די הארץ פון א מאמען

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך


געזונגען דורך יום טוב הערליך


א מעשה פון בארדיטשוב'ער צדיק

ערב יום כיפור פארנאכט, דער עולם עס ווארט
ביים טיר פון בארדיטשוב'ער רבי'ן
יעדער עס שטייט, און געלט האלט ער גרייט
א פדיון נפש צו געבן

דער רבי האט קלאר, געזאגט אז דאס יאר
דורכלאזן וועט ער נישט קיינעם
ער לאזט נישט אראפ, א רובל א קאפ
מוז ער נעמען היינט ביי יעדן איינעם

א זקן גאר אלט, אפילו א קינד
א רובל מוז יעדערער געבן
דער רבי וועט באלד אפווישען די זינד
פארשרייבן אין ספר פון לעבן

א פחד א שרעק, אין היינטיגע טעג
די גרויסע הוצאות אצינדער
ווי אזוי קאן, אזא זאך צו טאן
א משפחה מיט צען צוועלעף קינדער

נאר יעדער עס ווייסט, אז דער רבי הייסט
קיינער וועט איהם נישט אפזאגן
מען קרעכצט און מען זארגט, מען לייט און מען בארגט
מען ברענגט צום דעם רבי'ן צו טראגן

2

ביים טיש אויף זיין ארט, דער רבי זיצט דארט
און נעמט אויף דעם עולם צופרידן
א שיסל געשטעלט, איז פול שוין מיט געלט
א רשימה ליגט פון אלע אידן

עס עפנט זיך די טיר, א פרוי שטייט אין איר
ארעם אזוי אפגעריסן
געקומען אצינד, מיט איר פיצעלע קינד
און וויל אז דער רבי זאל וויסן

אן אלמנה אליין, דאס קינד איז נאך קליין
שטענדיג מוז זיין מיט דער מאמען
דאס לעבן איז שווער, זי האט דאך ניט מער
ווי א רובל פאר ביידן צוזאמען

א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק
דער רבי וויל פון גארנישט וויסן
נאך א רובל מען דארף, גיי זאגט ער שארף
ווייל די טיר וועל איך באלד דא פארשליסן

זי לויפט שנעל און זי שרייט, גיט אדער לייט
דער עולם עס העלפט איר אויס גערן
פון גראשנס נישט מער, איז זייער שווער
א רובל עס זאל פון דעם ווערן

3

די גאסן שוין פול, מען גייט שוין אין שול
אלעס האט זי אפגעלאזן
זי לויפט מיטן קינד, צום רבי'ן געשווינד
די טיר זאל נאך ניט זיין פארשלאסן

עס איז שוין באלד ביינאכט, דער רבי ער ווארט
פונקט ווי אינגאנצן פארגעסן
די רביצין שרייט געוואלד, דאס עסן ווערט קאלט
מען וועט באלד ניט טארן שוין עסן

עס עפנט זיך די טיר, עס בלייבט שטיין אין איר
די פרוי מיט צושראקענע בליקן
רבי גלויבט מיר, איך האב געזוכט אן א שיעור
קיין רובל האב איך ניט געקראגן

דער רבי שרייט ניין, אזוי קאן ניט גיין
נאר דיר אליין וועל איך פארשרייבן
דיין קליינטשינקע קינד, האט ניט קיין זינד
נישט קשה עס מעג איבערבלייבן

א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק
ניט זיין מיט איר ברעקל צוזאמען
זי שרייט רבי ניין, מיט א גרויסן געוויין
איר פילט נישט די הארץ פון א מאמען

איהר ווייסט רבי הערט, וואס איך האב באקלערט
דעם רובל וועל איך אייך דא געבן
און נעמט גלייך געשווינד, שרייבט אריין מיין קינד
פאר מיר איז שוין אלץ איינס מיין לעבן

דער רבי ער שפרינגט אויף, די קאפ אויף ארויף
אויף די רייד געטאן האט ער ווארטן
באשעפער נאר הער, מען דארף שוין נישט מער
עס איז שוין נישטא וואס צו טראכטן

האסט געזען אצינד, ווי א מאמע פאר איהר קינד
האט איהר לעבן געגעבן אצינדער
דיין פאלק איז דיין קינד, בעט'ך דיר אצינד
האב רחמנות ווי א מאמע אויף אירע קינדער