵ לעֶבּעֶן אוּן פוּן װאָס זײֵ דעֶרנעֶהרעֶן זיִך?

זאָגט איִהם רַבָּן גַמְלִיאֵל: „איִך בּיִן שוּלדיִג אַקעֶגעֶן דיִר, זײַ מיִר מוׂחֵל”.

נעֶהמט עֶס ניִשט ר׳ יְהוֹשֻעַ איִן אַכט.

— טהוּ עֶס צוּליִעבּ׳ן כָּבוׂד פוּן מײַן פאָטעֶר.

האָט עֶר זיִך איִבּעֶרגעֶבּעֵטעֶן.

קלעֶרט מעֶן: װעֶמעֶן שיִקט מעֶן אָנזאָגעֶן דעֶרפוּן דיִ חֲכָמִים. רוּפט זיִך אַרוׂיס אײֵנעֶר אַ װעֶשעֶר: „איִך געֶה”. שיִקט־איִבּעֶר דוּרך איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ איִן בֵּית־הַמֶדְרָש דיִ װעֶרטעֶר:

װעֶר עֶס האָט כּסדר געֶטראָגעֶן אַמט־קלײֵדעֶר,
דעֶר זאָל אוׂיף װײַטעֶר זײֵ טראָגעֶן;
װעֶר עֶס האָט אָבּעֶר זײֵ קײֵנמאָל געֶטראָגעֶן —
װיִ קוּמט עֶר יעֶנעֶם צוּ זאָגעֶן:
ציִה־אָפּ דײַנעֶ קלײֵדעֶר אוּן איִך װיִל זײֵ טראָגעֶן ¹).

זאָגט ר׳ עֲקִיבָא צוּ דיִ חֲכָמִים איִן בֵּית־הַמֶדְרָש: פעֶרשליִסט גיִך דיִ טהיִרעֶן, רַבָּן גַמְלִיאֵל׳ס קנעֶכט זאָלעֶן זיִך ניִשט אַרײַנרײַסעֶן אַהעֶר אוּן בּעֶלײֵדיִגעֶן דיִ חֲכָמִים.

טראַכט זיִך ר׳ יְהוֹשֻעַ: גלײַכעֶר איִך אַלײֵן זאָל געֶהן אײַנטַעְנֶה׳עֶן מיִט׳ן עוֹלָם. געֶקוּמעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָש, קלאַפּט עֶר אָן אוׂיף דעֶר מהיִר אוּן רוּפט־אוׂיס:

דעֶר כּהן בּן כּהן —
דעֶר זאָל שפּרעֶנגעֶן דאָס רײֵניִג־װאַסעֶר;
דעֶר ניִשט כּהן אוּן ניִשט בּן כּהן —
װיִ קוּמט עֶר צוּ זאָגעֶן דעֶם כּהן בּן כּהן:
דײַן װאַסעֶר איִז גרוּבּ־װאַסעֶר
אוּן דײַן אַש איִז פוּן בּרעֶן־האָלץ ²).

פרעֶגט איִהם ר׳עֲקִיבָא: ר׳ יְהוֹשֻעַ, האָסט זיִך געֶלאָזט איִבּעֶרבּעֵטעֶן? געֶטהוּן האָבּעֶן מיִר עֶס איִנגאַנצעֶן נוּר פוּן דײַן כָּבוׂד װעֶגעֶן — מאָרגעֶן אָבּעֶר ↰ 92 װעֶלעֶן מיִר בּײֵדעֶ, איִך מיִט דיִר, מוּזעֶן קוּמעֶן גאַנץ פריִה צוּ איִהם אוׂיף דעֶר טהיִר...

¹) דאָס הײֵסט: רבּן גמליאֵל איִז תּמיד געֶװעֶן אַ נשיא — דאַרף עֶר בּלײַבּעֶן אוׂיף װײַטעֶר. ²) דעֶר כּהן פלעֶג רײֵניִגעֶן אוּמרײֵנעֶנעֶ מיִט הײֵליִגעֶ שפּרעֶנג־װאַסעֶר אוׂיסגעֶמיִשט מיִט אַש פוּן דעֶר פעֶרבּרענטעֵר פּרה־אדוּמה.

דאָך האָט מעֶן ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה׳ן ניִשט אַראָפּגעֶזעֶצט. פלעֵג רַבָּן גַמְלִיאֵל דַרְשֶנ׳עֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָש צװײֵ שַבָּתִים דוּרכאַנאַנד אוּן ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה — אַ דריִטעֶן.

דעֶר נָשִׂיא בּעֶדיִענט זײַנעֶ געֶסט.

אײֵנמאָל אוׂיף דעֶר חֲתוּנָה פוּן רַבָּן גַמְלִיאֵל׳ס זוּהן, זעֶנעֶן דיִ דרײַ תַּנָאִים, ר׳ אֱלִיעֶזֶר, ר׳ יְהוֹשֻׁעַ אוּן ר׳ צָדוֹק, געֶזעֶסעֶן בּײַ׳ם טיִש, אוּן ר׳ גַמְלִיאֵל איִז געֶשטאַנעֶן בּײַ זײֵ אוּן דעֶרלאַנגט זײֵ דעֶם װײַן. װיִל עֶר אוּנטעֶרטראָגעֶן אַ כּוׂס ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן, נעֶהמט עֶר ניִשט אָן; דעֶרלאַנגט עֶר דעֶם כּוׂס ר׳וׂיְהוֹשֻעַ׳ן, נעֶהמט עֶר איִהם צוּ. זאָגט איִהם ר׳ אֱלִיעֶזֶר: „װאָס הײֵסט עֶס, יְהוֹשֻעַ, מיִר זיִצעֶן זיִך אוּן רַבָּן גַמְלִיאֵל אוּנזעֶר רֶבִּי שטעֶהט אוּן דעֶרלאַנגט אוּנז װײַן?” עֶנטפעֶרט עֶר: „מיִר געֶפוּנעֶן, אַז אַ גרעֶסעֶרעֶר פוּן איִהם האָט אוׂיך בּעֶדיִענט געֶסט. אַבְרָהָם איִז געֶװיִס געֶװעֶן דעֶר גרעֶסטעֶר פוּן זײַן דוׂר, שרײַבּט זיִך װעֶגעֶן איִהם „אַז עֶר איִז געֶשטאַנעֶן איִבּעֶר זײֵ” — איִבּעֶר זײַנעֶ געֶסט הײֵסט עֶס, צוּ בּעֶדיִענעֶן זײֵ; מײֵנסטוּ אֶפְשַׁר דעֶרפאַר װײַל עֶר האָט געֶזעֶהן אַז עֶס זעֶנעֶן מַלְאָכִים? נײֵן, זײֵ האָבּעֶן גאָר איִהם אוׂיסגעֶװיִזעֶן װיִ אַראַבּעֶר, — מעֶג דאָך רַבָּן גַמְלִיאֵל פאַר אַזוׂינעֶ געֶסט װיִ מיִר אַװַדְאִי דעֶרלאַנגעֶן דעֶם װײֵן”.

זאָגט זײֵ רַבִּי צָדוֹק: „בּיִז װיִ לאַנג װעֶט איִהר אַװעֶקלעֶגעֶן גאָט׳ס כָּבוׂד אוּן זיִך אָפּגיִבּעֶן מיִט׳ן כָּבוׂד פוּן לײַטעֶן? גאָט בָּרוּך־הוּא אַלײֵן לאָזט בּלאָזעֶן װיִנטעֶן, טרײַבּט װאָלקעֶנס, גיִט רעֶגעֶן אוּן מאַכט בּעֶװאָקסעֶן דיִ עֶרד אוּן גרײֵט אַ טיִש פאַר יעֶדעֶן בּעֶזוּנדעֶר, — מעֶג דאָך רַבָּן גַמְלִיאֵל פאַר אוּנז אַװַדְאִי דעֶרלאַנגעֶן דעֶם װײַן!”

פוּן קְלָלוׂת-בְּרָכוׂת.

רַבָּן גַמְלִיאֵל האָט אוׂיסגעֶגיִבּעֶן זײַן טאָכטעֶר. אײֵדעֶר זיִ האָט פעֶרלאָזעֶן דעֶם פאָטעֶרס הוׂיז, זאָגט זיִ איִהם: „טאַטעֶ, בּעֶנש מיִך. װיִנשט עֶר איִהר: „גאָט זאָל גיִבּעֶן, אַז װיִ דוּ געֶהסט איִצט אַװעֶק זאָלסטוּ שוׂין מעֶהר אַהעֶר זיִך ניִשט אוּמקעֶהרעֶן”. שפּעֶטעֶר, אַז זיִ האָט געֶבּוׂירעֶן אַ יוּנגעֶל, האָט זיִ װיִדעֶר בּײַ איִהם געֶבּעֵטעֶן אַ בְּרָכָה, װיִנשט עֶר איִהר: „גאָט זאָל גיִבּעֶן, אַז קײַן „אוׂי־װעֶה” זאָל קײֵנמאָל זיִך ניִשט אוׂיסלאָזעֶן בּײַ דיִר פוּן מוׂיל”. זאָגט זיִ איִהם: „טאַטעֶ, צװײֵ שִׂמְחוׂת זעֶנעֶן בּײַ מיִר געֶװעֶן אוּן בּײֵדעֶ מאָל האָסטוּ מיִר געֶשאָלטעֶן!”

— נײֵן, טאָכטעֶר — עֶנטפעֶרט עֶר איִהר — בּײֵדעֶ מאָל זעֶנעֶן עֶס געֶװעֶן ↰ 93 בְּרָכוֹת: אַז דוּ װעֶסט לעֶבּעֶן מיִט דײַן מאַן איִן פריִעדעֶן, װעֶסטוּ שוֹין מְמֵילָא קײֵנמאָל ניִשט דאַרפעֶן אוּמקעֶהרעֶן זיִך אַהעֶר, אוּן אַז דײַן קיִנד װעֶט דיִר שטעֶנדיִג זײַן געֶזוּנד אוּן שטאַרק װעֶט זיִך פוּן דײַן מוֹיל קײֵנמאָל קײַן „אוׂי” ניִשט אוׂיסלאָזעֶן: „אוׂי־װעֶה, דאָס קיִנד האָט נאָך ניִשט געֶגעֶסעֶן! אוׂי־װעֶה, דאָס קיִנד האָט נאָך ניִשט געֶטרוּנקעֶן! אוׂי־װעֶה, דאָס קיִנד איִז נאָך איִן שוּלעֶ ניִשט געֶגאַנגעֶן!”.

רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן הוֹרְקְנוֹס.
(דעֶר גרוׂיסעֶר).
װיִ רַבִּי אֱלִיעֶזֶר האָט זיִך געֶנוּמעֶן צוּ׳ם לעֶרנעֶן.

דעֶר גרוׂיסעֶר ר׳ אֱלִיעֶזֶר בֶּן הוֹרְקְנוֹס, האָט בּיִז צװײֵ־אוּן־צװאַנציִג יאָהר גאָר ניִשט געֶלעֶרעֶנט קײַן תּוׂרָה. זײַן פאָטעֶר הוֹרְקְנוֹס איִז געֶװעֶן אַ רײַכעֶר גוּט־בּעֶזיִצעֶר אוּן אוׂיף זײַנעֶ פעֶלדעֶר האָבּעֶן געֶאַרבּײַט פיִעל אַרבּײַטעֶר. דיִ זיִהן זײַנעֶ, אֱלִיעֶזֶר מיִט דיִ איִבּריִגעֶ בּריִדעֶר, פלעֶגעֶן אַלײֵן אוׂיך אַרבּײַטעֶן איִן פעֶלד. אײֵנמאָל שטעֶהעֶן אַזוׂי דיִ בּריִדעֵר איִן פעֶלד אוּן אַקעֶרעֶן, אַלעֶ אוׂיף אוֹיסגעֶאַרבּײֵטעֶ עֶרד, אוּן נוּר אֱלִיעֶזֶר אוׂיף שטײֵנהאַרטעֶ נײַלאַנד. פּלוּציִם װאַרפט אֱלִיעֶזֶר אַװעֶק דעֶם אַקעֶר, זעֶצט זיִך איִן אַ זײַט אוּן צוּװײֵנט זיִך. פרעֶגט דעֶר פאָטעֶר: װאָס װײֵנסטוּ? עֶרגעֶרסט זיִך אֶפְשַר, װאָס עֶס קוּמט דיִר אוׂיס צוּ אַקעֶרעֶן האַרטעֶ נײַלאַנד — נעֶהם זיִך אַקעֶרעֶן דיִ װײֵכעֶ. געֶהט עֶר איִבּעֶר אוׂיף דעֶר װײֵכעֶר, זעֶצט זיִך דאָרט אַװעֶק אוּן װײֵנט װיִדעֶר.

פרעֶגט איִהם דעֶר פאָטעֶר:

— אוּן אַצוּנד װאָס װײֵנסטוּ? דאָס געֶפעֶהלט דיִר אוׂיך ניִשט?

— נײֵן, ניִשט דאָס — זאָגט עֶר.

— װאָס דעֶן װײֵנסטוּ?

— איִך װיִל לעֶרנעֶן תּוׂרָה!

— אַ מעֶנש פוּן צװײֵ־אוּן־צװאַנציִג יאָהר פעֶרגליִסט זיִך איִהם פּלוּצוּם אָנהוׂיבּעֶן לעֶרנעֶן. שלאָג זיִך אַרוׂיס פוּן קאָפּ. בּעֶסעֶר האָבּ חֲתוּנָה, װעֶסטוּ האָבּעֶן קיִנדעֶר, פיִהרעֶן זײֵ איִן שוּלעֶ אוּן זײֵ װעֶלעֶן שוׂין לעֶרנעֶן תּוׂרָה.

אַלעֶמאָל קוּמט עֶר װיִדעֶר פאַר׳ן פאָטעֶר אוּן זאָגט:

— מאָרגעֶן געֶה איִך מעֶהר איִן פעֶלד ניִשט אַרבּײַטעֶן. ס׳איִז בּײַ מיִר געֶבּליִבּעֶן זיִך אַװעֶקלאָזעֶן קײַן יְרוּשָלַיִם דאָרט צוּ לעֶרנעֶן תּוׂרָה איִן ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי׳ס בֵּית־הַמֶדְרָש.

↤ 95

שרײַעט אוׂיף איִהם אָן דעֶר פאָטעֶר: „מאָרגעֶן גאַנץ פריִה, נאָך אײֵדעֶר דוּ װעֶסט עֶפּיִס איִן מוׂיל נעֶהמעֶן, מוּזטוּ מיִר פריִהעֶר אוׂיסאַקעֶרעֶן אַ שטיִק פעֶלד”.

שטעֶהט אֱלִיעֶזֶר אוׂיף פאַרטאָג אוּן נעֶהמט אַקעֶרעֶן דאָס פעֶלד. איִן מיִטעֶן אַקעֶרעֶן פאַלט דיִ קוּה אוּן בּרעֶכט זיִך אוׂיס אַ פוּס. טראַכט עֶר זיִך: „צוּליִעבּ מײַן זְכוּת האָט דיִ קוּה צוּבּראָכעֶן דיִ פוּס”...

אַנטלוׂיפט עֶר פוּן דאָרט אוּן לאָזט זיִך איִן װעֶג קײַן יְרוּשָׁלַיִם צוּ ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי.

װיִ מעֶן דעֶרצעֶהלט איִז דאָס פאָרגעֶקוּמעֶן איִ׳ם עֶרֶב־שַׁבָּת, אוּן אַ גאַנצעֶן מֵעֵת־לְעֵת בּיִז מוֹצָאֵי־שַבָּת, האָט עֶר ניִשט געֶהאַט איִן מוׂיל; איִן װעֶג, װעֶן דאָס האַרץ האָט איִהם פעֶר׳חַלָש׳ט, האָט עֶר אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן פוּן דעֶר עֶרד אַ שטײֵנדעֶל אוּן אַרײַנגעֶנוּמעֶן איִן מוׂיל.

געֶקוּמעֶן קײַן יְרוּשָלַיִם, געֶהט עֶר אַרײַן איִן ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי׳ס שוּל, זעֶצט זיִך איִן אַ װיִנקעֶל אוּן װײֵנט. בּעֶמעֶרקט עֶס ר׳ יוֹחָנָן. פרעֶגט עֶר איִהם: װאָס װײֵנסטוּ?

עֶנטפעֶרט עֶר: איִך װיִל לעֶרנעֶן תּוׂרָה.

— האָסטוּ שוׂין עֶפּיִס אַמאָל געֶלעֶרעֶנט?

— נײֵן, גאָר ניִט געֶלעֶרעֶנט.

נעֶהמט ר׳ יוֹחנן מיִט איִהם לעֶרנעֶן פוּן אָנהוׂיבּ קְרִיאַת־שְמַע, דאַװנעֶן, בּעֶנשעֶן, אוּן דעֶרצוּ יעֶדעֶן טאָג נײַעֶ צװײֵ הֲלָכוׂת ¹). אַלעֶס װאָס אֱלִיעֶזֶר האָט געֶלעֶרעֶנט אַ גאַנצעֶ װאָך האָט עֶר שַׁבָּת גוּט אוׂיסגעֶ׳חַזֶר׳ט אוּן ס׳איִז בּײַ איִהם פעֶרבּליִבּעֶן. אַכט טאָג דוּרכאַנאַנד האָט אַזוׂי אֱלִיעֶזֶר פעֶרבּראַכט איִן אײֵן לעֶרנעֶן, אוּן דיִ גאַנצעֶ צײַט ניִשט געֶהאַט איִן מוׂיל, בּיִז ר׳ יוֹחָנָן האָט דעֶרשפּיִרט אַ רֵיחַ פוּן זײַן מוׂיל.

פרעֶגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן: „אֱלִיעֶזֶר מײַן זוּהן, האָסטוּ עֶפּיִס איִבּעֶרגעֶבּיִסעֶן הײַנט?” — שװײַגט עֶר. פרעֶגט עֶר איִהם נאָכאַמאָל אוּן עֶר שװײַגט אַלץ.

זאָגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן: זעֶה, הײַנט עֶסטוּ בּײַ מיִר.

— איִך האָבּ שוׂין אָפּגעֶגעֶסעֶן איִן מײַן אַכְסַנְיָא²) — עֶנטפעֶרט אֱלִיעֶזֶר.

רוּפט־צוּ ר׳ יוֹחָנָן אײֵניִגעֶ פוּן זײַנעֶ תַּלְמִידִים אוּן זאָגט זײֵ אָן: זעֶהט, איִהר זאָלט דיִ זאַך נאָכפאָרשעֶן.

לאָזעֶן זיִך אַװעֶק דיִ תַּלְמִידִים איִבּעֶר יְרוּשָׁלַיִם׳עֶר גאַסעֶן אוּן פרעֶגעֶן זיִך נאָך איִן אַלעֶ אַכְסַנְיוׂת, ציִ האַלט זיִך דאָרט ניִשט אוׂיף אײֵנעֶר פוּן זײֵעֶרעֶ חֲבֵרִים, עֶנטפעֶרט מעֶן אוּמעֶדוּם: נײֵן — בּיִז זײֵ זעֶנעֶן געֵקוּמעֶן צוּ אײֵן פרוׂי, װאָס האַלט אַן אָרוּמעֶ אַכְסַנְיָא, אוּן זיִ האָט געֶעֶנטפעֶרט: יאָ. פרעֶגעֶן זײֵ בּײ ↰ 96 איִהר: האָט עֶר דאָ עֶפּיִס מיִט זיִך? זאָגט זיִ: „עֶפּיִס האָט עֶר אַ מיִן זאַק, װאָס עֶר פאַלט אַלעֶ טאָג צוּ צוּ איִהם מיִט׳ן קאָפּ אוּן זוׂיגט פוּן איִהם װיִ פוּן אַ לאָגעֶל װײַן”. הײֵסעֶן זײֵ זיִך װײַזעֶן דעֶם דאָזיִגעֶן זאַק. שלעֶפּט זיִ איִהם אַרוׂיס אוּן זײֵ עֶפעֶנעֶן איִהם, לאָזט זיִך אוׂיס, דעֶר זאַק איִז אָנגעֶשטאָפּט מיִט עֶרד. פרעֶגעֶן זײֵ איִהר װײַטעֶר: האָט הײַנט אֱלִיעֶזֶר עֶפּיִס איִבּעֶרגעֶבּיִסעֶן? זאָגט זיִ: „נײֵן. מיִר האָבּעֶן אַלץ געֶמײֵנט, מִסְתָּמָא עֶסט עֶר בּײַ׳ם רֶבִּי׳ן. װײַזט אוׂיס, אַז עֶר האָט דיִ גאַנצעֶ אַכט טעֶג איִן מוׂיל ניִשט געֶהאַט”.

¹) דינים. ²) גאַסט־הוֹיז.

קוּמעֶן דיִ תַּלְמִידִים אוּן דעֶרצעֶהלעֶן עֶס דעֶם רֶבִּי׳ן. דעֶרהעֶרט דאָס, שרײַעט־אוׂיס רַבִּי יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי:

— אָריִמעֶר אֱלִיעֶזֶר, אַזוׂי נעֶבּיִך װאַלגעֶרסטוּ זיִך דאָ צװיִשעֶן אוּנז, נאָר װיִסעֶן זאָלסטוּ: אַזוֹ װיִ עֶס העֶרט זיִך איִצט אַ רֵיחַ פוּן דײַן מוׂיל מַחְמַת הוּנגעֶר, אַזוׂי װעֶט פוּן דײַן מוׂיל זיִך צוּגעֶהן דעֶר רֵיחַ פוּן דײַן תּוׂרָה אוּן זיִך צוּשפּרײֵטעֶן פוּן אײֵן עֶק װעֶלט בּיִז דעֶם אַנדעֶרעֶן עֶק װעֶלט.

פוּן דעֶמאָלט אָן האָט ר׳ יוֹחָנָן איִהם בּעֶשטעֶלט קעֶסט אוּן עֶר איִז געֶקוּמעֶן צוּ זיִך.

אַזוׂי זעֶנעֶן פאָראיִבּעֶר דרײַ יאָהר אוּן אֱלִיעֶזֶר האָט פלײַסיִג געֶלעֶרעֶנט תּוׂרָה פאַר ר׳ יוֹחָנָן, אוּן דיִ גאַנצעֶ צײַט אַפיִלוּ זיִך ניִשט געֶװיִזעֶן אַהײֵם פאַר׳ן פאָטעֶר.

אײֵנמאָל רוּפעֶן זיִך אָן הוֹרְקְנוֹס׳ס קיִנדעֶר צוּם פאָטעֶר: „זעֶה װאָס דײַן זוּהן אֱלִיעֶזֶר האָט דיִר אָפּגעֶטהוּן — אוׂיף דעֶר עֶלטעֶר דיִך איִבּעֶרגעֶלאָזט אוּן איִז אַװעֶק קײַן יְרוּשָלַיִם .עֶר האָט פעֶרדיִענט דוּ זאָלסט איִהם אָפּזאָגעֶן פוּן יְרוּשָׁה”.

פאָלגט הוֹרְקְנוֹס אוּן געֶהט אַװעֶק קײַן יְרוּשָׁלַיִם מיִט דעֶר דֵעָה אוׂיסצוּשליִסעֶן אֱלִיעֶזֶר׳ן פוּן יְרוּשָׁה. קוּמט עֶר אָן קײַן יְרוּשָׁלַיִם פּוּנקט איִן דעֶם טאָג, װעֶן בּײַ ר׳ יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי איִז געֶװעֶן אַ גרוׂיסעֶר מאָהלצײַט. צוּ דעֶר סְעוּדָה זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן דיִ גרעֶסטעֶ פאַרנעֶהמסטעֶ לײַט פוּן דעֶר מְדִינָה: בּן‏־צִיצִית־הַכְּסַת, נַקְדִימוֹן־בֶּן־גוּרְיוֹן אוּן בֶּן־כַּלְבָּא־שָבוּעַ, דעֶרצעֶהלט מעֶן ר׳ יוֹחָנָן, אַז דעֶר גוּט־בּעֶזיִצעֶר הוֹרְקְנוֹס איִז אָנגעֶקוּמעֶן. הײֵסט עֶר מאַכעֶן פאַר איִהם אַ פּלאַץ צװיִשעֶן דיִ געֶסט, בּעֶזעֶצט מעֶן איִהם אוׂיבּעֶן־אָן צװיִשעֶן אַלעֶ פאָרנעֶהמעֶ ליִט. זיִצט עֶר צװיִשעֶן עוׂלָם מיִט גרוׂיס אָפּשײַ אוּן ציִטעֶרט. איִן מיִטעֶן דעֶר סְעוּדָה שטעֶלט זיִך ר׳ יוֹחָנָן אָפּ מיִט דיִ אוׂיגעֶן אוׂיף ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן אוּן זאָגט איִהם: „נעֶהם זאָג עֶפּיִס פאַר׳ן עוׂלָם”.

עֶנטפעֶרט ר׳ אֱלִיעֶזֶר: רַבִּי, װאָס קעֶן איִך זאָגעֶן, קעֶן דעֶן אַ בּרוּנעֶן אַרוׂיסגעֶבּעֶן װאַסעֶר מעֶהר װיִ מעֶן גיִסט איִן איִהם אַרײַן? קעֶן איִך דעֶן זאָגעֶן דִבְרֵי־תּוֹרָה מעֶהר װיִ איִך האָבּ דײַ דיִר בּעֶקוּמעֶן?

— נײֵן, מײַן זוּהן — זאָגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן — ניִשט קײַן בּרוּנעֶן בּיִסטוּ, ↤ 97 דוּ בּיִסט אַ קװאַל, אַ לעֶבּעֶדיִגעֶר קװאַל, װאָס פליִסט אוּן גיִסט פריִשעֶ װאַסעֶר פוּן זיִך אַלײֵן. דוּ פעֶרמאָגסט אײֵגעֶנס.

אוּן אַז ר׳ יוֹחָנָן מיִט דיִ תַּלְמִידִים זעֶנעֶן צוּ איִהם צוּגעֶשטאַנעֶן, האָט ר׳ אֱלִיעֶזֶר זיִך אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אוּן געֶעֶפעֶנט דאָס מוׂיל.

איִן דעֶר לוּפט האָבּעֶן זיִך געֶטראָגעֶן װעֶרטעֶר, װאָס זיִנט דיִ װעֶלט שטעֶהט האָט נאָך קײַן אוׂיעֶר זײֵ ניִשט געֶהעֶרט. דאָס פָּנִים פוּנ׳ם יוּנגעֶן דַרְשָן האָט געֶשײַנט, װיִ דיִ זוּן; שטראַהלעֶן, װיִ פוּן משֶׁה רַבֵּינוּ׳ס געֶזיִכט, האָבּעֶן פעֶרבּלעֶנדט דיִ אוׂיגעֶן אוּן דעֶר גאַנצעֶר עוׂלָם האָט ניִשט געֶװאוּסט, אוׂיף װאָס פאַר אַ װעֶלט עֶר איִז, ציִ ס׳איִז טאָג ציִ נאַכט.

נאָך דעֶר דְרָשָה שטעֶלט זיִך ר׳ יוֹחָנָן אוׂיף, גיִט דעֶם תַּלְמִיד אַ קוּש אוׂיפ׳ן קאָפּ אוּן זאָגט: „אַז װאוׂיל איִז אײַך, אַבְרָהָם, יִצְחָק אוּן יַעֲקב‎, װאָס אַזאַ קיִנד איִז פוּן אײַך אַרוׂיסגעֶקוּמעֶן”.

— אוׂיף װעֶמעֶן זאָגט עֶר עֶס? — דעֶרפרעֶגט זיִך הוֹרְקְנוֹס בּײַם עוׂלָם.

— אוׂיף דײַן זוּהן אֱלִיעֶזֶר — עֶנטפעֶרט מעֶן איִהם.

— אוׂיבּ אַזוׂי, האָט עֶר בּעֶדאַרפט אַנדעֶרש זאָגעֶן: „אַז װאוׂיל איִז מיִר, װאָס אַזאַ קיִנד איִז פוּן מיִר אַרוׂיסגעֶקוּמעֶן!”

אוּן דעֶר אַלטעֶר הוֹרְקְנוֹס איִז בּאַלד אַרוׂיף אוׂיף אַ בּאַנק אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן פאַר׳ן גאַנצעֶן יְרוּשָלַיִם׳עֶר עוׂלָם:

— רַבּוׂתַי! געֶקוּמעֶן בּיִן איִך אַהעֶר מיִט דעֶר דֵעָה, אָפּצוּזאָגעֶן מײַן זוּהן אֱלִיעֶזֶר פוּן מײַנעֶ גיִטעֶר. איִצט אָבּעֶר לאָז איִך איִבּעֶר אַלעֵ מײַנעֶ גיִטעֶר פאַר מײַן זוּהן אֱלִיעֶזֶר אַלײֵן, דיִ איִבּריִגעֶ בּריִדעֶר האָבּעֶן קײֵן שוּם חֵלֶק ניִשט.

— נײֵן, פאָטעֶר — זאָגט איִהם אוׂיף דעֶם ר׳ אֱלִיעֶזֶר — װאָלט איִך פעֶרלאַנגט עֶרד בּײַ גאָט, קעֶן עֶר מיִר געֶבּעֶן, — „דיִ עֶרד אוּן אַלעֶס װאָס איִן איִהר געֶהעֶרט צוּ גאָט”. װאָלט איִך גאָלד אוּן זיִלבּעֶר פעֶרלאַנגט, קעֶן עֶר דאָך מיִר אוׂיך געֶבּעֶן — „דאָס זיִלבּעֶר איִז מײַנס, אוּן דאָס גאָלד איִז מײַנס, זאָגט גאָט”. מײַן פעֵרלאַנג אָבּעֶר פוּן גאָט איִז נוּר אײֵן זאַך: תּוׂרָה אַלײֵן.

ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ס בֵּית־הַמֶדְרָש.

ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ס בֵּית־הַמֶדְרָשׁ איִז געֶװעֶן געֶמאַכט רוּנד, װיִ אַ רײַטבּאַהן; אוּן געֶװעֶן איִז דאָרט אַ שטײֵן, אוׂיף װעֶלכעֶן נוּר עֶר אַלײֵן פלעֶג זיִצעֶן. אײֵנמאָל קוּמט אַהיִן אַרײַן ר׳ יְהוֹשׁע, חאַפּט עֶר קוּשעֶן דעֶם שטײֵן אוּן זאָגט דעֶרבּײַ: „אָט דעֶר שטײֵן איִז גלײַך צוּ׳ם בּאַרג סִינַי, אוּן דעֶר װאָס זיִצט אוׂיף איִהם — צוּ׳ם אָרוׂן מיִט דיִ הײֵליִגעֶ לוּחוׂת”.

דיִ גרוׂׂיסעֶ מַחְלוֹקֶת.

אײֵנמאָל איִז אוׂיסגעֶבּראָכעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ אַ גרוׂיסעֶ מַחְלוֹקֶת צװיִשעֶן ↰ 98 ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן אוּן דיִ חֲכָמִים װעֶגעֶן אַ דִין פוּן טַהֲרָה־וּטוּמְאָה ¹), ר׳ אֱלִיעֶזֶר האָט געֶזאָגט: רײֵן, אוּן אַלעֶ אַנדעֶרעֶ חֲכָמִים — אוּמרײֵן. װיִפיִעל בּעֶװײַזעֶן ר׳ אֱלִיעֶזֶר האָט דעֶמאָלט ניִשט געֶבּראַכט, האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים אַלץ ניִשט אָנגעֶנוּמעֶן. װעֶרט עֶר אוׂיפגעֶבּראַכט אוּן שרײַעט־אוׂיס: „אוׂיבּ דעֶר דִין איִז װיִ איִך זאָג — זאָל דעֶר דאָזיִגעֶר בּאָקסעֶרבּוׂים בּעֶװײַזעֶן!” — גיִט זיִך דעֶר בּאָקסעֶרבּוים אַ רײַס־אוׂיס מיִט׳ן װאָרצעֶל פוּן דעֶר עֶרד אוּן פאַלט־אוּם הוּנדעֶרט אײֵלעֶן דעֶרװײַט.

זאָגעֶן דיִ חֲכָמִים: „פוּן אַ בּאָקסעֶרבּוׂים נעֶהמט מעֶן קײַן בּעֶװײַז ניִשט”.

שרײַעט ר׳ אֱלִיעֶזֶר װיִדעֶר אוׂיס: „אוׂיבּ דעֶר דִין איִז װיִ איִך — זאָל דעֶר קװאַל װאַסעֶר בּעֶװײַזעֶן!” — האָט דאָס װאַסעֶר איִן קװאַל אָנגעֶהוׂיבּעֶן פליִסעֶן צוּריִקװעֶגס.

זאָגעֶן איִהם דיִ חֲכָמִים: „פוּן אַ קװאַל װאַסעֶר נעֶהמט מעֶן קײַן בּעֶװײַז ניִשט”.

שרײַעט עֶר װיִדעֶר אוׂיס: „אוׂיבּ דעֶר דִין איִז װיִ איִך — זאָלעֶן דיִ װעֶנט פוּן בֵּית־הַמֶדְרָש בּעֶװײַזעֶן!” — האָבּעֶן דיִ װעֶנט פוּן בֵּית־הַמֶדְרָש זיִך בּאַלד אײַנגעֶבּוׂיגעֶן אוׂיף אוּמצוּפאַלעֶן. שרײַעט ר׳ יְהוֹשֻעַ אוׂיף זײֵ אָן: „װעֶן עֶס געֶהט אַ קריִעג צװיִשעֶן תַּלְמִידֵי־חֲכָמִים װעֶגעֶן אַ דִין — װיִ קוּמט איִהר זיִך דאָ אַרײַנצוּמיִשעֶן?” — זעֶנעֶן דיִ װעֶנט אַזוׂי געֶבּליִבּעֶן: ניִשט אײַנגעֶפאַלעֶן איִנגאַנצעֶן צוּליִעבּ ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ס כָּבוׂד, אוּן ניִשט אוׂיסגעֶגלײַכט זיִך צוּליִעבּ ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ס כָּבוׂד — אוּן אַזוׂי שטעֶהעֶן זײֵ נאָך אײַנגעֶבּוׂיגעֶן בּיִז הײַנטיִגעֶן טאָג.

שרײַעט ר׳ אֱלִיעֶזֶר װיִדעֶר אוׂיס: „אוׂיבּ דעֶר דִין איִז װיִ איִך — זאָל מעֶן פוּנ׳ם היִמעֶל בּעֶװײַזעֶן!” לאָזט זיִך העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: „װאָס האָט איִהר צוּ ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן? אוּמעֶטוּם בּלײַבּט דעֶר דִין װיִ עֶר זאָגט”. שטעֶלט זיִך ר׳ יְהוֹשֻעַ אוׂיף אוּן רוּפט־אוׂיס: „ניִשט אוׂיפ׳ן היִמעֶל איִז דיִ תּוׂרָה” — מיִר העֶרעֶן ניִשט קײַן בַּת־קוׂל! דוּ אַלײֵן האָסט שוׂין לאַנג אָנגעֶשריִבּעֶן איִן דעֶר תּוׂרָה אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי: „נאָכ׳ן רַבִּיס נאָכגיִבּעֶן זיִך”.

טרעֶפט אײֵנמאָל ר׳ נָתָן אֵלִיָהוּ׳ן, פרעֶגט עֶר בּײַ איִהם: „װאָס האָט גאָט בָּרוּך־הוּא איִן יעֶנעֶר שָעָה געֶטהוּן?”

עֶנטפעֶרט איִהם אֵלִיָהוּ: געֶשמײֵכעֶלט האָט עֶר אוּן דעֶרבּײַ געֶזאָגט: „מײַנעֶ קיִנדעֶר האָבּעֶן מיִך בּײַגעֶקוּמעֶן! בּײַגעֶקוּמעֶן האָבּעֶן מיִך מײַנעֶ קיִנדעֶר!”

מעֶ דעֶרצעֶהלט: איִן יעֶנעֶם טאָג פוּן דעֶר גרוׂיסעֶר מַחְלוֹקֶת האָט מעֶן אַלעֶ זאַכעֶן, װאָס ר׳ אֱלִיעֶזֶר האָט אוׂיף זײֵ געֶפַּסְק׳עֶנט אַז זײֵ זעֶנעֶן רײֵן, צוּנוׂיפגעֶבּראַכט איִן בֵּית־הַמֶדְרָש אוּן פעֶרבּרעֶנט אוׂיפ׳ן פײַעֶר. אוּן מ׳האָט זיִך װעֶגעֶן איִהם צוּנוׂיפגעֶרעֶדט אוּן איִהם „געֶבּעֶנשט” ²). קלעֶרט מעֶן: „װעֶר זאָל ↰ 99 געֶהן איִהם דאָס אָנזאָגעֶן?” רוּפט זיִך אַרוׂיס ר׳ עֲקִיבָא: „איִך װעֶל געֶהן, װאָרוּם אוׂיבּ אַ אוּנפּאַסיִגעֶר מעֶנש װעֶט דאָס איִהם אָנזאָגעֶן, קעֶן עֶר נאָך חָרוּב מאַכעֶן דיִ גאַנצעֶ װעֶלט. װיִ אַזוׂי־זשעֶ האָט עֶס ר׳ עֲקִיבָא געֶטהוּן? עֶר האָט זיִך אָנגעֶצוֹיגעֶן איִן שװאַרצעֶן אוּן אײַנגעֶהיִלט איִן שװאַרצעֶן, אוּן קוּמעֶנדיִג פאַר ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן איִז עֶר געֶבּליִבּעֶן זיִצעֶן פיִער אײֵלעֶן פוּן דעֶרװײַטעֶן. פרעֶגט איִהם ר׳ אֱלִיעֶזֶר: „עֲקִיבָא, װאָס איִז הײַנטיִגעֶר טאָג אַנדעֶרש פוּן אַלעֶ?”, זאָגט עֶר איִהם: „מיִר שײַנט, אַז דיִ חֲבֵרִים האַלטעֶן זיִך פוּן דיִר פוּן דעֶר־װײַטעֶנס”. דעֶרהעֶרט דאָס, האָט עֶר בּאַלד צעֶריִסעֶן דיִ קלײֵדעֶר זײַנעֶ, אוׂיסגעֶטהוּן דיִ שיִך, זיִך אַראָפּגעֶלאָזט אוּן געֶבּליִבּעֶן זיִצעֶן אוׂיף דעֶר עֶרד. טרעֶהרעֶן האָבּעֶן זיִך איִהם געֶגאָסעֶן פוּן דיִ אוׂיגעֶן. איִז דיִ װעֶלט בּאַלד געֶפּלאָגט געֶװאָרעֶן: אַ דריִטעֶל האָט זיִ געֶליִטעֶן איִן אײֵלבּיִרטעֶן, אַ דריִטעֶל איִן װײֵץ אוּן אַ דריִטעֶל איִן געֶרשטעֶן. אַפיִלוּ דאָס טײֵג איִן דעֶר פרוׂי׳ס האַנד האָט געֶנעֶצט אוּן צוּקראָכעֶן געֶװאָרעֶן. גרוׂיס איִז געֶװעֶן איִן יעֶנעֶם טאָג דעֶר צאָרן אוׂיף דעֶר װעֶלט: יעֶדעֶס אָרט װאָס ר׳ אֱלִיעֶזֶר האָט אַהיִן אַ װאָרף געֶטהוּן מיִט׳ן אוׂיג, איִז אוׂיסגעֶבּרעֶנט געֶװאָרעֶן.

¹) רײֵנקײַט אוּן אוּמרײֵנקײַט. ²) געֶמײֵנט: אַרײַנגעֶװאָרפעֶן איִן חרם.

דעֶר נָשִׂיא רַבָּן גַמְלִיאֵל איִז אוׂיך געֶװעֶן איִן געֶפאַהר, עֶר איִז גראָד דעֶמאָלט געֶפאָהרעֶן אוׂיף אַ שיִף, האָט זיִך אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אַ שקװאַל איִהם צוּ דעֶרטריִנקעֶן. קלעֵרט עֶר זיִך: „מיִר שײַנט דאָס זאָל זײַן נוּר צוּליִעבּ ר׳ אֱלִיעֶזֶר בֶּן הוֹרְקְנוֹס”. שטעֶלט עֶר זיִך אוׂיף אוּן רוּפט־אוׂיס: „רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם, פאַר דיִר איִז דאָך בּעֶװאוּכס, אַז ניִשט צוּליִעבּ מײַן כָּבוׂד האָבּ איִך עֶס געֶטהוּן אוּן ניִשט צוּליִעבּ׳ן כָּבוׂד פוּן מײַן פאָטעֶר׳ס הוׂיז, נוּר בּלוׂיז צוּליִעבּ דײַן כָּבוׂד, כְּדֵי עֶס זאָל זיִך ניִשט מעֶהרעֶן קײַן מַחְלוֹקֶת צװיִשעֶן יוּדעֶן” — האָט זיִך דעֶר יָם גלײַך בּעֶרוּהיִגט פוּן שטוּרם.

אִמָא־שָׁלוֹם, ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ס װײַבּ, איִז געֶװעֶן ר׳ גַמְלִיאֵל׳ס אַ שװעֶסטעֶר, האָט זיִ פוּן יעֶנעֶר מַעֲשֶׂה אָן געֵהיִט ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן עֶר זאָל ניִשט פאַלעֶן אוׂיפ׳ן פָּנִים בּײַ זײַן תְּפִלָה. אײֵנמאָל האָט זיִך געֶמאַכט אַז זיִ האָט אַרוׂיסגעֶטראָגעֶן פאַר אַן אָרוּמאַן אַ שטיִקעֶל בּרוׂיט, קוּמט זיִ אַרײַן צוּריִק, טרעֶפט זיִ ר׳ אֱלִיעֶזֶר װיִ עֶר ליִגט אוׂיפ׳ן פָּנִים. שרײַעט זיִ אוׂיס: „שטעֶה־אוׂיף, האָסט שוׂין געֶהַרְג׳עֶט מײַן בּרוּדעֶר!” איִן דעֶם לאָזט זיִך העֶרעֶן פוּנ׳ם נָשִׂיא ר׳ גַמְלִיאֵל׳ס הוׂיז דאָס קוׂל פוּנ׳ם שוׂפָר: „געֶשטאָרבּעֶן רַבָּן גַמְלִיאֵל”.

— פוּן װאַנעֶן האָסטוּ עֶס געֶװאוּסט — פרעֶגט זיִ ר׳ אֱלִיעֶזֶר.

— מיִר האָבּעֶן עֶס אַ קַבָּלָה פוּן אוּנזעֶר זײֵדעֶנס־הוׂיז — עֶנטפעֶרט זיִ — אַלעֶ טוׂיעֶרעֶן איִן היִמעֶל װעֶרעֶן געֶשלאָסעֶן, דיִ טוׂיעֶרעֶן װאָס נעֶהמעֶן־אוׂיף אָנקלאָגעֶן פאַר יִסוּרִים — קײֵנמאָל ניִשט.

↤ 100

װעֶן ר ׳אֱלִיעֶזֶר איִז קראַנק געֶװאָרעֶן.

אַז ר׳ אֱלִיעֶזֶר איִז קראַנק געֶװאָרעֶן זעֶנעֶן דיִ תַּלְמִידִים זײַנעֶ געֶקוּמעֶן איִהם בּעֶזוּכעֶן. רוּפט עֶר זיִך אָן צוּ זײֵ:

— אַ גרוׂיסעֶר צאָרן איִז אוׂיסגעֶגאָסעֶן אוֹיף דעֶר װעֶלט!

הוׂיבּעֶן דיִ תַּלְמִידִים אָן צוּ װײֵנעֶן, נוּר אײֵן ר׳ עֲקִיבָא האָט געֶשמײֵכעֶלט. פרעֶגעֶן זײֵ איִהם: „פאַר װאָס לאַכסטוּ?”

פרעֶגט עֶר זײֵ: „אוּן איִהר, פאַר װאָס װײֵנט איִהר?”

— װיִ זאָלעֶן מיִר ניִשט װײֵנעֶן — עֶנטפעֶרעֶן זײֵ — אַז מיִר זעֶהעֶן דיִ סֵפֶר־תּוׂרָה געֶפוּנט זיִך איִן אַזעֶלכעֶ לײֵדעֶן.

— אוּן דעֶרפאַר טאַקיִ לאַך איִך — זאָגט עֶר — װאָרוּם זוׂילאַנג איִך האָבּ געֶזעֶהן, אַז בּײַ׳ם רֶבִּי׳ן װעֶרט דעֶר װײַן קײֵנמאָל ניִשט זוׂיעֶר, דעֶר פלאַקס — געֶשלאָגעֶן, דעֶר בּוׂימעֶל — פעֶרשטיִנקעֶן אוּן דעֶר האָניִג — געֶהיִרט, האָבּ איִך אַלץ געֶזאָרגט, אֶפְשַׁר האָט דעֶר רַבִּי אָפּגעֶנוּמעֶן חָלִילָה זײַן גאַנץ עוׂלָם־הַבָּא ¹) אוׂיף דעֶר װעֶלט; איִצט אָבּעֶר, װעֶן איִך זעֶה דעֶם רֶבּי׳ן איִן אַזאַ צַעַר, בּיִן איִך צוּפריִעדעֶן.

רוּפט זיִך אָן ר׳ אֱלִיעֶזֶר: „עקיבא, האָבּ איִך דעֶן פוּן דעֶר גאַנצעֶר תּוׂרָה עֶפּיִס־װאָס פעֶרפעֶהלט?”

עֶנטפעֶרט עֶר: „דוּ האָסט דאָך אוּנז אַלײֵן געֶלעֶרעֶנט, אַז ס׳איִז ניִשטאָ אוׂיף דעֶר װעֶלט אַ צַדִיק, װאָס זאָל טהוּן לוֹטעֶר גוּטס אוּן ניִשט זיִנדיִגעֶן”.




אַן אַנדעֶרס מאָל זעֶנעֶן ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן געֶקוּמעֶן מְבַקֵר־חוׂלֶה זײַן פיִער זְקֵנִים: ר׳ טַרְפוֹן, ר׳ יְהוֹשֻעַ, ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה אוּ ר׳ עֲקִיבָא. נעֶהמט ר׳ טַרְפוֹן איִהם אוֹיסרעֶדעֶן דאָס האַרץ. „רַבִּי — רוּפט עֶר זיִך אָן — בּיִסט פאַר יוּדעֶן בּעֶסעֶר פוּן אַ טראָפּעֶן רעֶגעֶן: אַ טראָפּעֶן רעֶגעֶן בּרײֵנגט בְּרָכָה נוּר אוׂיף דעֶר װעֶלט, דעֶר רַבִּי אָבּעֶר — װיִ אוׂיף דעֶר אַזוׂי אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט.

רוּפט זיִך ר׳ יְהוֹשֻׁעַ אָן: „רַבִּי, בּיִסט פאַר יוּדעֶן בּעֶסעֶר פוּן דעֶר זוּן: דיִ זוּן לײַכט אוּן װאַרעֶמט נוּר אוׂיף דעֶר װעֶלט, דעֶר רַבִּי אָבּעֶר — אוׂיף דעֶר אוּן אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט!

רוּפט זיִך אָן ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה: „דוּ בּיִסט פאַר יוּדעֶן בּעֶסעֶר פוּן פאָטעֶר אוּן מוּטעֶר: אַ פאָטעֶר אוּן מוּטעֶר איִז נוּר אוׂיף דעֶר װעֶלט, אוּן דעֶר רַבִּי איִז אוׂיף דעֶר װעֶלט אוּן אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט”.

רוּפט זיִך אָן ר׳ עֲקִיבָא: „יִסוּרִים דאַרפעֶן זײַן ליִעבּ”.

¹) יעֶנעֶ װעֶלט, לוׂין.

דעֶרהעֶרט דיִ װעֶרטעֶר, זאָגט ר׳ אֱלִיעֶזֶר צוּ זײַנעֶ תַּלְמִידִים: „הוֹיבּט ↰ 101 מיִך אוּנטעֶר, לאָמיִך העֶרעֶן דיִ װעֶרטעֶר פוּן עֲקִיבָא מײַן תַּלְמִיד. יאָ, „יִסוּרִים דאַרפעֶן זײַן ליִעבּ”.




פאַר ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ס פְּטִירָה זעֶנעֶן װיִדעֶר צוּ זײֵעֶר קראַנקעֶן רֶבִּי׳ן געֶקוּמעֶן ר׳ עֲקִיבָא מיִט זײַנעֶ חֲבֵרִים איִהם צוּ בּעֶזוּכעֶן. דעֶר קראַנקעֶר איִז געֶלעֶגעֶן איִן זײַן שלאָפציִמעֶר אוּן זײֵ זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן איִן זאַל. געֶװעֶן איִז עֶס גראָד פרײַטאָג פאַרנאַכט, אוּן אֱלִיעֶזֶר׳ס זוּהן, הוֹרְקְנוֹס, איִז אַרײַנגעֶקוּמעֶן צוּ׳ם פאָטעֶר איִן ציִמעֶר כְּדֵי אוׂיסצוּטהוּן איִהם דיִ תְּפִלִין ¹). האָט אוׂיף איִהם דעֶר פאָטעֶר אָנגעֶשריִגעֶן אוּן עֶר איִז אַרוׂיס פוּן דאָרט אַ פעֶרשעמטעֶר. רוּפט עֶר זיִך אָן צוּ דיִ תַּנָאִים: „מיִר שײַנט, אַז דעֶר טאַטעֶ איִז שוֹין ניִשט איִנגאַנצעֶן בּײַ דיִ געֶדאַנקעֶן”.

— דוּ מיִט דײַן מאַמעֶן זעֶנעֶן ניִשט בּײַ דיִ געֶדאַנקעֶן — לאָזט זיִך אוׂיף דעֶם העֶרעֶן ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ס קוׂל פוּן זײַן ציִמעֶר — פעֶרשפּעֶטיִגעֶן מיִט ליִכט־ציִנדעֶן איִז אַ גרעֶסעֶר חִלוּל־שַבָּת װיִ תְּפִלִין טראָגעֶן!

געֶזעֶהן אַז ר׳ אֱלִיעֶזֶר איִז בּײַ דיִ גאַנצעֶ געֶדאַנקעֶן, זעֶנעֶן דיִ חֲכָמִים צוּ איִהם אַרײַנגעֶגאַנגעֶן אוּן זיִך געֶזעֶצט פאַר איִהם פיִער אײֵלעֶן פוּן דעֶר װײַטעֶנס ²).

— צוּליִעבּ װאָס זעֶנט איִהר געֶקוּמעֶן ? — פרעֶגט עֶר זײֵ.

— לעֶרנעֶן תּוׂרָה — עֶנטפעֶרעֶן זײֵ.

— װאוּ זעֶנט איִהר בּיִז אַצוּנד געֶװעֶן?

— מיִר זעֶנעֶן ניִט געֶװעֶן אוׂיפגעֶרוׂימט.

— עֶס גלוׂיבּט זיִך מיִר ניִשט — זאָגט ר׳ אֱלִיעֶזֶר — אַז דיִ לײַט זאָלעֶן שטאַרבּעֶן מיִט׳ן אײֵגעֶנעֶם טוׂיט.

— אוּן מײַן טוׂיט װיִ װעֶט זײַן? — פרעֶגט ר׳ עֲקִיבָא.

— דעֶר עֶרגסטעֶר פוּן זײֵעֶר אַלעֶמעֶנס — — —

הוׂיבּט־אוׂיף ר׳ אֱלִיעֶזֶר זײַנעֶ צװײֵ אָריִמס אוּן לאָזט זײֵ אַראָפּ אוׂיפ׳ן האַרצעֶן. „אָ, צװײֵ אָריִמס מײַנעֶ — רוּפט עֶר אוׂיס — צװײֵ פעֶרװיִקעֶלטעֶ רײֵניִגקײַטעֶן! פיִעל תּוׂרָה האָבּ איִך אַלײֵן געֶלעֶרעֶנט, פיִעל תּוׂרָה האָבּ איִך יעֶנעֶם געֶלעֶרעֶנט. פיִעל אַלײֵן געֶלעֶרעֶנט — אוּן ניִשט געֶמיִנעֶרט פוּן מײַנעֶ לעֶהרעֶר אַפיִלוּ װיִ אַ לעֶק פוּנ׳ם יַם; פיִעל יעֶנעֶם געֶלעֶרעֶנט — אוּן מײַנעֶ תַּלְמִידִים האָבּעֶן פוּן מיִר ניִשט געֶמיִנעֶרט אַפיִלוּ אַזוׂי װיִ אַ פּיִנזעֶל פוּנ׳ם פאַרבּ־רעֶהריִל... װיִפיִעל אוׂצְרוׂת פוּן תּוׂרָה איִז נאָך געֶװעֶן בּײַ מיִר פאַר אײַך — אוּן עֶמיִצעֶר פוּן אײַך, אוׂיסעֶר אַמאָל עֲקִיבָא בֶּן יוׂסֵף, זאָל דעֶרפוּן געֶניִסעֶן!”...

¹) איִן יעֶנעֶר צײַט האָבּעֶן דיִ חכמים געֶטראָגעֶן אַ גאַנצעֶ װאָך תפלין, אוׂיסעֶר שבּת, װעֶן מעֶ טאָר עֶס ניִשט. ²) װײַל דעֶר חרם איִז נאָך פוּן איִהם ניִשט אַראָפּגעֶנוּמעֶן געֶװאָרעֶן.

↤ 102

האָבּעֶן דיִ תַּלְמִידִים געֶנוּמעֶן איִהם פרעֶגעֶן איִן טוּמְאָה וּטַהֲרָה אוּן עֶר האָט זײֵ געֶעֶנטפעֶרט אוׂיף אַלעֶ זײֵעֶרעֶ שַאֲלוׂת, אוׂיף אוּמרײֵן — אוּמרײֵן, אוּן אוׂיף רײֵן — רײֵן, בּיִז דיִ רײֵנעֶ נְשָמָה זײַנעֶ איִז מיִט׳ן װאָרט „רײֵן” אוׂיסגעֶגאַנגעֶן. דאָ איִז ר׳ יְהוֹשֻעַ אוׂיפגעֶשטאַנעֶן אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן:

— אוׂיפגעֶבּוּנדעֶן דעֶר נֵדֶר! אוׂיפגעֶבּוּנדעֶן דעֶר נֵדֶר! ¹)

שַׁבָּת־צוּ־נאַכטס, װעֶן מ׳האָט געֶפיִהרט דעֶם אָרוׂן מיִט׳ן מֵת צװיִשעֶן קֵיסַרְיָה אוּן לוּד, איִז ר׳ עֲקִיבָא איִהם אַרוׂיס אַנטקעֶגעֶן אוּן האָט זיִך אָנגעֶהוׂיבּעֶן קלאַפּעֶן איִן קאָפּ אוּן רײַסעֶן דאָס לײַבּ, בּיִז דאָס בּלוּט האָט איִהם געֶטריִפט פוּן דיִ װאוּנדעֶן צוּ דעֶר עֶרד.

— פאָטעֶר מײַנעֶר, פאָטעֶר מײַנעֶר — האָט עֶר אוׂיסגעֶבּראָכעֶן מיִט אַ יאָמעֶר, שטעֶלעֶנדיִג זיִך איִן קרײַז פוּן דיִ בּעֶגלײֵטעֶר — אוׂי, רײַטװאָגעֶן אוּן ריִטעֶר ²) פוּן יוּדיִשעֶן פאָלק! פיִעל קײֵנגעֶלד איִז דאָ בּײַ מיִר, ניִשטאָ שוֹין אָבּעֶר מעֶהר דעֵר װעֶקסלעֶר, דאָס מיִר אוׂיף גרוׂיס געֶלד אוׂיסצוּבּײַטעֶן.

¹) ד.ה. אַראָפּגעֶנוּמעֶן דעֶר חרם. ²) ד.ה. דעֶר שטאַרקסטעֶר בּעֶשיִצעֶר פוּנ׳ם פאָלק.

רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן חֲנַנְיָה.
„אַז װאוׂיל איִז זײַן מוּטעֶר”.

דעֶר אַלטעֶר יוֹנָתָן בֶּן הָרְכִּינַס, דעֶרזעֶהעֶנדיִג ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן, האָט עֶר אוׂיף איִהם אָנגעֶװעֶנדט דיִ װעֶרטעֶר פוּן יעֶנעֶם פָּסוּק איִן יְשַעְיָה:

„װעֶמעֶן לעֶרעֶנט מעֶן װיִסעֶנשאַסט —
עֶרשט־אַנטװעֶהנטעֶ פוּן דעֶר מוּטעֶרס מיִלך”.

אוּן האָט דעֶרבּײַ צוּגעֶגעֶבּעֶן:

— עֶס געֶדעֶנקט זיִך מיִר, אַז דיִ מוּטעֶר זײַנעֶ פלעֶג איִהם בּרײֵנגעֶן איִנ׳ם װיִעגעֶלעֶ איִן בֵּית־הַמֶדְרָש אַרײַן, כְּדֵי צוּ זײַנעֶ אוׂיעֶרעֶן זאָלעֶן זיִך פוּן קיִנדװײַז אָן אָנקלעֶפּעֶן תּוֹרָה־װעֶרטעֶר.

ר׳ יְהושֻעַ אַלײֵן פלעֶג זאָגעֶן: „אַפיִלוּ װעֶן אַלעֶ יַמ׳עֶן זאָלעֶן טיִנט זײַן, אַלעֶ טשעֶרעֶט־רעֶהרליִך — פּעֶנעֶס, היִמעֶל אוּן עֶרד — פּאַרמעֶט, אוּן אַלעֶ מעֶנשעֶן — שרײַבּעֶר, װעֶט דאָס אַלץ ניִט קלעֶקעֶן צוּ בּעֶשרײַבּעֶן װיִפיִעל תּוֹרָה איִך האָבּ אוׂיסגעֶלעֶרעֶנט. דאָך האָבּ איִך זיִ ניִשט אָנגעֶריִהרט אַפיִלוּ אוׂיף אַזוׂי פיִעל, װיִ אײֵן פּיִנזעֶל־טוּנק קעֶן אָנריִהרעֶן דעֶם יַם.

שעֶהנעֶ חָכְמָה איִן אַ מיִאוּסעֶר כֵּלִי.

ר׳ יְהוֹשֻעַ בֶּן חֲנַנְיָה האָט אוׂיסגעֶזעֶהן ניִשט שעֶהן. אײֵנמאָל דעֶרזעֶהט איִהם דעֶם קֵיסָר׳ס טאָכטעֶר, רוּפט זיִ אוׂיס: „אָ, שעֶהנעֶ חָכְמָה איִן אַ מיִאוּס׳עֶר כֵּלִי!” רוּפט זיִך אָן צוּ איִהר ר׳ יְהוֹשֻׁעַ: „טאָכטעֶר מײַנעֶ, זאָג מיִר, איִן װאָס פאַר אַ כֵּלִי האַלט דײַן פאָטעֶר דעֶר קעֶניִג דעֶם װײַן זײַנעֶם?”

עֶנטפעֶרט זיִ: „איִן עֶרדעֶנעֶ כֵּלִים”.

— װיִ פּאַסט עֶס — זאָגט עֶר איִהר — דיִ גאַנצעֶ װעֶלט האַלט װײַן איִן לײֵמעֶנעֶ כֵּלִים אוּן דײַן פאָטעֶר דעֶר קעֶניִג אוׂיך אַזוׂי?

— איִן װאָס דעֶן זאָל עֶר האַלטעֶן? — פרעֶגט זיִ איִהם.

↤ 104

— פאַר אַזוׂינעֶ װיִ איִהר פּאַסט ניִשט אַנדעֶרש װיִ צוּ האַלטעֶן איִן זיִלבּעֶרנעֶ אוּן גאָלדעֶנעֶ כֵּלִים.

געֶהט זיִ אַװעֶק אַהײֵם אוּן זאָגט עֶס דעֶם פאָטעֶר. בּעֶפעֶהלט עֶר מעֶ זאָל בּאַלד איִבּעֶרגיִסעֶן דעֶם װײַן איִן זיִלבּעֶרנעֶ אוּן גאָלדעֶנעֶ כֵּלִים. דוׂיעֶרט ניִשט לאַנג אוּן דעֶר װײַן װעֶרט זוׂיעֶר. דעֶרפרעֶגט זיִך בּײַ איִהר דעֶר פאָטעֶר: „װעֶר האָט עֶס דיִר געֶראָטהעֶן אַזוׂי צוּ טהוּן?” זאָגט זיִ: „ר׳ יְהוֹשֻעַ בֶּן חֲנַנְיָה”. שיִקט עֶר איִהם רוּפעֶן צוּ זיִך אוּן פרעֶגט איִהם: „װיִ פאַלסטוּ־אוׂיס אַזוׂי צוּ ראָטהעֶן מײַן טאָכטעֶר?”

— אַזוׂי װיִ זיִ האָט מיִך געֶפרעֶגט — עֶנטפעֶרט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ — אַזוׂי האָבּ איִך געֶעֶנטפעֶרט.

דעֶר לײֵבּ אוּן דעֶר שטאָרך.

דיִ רוׂימיִשעֶ רעֶגיִרוּנג האָט אײֵנמאָל געֶגיִבּעֶן דיִ יוּדעֶן אַ עֶרלוׂיבּניִש װיִדעֶר אוֹיפצוּבּוׂיעֶן דעֶם בֵּית־הַמִקְדָש. האָבּעֶן צװײֵ פאָרנעֶהמעֶ לײַט פוּן יוּדעֶן, פַּפּוּס אוּן לוּליִאַנוּס, אַװעֶקגעֵשטעֶלט טיִשעֶן אוֹיפ׳ן װעֶג פוּן עַכּוֹ בּיִז אַנְטוֹכְיָא אוּן האָבּעֶן פעֶרזאָרגט דיִ אַלעֶ, װאָס לאָזעֶן זיִך צוּריִק קײַן יְרוּשָלַיִם, מיִט זיִלבּעֶר אוּן גאָלד לוׂיט זײֵעֶר בּעֶדעֶרפניִש. קוּמעֶן דיִ געֶװיִסעֶ כּוּתִים פאַר׳ן קעֶניִג מיִט אַזאַ מְסִירָה: „דיִ יוּדעֶן בּוּנטעֶװעֶן זיִך!”

— װאָס־זשעֶ טהוּט מעֶן — פרעֶגט עֶר זײֵ — דאָס עֶרלוׂיבּניִש איִז דאָך שוׂין געֶגיִבּעֶן געֶװאָרעֶן?

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם: „שיִק זײֵ אַ בּעֶפעֶהל, אַז זײֵ זאָלעֶן עֶנדעֶרעֶן אָדעֶר דאָס פּלאַץ פוּנ׳ם געֶבּײַ אָדעֶר עֶטװאָס פוּן זײַן מאָס — װעֶלעֶן זיִ שוׂין אַלײֵן זיִך אָפּזאָגעֶן פוּנ׳ם בּוׂיעֶן.

דעֶרװײַל האָט זיִך דאָס פאָלק פעֶרזאַמעֶלט איִן טהאָל בֵּית־רִמוֹן, אוּן װיִ ס׳איִז אָנגעֶקוּמעֶן דאָס נײַעֶ בּעֶפעֶהל פוּנ׳ם קעֶניִג האָבּעֶן אַלעֶ אוֹיסגעֶבּראָכעֶן איִן אַ יאָמעֶר. שטאַרק צוּרוּדעֶרט פוּן דעֶר גְזֵירָה, האָבּעֶן אַ טהײֵל פוּנ׳ם פאָלק בּעֶשלאָסעֶן ניִשט אַנדעֶרש נוּר זיִך שטעֶלעֶן איִהר אַקעֶגעֶן; דיִ מעֶהר געֶלאַסעֶנעֶ האָבּעֶן אָבּעֶר פאָראוֹיסעֶגזעֶהן דאָס געֶפאַהר אוּן האָבּעֶן געֶנוּמעֶן קלעֶרעֶן: װעֶמעֶן פוּן דיִ חֲכָמִים שטעֶלט מעֶן אַרוׂיס צוּ אײַננעֶהמעֶן מיִט װעֶרטעֶר דעֶם אוּנרוּהיִגעֶן עוֹלָם? איִז געֶבּליִבּעֶן, אַז דאָס דאַרף טהוּן ר׳ יְהוֹשֻעַ בֶּן חֲנַנְיָה, װײַל עֶר איִז דעֶר גרעֶסטעֶר געֶלעֶהרטעֶר. שטעֶלט זיִך אַװעֶק ר׳ יְהוֹשֻעַ אוּן הוׂיבּט־אָן זײַן רעֶדעֶ פאַר׳ן עוׂלָם מיִט אַזאַ מָשָׁל:

— אײֵנמאָל האָט דעֶר לײֵבּ פעֶרצוּקט אַ שעֶפעֶלעֶ, האָט זיִך איִהם געֶשטעֶלט אַ בּײֵן איִן האַלז. רוּפט עֶר אוׂיס: „װעֶר ס׳װעֶט קוּמעֶן מיִר אַרוׂיסנעֶהמעֶן דעֶם בּײֵן, װעֶט עֶר פוּן מיִר בּעֶקוּמעֶן אַ גוּטעֶן לוׂין. קוּמט דעֶר שטאָרך אוּן שטעֶקט־אַרײַן דעֶם לײֵבּ איִן מוֹיל זײַן לאַנגעֶן שנאָבּעֶל אוּן שלעֶפּט פוּן ↰ 105 דאָרט אַרוׂיס דעֶם בּײֵן. „איִצט — זאָגט דעֶר שטאָרך — גיִבּ מיִר מײַן לוׂין”. רוּפט זיִך אָן דעֶר לײֵבּ: „איִז װעֶניִג לוׂין פאַר דיִר, אַז דוּ קעֶנסט אַװעֶקגעֶהן פוּן דאַנעֶן אוּן זיִך בּעֶריִהמעֶן: איִך בּיִן אַרײַן איִן לײֵבּ׳ס מוׂיל אוּן אַרוׂיס פוּן דאָרט בְּשָלוׂם!” דאָס אײֵגעֶנעֶ — האָט ר׳ יְהוֹשֻעַ אוׂיסגעֶלאָזט — קעֶן מעֶן זאָגעֶן אוׂיף אוּנז יוּדעֶן: געֶנוּג פאַר אוּנז, אַז מיִר זעֶנעֶן אַרײַנגעֶפאַלעֶן צוּ דעֶר דאָזיִגעֶר אוּמָה אוּן אַרוׂיס מיִט׳ן לעֶבּעֶן.

אײֵן שעֶפעֶלעֶ צװיִשׁעֶן זיִבּציִג װעֶלף.

דעֶר קעֶניִג אַדְרִיאָנוּס האָט אײֵנמאָל געֶזאָגט ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן:

— װיִ שטאַרק איִז דאָס שעֶפעֶלעֶ, װאָס געֶפוּנט זיִך אײֵנס צװיִשעֶן זיִבּציִג װעֶלף אוּן האַלט זיִך!

— װיִ שטאַרק איִז דעֶר היִרט, װאָס רעֶטעֶט עֶס פוּן זײֵ אַלעֶ! — עֶנטפעֶרט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ.

דאָס אוׂיסגעֶלײֵזטעֶ קיִנד.

ר׳ יְהוֹשֻעַ בֶּן חֲנַנְיָה איִז אײֵנמאָל געֶקוּמעֶן קײֵן רוׂים, דעֶרצעֶהלט מעֶן איִהם: „דאָ איִן געֶפעֶנגעֶניִש געֶפוּנט זיִך אַ יוּדיִש קיִנד, זעֶהר אַ שעֵהנס, מיִט לוׂיכטעֶנדעֶ אוׂיגעֶן אוּן מיִט געֶקרײַזעֶלטעֶ לאָקעֶן, געֵהט עֶר אַװעֶק צוּ׳ם קיִנד איִן געֶפעֶנגעֶניִש, שטעֶלט זיִך אַװעֶק פאַר דעֶר טהיִר אוּן שרײַעט־אוׂיס:

„װעֶר האָט איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן צוּ׳ם רוׂיבּ יעקב‎׳ן
אוּן יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר צוּ ראַבּיִרעֶר?”

עֶנטפעֶרט איִהם דאָס קיִנד פוּן דעֶר תְּפִיסָה אַרוׂיס:

„נוּר דעֶר העֶר גאָט,
װאָס פאַר איִהם האָבּעֵן מיִר זיִך פעֶרזיִנדיִגט,
ניִשט געֶװאָלט געֶהן איִן זײַנעֶ װעֶגעֶן
אוּן זײַן תּוׂרָה ניִשט געֶהאָרכט”.

װיִ ר׳יְהוֹשֻעַ האָט דאָס דעֶרהעֶרט האָט עֶר אוׂיסגעֶשריִגעֶן:

„אָ, ציוֹנ׳ס קיִנדעֶר,
טײַעֶרעֶ מיִט גאָלד געֶשעֶצטעֶ!”

אוּן מיִט טרעֶהרעֶן איִן דיִ אוׂיגעֶן האָט ר׳יְהוֹשֻעַ צוּגעֶגעֶבּעֶן:

— איִך בּיִן זיִכעֶר, אַז דאָס קיִנד װעֶט אוׂיסװאַקסעֶן אַ גרוׂיסעֶר געֶלעֶהרטעֶר בּײַ יוּדעֶן. איִך שװעֶר, אַז איִך ריִהר זיִך ניִשט פוּן דאַנעֶן בּיִז איִך װעֶל איִהם אוׂיסלײֵזעֶן פוּן געֶפעֶנגעֶניִש, װיִפיִעל דאָס זאָל ניִשט קאָסטעֶן!

אוּן אַזוׂי האָט עֶר געֶטהוּן: עֶר האָט בּעֶצאָהלט פאַר׳ן קיִנד פיִעל געֶלד אוּן איִהם אוׂיסגעֶלײֵזט. אוּן ס׳האָט ניִשט לאַנג געֶדוׂיעֶרט אוּן דאָס קיִנד איִז ↰ 106 בּעֶװאוּסט געֶװאָרעֶן צװיִשעֶן יוּדעֶן אַלס אַ גרוׂיסעֶר געֶלעֶהרטעֶר. איִן געֶװעֶן איִז דאָס — ר׳ יִשְמָעֵאל בֶּן אֱלִישָע.

דרײַ האָבּעֶן איִהם בֶּײַגעֶקוּמעֶן.

ר׳ יְהוֹשֻעַ דעֶרצעֶהלט: „זיִנט איִך לעֶבּ האָט מיִך קײֵנעֶר ניִשט בּײַגעֶקוּמעֶן, אוׂיסעֶר דרײַ: אַ פרוׂי, אַ מײֵדעֶלעֶ אוּן אַ יוּנגעֶלעֶ.

מיִט דעֶר פרוׂי האָט זיִך מיִר געֶטראָפעֶן אַזאַ מַעֲשֶֹה: אײֵנמאָל בּיִן איִך אײַנגעֶשטאַנעֶן בּײַ אַ פרוׂי איִן אַ גאַסט־הוׂיז, דעֶרלאַנגט זיִ מיִר צוּם טיִש אַ געֶשמאַק געֶריִכט פוּן בּאָבּ, עֶס איִך דאָס אוׂיף איִנגאַנצעֶן, גאָרניִשט איִבּרגעֶלאָזט. דאָס צװײֵטעֶ מאָל — אוׂיך דאָסזעֶלבּעֶ. דאָס דריִטעֶ מאָל מאַכט זיִ מיִר דאָס אײֵגעֶנעֶ געֶריִכט, גאָר שטאַרק איִבּעֶרגעֶזאַלצעֶן, פעֶרזוּך איִך עֶס אוּן נעֶהם דעֶרפוּן ניִשט מעֶהר צוּ׳ם מוׂיל. פרעֶגט זיִ מיִך: „פאַר װאָס עֶסטוּ ניִשט?” עֶנטפעֶר איִך: „איִך בּיִן זאַט, שוׂין הײַנט אײֵנמאָל געֶגעֶסעֶן”...

זאָגט זיִ: „האָסטוּ קײַן בּרוׂיט ניִשט געֶזאָלט עֶסעֶן. רַבִּי — זאָגט זיִ װײַטעֶר — אֶפשר האָסטוּ ניִשט איִבּעֶרגעֶלאָזט קײַן שִירַיִם דיִ עֶרשטעֶ צװײֵ מאָל, לאָזטוּ דעֶרפאַר איִבּעֶר פאַר אַלעֶ מאָל” ¹).

מיִט׳ן מײֵדעֶלעֶ האָט זיִך מיִר געֶטראָפעֶן אָט־װאָס: אײֵנמאָל אוּנטעֶרװעֶגס איִז מיִר אוׂיסגעֶקוּמעֶן צוּ געֶהן אוׂיף אַ װעֶג, װאָס שנײַדט־דוּרך אַ פעֶרזײֵט פעֶלד. דעֶרזעֶהט מיִך דאָרט אַ מײֵדעֶלעֶ, פרעֶגט זיִ מיִר: „רֶבִּי, איִז דאָס דעֶן קײֵן פעֶלד ניִשט, װאָס דוּ טרעֶטסט דאָ?”

עֶנטפעֶר איִך איִהר: „איִז דאָס דעֶן ניִשט קײַן לאַנג אוׂיסגעֶטרעֶטעֶנעֶר װעֶג?”

זאָגט זיִ: „יאָ, אַזעֶלכעֶ רוׂיבּעֶר װיִ דוּ האָבּעֶן עֶס אוׂיסגעֶטראָטעֶן”...

מיִט׳ן איִנגעֶלעֶ װיִדעֶר איִז מיִר פאָרגעֶקוּמעֶן אַזוׂינס: אײֵנמאָל געֶה איִך איִן װעֶג, זעֶה איִך אַ יוּנגעֶלעֶ זיִצט אוׂיפ׳ן שײֵד־װעֶג, פרעֶג איִך איִהם: „קיִנד מײַנס, מיִט װאָס פאַר אַ װעֶג איִז גלײַכעֶר צוּ געֶהן איִן שטאָדט?” עֶנטפעֶרט עֶר: „אָט דעֶר װעֶג איִז לאַנג אוּן קוּרץ, אוּן יעֶנעֶר — קוּרץ אוּן לאַנג”. לאָז איִך זיִך אוׂיפ׳ן קוּרץ־לאַנגעֶן. געֶקוּמעֶן נאָהעֶנט צוּ דעֶר שטאָדט, געֶפוּן איִך דעֶם װעֶג פעֶרשטעֶלט מיִט צוׂימעֶן פוּן גאָרטעֶנס אוּן סעֶדעֶר, מוּז איִך געֶהן צוּריִק צוּם שײֵד־װעֶג, דעֶרזעֶה איִך װיִדעֶר דאָס יוּנגעֶל, פרעֶג איִך איִהם: „קיִנד מײַנס, האָסטוּ דעֶן מיִר ניִשט געֶזאָגט, אַז דעֶר װעֶג איִז קוּרץ?”

— האָבּ איִך דעֶן ניִשט צוּגעֶגעֶבּעֶן „אוּן לאַנג”? — עֶנטפעֶרט דאָס יוּנגעֶלעֶ גלײַך.

¹) דעֶר מנהג איִז געֶװעֶן, אַז מעֶן פלעֶג איִבּעֶרלאָזעֶן איִן שיִסעֶל שיריים, טאָמעֶר קוּמט אַן אָרוּמאַן.

↤ 107

האָבּ איִך איִהם אַ קוּש געֶטהוּן איִן קאָפּ אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן:

— אַז װאוׂיל איִז אײַך, יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר, חֲכָמִים זעֶנט איִהר אַלעֶ פוּן גרוׂיס בּיִז קלײֵן!

„נעֶהם־אוׂיף שׁעֶהן אוּן זײַ פאָרזיִכטיִג”.

אײֵנמאָל איִז געֶקוּמעֶן צוּ ר׳ יְהוֹשֻעַ אײֵנעֶר אַ אָרוּמעֶר דוּרכגעֵהעֶר, האָט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ אוׂיפגעֶנוּמעֶן פאַר אַ גאַסט, געֶגעֶבּעֶן עֶסעֶן אוּן טריִנקעֶן אוּן דעֶרנאָך אַרוׂיפגעֶפיִהרט איִהם אוׂיפ׳ן דאַך, דאָרט איִהם אָנגעֶװיִזעֶן אַ נאַכט־געֶלעֶגעֶר, אוּן בּײַ׳ם אַראָפּגעֶהן צוּריִק האָט עֶר צוּגעֶנוּמעֶן דעֶם לײֵטעֶר. האַלבּעֶ נאַכט שטעֶהט יעֶנעֶר אוׂיף, פּאַקט־אײַן דיִ זאַכעֶן, װאָס געֶפוּנעֶן זיִך דאָרטעֶן, איִן זײַן מאַנטעֶל, אוּן װיִ עֶר לאָזט זיִך מיִט זײֵ אַראָפּגעֶהן, פאַלט עֶר אַראָפּ פוּנ׳ם דאַך אוּן צוּבּרעֶכט זיִך רוּק־אוּן־לעֶנד. גאַנץ פריִה איִז ר׳ יְהוֹשֻעַ אַרוׂיסגעֶגאַנגעֶן, געֶפוּנט עֶר איִהם ליִגעֶן אַ פעֶרװאוּנדעֶטעֶן אוׂיף דעֶר עֶרד.

— זאָג נוּר, יוּנגאַטש, װיִ קוּמט עֶס, אַז פוּן אײַעֶרעֶ לײַט זאָלעֶן אַזוׂינס אָפּטהוּן?

— רֶבִּי — זאָגט איִהם יעֶנעֶר — װעֶר זאָל זיִך ריִכטעֶן, אַז דוּ האָסט פוּן דאַנעֶן צוּגעֶנוּמעֶן דעֶם לײֵטעֶר?

— האַ דוּ, יוּנגאַטש אײֵנעֶר, האָסט ניִשט געֶװאוּסט אַז מיִר האָבּעֶן זיִך נאָך בּעֶצײַטעֶנס בּעֶװאָרעֶנט פאַר דיִר.

דעֶרפאַר פלעֶגט ר׳יְהושֻעַ זאָגעֶן:

א פרעֶמדעֶר גאַסט — זעֶץ איִהם אוׂיפ׳ן קאָפּ,
נאָר קײֵן אוׂיג לאָז פוּן איִהם ניִט אַראָפּ”.
„דאָס געֶזיִכט פוּן גאָט”.

דעֶר קֵיסָר אַדריִאָנוּס האָט אײֵנמאָל געֶפרעֶגט ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן:

— האָט דיִ װעֶלט אוׂיף זיִך אַן אוׂיבּעֶר־האַר?

— װיִ דעֶן — עֶנטפעֶר עֶר — דיִ װעֶלט איִז הֶפְקֵר?

— אוּן היִמעֶל אוּן עֶרד װעֶר האָט בּעֶשאַפעֶן?

— גאָט, װיִ עֶס שטעֶהט געֶשריִבּעֶן: „איִן אָנהוׂיבּ האָט גאָט בּעֶשאַפעֶן דעֶם היִמעֶל אוּן דיִ עֶרד”.

— פאַר װאָס־זשעֶ בּעֶװײַזט עֶר זיִך ניִשט אַ צװײֵ מאָל איִן יאָהר פאַר זײַנעֶ בּעֶשעֶפעֶניִש, זײֵ זאָלעֶן פאַר איִהם פאָרכט האָבּעֶן?

— ס׳איִז דעֶרפאַר, װײַל דיִ װעֶלט װאָלט ניִשט געֶקעֶנט אוׂיסהאַלטעֶן זײַן שײַן, װיִ עֶס שטעֶהט געֶשריִבּעֶן: „דעֶר מעֶנש קעֶן מיִך ניִשט זעֶהן אוּן לעֶבּעֶן בּלײַבּעֶן”.

↤ 108

— אוׂיבּ דוּ װײַזט מיִר איִהם ניִשט — זאָגט דעֶר קֵיסָר — גלוׂיבּ איִך דיִר ניִשט.

מיִטאָג צײַט נעֶהמט ר׳ יְהוֹשֻעַ, שטעֶלט איִהם געֶגעֶן דעֶר זוּן אוּן זאָגט איִהם: „קוּק זיִך גוּט אײַן איִן דעֶר זוּן װעֶסטוּ איִהם זעֶהן”.

— װעֶר קעֶן זיִך עֶס אײַנקוּקעֶן איִן דעֶר זוּן? — װאוּנדעֶרט זיִך דעֶר קיסָר.

— זאָלעֶן מײַנעֶ אוׂיעֶרעֶן העֶרעֶן — זאָגט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ — װאָס דאָס מוׂיל דײַנס רעֶדט. אוׂיבּ דיִ זוּן, װאָס זיִ איִז ניִשט מעֶהר װיִ אײֵנעֶ פוּן דיִ טוׂיזעֶנד־טוׂיזעֶנדעֶר מיִריִאַדעֶן בּעֶדיִענעֶר זײַנעֶ, קעֶן קײַן בּעֶשעֶפעֶניִש איִן איִהר זיִך ניִשט אָנקוּקעֶן, װיִ־זשעֶ זאָל מעֶגליִך זײַן אײַנצוּקוּקעֶן איִן געֶזיִכט פוּן גאָט אַלײֵן, װאָס זײַן גלאַנץ איִז פוּל דיִ װעֶלט!

אַ מאָהלצײַט פאַר גאָט.

אַן אַנדעֶרסמאָל האָט דעֶר קֵיסָר געֶזאָגט ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן: „איִך װיִל צוּגרײֵטעֶן אַ מאָהלצײַט פאַר אײַעֶר גאָט”.

— בּיִסט ניִשט אוּן שטאַנד עֶס אוׂיסצוּפיִהרעֶן — זאָגט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ.

— פאַר װאָס ? — פרעֶגט עֶר איִהם.

— זעֶהר פיִעל חַיִל געֶהט מיִט איִהם.

— דאָך — שפּאַרט זיִך אײַן דעֶר קֵיסָר.

— אוׂיבּ דוּ װיִלסט פאָרט — זאָגט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ — געֶה גרײֵט־צוּ אַ מאָהלצײַט בּײַ׳ם טײַך רְבִיתָא, װאוּ דאָס פּלאַץ איִז דאָרט זעֶהר גרוׂיס.

האָט זיִך דעֶר קיסר בּעֶשעֶפטיִגט דיִ גאַנצעֶ זעֶקס חֲדָשִים פוּנ׳ם זוּמעֶר מיִט צוּגרײטעֶן דיִ סְעוּדָה. דעֶרנאָך איִז געֶקוּמעֶן דעֶר העֶרבּסט־װיִנט אוּן האָט אַלעֶס אוׂיסגעֶקעֶהרט אוּן פעֶרטראָגעֶן איִן טײַך אַרײַן. בּעֶמיִהט זיִך דעֶר קיסר װיִדעֶר דיִ זעֶקס װײַטעֶרדיִגעֶ חֲדָשִים צוּגרײֵטעֶן אַן אַנדעֶר מאָהלצײַט, קוּמעֶן דיִ פריִה יאָהר־רעֶגעֶנס אוּן שװעֶנקעֶן־אָפּ אַלעֶס איִן טײַך אַרײַן.

— װאָס בּעֶטײַט עֶס? — פרעֶגט דעֶר קֵיסָר ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן.

— דאָס זעֶנעֶן דעֶרװײַל נוּר דיִ אוׂיסקעֶהרעֶר אוּן בּעֶשפּריִצעֶר זײַנעֶ, װאָס געֶהעֶן איִהם פאָראוֹיס.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט דעֶר קֵיסָר — בּיִן איִך ניִשט איִן שטאַנד עֶס אוׂיסצוּפיִהרעֶן.

דעֶר בֵּי־עִילָאי׳עֶר לײֵבּ.

דעֶר קיסר האָט אַמאָל געֶזאָגט צוּ ר׳ יהוֹשע: „אײַעֶרעֶ נְבִיאִים גלײַכעֶן דעֶם גאָט אײַעֶרעֶן צוּ אַ לײֵבּ. װאָס איִז איִן דעֶם פאַר אַ גרוׂיסקײַט? אַ ריִטעֶר קעֶן טוֹידטעֶן דעֶם גרעֶסטעֶן לײֵבּ”.

↤ 109

— דאָס גלײַכט מעֶן איִהם צוּ אַ בֵּי־עִילָאי׳עֶר לײֵבּ — עֶנטפעֶרט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ.

— בּעֶװײַז מיִר דעֶם לײֵבּ — זאָגט דעֶר קֵיסָר — איִך װיִל איִהם אוׂיך אָנקוּקעֶן.

— דוּ װעֶסט עֶס ניִשט אוׂיסהאַלטעֶן.

— דאָך — שפּאַרט זיִך אײַן דעֶר קֵיסָר .

מעֵט ר׳ יְהוֹשֻעַ בּײַ גאָט — אוּן דעֶר בֵּי־עִילָאי׳עֶר לײֵבּ האָט זיִך געֶריִהרט פוּנ׳ם אָרט. אַז עֶר איִז געֶװעֶן פיִער הוּנדעֶרט פַּרְסָא דעֶרװײַט, האָט עֶר אַ בּרוּם געֶטהוּן אײֵנמאָל זעֶנעֶן דיִ מוׂיעֶר־װעֶנט פוּן רוׂים אײַנגעֶפאַלעֶן אוּן אַלעֶ מְעוּבֶּרֶת׳עֶ האָבּעֶן מַפִּיל געֶװעֶן. אַז עֶר איִז געֶװעֶן װײַט שוׂין דרײַ הוּנדעֶרט פַּרְסָא, האָט עֶר אַרוׂיסגעֶלאָזט אַ צװײֵטעֶן בּרוּם זעֶנעֶן אַרוׂיסגעֶפאַלעֶן דיִ צײֵהן בּײַ דיִ מעֶנשעֶן אוּן דעֶר קֵיסָר אַלײֵן איִז אַראָפּגעֶפאַלעֶן פוּן זײַן שטוּהל אוׂיף דעֶר עֶרד.

— זאָל עֶר זיִך אוּמקעֶהרעֶן צוּריִק איִן זײַן רוּה — בּעֵט זיִך דעֶר קֵיסָר בּײַ ר׳ יְהוֹשֻׁעַ, אַ דעֶרשראָקעֶנעֶר אוׂיף טוׂיט.

האָט ר׳ יְהוֹשֻעַ װיִדעֶר גאָט געֶבּעֶטעֶן — אוּן דעֶר לײֵבּ האָט זיִך צוּריִק געֶקעֶהרט אוׂיף זײַן לאַגעֶר איִן דעֶם געֶדיִכטעֶן אוּן פיִנסטעֶרעֶן װאַלד בֵּי־עִילָאי.

דעֶם קֵיסָר׳ס בּעֶפעֶהל אוּן משֶׁה׳ס בּעֶפעֶהל.

אַדריִאָנוּס האָט אײֵנמאָל געֶזאָגט ר׳יְהוֹשֻעַ׳ן: „מיִר איִז בּעֶסעֶר פוּן משֶׁה׳ן דײַן רֶבִּי׳ן”.

— מיִט װאָס? — פרעֶגט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ.

— װײַל איִך לעֶבּ אוּן עֶר איִז טוֹיט, אוּן װיִ זאָגט מעֶן: „אַ לעֶבּעֶדיִגעֶן היִנט איִז בּעֶסעֶר פוּן אַ טוׂיטעֶן לײֵבּ”.

— װיִ מײֵנסטוּ, װאָלסט געֶקעֶנט אוׂיספיִהרעֶן, אַז קײֵנעֶר זאָל איִן רוׂים ניִשט אָנציִנדעֶן קײַן פײַעֶר דרײַ מֵעֵת־לְעֵת דוּרכאַנאַנד?

— געֶװיִס — עֶנטפעֶרט דעֶר קֵיסָר.

אוּן בּאַלד גיִט עֶר אַרוׂיס אַ בּעֶפעֶהל: „קײֵנעֶר זאָל זיִך ניִשט דעֶרװעֶגעֶן איִן רוׂים אָנציִנדעֶן פײַעֶר”. דעֶם זעֶלבּעֶן טאָג איִן אָבעֶנד הוֹיבּט זיִך אוׂיף אַדריִאָנוּס מיִט ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן אוׂיפ׳ן דאַך פוּנ׳ם קעֶניִגליִכעֶן פּאַלאַץ. קוּקעֶן זײֵ זיִך אײַן אוּן דעֶרזעֶהן װיִ עֶס הוׂיבּט זיִך אוׂיף אַ רוֹיך עֶרגיִץ פוּן אַ װײַט װיִנקעֶל אַרוׂיס.

— װאָס איִז דאָס פאַר אַ רוֹיך? — פרעֶגט איִהם ר׳יְהוֹשֻעַ.

— אײֵנעֶר אַ פיִרסט איִז קראַנק — עֶנטפעֶרט איִהם אַדריִאָנוּס — האָט איִהם דעֶר אַרצט בּעֶזוּכט אוּן געֶזאָגט: דיִ אײֵנציִגעֶ רְפוּאָה איִז װאַריִמעֶ װאַסעֶר.

↤ 110

דעֶרװײַל דעֶרזעֶהט ר׳ יְהוֹשֻעַ װיִדעֶר אַ רוֹיך פוּן אַ צװײֵטעֶן װיִנקעֶל.

פרעֶגט עֶר דעֶם קֵיסָר: „אוּן דאָס װאָס איִז פאַר אַ רוֹיך?”

— דאָרט ליִגט דעֶר שטאָדטהאַלטעֶר קראַנק אוּן דעֶר אַרצט האָט געֶזאָגט, אַז עֶר מוּז אָנװאַרמעֶן צוּ זײַן רְפוּאָה קריִגליִך װאַסעֶר.

— הײַנט זעֶה — זאָגט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ — בּײַ דײַן לעֶבּעֶן האַלט דײַן בּעֶפעֶהל ניִשט אוׂיס אַפיִלוּ אײֵן טאָג אוּן משֶׁה אוּנזעֶר רֶבִּי פוּן זיִנט עֶר האָט בּעֶפוׂילעֶן „איִהר זאָלט קײַן פײַעֶר ניִשט אָנציִנדעֶן איִן אַלעֶ אײַעֶרעֶ װאוׂינוּנגעֶן איִן שַׁבָּת׳דיִגעֶן טאָג” — האָסטוּ געֶזעֶהן אַמאָל אַ יוּד זאָל אָנציִנדעֶן פײַעֶר איִ׳ם שַׁבָּת? — אוּן דוּ זאָגסט נאָך: „איִך בּיִן בּעֶסעֶר פוּן איִהם!”

ר׳ יְהוֹשֻׁעַ אוּן דיִ אַטהעֶנעֶר געֶלעֶהרטעֶ.

דעֶר קֵיסָר האָט אַמאָל געֶזאָגט ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן: „אוׂיבּ איִהר זעֶנט יאָ קליִגעֶר פוּן דיִ אַטהעֶנעֶר, געֶה אַהיִן אוּן פּרוּב זײֵ בּײַקוּמעֶן אוּן בּרײֵנג זײֵ אַראָפּ צוּ מיִר.

— װיִפיִעל מאַן זעֶנעֶן זײֵ? — פרעֶגט ר׳ יְהוֹשֻעַ.

— זעֶכציִג מאַן.

— הײֵס־זשעֶ — זאָגט ר׳ יְהוֹשֻעַ — מאַכעֶן מיִר אַ שיִף מיִט זעֶכציִג קאַיוּטעֶן, אוּן איִן יעֶדעֶר קאַיוּטעֶ זאָל זײַן זעֶכציִג שטוּהלעֶן.

הײֵסט דעֶר קֵיסָר אוּן מעֶ מאַכט.

װיִ ר׳ יְהוֹשֻעַ איִז געֶקוּמעֶן איִן דעֶר שטאָדט אַטהעֶן, איִז עֶר גלײַך אַװעֶק איִן אַ שעֶכט־הוׂיז, געֶפוּנט עֶר דאָרט אַ פלײֵש־העֶקעֶר שטעֶהט אוּן שיִנדט אַ בְּהֵמָה, פרעֶגט עֶר איִהם: „איִז דעֶר קאָפּ דײַנעֶר צוּ׳ם פעֶרקוׂיפעֶן?”. — יאָ. — פאַר װיִפיִעל? — פאַר אַ האַלבּעֶן גוּלדעֶן.

צאָהלט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ אײַן אַ האַלבּעֶן גוּלדעֶן אוּן זאָגט: „גיִבּ מיִר דעֶם קאָפּ דײַנעֶם”. דעֶרלאַנגט עֶר איִהם דעֶם קאָפּ פוּן דעֶר אָפּגעֶשיִנדעֶנעֶר בְּהֵמָה. זאָגט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ: „האָבּ איִך דעֶן בּײַ דיִר דעֶם קאָפּ פוּן אַ בְּהֵמָה געֶקוֹיפט? דײַן קאָפּ האָבּ איִך געֶקוׂיפט. נאָר אוׂיבּ דוּ װיִלסט איִך זאָל דיִך פרײַלאָזעֶן, געֶה רײַז מיִר דעֶם אַרײַנגאַנג איִנ׳ם הוׂיז פוּן דיִ אַטהעֶנעֶר געֵלעֶהרטעֶ”.

זאָגט יעֶנעֶר: „איִך האָבּ מוׂרָא: װעֶר עֶס װײַזט אַ פרעֶמרעֶן דעֶם אַרײַנגאַנג צוּ זײֵ הַרְגנ׳עֶן זײֵ איִהם.

— נעֶהם טראָג אוׂיף זיִך — זאָגט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ — אַ בּיִנדעֶל האָלץ, אוּן אַז דוּ װעֶסט קוּמעֶן אַהיִן װאַרף עֶס פוּן זיִך אַראָפּ, װיִ אײֵנעֶר װאָס שטעֶלט זיִך אָפּרוּהעֶן, װעֶל איִך שוׂין װיִסעֶן, אַז דאָ איִז דאָס הוׂיז פוּן דיִ אַטהעֶנעֶר.

קוּמט עֶר אַהיִן;, שטעֶהעֶן דאָרט שוֹמְרִים פוּן איִנװעֶניִג אוּן פוּן דרוׂיסעֶן, ↰ 111 װאָס היִטעֶן בּײַ׳ם אַרײַנגאַנג, מעֶ זאָל ניִשט אַרײַן אוּן אַרוׂיס. אוּן האָבּעֶן דיִ געֶלעֶהרטעֶ אַטהעֶנעֶר בּעֶמעֶרקט אַ סִימָן פוּן אַ פוּס־טריִט אַרײַן — פלעֶגעֶן זײֵ הַרְגנ׳עֶנעֶן אַלעֶ אוׂיסעֶנװעֶניִגסטעֶ שוׂמְרִים, אוּן אוׂיבּ אַ סִימָן פוּן אַ פוּס־טריִט אַרוׂיס — אַלעֶ איִנװעֶניִגסטעֶ שוׂמְרִים.

שטעֶלט ר׳ יְהוֹשֻעַ אײֵן פוּס־טריִט אַרײַן אוּן אײַנעֶם אַרוׂיס — הַרְג׳עֶט מעֶן אוׂיס אַלעֶ שוׂמְרִים. געֶהט עֶר פרײַ אַרײַן אַהיִן אוּן טרעֶפט דיִ יוּנגעֶרעֶ זיִצעֶן איִן דעֶר הוׂיך אוּן דיִ עֶלטעֶרעֶ פוּן אוּנטעֶן. טראַכט עֶר בּײַ זיִך: זאָל איִך בּעֶגריִסעֶן פריִהעֶר דיִ עֶלטעֶרעֶ — װעֶלעֶן מיִר דיִ יוּנגעֶרעֶ הַרְג׳עֶנעֶן; זײֵ קעֶנעֶן זאָגעֶן: מיִר זעֶנעֶן גרעֶסעֶר פוּן יעֶנעֶ, מיִר זיִצעֶן איִן דעֶר הוׂיך אוּן יעֶנעֶ פוּן אוּנטעֶן; זאָל איִך בּעֶגריִסעֶן פריִהעֶר דיִ יוּנגעֶ — װעֶלעֶן מיִר דיִ אַלטעֶ הַרְג׳עֶנעֶן; זײֵ קעֶנעֶן זאָגעֶן: מיִר זעֶנעֶן גרעֶסעֶר פוּן דיִ, מיִר זעֶנעֶן זְקֵנִים אוּן יעֶנעֶ זעֶנעֶן נאָך יוּנגעֶ קיִנדעֶר. בּעֶגריִסט עֶר זײֵ אַלעֶ צוּזאַמעֶן.

פרעֶגעֶן זײֵ איִהם: „װאָס טהוּסטוּ דאָ?”

עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: „איִך בּיִן פוּן דיִ יוּדיִשעֶ געֶלעֶהרטעֶ, אוּן געֶקוּמעֶן בּיִן איִך זיִך צוּ לעֶרנעֶן בּײַ אײַך”!

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגעֶן זײֵ — װעֶלעֶן מיִר דיִך עֶפּיִס פרעֶגעֶן.

— פרעֶגט — זאָגט עֶר — װעֶט איִהר מיִך בּײַקוּמעֶן, מעֶגט איִהר טהוּן מיִט מיִר װאָס איִהר װיִלט; װעֶל איִך אָבּעֶר אײַך בּײַקוּמעֶן, דאַרפט איִהר עֶסעֶן אַ מאָהלצײַט בּײַ מיִר אוׂיף דעֶר שיִף.

הוׂיבּעֶן זײֵ איִהם אָן צוּ פרעֶגעֶן:

— קעֶנסט אוּנז אוׂיסבּוׂיעֶן — זאָגעֶן זײֵ — אַ הוׂיז איִן דעֶר לוּפטעֶן?

— דעֶרלאַנגט מיִר אַהיִן — זאָגט עֶר — לײֵם איִן ציִגעֶל.

— װאוּ איִז דיִ מיִט װעֶלט?

— גיִט עֶר אַ שטעֶל מיִט׳ן פיִנגעֶר אוּן זאָגט: אָט דאָ!

— פוּן װאַנעֶן װײֵסטוּ דאָס?

— בּרײֵנגט שטריִק אוּן מעֶסט־אוׂיס.

— מיִר האָבּעֶן אַ בּרוּנעֶן איִן פעֶלד — בּרײֵנג איִהם אַרײַן איִן שטאָדט.

— דרעֵהט מיִר אוׂיס שטריִק פוּן קלײַעֶן — װעֶל איִך איִהם אַרײַנבּרײֵנגעֶן.

— מיִר האָבּעֶן צוּבּראָכעֶנעֶ מיִהלשטײֵנעֶר — פאַרנעֶה זײֵ.

— טרעֶנט־אוׂיס פוּן זײֵ פאָדעֶם — װעֶל איִך זײֵ פאַרנעֶהעֶן.

— אַ בּײֵט געֶװאַקסעֶן מיִט מעֶסעֶר׳ס — מיִט װאָס שנײַדט מעֶן זיִ?

— מיִט אַ האָרן פוּן אַ עֵזעֶל.

בּרײֵנגעֶן זײֵ פאַר איִהם צװײֵ אײֵעֶר אוּן פרעֶגעֶן איִהם: „זאָג, װעֶלכעֶס איִז פוּן אַ װײַסעֶר הוּהן אוּן װעֶלכעֶס איִז פוּן אַ שװאַרצעֶר?”

בּרײֵנגט עֶר פאַר זײֵ צװײֵ שטיִקעֶר קעֶז אוּן פרעֶגט זײֵ: „זאָגט, װעֶלכעֶס איִז פוּן אַ װײַסעֶר ציִעג אוּן װעֶלכעֶס פוּן אַ שװאַרצעֶר?”

↤ 112

— אַ היִנדעֶלעֶ, װאָס געֶהט־אוׂיס נאָך איִן דעֶר אײֵ־שאָלעֶכץ — דוּרך װאַנעֶן געֶהט דעֶם דיִ נְשָמָה אַרוׂיס?

— דוּרך דעֶם זעֶלבּעֶן אָרט װאָס זיִ איִז אַרײַן.

— װײַז אוּנז אַ כֵּלִי, װאָס איִז ניִשט װעֶרטה איִהר מיִה.

בּרײֵנגט עֶר אַ מאַטעֶ ¹) אוּן צעֶציִהט זיִ — געֶהט זיִ ניִט אַרײַן דוּרכ׳ן טוׂיעֶר, זאָגט עֶר זײֵ: בּרײֵנגט אַ האַק אוּן צעֶװאַרפט דיִ װאַנד. אָט האָט איִהר אַ כֵּלִי, װאָס איִז ניִשט װעֶרט דיִ מיִה.

נאָכדעֶם װאָס עֶר האָט געֶעֶנטפעֶרט אוׂיף אַלעֶ פראַגעֶן אוּן געֶטראָפעֶן אַלעֶ רעֶטעֶניִשעֶן פוּן דיִ אַטהעֶנעֶר, האָט עֶר זײֵ פעֶרבּעֵטעֶן אײֵנציִגװײַס צוּ זיִך איִן שיִף, יעֶדעֶן בּעֶזוּנדעֶר אַרײַנגעֶפיִהרט איִן אַן אַנדעֶר קאַיוּטעֶ. דעֶרזעֶהן איִן דעֶר קאַיוּטעֶ זעֶכציִג שטוּהלעֶן, האָט יעֶדעֶר פוּן זײֵ געֶמײֵנט, אַז בּאַלד װעֶלעֶן אָנקוּמעֶן אַהיִן אוׂיך אַלעֶ איִבּריִגעֶ חֲבֵרִים. ר׳ יְהוֹשֻעַ האָט דעֶרװײַל געֶהײֵסעֶן דעֶם שיִפס־פיִהרעֶר עֶר זאָל אוׂיפבּוּנדעֶן דיִ שיִף אוּן זיִ לאָזעֶן איִן װעֶג. פאַר׳ן אָפּרײַזעֶן האָט עֶר מיִטגעֶנוּמעֶן מיִט זיִך אַבּיִסעֶל עֶרד פוּנ׳ם לאַנד, אוּן פעֶרבּײַפאָהרעֶנדיִג דאָס שליִנג־װאַסעֶר ²) האָט עֶר פוּן דאָרט אָנגעֶשעֶפּט אַ פוּלעֶ קרוּג.

געֶקוּמעֶן צוּריִק קײַן רוׂים, בּרײֵנגט עֶר דיִ אַטהעֶנעֶר פאַר׳ן קֵיסָר. דעֶרזעֶהט אַדריִאָנוּס, װיִ עֶס שטעֶהעֶן פאַר איִהם אײַנגעֶהוׂיקעֶרטעֶ אוּן דעֶרשלאָגעֶנעֶ מעֶנשליִך, זאָגט עֶר צוּ ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן: „נײֵן, דאָס זעֶנעֶן ניִשט דיִ אַטהעֶנעֶר!” נעֶהמט ר׳ יְהוֹשֻעַ אוּן בּעֶשפּריִצט זײֵ מיִט אַבּיִסעֶל פוּן זײֵעֶר הײֵמיִשעֶר עֶרד, װעֶרעֶן זײֵ אוׂיפגעֶמוּנטעֶרט אוּן האַלטעֶן זיִך מוּטהיִג אוּן שטאָלץ פאַר׳ן קֵיסָר. װעֶרט עֶר אוׂיפגעֶבּראַכט אוּן זאָגט ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן:

— טהוּ מיִט דיִ לײַט װאָס דוּ װיִלסט!

נעֶהמט ר׳ יְהוֹשֻעַ אוּן גיִסט אַרײַן דאָס קריִגעֶל שליִנג־װאַסעֶר איִן אַ פאַס, אוּן זאָגט דיִ אַטהעֶנעֶר:

— אַז איִהר װעֶט אָנגיִסעֶן פוּל דיִ פאַס, קעֶנט איִהר זיִך געֶהן פרײַ.

האָבּעֶן זיִך דיִ אַטהעֶנעֶר געֶשטעֶלט שעֶפעֶן װאַסעֶר אָנצוּגיִסעֶן אַ פוּלעֶ פאַס, נאָר װיִפיִעל זײֵ האָבּעֶן געֶגאָסעֶן אוּן געֶגאָסעֶן האָט זיִך עֶס ניִשט אָנגעֶזעֶהן: דאָס שלוּנג־װאַסעֶר האָט איִן זיִך אײַנגעֶשלוּנגעֶן איִנגאַנצעֶן דאָס װאַסעֶר. האָבּעֶן זײֵ אַזוׂי לאַנג געֶשעֶפּט אוּן געֶגאָסעֶן בּיִז זײֵ זעֶנעֶן געֶבּליִבּעֶן אָהן העֶנד אוּן אָהן אַקסלעֶן, אוּן אַזוׂי אַרוּם זעֶנעֶן זײֵ אַלעֶ בּיִז אײֵנעֶם אוּמגעֶקוּמעֶן.

¹) ראָגאָזשעֶ. ²) אַזאַ אָרט איִן ים, װאָס לוׂיט דיִ אַלטעֶ לעֶגעֶנדעֶן, שליִנגט עֶס אײַן אַלעֶ אַנדעֶרעֶ װאַסעֶרעֶן פוּן דעֶר װעֶלט.

↤ 113

רַבִּי יְהוֹשֻעַ אוׂיף דעֶר עֶלטעֶר.

דעֶר קֵיסָר האָט בּעֶמעֶרקט, אַז דעֶר אַלטעֶר ר׳ יְהוֹשֻעַ האָט אוׂיפגעֶהעֶרט צוּ בּעֶזוּכעֶן דאָס געֶװיִסעֶ הוׂיז בֵּי־אֲבִידָן, װאוּ דיִ געֶלעֶהרטעֶ פלעֶגעֶן זיִך פוּן צײַט צוּ צײַט פעֶרזאַמלעֶן אוּן פיִהרעֶן צװיִשעֶן זיִך װיִסעֶנשאַפטלעֶכעֶ שמוּעֶסעֶן. פרעֶגט עֶר איִהם, װאָס איִז דיִ סִבָּה דעֶרפוּן. עֶנטפעֶרט עֶר איִהם:

— דעֶר בּאַרג איִז בּעֶשנײֵט, אַרוּם איִהם — שטיִקעֶר אײַז, דיִ היִנט דאָרטעֶן בּיִלעֶן שוׂין ניִשט אוּן דיִ מיִהלעֵן מאָהלעֶן ניִשט ¹).

¹) ד.ה. דעֶר קאָפּ איִז בּעֶדעֶקט מיִט װײַסעֶ האָר, אַרוּם איִהם דיִ גרוׂיעֶ בּאָרד מיִט װאָנצעֶן; דאָס קוׂל איִז אָפּגעֶשװאַכט, דיִ צײֵן קײַעֶן ניִשט.

↤ 114

נַחוּם אִישׁ גַם־זוֹ (גִמְזוֹ).
גַם זוֹ לְטוׂבָה.

דעֶם געֶװיִסעֶן תַּנָא נַחוּם מיִט׳ן בּײַנאָמעֶן אִיש גִמְזוֹ ¹), האָט מעֶן געֶרוּפעֶן אַבּיִסעֶל געֶעֶנדעֶרט: אִיש גַם־זוֹ, אוּן דאָס איִז געֶװעֶן דעֶרפאַר, װײַל אוׂיף אַלעֶס, װאָס מיִט איִהם זאָל זיִך ניִשט פּאַסיִרעֶן, פלעֶג עֶר אַלץ זאָגעֶן: „גַם זוֹ לְטוׂבָה” (דאָס איִז אוׂיך צוּ גוּטעֶן).

אײֵנמאָל האָבּעֶן יוּדעֶן געֶװאָלט שיִקעֶן אַ מַתָּנָה דעֶם קֵיסָר. טראַכט מעֶן: װעֶר זאָל נעֶהמעֶן אוׂיף זיִך אַזאַ שְלִיחוּת צוּ׳ם קֵיסָר? בּלײַבּט מעֶ זאָל שיִקעֶן נַחוּם אִיש גַם־זוֹ, װײַל מיִט איִהם טרעֶפעֵן זיִך אָפטעֶ נִסִים. שיִקט מעֶן דוּרך איִהם אַ קעֶסטעֶלעֶ פוּל מיִט דיִמעֶנטעֶן אוּן בּריִליִאַנטעֶן. אוׂיפ׳ן װעֶג איִז איִהם אוׂיסגעֶקוּמעֶן זיִך אָפּצוּשטעֶלעֶן נעֶכטיִגעֶן איִן אַ אײַנפאָהר־הוֹיז. בּײַנאַכט, אַז עֶר איִז אײַנגעֶשלאָפעֶן, האָבּעֶן דיִ הוׂיז־לײַט שטיִלעֶרהײֵד געֶעֶפעֶנט דאָט קעֶסטעֶלעֶ, אַרוׂיסגעֶ׳גַנְב׳עֶט אַלץ װאָס דאָרט איִז געֶװעֶן אוּן עֶס אָנגעֶשטאָפּט מיִט עֶרד. מאָרגעֶן פריִה, אַז עֶר האָט עֶס בּעֶמעֶרקט, זאָגט עֶר: „גַם־זוֹ לְטוׂבָה”, נעֶהמט דאָט קעֶסטעֶלעֶ אוּן געֶהט זיִך זײַן װעֶג װײַטעֶר.

אַז מ׳האָט דאָס קעֶסטעֶלעֶ געֶבּראַכט פאַר׳ן קֵיסָר אוּן דאָס געֶעֶפעֶנט, דעֶרזעֶהט מעֶן — ס׳איִז פוּל מיִט עֶרד. װעֶרט דעֶר קֵיסָר אוׂיפגעֶבּראַכט: „יוּדעֶן, זאָגט עֶר, שפּעֶטעֶן פוּן מיִר” — אוּן הײֵסט טוׂיטעֶן דעֶם שָׁלִיחַ. נַחוּם אִיש גַם־זוֹ בּלײַבּט רוּהיִג אוּן זאָגט, װיִ זײַן שטײֵגעֶר איִז: „גַם זוֹ לְטוׂבָה”. דעֶרװײַל קוּמט אֵלִיָהוּ הַנָבִיא איִנ׳ם געֶשטאַלט פוּן אײֵנעֶם פוּן דעֶם קֵיסָר׳ס העֶרעֶן אוּן זאָגט:

— מעֶגליִך, דיִ עֶרד איִז פוּן דעֶם געֶװיִסעֶן מִין, װאָס אַבְרָהָם זײֵעֶר עֶלטעֶר־זײֵדעֶ האָט זיִך מיִט איִהר בּעֶנוּצט איִן זײַנעֶ מִלְחָמוׂת אוּן בּעֶװיִזעֶן װאוּנדעֶרליִכעֶ גְבוּרוֹת: װיִ נוּר עֶר האָט פוּן דעֶר עֶרד געֶװאָרפעֶן אוׂיפ׳ן פײַנד, האָט זיִ זיִך בּאַלד פעֶרװאַנדעֶלט איִן שװעֶרדעֶן אוּן פײַלעֶן.

¹) פוּן דעֶר שטאָדט גמזו איִן יהוּדה.

↤ 115

איִז דאָ אַ מְדִינָה, װאָס דעֶר קעֶניִג האַלט מִלְחָמָה מיִט איִהר אוּן קעֶן זיִ ניִט אײַננעֶהמעֶן. נעֶהמט מעֶן דיִ עֶרד אוּן מעֶ פּרוּבט זיִ אוׂיס אוׂיף יעֶנעֶר מְדִינָה — האָט זיִ געֶמוּזט זיִך בּאַלד אוּנטעֶרגיִבּעֶן. פיִהרט מעֶן נַחוּם אִיש גַם־זוֹ אַרײַן איִן קעֶניִגליִכעֶן שאַץ־קאַמעֶר אוּן מעֶ לעֶגט איִהם אָן דאָס קעֶסטעֶלעֶ זײַנס פוּל מיִט דיִמעֶנטעֶן אוּן בּריִליִאַנטעֶן אוּן מעֶ לאָזט איִהם אָפּ מיִט גרוׂיס כָּבוׂד.

צוּריִקװעֶגס האָט עֶר זיִך װיִדעֶר אָפּגעֶשטעֶלט נעֶכטיִגעֶן איִן דעֶם אײֵגעֶנעֶם גאַסט־הוׂיז, פרעֶגעֶן איִהם דיִ הוׂיז־לײַט: „װאָס האָסטוּ אַזוׂינס מיִט זיִך געֶבּראַכט דעֶם קעֶניִג, װאָס מ׳האָט דיִר אָנגעֶטהוּן אַזוׂי פיִעל כָּבוׂד?”

עֶנטפעֶרט עֶר: „װאָס איִך האָבּ געֶנוּמעֶן פוּן דאַנעֶן האָבּ איִך געֶבּראַכט אַהיִן”.

דעֶרהעֶרט דאָס, האָבּעֶן זײֵ געֶחאַפּט אוּן אוּמגעֶלעֶגט דאָס הוׂיז אוּן דיִ גאַנצעֶ עֶרד פוּן דאָרט גיִך אַװעֶקגעֶפיִהרט צוּ׳ם קעֶניִג.

— דיִ װאוּנדעֶרליִכעֶ עֶרד װאָס יעֶנעֶר יוּד האָט געֶבּראַכט אַהעֶר — זאָגעֶן זײֵ דעֶם קעֶניִג — איִז געֶנוּמעֶן געֶװאָרעֶן בּײַ אוּנז. דאָ האָבּעֶן מיִר דיִר געֶבּראַכט פוּן איִהר אַ סַך, פוּלעֶ קאַסטעֶנס.

פּרוּבט מעֶן אוׂיס דיִ עֶרד, װאָס זײֵ האָבּעֶן געֶבּראַכט, לאָזט זיִך אוׂיס, אַז ס׳איִז ניִשט אַזוׂי. האָט מעֶן גלײַך איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן זײֵ אַלעֶ צוּ׳ם טוׂיט.

אַלײֵן אוׂיף זיִך אוׂיסגעֶבּעֵטעֶן.

מעֶ דעֶרצעֶהלט, אַז נַחוּם אִיש גַם־זוֹ איִז פוּן אַ קרעֶנק געֶבּליִבּעֶן בּליִנד אוׂיף בּײֵדעֶ אוׂיגעֶן, אָהן העֶנד אוּן אָהן פיִס אוּן דאָס גאַנצעֶ לײַבּ זײַנס איִז בּעֶדעֶקט געֶװאָרעֶן מיִט קרעֶץ. אַזוׂי איִז עֶר געֶליִגעֶן איִן אַ אַלט צוּפלוֹיט הײַזעֶל אוּן דיִ פיִסליִך פוּן זײַן בּעֶט זעֶנעֶן געֶשטאַנעֶן איִן בּעֶקעֶנס װאַסעֶר, כְּדֵי קײַן מיִלבּעֶן זאָלעֶן ניִשט קעֶנעֶן צוּקוּמעֶן צוּ איִהם. װיִ דיִ תַּלְמִידִים האָבּעֶן בּעֶמעֶרקט, אַז דאָס הײַזעֶל האַלט בּײַ׳ם אײַנפאַלעֶן,האָבּעֶן זײֵ געֶװאָלט אַרוׂיסטראָגעֶן פריִהעֶר דאָס בּעֶטיִל מיִט׳ן קראַנקעֶן רֶבִּי׳ן אוּן דעֶרנאָך אוׂיסרוׂימעֶן דיִ כֵּלִים; זאָגט עֶר זײֵ: „קיִנדעֶר מײַנעֶ, פריִהעֶר רוׂימט־אוׂיס דיִ כֵּלִים אוּן דעֶרנאָך װעֶט איִהר אַרוׂיסטראָגעֶן מײַן בּעֶט, װײַל איִהר מעֶגט זײַן זיִכעֶר, אַז װיִ לאַנג איִך געֶפוּן זיִך איִן הײַזעֶל װעֶט עֶס ניִשט אײַנפאַלעֶן”. האָבּעֶן דיִ תַּלְמִידִים אַזוׂי געֶטהוּן: פריִהעֶר אוׂיסגעֶרוׂימט דיִ כֵּלִים, דעֶרנאָך עֵרשט דאָס בּעֶטיִל — אוּן בּאַלד איִז דאָס הײַזעֶל אײַנגעֶפאַלעֶן.

רוּפעֶן זיִך אָן צוּ איִהם דיִ תַּלְמִידִים:

— רֶבִּי, אַז דוּ בּיִסט יאָ אַזאַ אֱמֶת׳עֶר צַדִיק, װיִ קוּמט עֶס דוּ זאָלסט אַזוׂי אָפּקוּמעֶן?

עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: קיִנדעֶר מײַנעֶ, איִך אַלײֵן האָבּ עֶס אוׂיף זיִך ↰ 116 אוׂיסגעֶבּעֵטעֶן. אײֵנמאָל בּיִן איִך געֶגאַנגעֶן איִן װעֶג צוּ מײַן שװעֶר צוּ־גאַסט, אוּן מיִט מיִר האָבּ איִך געֶהאַט דרײַ עֵזלעֶן אָנגעֶלאָדעֶנעֶ מיִט אַלעֶס גוּטס: אײֵנס מיִט שפּײַזעֶן, אײֵנס מיִט געֶטראַנקעֶן אוּן דאָס דריִטעֶ מיִט פעֶרשיִדעֶנעֶ זיִסעֶ פרוּכט. קוּמט אָן אַקעֶגעֶן אַן אָרוּמאַן, שטעֶלט זיִך מיִר איִן װעֶג אוּן בּעֵט: „רַבִּי, גיִבּ מיִר עֶפּיִס עֶסעֶן”. — װאַרט־צוּ — זאָג איִך איִהם — בּיִז איִך װעֶל אַראָבּנעֶהמעֶן עֶפּיִס פוּנ׳ם עֵזעֶל. אוּן אײֵדעֶר איִך האָבּ זיִך געֶריִהרט אַראָפּצוּנעֶהמעֶן פאַר איִהם װאָס ס׳איִז פוּנ׳ם עֵזעֶל — איִז איִהם דיִ נְשָמָה אוׂיסגעֶגאַנגעֶן. בּיִן איִך בּאַלד צוּ־געֶפאַלעֶן צוּ איִהם. אוּן אָנגעֶהוׂיבּעֶן װײֵנעֶן אוּן שרײַעֶן: דיִ אוׂיגעֶן מײַנעֶ, װאָס האָבּעֶן זיִך ניִשט דעֶרבּאַריִמט אוׂיף דײַנעֶ אוׂיגעֶן, זאָלעֶן בּליִנד װעֶרעֶן; דיִ העֶנד מײַנעֶ, װאָס האָבּעֶן זיִך ניִשט דעֶרבּאַריִמט אוׂיף דײַנעֶ, זאָלעֶן אָפּגעֶשניִטעֶן װעֶרעֶן; דיִ פיִס מײַנעֶ, װאָס האָבּעֶן זיִך ניִשט דעֶרבּאַריִמט אוׂיף דײַנעֶ, זאָלעֶן אָפּגעֶהאַקט װעֶרעֶן, אוּן איִך האָבּ זיִך נאָך ניִשט געֶקיִהלט בּיִז איִך האָבּ אוׂיסגעֶשריִגעֶן: „מײַן גאַנץ לײַבּ זאָל בּעֶדעֶקט װעֶרעֶן מיִט קרעֶץ”.

— װעֶה איִז אוּנז, רֶבִּי, װאָס מיִר זעֶהעֶן דיִך איִן אַזאַ צוּשטאַנד — זאָגעֶן דיִ תַּלְמִידִים מיִט גרוׂיס צַעַר.

— װעֶה װאָלט מיִר געֶװעֶן — עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ — איִהר זאָלט מיִך ניִשט זעֶהן איִן אַזאַ צוּשטאַנד.

↤ 117

רַבִּי טַרְפוֹן.
רַבִּי טַרְפוֹן איִן זאַק.

דעֶר תַּנָא רַבִּי טַרְפוֹן איִז געֶװעֶן זעֶהר רײַך, געֶהאַט פיִעל אײֵגעֶנעֶ גאָרטעֶנס, װעֶלכעֶ עֶר פלעֶג זעֶהר זעֶלטעֶן בּעֶזוּכעֶן, אוּן רעֶריִבּעֶר האָבּעֶן אַ סַך פוּן זײַנעֶ שוֹמְרִים אוּן פּאַכטעֶרס איִהם ניִשט געֶקעֶנט איִן געֶזיִכט. מאַכט זיִך אַ מאָל, אַז עֶר איִז אַרײַן איִן אײֵנעֶם פוּן זײַנעֶ אײֵגעֶנעֶ גאָרטעֶנס אוּן געֶנוּמעֶן דאָרט פעֶרזוּכעֶן פוּן דיִ געֶפּרעֶסטעֶ פײַגעֶן, װאָס האָבּעֶן זיִך דאָרט געֶטרוּקעֶנט אוׂיף דעֶר זיִן. קוּמט דעֶר פּאַכטעֶר אוּן זעֶהט אַ פרעֶמדעֶר מעֶנש שטעֶהט אוּן עֶסט, שרײַעט עֶר אוׂיס: „אַהאַ, אָט איִז דעֶר װאָס גַנְב׳עֶט דיִ טרוׂיבּעֶן מײַנעֶ אַ גאַנץ יאָהר”. הוׂיבּט עֶר איִהם אָן קלאַפּעֶן מיִט׳ן שטעֶקעֶן, דעֶרנאָך װאַרפט עֶר איִהם אַרײַן איִן אַ זאַק אוּן טראָגט איִהם צוּ׳ם טײַך צוּ דעֶרטריִנקעֶן.

דעֶרזעֵהן אַז זײַן לעֶבּעֶן שטעֶהט איִן געֶפאַהר, האָט רַבִּי טַרְפוֹן אָנגעֶהוׂיבּעֶן שרײַעֶן פוּן זאַק אַרוֹס: „איִך בּעֶשװעֶר דיִך, געֶה זאָג בּײַ טַרְפוֹנ׳עֶן איִן הוׂיז, אַז מעֶ זאָל פאַר איִהם אָנגרײֵטעֶן תַּכְרִיכִים”.

װיִ דעֶר פּאַכטעֶר האָט דאָס דעֶרהעֶרט, האָט עֶר זיִך גלײַך אָנגעֶשטוׂיסעֶן װעֶמעֶן עֶר טראָגט דאָ איִן זאַק, גיִט עֶר זיִך אַ װאָרף אוׂיף דעֶר עֶרד, הוׂיבּט אָן רײַסעֶן אוׂיף זיִך דיִ האָר, אוּן װײֵנט אוּן שרײַט: „רֶבִּי, זײַ מיִר מוׂחֵל!”

— זײַ רוּהיִג — זאָגט איִהם רַבִּי טַרְפוֹן — מעֵגסט מיִר זיִכעֶר גלײֵבּעֶן, אַז יעֶדעֶן קלאַפּ מיִט׳ן שטעֶקעֶן װאָס דוּ האָסט מיִר געֶגעֶבּעֶן, האָבּ איִך דיִר איִהם בּאַלד מוׂחֵל געֶװעֶן.

מעֶ דעֶרצעֶהלט, אַז אַלעֶ זײַנעֶ יאָהרעֶן האָט דעֶר צַדִיק רַבִּי טַרְפוֹן זיִך שטאַרק געֶעֶרגעֶרט װאָס עֶר האָט אוׂיסגעֶנוּצט זײַן נאָמעֶן אוׂיף צוּ רעֵטעֶן זיִך.

— װעֶה איִז מיִר — האָט עֶר איִן געֶשריִגעֶן — צוּליִעבּ מײַן טוֹבָה האָבּ איִך זיִך בּעֶנוּצט מיִט דעֶר קרוׂין פוּן דעֶר תּוׂרָה!

אײַנגעֶקוׂיפט אַ שטעֶדטיִל.

װיִ מעֶ דעֶרצעֶהלט, האָט רַבִּי טַרְפוֹן, לוׂיט זײַן גרוׂיס רײַכקײַט, ניִשט ↰ 118 געֶהאַט קײַן געֶנוּג אָפעֶנעֶ האַנד. אײֵנמאָל בּעֶגעֶגעֶנט איִהם רַבִּי עֲקִיבָא, זאָגט עֶר איִהם: „רֶבִּי, װיִלסטוּ אֶפְשַר איִך זאָל פאַר דיִר קוׂיפעֶן אַ שטעֶדטיִל אָדעֶר צװײֵ?”

— מעֶגסט — עֶנטפעֶרט עֶר, אוּן דאָ אוׂיפ׳ן אָרט גיִט עֶר איִהם דעֶרוׂיף פיִער טוׂיזעֶנד גאָלדעֶנעֶ רעֶנדליִך.

געֶהט אַװעֶק ר׳ עֲקִיבָא אוּן צעֶטהײֵלט איִנגאַנצעֶן דאָס געֶלד צװיִשעֶן דיִ אָרוּמעֶ װאוׂילגעֶלעֶהרעֶנטעֶ. איִן אַ צײַט אַרוּם בּעֶגעֶגעֶנט איִהם ר׳ טַרְפוֹן.

— װאוּ זעֶנעֶן דיִ שטעֶדטליִך, װאָס דוּ האָסט פאַר מיִר געֶזאָלט קוׂיפעֶן? — פרעֶגט עֶר איִהם.

נעֶהמט איִהם אָן ר׳ עֲקִיבָא בּײַ דעֶר האַנד אוּן פיִהרט איִהם אַרײַן איִן בֵּית־הַמֶדְרָש. דאָרטעֶן רוּפט עֶר צוּ אײֵנעֶם פוּן דיִ שוּל־קיִנדעֶר, מיִשט איִהם אוׂיף אַ מִזְמוֹר איִן תְּהִלִים אוּן דאָס קיִנד נעֶהמט לײֵעֶנעֶן. װיִ ס׳איִז געֶקוּמעֶן צוּ׳ם פָּסוּק:

מיִט אַ אָפעֶנעֶר האַנד געֶגעֶבּעֶן פאַר נוׂיט־בּעֶדעֶרפטיִגעֶ —
פעֶרבּלײַבּט זײַן װאוׂילטהאַט אוׂיף אײֵבּיִגעֶ צײַטעֶן —

רוּפט זיִך אָן ר׳ עֲקִיבָא צוּ ר׳ טַרְפוֹנ׳עֶן:

— העֶרסט — דאָס איִז דיִ שטאָדט װאָס איִך האָבּ פאַר דיִר געֶקוׂיפט.

דעֶרהעֶרט דאָס, נעֶהמט ר׳ טַרְפוֹן קוּשעֶן ר׳ עֲקִיבָא׳ן:

— רֶבִּי מײַנעֶר, פיִהרעֶר מײַנעֶר — האָט עֶר אוׂיסגעֶרוּפעֶן — רֶבִּי מײַנעֶר איִן װיִסעֶנשאַפט, פיִהרעֶר מײַנעֶר איִן מעֶנשליִכקײַט!

אוּן ר׳ טַרְפוֹן האָט איִהם געֶגעֶבּעֶן נאָך פיִעל געֶלד אוׂיף צעֶטהײֵלעֶן מיִט דעֶר בּרײֵטעֶר האַנד.

רַבִּי טַרְפוֹן אוּן זײַן מוּטעֶר.

רַבִּי טרְפיִן׳ס אַלטעֶ מוּטעֶר איִז איִן אַ שַׁבָּת׳דיִגעֶן טאָג אַרוׂיסגעֶגאַנגעֶן צוּ זיִך איִן הוׂיף אַרוּמשפּאַציִרעֶן, האָט זיִך איִבּעֶרגעֶריִסעֶן בּײַ איִהר דאָם ריִמעֶנדיִל פוּנ׳ם פּאַנטאָפעֶל אוּן עֶר איִז אַראָפּגעֶפאַלעֶן פוּנ׳ם פוּס. לעֶגט־אוּנטעֶר ר׳טַרְפוֹן זײַנעֶ בּײֵדעֶ העֶנד אוּנטעֶר איִהרעֶ פיִס־טריִט אוּן אַזוׂי האָט עֶר זיִ געֶלאָזט טרעֶטעֶן אוׂיף זײַנעֶ העֶנד בּיִז זיִ איִז געֶקוּמעֶן צוּריִק איִן שטוּבּ צוּ איִהר בּעֶט.

אײֵנמאָל איִז ר׳ טַרְפוֹן קראַנק געֶװאָרעֶן אוּן זײַנעֶ חֲבֵרִים פוּן דיִ תַּנָאִים זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן איִהם בּעֶזוּכעֶן. קוּמט־צוּ זײַן מוּטעֶר צוּ זײֵ אוּן זאָגט: „בּעֵט גאָט פאַר מײַן זוּהן, זײַן כִּבּוּד־אֵם האָט גאָר קײַן שִיעוּר ניִשט”.

— װאָס טהוּט עֶר אַזוׂינס פאַר דיִר? — פרעֶגעֶן זײֵ.

דעֶרצעֶהלט זיִ זײֵ יעֶנעֶ מַעֲשֶׂה. רוּפעֶן זײֵ זיִך אָן: „אֲפיִלוּ װעֶן עֶר טהוּט פאַר דיִר טוׂיזעֶנד־טוׂיזעֶנדעֶר מאָל אַזוׂי פיִעל, קוּמט־עֶס נאָך ניִשט אֲפיִלוּ צוּ העֶלפט פוּן דעֶם כִּבּוּד־אֵם װאָס דיִ תּוֹרָה הײֵסט”.

↤ 119

רַבִּי עֲקִיבָא.
משֶׁה רַבֵּנוּ אוּן רַבִּי עֲקִיבָא.

װעֶן משֶׁה האָט זיִך אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אוׂיפ׳ן היִמעֶל געֶפוּנט עֶר, װיִ גאָט בָּרוּך־הוּא זיִצט אוּן בּעֶפּוּצט דיִ אוׂתִיוׂת פוּן דעֶר תּוׂרָה מיִט קרוׂינדליִך ¹).

זאָגט עֶר איִהם:

— רִבּוֹנוֹ־שֶל־עוֹלָם! װעֶר האַלט דיִך אָפּ איִבּעֶרגעֵבּעֶן דיִ תּוׂרָה בּאַלד? צוּ װאָס טוׂיגעֶן דיִ קרוֹינדליִך?

עֶנטפעֶרט איִהם גאָט: איִן פיִעל דוֹרוׂת אַרוּם װעֶט קוּמעֶן אײֵן מעֶנש, עֲקִיבָא בֶּן יוׂסֵף הײֵסט עֶר, װעֶט עֶר פוּן יעֶדעֶר אײֵנציִג שטריִכעֶלעֶ אוׂיסדריִנגעֶן גאַנצעֶ בּעֶרג נײַעֶ הֲלָכוׂת ²).

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם — זאָגט װײַטעֶר משֶׁה — װײַז מיִר איִהם.

— קוּק זיִך אוּם.

קוּקט זיִך משֶׁה אוּם, דעֶרזעֶהט עֶר װיִ עֶס זיִצט אַ מאַן אוּן לעֶרעֶנט מיִט זײַנעֶ תַּלְמִידִים, אוׂיסגעֶזעֶצטעֶ פאַר איִהם שוּרוׂת־װײַז. געֶהט משֶׁה אוּן זעֶצט זיִך איִן עֶק פוּן דעֶר אַכטעֶר שוּרָה, אוּן העֶרט זיִך אײַן. פעֶרשטעֶהט עֶר ניִשט װאָס מעֶ רעֶדט דאָרט. װעֶרט עֶר בּײַ זיִך אַראָפּגעֶפאַלעֶן. איִן דעֶם האָט ר׳ עֲקִיבָא געֶזאָגט דיִ תַּלְמִידִים עֶפּיִס אַ דִין, אוׂיף װעֶלכעֶן דיִ תַּלְמִידִים האָבּעֶן איִהם אַ פרעֶג געֶטהוּן: „רֶבִּי, פוּן װאַנעֶן װײֵסטוּ עֶס?” עֶנטפעֶרט עֶר: „ס׳איִז אַ קַבָּלָה פוּן משֶׁה׳ן נאָך פוּנ׳ם בּאַרג סִינַי”. דעֶרהעֶרט דאָס האָט זיִך משֶׁה בּעֶרוּהיִגט.

קוּמט משֶׁה דעֶרנאָך צוּריִק פאַר גאָט אוּן זאָגט איִהם:

— רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם, אַזאַ מאַן איִז בּײַ דיִר פאַרהאַן אוּן דיִ תּוֹרָה װיִלסטוּ גיִבּעֶן דוּרך מיִר?

¹) פיִעל אוׂתיוׂת איִן דעֶר ספר־תּוׂרה זעֶנעֶן פוּן אוׂיבּעֶן בּײַ דיִ קעֶפּליִך בּעֶפּוּצט מיִט תּגין, אַזעֶלכעֶ שטריִכעֶליִך װאָס זעֶהעֶן־אוׂיס װיִ קרוׂינדליִך, װעֶלכעֶ װיִנקעֶן־אָן, נאָכ׳ן מײֵנוּנג פוּן דיִ חכמים, אוׂיף פעֶרשיִדעֶנעֶ ענינים. ²) דינים.

↤ 120

— שװײַג — עֶנטפעֶרט איִהם גאָט — אַזוׂי איִז איִן מײַן געֶדאַנק אוׂיסגעֶקוּמעֶן.

— רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם — זאָגט װײַטעֶר משֶׁה — דוּ האָסט מיִר געֶװיִזעֶן זײַן לעֶרנעֶן, װײַז מיִר זײַן בּעֶלוׂין.

— קוּק זיִך אוּם — זאָגט איִהם גאָט.

קוּקט זיִך משֶׁה אוּם אוּן זעֶהט, װיִ מעֶן װעֶגט עֲקִיבָא׳ס פלײֵש שטיִקעֶר־װײַז איִן יאַטקעֶס.

— רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם — שרײַעט משֶׁה אוׂיס — דאָס איִז דיִ תּוֹרָה אוּן דאָס איִז איִהר בּעֶלוׂין!

— שװײַג — עֶנטפעֶרט איִהם גאָט — אַזוׂי איִז איִן מײַן געֶדאַנק אוׂיסגעֶקוּמעֶן.

רַבִּי עֲקִיבָא אוּן כַּלְבָּא־שָׂבוּעַ׳ס טאָכטעֶר.

רַבִּי עֲקִיבָא איִז געֶװעֶן אַ פּאַסטוּך בּײַ דעֶם רײַכעֶן כַּלְבָּא־שָׂבוּעַ. האָט רָחֵל, כַּלְבָּא־שָׂבוּעַ׳ס טאָכטעֶר, געֶזעֶהן װיִ עֶהרליִך עֶר איִז אוּן לײַטיִש, האָט זיִ איִהם ליִעבּ בּעֶקוּמעֶן. אײֵנמאָל זאָגט זיִ איִהם:

— װעֶן איִך זאָל אײַנשטיִמעֶן פאַר דיִר אַ כַּלָּה װעֶרעֶן, װאָלסטוּ זיִך אַװעֶקגעֶלאָזט עֶרגיִץ איִן אַ בֵּית־הַמֶדְרָש זיִך דאָרט זעֶצעֶן אוׂיף אַ צײַט לעֶרנעֶן?

— יאָ — עֶנטפעֶרט עֶר.

װעֶרט זיִ פאַר איִהם אַ כַּלָּה אָהן דעֶם פאָטעֶר׳ס װיִסעֶן. װיִ כַּלְבָּא־שָׂבוּעַ האָט זיִך דעֶרפוּן דעֶרװאוּסט, האָט עֶר זיִ אַרוׂיסגעֶטריִבּעֶן פוּן זײַן הוׂיז אוּן האָט געֶנוּמעֶן אוׂיף זיִך מיִט אַ נֵדֶר, אַז עֶר זאָל ניִשט לאָזעֶן זיִ געֶניִסעֶן פוּן זײַן פעֶרמעֶגעֶן אוׂיף אײַן האָר.

געֶהט זיִ אַװעֶק אוּן האָט חֲתוּנָה פאַר ר׳ עֲקִיבָא׳ן. פלעֶגעֶן זײֵ פאַר גרוׂיס אָרוּמקײַט נעֶכטיִגעֶן װיִנטעֶר־צײַט איִן אַ קאַמעֶר װאוּ מעֶ לעֶגט־אָפּ שטרוׂי. זיִצט אַזוׂי אַמאָל עֲקִיבָא מיִט זײַן רָחֵל אוּן קלײַבּט איִהר אוׂיס דיִ שטרוׂיעֶליִך פוּן דיִ האָר. מאַכט עֶר צוּ איִהר: „װעֶן איִך זאָל פעֶרמאָגעֶן, װאָלט איִך דיִר געֶקוֹיפט אַ גאָלדעֶנעֶם יְרוּשָׁלַיִם” ¹) .

קוּמט אֵליהוּ איִנ׳ם געֶשטאַלט פוּן אַ מעֶנשעֶן, שטעֶלט זיִך אַװעֶק בּײַ דעֶר טהיִר אוּן בּעֵט אוׂיף אַ קוׂל: „גיִט מיִר אַבּיִסעֶל שטרוׂי, מײַן פרוׂי האָט געֶבּוׂירעֶן אַ קיִנד אוּן איִך האָבּ גאָר ניִשט װאָס איִהר אוּנטעֶרצוּבּעֶטעֶן”.

— זעֶהסט — זאָגט ר׳ עֲקִיבָא דעֶר פרוׂי זײַנעֶר — אָט דעֶר מעֶנש האָט אַפיִלוּ קײַן שטרוׂי אוׂיך ניִשט. מיִר זעֶנעֶן אַקעֶגעֶן איִהם רײַכעֶ.

— ניִשט קײַן רײַכקײַט — זאָגט זיִ איִהם — בּעֶגעֶר איִך. איִך װיִל נוּר זאָלסט ↰ 121 אוׂיסהאַלטעֶן דײַן װאָרט אוּן זיִך אַװעֶקלאָזעֶן איִן אַ בֵּית־הַמֶדְרָש לעֶרנעֶן תּוׂרָה.

¹) אַזאַ ציִרוּנג פוּן גאָלד, אוׂיף װעֶלכעֶר ס׳איִז אוׂיסגעֶקריִצט דיִ שטאָדט ירושלים.

איִז עֲקִיבָא אַװעֶק איִן בֵּית־הַמֶדְרָש פוּן ר׳ אֱלִיעֶזֶר אוּן ר׳ יְהוֹשֻעַ אוּן זיִך דאָרטעֶן געֶזעֶצט לעֶרנעֶן.

נאָך צװעֶלף יאָהר איִז עֶר געֶקוּמעֶן צוּריִק אַהײֵם, אַ גרוׂיסעֶר געֶלעֶהרטעֶר אוּן אַ רֶבִּי פוּן צװעֶלף טוׂיזעֶנד תַּלְמִידִים. װיִ עֶר איִז צוּגעֶקוּמעֶן היִנטעֶר זײַן שטוּבּעֶלעֶ העֶרט עֶר, װיִ מיִט זײַן פרוׂי טַעְנֶה׳ט אײֵנעֶר פוּן דיִ שְכֵנִים, אַ שלעֶכטעֶר מעֶנש: „רעֶכט האָט דיִר געֶטהוּן דײַן פאָטעֶר. אײֵנמאָל, איִז דעֶר פּאַסטוּך ניִשט דײַן גלײַכעֶן; אוּן װיִדעֶר, זעֶה װאָס עֶר האָט דיִר אָפּגעֶטהוּן: שוׂין אַזוׂי פיִעל צײַט, אַז עֶר האָט דיִך איִבּעֶרגעֶלאָזט אַ לעֶבּעֶדיִגעֶ אַלְמָנָה”.

— עֶר זאָל מיִך װעֶלעֶן פאָלגעֶן — לאָזט זיִך העֶרעֶן רָחֵל׳ס עֶנטפעֶר — װאָלט עֶר פעֶרבּראַכט דאָרט איִן בֵּית־הַמֶדְרָש בּײַ׳ם לעֶרנעֶן נאָך צװעֶלף יאָהר.

טהוּט אַזוׂי ר׳ עֲקִיבָא אוּן לאָזט זיִך װיִדעֶר אַװעֶק איִן בֵּית־הַמֶדְרָש. אָפּגעֶלעֶרעֶנט דאָרטעֶן נאָך צװעֶלף יאָהר, האָט עֶר זיִך אוּמגעֶקעֶרט צוּריִק צוּ זיִך אַהײֵם מיִט פיִער אוּן צװאַנציִג טוׂיזעֶנד תַּלְמִידִים.

איִז אַרוׂיס אַקעֶגעֶן איִהם דיִ גאַנצעֶ שטאָדט, לאָזט זיִך איִהם געֶהן אַקעֶגעֶן אוׂיך זײַן פרוׂי רָחֵל. זאָגעֶן איִהר דיִ שְׁכֵנוׂת: „לײַ זיִך גאַנצעֶ קלײֵדעֶר אוּן טהוּ זיִך אָן װיִ עֶס געֶהעֶר צוּ זײַן”. זאָגט זיִ: „עֶס מאַכט ניִשט אוׂיס, דעֶר צַדִיק װעֶט פיִהלעֶן מײַן האַרץ”.

װיִ רָחֵל איִז צוּ איִהם צוּגעֶקוּמעֶן איִז זיִ געֶפאַלעֶן פאַר איִהם אוׂיפ׳ן פָּנִים אוּן געֶקיִשט דיִ טריִט. װיִלעֶן דיִ תַּלְמִידִים זיִ אָפּשטוׂיסעֶן, זאָגט זײֵ ר׳ עֲקִיבָא: „לאָזט זיִ; מײַנס אוּן אײַעֶרס — איִז איִהרס”.

דעֶרהעֶרט אַז איִן שטאָדט איִז אָנגעֶקוּמעֶן אַ גרוׂיסעֶר תַּנָא, טראַכט זיִך דעֶר אַלטעֶר כַּלְבָּא־שָׂבוּעַ: „מעֶ דאַרף געֶהן צוּ איִהם, אֶפְשַר װעֶט עֶר מיִך בּעֶפרײַעֶן פוּן מײַן נֵדֶר געֵגעֶן מײַן טאָכטעֶר, איִך זאָל מעֶגעֶן איִהר צוּ היִלף קוּמעֶן איִן איִהר נוׂיט”. קוּמט עֶר פאַר ר׳ עֲקִיבָא אוּן דעֶרצעֶהלט איִהם װיִ דיִ זאַך איִז פאָרגעֶקוּמעֶן.

זאָגט איִהם ר׳ עֲקִיבָא: „װעֶן דוּ װאָלסט געֶװעֶן װיִסעֶן, אַז דײַן טאָכטעֶר׳ס מאַן װעֶט װעֶרעֶן אַ גרוׂיסעֶר געֶלעֶהרטעֶר, װאָלסטוּ דעֶמאָלט געֶנוּמעֶן אוׂיף זיִך אַזאַ נֵדֶר?”

— געֶװיִס ניִשט — עֶנטפעֶרט כַּלְבָּא־שָׂבוּעַ — אַפיִלוּ אײֵן פֵּרֶק װעֶן עֶר קעֶן, אײֵן הֲלָכָה.

— זאָלסטוּ װיִסעֶן — זאָגט איִהם ר׳ עֲקִיבָא — אַז דײַן טאָכטעֶר׳ס מאַן, דײַן געֶװעֶזעֶנעֶר פּאַסטוּך, דאָס בּיִן איִך.

פאַלט דעֶר אַלטעֶר כַּלְבָּא־שָׂבוּעַ מיִט׳ן פָּנִים צוּ דעֶר עֶרד, קוּשט ר׳ עֲקִיבָא׳ן דיִ פיִס אוּן שעֵנקט איִהם אַװעֶק אַ האַלבּ פעֶרמעֶגעֶן זײַנס.

↤ 122

װיִ ר׳ עֲקִיבָא האָט זיִך געֶנוּמעֶן צוּ׳ם לעֶרנעֶן.

בּיִז פעֶרציִג יאָהר האָט ר׳ עֲקִיבָא גאָר ניִשט געֶלעֶרעֶנט. אײַנמאָל שטעֶהט עֶר בּײַ אַ בּרוּנעֶן, זעֶהט עֶר דאָרטעֶן אַ אוׂיסגעֶהוֹילטעֶן שטײֵן. דעֶרפרעֶגט עֶר זיִך: װעֶר האָט דעֶם שטײֵן אוֹיסגעֶהוׂילט? זאָגט מעֶן איִהם: עֲקִיבָא, דוּ װײֵסט ניִשט פוּנ׳ם פָּסוּק: „װאַסעֶר רײַבּט־אוׂיס שטײֵנעֶר”. דעֶם שטײֵן האָבּעֶן אוׂיסגעֶהוׂילט דיִ טראָפּעֶן װאַסעֶר, װאָס פאַלעֶן אוׂיף איִהם טעֶג־טעֶגליִך אָהן אוׂיפהעֶר.

דעֶרהעֶרט דאָס האָט זיִך ר׳ עֲקִיבָא פעֶרטראַכט: אוֹיבּ דיִ פליִסיִגעֶ, שװאַכעֶ טראָפּעֶנס װאַסעֶר האָבּעֶן געֶקעֶנט דוּרכשלאָגעֶן דעֶם האַרטעֶן שטײֵן — בִּפְרַט דיִ װעֶרטעֶר פוּן דעֶר תּוׂרָה, דיִ פעֶסטעֶ װיִ אײַזעֶן, װעֶלעֶן דאָך געֶװיִס קעֶנעֶן דוּרכדרוּנגעֶן מײַן האַרץ, װאָס איִז ניִשט מעֶהר װיִ פלײֵש אוּן בּלוּט.

געֶהט עֶר אַװעֶק מיִט זײַנעֶם אַ זוּהן אוּן בּײֵדעֶ זעֶצעֶן זיִך לעֶרנעֶן בּײַ אַ דַרְדְקֵי־מְלַמֵד. האָט זײֵ דעֶר רֶבִּי אָנגעֶשריִבּעֶן דעֶם אַלף־בֵּית אוּן דעֶר פאָטעֶר מיִט׳ן זוּהן האָבּעֶן זיִך געֶלעֶרעֶנט צוּזאַמעֶן פוּן אײֵן טאָװעֶל. װיִ דעֶר מְלַמֵד האָט איִהם עֶפּעֶס געֶװיִזעֶן האָט עֶר זיִך דאָס גוּט אײַנגעֶ׳חַזֶר׳ט, זיִך נאָכדעֶם אַװעֶקגעֶזעֶצט אײֵנעֶר אַלײֵן פאַר־זיִך, געֶנוּמעֶן איִן דעֶם גוּט זיִך אײַנטראַכטעֶן אוּן שטאַרק זיִך פעֶרטיִעפעֶן: פאַר װאָס דאָס, פאַר װאָס יעֶנץ? — בּיִז עֶר האָט אַזוׂי אוׂיסגעֶלעֶרעֶנט דיִ גאַנצעֶ תּוֹרָה.

געֶהט עֶר אַװעֶק איִן בֵּית־הַמֶדְרָש פוּן ר׳ אֱלִיעֶזֶר אוּן ר׳ יְהוֹשֻעַ אוּן בּעֵט זײֵ, זײֵ זאָלעֶן נעֶהמעֶן איִהם לעֶרנעֶן אוּן עֶרקלעֶרעֶן מִשְנָה. װיִ זײֵ האָבּעֶן איִהם איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן אײֵן הֲלָכָה, איִז עֶר בּאַלד אַװעֶק, זיִך געֶזעֶצט מיִט איִהר פאַר־זיִך אוּן געֶנוּמעֶן זיִ בּעֶטראַכטעֶן פוּן אַלעֶ זײַטעֶן: צוּ װאָס האָט מעֶן איִהם געֶזאָגט דאָס װאָרט? אוּן װאָס איִז דעֶר מײֵן פוּן יעֶנעֶם װאָרט? — אוּן פעֶרװאָרפעֶן זײֵ מיִט פעֶרשיִדעֶנעֶ שַאֲלוׂת, אוּן אָפטמאָל זעֶהר האַרבּעֶ.

װיִ מעֶ דעֶרצעֶהלט, האָט אַ היִבּשעֶ צײַט ר׳ עֲקִיבָא געֶלעֶרעֶנט בּײַ ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן אוּן יעֶנעֶר האָט איִהם גאָר ניִט בּעֶמעֶרקט. װעֶן ר׳ עֲקִיבָא האָט איִהם אָבּעֶר דאָס עֶרשטעֶ מאָל אָפּגעֶשטעֶלט מיִט אַ האַרבּעֶר שַאֲלָה, רוּפט זיִך אָן צוּ איִהם ר׳יְהוֹשֻעַ מיִט׳ן לָשׁוֹן פוּנ׳ם פָּסוּק: „דאָס איִז דאָך דעֶר װאָס דוּ האָסט איִהם גריִנג געֶשעֶצט — טרעֵט נוּר איִצט אַרוׂיס מיִט איִהם אוׂיף אַ שטרײַט!”

ר׳ שִמְעוׂן בֶּן אֱלִיעֶזֶר האָט אוׂיף דעֶם געֶזאָגט אַזאַ מָשָׁל: אוׂיף אַ גרוׂיסעֶן פעֶסטעֶן פעֶלז איִז געֶזעֶסעֶן אַ שטײֵן־העֶקעֶר אוּן מיִט דעֶר האַק זײַנעֶר געֶהאַקט פוּן איִהם בּרעֶקלעֶך. זעֶהעֶן דאָס מעֶנשעֶן, פרעֶגעֶן זײֵ איִהם: װאָס טהוּסטוּ? עֶנטפעֶרט עֶר: איִך װיִל אוׂיסרײַסעֶן דעֶם פעֶלז אוּן איִהם אַרײַנװאַרפעֶן איִן יַרְדֵן אַרײַן. גלוׂיבּט מעֶן ניִט עֶר זאָל דאָס קעֶנעֶן בּעֶװײַזעֶן. אַרט דאָס איִהם ניִט אוּן עֶר טוּהט זיִך זײַנס: עֶר האַקט דעֶם פעֶלז װײַטעֶר, ↰ 123 בּיִז עֶר איִז אַרײַן מיִט דעֶר האַק טיִעף אוּנטעֶר איִהם — איִן מיִט אַ מאָל איִהם איִבּעֶרגעֶקעֶהרט איִן יַרְדֵן אַרײַן, זאָגעֶנדיִג דעֶרבּײַ: „ניִט דאָ איִז דײַן אָרט, נוּר דאָרט!” — דאָס זעֶלבּעֶ האָט ר׳ עֲקִיבָא אָפּגעֶטהוּן ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן אוּן ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן.

יעֶדעֶן טאָג פלעֶגט ר׳ עֲקִיבָא אָנקלוׂיבּעֶן אַ בּיִנטעֶל האָלץ, האַלבּ האָט עֶר פעֶרקוׂיפט אוּן דעֶרפוּן זיִך דעֶרנעֶהרט, אוּן האַלבּ האָט עֶר אוׂיסגעֶנוּצט צוּ׳ם לײַכטעֶן, צוּ׳ם הײֵצעֶן א.ד.ג. קוּמעֶן צוּ איִהם דיִ שְׁכֵנִים מיִט טַעֲנוׂת:

— עֲקִיבָא — שרײַעֶן זײֵ — דוּרכ׳ן רוׂיך פוּן דײַן האָלץ װעֶלעֶן מיִר אוּמקוּמעֶן! פעֶרקוׂיף עֶס בּעֶסעֶר אוּנז, װעֶסטוּ פאַר׳ן געֶלד בּעֶקוּמעֶן בּוׂימאײֵל אוּן בּײַ זײַן שײַן װעֶסטוּ לעֶרנעֶן.

עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: „נײֵן, איִך װעֶל עֶס ניִשט טהוּן. דאָס האָלץ נוּצט מיִר אוׂיף פיִעל זאַכעֶן: איִ איִך לעֶרן בּײ דעֶר שײַן פוּן דעֶם, איִ איִך װאַרם זיִך מיִט דעֶם אָן, איִ איִך שלאָף אוׂיף דעֶם”.

װיִ מעֶ דעֶרצעֶהלט, איִז ר׳ עֲקִיבָא שפּעֶטעֶר אוּנגעֶהײַעֶר רײַך געֶװעֶן, דיִ טיִשעֶן זעֶנעֶן בּײַ איִהם געֶװעֶן פוּן זיִלבּעֶר אוּן גאָלד, אוּן אוׂיפ׳ן בּעֶט פלעֶגט עֶר אַרוׂיף דוּרך גאָלדעֶנעֶ טרעֶפליִך, אוּן זײַן פרוׂי פלעֶגט אַרוׂיסגעֶהן געֶפּוּצט מיִט דיִ שעֶהנסטעֶ ציִרוּנגעֶן. האָבּעֶן זיִך דיִ תַּלְמִידִים אוׂיף דעֶם געֶקלאָגט: „רֶבִּי, דוּרך דעֶם װאָס דוּ ציִערסט זיִ אַזוׂי פעֶרשעהמסטוּ אוּנז בּײַ אוּנזעֶרעֶ פרוׂיעֶן”.

— זיִ האָט עֶס עֶהרליִך פעֶרדיִענט — עֵנטפעֶרט זײֵ ר׳ עֲקִיבָא — געֶנוּג האָט זיִ פריִהעֶר זיִך אָנגעֶליִטעֶן מיִט מיִר צוּליִעבּ דעֶר תּוֹרָה.

אָנגעֶבּוׂיגעֶן דעֶם קאָפּ.

רַבָּן גַמְלִיאֵל האָט דעֶרצעֶהלט: אײֵנמאָל פאָהר איִך מיִט אַ שיִף אוׂיפ׳ן װאַסעֶר, בּעֶמעֶרק איִך פוּן װײַטעֶנס װיִ אַ שיִפעֶל איִז צוּבּראָכעֶן געֶװאָרעֶן אוּן אוּנטעֶרגעֶגאַנגעֶן, האָבּ איִך געֶהאַט גרוׂיס עַגְמַת־נֶפֶש איִבּעֶר אײֵן תַּלְמִיד־חָכָם װאָס האָט זיִך דאָרט געֶפוּנעֶן — דאָס איִז געֶװעֶן ר׳ עֲקִיבָא. אַז איִך בּיִן אַרוׂיס דעֶרנאָך אוׂיף דעֶר יַבָּשָׁה, קוּמט אַרײַן ר׳ עֲקִיבָא צוּ מיִר איִן בֵּית־הַמֶדְרָש אוּן הײֵבּט מיִט מיִר אָן אַרײַנצוּשמוּעסעֶן איִן לעֶרנעֶן. פרעֶג איִך איִהם: „זוּהן מײַנעֶר, װעֶר האָט דיִך אַרוׂיסגעֶהוׂיבּעֶן פוּנ׳ם װאַסעֶר?” עֶנטפעֶרט עֶר: „אַ בּרעֶט פוּן דעֶר צוּבּראָכעֶנעֶר שיִף איִז מיִר אוּנטעֶרגעֶשװיִמעֶן, האָבּ איִך זיִך איִן איִהר אָנגעֶהאַלטעֶן אוּן בײַ יעֶדעֶר װאַל, װאָס איִז מיִר אַקעֶגעֶן געֶקוּמעֶן, האָבּ איִך אָנגעֶבּוֹיגעֶן דעֶם קאָפּ”...

אַלעֶס װאָס גאָט טהוּט איִז צוּ גוּטעֶן.

ר׳ עֲקִיבָא איִז אײֵנמאָל געֶגאַנגעֶן איִן װעֶג האָט עֶר געֶהאַט מיִט זיִך ↰ 124 אַן עֵזעֶל, אַ האָהן אוׂיף צוּ װעֶקעֶן איִהם פאַרטאָג, אוּן אַ ליִכט. פאַר נאַכט קוּמט עֶר אָן איִן אַ שטעֶדטיִל, זיִכט עֶר דאָרט אַ הוׂיז אוׂיף נאַכט־לעֶגעֶר, לאָזט איִהם קײֵנעֶר ניִשט אַרײַן. זאָגט עֶר: „אַלעֶס װאָס גאָט טהוּט איִז צוּ גוּטעֶן”, אוּן געֶהט אַװעֶק איִן פעֶלד אוּן בּלײַבּט דאָרט איִבּעֶרנעֶכטיִגעֶן. בּײַנאַכט לוׂיפט־אָן אַ לײֵבּ אוּן פעֶרצוּקט דאָס עֵזעֶל, בּאַלד נאָכדעֶם שפּריִנגט־אָן פוּן עֶרגיִץ אַ װיִלדעֶ קאַץ אוּן צעֶרײַסט דעֶם האָהן, שפּעֶטעֶר גיִט אַ בּלאָז אַ װיִנט אוּן לעֶשט־אוׂיס דאָס ליִכט. געֶבּליִבּעֶן אײֵנעֶר אַלײֵן איִן פעֶלד איִן דעֶר פיִנסטעֶרעֶר נאַכט, זאָגט ר׳ עֲקִיבָא, װיִ זײַן שטײֵגעֶר: „אַלעֶס װאָס גאָט טהוּט איִז צוּ גוּטעֶן”. איִן דעֶר פריִה דעֶרװאוּסט עֶר זיִך, אַז דוּרך דעֶם פעֶלד װאוּ עֶר האָט געֶנעֶכטיִגט, זעֶנעֶן בּײַנאַכט אָנגעֶקוּמעֶן אַ בּאַנדעֶ רוׂיבּעֶר, בּעֶפאַלעֶן דיִ שטאָדט אוּן אַלעֶ שטאָדט־לײַט אַװעֶקגעֶפיִהרט געֶפאַנגעֶן. זאָגט ר׳ עֲקִיבָא: „בּיִן איִך דעֶן ניִשט געֶרעֶכט געֶװעֶן — אַלעֶס װאָס גאָט טהוּט איִז צוּ גוּטעֶן” ¹).

ר׳ עֲקִיבָא איִן זײַן טרוׂיעֶר.

אַז ר׳ שִׁמְעוֹן, ר׳ עֲקִיבָא׳ס זוּהן, איִז געֶפעֶהרליִך קראַנק געֶװאָרעֶן, האָט ר׳ עֲקִיבָא ניִשט אוׂיפגעֶהעֶרט אוׂיף אײֵן טאָג צוּ לעֶרנעֶן פאַר דיִ תַּלְמִידִים איִן זײַן בֵּית־הַמֶדְרָש, עֶר פלעֶגט נוּר אַלעֶ מאָל שיִקעֶן אַ שָׁלִיחַ געֶװאוׂיר װעֶרעֶן װיִ ס׳האַלט מיִט׳ן חוׂלֶה. קוּמט דעֶר עֶרשטעֶר שָׁלִיחַ מיִט אַ יְדִיעָה: עֶס געֶהט שׁלעֶכט.

— לאָ׳מיִר לעֶרנעֶן — זאָגט ר׳ עֲקִיבָא צוּ זײַנעֶ תַּלְמִידִים.

קוּמט בּאַלד צעֶלוׂיפעֶן אַ צװײֵטעֶר שָׁלִיחַ אוּן זאָגט־אָן: עֶרגעֶר געֶװאָרעֶן.

ר׳ עֲקִיבָא טהוּט זײַנס אוּן לעֶרעֶנט מיִט דיִ תַּלְמִידִים װײַטעֶר.

קוּמט אַ דריִטעֶר אוּן זאָגט: עֶר גוֹססֶ׳ט.

— לעֶרעֶנט װײַטעֶר — זאָגט ר׳ עֲקִיבָא.

איִן דעֶם קוּמט דעֶר פעֶרטעֶר מיִט דעֶר שלעֶכטעֶר בְּשׂוּרָה: אוׂיסגעֶגאַנגעֶן.

עֶרשט דעֶמאָלט איִז ר׳ עֲקִיבָא אוׂיפגעֶשטאַנעֶן, אוׂיפגעֶטהוּן דיִ תְּפִלִין, צוּריִסעֶן אוׂיף זיִך דיִ קלײֵדעֶר אוּן געֶזאָגט: „בּיִז אַהעֶר איִז נאָך געֶליִגעֶן אוׂיף אוּנז דעֶר חוֹב צוּ לעֶרנעֶן, איִצט זעֶנעֶן מיִר מְחוּיָב אָפּגעֶבּעֶן דעֶם מֵת כָּבוׂד”.

האָט זיִך צוּנוׂיפגעֶקלוׂיבּעֶן אַ גרוׂיסעֶר עוׂלָם אוׂיף דעֶר לְוַיָה פוּן ר׳ עֲקִיבָא׳ס זוּהן אוּן מ׳האָט איִהם געֶמאַכט אַ גרוׂיסעֶן הֶסְפֵּד. פאַר דעֶם עוׂלָם׳ס צוּגעֶהן־זיִך האָט זיִך ר׳ עֲקִיבָא געֶשטעֶלט אוׂיף אַ הוׂיכעֶר בּאַנק אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן:

¹) דוּרך דעֶם װאָס עֶר איִז ניִשט געֶבּליִבּעֶן אוׂיף נאַכט איִן שטאָדט אוּן װאָס דאָס עֵזעֶל מיִט׳ן האָהן זעֶנעֶן אוּמגעֶקוּמעֶן אוּן דיִ ליִכט אוׂיסגעֶלאָשעֶן געֶװאָרעֶן, האָט איִהם אוׂיסגעֶמײַדט דאָס גרעֶסעֶרעֶ אוּמגליִק — אַרײַנצוּפאַלעֶן צוּ דיִ רוׂיבּעֶר איִן דיִ העֶנד.

↤ 125

— יוּדעֶן בּריִדעֶר, העֶרט מיִך אוׂיס. אַפיִלוּ מײַן זוּהן זאָל אַ חָתָן שטאַרבּעֶן — בּיִן איִך געֶנוּג געֶטרײֵסט דוּרך דעֶם כָּבוׂד װאָס איִהר האָט איִהם אָנגעֶטהוּן. ניִט װײַל איִך בּיִן אַ װאוׂילגעֶלעֶהרעֶנטעֶר האָט איִהר דאָס מיִר געֶטהוּן — דאָ געֶפוּנעֶן זיִך װאוׂילגעֶלעֶהרעֶנטעֶרעֶ פוּן מיִר; ניִט װײַל איִך בּיִן רײַך — דאָ איִז פאַרהאַן פיִעל רײַכעֶרעֶ פוּן מיִר. מֵילָא דיִ דָרוׂם־לײַט קעֶנעֶן רֶבִּי עֲקִיבָא׳ן — אָבּעֶר דיִ גָלִיל־לײַט פוּן װאַנעֶן קעֶנעֶן איִהם? לאָז זײַן, דיִ מעֶנעֶר קעֶנעֶן רֶבִּי עֲקִיבָא׳ן — װײַבּעֶר אוּן קיִנדעֶר אָבּעֶר פוּן װאַנעֶן קעֶנעֶן איִהם? אוׂיבּ אָבּעֶר איִהר זעֶנט געֶקוּמעֶן גלאַט צוּליִעבּ עֲקִיבָא׳ן — װיִפיִעל אַזעֶלכעֶ עֲקִיבָא׳ס האָט איִהר איִן מאַרק. איִך װײֵס אָבּעֶר, אַז דאָס װאָס איִהר האָט זיִך אָנגעֶטהוּן אַזוׂי פיִעל מיִה אוּן אַלעֶ אַהעֶר געֶקוּמעֶן איִז דאָס נוּר צוּליִעבּ דעֶר מִצְוָה אוּן צוּליִעבּ דעֶם כָּבוׂד פוּן דעֶר תּוׂרָה. איִהר האָט זיִך אַזוׂי געֶטראַכט: „גאָט׳ס תּוׂרָה איִז בּײַ איִהם איִן האַרצעֶן” — אוּן טאַקיִ דעֶרפאַר איִז אײַעֶר פאָרדיִענסט נאָך דאָפּעֶלט גרעֶסעֶר. יאָ, איִך בּיִן געֶטרײֵסט — געֶהט זיִך אַהײֵם איִן פריִעדעֶן.

אָפּגעֶצאָהלט אַ חוֹב.

דיִ חֲכָמִים האָבּעֶן זיִך אַ מאָל געֶנוׂיטיִגט איִן אַ גרוׂיסעֶר סוּמעֶ געֶלד אוׂיף אוׂיסצוּהאַלטעֶן דיִ יְשִׁיבָה. שיִקעֶן זײֵ ר׳ עֲקִיבָא׳ן צוּ אײֵנעֶר אַ רוׂימעֶריִן, זעֶהר אַ רײַכעֶ מאַטראָנעֶ, אוּן עֶר בּעֵט בּײַ איִהר זיִ זאָל איִהם לײַהעֶן דאָס געֶלד אוׂיף אַ בּעֶשטיִמטעֶר צײַט. זאָגט זיִ איִהם: „װעֶר װעֶט גאַראַנטיִרעֶן, אַז דיִ װעֶסט אָפּצאָהלעֶן דעֶם חוֹב איִן דעֶר צײַט?” עֶנטפעֶרט עֶר: „װעֶר דיִ װיִלסט”.

זאָגט זיִ איִהם: „זאָל זײַן גאָט איִן אָט דעֶר יַם”, — איִהר הוׂיז איִז געֶשטאַנעֶן בּײַ׳ם בּרעֶג יַם — זאָגט ר׳ עֲקִיבָא: „זאָל זײַן אַזוׂי”.

װיִ דיִ צײַט צוּ צאָהלעֶן איִז געֶקוּמעֶן — מאַכט זיִך אַז ר׳ עֲקִיבָא איִז קראַנק געֶװאָרעֶן אוּן האָט ניִשט געֶקעֶנט בּרעֵנגעֶן דאָס געֶלד. געֶהט דיִ מאַטראָנעֶ אַרוׂיס אוׂיפ׳ן בּרעֶג יַם אוּן זאָגט:

— האַר פוּן דעֶר װעֶלט! דוּ װײֵסט דאָך גאַנץ גוּט, אַז ר׳ עֲקִיבָא איִז איִצט קראַנק אוּן איִז ניִט איִן שטאַנד אָפּצאָהלעֶן דעֶם חוֹב. געֶדעֵנק־זשעֶ, אַז דוּ אוּן דעֶר יַם זעֶנעֶן פעֶראַנטװאָרטליִך.

װיִ נוּר זיִ האָט דאָס אוׂיסגעֶרעֶדט — מאַכט גאָט אַז דעֶם קֵיסָר׳ס טאָכטעֶר זאָל אַרײַן איִן קאָפּ אַ מְשׁוּגַעַת אוּן זיִ געֶהט אַרײַן איִן שאַץ־קאַמעֶר, נעֶהמט פוּן דאָרט אַ קעֶסטעֶלעֶ פוּל מיִט אײֵדעֶלשטײֵנעֶר אוּן מיִט גאָלדעֶנעֶ רעֶנדליִך אוּן װאַרפט דאָס אַרײַן איִן יַם. דעֶר יַם װיִדעֶר האָט דאָס אַרוׂיסגעֶװאָרפעֶן מיִט דיִ פאַליִעס פאַר דעֶר טיִהר פוּן יעֶנעֶר מאַטראָנעֶ. האָט זיִ דאָס געֶפוּנעֶן איִן געֶנוּמעֶן פאַר זיִך.

װיִ עֲקִיבָא איִז געֶזוּנד געֶװאָרעֶן געֶהט עֶר גלײַך אַװעֶק צוּ דעֶר ↰ 126 מאַטראָנעֶ אוּן בּרעֵנגט איִהר אָפּ דאָס געֶלד, זאָגט זיִ איִהם: „מעֶגסט דאָס איִנגאַנצעֶן איִבּעֶרלאָזעֶן פאַר זיִך, װײַל איִך האָבּ זיִך פריִהעֶר געֶװעֶנדעֶט צוּ׳ם עָרָב אוּן עֶר האָט מיִר שוׂין אײַנגעֶצאָהלט דעֶם גאַנצעֶן חוֹב, אוּן אָט נעֶהם דיִר װאָס איִך האָבּ פוּן איִהם בּעֶקוּמעֶן איִבּעֶריִגס”.

גיִט זיִ איִהם גרוׂיסעֶ מַתָּנוׂת אוּן שיִקט איִהם אָפּ בְּשָׁלוׂם.

ר׳ עֲקִיבָא אוּן טוֹרנוֹסְרוּפוֹס.

דעֶר רוׂימיִשעֶר שטאַטהאַלטעֶר טוֹרנוֹסרוּפוֹם האָט אַמאָל געֵפרעֵגט ר׳ עֲקִיבָא׳ן:

— פאַר װאָס האָט אוּנז גאָט פײַנט, װיִ עֶס שטעֶהט בּײַ אײַך איִן זײַן נאָמעֶן געֶשריִבּעֶן: „עֵשָׂו׳ן האָבּ איִך פײַנט”.

— מאָרגעֶן בּעֶקוּמסטוּ פוּן מיִר אוׂיף דעֶם אַן עֶנטפעֶר — זאָגט איִהם ר׳ עֲקִיבָא.

אוׂיף מאָרגעֶן, אַז ר׳ עֲקִיבָא איִז צוּ איִהם געֶקוּמעֶן, גיִט איִהם טוֹרנוֹסרוּפוֹס שפּעֶטיִש אַ פרעֶג:

—נוּ, װאָס האָסטוּ עֶפּיִס אוׂיסגעֶטראַכט איִבּעֶר נאַכט? האָט זיִך דיִר עֶפּיִס געֶ׳חָלוׂמ׳ט?

— יאָ — עֶנטפעֶרט ר׳ עֲקִיבָא — געֶטראָפעֶן. הײַנטיִגעֶ נאַכט האָט זיִך מיִר געֶ׳חָלוׂמ׳ט װיִ צװײֵ היִנטליִך, אײֵנס הײֵסט רוּפוֹס אוּן דאָס צװײֵטעֶ רוּפיִנאָ ¹)...

— װאָס? — רײַסט איִהם טוֹרנוֹסרוּפוֹס איִבּעֶר מיִט גרוׂיס צאָרן — האָסט שוׂין ניִשט געֶפוּנעֶן פאַר דײַנעֶ היִנט קײַן אַנדעֶרעֶ נעֶמעֶן װיִ מײַנעֶם אוּן מײַן פרוׂי׳ס. טוׂיטעֶן קוּמט דיִר פאַר אַזאַ הֲעָזָה!

— זאָג דוּ אַלײֵן — רוּפט זיִך אָן ר׳ עֲקִיבָא — איִז דעֶן צװיִשעֶן דיִר אוּן צװיִשעֶן היִנט דאָ אַזאַ גרוׂיסעֶר אוּנטעֶרשיִעד? דוּ עֶסט אוּן טריִנקסט אוּן זײֵ עֶסעֶן אוּן טריִנקעֶן אוׂיך, דוּ בּרײֵנגסט קיִנדעֶר אוׂיף דעֶר װעֶלט אוּן זײֵ אוׂיך דאָסזעֶלבּעֶ, דוּ װעֶסט שטאַרבּעֶן אוּן זײֵ אוׂיך — פוּנדעֶסטװעֶגעֶן, אַז איִך האָבּ דיִ היִנט אָנגעֶרוּפעֶן מיִט דײַן נאָמעֶן, בּיִסטוּ געֶװאָרעֶן אָנגעֶצוּנדעֶן; הײַנט אַז איִהר נעֶהמט אַ שטיִק האָלץ אוּן רוּפט עֶס אָן מיִט׳ן נאָמעֶן פוּן גאָט, פוּן דעֶם גרוׂיסעֶן גאָט, װאָס האָט אוׂיסגעֶשפּרײֵט היִמלעֶן אוּן געֶגרוּנדעֶט דיִ עֶרד, מאַכט טוׂיט אוּן מאַכט לעֶבּעֶדיִג, — װיִ־־זשעֶ זאָל עֶר אײַך ניִשט פײַנט האָבּעֶן?

¹) אַזוׂי האָט געֶהײֵסעֶן דיִ פרוׂי פוּן טוֹרנוֹסרוּפוֹס.

ר׳ עֲקִיבָא׳ס טוׂיט.

אײֵנמאָל איִז אַרוׂיס אַ גְזֵירָה פוּן רוׂים, אַז יוּדעֶן זאָלעֶן זיִך ניִשט ↰ 127 דעֶרװעֶגעֶן צוּ לעֶרנעֶן תּוׂרָה, אוּן װעֶר עֶס װעֶט ניִשט פאָלגעֶן װעֶט בּעֶשטראָפט װעֶרעֶן מיִט׳ן טוׂיט. טרעֶפט אײֵנעֶר, פַּפּוֹס בֶּן יְהוּדָה, װיִ ר׳ עֲקִיבָא פעֶרזאַמעֶלט יוּדעֶן אוּן לעֶרעֶנט מיִט זײֵ תּוׂרָה אָפעֶן פאַר אַלעֶמעֶן. װעֶרט עֶר עֶרשטוׂינט אוּן פרעֶגט איִהם:

— עֲקִיבָא, װאָס הײֵסט עֶס, שרעֶקט דיִר גאָר ניִשט אָפּ דיִ גְזֵירָה?

— עֶה, דוּ פַּפּוֹס — זאָגט איִהם ר׳ עֲקִיבָא — מעֶ זאָגט אוׂיף דיִר, אַז דוּ בּיִסט אַ קלוּגעֶר, צוּ׳ם סוׂף בּיִסטוּ גאָר אַ נאַר. איִך װעֶל דיִר זאָגעֶן אוׂיף דעֶם אַ מָשָׁל: עֶס קוּמט אוׂיס װיִ יעֶנעֶר פוּקס װאָס האָט זיִך אַרוּמגעֶדרעֵהט בּײַ׳ם בּרעֶג טײַך, זעֶהט עֶר װיִ דיִ פיִש איִן װאַסעֶר לוׂיפעֶן אַרוּם אוּנרוּהיִגעֶ היִן־אוּן־העֶר. פרעֶגט עֶר זײֵ: פאַר װעֶמעֶן אַנטלוׂיפט איִהר עֶס אַזוׂי? עֶנטפעֶרעֶן זײֵ: מיִר אַנטלוׂיפעֶן פאַר דיִ אַלעֶרלײֵ נעֶצעֶן, װאָס מעֶ פעֶרװאַרפט איִן װאַסעֶר אוּנז צוּ חאַפּעֶן. — װײֵסט איִהר װאָס — זאָגט זײֵ דעֶר פוּקס — פאָלגט מיִך, געֶהט אַרוׂיס צוּ מיִר אוׂיף דעֶר יַבָּשָׁה אוּן מיִר װעֶלעֶן זיִך װאוׂינעֶן פרײַנדליִך צוּזאַמעֶן װיִ מײַנעֶ מיִט אײַעֶרעֶ עֶלטעֶרעֶן האָבּעֶן אַמאָל געֶװאוׂינט. עֶנטפעֶרעֶן איִהם דיִ פיִש: „עֵה, דוּ פוּקס! מעֶ זאָגט אוׂיף דיִר דוּ בּיִסט דעֶר קליִגסטעֶר פוּן דיִ חַיוׂת, צוּם סוׂף בּיִסטוּ גאָר אַ נאַר: בּעֶרעֶכעֶן זיִך אַלײֵן, אוׂיבּ דאָ איִן װאַסעֶר, איִנ׳ם אָרט פוּן אוּנזעֶר לעֶבּעֶן, זעֶנעֶן מיִר איִן אַזאַ שרעֶק, װיִ־זשעֶ װעֶט שוׂין זײַן אַז מיִר װעֶלעֶן אַרוׂיסגעֶהן אוׂיף דעֶר טריִקעֶניִש, איִנ׳ם אָרט פוּן אוּנזעֶר טוׂיט!” דאָסזעֶלבּעֶ זאָג איִך דיִר אוׂיך: אוׂיבּ איִצט, װעֶן מיִר העֶרעֶן זיִך נאָך ניִשט אוׂיף אָפּצוּגעֶבּעֶן מיִט אוּנזעֶר תּוׂרָה, װאָס זיִ איִז אוּנזעֶר לעֶבּעֶן אוּן איִן איִהר איִז אוּנזעֶר אײֵבּיִגקײַט, — זעֶנעֶן מיִר איִן אַזאַ שרעֶק, הײַנט װיִ װעֶט שוׂין זײַן אַז מיִר װעֶלעֶן זיִך פוּן דעֶר תּוׂרָה איִנגאַנצעֶן אָפּרײַסעֶן!

געֶדוׂיעֶרט ניִשט לאַנג אוּן מעֶ חאַפּט ר׳ עֲקִיבָא׳ן אוּן מעֶ פעֶרשפּאַרט איִהם איִן תְּפִיסָה. אוּן איִן דעֶר זעֶלבּעֶר צײַט האָט מעֶן אוׂיך געֶחאַפּט פַּפּוֹס בֶּן יְהוּדָה פאַר עֶפּיִס אַ חֵטְא אוּן מ׳האָט איִהם פעֶרשפּאַרט צוּזאַמעֶן מיִט ר׳ עֲקִיבָא׳ן.

— פַּפּוֹס — פרעֶגט איִהם ר׳ עֲקִיבָא — װיִ קוּמסטוּ אַהעֶר?

— װאוׂיל איִז דיִר, ר׳ עֲקִיבָא — עֶנטפעֶרט איִהם פַּפּוֹס — װאָס דיִר איִז בּעֶשעֶרט אָפּצוּקוּמעֶן צוּליִעבּ דעֶר תּוׂרָה, װעֵה איִז אָבּעֶר מיִר, װאָס איִך דאַרף אָפּקוּמעֶן פאַר פּוּסטעֶ זאַכעֶן.




אַז מ׳האָט ר׳ עֲקִיבָא׳ן אַרוׂיסגעֶפיִהרט צוּ׳ם טוׂיט־שטראָף איִז גראָד געֶװעֶן דיִ צײַט פוּן קְרִיאַת־שְמַע. האָט מעֶן געֶריִסעֶן זײַן לײַבּ מיִט אײַזעֶרנעֶ קאַמעֶן אוּן עֶר איִז געֶװעֶן אַלץ פעֶרטיִעפט איִן קְרִיאַת־שְמַע, אוׂיפגעֶנוּמעֶן אוׂיף זיִך גאָט׳ס יאָך מיִט גרוׂיס ליִעבּשאַפט. פרעֶגעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים:

↤ 128

— רַבִּי, אוׂיף אַזוׂי פיִעל! ¹)

עֶנטפעֶרט זײֵ ר׳ עֲקִיבָא:

— דיִ תּוׂרָה זאָגט: „זאָלסט ליִעבּ האָבּעֶן גאָט מיִט זײַן גאַנצעֶר נְשָׁמָה”, דאָס הײֵסט אַפיִלוּ װעֶן עֶר נעֶהמט בּײַ דיִר אַװעֶק דיִ נְשָמָה. אָט דעֶר פָּסוּק האָט מיִך אַלעֶ מײַנעֶ יאָהרעֶן ניִשט געֶלאָזט רוּהעֶן, איִך האָבּ אַלץ געֶגאַרט, װעֶן העֶלפט מיִר גאָט איִך זאָל קעֶנעֶן דאָס בּעֶװײַזעֶן; הײַנט, אַז גאָט האָט מיִר עֶס בּעֶשעֶרט צוּ דעֶר האַנד, זאָל איִך דאָס ניִשט בּײַשטעֶהן?

האָט ר׳ עֲקִיבָא אַזוׂי לאַנג געֶצוׂיגעֶן דאָס װאָרט „אֶחָד”, בּיִז דיִ נְשָמָה זײַנעֶ איִז איִהם מיִט „אֶחָד” אוׂיסגעֶגאַנגעֶן.

האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל:

— אַז װאוׂיל איִז דיִר, ר׳ עֲקִיבָא, װאָס דיִ נְשָׁמָה דײַנעֶ איִז דיִר אוׂיסגעֶגאַנגעֶן מיִט „אֶחָד”!

קוּמעֶן דיִ מַלְאֲכֵי־הַשָׁרֵת פאַר גאָט מיִט אַ טַעֲנָה: „רִבִּוֹנוֹ־שֶׁל־עוׂלָם! דאָס איִז דיִ תּוׂרָה אוּן דאָס איִז איִהר בּעֶלוׂין?!”

— זײַן אֱמֶת׳עֶר לוׂין — עֶנטפעֶרט זײֵ גאָט — איִז איִן אײֵבּיִגעֶן לעֶבּעֶן אוׂיף דעֶר אֱמֶת׳עֶר װעֶלט.

אוּן אַ בַּת־קוׂל האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן:

— אַז װאוׂיל איִז דיִר, ר׳ עֲקִיבָא, דיִר איִז אָנגעֶגרײֵט דאָס אײֵבּיִגעֶ לעֶבּעֶן אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט!

ר׳ עֲקִיבָא׳ס קְבוּרָה.

װיִ מ׳האָט אוּמגעֶבּראַכט ר׳ עֲקִיבָא׳ן פוּן דעֶר װעֶלט, קוּמט אֵלִיָהוּ הַנָבִיא צוּ ר׳ יְהוֹשֻעַ הַגַרְסִי׳ן, ר׳ עֲקִיבָא׳ס טרײַעֶן תַּלְמִיד, אוּן בּלײַבּט שטעֶהן פאַר זײַן טהיִר איִנ׳ם געֶשטאַלט פוּן אַ אַלטעֶן תַּלְמִיד־חָכָם.

— פריִעד צוּ דיִר, רֶבִּי — זאָגט אֵלִיָהוּ צוּ ר׳ יְהוֹשֻעַ׳ן.

— פריִעד צוּ דיִר, רֶבִּי אוּן לעֶהרעֶר מײַנעֶר — עֶנטפעֶרט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ.

— אֶפְשַר קעֶן איִך דיִר זײַן מיִט עֶפּיִס נוּצליִך? — זאָגט װײַטעֶר אֵלִיָהוּ.

— װעֶר בּיִסטוּ דעֶן? — פרעֶגט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ.

— איִך בּיִן אַ כּהֵן ²) אוּן געֶקוּמעֶן בּיִן איִך דיִר אָנצוּזאָגעֶן, אַז ר׳ עֲקִיבָא דײַן רֶבִּי׳נס טוׂיטעֶר גוּף ליִגט איִן תְּפִיסָה.

לאָזעֶן זײֵ זיִך בּײֵדעֶ בּאַלד אַװעֶק צוּ דעֶר תְּפִיסָה אוּן געֶפוּנעֶן דאָרט דיִ טהיִר אָפעֶן, אוּן דעֶר פעֶרװאַלטעֵר פוּן דעֶר תְּפִיסָה מיִט אַלעֶ איִבּריִגעֶ ↰ 129 געֶפעֶנגעֶנעֶ שלאָפעֶן, לעֶגעֶן דיִ אַרוׂיף ר׳ עֲקִיבָא׳ן אוׂיף אַ מִטָה אוּן געֶהעֶן מיִט איִהם אַרוׂיס. איִן דרוׂיסעֶן נעֶהמט בּאַלד אֵלִיָהוּ ר׳ עֲקִיבָא׳ס גוּף אוּן טראָגט איִהם אוׂיפ׳ן אַקסעֶל, פרעֶגט איִהם ר׳ יְהוֹשֻעַ: רֶבִּי, האָסט דאָך מיִר אַלײֵן געֶזאָגט, אַז דוּ בּיִסט אַ כּהֵן; װיִ מעֶג אַ כּהֵן זיִך פעֶראוּמרײֵניִגעֶן מיִט אַ מֵת?

¹) ד.ה. איִן אַזאַ שרעֶקליִכעֶר שעה ליִגט דיִר איִן זיִנעֶן דיִ קריאת־שמע? ²) לוֹיט דעֶר אגדה שטאַמט אליהוּ הנביא פוּן פּנחס׳ן, אהרן הכהן׳ס אײֵניִקעֶל.

— העֶר־אוׂיף, ר׳ יְהוֹשֻעַ מײַן זוּהן! — זאָגט איִהם אוׂיף דעֶם אֵלִיָהוּ — חָלִילָה וְחַס! בּײַ תַּלְמִידֵי־חֲכָמִים געֶשיִקט זיִך ניִשט קײַן אוּמרײֵנקײַט.

האָבּעֶן זײֵ איִהם געֶפיִהרט אַזוׂי אַ גאַנצעֶ נאַכט בּיִז זײֵ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן קײַן אַנטיִפרוּס, דאָרטעֶן האָבּעֶן זײֵ זיִך אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן דרײַ טרעֶפּ, דעֶרנאָך זיִך אַראָפּגעֶלאָזט דרײַ טרעֶפּ, עֶפעֶנט זיִך פאַר זײֵ אַ הײֵהל אוּן דאָרט דעֶרזעֶהעֶן זײֵ אַ שטוּהל, אַ בּאַנק, אַ טיִש אוּן אַ לײַכטעֶר. לעֶגעֶן זײֵ אַװעֶק ר׳ עֲקִיבָא׳ן אוׂיף דעֶר מִטָה אוּן געֶהעֶן־אַרוׂיס. װיִ זײֵ זעֶנעֶן אַרוׂיס איִז בּאַלד פעֶרלעֶגט געֶװאָרעֶן דיִ הײֵהל אוּן דיִ ליִכט האָט זיִך אָנגעֶציִנדעֶן איִן לײַכטעֶר.

װיִ אֵלִיָהוּ האָט דאָס דעֶרזעֶהן האָט עֶר זיִך געֶשטעֶלט אוּן געֶזאָגט אַזוׂי:

— אַז װאוׂיל איִז אײַך, צַדִיקִים, אַז װאוׂיל איִז אײַך דיִ װאָס מיִהעֶן זיִך איִן תּוׂרָה אוּן אַז װאוׂיל איִז אײַך גאָטס פאָרכטיִגעֶ! פאַר אײַך איִז בּעֶהאַלטעֶן אוּן צוּגעֶגרײֵט אַ פּלאַץ איִן גַן־עֵדֶן אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט. אַז װאוׂיל איִז דיִר, ר׳ עֲקִיבָא! אַ שעֶהנעֶם נאַכט־לעֶגעֶר האָסטוּ בּעֶקוּמעֶן נאָך דײַן אַװעֶקגעֶהן פוּן דעֶר װעֶלט.

↤ 130

עֲשָׂרָה הֲרוּגֵי מַלְכוּת.
I. גַעֶ׳חַתְמ׳עֶט דיִ גְזֵירָה.

אַז דיִ רוׂימיִשעֶ רעֶגיִרוּנג, דיִ מַרְשַעַת, האָט אַרוׂיסגעֶלאָזט אַ גְזֵירָה אוּמצוּבּרײֵנגעֶן פוּן דעֶר װעֶלט דיִ גרעֶסטעֶ יוּדיִשעֶ געֶלעֶהרטעֶ, האָבּעֶן דיִ חֲבֵרִים געֶזאָגט ר׳ יִשְמָעֵאל׳ן דעֶם כּהֵן גָדוׂל: „הוֹיבּ זיִך אוׂיף אוׂיפ׳ן היִמעֶל אוּן דעֶרגעֶה דאָרט ציִ דיִ דאָזיִגעֶ גְזֵירָה איִז פוּן גאָט בָּרוּך־הוּא”. האָט ר׳ יִשְׁמָעֵאל געֶנוּמעֶ אוּן זיִך געֶרײֵניִגט אוּן אײַנגעֶהיִלט זיִך איִן טַלִית־אוּן־תְּפִלִין אוּן אַרוׂיסגעֶרעֶדט דעֶם שֵׁם־־הַמְפוׂרָשׁ. בּאַלד האָט איִהם דעֶר װיִנד אַ טראָג געֶטהוּן אַרוׂיף אוּן איִהם אַרוׂיפגעֶבּראַכט אוֹיפ׳ין היִמעֶל.

בּעֶגעֶגעֶנט איִהם דעֶר מַלְאָך גַבְרִיאֵל: „דוּ בּיִסט עֶס דעֶר יִשְׁמעֵאל, װאָס דעֶר בּעֶשעֶפעֶר דײַנעֶר בּעֶריִהמט זיִך מיִט איִהם אַלעֶ טאָג, אַז עֶר האָט אוׂיף דעֶר עֶרד אַ קנעֶכט װאָס זײַן געֶזיִכט איִז אַן אָפּבּיִלד פוּן דעֶר געֶטליִכקײַט?”

— איִך בּיִן עֶס — עֶנטפעֶרט ר׳ יִשְמָעֵאל.

— צוּליִעבּ װאָס בּיִסטוּ אַרוׂיף אַהעֶרצוּ?

— איִך בּיִן אַרוׂיף צוּ דעֶרגעֶהן, אוׂיבּ יעֶנעֶ גְזֵירָה איִז פוּן גאָט אַלײֵן געֶ׳חַתְמ׳עֶט.

— יאָ, יִשְמָעֵאל מײן זוּהן — עֶנטפעֶרט איִהם גַבְרִיאֵל — בּײַ דײַן לעֶבּעֶן, אַז אַזוׂי האָבּ איִך אוּנטעֶרגעֶהעֶרט היִנטעֶר׳ן היִמעֶלפאָרהאַנג ¹): „צעֶהן יוּדיִשעֶ חֲכָמִים װעֶרעֶן איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן צוּ׳ם טוֹיט דוּרך דעֶר רעֶגיִרוּנג דיִ מַרְשַעַת.

— פאַר װאָס קוּמט עֶס אַזוׂי? — פרעֶגט ר׳ יִשְׁמָעֵאל.

— פאַר מְכִירַת יוׂסֵף — עֶנטפעֶרט גַבְרִיאֵל — אַלעֶ טאָג שטעֶלט זיִך אַװעֶק דיִ מִדַת־הַדִין פאַר׳ן כִּסֵא הַכָּבוׂד אוּן טַעְנֶה׳ט: „רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם, איִז דעֶן אַפיִלוּ אײֵן אוׂת איִן דעֶר תּוׂרָה דײַנעֶר אָנגעֶשריִבּעֶן אוּמזיִסט? „אַז אײֵנעֶר ↰ 131 גַנְבֶה׳ט אַ נֶפֶש אוּן פעֶרקוׂיפט איִהם זאָל עֶר נעֶטוֹיט װעֶרעֶן” — האָסטוּ איִן דײַן תּוׂרָה געֶשריִבּעֶן, אוּן אָט האָבּעֶן דיִ צעֶהן שְבָטִים פעֶרקוׂיפט יוׂסֵף׳ן, אוּן בּיִז הײַנט האָסטוּ זיִך פאַר דעֶם ניִשט אָפּגעֶרעֶכעֶנט, ניִשט מיִט זײֵ אוּן ניִשט מיִט זײֵעֶרעֶ קיִנדעֶר”, אוּן דעֶריִבּעֶר איִז אַרוׂיס איִצט דיִ גְזֵירָה אוׂיף דיִ צעֶהן יוּדיִשעֶ חֲכָמִים.

¹) אַזוׂי הײֵסט איִן דעֶר אַגדה דאָס אָפּגעֶזוּנדעֶרטעֶ אָרט איִן היִמעֶל פאַר׳ן בּית־דין של מעלה, פוּן װאַנעֶן עֶס געֶהעֶן־אַרוׂיס אוׂיף דעֶר װעֶלט אַלעֶ גזירות.

— האָט דעֶן בּיִז אַהעֶר גאָט בָּרוּך־הוּא ניִשט געֶפוּנעֶן קײַן אַנדעֶרעֶ אוׂיסעֶר אוּנז מיִט װעֶמעֶן זיִך אָפּצוּרעֶכעֶנעֶן פאַר מְכִירַת יוׂסֵף?

— יִשְׁמָעֵאל מײַן זוּהן — עֶנטפעֶרט איִהם גַבְרִיאֵל — בּײַ דײַן לעֶבּעֶן, אַז זיִנט דיִ שְׁבָטִים האָבּעֶן פעֶרקוׂיפט יוׂסֵף׳ן האָט גאָט ניִשט געֶפוּנעֶן צוּזאַמעֶן איִן אײֵן דוׂר אַזעֶלכעֶ װיִ איִהר צעֶהן פרוּמעֶ צַדִיקִים, זײֵ זאָלעֶן װעֵגעֶן גלײַך מיִט דיִ שְׁבָטִים. דעֶריִבּעֶר דאַרפט איִהר אָפּקוּמעֶן.

װיִ סַמָאֵל הָרָשָׁע ¹) האָט דעֶרזעֶהן, אַז גאָט בָּרוּך־הוּא האַלט שוׂין בּײַ חַתְמ׳עֶנעֶן דיִ גְזֵירָה, האָט עֶר זיִך שטאַרק דעֶרפרעֵהט אוּן געֶנוּמעֶן זיִך בּעֶריִהמעֶן: „איִך האָבּ בּײַ־געֶקוּמעֶן מִיכָאֵל׳ן דעֶם יוּדיִשעֶן שַׂר!”

װעֶרט גאָט בָּרוּך־הוּא זעֶהר אוׂיפגעֶבּראַכט אוׂיף סַמָאֵל׳ן, רוּפט־צוּ זײַן נאָהעֶנטעֶן גרעֶסטעֶן מַלְאָך מְטַטְרוֹן אוּן גיִט איִהם אַ בּעֶפעֶהל: שרײַבּ אוּן חַתְמ׳עֶ: „שװעֶבּעֶל אוּן פלאַם־פײַעֶר אוׂיף רוׂים דיִ מַרְשַׁעַת, אוׂיף איִהרעֶ מעֶנשעֶן אוּן פיִה, אוׂיף איִהר זיִלבּעֶר אוּן גאָלד אוּן אוׂיף אַלעֶס װאָס זיִ פעֶרמאָגט!”

װיִ ר׳ יִשְׁמָעֵאל האָט דאָס דעֶרהעֶרט, איִז עֶר געֶװאָרעֶן אַבּיִסעֶל בּעֶרוּהיִגט אוּן האָט געֶנוּמעֶן שפּאַציִרעֶן אוׂיפ׳ן היִמעֶל אַהיִן אוּן אַהעֶר, דעֶרזעֶהט עֶר אַ מִזְבֵּחַ שטעֶהט נאָהעֶנט נעֶבּעֶן כִּסֵא־הַכָּבוׂד, פרעֶגט עֶר גַבְרִיאֵל׳ן: װאָס איִז עֶס? עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: אַ מִזְבֵּחַ.

— װאָס פאַר אַ קָרְבָּנוׂת — פרעֶגט ר׳ יִשְמָעֵאל װײַטעֶר — בּרײֵנגט איִהר אוׂיף דעֶם מִזְבֵּחַ אַלעֶ טאָג?

— נְשָמוׂת פוּן צַדִיקִים.

— װעֶר איִז זײֵ מַקְרִיב?

— דעֶר גרוׂיסעֶר שַׂר מִיכָאֵל.

איִז ר׳ יִשְׁמָעֵאל אַראָפּ אוׂיף דעֶר עֶרד אוּן דעֶרצעֶהלט דיִ חֲבֵרִים, אַז דיִ גְזֵירָה איִז שוׂין געֶ׳חַתְמ׳עֶט — האָבּעֶן זײֵ פוּן אײֵן זײַט געֶקלאָגט װאָס אַזאַ שלעֶכטעֶ גְזֵירָה איִז אוׂיף זײֵ אַרוׂיס, אוּן פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר זײַט האָט זײֵ הֲנָאָה געֶטהוּן, װאָס גאָט בָּרוּך־הוּא האָט זײֵ געֶװאוׂיגעֶן גלײַך מיִט דיִ שְׁבָטִים.

¹) דעֶר שטן, דעֶר שר (פּאַטראָן, בּעֶשיִצעֶר) פוּן רוׂים. לוֹיט דעֶר אַגדה האָט יעֶדעֶ אומה איִהר שר איִן היִמעֶל. — דעֶר מלאָך מיכאל איִז דעֶר שר פוּן יוּדען.

II. ר׳ שִׁמְעוֹן אוּן ר׳ יִשְׁמָעֵאל.

חאַפּט מעֶן ר׳ שִׁמְעוֹן בֶּן גַמְלִיאֵל אוּן ר׳ יִשְׁמָעֵאל כּהֵן־גָדוׂל אוּן מעֶ ↰ 132 פיִהרט זײֵ אַרוׂיס דיִ עֶרשטעֶ צוּ׳ם טוֹיט. האָט זיִך ר׳ שִׁמְעוֹן צעֶװײֵנט. זאָגט איִהם ר׳ יִשְׁמָעֵאל: „יוּנגעֶר פיִרשט! נאָך אַ פּאָר שפּאַן געֶהסטוּ־׳איִבּעֶר איִנ׳ם שוׂיס פוּן דיִ צַדִיקִים — אוּן דוּ װײֵנסט גאָר?”

— אָ — עֶנטפעֶרט ר׳ שִׁמְעוֹן — דאָס האַרץ געֶהט מיִר אוׂיס, איִך װײֵס אַפיִלוּ ניִשט פאַר װאָס איִך קוּם־אוּם.

זאָגט איִהם ר׳ יִשְׁמָעֵאל: „מעֶגליִך, ס׳האָט זיִך דיִר אַ מאָל געֶמאַכט, אַז עֶמיִצעֶר איִז צוּ דיִר געֶקוּמעֶן מיִט אַ נײֵטהיִגעֶן דִין־תּוֹרָה אָדעֶר מיִט אַ שַׁאֲלָה, אוּן דוּ האָסט זיִך ניִשט געֶאײַלט אוּן איִהם געֶלאָזט װאַרטעֶן בּיִז דוּ װעֶסט אוׂיסטרוּנקעֶן דײַן כּוׂס ציִ אָנטהוּן דײַן שיִך, אָדעֶר אײַנהיִלעֶן זיִך איִן דײַן קלײֵד — אוּן לוׂיט דעֶר תּוׂרָה הײֵסט דאָס פּײַניִגעֶן לאָזעֶן אַ מעֶנשעֶן, אַלצאײֵנס ציִ פיִעל ציִ װעֶניִג, אוּן דעֶרפאַר פעֶרדיִענט מעֶן טוׂיט־שטראָף”.

— רֶבִּי, דוּ האָסט מיִך געֶטרײֵסט — זאָגט איִהם ר׳ שִׁמְעוֹן.

האָבּעֶן זײֵ זיִך געֶבּעֵטעֶן בּײַ׳ם תַּלְיָן. דעֶר זאָגט: איִך בּיִן אַ כּהֵן־גָדוׂל דעֶר זוּהן פוּן אַ כּהֵן־גָדוׂל, פוּן אַהֲרן הכּהֵן׳ס אײֵניִקליִך, טוׂיט מיִך פריִהעֶר, איִך זאָל ניִשט זעֶהן דעֶם טוׂיט פוּן מײַן חַבֶר; אוּן דעֶר בּעֵט־זיִך: איִך בּיִן אַ פיִרשט דעֶר זוּהן פוּן אַ פיִרשט, פוּן דָוִד הַמֶלֶך׳ס אײֵניִקליִך, טוׂיט מיִך פריִהעֶר, איִך זאָל ניִשט זעֶהן דעֶם טוׂיט פוּן מײַן חַבֶר. זאָגט דעֶר תַּלְיָן: װאַרפט צװיִשעֶן זיִך גוֹרָל. איִז געֶפאַלעֶן דעֶר גוֹרָל אוׂיף ר׳ שִׁמְעוֹן בֶּן גַמְלִיאֵל, נעֶהמט דעֶר תַּלְיָן דיִ שװעֶרד אוּן קעֶפּט איִהם. הוׂיבּט ר׳ יִשְׁמָעֵאל אוׂיף דעֶם אָפּגעֶהאַקטעֶן קאָפּ, דרוּקט איִהם צוּ דעֶר בּרוּסט, װײֵנט אוּן שרײַט: „אָ, הײֵליִג מוׂיל, אָ, װאָרהאַפטיִג מוׂיל! אַ מוׂיל, װאָס בּריִליִאַנטעֶן, דיִמאַנטעֶן אוּן פּעֶרעֶל האָבּעֶן זיִך פוּן איִהם געֶשאָטעֶן, װעֶר האָט איִצט דיִך געֶלעֵגט איִן דעֶר עֶרד אַרײַן אוּן װעֶר האָט איִן דיִר דעֶם צוּנג אָנגעֶשטאָפּט מיִט שטוׂיבּ אוּן אַש? אָך אוּן װעֵה! דאָס איִז דיִ תּוׂרָה אוּן דאָס איִז איִהר לוׂין!”

װיִ ר׳ יִשְׁמָעֵאל יאָמעֶרט אַזוׂי — קוּקט־אַרוׂיס דעֶם קֵיסָר׳ס טאָכטעֶר דוּרכ׳ן פעֶנסטעֶר, זעֶהט אוּן בּלײַבּט פעֶרגאַפט פוּן זײַן זעֶלטעֶנעֶר שעֶהנהײַט, װײַל ר׳ יִשְׁמָעֵאל איִז געֶװעֶן אײֵנעֶר פוּן דיִ זיִבּעֶן בּעֵריִהמטעֶ שעֶהנהײַטעֶן איִן דעֶר װעֶלט, אוּן זײַן געֶזיִכט האָט געֶשײַנט נוּר װיִ פוּן אַ מַלְאָך. בּעֶקוּמט זיִ אוׂיף איִהם גרוׂיס מיִטלײֵד אוּן שיִקט צוּ׳ם פאָטעֶר: „טהוּ מיִר צוּליִעבּ װאָס איִך װעֶל דיִך בּעֵטעֶן”. עֶנטפעֶרט עֶר איִהר: „װעֶגעֶן אַלצדיִנג װאָס דוּ װעֶסט מיִך בּעֵטעֶן, טאָכטעֶר מײַנעֶ, װעֶל איִך דיִר צוּליִעבּ טהוּן, נאָר אוׂיסעֶר װעֶגעֶן יִשְׁמָעֵאל׳ן מיִט זײַנעֶ חֲבֵרִים״. שיִקט זיִ איִהם װיִדעֶר: „איִך בּעֵט דיִך, שעֶנק איִהם דאָס לעֶבּעֶן”. „נײֵן — עֶנטפעֶרט עֶר איִהר — דאָס איִז אוּנמעֶגליִך, איִך האָבּ שוׂׂין געֶשװאוׂירעֶן”. „אוׂיבּ אַזוֹ — שיִקט זיִ איִהם נאָכאַמאָל — בּעֶפוׂיל סעֶ זאָל איִהם אָפּשיִנדעֶן גאַנצעֶרהײֵד דיִ הוׂיט פוּן זײַן קאָפּ װעֶל איִך זיִך איִן איִהר שפּיִגלעֶן”. האָט דעֶר קֵיסָר אַזוׂי בּעֶפוׂילעֶן אוּן מ׳האָט איִהם געֶנוּמעֶן ↰ 133 שיִנדעֶן דעֶם קאָפּ. װיִ ס׳האָט געֶהאַלטעֶן דאָרט בּײַ׳ם אָרט פוּן תְּפִלִין האָט ר׳ יִשְׁמָעֵאל אַרוׂיסגעֶלאָזט אַ שרעֶקליִכעֶן בּיִטעֶרעֶן געֶשרײֵ, אַז היִמעֶל אוּן עֶרד זעֶנעֶן פעֶרציִטעֶרט געֶװאָרעֶן; אַ צװײֵטעֶן נאָך אַ שרעֶקליִכעֶרעֶן געֶשרײֵ — אוּן דעֶר כִּסֵא־הַכָּבוׂד איִז פעֶרציִטעֶרט געֶװאָרעֶן. „רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם — האָבּעֶן שוׂין ניִשט אוׂיסגעֶהאַלטעֶן דיִ מַלְאֲכֵי־הַשָׁרֵת אוּן געֶנוּמעֶן טַעְנה׳עֶן — אַזאַ צַדִיק, װאָס דוּ האָסט פאַר איִהם אוׂיפגעֶדעֶקט אַלעֶ שאַצקאַמעֶרעֶן פוּן דיִ אוׂיבּעֶרשטעֶ װעֶלטעֶן אוּן אַלעֶ סוֹדוׂת פוּן דיִ אוּנטעֶרשטעֶ, זאָל אוּמקוּמעֶן דוּרך אַזאַ װיִלדעֶן אוּמדעֶרבּאַרוּמדיִגק טוׂיט? אָט דאָס איִז דיִ תּוׂרָה אוּן דאָס איִז איִהר לוׂין?!” עֶנטפעֶרט זײֵ גאָט בָּרוּך־הוּא: „װאָס זאָל איִך טהוּן פאַר מײַנעֶ קיִנדעֶר, ס׳איִז אַ גְזֵירָה, אוּן ס׳איִז ניִטאָ װעֶר זאָל זיִ אָפּרוּפעֶן”.

לאָזט זיִך העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: „װעֶט ר׳ יִשְׁמָעֵאל אַרוׂיסלאָזעֶן נאָך אײֵן געֶשרײֵ קעֶהרט זיִך איִבּעֶר דיִ גאַנצעֶ װעֶלט”. װיִ ר׳ יִשְׁמָעֵאל האָט דאָס דעֶרהעֶרט איִז עֶר אַנשװיִגעֶן געֶװאָרעֶן.

פרעֶגט איִהם דעֶר קֵיסָר: „װאָס, נאָך פעֶרזיִכעֶרסטוּ זיִך אוׂיף דײַן גאָט?”

— יאָ — עֶנטפעֶרט ר׳ יִשְׁמָעֵאל — „עֶר מעֶג מיִך טוׂיטעֶן, צוּ איִהם װעֶל איִך אַלץ האָפעֶן” — אוּן מיִט דיִ װעֶרטעֶר איִז איִהם אוׂיסגעֶגאַנגעֶן דיִ נְשָׁמָה.

אַז ס׳איִז אָנגעֶקוּמעֶן צוּ ר׳ עֲקִיבָא׳ן דיִ טרוׂיעֶריִגעֶ יְדִיעָה װעֶגעֶן דעֶם טוׂיט פוּן דיִ בּײֵדעֶ, איִז עֶר אוׂיפגעֶשטאַנעֶן, צוּריִסעֶן אוׂיף זיִך דיִ קלײֵדעֶר אוּן זיִך אָנגעֶגוּרט אַ זאַק. „זײַט גרײֵט — זאָגט עֶר דיִ תַּלְמִידִים — אַ גרוׂיסעֶ שטראָף ריִקט זיִך אוׂיף אוּנז אָן. װעֶן אוּנז זאָל פאָרשטעֶהן גוּטס איִן אוּנזעֶר צײַט, װאָלט קײֵנעֶר ניִשט װעֶרטה געֶװעֶן דאָס צוּ בּעֶקוּמעֶן װיִ ר׳ שִׁמְעוֹן אוּן יִשְׁמָעֵאל. ניִשט אַנדעֶרש, גאָט בָּרוּך־הוּא װִֵסט אַז אַ גרוׂיסעֶר שלאַג קלײַבּט זיִך קוּמעֶן אוׂיף דעֶר װעֶלט, אוּן דעֶרפאַר האָט עֶר זיִך געֶאײַלט צוּצוּנעֶהמעֶן אָט דיִ צװײֵ צַדִיקִים פוּן אוּנז, זײֵ זאָלעֶן דעֶם אוּמגליִק ניִשט זעֶהן מיִט זײֵעֶרעֶ אוׂיגעֶן”.

III. ר׳ עֲקִיבָא בֶּן יוׂסֵף.

דעֶרנאָך האָט מעֶן זיִך געֶנוּמעֶן צוּ ר׳ עֲקִיבָא׳ן, װאָס האָט געֶדַרְשׁ׳עֶנפן אַלעֶ קרוׂינדליִך פוּן דעֶר תּוׂרָה אוּן אַרוׂיסגעֶפוּנעֶן דעֶם אֱמֶת׳עֶן זיִן איִהרעֶן פּוּנקט װיִ ס׳איִז איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן געֶװאָרעֶן משֶׁה רַבֵּינוּ׳ן אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי, אוּן אַז מ׳האָט איִהם אַרוׂיסגעֶפיִהרט צוּ טוׂיטעֶן איִהם איִז אָנגעֶקוּמעֶן דעֶם קֵיסָר אַ בּריִעף מיִט דעֶר יְדִיעָה, אַז דעֶר אַראַבּיִשעֶר קעֶניִג איִז בּעֶפאַלעֶן זײַן לאַנד, האָט עֶר זיִך געֶאײַלט אַװעֶקצוּגעֶהן אוּן האָט בּעֶפוׂילעֶן פעֶרשליִסעֶן ר׳ עֲקִיבָא׳ן איִן תְּפִיסָה בּיִז עֶר װעֶט זיִך צוּריִקקעֶהרעֶן פוּן דעֶר מִלְחָמָה. אוּן װיִ עֶר איִז געֶקוּמעֶן צוּריִק האָט מעֶן בּאַלד אוׂיף זײַן בּעֶפוׂילט {זייט|134|ל}} ארוׂיסגעֶפיִהרט ר׳ עֲקִיבָא׳ן אוּן געֶשיִנדעֶן זײַן לײַבּ מיִט אײַזעֶרנעֶ קאַמעֶן, אוּן בּײַ יעֶדעֶס מאָל, װיִ דעֶר קאַם האָט זיִך אַרײַנגעֶשטעֶקט מיִט זײַנעֶ צײֵהן איִנ׳ם לײַבּ אוּן אַ ריִס געֶטהוּן אַ שטיִק פלײֵש, האָט ר׳ עֲקִיבָא, אָננעֶהמעֶנדיִג פאַר ליִעבּ דיִ שרעֶקליִכעֶ לײֵדעֶן, אַלץ אוׂיסגעֶרוּפעֶן:

דעֶר שטאַרקעֶר (גאָט) אוׂיפריִכטיִג איִז זײַן װעֶרק,
אַלעֶ זײַנעֶ װעֶגעֶן זעֶנעֶן רעֶכט;
גאָט פוּן װאָרהײַט, אָהן אוּנרעֶכט,
דעֶר געֶרעֶכטעֶר אוּן רעֶכטפאַרטיִגעֶר.

האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: אַז װאוׂיל איִז דיִר, ר׳ עֲקִיבָא װאָס דוּ בּיִסט אַ פרוּמעֶר אוּן געֶרעֶכטעֶר אוּן דײַן נְשָׁמָה איִז דיִר אוׂיסגעֶגאַנגעֶן מיִט׳ן װאָרט „געֶרעֶכטעֶר”.

אַז ר׳ עֲקִיבָא איִז אוּמגעֶבּראַכט געֶװאָרעֶן, איִז אָנגעֶקוּמעֶן דיִ טרוׂיעֶריִגעֶ יְדִיעָה צוּ ר׳ חֲנִינָא בֶּן תְּרַדְיוֹן איִן ר׳ יְהוּדָה בֶּן בַּבָּא, זעֶנעֶן זײֵ אוׂיפגעֶשטאַנעֶן, צוּריִסעֶן אוׂיף זיִך דיִ קלײֵדעֶר אוּן זיִך אָנגעֶגוּרט זעֶק. „העֶרט, בּרוּדעֶר — האָבּעֶן זײֵ געֶזאָגט צוּ׳ם עוׂלָם — ר׳ עֲקִיבָא׳ס אוּמקוּמעֶן איִז ניִשט אַנדעֶרש נוּר אַ צײֵכעֶן אוׂיף צוּ װאָהרנעֶן אוּנז”.

IV. רַבִּי חֲנִינָא בֶּן תְּרַדְיוֹן.

דעֶרנאָך האָט מעֶן זיִך געֶנוּמעֶן צוּ ר׳ חֲנִינָא בֶּן תְּרַדְיוֹן.

ר׳ חֲנִינָא בֶּן תְּרַדְיוֹן איִז געֶװעֶן, װיִ מעֶ דעֶרצעֶהלט, זעֶהר אַ ליִעבּעֶר מאַן, צוּ גאָט אוּן צוּ לײַט, קײֵנמאָל איִז אוׂיף זײַן מוׂיל ניִשט געֶקוּמעֶן קײַן שלעֶכט װאָרט אוׂיף עֶמיִצעֶן. אוּן װעֶן דעֶר רוׂימיִשעֶר קֵיסָר האָט אַרוׂיסגעֶלאָזט אַ גְזֵירָה אוׂיף יוּדעֶן, אַז קײֵנעֶר פוּן זײֵ זאָל ניִשט לעֶרנעֶן יעֶנעֶם קײַן תּוׂרָה, האָט עֶר ניִשט אוׂיפגעֶהעֶרט צוּנוׂיפקלײַבּעֶן אַרוּם זיִך אַן עוׂלָם, לעֶרנעֶן מיִט זײֵ תּוׂרָה אוּן פאַר זײֵ דַרש׳עֶנעֶן.

אוּן אַז ר׳ חֲנִינָא בֶּן תְּרַדְיוֹן איִז געֶקוּמעֶן אײֵנמאָל בּעֶזוּכעֶן דעֶם קראַנקעֶן ר׳ יוׂסִי בֶּן קִסְמָא, האָט יעֶנעֶר איִהם אוׂיף דעֶם פיִרגעֶהאַלטעֶן. „חֲנִינָא בּרוּדעֶר — האָט עֶר איִהם געֶזאָגט — זעֶהסטוּ דעֶן ניִשט, אַז דיִ דאָזיִגעֶ אוּמָה האָט בּעֶקוּמעֶן איִהר מאַכט פוּן גאָט אַלײֵן: זיִ האָט פעֶרװיִסט זײַן הוׂיז אוּן פעֶרבּרעֶנט זײַן פּאַלאַץ אוּן אוׂיסגעֶ׳הַרג׳עֶט זײַנעֶ פרוּמעֶ אוּן אוּמגעֶבּראַכט זײַנעֶ בּעֶסטעֶ, אוּן נאָך האַלט זיִ זיִך אַזוׂי פעֶסט — צוּ׳ם סוׂף העֶר איִך, אַז דוּ קוּקסט ניִשט אוׂיף איִהר גְזֵירָה, זיִצט זיִך מיִט אַ סֵפֶר־תּוׂרָה איִן שוׂיס אוּן לעֶרעֶנסט אוּן קלײַבּסט נאָך צוּנוׂיף אַרוּם זיִך מיִט דײַנעֶ דְרָשׁוֹת אַ גרוׂיסעֶן עוׂלָם”.

— פוּנ׳ם היִמעֶל װעֶט מעֶן זיִך דעֶרבּאַרמעֶן — עֶנטפעֶרט ר׳ חֲנִינָא בֶּן תְּרַדְיוֹן.

— איִך רעֶד מיִט דיִר צוּ דעֶר זאַך — רוּפט אוׂיס דעֶר קראַנקעֶר ↰ 135 ר׳ יוׂסִי בֶּן קִסְמָא מיִט האַרץ — אוּן דוּ דעֶרצעֶהלסט מיִר: „פוּנ׳ם היִמעֶל װעֶט מעֶן זיִך דעֶרבּאַרמעֶן”. אַ נֵס װעֶט זײַן, אוׂיבּ מעֶ װעֶט ניִשט פעֶרבּרעֶנעֶן דיִך צוּזאַמעֶן מיִט דעֶר סֵפֶר־תּוׂרָה איִן פײַעֶר.

איִן אַ קוּרצעֶ צײַט אַרוּם איִז ר׳ יוׂסִי בֶּן קִסְמָא געֶשטאָרבּעֶן, זעֶנעֶן מיִטגעֶגאַנגעֶן אוׂיף זײַן לְוַיָה אַלעֶ פאַרנעֶהמסטעֶ לײַט פוּן רוׂים. צוּריִקװעֶגס געֶפוּנעֶן זײֵ, װיִ ר׳ חֲנִינָא בֶּן תְּרַדְיוֹן, מיִט אַ סֵפֶר־תּוֹרָה איִן שוׂיס, זיִצט אוּן לעֶרעֶנט אוּן אַרוּם איִהם איִז פעֶרזאַמעֶלט אַ גרוׂיסעֶר עוׂלָם. בּרעֵנגט מעֶן איִהם פאַר׳ן געֶריִכט אוּן מעֶ פרעֶגט איִהם: „פאַר װאָס לעֶרעֶנסטוּ תּוׂרָה געֶגעֶן דעֶם קֵיסָר׳ס פעֶרבּאָט?” — „איִך טהוּ — עֶנטפעֶרט עֶר — װיִ מײַן גאָט האָט מיִר געֶבּאָטעֶן”.

טראָגט מעֶן אַרוׂיס אַ מִשְׁפָּט: איִהם צוּ פעֶרבּרעֶנעֶן, דאָס װײַבּ זײַנס צוּ קעֶפּעֶן אוּן דיִ טאָכטעֶר זײַנעֶ איִבּעֶרגעֶבּעֶן צוּ שאַנד.

פיִהרט מעֶן איִהם אַרוׂיס אוׂיף אַ פּלאַץ, דאָרט װיִקעֶלט מעֶן איִהם אײַן איִן דעֶר סֵפֶר־תּוׂרָה אוּן מעֶ לעֶגט איִהם אַרוּם מיִט טריִקעֶנעֶ צװײַגעֶן אוּן מעֶ ציִנדט זײֵ אוּנטעֶר, דעֶרבּײַ נעֶהמט מעֶן קנוׂילעֶן װאָל איִן װאַסעֶר געֶװײֵקטעֶ אוּן מעֶ לײֵגט זיִ איִהם אוׂיף זײַן בּרוּסט, כְּדֵי דיִ נְשָׁמָה זאָל זיִך מעֶהר האַלטעֶן װעֶט עֶר זיִך לאַנגעֶר פּײַניִגעֶן.

— פאָטעֶר! — שרײַעט־אוׂיס דיִ טאָכטעֶר זײַנעֶ יאָמעֶרליִך — װיִ קעֶן מעֶן דאָס צוּזעֶהן?

— טאָכטעֶר מײַנעֶ — עֶנטפעֶרט עֶר איִהר — װעֶן איִך אַלײֵן זאָל פעֶרבּרעֶנט װעֶרעֶן, װאָלט מיִך געֶװיִס געֶאַרט. איִצט אָבּעֶר, אַז מיִט מיִר צוּזאַמעֶן בּרעֶנט דיִ סֵפֶר־תּוׂרָה — דעֶר װאָס װעֶט זיִך אָפּרעֶכנעֶן פאַר איִהר װעֶט זיִך שוׂין פאַר מיִר אוׂיך אָפּרעֶכנעֶן.

רוּפעֶן זיִך אָן דיִ תַּלְמִידִים צוּ איִהם: „רֶבִּי, װאָס זעֶהעֶן איִצט דײַנעֶ אוׂיגעֶן?

— איִך זעֶה — עֶנטפעֶרט עֶר — װיִ דעֶר פּאַרמעֶט בּרעֶנט אוּן דיִ דיִ הײֵליִגעֶ אוׂתִיוׂת פליִהעֶן אַרוׂיף.

— עֶפעֶן בּעֶסעֶר דאָס מוׂיל — זאָגעֶן װײַטעֶר דיִ תַּלְמִידִים — דאָס פײַעֶר זאָל דיִך גיִכעֶר בּײַקוּמעֶן, װעֶלעֶן דײַנעֶ יְסוּרִים נעֶהמעֶן אַן עֶק.

— װעֶר ס׳האָט מיִר געֶגיבּעֶן דיִ נְשָׁמָה — עֶנטפעֶרט עֶר — דעֶר זאָל זיִ נעֶהמעֶן, איִך אַלײֵן װעֶל ניִשט דעֶרנעֶהעֶנטעֶרעֶן דעֶם טוׂיט.

דאָ האָט שוׂין דעֶר תַּלְיָן אַלײֵן אוׂיך מעֶהר ניִשט געֶקעֶנט צוּזעֶהן ר׳ חֲנִינָא׳ס טוׂיט־שמעֶרצעֶן. פרעֶגט עֶר איִהם: „רֶבִּי, אוׂיבּ איִך װעֶל פעֶרשטאַרקעֶן דאָס פײַעֶר אוּן אַראָפּנעֶהמעֶן דיִ נאַסעֶ קנוֹילעֶן װאָל, װעֶסטוּ מיִך בּרעֵנגעֶן צוּ׳ם אײֵבּיִגעֶן לעֶבּעֶן?”

— יאָ — עֶנטפעֶרט עֶר.

↤ 136

— שװעֶר מיִר.

שװעֶרט עֶר.

האָט דעֶר תַּלְיָן אַזוׂי געֶטהוּן אוּן ר׳ חֲנִינָא׳ן איִז דיִ נְשָׁמָה גיִך אוׂיסגעֶגאַנגעֶן. בּאַלד נאָכדעֶם שפּריִנגט דעֶר תַּלְיָן אוׂיך אַרײַן איִן פײַעֶר אוּן װעֶרט פעֶרבּרעֶנט.

האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: „ר׳ חֲנִינָא אוּן זײַן תַּלְיָן קוּמעֶן־אָן בּײֵדעֶ גלײַך צוּ׳ם אײֵבּיִגעֶן לעֶבּעֶן!”

אוּן אוׂיף דעֶם פלעֶג רַבִּי זאָגעֶן מיִט אַ געֶװײֵן: „אײֵנעֶר קוׂיפט זיִך זײַן עוׂלָם־הַבָּא איִן אײֵן מיִנוּט אוּן אײֵנעֶם קוּמט עֶס אָן דוּרך שװעֶר מיִה פוּן לאַנגעֶ יאָהרעֶן!”

V. רַבִּי יְהוּדָה בֶּן בַּבָּא.

דעֶרנאָך האָט מעֶן אוּמגעֶבּראַכט ר׳ יְהוּדָה בֶּן בַּבָּא׳ן.

מעֶ דעֶרצעֶהלט אוׂיף ר׳ יְהוּדָה בֶּן בַּבָּא׳ן, אַז פוּן אַכטצעֶהן בּיִז אַכציִג יאָהר פוּן זײַן לעֶבּעֶן האָט עֶר ניִשט פעֶרזוּכט דעֶם טַעַם פוּן שלאָף מעֶהר װיִ דאָס לײַכטעֶ דריִמלעֶן פוּן אַ פעֶרד. טאָג אוּן נאַכט איִז עֶר געֶזעֶסעֶן אוּן געֶלעֶרעֶנט.

אײֵנמאָל האָט דיִ רוׂימיִשעֶ רעֶגיִרוּנג אַרוׂיסגעֶלאָזט אוׂיף יוּדעֶן אַ גְזֵירָה, אַז פאַר געֶבּעֶן עֶמיִצעֶן סְמִיכָה ¹) זאָל אוּמגעֶבּראַכט װעֶרעֶן סײַ דעֶר װאָס װעֶט זיִ געֶבּעֶן, סײַ דעֶר װאָס װעֶט זיִ בּעֶקוּמעֶן, סײַ דיִ שטאָדט אָדעֶר דיִ געֶגעֶנד װאוּ דיִ סְמִיכָה װעֶט פאָרקוּמעֶן. גיִט זיִך ר׳ יְהוּדָה בֶּן בַּבָּא אַן עֵצָה: געֶהט אוּן זעֶצט זיִך צװיִשעֶן צװײֵ גרוׂיסעֶ בּעֶרג, צװיִשעֶן צװײֵ גרוׂיסעֶ שטעֶדט, צװיִשעֶן צװײֵ אוּמגעֶגעֶנדעֶן, איִן דעֶר מיִט װעֶג צװיִשעֶן אוּשָא אוּן שְׁפַרְעָם אוּן דאָרטעֶן האָט עֶר געֶגעֶבּעֶן סְמִיכָה פיִנף תַּלְמִידֵי־חֲכָמִים: ר׳ מֵאִיר, ר׳ יְהוּדָה, ר׳ שִׁמְעוׂן, ר׳ יוׂסִי אוּן ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן שַׁמוּעַ. װיִ בּאַלד דעֶר פײַנד האָט עֶס דעֶרשפּיִרט — זאָגט זײֵ ר׳ יְהוּדָה: „קיִנדעֶר, לוׂיפט!”

זאָגעֶן זײֵ איִהם:

— רֶבִּי, אוּן מיִט דיִר װאָס װעֶט זײַן?

— איִך בּלײַבּ ליִגעֶן פאַר זײֵ װיִ אַ שטײֵן װאָס איִז שװעֶר איִהם צוּריִהרעֶן פוּנ׳ם אָרט.

מעֶ דעֶרצעֶהלט, אַז דיִ פײַנד האָבּעֶן זיִך ניִט געֶריִהרט פוּן דאָרט בּיִז זײֵ האָבּעֶן איִן איִהם אַרײַגעֶשטאָכעֶן דרײַ הוּנדעֶרט אײַזעֶרנעֶ שפּיִזעֶן אוּן איִהם געֶמאַכט װיִ אַ רעֶשעֶטעֶ.

¹) דיִ אַנעֶרקעֶנוּנג אוׂיפ׳ן נאָמעֶן רבּי. דעֶר מײֵן פוּן דעֶר גזירה איִז געֶװעֶן כדי יוּדעֶן זאָלעֶן ניִשט האָבּעֶן קײַן געֶלעֶהרטעֶ אוּן ראש־ישיבוֹת װעֶט זיִך דיִ תּוׂרה צװיִשעֶן זײֵ מעֶהר ניִשט פעֶרבּרײֵטעֶן.

↤ 137

VI. רַבִּי יְהוּדָה בֶּן דָמָא.

דעֶרנאָך האָט מעֶן אַרוׂיסגעֶפיִהרט ר׳ יְהוּדָה בֶּן דָמָא׳ן. דאָס איִז געֶװעֶן איִן עֶרֶב שָׁבוּעוֹת. בּעֵט זיִך ר׳ יְהוּדָה בֶּן דָמָא בּײַ׳ם קֵיסָר: „בּײַ דײַן לעֶבּעֶן, לאָז מיִך אָפּ אוׂיף אײֵן װײַלעֶ בּיִז איִך װעֶל דעֶם הײֵליִגעֶן יוׂם־טוׂב שָׁבוּעוֹת אוׂיפנעֶהמעֶן; נאָך אײֵנמאָל לאָז מיִך גאָט לוׂיבּעֶן פאַר דעֶר טײַעֶרעֶר מַתָּנָה װאָס עֶר האָט אוּנז יוּדעֶן איִן דעֶם טאָג געֶגעֶבּעֶן, פאַר דעֶר הײֵליִגעֶר תּוׂרָה”.

זאָגט איִהם דעֶר קֵיסָר: „נאָך בּיִסטוּ אײַנגעֶגלוׂיבּט איִן דײַן תּוׂרָה אוּן איִן איִהר גאָט?”

— געֶװיִס — עֶנטפעֶרט ר׳ יְהוּדָה בֶּן דָמָא.

— אוׂיף װאָס פאַר אַ לוׂין קעֶנסטוּ נאָך האָפעֶן? — זאָגט דעֶר קֵיסָר.

אוׂיף דעֶם האָט שוׂין דָוִד הַמֶלֶך לאַנג געֶזאָגט: „א, װיִ גרוׂיס איִז דאָס גליִק, װאָס דוּ האָסט אָנגעֶגרײֵט פאַר דײַנעֶ פרוּמעֶ!”

— שׁוֹטִים אַזעֶלכעֶ װיִ איִהר איִז אוׂיף דעֶר װעֶלט ניִשטאָ, איִהר מײֵנט בֶּאֱמֶת ס׳איִז פאַרהאַן נאָך אַ װעֶלט.

— אַזעֶלכעֶ שׁוֹטִים װיִ איִהר איִז אוׂיף דעֶר װעֶלט ניִשטאָ! װיִ קעֶן מעֶן עֶס לײֵקעֶנעֶן איִן לעֶבּעֶריִגעֶן גאָט. אַז אָך אוּן װעֶה װאָס פאַר אַ פָּנִים דוּ װעֶסט האָבּעֶן, אַז דוּ װעֶסט זעֶהן אוּנז איִן דעֶר ליִכט פוּן אײֵבּיִגעֶן לעֶבּעֶן אוּן דוּ װעֶסט אַרײַנפאַלעֶן טיִעף איִן אײֵבּיִגעֶן פיִנסטעֶרניִש, טיִעף איִן דעֶר עֶרד.

װעֶרט דעֶר קֵיסָר אָנגעֶציִנדעֶן אוּן בּעֶפעֵהלט מעֶ זאָל איִהם צוּבּיִנדעֶן פאַר דיִ האָר צוּ׳ם עֶק פוּן אַ פעֶרד אוּן איִהם אַזוׂי אַרוּמשלעֶפּעֶן איִן אַלעֶ גאַסעֶן פוּן רוׂים; דעֶרנאָך האָט מעֶן איִהם צוּשניִטעֶן אוׂיף שטיִקליִך.

איִז געֶקוּמעֶן אֵלִיָהוּ, דעֶרמאָנט זאָל עֶר זײַן צוּ גוּטעֶן, אוּן האָט אוׂיפגעֶקלוׂיבּעֶן זײַנעֶ שטיִקעֶר אוּן זײֵ בּעֶגראָבּעֶן איִן אַ הײֵהל, נאָהעֶנט נעֶבּעֶן דעֶם טײַך װאָס פליִסט פעֶרבּײַ רוׂים. האָבּעֶן דיִ רוׂימעֶר געֶהעֶרט, װיִ פוּן דעֶר הײֵהל אַרוׂיס טראָגט זיִך אַ יאָמעֶר מיִט אַ קלאָג גאַנצעֶ דרײַסיִג טעֶג. דעֶרצעֶהלט מעֶן עֶס דעֶם קֵיסָר, זאָגט עֶר: „אַפיִלוּ װעֶן דיִ גאַנצעֶ װעֶלט װעֶט אוּנטעֶרגעֶהן — װעֶל איִך ניִשט רוּהעֶן בּיִז איִך װעֶל אוׂיף דיִ יוּדיִשעֶ זְקֵנִים ניִשט אוׂיספיִהרעֶן מײַנס”.

VII. רַבִּי חֻצְפִּית דעֶר מְתֻרְגְמָן ¹).

פיִהרט מעֶן דעֶרנאָך אַרוׂיס ר׳ חֻצְפִּית דעֶם מְתֻרְגְמָן.

װיִ מעֶ דעֶרצעֶהלט, איִז חֻצְפִּית דעֶר מְתֻרְגְמָן אַלט געֶװעֶן דעֶמאָלט ↰ 138 הוּנדעֶרט אוּן דרײַסיִג יאָהר, אוּן געֶװעֶן איִז עֵר זעֶלטעֶן שעֶהן, זײַן פָּנִים האָט געֶשײַנט װיִ אַ מַלְאָך פוּן גאָט.

¹) דעֶר אוׂיסטײַטשעֶר, דעֶר עֶרקלעֶרעֶר — דעֶר װאָס עֶרקלעֶרט אוּן טײַטשט אוׂיס פאַר׳ן עוׂלם דיִ װעֶרטעֶר פוּנ׳ם דרשן.

קוּמט מעֶן אוּן מעֶ דעֶרצעֶהלט דעֶם קעֶניִג װיִ שעֶהן עֶס זעֶהט אוׂיס דעֶר גרײַז־גראָהעֶר מאַן אוּן מעֶ בּעֵט זיִך בּײַ איִהם: „בּײַ דײַן לעֶבּעֶן, קעֶניִג, דעֶרבּאַרם זיִך איִבּעֶר דעֶם אַלטעֶן”. פרעֶגט דעֶר קֵיסָר בּײַ ר׳ חֻצְפִּית׳ן: „װיִפיִעל יאָהר בּיִסטוּ אַלט?”

— הוּנדעֶרט דרײַסיִג יאָהר אָהן אײֵן טאָג. אוּן איִך בּעֵט דיִך װאַרט מיִר נאָך דעֶם אײֵנעֵם טאָג, דיִ צאָהל זאָל גאַנץ װעֶרעֶן.

זאָגט דעֶר קֵיסָר:

— איִז דעֶן דיִר ניִט אַלצאײֵנס שטאַרבּעֶן פריִהעֶר ציִ שפּעֶטעֶר מיִט אַ טאָג?

עֶנטפעֶרט עֶר:

— איִך װיִל נאָך צװײֵ מִצְווֹת עֶרפיִלעֶן.

— װאָס פאַר אַ מִצְווֹת װיִלסטוּ נאָך עֶרפיִלעֶן?

— צװײֵ מאָל „קְרִיאַת־שְמַע” פוּן אָבעֶנד אוּן פוּן פריִה; מיִר װיִלט זיִך נאָך צװײֵ מאָל עֶרקעֶנעֶן אוׂיף זיִך דיִ העֶרשאַפט פוּן דעֶם אײֵנציִגעֶן גרוׂיסעֶן פאָרכטיִגעֶן גאָט.

זאָגט איִהם דעֶר קֵיסָר:

— אײַנגעֶשפּאַרטעֶ אוּן אוּנפעֶרשעֶהמטעֶ! בּיִז װאַנעֶן װעֶט איִהר זיִך אַלץ פעֶרלאָזעֶן אוׂיף אײַעֶר גאָט? עֶר איִז דאָך שוׂין אַ זָקֵן אוּן האָט ניִט קײַן קראַפט אײַך צוּרעֶטעֶן פוּן מײַן האַנד. װעֶן ניִט עֶר איִז שװאַך — װאָלט עֶר שוׂין לאַנג זיִך אָפּגעֶרעֶכעֶנט מיִט מיִר פאַר זיִך, פאַר זײַן פאָלק אוּן פאַר זײַן הוׂיז, װיִ עֶר האָט זיִך אַמאָל געֶרעֶכעֶנט מיִט פַּרְעה׳ן, מיִט סִיסְרָא אוּן מיִט אַלעֶ קעֶניִגעֶן פוּן כְּנַעַן.

אַז ר׳ חֻצְפִּית האָט דעֶרהעֶרט װיִ דעֶר קֵיסָר לעֶסטעֶרט אַזוׂי גאָט, האָט עֶר אוׂיסגעֶבּראָכעֶן מיִט אַ גרוׂיס געֶװײֵן אוּן צוּריִסעֶן אוׂיף זיִך דיִ קלײֵדעֶר: „אָך אוּן װעֶה איִז דיִר, קֵיסָר — האָט עֶר אוׂיסגעֶשריִגעֶן — װאָס װעֶסטוּ טהוּן, אַז סעֶ װעֶט אָנקוּמעֶן דעֶר טאָג װעֶן גאָט װעֶט זיִך רעֶכעֶנעֶן מיִט רוׂים אוּן מיִט אײַעֶרעֶ געֶטעֶר!”

װעֶרט דעֶר קֵיסָר אוׂיפגעֶבּראַכט. בּיִז װאַנעֶן — זאָגט עֶר — װעֶל איִך דאָ טַעֲנֶה׳ן מיִט דעֶם אַלטעֶן!” בּעֶפעֶהלט עֶר מעֶ זאָל איִהם בּאַלד טוׂיטעֶן. האָט מעֶן איִהם פאַרשטײֵנט אוּן דעֶרנאָך אוׂיפגעֶהאַנגעֶן.

VIII. ר׳ חֲנִינָא בֶּן חֲכִינַאי.

דעֶרנאָך האָט מעֶן אַרוׂיסגעֶפיִהרט ר׳ חֲנִינָא בֶּן חֲכִינַאי.

מעֶ דעֶרצעֶהלט אוׂיף איִהם, אַז אַלעֶ זײַנעֶ יאָהרעֶן, פוּן צװעֶלף יאָהר ↰ 139 אָן בּיִז פיִנף אוּן נײַנציִג, האָט עֶר פאַרבּראַכט איִן תַּעֲנֵיתִים. אוּן דעֶר טאָג װעֶן מעֶ האָט איִהם אַרוׂיסגעֶפיִהרט צוּ טוׂיטעֶן איִז געֶװעֶן עֶרֶב שַׁבָּת. זאָגעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים: „רֶבִּי, װיִלסטוּ ניִשט פעֶרזוּכעֶן װאָס־עֶס־איִז פאַר׳ן טוׂיט?” זאָגט עֶר: „בּיִז אַהעֶר האָבּ איִך איִן געֶפאַסט, אוּן איִצט, אַז איִך לאָז מיִך איִן אַזאַ װעֶג, הײֵסט איִהר מיִר עֶסעֶן אוּן טרוּנקעֶן!”

האָט עֶר געֶנוּמעֶן מְקַבֵּל־שַׁבָּת זײַן אוּן געֶזאָגט „וַיְכֻלּוּ”, בּײַ׳ם װאָרט „וַיְקַדֵש”, אײֵדעֶר עֶר האָט עֶס נאָך געֶעֶנדיִגט, איִז מעֶן איִהם בּעֶפאַלעֶן אוּן איִהם געֶטוֹיט.

האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: „אַז װאוׂיל איִז דיִר, ר׳ חֲנִינָא בֶּן חֲכִינַאי דוּ בּיִסט הײֵליִג אוּן דײַן נְשָׁמָה איִז אוׂיסגעֶגאַנגעֶן מיִט׳ן װאָרט „הײֵליִג!”

IX. רַבִּי יְשֵׁבָב הַסּוֹפֵר.

דעֶרנאָך האָט מעֶן אַרוׂיסגעֶפיִהרט ר׳ יְשֵׁבָב הַסוֹפֵר. זאָגעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים.: „רֶבִּי, װאָס װעֶט זײַן מיִט דעֶר תּוׂרָה?”

— קיִנדעֶר מײַנעֶ — עֶנטפעֶרט עֶר — עֶס געֶהט אַ צײַט אַז דיִ תּוׂרָה װעֶט פעֶרגעֶסעֶן װעֶרעֶן פוּן יוּדעֶן, װײַל דיִ מעֶרדעֶרשעֶ אוּמָה האָט מיִט גרוׂיס חוּצְפָּא זיִך פיִרגעֶנוּמעֶן ניִשט אַנדעֶרש װיִ פעֶרניִכטעֶן דאָס גאַנצעֶ ציִערוּנג אוּנזעֶרס, דיִ בּעֶסטעֶ אוּן שעֶהנסטעֶ פוּן אוּנז. הַלְוַאי װאָלט מײַן טוׂיט שוׂין געֶװעֶן אַן אָפּקוּמעֶניִש פאַר׳ן גאַנצעֶן דוׂר! איִך זעֶה אָבּעֶר אַרוׂיס, אַז עֶס װעֶט ניִשט זײַן אײֵן גאַס איִן רוׂים, װאוּ עֶס זאָל זיִך ניִשט װאַלגעֶרעֶן יוּדיִשעֶ בּײֵנעֶר, װײַל דיִ מעֶרדעֶרשעֶ אוּמָה װעֶט נאָך פיִעֶל יוּדיִש אוּנשוּלריִג בּלוּט פעֶרגיִסעֶן.

— װאָס־זשעֶ האָבּעֶן מיִר צוּ טהוּן, רֶבִּי? — פרעֶגעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים.

— האַלט זיִך אָן פעֶסט אײֵנעֶר איִנ׳ם אַנדעֶרן אוּן ליִעבּט שָׁלוׂם אוּן געֶרעֶכטיִגקײַט — אֶפְשַׁר איִז נאָך דאָ אַן האָפנוּנג.

װעֶנדט זיִך צוּ איִהם דעֶר קֵיסָר אוּן פרעֶגט איִהם: „זָקֵן, װיִפיִעל בּיִסטוּ אַלט?”

— הײַנט — עֶנטפעֶרט עֶר — װעֶרט מיִר נײַנציִג יאָהר. אײֵדעֶר איִך בּיִן נאָך אַרוׂיס פוּן מײַן מוּטעֶר׳ס בּוׂיך איִז שוׂין אַרוׂיס פוּן גאָט דיִ גְזֵירָה, אַז איִך מיִט מײַנעֶ חֲבֵרִים זאָלעֶן איִבּעֶרגעֶגיִבּעֶן װעֶרעֶן צוּ דיִר איִן האַנד; װײֵס אָבּעֶר, אַז אוּנזעֶר גאָט װעֶט אוּנזעֶר בּלוּט דיִר ניִשט שעֶנקעֶן.

— נעֶהמט גיִך — זאָגט דעֶר קֵיסָר מיִט שׁפּאָט — אוּן טוׂידט אוׂיך דעֶם דאָזיִגעֶן, לאָמיִך זעֶהן דיִ מאַכט אוּן דיִ שטאַרקײַט פוּן זײַן גאָט.

האָט מעֶן געֶנוּמעֶן אוּן איִהם פעֶרבּרעֶנט.

↤ 140

X. רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן שַׁמוּעַ.

דעֶרנאָך האָט מעֶן אַרוׂיסגעֶפיִהרט ר׳ אֱלִיעֶזֶר בֶּן שַׁמוּעַ׳ן.

מעֶ דעֶרצעֶהלט, אַז עֶר איִז אַלט געֶװעֶן הוּנדעֶרט פיִנף יאָהר, אוּן פוּן קיִנדװײַס בּיִז דיִ לעֶצטעֶ יאָהרעֶן זײַנעֶ האָט קײֵנעֶר ניִשט געֶהעֶרט, אַז עֶר זאָל אַרוׂיסלאָזעֶן אַ פּוּסט אָדעֶר אַ שלעֶכט װאָרט פוּן זײַן מוֹיל; קײֵנמאָל האָט עֶר זיִך מיִט קײֵנעֶם ניִשט פעֶרקריִגט, געֶװעֶן קלײֵן בּײַ זיִך איִן דיִ אוׂיגעֶן אוּן זעֶהר בּעֶשײֵדעֶן. אַכציִג יאָהר דוּרכאַנאַנד האָט עֶר פעֶרבּראַכט איִן פאַסטעֶן.

דעֶר טאָג װאָס מ׳האָט איִהם צוּ טוׂיטעֶן אַרוׂיסגעֶפיִהרט איִז געֶװעֶן יוׂם־כִּפּוּר, קוּמעֶן צוּ איִהם דיִ תַּלְמִידִים אוּן פרעֶגעֶן איִהם: „רֶבִּי, װאָס שטעֶלט זיִך דיִר איִצט פאָר?”

— מיִר שטעֶלט זיִך פאָר — עֶנטפעֶרט עֶר — װיִ מעֶ טראָגט ר׳ יְהוּדָה בֶּן בַּבָּא׳ס מִטָה אוּן נעֶבּעֶן איִהם עֲקִיבָא בֶּן יוׂסֵף׳ס מִטָה, אוּן זײֵ בּײֵדעֶ פיִהרעֶן צװיִשעֶן זיִך אַ וִכּוּחַ איִבּעֶר אַן הֲלָכָה.

— װעֶר איִז צװיִשעֶן זײֵ דעֶר מַכְרִיעַ ¹)?

— יִשְׁמָעֵאל כּהֵן־גָדוׂל.

— אוּן װיִ װעֶר בּלײַבּט?

— װיִ עֲקִיבָא בֶּן יוׂסֵף, װײַל עֶר האָט אַװעֶקגעֶלעֶגט איִנגאַנצעֶן זײַן כּחַ אוׂיף דעֶר תּוׂרָה. אוּן װיִדעֶר זעֶה איִך, קיִנדעֶר מײַנעֶ — זאָגט עֶר װײַטעֶר — װיִ דיִ נְשָׁמָה פוּן יעֶדעֶן צַדִיק רײֵניִגט זיִך איִנ׳ם װאַסעֶר פוּן קװאַל „שִׁלוֹחַ”, כְּדֵי זיִ זאָל אַרײַן אַ געֶרײֵגטעֶ איִן דעֶר „יְשִׁיבָה שֶׁל מַעֲלָה” ²) צוּ העֶרעֶן דאָרט ר׳ עֲקִיבָא׳ס הײַנטיִגעֶ דְרָשָׁה, אוּן פאַר יעֶדעֶן צַדִיק טראָגט־אוּנטעֶר אַן אַנדעֶר מַלְאָך אַ גאָלדעֶנעֶ שטוּהל, צוּ זיִצעֶן אוׂיף איִהר איִן רײֵנקײַט.

האָט דעֶר קֵיסָר בּעֶפוׂילעֶן איִהם צוּ טוׂיטעֶן. לאָזט זיִך העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל : „װאוׂיל איִז דיִר, ר׳ אֱלִיעֶזֶר בֶּן שַׁמוּעַ, דוּ בּיִזט געֶװעֶן אַ רײֵנעֶר אוּן דיִ נְשָׁמָה איִז דיִר אוׂיסגעֶגאַנגעֶן מיִט „רײֵנקײַט”.

XI. „שײֵנקעֶן זײֵעֶר בּלוּט — װעֶל איִך ניִשט”.

ר׳ יוֹחָנָן האָט געֶזאָגט: אָך אוּן װעֶה איִז דיִ אוּמוׂת־הָעוׂלָם, ניִשטאָ פאַר זײֵ קײַן אָפּקוּמעֶניִש. „פאַר׳ן קוּפּעֶר (געֶרוׂיבּטעֶן בּײַ יוּדעֶן) — זאָגט דעֶר נָבִיא איִן גאָט׳ס נאָמעֶן — װעֶל איִך אָפּנעֶהמעֶן גאָלד, פאַר אײַזעֶן — זיִלבּעֶר, פאַר האָלץ — קוּפּעֶר, פאַר שטײֵנעֶר — אײַזעֶן” — פאַר ר׳ עֲקִיבָא׳ן אָבּעֶר מיִט זײַנעֶ חֲבֵרִים, װאָס קעֶן מעֶן בּײַ זײֵ אָפּנעֶהמעֶן? אוׂיף דעֶם זאָגט דעֶר פָּסוּק: „שײֵנקעֶן זײֵעֶר בּלוּט — װעֶל איִך ניִשט”.

¹) איִבּעֶרװעֶגעֶן. ²) דיִ שוּלעֶ פוּן אוׂיבּעֶן, איִן היִמעֶל, װיִ צַדִיקִים זיִצעֶן אוּן לעֶרנעֶן.

↤ 141

רַבִּי מֵאִיר.
רַבִּי מֵאִיר׳ס פַּרְנָסָה.

רַבִּי מֵאִיר איִז געֶװעֶן אַ סוֹפֵר, אַ גרוׂיסעֶר קיִנסטלעֶר איִן זײַן פאַך. פלעֶגט עֶר פוּן דעֶר מְלָאכָה אוׂיסאַרבּײַטעֶן דרײַ טאָלעֶר אַ װאָך; אײֵנעֵם האָט עֶר אוׂיסגעֶגעֶבּעֶן אוׂיף עֶסעֶן אוּן טריִנקעֶן, אײֵנעֵם אוׂיף קלײֵדעֶן זיִך אוּן מיִט אײֵנעֶם פלעֵגט עֶר אוּנטעֶרהאַלטעֶן אָריִמעֶ תַּלְמִידֵי־חֲכָמִים. פרעֶגעֶן איִהם זײַנעֶ תַּלְמִידִים: „רֶבִּי, אוּן דײַנעֶ אײֵגעֶנעֶ קיִנדעֶר פעֶרזאָרגסטוּ גאָר ניִשט?”

— ס׳איִז איִבּריִג — עֶנטפעֶרט דעֶרוׂיף ר׳ מֵאִיר — װעֶלעֶן זײֵ זײַן פרוּם אוּן עֶהרליִך, װעֶט זײֵ גאָט געֶװיִס שוׂין ניִשט פעֶרלאָזעֶן, װיִ זאָגט עֶס דָוִד הַמֶלֶך איִן זײַן תְּהִלִים „יוּנג בּיִן איִך געֶװעֶן, אַלט בּיִן איִך געֶװאָרעֶן, אוּן קײֵנמאָל ניִשט געֶזעֶהן אַ פרוּמעֶן פעֶרלאָזט אוּן זײַנעֶ קיִנדעֶר בּעֵטלעֶן בּרוׂיט”; װעֶן אָבּעֶר ניִשט — צוּ װאָס זאָל איִך פעֶרזאָרגעֶן גאָט׳ס שׂוׂנְאִים?




ר׳ מֵאִיר דעֶרצעֶהלט:

— װעֶן איִך בּיִן אָנגעֶקוּמעֶן צוּ רַבִּי יִשְׁמָעֵאל׳ן בּײַ איִהם תּוֹרָה לעֶרנעֶן, פרעֶגט עֶר מיִך: „זוּהן מײַנעֶר, מיִט װאָס בּעֶשעֶפטיִגסטוּ זיִך?” עֶנטפעֶר איִך: „אַ סוֹפֵר בּיִן איִך”. זאָגט עֶר װיִדעֶר:

— זוּהן מײַנעֶר, זײַ איִן דײַן אַרבּײַט שטאַרק פאָרזיִכטיִג, ס׳איִז אַ הײֵליִגעֶ אַרבּײַט: אײֵן אוׂת צוּגעֶלעֶגט אָדעֶר פעֶרפעֶהלט — קעֶן דאָס מאַכעֶן אַ גאַנץ איִבּעֶרקעֶהרעֶניִש איִן דעֶר װעֶלט ¹).

ר׳ מֵאִיר אַקעֶגעֶן דעֶם נָשִׂיא.

ר׳ שִׁמְעוֹן בֶּן גַמְלִיאֵל איִז געֶװעֶן „נָשִׂיא”, ר׳ מֵאִיר — „חָכָם” אוּן ר׳ נָתָן — אַב־בֵּית־דִין ²) . איִז געֶװעֶן אײַנגעֶפיִהרט, אַז סײַ בּײַ׳ם אַרײַנגעֶהן ↰ 142 פוּן ר׳ שִׁמְעוֹן בֶּן גַמְלִיאֵל אוּן סײַ בּײַ׳ם אַרײַנגעֶהן פוּן ר׳ מֵאִיר אָדעֶר ר׳ נָתָן פלעֶגט דעֶר גאַנצעֶר עוׂלָם איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ זיִך אוׂיפשטעֶלעֶן, האָט עֶס דעֶם נָשִׂיא, ר׳ שִמְעוׂן בֶּן גַמְלִיאֵל׳ן, געֶאַרט: „װאָס הײֵסט „ עֶס זאָל גאָר קײַן אוּנטעֶרשיִעד ניִשט זײַן צװיִשעֶן מיִר אוּן צװיִשעֶן זײֵ?” האָט עֶר אײַנגעֶפיִהרט אַ נײַעֶ תַּקָנָה: „אַז דעֶר נָשִׂיא געֶהט־אַרײַן זאָל זײַן דעֶר גאַנצעֶר עוׂלָם אוׂיפשטעֶלעֶן אוּן זיִך ניִשט זעֶצעֶן בּיִז עֶר זאָגט זײֵ: „זעֶצט זיִך”; אַז דעֶר אַב־בֵּית־דִין געֶהט־אַרײַן — שׁטעֶלעֶן זיִך אוׂיף פאַר איִהם צװײֵ שׁוּרוׂת, אײֵנעֶ פוּן רעֶכטס אוּן אײֵנעֶ פוּן ליִנקס, איִהם דוּרכצוּלאָזעֶן, אוּן זעֶצעֶן זיִך ניִשט בּיִז עֶר אַלײֵן קוּמט אוׂיף זײַן אָרט אוּן זעֶצט זיִך; אַז דעֶר חָכָם געֶהט־אַרײַן — שטעֶלט מעֶן זיִך פאַר איִהם אוׂיף אײֵנציִגװײַס, דעֶר הוׂיבּט זיִך אוׂיף, דעֶר זעֶצט זיִך צוּריִק, בּיִז דעֶר חָכָם קוּמט אוׂיף זײַן אָרט.

¹) ד.ה. דעֶר מיִנדסטעֶר פעֶהלעֶר קעֶן בּרײֵנגעֶן צוּם געֶפעֶהרליִכסטעֶן טעוׂת איִן דעֶר כוונה פוּן גאטס װעֶרטעֶר. ²) נשיא, .חכם אוּן אַב־בית־דין — דרײַ טיִטעֶלעֶן, אײֵנעֶר העֶכעֶר פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן, פאַר דיִ עֶלסטעֶ איִן בּית־המדרש אוּן איִן בֵּית־דִין.

טרעֶפט זיִך, אַז גראָד איִן יעֶנעֶם טאָג, װעֶן מ׳האָט אײַנגעֶפיִהרט דיִ נײַעֶ תַּקָנָה, זעֶנעֶן ר׳ מֵאִיר אוּן ר׳ נָתָן ניִשט נעֶװעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ. אוׂיף מאָרגעֶן װיִ זײֵ זעֶנעֶן אָנגעֶקוּמעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ בּעֶמעֶרקעֶן זײֵ, אַז דעֶר עוׂלָם שטעֶלט זיִך פאַר זײֵ ניִשט אוׂיף װיִ געֶװעֵהנטליִך. איִז זײֵ דיִ זאַך אַ חִידוּשׁ: מאָס זאָל דאָס בּעֶטײַטעֶן? דעֶרצעֶהלט מעֶן זײֵ, אַז דאָס איִז אַזאַ נײַעֶ תַּקָנָה פוּנ׳ם נָשִׂיא. פעֶרדריִסט עֶס זײֵ. רוּפט זיִך אָן ר׳ מֵאִיר צוּ ר׳ נָתָן: איִך בּיִן חָכָם און דוּ אַב־בֵּית־דִין, לאָמיִר עֶפּיִס בּײֵדעֶ צוּטראַכטעֶן אַזוׂינס איִהם אַקעֶגעֶן. װײֵסטוּ װאָס? מיִר װעֶלעֶן בּײַ איִהם פעֶרלאַנגעֶן עֶר זאָל פאַר אוּנז פאָרלעֶזעֶן װעֶגעֶן עוּקְצִין ¹), אַ עִנְיָן װאָס עֶר איִז איִן איִהם פרעֶמד, װעֶט עֶר דאָך געֶװיִס בּלײַבּעֶן שטעֶהן, װעֶלעֶן מיִר איִהם דעֶמאָלט קעֶנעֶן זאָגעֶן מיִט דיִ װעֶרטעֶר פוּנ׳ם פָּסוּק ²): „װעֶר קעֶן אוׂיסדרוּקעֶן גאָט׳ס מאַכט, אַרוׂיסזאָגעֶן זײַן גאַנצעֶ לוׂיבּ” — נוּר דעֶם פּאַסט אוׂיסצוּדרוּקעֶן גאָטס מאַכט װעֶר עֶס קעֶן אַרוׂיסזאָגעֶן זײַן גאַנצעֶ לוׂיבּ ³) — אוּן אוׂיף אַזאַ אוֹפָן װעֶלעֶן מיִר איִהם אַראָפּזעֶצעֶן, װעֶסטוּ װעֶרעֶן אַ נָשִׂיא אוּן איִך אַ אַב־בֵּית־דִין.

װעֶרט דעֶרפוּן געֶװאוׂיר ר׳ יַעֲקב‎ בֶּן קַרְשִׁיִ. טראַכט עֶר זיִך: מעֶ דאַרף זעֶהן פעֶרהיִטעֶן, דעֶר נָשִׂיא זאָל ניִשט קוּמעֶן צוּ אַזאַ בִּזָיוֹן. געֶהט עֶר אוּן זעֶצט זיִך אַװעֶק נעֶבּעֶן ר׳ שִׁמְעוׂן בֶּן גַמְלִיאֵל׳ס אוׂיבּעֶרשטיִבּעֶל אוּן נעֶהמט זיִך דאָרט פלײַסיִג חַזֶר׳עֶן אוׂיף אַ קוׂל דיִ מְסֶכְתָּא עוּקְצִין. האָט עֶס ר׳ שִׁמְעוׂן בֶּן גַמְלִיאֵל בּעֶמעֶרקט, װאוּנדעֶרט עֶר זיִך: „װיִ קוּמט דעֶר תַּלְמִיד פּלוּצוּם צוּ עוּקְצִין? ניִשט אַנדעֶרש, אַז דאָרט איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ פעֶרטראַכט מעֶן עֶפּיִס געֶגעֶן מיִר”. האָט עֶר עֶס געֶנוּמעֶן איִן אַכט אוּן אוׂיסגעֶלעֶרעֶנט דיִ מְסֶכְתָּא עוּקְצִין.

¹) אַ געֶװיִסעֶר ענין איִן דיִ הלכוׂת פוּן טוּמאה אין טהרה, איִבּעֶר װעֶלכעֶן עֶס געֶפוּנט זיִך אַ בּעֶזוּנדעֶר מסכת, מיִט דעֶם זעֶלבּעֶן נאָמעֶן, איִן סדר טהרוׂת. ²) איִן תהלים. ³) ד.ה. עֶר איִז קלאָר איִן דעֶר גאַנצעֶר תּוׂרָה.

↤ 143

אוׂיף מאָרגעֶן, אַז עֶר איִז געֶקוּמעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ, פעֶרלאַנגט מעֶן פוּן איִהם, אַז עֶר זאָל דאָס מאָל לעֶרנעֶן װעֶגעֶן עוּקְצִין. טהוּט עֶר אַזוׂי. װיִ עֶר האָט געֶעֶנדיִגט רוּפט עֶר זיִך אָן: „גוּט װאָס איִך האָבּ מיִר פאָראוׂיס צוּגעֶגרײֵט, אַז ניִשט װאָלט איִהר מיִך געֶבּראַכט צוּ בִּזָיוֹן”. האָט עֶר בּעֶפוׂילעֶן, אַז מעֶ זאָל ר׳ מֵאִיר׳ן מיִט ר׳ נָתָנ׳ן אַרוׂיספיִהרעֶן פוּן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ. פלעֶגעֶן זײֵ בּײֵדעֶ אוׂיפשרײַבּעֶן פעֶרשיִדעֶנעֶ האַרבּעֶ קַשְׁיוׂת אוׂיף קװיִטעֶליִך אוּן אַרײַנװאָרפעֶן דוּרכ׳ן פעֶנסטעֶר איִן בֵּית־הַמֶדְרָש אַרײַן. האָט דעֶר נָשִׂיא דיִ קַשְׁיוׂת געֶװאוּסט צוּ פעֶרעֶנטפעֶרעֶן — איִז רעֶכט, אוׂיבּ ניִשט — האָבּעֶן זײֵ אַלײֵן דעֶם עֶנטפעֶר אוׂיפגעֶשריִבּעֶן אוּן אַרײַנגעֶװאָרפעֶן איִנװעֵניִג אַרײַן.

רוּפט זיִך אָן ר׳ יוׂסִי: „דיִ תּוׂרָה איִז איִן דרוׂיסעֶן אוּן מיִר איִנװעֵניִג!” האָט ר׳ שִׁמְעוׂן בֶּן גַמְלִיאֵל נאָכגעֶגיִבּעֶן אוּן זײֵ עֶרלוׂיבּט אַרײַנצוּלאָזעֶן. עֶר האָט זײֵ אָבּעֶר געֶקַנס׳עֶט, אַז דיִ נעֶמעֶן זײֵעֶרעֶ זאָלעֶן פוּן הײַנט אָן ניִשט דעֶרמאָהנט װעֶרעֶן אוׂיף קײַן הֲלָכָה. פלעֶג מעֶן ר׳ מֵאִיר׳ן דעֶרמאָהנעֶן מיִט׳ן צוּנאָמעֶן „אֲחֵרִים״ (אַנדעֶרעֶ) אוּן ר׳ נָתָנ׳ן: „יֵשׁ אוֹמְרִים” (פאַרהאַן אַזעֶלכעֶ װאָס זאָגעֶן).

חָלוׂמ׳ט זיִך זײֵ בּײֵדעֶ, אַז מ׳הײֵסט זײֵ געֶהן איִבּעֶרבּעֵטעֶן ר׳ שִׁמְעוׂן בֶּן גַמְלִיאֵל׳ן. האָט ר׳ נָתָן געֶפאָלגט אוּן אַזוׂי געֶטהוּן, אוּן ר׳ מֵאִיר ניִשט. „חֲלוׂמוׂת — האָט עֶר געֶזאָגט — האָבּעֶן קײַן שוּם מַמָשׁ ניִשט”.

רַבִּי מֵאִיר אוּן „אַחֵר” ¹)

אײֵנמאָל איִן אַ שַׁבָּת האָט ר׳ מֵאִיר געֶ׳דַרְש׳עֶנט פאַר׳ן עוׂלָם איִן בֵּית־הַמֶדְרָש איִן טְבֶרְיָא, אוּן איִן דעֶר זעֶלבּעֶר צײַט האָט אֱלִישָׁע זײַן פריִהעֶרדיִגעֶר רֶַבִּי אַרוּמגעֶשפּאַציִרט איִן מאַרק רײַטעֶנדיִג אוׂיף אַ פעֶרד. קוּמט מעֶן אוּן מעֶ דעֶרצעֶהלט עֶס ר׳ מֵאִיר׳ן „ געֶהט עֶר צוּ איִהם אַרוׂיס. פרעֶגט איִהם אֱלִישָע: „װאָס האָסטוּ הײַנט געֶ׳דַרְש׳עֶנט פאַר׳ן עוׂלָם?” עֶנטפעֶרט עֶר: איִך האָבּ אָנגעֶהוׂיבּעֶן פוּן יעֶנעֶם פָּסוּק איִן אִיוֹב: „גאָט האָט געֶבּעֶנשט אִיוֹב׳ס סוֹף [מעֶהר] פוּן זײַן אָנהוׂיבּ”, דאָס הײֵסט, עֶר האָט געֵדאָפּעֶלט זײַן פעֶרמעֶגעֶן...

— עֲקִיבָא דײַן רֶבִּי ²) — רײַסט איִהם איִבּעֶר אֱלִישָע — האָט אַנדעֶרש אײַנגעֶטײַטשט: „גאָט האָט געֶבּעֶנשט אִיוֹב׳ס סוׂף פוּן זײַן אָנהוׂיבּ”. ד. ה. ↰ 144 צוּליִעבּ זײַן אָנהוׂיבּ, איִנ׳ם זְכוּת פוּן זײַן פריִהעֶריִג פרוּמקײַט אוּן גוּטסקײַט. נוּ אוּן װאָס װײַטעֶר?

¹) מיִט׳ן נאָמעֶן „אַחר” (אַן אַנדעֶרעֶר) האָט מעֶן געֶרוּפעֶן ר׳ מאיר׳ס רבּי, אלישע בּן אבוּיה, נאָכדעֶם װיִ עֶר איִז אַראָפּ פוּנ׳ם גלײַכעֶן װעֶג, װיִ עֶס װעֶרט װײַטעֶר דעֶרצעֶהלט. ²) ר׳ עקיבא, אוׂיך ר׳ מאיר׳ס אַ רבּי, איִז געֶװעֶן דעֶר היפך פוּן אלישע׳ן: עֶר האָט זיִך געֶנוּמעֶן צוּם לעֶרנעֶן עֶרשט אוׂיף דעֶר עֶלטעֶר (זעֶה אוׂיבּעֶן „ר׳ עקיבא”). אוּן אוׂיף דיִ אוּמשטעֶנדעֶן װיִנקט־אָן דעֶר גאַנצעֶר װײַטעֶרדיִגעֶר שמוּעס מיִט דעֶם אוׂיסטײַטשעֶן דיִ פּסוּקים .

— װײַטעֶר האָבּ איִך געֶזאָגט איִבּעֶר יעֶנעֶם פָּסוּק איִן קוׂהֶלֶת: „דיִ עֶנדעֶ פוּן דעֶר זאַך איִז בּעֶסעֶר פוּנ׳ם אָנהוׂיבּ”.

— איִז װאָס האָסטוּ אוׂיף דעֶם געֶזאָגט?

— איִך האָבּ דאָס געֶזאָגט אַקעֶגעֶן דעֶם, װאָס ס׳איִז פאַרהאַן אַ מעֶנש װאָס האַנדעֶלט־אײַן איִן דעֶר יוּגעֶנד סְחוֹרָה אוּן פעֶרליִערט, אוּן אוׂיף דעֶר עֶלטעֶר — פעֶרדיִענט עֶר; דאָס אײֵגעֶנעֶ מאַכט זיִך, אַז איִן דעֶר יוּגעֶנד פיִהרט זיִך אײֵנעֶר אוׂיף שלעֶכט, אוׂיף דעֶר עֶלטעֶר אָבּעֶר איִז עֶר גוּט אוּן פרוּם...

— עֲקִיבָא דײַן רֶבִּי — רײַסט איִהם אֱלִישָׁע װיִדעֶר איִבּעֶר — האָט אוׂיף דעֶם אַנדעֶרש געֶזאָגט: בּעֶסעֶר איִז דיִ עֶנדעֶ פוּן דעֶר זאַך אַז זיִ איִז [גוּט] פוּן אָנהוׂיבּ־אָן. אָט העֶר װיִ מיִט מיִר האָט זיִך פּאַסיִרט. מײַן פאָטעֵר אֲבוּיָה איִז געֶװעֶן פוּן דיִ גרעֶסטעֶ אוּן פאַרנעֶהמסטעֶ לײַט איִן זײַן צײַט. אוׂיף מײַן בְּרִית האָט עֶר אײַנגעֶלאַדעֶן דיִ גרעֶסטעֶ פוּן יְרוּשָׁלַיִם, אוּן צװיִשעֶן זײֵ אוׂיך ר׳ אֱלִיעֶזֶר׳ן אוּן ר׳ יְהוֹשֻׁעַ׳ן. נאָך דעֶר סְעוּדָה האָט דעֶר פרעֶהליִכעֶר עוׂלָם זיִך געֶנוּמעֶן צוּ׳ם זיִנגעֵן, דיִ — יוּדיִשעֶ מִזְמורִים און דיִ — גריִכיִשעֶ ליִדעֶר. רוּפט זיִך אָן ר׳ אֱלִיעֶזֶר צוּ ר׳ יְהוֹשֻׁעַ׳ן: „דיִ לײַט בּעֶשעֶפטיִגעֶן זיִך מיִט זײֵעֶרס, אוּן מיִר װעֶלעֶן איִן אוּנזעֶרס גאָרניִשט טהוּן?” האָט זיִך אוׂיפגעֶװיִקעֶלט צװיִשעֶן זײֵ אַ שמוּעֵס איִן לעֶרנעֶן, אָנגעֶהוֹיבּעֶן פוּן תּוׂרָה, איִבּעֶרגעֶגאַנגעֶן צוּ נְבִיאִים אוּן פוּן דאָרט צוּ כּתוּבִים. פרֵישׁ־לעֶבּעֶריִגעֶ װעֶרטעֶר, װיִ עֶרשט פוּן בּאַרג סִינַי אַראָפּ, האָבּעֶן געֶפלאַטעֶרט, אוּן אַ פײַעֶר האָט זיִך אַרוּם זײֵ צוּפלאַקעֵרט. דעֶרזעֵהן דאָס, האָט מײַן פאָטעֵר געֶזאָגט: „װיִבּאַלד דעֶר כּחַ פוּן תּוֹרָה איִז יאָ אַזוׂי גרוׂיס, נעֵהם איִך אוׂיף זיִך, אַז אוׂיבּ מײַן נײַגעֶבּוׂירעֶנעֶר זוּהן װעֶט מיִר לעֶבּעֶן אוּן געֶזוּנד זײַן, גיִבּ איִך איִהם איִבּעֶר איִנגאַנצעֶן צוּ דעֶר תּוֹרָה”. אוּן אָט דעֶרפאַר, װײַל זײַן כַּוָנָה איִז ניִשט געֶװעֶן דוּרכאוׂיס לְשֵם־שָמַיִם, האָט דיִ תּוֹרָה בּײַ מיִר קײַן קיִוּם ניִשט געֶהאַט... נוּ זאָג װײַטעֶר, איִבּעֶר װאָס נאָך האָסטוּ געֶ׳דַרְש׳עֶנט ?

— איִבּעֶר יעֶנעֶם פָּסוּק: „ס׳איִז איִהר (דיִ תירָה) ניִשט אָפּצוּשאַצעֶן מיִט גאָלד אוּן גלאָז, אוּן איִהר װעֶרטה — גיִנגאָלדעֶן געֶפעֶס”.

— אוּן װאָס האָסטוּ אוׂיף דעֶם געֶזאָגט:

— „גאָלד אוּן גלאָז” — דאָס איִז דיִ תירָה, װאָס ס׳איִז שװעֶר צוּ בּעֶקוּמעֶן זיִ װיִ גיִנגאָלדעֶנעֶ כֵּלִים, אוּן ס׳איִז לײַכט אָנצוּװעֶרעֶן זיִ װיִ גלעֶזעֶרנעֶ כֵּלִים.

— בּײַ גאָט, אַז אַפִילוּ װיִ עֶרדעֶנעֶ כֵּלִים! עֲקִיבָא דײַן רֶבִּי האָט אָבּעֶר אוׂיף דעֶם אַנדעֶרש געֶזאָגט : גלײַך װיִ גאָלדעֶנעֶ אוּן גלעֶזעֶרנעֶ כֵּלִים, װעֶן זײֵ װעֶרעֶן אַפיִלוּ צוּבּראָכעֶן קעֶן מעֶן זײֵ צוּרעֶכט מאַכעֶן, אַזוׂי אוׂיך ↰ 145 אַ תַּלְמִיד־חָכָם, װעֶן עֶר פעֶרזיִנדיִגט זיִך אַפִילוּ קעֵן עֵר נאָך צוּ זיִך קוּמעֶן װיִ פריִהעֶר.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט ר׳ מֵאִיר — קעֶהר זיִך דוּ אוׂיך אוּם.

— איִך קעֶן שוׂין ניִשט — עֶנטפעֶרט אֱלִישָׁע.

— פאַר װאָס?

— אײֵנמאָל איִן אַ יוׂם־כִּפּוּר׳דיִגעֶן טאָג, װאָס איִז אוׂיסגעֶפאַלעֵן איִן שַׁבָּת, האָבּ איִך שפּאַציִרט, אוׂיף אַ פעֶרד רײַטעֵנדיִג, היִנטעֶר׳ן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ, האָט זיִך פוּן דאָרט געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל, װאָס האָט היִלהיִג אוׂיסגעֶרוּפעֶן : „קעֶהרט זיִך צוּריִק, פעֶרשײַטעֶ קיִנדעֶר, קעֶהרט זיִך צוּריִק צוּ מיִר װעֶל איִך זיִך צוּריִקקעֶהרעֶן צוּ אײַך — אַלעֶ, אוׂיסעֶר אײֵן „אַחֵר”, װאָס עֶר װײֵסט גוּט מײַן מאַכט אוּן דאָך איִז עֶר געֶגעֶן מיִר אַרוׂיסגעֶטראָטעֶן!”

געֶקוּמעֶן צוּ אַ תְּחוּם־שַׁבָּת¹) רוּפט זיִך אָן אֱלִישָׁע: „מֵאִיר, קעֶהר זיִך אוּם צוּריִק, נאָך דיִ טריִט פוּן מײַן פעֶרד בּיִן איִך זיִך מְשַׁעֵר, אַז מיִר האַלטעֶן שוֹין בּײַ אַ תְּחוּם־שַׁבָּת”.

— קעֶהר זיִך דוּ אוׂיך אוּם צוּריִק — זאָגט איִהם ר׳ מֵאִיר.

— פאַר מיִר — עֶנטפעֶרט עֶר — איִז שוֹין ניִשטאָ קײַן װעֶג צוּריִק. שוׂין אײֵנמאָל דיִר געֶזאָגט, אַז איִך האָבּ געֶהעֶרט אַ בַּת־קוׂל פוּן היִנטעֶר׳ן פאָרהאַנג ²) אַרוׂיס: „קעֶהרט זיִך צוּריִק, פעֵרשײַטעֶ קיִנדעֶר, אוׂיסעֶר אַחֵר׳ן”.

שטעֶהט ר׳ מֵאִיר צוּ איִהם צוּ אוּן פיִהרט איִהם אַרײַן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ. חאַפּט אָן אֱלִישָׁע אַ קיִנד פוּן דיִ װאָס לעֶרנעֶן דאָרט: „זאָג מיִר דײַן פָּסוּק”. זאָגט איִהם דאָס קיִנד: „אֵין שָׁלוׂם — ניִשטאָ קײַן פריִעד, זאָגט גאָט, פאַר דיִ פעֶרבּרעֶכעֶר”. פיִהרט איִהם ר׳ מֵאִיר אַרײַן איִן אַ צװײֵטעֶר שוּל, װעֶנדעֶט עֶר זיִך דאָרט װײַטעֶר צוּ אַ שוּל־קיִנד: „זאָג מיִר דײַן פָּסוּק” .עֶנטפעֶרט דאָס קיִנד: „מעֶגסטוּ זיִך אוׂיך װאַשעֶן מיִט לוׂיג־זאַלץ אוּן װיִפיִעל זײֵך ניִשט בּעֶנוּצעֶן — אַלץ בּלײַבּסטוּ פעֶרפלעֶקט מיִט דעֶר זיִנד פאַר מיִר”. פיִהרט עֶר איִהם אַרײַן נאָך איִן אַ שוּל, אוּן אֱלִישָׁע פרעֶגט דאָרט װיִדעֶר בּײַ אַ קיִנד זײַן פָּסוּק. עֶנטפעֶרט דאָס קיִנד: „אוּן דוּ אוּנגליִקליִכעֶר, װאָס טהוּסטוּ װאָס דוּ ציִהסט זיִך אָן מיִט פּוּרפּוּר, ציִהרסט זיִך אוׂיס מיִט גאָלדעֶנעֶ ציִהרוּנג, בּעֶפּוּצסט מיִט פאַרבּ זײַנעֶ אוׂיגעֶן... אוּמזיִסט בּעֶשעֵהנסטוּ זיִך, פעֶראַכטעֶט האָבּעֶן דיִך דיִ ליִעבּהאָבּעֶר, דײַן נְשָמָה פעֶרלאַנגעֶן זײֵ”. אוּן אַזוׂי האָט ר׳ מֵאִיר אַרוּמגעֶפיִהרט אֱלִישָׁע׳ן איִבּעֶר דרײַצעֶהן שוּלעֶ, אוּן אַלעֶ קיִנדעֶר האָבּעֶן איִהם געֶזאָגט פְּסוּקִים אַלץ צוּ׳ם ↰ 146 שלעֶכטעֶן. דאָס לעֶצטעֶ קיִנד, צוּ װעֶלכעֶן אֱלִישָׁע האָט זיִך געֶװעֶנדעֶט עֶר זאָל איִהם זאָגעֶן זײַן פָּסוּק, האָט איִהם פאָרגעֶלעֶזעֶן: „וְלָרָשָׁע אָמַר אֱלהִים — אוּן דעֶם פעֶרבּרעֶכעֶר זאָגט גאָט, װיִ קוּמסטוּ דעֶרצעֵֶהלעֶן מײַנעֶ געֶזעֶץ”, אוּן װײַל דאָס קיִנד איִז געֶװעֶן טעֶמפּיִג אוׂיפ׳ן צוּנג, איִז אוׂיסגעֶקוּמעֶן װיִ עֶר זאָגט אָנשטאָט „וְלָרָשָׁע” „וְלֶאֱלִישָׁׁע”. דעֶרפוּן איִז אֱלִישָׁע געֶװאָרעֶן אַזוׂי אוׂיפגעֶבּראַכט אַז עֶר האָט אוׂיסגעֶשריִגעֶן: „װעֶן איִך האָבּ אַ מעֶסעֶר איִן דעֶר האַנד װאָלט איִך איִהם צעֶריִסעֶן”.

¹) שַׁבָּת־גרעֶניִץ. ד.ה. צװײֵ טוׂיזעֶנד אײֵלעֶן אוׂיסעֶר דעֶר שטאָדט, װאָס לוׂיט׳ן דין טאָר מעֶן װײַטעֶר פוּן זײֵ ניִשט געֶהן איִם שבּת. ²) ד.ה. פוּן דאָרט װאוּ דעֶם מעֶנשעֶנס מזל װעֶרט פאָראוׂיס בּעֶשטיִמט.

מעֶ דעֶרצעֶהלט װעֶגעֶן אַחֵר׳ן, אַז עֶר פלעֶג אַרײַנגעֶהן איִן קָהָל־הוׂין אוּן זעֶהן װיִ דיִ קיִנדעֶר זיִצעֶן דאָרט איִבּעֶר דיִ סְפָרִים, פלעֶג עֶר אָנהוׂיבּעֶן שרײַעֶן: „װאָס זיִצעֶן דאָ דיִ דאָזיִגעֶ אוּן פעֶרנעֶהמעֶן זיִך מיִט װײֵס־איִך־װאָס? דעֶר קעֶן זײַן אַ בּוׂימײֵסטעֶר, דעֶר — אַ טיִשלעֶר, דעֶר — אַ מאַלעֶר, דעֶריִ — אַ שנײַדעֶר!” װיִ דיִ קיִנדעֶר פלעֶגעֶן אַזוׂינס העֶרעֶן, פלעֶגעֶן זײֵ איִבּעֶרלאָזעֶן דיִ סְפָרִים אוּן איִנגאַנצעֶן אַװעֶק פוּן לעֶרנעֶן.

אוּן נאָך דעֶרצעֶהלט מעֶן װעֶגעֶן אַחֵר׳ן, אַז עֶר פלעֶגט קײֵנמאָל ניִשט אוֹיפהעֶרעֶן צוּ האַלטעֶן אַ גריִכיִשעֶן זֶמֶר איִן מוׂיל, אוּן אַז עֶר איִז געֶשטאַנעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָש פלעֶגעֶן זיִך שיִטעֶן בּײַ איִהם פוּנ׳ם בּוּזעֶם פיִעל אַפּיִקוֹרס׳עֶשעֶ בּיִכעֶר.

אוּן װיִ קוּמט עֶס אַַחֵר זאָל אַראָפּ פוּנ׳ם גלײַכעֶן װעֶג? דעֶרצעֶהלט מעֶן אַזוׂי: אײֵנמאָל איִז עֶר געֶזעֶסעֶן אוּן געֶלעֶרעֶנט איִן טהאָל גֵינוֹסֶר, זעֶהט עֶר איִן אַ שַׁבָּת־טאָג װיִ אַ יוּד קלעֶטעֶרט אַרוׂיף אוׂיף אַ שפּיִץ פּאַלמעֶנבּוׂים צוּ אַ פוׂיגעֶלנעֶסט, נעֶהמט־אַװעֶק דיִ מוּטעֶר פוּן דיִ יוּנגעֶ פײֵגעֶליִך אוּן איִז צוּריִק אַראָפּ בְּשָׁלוׂם; אוּן דעֶרנאָך שַׁבָּת־צוּנאַכטס זעֶהט עֶר װיִדעֶר װיִ אַן אַנדעֶרעֶר איִז אַרוׂיף אוׂיף אַ שפּיִץ בּוׂים, פריִהעֶר אַװעֶקגעֶטריִבּעֶן דיִ מוּטעֶר, װיִ דיִ תּוׂרָה הײֵסט, אוּן צוּגעֶנוּמעֶן דיִ קיִנדעֶר — אוּן װיִ עֶר איִז נוּר אַראָפּ האָט איִהם אַ בּיִס געֶטהוּן אַ גיִפטיִגעֶ שלאַנג אוּן עֶר איִז געֶפאַלעֶן טוׂיט. האָט זיִך אֱלִישָׁע פעֶרטראַכט: װאָס הײֵסט עֶס, דיִ תּוׂרָה זאָגט: „אַװעֶקשיִקעֶן זאָלסטוּ דיִ מוּטעֶר אוּן דיִ קיִנדעֶר מעֶגסטוּ נעֶהמעֶן זיִך, אוּן דעֶרפאַר װעֶט דיִר װאוׂיל געֶהן אוּן װעֶסט האָבּעֶן לאַנגעֶ יאָהר” — װאוּ־זשעֶ איִז דאָס װאוׂיל פוּן דעֶם דאָזיִגעֶן, אוּן װאוּ זעֶנעֶן דיִ לאַנגעֶ יאָהרעֶן זײַנעֶ? (ניִשט געֶװאוּסט אָבּעֶר האָט עֶר װאָס ר׳ עֲקִיבָא האָט אוׂיף דעֶם געֶ׳דַרְש׳עֶנט: „עֶס װעֶט דיִר װאוׂיל געֶהן” — איִן דעֶר װעֶלט װאָס זיִ איִז לוׂיטעֶר װאוׂיל, „אוּן װעֶסט האָבּעֶן לאַנגעֶ יאָהר” — איִן דעֶר װעֶלט פוּן אײֵבּיִגקײַט). אַנדעֶרעֶ דעֶרצעֶהלעֶן, אַז אֱלִישָׁע האָט געֶזעֶהן װיִ דיִ צוּנג פוּן חוּצְפִּית הַמְתוּרְגְמָן ¹) װעֶרט אַרוּמגעֶשלעֶפּט דוּרך אַ חֲזִיר׳שעֶן פּיִסק. האָט עֶר אוׂיסגעֶשריִגעֶן: „אָ, דאָס מוׂיל ↰ 147 װאָס פּעֶריִל האָט זיִך פוּן דעֶם געֶשאָטעֶן זאָל לעֶקעֶן שטוׂיבּ!” — אוּן בּאַלד נאָכדעֶם האָט עֶר אָפּגעֶטראָטעֶן פוּן יוּדיִשקײַט. דעֶמאָלט האָט מעֶן אוׂיף איִהם געֶזאָגט: „אַחֵר” — אַ אַנדעֶרעֶר איִז עֶר געֶװאָרעֶן.

¹) זעֶה אוׂיבּעֶן „עשרה הרוּגי מלכוּת, חוּצפית השתוּרגמן” זײַט

איִן אַ צײַט אַרוּם איִז אֱלִישָׁע בֶּן אֲבוּיָה קראַנק געֶװאָרעֶן. דעֶרװאוּסט זיִך דעֶרפוּן זײַן געֶװעֶזעֶנעֶר תַּלְמִיד ר׳ מֵאִיר. קוּמט עֶר צוּ׳ם קראַנקעֶן. רוּפט עֶר זיִך אָן צוּ איִהם: „קעֶהר זיִך אוּם צוּריִק”.

— נעֶהמט מעֶן דעֶרנאָך דאָרטעֶן אָן אַזוׂי שפּעֶט? — פרעֶגט אֱלִישָׁע.

— שטעֶהט דעֶן ניִשט געֶשריִבּעֶן — זאָגט ר׳ מֵאִיר — „קעֶהרסט־אוּם דעֶם מעֶנשעֶן בּיִז צוּ׳ם צעֶבּרעֶכעֶן” — בּיִז צוּ׳ם צעֶבּרעֶכעֶן דאָס געֶמיִטה איִנגאַנצעֶן.

אֱלִישָע בֶּן אֲבוּיָה האָט זיִך אוׂיף דעֶם צעֶװײֵנט אוּן בּאַלד אוׂיסגעֶגאַנגעֶן.

— מיִר שײַנט — האָט ר׳ מֵאִיר געֶזאָגט מיִט אַ שִׂמְחָה — אַז דעֶר רֶבִּי איִז אַװעֶק פוּן דעֶר װעֶלט מיִט תְּשׁוּבָה.

װעֶן מ׳האָט אֱלִישָׁע׳ן בּעֶהאַלטעֶן איִז אַראָפּ אַ פײַעֶר פוּן היִמעֶל אוּן געֶזאָלט פעֶרבּרעֶנעֶן זײַן קֵבֶר. גיִט מעֶן איִבּעֶר ר׳ מֵאִיר׳ן: „דײַן רֶבִּי׳ס קֵבֶר בּרעֶנט”. איִז עֶר בּאַלד אַרוׂיס אַהיִן אוּן אוׂיסגעֶשפּרײֵט איִבּעֶר׳ן קֵבֶר זײַן מאַנטעֶל אוּן דעֶרבּײַ אַזוׂי געֶזאָגט:

— „לִינִי הַלַיְלָה” — געֶכטיִג דעֶרװײַל איִבּעֶר דיִ נאַכט, װיִ לאַנג איִך בּיִן נאָך דאָ אוׂיף דעֶר נאַכט־פיִנסטעֶרעֶר װעֶלט, „וְהָיִָה בַּבּקֶר” — אַז עֶס װעֶט אָבּעֶר אוׂיפשײַנעֶן דעֶר פריִהמאָרגעֶן, אַז עֶס װעֶט קוּמעֶן יעֶנעֶ אײֵבּיִג־ליִכטיִגעֶ גוּטעֶ װעֶלט, „אִם יִגְאָלֵך טוֹב יִגְאָל” — אוׂיבּ דעֶר גוּטעֶר גאָט בָּרוּך־הוּא װעֶט דיִך אוׂיסלעֶזעֶן, איִז אַוַדְאִי רעֶכט, „וְאִם לא יַחְפּץ לְגָאֳלֵך — װעֶט עֶר אָבּעֶר ניִשט װעֶלעֶן דיִך אוׂיסלעֶזעֶן, וּגְאַלְתִּיך אָנכִי” — װעֶל איִך אַלײֵן דיִך אוׂיסלעֶזעֶן, „חַי יְיָ” — איִך שװעֶר בּײַ גאָט, „שִׁכְבִיִ עַד הַבּקֶר” — שלאָף־איִבּעֶר בּיִז׳ן פריִהמאָרגעֶן.

אוּן בּאַלד איִז דאָס פײַעֶר אוׂיסגעֶלאָשעֶן.




רַבָּה בַּר רַב שִׁילָא האָט אײֵנמאָל אָנגעֶטראָפעֶן אֵלִיָהוּ׳ן, פרעֶגט עֶר איִהם: „װאָס טהוּט גאָט בָּרוּך־הוּא?” עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: „עֶר זאָגט הֲלָכוׂת איִן נאָמעֵן פוּן אַלעֶ חֲכָמִים, נאָר ניִשט איִן נאָמעֶן פוּן ר׳ מֵאִיר”.

— פאַר װאָס?

— װײַל עֶר האָט געֶלעֶרעֶנט תּוׂרָה פוּן אַחֵר׳ס מוׂיל.

— װאָס מאַכט עֶס אוׂיס? ר׳ מֵאִיר האָט בּעֶקוּמעֶן אַ מיִלגרוׂים, האָט עֶר דאָס איִנװעֵניִגסטעֶ געֶגאָסעֶן אוּן דאָס שאָלעֶכץ געֶװאָרפעֶן.

— אַצוּנד — רוּפט זיִך אָן אֵלִיָהוּ — זאָגט עֶר שוׂין אַוַדְאִיִ: „מֵאִיר מײַן זוּהן זאָגט אַזוׂי אוּן אַזוׂי”.

↤ 148

צוּליִעבּ שָׁלוׂם.

ר׳ מֵאִיר איִז געֶװעֶן אַ אוׂיסגעֶנוּמעֶנעֶר דַרְשָן, אוּן מיִט זײַנעֶ שעֶהנעֶ רעֶדעֶס אוּן צוּגעֶפאַסטעֶ מְשָׁלִים פלעֶגט עֶר שטעֶנדיִג צוּציִהעֶן דעֶם עוׂלָם.

אײֵנמאָל פרײַטאָג־צוּ־נאַכטס, בּײַ זײַנעֶר אַ דְרָשָׁה, האָט אײֵנעֶ אַ פרוׂי זיִך פעֶרטיִעפט איִן העֵרעֶן אוּן זיִך פעֶרזעֶסעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ בּיִז שפּעֶט איִן דעֶר נאַכט. געֶקוּמעֶן אַהײֵם, האָט זיִ שוׂין געֶטראָפעֶן דיִ ליִכט אוׂיסגעֶלאָשעֶן . פרעֶגט בּײַ איִהר דעֶר מאַן: „זאָג נוּר, װאוּ בּיִסטוּ בּיִז אַהעֶר געֶװעֶן?” עֶנפעֶרט זיִ: „איִך האָבּ געֶהעֶרט ר׳ מֵאִיר׳ס דְרָשָה”. יעֶנעֶר יוּד איִז אָבּעֶר געֶװעֶן אַ לֵץ, רוּפט עֶר זיִך אָן צוּ׳ם װײַבּ: „זאָל איִך אַזוׂי אוּן אַזוׂי, אוֹיבּ דוּ װעֶסט פעֶרבּלײַבּעֶן בּײַ מיִר איִן שטוּבּ בּיִז דוּ װעֶסט ניִשט געֵהן אוּן אָנשפּײַעֶן דעֶם דַרְשָׁן דײַנעֶם איִן פָּנִים”. דרעֶהט זיִ זיִך אַרוּם אײֵן װאָך, צװײֵ אוּן דרײַ. זאָגעֶן איִהר דיִ שְׁכֵנוֹת: „װאָס הײֵסט עֶס, נאָך זעֶנט איִהר צװיִשעֶן זיִך בְּרוֹגֶז? קוּם, װעֶלעֶן מיִר געֶהן מיִט דיִר צוּ׳ם דַרְשָׁן”.

ר׳מֵאִיר האָט שוֹין געֶװאוּסט פוּן דעֶר מַעֲשֶׂה, אוּן װיִ דיִ װײַבּעֶר זעֶנעֶן צוּ איִהם אַַַרײַנגעֶקוּמעֶן, האָט עֶר זיִך געֶמאַכט קראַנק אוׂיף דיִ אוׂיגעֶן אוּן גיִט דיִ װײַבּעֶר אַ פרעֶג: „אֶפְשַר איִז גראָר דאָ צװיִשעֶן אײַך אײֵנעֶ אַ געֶניִטעֶ איִן אָפּשפּרעֶכעֶן אַן אוֹיג?” דיִ שְׁכֵנוֹת האָבּעֶן דאָס אוׂיפגעֶחאַפּט אוּן געֶזאָגט שטיִלעֶרהײֵד יעֶנעֶר פרוׂי: „געֶה דוּ שפּעֵך איִהם אָפּ אוּן שפּײַ־אוׂיס איִן אוֹיג, װעֶט דעֶר מאַן מיִט דיִר שָׁלוֹם װעֶרעֵן”. לאָזט זיִ זיִך צוּגעֶהן צוּ ר׳ מֵאִיר׳ן, אוּן װיִ זיִ האָט זיִך געֶזעֶצט פאַר איִהם איִז אָנגעֶפאַלעֶן אוׂיף איִהר אַ שרעֶק. „רֶבִּי — זאָגט זיִ איִהם דעֶם אֱמֶת — איִך קעֶן ניִשט אָפּשפּרעֶכעֶן קײַן אוֹיג”.

— ניִשט־קָשָׁה — זאָגט ר׳ מֵאִיר — שפּײַ אוׂיף מיִר אוׂיס זיִבּעֶן מאָל װעֶל איִך געֶנעֶזעֶן װעֶרעֶן.

האָט זיִ אַזוׂי געֶטהוּן.

— איִצט — זאָגט ר׳ מֵאִיר — געֶה אוׂיס אוּן זאָג דעֶם מאַן דײַנעֶם: „דוּ האָסט געֶהײֵסעֶן נוּר אײֵן מאָל שפּײַעֶן אוּן איִך האָבּ געֶשפּיִגעֶן זיִבּעֶן מאָל”.

װאוּנדעֶרעֶן זיִך דיִ תַּלְמִידִים: „רֶבִּי, אַזוׂי איִז מעֶן מְבַזֶה דיִ תּוׂרָה?”

— װאָס איִז — עֵנטפעֶרט עֶר זײֵ — װעֶניִג כָּבוׂד אֶפְשַׁר פאַר מֵאִיר׳ן גלײַך זײַן צוּ׳ם בּעֶשעֶפעֵר זײַנעֶם? צוּליִעבּ שָׁלוֹם־מאַכעֶן צװיִשעֶן מאַן אוּן װײַבּ איִז רעֶכט בּײַ גאָט, אַז עֶס זאָל אָפּגעֶמעֶקט װעֶרעֶן איִן װאַסעֶר ¹) זײַן הײֵליִג־אוׂיפגעֶשריִבּעֶנעֶר גרוׂיסעֶר נאָמעֶן.

¹) װאָס דעֶר כהן גיִט צוּ טריִנקעֶן אַ סוֹטה (א פרוׂי װאָס דעֶר מאַן אײַפעֶרט זיִ). זעֶה בּמדבּר קאַפּ. ה.

↤ 149

אַרוׂיפגעֶשטוּפּט דעֶם שָׂטָן.

צװײֵ מעֶנשעֶן זעֶנעֶן געֵװעֶן, װאָס דעֶר שָׂטָן פלעֶג זײֵ אָנרײֵצעֶן אײֵנעֶם אוׂיפ׳ן אַנדעֶרעֶן אוּן אַלעֶ עִרֶב־שַׁבָּת פאַר נאַכט פלעֶגעֶן זײֵ זיִך שטאַרק קריִגעֶן. טרעֶפט זיִך, אַז ר׳ מֵאִיר קוּמט־אַראָפּ אַהיִן איִן זײֵעֶר אָרט, האָט עֶר זײֵ דרײַ פרײַטאָג־פאַרנאַכט׳עֶן אָפּגעֶהאַלטעֶן פוּן מַחְלוקֶת, בּיִז זײֵ זעֶנעֶן איִנגאַנצעֶן שָׁלוׂם געֶװאָרעֶן. האָט ר׳ מֵאִיר געֶהעֶרט דעֶם שָׂטָנ׳ס קוׂל, װיִ עֶר שרײַעט:

— װעֶה, ר׳ מֵאִיר האָט מיִך פוּן מײַן הוׂיז אַרוׂיסגעֶשטוּפּט!

דעֶר „גוּטעֶר” בּרוּדעֶר.

איִן דרום־קאַנט פוּן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל האָט אײֵנעֶר אַ װיִרטה פוּן אַ גאַסט־הויז געֵמאַכט יַד־אַחַת מיִט גַזְלָנִים. פלעֶגט עֶר אוׂיפשטעֶהן בּײַנאַכט, זיִך אָנטהוּן װעֶג־קלײֵדעֶר אוּן אויפהײֵבּעֶן דיִ געֵסט. „קוּמט — פלעֶגט עֶר זײֵ זאָגעֶן — װעֶלעֶן מיִר זיִך לאָזעֶן איִן װעֶג אוּן איִך װעֶל אײַך בּעֶגלײֵטעֶן; איִצט װעֶן ס׳איִז קיִהל איִז דיִ בּעֶסטעֶ צײַט דעֶרצוּ”. אוּן װיִ נוּר זײֵ זעֶנעֶן אַרוׂיס איִן װעֶג, פלעֵגעֶן שוין בּעֶפאַלעֶן אוׂיף זײֵ דיִ גַזְלָנִים, זײֵ בּעֶרוׂיבּעֶן פוּן קאָפּ בּיִז פיִס, אוּן דעֶרנאָך טאַקיִ טהײֵלעֶן זיִך מיִט יעֶנעֶם װיִרטה. מאַכט זיִך אַז ר׳ מֵאִיר׳ן איִז אוׂיסגעֶקוּמעֶן זיִך אָפּצוּשטעֶלעֶן איִן יעֶנעֵם גאַסט־הוׂיז. בּײַנאַכט הײֵבּט־זיִך דעֶר װיִרטה אוׂיף, װיִ זײַן שטײֵגעֶר איִז, טהוּט זיִך אָן אוּן רוּפט ר׳ מֵאִיר׳ן צוּ לאָזעֶן זיִך איִן װעֶג. זאָגט איִהם ר׳ מֵאִיר: „איִך מוּז דאָ צוּװאַרטעֶן אוׂיף מײַנעֶם אַ בּרוּדעֶר”.

— װאוּ איִז עֶר דעֶן איִצט ? — פרעֶגט איִהם דעֶר װיִרטה.

— איִן שוּהל — עֶנטפעֶרט איִהם ר׳ מֵאִיר.

— װיִ איִז זײַן נאָמעֶן, װעֶל איִך איִהם געֶהן רוּפעֶן?

כִּי־טוֹב.

געֶהט דעֶר װיִרטה גלײַך אַװעֶק איִן שוּהל־הוֹיף אוּן נעֶהמט שרײַעֶן אוׂיף אַ קוׂל: „כִּי־טוֹב, כִּי־טוֹב!” רוּפט זיִך קײֵנעֶר ניִשט אָן.

װיִ ס׳איִז טאָג געֶװאָרעֶן, האָט זיִך ר׳ מֵאִיר אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן, אָפּגעֶבּוּנדעֶן דעֵם עֵזעֶל אוּן זיִך געֶקליִבּעֶן איִן װעֶג. פרעֶגט איִהם דעֶר װיִרטה: „אוּן װאוּ איִז דעֶר בּרוּדעֶר דײַנעֶר, אוׂיף װעֶלכעֶן דוּ האָסט געֶװאַרט?”

— עֶר איִז שוׂין דאָ — עֶנטפעֶרט ר׳ מֵאִיר — „וַיַרְא אֱלהִים אֶת הָאוֹר כִּי־טוֹב” (גאָט האָט געֶזעֶהן דיִ ליִכט אַז ס׳איִז גוּט).

כִּידוֹר־װיִדעֶר.

ר׳ מֵאִיר אַז עֶר האָט זיִך בּעֶגעֶגעֶנט מיִט אַ מעֶנשעֶן, פלעֶגט עֶר פריִהעֶר דעֶרגעֶהן זײַן נאָמעֶן, אוּן פוּנ׳ם נאָמעֶן האָט עֶר שוׂין פעֶרשטאַנעֶן װאָס ↰ 150 פאַר אַ מיִן מעֶנש דאָס איִז. אײֵנמאָל זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן פאַר ר׳ מֵאִיר׳ן צװײֵ נײַעֶ תַּלְמִידִים אוּן אײֵנעֶר פוּן זײֵ האָט געֶהײֵסעֶן כִּידוֹר. רוּפט זיִך אָן ר׳ מֵאִיר צוּ זײַנעֶ תַּלְמִידִים: „מײַן עֵצָה, איִהר זאָלט זיִך היִטעֶן פאַר דעֶם דאָזיִגעֶן כִּידוֹר”.

— רֶבִּי — זאָגעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים — עֶר קעֶן שעֶהן לעֶרנעֶן.

— פוּן דעֶסטװעֶגעֶן שאַדט ניִשט איִהר זאָלט זיִך פאַר איִהם היִטעֶן.

איִן אַ שטיִקעֶל צײַט אַרוּם זעֶנעֶן ר׳ מֵאִיר׳ס תַּלְמִידִים געֶגאַנגעֶן איִן מֶרְחָץ, האָבּעֶן זײֵ איִבּעֶרגעֶלאָזט זײֵעֶרעֶ קלײֵדעֶר אוׂיף כִּידוֹר׳ן. װאָס טהוּט־אָפּ יעֵנעֶר כִּידוֹר ? עֶר פעֶרנעֶהמט זײֵעֶרעֶ אַלעֶ קלײֵדעֶר אוּן בּלײַבּט ניִשט. דיִ תַּלְמִידִים זעֶנעֶן אַרוׂיס פוּן מֶרְחָץ — ניִשטאָ קײַן כִּידוׂר, ניִשטאָ קײַן קלײֵדעֶר. בּעֶקוּמעֶן זײֵ איִן דעֶרהײֵם אַנדעֶרעֶ קלײֵרעֶר. װיִ זײֵ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן דעֶרנאָך פאַר ר׳ מֵאִיר׳ן, פרעֶגט עֶר זײֵ: „װאָס איִז אײַך אוׂיסגעֶקוּמעֶן זיִך איִבּעֶרצוּטהוּן?” דעֶרצעֶהלעֶן זײֵ איִהם װאָס מיִט זײֵ איִז פאָרגעֶקוּמעֶן. זאָגט עֶר זײֵ: „האָבּ איִך דעֶן אײַך פריִהעֶר ניִשט געֶװאָרעֶנט איִהר זאָלט זיִך היִטעֶן פאַר דעֶם כִּידוׂר?”

פרעֶגעֶן זיִ: „רַבִּי, מיִר בּעֵטעֶן דיִך, זאָג אוּנז, פוּן װאַנעֶן האָסטוּ עֶס געֶװאוּסט?

— פוּן דעֶם נאָמעֶן זײַנעֶם — עֶנטפעֶרט זיִ ר׳ מֵאִיר — עֶר הײֵסט כִּידוׂר, אוּן עֶס שטעֶהט געֶשריִבּעֶן: „כִּי דוׂר תַּהְפּוּכוׂת” — כִּידוׂר, הײֵסט עֶס, טוּהט אַלץ אוׂיף קיִדעֶר־װיִדעֶר.

צוּריִקגעֶגיִבּעֶן דעֶם פִּקָדוֹן ¹).

אײֵנמאָל שׁבת פאַר־נאַכט, איִן דעֶר צײַט װעֶן ר׳ מאיר איִז געֶזעֶסעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ אוּן געֶ׳דַרְש׳עֶנט פאַר׳ן עוׂלָם, זעֶנעֶן בּײַ איִהם איִן דעֶר הײֵם פּלוּצוּם געֶשטאָרבּעֶן זײַנעֶ צװײֵ זיִהן. נעֶהמט דיִ מוּטעֶר אוּן לעֵגט דיִ בּײֵדעֶ אוׂיף אײֵן בּעֶט אוּן דעֶקט זײֵ איִבּעֶר מיִט אַ לײַלעֶך . שַׁבָּת־צוּ־נאַכטס, אַז ר׳ מֵאִיר איִז געֶקוּמעֶן פוּן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ אַהײֵם, פרעֶגט עֶר בּײַ איִהר: „װאוּ זעֶנעֶן עֶס בּײֵדעֶ קיִנדעֶר?” עֶנטפעֶרט זיִ: „זײֵ זעֶנעֶן אַװעֶק געֶגאַנגעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ”. זאָגט עֶר: „איִך האָבּ זיִך גוּט צוּגעֶקוּקט איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ אוּן האָבּ זײֵ צװיִשעֶן עוׂלָם ניִשט בּעֶמעֶרקט”. דעֶרלאַנגט זיִ איִהם אַ כּוׂס װײַן אוּן עֶר מאַכט הַבְדָלָה. נאָכדעֶם פרעֶגט עֶר װיִדעֶר : „װאָס הײֵסט עֶס, װאוּ קעֶנעֶן זײַן בּיִז איִצט בּײֵדעֶ קיִנדעֶר?” זאָגט זיִ: „זײֵ האָבּעֶן אַן אָרט װאוּ זײֵ געֵהעֶן זיִך אַהיִן דוּרך, בּאַלד װעֶלעֶן זײֵ קוּמעֶן”. דעֵרלאַנגט זיִ איִהם עֶסעֶן.

¹) {אַ אײַנגעֶלעֶגטעֶ זאַך בּײַ יעֶנעֶם.

↤ 151

װיִ עֶר האָט אָפּגעֶגעֶסעֶן, רוּפט זיִ זיִך אָן צוּ איִהם: „רֶבִּי, איִך האָבּ צוּ פרעֶגעֶן בּײַ דיִר אַ שַׁאֲלָה”. זאָגט עֶר: „פרעֶג”.

זאָגט זיִ: „פריִהעֶר מיִט אַ טאָג האָט אײֵנעֶר בּײַ מיִר אײַנגעֶלעֶגט אַ זאַך אוּן הײַנט קוּמט עֶר עֶס אָפּנעֶהמעֶן צוּריִק, דאַרף איִך עֶס איִהם אָפּגיִבּעֶן ציִ נײֵן?

— טאָכטעֶר מײַנעֶ — עֶנטפעֶרט עֶר — װאָס פאַר אַ שַׁאֲלָה איִז עֶס? אַוַדְאִיִ אַן אײַנגעֶלעֶגטעֶ זאַך דאַרף מעֶן אָפּגיִבּעֶן דעֶם װעֶמיִנס דאָס איִז.

זאָגט זיִ: „אָהן דײַן װיִסעֶן װאָלט איִך עֶס ניִשט אָפּגעֶגיִבּעֶן”.

אוּן בּײַ דיִ װעֶרטעֶר נעֶהמט זיִ איִהם אָן בּײַ דעֶר האַנד, פיִהרט איִהם אַרוׂיף איִן תיקון|אוׂיבּעֶר־שטוּבּעֶל|אוׂיבּעֶר־שטיִבּעֶל}} גלײַך צוּ׳ם בּעֶטיִל אוּן דעֶקט־אָפּ דעֶם לײַליִך. װיִ ר׳ מֵאִיר האָט דעֶרזעֶהן בּײֵדעֶ זיִהן ליִגעֶן טוׂיט אוׂיפ׳ן בּעֶטיִל, האָט עֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן װײֵנעֶן אוּן שרײַעֶן: „אוׂי קיִנדעֶר מײַנעֶ, זיִהן מײַנעֶ! רֶבִּיִים מײַנעֶ, לעֶהרעֶר מײַנעֶ! קיִנדעֶר מײַנעֶ — מיִט אײַעֶר גוּטעֶ אוׂיפפיִהרוּנג; לעֶהרעֶר מײַנעֶ — מיִט אײַעֶר דעֶרלוׂיכטעֶן מיִר דיִ אוׂיגעֶן איִן דעֶר תּוׂרָה!”

— רֶבִּי — זאָגט זיִ איִהם — עֶרשט האָסטוּ דאָך אַלײֵן מיִר געֶזאָגט, אַז אַ פִּקָדוֹן מוּז מעֶן אָפּגעֶבּעֶן דעֶם װעֶמעֶן עֶר געֶהעֶר. „גאָט האָט געֶגיִבּעֶן אוּן גאָט האָט אָפּגעֶנוּמעֶן, זאָל גאָט׳ס נאָמעֶן זײַן געֶלוׂיבּט!”

„לאָזעֶן אוׂיפהעֶרעֶן דיִ זיִנד”.

ר׳ מֵאִיר האָט געֶהאַט שׁכֵנִים אוׂיסגעֶלאַסעֶנעֶ אוּן שלעֵכטעֶ מעֶנשעֶן. פלעֶגעֶן זײֵ איִהם אָנטהוּן פיִעל שמעֶרצעֶן, בּיִז זײֵ האָבּעֶן איִהם געֶבּראַכט דעֶרצוּ, אַז עֶר האָט געֶבּעֵטעֶן אוׂיף זײֵ דעֶם טוׂיט. רוּפט זיִך אָן צוּ איִהם בְּרוּרְיָה זײַן פרוׂי: „נײֵן, מײַן מאַן, ניִשט אוׂיף דיִ זיִנדיִגעֶ דאַרף מעֶן בּעֵטעֶן זײֵ זאָלעֶן אוּמקוּמעֶן, נאָר אוׂיף דיִ זיִנד, אוּן דאָס איִז דעֶר אֶמֶת׳עֶר מײֵן פוּן דָוִד־הַמֶלֶך׳ס װעֶרטעֶר: „לאָזעֶן אוׂיפהעֶרעֶן דיִ זיִנד — װעֶלעֶן קײַן פעֶרבּרעֶכעֶר ניִשט זײַן”. גלײַכעֶר בּעֵט גאָט זײֵ זאָלעֶן בּעֶסעֶר װעֶרעֶן”. האָט עֶר אַזוׂי געֶטהוּן — אוּן פוּן זײַנעֶ שלעֶכטעֶ שְכֵנִים זעֶנעֶן געֶװאָרעֶן עֶהרליִכעֶ לײַט.

פוּן רַבִּי מֵאִיר׳ס מְשָׁלִים.

ר׳ יוֹחָנָן דעֶרצעֶהלט: ר׳ מֵאִיר, איִן זײַנעֶ דְרָשׁוֹת פאַר׳ן עוׂלָם, פלעֶגט זיִך נוֹהֵג זײַן צוּ זאָגעֶן אַ דריִטעֶל איִן הֲלָכָה, אָדריִטעֶל איִן אַגָּדָה אוּן אַ דריִטעֶל מְשָׁלִים ¹). אוּן מְשָׁלִים — דעֶרצעֶהלט ר׳ יוֹחָנָן װײַטעֶר — האָט ר׳ מֵאִיר געֶהאַט אַ גרוׂיסעֶ צאָהל, בּיִז דרײַ הוּנדעֶרט פוּקס־מְשָׁלִים, פוּן זײֵ אַלעֶ אָבּעֶר איִז בּײַ אוּנז פעֶרבּליִבּעֶן נוּר װעֶגעֶן דיִ דאָזיִגעֶ דרײַ פְּסוּקִים:

¹) פאַבּעֶלעֶן.

↤ 152

„דיִ פאָטעֶרס האָבּעֶן געֶגעֶסעֶן זוׂיעֶרס
אוּן בּײַ דיִ קיִנדעֶר װעֶרעֶן דיִ צײֵהן אײַליִג”.
„געֶרעֵכטעֵ װאָג געֶרעֶכטעֶ געֶדיִכט”.
„דעֶר געֶרעֶכטעֶר װעֶרט פוּן אוּמגליִק בּעֶפרײַט
אוּן דעֶר אוּמגעֶרעֶכטעֶר קוּמט אוֹיף זײַן אָרט”.

„דיִ פאָטעֶרס האָבּעֶן געֶגעֶסעֶן זוֹיעֶרס.. .” — אַ מאָל איִז אָנגעֶפאַלעֶן אַ הוּנגעֶריִגעֶר װאָלף אוׂיף אַ פוּקס אוּן איִהם געֶװאָלט צעֶרײַסעֵן. זאָגט איִהם דעֶר פוּקס: „װאָס קעֶן איִך בּײַ דיִר קלעֶקעֶן? איִנגאַנצעֶן אוׂיף אײֵן צאָרן, אַז איִך בּיִן הוׂילעֶ פעֵל אוּן בּײֵנעֶר. אוֹיבּ דוּ װיִלסט יאָ רעֶכט הֲנָאָה האָבּעֶן, פאָלג מיִך אוּן געֶה־אַרײַן איִן אַ יוּדיִשעֶן הוׂיף, הײַנט איִז בּײַ זײֵ עֶרֶב שַבָּת, װעֶסטוּ זײֵ מיִטהעֶלפעֶן צוּגרײֵטעֶן צוּ דעֶר שַבָּת׳דיִגעֶר סְעוּדָה אוּן דעֶרפאַר װעֶסטוּ שוׂין פוּן זײֵ בּאַקוּמעֶן איִ׳ם שַׁבָּת אַ פעֵטעֶן חֵלֶק”. פאָלגט עֶר איִהם אוּן לאָזט זיִך לוׂיפעֶן. װיִ נוּר עֶר האָט געֶװאָלט אַרײַן איִן עֶרשטעֵן יוּדיִשעֶן הוֹיף, איִז מעֶן אַרוׂיס אַקעֶגעֶן איִהם מיִט שטעֶקעֶנס, גוּט דוּרכגעֶבּראָכעֶן איִהם דיִ בּײֵנעֶר אוּן איִהם פעֶרטריִבּעֶן. קוּמט עֶר קוׂים אַ לעֶבּעֶדיִגעֶר צוּ׳ם פוּקס צוּריִק אוּן איִז מָלֵא רְצִיחָה: „דוּ אַזוׂינעֶר אוּן אַזוׂינעֶר, פעֶרפיִהרעֶן האָסטוּ מיִך געֶװאָלט, נוּר צעֶרײַסעֶן װעֶל איִך דיִך!”

— זײַ ניִשט אַזוׂי אוׂיפגעֵבּראַכט — בּעֶרוהיִגט איִהם דעֵר פוּקס — ניִשט אַנדעֶרש, דוּ האָסט בּעֶקוּמעֶן דיִ קלעֶפּ נוּר פאַר דײַן פאָטעֶר׳ס חֲטָאִים: עֶר האָט אַניִמאָלטעֶן זײֵ מיִטגעֶהאָלפעֶן צוּגרײֵטעֶן צוּ דעֶר סְעוּדָה, האָט עֶר בִּשְׁעַת־מַעֲשֶׂה אוׂיסגעֶחאַפּט װיִ נוּר אַ פעֶטעֶן בּיִסעֶן.

— נוּ איִז װאָס? — שרײַעט דעֶר װאָלף — פאַר׳ן טאַטעֶנ׳ס חֲטָאִים קוּמט מיִך שמײַסעֶן!

— װאָס מײֵנסטוּ, נאַרעֶלעֶ — זאָגט דעֶר פוּקס — אַזוׂי איִז עֶס שוׂין: „דיִ פאָטעֶרס עֶסעֶן זוׂיעֶרס אוּן בּײַ דיִ קיִנדעֶר װעֶרעֶן דיִ צײֵהן אײַליִג”. נאָר איִך זעֶה, אַז דוּ בּיִסט נעֶבּיִך שטאַרק אוׂיסגעֶהוּנגעֶרט אוּן אוׂיסגעֶמאַטעֶרט, קוּם מיִט מיִר, װעֶל איִך דיִר װײַזעֶן אַן אָרט װאוּ דוּ װעֶסט זיִך אָנעֵסעֶן צוּ זעֶט.

פיִהרט איִהם דעֶר פוּקס אַװעֶק צוּ אַ בּרוּנעֶן, אוׂיף װעֶלכעֶן ס׳איִז געֶװעֶן איִבּעֶרגעֶלעֶגט אַ היִלצעֶרן װעֶלציִל מיִט אַ שטריִק אַרוּם איִהם אַרוּמגעֶװיִקעֶלט אוּן מיִט עֶמעֶר פוּן בּײֵדעֶ זײַטעֶן אָנגעֶבּוּנדעֶנעֶ בּײַ בּײֵדעֶ עֶקעֶן שטריִק, אַזוׂי אַז אײֵן עֶמעֶר לאָזט זיִך איִן בּרוּנעֶן אַראָפּ הוׂיבּט זיִך דעֶר אַנדעֶרעֶר אוׂיף. זעֶצט זיִך דעֶר פוּקס אַרײַן איִן אוׂיבּעֶרשטעֶן עֶמעֶר אוּן לאָזט זיִך אַראָפּ, הוׂיבּט זיִך דעֶר אוּנטעֶרשטעֶר אַרוׂיף. שרײַעט דעֶר װאָלף אַרײַן איִן בּרוּנעֶן: „הײֵ, פוּקס, װאָס טהוּסטוּ דאָרט אַזוׂינס?” זאָגט עֶר: „איִך האָבּ דאָ דעֶרטאַפּט אַ גאַנץ געֶשמאַקעֶן בּיִסעֶן, אַ פריִשעֶ שטיִק קעֶז זיִלבּעֶר קלאָר, ↰ 153 צוּגעֶהט זיִך איִן מוׂיל. אָט זעֶה אַלײֵן!” — אוּן דעֶרבּײַ װײַזט עֶר איִהם אָן מיִט׳ן פוּס אוׂיפ׳ן אָרט אוּנטעֶן איִן װאַסעֶר, װאוּ עֶס שפּיִגעֶלט זיִך אָפּ דיִ שעֶהנעֶ לְבָנָה אוּן זעֶהט אוׂיס װיִ אַ געֶפּרעֶסטעֶ אוׂיסגעֶקײַלעֶכיִגטעֶ שטיִק קעֶז.

— אוי זאָג נוּר, װיִ אַרוּם קעֶן איִך אוׂיך צוּקוּמעֶן דעֶרצוּ ? — פרעֶגט דעֶר װאָלף אוּן בּעֶלעֶקט זיִך.

— גאָר פָּשוּט — עֶנטפעֶרט דעֶר פוּקס — מעֶ נעֶהמט אוּן מעֶ זעֶצט זיִך אַרײַן איִן אוׂיבּעֶרשטעֶן עֶמעֶר װעֶט שוׂין זײַן רעֶכט.

פאָלגט איִהם דעֶר װאָלף אוּן לאָזט זיִך אַראָפּ. אוּן װיִ עֶר איִז אַראָפּ אַזוׂי איִז אַקעֶגעֶן איִהם דעֶר פּוּקס איִן אוּנטעֶרשטעֶן עֶמעֶר אַרוׂיף.

— עֶס, עֶס — מרײַעֶט איִהם דעֵר פוּקס אַראָפּ — זאָל דיִר װאוׂיל בּעֶקוּמעֶן!

— װאָס עֶסעֶן, װעֶר עֶסעֶן! — שרײַעט דעֶר װאָלף אַרוׂיף, נאָכדעֶם װיִ עֶר האָט זיִך אוּמגעֶזעֶהן אַז עֶר איִז דאָ מִיאוּס אַרײַנגעֶפאַלעֶן — זאָג בּעֶסעֶר, דוּ פאַלשעֶ בְּרִיָה, װיִ אַרוּם קריִכט מעֶן פוּן דאַנעֶן אַרוׂיס?

— ליִג דאָרט, ליִג — עֶנטפעֶרט דעֶר פוּקס — װיִ זאָגט דאָרט דעֶר פָּסוּק: „דעֶר געֶרעֶכטעֶר קריִכט פוּן אוּמגליִק אַרוׂיס אוּן דעֶר רָשָע — אוׂיף זײַן אָרט אַרײַן”, אוּן נאָך אַ פָּסוּק איִז דאָ : „געֶרעֶכטעֶ מאָג, געֶרעֶכטעֶ געֶװיִכט” ¹).

¹) ד.ה. דיִ צװײֵ עֶמעֶר איִן בּײֵדעֶ זײַטעֶן זעֶנעֶן װיִ װאָגשאָלעֶן, אוּן דוּרך זײֵ האָט דעֶר װאָלף בּעֶקוּמעֶן אַ געֶרעֶכטעֶן שטראָף, מדה כנגד מדה.

↤ 154

רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוׂחַאי אוּן רַבִּי אֶלְעָזָר זײַן זוּהן.
אײֵן מוׂיל.

— װעֶן איִך װאָלט געֶשטאַנעֶן אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי — האָט ר׳ שִמְעוׂן בֶּן יוׂחַאי אַמאָל געֶזאָגט — װאָלט איִך געֶבּעטעֶן בּײַ גאָט, אַז פוּן הײַנט אָן זאָל עֶר בּעֶשאַפעֶן דעֶם מעֶנשעֶן מיִט צװײֵ מײַלעֶר, אײֵן מוׂיל אוׂיף צוּ לעֶרנעֶן תּוׂרָה אָהן אוׂיפהעֶר אוּן אײֵנס אוׂיף אַלעֶ אַנדעֶרעֶ בּעֶדעֶרפעֶניִשעֶן. צוּריִק געֶרעֶדט — האָט ר׳ שִמְעוׂן זיִך בּאַלד פעֶרחאַפּט — איִז אֶפְשַר גלײַכעֶר אַזוׂי װיִ ס׳איִז: אוׂיבּ איִצט איִז ניִט אוׂיסצוּהאַלטעֶן פוּן דעֶם רְכִילוׂת אוּן דיִ מְסִירוׂת, װאָס װעֶרעֶן אָנגעֶרעֶדט מיִט אײֵן מוׂיל ¹), װיִ װאָלט שוׂין געֶװעֶן, אַז דעֶר מעֶנש זאָל האָבּעֶן צװײֵ מײַלעֶר!

איִן דעֶר הײֵהל אוּן פוּן דעֶר הײֵהל.

אײֵנמאָל זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן צוּזאַמעֶן דיִ חֲבֵרִים ר׳ יְהוּדָה אוּן ר׳ יוׂסִי אוּן ר׳ שִמְעוׂן; מיִט זײֵ איִז אוׂיך געֶװעֶן אײֵנעֶר יְהוּדָה בֶּן גֵרִים. איִז געֶקוּמעֶן צוּ רעֶד װעֶגעֶן רוׂימיִשעֶן פאָלק. רוּפט זיִך אָן ר׳ יְהוּדָה: „װיִפיִעל נוּצליִכעֶ זאַכעֶן דאָס פאָלק האָט אוׂיפגעֶטהוּן! אײַנגעֶאָרדנעֶט מאַרקעֶן, גוּטעֶ בּריִקעֶן געֶמאַכט, שעֵהנעֶ בּעֵדעֶר אוׂיסגעֶבּוׂיעֶט”. ר׳ יוׂסִי האָט אוׂיסגעֶהעֶרט אוּן אָפּגעֶשװיִגעֶן. ר׳ שִמְעוׂן אָבּעֶר האָט אַװעֶקגעֶמאַכט: „יאָ — זאָגט עֶר — אוׂיפגעֶטהוּן האָבּעֶן זײֵ, אָבּעֶר אַלץ נוּר צוּליִעבּ זיִך, צוּליִעבּ אײֵגעֶנעֶם פעֶרגנוּגעֶן. מאַרקעֶן האָבּעֶן זײֵ אײַנגעֶאָרדנעֶט — צוּ בּעֶזעֶצעֶן דאָרט דיִ אוׂיסגעֶלאַסעֶנעֶ פרוׂיעֶן, בּעֵדעֶר — אוׂיף װאוׂילצוּטהוּן זיִך דאָרט, בּריִקעֶן — צוּ רײַסעֶן פאַר זיִך אָפּצאָהלעֶן.

¹) ר׳ שמעוֹן אַלײֵן האָט זײֵעֶר פיִעל געֶליִטעֶן פוּן מסירוׂת, װיִ ס׳װעֶרט װײַטעֶר דעֶרצעֶהלט.

↤ 155

געֶהט יְהוּדָה בֶּן גֵרִים אוּן דעֶרצעֶהלט עֶס פאַר אַנדעֶרעֶ, איִז עֶס דעֶרנאָך אָנגעֶקוּמעֶן צוּ דעֶר רעֶגיִרוּנג. האָט מעֶן געֶ׳פַּסְק׳עֶנט: „יְהוּדָה׳ן פאַר זײַן לוׂיבּעֶן — דעֶרהוׂיבּעֶן; יוֹסִי׳ן פאַר זײַן שװײַגעֶן — קײַן צִפּוֹרִי פעֶרטרײַבּעֶן; שִמְעוׂנ׳עֶן פאַר׳ן שעֶנדעֶן — טוׂיטעֶן”.

װעֶרט ר׳ שִמְעוׂן דעֶרפוּן געֶװאוׂיר, אוּן עֶר מיִט זײַן זוּהן בּעֶהאַלטעֶן זיִך אוׂיס עֶרגיִץ איִן אַ בֵּית־הַמֶדְרָש. פלעֶגט זײַן װײַבּ בּרײֵנגעֶן אַהיִן פאַר זײֵ אַלעֶ טאָג בּרוׂיט מיִט אַ קרוּג װאַסעֶר. אַז דיִ גְזֵירָה איִז אָבּעֶר שטרעֶנגעֶר געֶװאָרעֶן, זאָגט ר׳ שִמְעוׂן צוּ זײַן זוּהן: „מיִר טאָרעֶן דאָ מעֶהר ניִשט בּלײַבּעֶן, פרוׂיעֶן זעֶנעֶן גריִנג אוׂיף דעֶר דֵעָה, אוּן אַז מעֶ װעֶט נעֶהמעֶן פּײַניִגעֶן דײַן מוּטעֶר, װעֶט זיִ עֶס אֶפְשַר ניִשט אוׂיסהאַלטעֶן אוּן אוּנז אוׂיסגיִבּעֶן”.

אַנטלוׂיפעֶן זײֵ פוּן דאָרט אוּן בּעֶהאַלטעֶן זיִך איִן אַ הײֵהל. טרעֶפט זײֵ אַ נֵס אוּן עֶס װאַקסט דאָרט אוׂיס מיִט אַ מאָל אַ בּאָקסעֶרבּוׂים אוּן עֶס שלאָגט אַרוׂיס אַ פריִשעֶר קװאַל. אַ גאַנצעֶן טאָג פלעֶגעֶן זײֵ זיִצעֶן הוׂילעֶ, אָהן קלײֵדעֶר, פעֶרשטעֶקט בּיִז׳ן האַלז איִן זאַמד אוּן לעֶרנעֶן תּוׂרָה, נאָר צוּ תְּפִלָה־צײַט פלעֶגעֶן זײֵ זיִך אָנטהוּן אוּן אײַנהיִלעֶן זיִך אוּן זיִך שטעֶלעֶן דאַװנעֶן, אוּן נאָכדעֵם װיִדעֶר זיִך אוׂיסטהוּן װיִ פריִהעֶר, כְּדֵי דיִ קלײֵדעֶר זאָלעֶן ניִשט איִנגאַנצעֶן אָפּגעֶנוּצט װעֶרעֶן.

זעֶנעֶן זײֵ אַזוׂי אָפּגעֶװעֶהן דאָרט איִן דעֶר הײֵהל צװעֶלף יאָהר. אײֵנמאָל קוּמט אֵלִיָהוּ אוּן שטעֶלט זיִך בּײַ׳ם אַרײַנגאַנג פוּן דעֶר הײֵהל אוּן שרײַט־אוׂיס: „װעֶר װעֶט אָנזאָגעֶן בֶּן־יוׂחַאי׳ן אַז דעֶר קֵיסָר איִז געֶשטאָרבּעֶן אוּן זײַן גְזֵירָה איִז צוּ ניִשט געֶװאָרעֶן?” דעֶרהעֶרט דאָס, זעֶנעֶן זײֵ בּאַלד אַרוׂיס פוּן זײֵעֶר בּעֶהעֶלטעֶניִש. דעֶרזעֶהעֶן זײֵ װיִ מעֶנשעֶן שטעֶהעֶן אוׂיף דיִ פעֶלדעֶר אוּן אַקעֶרעֶן אוּן זײֵעֶן. רוּפט זיִך אָן ר׳ שִׁמְעוׂן מיִט פעֶרדראָס: „מעֶ לעֶגט־אַװעֶק דאָס אײֵבּיִגעֶ לעֶבּעֶן ¹) אוּן מעֶ גיִט זיִך אָפּ מיִט אַ צײַטװײַליִג לעֶבּעֶן!” אוּן אוׂיף װאָס זײֵ האָבּעֶן אַ װאָרף געֶטהוּן מיִט אַן אוׂיג — איִז עֶס בּאַלד פעֶרבּרעֶנט געֶװאָרעֶן. האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: עֶאוּמבּרײֵנגעֶן דיִ װעֶלט מײַנעֶ זעֶנט איִהר אַרוׂיס? צוּריִק איִן אײַעֶר הײֵהל אַרײַן!”

קעֶהרעֶן זײֵ זיִך אוּם צוּריִק איִן דעֶר הײֵהל אוּן זעֶנעֶן דאָרט אָפּ נאָך צװעֶלף חֳדָשִׁים. „דיִ רְשָׁעִים אַפִילוּ איִן גֵיהִנָם — זאָגעֶן זײֵ — קוּמעֶן אוׂיך אָפּ ניִשט מעֶהר װיִ צװעֶלף חֳדָשִׁים”. לאָזט זיִך װיִדעֶר העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: „אַרוׂיס פוּן דעֶר הײֵהל!” זעֶנעֶן זײֵ אַרוׂיס. אוּן דאָס מאָל, איִז אַלצדיִנג װאָס ר׳ אֶלְעָזָר האָט געֶפּלאָגט — האָט ר׳ שִמְעוׂן אוׂיפ׳ן אָרט געֶהײֵלט ²). „זוּהן מײַנעֶר — זאָגט עֶר איִהם — געֶנוּג פאַר דעֶר װעֶלט איִך אוּן דוּ”.

¹) ד.ה. ד תּוׂרה. ²) דעֶר יוּנגעֶר ר׳ אלעזר האָט אַלץ געֶקוּקט בּעֵז אוׂיף דיִ װאָס גיִבעֶן זיִך אָפּ מיִט װעֶלט־זאַכעֶן, ניִשט מיִט תוׂרה, אוּן דעֶר פאָטעֶר ר׳ שמעוׂן האָט דאָס מאָל שוׂין געֶפוּנעֶן אוׂיף זײֵ אַ זכוּת.

↤ 156

עֶרֶב־שַׁבָּת פאַר נאַכט דעֶרזעֶהן זײֵ, װיִ עֶס לוׂיפט אַן אַלטעֶר יוּד מיִט צװײֵ בּיִנדליִך הֲדַסִים איִן דיִ העֶנד.

— אַלטיִטשקעֶר, צוּליִעבּ װאָס טראָגסטוּ דאָס?

— לְכָבוׂד שַׁבָּת — עֶנטפעֶרט דעֶר אַלטעֶר איִן אײַלעֶניִש.

— ניִשט געֶנוּג דיִר אײֵנס?

— אײֵנס אַ קעֶגעֶן „זָכוֹר” אוּן אײֵנס אַ קעֶגעֶן „שָמוֹר” ¹).

— זעֶהסטוּ — זאָגט ר׳ שִמְעוׂן צוּ זײַן זוּהן — װיִ בּײַ אַ יוּדעֶן איִז אַ מִצְוָה ליִעבּ אוּן טײַעֶר!

איִז זײֵ אָפּגעֶגאַנגעֶן דאָס האַרץ.

האָט ר׳ פִּנְחָס בֶּן יָאִיר, ר׳ שִׁמְעוׂנ׳ס אײֵדעֶם, דעֶרהעֶרט אַז זײַן שװעֶר קוּמט־אָן צוּריִק, איִז עֶר איִהם אַרוׂיסגעֶגאַנגעֶן אַקעֶגעֶן. פיִהרט עֶר איִהם אַװעֶק איִן טְבֶרְיָא׳ר װאַרמבּאָד אַרײַן אוּן נעֶהמט איִהם װאַשעֶן אוּן רײֵניִגעֶן. בּעֶמעֶרקט עֶר װיִ דאָס לײַבּ איִז בּײַ איִהם איִן פיִעל עֶרטעֶר געֶפּלאַצט, צעֶװײֵנט עֶר זיִך. זעֶנעֶן געֶפאַלעֶן דיִ טרעֶהרעֶן אוׂיף דיִ װאוּנדעֶן, אוּן ר׳ שִׁמְעוׂן האָט פאַר גרוׂיס שמעֶרץ אָנגעֶהוׂיבּעֶן שרײַעֶן.

— אַז אָך אוּן װעֶה איִז מיִר, װאָס איִך זעֶה דיך איִן אַזאַ צוּשטאַנד! — האָט ר׳ פִּנְחָס אוׂיסגעֶרוּפעֶן מיִט אַ טיִעפעֶן קרעֶכץ.

— אַז װאוׂיל אוּן גוּט איִז דיִר — זאָגט איִהם ר׳ שִׁמְעוׂן צוּריִק — װאָס דוּ זעֶהסט מיִך איִן אַזאַ צוּשטאַנד! װעֶן ניִשט דוּ זעֶהסט מיִך איִצט װיִ איִך בּיִן, װאָלט איִך ניִשט געֶװעֶן דאָס װאָס איִך בּיִן.

נאָכדעֶם װיִ ר׳ שׁמעוׂן איִז געֶקוּמעֶן צוּ־זיִך טראַכט עֶר זיִך: „מעֶ דאַרף מיִט עֶפּיִס אָפּדאַנקעֶן דעֶר שטאָדט טְבֶרְיָא פאַר דעֶר טוׂבָה װאָס זיִ האָט מיִר געֶטהוּן מיִט איִהרעֶ װאַריִמעֶ בּעֵדעֶר”. דעֶרפרעֵגט עֶר זיִך, ציִ איִז ניִטאָ דאָ אַזוׂינס װאוּ עֶר װאָלט געֶקעֶנט מיִט זײַנעֶם אַ אוׂיפטהוּ נוּצליִך זײַן. דעֶרצעֵהלט מעֶן איִהם, אַז דאָ איִן מאַרק געפוּנט זיִך אַזאַ פּלאַץ, װאָס זײַן רײֵנקײַט איִז ניִשט פעֶסטגעֶשטעֶלט ²), לײַדעֶן דעֶרפוּן דיִ כּהֲנִים, װײַל זײֵ מוּזעֶן דאָס אָרט אוׂיסמײַדעֶן. פרעֶגט עֶר: „ציִ געֶפוּנט זיִך ניִשט דאָ אַזעֶלכעֶר װאָס געֶדײֵנקט פוּן אַמאָל אַז דאָס פּלאַץ האָט מעֶן פאַר רײֵן געֶהאַלטעֶן?” רוּפט זיִך אָן אײֵנעֶר אַן אַלטעֶר מאַן: „דאָ אוׂיף דעֶם אָרט האָט אַמאָל בֶּן־זַכַּאי געֶשניִטעֶן לוּפּיִנעֶ פוּן תְּרוּמָה ³). האָט ר׳ שִמְעוׂן געֶנוּמעֶן אוׂיספּרוּבעֶן {זייט|157|ל}} דיִ עֶרד: דאָרט װאוּ ס׳איִז געֶװעֶן האַרט האָט עֶר עֶס בּאַלד פאַר רײֵן געֶמאַכט, אוּן װאוּ װײֵך ¹) — האָט עֶר עֶס בּעֶצײֵכעֶנט פאַר אוּמרײֵן. אוּן אַזוׂי אַרוּם האָט עֶר אָפּגעֶרײֵניִגט איִן טְבֶרְיָא פיִעל מאַרק־פּלעֶצעֶר פאַר דעֶם פרײַעֶן דוּרכגאַנג פוּן דיִ כּהֲנִים. העֶרט עֶר װיִ יעֶנעֶר אַלטעֶר טַעְנֶה׳ט: „בֶּן־יוֹחַאי האָט געֶנוּמעֶן אוּן רײֵן געֶמאַכט אַ בֵּית־הַקְבָרוׂת!” זאָגט איִהם ר׳ שִׁמְעוׂן מיִט פעֶרדראָס: „װעֶן דוּ זאָלסט ניִשט געֶװעֶן זײַן מיִט אוּנז, ציִ אַפילוּ זײַן, נאָר ניִשט מיִט אוּנז מיִטשטיִמעֶן — װאָלסטוּ רעֶכט געֶהאַט דאָס צוּ זאָגעֶן; איִצט אָבּעֶר, אַז איִ דוּ בּיִסט מיִט אונז געֶװעֶן, איִ דוּ האָסט מיִט אוּנז מיִטגעֶשטיִמט, װאָס װעֶט דעֶר עוׂלם אוׂיף דעֶם זאָגעֶן: אַפִילוּ אוׂיסגעֶלאַסעֶנעֶ פרוֹיעֶן בּעֶפּוּצעֶן אײֵנעֶ דיִ אַנדעֶרעֶ, בִּפְרַט תַּלְמִידֵי־חֲכָמִים!” — אוּן זאָגעֶנדיִג דאָס האָט ר׳ שִׁמְעוׂן אוׂיף איִהם אַזאַ קוּק געֶגיִבּעֶן, אַז יעֶנעֶר איִז בּאַלד געֶשטאָרבּעֶן געֶװאָרעֶן.

¹) דיִ מצוה פוּן שבת איִן דיִ עשרת הדברות הײֵבּט זיִך אָן אײֵנמאָל מיִט׳ן װאָרט „זכוֹר” (געֶדײֵנקעֶן) אוּן אײֵנמאָל מיִט׳ן װאָרט „שמוֹר” (היִטעֶן"). ²) ד.ה. מעֶן רעֶכעֶנט אַז דאָרטעֶן געֶפוּנעֶן זיִך קברים, אוּן כהנים טאָרעֶן דאָס אָרט ניִשט בּעֶטרעֶטעֶן. ³) דאָס איִז אַ סימן, אַז מ׳האָט דאָס אָרט פאַר רײֵן געֶהאַלטעֶן, װײַל בּן זכאי איִז געֶװעֶן אַ כהן אוּן האָט אוׂיף דעֶם אָרט צוּטהוּן געֶהאַט מיִט תרוּמה, דיִ גאָבּ פוּן כהנים, װאָס טאָר אוׂיך ניִשט קוּמעֶן איִן בּעֶריִהרוּנג מיִט אוּמרײֵנעֶ זאַכעֶן.

אײֵנעֶר אַ כּוּתִי, װאָס האָט צוּגעֶזעֶהן ר׳ שִׁמְעוׂנ׳ס אוׂיפטהוּ איִן טְבֶרְיָא׳ר מאַרק, האָט זיִך מְיַשֵׁב געֶװעֶן: „װיִ טהוּט מעֶן דאָ ניִשט אָפּ אַ שפּיִצעֶל דעֶם עֶלטסטעֶן פוּן דיִ יוּדעֵן, עֶר זאָל זײַן צוּ שפּאָט?” נעֶהמט עֶר אַ מֵת אוּן בּעֵהאַלט איִהם אוׂיף דעֶם פּלאַץ װאָס ר׳ שִמְעוׂן האָט איִהם דעֶם זעֶלבּעֶן פריִהמאָרגעֶן רײֵן געֶמאַכט, אוּן בּאַלד נאָכדעֵם געֶהט עֶר אַװעֶק צוּ ר׳ שִׁמְעוׂנ׳עֶן אוּן גיִט איִהם אַ פרעֶג אַזוׂי: „ציִ האָסטוּ ניִשט הײַנט רײֵן געֶמאכט יענעֶם מאַרק־פלאַץ ?” — יאָ — עֶנטפעֶרט איִהם ר׳ שִׁמְעוׂן. — „אוּן אַז איִך װעֶל דיִר דאָרט אוׂיף דעֶם אײֵגעֶנעֶם פּלאַץ אָנװײַזעֶן נאָך אַנדעֶרעֶ מֵתִים?” — ”,װײַז־אָן”. געֶהט עֶר מיִט איִהם אַהיִן אוּן װײַזט דעֶם מֵת. ר׳ שִׁמְעוׂן האָט אַ טיִעפעֶן קוּק געֶגעֶבּעֶן אוּן האָט בּאַלד פעֶרשטאַנעֶן, אַז דאָס איִז דעֶם כּוּתִי׳ם אָפּטהוּ. רוּפט עֶר זיִך אָן: „איִך בּיִן גוׂזֵר, אַז דעֶר אוֹיבּעֵרשטעֵר זאָל אַראָפּ אוּן דעֶר אוּנטעֶרשטעֶר אַרוׂיף”²).

אוּן אַזוׂי איִז געֶשעֶהן.

געֶהט ר׳ שִׁמְעוׂן דעֶרנאָך אַרוׂיס איִן מאַרק אוּן דעֶרזעֶהט ר׳ יְהוּדָה בֶּן גֵרִים . רוּפט עֶר אוׂיס: „נאָך איִז פאַרהאַן אָט דעֶר דאָזיִגעֶר אוׂיף דעֶר װעֶלט!” — האָט עֶר געֶגעֶבּעֶן אוׂיף איִהם אַ קוּק אוּן ס׳איִז פוּן איִהם געֶװאָרעֶן אַ הוׂיפעֶן בּײֵנעֶר.

¹) אַ סִימן אַז אוׂיף דעֶם אָרט האָט מעֶן געֶנראָבּעֶן אַ מאל אַ קבר. ²) ד.ה. דעֶר כוּתִי װאָס שטעֶהט פוּן אוׂיבעֶן זאָל אַראָפּ איִן גרוּבּ אוּן דעֶר מת פוּן גרוּבּ זאָל אַרוׂיף אוׂיבעֶן.

צעֶריִסעֶן דיִ גְזֵירָה .

דיִ רוֹימיִשעֶ רעֶגיִרוּנג האָט אײֵנמאָל אַרוׂיסגעֶלאָזט אַ גְזֵירָה אוׂיף יוּדעֶן, מעֶ זאָל ניִשט היִטעֶן שַׁבָּת אוּן ניִשט מַל זײַן קײַן קיִנדעֶר. נעֶהמט ↰ 158 ר׳ רְאוּבֵן בֶּן אִיִסְטְרוֹבְּלִי אוּן האָט זיִך אַרוּמגעֶשעֶרעֶן רוׂימיִש, מעֶ זאָל ניִשט דעֶרקעֶנעֶן איִן איִהם אַז עֶר איִז אַ יוּד, אוּן איִז געֶװאָרעֶן נאָהעֶנט בּעֶקאַנט מיִט דיִ רוֹמיִשעֶ רײַכס־לײַט. פעֶרפיִהרט עֶר מיִט זײֵ אַ שׁמוּעֶס װעֶגעֶן יוּדעֶן אוּן גיִט זײֵ אַ פרעֶג:

— װיִ מײֵנט איִהר, אַ שׂוֹנֵא דאַרף מעֶן װאוּנשעֶן עֶר זאָל רײַכעֶר װעֶרעֶן אָדעֶר אָריִמעֶר װעֶרעֶן?

— געֶװיִס, עֶר זאָל װאָס מעֶהר אָריִם װעֶרעֶן — עֶנטפעֶרעֶן זײֵ.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט עֶר װיִדעֶר — לאָזעֶן זײֵ איִם שַׁבָּת ניִשט אַרבּײַטעֶן, װעֶלעֶן זײֵ װאָס װעֵניִגעֶר פעֶרדיִנעֶן.

— זאָגסט גאַנץ גלײַך — גיִבּעֶן־נאָך דיִ רוׂימעֶר.

— הײַנט װיִ מײֵנט איִהר װיִדעֶר — זאָגט עֶר װײַטעֶר — אַ שׂוׂנֵא דאַרף מעֶן װיִנשעֶן עֶר זאָל שטאַרקעֶר װעֶרעֶן אָדעֶר עֶר זאָל אָפּגעֶשװאַכט װעֶרעֶן?

— געֶװיִס, עֶר זאָל װאָס מעֶהר אָפּגעֶשװאַכט װעֶרעֶן — עֶנטפעֶרעֶן זײֵ.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט עֶר — לאָזעֶן זײֵ יאָ מַל זײַן דיִ קיִנדעֶר זײֵעֶרעֶ, כְּדֵי זײֵ זאָלעֶן אָפּגעֶשװאַכט װעֶרעֶן.

— זאָגסט גאַנץ גלײַך — גיִבּעֶן־נאָך דיִ רוׂימעֶר װיִדעֶר, אוּן האָבּעֶן אָפּגעֶרוּפעֶן דיִ גְזֵירָה. דעֶרנאָך אָבּעֶר זעֶנעֶן זײֵ דעֶרגאַנגעֶן, אַז עֶר אַלײֵן איִז אוׂיך אַ יוּד, האָבּעֶן זײֵ בּאַלד דיִ גְזֵירָה צוּריִקגעֶשטעֶלט.

קלעֶרעֶן דיִ יוּדעֶן צװיִשעֶן זיִך: װעֶמעֶן שיִקט מעֶן קײַן רוׂים אָפּרוּפעֶן דיִ גְזֵירָה? — בּלײַבּט מעֶ זאָל שיִקעֶן ר׳ שִׁמְעוׂן בֶּן יוֹחַאי׳ן, װײַל עֶר איִז שוׂין געֶװאוׂינט צוּ נִסִים, אוּן מיִט איִהם זאָל מיִטגעֶהן ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן ר׳ יוׂסִי.

געֶהעֶן דיִ בּײֵדעֶ קײַן רוׂים. קוּמט זײֵ אָן אַקעֶגעֶן אײֵנעֶר פוּן דיִ שֵׁדִים, דעֶר געֶװיִסעֶר לֵץ בֶּן־תְּמַלְיוֹן, אוּן זאָגט זײֵ: „װיִלט איִהר, געֶה איִך מיִט אײַך מיִט, דוּרך מיִר קעֶן אײַך קוּמעֶן דיִ הילף”. צעֶװײֵנט זיִך ר׳ שִׁמְעוׂן: אוּנזעֶר עֶלטעֶר־זײֵדעֶנס דיִענסט ¹) — האָט עֶר געֶזאָגט — זיִ איִז יאָ װעֶרטה געֶװעֶן בּײַ גאָט זיִך צוּ בּעֶגעֶגנעֶן אוׂיפ׳ן װעֶג דרײַ מאָל מיִט אַ מַלְאָך, איִך אָבּעֶר האָבּ דעֶרצוּ אַפילוּ אײֵנמאָל אוׂיך ניִשט דיִ זְכִיָה — זאָל־זשעֶ קוּמעֶן דעֶר נֵס דוּרך װעֶמעֶן ס׳איִז!”

לוׂיפט בֶּן־תְּמַלְיוֹן פאָראוׂיס אוּן חאַפּט זיִך אַרײַן איִן קעֶניִגס טאָכטעֶר — װעֶרט זיִ פּלוּציִם געֶפעֶהרליִך קראַנק אוּן קײֵנעֶר װײֵסט ניִט װאָס איִהר איִז אַזוׂינס. װיִ ר׳ שִׁמְעוׂן איִז אַהיִן אָנגעֶקוּמעֶן, האָט עֶר זיִך גלײַך אוּנטעֶרגעֶנוּמעֶן אַרוׂיסצוּטרײַבּעֶן דעֶם דִבּוּק פוּן דעֶר קראַנקעֶר בַּת־מַלְכָּה. לאָזט מעֶן איִהם צוּ איִהר אַרײַן, הוׂיבּט עֶר אָן רוּפעֶן: „בֶּן־תְּמַלְיוֹן אַרוׂיס, בֶּן־תְּמַלְיוֹן אַרוׂיס!” בֶּן־תְּמַלְיוֹן האָט נוּר דעֶרהעֶרט אַז ר׳ שִׁמְעוׂן רוּפט איִהם בּײַ׳ם נאָמעֶן ↰ 159 האָט עֶר זיִך אָפּגעֶטראָגעֶן — אוּן דיִ בַּת־מַלְכָּה איִז בּאַלד געֶנעֶזעֶן געֶװאָרעֶן.

¹) הגר, אברהם׳ס דיִענסט.

— מיִט װאָס זאָל איִך אײַך פאַר דעֶם אָפּדאַנקעֶן — זאָגט דעֶר קֵיסָר צוּ ר׳ שִׁמְעוׂן מיִט זײַן חַבֶר — בּעֵט װאָס איִהר װיִלט, מײַן שאַצקאַמעֶר איִז פאַר אײַך אָפעֶן, נעֶהט־אַרײַן אוּן נעֶהמט פוּן דאָרט װאָס אײַעֶר האַרץ בּעֵגעֶהרט.

זעֶנעֶן זײֵ אַרײַן איִן שאַצקאַמעֶר, אוׂיפגעֶזוּכט דאָרט דיִ אוׂיפגעֶשריִבּעֶנעֶ גְזֵירָה, געֶנוּמעֶן אוּן זיִ צעֶריִסעֶן. אוּן מְמֵילָא איִז דיִ גְזֵירָה אַזוׂי אַרוּם בָּטֵל געֶװאָרעֶן.

אַ טהאָל פוּן גאָלדעֶנעֶ רעֶנדליִך.

אײֵנעֶר פוּן ר׳ שִׁמְעוׂנ׳ס תַּלְמִידִים האָט זיִך אַװעֶקגעֶלאָזט קײַן חוּץ־לָאָרֶץ אוּן געֶקוּמעֶן פוּן דאָרט צוּריִק אַ בּעֶרײַכטעֶר. דאָס האָט אַרוׂיסגעֶרוּפעֶן קִנְאָה בּײַ דיִ איִבּריִגעֶ תַּלְמִידִים, אוּן זײֵ האָבּעֶן אַלעֶ איִהם געֶװאָלט נאָכטהוּן אוּן זיִך אוׂיך לאָזעֶן קײַן חוּץ־לָאָרֶץ. דעֶרװאוּסט־זיִך דעֶרפוּן ר׳ שִׁמְעוׂן, פיִהרט עֶר זײֵ אַרוׂיס צוּ אַ טהאָל היִנטעֶר מֵירוֹן ¹), שטעֶלט זיִך דאָרט אַװעֶק אוּן הוׂיבּט־אָן מִתְפַּלֵל זײַן: „טהאָל, טהאָל! פוּל זיִך אָן מיִט גאָלדעֶנעֶ רעֶנדליִך!” האָט בּאַלד דעֶר טהאָל פאַר זײֵ איִן דיִ אוׂיגעֶן אָנגעֶהוׂיבּעֶן שװיִבּלעֶן מיִט גאָלדעֶנעֶ רעֶנדליִך.

אוּן ר׳ שִׁמְעוׂן האָט זיִך געֶװעֶנדט צוּ זײַנעֶ תַּלְמִידִים מיִט דיִ װעֶרטעֶר:

— אוׂיבּ איִהר בּעֶגעֶרט גאָלד — דאָ האָט איִהר גאָלד, נעֶהמט עֶס אײַך. װיִסעֶן זאָלט איִהר אָבּעֶר, אַז דעֶר װאָס װעֶט נעֶהמעֶן איִצט, נעֶהמט עֶר אָפּ זײַן חֵלֶק פוּן יעֶנעֶר װעֶלט, װײַל דעֶר לוׂין פאַר תּוׂרָה איִז נוּר אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט.

דעֶר טרעֶגעֶר — אֵלִיָהוּ׳ס אַ תַּלְמִיד.

שִׁמְעוֹנ׳ס זוּהן, ר׳ אֶלְעָזָר, איִז געֶהאַט געֶװאָרעֶן אַ טרעֶגעֶר. קוּמט צוּ איִהם אײֵנמאָל אֵלִיָהוּ איִנ׳ם געֶשטאַלט פוּן אַן אַלטעֶן מאַן אוּן זאָגט איִהם: „גרײֵט־צוּ אַ בְּהֵמָה מיִך איִבּעֶרצוּפיִהרעֶן”. פרעֶגט איִהם ר׳ אֶלְעָזָר: „האָסטוּ עֶפּיִס מַשָׂא?” עֶנטפעֶרט דעֶר אַלטעֶר: „אָט איִז מײַן פּעֶקיִל אוּן אָט איִז מײַן מאַנטעֶל אוּן לאָמיִר געֶהן”.

— װאָס זאָגט איִהר אוׂיף דעֶם אַלטעֶן? — לאַכט איִהם אוׂיס ר׳ אֶלְעָזָר — אוׂיף מײַנעֶ פּלײֵצעֶס קעֶן איִך איִהם נעֶמעֶן אוּן אַװעֶקטראָגעֶן מיִט זײַן גאַנץ געֶפּעֶק איִן עֶק װעֶלט אַרײַן, אוּן עֶר הײֵסט מיִר גאָר איִהם צוּגרײֵטעֶן אַ בְּהֵמָה! דיִר װיִלט זיִך רײַטעֶן, אַלטיִטשקעֶר?

¹) דיִ שטאָדט װאוּ ר׳ שמעוׂן האָט געֶװאָהנט.

↤ 160

— יאָ — עֵנטפעֶרט דעֶר אַלטעֶר — ס׳איִז מיִר שװעֶר געֶהן צוּפיִס.

גיִט ר׳ אֶלְעָזָר איִהם אַ נעֶהם אוׂיף זײַנעֶ פּלײֵצעֶס אוּן לאָזט זיִך מיִט איִהם איִן װעֶג אַרײַן. טראָגט עֶר איִהם בּאַרג אַרוׂיף, בּאַרג אַראָפּ, טהאָל אַרײַן, טהאָל אַרוׂיס, דוּרך פעֶלדעֶר אוּן דוּרך װעֶלדעֶר. דעֶרשפּיִרט עֶר װיִ דעֶר אַלטעֶר לײֵגט זיִך אָן אוׂיף איִהם מיִט׳ן גאַנצעֶן כּחַ. רוּפט עֶר זיִך אָן צוּ איִהם: „הײֵ אַלטיִטשקעֶר, לײֵג זיִך אַזוׂי ניִשט אָן, אַז ניִשט װאַרף איִך דיִך אַראָפּ”.

— װיִלסט זיִך אַבּיִסעֶל אָפּרוּהעֶן ? — פרעֶגט איִהם דעֶר אַלטעֶר.

— יאָ — זאָגט עֶר.

קריִכט דעֶר אַלטעֶר פוּן איִהם אַראָפּ, פיִהרט איִהם אָפּ איִן אַ זײַט־װעֶג אוׂיפ׳ן פעֶלד, דאָרט זעֶצעֶן זיִך בּײֵדעֶ אוּנטעֶר אַ בּוׂים אוּן דעֶר אַלטעֶר גיִט איִהם פוּן זײַן פּעֶקיִל עֶסעֶן אוּן טריִנקעֶן. נאָכ׳ן עֶסעֶן רוּפט זיִך אָן צוּ איִהם דעֶר אַלטעֶר: „צוּ װאָס זיִך אַזוׂי פּלאַגעֶן? איִז דעֶן ניִשט גלײַכעֶר צוּ טהוּן דאָס װאָס דעֶר טאַטעֶ?”

— װעֶר װעֶט מיִט מיִר זיִך אָפּגיִבּעֶן צוּ לעֶרנעֶן מיִך, אֶפְשַׁר דוּ? — פרעֶגט ר׳ אֶלְעָזָר.

— יאָ, איִך — עֶנטפעֶרט דעֶר אַלטעֶר.

פוּן דעֶמאָלט אָן — דעֶרצעֵהלט מעֶן — האָט עֶר זיִך פלײַסיִג געֶנוּמעֶן צוּ׳ם לעֶרנעֶן בּײַ׳ם אַלטעֶן, אוּן דרײַצעֶהן יאָהר דוּרכאַנאַנד האָט מיִט איִהם אֵלִיָהוּ געֶלעֶרעֶנט תּוֹרָה, בּיִז עֶר איִז געֶקוּמעֶן צוּ סִפְרָא. װיִ עֶר האָט שוׂין געֶהאַלטעֶן בּײַ סִפְרָא איִז איִהם שװעֶר געֶװאָרעֶן צוּ טראָגעֶן אַפִילוּ זײַן אײֵגעֶנעֶם מאַנטעֶל.

געֶנוּמעֶן אוׂיף זיִך יִסוּרִים.

ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן שִׁמְעוׂן האָט אָנגעֶטראָפעֶן אײֵנעֶם פוּן דיִ בּעֶאַמטעֶ, װאָס פעֶרנעֶהמעֶן זיִך מיִט נאָכשפּיִרעֶן אוּן חאַפּעֶן גַנָבִים. פרעֶגט בּײַ איִהם ר׳ אֶלְעָזָר: „װיִ אַרוּם דעֶרקעֶנסטוּ דיִ לײַט? זעֶנעֶן זײֵ דעֶן ניִשט װיִ דיִ װיִלדעֶ חַיוׂת, װאָס בּײַנאַכט געֶהעֶן זײֵ אַרוׂיס אוּן בּײַטאָג בּעֶהאַלטעֶן זײֵ זיִך? מעֶגליִך, דוּ חאַפּסט גאָר עֶהרליִכעֶ לײַט אוּן לאָזט־דוּרך דיִ אוּמעֶהרליִכעֶ”. עֶנטפעֶרט איִהם יעֶנעֶר: „װאָס קעֶן איִך דעֶרצוּ העֶלפוּן? איִך פאָלג דעֶם קעֶניִגס בּעֶפעֶהל”.

— אָט העֶר — זאָגט איִהם ר׳ אֶלְעָזָר — װעֶל איִך דיִך אוׂיסלעֶרנעֶן װיִ דוּ זאָלסט טהוּן. איִן דעֶר פיִערטעֶר שָעָה איִן דעֶר פריִה זאָלסטוּ אַרײַנגעֶהן איִן אַ שעֵנק, בּעֶמעֶרקסטוּ דאָרט אײֵנעֶם װאָס זיִצט איִבּעֶר אַ גלאָז װײַן אוּן דריִמעֶלט — זאָלסטוּ זיִך דעֶרפרעֶגעֶן אוׂיף איִהם: אוׂיבּ עֶר איִז אַ װאוֹל־לעֶרנעֶר — איִז עֶר אוׂיפגעֶשטאַנעֶן פאַר־טאָג צוּ׳ם לעֶרנעֶן; אוׂיבּ אַ אַרבּײַטעֶר — ↰ 161 איִז עֶר אוׂיפגעֶשטאַנעֶן פאַר־טאָג צוּ דעֶר מְלָאכָה; אוׂיבּ ניִשט דאָס אוּן ניִשט דאָס — פּאַק איִהם, עֶר איִז אַ גַנָב.

זעֶנעֶן אָנגעֶקוּמעֶן ר׳ אֶלְעָזָר׳ס װעֶרטעֶר צוּ׳ם קעֶניִג. בּעֶפעֶהלט מעֶן: „דעֶר בּריִעף־לעֶזעֶר זאָל זײַן דעֶר בּריִעף־טרעֶגעֶר” ¹). שיִקט מעֶן נאָך ר׳ אֶלְעָזָר׳ן — אוּן עֶר װעֶרט אַ גַנָבִים־חאַפּעֶר. בּעֶפעֶהלט איִהם ר׳ יְהוֹשֻׁעַ בֶּן קָרְחָה: „דוּ עֶסיִג, זוּהן פוּן װײַן! ²) בּיִז װאַנעֶן װעֶסטוּ איִבּעֶרגעֶבּעֶן אוּנזעֶר גאָט׳ס פאָלק צוּם טוׂיט?” עֶנטפעֶרט איִהם אָפּ ר׳ אֶלְעָזָר: „דעֶרנעֶר רוׂים איִך אוׂיס פוּנ׳ם װײַנגאָרטעֶן”. בּעֶפעֶהלט איִהם ר׳ יְהוֹשֻׁעַ צוּריִק: „לאָז קוּמעֶן דעֶר אײֵגעֶנטהיִמעֶר פוּנ׳ם װײַנגאָרטעֶן ³) אוּן עֶר זאָל אוׂיסרוׂימעֶן דיִ דעֶרנעֶר זײַנעֶ”...

אײֵנמאָל בּעֶגעֶגעֶנט ר׳ אֶלְעָזָר׳ן אַ װעֶשעֶר, פאַלט עֶר אוׂיף איִהם אָן אוּן רוּפט איִהם: „עֶסיִג, זוּהן פוּן װײַן!” טראַכט זיִך ר׳ אֶלְעָזָר: „אַזוׂי פיִעל חוּצְפָּה איִן אַ מעֶנשעֶן, ניִשט אַנדעֶרש עֶר איִז אַ פעֶרבּרעֶכעֶר”. אוּן בּאַלד הײֵסט עֶר זײַנעֶ בּעֶדיִענעֶר אוּן מעֶ חאַפּט איִהם. נאָכדעֶם, װיִ ר׳ אֶלְעָזָר׳ן איִז אָפּגעֶגאַנגעֶן דאָס האַרץ, האָט עֶר זיִך אַװעֶקגעֶלײֵגט אוׂיסצוּלעֶזעֶן דעֶם װעֶשעֶר פוּן דעֶר תְּפִיסָה אוּן ס׳האָט איִהם ניִשט געֶהאָלפעֶן. האָט דיִ זאַך ר׳ אֶלְעָזָר׳ן זעֶהר געֶקרעֵנקט, אוּן האָט אוׂיף זיִך געֶזאָגט:

װעֶר ס׳היִט דעֵם צוּנג איִן מוֹיל — היִט־אײַן
זײַן אײֵגעֶן לײַבּ פוּן לײֵד אוּן פײַן.

װעֶן מ׳האָט דעֶם װעֶשעֶר אוׂיפגעֶהאַנגעֶן, איִז ר׳ אֶלְעָזָר געֶשטאַנעֶן אוּנטעֶר דעֶם בּוׂים פוּן דעֶר תְּלִיָה אוּן געֶװײֵנט. „װעֶר װײֵסט — האָט עֶר זיִך געֶטראַכט — ציִ איִז דאָס מאָל ניִשט אוּמגעֶקוּמעֶן דוּרך מיִר אַן אוּמשיִלדיִגעֶר”. קוּמט מעֶן אוּן מעֶ זאָגט איִהם: „רֶבִּי, האָסט זיִך דאָ ניִשט װאָס צוּ עֶרגעֶרעֶן; דעֶר געֶהאַנגעֶנעֶר איִז אַ בּעֶװאוּסטעֶר פעֶרבּרעֶכעֶר”. האָט ר׳ אֶלְעָזָר אַרוׂיפגעֶלעֶגט דיִ האַנד אוׂיפ׳ן בּוׂיך אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן צוּפריִעדעֶן: „פרעֵהט זיִך, געֶדעֶרם מײַנעֶ, פרעֵהט זיִך! אוׂיבּ אײַעֶר „טאָמעֶר” איִז אַזוׂי, װיִ איִז שוׂין אײַעֶר געֶװיִס”! איִך מעֶג זיִכעֶר זײַן, אַז צוּ אײַך װעֶלעֵן קײַן װעֶריִם ניִשט צוּשטעֶהן!”

דאָך האָט עֶר זיִך אַלץ ניִשט געֶקעֶנט בּעֶרוּהיִגעֶן. האָט מעֶן איִהם אײַנגעֶגיִבּעֶן שלאָף־געֶטראַנק, איִהם אַװעֶקגעֶלײֵגט איִן אַ מיִרמעֶלשטײֵנעֶרן הוׂיז אוּן מ׳האָט איִהם געֶעֶפעֶנט דעֶם בּוׂיך אוּן אָפּגעֶצוׂיגעֶן פוּן דאָרט שמאַלץ גאַנצעֶ קעֶרבּ ⁴). האָט מעֶן געֶפּרוּבט לאָזעֶן דאָס שמאַלץ ליִגעֶן אוׂיף דעֶר זוּן איִן דיִ גרוׂיסעֶ היִצעֶן פוּן תַּמוּז אוּן אָב — אוּן ס׳האָט ניִשט בּעֶקוּמעֶן קײַן שלעֶכטעֶן רֵיחַ. האָט ר׳ אֶלְעָזָר, שוׂין מעֶהר אַ בּעֶרוּהיִגטעֶר, געֶזאָגט אוׂיף זיִך מיִט דיִ װעֶרטעֶר פוּן תְּהִלִים:

¹) ד.ה. אֶלְעָזָר אַלײֵן זאָל װעֶרעֶן דעֶר גנבים־חאַפּעֶר. ²) ד.ה. דוּ בּיִסט אַראָפּ פוּן דײַן פאָטעֶר דעֶם צדיק׳ס װעֶג. ³) גאָט. ⁴) ר׳ אלעזר בן שמעון איִז געֶװעֶן אַ פעֶט־לײַבּיִגעֶר.

↤ 162

„אוׂיך מײַן לײַבּ װעֶט רוּהעֶן געֶזיִכעֶרט”.

נאָך אַלעֶמעֶן איִז ר׳ אֶלְעָזָר פאָרט בּײַ זיִך איִנװעֵניִג איִן האַרצעֶן ניִשט איִנגאַנצעֶן רוּהיִג געֶװעֶן — אוּן עֶר האָט אוׂיסגעֶבּעֵֵטעֶן אוׂיף זיִך שװעֶרעֶ יִסוּרִים. יעֶדעֶ נאַכט האָט מעֶן איִהם אוּנטעֶרגעֶלײֵגט זעֶכציִג אוּנטעֶרבּעֶטעֶן, אוּן יעֶדעֶן פריִהמאָרנעֶן האָט מעֶן פוּן אוּנטעֶר איִהם אָפּגעֶצוׂיגעֶן זעֶכציִג שאָלעֶן בּלוּט אוּן אײֵטעֶר. פלעֶג איִהם דעֶרנאָך זײַן פרוׂי צוּגרײֵטעֶן זעֶכציִגעֶרלײֵ שפּײַזעֶן — אוּן עֶר פלעֶג צוּ־זיִך קוּמעֶן. איִן בֵּית־הַמֶדְרָש אַרײַן האָט זיִ איִהם מעֶהר שוׂין ניִשט געֶלאָזט געֶהן, דיִ חֲכָמִים זאָלעֶן איִהם דאָרט קײַן צַעַר ניִשט אָנטהוּן.

אַלעֶ נאַכט פלעֶגט עֶר רוּפעֶן אוׂיף זיִך דיִ יִסוּרִים מיִט דיִ װעֶרטעֶר: „בּריִדעֶר אוּן גוּטעֶ פרײַנד מײַנעֶ!, קוּמט צוּגעֶהן!” אוּן אַלעֶ פריִהמאָרגעֶן פלעֶגט עֶר זײֵ זאָגעֶן: „איִצט געֶהט אײַך אַװעֶק!” — זײֵ זאָלעֶן איִהם ניִשט שטעֶרעֶן פוּן לעֶרנעֶן אַ גאַנצעֶן טאָג. דעֶרהעֶרט עֵס אײֵנמאָל זײַן פרוׂי, װעֶרט זיִ אוׂיף איִהם שטאַרק אוׂיפגעֶבּראַכט.

— אַזוׂי גאָר — זאָגט זיִ — דוּ אַלײֵן מיִט דײַן אײֵגעֶנעֶם װיִלעֶן רוּפסטוּ דיִ יִסוּרִים אוׂיף זיִך! קאַרג האָסטוּ שוׂין פעֶרקרײֵנקט מײַן פאָטעֶר׳ס געֶלד! — האָט זיִ פעֶרנוּמעֶן מיִט זיִך דיִ קיִנדעֶר, אַװעֶק איִן פאָטעֶר׳ס הוׂיז אוּן איִהם איִבּעֶרגעֶלאָזט אַלײֵן. מאַכט זיִך, אַז זעֶכציִג שיִפעֶר זעֶנעֶן מיִט זײֵעֶרעֶ זעֶכציִג שיִפעֶן געֶפאָהרעֶן דעֶמאָלט אוׂיפ׳ן יַם אוּן ס׳האָט זיִך מיִט אַ מאָל אוׂיף זײֵ אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אַ שקװאַל צוּ דעֶרטרוּנקעֶן זײֵ. נעֶהמעֶן זײֵ זיִך גאָט בּעֵטעֶן אוּן שרײַעֶן: „גאָט פוּן אֶלְעָזָר, רוּף זיִך אָפּ!” האָט זיִך דעֶר יַם גלײַך בּעֶרוּהיִגט. װיִ זײֵ זעֶנעֶן אַרוׂיף אוׂיף דעֶר טרוּקעֶניִש, האָבּעֶן זײֵ אַלעֶ צוּזאַמעֶן אַװעֶקגעֶפיִהרט ר׳ אֶלְעָזָר׳ן אַ מַתָּנָה — זעֶכציִג בּעֶדיִענעֶר, װאָס האַלטעֶן זעֶכציִג בּײַטעֶל געֶלד. פלעֶגעֶן זײֵ שוׂין צוּגרײֵטעֶן פאַר איִהם אַלעֶ טאָג זעֶכציִגעֶרלײֵ שפּײַזעֶן.

אײֵנמאָל רוּפט זיִך אָן ר׳ אֶלְעָזָר׳ס פרוׂי צוּ דעֶר טאָכטעֶר: „געֶה זיִך דוּרך װעֶסטוּ זעֶהן, װאָס מאַכט איִצט דײַן פאָטעֶר איִן געֶזוּנד?” קוּמט דיִ טאָכטעֶר צוּ ר׳ אֶלְעָזָר׳ן. װיִ עֶר האָט זיִ דעֶרזעֶהן זאָגט עֶר איִהר: געֶה זאָג דעֶר מוּטעֶר דײַנעֶר: „בּײַ אוּנז געֵהט־צוּ רײַכעֶר װיִ בּײַ זײֵ”. האָט עֶר אוׂיף זיִך אַלײֵן אוׂיסגעֶטײַטשט יעֶנעֶם פָּסוּק איִן מִשְׁלֵי װעֶגעֶן דעֶר „אֵשֶׁת חַיִל”:

„זיִ איִז װיִ דיִ שיִפעֶן פוּנ׳ם קוׂיפמאַן,
פוּן װײַטעֶ לעֶנדעֶר בּעֶקוּמט זיִ איִהר בּרוֹיט”.

פוּן גוּט עֶסעֶן אוּן טריִנקעֶן איִז דעֶר קראַנקעֶר ר׳ אֶלְעָזָר געֶקוּמעֶן צוּ־זיִך אוּן װיִדעֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן קוּמעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ. אוּן זײַן װײַבּ מיִט דיִ קיִנדעֶר האָבּעֶן זיִך צוּריִקגעֶקעֶהרט צוּ איִהם אַהײֵם.




↤ 163

אײֵנמאָל האָט זיִך בּײַ ר׳ אֶלְעָזָר׳ן אוׂיפגעֶדעֶקט זײַן אָריִם. דעֶרזעֶהט זײַן פרוׂי דאָס שעֶהן לוׂיטעֶר לײַבּ זײַנס, האָט זיִ זיִך צעֶלאַכט אוּן בּאַלד דעֶרנאָך צעֶװײֵנט. צעֶלאַכט האָט זיִ זיִך פאַר פרײֵד. „אַז װאוׂיל איִז מיִר — האָט זיִ געֶזאָגט — װאָס איִך האָבּ מיִך בּעֶהעֶפט איִנ׳ם לײַבּ פוּן דעֶם צַדִיק”. אוּן צעֶװײֵנט האָט זיִ זיִך פאַר גרוׂיס צַעַר. „װעֶה אוּן װאוּנד — האָט זיִ געֶזאָגט — אַזאַ גוּף דאַרף אַרײַן איִן דעֶר עֶרד!”

פאַר׳ן טוׂיט האָט עֶר אָנגעֶזאָגט דעֶר פרוׂי: „איִך װײֵס, אַז דיִ חֲכָמִים זעֶנעֶן אוׂיף מיִר אוׂיפגעֶבּראַכט, װעֶלעֶן זײֵ מיִר ניִשט טהוּן מײַן רעֶכט װיִ געֶהעֶריִג. דריִבּעֶר זאָלסטוּ מיִך בּעֶסעֶר אַװעֶקלעֶגעֶן איִנ׳ם אוׂיבּעֶרשטוּבּעֶל, אוּן האָסט זיִך פאַר מיִר ניִשט װאָס צוּ שרעֶקעֶן”.

איִן אַ לאַנגעֶ צײַט אַרוּם, נאָך ר׳ אֶלְעָזָר׳ס טוׂיט, האָט זײַן פרוׂי איִבּעֶר איִהם דעֶרצעֶהלט אָט װאָס:

— אַן עֵרֶך פוּן אַכטצעֶהן בּיִז צװײֵ אוּן צװאַנציִג יאָהר איִז דעֶר געֶשטאָרבּעֶנעֶר אַלץ געֶליִגעֶן איִן זײַן אוׂיבּעֶרשטוּבּעֶל. װעֶן איִך פלעֶג אַהיִן אַרוׂיף האָבּ איִך איִהם געֶקוּקט איִן דיִ האָר פוּן קאָפּ, אוּן אַז אַ האָר האָט זיִך אוׂיסגעֶריִסעֶן פלעֶג אַרוׂיסטרעֶטעֶן טראָפּעֶן בּלוּט. אײֵנמאָל דעֶרזעֶה איִך, װיִ אַ װעֶריִמיִל קריִכט־אַרוׂיס בּײַ איִהם פוּנ׳ם אוׂיעֶר, האָבּ איִך דעֶרפוּן צַעַר. קוּמט עֶר מיִר בּײַנאַכט צוּ חָלוׂם אוּן זאָגט מיִר: „ס׳איִז גאָר־ניִשט; דאָס איִז נוּר דעֶרפאַר װאָס איִך האָבּ געֶהעֶרט מיִט מײַנעֶ אוׂיעֶרעֶן װיִ מ׳האָט אַמאָל בּעֶלײֵדיִגט אַ תַּלְמִיד־חָכָם אוּן איִך האָבּ זיִך אוׂיף דעֶם ניִשט אָפּגעֶרוּפעֶן װיִ געֶהעֶריִג”.

אַז צװײֵ פלעֶגעֶן קוּמעֶן פאַר איִהם זיִך לאָדעֶן, האָבּעֶן זײֵ זיִך בּײֵדעֶ געֶשטעֶלט אוׂיף דעֶר טהיִר אוּן נאָכדעֶם, װיִ יעֶדעֶר פוּן זײֵ האָט אָפּגעֶ׳טַעְנֶה׳ט זײַנס, האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ קוׂל פוּן אוֹיבּעֶרשטוּבּעֶל אַראָפּ: „דוּ דעֶר אוּן דעֶר — בּיִסט אוּמגעֶרעֶכט, אוּן דוּ יעֶנעֶר אוּן יעֵנעֶר — בּיִסט געֶרעֶכט”.

אַמאָל מאַכט זיִך אַז ר׳ אֶלְעָזָר׳ס װײַבּ האָט זיִך געֶקריִגט מיִט איִהר שְׁכֵנָה, אוּן יעֶנעֶ האָט זיִ געֶשאָלטעֶן: „הַלְוַאי זאָלסט האָבּעֶן אַזאַ סוׂף װיִ דײַן מאַן, אוּן אוׂיך װיִ עֶר ניִשט קוּמעֶן צוּ קֵבֶר יִשְׂרָאֵל”. דעֶרהעֶרט אַזעֶלכעֶ װעֶרטעֶר, האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים זיִך בּעֶטראַכט, אַז מעֶהר טאָר שוׂין אַזוׂי ניִשט געֶדוֹיעֶרעֶן אוּן מעֶ מוּז דעֶם מֵת בּעֶהאַלטעֶן. װיִ אַנדעֶרעֶ דעֶרצעֶהלעֶן, איִז דעֶר פאָטעֶר זײַנעֶר, ר׳ שִׁמְעוׂן בֶּן יוׂחַאי, געֶקוּמעֶן דיִ חֲכָמִים צוּ חָלוׂם אוּן זײֵ געֶזאָגט: „אײֵן טײַבּעֶלעֶ האָבּ איִך מײַן אײֵגעֶנס בּײַ אײַך אוּן איִהר װיִלט עֶס ניִשט אָפּצוּבּרײֵנגעֶן צוּ מיִר”...

זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן דיִ חֲכָמִים איִהם טהוּן זײַן רעֶכט אוּן געֶװאָלט איִהם בּעֶהאַלטעֶן, האָבּעֶן דיִ אײַנװאוׂינעֶר פוּן עַכְבְּרָא זיִך געֶשטעֶלט אוּן דאָס ניִשט דעֶרלאָזט, װײַל דיִ אַלעֶ יאָהרעֶן װאָס ר׳ אֶלְעָזָר איִז געֶליִגעֶן איִן זײַן ↰ 164 אוׂיבּעֶרשטוּבּעֶל איִז אוׂיף זײֵעֶר שטאָדט קײֵנמאָל ניִשט בּעֶפאַלעֶן קײַן שוּם װיִלדעֶ חַיָה. אײֵנמאָל איִן אַ עֶרֶב יוׂם־כִּפּוּר, װעֶן דיִ שטאָדט־לײַט זעֶנעֶן געֶװעֶן שטאַרק פעֶרנוּמעֶן, האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים געֶשיִקט מעֶנשעֶן פוּן אַ נאָהעֶנט שטעֶדטיִל בֵּירִים, אוּן יעֶנעֶ האָבּעֶן אַראָפּגעֶנוּמעֶן דעֶם מֵת איִן דעֶר מִטָה אוּן איִהם אַװעֶקגעֶטראָגעֶן איִן דעֶר הײֵהל פוּן זײַן פאָטעֶר. געֶקוּמעֶן אַהיִן, געֶפוּנעֶן זײֵ אַ בּעֵזעֶ שלאַנג ליִגט אַרוּמגעֶװיִקעֶלט אַרוּם דעֶם אַרײַנגאַנג פוּן דעֶר הײֵהל אוּן לאָזט ניִשט אַרײַן. רוּפעֶן זײֵ זיִך אָן צוּ איִהר: „שלאַנג, שלאַנג! עֶפעֶן אוׂיף דײַן מוׂיל אוּן לאָז־אַרײַן דעֶם זוּהן צוּ׳ם פאָטעֶר”. האָט זיִ זײֵ געֶעֶפעֶנט דעֶם אַרײַנגאַנג.

רַבִּי פִּנְחָס בֶּן יָאִיר.
ניִשט געֶגאָסעֶן פוּן פרעֶמדס.

מעֶ דעֶרצעֶהלט אוׂיף רַבִּי פִּנְחָס בֶּן יָאִיר, אַז זיִנט עֶר לעֶבּט האָט עֶר קײַן „דַמוֹצִיא” ניִשט געֶמאַכט איִבּעֶר אַ פרעֶמד שטיִקעֶל בּרוׂיט, אוּן זיִנט עֶר איִז געֶקוּמעֶן צוּ׳ם שֵׂכֶל האָט עֶר שוֹין ניִשט געֶגאָסעֵן אַפיִלוּ פוּן זײַן אײֵגעֵנעֶם פאָטעֶר׳ס אַ מאָהלצײַט.

רַבִּי פִּנְחָס בֶּן יָאִיר איִן װעֶג.

ר׳ פִּנְחָס בֶּן יָאִיר האָט זיִך אײֵנמאָל געֶלאָזט איִן װעֶג צוּליִעבּ פִּדְיוֹן שְׁבוּיִם ¹) . קוּמט עֶר בּיִז צוּ׳ם טיִעפעֶן טײַך גִינַאי אוּן קעֶן איִהם ניִשט אַריִבּעֶר, רוּפט עֶר זיִך אָן צוּ׳ם טײַך:

— גִינַאי, גִינַאי שפּאַלט דײַן װאַסעֶר אוּן מאַך פאַר מיִר אַ װעֶג!

זאָגט דעֶר טײַך איִהם:

— פִּנְחָס, פִּנְחָס ! דוּ געֶהסט צוּ עֶרפוּלעֶן דײַן בּעֶשעֶפעֶר׳ס װיִלעֶן, איִך געֶה צוּ עֶרפוּלעֶן מײַן בּעֶשעֶפעֶר׳ס װיִלעֶן; דוּ — אָדעֶר װעֶסט איִהם יאָ עֶרפוּלעֶן, אָדעֶר נײֵן, איִך אָבּעֶר װעֶל איִהם געֶװיִס עֶרפוּלעֶן”.

זאָגט װיִדעֶר ר׳ פִּנְחָס:

— שפּאַלסטוּ זיִך ניִשט פאַר מיִר בּאַלד, בּיִן איִך אוׂיף דיִר גוׂזֵר, אַז קײַן װאַסעֶר זאָל איִן דיִר קײֵנמאָל ניִשט פליִסעֶן.

האָט דעֶר טײַך זיִך בּאַלד פאַר איִהם געֶשפּאַלטעֶן אוּן עֶר איִז אַריִבּעֶר.

איִז פוּן יעֶנעֶר זײַט טײַך געֶבּליִבּעֶן נאָך אײֵנעֶר, װאָס האָט געֶטראָגעֶן װײֵץ אוׂיף מַצוֹת צוּ פֶּסַח. בּעֶפעֶהלט ר׳ פִּנְחָס דעֶם טײַך:

— שפּאַלט זיִך פאַר יעֶנעֶם אוׂיך, עֵר גיִט זיִך אָפּ מיִט אַ מִצְוָה־זאַך.

שפּאַלט זיִך דעֶר טײַך װיִדעֶר.

איִז אָבּעֶר דאָרט געֶװעֶן נאָך אַ דריִטעֶר, אַן אַראַבּעֶר, װאָס איִז מיִט זײֵ מיִטגעֶגאַנגעֶן איִן װעֶג, בּעֶפעֶהלט ר׳ פִּנְחָס װיִדעֶר דעֶם טײַך:

¹) אוׂיסלעֶזעֶן יוּדעֶן פוּן געֶפעֶנגעֶניִש.

↤ 166

— שפּאַלט זיִך אוׂיך פאַר דעֶם, זאָל עֶר ניִשט האָבּעֶן צוּ זאָגעֶן: „אַזוׂי בּעֶמיִהט מעֶן זיִך מיִט אַ מיִטבּעֶגײֵלטעֶר!”

שפּאַלט זיִך דעֶר טײַך צוּ׳ם דריִטעֶן מאָל.

קוּמט ר׳ פִּנְחָס אָן איִן אַ אײַנפאָהר־הוׂיז, גיִט מעֶן דאָרט דעֶם עֵזעֶל זײַנעֶם געֶרשטעֶן איִן דיִ זאַנגעֶן, עֶסט עֶר ניִשט; דרעֶשט מעֶן זײֵ אוׂיס — עֶסט עֶר ניִשט; קלײַבּט מעֶן זײֵ איִבּעֶר — עֶר עֶסט אַלץ ניִשט. רוּפט זיִך אָן ר׳ פִּנְחָס בֶּן יָאִיר: „עֶם קעֶן זײַן, מ׳האָט פוּן זײֵ קײַן מַעְשֵר ¹) ניִשט געֶנוּמעֶן”. נעֶהמט מעֶן אַראָפּ מַעְשֵר — האָט דעֶר עֵזעֶל בּאַלד געֶגעֶסעֶן.

זאָגט ר׳ פִּנְחָס: „עֶר נעֶבּיִך געֶהט טהוּן דעֶם בּעֶשעֶפעֶר׳ס װיִלעֶן — אוּן איִהר עיִט איִהם גאָר עֶסעֶן ניִשט קײַן צוּרעֶכטגעֶמאַכטעֶ תְּבוּאָה!”

דעֶרהעֶרט אַז ר׳ פִּנְחָס קוּמט־אָן, געֶהט רֶבִּי ²) איִהם אַרוׂיס אַקעֶגעֶן. זאַגט איִהם רֶבִּי: „טהוּ מיִר דיִ ליִעבּ אוּן קוּם צוּ מיִר אוׂיף אַ מאָהלצײַט”.

— רעֶכט — עֶנטפעֶרט ר׳ פִּנְחָס.

הוׂיבּט־אָן דאָס פָּנִים בּײַ רֶבִּי׳ן צוּ שײַנעֶן פאַר שִׂמְחָה. רוּפט זיִך צוּ איִהם אָן ר׳ פִּנְחָס: „װאָס מײֵנסטוּ, איִך האָבּ געֶנוּמעֶן אוׂיף זיִך, אַז איִך זאָל בּײַ יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר ניִשט געֶניִסעֶן? חָלִילָה! יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר זעֶנעֶן הײֵליִגעֶ, אײֵנעֶר װיִל אוּן קעֶן ניִשט, אײֵנעֶר קעֶן אוּן װיִל ניִשט, דוּ אָבּעֶר איִ דוּ װיִלסט איִ דוּ קעֶנסט; נאָר איִצט אײַל איִך זיִך, איִך בּיִן פעֶרנוּמעֶן מיִט אַ מִצְוָה־זאַך. צוּריִקװעֶגס װעֶל איִך צוּ דיִר אַרײַנגעֶהן”.

צוּריִקװעֶגס, װעֶן עֶר איִז אַרײַנגעֶגאַנגעֶן צוּ רֶבִּי׳ן איִן הוׂיף, איִז איִהם אוׂיסגעֶקוּמעֶן דוּרכצוּגעֶהן דוּרך אַ טהיִר, װאוּ ס׳זעֶנעֶן דאָרט געֶשטאַנעֶן װײַסעֶ מוׂיל־עֵזלעֶן. רוּפט עֶר זיִך אָן: „בּײַ דעֶם דאָזיִגעֶן איִן הוׂיז איִז פאַרהאַן דעֶר מַלְאָך־הַמָוֶת ³) — אוּן איִך װעֶל בּײַ איִהם עֶסעֶן!” דעֶרהעֶרט עֶס רֶבִּי, געֵהט עֶר צוּ איִהם אַרוׂיס.

— איִך װעֶל זײֵ פעֶרקוׂיפעֶן — זאָגט עֶר איִהם צוּ.

— „פאַר קײַן בּליִנדעֶן לײֵג ניִשט קײַן שטרוׂיכלוּנג” ⁴).

— איִך װעֶל זײֵ אָפּלאָזעֶן אוׂיף הֶפְקֵר.

— װעֶסטוּ נאָך בּרײֵנגעֶן צוּ מעֶהר שאָדעֶן.

— װעֶל איִך זײֵ איִבּעֶרשנײַדעֶן דיִ אָדעֶרעֶן פוּן דיִ פיִס.

— ס׳איִז אַ צַעַר־בַּעֲלֵי־חַיִים.

¹) אַ צעֶהנטעֶל. איִן יעֶנעֶר צײַט האָט מעֶן ניִשט געֶטאָרט געֶניִסעֶן פוּן תבוּאה אײֵדעֶר מ׳האָט געֶגיִבּעֶן פוּן איִהר אַ צעֶהנטיִל פאַר דיִ לויים. ²) אַזוׂי האָט מעֶן געֶרוּפעֶן פעֶרקוּרצט דעֶם נשיא ר׳ יהודה (זעֶה װײַטעֶר „ר׳ יהוּדה הנשיא”). ³) װײַסעֶ מוֹיל־עֵזלעֶן קעֶנעֶן מזיק זײַן מעֶנשעֶן. ⁴) ד. ה. מעֶ טאָר ניִשט פעֶרפיִהרעֶן ניִשט קײַן געֶניִטעֶן.

↤ 167

— װעֶל איִך זיִ טוׂיטעֶן.

— װעֶסטוּ עוֹבֵר זײַן אוׂיף בּל תַּשְחִית” ¹).

רֶבִּי איִז דאָך צוּ איִהם צוּגעֶשטאַנעֶן עֶר זאָל איִהם ניִשט אָפּזאָגעֶן אוּן זאָל אַרײַן איִן שטוּבּ צוּ איִהם עֶסעֶן. אוּן װיִ זײֵ שטעֶהעֶן אַזוׂי אײֵנס אַקעֶגעֶן אַנדעֶדעֶן, װאַקסט־אוׂיס צװיִשעֶן זײֵ פּלוּצוּם אַ הוׂיכעֶר בּאַרג.

האָט רֶבִּי זיִך צעֶװײֵנט אוּן דעֶרבּײַ געֶזאָגט:

— אוׂיבּ בּײַ׳ם לעֵבּעֵן איִז מיִט זײֵ אַזעֶלכעֶס ²), װיִ איִז שוׂין מיִט זײֵ נאָכ׳ן טוׂיט!

אַ פּאָר מעֶסטליִך — אוׂיף קעֶמלעֶן מיִט עֵזלעֶן.

איִן דעֶר שטאָדט, איִן דָרוׂם־קאַנט, װאוּ ר׳ פִּנְחָס בֶּן יָאִיר האָט געֶװאוׂינט, זעֶנעֶן אײֵנמאָל אַראָפּגעֶקוּמעֶן פוּן דעֶר פרעֶמד צװײֵ אָרוּמעֶ מעֶנשעֶן זוּכעֶן זיִך דאָרט פַּרְנָסָה. האָבּעֶן זײֵ אָפּגעֶלײֵגט בּײַ ר׳ פִּנְחָס בֶּן יָאִיר׳ן אַ פּאָר מאָס געֶרשטעֶן, װאָס זײֵ האָבּעֶן מיִט זיִך געֶהאַט, דעֶרנאָך זעֶנעֶן דיִ צװײֵ פרעֶמדעֶ אַװעֶק פוּן דאָרט אוּן זײֵעֶר בּיִסעֶל געֶרשטעֶן איִז פעֶרבּליִבּעֶן בּײַ ר׳ פִּנְחָס׳ן. געֶדוׂיעֶרט אַ שטיִקעֶל צײַט אוּן יעֶנעֶ קוּמעֶן ניִשט; נעֶהמט ר׳ פִּנְחָס דיִ געֶרשטעֶן אוּן פעֶרזײֵעֶט זיִ, אוּן דעֶרנאָך אַז דיִ תְּבוּאָה איִז אוׂיסגעֶװאַקסעֶן האָט עֶר זיִ אָפּגעֶשניִטעֶן אוּן אַרײַנגעֶנוּמעֶן איִן שײַעֶר. אוּן אַזוׂי האָט עֶר געֶטהוּן יאָהר נאָך יאָהר אוׂיך מיִט דיִ נײַ־אוׂיסגעֶװאַקסעֶנעֶ געֶרשטעֶן.

איִן זיִבּעֶן יאָהר אַרוּם קוּמעֶן צוּריִק דיִ צװײֵ אָרוּמעֶלײַט אוּן מאָהנעֶן בּײַ איִהם זײֵעֶרעֶ פּאַָר מעֶסטליִך געֶרשטעֶן. ר׳ פִּנְחָס האָט זײֵ בּאַלד דעֶרקעֶנט, פיִהרט עֶר זײֵ צוּ צוּ׳ם שײַעֶר, בּעֶװײַזט זײֵ אוׂיף דיִ גרוׂיסעֶ הוׂיפעֶנס מיִט געֶרשטעֶן אוּן זאָגט זײֵ: „דאָס װאָס איִהר זעֶהט איִז איִנגאַנצעֶן אײַעֶרס; געֶהט בּרײֵנגט קעֶמלעֶן אוּן עֵזלעֶן אוּן פעֶרנעֶהמט אײַעֶרעֶ אוׂצְרוׂת”.

דעֶר אוׂיסגעֶזוּכטעֶר פּעֶריִל.

בּײַ׳ם סאַרעֶצעֶנעֶר קעֶניִג איִז אײֵנמאָל אַראָפּגעֶפאַלעֶן פוּן זײַן קרוׂין אַ זעֶהר טײַעֶרעֶר פּעֶריִל, אוּן אײֵדעֶר מ׳האָט זיִך געֶריִהרט איִהם אוׂיפהוׂיבּעֶן איִז אָנגעֶלאָפעֶן אַ מוׂיז, אײַנגעֶשליִנגעֶן דעֶם פּעֶריִל אוּן אַנטלאָפעֶן. קוּמט דעֶר קעֶניִג צוּ ר׳ פִּנְחָס בֶּן יָאִיר, עֶר זאָל איִהם העֶלפעֶן צוּ בּעֶקוּמעֶן צוּריִק פוּן דעֶר מוֹיז דעֶם פעֶרלוׂירעֶנעֶם פּעֶריִל.

¹) ניִשט פעֶרדאַרבּ. אַ זאַך װאָס האָט עֶפּיִס אַ װעֶרטה, טאָר מעֶן עֶס, לוׂיט דעֶר תּוׂרָה, ניִשט פעֶרדאַרבּעֶן. ²) טהוּט גאָט אַזעֶלכעֶ נסים מיִט דיִ צדיקים.

↤ 168

פרעֶגט איִהם ר׳ פִּנְחָס: „װאָס בּיִן איִך דעֶן, אַ שפּרעֶכעֶר?”

זאָגט איִהם דעֶר קעֶניִג: „צוּליִעבּ דײַן גוּטעֶן נאָמעֶן בּיִן איִך געֶקוּמעֶן”.

בּעֶפעֶהלט ר׳ פִּנְחָס אוׂיף דיִ מײַז, זײֵ זאָלעֶן זיִך אַלעֶ צוּנוׂיפקוּמעֶן. טהוּעֶן זײֵ אַזוׂי. זעֶהט עֶר, אַז אײֵנעֶ פוּן זײֵ איִז הוׂיקעֶרדיִג.

— בּײַ דעֶר איִז עֶס — מאַכט ר׳ פִּנְחָס. אוּן עֶר האָט בּאַלד בּעֶפוׂילעֶן אוׂיף דעֶר מוׂיז — אוּן זיִ האָט דעֶם פּעֶריִל אוׂיסגעֶשפּיִגעֶן.

↤ 169

רֶבִּי יְהוּדָה הַנָשִׂיא (רֶבִּי).
פעֶרבּיִטעֶן דיִ קיִנדעֶר.

דיִ רוׂימיִשעֶ רעֶגיִרוּנג האָט אײֵנמאָל אַרוׂיסגעֶלאָזט אַ גְזֵירָה אוׂיף יוּדעֶן, זײֵ זאָלעֶן ניִשט מַל זײַן זײֵעֶרעֶ קיִנדעֶר. אוּן צוּ יעֶנעֶר צײַט איִז בּײַ׳ם נָשִׂיא ר׳ שִׁמְעוׂן בֶּן גַמְלִיאֵל געֶבּוׂירעֶן געֶװאָרעֶן דאָס קיִנד יְהוּדָה, װאָס איִז געֶװאָרעֶן דעֶרנאָך בּעֶװאוּסט מיִט׳ן נאָמעֶן רֶבִּי אָדעֶר רַבֵּנוּ הַקָדוׂשׁ ¹). טראַכט זיִך דעֶר פאָטעֶר ר׳ שִׁמְעוׂן: „געֶשיִקט זיִך, מיִר זאָלעֶן גאָט׳ס בּעֶפעֶהל ניִשט העֶרעֶן אוּן דיִ גְזֵירָה פוּן דיִ רְשָׁעִים פאָלגעֶן?” — נעֶהמט עֶר בּאַלד אוּן איִז מַל דאָס קיִנד. דעֶרװאוּסט זיִך דעֶרפוּן דעֶר שטאַטסהאַלטעֶר. שיִקט עֶר רוּפעֶן ר׳ שִׁמְעוׂנ׳עֶן אוּן פרעֶגט איִהם: „װיִ קוּמסטוּ איִבּעֶרצוּטרעֶטעֶן דעֶם קעֶניִג׳ס בּעֶפעֶהל?”

— איִך האָבּ געֶפאָלגט גאָט׳ס בּעֶפעֶהל — עֶנטפעֶרט עֶר איִהם.

זאָגט איִהם דעֶר שטאַטסהאַלטעֶר: „אֶמֶת, איִך דאַרף זיִך פעֶרהאַלטעֶן צוּ דיִר מיִט פיִעל כָּבוׂד, װײַל דוּ בּיִסט דאָך דעֶר עֶלטסטעֶר פוּן מײַן פאָלק, נאָר אָפּלאָזעֶן דיִך פרײַ קעֶן איִך ניִשט, װײַל ס׳איִז אַ גְזֵירָה פוּנ׳ם מֶלֶך”.

— אוּן װאָס מײֵנסטוּ מיִר צוּ טהוּן ? — פרעֶגט ר׳ שִׁמְעוׂן.

— איִך װעֶל דיִך אָפּשיִקעֶן צוּ׳ם מֶלֶך אוּן לאָז עֶר מיִט דיִר טהוּן װיִ זײַן װיִלעֶן.

שיִקט עֶר אָפּ דאָס נײַגעֶבּוׂירעֶנעֶ קיִנד מיִט זײַן מוּטעֶר צוּ׳ם קעֶניִג. פעֶרבּרײֵנגעֶן זײֵ אַ גאַנצעֶן טאָג איִן װעֶג, אוּן צוּנאַכט האָבּעֶן זײֵ זיִך אָפּגעֶשטעֶלט איִן װעֶג אוׂיף נאַכט־לעֶגעֶר איִן הוׂיז פוּן אַ פאָרנעֶהמעֶר רוׂימיִשעֶר פאַמיִליִעֶ, זײֵעֶרעֶ אַלטעֶ גוּטעֶ פרײַנד. דאַרף זיִך מאַכעֶן, אַז בּײַ דעֶר מוּטעֶר פוּן דעֶר פאַמיִליִעֶ איִז איִן יעֶנעֶר צײַט אוׂיך געֶבּוׂירעֶן געֶװאָרעֶן אַ קיִנד, מיִט׳ן נאָמעֶן אַנְטוֹֹנִינוֹס. װיִ דיִ רוׂימעֶריִן האָט דעֶרזעֶהן איִהר בּעֶליעבּטעֶ פרײַנדיִן, דעֶם נָשִׂיא׳ס פרוׂי, פרעֶגט זיִ בּײַ איִהר: „װיִ קוּמסטוּ אַהעֶר?” דעֶרצעֶהלט זיִ איִהר איִנגאַנצעֶן דיִ מַעֲשֶׂה: „ס׳איִז אוׂיף אוּנז אַרוׂיס אַזאַ אוּן אַזאַ גְזֵירָה, מעֶ זאָל ניִשט מַל זײַן קײַן יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר. איִך האָבּ אָבּעֶר מײַן ↰ 170 קיִנד יאָ מַל געֶװעֶן, אוּן דעֶרפאַר פיִהרט מעֶן אוּנז בּײֵדעֶ צוּ׳ם קעֶניִג”. װיִ דיִ רוׂימעֶריִן האָט דאָס דעֶרהעֶרט זאָגט זיִ איִהר: „אוׂיבּ דוּ װיִלסט קעֶנסטוּ מײַן קיִנד, דאָס ניִט־געֶ׳מַל׳עֶטעֶ, נעֶהמעֶן מיִט זיִך, אוּן דײַן קיִנד לאָז איִבּעֶר בּײַ מיִר בּיִז דוּ װעֶסט געֶהן צוּריִק”. טהוּט זיִ עֶס אוּן געֶהט מיִט׳ן פעֶרבּיִטעֶנעֶם קיִנד צוּ׳ם קעֶניִג.

¹) אוּנזעֶר הײֵליִגעֶר רבּי.

קוּמט יעֶנעֶר שטאַטסהאַלטעֶר אוּן בּרײֵנגט דעֶם נָשִׂיא׳ס פרוׂי מיִט׳ן קיִנד פאַר׳ן קעֶניִג. הײֵסט דעֶר קעֶניִג נאָכפאָרשעֶן, לאָזט זיִך אוׂיס אַז דאָס קיִנד איִז גאָר ניִשט געֶ׳מַל׳עֶט. װעֶרט דעֶר קעֶניִג אוׂיפגעֶבּראַכט אוּן הײֵסט דעֶם שטאַטמהאַלטעֶר טוׂיטעֶן, אוּן דיִ מוּטעֶר מיִט׳ן קיִנד האָט עֶר אָפּגעֶלאָזט בְּשָׁלוׂם.

אוּן אַז רֶבִּי׳ס מוּטעֶר איִז געֶקוּמעֶן צוּ איִהר פרײַנדיִן, אַנְטוֹנִינוֹס׳עֶס מוּטעֶר, זאָגט איִהר יעֶנעֶ:

— װיִבּאַלד דעֶר אַלמעֶכטיִגעֶר האָט אַזוׂי געֶפיִהרט אַז ס׳זאָל געֶשעֶהן דיִר אוּן דײַן זוּהן אַ נֵס דוּרך מיִר אוּן מײַן זוּהן, זאָלעֶן דיִ צװײֵ קיִנדעֶר בּלײַבּעֶן אײֵבּיִג טרײַעֶ חֲבֵרִים.

אַכט מַעְלוׂת.

ר׳ שִׁמְעוׂן בֶּן מְנַסְיָא זאָגט : אַכט מַעְלוׂת געֶפוּנעֶן דיִ חֲכָמִים בּײַ דיִ צַדִיקִים: שעֶהנקײַט, קראַפט, רײַכקײַט, כָּבוׂד, קלוּגשאַפט, לאַנגעֶ יאָהר, גרײַז־גרוׂיהײַט אוּן קיִנדעֶר — אוּן צוּ דיִ אַלעֶ זאַכעֶן איִנאײֵנעֶם האָבּעֶן זוֹכֶה געֶװעֶן רֶבִּי מיִט זײַנעֶ קיִנדעֶר.

קראַנק געֶװאָרעֶן אוּן געֶנעֶזעֶן געֶװאָרעֶן.

נאָך ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן שִׁמְעוׂנ׳ס טוׂיט ¹) האָט רֶבִּי געֶשיִקט איִבּעֶררעֶדעֶן מיִט דעֶר אַלְמָנָה, זיִ זאָל פאַר איִהם חֲתוּנָה האָבּעֶן. שיִקט זיִ איִהם אָפּ אַ עֶנטפעֶר מיִט דיִ װעֶרטעֶר: „דיִ כֵּלִי װאָס איִז בּעֶנוּצט געֶװאָרעֶן אוׂיף הײֵליִגט — זאָל גאָר װאָכעֶדיִג װעֶרעֶן?” שיִקט עֶר צוּ איִהר װיִדעֶר: „לאָז זײַן אַז עֶר איִז גרעֶסעֶר געֶװעֶן פוּן מיִר איִן לעֶרנעֶן, אָבּעֶר איִן גוּטעֶ מַעֲשִׂים איִז עֶר דעֶן אוׂיך גרעֶסעֶר געֶװעֶן?” עֶנטפעֶרט זיִ איִהם װיִדעֶר: „איִן תּוׂרָה װײֵס איִך גראָד ניִשט, איִן גוּטעֶ מַעֲשִׂים אָבּעֶר װײֵס איִך יאָ — עֶר האָט אוׂיף זיִך אַלײֵן יִסוּרִים געֶנוּמעֶן”.

טראַכט זיִך רֶבִּי: „ליִעבּ זעֶנעֶן יִסוּרִים” — נעֶהמט עֶר אוׂיף זיִך יִסוּרִים דרײַצעֶהן יאָהר דוּרכאַנאַנד: זעֶקס יאָהר האָט עֶר געֶליִטעֶן פוּן אַ שװעֵר עֶנטציִנדוּנג אוּן זיִבּעֶן — פוּן אַ שװעֶרעֶן װעֵהטיִג איִן מוׂיל.

¹) זעֶה אוׂיבּעֶן ז׳ 163

↤ 171

װעֶן דיִ װעֵהטיִגעֶן זעֶנעֶן איִהם צוּגעֶטראָטעֶן פלעֶגעֶן זײַנעֶ קוׂלוׂת געֶהעֶן בּיִז אוּנטעֶר׳ן היִמעֶל.

רֶבִּי׳ס שטאַלמײֵסטעֶר איִז רײַכעֶר געֶװעֶן פוּנ׳ם פּעֶרסיִשעֶן קעֶניִג, אוּן אַז עֶר פלעֶג בּרײֵנגעֶן פוּטעֶר פאַר דיִ פיִה — האָבּעֶן זײֵעֶרעֶ פעֶרשיִדעֶנעֶ קוׂלוׂת זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אוׂיף דרײַ מִיל דעֶרװײַט. פלעֶג עֶר שטעֶנדיִג ציִעלעֶן צוּ בּרײֵנגעֶן פאַר׳ן פיִה דאָס פוּטעֶר פּוּנקט דעֶמאָלט, װעֶן רֶבִּי׳ס װעֶטהיִגעֶן פלעֶגעֶן זיִך אָנרוּפעֶן. דאָך זעֶנעֶן רֶבִּי׳ס קוׂלוׂת געֶגאַנגעֶן נאָך העֶכעֶר אוּן פלעֶגעֶן דעֶרגעֶהן װײַט־װײַט בּיִז צוּ דיִ רײַזעֶנדעֶר אוׂיפ׳ן יַם.




װיִ אַנדעֶרעֶ דעֶרצעֶהלעֶן, זעֶנעֶן רֶבִּי׳ס יִסוּרִים געֶקוּמעֶן אוׂיף איִהם דוּרך אַ סִבָּה אוּן אוׂיך אַװעֶק פוּן איִהם דוּרך אַ סִבָּה:

אַלעֶמאָל האָט מעֶן איִן גאַס פעֶרבּײַ רֶבִּי׳ן דוּרכגעֶפיִהרט אַ קעֶלבּעֶל צוּ דעֶר שְׁחִיטָה. רײַסט זיִך דאָס קעֶלבּיִל אוׂיס, לוֹיפט־צוּ צוּ רֶבִּי׳ן אוּן אַרײַנשטעֶקעֶנדיִג דעֶם קאָפּ אוּנטעֶר דעֶר פּאָלעֶ פוּן זײַן מאַנטעֶל לאָזט עֶס אַרוׂיס אַ װײֵנעֶנדיִגעֶן בּרוּם, װיִ אײֵנעֶר זאָגט: „ראַטעֶװעֶ מיִך!” רוּפט זיִך אָן רֶבִּי: געֶה דײַן װעֶגס, אוׂיף דעֶם בּיִסטוּ געֶבּוׂירעֶן געֶװאָרעֶן”.

— עֶר האָט גאָר קײַן רַחְמָנוּת ניִשט! — האָט מעֶן אוׂיפ׳ן היִמעֶל געֶזאָגט — זאָלעֶן קוּמעֶן אוׂיף איִהם יִסוּרִים.

אוּן רַבִּי איִז בּאַלד קראַנק געֶװאָרעֶן.

איִן אַ צײַט אַרוּם מאַכט זיִך, אַז רֶבִּי׳ס דיִענסט האָט בִּשְׁעַת קעֶהרעֶן דיִ שטוּבּ געֶװאָלט אוׂיסקעֶהרעֶן אוּן אַרוׂיסװאַרפעֶן אוׂיף דעֶר גאַס קלײֵנעֶ װיִזעֶליִך. דעֶרזעֶהט עֶס רֶבִּי, רוּפט עֶר זיִך אָן: „לאָז זײֵ צוּ רוּה, „דעֶר רַחְמָנוּת זײַנעֶר (גאָט׳ס) איִז אוׂיף אַלעֶ בּעֶשעֶפעֶניִש” — שטעֶהט בּײַ אוּנז געֶשריִבּעֶן”.

— עֶר האָט רַחְמָנוּת — האָט מעֶן אוׂיפ׳ן היִמעֶל געֶזאָגט — דאַרף מעֶן אוׂיף איִהם אוׂיך רַחְמָנוּת האָבּעֶן.

אוּן רֶבִּי איִז בּאַלד געֶנעֶזעֶן געֶװאָרעֶן.

איִן אַ הוּנגעֶר־יאָהר.

אײֵנמאָל איִן אַ הוּגגעֶר־יאָהר האָט רֶבִּי אוׂיפגעֶעֶפעֶנט אַלעֶ זײַנעֶ אַמבּאַרעֶן פוּן תְּבוּאָה אוּן האָט אוׂיסגעֶרוּפעֶן: „זאָלעֶן אַרײַנגעֶהן אַלעֶ װעֶר ס׳קעֶן מִקְרָא ¹) ציִ מִשְׁנָה, ציִ תַּלְמוּד, ציִ הֲלָכָה, ציִ אַגָדָה; קײַן עַם־הָאָרֶץ ²) אָבּעֶר זאָל ניִשט אַרײַנגעֶהן”. האָט זיִך יוֹנָתָן בֶּן עַמְרָם דוּרכגעֶשטוּפּט אוּן איִז אַרײַן.

— רֶבִּי — זאָגט עֶר — זײַ מיִר מְפַרְנֵס.

¹) בּיִבּעֶל. ²) גראָבּעֶר יוּנג, װאָס קעֶן גאָר ניִשט.

↤ 172

— קעֶנסטוּ מִקְרָא? — פרעֵגט איִהם רֶבִּי.

-נײֵן.

— קעֶנסטוּ מִשְנָה?

— נײֵן.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט איִהם רֶבִּי — פאַר װאָס קוּמט דיִר מְפַרְנֵס זײַן?

— שפּײַז מיִך װיִ אַ הוּנט אוּן אַ ראָבּ.

הײֵסט עֶר איִהם שפּײַזעֶן.

װיִ יוֹנָתָן בֶּן עַמְרָם איִז אַרוׂיס האָט רֶבִּי זיִך שטאַרק נעֶעֶרגעֶרט. „װעֶה איִז מיִר! — האָט עֶר אוׂיסגעֶשריִגעֶן — פוּן מײַן בּרוׂיט האָבּ איִך אַװעֶקגעֶגיִבּעֶן אַן עֶם־הָאָרֶץ”. זאָגט איִהם זײַן זוּהן ר׳ שִׁמְעוׂן: „מעֶגליִך דאָס איִז גאָר דײַן תַּלְמִיד יוֹנָתָן בֶּן עַמְרָם, װאָס זײַן גאַנץ לעֶבּעֶן האָט עֶר פוּן כָּבוֹד־הַתּוֹרָה גאָרניִשט געֶװאָלט געֶניִסעֶן?”

האָט מעֶן נאָכגעֶפאָרשט דיִ זאַך אוּן ס׳האָט זיִך טאַקיִ אַזוׂי אַרוׂיסגעֶװיִזעֶן. האָט רֶבִּי געֶזאָגט: „פוּן הײַנט־אָן לאָז אַרײַנגעֶהן װעֵר עֶס װיִל”.

אַחֵר׳ס טאָכטעֶר פאַר רֶבִּי׳ן.

אַחֵר׳ס אַ טאָכטעֶר איִז אײֵנמאָל געֶקוּמעֶן פאַר רֶבִּי׳ן אוּן האָט איִהם געֶזאָגט: „רֶבִּי, דעֶרהאַלט מיִך בּײַם לעֶבּעֶן”.

— װעֶמיִנס טאָכטעֶר בּיִסטוּ? — פרעֶגט עֶר זיִ.

— אַחֵר׳ס טאָכטעֶר בּיִן איִך — עֶנטפעֶרט זיִ.

— װאָס? — רוּפט־אוׂיס רֶבִּי — נאָך איִז דאָ פוּן זײַנעֶ קיִנדעֶר אוׂיף דעֶר װעֶלט? אוׂיף אַזעֶלכעֶ װיִ עֶר איִז דאָך געֶזאָגט געֶװאָרעֶן: „ניִט קײַן קיִנד ניִט קײַן קיִנדס־קיִנד זאָל איִהם בּלײַבּעֶן איִן זײַן פאָלק”!

זאָגט זיִ: „רֶבִּי, געֶדײֵנק איִהם זײַן תּוׂרָה אוּן דעֶרמאָהן זיִך ניִשט איִן זײַנעֶ מַעֲשִׂים”.

איִז בּאַלד אַראָפּ אַ פײַעֶר פוּן היִמעֶל אוּן אַרוּמגעֶסמאַלעֶט רֶבִּי׳ס שטוּהל. האָט רֶבִּי זיִך צעֶװײֵנט אוּן דעֶרבּײַ געֶזאָגט:

— אוׂיבּ פאַר דיִ װאָס שעֶמעֶן זיִך מיִט דעֶר תּוׂרָה איִז אַזוׂי, װיִ איִז שוׂין פאַר דיִ װאָס בּעֶריִהמעֶן זיִך מיִט איִהר!

אַ דאָרף מיִט קיִנדעֶר.

פוּן דרײַצעֶהן בּרוּדעֶר זעֶנעֶן צװעֶלף געֶשטאָרבּעֶן אָהן קיִנדעֶר. קוּמעֶן דיִ צװעֶלף אַלְמָנוׂת פאַר רֶבִּי׳ן אוּן פאָדעֶרעֶן, אַז דעֶר איִבּעֶרגעֶבּליִבּעֶנעֶר שװאָגעֶר זאָל זײֵ נעֶהמעֶן לוׂיט דעֶם דין פוּן יִבּוּם ¹). הײֵסט רֶבִּי דעֶם ↰ 173 שװאָגעֶר עֶר זאָל זײֵ נעֶהמעֶן. זאָגט יעֶנעֶר: „רֶבִּי, איִך פעֶרמאָג ניִשט זײֵ אַלעֶ אוׂיסצוּהאַלטעֶן”. זאָגעֶן דיִ װײַבּעֶר: „מיִר װעֶלעֶן אַלײֵן אוׂיסהאַלטעֶן דיִ שטוּבּ, יעֶדעֶ פוּן אוּנז אַ חוֹדֶשׁ איִן יאָהר”.

¹) אַז אײֵנעֶר פוּן צװײֵ בּריִדעֶר שטאַרבּט אָהן קיִנדעֶר, מוּז דעֶר צװײֵטעֶר מײבם זײַן (נעֶהמעֶן) דיִ שװעֶגעֶריִן, אוֹיבּ ניִשט — דאַרף עֶר איִהר גיִבּעֶן חליצה.

— װעֶר װעֶט אָבּעֶר אוׂיסהאַלטעֶן דאָס הוׂיז — פרעֶגט דעֶר שװאָגעֶר — איִנ׳ם דרײַצעֶהטעֶן חוֹדֶש פוּן אַ עִבּוּר־יאָהר?

— דאָס נעֶהם איִך אוׂיף זיִך — זאָגט רֶבִּי.

װיִנשט עֶר זײֵ צוּ אַלעֶס גוּטס, אוּן זײֵ געֶהעֶן זיִך אַװעֶק.

איִן דרײַ יאָהר אַרוּם קוּמעֶן װיִדעֶר דיִ צװעֶלף װײַבּעֶר אָנגעֶלאָדעֶנעֶ מיִט זעֶקס אוּן דרײַסיִג קלײֵנעֶ קיִנדעֶר. מעֶלדעֶט מעֶן רֶבִּי׳ן: „אַ גאַנצעֶר דאָרף מיִט קיִנדעֶרליִך זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן דיִך בּעֶגריִסעֶך. קוּקט רֶבִּי אַרוׂיס דוּרכ׳ן פעֶנסטעֶר אוּן דעֶרזעֶהט זײֵ.

— װאָס טהוּט איִהר דאָ? — פרעֶגט עֶר זײֵ.

— מיִר זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן — זאָגעֶן זײֵ — זאָלסט אוּנז אוׂיסהאַלטעֶן דעֶם איִצטיִגעֶן דרײַצעֶהטעֶן חוֹדֶשׁ פוּנ׳ם עִבּוּר־יאָהר.

האָט רֶבִּי געֶהײֵסעֶן זײֵ גיִבּעֶן זײֵעֶר בּעֶדעֵרפעֶניִש אוׂיף דעֶם גאַנצעֶן חוֹדֶשׁ.

שיִער אַראָפּגעֶבּראַכט מָשִׁיחַ׳ן.

אֵלִיָהוּ הַנָבִיא פלעֶגט אָפט קוּמעֶן איִן רֶבִּי׳ס יְשִיבָה. אײֵנמאָל איִן אַ ראשׁ־חוֹדֶשׁ־טאָג איִז עֶר געֶקוּמעֶן שפּעֶטעֶר װיִ אַלעֶ מאָל. פרעֶגט איִהם רֶבִּי: „װיִ קוּמט עֶס, װאָס דוּ האָסט הײַנט אַזוׂי פעֶרשפּעֶטיִגט?”

עֶנטפעֶרט עֶר: „בּיִז איִך האָבּ אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן איִן דעֶר מְעָרַת־הַמְַּכְפֵּלָה אַבְרָהָם׳ן, איִהם אָפּגעֶװאַשעֶן דיִ העֶנד, בּיִז עֶר האָט געֶעֶנדיִגט דיִ תְּפִלָה זײַנעֶ אוּן איִך האָבּ איִהם צוּריִקגעֶלעֶגט אוׂיף זײַן אָרט, דאָס זעֶלבּעֶ דעֶרנאָך מיִט יִצְחָק׳ן, דעֶרנאָך מיִט יַעֲקב‎׳ן”...

— קעֶנסט דאָך זײֵ אוׂיפהוׂיבּעֶן אַלעֶ מיִט אַמאָל?

— איִך האָבּ איִבּעֶרגעֶטראַכט: אֶשְׁשַר װעֶלעֶן זײֵ צוּזאַמעֶן זיִך שטאַרק נעֶהמעֶן מִתְפַּלֵל זײַן אוּן װעֶלעֶן אַראָפּבּרײֵנגעֶן מַשִיחַ׳ן פאַר דעֶר צײַט.

פרעֶגט רֶבִּי אֵלִיָהוּ׳ן: „איִז פאַרהאַן זײֵעֶר גלײַכעֶן אוׂיף דעֶר װעֶלט”.

— פאַרהאַן — עֶנטפעֶרט אֵלִיָהוּ — ר׳ חִיָא.

איִז רֶבִּי גוׂזֵר־תַּעֲנִית ¹) אוּן מעֶ שטעֶלט פאַר׳ן עָמוּד מִתְפַּלֵל זײַן ר׳ חִיָא׳ן מיִט זײַנעֶ קיִנדעֶר. װיִ זײֵ האָבּעֶן אַרוׂיסגעֶזאָגט איִן שְׁמוֹנָה־־עֶשְׂרֵה דיִ װעֶרטעֶר „מַשִׁיב הָרוּחַ” ²) — האָט בּאַלד געֶנוּמעֶן בּלאָזעֶן אַ װיִנט; בּײַ ↰ 174 דיִ װעֶרטעֶר „מוֹרִיד הַגֶשֶׁם” ¹) — האָט אַ גאֶס געֶטהוּן אַ רעֶגעֶן. געֶקוּמעֶן צוּ „מְחַיֶה הַמֵתִים ²) — איִז דיִ װעֶלט פעֶרציִטעֶרט געֶװאָרעֶן.

¹) רוּפט־אוׂיס אַז מעֶ זאל דעֶם טאָג פאַסטעֶן. ²) עֶר (גאָט) לאָזט בּלאָזעֶן דעֶם װיִנט.

— װעֶר האָט עֶס אַרוׂיסגעֶגיִבּעֶן דעֶם סוֹד אוׂיף דעֶר װעֶלט? — האָט מעֶן אוׂיפ׳ן היִמעֶל געֶפרעֶגט.

— אֵלְיָהוּ — עֶנטפעֵרט מעֶן.

בּרײֵנגט מעֶן אַרוׂיף אֵלִיָהוּ׳ן אוּן עֶר בּעֶקוּמט זעֶכציִג שמיִץ מיִט פײַעֶרדיִגעֶ ריִטעֶר.

לאָזט זיִך בּאַלד אֵלִיָהוּ אַראָפּ, פעֶרשׁטעֶלט זיִך פאַר אַ בּעֶר אוּן רײַסט זיִך אַרײַן צװיִשעֶן עוׂלָם. דעֶרשרעֶקט מעֶן זיִך אוּן מעֶ צעֶלוׂיפט זיִך.

לעֶגיִאָנעֶן אוּן פליִגעֶן.

אַנְטוֹנִינוֹס איִז אײֵנמאָל אָנגעֶקוּמעֶן קײַן קֵיסאַריעֶ, שיִקט עֶר רוּפעֶן צוּ זיִך רֶבִּי׳ן. נעֶהמט רֶבִּי מיִט זיִך ר׳ שִׁמְעוֹנ׳עֶן זײַן זוּהן אוּן דעֶם גרוׂיסעֶן ר׳ חִיָא׳ן אוּן געֶהט צוּ אַנְטוֹֹנִינוֹס׳ן. געֶקוּמעֶן אַהיִן, דעֶרזעֶהט ר׳ שִׁמְעוׂן װיִ בּײַ׳ם פּאַלאַץ שטעֶהט אַ לעֶגיִאָן רוׂימיִשעֶ זעֶלנעֶר, אַלעֶ שעֶהנעֶ, געֶזוּנטעֶ אוּן הוׂיכװאוּקסיִגעֶ, דעֶרלאַנגעֶן מיִט דיִ קעֶפּ בּיִז צוּ דיִ זײַלעֶן־קרוׂינדליִך. רוּפט עֶר זיִך אָן צוּ ר׳ חִיָא׳ן: „זעֶה נוּר עֵשָׂו׳ס קעֶלבּעֶר, װיִ געֶשטאָפּט זײֵ זעֶנעֶן!” נעֶהמט ר׳ חִיָא אוּן פיִהרט איִהם איִן מאַרק אוּן װײַזט איִהם דאָרט אוׂיף אַ קאָרבּ מיִט טרוׂיבּעֶן אוּן פײַגעֶן, בּעֶזעֶצטעֶ מיִט פליִגעֶן. „דוּ זעֶהסט — זאָגט עֶר איִהם — אָט דיִ פליִגעֶן מיִט יעֶנעֶם לעֶגיִאָן האָבּעֶן אײֵן גלײַכעֶ װעֶרטה”.

דעֶרצעֶהלט דעֶרנאָך ר׳ שִׁמְעוׂן דעֶם פאָטעֶר, װאָס עֶר האָט געֶזאָגט ר׳ חִיָא׳ן אוּן װאָס דעֶר האָט איִהם געֶעֶנטפעֶרט. זאָגט איִהם רֶבִּי: „װאָס, אַזאַ װעֶרטה האָבּעֶן זײֵ בּײַ ר׳ חִיָא׳ן דעֶם בָּבֶל׳עֶר ³) איִן דיִ אוׂיגעֶן, אַז עֶר פעֶרגלײַכט זײֵ מיִט פליִגעֶן? אָט דיִ לעֶגיִאָנעֶן זעֶנעֶן גלײַך װיִ גאָרניִשט, פליִגעֶן אָבּעֶר — דוּרך זײֵ פיִהרט גאָט בָּרוּך־הוּא אַמאָל אוׂיס זײַנעֶ אַ שְׁלִיחוּת”.

װאָס „צוּ” איִז איִבּריִג.

אַנְטוֹנִינוֹס האָט אַמאָל געֶפרעֶגט בּײַ רַבֵּנוּ הַקָדוׂשׁ:

— װיִ מײֵנסטוּ, ס׳איִז רעֶכט צוּ מִתְפַּלֵל זײַן פאַר גאָט אַלעֶ װײַלעֶ?

— ס׳איִז ניִשט רעֶכט — עֶנטפעֶרט עֶר.

— פאַר װאָס?

— ס׳זאָל ניִשט װעֶרעֶן צוּ הײֵמיִש מיִט גאָט.

איִז אַנְטוֹֹנִינוֹס מיִט דעֶם עֶנטפעֶר ניִשט געֶבּליִבּעֶן צוּפריִדעֶן.

¹) עֶר לאָזט געֶהן אַ רעֶגעֶן. ²) עֶר מאַכט לעֶבּעֶדיִג דיִ טוׂיטעֶ. ³) ר׳ חיא איִז געֶקוּמעֶן קײַן ארץ־ישראל פוּן בבל.

↤ 175

װאָס טהוּט רַבֵּנוּ הַקָדוׂשׁ? מאָרגעֶן גאַנץ פריִה קוּמט עֶר צוּ אַנְטוֹֹנִינוֹס׳עֶן אוּן בּעֶגריִסט איִהם: „פריִעד צוּ דיִר, גרוׂיסעֶר פיִרשט!” שפּעֶטעֶר מיִט אַ װײַלעֶ קוּמט עֶר װײַטעֶר אַרײַן: „פריִעד צוּ דיִר, קעֶניִג!” נאָך איִן אַ װײַלעֶ — עֵר איִז װיִדעֶר דאָ מיִט זײַן גריִס: „פריִעד צוּ דיִר, איִמפּעֶראַטאָר!”

װעֶרט שוׂין אַנְטוֹֹנִינוֹס אַבּיִסעֶל אוׂיפגעֶבּראַכט. „װאָס הײֵסט עֶס — זאָגט עֶר איִהם — ניִשט אַנדעֶרש, בּיִסט אוׂיסעֶן צוּ בּעֶלײֵדיִגעֶן דעֶם קעֶניִג!”

— אַזוׂי! — זאָגט רֶבִּי — זאָלעֶן דײַנעֶ אוׂיעֶרעֶן העֶרעֶן װאָס דײַן מוׂיל רעֶדט: אוׂיבּ דוּ, בּלוּט אוּן פלײֵש, פיִהלסט זיִך בּעֶלײֵדיִגט אַז מעֶ בּעֶגריִסט דיִך אַלעֶ װײַלעֶ, הײַנט װיִ זאָל עֶס שוׂין זײַן מיִט׳ן קעֶניִג איִבּעֶר אַלעֶ קעֵניִגעֶן! איִהם איִז געֶװיִס ניִשט רעֶכט צוּ בּעֶלעֶסטיִגעֶן אַלעֶ װײַלעֶ.

אַ טײַעֶרעֶ מַתָּנָה.

אײֵנעֶר אַ פאָרנעֶהמעֶר רוׂימעֶר, אַרְטְבָן, רֶבִּי׳ס אַ גוּטעֶר פרײַנד, האָט איִהם אײֵנמאָל געֶשיִקט אַ מַתָּנָה טײַעֶרעֶ פּעֶריִל, אוּן דעֶרבּײַ געֶבּעֵטעֶן איִהם אָפּשיִקעֶן צוּריִק צוּ׳ם אַנדעֶנק אוׂיך אַזעֶלכעֶ טײַעֶרעֶ זאַכעֶן. שיִקט איִהם רֶבִּי אַ מְזוּזָה.

װאוּנדעֶרט זיִך יעֶנעֶר אוּן שיִקט רֶבִּי׳ן פרעֶגעֶן:

— װאָס הײֵסט עֶס, איִך האָבּ דיִר געֶשיִקט זאַכעֶן װאָס ס׳איִז זײֵ גאָרניִשט אָפּצוּשׁאַצעֶן, אוּן דוּ שיִקסט מיִר אָפּ צוּריִק אַ זאַך, װאָס מעֶ קוׂיפט עֶס פאַר אַ פוּלאָר ¹)!

עֶנטפעֶרט איִהם רֶבִּי:

— אַלעֶ מײַנעֶ אוּן דײַנעֶ טײַעֶרסטעֶ זאַכעֶן קעֶנעֶן זיִך ניִשט גלײַכעֶן צוּ דעֶר קלײֵנעֶר זאַך. נאָך מעֶהר, דוּ האָסט מיִר געֶשיִקט זאַכעֶן װאָס איִך דאַרף זײֵ היִטעֶן, איִך אָבּעֶר האָבּ דיִר געֶשיִקט אַזאַ זאַך װאָס זיִ װעֵט דיִך היִטעֶן.

רֶבִּי׳ס פְּטִירָה.

פאַר דעֶר פְּטִירָה ²) האָט רֶבִּי געֶזאָגט: „דיִ קיִנדעֶר מײַנעֶ בּעֶדאַרף איִך”.

קוּמעֶן צוּ איִהם אַרײַן דיִ קיִנדעֶר. זאָגט עֶר זײֵ אָן:

— קיִנדעֶר, אָפּהיִטעֶן זאָלט איִהר דעֶר מאַמעֶ׳ס כָּבוׂד. דאָס ליִכט זאָל בּרעֶנעֶן אוׂיף זײַן אָרט, דעֶר טיִש זאָל שטעֶהן געֶגרײֵט אוׂיף זײַן אָרט, דאָס בּעֶט זאָל בּלײַבּעֶן פעֶרבּעֶט אוׂיף זײַן אָרט. יוׂסֵף חֵיפָא׳ר אוּן שִׁמְעוׂן אֶפְרָתִי — זײֵ האָבּעֶן מיִך בּעֵדיִענט בּײַ מײַן לעֶבּעֶן אוּן זײֵ זאָלעֶן מיִך בּעֶדיִענעֶן נאָך מײַן טוׂיט.

¹) אַ רוימישעֶ קלײֵנעֶ מטבע. ²) שטאַרבּעֶן.

↤ 176

זאָגט עֶר װײַטעֶר; „דיִ חֲכָמֵי־יִשְׂרָאֵל בּעֶדאַרף איִך,

קוּמעֶן צוּ איִהם אַרײַן דיִ חַכְמֵי־יִשְׂרָאֵל. זאָגט עֶר זײֵ אָן:

— איִהר זאָלט אוׂיף מיִר איִן דיִ שטעֶדט קײַן הֶסְפֵּדִים ניִשט מאַכעֶן. נאָך שְלשִׁים ¹) נעֶהמט זיִך צוּריִק צוּ׳ם לעֶרנעֶן איִן דעֶר יְשִׁיבָה. שִׁמְעוׂן מײַן זוּהן זאָל זײַן „חָכָם”, גַמְלִיאֵל מײַן זוּהן — נָשִׂיא, חֲנִינָא בֶּן חָמָא — זאָל זײַן ראשׁ־יְשִׁיבָה.

זאָגט עֶר װיִדעֶר: „מײַן יוּנגעֶרעֶן זוּהן בּעֶדאַרף איִך”.

געֶהט ר׳ שִׁמְעוׂן צוּ איִהם אַרײַן. גיִט איִהם רֶבִּי איִבּעֶר דיִ כְּלָלִים, װיִ דעֶר „חָכָם” דאַרף זיִך בּעֶגעֶהן.

זאָגט עֶר װײַטעֶר: „מײַן עֶלטעֶרעֶן זוּהן בּעֶדאַרף איִך”.

געֶהט ר׳ גַמְלִיאֵל צוּ איִהם אַרײַן. גיִט איִהם רֶבִּי איִבּעֶר דיִ כְּלָלִים װיִ דעֶר נָשִׂיא דאַרף זיִך פיִהרעֶן. „זוּהן מײַנעֶר — האָט עֶר איִהם געֶזאָגט — פיִהר דײַן נְשִׂיאוּת מיִט גרוֹיסקײַט, פעֶרהאַלט זיִך שטרעֶנג צוּ דיִ תַּלְמִידִים”.

דעֶם לעֶצטעֶן טאָג פאַר רֶבִּי׳ס פְּטִירָה האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים אוׂיסגעֶרוּפעֶן אַ תַּעֲנִית אוּן מ׳האָט ניִשט אוׂיפגעֶהעֶרט צוּ תְּפִלָה טהוּן. „װעֶר ס׳װעֶט דעֶר עֶרשטעֶר אָנזאָגעֶן: „רֶבִּי איִז געֶשטאָרבּעֶן — האָט דעֶר עוׂלָם אוׂיסגעֶשריִגעֶן — דעֶר פעֶרדיִענט געֶשטאָכעֶן װעֶרעֶן מיִט אַ שׁװעֶרד”.

געֶהט־אַרוׂיף רֶבִּי׳ס דיִענסט אוׂיפ׳ן דאַך אוּן שטעֶלט זיִך בּעֵטעֶן. „פוּן אוׂיבּעֶן — זאָגט זיִ — פעֶרלאַנגט מעֶן רֶבִּי׳ן אוּן פוּן אוּנטעֶן פעֶרלאַנגט מעֶן רֶבִּי׳ן; הַלְוַאי, רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם, דיִ אוּנטעֶרשטעֶ זאָלעֶן בּײַקוּמעֶן דיִ אוֹיבּעֶרשטעֶ!” נאָכדעֶם װיִ זיִ האָט אָבּעֶר געֶזעֶהן װיִ רֶבִּי לײַדט זעֶהר שטאַרק, האָט זיִ געֶנוּמעֶן בּעֵטעֶן פעֶרקעֶהרט: „הַלְוַאי, רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם, דיִ אוֹיבּעֶרשטעֶ זאָלעֶן בּײַקוּמעֶן דיִ אוּנטעֶרשטעֶ!” דיִ חֲכָמִים אָבּעֶר האָבּעֶן אַלץ ניִשט אוׂיפגעֶהעֶרט תְּפִלָה צוּ טהוּן. האָט זיִ געֶחאַפּט אַ קרוּג אוּן אַראָפּגעֶװאָרפעֶן פוּנ׳ם דאַך. האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים איִבּעֶרגעֶריִסעֶן דיִ׳ תְּפִלָה — אוּן איִן דעֶר װײַלעֶ איִז רֶבִּי׳ן דיִ נְשָמָה אוׂיסגעֶגאַנגעֶן.

הײֵסעֶן דיִ חֲכָמִים בַּר־קַפָּרָא׳ן: „געֶה־אַרײַן, זעֶה װיִ ס׳האַלט, געֶהט עֶר אַרײַן אוּן געֶפוּנט, אַז רֶבִּי איִז שוׂין אוׂיסגעֶגאַנגעֶן. צעֶרײַסט עֶר אוׂיף זיִך דאָס קלײֵד אוּן הוׂיבּט־אָן צוּ קלאָגעֶן מיִט דיִ װעֶרטעֶר:

היִמעֶל־לײֵבּעֶן ²) אוּן עֶרד־פעֶלזעֶן ³)
האָבּעֶן צוּגעֶהאַלטעֶן דעֶם הײֵליִגעֶן אָרוׂן.
בּײַגעֶקוּמעֶן האָבּעֶן היִמעֶל־לײֵבּעֶן דיִ עֶרד־פעֶלזעֶן —
אוּן געֶפאַנגעֶן איִן דעֶר הײֵליִגעֶר אָרוׂן!

— געֶשטאָרבּעֶן? — פרעֶגעֶן זײֵ איִהם דעֶרשראָקעֵנעֶ.

¹) דרײַסיִג טאָג. ²) ד.ה. מלאָכים. ³) צדיקים.

↤ 177

— איִהר זאָגט עֶס — האָט עֶר געֶעֶנטפעֶרט — איִך האָבּ ניִשט געֶזאָגט.

פאַר׳ן אוׂיסגעֶהן האָט רֶבִּי אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן זײַנעֶ צעֶהן פיִנגעֶר געֶגעֶן היִטעֶל: „רִבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם — האָט עֶר אוׂיסגעֶרוּפעֶן — דיִר איִז דאָך גוּט בּעֶװאוּסט װיִ איִך האָבּ זיִך מיִט מײַנעֶ צעֶהן פיִנגעֶר געֶמיִהט איִן דעֶר תּוׂרָה אוּן אַלײֵן ניִשט געֶנאָסעֶן פוּן דעֶר װעֶלט אַפִילוּ מיִט׳ן מיִנדסטעֶן פיִנגעֶריִל, זאָל זײַן דעֶר װיִלעֶן דײַנעֶר, אַז איִך זאָל קוּמעֶן בְּשָלוׂם איִן מײַן רוּה!”

איִז אַרוׂיס אַ בַּת־קוׂל איִן האָט געֶזאָגט:

„עֶר זאָל קוּמעֶן איִן פריִעד, רוּהעֶן זאָל עֶר אוׂיף זײַן לאַגעֶר”.




דעֶם טאָג װאָס רֶבִּי איִז געֶשטאָרבּעֶן האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: „װעֶר ס׳איִז בּײַגעֶװעֶן בּײַ רֶבִּי׳ס פְּטִירָה איִז געֶזיִכעֶרט מיִט עוׂלָם־הַבָּא”.

איִז דאָרט געֶװעֶן אײֵן װעֶשעֶר, װאָס אַלעֶ טאָג פלעֶגט עֶר קוּמעֶן צוּ רֶבִּי׳ן, אוּן גראָד דעֶם טאָג איִז עֶר ניִשט געֶקוּמעֶן. װיִ עֶר האָט דעֶרהעֶרט דעֶם בַּת־קוׂל, איִז עֶר אַרוׂיף אוׂיפ׳ן דאַך אוּן זיִך אַראָפּגעֶװאָרפעֶן אוׂיף דעֶר עֶרד אוּן געֶפאַלעֶן טוׂיט. איִז װיִדעֶר אַרוׂיס אַ בַּת־קוׂל: „דעֶר װעֶשעֶר איִז אוׂיך געֶזיִכעֶרט מיִט עוׂלָם־הַבָּא!”.

↤ 178

רַבִּי חִיָּא.
װיִ מאַכט מעֶן, דיִ תּוֹרָה זאָל ניִשט פעֶרגעֶסעֶן װעֶרק?

אַז ר׳ חִיָּא האָט זיִך אײֵנמאָל צעֶאַמפּעֶרט מיִט ר׳ חֲנִינָא׳ן, האָט איִהם ר׳ חֲנִינָא געֶזאָגט: „מיִט מיִר אַמפּעֶרסטוּ זיִך? װעֶן דיִ תּוׂרָה זאָל חָלִילָה פוּן יוּדעֶן איִנגאַנצעֶן פעֶרגעֶסעֶן װעֶרעֶן, װאָלט איִך דוּרך מײַן שאַרפזיִן זיִ צוּריִק אוׂיפגעֶשטעֶלט”.

זאָגט איִהם ר׳ חִיָא: איִך אָבּעֶר װאָלט געֶמאַכט אַזוׂי, אַז דיִ תּוׂרָה זאָל גאָר קײֵנמאָל ניִשט פעֶרגעֶסעֶן װעֶרעֶן. װײֵסט װאָס איִך װאָלט געֶטהוּן? איִך װאָלט געֶגאַנגעֶן!אוּן פעֶרזײֵעֶט פלאַקס, אוׂיסגעֶפלאָכטעֶן דעֶרנאָך נעֶצעֶן אוּן געֶפאַנגעֶן מיִט זײֵ העֶרשעֶן; מיִט׳ן העֶרשעֶן־פלײֵש װאָלט איִך געֶשפּײַזט יְתוֹמִים אוּן פוּן דעֶר פעֶל אוׂיסגעֶאַרבּײַט פּאַרמעֶט אוּן אוׂיפגעֶשריִבּעֶן פיִנף חוּמָשִׁים פוּן דעֶר תּוׂרָה, אוּן װאָלט זיִך אַװעֶקגעֶלאָזט איִן אַ שטאָדט װאוּ קײַן דַרְדְקֵי־מְלַמְדִים ¹) זעֶנעֶן ניִשטאָ, אוּן װאָלט דאָרטעֶן אוׂיסגעֶלעֶרעֶנט פיִנף קלײֵנעֶ קיִנדעֶר דיִ פיִנף חוּמָשִׁים, יעֶדעֶן אײֵן חוּמָשׁ, אוּן זעֶקס אַנדעֶרעֶ קיִנדעֶר װאָלט איִך אוׂיסגעֶלעֶרעֶנט אוׂיסעֶנװעֵניִג ²) דיִ זעֶקס סְדָרִים ³) מִשְׁנַיוׂת, יעֶדעֶן אײֵן סֵדֶר, אוּן פאַר׳ן אַװעֶקגעֶהן פוּן דאָרט, צוּליִעבּ דאָס זעֶלבּעֶ איִן אַ צװײֵטעֶר שטאָדט, װאָלט איִך זײֵ אָנגעֶזאָגט: „בּיִז איִך װעֶל אַהעֶר צוּריִקקוּמעֶן זאָל יעֶדעֶר פוּן אײַך אוׂיסלעֶרנעֶן דעֶם צװײֵטעֶן דאָס װאָס עֶר קעֶן”. אוּן אַזוׂי אַרוּם װאָלט איִך געֶמאַכט דיִ תּוֹרָה זאָל קײֵנמאָל ניִשט פעֶרגעֶסעֶן װעֶרעֶן פוּן יוּדעֶן.

אוּן דעֶרפאַר האָט רֶבִּי אײֵנמאָל אוׂיסגעֶרוּפעֶן: „װיִ גרוׂיס זעֶנעֶן חִיָא׳ס מַעֲשִׂים י” האָט איִהם אוׂיף דעֶם געֶפרעֶגט זײַן זוּהן ר׳ שִׁמְעוׂן: „װאָס, גרעֶסעֶר אַפילוּ פוּן דײַנעֶ?”

— יאָ — האָט עֶר איִהם געֶעֶנטפעֶרט.

¹) לעֶרנעֶן פוּן קלײֵנעֶ קיִנדעֶר. ²) דעֶם משניוֹת אַלס תּוֹרה שבּעל־פּה (מיִנדליִכעֶ לעֶהרעֶ) האָט מעֶן איִן יעֶנעֶר צײַט ניִשט געֶטאָרט אוֹיפשרײַבּען. ³) טהײֵלעֶן.

↤ 179

פאַר רַחְמָנוּת.

אַז ס׳איִז געֶקוּמעֶן דיִ צײַט ר׳ חִיָא זאָל געֶהן פוּן דעֶר װעֶלט, האָט דעֶר מַלְאָך־הַמָוֶת צוּ איִהם ניִשט געֶקעֶנט צוּטרעֶטעֶן. פעֶרשטעֶלט זיִך דעֶר מַלְאָך־הַמָוֶת פאַר אַן אָרוּמאַן, קוּמט צוּ ר׳ חִיָא׳ן, קלאַפּט־אָן איִהם איִן טהיִר אוּן בּעֵט זיִך: „טראָגט מיִר אַרוׂיס אַ שטיִקעֶל בּרוׂיט”. טראָגט מעֶן איִהם אַרוׂיס. רוּפט זיִך אָן דעֶר מַלְאָך־הַמָוֶת צוּ ר׳ חִיָא׳ן: „אוׂיף אַן אָרוּמאַן האָסטוּ יאָ רַחְמָנוּת, הײַנט פאַר װאָס זאָלסטוּ אוׂיף מיִר קײַן רַחְמָנוּת ניִשט האָבּעֶן?” — אוּן דעֶרבּײַ בּעֶװײַזט עֶר איִהם אַ פײַעֶרדיִגעֶ ריִט.

ר׳ חִיָא האָט נאָכדעֶם בּאַלד איִבּעֶרגעֶגיִבּעֶן דעֶם מַלְאָך־הַמָוֶת דיִ נְשָמָה זײַנעֶ.

ר׳ היִא׳ס שטוּהל.

רַב חֲבִיבָא האָט דעֶרצעֶהלט:

— איִך האָבּ געֶקעֶנט אײֵנעֶם אַ תַּלְמִיד־חָכָם, װאָס אֵלִיָהוּ הַנָבִיא פלעֶגט אָפט קוּמעֶן צוּ איִהם, האָבּ איִך בּעֶמעֶרקט, אַז איִן דעֶר פריִה זעֶנעֶן בּײַ איִהם דיִ אוׂיגעֶן שעֶהן אוּן אַז ס׳קוּמט דעֶר אָבעֶנד זעֶהעֶן זײֵ אוׂיס װיִ אָפּגעֶבּרעֶנט פוּן פײַעֶר. פרעֶג איִך איִהם: פאַר װאָס איִז דאָס אַזוׂי? דעֶרצעֶהלט עֶר מיִר אַזוׂי: אײֵנמאָל האָבּ איִך געֶבּעֵטעֶן כלל אֵלִיָהוּ׳ן: „בּעֶװײַז מיִר דיִ חֲכָמִים אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט, װיִ זײֵ הוׂיבּעֶן זיִך אוׂיף איִן דעֶר היִמעֶלשעֶר יְשִׁיבָה”. זאָגט עֶר מיִר: גוּט, נאָר איִן אַלעֶ מעֶגסטוּ זיִך אײַנקוּקעֶן, אוׂיסעֶר דיִ שטוּהל װאוּ ר׳ חִיָא זיִצט, איִן דעֶם זאָלסטוּ זיִך ניִשט אײַנקוּקעֶן. פרעֶג איִך איִהם: גיִבּ מיִר אַ סִימָן, װיִ אַזוׂי איִך זאָל דעֶרקעֶנעֶן. זאָגט עֶר מיִר: „דעֶם סִימָן זאָלסטוּ האָבּעֶן: אַלעֶ בּײַ׳ם אוׂיפהוׂיבּעֶן זיִך אוּן אַראָפּלאָזעֶן זיִך, געֶהעֶן־מיִט מַלְאָכִים מיִט זײֵ, נוּר אײֵן ר׳ חִיָא איִן זײַן שטוּהל הוׂיבּט זיִך אוׂיף אוּן לאָזט זיִך אַראָפּ פוּן זיִך אַלײֵעֶן”. האָבּ איִך זיִך אָבּעֶר ניִשט געֶקעֶנט אײַנהאַלטעֶן אוּן זיִך יאָ אײַנגעֶקוּקט. זעֶנעֶן אַרוׂיס צװײֵ פײַעֶרדיִגעֶ פיִנקעֶן, אַ קלאַפּ געֶטהוּן מיִר איִן פָּנִים אוּן מיִר בּליִנד געֶמאַכט. בּיִן איִך אוׂיף מאָרגעֶן אַװעֶקגעֶגאַנגעֶן אוּן זיִך אַװעֶקגעֶלעֶגט אוׂיף ר׳ חִיָא׳ס קֵבֶר איִן דעֶר הײֵהל אוּן געֶשריִגעֶן: „רֶבִּי, דײַן מִשְׁנָה לעֶרעֶן איִך!” ¹) — בּיִן איִך בּאַלד געֶנעֶזעֶן געֶװאָרעֶן.

¹) ר׳ חיא, דעֶר גרעֶסטעֶר פוּן רבּי׳ס תּלמידים, האָט װיִ רבּי אַלײֵן אוׂיך געֶזאַמעֶלט משנוׂת, װעֶלכעֶ זעֶנעֶן בּעֶװאוּסט מיִט׳ן נאָמעֶן „ר׳ חיא׳ס משנוֹת”.

↤ 178

רַבִּי יוֹחָנָן אוּן רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן לָקִישׁ (רֵישׁ־לָקִישׁ).
רַבִּי יוֹחָנָן׳ס שעֶהנקײַט.

ר׳ יוֹחָנָן האָט געֶזאָגט אוׂיף זיִך:

— איִך בּיִן געֶבּליִבּעֶן דעֶר לעֶצטעֶר פוּן יְרוּשָׁלַיִמ׳עֶר שעֶהנעֶ מעֶנשעֶן.

װעֶר ס׳װיִל זיִך פאָרשטעֶלעֶן ר׳ יוֹחָנָן׳ס שעֶהנקײַט, זאָל עֶר נעֶהמעֶן אַ בּעֶכעֶר פוּן רײֵן זיִלבּעֶר, איִהם אָנלעֶגעֶן פוּל מיִט קעֶרעֶנדליִך פוּן אַ רוׂיטעֶן מיִלגרוׂים, אַרוּמלעֶגעֶן איִהם פוּן אוׂיבּעֶן מיִט אַ קרעֶנציִל פוּן רוׂיטעֶ רוֹיזעֶן אוּן דאָס אַװעֶקשטעֶלעֶן צװיִשעֶן זוּן אוּן שׂאָטעֶן — דעֶר אָפּגלאַנץ פוּן דעֶם װעֶט דעֶרמאָהנעֶן ר׳ יוֹחָנָן׳ס שעֶהנקײַט.

געֶװײֵנט צוּזאַמעֶן.

ר׳ אֶלְעָזָר איִז אַלעֶמאָל קראַנק געֶװאָרעֶן. קוּמט אַרײַן צוּ איִהם ר׳ יוֹחָנָן, זעֶהט עֶר װיִ דעֶר קראַנקעֶר ליִגט איִן אַ פיִנסטעֶרעֶן ציִמעֶר, דעֶקט־אוׂיף ר׳ יוֹחָנָן זײַן אָרט — האָט איִן שטוּבּ אַ שײַן געֶטהוּן אַ ליִכט. דעֶרזעֶהט עֶר טרעֶהרעֶן איִן דיִ אוׂיגעֶן פוּן ר׳ אֶלְעָזָר, פרעֶגט עֶר איִהם: פאַר װאָס װײֵנסטוּ? אוׂיבּ דעֶרפאַר װאָס דוּ האָסט אֶפְשַׁר װעֵניִג געֶלעֶרעֶנט — האָבּעֵן דאָך דיִ חֲכָמִים שוׂין לאַנג געֶזאָגט: „אײֵנעֶר מעֶהר, אײֵנעֶר װעֶניִגעֶר, אַבּיִ דאָס האַרץ זאָל זײַן צוּ גאָט”; אוּן אוׂיבּ פאַר נוׂיטבּעֶדעֶרפטיִגקײַט — ניִשט יעֶדעֶן איִז בּעֶשעֶרט צוּ זיִצעֶן בּײַ בּײֵדעֶ טיִשעֶן ¹); אוׂיבּ אָבּעֶר אוׂיף קיִנדעֶר — זעֶה, דאָ איִז דאָס בּײֵנדעֶלעֶ פוּן מײַן צעֶהנטעֶן זוּהן ²).

— אוׂיף אָט דעֶם שעֶהנקײַט, װאָס װעֶט פוֹילעֶן איִן דעֶר עֶרד, װײֵן איִך — עֶנטפעֶרט ר׳ אֶלְעָזָר.

¹) ד.ה. פעֶרמאָגעֶן תּוׂרָה מיִט עשירוֹת צוּזאַמעֶן. ²) צעֶהן קיִנדעֶר האָט ר׳ יוֹחנן געֶהאַט אוּן זעֶנעֶן אַלעֶ געֶשטאָרבּעֶן בּײַ זײַן לעֶבּעֶן, פלעֶגט עֶר טראָגעֶן מיִט זיִך אַ צעֵהנדיִל פוּנ׳ם לעֶצטעֶן קיִנד צוּ׳ם אַנדעֶנק.

↤ 181

— אוׂיף דעֶם מעֶגסטוּ אַוַדְאִיִ װײֵנעֶן — זאָגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן, אוּן זײֵ האָבּעֶן געֶװײֵנט צוּזאַמעֶן.

איִן דעֶם גיִט איִהם ר׳ יוֹחָנָן אַ פרעֶג: „נעֶהמסטוּ׳־אָן פאַר ליִעבּ דיִ יִסוּרִים?”

— ניִשט זײֵ, ניִשט זײֵעֶר לוׂין — עֶנטפעֶרט ר׳ אֶלְעָזָר.

זאָגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן: „גיִבּ מיִר דײַן האַנד”.

גיִט איִהם דעֶר קראַנקעֶר זײַן האַנד — אוּן ר׳ יוחָנָן האָט איִהם געֶשטעֶלט אוׂיף דיִ פיִס.

תּוׂרָה אוּן סְחוׂרָה.

אִילְפָא אוּן ר׳ יוֹחָנָן האָבּעֶן צוּזאַמעֶן געֶלעֶרעֶנט תּוׂרָה, אוּן בּײֵדעֶ זעֶנעֶן געֶװעֶן זעֶהר נוׂיטבּעֶדעֶרפטיִג. רוּפט זיִך אָן אײֵנעֶר צוּ׳ם אַנדעֶרעֶן: לאָמיִר נעֶהמעֶן זיִך אָפּגיִבּעֶן מיִט מִסְחָר, װעֶלעֶן מיִר אוׂיף זיִך אוׂיספיִהרעֶן דיִ װעֶרטעֶר פוּן דעֶר תּוׂרה: „נאָר קײַן נוׂיטבּעֶדעֶרפטיִגעֶר װעֶט בּײַ דיִר ניִשט זײַן”. לאָזעֶן זײֵ זיִך איִן װעֶג, איִז זײֵ אוׂיסגעֶקוּמעֶן זיִך זעֶצעֶן עֶסעֶן אוּנטעֶר אַ פוׂילעֶר װאַנד. קוּמעֶן אַהיִן צװײֵ מַלְאָכִים; העֶרט ר׳ יוֹחָנָן, װיִ אײֵנעֶר פוּן זײֵ זאָגט צוּ׳ם אַנדעֶרעֶן: „לאָמיִר אוּמװאַרפעֶן אוׂיף זײֵ דיִ װאַנד אוּן זײֵ טוׂיטעֶן, דעֶרפאַר װאָס זײֵ לאָזעֶן־אַװעֶק דאָס אײֵבּיִגעֶ לעֶבּעֶן אוּן גיִבּעֶן זיִך אָפּ מיִט צײַטװײַליִג לעֶבּעֶן”. זאָגט דעֶר אַנדעֶרעֶר: „לאָז זײֵ צוּרוּה, צװיִשעֶן זײֵ איִז פאַרהאַן אײֵנעֶר װאָס דאָס מַזָל שטעֶהט איִהם בּײַ”.

פרעֶגט ר׳ יוֹחָנָן אִילְפָא׳ן: „דוּ האָסט געֶהעֶרט?”

— נײֵן — עֶנטפעֶרט עֶר.

טראַכט זיִך ר׳ יוֹחָנָן: „װיִבּאַלד איִך האָבּ געֶהעֶרט אוּן אִילְפָא ניִשט, װײַזט־אוׂיס אַז מיִר שטעֶהט עֶס בּײַ דאָס מַזָל” — אוּן זאָגט צוּ אִילְפָא׳ן: בּײַ מיִר איִז געֶבּליִבּעֶן זיִך אוּמקעֶהרעֶן צוּריִק אוּן אוׂיספיִהרעֶן אוׂיף זיִך דיִ אַנדעֶרעֶ װעֶרטעֶר פוּן דעֶר תּוׂרָה: „קײַן נוׂיטבּעֶדעֶרפטיִגעֶר װעֶט ניִשט אוׂיספעֶהלעֶן פוּן דעֶר עֶרד”.

האָט זיִך ר׳ יוֹחָנָן צוּריִקגעֶקעֶהרט אַלײֵן אָהן אִילְפָא׳ן. אוּן בּיִז אִילְפָא איִז געֶקוּמעֶן צוּריִק פוּנ׳ם האַנדעֶל איִז ר׳ יוֹחָנָן געֶקרוׂינט געֶװאָרעֶן פאַר ראשׁ־יְשִיבָה. זאָגט מעֶן אִילְפָא׳ן: „װעֶן דוּ זאָלסט דיִ גאַנצעֶ צײַט געֶװעֶן זיִצעֶן אוּן לעֶרנעֶן װאָלט מעֶן דעֶן ניִשט דיִך געֶקרוׂינט פאַר ראשׁ־יְשִיבָה?” געֶהט עֶר אוּן קלעֶטעֶרט־אַרוׂיף אוׂיפ׳ן זיִגעֶל־בּוֹים פוּן דעֶר שיִף אוּן רוּפט־אוׂיס: „זאָל מעֶן קוּמעֶן מיִך פרעֶגעֶן װאָס מעֶן װיִל פוּן ר׳ חִיָא אוּן ר׳ אוֹשַׁעְיָא׳ס מִשְׁנוׂת, אוּן אוׂיבּ איִך װעֶל עֶס ניִשט אוׂיסדריִנגעֶן פוּן אוּנזעֶר מִשְׁנָה — װאַרף איִך מיִך אַראָפּ פוּנ׳ם זיִגעֶל־בּוׂים אוּן דעֶרטריִנק זיִך”.

↤ 182

אַ גוּטעֶר בּײַט.

ר׳ יוֹחָנָן האָט אײֵנמאָל געֶשפּאַציִרט פוּן טְבֶרְיָא אַרײַף קײַן צִפּוֹרִי ¹), איִז עֶר געֶגאַנגעֶן אָנגעֶשפּאַרט אוׂיפ׳ן אַקסעֶל פוּן זײַן תַּלְמִיד ר׳ חִיָא בַּר אַבָּא. געֶהעֶן זײֵ פעֶרבּײַ אַ שטיִק לאַנד, זאָגט ר׳ יוֹחָנָן צוּ זײַן תַּלְמִיד: „דוּ זעֶהסט דאָס שטיִק לאַנד — מײַנס איִז עֶס געֶװעֶן, האָבּ איִך עֶס פעֶרקוׂיפט, װײַל איִך האָבּ געֶװאָלט זיִך איִבּעֶרגיִבּעֶן איִנגאַנצעֶן דעֶר תּוׂרָה”. דעֶרנאָך געֶהעֶן זײֵ פעֶרבּײַ אַ װעֶלדיִל פוּן אײֵלבּיִרטעֶן. „זעֶהסטוּ דאָס װעֶלדיִל פוּן אײֵלבּיִרטעֶן — זאָגט ר׳ יוֹחָנָן װיִדעֶר — דאָס איִז אוׂיך געֶװעֶן מײַנס, האָבּ איִך עֶס פעֶרקוׂיפט, װײַל איִך האָבּ געֶװאָלט זיִך איִבּעֶרגיִבּעֶן איִנגאַנצעֶן דעֶר תּוׂרָה”. צוּ׳ם לעֶצט איִז זײֵ אוׂיסגעֶקוּמעֶן צוּ געֶהן פעֶרבּײַ אַ װײַנגאָרטעֶן. „זעֶהסטוּ דעֶם װײַנגאָרטעֶן — זאָגט װײַטעֶר ר׳ יוֹחָנָן — דאָס איִז אוׂיך מײַנס געֶװעֶן, האָבּ איִך עֶס פעֶרקוׂיפט, װײַל איִך האָבּ געֶװאָלט זיִך איִבּעֶרגיִבּעֶן איִנגאַנצעֶן דעֶר תּוֹרָה”.

הײֵבּט ר׳ חִיָא אָן װײֵנעֶן, פרעֶגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן:

— װאָס װײֵנסטוּ?

— איִך װײֵן אוׂיף דעֶם — עֶנטפעֶרט ר׳ חִיָא- װאָס דוּ האָסט זיִך אוׂיף דעֶר עֶלטעֶר גאָרניִשט איִבּעֶרגעֶלאָזט.

רוּפט זיִך אָן ר׳ יוֹחָנָן: „חִיָא מײַן זוּהן! אוּן דאָס איִז בּײַ דיִר אַ קלײֵניִגקײַט, װאָס פעֶרקוׂיפט האָבּ איִך אַ זאַך װאָס איִז בּעֶקוּמעֶן געֶװאָרעֶן איִן זעֶקס טעֶג צײַט, אוּן עֶרװאָרבּעֶן האָבּ איִך אַזאַ זאַך װאָס איִז בּעֶקוּמעֶן געֶװאָרעֶן נאָך פעֶרציִג טאָג צײַט. דיִ װעֶלט איִנגאַנצעֶן איִז בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן ניִשט מעֶהר װיִ איִן זעֶקס טעֶג, דיִ תּוׂרָה אָבּעֶר איִז געֶגיִבּעֶן געֶװאָרעֶן איִן פעֶרציִג טעֶג.

רֵישׁ־לָקִישׁ צװיִשעֶן װיִלדעֶ.

רֵישׁ־לָקִישׁ האָט זיִך פאַר נוׂיט פעֶרקוֹיפט צוּ װיִלדעֶ. דעֶרװאוּסט עֶר זיִך אײֵנמאָל, אַז עֶר איִז גאָר אַרײַנגעֶפאַלעֶן צוּ מעֶנשעֶנפרעֶסעֶר איִן דיִ העֶנד, אוּן בּײַ זײֵ איִז שוׂין בּעֶשטיִמט דעֶר טאָג װעֶן איִהם צוּ טוׂיטעֶן. טראַכט עֶר זיִך: „דעֶם לעֶצטעֶן טאָג פאַר׳ן טוׂיט טהוּעֶן דיִ װיִלדעֶ דעֶם מעֶנשעֶן װאָס איִז צוּ זײֵ אַרײַנגעֶפאַלעֶן אַלץ װאָס זײַן האַרץ גלוּסט, כְּדֵי דאָס בּלוּט זײַנס זאָל זײַן בּעֶ׳טַעַם׳טעֶר”. נעֶהמט עֶר אוּן גרײֵט־אָן אַ לאָגעֶל מיִט אַ שטײֵן בּעֶהאַלטעֶן איִנװײֵניִג. װיִ ס׳איִז געֶקוּמעֶן זײַן לעֶצטעֶר טאָג, זאָגט עֶר זײֵ: „טהוּט מיִר צוּליִעבּ אָט װאָס, לאָזט זיִך איִך זאָל אײַך אַלעֶ בּוּנדעֶן אוּן אַװעֶקזעֶצעֶן אוּן אָפּלאָזעֶן יעֶדעֶן פוּן אײַך אַנדעֶרהאַלבּעֶן קלעֶפּ מיִט אָט דעֶם דאָזיִגעֶן לאָגעֶל”. טהוּעֶן זײֵ איִהם עֶס צוּליִעבּ, אוּן לאָזעֶן זיִך ↰ 183 בּוּנדעֶן אוּן זיִך אוׂיסזעֶצעֶן. אוּן װיִ נוּר יעֶדעֶר פוּן זײֵ האָט בּעֶקוּמעֶן פוּן רֵישׁ־לָקִישׁ׳עֶן דעֶם עֶרשטעֶן קלאַפּ — איִז עֶר געֶבּליִבּעֶן ליִגעֶן װיִ טוׂיט אוּן האָט פאַר װעֶהטיִג אוּן צאָרן געֶנוּמעֶן קריִצעֶן מיִט דיִ צײֵהן.

¹) אַ שטאָדט ניִשט װײַט פוּן טבריא, געֶבּוֹיעֶט אוֹיף אַ שפּיִץ בּאַרג.

— דוּ לאַכסט גאָר פוּן מיִר? — זאָגט איִהם רֵישׁ־לָקִישׁ — װאַרט־אוֹיס, דוּ האָסט נאָך בּײַ מיִר אַ האַלבּעֶן קלאַפּ.

אוּן אַזוׂי אַרוּם האָט עֶר דיִ אוׂיסגעֶ׳הַרְג׳עֶט בּיִז אײֵנעֶם.

קראַפט צוּ תּוׂרָה.

ר׳ יוֹחָנָן האָט זיִך אײֵנמאָל געֶבּאָדעֶן איִן יַרְדֵן. דעֶרזעֶהט רֵישׁ־לָקִישׁ פוּן יעֶנעֶר זײַט יַרְדֵן זײַן שעֶהן לײַבּ, גיִט עֶר אַ שפּריִנג מיִט גרוׂיס האַסט גלײַך צוּ איִהם איִן יַרְדֵן אַרײַן. זאָגט צוּ איִהם ר׳ יוֹחָנָן: „דײַן קראַפט פּאַסט צוּ תּוׂרָה”. עֶנטפעֶרט איִהם רֵישׁ־לָקִישׁ: „דײַן שעֶהנקײַט פּאַסט פאַר פרוׂיעֶן”. זאָגט איִהם ר׳ יוֹחָנָן װיִדעֶר: „אוׂיבּ דוּ װעֶסט זיִך שטעֶלעֶן אוׂיפ׳ן רעֶכטעֶן װעֶג, װעֶל איִך דיִר גיִבּעֶן פאַר אַ פרוׂי מײַנעֶ אַ שװעֶסטעֶר, װאָס זיִ איִז פיִעל שעֶהנעֶר פוּן מיִר”. נעֶהמט עֶס רֵישׁ־לָקִישׁ אָן. װיִל עֶר אַ שפּריִנג טהוּן צוּריִק בּרײֵנגעֶן זײַנעֶ זײַכעֶן — קעֶן עֶר שוׂין ניִשט: דיִ גאַנצעֶ פריִהעֶריִגעֶ קראַפט האָט זיִך פוּן איִהם מיִט אַמאָל אָפּגעֶטוּהן ¹). דעֶרנאָך האָט ר׳ יוֹחָנָן אַ צײַט געֶלעֶרעֶנט מיִט רֵישׁ־לָקִישׁ׳עֶן בּיִז עֶר איִז געֶװאָרעֶן גרוׂיס איִן לעֶרנעֶן.

רַב כַּהֲנָא בּײַ רַבִּי יוֹחָנָן.

אַז רַב כַּהֲנָא האָט געֶמוּזט צוּליִעבּ אַ מַעֲשֶׂה אַװעֶק פוּן בָּבֶל קײַן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל, האָט איִהם זײַן רֶבִּי רַב אָנגעֶזאָגט: „אַז דוּ װעֶסט קוּמעֶן איִן ר׳ יוֹחָנָן׳ס שוּלעֶ זאָלסטוּ זיִבּעֶן יאָהר דוּרכאַנאַנד זיִך אײַנהאַלטעֶן ניִשט פרעֶגעֶן ר׳ יוֹחָנָן בּײַ׳ם לעֶרנעֶן מיִט דיִ תַּלְמִידִים קײַן קַשְׁיוׂת”. געֶקוּמעֶן איִן ר׳ יוֹחָנָן׳ס בֵּית־הַמֶדְרָש, טרעֶפט דאָרט רַב כַּהֲנָא װיִ תַּלְמִידִים זיִצעֶן אוּן רֵישׁ־לָקִישׁ לעֶרעֶנט מיִט זײֵ אײַן ר׳ יוֹחָנָן׳ס שִׁיעוּר ²) פוּן יעֶנעֶם טאָג. רַב כַּהֲנָא אָבּעֶר האָט ניִשט געֶװאוּסט װעֶר דאָס איִז, דעֶרפרעֶגט עֶר זיִך: „װאוּ איִז דאָ רֵישׁ־לָקִישׁ?” פרעֶגעֶן איִהם דיִ תַּלְמִידִים: „צוּ װאָס דאַרפסטוּ איִהם?” עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: „אוׂיף דיִ אוּן דיִ װעֶרטעֶר פוּן ר׳ יוֹחָנָן קעֶן מעֶן אָפּפרעֶגעֶן אַזוׂי אוּן אַזוׂי אוּן אָפּעֶנטפעֶרעֶן אַזוׂי אוּן אַזוׂי”. גיִט מעֶן עֶס איִבּעֶר רֵישׁ־לָקִישׁ׳עֶן.

געֶהט רֵישׁ־לָקִישׁ אוּן דעֶרצעֶהלט ר׳ יוֹחָנָן: „אַ לײֵבּ — זאָגט עֶר — איִז אָנגעֶקוּמעֶן פוּן בָּבֶל; צוּ מאָרגעֶנדיִגעֶר דְרָשָׁה דאַרפסטוּ זיִך גוּט צוּגרײֵטעֶן”.

¹) װײַל עֶר האָט געֶנוּמעֶן אוׂיף זיִך דעֶם יאָך פוּן דעֶר תּוׂרה. ²) דרשה, לעֶקציִאן.

אוׂיף מאָרגעֶן בּײַ׳ם שִׁיעוּר האָט מעֶן רַב כַּהֲנָא׳ן אַניִדעֶרגעֶזעֶצט פאַר ↰ 184 ר׳ יוֹחָנָן איִן דעֶר עֶרשטעֶר שׁוּרָה תַּלְמִידִים ¹). זאָגט ר׳ יוֹחָנָן אָפּ אײֵן הֲלָכָה — אוּן רַב כַּהֲנָא פרעֶגט איִהם ניִשט אָפּ, אַ צװײֵטעֶ — אוּן עֶר פרעֶגט אַלץ ניִשט אָפּ. האָט מעֶן איִהם אָנגעֶהוׂיבּעֶן אַראָפּרוּקעֶן צוּריִק, װאָס װײַטעֶר — מיִט אַ שוּרָה ניִדריִגעֶר, בּיִז מ׳האָט איִהם איִבּעֶרגעֶזעֶצט איִן דעֶר זיִבּעֶטעֶר, גאָר דעֶר לעֶצטעֶר, שׁוּרָה.

רוּפט זיִך אָן ר׳ יוֹחָנָן צוּ רֵישׁ־לָקִישׁ׳עֶן: „פוּנ׳ם לײֵבּ דײַנעֶם האָט זיִך גאָר אוׂיסגעֶלאָזט אַ פוּקס”.

קעֶן זיִך שׁוׂין רַב כַּהֲנָא מעֶהר ניִשט אײַנהאַלטעֶן אוּן טראַכט זיִך: „זאָלעֶן דיִ זיִבּעֶן שׁוּרוׂת בּעֶשטעֶהן פאַר דיִ זיִבּעֶן יאָהר, װאָס רַב האָט מיִר אָנגעֶזאָגט”. אוּן בּאַלד שטעֶלט עֶר זיִך אוׂיף דיִ פיִס אוּן זאָגט:

— זאָל דעֶר רֶבִּי מוׂחֵל זײַן אָנהוׂיבּעֶן דעֶם שִׁיעוּר נאָכאַמאָל פוּן דאָס נײַ.

זאָגט ר׳ יוֹחָנָן איִבּעֶר נאָכאַמאָל דיִ עֶרשטעֶ הֲלָכָה — אוּן רַב כַּהֲנָא פרעֶגט איִהם אָפּ. דיִ צװײֵטעֶ, אוּן עֶר פרעֶגט איִהם װיִדעֶר אָפּ — אוּן אַזוׂי, בּיִז מ׳האָט רַב כַּהֲנָא׳ן איִבּעֶרגעֶפיִהרט צוּריִק איִן דעֶר עֶרשטעֶר שׁוּרָה. דעֶר אַלטעֶר ר׳ יוֹחָנָן איִז געֶזעֶסעֶן, װיִ דעֶר שטײֵגעֶר, אוׂיבּעֶן־אָן אוׂיף זיִבּעֶן קיִשעֶליִך. אוּן װיִ רַב כַּהֲנָא האָט געֶנוּמעֶן איִהם אָפּװעֶנדעֶן מיִט האַרבּעֶ קַשְׁיוׂת, האָט עֶר נאָך יעֶדעֶר קַשְׁיָא אַרוׂיסגעֶשלעֶפּט פוּן אוּנטעֶר זיִך ציִ אײֵן קיִשעֶלעֶ — בּיִז עֶר איִז געֶבּליִבּעֶן זיִצעֶן גלײַך מיִט אַלעֶ תַּלְמִידִים אוׂיף דעֶר עֶרד.

ר׳ יוֹחָנָן האָט געֶהאַט גרוׂיסעֶ בּרעֵמעֶן, רוּפט עֶר זיִך אָן צוּ דיִ תַּלְמִידִים: „הוׂיבּט מיִר אוׂיף דיִ בּרעֶמעֶן מײַנעֶ, לאָמיִך אוׂיף איִהם אַ קוּק טהוּן”. האָט מעֶן איִהם אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן דיִ בּרעֶמעֶן מיִט אַ זיִלבּעֶרנעֶם אוׂיגעֶן־פּוּצשטיִפט. דעֶרזעֶהט עֶר, װיִ בּײַ רַב כַּהֲנָא׳ן זעֶנעֶן דיִ ליִפּעֶן צעֶנוּמעֶן. מײֵנט ר׳ יוֹחָנָן, אַז יעֶנעֶר לאַכט פוּן איִהם, װעֶרט עֶר בּײַ זיִך זעֶהר אַראָפּגעֶפאַלעֶן — איִז רַב כַּהֲנָא געֶשטראָפט געֶװאָרעֶן אוּן געֶשטאָרבּעֶן.

אוׂיף מאָרגעֶן זאָגט ר׳ יוֹחָנָן צוּ זײַנעֶ תַּלְמִידִים: „האָט איִהר בּעֶמעֶרקט װאָס יעֶנעֶר בָּבֶל׳עֶר האָט אָפּגעֶטהוּן?” עֶרקלעֶרט מעֶן איִהם, אַז דאָס איִז בּײַ רַב כַּהֲנָא׳ן געֶװעֶן אַזאַ געֶװאוׂינהײַט, האַלטעֶן שטעֶנדיִג דיִ ליִפּעֶן צעֶנוּמעֶן. געֶהט ר׳ יוֹחָנָן אַװעֶק צוּ דעֶר הײֵהל, װאוּ רַב כַּהֲנָא איִז דאָרט געֶליִגעֶן בּעֶהאַלטעֶן, געֶפיִנט עֶר אַ שלאַנג פעֶרװיִקעֶלט אַרוּם דעֶם אַרײַנגאַנג. רוּפט עֶר זיִך אָן צוּ׳ם שלאַנג:

— עֶפעֶן דײַן מוׂיל אוּן לאָז אַרײַן דעֶם רֶבִּי׳ן צוּ׳ם תַּלְמִיד.

¹) דיִ תּלמידים פלעֶגעֶן זיִצעֶן פאַר׳ן רבּי׳ן אוׂיף דעֶר עֶרד שוּרוׂת־װײַז, אײֵנעֶ אוּנטעֶר דיִ אַנדעֶרעֶ, דיִ בּעֶסעֶרעֶ איִן דיִ פעֶדעֶרשטעֶ שוּרוׂת.

↤ 185

עֶפעֶנט עֶר ניִשט.

— לאָז אַרײַן דעֶם חַבֵר צוּ׳ם חַבֵר.

עֶפעֶנט עֶר ניִשׁט.

— לאָז אַרײַן דעֶם תַּלְמִיד צוּ׳ם רֶבִּי׳ן.

האָט עֶר געֶעֶפעֶנט. איִז ר׳ יוֹחָנָן אַרײַן איִן הײֵהל אוּן האָט דאָרט אַזוׂי לאַנג גאָט געֶבּעֵטעֶן בּיִז רַב כַּהֲנָא איִז אוׂיפגעֶלעֶבּט געֶװאָרעֶן. רוּפט זיִך אָן ר׳ יוֹחָנָן: „װעֶן איִך װײֵס פריִהעֶר אַז דאָס איִז בּײַ דיִר אַזאַ געֶװאוׂינהײַט — װאָלט עֶס מיִר ניִשט געֶאַהרט. איִצט הוׂיבּ זיִך אוׂיף אוּן קוּם מיִט אוּנז”.

זאָגט איִהם רַב כַּהֲנָא: „אוׂיבּ דוּ קעֶנסט גאָט בּעֵטעֶן פאַר מיִר איִך זאָל נאָכאַמאָל ניִשט שטאַרבּעֶן — געֶה איִך מיִט אײַך; אוׂיבּ אָבּעֶר ניִשט — געֶה איִך ניִשט; געֶנוּג פאַר מיִר אַז איִך האָבּ אײֵנמאָל פעֶרזוּכט דעֶם טַעַם פוּן שטאַרבּעֶן”.

האָט איִהם ר׳ יוֹחָנָן אוׂיפגעֶמוּנטעֶרט אוּן געֶשטעֶלט אוׂיף דיִ פיִס.

דעֶרנאָך האָט ר׳ יוֹחָנָן געֶפרעֶגט בּײַ רַב כַּהֲנָא׳ן װיִ נוּר אַ האַרבּעֶ שַׁאֲלָה װאָס עֶר האָט געֶהאַט, אוּן דעֶר האָט איִהם אוׂיף אַלס געֶגיִבּעֶן אַ קלאָרעֶ תְּשׁוּבָה.

אוּן דעֶרפאַר פלעֶג ר׳ יוֹחָנָן זאָגעֶן זײַנעֶ תַּלְמִידִים: „איִהר מײֵנט אײַעֶרס ¹) זאָג איִך — זײֵעֶרס ²) איִז עֶס”.

„װאוּ בּיִסטוּ, בֶּן־לָקִישׁ”.

איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ איִז אײֵנמאָל פאָרגעֶקוּמעֶן צװיִשעֶן דיִ חֲכָמִים אַזאַ מַחְלוֹקֶת: שאַרפעֶ כֵּלִים, װיִ אַ שװעֶרד, מעֶסעֶר, דעֶגעֶן, שפּיִז, האַנד־זיִכעֶל אוּן שגיִט־זיִכעֶל — פוּן װעֶן אָן װעֶרעֶן זײֵ געֶאײֵגעֶנט צוּצוּנעֶהמעֶן טוּמְאָה? פעֶרשטעֶהט זיִך, נאָכ׳ן פאַרטיִג װעֶרעֶן איִנגאַנצעֶן. װעֶן הײֵסט אָבּעֶר בּײַ זײֵ פאַרטיִג געֶװאָרעֶן? האָט ר׳ יוֹחָנָן געֶזאָגט: נאָכ׳ן אוׂיסגליִהעֶן זײֵ איִן אוׂיבעֶן, אוּן רֵישׁ־לָקִישׁ: נאָכ׳ן אָפּלעֶשעֶן זײֵ איִן װאַסעֶר. רוּפט זיִך אָן ר׳ יוֹחָנָן: „געֶװיִס איִז אַ רוׂיבּעֶר איִן זײַן געֶצײַג געֶניִטעֶר”! ³) עֶנטפעֶרט איִהם רֵישׁ־לָקִישׁ אָפּ:

— װאָס פאַר אַ טוֹבָה,מײֵנסטוּ, האָסטוּ מיִר דאָ אַזוׂי געֶטהוּן? דאָרט ⁴) האָט מעֶן מיִך געֶרוּפעֶן „רֶבִּי” אוּן דאָ רוּפט מעֶן מיִך „רֶבִּי”.

— אַ געֶנוּגעֶ טוׂבָה האָבּ איִך דיִר געֶטהוּן, װאָס איִך האָבּ דיִך אַריִנטעֶרגעֶבּראַכט אוּנטעֶר דיִ פליִגעֶל פוּן דעֶר שְׁכִינָה — האָט ר׳ יוֹחָנָן געֶעֶנטפעֶרט טיִעף בּעֶלײֵדיִגט.

אוּן בּאַלד נאָכדעֶם איִז רֵישׁ־לָקִישׁ געֶפעֶהרליִך קראַנק נעֶװאָרעֶן.

¹) ד.ה. אֶרץ־יִשראֵל׳דיִגס. ²) דיִ בּבל׳עֶרס. ³) אַ רמז אוׂיף דעֶר פעֶרגאַנגעֶנהײַט פוּן ריש־לקיש. ⁴) בּײַ דיִ רוׂיבּעֶר, װאוּ עֶר איִז אַמאָל געֶװעֶן אַ עֶלטסטעֶר.

↤ 186

קוּמט צוּ לוׂיפעֶן רֵישׁ־לָקִישׁ׳עֶס פרוׂי צוּ איִהר בּרוּדעֶר ר׳ יוֹחָנָן מיִט אַ געֶװײֵן: „טהוּ, בּרוּדעֶר — זאָגט זיִ — צוּליִעבּ מײַנעֶ קיִנדעֶרליִך!”

עֶנטפעֶרט עֶר איִהר מיִט׳ן לָשׁוֹן פוּנ׳ם פָּסוּק: „דײַנעֶ פעֶרלאָזטעֶ יְתוֹמיִם װעֶל איִך (גאָט) דעֶרנעֶהרעֶן”.

— טהוּ צוּליִעבּ מיִר, איִך זאָל קײַן פעֶרװיִסטעֶ אַלְמָנָה ניִשט בּלײַבּעֶן.

עֶנטפעֶרט עֶר איִהר װײַטעֶר מיִט׳ן סוׂף פוּן יעֶנעֶם פָּסוּק: „אוּן דיִ אַלְמָנוׂת דײַנעֶ קעֶנעֶן זיִך אוׂיף מיִר (גאָט) פעֶרלאָזעֶן”.

אוּן רֵישׁ־לָקִישׁ איִז פוּן דעֶר קרײֵנק געֶשטאָרבּעֶן.

האָט זיִך ר׳ יוֹחָנָן געֶנוּמעֶן זעֶהר צוּ׳ם האַרצעֶן: בּײַ׳ם לעֶרנעֶן איִן בֵּית־הַמֶדְרָשׁ האָט איִהם רֵישׁ־לָקִישׁ שטאַרק געֶפעֶהלט. בּעֶקלעֶרעֶן זיִך דיִ חֲכָמִים, מעֶ זאָל שיִקעֶן, צוּ בּעֶרוּהיִגעֶן איִהם, דעֶם שאַרפעֶן לעֶרנעֶר ר׳ אֶלְעָזָר בֶּן פְּדָת. קוּמט ר׳ אֶלְעָזָר אוּן זעֶצט זיִך אַװעֶק פאַר ר׳ יוֹחָנָן. איִז אַלץ װאָס ר׳ יוֹחָנָן האָט אַרוׂיסגעֶזאָגט איִן לעֶרנעֶן האָט איִהם ר׳ אֶלְעָזָר אוׂיף דעֶם געֶזאָגט: „איִך האָבּ אַ בְּרַיְתָא אַ רַאְיָה צוּ דיִר”. רוּפט זיִך אָן ר׳ יוֹחָנָן: „גאָר גלײַך צוּ בֶּן־לָקִישׁ׳עֶן! בֶּן־לָקִישׁ װעֶן איִך האָבּ עֶפּיִס געֶזאָגט, פלעֶג עֶר אָפּפרעֶגעֶן אוׂיפ׳ן אָרט פיִער אוּן צװאַנציִג קַשְׁיוׂת אוּן גלײַך פעֶרעֶנטפעֶרעֶן מיִט פיִער אוּן צװאַנציִג תֵּירוּצִים, אוּן מְמֵילָא איִז דיִ הֲלָכָה פוּן אַלעֶ זײַטעֶן קלאָר געֶװאָרעֶן — אוּן דוּ זאָגסט מיִר אַלעֶ מאָל: „איִך האָבּ אַ בְּרַיְתָא אַ רַאְיָה צוּ דיִר”! װײֵס איִך דעֶן ניִשט אַלײֵן, אַז איִך האָבּ רעֶכט געֶזאָגט?”

האָט זיִך ר׳ יוֹחָנָן אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אוּן צעֶריִסעֶן אוׂיף זיִך דיִ קלײֵדעֶר, אוּן האָט אָנגעֶהוׂיבּעֶן װײֵנעֶן אוּן שרײַעֶן: „װאוּ בּיִסטוּ, בֶּן־לָקִישׁ? בֶּן־לָקִישׁ, װאוּ בּיִסטוּ?”

↤ 187

רַב (אַבָּא) אוּן שְׁמוּאֵל.
פיִנקעֶן זעֶנעֶן געֶפלוׂיגעֶן.

אַז אִיסִי בַּר הוּנָא איִז אָנגעֶקוּמעֶן פוּן בָּבֶל קײַן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל, האָט זיִך מיִט איִהם בּעֶגעֶגעֶנט ר׳ יוֹחָנָן אוּן געֶפרעֶגט איִהם: „װעֶר איִז הײַנט איִן בָּבֶל ראשׁ־יְשִׁיבָה?” עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: „אַבָּא דעֶר לאַנגעֶר ¹)”.

— אַבָּא דעֶר לאַנגעֶר רוּפסטוּ איִהם! — זאָגט ר׳ יוֹחָנָן אוּנצוּפריִעדעֶן — איִך געֶדעֵנק װעֶן איִך בּיִן געֶזעֶסעֶן פאַר רֶבִּי׳ן מיִט זיִבּעֶצעֶהן שוּרוֹת ניִדעֶריִגעֶר אוּנטעֶר רַב׳ן, פלעֶגעֶן פוּנקעֶן פליִהעֶן פוּן רַב׳ס מוׂיל צוּ רֶבִּי׳ס מוׂיל אוּן צוּריִק, אוּן איִך האָבּ פוּן זײֵעֶרעֶ רעֵד גאָרניִשט פעֶרשטאַנעֶן — אוּן דוּ רוּפסט איִהם גאָר אַבָּא דעֶר לאַנגעֶר!

איִבּעֶרגעֶגיִבּעֶן פעֶרקעֶהרט.

רַב האָט געֶהאַט אַ שלעֶכט װײַבּ, אוּן װאָס עֶר האָט איִהר געֶהײֵסעֶן האָט זיִ אַלץ געֶטהוּן קאָפּוֹיר. האָט עֶר איִהר געֶזאָגט: „קאָך מיִר ליִנזעֶן” — האָט זיִ איִהם אָפּגעֶקאָכט בּאָבּ; „בּאָבּ” — האָט זיִ איִהם געֶקאָסט ליִנזעֶן. אַז זײַן זוּהן חִיָּא איִז אוּנטעֶרגעֶװאַקסעֶן איִז עֶר געֶפאַלעֶן אוׂיף אַן אוֹיפטהוּ אוּן עֶר פלעֶגט איִהר איִבּעֶרגעֶבּעֶן דעֶם פאָטעֶר׳ס װעֶרטעֶר אַלץ פעֶרקעֶהרט, איִז מְמֵילָא שטעֶנדיִג אוׂיסגעֶקוּמעֶן װיִ רַב האָט פעֶרלאַנגט. אײֵנמאָל זאָגט רַב דעֶם זוּהן: „דיִ מאַמעֶ דײַנעֶ, זעֶהט אוׂיס, איִז בּעֶסעֶר געֶװאָרעֶן”. זאָגט איִהם חִיָּא: „דאָס איִז צוּליִעבּ דעֶם, — װיִל איִך גיִבּ איִהר איִבּעֶר דײַנעֶ װעֶרטעֶר פעֶרקעֶהרט”.

— אַזוׂי גאָר! — זאָגט איִהם דעֶר פאָטעֶר מיִט אַ שׁמײֵכעֶל — ניִשט אוּמזיִסט זאָגט דיִ װעֶלט אַ װעֶרטיִל: „דיִ אײֵעֶר זעֶנעֶן קליִגעֶר פוּן דיִ היִהנעֶר”. פוּן דעֶסטװעֶגעֶן זאָלסטוּ מעֶהר אַזוׂי ניִשט טהוּן; סעֶ טאָר זיִך ניִשט אײַנגעֶװאוׂינעֶן צוּ קײַן ליִגעֶן.

¹) אַזוׂי האָט מעֶן געֶרוּפעֶן רַב אַבּא׳ן (רב׳ן) פאַר זײַן הוֹיכעֶר װאוּקס.

↤ 188

אוׂיסגעֶזאָגט פוּנ׳ם חֵדֶר.

װעֶן שְמוּאֵל איִז נאָך געֶװעֶן אַ קלײֵן קיִנד האָט איִהם אײֵנמאָל זײַן פאָטעֶר אָנגעֶטראָפעֶן װיִ עֶר װײֵנט. פרעֶגט איִהם דעֶר פאָטעֶר: „װאָס װײֵנסטוּ?”

— דעֶר רֶבִּי האָט מיִך געֶשלאָגעֶן.

— פאַר װאָס?

— דעֶרפאַר װאָס איִך האָבּ געֶגיִבּעֶן עֶסעֶן זײַן קיִנד אוּן זיִך ניִשט געֶװאַשעֶן דיִ העֶנד.

— פאַר װאָס האָסטוּ זיִך טאַקיִ ניִשט געֶװאַשעֶן?

— װאָס הײֵסט, עֶר עֶסט, זאָל איִך זיִך װאַשעֶן!

רוּפט זיִך אָן אוׂיף דעֶם דעֶר פאָטעֶר: „אַ שעֶהנעֶר רֶבִּי, ניִשט געֶנוּג װאָס עֶר װײֵסט קײַן דִין ניִשט — שׁמײַסט עֶר נאָך!”

יְתוֹמ׳יִש געֶלד.

בּײַ אַבָּא בֶּן אַבָּא שְׁמוּאֵל׳ס פאָטעֵר פלעֶג מעֶן אײַנײֵלגעֶן יְתוֹמ׳יִשׁ געֶלד. אוּן אַזוֹי װיִ שְׁמוּאֵל איִז ניִשט געֶװעֶן בּײַ׳ם פאָטעֶר׳ס טוׂיט, האָט עֶר ניִשט געֶװאוּסט װאוּ דאָס געֶלד איִז בּעֶהאַלטעֶן, כְּדֵי עֶס אוּמקעֶהרעֶן צוּ דיִ יְתוֹמִים. פלעֶג מעֶן איִהם רוּפעֶן: „דעֶר זוּהן פוּן יְתוֹמ׳יִשׁ־געֶלד־אוׂיפעֶסעֶר”. קוּמט שְׁמוּאֵל איִן יעֶנעֶר שטאָדט װאוּ דעֶר פאָטעֶר איִז געֶשטאָרבּעֶן, געֶהט־אַװעֶק אוׂיפ׳ן בֵּית־הַקְבָרוׂת אוּן דעֶרפרעֶגט זיִך דאָרטעֶן: „װאוּ איִז דאָ אַבָּא?” עֶנטפעֶרט מעֶן איִהם: „דאָ איִז פאַרהאַן פיִעל אַבָּא׳ס”.

— אַבָּא בֶּן אַבָּא װאוּ איִז?

— אַבָּא בֶּן אַבָּא׳ס־איִז אוׂיך דאָ פיִעל.

— אַבָּא בֶּן אַבָּא, שְׁמוּאֵל׳ס פאָטעֶר װאוּ איִז?

זאָגט מעֶן איִהם: „עֶר איִז אַרוׂיף איִן דעֶר היִמעֶלשעֶר יְשִׁיבָה”. דעֶרװײַל בּעֶמעֶרקט עֶר, װיִ לֵוִי איִז געֶבּליִבּעֶן זיִצעֶן איִן דרוׂיסעֶן. פרעֶגט עֶר איִהם: „װיִ קוּמט עֶס װאָס דוּ בּיִסט געֶבּליִבּעֶן זיִצעֶן איִן דרוׂיסעֶן אוּן דוּ בּיִסט אוׂיך ניִשט אַרײַן איִן דעֶר יְשִׁיבָה שֶׁל מַעֲלָה?”

— דאָס האָט מעֶן מיִך אַזוׂי געֶשטראָפט: פאַר דיִ אַלעֶ יאָהרעֶן װאָס מיִר איִז ניִשט אָנגעֶשטאַנעֶן צוּ געֶהן לעֶרנעֶן איִן ר׳ אָפֵס׳עֶס יְשִׁיבָה אוּן דוּרך דעֶם האָט עֶר זיִך געֶפעֶהלט בּעֶלײֵדיִגט, אַזוׂי פיִעל יאָהר װעֶט מעֶן מיִך ניִשט אַרײַנלאָזעֶן איִן יְשִׁיבָה שֶׁל מַעֲלָה.

איִן דעֶם קוּמט־אָן שְׁמוּאֵל׳ס פאָטעֶר. דעֶרזעֶהט שְׁמוּאֵל װיִ עֶר װײֵנט אוּן לאַכט. פרעֶגט עֶר איִהם: „װאָס װײֵנסטוּ?” עֶנטפעֶרט עֶר: ”ֹװײַל דוּ װעֶסט גאָר גיִך קוּמעֶן צוּ אוּנז”.

↤ 189

— אוּן פאַר װאָס לאַבּסטוּ?

— װײַל דוּ בּיִסט זעֶהר אָנגעֶנוּמעֶן בּײַ אוּנז אוׂיף דעֶר װעֶלט.

— אוׂיבּ איִך בּיִן בּײַ אײַך יאָ אַזוׂי אָנגעֶנוּמעֶן, זאָל מעֶן אַרײַנלאָזעֶן לֵוִי׳ן.

האָט מעֶן געֶהײֵסעֶן לֵוִי׳ן אַרײַנלאָזעֶן.

דעֶרנאָך רעֶרפרעֶגט זיִך שְׁמוּאֵל בּײַ׳ם פאָטעֶר, װאוּ האָט עֶר בּעֶהאַלטעֶן דאָס יְתוֹמ׳יִש געֶלד. זאָגט עֶר איִהם:

— געֶה איִן מיִהל אוּן נעֶהם דאָס געֶלד דאָרט אַרוׂיס פוּן אוּנטעֶר דיִ מיִהל־שטײֵנעֶר. דאָס אוׂיבּעֶרשטעֶ אוּן דאָס אוּנטעֶרשטעֶ איִז אוּנזעֶרס, אוּן דאָס מיִטעֶלסטעֶ איִז יְתוֹמ׳יִש.

פרעֶגט איִהם שְׁמוּאֵל: „פאַר װאָס האָסטוּ עֶס אַזוׂי אַװעֶקגעֶלעֶגט?”

— דאָס איִז דעֶרפאַר — זאָגט עֶר איִהם — װײַל אוׂיבּ ס׳װעֶט אַװעֶק׳גַנְב׳עֶנעֶן זאָל מעֶן אַװעֶק׳גנב׳עֶנעֶן פוּן אוּנזעֶרס, פוּנ׳ם אוׂיבּעֶרשטעֶן געֶלד, אוּן אוׂיבּ דיִ עֶרד װעֶט פעֶרדאַרבּעֶן, זאָל זיִ פעֶרדאַרבּעֶן אוׂיך פוּן אוּנזעֶרס, פוּנ׳ם אוּנטעֶרשטעֶן געֶלד; דאָס יְתוֹמ׳יִש געֶלד אָבּעֶר איִן מיִטעֶן װעֶט יעֶדעֶנפאַלס בּלײַבּעֶן בּעֶװאָרעֶנט.

„חָכָם” אוּן ניִשט „רֶבִּי”

שְׁמוּאֵל יַרְחִינָאָה ¹) איִז געֶװעֶן רֶבִּי׳ס אַרצט. אײֵנמאָל איִז רֶבִּי קראַנק געֶװאָרעֶן אוׂיף דיִ אוׂיגעֶן. האָט שְׁמוּאֵל געֶװאָלט איִהם אַרײַנטריִפעֶן איִן דיִ אוׂיגעֶן שאַרפעֶ הײֵל־טראָפּעֶן. האָט רֶבִּי זיִך ניִשט געֶלאָזט. װיִל עֶר איִהם אָנרײַבּעֶן פוּן אוׂיבּעֶן אַרוּם דיִ אוׂיגעֶן, לאָזט זיִך רֶבִּי אוׂיך ניִשט. נעֶהמט שְׁמוּאֵל דאָס הײֵל־מיִטעֶל אין אַזאַ רעֶהריִל אוּן לעֶגט עֶס אַרוּנטעֶר רֶבִּי׳ן צוּקאָפּעֶנס אוּנטעֶר׳ן קיִשעֶן — איִז רֶבִּי געֶנעֶזעֶן געֶװאָרעֶן. האָט זיִך דעֶרנאָך רֶבִּי אַ לאַנגעֶ צײַט בּעֶמיִהט צוּ גיִבּעֶן שְׁמוּאֵל׳ן סְמִיכָה אוׂיפ׳ן נאָמעֶן רֶבִּי, אוּן ס׳האָט איִהם אַלץ זיִך ניִשט אײַנגעֶגיִבּעֶן.

זאָגט איִהם שְמוּאֵל: זאָל זיִך דעֶר רֶבִּי אוּמזיִסט ניִשט בּעֶמיִהעֶן. איִך האָבּ אַלײֵן געֶזעֶהן דעֶם בּוּך פוּן אָדָם הָרִאשׁוׂן, שטעֶהט דאָרט אָנגעֶצײֵכעֶנט: „שְׁמוּאֵל יַרְחִינָאָה װעֶט בּעֶקוּמעֶן דעֶם נאָמעֶן „חָכָם” אָבּעֶר ניִשט „רֶבִּי”, אוּן רֶבִּי׳ס רְפוּאָה װעֶט קוּמעֶן דוּרך איִהם”.

¹) פוּנ׳ם װאָרט ירח — ד.ה. לבנה, חודש. אַזוׂי האָט מעֶן איִהם געֶרוּפעֶן איִבּעֶר זײַן גרוׂיס קעֶנטעֶניִש איִן אַסטראָנאָמיִעֶ.

↤ 190

רַב הוּנָא.
פוּן רַב־הוּנָא׳ס אוׂיפפיִהרוּנגעֶן.

רַבָא האָט אײֵנמאָל געֶבּעֵטעֶן בּײַ רַפְרָם בַּר פַּפָּא: „זאָל אוּנז דעֶר רֶבִּי דעֶרצעֶהלעֶן עֶפּיִס פוּן יעֶנעֶ גוּטעֶ מַעֲשִׂים װאָס רַב הוּנָא פלעֶג טהוּן”.

רַפְרָם בַּר פַּפָּא האָט איִהם געֶטהוּן צוּליִעבּ אוּן געֶנוּמעֶן דעֶרצעֶהלעֶן:

— פוּן דעֶר יוּגעֶנד זײַנעֶר געֶדעֵנק איִך איִהם ניִשט, איִך געֶדעֵנק איִהם נוּר פוּן דעֶר עֶלטעֶר. איִן יעֶדעֶן װאָלקעֶנדיִגעֶן טאָג פלעֶגט מעֶן איִהם אַרוׂיסטראָגעֶן איִן אַ גאָלדעֶנעֶם טראָג־שטוּהל אוּן עֶר פלעֶג אַרוּמקוּקעֶן דיִ גאַנצעֶ שטאָדט, אוּן װאוּ עֶר האָט געֶפוּנעֶן אַ שאָדהאַפטעֶ װאַנט האָט עֶר זיִ אוׂיפ׳ן שטעֶל געֶהײֵסעֶן אוּמװאַרפעֶן, זיִ זאָל ניִשט אוּמפאַלעֶן אַלײֵן פוּן רעֶגעֶן אוּן שטוּרם אוּן בּרײֵנגעֶן צוּ אַן אוּמגליִק. דעֶרנאָך, אוׂיבּ דעֶר אײֵגעֶנטהיִמעֶר פוּן דעֶר װאַנט האָט פעֶרמאָגט אַלײֵן זיִ צוּריִק אוׂיפבּוׂיעֶן — איִז רעֶכט, אַז ניִשט — האָט רַב הוּנָא זיִ אוׂיפגעֶבּוֹיעֶט פוּן זײַן אײֵגעֶן געֶלד.

אַלעֶ עֶרֶב־שַבָּת װיִדעֶר, אײֵדעֶר ס׳איִז נאַכט געֶװאָרעֶן, פלעֶגט עֶר אַרוׂיסשיִקעֶן זײַנעֶם אַ מעֶנשעֶן איִן מאַרק אוּן װיִ אַבּיִסעֶל גריִנװאַרג ס׳איִז איִבּעֶרגעֶבּליִבּעֶן בּײַ דיִ גריִנס־פעֶרקוׂיפעֶר האָט יעֶנעֶר אָפּגעֶקוׂיפט אוּן אַרײַנגעֶװאָרפעֶן איִן טײַך, כְּדֵי זײֵ זאָלעֶן ניִשט לײַדעֶן קײַן שאָדעֶן אוּן זיִך ניִשט אָפּהאַלטעֶן פוּן צוּ בּרײֵנגעֶן װײַטעֶר איִן שטאָדט גריִנס אוׂיף שַׁבָּת.

װעֶן עֶר פלעֶג זיִך זעֶצעֶן עֶסעֶן, האָט עֶר פריִהעֶר געֶעֶפעֶנט אַלעֶ טהיִרעֶן אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן: „װעֶר ס׳דאַרף זאָל קוּמעֶן מיִט־עֶסעֶן”.

פוּן עֶסיִג — װײַן.

בּײַ רַב הוּנָא׳ן זעֶנעֶן אײֵנמאָל געֶעֶסיִגט געֶװאָרעֶן פיִער הוּנדעֶרט פעֶסעֶר װײַן. קוּמעֶן צוּ איִהם אַרײַן דיִ חֲכָמִים, זאָגעֶן זײֵ איִהם: „זאָל דעֶר רֶבִּי נאָכזוּכעֶן דיִ מַעֲשִׂים זײַנעֶ”.

— װאָס? — זאָגט עֶר זײֵ — בּיִן איִך דעֶן בּײַ אײַך איִן דיִ אוׂיגעֶן חָשׁוּד אוׂיף שלעֶכטס?

↤ 191

— װאָס דעֶן? — רוּפעֶן זײֵ זיִך אָן — איִז דעֶן גאָט חָשוּד עֶר זאָל אוּמזיִסט בּעֶשטראָפעֶן אַ אוּנשוּלדיִגעֶן?

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט רַב הוּנָא — װעֶר ס׳האָט געֶהעֶרט אוׂיף מיִר עֶפּיִס אַ אוּנרעֶכט, זאָל עֶר אָפעֶן אַרוׂיסזאָגעֶן.

— אָט װאָס מיִר האָבּעֶן געֶהעֶרט — עֶנטפעֶרעֶן זײֵ — אַז דוּ טהײֵלסט ניִשט אָפּ דײַן גאָרטעֶן־פּאַכטעֶר זײַן חֵלֶק טריִקעֶנעֶ צװײַגעֶן, אָפּגעֶשניִטעֶנעֶ פוּן דיִ װײַנשטאָקעֶן.

— װאָס הײֵסט? — שרײַעט־אוׂיס רַב הוּנָא — עֶר לאָזט מיִר דעֶן עֶפּיִס איִבּעֶר פוּן זײֵ? עֶר גַנְב׳עֶט דאָך אַװעֶק איִנגאַנצעֶן.

— דעֶרפאַר — רוּפעֶן זײֵ זיִך אָן — זאָגט דיִ װעֶלט אַ װעֶרטיִל: „גַנְב׳עֶ־אָפּ דײַנס בּײַ׳ם גַנָב — אוּן געֶניִס דעֶם טַעַם פוּן גְנֵיבָה”.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט רַב הוּנָא — נעֶהם איִך אוׂיף זיִך, איִך זאָל פוּן הײַנט אָן איִהם שוׂין גיִבּעֶן זײַן חֵלֶק איִן דיִ צװײַגעֶן.

איִז עֶסיִג געֶשטיִגעֶן איִן פּרײַז אוּן פעֶרקוׂיפט געֶװאָרעֶן אַזוׂי טײַעֶר װיִ װײַן.

רַב הוּנָא׳ס קְבוּרָה.

רַב הוּנָא איִז געֶשטאָרבּעֶן פּלוּציִם. האָבּעֶן דיִ חֲכָמִים דעֶרפוּן צַעַר געֶהאַט, װײַל אַ פּלוּצליִכעֶר טוׂיט איִז אוּנװיִרדיִג פאַר אַ צַדִיק. איִז געֶקוּמעֶן זוֹגָא פוּן הַדְיָב אוּן האָט זיִ בּעֶרוּהיִגט: „דאָס איִז נוּר פאַר אַכציִג יאָהר, אָבּעֶר נאָך אַכציִג הײֵסט אַזאַ טוׂיט — שטאַרבּעֶן קוּשעֶנדיִג”.

אַז מ׳האָט געֶבּראַכט דעֶם געֶשטאָרבּעֶנעֶם רַב הוּנָא איִן דעֶר מִטָה אַהיִן, קײַן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל, קוּמט מעֶן אוּן מעֶ זאָגט אָן ר׳ אַמִי׳ן אוּן ר׳ אִסִי׳ן: „רַב הוּנָא איִז אָנגעֶקוּמעֶן!” רוּפעֶן זײֵ זיִך אָן:

— װעֶן מיִר זעֶנעֶן געֶװעֶן דאָרט ¹) האָבּעֶן מיִר איִבּעֶר איִהם קײַן קאָפּ ניִשט געֶקעֶנט אוׂיפהוׂיבּעֶן, איִצט, אַז מיִר זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן אַהעֶר — געֶהט עֶר נאָך אוּנז נאָך”.

זאָגט מעֶן זײֵ: זײַן אָרוׂן איִז אָנגעֶקוּמעֶן...

זעֶנעֶן ר׳ אַמִי אוּן ר׳ אִסִי אַרוׂיסגעֶגאַנגעֶן צוּ דעֶר לְוַיָה. װעֶרט אַ קלעֶר: „װאוּ זאָל מעֶן איִהם לעֶגעֶן?” בּלײַבּט מעֶ זאָל איִהם לעֶגעֶן איִן דעֶר הײֵהל פוּן ר׳ חִיָא: בּײֵדעֶ האָבּעֶן זיִך בּײַ יוּדעֶן פעֶרדיִענט גלײַך, רַב הוּנָא האָט פעֶרשפּרײֵט תּוׂרָה צװיִשעֶן יוּדעֶן, אוּן ר׳ חִיָא האָט אוׂיך פעֶרשפּרײֵט תּוׂרָה צװיִשעֶן יוּדעֶן.

¹) איִן בָּבֶל.

קלעֶרט מעֶן װיִדעֶר: „װעֶר זאָל איִהם אַהיִן אַרײַנבּרײֵנגעֶן?” רוּפט ↰ 192 זיִך אַרוׂיס רַב חַגָא: „איִך װעֶל איִהם אַרײַנבּרײֵנגעֶן, װײַל איִך האָבּ דעֶרהאַלטעֶן דיִ לעֶהרעֶ פוּן ר׳ חִיָא׳ן, שטעֶנדיִג געֶװעֶן נעֶבּעֶן איִהם אוּן גוּט געֶװאוּסט אַלעֶ זײַנעֶ אוׂיפפיִהרוּנגעֶן”.

גיִט מעֶן איִהם איִבּעֶר רַב הוּנָא׳ס אָרוׂן אוּן עֶר נעֶהמט איִהם אַרײַנטראָגעֶן. אוּן דאָרט איִן דעֶר הײֵהל איִנװעֶניִג, בּײַ ר׳ חִיָא׳ן פוּן בּײֵדעֶ זײַטעֶן, האָבּעֶן געֶרוּהט זײַנעֶ צװײֵ זיִהן: יְהוּדָה פוּן דעֶר רעֶכטעֶר אוּן חִזְקִיָה פוּן דעֶר ליִנקעֶר זײַט. רוּפט זיִך אָן יְהוּדָה צוּ חִזְקִיָה׳ן: „שטעֶל זיִך אוׂיף, ס׳איִז ניִשט קײַן דֶרֶך־אֶרֶץ, רַב הוּנָא שטעֵהט דאָך פוּן דרוׂיסעֶן”, האָט עֶר זיִך בּאַלד אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן — אוּן מיִט איִהם צוּזאַמעֶן האָט זיִך אוׂיפגעֶשטעֶלט אַ פײַעֶר־זײַל. דעֶרזעֶהן דאָס האָט זיִך רַב חַגָא שטאַרק דעֶרשראָקעֶן, איִבּעֶרגעֶלאָזט דעֶם אָרוֹן אוׂיפגעֶשטעֶלט — אוּן גיִך פוּן דאָרט אַרוׂיס בְּשָלוׂם.

↤ 193

רַב שֵׁשֶׁת.
דעֶר זעֶהעֶנדיִגעֶר בּליִנדעֶר.

רַב שֵׁשֶׁת איִז געֶװעֶן אַ סַגֵי־נָהוֹר ¹). פלעֶגט עֶר אַלעֶ דרײַסיִג טעֶג איִבּעֶר׳חַזֶר׳עֶן אוׂיסעֶנװײֵניִג אַלצדיִנג װאָס עֶר האָט אוׂיסגעֶלעֶרעֶנט, אוּן דעֶרנאָך פלעֶגט עֶר אַ צוּפריִעדעֶנעֶר זיִך אָנהײֵנגעֶן אוׂיפ׳ן ריִגעֶל פוּן דעֶר טהיִר אוּן אוׂיסרוּפעֶן מיִט שִׂמְחָה:

— פרעֵה זיִך, נְשָׁמָה מײַנעֶ! פרעֵה זיִך, פרעֵה זיִך! צוּליִעבּ דיִר האָבּ איִך געֶלעֶרעֶנט מִקְרָא, צוּליִעבּ דיִר האָבּ איִך געֶלעֶרעֶנט מִשְׁנָה!




אײֵנמאָל האָבּעֶן אַלעֶ שטאָדט־לײַט זיִך געֶלאָזט אַרוׂיסגעֶהן בּעֶגעֶגנעֶן דעֶם קעֶניִג, װאָס האָט בּעֶדאַרפט אַהיִן אָנקוּמעֶן. איִז דעֶר בּליִנדעֶר רַב שֵׁשֶׁת אוׂיך מיִטגעֶגאַנגעֶן מיִט׳ן עוׂלָם. טרעֶפט איִהם אָן אײֵנעֶר פוּן דיִ מִינִים ²). רוּפט עֶר זיִך צוּ איִהם אַן מיִט געֶשפּעֶט:

— דיִ קריִגעֶן — צוּ׳ם טײַך ³), אָבּעֶר שעֶרבּליִך — װאוּהיִן?

זאָגט איִהם רַב שֵׁשֶׁת: „קוּם װעֶסטוּ זעֶהן, אַז איִך װײֵס מעֶהר פוּן דיִר”.

געֶהט־פעֶרבּײַ דעֶר עֶרשטעֶר לעֶגיִאָן מיִט אַ געֶרוׂיש, רוּפט זיִך אָן דעֶר מיִן:

— דעֶר קעֶניִג קוּמט־אָן.

— נאָך ניִשט — זאָגט רַב שֵׁשֶׁת זיִכעֶר.

געֶהט־פעֶרבּײַ דעֶר צװײֵטעֶר לעֶגיִאָן. זאָגט דעֶר מיִן װיִדעֶר:

— איִצט קוּמט שוׂין אָן דעֶר קעֶניִג.

— נײֵן, נאָך ניִשט — האַלט זיִך רַב שֵׁשֶׁת אײֵנס.

איִנדעֶם איִז פעֶרבּײַגעֶגאַנגעֶן שטיִל דעֶר דריִטעֶר לעֶגיִאָן.

— איִצט — רוּפט זיִך אָן רַב שֵׁשֶׁת — קוּמט־אָן דעֶר קעֶניִג בּעֶשטיִמט.

¹) אַ בּליִנדעֶר. ²) אַזאַ סעֶקטעֶ פוּן כופרים. ³) ד.ה. גאַנצעֶ קריִגליִך װעֶרעֶן געֶבּראַכט צוּם טײַך אָנצוּשעֶפּעֶן איִן זײֵ װאַסעֶר; אַזוׂי אוׂיך זעֶהעֶנדיִגעֶ געֶהעֶן אָנצוּקוּקעֶן דעֶם קעֶניִג.

↤ 194

פרעֶגט איִהם דעֶר מִין: „פוּן װאַנעֶן װײֵסטוּ עֶס אַזוׂי זיִכעֶר?”

עֶנטפעֶרט איִהם רַב שֵׁשֶׁת: דיִ עֶרדיִשעֶ קעֶניִגרײַך איִז גלײַך װיִ דיִ היִמעֶלשעֶ, אוּן ס׳שטעֶהט געֶשריִבּעֶן: „ניִשט מיִט׳ן געֶרוׂיש איִז גאָט, אוּן נאָכ׳ן געֶרוׂיש... אַ גאָר שטיִלעֶ שטיִמעֶ... אוּן גאָט האָט זיִך אָנגעֶרוּפעֶן”.

װעֶן דעֶר קעֶניִג איִז צוּגעֶקוּמעֶן נאָהעֶנט האָט רַב שֵׁשֶׁת איִהם געֶבּעֶנשט. זאָגט צוּ איִהם דעֶר מִין: „װיִ בּעֶנשט מעֶן עֶס דעֶם װאָס מעֶן זעֶהט ניִשט?”

האָט רַב שֵׁשֶׁת אָנגעֶשטעֶלט אוׂיף איִהם זײַנעֶ אוׂיגעֶן, איִז פוּן זײֵ אַרוׂיס פיִנקעֶן פײַעֶר אוּן האָבּעֶן אוׂיסגעֶלאָשעֶן דיִ אוׂיגעֶן פוּנ׳ם מִין.

↤ 195

רַבָּה בַּר נַחְמָנִי.
געֶשטאָרבּעֶן איִן װאַלד.

רַבָּה בַּר נַחְמָנִי איִז געֶװעֶן ראשׁ־יְשִׁיבָה איִן דעֶר גרוׂיסעֶר פּוּמְבְּדִיתָא׳ר יְשִׁיבָה איִן בָּבֶל. העֶרעֶן זײַנעֶ דְרָשׁוּת פלעֶגעֶן זיִך צוּנוֹיפקוּמעֶן יוּדעֶן פוּן פיִעל אַרוּמיִגעֶ שטעֶדט, בּעֶזאָנדעֶרס צװײֵ מאָל איִן יאָהר, איִן דיִ חֳדָשִׁים נִיסָן אוּן תִּשְׁרֵי, װעֶן עֶר פלעֶג דַרְשׁ׳עֶנעֶן פאַר׳ן עוׂלָם איִבּעֶר עִנְיָנִים פוּן יוׂם־טוׂב. קוּמט־אָן צוּ׳ס קעֶניִג אַ מְסִירָה אוׂיף איִהם: „פאַרהאַן בּײַ יוּדעֶן אײֵנעֶר אַזוׂינעֶר, װאָס צװײֵ חֳדָשִׁים איִן יאָהר, איִן חוֹדֶשׁ אָנהוׂיבּ זוּמעֶר אוּן איִן חוֹדֶשׁ אָנהוׂיבּ װיִנטעֶר, ציִהט עֶר אָפּ מיִט זײַנעֶ דְרָשׁוֹת פוּן דיִ שטעֶדט פיִער אוּן צװאַנציִג טוׂיזעֶנד מאַן יוּדעֶן, אוּן װײַל איִן דעֶר צײַט טרעֶפעֶן דיִ שטײַעֶרזאַמלעֶר זײֵ ניִשט איִן דעֶר הײֵם אוּן קעֶנעֶן פוּן זײֵ ניִשט אײַנמאָהנעֶן דעֶם שטײַעֶר, לײַדט דעֶרפוּן דיִ קרוׂין גרוׂיס שאָדעֶן”. שיִקט דעֶר קעֶניִג זײַנעֶם אַ בּעֶאַמטעֶן צוּ חאַפּעֶן רַבָּה׳ן אוּן בּרײֵנגעֶן איִהם. דעֶרװאוּסט זיִך דעֶרפוּן רַבָּה אוּן אַנטלוׂיפט. האָט עֶר זיִך אַרוּמגעֶדרעֵהט אַ שטיִק צײַט איִן דיִ פאָרשטעֶדט פוּן פּוּמְבְּדִיתָא, אוּן צוּ׳ם סוׂף האָט עֶר זיִך צוּריִק אוּמגעֶקעֶהרט קײַן פּוּמְבְּדִיתָא. טרעֶפט זיִך, אַז איִן דעֶם גאַסט־הוֹיז װאוּ רַבָּה האָט זיִך אוׂיפגעֶהאַלטעֶן, איִז אוׂיך אַהיִן אָנגעֶקוּמעֶן דעֶר בּעֶאַמטעֶר, װאָס איִז געֶשיִקט געֶװאָרעֶן איִהם צוּ חאַפּעֶן. שטעֶלט מעֶן דאָרט אַװעֶק פאַר דעֶם בּעֶאַמטעֶן אַ טיִשעֶל אוּן מעֶ גיִט איִהם אוׂיסטרוּנקעֶן צװײֵ כּוׂסוׂת װײַן, אוּן װיִ מ׳האָט פוּן איִהם צוּגעֶנוּמעֶן דאָס טיִשעֶל האָט זיִך זײַן געֶזיִכט אוׂיסגעֶדרעֵהט אַרוּנטעֶר. פרעֶגט מעֶן רַבָּה׳ן: „װאָס זאָל מעֶן טהוּן, עֶר איִז דאָך דעֶם קעֶניִגט אַ שָׁלִיחַ”. הײֵסט עֶר בּאַלד אוּנטעֶרטראָגעֶן פאַר יעֶנעֶם צוּריִק דאָס טיִשעֶל אוּן דעֶרלאַנגעֶן איִהם טרוּנקעֶן נאָך אַ דריִטעֶן כּוׂס װעֶט עֶר געֶנעֶזעֶן װעֶרעֶן. האָט מעֶן איִהם אַזוׂי געֶטהוּן אוּן עֶר איִז געֶנעֶזעֶן געֶװאָרעֶן ¹).

¹) טרוּנקעֶן „זוגות” (אַ גראָד) האָט זיִך איִן יעֶנעֶ צײַטעֶן געֶרעֶכעֶנט פאַר שעֶדליִך, װײַל אוׂיף אַ גראָד האָבּעֶן דיִ שדים אַ שליטה. דיִ רפוּאָה דעֶרצוּ איִז — אוׂיסצוּטרוּנקעֵן נאָך אַ כּוֹס, עֶס זאָל װעֶרעֶן אוּמגראָד.

↤ 196

רוּפט זיִך אָן דעֶר בּעֶאַמטעֶר: „איִך װײֵס, אַז דעֶר מאַן, װעֶמעֶן איִך זוּך, געֶפוּנט זיִך דאָ”. אוּן בּאַלד טאַקיִ האָט עֶר רַבָּה׳ן דאָרט אוׂיפגעֶזוּכט. זאָגט דעֶר בּעֶאַמטעֶר: „איִך געֶה איִצט אַװעֶק פוּן דאַנעֶן אוּן לאָז איִהם דאָ איִבּעֶר ¹). אוׂיבּ מ׳װעֶט מיִך גלײַך טוׂיטעֶן — װעֶל איִך איִהם ניִשט אוׂיסגעֶבּעֶן; אוׂיבּ אָבּעֶר מעֶ װעֶט מיִך פּײַניִגעֶן — װעֶל איִהם איִך מוּזעֶן אוׂיסגעֶבּעֶן”. האָט מעֶן געֶנוּמעֶן רַבָּה׳ן אוּן אַרײַנגעֶזעֶצט איִן אַ בּעֶזוּנדעֶר חֵדֶר, אוּן דעֶר בּעֶאַמטעֶר האָט איִהם בּײַ׳ם אַװעֶקגעֶהן דאָרט פעֶרשלאָסעֶן.

האָט רַבָּה גאָט געֶבּעֵטעֶן אוּן ס׳איִז אײַנגעֶפאַלעֶן אַ װאַנט. אַנטלוׂיפט עֶר איִן אַ נאָהעֶנט װעֶלדיִל, זעֶצט זיִך דאָרט אַװעֶק אוׂיף אַ קלאָץ פוּן אַ אָפּגעֶשניִטעֶנעֶם פּאַלמעֶנבּוׂים אוּן הוׂיבּט־אָן לעֶרנעֶן. מאַכט זיִך, אַז איִן דעֶר היִמעֶלשעֶר יְשִׁיבָה איִז אוׂיסגעֶפאַלעֶן אַ מַחְלוֹקֶת איִבּעֶר אַ דִין פוּן נְגָעִים ²), דיִ האָבּעֶן געֶזאָגט „רײֵן” אוּן דיִ — „אוּמרײֵן”. קלעֶרט מעֶן: װעֶר קעֶן דאָ מַכְרִיעַ זײַן? ³) בּלײַבּט, אַז נוּר רַבָּה בַּר נַחְמָנִי, װײַל עֶר פלעֶג אוׂיף זיִך זאָגעֶן: „איִך בּיִן אַ אײֵנציִגעֶר איִן נְגָעִים, אַ אײֵנציִגעֶר איִן אָהֳלוׂת” ⁴).

שיִקט מעֶן אַ שָׁלִיחַ איִהם בּרײֵנגעֶן אוׂיף יעֶנעֶר װעֶלט — קעֶן דעֶר מַלְאָך־הַמָוֶת צוּ איִהם ניִשט צוּטרעֶטעֶן, װײַל רַבָּה האָט ניִשט אוׂיפגעֶהעֶרט צוּ לעֶרנעֶן תּוׂרָה. דעֶרװײַל גיִט אַ בּלאָז אַ װיִנט אוּן דיִ בּײֵמליִך האָבּעֶן אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ רוׂישעֶן, מײֵנט רַבָּה, אַז דאָס זעֶנעֶן אָנגעֶלאָפעֶן איִן װעֶלדיִל אַ לעֶגיִאָן רײַטעֶר צוּ חאַפּעֶן איִהם, קלעֶרט עֶר זיִך: „בּעֶסעֶר צוּ שטאַרבּעֶן דוּרכ׳ן מַלְאָך־הַמָוֶת, אײֵדעֶר איִבּעֶרגעֶגיִבּעֶן צוּ װעֶרעֶן איִן דיִ העֶנד פוּן דעֶר רעֶגיִרוּנג”.י בּײַ׳ם שטאַרבּעֶן האָבּעֶן דיִ ליִפּעֶן זײַנעֶ געֶפליִסטעֶרט : „רײֵן”, „רײֵן”.

האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל:

— אַז װאוׂיל איִז דיִר, רַבָּה בַּר נַחְמָנִי, װאָס דײַן גוּף איִז רײֵן אוּן דײַן נְשָׁמָה איִז אוׂיסגעֶגאַנגעֶן מיִט „רײֵן”.

פאַלט איִן פּוּמְבְּדִיתָא אַראָפּ אַ צעֶטיִל פוּן היִמעֶל:

— רַבָּה בַּר נַחְמָנִי איִז פעֶררוּפעֶן איִן דעֶר היִמעֶלשעֶר יְשִׁיבָה.

זעֶנעֶן אַבַּײֵ אוּן רָבָא אוּן נאָך אַנדעֶרעֶ חֲכָמִים אַרוׂיסגעֶגאַנגעֶן איִהם טהוּן זײַן רעֶכט אוּן בּרײֵנגעֶן איִהם צוּ קְבוּרָה, האָבּעֶן זײֵ האָבּעֶר ניִשט געֶװאוּסט װאוּ איִהם צוּ געֶפוּנעֶן. אַרײַנגעֶגאַנגעֶן איִן װעֶלדיִל אַרײַן, האָבּעֶן זײֵ דעֶרזעֶהן פוּן װײַטעֶן װיִ ס׳שטעֶהעֶן פוׂיגעֶל מיִט צעֶשפּרײֵטעֶ פליִגלעֶן. קלעֶרעֶן זײֵ: „געֶװיִס איִז עֶר דאָרטעֶן”. קוּמעֶן זײֵ צוּ אַהיִן אוּן געֶפוּנעֶן דאָרט ↰ 197 דעֶם מֵת. האָט מעֶן איִהם מַסְפִּיד געֶװעֶן דרײַ טעֶג אוּן דרײַ נעֶכט דוּרכאַנאַנד.

¹) אוׂיס דאַנקבּאַרקײַט פאַר דעֶר רפוּאָה. ²) שעֶדליִכעֶ פּלאָגעֶן. ³) איִבּעֶרװעֶגעֶן דעֶם דין אוֹיף אײֵן זײַט. ⁴) „נגעים” אוּן „אָהלוֹת” — נעֶמעֶן פוּן צװײֵ מסכתוׂת װעֶגעֶן דינים פוּן טומאה אוּן טהרה.

פאַלט װיִדעֶר אַראָפּ אַ צעֶטיִל:

— װעֶר ס׳װעֶט אָפּטרעֶטעֶן זאָל זײַן איִן חֵרֶם.

האָט מעֶן איִהם מַסְפִּיד געֶװעֶן זיִבּעֶן טעֶג.

עֶרשט נאָכדעֶם פאַלט אַראָפּ אַ צעֶטיִל:

— געֶהט אַהײֵם בּשָׁלוׂם.

איִן יעֶנעֶם טאָג, װעֶן רַבָּה איִז געֶשטאָרבּעֶן, האָט אוׂיסגעֶבּראָכעֶן אַ שטוּרם מיִט אַזאַ קראַפט, אַז ס׳האָט אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אַן אַראַבּעֶר רײַטעֶנדיִג אוׂיף זײַן קעֶמיִל פוּן דעֶר זײַט טײַך פַּפָּא אוּן איִהם פעֶרטראָגעֶן אוׂיף יעֶנעֶר זײַט טײַך. טראַכט עֶר זיִך: „װאָס זאָל דאָס בּעֶדײַטעֶן?” זאָגט מעֶן איִהם, אַז דעֶר שטוּרם איִז איִבּעֶר דעֶם, װײַל רַבָּה בַּר נַחְמָנִי איִז געֶשטאָרבּעֶן. רוּפט־אוׂיס דעֶר אַראַבּעֶר:

— האַר פוּן דעֶר װעֶלט, דיִ גאַנצעֶ װעֶלט איִז דײַנעֶ אוּן רַבָּה בַּר נַחְמָנִי איִז דײַנעֶר; דוּ בּיִסט רַבָּה׳ס אוּן רַבָּה איִז דײַנעֶר — צוּ װאָס זאָלסטוּ אוּמבּרײֵנגעֶן דיִ גאַנצעֶ װעֶלט?

איִז דעֶר שטוּרם בּאַלד שטיִל געֶװאָרעֶן.

↤ 198

רַבִּי יוֹסֵי פוּן יוּקְרַת.
פאַר דעֶר צײַט.

ר׳ יוׂסֵי פוּן יוּקְרַת האָט אײֵנמאָל געֶדוּנגעֶן אַרבּײַטעֶר צוּ זיִך אוׂיפ׳ן פעֶלד. האָט זיִך געֶמאַכט אַז עֶר האָט פעֶרשפּעֶטיִגט אוּן ניִשט געֶבּראַכט זײֵ דאָס עֶסעֶן איִן דעֶר צײַט. רוּפעֶן זײֵ זיִך אָן צוּ ר׳ יוֹסֵי׳ס זוּהן: „מיִר זעֶנעֶן הוּנגעֶריִג!” אוּן האָבּעֶן זיִך אוׂיסגעֶזעֶצט אוּנטעֶר אַ פײַגעֶנבּוׂים. װעֶנדעֶט זיִך ר׳ יוֹסֵי׳ם זוּהן צוּ׳ם בּוׂים אוּן זאָגט:

— פײַגעֶנבּוׂים, פײַגעֶנבּוׂים! גיִבּ אַרוׂיס דײַנעֶ פרוּכט אוּן זאָלעֶן מײַן פאָטעֶר׳ס אַרבּײַטעֶר עֶסעֶן.

האָט דעֶר בּוׂים אַרוׂיסגעֶגעֶבּעֶן פרוּכט אוּן זײֵ האָבּעֶן געֶגעֶסעֶן. דעֶרװײַל איִז אָנגעֶקוּמעֶן דעֶר פאָטעֶר. זאָגט עֶר צוּ דיִ אַרבּײַטעֶר: „האָט אוׂיף מיִר קײַן פעֶראיִבּעֶל, איִך האָבּ פעֶרשפּעֶטיִגט, װײַל איִך בּיִן געֶװעֶן פעֶרטראָגעֶן איִן אַ מִצְוָה־זאַך”.

זאָגעֶן זײֵ איִהם: „זאָל דיִר אַזוׂי גאָט אָנזעֶטעֶן, װיִ דײַן זוּהן האָט אוּנז אָנגעֶזעֶט”.

— פוּן װאַנעֶן? — פרעֶגט עֶר זעֶר פעֶרװאוּנדעֶרט.

דעֶרצעֶהלעֶן זײֵ איִהם: אַזוׂי אוּן אַזוׂי איִז געֶװעֶן דיִ מַעֲשֶׂה.

זאָגט ר׳ יוׂסֵי דעֶם זוּהן: „זוּהן מײַנעֶר, דוּ האָסט בּעֶמיִהט דעֶם בּעֶשעֶפעֶר דײַנעֶם אַרוׂיסצוּבּרײֵנגעֶן דיִ פרוּכט פוּנ׳ם פײַגעֶנבּוׂים פאַר דעֶר צײַט — דעֶרפאַר געֶה דוּ פוּן דעֶר װעֶלט פאַר דעֶר צײַט”.

צוּריִק צוּם שטוׂיבּ.

דעֶר זעֶלבּעֶר ר׳ יוׂסֵי פוּן יוּקְרַת האָט געֶהאַט אַ טאָכטעֶר זעֶהר אַ שעֶהנעֶ. אײֵנמאָל בּעֶמעֶרקט עֶר, װיִ אײֵנעֶר בּוׂיעֶרט־דוּרך אַ לעֶכיִל איִן זײַן צוׂים אוּן שפּיִרט־נאָך דיִ טאָכטעֶר זײַנעֶ, כְּדֵי צוּ קוּקעֶן אוׂיף איִהר.

פרעֶגט עֶר יעֶנעֶם: „װאָס איִז דאָס?”

עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר: „רֶבִּי, אוׂיבּ ס׳איִז מיִר ניִשט בּעֶשעֶרט צוּ נעֶהמעֶן זיִ, זאָל איִך קײַן זְכִיָה ניִשט האָבּעֶן חאָטש אוׂיף איִהר אַ קוּק טהוּן?”

↤ 199

זאָגט ר׳ יוׂסֵי צוּ זײַן טאָכטעֶר:

— טאָכטעֶר מײַנעֶ, דוּ פעֶרשאַפסט מעֶנשעֶן לײַדעֶן, קעֶהר זיִך צוּריִק צוּ׳ם שטוׂיבּ — אוּן זאָלעֶן מעֶנשעֶן דוּרך דיִר ניִשט געֶשטרוׂיכעֶלט װעֶרעֶן.

רַבִּי יוׂסֵי׳ם עֵזעֶל.

ר׳ יוׂסֵי פוּן יוּקְרַת האָט געֶהאַט אַן עֵזעֶל. אַז מ׳האָט געֶדוּנגעֶן דעֶם עֵזעֶל אוׂיף אַ טאָג אַרבּײַט, פלעֶג דעֶר דיִנגעֶר פאַר נאַכט נאָך דעֶר אַרבּײַט אַרוׂיפלײֵגעֶן איִהם אוׂיפ׳ן ריִקעֶן דעֶם לוׂין פאַר׳ן טאָג — אוּן עֶר האָט עֶס אַלײֵן אָפּגעֶפיִהרט אַהײֵם צוּ זײַן בַּעַל־הַבָּית. אוּן אוׂיבּ דעֶר לוׂין איִז געֶװעֶן עֶפּיִס מעֶהר אָדעֶר װײֵניִגעֶר, האָט זיִך דעֶר עֵזעֶל פוּנ׳ם אָרט ניִשט געֶריִהרט. אײֵנמאָל האָט מעֶן פעֶרגעֶסעֶן אוׂיף איִהם אַ פּאָר שיִך, האָט עֶר זיִך ניִשט געֶריִהרט פוּנ׳ם אָרט בּיִז מ׳האָט זײֵ פוּן איִהם ניִשט אַראָפּגעֶנוּמעֶן.

↤ 200

פּטִירוֹת אוּן הֶסְפֵּדִים.
בּײַם טוׂיט פוּן צַדִיקִים.

אַז ר׳ אֲבָּהוּ איִז געֶשטאָרבּעֶן — האָבּעֶן אַלעֶ זײַלעֶן איִן קֵיסָרִי ¹) געֶטריִפט מיִט טרעֶהרעֶן.

בּײַ ר׳ יוֹסֵי׳ס טוׂיט — האָבּעֶן דיִ דאַך־ריִנעֶס איִן צִפּוֹרֵי ¹) געֶגאָסעֶן מיִט בּלוּט. „דאָס איִז דעֶרפאַר — האָט מעֶן געֶזאָגט — װײַל עֶר האָט זיִך מוֹסֵר־נֶפֶשׁ געֶװעֶן פאַר אַ מִצְוָה איִן דעֶר צײַט פוּן אַ גְזֵירָה”.

בּײַ ר׳ יַעֲקב‎׳ס טוׂיט — האָבּעֶן זיִך בּעֶװיִזעֶן איִן מיִטעֶן טאָג דיִ שטעֶרעֶן.

בּײַ ר׳ שְׁמוּאֵל בַּר רַב יִצְחָק׳ס טוׂיט — זעֶנעֶן אוׂיסגעֶריִסעֶן געֶװאָרעֶן דיִ צעֶדעֶרבּוׂימעֶן איִן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל.

בּײַ ר׳ חִיָא׳ס טוׂיט — זעֶנעֶן געֶפאַלעֶן פײַעֶרדיִגעֶ שטײֵנעֶר פוּנ׳ם היִמעֶל.

בּײַ׳ם טוׂיט פוּנ׳ם הײֵליִגסטעֶן ר׳ נַחוּם בַּר סִימַאי — איִז װאוּ אַ בּיִלד איִבּעֶרגעֶצוׂיגעֶן געֶװאָרעֶן מיִט מאַטעֶן ²).

בּײַ רַבָּה אוּן רַב יוׂסֵף׳ס טוׂיט — זעֶנעֶן בּײֵדעֶ בּרעֶגעֶן פוּן פְּרָת געֶװאָרעֶן װיִ אײֵנס.

כלל אַבַּײֵ אוּן רָבָא׳ס טוׂיט — זעֶנעֶן בּײֵדעֶ בּרעֶגעֶן פוּן דִגְלַת געֶװאָרעֶן װיִ אײֵנס.

בּײַ ר׳ מְשַׁרְשְׁיָא׳ס טוׂיט — האָבּעֶן דיִ פּאַלמעֶן אַרוׂיסגעֶגיִבּעֶן שטעֶכלעֶן.

הֶסְפֵּדִים.

אַז רַבָּה בַּר רַב הוּנָא אוּן רַב הַמְנוּנָא איִן בָּבֶל זעֶנעֶן געֶשטאָרבּעֶן, האָט מעֶן זײֵ אַװעֶקגעֶפיִרט אַהיִן, קײַן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל. געֶקוּמעֶן אוׂיפ׳ן װעֶג צוּ אַ שמאָלעֶן בּריִק, האָבּעֶן זיִך דיִ קעֶמלעֶן פּלוּצוּם אָפּגעֶשטעֶלט.

— װאָס זאָל דאָס בּעֶטײַטעֶן? — פרעֶגט אַן אַראַבּעֶר בּײַ דיִ חֲכָמִים, װאָס זעֶנעֶן מיִטגעֶגאַנגעֶן מיִט דעֶר לְוַיָה.

— דיִ צװײֵ געֶשטאָרבּעֶנעֶ — עֶנטפעֶרעֶן דיִ חֲכָמִים — מהוּעֶן־אָן כָּבוׂד ↰ 201 אײֵנעֶר דעֶם אַנדעֶרעֶן, דעֶר זאָגט: „געֶה דוּ פריִהעֶר”, אוּן דעֶר זאָגט: „געֶה דוּ פריִהעֶר”.

¹) קיסרי אוּן צפּוֹרי — דיִ שטעֶדט װאוּ דיִ געֶשטאָרבּעֶנעֶ האָבּעֶן גװאָהנט. ²) ראָגאָזשעֶס.

רוּפט זיִך אָן דעֶר אַראַבּעֶר: „װעֶר ס׳איִז אַ לײֵבּ דעֶר זוּהן פוּן אַ לײֵבּ — דעֶם קוּמט געֶהן פריִהעֶר”.

איִז בּאַלד אַרוׂיס רבּה בּר רב הוּנא׳ס קעֶמעֶל אוּן איִבּעֶרגעֶגאַנגעֶן דעֶם בּריִק.

שטעֶלט זיִך אַװעֶק דעֶר סַפְּדָן ¹) אוּן הוׂיבּט־אָן קלאָגעֶן:

אַן אוּר־אַלטעֶר שטאַם קוּמט־אָן פוּן בּבל,
מיִט איִהם דאָס בּוּך פוּן העֶלדעֶן־גײַסט־קאַמפּף,
דיִ פוׂיגעֶל אַלעֶ זיִך צוּנוֹיפגעֶפלוׂיגעֶן
זעֶהן דעֶם בּראָך אוּן דעֶם בּעֵז־װאוּנדעֶר,
װאָס איִז אוׂיף אוּנז פוּן שנער ²) אָנגעֶקוּמעֶן.
װיִ גרוׂיס מוּז זײַן פוּן גאָט דעֶר צאָרן אוׂיף זײַן װעֶלט,
אַז אָפּגעֶרוׂיבּט האָט עֶר איִהר בּעֶסטעֶ ציִערוּנג;
דיִ רײֵנסטעֶ אוּן דיִ שעֶהנסטעֶ זעֶעלעֶן
האָט עֶר, אוׂיף פרײֵד פאַר זײַנעֶ בּרײֵטעֶ היִמלעֶן,
צוּ זיִך אוׂיף אײֵבּיִג צוּגעֶנוּמעֶן.




רַב אָשֵׁי האָט אײֵנמאָל אַ פרעֶג געֶטהוּן דעֶם סַפְּדָן בַּר־קִיפּוֹק: „װאָס װעֶסטוּ אוׂיף מיִר זאָגעֶן איִן יעֶנעֶם טאָג?”

עֶנטפעֶרט בַּר־קִיפּוֹק: אַזוׂי װעֵל איִך זאָגעֶן:

האָט אָנגעֶחאַפּט דעֶר פלאַם דיִ צעֶדעֶרבּוׂימעֶר —
װאָס קעֶנעֶן טהוּן שוׂין קלײֵנעֶ גרעֵזליִך?
אוּן האָט דיִ נעֶץ געֶפאַנגעֶן דעֶם לויתן —
װאָס קעֶנעֶן טהוּן שוׂין קלײֵנעֶ פיִשליִך?
אוּן איִז דיִ נעֶץ פעֶרשפּרײֵט איִן טײַך איִן טיִעפעֶן —
װיִ זאָל שוׂין זײַן מיִט קלײֵנעֶ זוּמפּפליִך —




ר׳ זֵירָא׳ס טוׂיט האָט דעֶר סַפְּדָן אַזוׂי בּעֶקלאָגט:

דאָס שנער־לאַנד האָט איִהם געֶטראָגעֶן אוּן געֶבּוֹרעֶן,
דאָס פּראַכט־לאַנד ³) האָט עֶרצוׂיגעֶן איִהם פאַר זיִך אַ ציִערוּנג.
אוׂי װעֶה, אוׂי װעֶה! שרײַעט רקת בּיִטעֶר —
פעֶרלוׂירעֶן איִז איִהר שעֶהנסטעֶ כלי!

¹) דעֶר װאָס מאַכט הספּדים אוׂיף מתים. ²) בּבל. ³) אֶרֶץ־יִשראֵל.

↤ 202

↤ 203

אינהאלט.
זײט
די צײט פוּן צװײטען בית־המקדש.
דער בית־המקדש אין זײן פּראכט 3
שמעון הצדיק 5
אלכסנדר מוקדון
חוניו׳ס בית־המקדש 10
די אלכסנדריער שוהל
נס חנוכה 11
ינאי המלך 14
הוֹרקנוס און אריסטובלוס 15
הורדוס 16
כהנים און קרבנות 18
קרבן פּסח 21
בכורים 22
שמחת בית השואבה 23
עולי־רגל 24
גזרות
כהני׳שע משפחות 25
די חכמה פון יודישע קינדער אין ירושלים.
די רוהם פון ירושלים 28
דרײ אײנפאלען
א שארף אוׂיג 30
א טײערער געפאנג 31
דרײ שפּרינג 32
א סך און ביליג 33
פערנײען א שטעסעל
לוׂיט דעם פרעג דער ענטפער
דורכגעפאלען 34
אויסגעשפּעט דעם שפּעטער 35
דער גוי מיט דער פּרה אדומה 36
אויפ׳ן ארט אפּגעענטפערט 37
דער צװײטער חורבן.
שרעקענדיגע סימנים 38
איבער װאס איז דאס לאנד חרוּב געװארען?
I. איבּער קמצא און בר־קמצא איז חרוב געװארען ירושלים 39
II. איבער א האהן מיט א הוּהן איז חרוב געװארען טוּר־מלכא 46
III. איבער אן אקס פוּן א װאגען איז חרוב געװארען ביתר 48
װי דער שונא איז זיך נוקם אין יוּדען 51
פונ׳ם פאטערס פלײש
דאס ציטעריגע קינד 52
אינ׳ם שויס פונ׳ם ים
א ברודער מיט א שװעסטער 53
צפנת בת פניאל
די ציטעריגע 54
גאט׳ס צארן
נקדימון בן־גוריון׳ס טאכטער 55
גאט׳ס טרויער 56
מנחם 57
דאס געװײן בײנאכט 58
זינט דער בית־המקדש איז חרוב געװארען
טרײסט 59
רבי שמעון בן שטח.
די בענײעטע סנהדרין 61
אנטלאפען און צוריקגעקומען 62
ינאי פאר שמעון בּן שטח׳ס געריכט 63
קדוש־השם 64
אכציג מכשפות אין אײן טאג אויפגעהאנגען
חוני־המעגל און זײנע אײניקליך.
חוני־המעגל בעט־אויס רעגען 66

↤ 204

זײט
א זיבציגיעהריגער שלאף 67
אבא־חלקיה בעט־אויס רעגען 69
חנן דער בעהאלטענער 71
הלל הזקן.
הלל און זײן ליעבע צו תורה 72
הלל׳ס עניוות 73
די געשריבענע תורה און די מינדליכע 74
כל־התורה אויף אײן פוס 75
א גר צוליעב דער כהונה
חסד מיט׳ן גוף און מיט דער נשמה 76
הלל׳ס גוט־הארציגקײט 77
רבי יוחנן בן זכאי.
בן־זכאי׳ס תורה און חכמה 78
צװײ װעגען 79
רבי חנינא בּן דוסא.
א טאפּ באקסערען 81
דער נס אין אויבען און אין מולטער
א פיסעל פוּן א גאלדענעם טיש
עסיג װאס ברענט 82
בן־דוסא׳ס ציגען
אויסגעצויגענע באלקענס 83
מלאכים — טרעגער
בן־דוסא און רעגען 84
„װעה איז דער שלאנג”
בן־דוסא און דער לײב
בן־דוסא׳ס תפלה איבער קראנקע 85
דער פרומער עזעל
רבן גמליאל דער צװײטער.
א קנעכט בײ׳ם פאלק 87
רבן גמליאל און ר׳ יהושע 88
דער נשיא בעדיענט זײנע געסט 92
פון קללות — ברכות
רבי אליעזר בן הורקנוס.
װי רבי אליעזר האט זיך גענומען צו׳ם לערנען 94
ר׳ אליעזר׳ס בית־המדרש 97
די גרויסע מחלוקת
װען ר׳ אליעזר איז קראנק געװארען 100
רבי יהושע בן חנניה.
„אז װאויל איז זײן מוטער” 103
שעהנע חכמה אין א מאוס׳ער כלי
דער לײב און דער שטאָרך 104
אײן שעפעלע צװישען זיבציג װעלף 105
דאס אויסגעלײזטע קינד
דרײ האבען איהם בײגעקומען 106
„געהט־אויף שעהן און זײ פארזיכטיג” 107
„דאס געזיכט פוּן גאט”
א מאהלצײט פאר גאט 108
דער בי־עילאי׳ער לײב
דעם קיסר׳ס בעפעהל און משה׳ס בעפעהל 109
ר׳ יהושע און די אטהענער געלעהרטע 110
רבי יהושע אויף דער עלטער 113
נחום איש גם־זו.
גם זו לטובה 114
אלײן אויף זיך אויסגעבּעטען 115
רבי טרפון.
רבי טרפון אין זאק 117
אײנגעקויפט א שטעדטיל
רבי טרפון און זײן מוטער 118
רבי עקיבא.
משה רבנו און רבי עקיבא 119
רבי עקיבא און כלבא־שבוע׳ס טאכטער 120
װי ר׳ עקיבא האט זיך גענומען צו׳ם לערנען 122
אנגעבויגען דעם קאפּ 123
אלעס װאס גאט טהוט איז צו גוטען

↤ 205

זײט
ר׳ עקיבא אין זײן טרויער 124
אפּגעצאהלט א חוב 125
ר׳ עקיבא און טורנוסרופוס 126
ר׳ עקיבא׳ס טוׂיט
ר׳ עקיבא׳ס קבורה 128
עשרה הרוגי מלכות.
I. גע׳חתמ׳עט די גזירה 130
II. ר׳ שמעון און ר׳ ישמעאל 131
III. ר׳ עקיבא בן יוסף 133
IV. רבי חנינא בן תרדיון 134
V. רבי יהודה בן בבא 136
VI. רבי יהודה בן דמא 137
VII. רבי חוצפית דער מתורגמן
VIII. רבי חנינא בן חכינאי 138
IX. רבי ישבב הסופר 139
X. רבי אליעזר בן שמוע 140
XI. „שײנקען זײער בלוט — װעל איך נישט”
רבי מאיר.
רבי מאיר׳ס פרנסה 141
ר׳ מאיר אקעגען דעם נשיא
רבי מאיר און „אחר” 143
צוליעב שלום 148
ארויסגעשטופט דעם שטן 149
דער „גוטער” ברודער
כידור־װידער
צוריקגעגיבען דעם פקדון 150
„לאזען אויפהערען די זינד” 151
פון רבי מאיר׳ס משלים
רבי שמעון בן יוחאי און ר׳ אלעזר זײן זוהן.
אײן מויל 154
אין דער הײהל און פון דער הײהל
צעריסען די גזירה 157
א טאהל פון גאלדענע רענדליך 159
דער טרעגער — אליהו׳ס א תלמיד
גענומען, אויף זיך יסורים 160
רבי פנחס בן יאיר.
נישט געגאסען פון פרעמדס 165
רבי פנחס בן יאיר אין װעג
א פּאָר מעסטליך — אויף קעמלען מיט עזלען 167
דער אויסגעזוכטער פערל
רבי יהודה הנשיא.
פערביטען די קינדער 169
אכט מעלות 170
קראנק געװארען און גענעזען געװארען
אין א הונגער־יאהר 171
אחר׳ס טאכטער פאר רבי׳ן 172
א דאָרף מיט קינדער
שיער אראפּגעבראכט משיח׳ן 173
לעגיאנען און פליגען 174
װאס „צו” איז איבריג
א טײערע מתנה 175
רבי׳ס פטירה
רבי חיא.
װי מאכט מען די תורה זאל נישט פערגעסען װערען? 178
פאר רחמנות 179
ר׳ חיא׳ס שטוהל
רבי יוחנן און רבי שמעון בן לקיש.
רבי יוחנן׳ס שעהנקײט 180
געװײנט צוזאמען
תורה און סחורה 181
א גוטער בײט 182
ריש־לקיש צװישען װילדע
קראפט צו תורה 183
רב כהנא בײ רבי יוחנן
„װאו ביסטו, בן־לקיש?” 185
רב און שמואל.
פינקען זענען געפלויגען 187

↤ 206

זײט
איבערגעגיבען פערקעהרט 187
אויפגעזאגט פונ׳ם חדר 188
יתומ׳יש געלד
„חכם” און נישט „רבי” 189
רב הונא.
פון רב־הונא׳ס אויפפיהרונגעֶן 190
פון עסיג — װײן
רב הונא׳ס קבורה 191
רב ששת.
דער זעהענדיגער בלינדער 193
רבה בר נחמני.
געשטארבען אין װאלד 195
רבי יוסי פון יוקרת.
פאר דער צײט 198
צוריק צו׳ם שטויב
רבי יוסי׳ס עזעל 199
פטירות און הספדים.
בײ׳ם טויט פון צדיקים 200
הספדים